☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » נייעס פון סטאק מארקעט

נייעס פון סטאק מארקעט

279 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #536
בלאט: 1 2 3 4 5 6

פאליטיקאנט » מיטוואך מאי 26, 2021 2:23 am

· #473747
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
לעצטנס געליינט א ליין וואס האט מיך שטארק געכאפט:

"In his great book 100 Baggers, Chris Mayer examined 365 stocks that had gone up 100 times in value or more. Every single one of them, all 365, had experienced crashes of 50%, most of them much more and most of them multiple times. Heck, even Berkshire Hathaway ($BRK.A) ($BRK.B) has seen three crashes of 50% and more."

[עס זענען דא א געוואלד מיט קאמפאניס אין שנעל וואקסענדע סעקטארן וואס זענען יעצט איבער 50-60 פראצענט נידעריגער ווי 3 חדשים צוריק, אויב איר אינוועסטירט אויפ'ן לאנגען טערמין מאכט נישט אויס די קורץ טערמיניגע פרייזן (אפי' עס זעט אויס געפערליך).
פארטייט זיך אז מען דארף מאכן ריסערטש און האבן שטארקע conviction אין די קאמפאני.]

סאנטיאגא » מיטוואך מאי 26, 2021 7:10 pm

· #473808
מונטסורי
ש'כח @פאליטיקאנט. זייער שיין.

איין קשיא נאר, דו שרייבסט:
פאליטיקאנט
- ווען רעיטס זענען אויסטערליש נידעריג טוט דאס בארעכטיגן העכערע פרייזן פאר סטאקס - ספעציעל Growth - ווייל אינוועסטארס האבן נישט קיין אלטערנאטיוו ווי אריינצושטעקן זייער געלט חוץ פון סטאקס (האלטן אין קעש איז דאך קיינמאל קיין אפציע, ספעציעל ווען מ'רעכנט זיך אויף אינפלעישן)

פאליטיקאנט
אבער ווען באנדס זענען אין די ערד (מ'רעדט פון ממש ליצנות'דיגע ראטעס אין א געוויסע פונקט אין יולי' איז די 10 year treasury געווען 0.52% !!!, אינפלאציע איז געווען גערעכנט אויף 'מינימום' קרוב צו 2%) איז די אפציע אראפ פון טיש ממילא איז דא מער געלט וואס גייט אריין אין די מארקעט און עס בארעכטיגט העכערע מאָלטיפלס ווייל אינוועסטארס האבן נישט אנדערש אריינצולייגן (דאס און פרעצעדענטלאזע גאווערנמענט ספענדינג ברענגט אויסטערליש הויעכע ליקווידיטי וואס האלט די מארקעט הויעך - דהיינו אז עס איז אלס געווען ריזיגע געלטער אויף די 'סיידליינס' וואס האבן געווארט אריינצושפרינגען - אבער די נושא איז נישט פאר יעצט)

אבער ווי נאר ראטעס הייבן זיך, און זענען ערווארטעט זיך צו הייבן נאך מער, ברענגט דאס א 'ראטאציע' צוריק צו באנדס [און ארויס פון הויעכע מאלטיפל סעקטארס / Growth], דאס איז נישט בלויז אינדיווידועלע אינוועסטירער (ריטעיל) דאס זענען גרויסע פאָנדס און יא דאס האט א גאר שטארקע אפעקט אויפן מארקעט.

פארוואס זאלן אינוועסטירער גיין פון באנדס צו growth סטאקס וואס זענען לכאורה מער ריזיקאליש. אויב איך גיי ווען ארויס פון באנדס וואלט איך אינוועסטירט אין מער סטאבילע זיכערע "בלויע טשיפ" סטאקס אדער אמווייניגסטענס אין גרויסע פאנדס וואס ריפלעקטירן די גאנצע מארקעט בכדי צו פארמינערן די ריזיקע פון ערענסטע דיפס אפילו פאר א קורצע צייט, וואס פאר דעם סיבה האב איך לכתחילה אינוועסטירט אין באנדס

פונקט דאס וויל איך פארשטיין, און אויך וויפיל אזעלכע מענטשן איז שוין דא אז ס'זאל אזוי אויפטרייסלען די growth sector דו באלאנגסט דאך בכלל נישט דארט!

סאנטיאגא » מיטוואך מאי 26, 2021 7:15 pm

· #473811
פאליטיקאנט
איך זע ממש נישט קיין סיבה צו אינוועסטירן אין Coinbase.

מיט וואס זענען זיי בעסער פון זייערער קאמפעטישען, און ווי אזוי גייען זיי ווייטער קענען בעטן אזוינע הויעכע Fees ווען רוב אנדערע לאזן שוין יעצט קויפן בחינם (פונקט ווי ראבינהוד האט צום סוף געמאכט אז אלע בראקערעדשעס זאלן זיך בייגן און אראפנעמען די קאממישענס) - און Fees איז 85% פון זייער רעוועניו!

אדרבה אויב איינער קען מיר אויפקלערן.

ווער פונקטליך איז די רוב? אדרבה, שיק אפאר נעמען וואס בעטן נישט קיין שום fees מ'רעדט פון א עפפ באזירט אין אמעריקע מיט א פארזיכערטע סאפטוועיר און א אינטערפעיס וואס קוקט נישט אויס ווי א ספעיס קאמפיוטער... איך בין נישט אנטציקט פון coinbase אבער איך האב נאכנישט אנטדעקט די אלטערנאטיוו

סאנטיאגא » מיטוואך מאי 26, 2021 7:21 pm

· #473812
פאליטיקאנט
לעצטנס געליינט א ליין וואס האט מיך שטארק געכאפט:

"In his great book 100 Baggers, Chris Mayer examined 365 stocks that had gone up 100 times in value or more. Every single one of them, all 365, had experienced crashes of 50%, most of them much more and most of them multiple times. Heck, even Berkshire Hathaway ($BRK.A) ($BRK.B) has seen three crashes of 50% and more."

[עס זענען דא א געוואלד מיט קאמפאניס אין שנעל וואקסענדע סעקטארן וואס זענען יעצט איבער 50-60 פראצענט נידעריגער ווי 3 חדשים צוריק, אויב איר אינוועסטירט אויפ'ן לאנגען טערמין מאכט נישט אויס די קורץ טערמיניגע פרייזן (אפי' עס זעט אויס געפערליך).
פארטייט זיך אז מען דארף מאכן ריסערטש און האבן שטארקע conviction אין די קאמפאני.]

נייס! ס'וואלט געווען שיין צו זעהן א ליסט פון די אלע קאמפעניס און קענען צוריקקוקן אויף די לעצטע decade און זעהן אלע דיפס. כ'גלייב אסאך קען איך, כ'רעד אין די קאנטעקסט פון די דעטע וואס ער ברענגט צו.

איך נוץ דעס טאקע פאר א חיזוק, ווען מ'קוקט אויף די downtrend פון דעם "יעצט" קוקט עס אויס געפערליך, אבער אז מ'קוקט אויפן annual trend line זעהט זיך עס (געווענליך) בכלל נישט אן, פינף יאר? א פינטל! גארנישט... אז מ'קוקט אויפן גרויסן בילד זעהט אלעס אויס פיין און וואויל אזוי ווי א שיפן פייערלעשער לייטער וואס דערגרייכט די העכסטע בנינים...

פאליטיקאנט » מיטוואך מאי 26, 2021 8:58 pm

· #473822
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
סאנטיאגא
פאליטיקאנט
איך זע ממש נישט קיין סיבה צו אינוועסטירן אין Coinbase.

מיט וואס זענען זיי בעסער פון זייערער קאמפעטישען, און ווי אזוי גייען זיי ווייטער קענען בעטן אזוינע הויעכע Fees ווען רוב אנדערע לאזן שוין יעצט קויפן בחינם (פונקט ווי ראבינהוד האט צום סוף געמאכט אז אלע בראקערעדשעס זאלן זיך בייגן און אראפנעמען די קאממישענס) - און Fees איז 85% פון זייער רעוועניו!

אדרבה אויב איינער קען מיר אויפקלערן.

ווער פונקטליך איז די רוב? אדרבה, שיק אפאר נעמען וואס בעטן נישט קיין שום fees מ'רעדט פון א עפפ באזירט אין אמעריקע מיט א פארזיכערטע סאפטוועיר און א אינטערפעיס וואס קוקט נישט אויס ווי א ספעיס קאמפיוטער... איך בין נישט אנטציקט פון coinbase אבער איך האב נאכנישט אנטדעקט די אלטערנאטיוו
קודם כל אפי' אויב עס איז נישט דא יעצט, גייט זיכער זיין אין די נאנטע צוקונפט, אז עס איז מעגליך צו אפערירן מיט א פראפיט אן בעטן קאמישענס און fees גייען פארשטייט זיך זיין גענוג און נאך זיך צו כאפן.
****

בלויז א קליינע ליסטע פון קאמפאניס וואס לאזן שוין יעצט טרעידן קריפטא בחינם;
Robinhood
WeBull
Crypto.com (offers many trading pairs)

אויך זענען דא פארשידענע Decentralized exchanges וואס ווערן מער פאפולער יעצט א שטייגער ווי Uniswap אדער Sushiswap.

צוריק צום ענין, איך זע נישט קוינבעיס זיין ווערט אין די הויעכע צענדליגער ביליאנען בלויז ווייל די יעצטיגע רעוועניו איז הויעך היות איך האלט נישט עס איז סוסטעינעבל. אפשר טאקע וועלען זיי קענען אויסבויען א אינפראסטרוקטור פאר קריפטא, אבער ווילאנג זיי טוען עס נישט האלט איך עס איז 'אווערוועליוד'.

סמבטיון » מיטוואך מאי 26, 2021 10:50 pm

· #473829
איך קיק אן דיפס ווי א באס וואס פארט ארויס פון איר בעיס, און אויפן וועג צו אנקימען צי איר דעסטינאציע פיקט זי אויף מענטשן, יעדע דיפ ברענגט נאך ארויף א נייע בעטש פון אינוועסטערס אויפן באס.. אז מען גייט מיט די מהלך איז עס אביסעל לייכטער אין די די רויטע טעג

סאנטיאגא » דאנערשטאג מאי 27, 2021 8:01 pm

· #473944
Nvidia Q1 earnings call
Fascinating stuff

די קאנפערענץ פאנגט זיך אן ביי 37:51

AI איז די פיוטשער! (אדער בעסער געזאגט די הווה) ספעציעל אינטערסאנט איז די natural language processing און די אנדערע עלעמענטן א חלק פון א גרעסערע אפעראציע גערופן בשם הכולל Nvidia inference platform ס'איז מורא'דיג וואס דאס קען אלס טוהן. געווען אין די נייעס נישט לאנג צוריק אז זיי האבן געמאכט א יד אחת מיט די US Postal service אין א פארזוך צו פארשנעלערן זייער פראצעדור און די רעזולטאטן קוקן אויס צו זיין גאר שטארק.

איך פערזענליך גלייך צו הערן די קאולס אפילו נישט אלעס פארשטיי איך, ס'איז ווי אונטערהערן א באורד מיטונג מיט די גרעסטע קעפ פונעם ביזנעס. ס'אינוועסט זיך פיל לייכטער ווען מ'קען עס מיטהאלטן פון די נאנט. רוב אינפארמאציע קען מען ליינען אינעווייניג אויך אויף די קאמפאני'ס אינוועסטער רילעשענס סייט

סאנטיאגא » דינסטאג דעצעמבער 7, 2021 7:30 pm

· #487557
וואס האלט דער עולם אויף masterworks?

האט איינער דא אינוועסטירט מיט זיי?

סאנטיאגא » דינסטאג דעצעמבער 7, 2021 7:41 pm

· #487559
סמבטיון
איך קיק אן דיפס ווי א באס וואס פארט ארויס פון איר בעיס, און אויפן וועג צו אנקימען צי איר דעסטינאציע פיקט זי אויף מענטשן, יעדע דיפ ברענגט נאך ארויף א נייע בעטש פון אינוועסטערס אויפן באס.. אז מען גייט מיט די מהלך איז עס אביסעל לייכטער אין די די רויטע טעג

גוט געזאגט! איי לייק.
און מענטשן שטייגן אראפ אויך ס'פארט ביידע וועגן. בענדזשאמין גרעהעם (ווארען באפעט'ס רבי) האט דאך שוין געזאגט:
The market is a pendulum that forever swings between unsustainable optimism (which makes stocks too expensive) and unjustified pessimism (which makes them too cheap). The intelligent investor is a realist who sells to optimists and buys from pessimists.

סאנטיאגא » דאנערשטאג מערץ 3, 2022 4:04 pm

· #496020
איינער האט עקספירענס מיט אינוועסטירן לאנג טערמינינג אין developing economies ווי די BRIC אדער נעקסט עלעווען עקענאמיעס?

סאנטיאגא » דאנערשטאג מערץ 3, 2022 4:37 pm

· #496023
פאליטיקאנט
סאנטיאגא
פאליטיקאנט
איך זע ממש נישט קיין סיבה צו אינוועסטירן אין Coinbase.

מיט וואס זענען זיי בעסער פון זייערער קאמפעטישען, און ווי אזוי גייען זיי ווייטער קענען בעטן אזוינע הויעכע Fees ווען רוב אנדערע לאזן שוין יעצט קויפן בחינם (פונקט ווי ראבינהוד האט צום סוף געמאכט אז אלע בראקערעדשעס זאלן זיך בייגן און אראפנעמען די קאממישענס) - און Fees איז 85% פון זייער רעוועניו!

אדרבה אויב איינער קען מיר אויפקלערן.

ווער פונקטליך איז די רוב? אדרבה, שיק אפאר נעמען וואס בעטן נישט קיין שום fees מ'רעדט פון א עפפ באזירט אין אמעריקע מיט א פארזיכערטע סאפטוועיר און א אינטערפעיס וואס קוקט נישט אויס ווי א ספעיס קאמפיוטער... איך בין נישט אנטציקט פון coinbase אבער איך האב נאכנישט אנטדעקט די אלטערנאטיוו
קודם כל אפי' אויב עס איז נישט דא יעצט, גייט זיכער זיין אין די נאנטע צוקונפט, אז עס איז מעגליך צו אפערירן מיט א פראפיט אן בעטן קאמישענס און fees גייען פארשטייט זיך זיין גענוג און נאך זיך צו כאפן.
****

בלויז א קליינע ליסטע פון קאמפאניס וואס לאזן שוין יעצט טרעידן קריפטא בחינם;
Robinhood
WeBull
Crypto.com (offers many trading pairs)

אויך זענען דא פארשידענע Decentralized exchanges וואס ווערן מער פאפולער יעצט א שטייגער ווי Uniswap אדער Sushiswap.

צוריק צום ענין, איך זע נישט קוינבעיס זיין ווערט אין די הויעכע צענדליגער ביליאנען בלויז ווייל די יעצטיגע רעוועניו איז הויעך היות איך האלט נישט עס איז סוסטעינעבל. אפשר טאקע וועלען זיי קענען אויסבויען א אינפראסטרוקטור פאר קריפטא, אבער ווילאנג זיי טוען עס נישט האלט איך עס איז 'אווערוועליוד'.

ראבינהוד זאל זיין געזונט האט טאקע ארויסגעשליידערט קריפטא טרעדינג פאר א וויילע אבער איז באגאנגען א שטערבליכע נארישקייט און נישט צוגעשטעלט קיין בערזלעך פארן ציבור פאר א לאנגע צייט. פאר אזא איינער ווי מיר וואס גלייבט אין די עתיד פון א קריפטא וואלוטע איז דאס טיפשות ביז גאר, איינס ווייל וויאזוי פונקטליך ברענג איך אריבער מיין אפענע פאזיציע פון שכם קיין דותן? צווייטנס אויב איז די גאנצע פוינט צו אינוועסטירן אין דיצענטראליזירטע וואלוטע, מיט די גאנצע קריפטא עקענאמיע וואס קומט דערמיט ווי DeFI, smart contracts און די רעשט, וואס האב איך דערפון אז איך קען עס נישט נוצן? אויב איז איינער נאר דארט פאר די רווחים, מיין איך ער קען פארדינען מער אין אפציעס.. אדער ביי די roulette table

דאס איז געווען אין אנהייב. לעצטנס הער איך האבן זיי יא wallets אבער זייער שלאבעריש אויפגעסעט. כ'ווארט שוין עטליכע חדשים אויפן waiting list און גארנישט.. איינס פון אזא 1.8 מיליאן באנוצער...

קהל'ס נער » דאנערשטאג מערץ 3, 2022 7:43 pm

· #496029
כ'בין נישט קיין גרויסע סינגעל-סטאק מבין, אבער זייט געווארענט פון ראבינהוד, די ביסט נישט זייער קאסטומער די ביסט די פראדוקט, זייער קאסטומערס זענען די גרויסע העדזש פאנדס, אזוי ווי ס'האט זיך שוין ארויסגעוויזען ביי פרשת געימסטאפ.

פאליטיקאנט » דאנערשטאג מערץ 3, 2022 8:59 pm

· #496038
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
קהל'ס נער
כ'בין נישט קיין גרויסע סינגעל-סטאק מבין, אבער זייט געווארענט פון ראבינהוד, די ביסט נישט זייער קאסטומער די ביסט די פראדוקט, זייער קאסטומערס זענען די גרויסע העדזש פאנדס, אזוי ווי ס'האט זיך שוין ארויסגעוויזען ביי פרשת געימסטאפ.
כמעט אלע בראקערעדזשעס זענען אזוי.

סאנטיאגא » פרייטאג מערץ 4, 2022 3:41 pm

· #496058
קהל'ס נער
כ'בין נישט קיין גרויסע סינגעל-סטאק מבין, אבער זייט געווארענט פון ראבינהוד, די ביסט נישט זייער קאסטומער די ביסט די פראדוקט, זייער קאסטומערס זענען די גרויסע העדזש פאנדס, אזוי ווי ס'האט זיך שוין ארויסגעוויזען ביי פרשת געימסטאפ.

דו רירסט אן אין האקעלע נישט פארהיילטע וואונדן.. אפי' אן יענע מעשה האבן זיי שוין געהאט העקערייען, outages crashes, שווערע עס. אי. סי. קנסות, שוואכע קאסטומער סופארט, ועוד אבער וואס איז די אלטערנאטיוו? אונטערשטע שורה; ס'רוקט זיך נישט אזוי טויזנטער דאלארן צו א צווייטע פלאטפארמע. ווער ס'האט אנגעהויבן דארט איז אביסל שטעקן. די איינציגסטע סאלושן לכאורה איז מאי דהוה הוה און אנהייבן פון דאסניי מיט א צווייטע בראוקערידזש. (און פאסיבלי אריינקויפן פאר א העכערע פרייז ווי ארגינעל) אבער דאס מאכט זאכן קאמפליצירט, סיי אין every day life און אויך ווען ס'קומט צו שטייערן.

מיט אלע פראבלעמען און סלאפינעסס למעשה פראוויידן זיי דעם קאסטומער מיט א סאליד אינטערפעיס וואס קען לדעתי רוהיג קאמפיעטן מיט פידעליטי, טשארלס שוואב, טידי, און אוודאי webull און UI איז עפעס וואס מענטשן וועלן נוצן אפילו אויב ס'איז נישט די מערסט פארזיכערט צו ארגענעזירט. קוק אן וואטסעפפ, ס'איז א חריק פון א עפפ זייט זאגערבערג האט עס אפגעקויפט, גרופעס זענען פיל מיט חזיריי, און א מנהל קען טוהן זערא עס אפצושטעלן, דאס מיינט אז ספעם גייט זיך קיינמאל נישט אויפהערן פשוט, ווייל אז מ'ווערט נישט באשטראפט וועט אלס זיין פרישע ספעם (אנדערש ווי טעלעגרעם וואס מ'קען יענעם רעפארטן און יענער ווערט געלימיטד פאר א וואך, און דו קענסט עס שנעל פארמעקן.) קיינער טראסט אים נישט ווען ער שרייט ס'איז ענקריפטעד. מיט דעם אלעם איז ער נומבער 1 אין מעסעדזשינג פארוואס? ווייל מענטשן ווילן סימפליסטי איבער אינטעגריטי.

פאליטיקאנט » זונטאג מערץ 6, 2022 3:26 am

· #496100

עס איז גאר גרינג צו טוישן אן דארפן אנהייבן פון דאסניי.

יעדע בראקערעדזש גיסט די אפציע צו דורכפירן א ACAT טראנספער וואס דאס פירט אריבער די גאנצע אקאונט צו נייעם בראקערעדש (אן דארפן פארקויפן עפעס), עס נעמט בערך א וואך.
-ראבינהוד האט א $75 Fee, אבער כמעט יעדער בראקערעדש איז גרייט דאס צו באצאלן.

אמת ראבינהוד האט א סימפל און גרינגע פלאטפארמע, אבער למעשה דארף נישט קיינער סימפליסיטי ווען מען אינוועסט, עס איז נישט אן עפפ וואס איז געמאכט צו נוצן יעדע טאג, סך הכל דארפסטו פארשטיין וויאזוי צו קויפן און פארקויפן.

סאנטיאגא » דאנערשטאג מערץ 10, 2022 9:31 pm

· #496368
שכח פארן מיטטיילן. און ס'איז פארזיכערט אן קיין גליטשעס? אויב קאנסידר איך עס מוז עס קלאפן 100% אפשר שיקסטו מיר אפאר ריסאורסעס אין אישי?

קיינער נישט? רעד פאר דיר... לאנג טערם מאכט נישט אויס, אבער אויב שפילט מען זיך רעגלמעסיג מיט אפשנס און דעי טרעידס, צו סתם מ'ליינט זייערע נייעסלעך העלפט עס זיכער צו.. און גיב זיי קרעדיט ווי ס'קומט זיי, די טראדיצינאלע בראוקערידזשעס זאלן זיך טאקע אפלערנען. אמאל האט עס נישט אזוי שטארק אויסגעפעלט וויי ווייניגער מענטשן האבן אינוועסטירט און ווער יא האט עס נישט אקטיוו געמענעדזשט. אנדערש איז אבער היינט ווען יעדע שמויגער שפילט זיך אינעם מארקעט איז דא א שטארקע פארלאנג. די יונגערע חברה וועלן לויפן צו פובליק, און צו עקארנס פאר זיי קומען צו טידי און שוואב. זעהסט דאך זיי האבן געווינען אויפן קאמישען פרי פראנט, איך זעה נישט פארוואס דאס איז אנדערש...

סאנטיאגא » דאנערשטאג מערץ 10, 2022 9:42 pm

· #496369
מענין לענין, לעצטנס נוץ איך א רעלאטיוו נייע עפפ וואס דזערמי לעפערברעוו מיט גרעהעם סטעפען ארבעטן יעצט אויף, זיי רופן עס עפעס אויסגעהונגערטע קוה, (איך ווייס נישט...כ'האב זיי געזאגט ס'איז נארישע נאמען זיי האבן זיך געהאלטן ביי זייערס) ס'איז גאנץ פריינטליך. וואס האט מיך געצויגן דערצו איז די פאקט אז מ'קען הערן קאלס אלעס אין די עפפ פונקט ווי דו הערסט א פאדקעסט און דו דארפסט מער נישט עקסטער אויפסיינען צו יעדע פארדינסטן קאל, איטליכער קווארטל, פון יעדע סטאק וואס דו קויפסט אדער טראכסט פון קויפן. אלעס זיצט שיין מסודר דארט, אז מ'גיט א זוך אויף סיי וועלכע טיקר קען מען וועלן צווישן די אפציעס צו הערן קאלס, מ'קען נארמאל מישן און ארויסגיין פונעם עפפ און ס'שפילט ווייטער. אה ברכה צו מאכן. איך האב נישט די צייט אלעס מיטצוהאלטן אבער ווען ס'קומט מיר יא אויס צו געבן א הער וואס טוט זיך, מיר פערזענליך האט עס פארגרינגערט דאס לעבן.

דא איז א לינק

פאליטיקאנט » פרייטאג מערץ 11, 2022 5:06 am

· #496394
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
סאנטיאגא
שכח פארן מיטטיילן. און ס'איז פארזיכערט אן קיין גליטשעס? אויב קאנסידר איך עס מוז עס קלאפן 100% אפשר שיקסטו מיר אפאר ריסאורסעס אין אישי?

הונדערט פראצענט פארזיכערט (פונקט ווי א געהעריגע ACH).
סאנטיאגא

קיינער נישט? רעד פאר דיר... לאנג טערם מאכט נישט אויס, אבער אויב שפילט מען זיך רעגלמעסיג מיט אפשנס און דעי טרעידס, צו סתם מ'ליינט זייערע נייעסלעך העלפט עס זיכער צו.. און גיב זיי קרעדיט ווי ס'קומט זיי, די טראדיצינאלע בראוקערידזשעס זאלן זיך טאקע אפלערנען. אמאל האט עס נישט אזוי שטארק אויסגעפעלט וויי ווייניגער מענטשן האבן אינוועסטירט און ווער יא האט עס נישט אקטיוו געמענעדזשט. אנדערש איז אבער היינט ווען יעדע שמויגער שפילט זיך אינעם מארקעט איז דא א שטארקע פארלאנג. די יונגערע חברה וועלן לויפן צו פובליק, און צו עקארנס פאר זיי קומען צו טידי און שוואב. זעהסט דאך זיי האבן געווינען אויפן קאמישען פרי פראנט, איך זעה נישט פארוואס דאס איז אנדערש...

איינער וואס שפילט רעגלמעסיג דארפט הערשט נישט קיין פלאטפארמע ווי ראבינהוד, אזא איינער דארף דוקא יא א מער קאמפליצירטע אבער פונקציע רייך פלאטפארמע וואס גיבט מער טעקניקעל (און פונדאמענטאלע) געצייג, נישט קיין ארימע און שטייטע סאפטוועיר ווי ראבינהוד.
סאנטיאגא
מענין לענין, לעצטנס נוץ איך א רעלאטיוו נייע עפפ וואס דזערמי לעפערברעוו מיט גרעהעם סטעפען ארבעטן יעצט אויף, זיי רופן עס עפעס אויסגעהונגערטע קוה, (איך ווייס נישט...כ'האב זיי געזאגט ס'איז נארישע נאמען זיי האבן זיך געהאלטן ביי זייערס) ס'איז גאנץ פריינטליך. וואס האט מיך געצויגן דערצו איז די פאקט אז מ'קען הערן קאלס אלעס אין די עפפ פונקט ווי דו הערסט א פאדקעסט און דו דארפסט מער נישט עקסטער אויפסיינען צו יעדע פארדינסטן קאל, איטליכער קווארטל, פון יעדע סטאק וואס דו קויפסט אדער טראכסט פון קויפן. אלעס זיצט שיין מסודר דארט, אז מ'גיט א זוך אויף סיי וועלכע טיקר קען מען וועלן צווישן די אפציעס צו הערן קאלס, מ'קען נארמאל מישן און ארויסגיין פונעם עפפ און ס'שפילט ווייטער. אה ברכה צו מאכן. איך האב נישט די צייט אלעס מיטצוהאלטן אבער ווען ס'קומט מיר יא אויס צו געבן א הער וואס טוט זיך, מיר פערזענליך האט עס פארגרינגערט דאס לעבן.

דא איז א לינק
נאך א גאר גוטע עפפ דערפאר
<a class="postlink" href="https://quartr.com/">https://quartr.com/</a>

סאנטיאגא » מיטוואך אוגוסט 17, 2022 6:59 pm

· #506630
Proctor & Gamble איז א שטארקע וועליו סטאק. זיי אוינען די האלבע פארמאסי, בעסיקלי יעדע אייטעם אין דיין ביהכ"ס ווי למשל Crest, Oral-B, Pampers, Luvs, Pantene, Head & Shoulders, Febreze, Mr. clean זיי האבן אויך Gillette און די דיטערדזעשנט פאבריצירער Tide און Gain און נאך אסאך

יעצט אז די עקאנאמיע איז אין א רעסעסיע/סלאודאון - וויאזוי מ'וויל עס אנרופן - קלער איך איז א געדאנק עס צו קאנסידערן, סיי פאר די בלו טשיפ סטאביליטעיט וואס ס'פארמאגט, און סיי ווייל ס'איז א גג על גג דייווערסיפיקעישן פלעי, 1) פאר דיר אין דיין פארטפאליאו ווען אנדערע סעקטארס זענען דיפרעסט 2) זיי אליינס זענען אויך דייווערסיפייד אין אפאר סעגמענטס, פון האום קעיר צו סקין קעיר, מעיקאפ, אביסל פארמעסוטיקלס ועוד. זיי האבן אפשר נישט די העכסטע געינס אין שטאט, אבער דיוועדענדס העכערן זיי שוין 66 יאר (!) און דאס ווייזט אויף שיינע קאנסיסטענסי.

די קעשפלאו איז טאקע נעגעטיוו אבער דאס מיינט לכאורה אז אסאך קעפיטעל ווערט ארויסבאצאלט פאר שעירהאלדערס אדער אינוועסטירט צוריק אין די ביזנעס. אבער פארדינסטן און א גוטע באלאנס שיט פארמאגן זיי, ס'איז א טראפעלע אווערפרייזט אבער נישט געפערליך.

ס'שטימט אויך מיט ווארען באפעט'ס באקאנטע פילזאפיע פון אינוועסטן אין זאכן וואס מ'פארשטייט, בארינג קאמפעניס זענען זייער אטראקטיוו פאר וועליו אינוועסטערס, די מער קאמפליצירט א ביזנעס איז די שווערער איז צו דערגיין וואס די אויסזיכטן זענען אז ס'זאל ווייטער וואקסן. און ס'מאכט אן סטרעס. אבער איין זאך קען מען זיין זיכער: נישט קיין חילוק ווי ביטער אן עקאנאמישע שיקזאל זאל נאר זיין, קיין איין טראפן שאמפאו אדער ציין-פיץ וועט נישט געשפארט ווערן... און מ'קען עס טאקע באמערקן אין זייערע פארדינסטן אין 2020

דאס איז נישט קיין פינאנציעלע באראט, נאר מיינע בייסעסיס. קיינמאל קויף נישט אן קיין אייגענע אנאליזירונג

סאנטיאגא » פרייטאג אוגוסט 19, 2022 4:18 pm

· #506823
[ציטאט אראפגענומען]
אז דו עגריעסט קענסטו אלס עגריען מיט א לייק לאו דוקא דארפסטו ענטפערן אויך 😂

מ'ווערט נישט יונגער און ווען די מארקעט איז צוציפט און צעטרייסלט שפירט מען עס גוט, כ'האב בעצם אלס געהאלטן פון וועליו, כ'האב נאר נישט גוט ארויסגעהאט אזוי ווייט fundamental analysis און לעצטענס האב איך מיר צוריק אריינגעווארפן אין דיוועדנד growth אינוועסטינג בין איך מער אויף די lookout פאר די אריסטאקראטן.

פאליטיקאנט » פרייטאג אוגוסט 19, 2022 5:07 pm

· #506831
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
[ציטאט אראפגענומען]
די שאלה איז נאר וויאזוי זיי העכערן דיווידענס פאר הונדערט יאר ווען די קאמפאני האט זיך געעפנט 60 יאר צוריק?

סאנטיאגא » פרייטאג אוגוסט 19, 2022 5:23 pm

· #506834
פאליטיקאנט
[ציטאט אראפגענומען]
די שאלה איז נאר וויאזוי זיי העכערן דיווידענס פאר הונדערט יאר ווען די קאמפאני האט זיך געעפנט 60 יאר צוריק?

סאנטיאגא » פרייטאג אוגוסט 19, 2022 5:26 pm

· #506835
@אנאנים Wow דאס איז זייער שיינע מארדזשינס. אין דורכשניט הייסט א גוטע פראפיט מארדזשין צווישן 10% און 20% איז אויף דעם פראנט שטייען זיי גוט, די בעיה פאר מיר פערזענליך (און מ' קען האלטן אנדערש) איז די קאנקורענץ, ווייל פאקטיש איז האום דיפאוט א שטארקע קאמפעטישן וואס עסט אריין אין לאו'ס מארקעט פוטפרינט ביגטיים, איך דארף עס איבערקוקן אבער לעסט טיים איי טשעקד, האט האום דיפאוט אסאך חובות, אבער דאך האט מיר עפעס נישט געפאלן אז לאו'ס צאלט נאר קוים איין פראצענט, בעת וואס HD צאלט שוין איבער צוויי. 1.90 פער שעיר respectively אבער מ'קען פונקט אזוי טענה'ן אז דער רייזע איז נאך לאנג פאר לאו'ס וואס איז מסתם א דריטל די ווערט פון HD

איך קוק געווענליך מער אויף די העכערע דיווידענד ביגשאטס 3-6% און ארויף

סאנטיאגא » מיטוואך נאוועמבער 30, 2022 3:25 pm

· #513070
אט איז א ליסטע פון הויעכע דיווענדענד צאלנדע סטאקס וואס העכערן שוין זייערע דיוועדענדס פאר כאטש צען יאר נאכאנאנד. עטליכע וואס איך האב געקויפט אדער קלער פון קויפן און עטליכע וואס איך האב דורכגעזיפט פון אסאך גראבן, מאך דיין אייגענע ריסורטש פאר דו טוסט עפעס!

Costco - CST
Starbucks - SBX
Merck - MRK
Chevron - CVX
Broadcom - AVGO
Lazard - LAZ
3M - MMM
Home Deopt - HD
Lowe's - LOW
Next Era Energy - NEE
Emerson Electric - EMR

ס'איז דא נאך צענדליגע נעמען, יעדע מיט אירע מעלות און חסרונות. איך האב מיר געמאכט א חומרא אז איך קויף נישט סתם א סטאק וואס האט נישט גע'פראוו'ט קיין ריטורנס איבער די לעצטע פינף יאר אויף די סטאק זעלבסט, ווייל זי באלוינט אירע שעירהאלדערס דארף איך זיי נאכנישט פארטרויען מיט מיין אויסגעהארעוועטע געלט, אבער דאס איז א טייט ראופ צו באלאנסירן, ווען זייער אסאך געזונטע דיווידענד צאלערס זענען נישט די שענסטע פארדינערס. (slow growers)

אויך איז וויכטיג צו קוקן אויף די payout ratio פון די קאמפעני, ווייל ס'צאלט שוין ארויס דיוועדענד פאר א וויילע מיינט נישט אז ס'גייט קיינמאל נישט ווערן געשניטן אדער גענצליך אפגעהאקט. אויב איז עס הונדערט פראצענט אדער מער איז דאס נישט קיין גוטע סימן! ווייל דו ווילסט דאך די קאמפעני זאל אהיימברעגנען עפעס פרנסה אויך און נישט אוועקטיילן אלעס פאר צדקה and then some דארף מען געבן א שנעלע קוק אויף וויפיל פראצענט פון פרי קעש-פלאו ווערט ארויסבאצאלט פאר שעירהאלדערס. די אנגענומענע מאדל איז צווישן 35% און 60% דאס איז גאנץ sustainable. אמאל שטייט אז יעצט איז עס הויעך, אבער אנאליסטן שאצן אז ס'גייט זיך סטאביליזירן קומענדיגע קווארטל. און אנאליסטן זענען בערך ווי פאולס; זיי ווייסן נישט אלס גענוי וואס זיי רעדן, אבער די פאראויסשאצונגען זענען נישט אבי געשאסן אויך נישט.

ס'איז דא א טוץ פון דיוועדענד טרעקינג זייטלעך וואס רוב קאסטן געלט, וואס לוינט זיך לכאורה נאר אויב איר ווילט זיך ערנסט אריינלייגן אין dividend growth investing אבער פאר אומזינסט קען מען נוצן http://www.dividend.com אדער http://www.marketbeat.com מ'דארף נאר מאכן אן אקאונט אז נישט לאזן זיי נישט צו נאך עטליכע זוכענישן. הצלחה!

פאליטיקאנט » מיטוואך נאוועמבער 30, 2022 9:24 pm

· #513103
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
די 'עקשאן' פון די מארקעט די לעצטע שטיק צייט (ובפרט היינט) איז גאר פאזיטיוו.
אויב דאס האלט אן אין די גאר נאנטע צוקונפט, דאן ליגן גרויסע אפפארטוניטיס פאראויס.

ארויס קומענדיג פון א שטארקע בער מארקעט זענען אלס דא געוויסע (נייע) קאמפאניס וועלכע וואקסן גאר שטארק, נאר זענען פשוט אראפגעהאלטן געווארן אין פרייז דורך די פרעשור פון די אוועראלל מארקעט, און יעצט קענען זיי ארויפשיסן גאנץ שנעל.

(קויפן די אלטע באקאנטע סטאקס וועלכע האבן שטארק געטראסקעט און זעען אויס "ביליג" ווי עמעזאן און פעיסבוק לוינט זיך נישט געווענליך)

די אוועראלל מארקעט האלט איך גייט זיך נישט רוקן אסאך אין די קומענדיגע יאר צוויי, אינוועסטן אין אינדיווידועלע סטאקס וועט זיין די שליסל צו געזונטע רעטורנס.
אבער דאס איז נאר מיין אפיניאן, און מיינונגען באצאלן נישט.

פארשטייט זיך די עקאנאמיע איז גאנץ שוואך און א רעסעסיע איז לכאורה דא / גייט קומען, אבער די מארקעט קוקט פאראויס און נישט יעצט.

סאנטיאגא » זונטאג דעצעמבער 4, 2022 6:24 pm

· #513341
[ציטאט אראפגענומען]
הארצן גערן.

ריעטס זענען שוין מסלתו ומשמנו פון די רעבישע ראטעס אין די עולם הדיווידענדס, איך האב עס נישט דערמאנט ווייל טאקע אסאך ריעטס זענען למעשה רויט, א שטייגער ווי O REALTY און סיימאן פראפערטי גרופ - א ריעט וואס האט אסאך malls און האט דערלייגט די וועש אין די פאנדעמיע. SPG צאלט דווקא זייער שיין, ס'איז גארנישט אזוי אוועקצומאכן, אבער איך פערזענליך בין זיך מונע פון טאן דעם סטראטעגיע פון אויסברייטערן מיין פאזיציע בקביעות מיט אזא סארט סטאק ווייל ס'איז דאך די מארקעט, נישט קיין באנק. אבער איך האלט זייער פון ריעטס.

איין ריעט וואס איך האב יעצט אין מיין פארטפאליא איז Prologis זיי זענען די גרעסטע אינדוסטריעל ריעל עסטעיט קאמפעני אין די וועלט. די פונדעמענטאלן זענען קנאקעדיג, ממש א נחת צו קוקן: 3.5 ביליאן אין קעשפלאו, 58 ביליאן אין עססעטס אין פארגלייך צו נאר 20 אין הלוואות. וואס איז זייער סטאביל. און א פראפיט מארדזשין פון 68%!! א דורכשניטליכע קאמפעני האט אומגעפער 15 ביז 25 און 30 הייסט שוין אסאך. זיי פארמאגן צום היינטיגן יאר א חשבון פון קרוב צו פינף טויזנט פראפערטיס מיט איבער א ביליאן סקווער פיס פון קאמערשל ספעיס(!) סערווירנדיג איבער 5,800 טענענטס אויסגעשפרייט צווישן אמעריקע, מעקסיקא, אזיע, און אייראפע. זייער גרעסטע קליענט איז נישט קיין צווייטער ווי עמעזאן, ווי אויך דינגט ביי זיי ,UPS, FedEx, Wal-Mart, Home Depot און Pepsi

איך קלער א סברה, אויב זענט איר ווי מיר און איר גלייכט דייווערסיפיקעישן עקראסס אנדערע מארקעטס, Prologis איז טאקע בעיקר קאמערשל ריעל עסטעיט, אבער דאס אז זיי זענען צוזייט און צושפרייט איבער די וועלט איז א שעירהאלדער אין זייער סטאק טעקניקלי עקספאוזט צו אינטערנאצינאלע עקאנאמיעס, וואס איז זייער א געזונטע אינוועסטמענט סטראטעגיע.

אויפן לעצטן קאל אנהייב דעם קווארטל האבן זיי געמאלדן די acquisition פון Duke Realty א נאצינאלע ריעט מיט לאקאציעס אין עטליכע סטעיטעס פאר 23 ביליארדן און פרישע 500 קליענטן. דאס מיינט 1) אז זייער דימענד וואקסט און 2) אז זיי האבן גענוג געלט צו גיין איינהאנדלען פרישע ספעיס צו סערווירן די קונדן און אזוי ארום אויסברייטערן זייער פוטפרינט.

סאנטיאגא » דאנערשטאג דעצעמבער 8, 2022 5:49 pm

· #513538
[ציטאט אראפגענומען]
מיין לעצטע אונטערשריפט איז געווען פון קיאסאקי.

‌"The rich don't work for money, they get money to work for them"

אגב איך האב א לאנגע ארטיקל 85 פראצענט פערטיג איבער Rich Dad Poor Dad. שכח פארן דערמאנען 👍

סאנטיאגא » פרייטאג מערץ 10, 2023 5:25 pm

· #518403
איין אינוועסטמענט קאטעגאריע וואס איז היבש underdiscussed איז "עמערדזשינג מארקעטס" כ'האב עס שוין געהאט דערמאנט אין מיין טעלעגראם גרופע. ס'איז זייער אן אינטערסאנטע סארט אינוועסטמענט, נישט אויף צו טיימ'ן די מארקעט אדער ביטן די S&P באט ווער ס'האט נאך א 10+ יאר געדודלד און צייט צו זיצן דארף דאס זיין אן ערנסטע עסעט קלעס צו קאנסידערירן.

ס'איז דא גאנצעטע מעטריקס אין די פינאנציעלע/אינוועסטמענט בענקינג וועלט וואס מיינט נאך "עמערדזשינג" (a work in progress) און וואס הייסט שוין "דעוועלאפד" ס'איז דא א ראשי תיבות BRIC בראזיל, אינדיע, רוסלאנד, און כינע, שפעטער איז דא פון גאלדמאן סאקס די next eleven ליסטע וואס אנהאלט לויט זיי די נעקסטע עלף עקענאמיעס וואס איז ווערט צו האלטן א נאנטן אויג.אויב א לאנד ווערט מער סטאביל ווערט עס אפגרעידעד צו א דעוועלאפד מארקעט, אדער א frontier market

אפסיידס
ערשטנס, אלס א דיווידעדנד זענען א גרויס טייל פון אינטערנאצינאלע עי.טי.עף'ס אין די צוויי אהאלב ביז פיר אהאלב % רעינדזש. מ'ברויך נאר פארזיכטיג זיין מיט אנאליזירן עקספענס רעשיאוס.

די צווייטע און עיקר טיסעס פון אינוועסטירן מעבר לים איז diversifying across (1. Asset classes (2. Economies צו מינימיזירן volatility און פארלוסטן. נארמאלערהייט זענען עמערדשינג מארקעטס בפרטיות, און אינטערנאצינאלע מארקעטס בכלליות, אנקארילעיטעד מיט די אמעריקאנע, און דאס מיינט אז ווען דא איז גרין קען דארט זיין רויט און פארקערט. פארשטייט זיך גארנישט איז נישט גאראנטירט אבער מ'רעדט דאך. סא אז דו ווילסט אפסעטן ריסק קען דאס זיין גאר א וויכטיגע עסעט קלעס. יעצט אויב וועט מען קאמפעירן אמעריקאנע אויסגערופענע בלו טשיפ נעמען וועט מען זעהן גאנץ א גרויסע חילוק אין ריטורנס, פאר די לאנג טערם (נישט אז איך טראכט אז איך האב דא צוטוהן מיט אזעלכע מינע אינוועסטארס, אבער כ'שמועס עס נאר אויס) קען זיך טראכטן מעעה, בעעה, פעעעע.. דאס הייסט ריטורנס?! קוק מייקראסאפט, און קוק כ'ווייס דארט לאקהיד מארטין אין די זעלבע טיים-פרעים, נאר 65% אין צען יאר? חחחחח (מאך אוועק מיט די האנט) פארשטייסט? דער אמעריקאנער איז שוין געספוילט מיט בעסערס קען אים זיין שווערער צו זעהן די ווערט פון א צווייטע מארקעט, וואס איז נאכנישט אזוי געצייטיגט ווי אן אמעריקאנע fortune 500 קאמפאני, און האט נאך א לענגערע וועג צו גיין. יעצט מ'דארף פארשטיין א פוינט בנוגע אינוועסטירן אינטערנאצינאל: איר מעלה איז איר חסרון, ווייל ס'איז נאך א יונגערע עקענאמיע מיינט אז זענען נאך א טראפעלע אנפרעדיקטעבל, און ווייל ס'איז נאך א יונגערע עקנאמיע מיינט אז זייער REAL GDP GROWTH איז מער אטראקטיוו ווי אמעריקע למשל, ווייל זיי האלטן יעצט ווי אמעריקע האט געהאלטן בערך אין 1965 ד.ה. אז אזא עקענאמיע ווי כינע אדער ווי טיילאנד, אדער ווי סאודי אראביע די עקנאמיעס האבן זיך מאדערניזירט און ספעציפיש, אינדוסטריליאיזירט יארן נאך די פאראייניגטע שטאטן, האבן זיי גאר א גוטע אדווענטעדזש איבער אונז, ווייל וויפיל אמעריקע'ס עקנאמיע גייט נאר וואקסן, ס'גייט שוין נישט ארויפגיין קיין 5% אדער 7% א יאר. איז דו קויפסט אזא עי.טי.עף. ביזטו אטאמאטיש עקספאזירט צו אזא פעטן וואוקס.

ס'איז ענליך צו אינוועסטירן אין א סמאל קעפ סטארט-אפ ווערסוס אינוועסטירן אין מייקראסאפט, א יונגע קאמפאני איז פארשטייט זיך גאר א הויעכע ריזיקע, אבער אז דו ביזט אויפן רייד פון גאנץ אנפאנג, גייסטו מיטשטייגן פיל פיל העכער ווי ווען יעדע העדליין שרייט מיט קידוש לבנה אותיות !!!buy buy buy!!!

פארשטייט זיך נישט אריינווארפן אלע אייער אין איין קארב. אבער א צען ביז פינף און צוואנציג פראצענט (ווענדט זיך אין אייער ריסק טאלאעראנץ) קען זיך שיין אויסצאלן. מ'קען א שטייגער אינוועסטירן אויף אן עפפ ווי Wealthfront וואס איז א ראבא-עדווייסער, זיי האבן גאנץ אסאך פון אינטערנאצינאלע ETF'ס מער זענען שוין דעוועלאפד, מ'קען זוכן פאר אדער MSCI פון מארגען סטענלי. למשל אויב דו ווילסט זיין עקספאוזט צו לאמיר זאגן שפאניע, מאכסטו א search פאר Spain און זיי זאגן דיר צו זיי האבן אן אפציע עוועילבל. איינמאל דו לייגסט עפעס צו וועט דער סיסטעם שוין אליינס דיסטריביוטן דיינע קאנטריביושנס אהין, די נעקסטע מאל דאס געלט קומט אריין אין די אקאונט. מ'קען דארט טרעפן, דענמארק, יונייטעד ערעב עמירעטס, דענמארק, נעדערלאנדס, וכו' קענסט עס אייביג עדזשאסטן די פערצענטן זיכער צו מאכן דיין פארטפאליא איז נישט צו אווער-עקספאוזט.

ריסקס
currency devaluation & fluctuations א נייע גאווערמענט, geopolitical tensions שוואכע סטאנדארטן אין רעגיולעישנס און/אדער lack of transparncy זענען וויכטיגע כלללים צו נעמען אין באטראכט. און פארשטייט זיך קיינמאל נישט אפירזוכן קיין סינגל סטאק אין אזעלכע פלעצער נאר קויפן אינדעקסעס.

נאך א ריסק איז, ס'איז אביסל אזוי ווי קריפטא, ס'קען אדער ארויפשיסן אדער זיין טויט פאר נאך זעכצן יאר. קיינער ווייסט נישט ווילאנג. אבער דא איז דא פונדאמענטאלן. אן אינוועסטמענט באנקיר וועקט זיך נישט אויף איין זונטאג אינדערפרי און באשליסט אז טערקיי איז א נייע אינוועסמענט, ס'האט חשבונות צו זיך, טרעקן פאפולאציע וואוקס, gdp per capita ווייטער נאך אלס נישט קיין גאראנטי.

קאנקלוזיע דאס איז נאר אויסגעשמועסט פאר אינפארמציע, דאס איז נישט קיין עדווייס, און איר זענט פאראנטווארטליך פאר אייער אייגענע החלטות.

סאנטיאגא » מוצ"ש פעברואר 3, 2024 8:44 pm

· #547932
Re: נייעס פון סטאק מארקעט

דעס איז פיטער לינטש, א גאון אין אינוועסטמענטס. אין זיין קאדענץ פון 13 יאר האט ער גענומען 18 מיליאן און געמאכט דערפון 14 ביליאן. אין אן עווערעדזש פון 29% פער יאר

איך רעקאמאנדיר שטארק זיין בוך One Up On Wall Street וואס איז שטארק אויפגעכאפט אין די וואל סטריט וועלט, ער איז א היבשע תלמיד פון באפעט אבער מער מיט א יונגערע בליק, ער האט ריטייערד פון פידעליטי אין די ניינדיס און האט נאך מיטגעלעבט די מארקעט אין די דאט קאם באבל. באפעט און מאנגער זענען מער כאניאקיש מיט געוויסע טפשות וואס זענען גאר עקסטרעם ווי למשל אוועקמאכן דייווערסיפיקעישן, קויפן נאר וואס מ'ווייסט פיטער איז אסאך מער down to earth ווי מ'זאגט און האט באוויזן צו ביעטן באפעט לייזנדיג א נישטיגע 2800% אין זיין קאריערע בעת ווען באפעט האט נאר געמאכט 2200% אין די זעלבע צייט.

איך בין נאכנישט קיין באפעט, אבער איך קען זאגן אז מיט נישט צילן צו ביטן די מארקעט און מ'זאל נישט זוכן צו ביטן אבער ווען מ'קען ביטן און מיט שיינע חילוק פון 7 פראצענט לאכט זיך בעסער אפ פון די אלע כאניאקישע "קויף נאר די אינדעקס פאנד" גאספלס...

באפעט איז נישט קיין נאר, אבער ווי מער איך ליין אויף אים זעה איך ווי איך וויל נישט ממש זיין אים, איך האף נאך יא צו ווערן רייך פאר איך ווער 65...
און דאנט געט מי ראנג, פיטער האט אויך געמאכט זיין שעיר פון גרייזן, און ער שעמט זיך נישט מיט זיי, ער נעמט. דוקא אקאונטיביליטי פאר זיי אינעם בוך. ער איז לאו דוקא אקעגן באפעט, ער גייט נאר מיט א מער גרינטליכערן בליק בנוגע פאנדימענטל אנאליסעס און האלט אז יעדער קען פארשטיין די געים אויב איז מען וויליג אריינצולייגן די צייט, ווען באפעט איז ביזי זאגן, כ'ווייייס נישט איך פארשטיי נישט, קויף קרעפט היינז קעטשאפ מיט גייקאו... און קאוקע קאולע אויך מעכטיגע סטאק. אנדערע זאכן פרעג מיך נישט. אלטע זיידע! העלא? מ'טאר נישט נעמען אביסל מער ריסק ווי דעם נאר ווייל באפעט האט אזוי געזאגט? גיי טענה דיך.
בלאט: 1 2 3 4 5 6