☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » נייעס פון סטאק מארקעט

נייעס פון סטאק מארקעט

279 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #536
בלאט: 1 2 3 4 5 6

לעמיל » מיטוואך מאי 23, 2012 1:06 pm

· #14445
וי האלט פעסבוק?? מצליח?

שמואל הלוי » מיטוואך מאי 23, 2012 1:21 pm

· #14456
לעמיל
וי האלט פעסבוק?? מצליח?

מה-דאך פארן כינוס האט עס נישט מצליח געווען, איז דאך א כ"ש אז יעצט.

שמואל הלוי » מיטוואך מאי 23, 2012 3:51 pm

· #14484
שמואל הלוי
און היינט איז עס גאר שלעכט.

יעצט איז א ריזיגע חילוק פון צופרי, שטארקע שינוי לטובה.

שמואל הלוי » מיטוואך מאי 23, 2012 3:53 pm

· #14486
אין אנדערע נייעס, אויל איז נאך אביסל געפאלן און האלט ביי 90 א פעסל.

שמואל הלוי » מיטוואך מאי 23, 2012 3:56 pm

· #14488
שמואל הלוי
שמואל הלוי
און היינט איז עס גאר שלעכט.

יעצט איז א ריזיגע חילוק פון צופרי, שטארקע שינוי לטובה.

ס'האט געשאדט א עין הרע זעהט אויס 😲

ס'פאלט צוריק... אבער צופיל קען עס שוין נישט פאלן היינט היות ס'איז שוין אט אט 4:00.

שמואל הלוי » דאנערשטאג מאי 31, 2012 3:38 pm

· #15343
שמואל הלוי
אין אנדערע נייעס, אויל איז נאך אביסל געפאלן און האלט ביי 90 א פעסל.

געפאלן נאך אביסל, אצינד האלט עס ביי 86.

משה געציל » פרייטאג יוני 1, 2012 10:56 am

· #15446
טאטאלער כאאס היינט אויפען מארקעט די דאו איז נידריגער מיט איבער 200 פונקטען, אויל איז ביי $83 אין טשענידש, אלטס צו פארדאנקען די דזשאבס ריפארט וואס איז ארויס געקומען היינט אינדערפרי וואס ווייזט אז דו מארקעט האט צו געזען אין מאי בלויז 69,000 דזשאבס, און ווי אויך איז די ציפערען פון אפריל איבערגעמאכט געווארען פון 115,000 אראפ צו 77,000, וואס דאס איז ווייט פון די לכה"פ 200,000 דזשאבס וואס פעלט זיך אויס עס זאל צוקומען חודשליך אין א געזונטע עקענאמיע, אוודאי נאך א רעסעסיע וואס פעלט זיך אויס נאך מער פאר א פולקאמער ערהוילונג.

שמואל הלוי » פרייטאג יוני 1, 2012 11:00 am

· #15448
אין אנדערע נייעס; גאלד איז גאר שטארק ארויף היינט (לעת עתה מיט איבער 50 דאלער א אונס מער ווי נעכטן), און זילבער איז ארויף מיט נאך א דאלער פער אונס.

שמואל הלוי » מיטוואך יוני 6, 2012 11:05 am

· #16412
היינט איז זייער א גוטע טאג אויפן מארקעט, אלע דריי אינדעקסן זענען כרגע איבער אנדערהאלבן פראצענט העכער.

שמואל הלוי » מיטוואך יוני 6, 2012 4:14 pm

· #16469
די טאג האט זיך געשלאסן מיט גאר גינסטיגע רעזולטאטן אויפן מארקעט.

אלע דריי אינדעקסן האבן געגעינט מיט קרוב צו צוויי א האלב פראצענט, און איז געווען די צווייטע בעסטע טאג אויפן מארקעט אום יארע 2012.

gehlungen » מיטוואך יוני 6, 2012 6:47 pm

· #16499
שמואל הלוי
די מארקעט כאפט זיך היינט אביסל צוריק נאך צוויי וואכן פון שווערע פארלוסטן.
how much is facebook?

שמואל הלוי » דינסטאג יוני 19, 2012 12:01 pm

· #18608
די סטאק מארקעט מאכט גאנץ פיין היינט, אין רעזולטאט פון ערשיינונג פון מייקראסאפט טעבלעט.

משה געציל » דינסטאג יוני 19, 2012 1:34 pm

· #18634
די סטאקס זענען היינט העכער צוליב דעם וואס אינוועסטירער לייגען גרויס האפענונג אויף די זיצינג וואס קומט פאר היינט און מארגען צווישען די פעדרעל רעזעוו באמטע, מיטן האפונג אז בערנעקי וועט ארויס לאזען אביסעל מער געלט אין די עקענאמיע, וואס קען שטארק צו העלפען אז די עקענאמיע זאל נישט אריינפאלען אין א פרישע רעסעיע.

משה געציל » דאנערשטאג יוני 28, 2012 10:04 am

· #20579
אין די קימענדיגע שעה דארף דער סופרים קארט ארויס געבען זייער ראלינג אויף אבאמא קעיר, עס וועט זיין אינטערעסאנט מיטצעהאלטען וויאזוי די מארקעטס וועלען רעאגירען צו די ראלינג.

לעמיל » דאנערשטאג יוני 28, 2012 11:23 am

· #20599
משה געציל
אין די קימענדיגע שעה דארף דער סופרים קארט ארויס געבען זייער ראלינג אויף אבאמא קעיר, עס וועט זיין אינטערעסאנט מיטצעהאלטען וויאזוי די מארקעטס וועלען רעאגירען צו די ראלינג.

נא! וויאזוי איז די סטאק מארקעט נאכען פסק?

געפילטע פיש » פרייטאג יוני 29, 2012 12:10 am

· #20731
לעמיל
משה געציל
אין די קימענדיגע שעה דארף דער סופרים קארט ארויס געבען זייער ראלינג אויף אבאמא קעיר, עס וועט זיין אינטערעסאנט מיטצעהאלטען וויאזוי די מארקעטס וועלען רעאגירען צו די ראלינג.

נא! וויאזוי איז די סטאק מארקעט נאכען פסק?

די שפיטאל אינדאסטרי איז געשטיגען וועגן זיי שטייען צו פארדינען פון נישט דאכפען קאווערען אומ-אינשארד פאציענטען, דאגעגן די מעדיקאל סופליי און העלט אינשורענס אינדוסטריס האבן געליטן פארלוסטו ווייל די מעדיקעל סופלייערס באקומען צו נאך טעסעס, און די העלט אינשורענס שטייט צו פארלירן די מערסטע, אבער די פאר העלט אינשורענס קאמפאניס וואס זענען א חלק פונעם מעדיקעיד עקספענשען האבן, פארשטייט זיך, יא פארדינט.

משה געציל » פרייטאג יוני 29, 2012 7:33 pm

· #20868
די מארקעטס האבען היינט געהאט גאר א שטארקע טאג מיטען דאו זיך שליסענדיג 277 פונקטען העכער וואס דאס איז א העכערונג פון %2.2, די מארקעטס זענען געווען העכער צוליב די מיטינג וואס די יאראפעישער פירער האבען אפגעהאלטען היינט, ווי זיי האבען ענדגילטיג מחליט געווען אויף צו שטעלען א פאנד וואס זאל ארויס העלפען די בענק, וואס דאס איז גאר גוטע נייעס פאר די שפאנישע און איטאליענישע רעגורענגען וואס האלטען פאר א טאטאלע צוזאמבראך צוליב די אפגעשוואכטע בענקינק סיסטעם.
גלייכצייטיג האבען די קאמאדעטיס אויך געהאט גאר א שטארקע טאג היינט, הויפזעכטליך די אויל מארקעטס ווי א פעסעל אויל האט זיך געשלאסען ביי$84.93 זייענדיג העכער מיט איבער זיבען דאללער פארען טאג וואס דאס איז א שפרינג פון%9.23.

שמואל הלוי » דינסטאג יולי 3, 2012 11:54 am

· #21444
די דאו איז שוין גאנץ נאנט צוריק אריבערצושפרייזן די 13,000 מארק.

משה געציל » מיטוואך יולי 4, 2012 11:49 pm

· #21817
די ביזנעס וועלט ערוואטעט מיט שפאנונג די דזשאבס ריפארט וואס די לעיבאר דעפארטמענט דארף ארויס געבען פרייטאג אינדערפרי, וואס ווייזט וויפיל דזשאבס עס זענען צוגעקומען צו די עקענאמיע אין דעם אטפארלאפענן חודש. לויט א בלומבערג אויספרעג ערוואטען עקענאמיסטען אין דורכשניט אז די עקענאמיע וועט האבען צוגעזען 100,000 דזשאבס, דאס איז עטוואס בעסער ווי די 69,000 דזשאבס וואס די עקענאמיע האט צוגעזעהן אין אפריל, אבער דאך פיל שוואכער ווי די איבער 250,000 וואס פעלט זיך אויס אין א געזונטע עקענאמיע. מארגען אינדערפרי דארף די עי. די. פי. פעיראל פירמע ארויס קומען מיט זייער שאצונגען וואס טראגט א גרויס געוויכט ביי עקענאמיסטען וויבאלד זייערע שאצונגען האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין היבש אקאראט.

אזוי אויך לייגט מען א אויג אויף די באריכט פון די לעיבאר דעפארטמענט מארעגן אום 8:30 אינדערפרי, אויף די וועכענטליכע ערשטמאליגע אפליקאציעס פאר ארבעטסלאזיגע בענעפיטען, געוויסע שאצונגען האבען געואוסט צו זאגען אז די ציפער וועט אריינקומען ביי 385,000 וואס אויב דאס שטעלט זיך ארויס צו זיין רוכטיג וועט עס אביסעל נידערען די פיר וואכען דורכשניט וואס האלט יעצט ביי 395,000, אבער דאס איז נאך אלטס היבש מער ווי די 365,000 ציפערן וואס זענען אריינגעקומען אין דורכשניט אין נאוועמבער אין דעצעמבער.

עס איז ערווארטעט אז די צוויי נייעסן וועלען דאמענירען די מארקעטס די קומענדיגע צוויי טעג, אויב די באריכטען שטעלן זיך ארויס אזוי ווי די עקענאמיסטען האבען פאראויס געשאצט וועט עס נישט ברענגען צופיל אפטאמיזעם אויף וואל סטריט, אוודאי אויב עס שטעלט זיך ארויס נאך שוואכער, וואס דעמאלטס קענען די מארקעטס אריין גיין אין טאטאלע כעאס.

משה געציל » דאנערשטאג יולי 5, 2012 11:58 pm

· #22078
די לעיבאר דעפארטמענט האט היינט אינדערפרי באריכטעט אז די צאל אפליקאציעס פאר ארבעטסלאזע בענעפיטען איז געווען פאריגע וואך 374,000 וואס דאס איז נידריגער ווי די 388,000 פון די וואך בעפאר, און בעסער ווי די 385,000 וואס עקענאמיסטען האבען געהאט פאראויס געשאצט. נאך א פאזאטיווע נייעס האט דעמאנירט די מארקעטס אין די פריע צופרי שטונדען, ווען עי. די. פי. האט איבערגעגעבען זייער שאצונג, אז די עקענאמיע האט צוגעזען 175,000 דזשאבס פארען אט פארלאפענעם חודש, אין פאקט זענען די פיאטשערס געווען אויף פאזעטיווע טערעטאריע ביז בערך 9:00.

למעשה האבען די מארקעטס זיך געפענט אין נעגאטיווע טעראטעריע מיטען דאו זייענדיג נידריער מיט ארום 80 פונקטען צוליב א רייע נעגאטיווע באריכטען, הויפזעכטליך די רעדע פון דער פארזיצער פון די יאראפעישער צענטראלע באנק, וואס האט קלאר געשטעלט אז די יורא זאן שטייט אין זייער א שווערע פינאנציעלע צושטאנד.

ווי אויך איז שפעטער ארויס געקומען די נייעס פון אייראפע, אז די צענטעראלע באנק  גייט דראמאטיש רעדעצירען די אינטרעסעט ראטעס, גרינגער מאכענדיג פאר אינוועסטירער צו בארעגן געלטער אויף נידריגערע צינזען, וואס דאס איז נאך א צייכען אז די יאראפעישער פירער האבען זייער א פעסמיסטעשע בליק אויפן צוקומפט פון די יורא זאן, און זיי פראבירען צו טון וואס נאר מעגליך אפצוהאלטען די פאראיין פון אריינגיין אין א פרישע רעסעסיע.

פון אמעריקע איז אויך ארויס געקומען נישט אזעלכע גוטע נייעס, ווען די איי. עם. עס.  באריכט האט געוויזען אז די אינדעקס פון די סערוויס סעקטע טייל עקענאמיע (דאס רעכענט נישט אריין די מאנעפעקטשירער, נאר סערוויסעס א שטייגער ווי בענק און קרעדיט קארדס וכדומה) איז אריין געקומען ביי 51.2 אראפ פון די 52.7 א חודש בעפאר.

למעשה האבען זיך די מארקעטס אביסעל בארוהיגט, און די דאו האט צוריק פארדינט א חלק פון די פארלוסטען זיך שליסענדיג נידריגער מיט 47 פונקטען.

אויף מארגען אינדערפרי ערווארט מען די דזשאבס ריפארט פון די לעיבאר דעפארטמענט, וואס ווי באריכטעט פריער שאצט עי. די. פי. פאר אז די עקענאמיע האט צוגעזען אומגעפער 175,000 דזשאבס, אויב זאל זיך דאס ארויס שטעלען צו זיין ריכטיג וועט עס לכאורה אריין בלאזען פרישע אפטאמיזעם אין די וואקעלדיגע מארקעטס.

משה געציל » פרייטאג יולי 6, 2012 12:44 am

· #22084
מיט בעסער מיין איך טאקע צו זאגען אז עס איז ווייניגער, ווי נידריגער אלטס בעסער.

משה געציל » פרייטאג יולי 6, 2012 10:37 am

· #22115
גענצליך אומערווארטעט האט די לעיבאר דעפארטמענט איבער געגעבען היינט אינדערפרי אז די עקענאמיע האט צו געזען בלויז 80,000 דזשאבס פארען אט פארלאפענעם חודש, וואס דאס איז פיל שוואכער ווי די 175,000 וואס עי. די. פי. האט פאראויסגעשאצט נעכטען, און מיט ארום צוואנציג פראצענט נידריגער ווי די בערך הונדרעט טויזענט וואס רוב עקענאמיסטען האבען פאראויס געשאצט, שטעלענדיג די דורכשניט פאר די לעצטע קווארטעל ביי 75,000 דזשאבס א חודש, וואס איז זייער ווייט פון די וואוקס וואס פעלט אז די עקענאמיע זאל האבען א גענצליכע ערהוילונג.

אינוועסטירער האבען אויף גענומען די נייעס זייער פעסעמיסטיש, ווי מען זעט די ווילדע רעאקציע פון די מארקעטס ווי די דאו איז יעצט נידריגער מיט איבער 150 פונקטען. אזוי אויך האט אויל שטארק פארלוירען און שטייט יעצט ביי $84.44 א פעסעל א רעדוקציע פון איבער דריי פראצענט.

שמעלקא » פרייטאג יולי 6, 2012 11:02 am

· #22125
משה געציל
וואס איז זייער ווייט פון די וואוקס וואס פעלט אז די עקענאמיע זאל האבען א גענצליכע ערהוילונג.



עס איז נישט בלויז ווייט פון וואס עס פעלט זיך אויס פאר א גענצליכע ערהוילונג נאר ניטאמאל גענוג נאכצוקומען די נאטורליכע וואוקס און נאכן האבן די צאל וואס פעלט זיך אויס פשוט פאר נייע אינגע ארבייטער פעלט זיך אויס מיליאנאן דזשאבס פאר די יעצטיגע ארבייטסלאזע.

אפילו מיט א וואוקס פון 250 טויזנט יעדע חודש וועט נעמען א גוטע פאר יאר אראפ צו ברענגן די ראטע צו 6 פראצענט א ציפער וואס איז נאך ווייט פון גוט.

שמעלקא » פרייטאג יולי 6, 2012 11:39 am

· #22143
אבאמא זאגט אז די באריכט איז א טריט אין די גוטע ריכטונג...

משה געציל » פרייטאג יולי 6, 2012 12:42 pm

· #22178
די דזשי. א. פי. האט אין א פרישע מעסעדזש נאכען דזשאבס ריפארט געשריבען אז אבמאנאמיקס ארבעט נישט...

שמעלקא » פרייטאג יולי 6, 2012 3:05 pm

· #22231
[ציטאט אראפגענומען]


ניקטס קיין וויץ.

ער האט געזאגט די דזשאבס באריכט צייגט אז די עקאנאמיע האט גענומען א טריט אין די גוטע ריכטונג, אבער מיר קענען נישט זיין צופרידן דערפון ווייל אונזער ציל איז נישט געווען צו ארבייטן כסדר צוריק צו גיין צו ווי מען איז געשטאנען אין 07'.

ער האט צוגעלייגט אז במשך די לעצטע 28 חדשים האבן ביזנעסער געשאפן 4.4 מיליאן דזשאבס.

משה געציל » מאנטאג יולי 9, 2012 12:20 am

· #22581
די מארקעטס אין אזיע האבען זיך שוין געפענט, די הויפט אינדעקסען זענען נידריגער אין דורכשניט מיט איבער איין פראצענט, דאס קומט נאך די שוואכע דזשאבס ריפארט וואס איז ארויס געקומען פון אמעריקא פרייטאג. ווי אויך זענען אינוועסטירער פעסעמיסטיש אויף די וואוקס פון די כינע עקענאמיע נאך דעם וואס די כינעזער צענטעראלע באנק האט פרייטאג געשניטען די אינטרעסט ראטעס צום צווייטען מאל אין איין חודש, וואס דאס איז א זייער אומגעווענדליכע ערשיינונג, און ווארפט א שטיקעל בליק אז די כינעזער רעגירונג איז דערשראקען פאר א אפשוואכונג אין די עקענאמיע, וואס מאנכע שפעקעלירען אז די גוטע ציפערן וואס קומען ארויס פון דארטען זענען געפאטשקעט, ווען אין ריאלעטעט איז די עקענאמיע היבש אפגעשוואכט דארטען.

אויף די וואך איז ערווארטעט אז א רייע גרויסע פירמעס וועלען ארויסקומען מיט זייערע איינקומפס באריכטען אויפן פארלאפענעם קווראטאל, די באריכטען קענען דרייען די מארקעטס איין וועג צי די אנדערע געוואנדען אויף די פארדינסטען אדער פארלוסטען. צום מערסטענס פאלגט מען נאך די באריכטען פון דזשעי. פי. מארגען וואס דארף ארויס געבען זייער פארדינסטען קומענדיגען פרייטאג, נאכדעם וואס אין דעם ערשטען קווארטאל האבען זיי באריכטעט א פארלוסט פון צוויי ביליאן דאללער, מאנכע האלטען אז זיי האבען אין דעם צווייטען קווארטאל גאר דערלייגט אזויפיל ווי ניין ביליאן דאללער, וואס אויב שטעלט זיך עס אויס צו זיין ריכטיג קען עס האבען א גאר שטארקע אפעקט אויף די מארקעטס.

משה געציל » מיטוואך יולי 11, 2012 11:46 pm

· #23639
די מארקעטס האבען זיך היינט געשלאסען נעגאטיוו דעם פערטען טאג נאכאנאנד, אנפאנג טאג זענען די מארקעטס געווען נידריגער מיט ארום א פראצענט, בעיקר צוליב די נייעס פון שפאניע ווען זייער 10 יעריגע באנדס האבען דערגרייכט א פרישע הייכקייט פון %7 נעכטען, וואס דאס ווייזט אז אינוועסטירער האבען א שוואכע טראסט אין די שפאנישע עקענאמיע, בעיקר צוליב זייער בענקינג סיסטעם, ווי אויך צוליב די גרויסע דעפיציטען וואס די רעגירונג טרייבט אויף חודשלי׳ך.

שפעטער אין טאג האט די שפאנישע פרעזידענט געמאלדען אז ער גייט שניידען די באדזשעט מיט פינעף און זעכציג מיליאן יורא אין א צייט אפשניט פון דריי יאר, אזוי ארום וועט ער באקומען א הלוואה פון די מאנעטערי פאנד, און מיט די געלד וועט ער קענען אפראטעווען די געפלאגטע בענקינג סיסטעם, פארשטייט זיך אז די מעלדונג האט אריין געבלאזען אפטעמיזעם ביי די אינוועסטירער, אין דאס האט געהאלפען די מארקעטס צוריק צו פארדינען א גרויס חלק פון די פארלוסטען פון אנפאנג טאג.

למעשה ענדע טאג האבען די מארקעטס צוריק אנגעפאנגען גיין מיטען פיטעם אראפ, צו פארדאנקען די סטעיטמענט פון די פעדערעל רעזערוו, ווי זיי האבען נישט אויסגעדרוקט קיין שום צייכענעס פון אריין גיסען פרישע געלטער אין די עקענאמיע דורכ׳ן אפקויפען טרעזשערי באנדס (באקאנט אלט׳ס QE3), אויף וואס עקענאמיסטען האבען געהאט שטארק ארויסגעקוקט, און די נעסדעק מיטען דאו האבען זיך געשלאסען נידריגער מיט ארום א האלבע פראצענט.

אויף מארגען אינדערפרי ערווארט מען אויף וואל סטריט די באריכט פון די לעיבאר דעפארטמענט איבער די צאל וועכענטליכע אפלעקאציעס פאר ארבעטסלאזע בענעפיטען, נאכדעם וואס פארגאנגענע וואך איז די ציפער אריין געקומען נידריגער ווי די וואך בעפאר פארען ערשטע מאל אין א לאנגע צייט.

משה געציל » דינסטאג יולי 17, 2012 11:33 pm

· #25379
די מארקעטס זענען געווען היינט אין פאזעטיווע טערעטאריע מיטן דאו זיך שליסענדיג מיט 78 פונקטן העכער.

די הויבט טרייב קראפט אין די מארקעטס היינט זענען געווען די צווייטע קווארטל פארדינסטן פון א רייע פירמעס וואס האבן היינט ארויס געגעבן בעסער ווי ערווארטעטע באריכטן, הויפטזעכטליך די באריכט פון גאלדמאן סאקס וואס האט באריכט א נעט פראפעט פון איבער זעקס ביליאן דאללער אינעם צווייטן קווארטל, ווי אויך די באריכט פון קאקא קאלע וואס האט באריכט א פארדונסט פון איבער דרייצען ביליאן דאללער.

אינמיטען טאג האט די פארזיצער פון די פעדעראלע רעזארוו בען בערנאקי פארגעשטלט ביי א קאנגרעס פארהער א נעגאטיווע בליק אויף די אמעריקאנע עקענאמיע, דאס האט גורם געווען אז די מארקעטס זאלען פאר א קורצע צייט זיין אין נעגעטיווע טערעטאריע, למעשה האבען אבער אינוועסטירער זיך ארויף געכאפט אויף דעם וואס בערנעקי האט נישט אפגעשלאגן די געדאנק אז די פעדעראלע רעזארוו זאל אפקויפן אסאך טרעזשערי באנדס כדי אריין צו פליסען מער געלט אין די עקענאמיע (באקאנט אלטס qe3), און די שפעקעלאציעס האט געהאלפען די מארקעטס זיך צוריק צודקייען אין די פאזעטיווע דערעקציע ווי זיי האבען זיך געשלאסען ענדע האנדעלס טאג.

משה געציל » דאנערשטאג יולי 19, 2012 9:33 am

· #26069
די לעיבאר דעפארטמענט האט היינט צופרי באריכטעט אז די צאל אפליקאציעס פאר ערשטמאליגע ארבעטסלאזע בענפיטען איז ארויף מיט 34,000 פון די וואך בעפאר.

פאריגע וואך האט די לעיבאר דעפארטמענט באריכטעט אז די צאל אפליקאציעס פארן וואך בעפאר איז געווען בלויז 352,000, די באריכט איז אויף גענומען זייער פאזעטיוו נאכדעם וואס מען האט שוין לאנג נישט געהאט אזא נידריגע ציפער, און ווי באקאנט לייגען עקענאמיסטען א גרויסע געוויכט אויף די באריכט אלט׳ס א אנדייטונג צו די עקענאמיע פארדינט דזשאבס אדער פארלירט דזשאבס.

למעשה זענען שוין פאריגע וואך געווען אזעלכע וואס האבען געזאגט אז די באריכט פון פארגאנגענע וואך רעפלאקטירט נישט דעם ריאלעטעט צוליב די יולי 4 חגא וואס איז אויסגעקומען אין די וואך בעפאר, און אין א חגא סעזאן איז אנגענומען אין אלגעמיין אז ווייניגער ארבעטסגעבער זאגען אויף זייער ארבעטער. די שאצונג שטעלט זיך ארויס צו זיין ריכטיג נאכדעם וואס די וואך האט די לעיבאר דעפארטמענט באריכטעט אז די צאל אפליקאציעס פארגאנגענע וואך איז געווען 386,000 וואס ווי דערמאנט פריער איז דאס א שפרינג פון 34,000 אויף ארויף.

משה געציל » דאנערשטאג יולי 19, 2012 2:58 pm

· #26237
אין א אינטערעסאנטע אנאליז ברענגט א שרייבער פון CNN Money ארויס די אינטערסאנטע שטימונג וואס הערשט יעצט אויף וואל סטריט ווי אינוועסטירער מעסטען א יעדע נייעסל. פון איין זייט איז די ארבעטסלאזע אפליקאציעס אריין געקומען היבש שוואך, פון די אנדערע זייט קומען ארויס באריטכען פון די גרויסע פירמעס אויף זייער איינקונפטען אין די צווייטע קווארטאל וואס שטעלט זיך ארויס צו זיין בעסער ווי ערווארטעט אבער נישט גענוג שטארק אריין צו בלאזען א פאזעטיווע גייסט אין די מארקעטס אז זיי זאלען זיך הייבען שטארק. אויף אידיש וואלט מען געזאגט אז די מארקעטס זענען זייער פארווע, צוליב די נייעסן וואס געבן נישט קיין שום ערענסטע צייכענעס אז די עקענאמיע גייט אויף איין דירעקציע אדער די צווייטע.

משה געציל » דאנערשטאג יולי 19, 2012 4:55 pm

· #26339
מייקרסאפט האט נארוואס ארויס געגעבען זייער איינקונפט באריכטען וואס טוט צייגען אז די פירמע האט פארלוירען 492 מיליאן דאללער, דאס קומט אויס א פארלוסט פון זעקס סענט פער שעיר. טראץ דעם וואס זיי האבען באריכטעט א נעט פארלוסט דאך זענען זייער שעירס היבש העכער, ווייל צונעמענדיג די באריכט שטעלט זיך ארויס אז די איינציגסטע סיבה פארוואס די פירמע האט דערלייגט איז צוליב די ווייניג קויפערס פון ווינדאס 7 אויף וואס די פירמע זאגט אז די סיבה איז וויבאלד דער עולם ווארט שוין אויף ווינדאס 8 ממילא האט מען שוואך געקויפט די אלטע.
גלייכצייטיג איז כדאי צו וויסען, אז מייקערסאפט האט א אפפער פאר די אלע וואס קויפען יעצט ווינדאס 7 אז פאר די מינאמאלע אפצאל פון $15 וועלען זיי אפגרעידען די סאפטוועיר צו די נייע ווינדאס ווי נאר עס קומט ארויס.

משה געציל » פרייטאג יולי 20, 2012 12:54 am

· #26552
גאגעל האט היינט באריכטעט אז זייער פראפיטען פאר דעם פארלאפענעם קווארטאל איז געשטיגען מיט %11 פון א יאר צוריק אינעם צווייטען קווארטאל. גאגעלס נעט פארדונסטען פארען צווייטען קווארטאל איז געווען 2.8 ביליאן דאללער, גאגעלס שעירס איז שטארק געשטיגען נאכען באריכט, האלטענדיג אין די עלעקטעראנישע טרעדינג מארקעט ביי איבער דריי פראצענט העכער פונעם קלאזינג בעל.

משה געציל » זונטאג יולי 22, 2012 2:22 am

· #26830
אויל פרייזען איז געשטיגען פארגאנגענע וואך מיט איבער פינעף פראצענט.
די אורזאך פון די העכערע אויל פרייזען איז צו פארדאנקען א רייע סיבות, א טייל לייגן אן די שילד אויף די סאנקציעס וואס אמעריקא האט ארויפגעלייגט אויף איראן וואס פארבאט אנדערע לענדער צו קויפן איראנע אויל, ממילא איז די דעמאנד פאר אנדערע אויל שטערקער וואס דאס טוט ארויפטרייבען די פרייזען. א אנדערע סיבה איז די פאזעטיווע נייעס וואס קומט ארויס פון אייראפע אז די צענטעראלע באנק גייט לויט ווי עס קוקט אויס פארבארגען געלטער פאר איטאליע און שפאניע, אין א פארזוך צו ראטעווען די דערמאנטע לענדער פון אריינפאלען אין באנקראט. נאך א סיבה איז וויבאלד אין די זוממער חדשים איז דאס באנוץ פון אויל פיל שטערקער ווי א גאנץ יאר וואס דאס ברענגט אטאמאטיש העכערע פרייזען.
למעשה האט פרייטאג די אויל פארלוירען איבער א דאללער און זיך געשלאסען ביי $91.83, הויפטזעכטליך צוליב די נייעס פון שפאניע ווי די טרעזשערי באנדס זענען געשטיגען צו א רעקארד הייך, געבענדיג דעם אנבליק אז אינוועסטירער האבען זייער א שוואכע בליק אויף שפאניע, וואס דאס טוט אפעקטירען די אויל אויס זארג אז עס קען אריין שלעפען די גאנצע יורא זאן אין א פינאנציעלער צוזאמענברוך.

משה געציל » מאנטאג יולי 23, 2012 8:05 am

· #27332
די מארקעטס אין אייראפע זענען נידריגער מיט איבער צוויי פראצענט אין דורכשניט מיט אטאליענע מארקעטס וואס איז אזוי נידריג ווי פינף פראצענט. די גרויסע טראסק אין די מארקעטס קומט נאך דעם וואס לויט א שפיגל באריכט וועט גריכלאנד אויסלויפן פון געלט אזוי פרי ווי אין סעפטעמבער, וואס אין אזא פאל איז דא א שטארקע מעגליכקייט אז גריכלאנד וועט דארפן דיפאלטן וואס קען אריינשלעפן די גאנצע יורא זאנע אין א פינאנציעלע קריזיס. די פיוטשאר מארקעטס אין אמעריקא זענען אויך אויף די נעגאטיווע זייט מיטן דאו נידריגער מיט ארום הונדרעט פיפציג פונקטן, אין פראצענט קומט עס אויס איבער איין פראצענט.

שמואל הלוי » מאנטאג יולי 23, 2012 8:14 am

· #27333
יישר כח משה געציל פאר דיינע רייכע באריכטן, קיפ איט אפ.

משה געציל » פרייטאג יולי 27, 2012 5:11 am

· #29178
נעכטען איז געווען א גאר גוטע טאג אויף וואל סטריט מיטן דאו שטייגענדיג 212 פונקטן. דאס קומט נאך א רייע פאזעטיווע באריכטן, הויפזעכטליך די רעדע פון די פארזיצער פון די אייראפעישע צענטראלע באנק ווי ער האט קלאר געשטעלט אז ער וועט טון וואס ער קען צו ראטעווען די יורא זאנע. ווי אויך איז אריין געקומען גוטע נייעס פון אמעריקא ווען די רעגירונג האט באריכטעט אז די פראדאקציע פאר דרוירהאפטיגע פראדוקטן איז שטארק געשטיגן דעם פארלאפענעם חודש.
אויף היינט ערווארט מען די דזשי. די. פי. באריכט וואס וועט לכאורה דאמענירן די מארקעטס היינט איין וועג אדער די אנדערע. דא ווערט אביסעל ברייטער באהאנדעלט ווי אזוי דאס ארבעט.

שמואל הלוי » פרייטאג יולי 27, 2012 11:42 am

· #29233
נאך א גאר גוטע טאג היינט אויפן מארקעט, כרגע איז די דאו העכער מיט איבער 100 פונקטן, און ווי ס'קוקט אויס וועט עס אט אט אריבערגיין די 13,000 מארק צום ערשטן מאל זייט פארלאפענעם אנפאנג מאי למספרם.

שמואל הלוי » פרייטאג יולי 27, 2012 12:26 pm

· #29262
ברעיקינג: די דאו האט פיינעלי דורכגעשפרייזט דעם 13,000 מארק, און איז כרגע מיט 113 פונקטן העכער.

איך אויך » פרייטאג יולי 27, 2012 12:46 pm

· #29277
לדעתי וועט עס נישט לאנג אנהאלטן, איך האב יעצט געשורטעד די דאו מיט די ס ענד פי (נאר מיט אפאר מאות).

שמואל הלוי » פרייטאג יולי 27, 2012 4:42 pm

· #29343
די דאו האט זיך היינט געשלאסן ביי 13,075.66.

שמואל הלוי » פרייטאג אוגוסט 3, 2012 10:35 am

· #31486
די דאו איז יעצט מיט קרוב צו צוויי פראצענט העכער.

משה געציל » זונטאג אוגוסט 5, 2012 1:37 am

· #31666
פרייטאג אינדערפרי האט די לעיבאר דעפארטמענט באריכטעט אז די עקענאמיע האט צוגעזען 163,000 דזשאבס פארן פארלאפענעם חודש יולי, וואס דאס איז מער ווייניגער אין ליניע מיט דאס וואס עי. די. פי. האט געהאט פאראויס געשאצט און היבש העכער די הונדרעט טויזענט ציפער וואס א מערהייט עקענאמיסטן האבן געהאט פאראויס געשאצט אין א בלומבערג אויספרעג.

די נייעס איז אויפגענומען געווארן זייער פאזאטיוו, טראץ דעם וואס צוזאמען מיט די פרישע באריכט איז די ציפער פארן חודש בעפאר געווארן איבערגעמאכט צו א נישטיגע 64,000 און אזוי אויך איז די ארבעטסלאזע ראטע געשטיגן פון %8.2 צו %8.3, די סטאקס האבן זיך טאקע געשלאסן העכער מיט איבער איינס א האלב פראצענט, מיטן דאו זיך שליסענדיג ביי 13,096 א שפרינג פון 217 פונקטן.

שמואל הלוי » מאנטאג אוגוסט 6, 2012 4:17 pm

· #32168
די דאו האט זיך היינט געשלאסן ביי 13,117.51, א וואוקס פון 0.16 פראצענט. (אינמיטן טאג איז עס געווען העכער מיט 0.57 פראצענט).

שמואל הלוי » דינסטאג אוגוסט 7, 2012 9:59 am

· #32457
היינט איז אויך א גוטע טאג אויף די מארקעט (עכ"פ דערווייל), אלע דריי אינדעקסן זענען יעצט העכער מיט איבער א האלבע פראצענט.

שמואל הלוי » דינסטאג אוגוסט 7, 2012 12:41 pm

· #32519
די דאו איז יעצט מיט ארום א דריי פערטל פראצענט העכער, די עס ענד פי מיט ארום א פראצענט העכער, און די נעסדעק מיט איבער 1.25 העכער.

שמואל הלוי » מיטוואך אוגוסט 8, 2012 11:33 am

· #32899
אנגעפאנגען האט זיך די טאג מיטן פיטום אראפ, אבער יעצט איז די דאו צוריק העכער מיט קרוב צו א פערטל פראצענט.

שמואל הלוי » מיטוואך אוגוסט 8, 2012 2:25 pm

· #32943
די מארקעט איז צוריק דאון.

שמואל הלוי » מיטוואך אוגוסט 8, 2012 4:57 pm

· #33029
צום סוף האט די דאו און עס ענד פי זיך געענדיגט אויף ארויף, בלויז די נעסדעק האט פארלוירן היינט.

שמואל הלוי » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 12:33 pm

· #33732
אלע דריי אינדעקסן זענען אויף אראפ.
בלאט: 1 2 3 4 5 6