החוקרוואס זאגן אונזערע סטאקס מבינים אויף CCIV?
מ'קען עס נישט שאצן אויף 'פאנדאמענטלס' היות די קאמפאני האט נאכנישט אנגעהויבן פארקויפן בכלל, און נאכנישט געמאכט קיין ברעקל רעוועניו אפי'.
די גאנצע EV (Electric Vehicle) מארקעט איז גאנץ ניי, און גייט ע"פ דרך הטבע איבערנעמען די אויטא אינדוסטריע אין די קומענדיגע יארן, יעצט היות די 'לעגעסי' קאר קאמפאניס האבן עס איגנארירט ביז יעצט, האט דאס געגעבן א מעגליכקייט פאר פרישע 'סטארט אפס' אריינצושפרינגען און פאנטענציאל צו כאפן א שטיקל פונעם מארקעט, אבער גארנישט איז נאך קלאר יעצט. די גרויסע שאלה איז ווער גייט מצליח זיין? און וויפיל וועלן קענען 'איבערלעבן'?
ווי מ'שטייט יעצט איז נאר 'טעסלא' - מיט זייער פעסטע פראדוקציע פלענטס, שטארקע ברענד, פארגעשריטענע טעכנאלאגיע, און איבערגענוג קעש (FCF) - פארזיכערט מיטן זיין פון די גרויסע שפילערס און דערפאר מאכן גרויס געלט אין די קומענדיגע יארן (און דאס טוט לויט טייל בארעכטיגן די אומגעהויערע מארקעט קעפ), 'ניאו' איז שוין אויך גאנץ ווייט און האט שטארקע מעגליכקייטן זיך צו פארזיכערן א פלאץ אינעם אויבן אן. אלע אנדערע זענען אין די פארמעסט און דארפן נאך איבערקומען אסאך שטרויכלונגען (פינאנציעלע, מארקעטינג, און פראדוקציע) איבער דעם קען מען שפעקולירן ווער גייט עס מאכן און פארוואס....
יעצט צו CCIV /Lucid motors, זיי זענען פון די מערסט פארגעשריטענע יעצט, מיט א פארטיגע פראדוקט, און פארענדיגן יעצט א פראדוקציע פלענט (וואס דאס איז פון די וויכטיגסטע פאר קאר קאמפאניס), - דאס לייגט זיי פאראויס פון פילע אנדערע, און גיבט זיי א שטארקע מעגליכקייט פון סוקסעס.
-------------------------------------------------------
אני הקטן פלאן צו קויפן אביסל אלס א שפעקולירנדע פאזיציע (speculative position) און האלטן פאר די קומענדיגע יארן, אבער היות עס איז יעצט אין א שטארקע downtrend מיט אנדערע SPACs און micro caps, דעריבער וועל איך נאך ווארטן אביסל ווייל כ'קען עס זען גיין נאך אביסל נידעריגער (כ'האב שוין געוואלט קויפן ביי די $29 מיט א DCA סטראטעגיע אבער זיך איינגעהאלטן, יעצט איז עס אינטער $19, - כ'וועל ענדערש ארויפשפרינגן אויפ'ן באן, א סטאנציע שפעט, ווי 5 סטאנציעס צו פרי - פאליטיקאנט)