דאווענען שחרית וותיקין איז אין די לעצטערע צייטן אריינגעקומען אין דער מאדע. ס'איז געווארן cool. בנוסיף צו די געווענליכע השכמה-מנינים אין "געווענליכע" בתי מדרשים, איז דאס וותיקין-דאווענען פארשפרייט אין די "ברסלבער" שטיבלעך אין בארא פארק, וויליאמסבורג, מאנסי, און קרית יואל. אין מאנסי איז דא דער "קלויז" און אין וויליאמסבורג הייסט עס דאס "שטיבל". יעדן טאג נאכ'ן דאווענען אינעם מאנסיער קלויז-מנין, גיט הרב שמעון סעמפ (ראש ישיבה פון תלפיות) א ווארט-אויף-א-פוס. עס באשטייט געווענליך פון א קורצן חסידישן געדאנק. די דאזיגע "חסידבייטס" באקומען אין די לעצטיגע טעג מאמענטום (כ'האב עס דעם אינדערפרי באקומען פון פיר באזונדערע וואטסעפפ גרופעס).
אן אויסוועג לדורות (חסידות-ווארט פון היינט אינדערפרי)
וואס האט יצחק אבינו פארדינט מיט'ן ליב-האבן עשיו?
זאגט רבי מאיר'ל פרימישלאנער: "כי צייד בפיו," ווייל דאס האט געגעבן פאר יצחק א טענה לדורות. אויב א איד קומט אן צו א שטאפל, אז ס'איז נישטא קיין טראפ גוטס אין אים און ער וואלט לכאורה געדארפט פארלוירן-גיין, קומט יצחק אבינו צום אויבערשטן מיט א טענה: איך, מידת גבורה, פחד יצחק, האב ליב געהאט עשיו'ן אן קיין שום סיבה. דו, רבונו של עולם, דער א-ל מלא רחמים, דארפסט דאך זיכער יענעם ליב האבן.
דאווענען שחרית וותיקין איז אין די לעצטערע צייטן אריינגעקומען אין דער מאדע. ס'איז געווארן cool. בנוסיף צו די געווענליכע השכמה-מנינים אין "געווענליכע" בתי מדרשים, איז דאס וותיקין-דאווענען פארשפרייט אין די "ברסלבער" שטיבלעך אין בארא פארק, וויליאמסבורג, מאנסי, און קרית יואל. אין מאנסי איז דא דער "קלויז" און אין וויליאמסבורג הייסט עס דאס "שטיבל". יעדן טאג נאכ'ן דאווענען אינעם מאנסיער קלויז-מנין, גיט הרב שמעון סעמפ (ראש ישיבה פון תלפיות) א ווארט-אויף-א-פוס. עס באשטייט געווענליך פון א קורצן חסידישן געדאנק. די דאזיגע "חסידבייטס" באקומען אין די לעצטיגע טעג מאמענטום (כ'האב עס דעם אינדערפרי באקומען פון פיר באזונדערע וואטסעפפ גרופעס).
זאגט רבי מאיר'ל פרימישלאנער: "כי צייד בפיו," ווייל דאס האט געגעבן פאר יצחק א טענה לדורות. אויב א איד קומט אן צו א שטאפל, אז ס'איז נישטא קיין טראפ גוטס אין אים און ער וואלט לכאורה געדארפט פארלוירן-גיין, קומט יצחק אבינו צום אויבערשטן מיט א טענה: איך, מידת גבורה, פחד יצחק, האב ליב געהאט עשיו'ן אן קיין שום סיבה. דו, רבונו של עולם, דער א-ל מלא רחמים, דארפסט דאך זיכער יענעם ליב האבן.
"פועל דמיוני" ערגעץ ווי האב איך געזען אז די זעלבע מאטיוו איז געווען פארוואס אברהם אבינו איז געגאנגען מקריב זיין יצחק אן קיין קשיות אזוי אז דער אייבישטער זאל מוחל זיין אן קיין קשיות כוועל עס פאוסטען ווען כ'טרעף עס
ווען יעקב אבינו האט זיך אריינגעשלייכט אין הויז צו גנב'ענען די ברכות, האט רבקה אים אנגעטאן האריגע קליידער כדי פארווישן די שפירן פון יעקב'ס גלאטער הויט. פריער, ווען רבקה האט צוערשט פארגעשלאגן פאר יעקב צו אויסכאפן די ברכות און יעקב האט זיך געזארגט אז יצחק וועט אים גאר שעלטן, האט רבקה אים געזאגט: זארג נישט; "עלי קללתך בני." פארוואזשע האט אים רבקה נישט באלד דעמאלט געגעבן די עצה וואס זי האט למעשה געטאן?
מיר לערנען אין דער פרשה וועגן יעקב אבינו'ס חלום, אין וועלכן ער האט געזען מלאכים ארויפקריכן און אראפקומען די טרעפ פון א לייטער. מלאכים קענען דאך פליען: וואס איז פשט פון דער לייטער-קלעטעריי?
נאר די מלאכים קומען אונז לערנען די וויכטיגסטע לעקציע אין לעבן: נישטא קיין עלעוועיטאר צו ג-טליכקייט (און אויב איז יא פאראן, איז ער צעבראכן). מ'קען נישט ארויפפליען קיין מדריגות. דער איינציגער וועג ארויף פאר א בשר ודם איז דורך גיין שטאפלווייז, א טריט אויפאמאל.
"עם אשר תמצא את-אלוקיך, לא יחיה." פרעגט דער איזביצער: ווי קומט עס צו יעקב אבינו צו שעלטן מענטשן? נאר דאס איז געווען א לעקציע כלפי דעם יצר הרע: אפילו דו וועסט שוין געפינען דאס וואס דו זוכסט, וועסטו נאך אלץ נישט האבן קיין חיות. "הכר-לך מה עימדי, וקח-לך": זע נאר וואס איך האב צו פארקויפן. "וקח לך": נעם זיך אליין, דאס וואס דו פארמאגסט אין זיך אינעווייניג. דארט, ביי זיך אינעווייניג, ליגט דער אמת.
"ויצא יעקב מבאר שבע." ארץ ישראל איז דאך דאס העכסטע פלאץ אויף דער וועלט: פארוואזשע שטייט נישט "וירד" יעקב? זאגט דער בארדיטשובער, אז יעקב האט קיינמאל נישט פארלאזט ארץ ישראל; ער האט גענומען ארץ ישראל מיט זיך.
"שיציאת צדיק מן המקום עושה רושם." איר וואס וואספארא רושם דער יציאת צדיק מאכט? "פנה הודה, פנה זיווה": צו איינבאקן, "להפנים" (אינטערנעלייזן) די שיינקייט און דערהאבנקייט פון ארץ ישראל.
מיר קענען זיך מדבק זיין אינעם אויבערשטן גראד פון ארץ ישראל סיי ווען, סיי וואו מיר ווילן נאר.
"ויפגע במקום." "מקום איז א שם כינוי פאר'ן רבונו של עולם. צדיקים האבן געטייטשט אויף "ויפגע במקום" אז יעקב אבינו האט געהאט אן איבערלעבעניש מיט ג-טליכקייט.
מיר געפינען אין דער פרשה אז יעקב אבינו האט זיך באגעגנט מיט אן "איש", און חז"ל זאגן אז דאס איז געווען א מלאך, "שרו של עשיו." ווען יוסף איז אויפ'ן באפעל פון זיין טאטן געגאנגען אויפזוכן זיינע ברידער, האט ער אויך באגעגנט אן "איש", און חז"ל זאגן, אז יענער איש איז געווען דער מלאך גבריאל.
זאגט רבי משה לייב סאסובער: דער חילוק צווישן די צוויי איז אזוי. יוסף איז געווען פארלוירן, און דער "איש" האט אים באלד אנגעבאטן זיין הילף: "מה תבקש"? וואס זוכסטו? מיט וואס קען איך דיר העלפן? אזא איש מוז זיין גבריאל. אן איש וואס ווערט פלוצים פרום ווען עמיצער וויל עפעס פון אים - "שלחינו כי עלה השחר": איך קען דיר נישט העלפן; כ'דארף לויפן דאווענען, אזא איש מוז זיין דער שרו של עשיו.
פרעגט דער "ספורני": די סיבה פארוואס די שבטים האבן באשלאסן אז יוסף איז חייב מיתה איז געווען, ווייל ער האט געהאט א דין מורד במלכות. זיי האבן דן געווען דערויף און נישט אים סתם אזוי זיך אויף אים ארויפגעזעצט. איז, פארוואס האבן זיי דען יא געזאלט אויף אים רחמנות האבן? אויף וואס איז געווען דאס חרטה האבן?
נאר, ענטפערט ער, אז ווען א מענטש וויינט און בעט זיך, דארפן אלע חשבונות, אפילו די גערעכטע און אויסגעהאלטענע, געלייגט ווערן אין א זייט. אֲשֵׁמִים אֲנַחְנוּ ווייל בְּהִתְחַנְנוֹ אֵלֵינוּ וְלֹא שָׁמָעְנוּ.
(אגב: מ'קען זיך סובסקרייבן צו די מינוט-תורה'לעך אויף יו-טוב אויף דעם פאלגנדן קאנאל: <a class="postlink" href="http://www.youtube.com/channel/UCDo54orpThDBi9R7WobzDGg">http://www.youtube.com/channel/UCDo54orpThDBi9R7WobzDGg</a>)
זאגט דער בית אהרן פון קארלין: "חשבתי דרכי," אויב כ'וועל זיך מחשיב זיין, ווי איך בין, ווי איך שטיי און גיי, "ואשיבה רגלי אל עדותיך": וועלן מיינע רגילות במילא שוין זיך אומקערן צו דער תורה.
"בהוציאך את העם ממצרים תעבדון את האלהים על ההר הזה." ווען דער עולם וועט זיך ארויסציען פון זיינע מצרים, זיינע גרעניצן, וועט יעדער זען אז מ'איז שוין לעולם לאנג אינדרויסן...
פאראן אזעלכע וואס מיינען, אז דער אויבערשטער באווייזט זיך נאר צו געוויסע אדער גרויסע מענטשן. זאגט רבי יאנקעלע דזשיקובער: "וארא אל אברהם אל יצחק ואל יעקב": אויב דאכט זיך עמיצן אז דער אויבערשטער באווייזט זיך נאר צו די גרויסע מענטשן ביי כלל ישראל, "ושמי השם לא נודעתי להם": קענען זיי מיך נאכנישט.
רוב פון די מכות מיט וואס די מצריים זענען געשלאגן געווארן האבן זיך אפגעשפילט אין, מיט, אדער ארום דעם נילוס. וואס האט די דאזיגע אומשולדיגע טייך נעבעך חוטא געווען, אז זי זאל אזוי געשלאגן ווערן?
דער תירוץ ליגט אין דעם פשוט'ן חילוק צווישן א פארמער אין מצריים און א פארמער אין ארץ ישראל. דער מצרישער פארמער האט באקומען דאס וואסער וואס האט אים געשפייזט, דערנערט, אנגעטרונקען זיין פעלד פונעם נילוס. דער ארץ ישראלדיגער פארמער באקומט עס פון רעגן, פון אויבן, פון הימל. דער מצרישער פארמער האט אראפגעקוקט צום נילוס, ווען ער האט זיך גענויטיגט אין וואסער; דער איד אין ארץ ישראל האט מיט'ן זעלבן פארלאנג אויפגעהויבן די אויגן צום הימל.
"גיי," האט דער רבונו של עולם געזאגט צו משה'ן, "און שלאג דעם נילוס -- שלאג די קאנצעפט פון קלאצן אויף דער ערד. זאלן אלע ארויפקוקן און בעטן."