אונטער-א-מינוט חסידות-ווארט
425 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5085
יאירדי בני גד ובני ראובן האבן נישט געקענט טרעפן א בעסערע וועג אויסצודרוקן זייער אהבת ישראל?
זיי האבן באשלאסן צו ניצן יאיר'ס מהלך פון רעאגירן אלס מיטל אויסצודריקן זייער אהבת ישראל 😉 😂
http://youtu.be/DSMKX3pZg_A
פרשת מסעי איז איינע פון די פרשיות וואס ווערן געווענליך שנעל אפגעמאלן, אן צולייגן קיין סך קאפ און מחשבה צו די זאכן פון וואס די פרשה רעדט. אויבנאויף איז עס אן איבערלויף אויף פלעצער און זאכן, וואס די אידן זענען דורך און זיך אנגעשטויסן דורכאויס זייערע וואנדערונגען אינעם מדבר. זאגט אבער דער בעש"ט, אז די לעקציע פון דער פרשה איז, אז כדי אנצוקומען קיין ארץ ישראל - דאס הייסט, כדי זיך צו באפרייען פונעם אייגענעם מצרים און פארוואנדלט ווערן אין אן ארץ ישראל איד - פאדערט זיך פריער דורכצוגיין מ"ב מסעות פון עליות און ירידות, אלערליי איבערלעבענישן און דערפארונגען, ביז צום סוף קומט מען ארויס אן אויסגעלייטערטער און קלארער, גרייט פאר דער טראנספארמאציע פון גלות צו ארץ ישראל.
דער כוח פון תפילה
http://youtu.be/I5sYGZwSg7A
עס שטייט אז די מוטער פונעם כהן גדול האט זיך געפירט צו ברענגען עסן צו די, וואס זענען פארטריבן געווארן צו די ערי מקלט. פארוואס האט זי עס געטאן? ווייל די ערי-מקלט'ניקעס זענען דארט געבליבן זיצן ביז'ן טויט פונעם כהן גדול. די פטירה פונעם גדול הדור איז געווען די זאך, וואס האט זיי באפרייט פון די ערי מקלט און זיי דערמעגליכט זיך אומצוקערן אהיים.
וואס זעען מיר דא? דער שוואכער עלעמענט, מענטשן וואס האבן געהאט דאס אומגליק אז דורך זייערע הענט זאל א צווייטער איד פארלירן דאס לעבן, האבן מתפלל געווען אז דער גרעסטער מענטש ביי אידן, דער כהן גדול, זאל אוועק פון דער וועלט - און זייערע תפילות זענען אנגענומען געווארן. דערפאר האט די מוטער פונעם כהן גדול געטאן פעולות, אז יענע זאלן נישט מתפלל זיין.
איז גרינג זיך פארצושטעלן דעם כוח פון תפילה פון פשוט'ע מענטשן, וואס בעטן אויף באמת וויכטיגע זאכן.
http://youtu.be/V6XKETaPMic
די פרשה איז נישט גערופן געווארן "חניות", רו-ערטער, נאר "מסעי", די וואנדערונגען. מענטשן זענען צוגעוואוינט צו טראכטן, אז דער עיקר מיט א נסיעה איז דער ציל וואוהין דאס דארף דערפירן. די רייזע אליין איז נאר אזא דורכגאנג, א מיטל, אזא אינדערצווישן, וואס מען מוז האבן כדי אנצוקומען צום ציל. דער אמת'ער באדייט פון א נסיעה איז די עצם נסיעה. דאס פארן, דאס געראנגל - דאס איז דער ציל אליין.
איך זעה אז די קלויז איז אריבער צו ליפא׳ס שול. וואס איז די מעשה? גייט מען וויטער באקומען די ווידיאוס אדער פון היינט וועט מען מוזן זעהן ליפא?
http://youtu.be/tLwi62PEuFg
האט א איד זיך אמאל געוואנדן צו אן עלטערן ריזשונער חסיד מיט א פראגע: וואס זאל איך טאן אריינצוברענגען חיות און ווארעמקייט אין מיינע קינדער, אז זיי זאלן נישט אוועקפאלן פון גלייכן וועג?
דער אלטער חסיד האט יענעם געענטפערט א טייטש-תירוץ וואס ער האט געהערט פון זיין גרויסן רבי'ן: "וטפכם אשר אמרתם לבז יהיה, ובניכם אשר לא ידעו היום טוב ורע, המה יבואו שמה." יענע קינדער וועמען מ'בטל'ט אוועק, אז זיי זענען גוט אויף גארנישט און ס'וועט פון זיי גארנישט לייטיש אויסוואקסן, דווקא זיי וועלן אנקומען צום געוואונטשענעם פלאץ.
http://youtu.be/F792oOMzNis
וויאזוי, פרעגט דער ריזשינער, האט משה רבינו באוויזן צו קאמוניקירן די תורה'ס און הויכע ענינים מיט'ן גאנצן כלל ישראל, וואס איז דאך באשטאנען פון אזויפיל ערליי מענטשן, מיט אזויפיל פארשידנארטיגע השגות?
נאר, ענטפערט ער, משה רבינו האט זיך נישט אוועקגעשטעלט האלטן דרשות; ער האט דערציילט מעשיות און משלים - בערבה, בהר, מול סוף - און אלע האבן אויסגעהערט און יעדער האט לויט זיין השגה פארשטאנען דעם מעסעדזש וואס איז אין די מעשיות געווען באהאלטן.
http://youtu.be/HsMaab28Z9w
און אזוי האט דער "אוהב ישראל" געזאגט: "כל רודפיה," אלע וואס יאגן זיך צו טרעפן דעם אויבערשטן, "השיגוה," וועלן אים צום סוף טרעפן דווקא "בין המצרים," ווען מען טרעפט זיך שטעקן ביז'ן זיך נישט קענען ווייטער רירן.
http://youtu.be/Yha2BKMEw-k
תשעה באב. מען זיצט נידעריג, אן גארנישט וואס צו טאן. מ'קען נישט עסן און טרינקען; מ'טאר נישט ארבעטן און פארברענגען. אפילו לערנען איז פארבאטן. וואזשע טוט מען נישט משוגע צו ווערן מיט דער צייט?
איז דער ענטפער: טאקע דאס - גארנישט.
ווען דער בית המקדש איז געשטאנען, זענען אידן געווען אויף זייער פלאץ און געווען מקושר אויבן. זיי האבן גארנישט געדארפט, ווייל זיי האבן געהאט זיך אליין. ווען דאס איז חרוב געווארן, איז אלעס אוועק מיט'ן רויך. מיר האבן זיך ארויסגעלאזט אין א געיעג זוכנדיג זיך אליין, און קיינמאל נישט אנגעקומען צום ציל.
תשעה באב דערמאנט אונז זיך אויפצובויען דעם פערזענליכן חורבן. פארגעסן פון אלע זאכן וואס שלעפן אוועק דעם מענטש'ס אויפמערקזאמקייט - פון זיך אליין.
דער סוד אונטער אידישן כוח
http://youtu.be/0CvvGAm0T84
מיר אידן זענען מאכטפול ביז גאר. אזוי זאגט די וועלט שוין ווייסעך-וויפיל יאר. אבער וואו ליגט דער מקור פון אונזער קראפט? ס'איז נישט דערפאר וואס מיר זענען א סך - "לא מרובכם מכל העמים" - ווייל מיר זענען דווקא ווייניג אין צאל. אידן באטרעפן ווייניגער ווי א פערטל פון איין פראצענט פון דער וועלטס באפעלקערונג.
אונזער סוד איז אבער טאקע דאס, אז מיר זענען באמת קראפטלאז. מיר זענען שוואך און ווען מיר אנערקענען אונזער הילפסלאזיגקייט, דעמאלט באווייזן מיר זיך צו פארבינדן מיט דער אמת'ער, אולטימאטיווער קראפט פון דער בריאה.
דאס איז אונזער סוד.
http://youtu.be/qeI_M2ZjiVk
"ואתם הדבקים בה' אלהיכם חיים כולכם היום." איר ווילט זיין דבוק אין מיר? לעבט, אינאיינעם ווי פארשטענדליך, היינט. פארשטייט און געדענקט אז דאס גאנצע לעבן באשטייט פונעם היינט, פונעם יעצט.
http://youtu.be/4BdjAzokMJY
"ואתחנן אל השם," איר ווייסט וואס איז דער וועג פון זיך איינבעטן צום אויבערשטן? "בעת ההוא": צו זיין כל-כולו אינגאנצן אין דעם הוה, אינעם יעצט. דער גאנצער ישות און מציאות פונעם בעטער זאל פארלוירן ווערן אין דעם מאמענט אין וועלכן ער שטייט. דעמאלט בעט זיך.
http://youtu.be/nIdZDC2sF9E
חמשה עשר באב האבן זיך וועגן און שטעגן געעפנט, די מתים זענען געברענגט געווארן לקבורה, דער שבט בנימין איז ווידעראמאל אויפגענומען געווארן ביי כלל ישראל.
אב איז דער חודש פון שרעקליכע געשעענישן. ס'איז פינסטער, קאלט, אומעטיג. אבער דווקא אין דעם חודש, פונקט אינמיטן, ווען א פולע לבנה שיינט אין הימל, באווייזט זיך פלוצים א ליכטיגקייט, א פרייד. נייע וועגן עפענען זיך און פרישע קשרים ווערן געמאכט.
דאס איז דער יום טוב פון ט"ו באב. ער סימבאליזירט וויאזוי פונעם געדעכסטן חושך רייסט זיך אויפאמאל דורך א בלענדענדע ליכט.
http://youtu.be/Y9Islpmxfqw
"והיה אם שכוח." והיה, האט דער ריזשינער געזאגט, איז א לשון פון שמחה. "והיה אם שכוח," אויב דו וועסט פארגעסן פון שמחה, פון דער וויכטיגקייט צו כסדר געפינען יענע נקודה, וואס געפינט זיך באהאלטן אין יעדן פון אונז און פון וועלכער מיר קענען אייביג, אונטער אלע אומשטענדן, שעפן פרייד, "תשכח את השם אלוקיך."
די צוויי, שמחה און אויבערשטער, גייען אינאיינעם און איינער פירט צום אנדערן.
http://youtu.be/pkncAmvQr9c
און נאך האט דער ריזשינער אמאל געזאגט: "אם שכוח תשכח." די ערגסטע זאך וואס קען עמיצן באטרעפן, איז צו פארגעסן אז ער האט בכלל פארגעסן. אזוי לאנג ווי דער מענטש געדענקט אז ער האט אמאל געדענקט, איז נאך בחסד. ווען ער פארגעסט אז ער האט פארגעסן, איז טאקע נישט גוט.
http://youtu.be/yzSSDIq0pfg
דער חיוב פון געבן צדקה ליגט אויף יעדן איד, אפגעזען פון זיין שטאנד אין דער געזעלשאפט. אן ארעמאן איז פונקט אזוי מחוייב צו געבן, ווי א רייכן. פון וואו זאל דער ארעמאן נעמען געלט צו געבן פאר אנדערע? פונעם רייכן. די תורה איז מחייב א בעל יכולת צו געבן פאר די, וואס האבן נישט "די מחסורו אשר יחסר לו." דאס הייסט, אלעס וואס פעלט אים - אריינגערעכנט געלט צו געבן פאר אנדערע.
דאס זיין א איד, דאס האבן באשאפן געווארן בצלם אלוקים, נעמט אריין די מידה פון געבן פון זיך פאר אנדערע.
http://youtu.be/yRxBtPzwT_c
דער אויבערשטער ווייסט דאך אלעס וואס גייט זיין. ער ווייסט דאך במילא אויך דעם אויסקום פון יעדן נסיון, וואס ער גיט א מענטש. וויבאלד אזוי, וואס איז די חכמה פון געבן א "נסיון"? וואספארא מין פראבע איז עס, ווען דער פרובירער ווייסט וואס די רעזולטאטן וועלן זיין?
דאס ווארט "נסיון" פארמאגט אין זיך דאס ווארט "נס", וואס איז אויך טייטש "הויך", "ארויף". א נסיון קומט געבן דעם מענטש א געלעגנהייט זיך אויפצוהייבן צו נייע הויכן. עס ווייזט אים, אז אפילו ווען ער פאלט אריין אין אן אומבאקוועם, ענג פלאץ, איז ער נאך אלץ ביכולת אנצוהאלטן א שייכות, א קאנטאקט, מיט'ן אויבערשטן.
http://youtu.be/SDEOvVml_os
"ראה," זעט אידן: "אנכי נותן לפניכם היום," כ'גיב אייך א טאג. כ'גיב אייך דעם היינט, און כ'לאז עס איבער פאר אייך וואס צו טאן, מיט דעם דאזיגן היינט. "את הברכה," דער וועג וויאזוי צו פארוואנדלען דעם היינט אין א ברכה, "אשר תשמעון," אויב איר וועט זיך איינהערן, זיין מקושר מיט'ן יעצט, מיט'ן היינט. "והקללה," פון דער אנדערער זייט, "אם לא תשמעון," אויב אנשטאט זיך צוהערן צום יעצט וועט איר ארומלויפן און זוכן אופנים צו אנטלויפן פונעם יעצט-היינט.
http://youtu.be/qftIXPPirhc
דער עולם איז אריינגעפאלן אין א פארמעסט מיט באגיסן זיך און יענעם מיט אייז-קאלטן וואסער. דער מאטיוו וואס טרייבט דאס איז אויפצוטרייבן אויפמערקזאמקייט צו א געוויסן צוועק.
רבי נחמן, דער נחל נובע ומקור חכמה, האט אויף דער וועלט אראפגעברענגט אזא אייז-קאלט וואסער שפריץ, וואס דערוועקט דעם מענטש, און רופט אים צו תורת החסידות.
לאמיר אויפנעמען דעם פארמעסט און זיך אריינטאן אינעם קאלטן, דערפרישנדן וואסער פון יענער תורת אמת.
http://youtu.be/xOP_ZZS9CbI
מענטשן ווילן וויסן וואספארא סארט פירער אויפצונעמען איבער זיך. די תורה גיט דעם ענטפער. שופטים ושוטרים תתן לך: אשר ה' אלוקיך נותן לך. נעם אויף אזעלכע פירערס, וואס געבן דיר ג-ט, וואס ברענגען דיך צו א שייכות און דביקות מיט ג-ט און ג-טליכקייט.
http://youtu.be/bA17nKpP1_Y
"והיתה עמו וקרא בו כל ימי חייו." האט דער ריזשינער דעם פסוק אזוי פארטייטשט. "וקרא בו," דער מענטש זאל די תורה אריינלייענען אין זיך. די תורה וואס ער לערנט זאל זיין אזוי געלערנט, אז ס'זאל ווערן טייל פונעם מענטש "כל ימי חייו." דער מענטש זאל נישט זיין אנגעוויזן אין קיין טעקסט און ווערטער, נאר די תורה זאל פארוואנדלט ווערן אלס אייגנטליכער טייל פון זיין וועזן.
http://youtu.be/gKEnMed07ao
נישט יעדעס מאל מ'גייט ארויס אין א מלחמה, קומט מען צוריק א זיגער. ווען יענער איז שטארקער און זיין ארמיי מעכטיגער, איז מעגליך אז דו וועסט די מלחמה פארלירן.
זאגט דער חתם סופר: דער אויבערשטער וויל נישט פון דיר דווקא צו געווינען, און ער לייגט דאס אחריות דערפון נישט ארויף אויף דיינע פלייצעס. אלעס וואס ער פארלאנגט איז, אז זאלסט זיין גרייט צו קעמפן. "כי תצא למלחמה על אויביך," איז דער פארלאנג. פרוביר. דאס אלעס.
"ושלחה ידה והחזיקה במבושיו." זאגט דערויף דער איזשביצער אזא געדאנק. ווען דו שטרעקסט אויס א האנט און פרובירסט אנקומען צו יענעם, מיט'ן ציל צו האבן א השפעה, יענער זאל דיך אויסהערן, איז דער גרעסטער טעות וואס קען באגאנגען ווערן אנצורירן יענעם ביי זיינע פריוואטע, שוואכע אספעקטן, מיט וועלכע ער שעמט זיך און פילט זיך אומבאקוועם. אויב דו וועסט דארט אנרירן, "וקצותה את כפה," האסטו זיך אפגעהאקט די הענט, ווייל דו וועסט אין ערגעץ נישט אנקומען. השפעה אויף יענעם קען מען האבן דורך ארויסהייבן יענעמס מעלות און מאכן גוט פילן.
http://youtu.be/V6KHfXzZAZ4
טרעפן דעם אויבערשטן ווען מ'איז הויך אויבן אויף א גוט פלאץ איז נישט קיין חכמה. די קונץ איז אים צו טרעפן ווען מ'איז דא, אונטן, אויף דער ערד.
"והי'" - ווען וועסטו זיין בשמחה, די שמחה וואס קומט פונעם קרבת אלוקים לי טוב, "כי תבואו אל הארץ", ווען דו וועסט אראפקומען אויף דער ערד.
- לחיים!
פרשת נצבים-וילך
די פסוק זאגט ואנכי הסתר אסתיר פני ביום ההוא. זאגט ר' נחמן מברסלב, אז אפילו ווען ס'איז הסתר בתוך הסתר דארף א איד געדענקן אז די באשעפער שטייט אלץ אינטער אלע געשעענישן
דריידלדי פסוק זאגט ואנכי הסתר אסתיר פני ביום ההוא. זאגט ר' נחמן מברסלב, אז אפילו ווען ס'איז הסתר בתוך הסתר דארף א איד געדענקן אז די באשעפער שטייט אלץ אינטער אלע געשעענישן
אויב דענק איך גוט זאגט ער דער לשון "בוודאי".
http://youtu.be/seTWdr5bKVQ
איר קענט די געשיכטע מיט אייזיק יעקלס, יענער וואס האט זיך ארויסגעלאזט זוכן דעם אוצר וועגן וועלכן ער האט גע'חלומ'ט אונטער יענער בריק. דער וועכטער האט אים אויסגעלאכט: "נישטא קיין אוצר דא. איך האב זיך גע'חלומ'ט וועגן אן אוצר אונטער דעם אויוון פון א געוויסן אייזיק יעקעלס. זאל איך יעצט גיין דארט גראבן?"
און אייזיק האט ווירקליך געטראפן דעם אוצר אונטער דעם אויוון ביי זיך אין שטוב.
דער אויבערשטער איז נאענט, נאענטער ווי מ'קען זיך פארשטעלן. נאר כדי אים צו טרעפן פאדערט זיך א גרייטקייט אים צו גיין זוכן איבעראל. ווען א מענטש זוכט ג-ט אזוי שטארק, אז ער איז גרייט צו גיין ווייט און לאנג, דעמאלט געפינט ער אים - ממש אונטער דער נאז.
דאס איז צווייפאכיג, דער בריק ארבייטער וועלכע איז נישט נאכגעגאנגן דעם חלום, האט נישט געטראפן דעם אוצר אונטערן בריק אויך נישט.
רבי נחמן ברענגט די מעשה (סוף סיפ"מ) און מיט דעם איז ער מסביר פארוואס מען דארף גיין צו א צדיק, מען קען דאך אליין אויך זיין אן ערליכער איד. נאר דער מענטש אליין איז צובראכן און ער גלייבט נישט אז ער קען מצליח זיין, דארף ער גיין צום צדיק געוואויר צו ווערן אז דער אוצר ליגט ביי אים אינדערהיים.
און דער צדיק קען זיין א פשוט'ע בריק ארבייטער אויך, מוז נישט זיין עפעס א כ'ווייסעכוואס.
יא יא. נישט קיין חילוק ווי אזוי דער צדיק קוקט אויס, דער עיקר דארף מען זעהן אויב ער קען מיר ווייזן וואו מיין אוצר ליגט באגראבן.
http://youtu.be/IN6_uJ6RzjM
אני לדודי, ודודי לי. דאס איז א גאנגבאר ראשי תיבות פון דעם ווארט "אלול", און ווערט ברייט באנוצט אין די טעג. די טעג ווערן באצייכנט ווי די ימי רחמים ורצון, ווען מען טוט תשובה. ווי קומט תשובה צו דער ליבשאפט וואס דער "דודי" הין און צוריק דריקט אויס?
תשובה מיינט זיך "אומקערן". דאס איז דער פשוט'סטער אפטייטש פונעם ווארט, פאר אלעם רמזים און דרושים. תשובה איז טייטש: אומקערן.
אומקערן זיך: וואוהין? אויף דעם קומט דער ענטפער: אני לדודי, ודודי לי. מען דארף זיך אומקערן צו יענעם צושטאנד, פון דער אהבה וואס גייט טיפער ווי ווערטער און שטייט העכער ווי דעם אדער יענעם כאראקטעריסטיק.
די תשובה, דאס זיך אומקערן, פון וואס מען רעדט דא צילט נישט אויף א באשטימטן פלאץ, און באשטייט אויך נישט פון קלארע שריט. ס'איז א צושטאנד אין הארץ, אין די הערצער, צו וועלכן מען דארף צוריקגיין. אלע פרטים און אנווייזונגען בשייכות מיט תשובה זענען מיטלען וואס קומען העלפן דעם מענטש אנצוקומען אהין. די מיטלען זענען נישט דער עיקר, דער ציל, נאר אמצעים.
די שאלה פון "וויאזוי טוט מען תשובה?" איז פאר זיך אליין שוין אן אנדייטונג, אז דער פרעגער האט נישט געכאפט די נקודה.
אזוי זאגט דער "שפת אמת".
http://youtu.be/941sU8CUx3I
די גרעסטע ברכה קומט פונעם אויבערשטן אליין. שבת מברכין אלול איז די גרעסטע סגולה צו באקומען די גרעסטע ברכה. איז דער בעש"ט מסביר די סיבה פארוואס און וויאזוי: "אתם נצבים היום כולכם," ווען אלע אידן זענען באחדות און שטייען אינאיינעם, "לפני השם אלוקיכם." ווען אידן אנערקענען און כאפן זיך אז אלע אינאיינעם זענען בעצם איינס און די זעלבע זאך וואס נעמט אריין דעם אויבערשטן אויך - דאס אליין ברענגט די גרעסטע ברכה זאל במילא אראפקומען.
http://youtu.be/UJMcv7ttZaU
איך פארשטיי דאך נישט קיין ווארט פון די פזמונות וואס מיר זאגן ביי סליחות. פארוואס זאל איך קומען זיי זאגן?
זאגט דער ריזשינער: "שומע תפילה", דער אויבערשטער הערט אויס די תפילה, "עדיך כל בשר יבואו." מיט דעם וואס אזויפיל אידן קומען זיך צוזאמען מיט'ן זעלבן ציל, פאר'ן זעלבן צוועק, דאס אליין זאגט דאך אזויפיל און דריקט אויס אזא תפילה, אז דער אויבערשטער איז עס מקבל.
ווי וועט רבי נחמן שלעפן עמיצן אן פאות?
http://youtu.be/ONBHN5FcRDc
אויף ראש השנה פארן צענדליגער טויזנטער אידן צום ציון פונעם צדיק הדורות רבי נחמן ברסלבער - וועלכער וועט די וואס וועלן אהין קומען "ארויסשלעפן פון גהנום ביי די פאות."
און וואס איז מיט עמיצן וואס האט נישט קיין פאות?
"פאה" איז טייטש "עק". רבי נחמן רעדט וועגן א נקודה טובה, וואס יעדער מענטש אפגעזען פון זיין מצב פארמאגט און קען קיינמאל נישט פארלירן. רבי נחמן פארזיכערט אונז צו טרעפן יענע נקודה טובה אין יעדן איינציגן מענטש, און זי נוצן אלס אנכאפ, אלס אן אחיזה אין יענעם מענטש און אים ארויסשלעפן פון וואו ער איז און ברענגען אים אויף א גוט פלאץ.
מיט דעם אליין וואס דו ביזט א איד, ביזטו גוט -גענוג גוט אייביג צו האבן תיקון. ביזט א איד, האסטו א פאה, אן עק, וואס איז נישט בארירט געווארן פון גארנישט.
http://youtu.be/T_wK9SsB5N0
יום כיפור ווייסן מיר די הלכה אז "עיצומו של יום מכפר." דער דאזיגער טאג איז אזוי הייליג און איז בעצם געמאכט פון אזא מין דורכדרינגליכן רייניגונגס מאטעריאל, איז דורכ'ן דורכלויפן אליין איז ער מכפר די עבירות פון יעדן איד.
פאראן אין דער אמעריקאנער פאלקלאר א באקאנט מעשהלע מיט א שיינער מאמע קאטשקע, ביי וועמען איינער פון די געלייגטע אייער האט זיך אראפגעקוילערט און פארוואלגערט צווישן אייער פון הינדלעך. ווען זי האט זיך אויסגעפיקט פונעם איי און געזען אז זי איז אנדערש ווי אלע ארום זיך, איז די קאטשקעלע געווארן צעבראכן און האט מיט אלע כוחות פרובירט זיך צו טוישן און זיין ווי די אנדערע. דאס האט אזוי אנגעהאלטן ביז זי האט זיך אנטוויקלט גענוג צו קענען אליין פליען. דעמאלט, פליענדיג העכערן וואסער, האט זי צום ערשטן מאל געזען איר אפשפיגלונג אינעם וואסער אונטן און צום ערשטן מאל געזען איר הערליכע, שניי-ווייסע פיגור. אביסל שפעטער האט זיך געטראפן נאך ווייסע קאטשקעס און ענדליך געכאפט, אז זי איז נישט קיין יוצא דופן; פארקערט: זי באלאנגט צו א מין וואס איז סך שענער ווי די הינדלעך וואו זי איז געווען פארוואלגערט און צו וועמען זי האט אזוי פרובירט זיך צושטעלן.
און דאס איז א איד: ריין. א איד איז בעצם ריין און פריי. יום כיפור פארמאגט אין זיך די סגולה פון דאס קלאר מאכן פאר יעדן איד. נישטא אזא זאך ווי "נישט גענוג תשובה געטאן." דו ביזט גוט כמו שהוא. דארפסט פשוט כאפן אז דו ביזט נישט סתם א מענטש ווי אנדערע, נאר באלאנגסט צום יענעם סארט מענטש וואס איז בעצם שיין און שניי ווייס.
http://youtu.be/1YB11X0dvD8
אלע עבירות פון וואס מ'קען נאר טראכטן זענען אויסגערעכנט אינעם נוסח פון "על חטא". איין גאר גרויסע עבירה, דער חטא פון ביטול תורה, פעלט פון דער ליסטע. וואס איז פשט?
זאגט דער שפת אמת: ס'איז יא דערמאנט. "על חטא שחטאנו לפניך בבלי דעת" מיינט ממש דאס. די נקודה פון תורה איז דביקות - "דע אלוקי אביך." די אפוועזנהייט פון דעם דעת, פון דעם קשר, דאס בעצם איז ביטול תורה.
http://youtu.be/fDLDmlr2yUg
אז מען קוקט זיך אים דורכ'ן יאר כאפט מען, אז די צייט איז פול מיט לעכער, מיט שטיקלעך ליידיג פלאץ דא און דארט. א חטא איז חסרון: עפעס פעלט.
"המקום ימלא חסרונך." דער אויבערשטער ווערט באצייכנט ווי "מקום", מקומו של עולם. יום כיפור איז א צייט זיך מתבונן צו זיין און כאפן, אז אפילו די ליידיגע פלעצער זענען פול מיט דעם מציאות פונעם "אין סוף", וואס פילט אלעס אן אייביג און איבעראל.
http://youtu.be/EbSvSgiFWjc
פאראן א פאלקס מעשה'לע מיט א פויער, וואס האט געראטעוועט דעם רוסישן צאר ווען יענער האט זיך אמאל פארבלאנזשעט זייענדיג אליין אויף דער יאגד. דער דאנקבארער צאר האט אריינגעשטעקט זיין שווערד אין דער ערד, און געגעבן דעם פויער דריי שטעקנס.
"שטעק זיי איין ווי און וואו ווייט דו ווילסט. אלעס וואס געפינט זיך אין די שטעקן-גרעניצן ווערט דיינס!" האט דער צאר דערקלערט.
א צעשטראלטער האט דער פויער זיך געלאזט גיין מיט די שטעקנס אין די הענט. אט האט ער זיך אבער געכאפט, אז ער זאל ליבערשט לויפן. אזוי וועט ער באווייזן צו דעקן א גרעסערן שטח. דער פויער איז געלאפן, אבער דער דראנג נאך מער און נאך האט אים נישט געלאזט זיך אפשטעלן. אזוי איז דער דארפסמאן געלאפן און געלאפן, ביז - ביז זיין טויט. טעג און וואכן איז ער געלאפן, און ענדליך אנידערגעפאלן און אויסגעהויכט די נשמה.
ללמדינו: א מענטש מוז האבן גבולים, אויב וויל ער אויף דער וועלט מצליח זיין. אויב איז זיין מקום און מעשה נישט דעפינירט מיט גרעניצן, וועט דאס מציאות פון זיין לעבן צעשווימען ווערן און ער וועט ענדיגן זיינע טעג מיט זוכן און נישט אנקומען.
יום כיפור איז דער קלימאקס פון קדושה אינעם אידישן לוח. אלץ איז הייליג און ריין, און דער מענטש פארלירט זיינע געווענליכע באגרעניצונגען. אויך די גבולים פון מענטש ביז מלאך ווערט צעשוואנקען, און מיר סימבאליזירן דאס מיט'ן פאסטן, ווייסע בגדים, און נאך. באלד מוצאי יום כיפור דארפן מיר אבער זיך שטעלן בויען ווענט. "עשה לך סוכות": מאך זיך גבולים, צייכן זיך אן דיין ארט.
ווייל נאר אזוי, נאר דורכן קאנצענטרירן א שטיקל רוחניות'דיגס, קען מען עפעס טאן למעשה אויף דער וועלט.
פארשפעטיגטע סוכה ווארט
http://youtu.be/LRBDbfuwYCg
סוכות ווערט אנגערופן "חג האסיף." און פונקט דעמאלט קומט דער געטליכער באפעל: גיי ארויס פון דיין הויז און אריין אין דער שוואכער סוכה אינדרויסן. דער רמז דערמיט איז: דיין כוח ליגט אין דער הכרה אז דו קענסט גארנישט. ווען דו כאפסט דאס, אז דו מענטש ביזט אינגאנצן אנגעוויזן אין מיר גאט, דעמאלט ביזטו אויפ'ן ריכטיגן פלאץ און דעמאלט ביזטו באמת אינדערהיים.
הושענה רבה שיריים
http://youtu.be/gKNZcsZ8jEo
הושענה רבה קומט אונז זאגן, אז די נקודה דורך וועלכער מיר קענען זיך פארבינדן צום העכסטן פלאץ איז דווקא די נידעריגע, צעקלאפטע און צעשלאגענע. דערפאר קלאפן מיר הוש"ר די הושענות, און ווארפן זיי תיכף ארויף צום העכסטן, הייליגסטן פלאץ: העכער'ן ארון קדוש.
http://youtu.be/ciKl69eBgZ0
נח האט דאך געגלייבט אינעם אויבערשטן. האט ער געוואוסט אז א שרעקליכע קאטאסטראפע האלט אט ביים באטרעפן דער וועלט. פארוואס האט ער נישט מתפלל געווען, אז די גזירה פונעם מבול זאל אפגערופן ווערן?
זאגט ר' שלמה'לע: נח האט טאקע געגלייבט אינעם אויבערשטן. ער האט אבער נישט געגלייבט אין זיך אליין. ער האט נישט גענוג געוואוסט און פארשטאנען דעם כוח וואס דער אויבערשטער האט געגעבן דעם מענטש, צו דאווענען און משנה זיין די הימלישע גזירות.
דער מענטש דארף געדענקען אז דער אויבערשטער גלייבט אין אים, אין זיינע כוחות. זאל דער מענטש גלייבן אין זיך אזוי שטארק ווי דער רבונו של עולם גלייבט אין אים.
http://youtu.be/FMNoYlRWgps
"כי השחית כל בשר את דרכו" מיינט אז די גרעניצן זענען אוועקגעקומען. ווען יעדער איז פריי צו טאן אלעס וואס ער וויל, פאלט די וועלט אריין אין כאאס. ס'מוזן זיין גרעניצן. וואסער איז די סאמע יסודות'דיגע סובסטאנץ וואס דערהאלט די וועלט ביים חיות. אבער אויך וואסער מוז זיך געפינען אין א כלי, כדי צו קענען דינען דעם דאזיגן תפקיד. איינמאל וואסער גיסט זיך ארויס פון גרעניצן, ברענגט עס אויף דער וועלט חורבן און טויט. אבער ווען באגרעניצט אויף א געזונטן, באלאנצירן אופן, איז וואסער מחי' מענטשן און העלפט ביימער און בלומען אנטוויקלען א שיינע, לעבעדיגע וועלט.
http://youtu.be/Q9QQsuD53Ns
אין א זאג פון א מענטש זענען אפטמאל פאראן צוויי משמעות'ן. דאס ערשטע איז וואס די ווערטער זאגן; דאס צווייטע משמעות איז דעם זאגער'ס אמת'ע כוונה.
עמיצער קומט צו א פריינט און דערקלערט: כ'בין געקומען זיך געזעגענען. כ'גיי אט באגיין זעלבסמארד. די כוונה אונטער די ווערטער איז: ביטע ראטעווע מיך. כ'וויל זיך נישט פונאנדערגיין מיט דיר און דער וועלט.
ווען דער אויבערשטער איז געקומען צו נח און געזאגט: כ'גיי ברענגען א מבול און מאך זיך ובכן א תיבה, איז די כוונה געווען: בעט, זיי מתפלל, טו דערצו אז ס'זאל נישט געשען.
ווייל אלץ וואס דער אויבערשטער וויל איז, אז ס'זאל יא זיין גוט און וואויל, און אז מענטשן זאלן פארשטיין דעם תכלית: זיך מקשר צו זיין אין עפערס העכערס און שענערס.
http://youtu.be/RFfG_NO9z1k
"יש מרבותינו שדורשין אותו לשבח, ויש שדורשין אותו לגנאי."
מען קען אויף יעדער זאך, יעדן מענטש, אנקוקן אויף מערערליי וועגן. קוקן קרום און געפינען דאס נעגאטיוויטעט, דאס שלעכטס, איז נישט קיין חכמה און יעדער קען עס באווייזן. די קונץ איז צו טרעפן דאס גוטס אין אלעם, צו זען דעם פאזיטיווען חלק, די נקודה טובה, וואס געפינט זיך אין יעדער זאך.
די וואס זענען "דורשין לשבח" זענען די "רבותינו" פון וועמען מ'זאל זיך אפלערנען און אין וועמענס דרכים מיר זאלן גיין.
http://youtu.be/cM3zmgzhhq8
מענטשן טוען אפטמאל אלעס אין דער וועלט צו אנטלויפן פון זיך אליין. זיי האבן מורא זיך צו באקענען מיט'ן אייגענעם תוך, כדי נישט צו דארפן זיך אפגעבן מיט וואס זיי וועלן דארט געפינען.
"לך לך" קומט דווקא דאס אנדייטן: גיי אריין אין זיך אליין. באקען זיך מיט דיר. האב נישט מורא.
http://youtu.be/1ndtDqInxIE
אפטמאל אין דער היסטאריע האט זיך געמאכט, אז ס'איז צווישן די דורות אריינגעקומען א פארפלייצונג, א מבול, א צעמישעניש, וואס האט געפירט דערצו אז עלטערן זאלן זיך נישט פארשטיין מיט די אייגענע קינדער.
אין אונזער דור זענען מיר אפטמאל עדות צו אזא דור-חילוק מבול. דארף מען אין אזא צייט געדענקען דאס ווארט פונעם הייליגן לעכעווישטער: "בא אל התיבה," קום צום ווארט, "אתה ואשתך ובניך." דו און דיין פרוי, זעץ זיך אוועק שמועסן מיט דיינע קינדער; רעד צו זיי און הער זיי אויס מיט אפענעם קאפ און בעיקר אן אפן הארץ. פארשטיי זיי און פארשטייט זיך.
http://youtu.be/usfCHcXmnwo
די תורה אין פרשת לך דערציילט די געשיכטע מיט שרה, וועמען אברהם אבינו האט באהאלטן פון פרעה'ס דינער, און דערביי זי געבעטן זיך אנצוגעבן ווי זיין שוועסטער. פרעה האט ווירקליך פארכאפט שרה, און האט דערפאר באקומען שלעק, "נגעים גדולים". דער מצרי'שער קעניג האט דאן אומגעקערט שרה אמינו צו אברהם, אבער דערביי נישט פארגעסן צו באשולדיגן אברהם: "פארוואס האסטו מיר נישט געזאגט אז זי איז דיין ווייב?"
אבער באמת, וואס האט אויסגעפעלט צו דערמאנען פרעה'ס טענה? זיינע ווערטער האבן לעולם נישט אזויפיל שייכות מיט'ן סיפור המעשה, וואס איז פאקוסירט אויף אברהם.
די תורה וויל אונז אבער דערמיט עפעס לערנען. ווען א מענטש באטרעפט א פראבלעם, א שווערן מצב, דארף ער דערפון עפעס ארויסנעמען. ער דארף אריינטראכטן און צוזאמשטעלן דאס שייכות פון דער צרה ביז זיך.
פאראן אזעלכע, וואס אנשטאט כאפן די נקודה הייבן זיי אנשטאט אן באשולדיגן אנדערע - אומשטענדן און מענטשן. אזא מהלך איז נישט געוואונטשן, ווייל אזוי ארום פארפאסט מען די געלעגנהייט זיך צו לערנען פון דער געשעעניש.
די תורה דערציילט די געשיכטע און ווייזט דערביי אן וויאזוי פרעה האט אויפגענומען די צרה וואס האט אים באטראפן: אנשטאט מאכן א חשבון וואס האט אים געפירט צו אזא מצב, הייבט ער אן אנווארפן די שולד אויף אברהם. אזא מהלך איז א טעות און פירט אין ערגעץ נישט...
http://youtu.be/8HwG_G7BNgU
א געוואלדיג ווארט פון ר' שלמה'לע.
יעדער מענטש נעמט זיך אמאל אונטער א דבר טוב. יעדער איד האט דעם מאמענט, ווען עס באפאלט אים א גוטער רוח און פירט צו וועלן ווערן בעסער. דאס מציאות איז געווענליך, אז עס קילט זיך אפ. ביים צווייטן טאג הייבן ספיקות זיך אן אריינ'גנב'ען אין דער מחשבה. ביים דריטן טאג האט שוין דער מענטש צומאל חרטה אויפן גאנצן עסק.
דער אויבערשטער איז געקומען באזוכן אברהמ'ען דווקא אינעם דריטן טאג נאך זיין זיך מל זיין. די עקידה איז אויך פארגעקומען אינעם דריטן טאג נאכן באקומען דעם הימלישן באפעל.
דער אויבערשטער וויל דער מענטש זאל אויסהאלטן, אויסטראגן די שוועריגקייטן, און אויספירן זיין גוטן רצון דווקא דעמאלט ווען דאס התעוררות וואס האט אים געגעבן דעם ערשטן שטופ איז שוין אויסגעוועפט.
אויב באווייזט מען צו דערטראגן די זאך ביז דעמאלט, וועט דער אויבערשטער זיך סוף סוף באווייזן.
http://youtu.be/OtEUuWJvzRw
פאראן א באקאנטער מדרש וואס שילדערט דעם צוגאנג וואס אברהם אבינו האט אונטערגענומען מיט זיין הכנסת אורחים. זיין געצעלט, מיט עפענונגען צו אלע פיר זייטן, איז געווען אוועקגעשטעלט אינעם מדבר און יעדער פארבייגייער איז פארבעטן געווארן אריינצוקומען עסן און טרינקען. נאכ'ן פארענדיגן, האט אברהם יענער דירעקטירט צו דאנקען גאט, וועלכער איז דער וואס שטעלט דאס אלעס אהער. אויב יענער האט אפגעזאגט, האט אברהם פארלאנגט באצאלט צו ווערן פאר דעם צוגעשטעלטן סערוויס.
לכאורה, וואס האט אברהם דערמיט געוואלט עררייכן? יענער וועט אפדאנקען און א מינוט שפעטער פארגעסן פון אלעם. איין טאג שפעטער וועט ער זיך אומקערן צו דער עבודה זרה. וואס, אויב אזוי, האט ער דא אויפגעטאן?
נאר געווענליך האבן מענטשן א טענדענץ אנצונעמען זאכן באופן "ס'קומט אזוי." ווען א מענטש איז הונגעריג, עסט ער, און דערמיט איז דאס עסק געשלאסן. צומאל מאכן זיך מינוטן ווען א מענטש נויטיגט זיך דרינגענד אין עפעס, אבער האט עס נישט. דעמאלט איז פאראן א מקום צו טראכטן א רגע, אז עס איז נישט קיין אויטאמאטישער פראצעדור. דער מענטש באקומט דעמאלט די געלעגנהייט צו שפירן דאנקבאר.
אברהם האט אנגעפיטערט מענטשן אין מדבר. דארט איז א פלאץ וואס איז טרוקן און ליידיג. דאס איז א גוטע געלעגנהייט פאר מענטש זיך עפענען זיך דאס הארץ און אריינלאזן דעם רעיון, אז דאס עצם עסן איז נישט אזא פשוט'ע זאך. פאראן אזא מושג ווי ס'איז נישט פאראן, און ווען יא דארף מען דערויף זיין דאנקבאר.