אונטער-א-מינוט חסידות-ווארט 425 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5085
קלויזעלע, קלויזעלע...
https://www.youtube.com/watch?v=Dp2yrxLp3xM צומאל מוז מען אוועקפארן אין די מרחקים כדי צו פארשטיין ווי געהעריג אפצושאצן אזא ווארעמע היים ווי דעם "קלויז". זיצנדיג אין טאראנטא כאפט מען זיך, אז דארט, ווייט אוועק, געפינט זיך א ווארעמע היים, דער געשמאקער "קלויז", וואו אלע הערצער פלאמען, וואו מענטשן האבן אין זיך חיות, וואו מען לעבט אויף דער וועלט.
https://www.youtube.com/watch?v=2MchMIHt_-Y "אם יש לו דין ודברים עם עכו״ם, ישפוט עמו בחודש אדר." אויב עמיצער וויל זיך "פארהערן" מיט'ן עכו"ם, מיט'ן געצנדינער ביי זיך אין הארץ, טראג אים אריין אינעם אדר אריין.
וואו געפינט זיך דעם אויבערשטנס נאמען אין דער מגילה?
https://www.youtube.com/watch?v=1bR67y_brbM וואו אין דער מגילה איז מרומז דעם אויבערשטנס נאמען? אין יעדן ווארט! וואו געפינט מען דעם אויבערשטן? נישט נאר ווען ער קומט אראפ פון הימל, נישט אינעם מן, נישט אינעם נס פון קריעת ים סוף. דעם אויבערשטן געפינט מען איבעראל. א איד האט געקענט זיך באטייליגן ביי יענער סעודת אחשורוש. דעם אויבערשטן האט ער געפונען ווען ער האט געהאט די השראה און געכאפט, אז דער אויבערשטער זיך געפונען דארט און דעמאלט. ווען איך געפין זיך אויפ'ן נידעריגסטן מצב אין מיין לעבן, ווייס איך אז דער אויבערשטער געפינט זיך דארט מיט מיר. ס'איז גענוי אט די הכרה וואס ברענגט אונז פנים אל פנים מיט'ן מציאות פון התגלות אלוקית.
http://youtu.be/9ix6pHoTp5Q ווען א מענטש בויט זיך אליין אויף, וועלן מענטשן אים מער רעספעקטירן ווי עמיצן וואס האט באקומען בירושה א מיליאן דאלאר און דערמיט זיך אויפגעבויט. דאס איז די נקודה אונטער דעם געדאנק, אז בעלי תשובה שטייען אויף א העכער מקום ווי צדיקים גמורים. דער צדיק גמור האט זיך קיינמאל נישט געדארפט ספראווען מיט די שוועריגקייטן, קרימקייטן, און פארדרייטקייטן ווי דעם, וואס איז געווארן א בעל תשובה. פורים פייערן מיר נישט דעם נס אזוי ווייט ווי דעם געראנגל, די שוועריגקייטן, דעם שווערן, קרומען וועג ביז'ן אנקומען צום גוטן סוף.
https://www.youtube.com/watch?v=1cE56ffIWXo איינע פון די עופות טמאים איז א פויגל מיט'ן נאמען "חסידה". די גמרא זאגט אז די סיבה פאר'ן נאמען איז, ווייל די דאזיגע פויגל טוט חסד מיט אירע חבר'טעס. פרעגט דער הייליגער ריזשינער: אויב פארמאגט די באשעפעניש אזא גוטע מידה ווי חסד, פארוואזשע איז זי טאקע נישט כשר צו עסן? און ער ענטפערט: טאקע דערפאר, ווייל זי טוט חסד נאר מיט אירס גלייכן. חסד מיינט טאן גוטס מיט יעדן מענטש.
https://www.youtube.com/watch?v=xxLRXftdtr8 אפטמאל מאכט זיך, אז מען וויל עפעס טאן, נאר מען האלט זיך אפ צוליב כל'ערליי חשבונות. מען שעמט זיך, מען שרעקט זיך פאר א דורכפאל, מען מאכט זיך אלערליי חשבונות איבער וויאזוי מענטשן וועלן עס אנקוקן און אויפנעמען. אהרן הכהן האט זיך געשעמט צוצוגיין צו דער עבודה. משה רבינו האט אים געמוטיגט: וואס שעמסטו זיך? דאס איז דאך בפירוש וואס דו דארפסט יעצט טאן -- "לכך נבחרת!" וואזשע זאל עמיצער טאן, אויב פילט ער אז בושה און חשבונות שטעלן זיך אין וועג און שטערן אים פון אויספירן וואס ער וויל אדער דארף יעצט צו טאן? גארנישט. פשוט -- עס טאן! מען שטעלט זיך אפ אויף א רגע, מען פילט די בושה און מען איז זי מקבל, און מען גייט גראד ווייטער און מען טוט צו דער זאך...
https://www.youtube.com/watch?v=kUjPmitNTb4 האט ר' שלמה'לע אמאל געזאגט: עס זענען פאראן מענטשן וואס זענען וויליג אויפצוגעבן אויפ'ן מארגן צוליב א נעכטן. היינט און מארגן זענען לעולם גוט; ער איז אבער שטעקן געבליבן אין א נישט-אזא גוטן נעכטן. ללמדינו: מען דארף לעבן כל-כולו אינעם היינט, אינעם יעצט. וואס איז געווען איז מער נישט נוגע; וואס גייט זיין איז נאכנישט נוגע. די איינציגע אמת'ע זאך וואס עקזיסטירט בפועל איז דער יעצט.
VIDEO
ס'איז פאראן א פלאץ, דאס העכסטע פלאץ פון השגה, וואוהין מען אנקומען בלויז דורך שווייגן. דאס מיינט נישט נאר א ווערטער-שווייגעניש, נאר א שטילקייט אין מוח. מיר רעדן מיט'ן מויל, אבער אויך אינעם קאפ. עס טוט זיך דארט אינעם מוח אן אומאויפהערליכע גערויש פון מחשבות און געדאנקען. פונקט ווי ווען דאס מויל איז פול מיט רייד בלייבט נישט קיין פלאץ פאר נאך דיבורים, אזוי אויך ווען דער קאפ איז מלא געדאנקען, קען דארט גארנישט מער אריינגיין. ווען דער מוח ווערט אמאל שטיל, ווערט דארט א פריי פלאץ, וואו עס זעצט זיך באלד אריין א השגה וואס לאזט זיך נישט ארומכאפן מיט ווערטער. ס'איז א מתיקות וואס האט נישט קיין גענוגנדער משל מיט וועלכן עס אנצוכאפן.
די השגה און זיסקייט זענען דארט; זיי זיצן אינדרויסן. אזוי שנעל ווי ס'ווערט אין קאפ פלאץ, פאלן זיי דארט באלד אריין, אן קיין איבעריגער אנשטרענגונג מצד דעם מענטש.
-- "וידום אהרן..."
לכאורה, אויב מען מעג פרעגן, איז אן השגה וועלכע מ'קען נישט מגדיר זיין מיט ווערטער א חסרון, נישט קיין מעלה. דער חסרון איז אז מיר זענען נעבעך צו ארעם אין ווערטער מסביר צו זיין דער זיסקייט און השגה. אין אנדערע ווערטער, דאס אז מיר קענען נישט מסביר זיין די השגה איז נישט קיין מעלה אין די השגה, נאר א חסרון אין אונזער שפראך. נישט אזוי?
אויב איך מעג פרעגן, ווען גייט מען שוין פעינטען די מזרח וואנט?!!!!!
@יידל , א שטארקע נקודה, און יתכן אז ס'איז אמת.
ס'קען אפשר אויך זיין, אז אונזער וואקובאלאר -- אונזערע ווערטער -- זענען מיוסד אויף אונזערע ערפארונגען און איבערלעבענישן. דער ראש ישיבה זאל זיין געזונט, אויב כ'האב אים פארשטאנען, רעדט פון אן experience וואס האט נישט זיין בדומה-לו אינעם עולם העשי', און די סיבות וואס ברענגען די איבערלעבעניש זענען אויך נישט קיין קאנקרעטע געשעענישן און זאכן. במילא האבן מיר דערפאר נישט קיין ווערטער.
VIDEO
ווען עמיצער איז בזמן הבית געשלאגן געווארן מיט א טויטן פונקט אויף זיין גוף, מיט א נגע צרעת, האט ער זיך געוואנדן צום מומחה אויף אפגעטויטקייט, דעם כהן, ער זאל אים העלפן. וואס האט פאסירט אויב דער געשלאגענער איז געווען דער כהן גדול זעלבסט, דער סאמע גרויסער מומחה? ער האט נישט געקענט זיך אליין פסק'ען, נאר האט זיך געמוזט ווענדן צו א צווייטן כהן.
א מענטש קען אייביג העלפן א צווייטן. זיך אליין איז אבער אוממעגליך צו דיאגנאזירן; מען דארף זיך מבטל זיין צו א צווייטן און הערן פון יענעם וואס די פראבלעם איז.
VIDEO
געפינען מיר די וואך אין דער פרשה, וואס מען דארף טאן מיט עמיצן וואס לויפט ארום לשון-הרע'ן און רכילות'ן - עמיצער וואס איז פארנומען מיט די אישוס פון אנדערע מענטשן. מען זעצט אזא איינעם ארויס אינדרויסן פון שטאט, אוועק פון מענטשן. זיצנדיג אזוי איינער אליין אויף א שטיין, האט דער איינזאמער מענטש די געלעגנהייט צו זען די בריאה, דאס לעבן וואס געפינט זיך איבעראל אין און ארום אלעם. ער זעט די זון אויפשיין און זון אונטערגאנג; ער הערט דאס שעפשען פון די פייגל. ער הערט זיין אייגענע שטימע אין זיך אליין; ער פילט ווי די בריאה, ווי דער אויבערשטער רעדט צו אים און ווארט אויף אן ענטפער...
דער מצורע באקומט דעמאלט א שמעק פון דעם זיין מיט זיך, פילן זיך, זיין מקושר מיט זיין אייגענעם איך. דאס העלפט פארקירעווען דעם פאקוס זיינעם פון אנדערע מענטשן צו זיך אליין.
https://www.youtube.com/watch?v=aAqxj8mWe7o א איד האט אין זיך צומאל א געוויסע שוועריגקייט, א שטער, וואס פירט אים צו רעדן אויף אנדערע מענטשן, צו צעשמירן מעשיות און נעגאטיווע זאכן. סוף כל סוף קומט די נעגאטיוויטעט ארויס צום אויבערפלאך, אין דער פארעם פון א נגע אויף זיין קערפער. וואס איז דער תיקון פון אזא איד? זאגט ר' שלמה'לע: "וראה הכהן". דער כהן קוקט אויף דעם איד מיט כהנ'ישע אויגן, מיט יענעם בליק פון אהרן הכהן, פאר וועלכן עס באווייזן זיך דאס גוטס, די גוטע חלקים, די ריינקייט און אמת'דיגקייט וואס זיצט אין יעדן איד. אז דער כהן קוקט אויף אים אזוי, ברענגט ער דאס געזעענע ארויס פונעם מענטש'ס פנימיות צום דרויסן זיינעם. "וראה הכהן, והנה נרפא הנגע": אזא קוק ברענגט ארויס דאס גוטס, דעם אמת פון יענעם איד. דער כהן ברענגט עס ארויס, ביז דער נגע ווערט פארשווינדן אינאיינעם מיט דער סיבה וואס האט צו איר געפירט.
https://www.youtube.com/watch?v=PyXhztukxMA אויפ'ן רשע פון דער הגדה פלעג איך אמאל קוקן מיט רחמנות. נעבעך, פארכאפט. קוקט וויאזוי מיר באהאנדלען אים: זיינע קשיות ווערן געענטפערט מיט א "הקהה את שיניו." ביז כ'האב געזען א ווארט פונעם ליובאוויטשער רבי'ן. דו, רשע: "אילו הי' שם," וואלט ער פארבליבן דארט אין מצריים, איז יתכן אז "לא הי' נגאל." יעצט אבער, אז דו ביזט פאקטיש ארויס פון מצרים און אנגעקומען צום מעמד קבלת התורה, ביזטו דאך אויטאמאטיש אן אונזעריגער, א היימישער. איז, שלום, ברודער...
וויאזוי צו שפילן אויף א צעבראכענעם פידל
https://www.youtube.com/watch?v=J1w-kGTXqd4 דער בארימטער פידלער יצחק פערלמאן איז אמאל געלאדנט געווארן צו שפילן אויף א קאנצערט אינעם "עיוורי פישער" זאל אין ניו יארק. קראנק מיט דער "פאוליא" מחלה, האט דער וועלט-בארימטער מוזיקער זיך קוים דערשלעפט ארויף אויפ'ן פאדיום. אוועקזעצנדיג זיך, האט ער ארויסגענומען דאס פידל זיינס, און עס אנגעהויבן צוגרייטן צו ארויסלאזן איינע פון די הארציגע מעלאדיעס -- ווען איינס פון די שטריקלעך אויפ'ן פידל האט זיך איבערגעריסן. עולם צושויערס און צוהערערס איז געווען פארלוירן. אלע האבן דערווארטעט דעם צעבראכענעם פערלמאן מיט זיין צעבראכן פידל אויפצוהייבן די הענט און אויפגעבן. פערלמאן האט א קוק געגעבן אויפ'ן עולם און דערנאך געוואנדן די בליקן זיינע אויף דעם פארקריפלטן פידל, און פארט אנגעהויבן שפילן. דער צעבראכענער שפילער האט פון זיין צעבראכענעם פידל אויסגעוויינט א מעלאדיע נאך שענער ווי געווענליך. נאכ'ן פארענדיגן צו אויער-פארטויבנדע אפלאדיסמענטן האט ער זיך מסביר געווען: "אמאל מוז מען שפילן פון א צעבראכענעם אינסטרומענט. שפילן דארף מען; גיט מען זיך אן עצה מיט וואס מען האט..."
דער חילוק פון חמץ ביז מצה
https://www.youtube.com/watch?v=wFP1P0sYi2E די ווערטער פון חמץ און מצה ווערן אויסגעלייגט מיט כמעט די זעלבע אותיות. ביידע פארמאגן זיי א מם און צדיק. דער חילוק ליגט נאר אין איין פרט פון איין אות: בעת חמץ האט א חית, האט מצה א הא. און די נפקא מינא צווישן די צוויי איז פשוט. ביידע אותיות פארכאפן ווי דעם "תוך" אין זייער אינעווייניג. נאר ווען פארכאפט אין א חית, איז פאר'ן מענטש נישט פאראן קיין וועג ארויס אויסער אונטערברעכן און גיין אויף אראפ. מיט דעם ה איז די מעשה שוין אנדערש; דער ה האט א קליינע עפענונג דארט גאנץ אויבן. לאמר: ווען עמיצער פילט ווי ער איז שטעקן געבליבן ערגעץ-וואו, זאל ער פארשטיין אז דארט אויבן איז פאראן פאר אים א וועג ארויס -- א וועג ארויס וואס פירט בפירוש אויך אויף ארויף.
https://www.youtube.com/watch?v=Ht512rx ... video_user ווער איז דער, וואס איז זוכה אז דער אויבערשטער זאל זיך צו אים באווייזן און ארויסהעלפן? דער וואס קען נישט אליין. "ושאינו יודע לשאול," דער וואס איז פארלוירן אינגאנצן און שטייט ביי א מצב, אז ער ווייסט אפילו נישט וואס און וויאזוי צו בעטן - זאגט דער ריזשענער, "את פסח לו", טאקע יענעם וועט מען עפענען און געבן וואס ער דארף.
https://www.youtube.com/watch?v=V864ovZ ... video_user עס זענען פאראן מענטשן, וואס ארבעטן פאר א לעבן, נעבעך, בעת אנדערע לעבן פאר א לעבן - working for a living versus living for a living. זאגט דער הייליגער ריזשונער: "ימי חייך," דאס לעבן, דאס האבן טעג פול מיט חיות, מיט לעבן, איז "בעולם הזה." פאראן מענטשן וואס טראכטן, אז דא, אויף דער וועלט, איז אים שווער - דא דארף פשוט זיין שווער. איינמאל כ'וועל אנקומען צו יענער וועלט, קען מען זיך מאכן א חשבון, דעמאלט וועל איך אנהייבן לעבן ווי עס דארף צו זיין. דאס איז אבער א טעות. לעבן דארף מען יעצט און דא, ווי און וואו מען איז. יעצט איז מען דא, דארף מען זיך אנפילן די טעג מיט חיות און שמחת החיים דא. ווען מען וועט אנקומען דארט, וועט מען זיך שוין מאכן א לעבן דארט, אויך...
http://youtu.be/7sBO_8-T3Yc מיר פירן זיך אריינצואווארפן דעם גאנצן בדיקת-חמץ סעט אינעם פייער פון שריפת חמץ. האט דער מיטעלער בעלזער רב געפרעגט א פראקטישע קשיא: מילא דעם פעדער און האלצערנעם לעפל - זיי זענען דאך געקומען אין קאנטאקט מיט'ן חמץ; דארף מען זיי פארברענען. אבער די ליכט: זי האט דאך נישט אנגערירט קיין חמץ. פארוואזשע ווארפט מען זי אריין אינעם פייער? איז דער תירוץ: דאס אליין, אז זי זוכט אויס חמץ, איז שוין גענוג פראבלעם, אז זי זאל דארפן פארברענט ווערן. מען זוכט נישט קיין חמץ אינדרויסן פון זיך, ערגעץ אנדערש, ביי יענעם. דעם חלק פון זיך דארף מען אין פייער אריינווארפן...
https://www.youtube.com/watch?v=4dKcttEukZc אין ברסלב, ווי באקאנט, האלט מען שטארק פון פראווען התבודדות. עס זענען פאראן פארשידנערליי וועגן, וויאזוי צו מאכן התבודדות. א סך פירן זיך צו רעדן, פשוט רעדן, מיט פשוט'ע דיבורים, צום אויבערשטן. מען רעדט צום אויבערשטן אויף דער שפראך וואס מען ניצט, מיט די ווערטער וואס קוילערן זיך גרינג אראפ פון דער צונג. זענען געווען ערנסטע ברסלבער חסידים וואס האבן געזאגט, אז מען דארף רעדן צום אויבערשטן; מען דארף אבער אביסל זיין שטיל אויך, כדי דער אויבערשטער זאל אויך באקומען די געלעגנהייט צו רעדן, צו ענטפערן. אויב רעדט מען דער גאנצער צייט, לאזט מען דאך דעם אויבערשטן נישט קומען צום ווארט - מען הערט נישט, וואס ג-ט האט צו זאגן.
קדושים תהי' - איר זענט הייליג
http://youtu.be/gQNFFO-tzn4 אויף די ווערטער "קדושים תהי'" זאגט רש"י "יכול כמוני." האט דער ריזשינער אזוי געטייטשט. "קדושים תהי'", איר זענט הייליג. "יכול כמוני": יכול, איר קענט זיין אזוי הייליג ווי איך. וויאזוי? "תלמיד לומר", לערנט זיך צו זאגן און חזר'ן איינמאל און נאכאמאל, אז "כי קדוש אני": איך בין הייליג. מען זאגט און מען חזר'ט די ווערטער, "איך בין הייליג," איינמאל, נאכאמאל און ווידעראמאל, ביז עס זעצט זיך אריין אין קאפ און הארץ, און מען כאפט: אכן טאקע, כ'בין הייליג.
https://www.youtube.com/watch?v=qhLxNZ0pObM מיר געפינען אין דער תורה א ריי געזעצן וואס באצייכענען די רעכטן פון א באלעבוס אויף זיין קנעכט. א מענטש טאר נישט וויי טאן דעם קנעכט זיינעם. אין דעם כלל איז אריינגערעכנט אים הייסן טאן אויפגאבעס, וואס דער באלעבוס דארף באמת נישט. דער באלעבוס טאר לדוגמא נישט הייסן דעם קנעכט אים צו מאכן א טיי, אויב באמת דארף ער עס נישט. דער קנעכט ווייסט דאך אבער נישט אז דער באלעבוס נויטיגט זיך נישט אינעם טיי; במילא האט ער נישט קיין צער דערפון. פארוואס איז עס אסור? דער תירוץ איז, אז די סיבה פארוואס מיר דארפן זיין גוט צו אנדערע מענטשן איז, ווייל דער אופן ווי מיר פירן זיך מיט אנדערע איז משפיע אויף אונזער פערזענליכקייט. א מענטש וואס האט נישט ליב אנדערע, ווערט נשפע זיך אליין אויך נישט ליב צו האבן. דערפאר איז נישט קיין נפק"מ וואס דער קנעכט ווייסט. אז דער באלעבוס ווייסט, איז שוין נישט גוט.
https://www.youtube.com/watch?v=gQoDYY4arbw אין די וואכן פאר מתן תורה ציילן מיר ספירה. מיר ציילן טעג, א טאג אויפאמאל, באזונדער. דאס וויל אונז זאגן אז די צייט איז קיינמאל נישט איין גרויסער שטיק, און די אויפגאבעס וואס מיר האבן פאר זיך איז אויך נישט איין גרויסע זאך. איין טאג אויפאמאל, איין תפקיד אויפאמאל. פון דעם באשטייט דאס גאנצע לעבן.
https://www.youtube.com/watch?v=_6CJPVfkvIs א געוויסער מסור האט זיך אמאל צוגעטשעפעט צום הייליגן ריזשינער און געפרעגט: "רבי, פארוואס קענט איר נישט באווייזן דאס וואס רבי שמעון בר יוחאי האט געטאן צו יהודה בן גרים - געגעבן אויף אים א קוק און אים פארוואנדלט אין א גל של עצמות?" האט דער ריזשינער זיך געוואנדן צו זיינע חסידים און געזאגט: דער "נתן בו עיניו" מיינט, אז רבי שמעון האט אריינגעקוקט אין זיך אליין. ער האט געפרואווט פארשטיין דעם פשט פון דעם מעסעדזש, וואס ליגט אין דעם יהודה'ס ווערטער. גארנישט געשעט פון זיך, און אפילו ווען א צווייטער בעל בחירה טוט עפעס, ליגט דערין עפעס א הימלישער מעסעדזש, וואס דארף דערפון ארויסגענומען ווערן. רבי שמעון האט געטראכט אזוי לאנג, ביז די געשעעניש איז געווארן א מיטל פאר א מוסר פאר עפעס וואס ער האט פארשטאנען ער דארף דערפון לערנען. און דאן איז דער יהודה בן גרימ'ס פערזענליכקייט פארוואנדלט געווארן אין אן אומרעלעוואנטן טייל פון דער געשעעניש - ער איז געווארן אזוי צופעליג ווי א בערגל ביינער. די נקודה פון יעדער זאך איז דער מעסעדזש וואס מען קען דערפון ארויסנעמען. דער שליח וואס ברענגט דעם מעסעדזש, איז שוין נישט אזוי וויכטיג.
הערליך
זייער שיין. אין ליק"מ (קמא, צח) טייטשט ער, אז דער צדיק זעהט וואס אן עבירה איז און ווי שעדליך דאס איז, און דעריבער ווען דער צדיק זעהט ווי איינער האט געטוהן אן עבירה, "נתן בו עיניו" - דער צדיק געבט פאר יענעם מענטש זיינע אויגן, אז יענער זאל אויך זעהן וואס אן עבירה מיינט. "ונעשה גל" - עס ווערט פאר יענעם מגולה. "של עצמות" - דאס וואס עס איז געווען פאר יענעם פארדעקט ביז יעצט (מלשון עוצם עיניו).
https://www.youtube.com/watch?v=uwdzK8dMxig די תורה איז לעולם פול מיט איסורים און ניינס: טו נישט דאס, מאך נישט יענץ; גיי נישט דא, ריר זיך נישט דארט. מה פשט פון דער נעגאטיוויטעט? זאגט דער הייליגער ריזשינער, אז פשט איז אזוי: "כף אחת", איין איינציגער בייג, א כפיפה, פאר'ן אויבערשטן; "עשרה זהב." עשרה איז דאך צען, יוד. מיט איין אזא בייג, ווערסטו דער גאלדענער איד, וואס דו האסט לעולם אייביג געשטרעבט צו זיין.
https://www.youtube.com/watch?v=mTw2n0EmzYg ווען דער נזיר האט פארענדיגט די תקופה פון זיין נזירות, האט ער געדארפט ברענגען א צאל מיט קרבנות. אבער פארוואס: ער האט דאך לכאורה געטאן א גוטע זאך? די קשיא פרעגט די גמרא און ענטפערט, אז דאס קומט דערפאר וואס ער האט זיך אפגעזאגט פון טרינקען וויין; ער האט אפגעווארפן איינע פון די הנאות וואס דער רבונו של עולם האט צוגעשטעלט פאר מענטשן. דער אויבערשטער זוכט נישט קיין עקסטרעמען, קיין קיצוניות, נאר נארמאלקייט, באלאנץ. דער וויין איז באשאפן געווארן נישט מ'זאל זיך דערמיט איבערטרינקען און אויך נישט מ'זאל זיך פון אים אפזאגן. מען דארף זיך לערנען ווי צו מאכן א באלאנצירטן "לחיים"!
https://www.youtube.com/watch?v=bOROdsc77gA דער מדרש דערציילט אז ביי מעמד הר סיני האבן די "קולות" נישט פאראורזאכט קיין ווידער'קול. איז דער ליובאוויטשער רבי מסביר די סיבה דערצו, ווייל אן עכא מאכט זיך געווענליך, ווען דאס קול שטויסט זיך אן אין עפעס הארט, וואס קלאפט דאן צוריק אפ די קול-כוואליעס. ווען דער אויבערשטער האט גערעדט ביים מעמד הר סיני, איז אלץ צעלאזט און צעגאנגען געווארן, און די ג-טליכע שטימע איז אריין צו יעדן אין הארץ.
https://www.youtube.com/watch?v=9iEtqS3ti4I ווען א מענטש באטראכט זיך אליין ווי עמיצער וואס איז גארנישט ווערט, וועלן אנדערע אים אויך אזוי אנקוקן. די מרגלים האבן זיך אנגעקוקט ווי היישעריקן, און די אנדערע האבן זיי ווירקליך אזוי געזען, ווי היישעריקן. דער מענטש האט אבער די ברירה זיך צו זען ווי א חשוב, א מלך, א בן למקום. דעמאלט, אויב ער וועט זיך באמת און אויפריכטיג אזוי זען, וועלן אנדערע מענטשן אים אנקוקן מיט'ן זעלבן בליק.
https://www.youtube.com/watch?v=ItSONLlp1hE די מרגלים זענען לעולם געווען גערעכט. ס'איז דאך טאקע גרינגער צו לערנען און היטן די תורה אין מדבר, ווען אלע באדערפענישן ווערן צוגעשטעלט אויף א גאלדענער טאץ פון הימל, ווי איידער אין ארץ ישראל. דער אויבערשטער זוכט אבער נישט ביי מענטשן קיין שלימות און גרינגע עבודה. ער וויל אז דווקא אין און דורך די שוועריגקייטן פון לעבן אויף דער וועלט, זאל דער איד זיך אנשטרענגען און ארבעטן צו לערנען און טאן דעם רצון הבורא. יא, וואוינען אין ארץ ישראל, היינט ווי דעמאלט, איז נישט גרינג. דער אויבערשטער וויל אבער דווקא דאס: ארבעט, שוויץ, באארבעט די ערד, און היט די תורה און מצוות דווקא אזוי.
https://www.youtube.com/watch?v=DpooAev ... video_user ויקח קרח - לקח מקח רע לעצמו. זאגט דער ריזשונער: די סיבה וואס האט געפירט קרח אריינצופאלן אין אזא טיפן לאך איז דאס, אז ער האט זיך גענומען "מקח רע", שלעכטס, נעגאטיוויטעט. אז מען קוקט מיט א טוב עין, מיט פאזיטיוויטעט, און מען זעט גוטס ביי יעדן און איבעראל, פירט מען שוין צו אז דער מענטש זאל פארן גוט.
https://www.youtube.com/watch?v=ttLvUG- ... video_user נאך דער מחלוקה פון קרח ועדתו, האט דער אויבערשטער באפוילן אז אלע זאלן אוועקשטעלן זייערע שטעקנס, און דאן וועט פון דעם זיין א סימן ווער ס'איז דער ריכטיגער פירער. זענען אויף אהרן הכהנ'ס שטעקן געוואקסן מאנדלען. די געשיכטע האט זיך אבער נישט מיט דעם געענדיגט. עס שטייט ווייטער אין פסוק, אז אלע איבעריגע האבן גענומען זייערע שטעקנס. פארוואס דערמאנט דאס די תורה? איז דער ענטפער, אז יענע זענען געווען אמת און האבן זייערע אקטן און טענות געמיינט מיט דער פולסטער ערנסטקייט. דערפאר, ווען זיי האבן זיך איבערצייגט אז זיי האבן געגרייזט, האבן זיי גענומען די שטעקנס זייערע און זיי ארומגעוויזן פאר'ן גאנצן עולם: "זעט, חברה. דער שטעקן איז נאקעט. נישטא דערויף קיין מאנדלען. איך האב געגרייזט. אהרן איז ווירקליך דער, וועמען דער אויבערשטער האט אויסגעקליבן." אן אמת'ער פירער איז דער, וואס איז גרייט מודה צו זיין אז ער איז באגאנגען א טעות.
וואו שטייט אז זיי האבן מודה געווען אז אהרן גערעכט? זיי האבן צוריק גענומען די שטעקענס און זיך ווייטער געהאלטן מיט דעם. מה שהיה הוא שיהיה. מענטשן האלטן זיך אן אין נאקעטע שטעקענעס וועלכע פארקויפן גארנישט. איי קענסט דאך גיין זוכן א צווייטע שטעקן וואס געבט ארויס פיינע מאנדלעך? ניין, ער וועט זיך ענדערש ווייטער האלטן מיט זיין ליידיגע שטעקן, פון וואס מען קען קיין טובת הנאה נישט באקומען. ויראו ויקחו איש מטהו.
רש"י הק' זאגט "קרח שפיקח היה מה ראה לשטות זה"? א קלוגער איד האט זיך אויגעדרוקט אויף א געוויסער תלמיד חכם "ער? ער האט זיך בא'נער'ישט! איי איך זאג אלץ אז ער איז א חכם, אבער ווער דען קען זיך בא'נער'ישן? נאר א חכם! וויל א נער איז איין שטיק נער און "בא'נער'ישט זיך" נישט..." אבער פארט דארף א חכם געדענקען אז דאס איז נישט קיין תירוץ, א חכם טאר זיך נישט בא'נער'ישן ----קיינמאל----- און קורח זאל זיין דער וואס דערמאנט יעדע חכם, אפילו שפיקח היה, דאך האט מען אים פארגעהאלטן "היתכן דו האסט זיך בא'נער'ישט?!"
https://www.youtube.com/watch?v=ZJWuZrm ... video_user יעדן אינדערפרי פאר'ן דאווענען זענען מיר אויף זיך מקבל די מצוה פון "ואהבת לרעך כמוך." וואס איז דער "כמוך"? זאגט "פעטער יאסל": כמוך איז טייטש ווי ער, דער חבר, איז - כמו שהוא. מיר ווילן דערמיט מעורר זיין דעם רצון העליון אונז מקבל צו זיין ווי מיר זענען, אפילו אויב מיר זענען נישט ראוי אז אונזערע תפילות זאלן אנגענומען ווערן; אפילו מיר דאס דאווענען איז אן געדולד, נישט ווי עס וואלט געדארפט צו זיין.
https://www.youtube.com/watch?v=HMFUKbk ... video_user איר ווייסט וואס מען טוט אויב מען געפינט זיך טיף אין דר'ערד? מען שרייט אז דער צדיק איז אמת און זיינע ווערטער זענען גערעכט - "משה אמת ותורתו אמת." א סך מאל דארף מען אנקומען גאר טיף און נידעריג בכדי צו קענען דאס באגרייפן.
https://www.youtube.com/watch?v=jhk0qN6 ... video_user נו באמת, וואס איז טאקע דער פשט פון אזא מאדנער מצוה, ווי אנשפריצן א טמא'נעם מענטש מיט נאסן אש? נאר דער תירוץ איז א קשיא אויף צוריק: דו ווילסט וויסן און פארשטיין, אדער פילן און איבערלעבן? אויב זוכסטו אן אמת'ע איבערלעבעניש, פון דעם מין וואס גיט דעם תענוג וואס אלע מענטשן האבן אין אלע צייטן געזוכט, דארפסטו צילן אנצוקומען צו א פלאץ וואס שטייט העכער הגיון און לאגיק.
https://www.youtube.com/watch?v=crd0yHN ... video_user אין שמות י"ז, פסוק י' שטייט אז דער אויבערשטער האט באפוילן משה'ן צו שלאגן א פעלז, כדי פון אים ארויסצובאקומען וואסער פאר די אידן. דא זעען מיר אבער, אז שלאגן דעם שטיין איז געווען א פראבלעם. נאר ווען דער שטיין איז יונג און אומרייף, פאדערט זיך נאך דיסציפלין. ווען דער שטיין פארשטייט נאכנישט, דארף מען אים שטעלן אויפן גלייכן וועג און אים אויספורמען אזוי ווי ער דארף אויסזען. איינמאל ער ווערט עלטער און פארשטייט, דארף מען אוועקווארפן דעם שטעקן און די פעטש, און אנהייבן רעדן צו אים, מיט'ן הארץ און קאפ. מען דארף אים העלפן דערגרייכן א גוט פלאץ, אז ער זאל פארשטיין, וויסן און פילן. לאמיר אוועקווארפן דעם שטעקן. מיר האבן זיך שוין גענוג געשלאגן. ס'איז צייט זיך צו באקענען מיט זיך אליין, רעדן צו זיך אליין, פילן זיך אליין.
http://youtu.be/yaD787gsBBc ווען מיר באגעגענען זיך מיט עפעס וואס מיר פרובירן מיט אלע כוחות צו טוישן און עס גייט נישט, דארפן מיר האלטן פאר די אויגן די מדבר-מעשה פון משה רבינו מיט'ן שטיין. מען רעדט צו אויבערשטן אזוי לאנג, מ'מאכט התבודדות, און פרעגט און מען בעט - סוכ"ס וועט די שפע קומען דווקא פון א פלאץ וואו מען וואלט קיינמאל נישט גע'חלומ'ט. לאמיר רעדן צום אויבערשטן, בעטן דעם אויבערשטן, זינגען צום אויבערשטן אן אויפהער.
http://youtu.be/ASQ2mMZ4F-0 וואס דער סוד וויאזוי צו מאכן אן אייזל רעדן? פשוט: מען פירט דערצו אז דאס אייזל זאל בלייבן ערגעץ וואו שטעקן - סטאק. דעמאלט, ווען דאס אייזל איז סטאק, הייבט עס אן רעדן. ווען דער אויבערשטער וויל א מענטש זאל זיך נעמען רעדן, פירט ער אים צו א פלאץ וואו ער טרעפט זיך "סטאק". ווען דער מענטש איז שטעקן, הייבט ער אן רעדן...
http://youtu.be/3I7QjFqnQe8 דער ליובאוויטשער רבי, וועלכער איז געווען באוואוסט מיט זיין אייגנארטיגן בליק אויף אלעם, האט אמאל פארטייטשט די גמרא פון "בעקבתא דמשיחא חוצפא יסגא". חוצפה, זאגט דער רבי, איז א געוואלדיג-גוטע זאך. אפילו אויב א מענטש איז בעקב, נידעריג, אויף א געפאלן פלאץ, ס'איז אים שמאל אין קאפ און ענג אין הארץ, קען ער זיך אננעמען מיט חוצפה און אויסרופן: רבונו של עולם, איך וויל בכל זאת אז דו זאלסט שיקן משיח'ן...
http://youtu.be/Tu0KwVUBzzg "מה טובו אוהליך יעקב," האט בלעם אויסגערופן מיט די אויגן וויזיאנעריש פארגלייזט. זאגט רש"י, אז ער האט געזען אז די אריינגענג צו די געצעלטן זענען נישט אוועקגעשטעלט איינער קעגן דעם אנדערן. בלעם האט געזען פאר זיך א גרופע מענטשן, ביי וועמען דער פתח צו יעדנס קאפ, דער מהלך המחשבה, דער וועלטס-אויסקוק, איז אנדערש ביי יעדן, ובכל זאת לעבן זיי אינאיינעם. זיי פארשטייען אז הגם איך פארשטיי אנדערש ווי יענעם, האט יענער אויך א זכות קיום; נישט נאר האט ער א זכות קיום, נאר איז מיינס א ברודער.
http://youtu.be/bbpQcsiyN_o אפטמאל מאכט זיך אז דער מענטש מאלט ווערטער, אנשטאט זאגן עפעס קלאר און וויסן וואס ער וויל און זאגט. אבער אפגעזען פון דעם, הערט דער אויבערשטער צו. "כי אתה שומע תפילות כל פה," זאגט רבי אהרן פון קארלין: דער אויבערשטער הערט צו תפילות, אפילו ווען זיי קומען בלויז פון א מויל - אפילו זיי קומען נישט פונעם מענטש.
http://youtu.be/n-K4vTIhlME דער הייליגער ריזשינער זאגט אז ביי א חופה און חתונה זעט מען אייביג, אז איידער די שמחה הייבט זיך אן, לויפן דארט ארום קינדער, וואס באאבאכטן די צוגרייטונגען. שפעטער, ווען אלעס איז גרייט און די מוזיק איז מסודר און שפילט שוין, דעמאלט קומען די ערוואקסענע אריין צו דער שמחה. אזוי איז עס מיט יעדן איד וואס וואוינט אין ארץ ישראל, און איז פארבינדן צו ארץ ישראל. יענע גרייטן צו די מוזיק און צוגעהערן צו דער גרויסער שמחה, ווען די מוזיק וועט אנהייבן שפילן און אלע וועלן אריינקומען טאנצן.
http://youtu.be/GGGFkYSSTxU די בני גד און בני ראובן האבן זיך אויסגעקליבן א נחלה אויף יענער זייט ירדן. אויף דער טענה פארוואס זיי זאלן זיך ארויסדרייען פון דער מלחמה, אין וועלכער אלע זייערע אידישע ברידער זענען פארוויקלט, האבן זיי געענטפערט אז נישט נאר וועלן זיי טיילנעמען אין די קאמפן, נאר וועלן זאגאר גיין אין פראנט, פאראויס פאר יעדן. ווערט געברענגט אז די בני גד ובני ראובן האבן אין די מלחמות מיט די זיבן פעלקער ארויסגעוויזן אויסטערלישע גבורות. זיי האבן באוויזן אראפצוהאקן דעם קאפ אינאיינעם מיט דער האנט פון די קעגנערישע קעמפערס. פון וואו האבן זיי גענומען אזעלכע כוחות? דער תירוץ איז, אז ווען די בני גד ובני ראובן האבן פארגעשלאגן צו גיין אין פראנט, האבן זיי עס געטאן מחמת אהבת ישראל. די ליבשאפט און איבערגעגעבנקייט צו א צווייטן איד האט זיי געטריבן זיך אנצוטראגן צו אזא מסירת נפש. און טאקע דאס, דער כוח פון יענעם אהבת ישראל, האט זיי מקשר געווען מיט א פלאץ פון אזעלכע גבורות.
פשוט-קאמפליצירט ווערט געברענגט אז די בני גד ובני ראובן האבן אין די מלחמות מיט די זיבן פעלקער ארויסגעוויזן אויסטערלישע גבורות. זיי האבן באוויזן אראפצוהאקן דעם קאפ אינאיינעם מיט דער האנט פון די קעגנערישע קעמפערס.
וטרף זרוע אף קדקוד.
די בני גד ובני ראובן האבן נישט געקענט טרעפן א בעסערע וועג אויסצודרוקן זייער אהבת ישראל?
יאיר די בני גד ובני ראובן האבן נישט געקענט טרעפן א בעסערע וועג אויסצודרוקן זייער אהבת ישראל?
דו פרעגסט קשיות אויף א יעדע מעשה? 😉