☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » אונטער-א-מינוט חסידות-ווארט

אונטער-א-מינוט חסידות-ווארט

425 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5085
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9

דריידל » פרייטאג נאוועמבער 21, 2014 2:07 pm

· #236964
פרשת תולדות
ויעקב איש תם. זאגט רש"י מי שאינו חריף לרמאות קרוי תם. שטעלט זיך די קשיא אז יעקב האט דאך פיין געטויגט צו רמאות ווען ער האט געכאפט די ברכות און בכורה פון עשו, און שפעטער מיט לבן?
ענטפערט די שינאווא רב אין דברי יחזקאל אז "איש" ווייזט אויף בעלות אזויווי איש מלחמה. יעקב האט קאנטראלירט זיין תמימות און ווען ס'האט זיך אויסגעפעלט האט ער זיך משתמש געווען מיט רמאות.

דאס זאגט רש"י מי שאינו חריף קרוי תם, אבער יעקב איז געווען אן איש תם.

פשוט-קאמפליצירט » זונטאג נאוועמבער 23, 2014 2:07 pm

· #237146
http://youtu.be/53n4Kk2bSDY

דער אויבערשטער באפעלט יצחק'ן צו גיין קיין ארץ ישראל. יצחק פאלגט, אבער דארט ווארטן אים אפ פראבלעמען און קריגערייען. אבימלך זאגט אים נאך אלעם: גיי פון דא, ווייל דו ביזט צו מוצלח פאר אונז.

סוף כל סוף קומט אבימלך צו יצחק און בעט אים צו שליסן א פרידנס-פאקט. יצחק חידוש'ט זיך: דו ביזט מיר פריער דערגאנגען די יארן, און נאך געהייסן פארלאזן דאס פלאץ. וואס איז יעצט געשען? ענטפערט אבימלך: ווייל מיר האבן געזען אז דער אויבערשטער איז מיט דיר.

מענטשן מוטשען זיך מיט שוועריגקייטן. אויב האט מען אבער געדולד אויסצוטראגן די פראבלעמען ביז'ן סוף, זעט מען אז די אלע שוועריגקייטן האבן אייגנטליך געדינט א פארקערטן צוועק: דערהייבן דעם מענטש און אים צוגעגרייט צו עפעס העכער און בעסער.

פשוט-קאמפליצירט » זונטאג נאוועמבער 23, 2014 2:11 pm

· #237149
http://youtu.be/btphlnNY1wc

יצחק אבינו פרובירט זיין מזל מיט'ן גראבן קוואלן, אבער יעדער אזא פרואוו ענדיגט זיך מיט מחלוקת און עגמת נפש. ער גראבט, און די אנדערע פארשטאפן. ענדליך באווייזט יצחק צו גראבן א קוואל מיט וואסער, און אלעס גייט כשורה. דעמאלט באווייזט זיך דער אויבערשטער צו אים און זאגט: איך בין מיט דיר, בעבור אברהם עבדי.

דו יצחק, האט דער אויבערשטער אים געזאגט, האסט געדארפט געפונען דיין אייגענעם קוואל, כדי צו קענען זיך מדבק זיין אינעם אור-אלטן מהלך פון אברהם - וועלכער האט אויך געדארפט טרעפן זיין אייגענעם וועג, און הערשט נאך דעם אנקומען צו זעלבן ציל.

פשוט-קאמפליצירט » זונטאג נאוועמבער 23, 2014 2:16 pm

· #237152
http://youtu.be/bYJa_8DHoL8

אינו דומה תפילת צדיק בן צדיק לתפילת צדיק בן רשע. יצחק אבינו האט זיך מתבונן געווען אין דעם געדאנק, ווי חשוב ס'איז אין הימל די תפילה פון א צדיק וואס האט נישט געזען קיין מוסטער פון צדקות, און האט זיך אליין אויפגעבויט. יצחק האט געכאפט דאס גדלות פון אזא מענטש, און "ויעתר יצחק לנוכח אשתו": ער האט געפילט אז זיין דאווענען קומט נישט צו צו דער תפילה פון זיין פרוי, וועלכע האט אליין זיך ארויפגעארבעט. ווען ער האט דאס געכאפט, איז אים אנגעפאלן א הכנעה, און דעמאלט: "ויעתר לו השם" - טאקע צוליב דער הכרה.

פשוט-קאמפליצירט » דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 12:55 pm

· #238032
http://youtu.be/7fBC2P77KD8

יעקב אבינו האט זיך געלייגט שלאפן, און אין חלום האט ער באקומען א געוואלדיגע השראה - מלאכים און זייער גענג ארויף און אראפ.
דאס איז געשען אדאנק דעם וואס יעקב איז געגאנגען "חרנה", צו א פלאץ פון "חרון". דער חלום איז געקומען יעקב'ן ווייזן, אז דער סוד פונעם מענטש'ס התקשרות צו אלוקית ליגט אין די עליות און ירידות. און פשט איז נישט דווקא אז די ירידה וועט דערנאך פירן צו אן עליה, נאר דער עצם ארויף-אראפ פראצעס פאר זיך, דאס איז דאס משמעות פון אונזער לעבן.

פשוט-קאמפליצירט » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 12:51 pm

· #240420
http://youtu.be/wUFRa0-Kp-U

ווען עמיצער נעמט זיך צום דזשים, זיך אויפצובויען דעם קערפער און צעבלאזן די מוסקולען, קען ער נישט אפארבעטן א שטיק צייט און אפלאזן די זאך. מ'דארף כסדר ארבעטן און שוויצן; אנדערש גייט די ארבעט לטמיון.

יעקב אבינו האט שווער געארבעט זיך אויסצואיבן די נשמה. נאך דעם וואס ער איז אנגעקומען גאר הויך, האט ער געוואלט זיצן במנוחה און טאן זיין עבודת השם אין רואיגקייט. "קפץ עליו רגזו של יוסף," ווייל די ארבעט ענדיגט זיך קיינמאל. עס מוז קומען מיט שוויצן און קעמפן.

פשוט-קאמפליצירט » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 12:59 pm

· #240422
http://youtu.be/OeJhv4mCYF8

יעדער מענטש האט חלומות וועגן גוטע זאכן און בעסערע צייטן. געווענליך קומט עפעס א צינישע זייט און צעווארפט און צעבלאזט אלע טרוימען.

יוסף האט געהאט א חלום וועגן א וואונדערבארער צוקונפט. "הנה בעל החלומות בא!" איז געקומען די צינישע רעאקציע צו זיין באזוך.

"וישמע ראובן." ראובן האט געהערט דעם אפטימיזם און באשלאסן נישט צו ווערן נאכגעשלעפט נאך דעם צינישן ווינט.

כאראקטעריסטיש, האט ראובן געהאט אן אייניקל דעם נביא הושע, וועלכער איז געווען דער גרעסטער מחזיר בתשובה פון יענער צייט. דאס האט ער נאר געקענט טאן נאכ'ן האבן די מעגליכקייט אויסצוזוכן די פאזיטיווע נקודה וואס געפינט זיך אין יעדן מענטש. איינמאל מען געפינט דאס, האט מען אן אחוזה יענעם אנצוכאפן און ארויסשלעפן פון גרוב צו דער ליכטיגקייט.

פשוט-קאמפליצירט » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 1:04 pm

· #240424
http://youtu.be/uj0V5XmUYWk

ווען עמיצער איז פארמישט אין א קאמף פון וועלכן ער גייט ארויס א געווינער, ווערט ער אנגערופן "געווינער", ניין? יעקב אבינו האט זיך געשלאגן מיט יענעם מלאך און אים בייגעקומען. פארוואס, אויב אזוי, האט ער באקומען דעם נאמען "ישראל", וואס רעדט וועגן קעמפן, אנשטאט עפעס וואס זאל אנדייטן אויף זיין געווינען?

דער תירוץ איז, אז יהדות איז ווייניגער פאראינטערעסירט אינעם געווינען, ווי אינעם עצם זיך שלאגן און נישט לאזן. די אויפגאבע פון א איד איז צו געבן זיין גאנצן רצון און מעגליכקייט; געווינען אז שוין מהיכי תיתי.

פשוט-קאמפליצירט » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 1:09 pm

· #240429
http://youtu.be/W3d1QfXkUts

ווען א מענטש גייט דורך א שווערן מצב, נישט קיין חילוק אין וועלכן תחום פון לעבן, זאל ער אייביג געדענקען אז דאס האט די מעגליכקייט צו פירן צום בעסטן אויסגאנג.

"כי במקלי עברתי את הירדן," דערפאר וואס האב זיך געפונען אזוי אין דער ערד דעמאלט, "עתה הייתי לשני מחנות."

פשוט-קאמפליצירט » מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 12:12 pm

· #241442
http://youtu.be/8AFgQ9YeFcI

דער חילוק פון א צדיק און א רשע איז דאס. ווען א רשע'ן געשעט עפעס וואס געפעלט אים נישט, איז ער מלא טענות. ווען צו א צדיק געשעט דאס זעלבע, איז ער עס מקבל באהבה - נישט ווייל ער לעבט ווי א פאטאליסט, נאר ווייל ער ווייסט אז דאס איז באמת געווען פאר זיין טובה, און זיין אויפגאבע איז צו זען וואס די געשעעניש מיינט פאר אים.
"וירצוהו מן הבור." זאגט דערויף דער איזביצער, אז יוסף איז פון גרוב ארויסגעקומען מרוצה. פרעה האט אים טאקע דארט אריינגעווארפן; דער זעלבער פרעה האט אים אבער פון דארט ארויסגעשלעפט, און פאר א צוועק וואס האט געדינט יוספ'ן אויף אן אופן וואס ער וואלט קיינמאל פריער זיך נישט געקענט פארשטעלן.

ונבנתה העיר » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 12:57 pm

· #242942
ויפול על צוארי בנימין אחיו ויבך, על שני מקדשות שעתידין להיות בחלקו של בנימין וסופן ליחרב, ובנימין בכה על צואריו, על משכן שילה שעתיד להיות בחלקו של יוסף וסופו ליחרב.

אז יעדער האט געהאט אן אייגענעם חורבן צו וואס האט ער געוויינט אויפן צווייטענס און נישט אויפן אייגענעם?

זאגט דער ליובאוויטשער רבי ז"ל, אויפן אייגענעם חורבן איז נישט דא וואס צו פארדינען אין וויינען, מען דארף זיך אפווישען די נאז און טוהן למעשה, אויף יענעמ'ס בלייבט נישט מער ווי וויינען.

פשוט-קאמפליצירט » דינסטאג יאנואר 13, 2015 12:36 pm

· #247696
https://www.youtube.com/watch?v=h3TVjQrFwWg

מאכט זיך אמאל "אשר יקרה", אז עס טרעפט זיך א שווערע צייט. די ראטזאמסטע זאך צו טאן איז "האספו ואגידה," זיך צונויפצונעמען און פארבינדן איינער מיט'ן אנדערן. פון אזא אחווה ורעות וועט קלאר ווערן ווער עס פירט מיט אלעם אן און אז אלע ווייטאגן וועלן קומען צו א סוף "באחרית הימים."

פשוט-קאמפליצירט » דינסטאג יאנואר 13, 2015 12:39 pm

· #247697
https://www.youtube.com/watch?v=-1v2rk1Ipcw

דער רבונו של עולם באווייזט זיך צו משה'ן, אבער אנשטאט זיך צוכאפן צו דער מחזה באהאלט משה זיך גאר דאס פנים.

זאגט דערויף דער שפת אמת, אז די בעסטע און ניצליכסטע דערגרייכונגען זענען די, צו וועלכע א מענטש איז דערגאנגען דורך זיין אייגענער הארעוואניע. די פלוצימדיגע השראות און השגות זענען שוין נישט אותו דבר, און דער מענטש דארף ביי זיך באמת וויסן צי ס'איז בכלל אין זיין טובה צו באקומען אזעלכע גייסטיגע מתנות.

געוואלדיג » דינסטאג יאנואר 13, 2015 6:04 pm

· #247782
משה רבינו פרעגט השי"ת למה הרעות ענטפערט איהם השי"ת עתה תראה וואספארא תירוץ איז דאס?
נאר השי"ת האט איהם (און אונז) געוואלט לערנען אז גארנישט איז נישט איזי פעסס און מיט די צייט וועט ער זעהן רעזאלטס

פשוט-קאמפליצירט » דינסטאג יאנואר 27, 2015 6:14 pm

· #250509
http://youtu.be/qvEE4PTHbvY

איז אמאל געווען א איד וואס האט דערקלערט פאר'ן ריזשינער, אז ער נעמט נישט אריין צו זיך אין שטוב סתם אזוי אבי וועמען, נאר דווקא די חשוב'ע אידן. האט דער הייליגער ריזשינער אזוי געזאגט: "קדש לי," ווייסט וויאזוי מען ווערט הייליג ביי מיר?, "כל בכור," ווען יעדער איד איז אייניג חשוב ווי דעם חשוב'סטן. "פטר רחם," די וויכטיגסטע זאך איז רחמנות צו האבן אויף יעדן איד. "באדם ובהמה": הער אויף אפטיילן צווישן דעם און יענעם - איינטיילן אידן אין חשוב און נישט-חשוב, ווייל "לי הוא," צו מיר זענען אלע גלייך.

פשוט-קאמפליצירט » דינסטאג יאנואר 27, 2015 6:20 pm

· #250510
http://youtu.be/TdE2jur8aW8

איר ווייסט פון וואס די אמת'ע מכת חושך באשטייט? "ולא ראו איש את אחיו ולא קם איש מתחתיו." ווען א מענטש געפינט זיך אין אן ענג ווינקל און ס'איז אים פינסטער אין הארץ אז ער זעט נישט קיין צווייטן און קען זיך נישט צוזאמקלייבן, דאס איז דער ריכטיגער חורבן פון מכת חושך.
די עצה איז זיך פארט מחזק צו זיין, אפילו עס זעט אויס ווי עס גייט נישט; צו העלפן א צווייטן איד, אפילו ווען עס פארלאנגט באזונדערע אנשטרענגונג. ווייל דאס איז די ליכט, וואס וועט אריינשיינען און פארטרייבן דאס חשכות.

פשוט-קאמפליצירט » מיטוואך פעברואר 4, 2015 3:26 pm

· #251741
https://www.youtube.com/watch?v=GYJ_PCOVv7I

ס'איז אינמיטן ווינטער. ס'איז קאלט און פוסט צווישן די גראזן און ביימער. פונקט אינדערמיט פון דעם פראסט קומט צוגיין ט"ו בשבט, ווען עס באווייזן זיך אויפאמאל קאלירפולע קוישעלעך מיט כל'ערליי פרוכטן.
ללמדינו: אפילו ס'איז קאלט און ענג, זאל מען טראכטן און זיך מצייר זיין וועגן דער לעבעדיגקייט און פולבלטיגקייט וואס איז יא פאראן ערגעץ וואו באהאלטן. פריער צי שפעטער וועט עס נאכקומען אין ווירקליכן לעבן.

פשוט-קאמפליצירט » מיטוואך פעברואר 4, 2015 3:34 pm

· #251745
ביים ציון פונעם הייליגן בעש"ט
https://www.youtube.com/watch?v=MeOELlKIUi8

"ויקח משה את עצמות יוסף עמו." משה רבינו האט מיטגענומען אויף יענעם לאנגען, שווערן מדבר-וועג דאס עצמיות, דאס קערנדל וועזן, פון יוסף -- צו בלייבן מקושר און זיך מיט אלעם אן עצה געבן אפגעזען פון דער סביבה און אומשטענדן.

פשוט-קאמפליצירט » מיטוואך פעברואר 4, 2015 3:43 pm

· #251748
https://www.youtube.com/watch?v=rc-r8sKkNpg

פארוואס האט דער מן געמוזט פאלן יעדן טאג באזונדער? וואלט עס דען נישט גרינגער געווען אויב ס'זאל איינמאל פאר אלעמען אפפאלן מן אין גענוג א גרויסן קוואנטום פאר יעדן דורכאויס דער גאנצער מדבר-תקופה?
נאר, זאגט דער הייליגער בעש"ט, דער אויבערשטער האט דערמיט געוואלט געבן די געלעגנהייט פאר יעדן איד, צו קענען טעגליך געדענקען דעם מקור פונעם מן און אזוי ארום כסדר געדענקען צו האבן א שייכות און דביקות מיט'ן מקור. דאס גופא, אז דער מן איז געפאלן יעדן טאג באזונדער פאר דעם צוועק, איז דער אייגנטליכער נס פונעם מן.

ברסלבער » מיטוואך פעברואר 4, 2015 5:59 pm

· #251766
פשוט-קאמפליצירט
פארוואס האט דער מן געמוזט פאלן יעדן טאג באזונדער? וואלט עס דען נישט גרינגער געווען אויב ס'זאל איינמאל פאר אלעמען אפפאלן מן אין גענוג א גרויסן קוואנטום פאר יעדן דורכאויס דער גאנצער מדבר-תקופה?
נאר, זאגט דער הייליגער בעש"ט, דער אויבערשטער האט דערמיט געוואלט געבן די געלעגנהייט פאר יעדן איד, צו קענען טעגליך געדענקען דעם מקור פונעם מן און אזוי ארום כסדר געדענקען צו האבן א שייכות און דביקות מיט'ן מקור. דאס גופא, אז דער מן איז געפאלן יעדן טאג באזונדער פאר דעם צוועק, איז דער אייגנטליכער נס פונעם מן.

דאכט זיך אז דאס איז א חז"ל.

ונבנתה העיר » דאנערשטאג פעברואר 5, 2015 12:25 am

· #251837
פשוט-קאמפליצירט
https://www.youtube.com/watch?v=MeOELlKIUi8
ביים ציון פונעם הייליגן בעש"ט
"ויקח משה את עצמות יוסף עמו." משה רבינו האט מיטגענומען אויף יענעם לאנגען, שווערן מדבר-וועג דאס עצמיות, דאס קערנדל וועזן, פון יוסף -- צו בלייבן מקושר און זיך מיט אלעם אן עצה געבן אפגעזען פון דער סביבה און אומשטענדן.

עס זעהט מיר אויס ווי דער ציון פון ר' נחמן.

שמעון וואלף » פרייטאג פעברואר 6, 2015 3:49 pm

· #252189
בשם הרה״ק ר׳ מיכלי מזלאטשוב זי״ע עה״פ (שמות
כ טו) וירא העם וינעו ויעמדו מרחוק, האדם
השלם כשמתפלל לפני השי״ת צריך לעמוד
באימה ופחד ולא לעשות תנועות משונות
וצעקות אכן למי שנופל לו מחשבות זרות דרכו
לעשות תנועות זרות. וז״פ וירא העם וינועו
שעשו תנועות הוא סימן ויעמדו מרחוק שעדיין
רחוקים מהשי״ת.

געוואלדיג » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 7:19 pm

· #253343
גטראפן דא עמוד ג' די צוויטע ווארט א הערליכע ווארט שפתים ישק

פשוט-קאמפליצירט » דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 5:58 pm

· #254751
http://youtu.be/Wc9wcmAi-LQ

פארוואס, וויל זיך אפטמאל פרעגן, פעלן זיך אויס אזויפיל הלכות, מצוות, איסורים? וואלט דען נישט געווען געשמאקער צו זיין פשוט רוחניות'דיג באשר הוא שם, ווי מ'איז, און אן די אלע צוגעהערן איבער וואס יא און נישט צו טאן?

איז דער תירוץ אז דאס אלעס, רוחניות און ספיריטואליזם, איז גוט און אמת אויף יענער וועלט. דא, אינעם עולם העשיה, דארף זיין ביידע. ספיריטואלע איבערלעבענישן זענען געהויבן און געשמאק, אבער זיי מוזן קומען אין א ראם, אין א כלי. אזוי ארבעט די וועלט; דאס איז דער תכלית פון זיין דא.

"ואלה המשפטים - מוסב על הראשונים." אויך די מצוות, אריינגערעכנט די וואס קענען אויסזען אומ'שכל'דיג, זענען א המשך צו יענער געוואלדיגער איבערלעבעניש וואס אידן האבן געהאט ביים בארג. ס'איז א המשך אהער, אין דער וועלט אריין, ווייל די וועלט דארף גבולים און כלים. אנדערש וואלטן די נשמות געקענט בלייבן אין יענער רוחניות'דיגער דימענסיע, וואו ס'איז טאקע זיס און פיין, אבער אן קיין מעגליכקייט פאר שינוי און שטייגן.

געוואלדיג » דינסטאג פעברואר 24, 2015 5:10 pm

· #255677
בס"ד
שמעתי מידיד אחד, ומחמת חביבותיה העתקתיו, וכך אמר, אי' במשנה (פאה א, א) [הנאמרת בכל יום] אלו דברים שאין להם שעור הפאה והבכורים וכו', מהו אין להם שיעור?

וכי אפשר לומר שכל שדהו יהיה פאה? או כל שדהו ביכורים, הרי זה ברור שלא זהו הכוונה של אין להם שיעור שיכול ליתן עד כמה שרוצה, וכן לפרש שאפי' מעט גם טוב, זה גם א"א לומר, כי ת"ת כתיב ביה והגית בו יומם ולילה.

אלא אפשר לומר בדרכי העבודה בדרך זו, שהתנא בא להשמיעינו בדרך אגב, שכמו מצות פאה וביכורים אין להם שיעור כמה, אבל הצד השוה שבהם שיש להשאיר חלק לצרכו ולצורך משפחתו, דבלאו הכי לא קיים המצוה כלל.

כמו"כ הוא בלימוד התורה, אמנם צריך לקיים והגית בו יומם ולילה, אבל יזכור האדם שגם יש לעשות 'צרכיו האנושיים ודרך ארץ הצריך לכל אחד ואחד, ולא לרוץ כל היום לעשות מצוות ומעש"ט גמ"ח עם אחרים, דאם לא ישאיר חלק לצרכו ולצורך משפחתו, לא קיים המצוה.

כך אמר לי ידידי הנ"ל, ומחמת חביבותיה רשמתיו למזכרת.

ווארט זאגער » דינסטאג פעברואר 24, 2015 9:54 pm

· #255738
זייער שיינע ווארט. אבער לגבי פשט אין משנה, פאה האט נישט קיין שיעור מה"ת ואפילו מעט היא טוב כמבואר בר"ב וכן לעשות כל שדהו פאה לר"ש הוי פאה בדיעבד אף שלא מניחין כלום לעצמו ולר"י צריכין להניח רק קלח אחד. און ת"ת מבואר בש"ך בה"ל ת"ת אז הבעלי בתים שטרודין על המחי' ועל הכלכה יוצאין חיוב והגית בקריאת שמע שחרית וערבית. ביכורים יש לדון מהו נקרא ראשית אם דינו כפאה או לא.
אבל בכל אופן די ווארט איז שיין ס'דא א חסידיש ווארט ואנשי קודש תהיון לי מענטשליך הייליג.

פשוט-קאמפליצירט » דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 6:14 pm

· #256152
http://youtu.be/lgSvybeSYRA

מרדכי הצדיק איז געווען "רצוי" נאר "לרוב אחיו." חז"ל זאגן אונז, אז טייל פון די גדולי ישראל אין יענער צייט האבן זיך פון אים אפגעטיילט. זיי האבן געזען אז ער איז מער נישט דער לערנען און עוסק בתורה, נאר איז מער פארנומען מיט עסקנות; האבן זיי זיך פון אים אפגעלאזט.
זאגט דערויף רבי מאירל פרעמישלאנער: "לרוב אחיו," די גרויסע פון זיינע ברידער, זיי זענען יא געווען מרוצה פון אים. די גרויסע האבן פארשטאנען אז דאס גדלות פון א מענטש ליגט נישט אזוי ווייט אין וויפיל ער לערנט, נאר וויפיל ער איז גרייט צו טאן כדי צו העלפן א צווייטן איד. מרדכי איז געווען וויליג איינצושטעלן אלעס כדי צו ראטעווען אנדערע אידן און דערפאר זענען די גרויסע אידן פון יענעם דור געווען צופרידן מיט אים.

פשוט-קאמפליצירט » דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 6:19 pm

· #256155
http://youtu.be/5FeZt9mMP9M

עס מאכט זיך אז א מענטש באגייט טעותים אין לעבן. ער טוט עטליכע נישט ריכטיגע שריט, און טרעפט זיך דערנאך געצוואונגען זיך אפצוגעבן מיט די תוצאות פון זיינע אקטן. ער פרובירט אויסגלעטן וואס ער האט קאליע געמאכט, און נעמט שריט צו פארבעסערן דעם מצב. למעשה טרעפט ער זיך דערנאך אין א נאך גרעסערן פלאנטער, אין א טיפערן זומפ. עס גייט דורך נאך אביסל צייט, און אט כאפט ער א בליק אויף צוריק און זעט פלוצלינג אז קוקנדיג אויפ'ן גאנצן בילד שטימט אלעס א מחיה! יעדע זאך וואס איז געשען, האט געהאט א חשבון און אנדערש וואלט עס אפילו נישט געקענט זיין.
דאס איז די געשיכטע פון פורים, אין א ווארט...

פשוט-קאמפליצירט » מאנטאג מערץ 16, 2015 5:48 pm

· #259028
https://www.youtube.com/watch?v=Y47p372HmF8

דוד המלך זינגט: "שבתי בבית השם כל ימי חיי ... ולבקר בהיכלו." פרעגט זיך א קשיא, דער גרויסער קעניג אונזערער איז זיך לכאורה סותר. פריער זאגט ער אז ער וויל זיצן ווי א תושב, און דאן פירט ער אויס אז ער וויל בלויז "באזוכן"?

דער פשט איז נאר, אז א תושב, עמיצער וואס וואוינט בקביעת אויף א פלאץ, וועט בדרך כלל נישט האבן די זעלבע איבערלעבענישן פון דעם נעמליכן פלאץ ווי עמיצער וואס קומט אהין אויף א באזוך. דוד המלך האט געבעטן דעם אויבערשטן אז ער זאל האבן די זכי' צו תמיד וואוינען בבית השם, אבער פילן די איבערלעבעניש פון א באזוכער.

(דער יונגערמאן אינעם קליפ איז הרב ברוך יודא לעבאוויטש, א זון פון ניקלשבורגער רבי'ן שליט"א - וועלכער האט זיך באזעצט אין ארץ ישראל פון מאנסי מיט א שטיק צייט צוריק.)

פשוט-קאמפליצירט » מאנטאג מערץ 16, 2015 5:54 pm

· #259030
https://www.youtube.com/watch?v=fFVhrqxEKa0

מענטשן לערנען די תורה, ספעציפיש וועגן שבת, און וואונדערן זיך פארוואס זענען פאראן אזויפיל איסורים און דקדוקים אין יעדער זאך. פארוואס זאל מען שבת נישט טארן טאן דאס און יענץ? וועמען שטערט עס? פארוואס זאל עס זיין א סתירה מיט דער שבת-רו?

די תורה אליין גיט אבער דעם ענטפער: "וביום השביעי יהי' לכם קודש - שבת שבתון." שבת איז א מקום אין דער פיזישער זמן אין וועלכער די וועלט פונקציאנירט, ווען דער מענטש קען זיך פארקלייבן אין יענעם הייליגן, ריינעם ווינקל, אפגעטיילט פון דעם טומל און הו-הא, און געפינען דעם קשר צו ג-ט און צו זיך אליין.

"כל העושה מלאכה ביום השביעי יומת," טויט ער זיך דעם דאזיגן מקום און זמן בידיים. די תורה קומט נישט סטראשען, נאר ווייזט דעם מענטש וואס צו טאן, וויאזוי צוצוגיין צו דער זאך, כדי צו באקומען די געוואונטשענע תוצאות.

פשוט-קאמפליצירט » מאנטאג מערץ 16, 2015 6:07 pm

· #259031
https://www.youtube.com/watch?v=hhxztyJkG9c

דערציילן אונז חז"ל אין מסכת מגילה, אז רבה און רבי זירא האבן זיך אוועקגעזעצט פראווען די פורים-סעודה אינאיינעם, און האבן דערביי מקיים געווען די מצוה פון טרינקען ביז'ן עד דלא ידע אריין. דאס האט געפירט דערצו, אז רבה האט געשאכטן רבי זירא'ן.

דאס עניגמאטיש שטיקל גמרא ווערט דורך די מפורשים. דער ליובאוויטשער רבי האט עס אזוי מפרש געווען. פאראן וויין, וואס האט די מעגליכקייט צו פארטשאדן א מענטש דעם קאפ און אים פירן צו באגיין ווילדע און אויסטערלישע מעשים. דאס איז דער וויין וואס פאר'שיכור'ט דעם גוף. דערנאך איז פאראן וויין - פון דער משפחה "יינה של תורה" - וואס פאר'שיכור'ט און נעמט איין דעם מענטש'ס נשמה און באוואוסטזיין, זיין אינטעלעקט און הארץ.

רבה, זאגט דער ליובאוויטשער רבי, האט אזוי פאר'שיכור'ט רבי זירא'ן מיט דעם דאזיגן "וויין", ביז די גאנצע וועלט האט פארלוירן איר משמעות ביי אים אין די אויגן. ס'איז געווען גלייך ווי רבה וואלט אים אפגעשאכטן און אפגעטויט דעם גוף.

פשוט-קאמפליצירט » מאנטאג מערץ 16, 2015 6:11 pm

· #259033
https://www.youtube.com/watch?v=a6PSGP9kZhM

זרש קומט אונז לערנען א געוואלדיגע לעקציע אין לעבן. המן קערט זיך אום אהיים נאך א שרעקליכן טאג, מלא דורכפאלן און בושות. ער דערציילט וועגן אלעם צו די אנוועזנדע, און דאס ווייב זיינס רעאגירט נישט נאר מיט גיסן זאלץ אויף די וואונדן, נאר מיט'ן פרישע שווארצע נביאות: אם מזרע יהודים מרדכי וועסטו נאך ווייטער פארזעצן צו פאלן נאך טיפער אין דער ערד.

זרש'ס מהלך מאכט דעם מענטש זיין זיכער אז בעסער וועט שוין נישט ווערן, און ער ווערט אינגאנצן מיואש און גיט אלעס אויף. אין אזא מצב, קענען זאכן טאקע נישט בעסער ווערן.

אבער מיר דארפן געדענקען דעם פורימדיגן ונהפוך הוא. ווען עמיצער קומט זיך אויסרעדן און אויסוויינען, זיי אים מחזק, שטארק אים, ווייז אים וואו ס'איז נאך יא ליכטיג, וויאזוי עס וועט נאך ווערן בעסער.

פשוט-קאמפליצירט » דאנערשטאג מערץ 19, 2015 6:30 pm

· #259963
https://www.youtube.com/watch?v=rbn9jguyRoI

משה רבינו איז פריער געווען אויפ'ן בארג און דערנאך אין הימל, וואו ער האט געלערנט פונעם אויבערשטן נישט נאר די גאנצע תורה, נאר אלע פירושים וואס אלע מפורשים און אלע דורות וועלן אין דער תורה אריינלערנען.

אידן האבן אבער געזאגט צו משה'ן: דאס איז צו גרויס און ארומנעמיג פאר אונז. מיר געפינען זיך דא, אויף דער קליינער, באגרעניצטער וועלט, מיט אירע קליינע, באגרעניצטע השגות. רעדזשע, משה אונזער רבי, צו אונז דא.

משה האט זיך טאקע אריינגעקוועטשט אין אן "אלף זעירא" און זיך אוועקגעשטעלט ביי דער טיר פון א קליינעם צימער, אן אוהל מועד, און באקומען פון ג-ט א מעסעדזש וועגן אים דינען אויף דער וועלט, מיט די וועלטישע השגות פון וואס אידן האבן דעמאלט פארמאגט: שעפעלעך און לעמעלעך, קי און אקסן.

געוואלדיג » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 12:59 am

· #261913
חייב אדם לראות את עצמו כאילו הוא יצא ממצרים.

את עצמו איז דאך איבריג, האב איך געהערט א טייער ווארט, ווען א מענטש האט א מעשה צו פארציילן וואס די גאנצע שטאט האט מיט געהאלטן וועט ער דאס דאך נישט פארציילן, ער האט נישט פאר וועם, אבער אויב האט ער צו פארציילן אז ער איז געווען אויף די לבנה, אה דעמאלטס וועלן שטיין ביי איהם קעפ אויף קעפ, ווער וויל נישט הערן אזא מעשה און ער וועט טאקע פארציילן מיט זאפט אז עס וועט רינען, וועט א מענטש טראכטן וואס האב איך פון פארציילן פאר מיינע קינדערלעך די מעשה פון יציאת מצרים ער האט דאס דאך שוין געהערט פון די טעיפ און פון זיין רבי, וואס קין איך שוין צולייגן, זאגט אונז דער בעל ההגדה ניין את עצמו כאילו הוא יצא מצרים כאילו עס איז נישטא קיינעם און נאר הוא עצמו ער אליין איז ארויס און געזעהן די זרוע הנטויה און אזוי וועט ער פארציילן ווי עס דארף צו זיין.

פשוט-קאמפליצירט » מאנטאג אפריל 20, 2015 2:41 pm

· #267805
https://youtu.be/0BLgmHu0Zj0

מאכט זיך ביי יעדן אמאל א מצב, ווען מ'פילט זיך נידעריג און אינגאנצן אפגעהאקט פונעם מקור. אזא פוסטקייט איז א באדן רייף פאר מרירות און זעלבס-שולד - צוויי פסול'ע מצבי רוח, וואס באלאנגען נישט ביי קיינעם אין הארץ.
דער אמת איז אבער, אז דעמאלט, אין אזא מצב, איז דער מענטש דווקא געאייגנט אויפצונעמען די שפע און זיך דערלאנגען צו פרישע הויכן.

"למה אתה בוש?" האט משה רבינו געפרעגן אהרנ'ען. וואס איז: דו פילסט אז דו האסט פארלוירן דעם קשר און ביזט נישט גרייט אויף די מדריגות וואס די עבודה אין משכן שטעלן פאר? "לכך נבחרת": טאקע דערפאר ביזטו ראוי און גרייט דערצו!

פשוט-קאמפליצירט » מאנטאג אפריל 20, 2015 2:53 pm

· #267810
https://youtu.be/i6tn1KJfCfY

וואס איז די עצה פאר עמיצן וואס קוקט אויף אלעם און אלעמען דורך שווארצע ברילן? ארויסגיין אביסל אליין אין וואלד; פילן די אליינקייט, די הילפסלאזיגקייט, שפירן וואס דאס מיינט נישט זיך קענען אן עצה געבן אליין אין לעבן. דעמאלט כאפט מען זיך אז די וועלט און אירע איינוואוינער זענען גוט און פיין, און דאס לעבן איז א ברכה.
"כל ימי אשר הנגע," אזוי לאנג ווי ער האט די אייגנשאפט אין זיך פון "בו יטמא," אז זאכן זענען נישט קלאר און גוט, "טמא הוא," איז פשט אז ער געפינט זיך אין אן אומריינעם, נישט גוטן מצב. נו, וואס איז די עצה? "בדד ישב," גיי ארויס פון דער געזעלשאפט און אוועק פון מענטשן. דארט און אזוי וועט ער באקומען אן אנדערן פערספעקטיוו און דערנאך קען ער צוריקקומען צו דער מענטשהייט און אלעס אנקוקן מיט א פאזיטיוון בליק.

פשוט-קאמפליצירט » דינסטאג מאי 5, 2015 6:37 pm

· #272754
https://youtu.be/IrUjbW7w5NM

ס'מאכט זיך א מענטש וויל זיך פארבעסערן אבער ווערט פרוסטרירט ביים כאפן אז וויפיל ער פרובירט רירט ער זיך כמעט נישט פאראויס.
איז, הערט, טייערע אידן, וואס די חסידישע גדולים האבן געטייטשט. "קדושים תהי'," הייליג זאלט איר זיין. זאגן דערויף חז"ל, "יכול כמוני": איר קענט זיין ווי איך! וויאזוי? "תלמוד לומר," לערנט זיך זאגן, פאר זיך אליין, אינעם אייגענעם קאפ: "כי קדוש אני."
א מענטש זאל טראכטן און זיך פארשטעלן ווי ער איז דארט וואו ער וויל זיין, און ער וועט צום סוף אנקומען אהין.

פשוט-קאמפליצירט » מיטוואך מאי 6, 2015 5:25 pm

· #272996
https://youtu.be/XhQEgi3l-Ns

יעדער רעדט פון אחדות צווישן אלע אידן. ס'איז אבער פאראן איין טאג אינעם יאר, ווען אזא דורכאויסיגער אחדות מאניפעסטירט זיך. ל"ג בעומר אין מירון טאנצן אינאיינעם אלע סארטן אידן, און יעדער פילט זיך היימיש און גלייך.
דאס איז דער כוח וואס אידישער מיסטיציזם, קבלה און חסידות, האבן אראפגעברענגט אויף דער וועלט. ל"ג בעומר איז די צייט צו פראקטיצירן דעם אחדות צווישן אלע אידן.

פשוט-קאמפליצירט » מיטוואך מאי 13, 2015 6:22 pm

· #274822
https://www.youtube.com/watch?v=HckTwmcC-Cc

עס מאכט זיך א מענטש קומט אן צו אזא שטאפל, אז ער מוז זיך פארקויפן. דאס איז נישט קיין גוטער מצב, אבער די תורה זאגט אז פארט, "אחר נמכר," אפילו א מענטש איז דערגאנגען צו א מצב אז ער האט זיך געמוזט פארקויפן, "גאולה תהיה לו," ווייל "אחד מאחיו יגאלנו," א ברודער וואס פארמאגט אין זיך א קערנדל איינציגקייט - וואס פירט צו אינערליכער שלווה - וועט אין דעם פארקויפטן אויפפלאמען דעם אייגענעם "איך".

פשוט-קאמפליצירט » מיטוואך מאי 13, 2015 6:25 pm

· #274825
https://youtu.be/SkYoPp_RRM8

מיר ארבעטן און ארבעטן, לויפן נאך דעם דאלאר ווייל עס דאכט זיך אונז אז וואס מער מאטעריאליסטישע דערגרייכונגען, אלץ מער סיפוק און צופרידנהייט וועלן מיר האבן.
זאגט דער איזשביצער: "והיתה הארץ שבת לה'," אויב דו וועסט לאזן דיין ארציות, דיין מאטעריאליזם במנוחה, "לכם לאכלה," וועסטו אנשטאט ארייננעמען אין זיך דעם אייגענעם איך; וועסט טרעפן זיך אליין.

פשוט-קאמפליצירט » פרייטאג מאי 22, 2015 4:03 pm

· #278018
https://youtu.be/2tLwby84zRI

כפה עליהם הר כגיגית. וואס איז געווען דער חשבון: ווער וויל א תורה וואס ווערט געגעבן אונטער צוואנג?
מען דארף אבער געדענקען אז שוועריגקייטן און קאמפליקאציעס מאכן זיך ביי יעדן. מיר פרובירן געווענליך "ארויסצוקריכן" פון א שווערן מצב דורך גיין דא און זיך ווענדן דארט.
דער וועג איז ארומצונעמען דאס געראנגל און נישט אנטלויפן דערפון. די שוועריגקייטן פירן סוף כל סוף צו א קלארקייט אריין אין זיך אליין. ווען מען קומט אן צו דעם פונקט, ארבעט די תורה צו פירן דעם מענטש צו א גוט פלאץ.

פשוט-קאמפליצירט » פרייטאג מאי 22, 2015 4:08 pm

· #278019
https://youtu.be/lVXoZhFXIqI

די אידן אינעם מדבר נאך קבלת התורה האבן זיך געפונען אויף א געוואלדיגן פלאץ, וואו דאס רוחניות איז געווען געדעכטער ווי די לופט. אט קומט ג-ט צוגיין און זאגט: "איך וויל לוי'ן, דעם שבט, צו טאן די עבודה." אידן האבן עס אנגענומען און זיך צוגעשטעלט.
פארוואס האט דער אויבערשטער אויסגעוועלט שבט לוי? זאגט דער שפת אמת: סתם. ווייל אזוי האט ער געוואלט. מיר האבן זיך אונטערגעווארפן דעם רצון פונעם אויבערשטן, ווייל דאס איז וואס מיר דארפן טאן - סתם אזוי, אן קיין סיבה.
ווען א מענטש איז צעקלאפט און עס גייט נישט וויאזוי ער וויל. ער וויל זיין גוט, אבער יעדער ריר קומט אן מיט געבראטענע צרות. אנשטאט זיך ווענדן צום אויבערשטן מיט א טענה: איך וויל דיך דינען, ביטע העלף מיר - בייגט מען דעם קאפ און מען טוט וואס מ'קען יא אונטער יענע אומשטענדן. פארוואס? ווייל דאס ווייל יעצט דער באשעפער פון אים. סתם אזוי. אן קיין טעם.

פשוט-קאמפליצירט » זונטאג יוני 7, 2015 2:33 pm

· #281146
Re: אונטער-א-מינוט חסידות-ווארט
http://youtu.be/FxjGdD3unv4

פשוט-קאמפליצירט » זונטאג יוני 7, 2015 2:34 pm

· #281148
Re: אונטער-א-מינוט חסידות-ווארט
http://youtu.be/5ESYqBoGXIc

פשוט-קאמפליצירט » זונטאג יוני 7, 2015 2:34 pm

· #281149
Re: אונטער-א-מינוט חסידות-ווארט
http://youtu.be/jQajOteqljs

פשוט-קאמפליצירט » זונטאג יוני 7, 2015 2:35 pm

· #281150
Re: אונטער-א-מינוט חסידות-ווארט
http://youtu.be/I5orB9mIwrs

פשוט-קאמפליצירט » זונטאג יוני 7, 2015 10:16 pm

· #281259
Re: אונטער-א-מינוט חסידות-ווארט
http://youtu.be/IAdQSMLvgC0

פשוט-קאמפליצירט » מאנטאג יוני 8, 2015 9:54 am

· #281315
Re: אונטער-א-מינוט חסידות-ווארט
http://youtu.be/E9PUGfzuGn8

פשוט-קאמפליצירט » מיטוואך יוני 10, 2015 6:07 pm

· #281912
ראש הנקרה
https://www.youtube.com/watch?v=urbBA-998HY

פשוט-קאמפליצירט » מיטוואך יוני 10, 2015 6:07 pm

· #281913
צאנזער בית יתומים
https://www.youtube.com/watch?v=b-sBYrHo41Y
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9