☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » ישיבה תל-תלפיות

ישיבה תל-תלפיות

106 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4365
בלאט: 1 2 3

פשוט-קאמפליצירט » פרייטאג יולי 26, 2013 1:01 pm

· #136536
ישיבה תל-תלפיות
"ישיבה תלפיות", קווארטירט אין מאנסי, איז איינע פון די חידושים אין חינוך אויף וואס א סך פון אונז קוקן שוין לאנג ארויס. דער גרינדער און ראש ישיבה, הרב שמעון סעמפ, איז א חידוש פון א יונגערמאן, וואס האט דעם תמצית פון זיין אייגנארטיגקייט אריינגעגאסן אין דער ישיבה. דער יסוד פון דער ישיבה איז מחנך צו זיין חסידישע בחורים ניצנדיג א ריי מיט אוט-אוו-די-באקס טאקטיקן און מיטלען. די אטמאספער אין ישיבה אין ווארעם און חסידיש, מיט דרך ארץ, רעספעקט, און אחריות כלפי זיך און אנדערע. אויסרעכענען די פרטים איז אן אריכות, אבער פאלגנד איז א ווידעאו, וואס קען דינען ווי א שפאלט אין דער טיר, דורך וועלכן מען קען כאפן א שטיקל בליק אויף דעם רוח המקום. דער ווידעאו איז דירעקטירט דורך יואלי שטויבער (my vision studio) -- דער זעלבער וואס האט צוזאמגעשטעלט דעם "ויהי' רחמיך" פון אלי ביער.

אויב עס געפעלט אייך און איר גלייבט אין א מעגליכקייט צו פארבעסערן דעם חינוך-סיסטעם, און איר וואלט מיט עפעס צוגעהאלפן, באזוכט דער ישיבה'ס וועבסייט(!) -- <a class="postlink" href="http://www.yeshivatalpios.org/">http://www.yeshivatalpios.org/</a>

הוגה » פרייטאג יולי 26, 2013 1:13 pm

· #136537
ביודעי ומכירי קאמינא. דער ישיבה איז געוואלדיג! אפשר ווען כ'וועל האבן צייט וועל איך שרייבן איבער דער ישיבה, ווען איך טראכט נאר פון תלפיות ווילט זיך מיר זינגען "יש תקווה"...

די געוואלדיגקייט פון זייער סיסטעם איז אז טראץ דעם וואס דער ספעציפישע ישיבה קעיטערט כהיום פאר בחורים וואס האבן/וואלטן נישט מצליח געווען אין אנדערע ישיבות דאך קען און זאל זייער סיסטעם אדאפטירט ווערן אין רעגילמעסיגע ישיבות, אפילו פאר א. ג. בחורים מצוינים. און יא, כ'בין א שטארקע שטיצער פון די ישיבה און די ראש ישיבה. כמותם ירבו בישראל.

מ גפני » פרייטאג יולי 26, 2013 1:33 pm

· #136538
דער ר' שמעון איז נישט אוועקצומאכן, א ווארימער חסידישער יונגערמאן וואס קומט ארגינאל פון ליטוויש'ן חדר אבער ברענט אין תורת חב"ד

דעת תורה » פרייטאג יולי 26, 2013 1:41 pm

· #136543
זייער א שטרענגע ישיבה אויב מיש איך נישט אויס מיט אן אנדערע. א טעראר רעזשים ממש, כאטש די סטראשע פון ארויסווארפן איז טאקע נישט דא. (עס איז די בחורים'ס מזל אז דער ראש ישיבה האלט נישט פון טיילן פעטש).

בכלל נישט פאסיג פאר רוב רובם פון בחורים.עס איז געמאכט פאר עקסטרעמע אויסערגעווענליכע פעלער ווען מען דארף נעמען א בחור און אויפבויען פון סקרעטש. א שטייגער ווי די אידן בשעת'ן ארויסקומען פון מצרים וואס מען האט זיי געדארפט אויסלערנען ווען און וויאזוי צו עסן.

עגעין, מעגליך איך מיש מיט א אנדערע ישיבה.

שמעקעדיג » פרייטאג יולי 26, 2013 1:48 pm

· #136546
דער נאמען איז "תלפיות", נישט תל תלפיות (הושע נא).
איך בין נישט באקאנט, אבער לויט ווי כ'האב געהערט, מיין איך אז דעת תורה מישט אויס.
מפי השמועה, מען לערנט דארטן מער ווי בלויז תורה, מען בויעט אויף דעם בחור פארן טאג-טעגליכן לעבן.

פשוט-קאמפליצירט » פרייטאג יולי 26, 2013 1:49 pm

· #136547
@דעת תורה איך ווייס נישט צי דאס הייסט "זייער שטרענג" (צי גאר "טעראר"); כ'ווייס אבער יא אז יעדער בחור איז דארט ווייל ער וויל דארט זיין. (איך האב שוין באזוכט דארט און גערעדט מיט זיי.) קענסט זאגן אז ס'איז א קולט 😛

דעת תורה » פרייטאג יולי 26, 2013 2:28 pm

· #136555
איך האב שוין אויך גערעדט מיט זיי, איך ווייס אז זיי ווילן דארט זיין. ער נעמט צוקלאפטע צובראכענע בחורים און בויט זיי אויף זיין וועג, און אוודאי די בחורים גלייכן עס. אבער נאכאמאל, דאס איז פאר בחורים פון 13 - 15 וואס זייער צושטאנד איז אזוי ווי 8 - 10 יעריגע קינדער. נישט פאר רוב רובם בחור'לעך.

הוגה » פרייטאג יולי 26, 2013 3:04 pm

· #136560
דעת תורה
איך האב שוין אויך גערעדט מיט זיי, איך ווייס אז זיי ווילן דארט זיין. ער נעמט צוקלאפטע צובראכענע בחורים און בויט זיי אויף זיין וועג, און אוודאי די בחורים גלייכן עס. אבער נאכאמאל, דאס איז פאר בחורים פון 13 - 15 וואס זייער צושטאנד איז אזוי ווי 8 - 10 יעריגע קינדער. נישט פאר רוב רובם בחור'לעך.


ביזט גערעכט דער ספעציפישע ישיבה איז אויסגעשטעלט פאר געוויסע סארט בחורים (וואס וואלטן מעגליך נישט געהאט א היים ווען נישט דער ישיבה) , און א בחור וואס פיט נישט אריין אין יענע קרייטיריע וואלט זיך נישט געפונען דאס פלאץ דארט.

למעשה וואלט אבער עני ישיבה געקענט אדאפטירן די וויכטיגסטע עלעמענטן פון זייער סיסטעם. עס איז נישט דא קיין שום תירוץ פארוואס א בחור - וואס האט די כישרונות צו לערנען גאנץ מסכת בבא בתרא אין איין יאר - זאל נישט אין צוגאב ערהאלטן א שטארקע דאזע זעלבסט זיכערקייט, זיך לערנען אחריות, פונקטליכקייט, הבנה אין די יסודות פון אידישקייט און די נויטיגע כלים צו קענען ארויס גיין אין די real world.

לדעתי איז די גרעסטע זאך דארט די שטארקע דיסיפלין. אויב איז שחרית אכט אזייגער שטייט א יעדע איינציגסטע בחור אכט אזייגער מיט די תפילין. אויב שיעור הייבט זיך אן די שיעור צען אזייגער, קענט איר זעהן בחורים ארום לויפן נאך 9:59,און פונקטלעך צען אזייגער איז טויט שטיל אין די גאנצע ישיבה, די שיעור איז אין פולע שוואונג. מיין חבר, וועמענס בחור האט דארט געלערנט זאגט מיר אז היינט - לאנג נאך זיין בחור האט גראדואירט פון תלפיות צו א געהעריגע ישיבה - איז ער מפליא ווי א בחור קען האבן אזא שטארקע זעלבסט דיסיפלין, און זיין אזוי פונקטלעך. ס'נישט דא א זאך וואס איז אזוי וויכטיג פאר הצלחה אין פרנסה ושלום בית ווי דאס.

דאס הייסט חינוך דאס מיינט צוגרייטן קינדער פאר די real world.

לאליפאפ » פרייטאג יולי 26, 2013 3:08 pm

· #136562
אויך געהערט אז סאיז ממש טעראר אזוי ווי א האום. זיי קענען איינשפארן אין א שטוב פאר שעות ווייל זיי מעגן דאך באהאנדלען אזוי ווי מענטל קעיר. געהערט אויך אז סאיז דא א ליין א פאס וואס ווייזט די גרעניץ ביז וואו מען מעג גיין וואס טאמער טרעט מען דארט אריבער הייסט מען יענעם אויסטון די שיך און זאקן און שטיין אינדרויסן אויפן גאס... געהערט פון איינער וואס זיינס א ברודער האט מען דארט - נישט פאסיג - אריינגעשטעלט.

chosen people » פרייטאג יולי 26, 2013 4:54 pm

· #136571
ר' שמעון סעמפ איז א חשוב'ער אינגערמאן, די ישיבה איז א נייע געדאנק אין די חסידישע וועלט, ביי די ליטווישע איז שוין דא אזא ישיבה פון לאנג, פארגעסן די נאמען. אזוי ווי מען האט שוין געשריבן אויבן, יעדע נארמאלע ישיבה וואלט געמעגט האבן בערך אזא מהלך לגבי, אחריות, אחדות און סעלף עסטים.
ר' שמעון איז א תלמוד פון הר' ישראל שטיינווארצל, אגב ער איז א אינטערסאנטע בריא פאר זיך, אן אמת'דיגע חסידישע יוד, האט ליב צו טראכטן פון אידישקייט אביסל, האט ליב יעדן יוד, טראכט נישט קיינמאל ווי אזוי יענער גייט איהם אנקוקען ווען ער האלט אז עס איז ריכטיג צו טוהן, א פריילכער, ער לערנט אסאך, בקיצור א יוד וואס מען קען זיך אסאך ארויס נעמען פון איהם..
איך מיין הרב יאזעפאוויטש, איז די רב ביהיינד די סינס, ר' שמעון רעדט זיך אסאך אדורך מיט איהם.
די עצם געדאנק פון די ישיבה איז צו נעמען א בחור וואס אלע ישיבות האבן איהם נישט געוואלט אריין נעמען, (לויט די ניק שם טוב, ווייל די בחורים ווילן נישט לערנען אין קיין ישיבה), און מען האט אויף געגעבן אויף זיי. ער נעמט זיי אריין און נאך זיי גראדואירן, גיין זיי אריין און "אפיציעלע" נארמאלע ישיבה - פשוט צו קענען א שידוך טוהן.
די ישיבה האט א חסרון, עס קאסט אסאך שכר לימוד דארט, און נישט יעדער קען עס עפארדען.

דעת תורה » פרייטאג יולי 26, 2013 5:07 pm

· #136573
הוגה
דעת תורה
איך האב שוין אויך גערעדט מיט זיי, איך ווייס אז זיי ווילן דארט זיין. ער נעמט צוקלאפטע צובראכענע בחורים און בויט זיי אויף זיין וועג, און אוודאי די בחורים גלייכן עס. אבער נאכאמאל, דאס איז פאר בחורים פון 13 - 15 וואס זייער צושטאנד איז אזוי ווי 8 - 10 יעריגע קינדער. נישט פאר רוב רובם בחור'לעך.


ביזט גערעכט דער ספעציפישע ישיבה איז אויסגעשטעלט פאר געוויסע סארט בחורים (וואס וואלטן מעגליך נישט געהאט א היים ווען נישט דער ישיבה) , און א בחור וואס פיט נישט אריין אין יענע קרייטיריע וואלט זיך נישט געפונען דאס פלאץ דארט.

למעשה וואלט אבער עני ישיבה געקענט אדאפטירן די וויכטיגסטע עלעמענטן פון זייער סיסטעם. עס איז נישט דא קיין שום תירוץ פארוואס א בחור - וואס האט די כישרונות צו לערנען גאנץ מסכת בבא בתרא אין איין יאר - זאל נישט אין צוגאב ערהאלטן א שטארקע דאזע זעלבסט זיכערקייט, זיך לערנען אחריות, פונקטליכקייט, הבנה אין די יסודות פון אידישקייט און די נויטיגע כלים צו קענען ארויס גיין אין די real world.

לדעתי איז די גרעסטע זאך דארט די שטארקע דיסיפלין. אויב איז שחרית אכט אזייגער שטייט א יעדע איינציגסטע בחור אכט אזייגער מיט די תפילין. אויב שיעור הייבט זיך אן די שיעור צען אזייגער, קענט איר זעהן בחורים ארום לויפן נאך 9:59,און פונקטלעך צען אזייגער איז טויט שטיל אין די גאנצע ישיבה, די שיעור איז אין פולע שוואונג. מיין חבר, וועמענס בחור האט דארט געלערנט זאגט מיר אז היינט - לאנג נאך זיין בחור האט גראדואירט פון תלפיות צו א געהעריגע ישיבה - איז ער מפליא ווי א בחור קען האבן אזא שטארקע זעלבסט דיסיפלין, און זיין אזוי פונקטלעך. ס'נישט דא א זאך וואס איז אזוי וויכטיג פאר הצלחה אין פרנסה ושלום בית ווי דאס.

דאס הייסט חינוך דאס מיינט צוגרייטן קינדער פאר די real world.


ס'איז א פוינט, נישטא וואס צו רעדן, איינע פון די חסרונות פון דעמאקראטיע איז דאס אז די לעצטערע דורות האבן פארלוירן דעם זעלבסט - דיסציפלין. אין די אמאליגע צייטן, אדער נאך היינט אין די מדינות מיט טאטאלירישע רעזשימען, וואס אויף יעדע קליינע ווייעלעישאן ווערט מען גאר הארב באשטראפט, איז טאקע דאס זעלבסט דיסציפלין סאך שטארקער. אזוי אויך איינער וואס גייט אין מיליטער, כידוע. ווען מען לעבט אין אזא מקום וואס איז כל מעשיך בספר נכתבים, און מען ערלויבט זיך נישט דאס מינדעסטע עובר צו זיין אויף א משהו, ווערט מען טאקע אויסגעפארעמט אזא סארט מענטש.

מען קען זאגן אז למעשה איז דאס א שטארקע מעלה, און איז דעפיניטלי א פלאס פאר סוקסעס אין לעבן. עכ"ז, מיין איך אז כמעט קיינער וואלט נישט געווען אינטערעסירט צו לעבן אונטער אזא רעזשים, און כמעט קיין איין בחור וואלט נישט געווען אינטערעסירט צו לערנען אין אזא ישיבה, און טאמער זאלן די ישיבות אדאפטירן אזא סיסטעם (ס'איז נישט אזוי שווער, אין חדר איז דער מצב זייער ענליך צו דעם, מען ברויך עס נאר ממשיך זיין אפאר יאר) וואלט דער עולם אזוי ליב געהאט - און זיך געבענקט - צו די ישיבה יארן ווי צו די חדר יארן... איין מעלה וואלט אויסגעקומען, דער עולם וואלט געגאנגען שיין ארבעטן אלס בחורים..

chosen people » פרייטאג יולי 26, 2013 6:11 pm

· #136574
דעת, עס איז דא א חילוק צו מיט די יראה, איז אויכט דא אהבה, אין חדר איז נישט געווען קיין אהבה.
נאך א זאך, רוב ישיבות האבן נישט קיין ראלס, נאר כדי צו ווערן באשטראפט, דארף אדער די משגיח זיין אין א שלעכטע מאד, אדער די הנהלה האט אפגעמאכט אז אויב מען ברעכט די ראל גייט עס זיין א שלעכטע נאמען פאר די ישיבה. די שטראף האט גארנישט מיט די תועלת פון די בחור.
משא"כ תלפיות האט ראלס, די ראלס איז געבעסיד אז די בחור זאל וויסן וואס מיינט אחריות. און אויב נישט באקומסטו א שטראף, און די שטראף איז אויכט נארמאל, דאס הייסט צו בויען די בחור נישט ברענגן $100 פאר די משגיח'ס טאש. למשל אויב א בחור צוברעכט עפעס פון די ישיבה, איז די "שטראף" אז מען ברענגט אראפ איינער וואס קען עס פארעכטן און יענער גייט אויס לערנען די בחור ווי אזוי מען פארעכט עס וכדו'.

אביגדור » פרייטאג יולי 26, 2013 6:55 pm

· #136577
למשל אויב א בחור צוברעכט עפעס פון די ישיבה, איז די "שטראף" אז מען ברענגט אראפ איינער וואס קען עס פאררעכטן און יענער גייט אויסלערנען די בחור ווי אזוי מען פאררעכט עס וכדו'.

berlbalaguleh » זונטאג יולי 28, 2013 12:26 am

· #136617
איינס פון די גרעסטע מעלות פון די ישיבה איז אז מ'לערנט אויס דעם בחור צו זיין אחריות'דיג, און ממילא באקומט ער זעלבסט-זיכערקייט. אויך האב איך באמערקט אז מ'שפילט ספארטס, וואס איז זייער געזונט און בארואיגט די בחורים אז זיי זאללן איינזיצן ביי א שיעור. מ'וואלט אויך געמעגט איינפיהרן אין די ישיבה און אין אלע אנדערע ישיבות צו לערנען אידישע היסטאריע מימי תקופת חורבן בית שני ביז אונזערע צייטן.

נולד מאוחר » זונטאג יולי 28, 2013 1:44 am

· #136654
פאמאגרענעט ספאנסערט א קרוז צי פאר א פאנדרעיזינג איווענט פאר די ישיבה

קאווע טרינקער » זונטאג יולי 28, 2013 1:02 pm

· #136726
נולד מאוחר
פאמאגרענעט ספאנסערט א קרוז צי פאר א פאנדרעיזינג איווענט פאר די ישיבה

אז יעדער מיט פארער דארף צאלן 600 דאללער, וואס מיינט אז פאמאגרענערט ספאנסערט דאס?

איך אויך » זונטאג יולי 28, 2013 1:24 pm

· #136729
אז דו רעדסט פון זיי.

פשוט-קאמפליצירט » זונטאג יולי 28, 2013 2:22 pm

· #136744
@דעת תורה

איך בין ווייניג באקאנט מיט ספעציפישע פעלער פון יחידים וואס האבן דארט געלערנט. איך קען זיך נאענט מיט סעמפ און האב שוין באזוכט אין דער ישיבה עטליכע מאל און געשמועסט מיט די בחורים און אנגעשטעלטע. ס'איז נישט קיין טעראר און אויך נישט געמאכט פאר בחורים פון "צעקלאפטע שטיבער". דער סיסטעם איז באזירט אויף א געזונטן געמיש פון מסורה, חסידות, פסיכאלאגיע, און באפעפערט מיט א סך שכל/קאממאן סענס און א היפש-ביסל הארץ און געפיל. דאס איז בעצם דער רעצעפט פאר דעם תלפיות-סיסטעם.

איינער פון די תלפיות-חידושים איז דאס ערזעצן "קנס" מיט "קאנסעקווענץ". אנשטאט קנס'ענען א בחור, טרעפט דער בחור זיך האנדלען מיט די דירעקטע תוצאות פון זיינע מעשים. דאס הייסט, אנדערש ווי געווענליך, ווען א בחור טוט אן עוולה און באקומט א קנס, זענען אין תלפיות נישט פאראן קיין עוולות און במילא אויך נישט קיין קנסים. וואס יא, עס זענען פאראן "מעשים", און מעשים פירן צו תוצאות. אזוי ארבעט די וועלט. יעדער בחור מוז נעמען אחריות אויף זיינע מעשים, און אין אחריות איז אריינגערעכנט דאס האנדלען מיט די קאנסעקווענצן פון זיינע פעולות. דער חילוק צווישן קנס און קאנסעקווענץ איז סך מער ווי בלויז דעם נאמען. אויב איז עס קאנסעקווענץ, וועט עס אייביג זיין עפעס וואס איז ארויסקומען פונעם בחור'ס פעולה. ועוד, א קנס איז עפעס ווי א "נקמה" פונעם "שטארקערן" מגיד שיעור אויפ'ן "שוואכערן" בחור. א תוצאה איז אבער עפעס וואס די פעולה זעלבסט האט געברענגט. דער מגיד שיעור וועט געווענליך העלפן דעם בחור (בכל אופן וועט ער מיט אים סימפאטיזירן) זיך ספראווען מיט'ן קאנסעקווענץ פון זיינע מעשים. אבער דאס יא: דאס אחריות דערפון איז דעם בחור'ס.

דערפאר קענען אין תלפיות זיך מאכן מאדנע מצבים ווי
לאליפאפ
הייסט מען יענעם אויסטון די שיך און זאקן און שטיין אינדרויסן אויפן גאס...


די משלים וואס דו ברענגסט זענען, דאכט זיך מיר, אביסל גוזמא'דיג. די גרעניץ וכו' איז לכאורה נישט אמת. אבער דאס אז א בחור זאל מוזן ארומגיין אן שיך, דאס שוין יא. איין בחור האט מיר דערציילט אז ער אליין איז איין טאג ארומגעגאנגען אין פאנטאפל. ער איז געווען א כראנישער שטויסער (א העכסט-נארמאלע זאך פאר א 13-יעריגער בחור). נאכ'ן דריטן אינצידענט, האט דער משגיח געכאפט א שמועס מיט'ן בחור. איז אויסגעקומען אז דער בחור ווערט זייער אין כעס ווען עמיצער רירט אן זיין כבוד און נעמט זיך שטויסן כמעט אימפולסיוו, אן טראכטן. האט דער משגיח אים געזאגט אז ער פארשטייט אים זייער גוט, אבער היות זיין שטויסן טוט למעשה וויי דעם געשטויסענעם, איז די איינציגע ברירה אז דער בחור זאל אנשטאט שיך אנטאן פאנטאפל; אזוי, ביז דער בחור טרעפט א מיטל זיך איינצוהאלטן פון שטויסן, זאלן זיי שטויסן כאטש נישט וויי טאן...

די זאכן הערן זיך מאדנע, אבער נאר אזוי לאנג ווי מען קוקט זיי אן ווי קנסים. איינמאל מען פארשטייט דעם מהלך, שטימט אלעס א מחי'. און חוץ מזה וואס עס שטימט, ארבעט עס אויך, און דער בחור וועט זיך נישט ארומדרייען מיט א שווער הארץ אויף זיין מגיד שיעור, ווייל ער אנערקענט אז דער מגיד שיעור פירט נישט דא קיין מערכות מיט אים, פרובירט אים נישט "אויסמענטשלען", פרובירט אים נישט "איינצונעמען" אא"וו. דער מגיד שיעור איז דא אים צו העלפן. דאס אלעס. און אלעס וואס דער מגי"ש טוט (אדער טוט נישט) איז "קאנסיסטענט" מיט דעם מהלך.

דעת תורה
ער נעמט צוקלאפטע צובראכענע בחורים און בויט זיי אויף זיין וועג ... אבער נאכאמאל, דאס איז פאר בחורים פון 13 - 15 וואס זייער צושטאנד איז אזוי ווי 8 - 10 יעריגע קינדער...


קוק איבער דעם ווידעאו און זאג דו מיר צי ס'איז דארט דא איין נקודה וואס איז נישט שייך פאר יעדן בחור, אין יעדער ישיבה -- און ווי @אנאנים האט אנגעוויזן. דאס וואלט געדארפט זיין די נארמע, דער סטאנדארט אינעם עולם הישיבות. וואס עס פעלט ביי אונז איז א הכרה, awareness, אז דער עקזיסטירנדער חינוך-סיסטעם איז נאענטער צו דורכפאל ווי הצלחה -- אפילו די באן פארט ווייטער און עולם כמנהגו נוהג. ביים אויסקלויבן א ישיבה פאר זיין זון, וועט דער דורכשניטליכער טאטע ענדערש נעמען אין חשבון וואספארא נאמען א ספעציפישע ישיבה האט אויף דער גאס, ווי איידער ווי אויף וויפיל זיין קינד וועט דארט האבן א תכלית. (און באמת זענען רוב-רובם חסידישע ישיבות די זעלבע זאך; א קנייטש אהער, א בייג אהין -- קיין יסודותדיגע חילוקים זענען נישטא.)

וואס עס קומט דערפון ארויס, אז רוב בחורים אין תלפיות זענען אזעלכע, וואס האבן נישט געהאט קיין אנדערע ברירה ווי גיין אהין. פון אנדערע ישיבות זענען זיי ארויסגעווארפן אדער נישט אנגענומען געווארן; זענען זיי אנגעקומען קיין תלפיות, וועמענס ציל איז מחנך צו זיין בחורים -- נישט זיי אוועקשטעלן אין א שאו-פענסטער מיט'ן צאל אונטערצוהאלטן דעם אויפגעבלאזענען עגא פון דער ישיבה/ראש ישיבה. דער סיסטעם זייערער איז אבער א לכתחילה, און וואלט געדארפט זיין דער מאדעל פאר דעם ישיבה-סיסטעם בכלל.

און ווי הרב סעמפ האט מיר געזאגט: "תלפיות איז א ישיבה פאר גוטע בחורים פאר וועמען דער שוואכער סיסטעם ארבעט נישט."

בדחן » זונטאג יולי 28, 2013 2:37 pm

· #136751
איך קען די ישיבה פון די נאנט, @פשוט-קאמפליצירט אלמלא דו קענסט טאקע די ישיבה פארשטיי איך נישט דיין כוונה פון שרייבען פארקערט ווי די מציאות.

דער אמת איז אז די ישיבה פעלט אויס פינקט ווי יואל ראטה׳ס ישיבה פעלט אויס, עס איז נאך א הערליכע רינגעלע אינעם גאלדענעם קייט פון ישיבות, עס איז א הכרח פאר די קיום הדור, אבער צו זאגען אז זייער סיסטעם ווייזט עפעס אויפן עווריטיש ישיבה איז ראנג, זיי דילען מיט אנדערע מצבים ווי רוב ישיבות, און זייער חינוך מעדאטען איז נישט עפעס אפצולערנען אדער א מוסטער אדער באשלדונגוס באנק פאר אנדערע ישיבות, זיי זענענן זייער גוט מיט וואס זיי טיען איך קען עטליכע מעשות פון דארט, אבער מפני צניעות הפרט האלט איך נישט אז עס איז א תועולת צו שרייבען ווייל ווער ווייסט ווי די אשכול וועט נאך אלץ אנקימען, געלויבט השי״ת פאר יענע גלונגענע טיעם אבער לאמיר לאזן זייער מהלכים דארט ווי עס פעלט זיך אויס.

פשוט-קאמפליצירט » זונטאג יולי 28, 2013 2:47 pm

· #136753
מיין פריערדיגע תגובה איז נישט געווען מיט א ניגון פון "ממשמע שנאמר"/שטימט דאך נישט/אלא מאי רוב ישיבות זענען נישט גוט. איך זאג א סטעיטמענט: דער אלגעמיינער חינוך-סיסטעם אין רוב ישיבות טויג נישט, אדער, וואלט געקענט נוצן פארשידענע תיקונים. געענדיגט מיט איין שמועס. דערנאך, זאג איך אז תלפיות איז יא גוט, און בעסער פאר'ן דורכשניטליכן בחור ווי רוב-רובם ישיבות. דאס זענען צוויי סטעיטמענטס און יעדער פון זיי שטייט אויף די אייגענע פיס אן זיך אנלאנען אויפ'ן אנדערן.

כ'ווייס נישט וואספארא מפני-הצניעות'דיגע מעשיות דו קענסט (יתכן אז אזעלכע זענען פאראן); כ'ווייס אבער יא אז אין דער דורכשניטליכער ישיבה איז די שהצניעות-יפה-להן טעמע געווענליך אן אינטעגראלער טייל פון דעם טעגליכן הלוך ילך.

בדחן » זונטאג יולי 28, 2013 2:56 pm

· #136754
פשוט-קאמפליצירט
וואס עס קומט דערפון ארויס, אז רוב בחורים אין תלפיות זענען אזעלכע, וואס האבן נישט געהאט קיין אנדערע ברירה ווי גיין אהין. פון אנדערע ישיבות זענען זיי ארויסגעווארפן אדער נישט אנגענומען געווארן; זענען זיי אנגעקומען קיין תלפיות, וועמענס ציל איז מחנך צו זיין בחורים -- נישט זיי אוועקשטעלן אין א שאו-פענסטער מיט'ן צאל אונטערצוהאלטן דעם אויפגעבלאזענען עגא פון דער ישיבה/ראש ישיבה. דער סיסטעם זייערער איז אבער א לכתחילה, און וואלט געדארפט זיין דער מאדעל פאר דעם ישיבה-סיסטעם בכלל.

און ווי הרב סעמפ האט מיר געזאגט: "תלפיות איז א ישיבה פאר גוטע בחורים פאר וועמען דער שוואכער סיסטעם ארבעט נישט."."


נישט ריכטיג, אבער ווי איך האב שוין געזאגט פריער: עס איז זייער גוט פוואס עס איז גוט.

קאווע טרינקער » זונטאג יולי 28, 2013 3:02 pm

· #136755
פשוט-קאמפליצירט
כ'ווייס אבער יא אז אין דער דורכשניטליכער ישיבה איז די שהצניעות-יפה-להן טעמע געווענליך אן אינטעגראלער טייל פון דעם טעגליכן הלוך ילך.

הפך בה והפך בה שכולה בה.

בדחן » זונטאג יולי 28, 2013 3:21 pm

· #136761
פשוט-קאמפליצירט
בדחן
זיי זענענן זייער גוט מיט וואס זיי טיען איך קען עטליכע מעשות פון דארט, אבער מפני צניעות הפרט האלט איך נישט אז עס איז א תועולת צו שרייבען ווייל ווער ווייסט ווי די אשכול וועט נאך אלץ אנקימען.
כ'ווייס נישט וואספארא מפני-הצניעות'דיגע מעשיות דו קענסט (יתכן אז אזעלכע זענען פאראן); כ'ווייס אבער יא אז אין דער דורכשניטליכער ישיבה איז די שהצניעות-יפה-להן טעמע געווענליך אן אינטעגראלער טייל פון דעם טעגליכן הלוך ילך.


לאמיר אייך אייך מסביר זיין, איך ווייס פון צוויי דריי פעלער ווי אזוי זיי האבן געשטעלט פראבלעמאטישע זאכען אין פלאטץ, אבער וויבאלד נישט איך און נישט דו ווייסען ווי די אשכול גייט נאך אלץ אנקימען און ווער עס גייט עס נאך ליינען מעגליך אז דער באטרעפענדער אדער זיין משפחה וועט עס ליינען און עס וועט מעגליך וויי טיען, דער רעדט מען דאך נישט פון א ישיבה פון טויזענטער בחורים, דערפאר איז בעסער נישט צו שרייבען מפני צניעות הפרט.

הוגה » זונטאג יולי 28, 2013 3:28 pm

· #136764
לויט ווי איך פארשטיי מיינט בדחן צו זאגן אז דער ישיבה איז יא בעיקר פאר 'געוויסע' בחורים און נישט פאר די כלל בחור. צוליב דעם וויל ער נישט אריין גיין אין פארציילן די פרטים וואס ער ווייסט אויס מורא אז איינער וועט כאפן פון וועם ער רעדט, היות עס איז א קליינער ישיבה. (נישט ח"ו אז ס'דא דארט צניעות פראבלעמען.) בין איך גערעכט?

די נקודה וואס אנדערע האבן ארויסגעברענגט (ובתוכם אני) איז נישט אז דער ישיבה איז אויך פאר א. ג. נארמאלע בחורים, נאר אז געוויסע יסודות און סיסטעמען קענען און זאלן אדאפטירט ווערן אין אנדערע א. ג. געהעריגע ישיבות און דאס וועט לעהזן אסאך פראבלעמען.

בדחן » זונטאג יולי 28, 2013 3:30 pm

· #136765
גערעכט הוגה, אטן מעגליך יענער בחור וועט עס נאך ליינען... אדער זיין טאטע...!

פרישער » זונטאג יולי 28, 2013 3:35 pm

· #136767
איך האב געזעין א פלאטירענדען קאמערשעל פון די ישיבה, סך הכל הערן מיר דארט מיינינגען פון מגידי שיעור און בחורים, יעדער איז זייער ציפרידען, יעדער בחור רעדט מיט גרויס עקסטאז פון די ישיבה, איין מגיד שיעור האט נישט פארפעילט צי געיבען זיין סטעיטמענט פארענט פין א גיטארע, פשוט פארגעסען אוועקצינעמען, מאכצעך ביי די שענסטע, עכ"פ פין דעים קליפ זעיט אויס די ישיבה מער דומה צי יואל ראהט ווי צי שער אפרים, אבער גיי ווייס, איך האב מורה אז די קליפ איז נאר כדי צי זאמלען געלט, אולי האט עס צי טיען מיט די קרוז וואס גייט אויפהייבען אנקער פינקט און די צייט וואס די קליפ האט זיך פארשפרייט.

קאווע טרינקער » זונטאג יולי 28, 2013 3:40 pm

· #136769
סתם א נארישקייט צו זאגן מיינונגען אויף א ישיבה וואס מ'האט נישט באזוכט פון די נאנט.
איין זאך זעה איך קלאר, פון דערווייטענסט, אז דער ישיבה איז ראוי לתמיכה. זייענדיג א פורץ גדר (שגדרו התחתונים)!
מהם יראו וילמדו לעשות.

פשוט-קאמפליצירט » זונטאג יולי 28, 2013 3:51 pm

· #136772
פרישער
... איין מגיד שיעור האט נישט פארפעילט צי געיבען זיין סטעיטמענט פארענט פין א גיטארע, פשוט פארגעסען אוועקצינעמען, מאכצעך ביי די שענסטע ...


😂

הוגה » זונטאג יולי 28, 2013 4:11 pm

· #136782
לכאורה ווי קומט אן אשכול איבער א ישיבה אין ק"ש? זעמיר דען אדווערטייזערס פאר ישיבה'ס? נאר באמת זעהט מיר אויס אז דער אשכול איז אן אנטווארט צו די פולע אשכולות וואו די עולם רעדט זיך אפ אויף די סיסטעם, די חינוך סיסטעם, די ישיבה סיסטעם. דא קומט אריין דער אשכול וואס לענ"ד פארענטפערט אסאך פון די ווייטאג וואס מיר האבן. איז עס א דבר השלם? מן הסתם נישט, אבער עס איז נענטער ווי ווייטער. איינער פרעגט אויב דער ישיבה איז ווי שער אפרים, דער ישיבה פרובירט זיך צו שטעלן ווי ווייטער פון שער אפרים ובדומה להם. האסט געזעהן א גיטאר? OMG! וואס נאך האסטו געזעהן אויסער די גיטאר? אפאר אמת'דיגע אידן אפשר?

כ'האב אמאל געהאט א שמועס מיט א תלמיד הישיבה, צווישן אנדערע האט ער מיר געזאגט צוויי זאכן וואס האט מיר שטארק איבערגענומען.

1) ער האט מיר אויסגערעכנט יעדע רגע פונעם טאג וואס פונקטלעך וואס ער האט געטון. לדוגמה, פון 10-10:45 איז געווען א שיעור און ער האט מיר געמאכט א סיכום פון וואס מען האט דעמאלטס געלערנט (וכן עשה מיט די אנדערע 7 דריי פערטל שעה'דיגע שיעורים פונעם טאג.) פון 6 ביז 6:15 האט ער קודם פאר פינף מינוט געשניטן די גראז און דערנאך האט ער געשפילט באל פאר צען מינוט. וכן הלאה לשאר היום. וויפיל בחורים קענט איר אין די א. ג. געהעריגע ישיבות וואס קענען סוף טאג געבען א דין וחשבון פאר יעדע רגע פונעם טאג? וויפיל נוצן אויס יעדע רגע פונעם טאג? וויפיל געדענקן סוף טאג אלעס וואס זיי האבן געלערנט?

2) ער פארציילט מיר אז געוויסע שבתים לאזט די ישיבה געוועזענע תלמידים זיך משתתף זיין מיט די ישיבה, זאגט ער מיר אז די בחורים (וועלכער לערנען היינט ליידער אין א. ג. געהעריגע ישיבות) רעדן מיט אזעלכע געגועים צו די גוטע טעג פון תלפיות. זיי זענען מחזק די יעצטיגע תלמידים אויסצונוצן יעדע מינוט ווייל אין אנדערע ישיבות וועט איר דאס נישט האבן.

עד כאן מתוך דברי תלמיד הישיבה. כ'האב ווייניג געהערט אז א בחור זאל רעדן מיט אזעלכע לויב ווערטער אויף זיין ישיבה ובפרט א ישיבה קטנה.

כ'בין זיכער אז זיי האבן נאך א וועג צו גיין. אבער פאר מענטשן ווי מיר וואס זענען פארווייטאגט אויף די חינוך/ישיבה סיסטעם, גיבט מיר אזא ישיבה (און נאך אפאר קליינע ישיבה'לעך) שטארקע חיזוק. יש תקווה.

איך שטיץ נאר אזעלכע ישיבות.

פשוט-קאמפליצירט » זונטאג יולי 28, 2013 4:34 pm

· #136789
עקזעקטלי מיין פאינט, @הוגה. וואס וויל איך מיט דעם אשכול? כ'ווייס אליין נישט. איך בין פון די וואס האלטן, אז אונזער מסורה איז הייליג און טייער, אבער דער אופן ווי דער חינוך-סיסטעם האט זיך אויסגעשטעלט אין אונזער תקופה, לאזט איבער היפש מקום פאר תיקונים. (אייגנטליך, פארבעסערן קען מען דאך אייביג.) איך מיין אז תלפיות איז א "דזשאני סטעפ" אין דער געוואונטשענער ריכטונג. איך האף אז מענטשן וועלן אין תלפיות זען דעם שינוי לטובה וואס זיי זוכן, און העלפן מיט'ן פארשפרייטן דעם תלפיות-געדאנק, און אויך שטיצן טאקע די ישיבה אליין -- מיט געלט, אדער וואלונטיר ארבעט.

איך אליין קוק אן אונזערע מעינסטרים בתי חינוך ווי דעם דומה-לו פון דעם פאבליק-סקול סיסטעם (אין דעם זין אז ס'איז אזא מאסן-פראדוקציע פאבריק, אין וועלכן דער יחיד און זיינע געברויכן שפילט גאר א קליינע ראלע) און תלפיות ווי א פריוואטן, עקסקלוסיווען סקול, וואס איז לכתחילה אויסגעשטעלט פאר'ן יחיד.

און אפשר וואלט טאקע געווען א פלאן צו מסדר זיין א קאווע-שטיבל טיש אויפ'ן קרוז 🙂

chosen people » זונטאג יולי 28, 2013 4:39 pm

· #136794
נאך א גרויסע חילוק די ראש הישיבה אין תלפיות האט א הארץ מיט געפיל פאר יעדע בחור, משא''כ די אנדערע, כמבואר באשכולות אחרים, אז עס איז א שטיק ביזנעס, אן א געפיהל.
קען זיין וועגן דעם ליגט די גאטאר לעבן די ראש הישיבה (און עס נישט אוועק גענומען) צו ווייזן אז ער ארבעט מיט געפיהל..

גוטע פינטעלך » זונטאג יולי 28, 2013 6:17 pm

· #136811
chosen people
איך מיין הרב יאזעפאוויטש, איז די רב ביהיינד די סינס, ר' שמעון רעדט זיך אסאך אדורך מיט איהם.


קוקנדיג אויף די בילדער וואס עס איז דא אויף די וועבסייט פון די ישיבה זעה אז עס איז טאקע דא אסאך בילדער פון הרב ר' שלמה יעקב יאזעפאוויטש שליט"א, וויאזוי עס ווערט דא אראפגעלייגט די ישיבה איז דאס טאקע זיין 'מאטא' - MOTO, אבער נישט נאר פאר די שוואכרע נאר פאר אלע צוגלייך. אמאל האב איך געהערט נאכזאגען פון עם אז מען דארף יעדן כולל אינגערמאן אריינשיקען אפאר חדשים און די 'ספעציעלע קרעפטען' נאכדעם וועלען זיי וויסען וואס צו טון אויפדערוועלט.

www.yeshivatalpios.org/photos.html

📎 הרב יאזעפוויטש.jpg

📎 1919500_orig.jpg

שמו יגער » זונטאג יולי 28, 2013 8:58 pm

· #136858
וואס איז די future פון די בחורים דארט? ווערן זיי שפעטער אנגענומען אין ״נארמאלע״ ישיבות נאכדעם? ווייסט איינער פון עני בחור וואס איז ארויס פון דארט אין איז מצליח ווייטער אין לעבן??

פרישער » זונטאג יולי 28, 2013 9:24 pm

· #136869
האקוס פאקוס, אזוי ווי אלע, פאר וואס ברויך.א בחור פליקען כפרות, חוץ אויב ער זיכט צי קאמפיטן מיטן פאטאריקע ביי קאהן'ס באטשער, ערב ראש השנה

shem-tov » זונטאג יולי 28, 2013 9:59 pm

· #136883
פיין און וואויל. א גוטע ישיבה כעל מיך משתתף זיין מיט א דאלער. אבער למעשה אן אריינגיין אין אן אריכות איז תלפיות בכלל נישט קיין ישיבה אויף וואס מיר קוקען אזוי ארויס ס'זאל אריינעמן די אלע וואס פאלן ארויס פאר טויזענטער סיבות, נאר א געלונגענער ביזנעס פאר בלויז צוויי דריי יחידים. ערשטענס פארמאגט עס נישט קיין דארמיטארי סאיז א דעי-קעיר. צווייטענס בעט מען דארט שווערע אלפים שכר לימוד. מען הייבט אן מיט פופצן הונדערט טאלער און ס'קען גיין בי צוויי א האלב פאר איין חודש. ממש א רויבעריי. והשלישית טענה'ן די עלטערן אז די סיסטעם איז ווערט א חרסת אויף ווען דער בחור קומט אהיים אדער פאר בין הזמנים. און ווי שוין דערמאנט ווי גייט ער גיין נאך תלפיות. וואסערע פראבלעם האט ער דא געטעקעלט און פאראכטן אז ער זאל זיך שוין גיט געפונען צוריקוגיין פון ווי ער איז געקומען.

chosen people » מאנטאג יולי 29, 2013 12:13 am

· #136959
הרב שם טוב, והרב יוגר, לויט מיינע ידיעות איז די ציל פון די ישיבה נאר צו זיין א גשר, פון די גאס צו אזוינע געריפענע נארמאלע ישיבות. די בחור ווערט גרעדיורט, נאר נאך די הנהלת הישיבה האט איהם געמאכט פאר א מענטש, אז די נארמאלע ישיבות וועלן איהם וועלן אריין נעמען. און ער ווערט טאקע אריין גענומען, אין איך מיין עס א חלק וואס די הנהלת הישיבה טוט, איז איהם אריין לייגן אין א צווייטען ישיבה.
און לגבי שכר לימוד ביסטו גערעכט אז עס איז זייער טייער, דעס האב איך שוין געשריבן אויבן, אבער זייט וויסן עס איז דא נאך אפאר אזעלעכע ישיבות וואס טוהן מיט אזעלעכע בחורים, און בעטן די זעלבע פרייז, אין איך זאג דיך זיי טוהן נישט קיין צענטל וואס תלפיות טוט, חוץ פון דעם וואס תלפיות איז געבויט מיט א סיסטעם ווי אזוי אויף צו בויען א בחור משא''כ די אנדערע ישיבות האבן נישט קיין ספעציעלע מהלך/סיסטעם.
און חוץ פון דעם, עס איז א ישיבה קטנה, איך האב געלערנט אין א ישיבה קטנה אן א דארם, זייט ווען דארף א ישיבה קטנה האבן א דארם, און אויב נישט איז א חסרון.
און לגבי בין הזמנים ביסטו מיין איך טאטעל ראנג, קודם איינע פון די טעמים אז מען האט נישט קיין דארם, איז טאקע אז די בחור זאל זיין צוגעוואוינט צו זיין אינדערהיים, און נאך אלץ האבן אן אחריות, און איך וועל דיך זאגן נאך א זאך, איינע פון די זאכן פון די ישיבה איז אז די הנהלת הישיבה האט א קשר מיט די טאטע און מאמע, און יעדע בחור האט איין אחריות, זאכן וואס ער מיז העלפן און די הויז, די געדאנק איז נישט די פאלגן חלק, ווען די מאמע הייסט העלפן וואשן זאלסטו וואשן, נאר די בחור זאל אפיציעל פארשטיין אז ער איז א חלק פון די הויז און ער איז גענוג גרויס אז ער דארף נעמן א חלק פון די שטוב.
און לאמיתו של דבר, לויט ווי אזוי איך געדענק האבן זיי כמעט נישט קיין בין הזמנים, אויב זיי האבן בכלל עפעס.

פשוט-קאמפליצירט » מאנטאג יולי 29, 2013 11:25 am

· #137055
@shem-tov, די ישיבה מוטשעט זיך זייער שטארק. אויב איז תלפיות א ביזנעס זענען די אנפירערס גאר שוואכע ביזנעסלייט. איך האב קיינמאל נישט געפירט קיין ישיבה, ווייס איך נישט וואס דאס דארף קאסטן. איך ווייס אבער יא אז נאך דעם שכל לימוד דארף די ישיבה א סך פאנדרעיזען זיך צו דעקן. און דאס געלט קומט כמעט נישט פון נגידים און נדיבים, נאר פון אידעאליסטן. תלפיות איז נישט קיין ברענד נעים ישיבה למצויינים און באלאנגט אויך נישט צו קיין קרייז. כבוד באקומט מען דארט נישט פאר'ן געבן, און די געבערס זענען מענטשן מיט אידעאל, וואס גלייבן אין דער ישיבה'ס שליחות.

די ישיבה, אגב, האט נישט קיין דארמעטארי, ווייל זי שטעלט צו אש"ל פאר די בחורים ביי מענטשן אינדערהיים. (מיר דאכט זיך אז זיי טוען עס בשיטה אויף דעם אופן.) דער סוקסעס רעיט איז מסתמא נישט הונדערט פראצענט, בפרט אויב זענען די עלטערן "קלוגער" און ארבעטן נישט מיט דער ישיבה'ס סיסטעם, וואס פאדערט פון די עלטערן צו שטיין בקשר דער ישיבה און מיטארבעטן מיט דער פראגראם.

דעת תורה » מאנטאג יולי 29, 2013 11:30 am

· #137056
פשוט-קאמפליצירט
דער סוקסעס רעיט איז מסתמא נישט הונדערט פראצענט, בפרט אויב זענען די עלטערן "קלוגער" און ארבעטן נישט מיט דער ישיבה'ס סיסטעם, וואס פאדערט פון די עלטערן צו שטיין בקשר דער ישיבה און מיטארבעטן מיט דער פראגראם.


פארדעם ברויך מען נישט תלפיות, דאס הערט מען פון אלע "נארמאלע" ישיבות אויך.

berlbalaguleh » מאנטאג יולי 29, 2013 11:34 am

· #137058
אבער ווען א טאטע געפונט זיך אין א מצב וואס זיין זון איז ארויסגעפאלן פון א מסגרת אין א ישיבה און ער איז כמעט מיואש, לויפט ער צו א ישיבה ווי תלפיות, וועלכע אפפערט א פראגראם וואס גיט איהם א האפענונג אויף הצלחה.

קינות גירושין » מאנטאג יולי 29, 2013 4:35 pm

· #137136
פון וואס משרייבט דא זעהט עס אויס געוואלדיג, איך ווייס פון א פראבלימאטישע בחור וואס האט דארט גלערנט א שטיק צייט לויט ווי ער פארציילט מיר האט מען עם שטארק אויסגעפייניגט , געשלאפען ביי די מגי״ש אין א קלאזעט נישט גמעגט רופען די מאמע נאר איינמאל א וואך ווען די מגי״ש הערט עס אינטער
סקען זיין אז דער בחור דמיונט אוועק כשרייב עס דא ״למיחש מבעי״ אויב הערט מען נאך מעשיות זאל מען דאס נאכגיין
פון די אנדערע זייט הער איך יא גוטע זאכען פון מענטשען וואס קענען דאס פון דערנאנט..... 

הקטן » מיטוואך יולי 31, 2013 12:37 pm

· #137458
פשוט-קאמפליצירט


איינער פון די תלפיות-חידושים איז דאס ערזעצן "קנס" מיט "קאנסעקווענץ". אנשטאט קנס'ענען א בחור, טרעפט דער בחור זיך האנדלען מיט די דירעקטע תוצאות פון זיינע מעשים. דאס הייסט, אנדערש ווי געווענליך, ווען א בחור טוט אן עוולה און באקומט א קנס, זענען אין תלפיות נישט פאראן קיין עוולות און במילא אויך נישט קיין קנסים. וואס יא, עס זענען פאראן "מעשים", און מעשים פירן צו תוצאות. אזוי ארבעט די וועלט. יעדער בחור מוז נעמען אחריות אויף זיינע מעשים, און אין אחריות איז אריינגערעכנט דאס האנדלען מיט די קאנסעקווענצן פון זיינע פעולות. דער חילוק צווישן קנס און קאנסעקווענץ איז סך מער ווי בלויז דעם נאמען. אויב איז עס קאנסעקווענץ, וועט עס אייביג זיין עפעס וואס איז ארויסקומען פונעם בחור'ס פעולה. ועוד, א קנס איז עפעס ווי א "נקמה" פונעם "שטארקערן" מגיד שיעור אויפ'ן "שוואכערן" בחור. א תוצאה איז אבער עפעס וואס די פעולה זעלבסט האט געברענגט. דער מגיד שיעור וועט געווענליך העלפן דעם בחור (בכל אופן וועט ער מיט אים סימפאטיזירן) זיך ספראווען מיט'ן קאנסעקווענץ פון זיינע מעשים. אבער דאס יא: דאס אחריות דערפון איז דעם בחור'ס.

איין בחור האט מיר דערציילט אז ער אליין איז איין טאג ארומגעגאנגען אין פאנטאפל. ער איז געווען א כראנישער שטויסער (א העכסט-נארמאלע זאך פאר א 13-יעריגער בחור). נאכ'ן דריטן אינצידענט, האט דער משגיח געכאפט א שמועס מיט'ן בחור. איז אויסגעקומען אז דער בחור ווערט זייער אין כעס ווען עמיצער רירט אן זיין כבוד און נעמט זיך שטויסן כמעט אימפולסיוו, אן טראכטן. האט דער משגיח אים געזאגט אז ער פארשטייט אים זייער גוט, אבער היות זיין שטויסן טוט למעשה וויי דעם געשטויסענעם, איז די איינציגע ברירה אז דער בחור זאל אנשטאט שיך אנטאן פאנטאפל; אזוי, ביז דער בחור טרעפט א מיטל זיך איינצוהאלטן פון שטויסן, זאלן זיי שטויסן כאטש נישט וויי טאן...


די מהלך פין נאטירלעכע קאנסעקווענצען איז לכורה די וועג צי גיין, און האסט דאס פיין ארויסגעברענגט. אבער און פראקטיש ישבה לעבען קען דאס זיין זייער challenging פאר די הנהלה, וואס האט א ברייטערע אחריות אויף א גרעסערע צאל בחרים. וואס געשעט ווען דער בחור וויל נישט אנטאן פאנטאפל? אדער איז זיך גאר מתחצף ברבים אויפן מגי"ש אין עס ווערט א פאער סטראגעל צווישען די "שוואכע" בחור און די "שטארקע" מגי"ש

וואס איז די נאטירלעכע קאנסעקווענצען פארן נישט קימען צים שיער, אדער דאווענען?
איז דען א סוד פארן בחור אז די ישיבה טרייט אים צו טוישען? דארף דאס זיין א סוד?

שמו יגער » מיטוואך יולי 31, 2013 12:50 pm

· #137461
ניין עס איז נישט קיין סוד פאר דעם בחור אז די ישיבה וועט מאכן פון אים א שטיקל מענטש אין דער בחור ווייסט עס אויך ווען ער גייט אהין לכתחילה. נאר וואס, מען איז אים מסביר וואס מיינט אריבער גיין די רויטע ליין פון אונזערע גיידליינס וכו׳ קוק נאכאמאל אויף זייער ווידאו וועסטו זען די צעטלעך וואס די בחורים דארפן אויספילען. דאס איז זיי מסביר וואס די ישיבה פארלאנגט basically פון זיי והשאר איז בתורת פיפטן חלק שו׳׳ע

הקטן » מיטוואך יולי 31, 2013 12:55 pm

· #137463
אויב אזוי וואס איז די פראבלעם פין נעמען איינפאכע קנס כדי דיך צו מאכן פאר א מענטש. און אויב האסטו א פראבלעם מיט שטויסען וועל איך דיר העלפן, פאר א יעדע שטויס וועסטו צאלן א צוואנציגר ביז דו וועסט זיך אויסלערנען!

שמו יגער » מיטוואך יולי 31, 2013 1:01 pm

· #137464
פאר א נארמאל (so to speak) ישיבה ווי בדרך כלל איז דאס די אנגענומענע שפראך צווישען בחור/משגיח/מנהל/מגיד שיעור. אז אויב טוסטו אזוי... אז דאס דיין קנס. אבער אויב איז דער בחור נישט מצליח אין דעם סיסטעם ד.ה. ער פארשטייט נישט דער סארט שפראך, אין וועגן דעם איז ער נישט אין א נארמאלא... ישיבה טרייט מען דעם שפראך... וואס זיי טענה׳ן איז מער עפעקטיוו

שמעקעדיג » מיטוואך יולי 31, 2013 1:07 pm

· #137465
איך ווייס נישט ווי אזוי עס ארבעט דארטן,
אבער סתם צו פארענטפערן בדרך אפשר,
עס קען זיין "נאטורליכע, אויטאמאטישע" קאנסעקווענצן, און מען קען מאכן "אייגענע" קאנסעקווענצן.

די ערשטע איז למשל, אז א קינד קומט נישט אהיים אין צייט אדער גייט אויפן ראוד, איז די אויטאמאטישע קאנסעקווענץ אז ער קען נישט ארויס אויפן גאס פאר עטליכע טעג און מוז בלייבן אינדערהיים,
די צווייטע קען מען אליינס אויסטראכטן, צב"ש אז א בחור איז א מחוצף, קען ער נישט זיין פריי ביי לאנטש, נאר ער מוז זאגן תהלים.

איינמאל דאס ווערט א דזשענעראל RULE, (נישט אז בשעת דער בחור האט זיך מתחצף געווען האט דער מגי"ש אויסגעטראכט דעם קאנסעקווענץ, נאר דאס איז שוין קלאר אויסגעשמועסט אין א תקנות צעטל מעיקרא), דאן פארשטייט דער בחור אז דער קאנסעקווענץ דארף פאסירן, און ווערט נישט ברוגז אויפן מגי"ש, און שפירט נישט ווי ס'איז א פאוער-סטראגל צווישן אים און דעם שטארקערן משגיח.

והנעל"ד כתבתי.
=================
שמויגער האקט

שמו יגער » מיטוואך יולי 31, 2013 1:10 pm

· #137466
האקט וואס??? איך האב נישט געזאגט אזויפיל אנדערש ווי דיך??? אדער פארשטיי איך נישט קיין פלעין אידיש...

שמעקעדיג » מיטוואך יולי 31, 2013 1:11 pm

· #137467
בכלל נישט...
פיל נישט שלעכט, פארשטייסט יא אידיש, (און אפשר אפילו אויך פרידיש), אבער דאס איז א אנדער סארט שפראך.

זעה דא:
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/4330">viewtopic.php?f=7&t=4330</a><!-- l -->

שמו יגער » מיטוואך יולי 31, 2013 1:15 pm

· #137469
אויב אזוי.... ברוך שכוונתי לדעת חכם!!!!!!!(אזוי שמעקט מיר יעצט צו זאגן)

פשוט-קאמפליצירט » מיטוואך יולי 31, 2013 1:22 pm

· #137474
@הקטן דער חילוק צווישן די צוויי איז סך טיפער ווי דעם ווארט וואס באצייכנט זיי. א קנס איז עפעס ווי א "נקמה": ביזט געווען שלעכט, וועסטו כאפן. א קנס איז נאר אזויפיל ווערט ווי דעם מאס פחד וואס דער בחור האט דערפון. ער לערנט זיך אבער נישט אויס צו טוישן זיין מהות -- די אייגנשאפט וואס פירט אים צו טאן די עוולה. דער מגיד שיעור ווערט א "שלעכטער" און יעצט זענען דער בחור און מגי"ש אין קאנפליקט. "קאנסעקווענצן" מיינט אז דער בחור זעט אליין ווי זיין פעולה Y פירט צו תוצאה Z. דער קאנסעקווענץ וועט אויך נישט זיין סתם אבי-עפעס, נאר דווקא עפעס וואס איז טאקע א לאגישע תוצאה פון דעם אקט. דער מגיד שיעור איז יעצט אויך נישט סתם א בוגי-מען; פארקערט, ער וועט העלפן דעם בחור. דאס אחריות אבער בלייבט דעם בחור'ס, וויבאלד ער איז דער וואס האט עס אנגעברענגט.

א גוטער דוגמא. אויב א בחור קומט שפעט אריין צום שיעור, וועט ער מוזן ביי הפסקה בלייבן אין כיתה פאר אזויפיל צייט ווי ער האט געשפעטיגט, פשוט משלים צו זיין וואס ער האט פארפעלט. דער מגיד שיעור וועט אבער ביי הפסקה בלייבן זיצן מיט אין כיתה.

---

עס טוט זיך א געהאקעראציע - און א האקעריי אויפ'ן געהאקאכץ.

הקטן » מיטוואך יולי 31, 2013 4:11 pm

· #137531
פארוואס דארף איך בלייבען ביי הפסקה אין כתה?? איך בין געווען אין טוילעט! די מגי"ש איז אזא בוגי-מען! א שלעכטער. איך ווייס אז דו זאגסט דו מיינסט מיין טובה - מיין כיתה ו רבי האט אויך אזוי געזאגט.
אפשר אין ישבה קטנה קענסטו דאס טון צי מיר, אין ישבה גדולה לאמער זעהן!
בלאט: 1 2 3