☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » אונטער-א-מינוט חסידות-ווארט

אונטער-א-מינוט חסידות-ווארט

425 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5085
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 1:11 pm

· #172760
wow הערליך ווארט!
מזל טוב אויף 500 הודעות!

פשוט-קאמפליצירט » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 1:15 pm

· #172762
שקויעך!

כ'האב אליין נישט באמערקט אז כ'האב געהיט דעם 500 מיילסטאון.

בענדזשאמין פרענקלין » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 1:36 pm

· #172768
דאס איז פשט וואס הרב שניצטלער שרייעט כסדר: אז איר ווילט מען זאל אננעמען אייער קינד אין חדר אדער מען זאל זיך אומקוקען אויף אייך, למרות אייער מצב אין אידישקייט, דאן ווערט אינגאנצען פריי לאזט איבער אלעס, הכל בכל מכל. אט דעמאלטס וועט איר זעהן ווי עס וועלן אייך נאכלויפן כל מיני עסקנים און ארגענעזאציעס מיט אלע הבטחות דער עיקר איר זאלט אייך צוריקקערן לשורשו.
יעצט זעה איך גאר אז דער אב הנביאים האט זיך שוין אזוי געפירט. דאס איז פשט פון די גמרא- הנח להם לישראל אם אינם נביאים- בני נביאים הם.

פשוט-קאמפליצירט » מאנטאג יאנואר 6, 2014 2:09 pm

· #173941
ווען א איד טוט וויי שרייט מען מיט אים


ווען אידן זענען געשטאנען ביים ים-סוף מיט די מצריים הינטער זיי, האבן זיי געשריגן. משה רבינו האט אויפגעהויבן די אויגן צום הימל און זיך גענומען שרייען צום באשעפער, אבער דער אויבערשטער האט אים געפרעגט: "וואס שרייסטו? דבר אל בני ישראל, ויסעו..." דער אויבערשטער האט שוין פריער מבטיח געווען משה'ן, אז ס'גייט זיין גוט; די אידן וועלן אויסגעלייזט ווערן און מער זיך נישט אומקערן קיין מצריים. איז, צו וואס דאס שרייען?

נו, באמת: פארוואס טאקע האט משה געשריגן?

זאגט דער "שפת אמת": ווען א איד איז אין פיין, עס טוט אים עפעס וויי און ער שרייט, שריי מיט מיט אים. מאך נישט קיין חשבונות. ווער נישט קיין בר דעת. קיי נישט איבער די פרטים פון דער צרה. נישטער נישט ארום. פרעג נישט קיין קשיות. גיב נישט קיין עצה.

וויין מיט אים. שריי מיט. עס טוט וויי א צווייטן איד; ס'האט דעם איד געטראפן א שרעקליכע, ביטערע צרה. לאז אפ די נייגער. לייג די חשבונות אין א זייט. פיל מיט אים. וויין מיט אים. דאס אלעס.

פשוט-קאמפליצירט » דינסטאג יאנואר 7, 2014 12:45 pm

· #174280
דאס "אנדערע" קינד


ווען יוסף הצדיק איז געבוירן געווארן, האט רחל אמינו דערקלערט: "יוסף השם לי בן אחר." מיט "בן אחר" מיינט מען דא דעם "אנדערן", דעם "אחר", דאס קינד וואס איז אנדערש, ארויס, אוועק...

טייטשט דער ליובאוויטשער רבי: "ויקח משה את עצמות יוסף עמו": משה האט גענומען דאס "עצמיות", דאס וועזן פון יוסף, מיט זיך. אויב א איד גרייט זיך ארויסצוגיין פון מצריים, זאל ער אינזין האבן מיטצונעמען מיט זיך דעם פארלוירענעם ברודער.

פישלע העררינג » דינסטאג יאנואר 7, 2014 12:49 pm

· #174283
ווער איז דאס? תלפיות?

פשוט-קאמפליצירט » דינסטאג יאנואר 7, 2014 8:29 pm

· #174446
יא

קאווע טרינקער » דינסטאג יאנואר 7, 2014 8:34 pm

· #174451
ווער קען טרינקען 32oz סאדע אינדערפרי פאר פרישטאג?

מאטי » דינסטאג יאנואר 7, 2014 9:22 pm

· #174465
פשוט-קאמפליצירט
http://www.youtube.com/watch?v=-GwwvtV1Nkw&app=desktop

משה רבינו איז אנגעקומען צו דער סנה דורכ'ן נאכלויפן אן אנטלאפענע שעפעלע. ער האט געוואלט כאפן דאס שעפעלע און עס צוריקפירן צו דער סטאדע, און אויפ'ן וועג האט ער באגעגנט די סנה.

וויל זיך אבער פארשטיין: בשעת משה האט זיך געלאזט לויפן נאך יענעם שעפעלע, איז די גאנצע סטאדע דאך געבליבן אליין. וואס איז געווען משה'ס חשבון?

איז דער תירוץ, אז די שעפעלעך וואס זענען אויפ'ן פלאץ, פאר זיי דארף מען נישט אזויפיל זארגן, ווי אויף א שעפעלע וואס איז פארלוירן געגאנגען. די וואס זענען דא, זענען פיין און וועלן זיך אן עצה געבן. דאס פארלוירן שעפעלע, דאס דארף מען נאך גיין און העלפן.

משה האט זיך אפגעגעבן א מיט גאנצער סטאדע שאף. די שכינה האט זיך צו אים באוויזן הערשט נאך דעם וואס ער האט זיך גענומען צו יענעם איינעם פארלוירענעם שעפעלע.

זייער א שיינער דרש , אבער וויאזוי לאזט מען טאקע איבער א גאנצע באנדע שעפעלעך אליינס ?

פשוט-קאמפליצירט » מיטוואך יאנואר 8, 2014 1:24 pm

· #174640
אין משיבין על הדרוש 😛

פשוט-קאמפליצירט » מיטוואך יאנואר 8, 2014 1:29 pm

· #174645


"ולא יכלו לשתות את המים כי מרים הם."

ווען א מענטש איז ביטער, נעגאטיוו, ברוגז, אנגעווייטאגט, זעט ער אלעס אין לעבן מיט א שווארצן, נעגאטיווען בליק.

די אידן האבן נישט געקענט טרונקען דאס וואסער, "כי מרים הם": ווייל זיי זענען געווען ביטער.

לאמיר זיין אפטימיסטיש און אנקוקן די וועלט און אלעס אין לעבן מיט א פאזיטיווען בליק.

פשוט-קאמפליצירט » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 11:54 am

· #175027
מענטשליכער קריעת ים סוף
<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=PN2xYhWt9LY&feature=em-share_video_user">http://www.youtube.com/watch?v=PN2xYhWt ... video_user</a>

מיר געפינען אז די מדרשים און מפורשים ווידמען זייער א סך טייטשן און פירושים אויף די פרטים ארום דער שירה - סך מער ווי אויפ'ן עצם קריעת ים סוף. זיי רעדן וועגן די פרוכט וואס זענען אויסוואקסן אינעם טרוקן-געווארענעם ים, וועגן די פייגלעך, ביימער, פלאנצן און כל'מיני אויסערוועלטישע גערוכן און געשמאקן.

ווייל, ווען מען שפאלט דעם ים המכסה אין זיך אליין, דערזעט מען פאר זיך פלוצלינג א הערליכע, וואונדערשיינע בריאה, פול מיט געשמאק און זיסקייט און ג-טליכקייט.

פשוט-קאמפליצירט » זונטאג יאנואר 12, 2014 6:18 pm

· #175831
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=58RW_gnl3p4&feature=youtube_gdata_player">https://www.youtube.com/watch?v=58RW_gn ... ata_player</a>

און יתרו האט געהערט וועגן אלעם וואס דער אויבערשטער האט געטאן צו די אידן - אז ער האט ארויסגעצויגן די אידן פון מצריים.

פארוואס עפעס האט דער פסוק געזען פאר וויכטיג אנצואווייזן אויף ספעציפיש אויף דעם פרט: איז עס דען נישט נכלל אין דעם "כל אשר עשה ה'"?

נאר יתרו האט געזען אז דער אויבערשטער האט ארויסגעצויגן די אידן, אן זיך רעכענען אינעם מצב אין וועלכן די אידן האבן זיך געפונען. ווען ער האט דאס געכאפט האט ער זיך געמאכט דעם חשבון, אז אפגעזען וואו מען געפינט זיך, קען מען אייביג ארויסגיין פונעם מצרים אין וועלכן מען געפינט זיך.

פשוט-קאמפליצירט » מאנטאג יאנואר 13, 2014 11:02 am

· #175986
יציאת מצרים - לעולם וועד


מיר געפינען נישט אין דער תורה נאך א טעמע וואס האלט אין איין איבערגע'חזר'ט ווערן ביי יעדער געלעגנהייט ווי יציאת מצריים. די סיבה איז נישט אזא "אבסעסיע" וואס די תורה האט מיט דער געשעעניש, נאר ווייל ס'איז באמת נוגע אייביג, איבעראל, און פאר יעדן. יעדער מענטש האט זיך זיינע ענגשאפטן, פון וועלכע ער וויל זיך זען באפרייט, און אייביג קען מען זיך באפרייען. יציאת מצרים איז עפעס וואס איז מיד ולדורות.

פשוט-קאמפליצירט » מיטוואך יאנואר 15, 2014 12:53 pm

· #176603


משה רבינו איז געשטאנען אויף אן אומפארגלייכליך העכערער מדריגה ווי יתרו. זעען מיר אבער אז ווען ער האט זיך באגעגנט מיט יתרו'ן, האט משה זיך אראפגעלייגט אויף דער ערד און אים געקישט.

משה האט געוואוסט אז ווי הויך ער זאל נאר נישט זיין, איז יתרו דער וואס האט געווידמעט זיין לעבן צו געפינען דעם אמת. יתרו האט געוואנדערט פון עבודה זרה צו עבודה זרה, אלעס מיט'ן ציל צו טרעפן דעם אמת'דיגן וועג צו ג-ט.

דאס, דאס זוכן, דאס שטרעבן פאר'ן אמת, איז די נקודה פון דער גאנצער תורה. פאר אזא איינעם איז די תורה געגעבן געווארן.

ברסלבער » מיטוואך יאנואר 15, 2014 1:40 pm

· #176609
נאך א פשט קען זיין אז אפגעזעהן אונטער וואסערע אומשטענדן עס רעדט זיך, דארף מען מכבד זיין און חנפ'נען א שווער...

פשוט-קאמפליצירט » דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 12:11 pm

· #176860
[/youtube]

היינט פראווען מיר דעם געבורטסטאג פון די ביימער. די גמרא דערציילט אז חוני המעגל האט אמאל געזען א מענטש פלאנצן א באקסער בוים. דער תנא האט נישט פארשטאנען: "ווען דער בוים וועלכן דו פארפלאנצט יעצט וועט געבן פרוכט, וועסטו שוין לאנג נישט זיין אויף דער וועלט. וואס איז דער חשבון?"

יענער האט געענטפערט: "איך עס היינט באקסער. דעם בוים פון וועלכן דער באקסער וואס איך עס היינט, איז אמאל פארפלאנצט געווארן דורך עמיצן, וואס האט עס געטאן וויסנדיג קלאר אז ער אליין וועט קיינמאל נישט נהנה זיין פון זיין ארבעט. איך," האט יענער אויסגעפירט, "טו דאס זעלבע. איך עס היינט פון א צווייטנס ארבעט. זאל א צווייטער עסן פון מיינער."

דאס איז דער מעסעדזש וואס יעדער בוים זאגט אונז. ס'איז אונזער אויפגאבע זיכער צו מאכן, אז דער המשך גייט אן, אפילו מיר וועלן נישט דירעקט געניסן פון די פירות פון אונזער הארעוואניע.

פשוט-קאמפליצירט » מאנטאג יאנואר 20, 2014 6:01 pm

· #177758


"אם כסף תלווה." זאגט דער ליובאוויטשער רבי: אויב איר וועט בארגן געלט פאר אנדערע, "את עמי": דעמאלט זענט איר מיין פאלק, מיינע מענטשן.

פשוט-קאמפליצירט » דינסטאג יאנואר 21, 2014 1:25 pm

· #178022

פשוט-קאמפליצירט » מיטוואך יאנואר 22, 2014 1:15 pm

· #178436
<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=nqPvHYxkMlQ&feature=em-share_video_user">http://www.youtube.com/watch?v=nqPvHYxk ... video_user</a>

משה רבינו איז געווען דער גדול הנביאים. זיינע מדריגות זענען געווען אין-לשער הויך. זייענדיג אויפ'ן בארג סיני, וואס איז צייטווייליג פארוואנדלט געווארן אין א דורכגאנג פון דער ערד צום הימל, איז משה מסתמא אנגעקומען צו מדריגות וואס א ילוד אשה וועט קיינמאל קענען פארשטיין.

און פארט, ווען ער האט געענדיגט לערנען תורה מיט, כביכול, ג-ט, האט ער זיך באלד אראפגעלאזט צו שטאפל פונעם פשוט'ן מענטש, כדי צו דינען אלס רבי פאר יענעם לויט זיינע השגות.

ווען משה איז אראפגעקומען פונעם בארג, זאגן חז"ל, "לא הי' פונה על עסקיו, אלא מן ההר אל העם." משה'ס "עסקים" זענען געווען דערהויבן-הימלישע. ער האט זיך אבער פון זיי אראפגעלאזט צום שטאפל פונעם פשוט'ן מענטש.

דער (פינטעל) איד » מיטוואך יאנואר 22, 2014 1:17 pm

· #178437
איז דאס א חידוש? יעדע רעדנער זאגט דאס

בן-זומא » מיטוואך יאנואר 22, 2014 1:20 pm

· #178440
ער האט עס נאך אפילו גיט פארדרייט!!

פשוט-קאמפליצירט » דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 3:48 pm

· #178779

פשוט-קאמפליצירט » מאנטאג יאנואר 27, 2014 9:16 pm

· #179675


"המפסיק ממשנתו ואומר מה נאה אילן זה, הרי זה מתחייב בנפשו." פרעגן אלע די קשיא וואס ווערט באלד נולד: וואס איז דען אזוי שרעקליך מיט'ן באוואונדערן א בוים, אז ס'זאל זיך דעם יעניגן קומען אזא פסק?

נאר דער "הפסק" פון וואס מען רעדט דא איז, אז דער וואס זעט דעם "בוים" ווי עפעס וואס איז א זאך אפגעטיילט פון "משנתו". די גאנצע וועלט איז א המשך פון דער תורה. יעדע זאך וואס איז שיין, איז תורה. תורה און די וואונדער פון דער בריאה זענען איינס און די זעלבע. אויב עמיצער שטעלט אריין א הפסקה צווישן דער שיינקייט פון דער נאטור און דער תורה, "מתחייב בנפשו": ער פארפעלט די אייגנטליכע נקודה.

פשוט-קאמפליצירט » דינסטאג יאנואר 28, 2014 11:22 am

· #179775


די שכינה צוערשט גערוט איבעראל. שוין אפגערעדט נאך מתן תורה, ווען ס'איז אויף דער וועלט אראפגעקומען אן אומבאשרייבליכע השראה, האט מען געקענט די שכינה פילן איבעראל. האבן אידן אבער באשלאסן צו נעמען די ג-טליכקייט און זי אריינשטעלן אין א שטיק גאלד, געמאכט אין דער פארעם פון א קאלב. דעמאלט האט כלל ישראל אלעס אנגעוואוירן. ווען אידן האבן דערנאך געוואלט תשובה טאן, האט דער אויבערשטער זיי געזאגט, אז יעצט וועלן מיר דאס עסק מאכן אביסל אנדערש. כדי צו פילן די שכינה, וועט מען מוזן ווידמען א באשטימט פלאץ -- א משכן, וואס יעדער זאל זיך מאכן ביי זיך אין הארץ.

פשוט-קאמפליצירט » מאנטאג פעברואר 3, 2014 2:15 pm

· #181242
טוט זיך יעצט הימל און ערד און superbowl. וואס קענען מיר לערנען פון דעם? מיר זעען אז ריזיגע פירמעס זענען וויליג צו שפענדן פון פיר ביז צוועלף מיליאן דאלאר פאר בלויז דרייסיג סעקונדן. דרייסיג סעקונדן! דאס גיט אונז א שטיקל השגה וויפיל אזא קליינע צייט-אפשניט איז ווערט, אויב ריכטיג אויסגענוצט.

פשוט-קאמפליצירט » דינסטאג פעברואר 4, 2014 4:15 pm

· #181561


"ואתה תצוה" איז נישט טייטש "דו זאלסט באפעלן." ע"פ פשוט-פשט איז דאס טאקע דער טייטש, אבער "תצוה" איז אויך א לשון פון "באהעפטן". דו, משה רבינו, באהעפט, נעם צוזאמען, די אידישע קינדער.

דאס זאלן מיר האלטן פאר די אויגן: נישט זיין פארנומען זאגן און מוסר'ן, נאר זיין יענעם א גוטן ברודער, א פריינט, זיך באטייליגן אין זיינע שמחות און צרות, לינדערן זיינע ווייטאגן און אים העלפן מיט וואס מ'קען נאר.

פשוט-קאמפליצירט » דאנערשטאג פעברואר 6, 2014 2:39 pm

· #182046
ווען משה רבינו האט זיך געשטעלט מתפלל זיין צום אויבערשטן נאכ'ן חטא פונעם עגל, האט ער צווישן אנדערן געזאגט: "מחנו נא מספרך." משה רבינו איז געווען גרייט זיך אינגאנצן מקריב צו זיין לטובת די אידן. דער אויבערשטער האט באשלאסן צו ערפילן זיין בקשה; דער רבונו של עולם האט אויסגעקרויזט משה'ס נאמען, און זיך געוואנדן דירעקט צו אים, צו זיין פנימיות, זיין עצמיות: "ואתה תצוה".

ווען א מענטש איז גרייט זיך אוועקצוגעבן פאר א צווייטן, איז ער זוכה צו פילן די שכינה באמת, ביי דער סאמע נקודה פנימי, ביי דעם עצם מהות זיינעם.

טאמבל סאס » דאנערשטאג פעברואר 6, 2014 3:23 pm

· #182053
ווער איז דער געשמאקער אינגערמאן? איך בין אין לאוו מיט אים!

איש עברי » דאנערשטאג פעברואר 6, 2014 3:55 pm

· #182064
ווער עס איז א געשמאקער יונגערמאן? דא האט איר
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/5833">viewtopic.php?f=10&t=5833</a><!-- l -->

פשוט-קאמפליצירט » פרייטאג פעברואר 7, 2014 1:41 pm

· #182261

פשוט-קאמפליצירט » פרייטאג פעברואר 7, 2014 3:39 pm

· #182272
איבער דעם מחדש פון די מינוט-תורה'לעך
טאמבל סאס
ווער איז דער געשמאקער אינגערמאן? איך בין אין לאוו מיט אים!


הרב שמעון סעמפ איז א יונגערמאן אין די פריע דרייסיגער יארן, וואס איז אויפגעוואקסן ביי אן ארטאדאקסיש-אמעריקאנער משפחה אין בארא פארק. אלס בחור האט ער געלערנט אין ליטווישע ישיבות, אבער שפעטער אין לעבן האט ער אנטדעקט די חסידישע וועלט.

זיין יוגנט און סביבה אין וועלכער ער איז אויפגעוואקסן, מיט זיינע וואנדערונגען איבער די וועלדער און פעלדער פון פארשידענע שיטות און שטרעמונגען אינעם עולם התורה והחסידות, האבן זיך מיט דער צייט צוזאמגעגאסן אין א שיינעם שילוב פון א טיפן פארשטאנד צו חסידות, א ברייטן קוק אויף אידישקייט, און א געזונטע הבנה איבער דער וועלט, די אטמאספער אין וועלכן דער היינטיגער דור לעבט און איז אויסגעוואקסן, די אמת'ע שוועריגקייטן מיט וואס די היינטיגע יוגנט דארף זיך ספראווען - אריינגערעכנט די וואס ווערן איגנארירט און אוועקגעריקט אין א ווינקל. סעמפ איז, ווי @טאמבל סאס באצייכנט אים ריכטיג, א געשמאקער יונגערמאן. וואס מיינט א געשמאקער יונגערמאן? ס'איז בא'טעמ'ט מיט אים צו שמועסן און פארברענגען. ער איז א בעל השגה, מיט א ים ידיעות אין מערערע מקצועות, מיט א געזונטן פארשטאנד צו מענטשן און מענטשליכע חשבונות און באציאונגען.

איינער פון די גרעסטע חידושים וואס מיך פערזענליך געפעלט אין אים איז, אז ער איז נישט געשלאגן מיט דעם "שמיני-שבשמינית" סינדראם ווי א סך אנדערע זיינס-גלייכן (און קיין סך זיינס גלייכן זענען, אין מיין צעהאמבלירטע אפיניאן, נישט פאראן). ער איז נישט קיין משכמו-ולמעלה'ניק וואס לאזט זיך ברוב טובו אראפ צו מענטשן וואס זענען קלענער, ווייניגער, פשוט'ער ווי אים. ער איז, בלשון אשכנז המדוברת במקומינו, א chilled out dude. באיזה אופן שהוא איז אים געלונגען צו בלייבן מיט'ן פשטות פון זיינע עלטערן אפילו נאכ'ן זיך ווייקן צווישן חסידישע אידן און קונה זיין א סך ידיעות, כשרונות און קוואליפיקאציעס. דאס בלייבן דער פשוט'ער מענטש און געשמאקער שמועסער מיט אלע חידושים וואס ער האט אין זיך, דאס איז אין מיינע אויגן דער גרעסטער חידוש.

איינער פון סעמפ'ס פראיעקטן איז די ישיבה תלפיות, פון וועלכער מ'האט שוין אמאל געשמועסט דא אין שטיבל.

א ווארט צו דיר, ראביי סעמפ: אויב האסטו נאך ביז יעצט נישט באוויזן צו כאפן ווער איך בין, וועט די תגובה דיר קלאר אויסזאגן מיין אידענטיטעט. ווייס איך דאך (מיט'ן "ואני"-ניגון) אז כ'גיי באקומען פון דיר א מבול מיט טעקסט/אימעיל/וואטסעפפ מעסעדזשעס פארוואס כ'האב דיך אויסגעפראקט ברבים, וויל איך דיר זאגן אז ניין, איך גיב נישט קיין [מיאוס'ע ווארט] און וועל די תגובה נישט אויסמעקן.

נאר אויב איר וועט באלד זען א "ההודעה נמחקה" מיט אן אנגעגעבענער סיבה פון "הלך לעולמו", זאלט איר וויסן אז ער האט מיך אונטער-א-מינוט דערווארגן צום טויט - טודעי. (ביטע רעדן שיין וועגן מיר אינעם "מעמבערס שהלכו לעולמם" אשכול.)

קאווע טרינקער » פרייטאג פעברואר 7, 2014 3:42 pm

· #182275
פשוט-קאמפליצירט

הרב שמעון סעמפ איז א יונגערמאן אין די פריע דרייסיגער יארן, וואס איז אויפגעוואקסן ביי אן ארטאדאקסיש-אמעריקאנער משפחה אין בארא פארק. אלס בחור האט ער געלערנט אין ליטווישע ישיבות, אבער שפעטער אין לעבן האט ער אנטדעקט די חסידישע וועלט.

זיי מסביר, וואס האט ער אנטדעקט?

פשוט-קאמפליצירט » פרייטאג פעברואר 7, 2014 3:47 pm

· #182276
די נשמה פון חסידות וואס ליגט אין דעם חסידישן וואקובאלאר וואס א סך קענען גוט נאכבאמבלען אבער האבן נישט קיין השגה וואס דאס מיינט למעשה, ווי עס איז צו זען פון דעם וואס זיי קענען דיר נישט איבערזאגן אין היינטצייטיגער טערמינאלאגיע וואס דאס מיינט. (איך אליין שטיי מיט א שטאפל פריער; איך קען נאכבאמבלען אויך נישט ...)

פשוט-קאמפליצירט » מאנטאג פעברואר 10, 2014 11:08 am

· #182636
קאווע טרינקער
זיי מסביר, וואס האט ער אנטדעקט?


ער זאגט אז ער האט געפונען יענעם תורת הבעש"ט וואס מען פרובירט משכח צו זיין.

פשוט-קאמפליצירט » דינסטאג פעברואר 11, 2014 11:14 am

· #182936


אין דער פרשה געפינען מיר דעם געדאנק, אז א מענטש זאל זיך נישט אריינשטעלן אין א מצב, וואס קען אים אריינפירן פראבלעמען. רש"י ברענגט דעם משל פונעם קינד, וועמען דער טאטע האט אנגעפיטערט, שיין אנגעטאן, באשמעקט, צוגעגעבן א שיינע מטבע, און אים אוועקגעזעצט ביי דער טיר פון א בית זונות. "מה יעשה הבן שלא יחטא?"

טייטשט דערויף דער ריזשענער: אויב דו טרעפסט זיך אין אזא מצב, ביזט זאט, שיין אנגעטאן, באשמעקט, און האסט נאך דערצו געלט, נעם איין א טיפן אטעם און שעץ די ברכות און גוטע זאכן וואס דו האסט באקומען. "מה יעשה הבן?" פרעגן חז"ל, און ענטפערן: "שלא יחטא!" זינדיג נישט. פריי זיך אז ס'גייט דיר גוט, האב פון די גוטע זאכן הנאה, און פיר א לעבן אויפ'ן ריכטיגן וועג.

פשוט-קאמפליצירט » מיטוואך פעברואר 12, 2014 10:00 am

· #183184


יעדן איז באקאנט די בחינה פון צדיקים וואס גייען צומאל דורך א ירידה פון זייער מדריגה, כדי אויפ'ן וועג צוריק ארויף מיטצונעמען אנדערע מענטשן און נשמות.

משה רבינו האט געזאגט צום רבונו של עולם: איך אליין האב געזינדיגט; כ'האב זיך געבייזערט. העלף מיר, ביטע, פארוואנדלען דעם חטא אין עפעס ניצליך, דורך אויפהייבן די געפאלענע זינדיגע אידן. "ועתה אם תשא חטאתם," אויב דו וועסט אויפהייבן זייער חטא, איז גוט. "ואם אין, מחני נא מספרך": איך האב דאך אויך געזינדיגט. העלף מיר אויפטאן עפעס ממשות'דיג, כדי דער חטא זאל נישט האבן געקומען לבטלה.

פשוט-קאמפליצירט » פרייטאג פעברואר 14, 2014 1:59 pm

· #183817


די לעצטע הלכה מיט וועלכער דער רמ"א איז מסיים דעם שלחן ערוך איז לגבי פורים קטן, און דער רמ"א פירט אויס: "וטוב לב משתה תמיד." דער רמ"א מאכט דא א סיכום, א סך הכל פון אלע הלכות, אז א מענטש זאל שטענדיג זיין אויפגעלייגט און בשמחה.

פשוט-קאמפליצירט » מאנטאג פעברואר 17, 2014 5:09 pm

· #184341


ווען רבי פנחס'ל קאריצער איז געווען יונג, איז ער געקומען צו זיין רבי'ן און זיך באקלאגט אז ער האט פארשידענע אמונה-קשיות. זיין רבי האט אים מייעץ געווען זיך צו זעצן לערנען ספרי חקירה. ער האט אזוי געטאן, אבער האט געפילט אז די קשיות זיינע האבן זיך נישט געהעריג אויפגעלעזט.

איין טאג האט רבי פנחס'ל געהערט אז דער בעש"ט געפינט זיך אין שטאט. האט ער באשלאסן זיך צו אים צו ווענדן פאר אן עצה, אז די אמונה זאל זיך ביי אים פעסט באזעצן אין הארץ. אויפ'ן וועג גייענדיג אהין האט אנגעהויבן גיין א שווערער שניי. פארכאפט אין דער זאווערוכע, האט רבי פנחס'ל געפילט ווי די כוחות לאזן זיך אים אויס, ווען ער האט פון דערווייטנס געזען א פייערל. "רבונו של עולם," האט רבי פנחס'ל זיך געוואנדן צום הימל, "לאמיך דערגרייכן די ליכט."

אנקומענדיג אהין, האט ער זיך דערזען אין פראנט פון א הייזקע. עפענענדיג די טיר, האט ער געזען דעם בעש"ט זיצן מיט זיינע תלמידים. דער בעש"ט האט אויפגעהויבן די אויגן און זיך אנגערופן: "פנחס'ל, אמונה פארשטייט מען נישט, אמונה פילט מען..."

פשוט-קאמפליצירט » דינסטאג פעברואר 18, 2014 11:32 am

· #184510


די כרובים זענען געמאכט געווארן דורך נעמען א גרויס שטיק גאלד און פון אים ארויס אויסהאקן און אויספורמען די צוויי פיגורן.

זאגט הרב בעכער: דביקות, א קשר מיטן אויבערשטן, מאכט מען אינעווייניג. מען ווידמעט אן אינערליכן שטיקל פלאץ, וועלכן מען פורעמט און ארבעט אויס צו דינען דעם צוועק. די רעשט קומט דאן נאך פון זיך.

פשוט-קאמפליצירט » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 12:02 pm

· #185134

פשוט-קאמפליצירט » פרייטאג פעברואר 21, 2014 2:14 pm

· #185459
רבי נחמנ'ס פרייליכע קאטשקע


איינע פון די מעשה'לעך וואס ווערן דערציילט אין רבי נחמנ'ס "סיפורי מעשיות" איז וועגן א בן מלך וועמען ס'איז אריין א זשוק אין קאפ אז ער איז א קאטשקע. דער פרינץ האט זיך ארונטערגעלאזט דעם טיש און געשפילט מיט די קאטשקעס און זיך געפירט ווי זיי. דאס האט אזוי אנגעהאלטן ביז געקומען איז א חכם און זיך געזעצט נעבן דעם פרינץ, דערקלערנדיג אים אז אויך ער איז א קאטשקע. דער פרינץ האט שיין אויפגענומען זיין קאלעגע מענטש-קאטשקע, און דער חכם האט אזוי ביסלעכווייז איבערצייגט דעם קאטשקע-פרינץ צו אנצוטאן א העמד, און אנדערע "מענטשליכע" זאכן. "ס'איז נישט עק וועלט פאר א קאטשקע צו גיין מיט א העמד," האט דער חכם צו גע'טענה'ט צום פרינץ. שטאפלווייז האט דער חכם ארויסגעפירט דעם פרינץ פון זיין קאטשקע-וועלט צוריק אריין צו דער מענטשליכער סביבה און אויפפירונג.

מ'קען פון דער מעשה דרינגען אז ווען עמיצער פאלט אריין אין א שווערן מצב רוח, ער איז מיואש און נידערגעשלאגן, זאל ער פרואווען טאן פארשידענע פעולות ווי פרייליכע, אויפגעהייטערטע מענטשן. ער מוז פאר דעם צוועק נישט קעמפן מיט'ן יאוש; ער קען משלים זיין מיט דעם דעפרעסיווען מצב, אבער בכל זאת פשוט נאכמאכן וואס פרייליכע מענטשן טוען: ארויסגיין פון דערהיים, שפאצירן, זינגען, טאן עפעס גוטס פאר א צווייטן מענטש, אא"וו.

מען מוז נישט זיין קיין מענטש בכדי אנצוטאן א מענטשליכן העמד. בלייב א קאטשקע אזוי לאנג ווי דער מצב האלט דיך דארט; אבער קאטשעדיגערהייט טו וואס נישט-קאטשקעס טוען.

ביבער » פרייטאג פעברואר 21, 2014 2:36 pm

· #185462
פארוואס ענדיגט מען נישט פעינטן אין דעם קלויז?

פשוט-קאמפליצירט » מאנטאג פעברואר 24, 2014 1:29 pm

· #186007


וואס איז דער כוח פון א ניגון?
עס מאכט זיך ביי יעדן מענטש, אז מען געפינט זיך אין א שווערן מצב-רוח. ס'איז טונקל און טויט, מען פילט נישט און הערט נישט, און מען זעט נישט קיין וועג ארויס. דער מענטש קען זיך נישט גענוג מצמצם זיין אפילו צו רעדן. דעמאלט איז די צייט אנצוהייבן זינגען -- פשוט א ניגון, אן ווערטער. דאס האט דעם כוח ארויסטראגן דעם מענטש פונעם מצב און אים אויפהייבן.

פשוט-קאמפליצירט » מיטוואך פעברואר 26, 2014 2:47 pm

· #186894
ווען/ווער וועט פארענדיגן קאלעכן דעם "קלויז"?


"ויברך אותם משה." דער עיקר עבודה איז, דאס טאן למעשה. הגם געלט האט יעדער געגעבן; האט אבער משה געבענטשט די, וואס האבן זיך אייגנטליך ארויפגעשארצט די ארבל און געטאן צו דער זאך.

פשוט-קאמפליצירט » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 1:04 pm

· #187180
[/youtube]

פשוט-קאמפליצירט » מאנטאג מערץ 3, 2014 1:33 pm

· #188114
האט דער הייליגער ריזשענער געזאגט: "משנכנס אדר", אויב ווילסטו אז דער א-דר, דער אלופו של עולם וואס באוואוינט די גאנצע בריאה, זאל אריינגיין אין דיר "מרבין", אויף א גרעסערן פארנעם - "בשמחה", איז דאס זיין פרייליך און אויפגעלייגט דער בעסטער וועג.

<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=Qj73ccLKikE">https://www.youtube.com/watch?v=Qj73ccLKikE</a>

ביבער » מאנטאג מערץ 3, 2014 2:34 pm

· #188135
ביבער
פארוואס ענדיגט מען נישט פעינטן אין דעם קלויז?

פשוט-קאמפליצירט


"ויברך אותם משה." דער עיקר עבודה איז, דאס טאן למעשה. הגם געלט האט יעדער געגעבן; האט אבער משה געבענטשט די, וואס האבן זיך אייגנטליך ארויפגעשארצט די ארבל און געטאן צו דער זאך.


א שאד כ'האב נישט געפרעגט ווי מען קען באקומען מאריואנא...

פשוט-קאמפליצירט » דאנערשטאג מערץ 6, 2014 10:53 am

· #189067

פשוט-קאמפליצירט » פרייטאג מערץ 7, 2014 12:13 pm

· #189319
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=MXIyrppA2eI&feature=em-share_video_user">https://www.youtube.com/watch?v=MXIyrpp ... video_user</a>

"כל הפושט יד": ווען עמיצער שטרעקט אויס די הענט אויף ארויף און דעקלארירט: איך קען נישט אליין; כ'בין הילפסלאז - "נותנים לו," דורך דעם ביטול גיט כביכול פאר'ן מענטש די מעגליכקייט אים צו פילן.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9