☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » קדמות ספר הזוהר

קדמות ספר הזוהר

231 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4749
בלאט: 1 2 3 4 5

לעיקוואד » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 12:32 am

· #150812
(מען דארף קודם וויסען צו די גאונים אליינס האבען געהערט אמאל פון די סודות וואס שטייט אין די 'תשובות הגאונים '
בכל אופן די אלע ריזיגע 'סודות ' וייסט דאך היינט יעדער חד יונגעל, ווי למשל דער שם מ''ב וע''ב וכו '.

דעת תורה » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 12:34 am

· #150813
נהורא נפישא
סאיז דא א תשובה פון רבי משה ז"ל אין אגרות משה ווי ער פארווערט איינעם איבערדרוקען דעם ספר הציוני פון רבי מנחם ציוני ווייל סאיז מלא אפיקורסת (צוליב געוויסע קאבאליסטישע הסברים זיינע) hilarious.

שור אז די נקודה איז קבלה? איך געדענק א אנדערע ענליכע תשובה איבער א ספר פון א ראשון וואס האט אנטהאלטן א משמעות איבער תיקוני סופרים אין די תורה. קען זיין ס'איז צוויי אנדערע תשובות, אדער בין איך זיך טועה.

יאיר » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 12:46 am

· #150816
דעת תורה
און פשוט וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין, אז דער חיבור איז עוסק אין נסתרות און מעשה מרכבה, די "דבר גדול" ווי די גמרא רופט עס, אודאי איז עס מער הייליגע און העכערע ענינים.

אז דו שרייבסט נאכאמאל אז דער ספר זוהר איז דער "דבר גדול", וועל איך מעתיק זיין פונעם תשובה מאהבה (סי' כ"ו): ועלה אחת מתלמוד בבלי הוויות דאביי ורבא קדוש יותר מכל ספר הזוהר. עכ"ל. דארף מען יעצט דערגיין צו דעת תורה וואלט געשאטן זאמד אין דאס מויל פון רבי אליעזר פלעקלס 😂.

יאיר » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 12:53 am

· #150818
אגב, לעיקוואוד האט דערמאנט דעם ספר מגן וצנה, עס איז כדאי צו מעיין זיין דערין, כאטש עס איז נישטא דארט כמעט קיין איין זאכליכע טענה, פשוט פאר אינטערעסאנטקייט אז שוין דעמאלט האט מען געהערט אזעלכע סארט תירוצים מתירוצים שונים נוסח חרדיזם, כעין צירקולער ריעזאנינג וכדו', און דאס איז טראץ דעם וואס דער מחבר איז געווען א גאון עולם.

דעת תורה » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 12:55 am

· #150819
איחוד פעלד
אויף דער הערה פין דעת תורה (פארראכטען - ייש"כ שליח),

אוי און וויי צום זוהר אז אזוי זעהן אויס זיינע ממליצים.

ווען מען דארף שוין זאגען אז נשמות זענען אראפ געקומען און מגלה געוועהן דער זוהר צו צדיקים, און פארדעם האבען שרייבערס געהאט א רעכט צו שרייבען אמר ר' שמעון, און ווען איינער הייבט אהן פרעגען אויף דעם מהיכי תיתי, ווערט ער שוין אן עפרא לפומיה, איז דער זוהר ביטער א וועלט.

כשלעצמי, פלעג איך אייביג אויך זאגען ווי קאווע טרינקערס לאנגע מגילה, די פראבלעם איז נאר איינס, אויב איז עס נישט באמת געשריבען געווארען דורך תנאים ואמוראים, נאר דורך ראשונים און באופן גילוי נשמות, פארוואס איז עס געשריבען "כאילו" תנאים ואמוראים האבען עס יא געשריבען?

זאל דער ראשון שרייבען, באישון לילה חזיתי, ר' המנונא סבא אומר כך ור' אבא אומר כך, וכו', פארוואס כאילו דאס איז די זאך אליין? דער קשיא איז מעורר תמהון גדול.

ווען אונז קליין קעפיקע מענטשען, זענען שוין גענוג קלוג צו זעהן אז דער שפיצעל איז נישט געלונגען, זאגט מען, נעה, דער שפיצעל איז דאך אמת. הדברים מדברים בעד עצמן, ועלובה עיסה שנחתומה מעיד עליה.

ספרי אר"י זענען גאר שיין אריין צו קוקען, אהן קיין שקרים, קיינער בלאפט נישט, דער אר"י האט געזעהן, ר' חיים האט געשריבען, ווילסטו גלייבען גלייב, און אז נישט לערען נישט. ווידער זוהר, לערן איין שטיקעל, און עס הייבט אהן צו איבלען, דער מעשה איז יא געשעהן אדער נישט? דער נאמען פין דער בעל המאמר איז אן אמת'ע נאמען צו אן אויסגטראכטע נאמען פין א מעדיטעישען פין א ראשון וואס בדרך אגב איז נישט דוקא געוועהן א גרויסע תלמיד חכם. און אזוי פארען די שאלות ווייטער און ווייטער, און מען קען נישט לערנען זוהר אויב מען טראכט צופיל. ווער רעדט נאך ווען מען הייבט אהן אריין צו קלערען אין די שפראך וואס מען לערנט דא, פין ווי קומען די ווערטער? ווער האט זיי אויפגעמאכט? ווי האט מען דען אזוי גערעדט? אפשר איז עס נישט מער ווי א חלק פין דער גרויסע בילד, איינער צו אפאר וואס האבען געוואלט שרייבען עפעס וואס זאל אויסזעהן ווי אן אלטער זאך, האבען זיי געבלאפט אראמיש? ווען די ווילסט נאר שרייבען דיין חלום, פארוואס דער בלאף?

די מעשיות פון תלמוד בבלי, האבן דען די שרייבער רבינא און רב אשי אליינס מיטגעלעבט? זיי שרייבן דאך נאר וואס זיי האבן געהערט און מקבל געווען, אלזא, וואס איז אזוי ראנג אז דער זוהר איז געשריבן געווארן אויף אזא אופן? (און דערפאר זעה איך בכלל נישט וואס איז דער צורך אנצונעמען אז דוקא רשב"י אדער בני דורו האבן געשריבן דעם זוהר - איך רעד למשל פון מהרח"ו וואס מען האט דא געברענגט - וואס פעלט פארן זוהר אויב איז דאס געשריבן געווארן סוף ימי האמוראים פונקט ווי דער ש"ס? און אדרבה די גאנצע משמעות אין זוהר איז בכלל נישט אז רשב"י זאל עס אליין האבן געשריבן, נאר אז ער איז געווען דער רבי וראש החבורה וואס האט מגלה געווען די סודות).

אויב ווילסטו מחלק זיין צווישן א זאך וואס מען האט געהערט נאר פון אחיה השילוני, אבער האט נישט געהאט קיין קלארע מסורה איש מפי לעבעדיגע איש עד בעלי העובדא, ביסטו אזוי זיכער אז די עובדות וואס שטייען אין בבלי האבן טאקע די אמוראים געהאט אליינס מקבל געווען, און אויב וואלט עס נאר געווען א זאך וואס אליהו הנביא האט פארציילט פאר רב אשי וואלט ער צוגעשריבן אינעם ש"ס א פוטנאוט: "כך סיפר לי אליהו זכור לטוב"?

נאר אפילו לו יהי כדבריך אז די מעשיות האבן בפועל נישט פאסירט, זאגט דאך שוין דערויף דער חת"ס הרוצה ליחנק יתלה באילן גדול, עס איז נישט געפערליך, און איינמאל פאר אלעמאל נעם אריין אין קאפ וואס דער מלמד אין חדר פלעגט זאגן, דער עיקר איז נישט די מעשה דער עיקר איז די מוסר השכל דערפון.

דעת תורה » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 1:02 am

· #150823
יאיר
דעת תורה
און פשוט וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין, אז דער חיבור איז עוסק אין נסתרות און מעשה מרכבה, די "דבר גדול" ווי די גמרא רופט עס, אודאי איז עס מער הייליגע און העכערע ענינים.

אז דו שרייבסט נאכאמאל אז דער ספר זוהר איז דער "דבר גדול", וועל איך מעתיק זיין פונעם תשובה מאהבה (סי' כ"ו): ועלה אחת מתלמוד בבלי הוויות דאביי ורבא קדוש יותר מכל ספר הזוהר. עכ"ל. דארף מען יעצט דערגיין צו דעת תורה וואלט געשאטן זאמד אין דאס מויל פון רבי אליעזר פלעקלס 😂.

דאס איז זיכער אז דער זוהר איז נישט עוסק אינעם "דבר קטן".... די שאלה איז צי מען גלייבט, נעמט אן אז דאס איז קראנטע דבר גדול. האלטסט ער וואלט עס געשריבן אויכעט אויף יונתן בן עוזיאל'ס דבר גדול, אז עלה אחת מתלמוד בבלי קדוש יותר ווי דעם? אויב יא, וואלט עס געווען פארשטייט זיך קעגן א אפענע גמרא.

דערווייל האב איך נישט געטראפן אז דער תשובה מאהבה זאל שרייבן אויף א זאך וואס איז ברי אז ס'קומט פון ר' שמעון, אז דאז איז חלילה א דמיון מפותח, ניטאמאל אויפן אר"י הק'ס גילויים שרייבט ער אזאנס אדער אפילו ענליכס.

אגב, אז מען רעדט שוין פון דבר גדול און יונתן בן עוזיאל מיטן עוף הפורח, וואלסטו דארט אויך גענוצט אזאלכע אויסדריקן?

יאיר » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 1:13 am

· #150826
דער עוף הפורח נעם איך אן אלס משל, כפי שיטת הרמב"ם בכגון דא. און לגבי דער דבר גדול, ווי למשל מעשה מרכבה, מוז מען על כרחך זאגן אז די אלע זאכן זענען נאר אין דמיון, ווייל טאמער נישט איז דאס הגשמה. איך שטעל זיך פאר אז דאס זענען אלעס ציורים וואס גדולי חכמינו ז"ל האבן זיך פארגעשטעלט מיט זייער כוח הדמיון כדי צו מצייר זיין גדלות הבורא. דו האלטסט אנדערש?
אגב, אויף די נביאים האב איך אמאל געליינט א הגדרה פון א גרויסער פילאזאף כהאי לישנא:
דע שאמיתת הנבואה ומהותה היא שפע השופע מן האל יתעלה ויתהלל באמצעות השׂכל הפועל, תחילה על הכוח המדבר, ואחרי-כן על הכוח המדמה. זאת היא דרגתו העליונה של האדם ותכלית השלמות האפשרית שתיתכן שתימצא למינו. מצב זה הוא תכלית השלמות של הכוח המדמה.

וואס האלטסטו, דער פילאזאף פארדינט זיך אן עפרא לפומיה? דא רעדט מען נישט פון קיין מפוקפק'דיגע חכמי הקבלה, עס רעדט זיך פון די נביאים אליין!

דעת תורה » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 1:18 am

· #150827
החייתנו, אויב דיין ווארט דמיון מפותח איז נאר געווען צו ראציאנאליזירן דעם ענין פון גילויים אויף ס'מערסטע וואס איז שייך, און דו ביסט מדמה דער דמיון צו דער דמיון פון נבואה, צי איך צוריק פון מיין "עפ"ל" וואס כ'האב דיר באטיטלט...

היימישער ליטוואק » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 1:47 am

· #150829
דעת תורה,
סיים טינג גאוס פאר של"ה "הקדוש" און אור החיים הקדוש. אגב, אין ישיבה קרייזן רופט מען עס נאך היינט נישט אור החיים הקדוש, על אף וואס מיר זענען נישט מפקפק אויף זיין קדושה און גאונות. זיינע ספרים זענען אויך זייער געשמאק.

היימישער ליטוואק » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 1:48 am

· #150830
לייקוואד,
ביטע אנטפלעקט אונז די רמזים בדברי הגר"א אז ער האט געוואוסט וועגן דעם יחוס הזוהר.

יאיר » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 1:50 am

· #150832
אודאי בין איך עס נישט ממש מדמה די צוויי דמיונות, די נביאים איז דאך דער יסוד פון יהדות, און קבלה שטייט נישט אין ערגעץ אז מען איז מחוייב עס צו גלייבן ע"פ הלכה, אפילו לגבי מעשה מרכבה. איך ברענג נאר ארויס אז איך האב בכלל נישט געמיינט דעם ווארט 'דמיון' לגנאי, כ'האב נאר געמיינט צו זאגן אז איך בין נישט גרייט אנצונעמען אז יעדער מושג וואס שטייט אין ספרי קבלה - אפילו פון גרויסע לייט - איז אמת אין אן אביעקטיוון זין, נאר עס איז געווען א סאביעקטיווע עקספיריענס אין וואס דער באטרעפנדער האט געהערשט א העכערע גייסט, מסתם בערך אזוי ווי שליח ווען ער לערנט זוהר, און עס איז ארויסגעקומען אויף פארשידענע סארטן אופנים פון ציורים און משלים. און ווי איך האב פריער געשריבן, בין איך זייער מחשיב דער סארט רוחניות'דיגער גייסט, און עס איז דער יסוד פון דעם מענטש, ווי עס שטייט מפורש אין זוה"ק (חלק ל"א דף שק"ר):
יתיב רבי יאיר עם הני חברייא קדישא דביתא דקפתא. קם ר' יאיר על רגלוי, פתח ואמר, תא חזי, כל שעתא ושעתא דאינש עסיק בספרא הדין ובשארא ספרי דכגון דא, חולקיה באינון דזכו לאסתכלא באפי שכינתא. אמר ר' ליקוודאי, אוף יתיר שבחייהו מהני ספרי דתלמודא ומדעותא? אמר ליה, ודאי איהו יתיר. דספרא דזוהרא דא אתכליא במילתא רברבא, והויותא דאביי ורבא אתכליא במילתא זוטרתא, והא אוקמוה. אדהכי והכי אתי רב שליחא סבא, ונפקי זקוקין דנורא מפומיה, פתח ואמר, מאי האי דקרי ליה מילתא זוטרתא להוויותא דאביי ורבא, בגין דאיהי רזא דלוגיקא, ולספרא דזוהרא דא קרי ליה מילתא רברבא, בגין דאיהי רזא דאינטואיצתא, ודין גרמא דקרי ליה להאי מילתא רברבא, דשבחיה על יתיר מלוגיקא, דאיהי רזא דרזין ויסודא דכל לוגיקא, ובגין דא בעי בר נש דילעי בהאי ספרא דזוהרא דאיהי רזא דאינטואצתא, בגין דלא יתעדי חולקיה ברזא לוגיקא, דאיהי עיטא דכל חיי ודכל עלמא. וכן תני בספרא דרב יאיראי סבא, האי מאן דלא מודי ברזא דאינטואצתא, כמאן דכפר בכולא תלמודא ובכולא מדעותא ובכולא לוגיקא, דעלייהו קא סמיך. ועוד יתיר ספרא דזוהרא דא, דאיהו כליל ברזא דחוויה דתיתא, דבעידנא דבר נש זכי להאי רוחא קדישא דשריא עליה, האי שעתא יקיר ליה מכל כספא וזהבא דעלמא, ובהאי שעתא אית ליה רשו לדמיונא דיליה לטייל בהני היכלא קדישא ובגינתא דעדן דחכמתא, כבריה בכרמא דאבוה. זכאה אינון חכמיא דידעין האי רזא בגין דלא לשתיצי מהיכלא דחכמתא. זכאה אנת רב שליחא סבא וזכאה חולקך דאתגליא רזא הדין בהאי יומא, דלא אתגליא לשום בר נש מיומא דאתברי עלמא ועד ליומא הדין.

היימישער ליטוואק » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 1:52 am

· #150833
איך האב איינמאל געדאוונט קבלת שבת אין א חסיד'ישן מנין, און פאר ברכו האבן זיי געזאגט א שטיקל זוהר מיט אזא געשמאק, איך האב געמיינט אז דאס מוז זיין עפעס א שטיקל רבי חיים.
איז דאס אין אלע חסיד'ישע בתי מדרש אזוי?

היימישער ליטוואק » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 1:57 am

· #150834
יאיר,
דו האסט נישט געזען ברוח קדשך אז איך מיין נשמה גייט אראפקומען באחרית הימים?

יאיר » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 2:05 am

· #150835
הוה יתיב ביה רב ביתא דליטתא, והוי תמה ושאל, מאי האי דחסרא שמיה בין הני חברייא קדישא. נטלי חבריא קדישא האי ספרא דרב יאיראי סבא, ואשכחי ביה כתיבא: "כיון דקא מחסר ליה להאי ביתא דליטתא מבית קפתא מיומא דעתיקא דכל עתיקין, בגין דא שכיחנא שמיה, וכד ייעול להכא יתיר, אדכרו שמיה." וכולא חבריא בכו ואמרי, יהא רעווא דתיעול קמן תדיר, ולא תעזבא לן לעלם, ונדכרך בכל שעתא ושעתא.

היימישער ליטוואק » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 2:22 am

· #150836
והויין כל חבורתא בכיין ורבי ביתא מגחך, אמרון ליה אמאי קמחייכת, אמר להו אמאי אתון קאבכינן, אמרי ליה היכדון לא ניבכי וחדרא דקפתא דמתמן אסתלק ריחא דכל ריחין וכל שבעין בוצינין דנהורא יאירו מהאי בוסמא, ואנת לא משכחת תמן תדירא. ותו אמרי ליה, היכדון לא ניבכי יממא וליליא, והאי נהר-דעה דאיהו נהר היוצא מלייקוואד יתיב והוגה דעת אורייתיה בתדירא, ואנת נפקת לברא ולא אתייחידת בהאי איחוד.
אמר להו בגין כך אני חדי ומגחך, דהא אוקמי חבריין דלית נהורא אלא מגו חשוכא, ויתיר אורא מן חשוכא כיתרון חכמותא מן סכלתונא, וכד אנא עייל להאי אידרונא דקפתא, אנא מתמלא חדותא דמתקיל קביל כל הני יומי דאנא הוי עסקין בשקא ובתעניתא. בלישנא דא עני ליה ניחמתין רבי ביתא ניחמתין.

היימישער ליטוואק » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 2:30 am

· #150837
קופערניקוס לא אידכר, דהא כבר אוקמיה חבריא ואמרי האי עלמא כגלגלא וכד חשיך לאילון נהיר לאילון, ואיתגלי למארי דרזין דרזא דהאי מילתא לא איתגלי לשום בר אינש עד דאתי קופערניקוס קדמאה וגלי ליה, ומארי דגמרא אמרו דליכא ריבויא לבתר ריבויא אלא למעוטי, ווי למאן דאמעיט ביקרא דקופערינקוס, דלית ליה כפרה לא בניקוס דא ולא בניקוס דאתי.

נהורא נפישא » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 6:17 am

· #150844
היימישער ליטוואק
לייקוואד,
ביטע אנטפלעקט אונז די רמזים בדברי הגר"א אז ער האט געוואוסט וועגן דעם יחוס הזוהר.

ס'לייגט זיך אויפן שכל אז דער גר"א זעהענדיג אז די זהר איז אנגעפיקעוועט מיט מאמרים פון אמוראים אין ש"ס וכדומה וואלט דעם זוהר נישט מייחס געווען צו רשב"י נעמענדיג און באטראכט אז דער גר"א איז געווען גענוג מבקר ביי זיך אז ער מגיה די תוספתא רעכט און לינקס נישט עפ"י כת"י ישן נושן פון אקספורד נאר ער איז דאס מגיה פונעם אייגענעם שכל דאס צושטעלן וואס מער צו דעם טעקסט וויאזוי די גמרא ציטירט דעם תוספתא.

היימישער ליטוואק » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 8:43 am

· #150849
איך האב אויך די קושיא - שוין יארן, אבער קיין ראיה צו דעם תירוץ האב איך נישט.

הוגה » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 9:16 am

· #150850
@יאיר, אינטערעסאנט אז ביים לערנען דער שטיקל זהר האב איך גארנישט געפילט. איך האלט אבער נאך אלץ אז א יעדע ווארט איז אמת! עכ"פ אין מיין קאנטשעס איז עס זיכער.

אגב, וועלכע פילעזאף איז די בעל המימרא הנזכר לעיל אודות הנביאים?

שליח » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 10:44 am

· #150865
ר' לעיקוואד, א גרויסן ייש"כ פאר די אלע מראי מקומות. אבער איין פראבלעם וואס די אלע מאמרים און לינקס האבן איז אז זיי הייבן אלע אהן פון אנהייב, איינמאל און נאכאמאל באגעגנט מען זיך מיט די זעלבע טענות, ראיות, מראי מקומות. ס'וואלט זיך געדארפט יאווען איינער און אראפשרייבן בקצרה בלויז די שטערקסטע טענות לכאן ולכאן, נישט קיינע דיוקים קלושים ודקדוקי עניות. א צווייטע פראבלעם וואס רוב האבן (אפשר נישט די וואס איר האט צוגעלינקט, נאכנישט געהעריג געקוקט), אז זיי מאכן א טשולענט צווישן אמיתות הקבלה, קדושת הזוהר, קדמות הזוהר, ווער איז דער ספעציפישער מחבר (צו ס'קען זיין רמד"ל, אדער צו ס'קען זיין רשב"י, ס'איז נישט די זעלבע שאלה ווי קדמות הזוהר), מלחמה נגד מקובלים, צו קבלה איז מחייב, וכו'. אזוי אויך דארף מען אלעמאל קוקן אויפן קאנטעקסט, ווען ס'איז געזאגט געווארן און דורך וועמען, צו ס'ליגט נישט דערונטער אנדערע כוונות (ווי מלחמה נגד כת ש"ץ וגרוריהם), און אזוי ווייטער.
כשר און ליברמן זענען טאקע שוואך בענין זה (דוכט זיך ליברמן רעדט בכלל נישט פון דעם), אבער להזכירכם האב איך בכלל נישט געפלאנט אריינצוגיין אין די נושא (און כ'האב נאך יעצט נישט באקומען קיין צייט און חשק), כ'האב זיי בעיקר צוגעצייכנט בענין ג"ש. (מיט ר"ר מרגליות'ס מאמר מיינט איר מסתמא אויך בענין מחלוקת היעבץ עם ר"י אייבשיץ, אדער מיינט איר זיין הזוהר והרמב"ם?).
מלך שפירא'ס מאמר האט מיר גאר שטארק אנטוישט בשעתו, כ'האב געמיינט ער איז פיל שטערקער. למשל, ער ברענגט פון זיין חבר א טענה אז זוהר דערמאנט ניקוד, ער ווייסט גארנישט אז כמה קולמוסין נשתברו בענין זה און גאנצע ספרים זענען געשריבן דערוועגן? ער איז מדייק פון השמטות מהר"ץ חיות וריד"ס מבאסטאן אז זיי האבן נישט פאררעכנט זוהר אלס דברי חז"ל, דאס איז אויסטערליש מאדנע בעיני (ובפרט נאך אז ריד"ס האט סייווי פארזען אנדערע מדרשים ווי ער שרייבט). ובכלל איז ער שטארק געשלאגן אין די צוויי אויבנדערמאנטע חסרונות. וע"ע מכאן ואילך ובהמצוין שם.
אז איר צייכנט צו וועל איך אויך צולייגן, ר' ישעי' שטיינברגר בספר אישי יובל האט כמדומה גאנץ א שיינע און באלאנסירטע מאמר בענין.

ר' יאיר, דער פראבלעם מיט איבערטייטשן איז אז זוהר איז אנדערש ווי מקרא וואס אינו יוצא מידי פשוטו, אויב טייטשט מען פשוט איבער קען מען פארלירן די גאנצע כוונה. כשר'ס תירוץ אויף די מאדנע ווערטער איז בכלל נישט אזוי מאדנע פאר ווער ס'איז רגיל אין די אלטע ספרי קבלה.

ר' היימישער ליטוואק, כ'האב מורא איר זענט נישט גענוג ליטוואק 😉 . דער גר"א האט קלאר יא גערעדט פון איבערנאטורליכע השגות (עכ"פ אויב גלייבט מען זיינע תלמידים, און אויב גלייבט מען זיי נישט ווייסט מען כמעט גארנישט איבערן גר"א), עי' לדוגמא בהקדמת ר' חיים וואלאזינער לפירוש הגר"א לספרא דצניעותא, ועוד הרבה מקומות.

דער גר"א האט זייער קלאר געהאלטן וועלטן פון זוהר (עי' באריכות בהקדמת רח"ו הנ"ל, ועוד כמה מקומות). צו ער האט געהאלטן אז ס'איז פון רשב"י איז טאקע אינטערסאנט. זיין זון אין רב פעלים ערך זוהר ברענגט דעות לכאן ולכאן, און לבסוף שרייבט ער בשם הגר"א שלא יבוש לומר חידושיו על הזוהר לפני רשב"י. זיינע גרויסע ממשיכי דרך בקבלה, רד"ל ורי"א חבר (די צוויי האבן אויך געהאט צוטריט צו זיינע כתבים) און שפעטער דער לשם האבן געהאלטן אז ס'איז פון רשב"י, אבער ס'איז לכאורה נישט מכריח אויפן גר"א. אבער פונעם הקדמה הנ"ל און פונעם רב פעלים איז בפשטות יא מוכרח אזוי. אדרבה, ר' לעיקוואד, אויב האט איר ראיות פארקערט הוציאם אלינו ונדעה אותם.

מחוסר פנאי האב איך געליינט זייער אויבערפלעכליך, כ'האף אז כ'האב אלעס פארענטפערט און נישט איבערגע'חזר'ט וואס מ'האט שוין אויסגעשמועסט, ואם נכזבה תוחלתי עם החברים היקרים הסליחה.

היימישער ליטוואק » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 11:13 am

· #150874
מיר ווייסן פון די הקדמה. אבער דאס איז פארט נישט געווען זיין מודוס אפראנדי פון זיין תורה פארשונג.
ועוד, אנדערע תלמידים פון גאון, אריינגערעכנט זיינע קינדער, און בכלל דער גאנצער חדר פון גר"א והבאים אחריו האבן נישט אנגעקוקט דעם גאון מיט דעם בליק וואס ר"ח וולוזינער שטעלט אהער.

יאיר » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 11:16 am

· #150875
שליח
ר' יאיר, דער פראבלעם מיט איבערטייטשן איז אז זוהר איז אנדערש ווי מקרא וואס אינו יוצא מידי פשוטו, אויב טייטשט מען פשוט איבער קען מען פארלירן די גאנצע כוונה. כשר'ס תירוץ אויף די מאדנע ווערטער איז בכלל נישט אזוי מאדנע פאר ווער ס'איז רגיל אין די אלטע ספרי קבלה.

א. אודאי, אבער דאס איז נאר פאר איינעם וואס פארשטייט א טיפערע כונה אין זוהר, א פשוט'ער איד וואס לערנט עס ווערט סתם עקסייטעד צוליב די מיסטישע שפראך און flowery style.
ב. מען טרעפט טאקע פילע אומפארשטענדליכע ווערטער אין די אלטע ספרי קבלה ווען עס קומט צו די מלאכים ודומיהן, אבער דער זוהר איז געשריבן איןא סאפיסטיקירטע, פארשטענדליכע שפראך, עס זענען נישטא קיין לאנגע ליסטעס פון מאדנע ווערטער, נאר דא און דארט, אינמיטן א שמועס, פאלט אריין בתוך הדברים מאדנע ווערטער. למשל, ווען איך שרייב: קפתא אסתא בזתא גדתא לטתא. קענסטו אננעמען אז דאס זענען עפעס קאוד ווערטער, אבער ווען איך שרייב: מצאתי בספר הזוהר כמה מילים משונים וקפתא, דעמאלט האב איך לכאורה געמיינט א פשוט'ע באדייט מיט די לעצטע ווארט. (גיי פיגער עס אויס).

געפילטע פיש » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 11:22 am

· #150879
הוגה
אגב, וועלכע פילעזאף איז די בעל המימרא הנזכר לעיל אודות הנביאים?

גגלת ומצאת תאמין

שליח » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 12:08 pm

· #150906
ר' היימישער ליטוואק, איר ווייסט געוויס אז דער הקדמה פון רח"ו איז נאר איין דוגמא פון אסאך. אלענפאלס, איר זענט בפשטות גערעכט אז דאס איז נישט געווען זיין modus operandi.
ר' יאיר, מעגליך אז א פשוטער איד ווערט נאר נתפעל צוליב די זייטיגע סיבות, עכ"פ נישט דאס איז דער נידון. (איבער די מאדנע ווערטער קען מען טענה'ן אהין און צוריק, ביידע זייטן האבן נישט קיין ראי' מוכרחת).

אגב, כ'האב געמאכט א טעות אויבן איבערן רב פעלים. ר' אברהם פירט אויס אז דער דעת הישר איז שיצא מפי רשב"י וחבורתו נאר מ'האט עס שפעטער מסדר געווען ויש בו הוספות, און אויף דעם ארויף ברענגט ער
ואדונינו אבי הגאון זצללה"ה חבר כמו שלשים חברים גדולים על כל חלקי הזהר ואמר בפה מלא שלא יבוש לאמרן בפני רשב"י ז"ל
בפשטות ברענגט ער דאס אלס ראי' צו זיין אויספיר, אז דער גר"א האט אויך אנגענומען אז ס'איז פון רשב"י.

לבונה זכה » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 1:37 pm

· #150941
דער ויכוח דרייט זיך איבער וועלכער מהלך ווייזט אויף גרעסערע סמכות. שליח, הוגה, דעת תורה, ועוד, גלייבן אז דער סמכות פונעם זהר קומט מתוך תוכו, פון די הייליגע מושגים און דער אש קודש וואס לדבריהם שפארט ארויס פון יעדע שורה. לעיקוואד וחבריו האלטן אז סמכות קען נאר קומען פון א מסורה מדור דור, אפגעזען ווי עסאטאריש, עקזאטיש, און הייליג א חיבור זעט אויס בעיני קהל קוראיו. אנאנדערער מהלך, וועלכעס איז ווייניג געווארן ערוועינט דא, מסתמא ווייל עס האט א "פאנאטישען רינג" פאר געוויסע, איז אז סמכות קומט פון דעם וואס שלומי אמוני ישראל האבן אנגענומען עליהם ועל זרעם.

די אלע שיטות האבן סיעתות ופירכות, כפי די משיבי מלחמה השערה זענען זיך דא מתווכח בטוב טעם. איך וויל נאר צולייגען א פאר נקודות.

מ'האט דא געשריבן אז אפילו אויב רשב"י איז נישט דער עמטליכער מחבר פון זהר, האבן עכ"פ די מקובלים, בני ותלמידי הראב"ד, ווי עס איז באקומען אזא סארט ספאנטאנע השראה, און האבן ממש אין א קורצע צייט באוויזן צו ערצייגען די וואונדערבארע מושגים פון תורת הקבלה, וואס דארף לכאורה ווייזן אויף עפעס א גילוי משמים וכדומה. ווי אויך האט דעת תורה צוגעברענגט דעם רעיון אז קבלה כפי הנראה לעיניו איז נאר איינס פון פולע מהלכים, און ווי גלייך דער אריז"ל האט וועהן יעדעס יאר געקענט אויפבויען נייע מהלכים, וואס קענען וועהן אפילו זיין אין קעגנזאץ צו די מושגים וואס ער האט בלויז אין איין יאר מגלה געווען. איך מיין אז דאס איז א פאנטאסטישע אפשאצונג.

די מושגים פון קבלה האבן זיך דעוועלאפט בהדרגה איטית במשך הונדערטער יאר, און האבן געהאט א געהעריגן אויסגעטראטענעם מהלך, מן הקל אל החמור, אקוראט ווי יעדע שיטה האט זיך דעוועלאפט מימות עולם. פון די געציילטע רמזים אין חז"ל און מדרשים ביז די ספרי היכלות ומרכבה ביז ספר יצירה, אין אט די אלע מקורות איז נישט פארהאן א רמז אויף די שפעטערדיגע תורת הספירות, עכ"פ ווי שלומי אמוני ישראל האבן עס פארשטאנען במשך כמה וכמה דורות. רב סעדיה גאון און ר' יהודה הברצלוני האבן געמאכט פירושים אויף ספר יצירה אן קיין רמז קל צו עפעס וואס שמעקט קבלה'יסטיש.

די פריע מיטלאלטער פילאזאפן ווי רב סעדיה גאון און שפעטער אבן עזרא האבן צוליב ריין-פילאזאפישע חשבונות אנגעהויבן רעדן פון כבוד הנאצל, וואס פון דעם האט זיך שפעטער דעוועלאפט די תורת הרבדים פון די חסידי אשכנז און די תורת האצילות פון ספר הבאיר. יעדער דור און יעדער מיסטיקער האט צוגעלייגט א שפע פון פשטים און רעיונות, ביז די אלע מושגים האבן זיך דעוועלאפט אינעם ספר הזהר. עס האט זיך נישט אפגעשטעלט דא. פרישע דורות פון מקובלים, אמונים על ספרות הזהר והמקובלים, האבן ממשיך געווען ווייטער צו דעוועלאפן די תורה, ביז ווי די מושגים פון צמצום ותורת הרע והקליפות וואס דער אריז"ל האט מגלה געווען איז נולד געווארן. גארנישט איז נישט נולד געווארן אין א חלל ריק אין איין דור, און אלעס איז קשור איינס צום צווייטן אין א נאטורליכן, ראציאנאליסטישען מהלך.

יעצט, מיינט עס אז דאס אלעס איז נישט הייליג? מכל וכל לא. לויט ווי משה הלברטל ברענגט באווייזן איבערן רמב"ם, האט דער רמב"ם געגלייבט באמונה שלימה אז דער סמכות פאר זיין משנה תורה (און דער סמכות פון חז"ל) קומט פון איין עיקר'דיגן מקור השראה, נעמליך, אז שלומי אמוני ישראל באטראכטן עס אלס מחייב. איך גלויב אז דער גר"א און אפילו דער יעב"ץ האבן אויך דאס גענומען אלס זייער מקור סמכות אין זייער אמונת הזהר והקבלה. מ'קען טרעפן אסאך סתירות, חסרון ידיעות, און דברים תמוהים אין די גמרא, און יעצט, קיינער פרעגט נישט אפ חז"ל'ס סמכות. די ראיות וואס לעיקוואד ברענגט פון כתבי קודש אז ס'פעלט זיך אויס א מסורה מדור דור איז טאקע נאר גילטיג אויף כתבי קודש (און דארט אליין איז נישט אלעס אזוי פויגלדיג. קהלת און יחזקאל האט עס קוים מיט צרות געמאכט. בן סירא און חנוך ועוד האבן עס נישט געמאכט. ועוד הרבה ענינים כמבואר באשכולות אחרים). ספרות חז"ל והבאים אחריהם נעמען זייער סמכות פון די דעם עצם קבלה פון ציבור, והוא הדין לגבי זהר און קבלה.

יאיר » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 1:50 pm

· #150947
גאר ריכטיגע רייד, לבונה זכה, און הערליך אראפגעלייגט מיט גרויס בקיאות, כדרכך. א נקודה למחשבה: דאס וואס דער רמב"ם שרייבט אז דער הסתמכות אויף תלמוד בבלי קומט פון דעם וואס כלל ישראל האט עס מקבל געווען גייט לכאורה נאר אן ביי א דבר הלכה, נישט ביים מעסטן וואס מען באטראכט הייליג. הגע בעצמך, היינטיגע צייטן וועל איך מוזן באטראכטן די היינטיגע רבי'ס אלס הייליג ווייל גאנץ כלל ישראל האט אזוי אפגעמאכט?
והשנית, איז די שאלה אחרי ככלות הכל, וויפיל סמכות עס האט אזא מסורה וואס פארלאזט זיך אויף "יעדער ווייסט".
(אגב, להערה בעלמא, דער פירוש אויף ספר יצירה פון רס"ג איז נישט פון אים).

היימישער ליטוואק » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 1:52 pm

· #150949
איך וויל רע-פרייזן מיין שאלה פון פריער -
אויב נעם איך אן כשיטות מאחרי הזוהר, קען איך נאך אנהאלטן א האלבע אמונה אין אריז"ל? אין בעש"ט וחסידות? אין גר"א?
אדער אלעס איז טייענטעד און איך מוז ווערן א קאמפלעטער רמב"ם'יסט?

היימישער ליטוואק » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 1:55 pm

· #150951
(נישט זיכער צו עס באלענגט אין דעם אשכול)
מדונה תלמד את מנהגי הקבורה של ויז'ניץ?
רב הסלבריטאים וסוחר הקבלה פיליפ ברג הלך לעולמו בגיל 86 • ביקש: להיקבר בצפת על פי מנהגי הקבורה של ויז'ניץ
אלי כהן, בחדרי חרדים 13:11 17/09/2013

5 | שתף

הפגנה נגד ברג. צילום: חדשות 24
הרב שהפך את הקבלה לעסק מסחרי, שרגא פייבל (פיליפ) ברג, ואש היה ידוע כרבם של סלבריטאים רבים בעולם, בהם הזמרת מדונה, נפטר אתמול (ב) בגיל 86 לאחר מחלה, והתיר אחריו את 'ממשיכת דרכו' אשתו קרן ושמונה ילדים.

ברג, שהוסמך לרבנות לפני כ-60 שנה, מנהל ב-43 השנים האחרונות את המרכז לקבלה, אותו קי ממורו הרב יהודה ברנדווין, תלמידו של המקובל הרב אשלג. בעידוד אשתו הפך ברג את המוסד לעסק בינלאומי מניב, ופתח שלוחות בכל רחבי העולם, שתיים מתוכן בישראל - בתל אביב ובחיפה.

בסניפי המרכז רשומים כיום למעלה מ-4 מיליון תלמידים, הקוראים בשקיקה את ספר הזוהר שהדפיס ברג, ואת עשרות הספרים שכתב בנושאי קבלה.

ביהדות החרדית נחשב ברג ל'מוקצה מחמת מיאוס', מאחר והפך את תורת הקבלה המיועדת ליחידי סגולה - לכלי ניו-אייג'י להמוני גויים.

למרות הניתוק מהיהדות החרדית, ביקש ברג להיקבר ב'עיר המקובלים' צפת - על פי מנהגי הקבורה של חסידות ויז'ניץ.

לבונה זכה » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 2:04 pm

· #150953
יאיר
גאר ריכטיגע רייד, לבונה זכה, און הערליך אראפגעלייגט מיט גרויס בקיאות, כדרכך. א נקודה למחשבה: דאס וואס דער רמב"ם שרייבט אז דער הסתמכות אויף תלמוד בבלי קומט פון דעם וואס כלל ישראל האט עס מקבל געווען גייט לכאורה נאר אן ביי א דבר הלכה, נישט ביים מעסטן וואס מען באטראכט הייליג. הגע בעצמך, היינטיגע צייטן וועל איך מוזן באטראכטן די היינטיגע רבי'ס אלס הייליג ווייל גאנץ כלל ישראל האט אזוי אפגעמאכט?
והשנית, איז די שאלה אחרי ככלות הכל, וויפיל סמכות עס האט אזא מסורה וואס פארלאזט זיך אויף "יעדער ווייסט".
(אגב, להערה בעלמא, דער פירוש אויף ספר יצירה פון רס"ג איז נישט פון אים).

די פילע דברי אגדה אין חז"ל זענען אויך אנגענומען געווארן, הגם נישט ווי הלכה, אבער אידן באציען זיך דערצו מיט א רגש קדש, נישט אנדערש ווי מאמיני הזהר צום זהר.

וועגן דעם פירוש אויף ספר יצירה פון רס"ג, ווי ווייט איך ווייס איז מוסכם אז ער האט געמאכט א פירוש. דער אריגינעלער האט אבער נישט סארווייווט. די ווערסיע וועלכעס האט סארווייווט איז נאר פון א ווערק געבויט אויפן אריגינעלן. עכ"פ לענינינו, איז דורות אידן האבן געזען דעם ספר יצירה בכלל נישט אינעם ליכט ווי די מקובלים האבן עס באטראכט.

לבונה זכה » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 2:16 pm

· #150955
יאיר
לבונה זכה
יאיר, דעם זעלבן טעסט קען מען דעמאלדס לכאורה אויך מאכן אויף סיי וועלכע פון די כתבי קודש. נעם א קאפיטל אין ישעיה אדער ירמיה און טייטש עס איבער אויף אידיש און זע אויב ס'כאפט דיינע הרגשים. על כרחך מוז מען צוקומען אזוי ווי שליח און הוגה האבן געזאגט, אז דאס הארץ פילט און די נשמה ברענט, ביי יענעם איז דאס הייליג.

שוין געווען אמאל איינער וואס האט דאס געטון, און איך מיין אז ער האט נאר געמאכט רייכער די הרגשה ביים לערנען נ"ך.

אפשר האט חנינא קרא געמאכט אזא שיינעם דזשאב אויף ירמיה ווייל ער גלייבט אין ירמיה פונקט ווי שליח גלייבט אין זהר. ווען א קלענערער מאמין מאכט וועהן דעם דזשאב, וואלט עס מעגליך געהאט אן אנדער פנים. אפשר קען איך פארשלאגן אז דו און שליח זאלט עטץ ביידע איבערטייטשן "כגונא" אויף אידיש, און עס פאוסטן בתוך כדי דיבור איינער פון צווייטן, און ירא הקהל וישפוט.

הוגה » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 4:29 pm

· #150980
@היימישער ליטוואק, ער איז דאכצעך געווען א וויזניצער חסיד פון דער היים. עכ"פ זיינע קינדער זענען זיכער וויזניצער חסידים. איך בין טאקע נייגעריג צו הערן מער איבער אים. אפשר וועט איינער עפענען אן אשכל און אראפ מאלן דמותו און די דמות פון זיין ביזנעס.

@לבונה זכה, חנינא קרא'ס שיעור אין נ"ך איז נאר גוט פאר א דמיון, עס איז נישט קיין פארגלייך צו זהר. ובכלל איז מפרש זיין א זאך מיט ווערטער שוין א הגשמה, ואין ללמוד הימנה כלום.

דעת תורה » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 8:13 pm

· #151036
לבונה זכה
דער ויכוח דרייט זיך איבער וועלכער מהלך ווייזט אויף גרעסערע סמכות. שליח, הוגה, דעת תורה, ועוד, גלייבן אז דער סמכות פונעם זהר קומט מתוך תוכו, פון די הייליגע מושגים און דער אש קודש וואס לדבריהם שפארט ארויס פון יעדע שורה. לעיקוואד וחבריו האלטן אז סמכות קען נאר קומען פון א מסורה מדור דור, אפגעזען ווי עסאטאריש, עקזאטיש, און הייליג א חיבור זעט אויס בעיני קהל קוראיו.

איך געדענק נישט איך זאל שרייבן אזא זאך, איך בין בכלל נישט קיין מבין אויף קבלה, איך האב בלויז געשריבן אז דער אר"י הק' איז מיר אויך גוט, מוז נישט זיין דוקא רשב"י

אנאנדערער מהלך, וועלכעס איז ווייניג געווארן ערוועינט דא, מסתמא ווייל עס האט א "פאנאטישען רינג" פאר געוויסע, איז אז סמכות קומט פון דעם וואס שלומי אמוני ישראל האבן אנגענומען עליהם ועל זרעם.

שלומי אמוני קענען נישט פון זיך אליין מחליט זיין אויף א זאך, אוודאי נישט מוסיף זיין זאכן צו די תורה. דער מקור צו דעם אז שלומי אמוני קענען מחליט זיין א זאך, איז נאר ווייל אזוי האבן שלומי אמוני אנגענומען אויף זיך...

די אלע שיטות האבן סיעתות ופירכות, כפי די משיבי מלחמה השערה זענען זיך דא מתווכח בטוב טעם. איך וויל נאר צולייגען א פאר נקודות.

מ'האט דא געשריבן אז אפילו אויב רשב"י איז נישט דער עמטליכער מחבר פון זהר, האבן עכ"פ די מקובלים, בני ותלמידי הראב"ד, ווי עס איז באקומען אזא סארט ספאנטאנע השראה, און האבן ממש אין א קורצע צייט באוויזן צו ערצייגען די וואונדערבארע מושגים פון תורת הקבלה, וואס דארף לכאורה ווייזן אויף עפעס א גילוי משמים וכדומה. ווי אויך האט דעת תורה צוגעברענגט דעם רעיון אז קבלה כפי הנראה לעיניו איז נאר איינס פון פולע מהלכים, און ווי גלייך דער אריז"ל האט וועהן יעדעס יאר געקענט אויפבויען נייע מהלכים, וואס קענען וועהן אפילו זיין אין קעגנזאץ צו די מושגים וואס ער האט בלויז אין איין יאר מגלה געווען. איך מיין אז דאס איז א פאנטאסטישע אפשאצונג.

דער אר"י ז"ל'ס כוונות קומט אפשר נישט אריין, ווייל מסתמא איז נישט געווען קיין כלליות'דיגע שינויים צווישן איין כוונה און די אנדערע, נאר פרטיות'דיגע אלעס געבויט אויף די זעלבע יסודות. דאס אז קבלה איז אויך נישט אלעס, זאגן דאך די מקובלים אויכעט, בעת די אנדערע טענה'ן אז קבלה איז אפשר גארנישט. אלו ואלו מודים אז ס'איז דא סתרי תורה וואס איז רב הנסתר על הנגלה, און זאכן וואס נאר משה רבינו האט געקענט משיג זיין, און אוודאי אז גאנץ נגלה ווערט נאר אנגערופן א דבר קטן כלפי נסתר. ווען משיח וועט קומען וועט זיין ומלאה הארץ דעה וכו', אין דעם איז קיינער נישט מסופק.

די מושגים פון קבלה האבן זיך דעוועלאפט בהדרגה איטית במשך הונדערטער יאר, און האבן געהאט א געהעריגן אויסגעטראטענעם מהלך, מן הקל אל החמור, אקוראט ווי יעדע שיטה האט זיך דעוועלאפט מימות עולם. פון די געציילטע רמזים אין חז"ל און מדרשים ביז די ספרי היכלות ומרכבה ביז ספר יצירה, אין אט די אלע מקורות איז נישט פארהאן א רמז אויף די שפעטערדיגע תורת הספירות, עכ"פ ווי שלומי אמוני ישראל האבן עס פארשטאנען במשך כמה וכמה דורות. רב סעדיה גאון און ר' יהודה הברצלוני האבן געמאכט פירושים אויף ספר יצירה אן קיין רמז קל צו עפעס וואס שמעקט קבלה'יסטיש.

די פריע מיטלאלטער פילאזאפן ווי רב סעדיה גאון און שפעטער אבן עזרא האבן צוליב ריין-פילאזאפישע חשבונות אנגעהויבן רעדן פון כבוד הנאצל, וואס פון דעם האט זיך שפעטער דעוועלאפט די תורת הרבדים פון די חסידי אשכנז און די תורת האצילות פון ספר הבאיר. יעדער דור און יעדער מיסטיקער האט צוגעלייגט א שפע פון פשטים און רעיונות, ביז די אלע מושגים האבן זיך דעוועלאפט אינעם ספר הזהר. עס האט זיך נישט אפגעשטעלט דא. פרישע דורות פון מקובלים, אמונים על ספרות הזהר והמקובלים, האבן ממשיך געווען ווייטער צו דעוועלאפן די תורה, ביז ווי די מושגים פון צמצום ותורת הרע והקליפות וואס דער אריז"ל האט מגלה געווען איז נולד געווארן. גארנישט איז נישט נולד געווארן אין א חלל ריק אין איין דור, און אלעס איז קשור איינס צום צווייטן אין א נאטורליכן, ראציאנאליסטישען מהלך.

כאמור, איך בין נישט באקאנט בכלל אין קבלה, דארף מען פרעגן א מקובל צי עס מאכט סענס וואס דו שרייבסט דא, יתכן אז דו ביסט גערעכט, (אויך שטארק מעגליך אז נישט...)

יעצט, מיינט עס אז דאס אלעס איז נישט הייליג? מכל וכל לא. לויט ווי משה הלברטל ברענגט באווייזן איבערן רמב"ם, האט דער רמב"ם געגלייבט באמונה שלימה אז דער סמכות פאר זיין משנה תורה (און דער סמכות פון חז"ל) קומט פון איין עיקר'דיגן מקור השראה, נעמליך, אז שלומי אמוני ישראל באטראכטן עס אלס מחייב. איך גלויב אז דער גר"א און אפילו דער יעב"ץ האבן אויך דאס גענומען אלס זייער מקור סמכות אין זייער אמונת הזהר והקבלה. מ'קען טרעפן אסאך סתירות, חסרון ידיעות, און דברים תמוהים אין די גמרא, און יעצט, קיינער פרעגט נישט אפ חז"ל'ס סמכות. די ראיות וואס לעיקוואד ברענגט פון כתבי קודש אז ס'פעלט זיך אויס א מסורה מדור דור איז טאקע נאר גילטיג אויף כתבי קודש (און דארט אליין איז נישט אלעס אזוי פויגלדיג. קהלת און יחזקאל האט עס קוים מיט צרות געמאכט. בן סירא און חנוך ועוד האבן עס נישט געמאכט. ועוד הרבה ענינים כמבואר באשכולות אחרים). ספרות חז"ל והבאים אחריהם נעמען זייער סמכות פון די דעם עצם קבלה פון ציבור, והוא הדין לגבי זהר און קבלה.

אנטשולדיג מיר זייער, אבער דאס איז ממש נישט צום זאך, די גמרא איז מחייב ווייל עס איז געווארן פשטה בכל ישראל, און מען האט אנגענומען צו פסק'נען אזוי ווי די חכמי הבבלי, און נישט למשל ווי דער ירושלמי. אויסער דעם, איז פאר אונז היינט ווען מיר האבן שוין נישט קיין תלמידים וואס האבן מקבל געווען איש מפי איש פון משה רבינו, נישטא קיין סמוכים, איז אונזער גאנצע מקור אויף תורה שבעל פה נאר דער בבלי.

אגדות חז"ל זענען טאקע בכלל נישט מחייב להלכה, דער רמב"ן און מסתמא נאך האלטן נאר אז ס'איז דא א חיוב צו גלייבן דערין, כרגע ווייס איך נאך נישט פון ווי ער האט עס געבויט.אפשר אז מען וועט גוט פארשטיין דאס וועט מען אפשר קענען אפלייען דעם זעלבן כלל צום זוהר. אבער צי קען דען הסכמת הכלל מחייב זיין אז רשב"י זאל האבן געשריבן דעם זוהר? דאס איז דאך אבסורדאל.

לבונה זכה » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 8:13 pm

· #151037
לבונה זכה
יאיר
גאר ריכטיגע רייד, לבונה זכה, און הערליך אראפגעלייגט מיט גרויס בקיאות, כדרכך. א נקודה למחשבה: דאס וואס דער רמב"ם שרייבט אז דער הסתמכות אויף תלמוד בבלי קומט פון דעם וואס כלל ישראל האט עס מקבל געווען גייט לכאורה נאר אן ביי א דבר הלכה, נישט ביים מעסטן וואס מען באטראכט הייליג. הגע בעצמך, היינטיגע צייטן וועל איך מוזן באטראכטן די היינטיגע רבי'ס אלס הייליג ווייל גאנץ כלל ישראל האט אזוי אפגעמאכט?
והשנית, איז די שאלה אחרי ככלות הכל, וויפיל סמכות עס האט אזא מסורה וואס פארלאזט זיך אויף "יעדער ווייסט".
(אגב, להערה בעלמא, דער פירוש אויף ספר יצירה פון רס"ג איז נישט פון אים).

די פילע דברי אגדה אין חז"ל זענען אויך אנגענומען געווארן, הגם נישט ווי הלכה, אבער אידן באציען זיך דערצו מיט א רגש קדש, נישט אנדערש ווי מאמיני הזהר צום זהר.

וועגן דעם פירוש אויף ספר יצירה פון רס"ג, ווי ווייט איך ווייס איז מוסכם אז ער האט געמאכט א פירוש. דער אריגינעלער האט אבער נישט סארווייווט. די ווערסיע וועלכעס האט סארווייווט איז נאר פון א ווערק געבויט אויפן אריגינעלן. עכ"פ לענינינו, איז דורות אידן האבן געזען דעם ספר יצירה בכלל נישט אינעם ליכט ווי די מקובלים האבן עס באטראכט.

אחרי שובי עיינתי ונחמתי. איך מיין אז רס"ג'ס פירוש אויף ספר יצירה איז יא דא היינט ככתבו וכלשונו. ס'איז נאר אז די חכמי ימי הביניים האבן נאר געהאט דעם טרענסלעישאן און נישט דעם אריגינעלן. אין 1562 האט מען געדריקט דעם פירוש וואס יענץ איז היינט אנגענומען אלס טעות. אבער זייט דעמאלדס איז עס יא געדרוקט געווארן.

<a class="postlink" href="http://www.otzar.org/wotzar/book.aspx?23506">http://www.otzar.org/wotzar/book.aspx?23506</a>

<a class="postlink" href="http://www.daat.ac.il/encyclopedia/value.asp?id1=1548">http://www.daat.ac.il/encyclopedia/value.asp?id1=1548</a>

לבונה זכה » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 8:27 pm

· #151041
דעת תורה,

דיין קלעים פון "איך בין בכלל נישט קיין מבין אויף קבלה" און "איך בין נישט באקאנט בכלל אין קבלה" איז לפע"ד א שטיקל סתירה מיט דיינע באמערקונג פון "דער אר"י ז"ל'ס כוונות קומט אפשר נישט אריין, ווייל מסתמא איז נישט געווען קיין כלליות'דיגע שינויים צווישן איין כוונה און די אנדערע, נאר פרטיות'דיגע אלעס געבויט אויף די זעלבע יסודות." מאן יימר?

מיין באהויפטונג לגבי הסכמת הכלל מחייב האט נישט דערמאנט א ווארט וועגן רשב"י'ס authorship פונעם זהר. איך האב מיך בלויז באצויגען צו דעם סמכות פונעם זהר, אפגעזען ווער דער author איז.

יאיר » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 8:32 pm

· #151042
דעת תורה
אלו ואלו מודים אז ס'איז דא סתרי תורה וואס איז רב הנסתר על הנגלה, און זאכן וואס נאר משה רבינו האט געקענט משיג זיין, און אוודאי אז גאנץ נגלה ווערט נאר אנגערופן א דבר קטן כלפי נסתר. ווען משיח וועט קומען וועט זיין ומלאה הארץ דעה וכו', אין דעם איז קיינער נישט מסופק.

לויט'ן רמב"ם ווערט חכמת הפילוסופיה אנגערופן מעשה מרכבה און דאס זענען די סתרי תורה. און מען דארף ב"ה נישט ווארטן אויף משיח, יעדער קען אליין קונה זיין פילאזאפישע ידיעות, אויסער אודאי ביי אונזערע קרייזן וואו דאס איז אביסל שווערער. אויף דעם דארף מען טאקע מתפלל זיין ומלאה הארץ דעה וכו'.

איחוד פעלד » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 10:24 pm

· #151057
די פריע מיטלאלטער פילאזאפן ווי רב סעדיה גאון און שפעטער אבן עזרא האבן צוליב ריין-פילאזאפישע חשבונות אנגעהויבן רעדן פון כבוד הנאצל, וואס פון דעם האט זיך שפעטער דעוועלאפט די תורת הרבדים פון די חסידי אשכנז און די תורת האצילות פון ספר הבאיר. יעדער דור און יעדער מיסטיקער האט צוגעלייגט א שפע פון פשטים און ירעיונות, ביז די אלע מושגים האבן זיך דעוועלאפט אינעם ספר הזהר. עס האט זיך נישט אפגעשטעלט דא. פרישע דורות פון מקובלים, אמונים על ספרות הזהר והמקובלים, האבן ממשיך געווען ווייטער צו דעוועלאפן די תורה, ביז ווי די מושגים פון צמצום ותורת הרע והקליפות וואס דער אריז"ל האט מגלה געווען איז נולד געווארן. גארנישט איז נישט נולד געווארן אין א חלל ריק אין איין דור, און אלעס איז קשור איינס צום צווייטן אין א נאטורליכן, ראציאנאליסטישען מהלך
.

עס איז א שטארקע דברי תומה צוזאגען אז דער זוהר איז א קיבוץ פין ספרי קבלה וואס מען האט געלערנט ביז דעמאלס, ווייל עס אנטהאלט גאר אסאך מער, אפשר צוואנציג מאל מער, מיט נייע מושגים, נייע חומרות, און איז בכל אופן א שטארקע תימה פין ווי עס קומט. עס איז קלאר ני שט געשריבען געווארען דורך א יחיד, און ווידער א רבים איז שווער ווי אזוי עס האט געקענט בלייבען א סוד.

ווי אזוי מען ציט דער דאכענע אויף דער זוהר איז עס קורץ, עס איז נישטא כהיום קיין ראציעלאנער הסבר פין ווי עס קען ארויסקומען א מאסיווע תורה אויף איין מאל.

לבונה זכה » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 10:51 pm

· #151063

עס איז א שטארקע תימה צוזאגען אז די פופצן בענדער דברי יואל איז א קיבוץ פון עטליכע דרייסיג מדרש רבא'ס און זעכציג מדרש תנחומא'ס, און איז געשריבען געווארען דורך א יחיד, ווייל עס אנטהאלט גאר אסאך מער, אפשר טויזט מאל מער...

אוודאי די מושגי יסוד פון זהר גייט אריין אין איין באנד (עיין משנת הזהר לישעי' תשבי). דער זהר נוצט אבער די מושגים צו קאווערן כל התורה וכל המצות. עס איז מכל וכל נישט אנדערש פון רמב"ן על התורה, אבן עזרא, רש"י, רלב"ג, רד"ק. עס איז בלויז פון אן אנדערן ווינקל קוק.

איחוד פעלד » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 11:48 pm

· #151073
איז פארהאן א משנת הזהר אנליין?

צוזאגען אז זוהר איז ווי אבן עזרא אדער רמב"ן איז דברי הבל. איים סארי. נעם א אידרא רבא, א מאמר קו המדה, די הקדמה פין זוהר אליין האט מער יסודות ווי אלע קבלה ספרים ביז זוהר, ספרי אבולעפיע נישט בכלל.

דעת תורה » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2013 1:40 am

· #151094
יאיר
דעת תורה
אלו ואלו מודים אז ס'איז דא סתרי תורה וואס איז רב הנסתר על הנגלה, און זאכן וואס נאר משה רבינו האט געקענט משיג זיין, און אוודאי אז גאנץ נגלה ווערט נאר אנגערופן א דבר קטן כלפי נסתר. ווען משיח וועט קומען וועט זיין ומלאה הארץ דעה וכו', אין דעם איז קיינער נישט מסופק.

לויט'ן רמב"ם ווערט חכמת הפילוסופיה אנגערופן מעשה מרכבה און דאס זענען די סתרי תורה. און מען דארף ב"ה נישט ווארטן אויף משיח, יעדער קען אליין קונה זיין פילאזאפישע ידיעות, אויסער אודאי ביי אונזערע קרייזן וואו דאס איז אביסל שווערער. אויף דעם דארף מען טאקע מתפלל זיין ומלאה הארץ דעה וכו'.

וואס הייסט פילאזאפיע? שפינאזע? איך האב נישט געזעהן אין רמב"ם ער זאל שרייבן דאס אויף סתם פילאזאפיע. ער שרייבט עס אויף מהות הבורא ב"ה, די שרפים, חיות ואופני הקודש, כסא הכבוד, אויף די זאכן וואס איז אין מוסרין אלא ביחיד ולמבין מדעתו, און הרבה גדולי ישראל אע"פ שחכמים גדולים היו לא הבינו על בוריין וכו' די זאכן גייען אריין בגדר פרדס. אדרבה, קוק וויאזוי דער רמב"ם רעדט אמבער די השגת והתרבות הדעת בימות המשיח אז יעדער איינער וועט זוכה זיין משיג צו זיין אזאלכע זאכן.

דער רמ"א האט עפעס יא אזוי פארשטאנען אז די כוונה איז אויף פשוט'ע חכמות (מסתמא ווייל דער רמב"ם רעדט אין יענע פרקים אויך איבער די גשמיות'דיגע בריאה, די וועלט, און די מערכת השמים - בכוונה דער מענטש זאל זיך דערפון מתבונן זיין דעם גדלות הבורא כל אלה). און דער גר"א קריגט אויף אים, און דרוקט זיך אויס "אבל לא ראו הפרדס, לא הוא ולא הרמב"ם"...

אגב איז אין דעם נושא אויך דא א שטיקל סומאטאכע בנוגע דעם וואס דער רמב"ם האט נישט קיין פראבלעם אנצונעמען דארט מיט א גלאטקייט אז דבר קטון הוויות דאביי ורבא איז כפשוטו די גאנצע תורת הנגלה, וואס כלפי אלקות הייסט דאס א דבר קטן. דער ר"ן און אנדערע ווילן לערנען די כוונה נאר אויף אביי ורבא'ס חקירות וואס כלפי די ערשטע תנאים איז דאס געווען דברים פשוטים קטני הערך. דער ר"ן דרוקט זיך אויס דארטן זייער שארף: "והרמב"ם כתב בזה מה שרצה, והלואי שלא נכתב".

איחוד פעלד » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2013 10:56 am

· #151131
איז פירזשע אויס, וואס איז לויט דער רמב"ם מעשה מרכבה, און מעשה בראשית, דער עשר ספירות מיט דער קבלה טערעראם?

היימישער ליטוואק » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 10:57 pm

· #153181
פארוואס איז נישט פאראן קיין איין רב אדער מנהיג פון סיי וועלכע עדה וואס זאל רעדן איבער די שאלה מיט אבדזשעקטיוון בליק?
די זוהר מענטשן האבן טערוריסטים?

לעיקוואד » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 11:24 pm

· #153193
היימישער ליטוואק
פארוואס איז נישט פאראן קיין איין רב אדער מנהיג פון סיי וועלכע עדה וואס זאל רעדן איבער סיי וועלכער שאלה מיט אבדזשעקטיוון בליק?

אויפ'ן עירוב מחלוקה האסטו שוין געטראפען אן אבדזשעקטיווען רב? אדער אויפ'ן צומת הגידים שאלה?

אויב זוכסט דווקא מקורות פון רבני זמננו ווערט אין איינע פון די מראי מקומות שהבאתי געברענגט אביסעל פו ר' גדליה נדל, ר' אליעזר דסלר (מפי תלמידו ר' אריה כרמל), ועוד הרוצים בעילום שמם.

יאיר » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 1:20 am

· #153241
דעת תורה
וואס הייסט פילאזאפיע? שפינאזע? איך האב נישט געזעהן אין רמב"ם ער זאל שרייבן דאס אויף סתם פילאזאפיע. ער שרייבט עס אויף מהות הבורא ב"ה, די שרפים, חיות ואופני הקודש, כסא הכבוד, אויף די זאכן וואס איז אין מוסרין אלא ביחיד ולמבין מדעתו,

דער רמב"ם האט נישט אין זיין דיקשאנערי קיין שרפים און חיות און אופני הקודש. און שפינאזע איז נישט צופיל גרעסערער אפיקורס ווי אריסטו.

דעת תורה » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 1:45 am

· #153251
רעדט ער דען נישט אין די ערשטע פאר פרקים פון הלכות יסודי התורה פון דעם כסא הכבוד און די מלאכים? (כאטש ער רעדט גראדע פון די בריאה גשמית אויך, הנצרך כדי להכיר גדולת בוראו). ביסיידס, שרפים חיות ואופני הקודש איז א לשון הפסוק.

יאיר » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 2:02 am

· #153612
דעת תורה
רעדט ער דען נישט אין די ערשטע פאר פרקים פון הלכות יסודי התורה פון דעם כסא הכבוד און די מלאכים? (כאטש ער רעדט גראדע פון די בריאה גשמית אויך, הנצרך כדי להכיר גדולת בוראו). ביסיידס, שרפים חיות ואופני הקודש איז א לשון הפסוק.

גערעכט, כ'האב עס פארזען. כאטש פאר די גלגלים און ארבעה יסודות ווידמעט ער רוב פון די פרקים. אלס דעם פסוק אליין קען מען זאגן אז ס'איז בלויז א משל, פונקט ווי די פאקטישע כסא וגלגלים וכו' זענען נאר משלים לסבר את האוזן.

לעיקוואד » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 2:32 am

· #153620
הרי במו"נ תחלת ח"ג מפרש את כל מעשה מרכבה שביחזקאל על דברים טבעיים אסטרונומיים, וכסא הכבוד ביאר שם במדויק נמשלו, וברור שגם ביסודי התורה כוונתו לזה, אלא שלא פירש כ"כ.

ישבב הסופר » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 8:36 am

· #153651
לעיקוואוד - אנסה לקצת במקום שאמרו להאריך. ראיתי שנגעת בדבר שהוקשיתי כבר מזה שנה. לא אלאה אותך בסידור הסוגיא בחגיגה פ"ב, אבל יש ב' אופנים לפרש את המימרא של רב חייא "אבל מוסרין לו ראשי פרקים", דהיינו
א] שלתלמיד שהוא חכם ומבין מדעתו מותר למסור הכל, ולתלמיד אחר מותר רק ראשי פרקים.
ב] שלאותו תלמיד שהוא חכם ומבין מדעתו התירו למסור לו רק ראשי פרקים, ולשאר כל אדם גם זה לא. ולדרוש את הדבר בשלמותו, אסור אפי' לתלמיד חכם ומבין מדעתו.
ניכר מתוך הרמב"ם ביד החזקה שהוא למד את הגמ' כמהלך ב'.
אם כן, אפוא, האיך מסר הרמב"ם במו"נ וביד החזקה את [עכ"פ] ה'ראשי פרקים' של מעשי מרכבה, שלשיטתו אסור, רק ביחיד, ורק לתלמיד שהוא חכם ומבין מדעתו.

לעיקוואד » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 9:43 am

· #153656
הר''מ מדבר על הבעיה הזאת הרבה פעמים במו''נ, וצריך לצרף מכל המקומות את דעתו בדיוק. עכ''פ בהקדמה לח''ג הוא מדבר בדיוק על זה וכותב שמפני כן נאבדה החכמה הזאת מן האומה לגמרי, ומכיוון שהוא גילה זאת בעיונן היה זה עוולה שלא יכתבנו. והוא ממשיך שלא יכתוב אלא באופן שלא יהיה אלא כפירוש המילות ליחזקאל ולא יגלה יותר ממה שכתוב הנביא.

לא ברור מזה מה ההיתר שלו, ולא עיינתי כעת במפרשים. אך לכאורה יש כאן כמה נקודות. א, מפורש בדבריו בכ''מ שלא כתב בספרו יתר על ראשי פרקים. ב, נראה שתפס את ספרו כמורה ליחידים המבינים מדעתם, ולא לרבים. כן משמע בהקדמה. ג, שגם אלו הראשי פרקים הסתיר ולא כתבם בסדר הנכון, כ''כ בהקדמה, והרי זה כלומר שרק המבין יגלה אפילו את הראשי פרקים. ד. כנראה שתפס היתר מהסוג של עת לעשות לה' הפרו תורתך, שאילולי כתב היה נשכח לגמרי והיה נמנע תועלת מאלו הראויים לכך. ויש שתפסו שמרמז שם שזכה להתגלות וסייע''ד שכך עליו לעשות. ועי' במאמרו של א''י העשיל ההאמין הרמב''ם שזכה לנבואה שדייק כך מכמה מקומות.

ישבב הסופר » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 10:10 am

· #153664
תודה רבה לך, דבריך קילורין לעיניים, ואעיין בל"נ במאמר שציינת.

דעת תורה » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 10:50 am

· #153675
לכאורה אם גילה זאת בעיונו עצמו ללא קבלה מרבותיו אולי לא שייך על זה לומר שאסור לגלותו לאחרים, שהרי הבין כל זה מעצמו, והאיסור הוא רק על המקבל במסורה. ובאמת לדעת הגר"א אכן לא גילה דברים גדולים, והרמב"ם לא ראה הפרדס.
בלאט: 1 2 3 4 5