אזוי האט זאראטוסטרא גערעדט/ פרידריך ניטשה- אויף אידיש
איינער פון די שטערקסטע ביכער וואס זענען אמאל געשריבען געווארען איז דער ביך "Also sprach zarathustra" פון פרידריך ניטשה. דאס איז א ספר געשריבען בסגנון הנביאים, וואס אין דעם לייגט ניטשה פאר מורא'דיגע יסודות פון זיינע געדאנקען, און אלס מיט אזא מייסטערהאפטיגע סטייל פון משל ומליצה וואס ברענגט א מענטש צו טראכטען גאר טיף אויף דער מענטש און אויף דער לעבן.
האב איך מחליט געווען, לטובת אחינו בני ישראל דוברי אישי, איבערטייטשען דער ספר אויפ'ן לשון המדוברת. איך זאג נישט צו איך וועל ממשיך זיין, אבער דא לייג איך פאר אייך דער ערשטער שטיקל פון דער ספר, הערות והארות, סיי אויף די תרגום און סיי אויף אלעס ארום און ארום, זענען וועלקאם. איך האף עס וועט זיין א המשך צו דעם תמידין כסדרם, און אפשר וועט דער עולם זיך אויך מעמיק זיין אין דבריו העמוקים און אנקומען צו עפעס.
איך האב עס איבערגעטייטשט פון דער ענגלישער איבערזעצונג און דער דייטשער אריגענעל, וואס איז נענטער צו יידיש, און אפשר וועט דער יידיש אפילו מצליח זיין איבערצוגעבן ניאונסים וואס איז שווער צו געבן אויפ'ן ענגלישער שפראך.
1. ווען זאראטוסטרא איז דרייסיג יאר אלט געווען, האט ער פארלאזט זיין היים און די וואסער ביי זיין היים, און איז געגאנגען אין די בערג. דארט האט ער גענאסען פון זיין גייסט און זיין איינזאמקייט און איז צעהן יאר נישט מיד געווארען פון דעם. ענדליך אבער האט זיך זיין הארץ פארוואנדעלט, און איין פרימארגען שטייט ער מיט די מארגענסרויז אויף, טרעט פאר די זון, און רעדט אזוי פאר איר:
"דו גרויסער שטערן! וואס וואלט געווען דיין גליק ווען נישט אז דו האסט די פאר וועם דו לייכסט!
צען יאר קומסט דו דא ארויף צו מיין הייל, דו וואלסט פארמאטערט געווארען פון דיין ליכט און דיין וועג ווען נישט מיר, מיין אדלער, און מיין שלאנג.
אבער מיר ערווארטען דיר יעדעס פרימארגען, נעמען פון דיר דיין איבערפלוס, און בענטשען דיר דערפאר.
הו, איך בין פארמאטערט פון מיין קלוגשאפט, ווי די בין וואס האט צופיל האניג געזאמעלט, איך באדארף הענט צו זיך אויסגעשטרעקט.
איך וואלט געוואלט שענקען און אויסטיילען, ביז די קלוגע צווישען מענטשען וועלן ווידער אין זייער נארישקייט זיך פרייען, און די ארימע וועלן צוריק צופרידען זיין אין זייער רייכטום.
דערפאר מוז איך צו די טיפנישען אראפשטייגען, אזויווי דו טוסט אין דער אווענט, ווען דו גייסט אונטער דער האריזאנט און ברענגסט ליכט פאר די אונטערוועלט, דו רייכער שטערן!
איך מוז, גלייך ווי דיר, אונטערגיין, צו ווי די מענטשען זענען, צו דאנען וועל איך אראפגיין
בענטש מיר דאן, דו רוהיגער אויג, וואס קען באטראכטען אפילו די גרעסטער גליק אן קנאה.
בענטש דאס בעכער, וועלכער וועט איבערפליסען, און גאלדען וועט פון עם פליסען און איבעראל טראגען דער אפשפיגלונג פון מיין גליק.
אפשר איז ספר יואל ב' אויך אסור? אוודאי נישט, אלס וואס איז געשריבן געווארן "נאך" די איסור, קען נישט זיין אין כלל האיסור. אזויווי די מצליח איז נישט בכלל דער שטערן אישור...
פילייכט לשון קודש וואלט געהאט א בעסערע טוויסט. דער נביא'ישער סגנון איז געשמאקער, דוכט זיך, אין לשון קודש. (נישט אז דאס איז שלעכט, נאר אז דו בעטסט הערות, איז דאך אין שיעור למעלה).
''נעמען פון דיר דיין איבערפלוס '' זאראטוסטרא גייט אוועק צו די בערג צו לעבן אן אפגעזונדערטע לעבן. ער האט אוודאי פארברענגט זיינע טעג מיט התבוננות און האט דערגרייכט חכמה ומדע שאין לשער. ער האט זיך מתבוננן געווען אינעם זון און ער זעהט איין אז די גאנצע גדולה פונעם זון איז אז עס שיינט אויף אנדערע. די זון וואלט אפשר געקענט זיין מעכטיגער אויב זי גייט ווען אריין אין א הייל און האלט איר גאנצע ברען און גאנצע שיין פאר זיך. אבער זאגטס מיר, ווען איז די זון מעכטיגער און שענער, ווען זי שיינט אויף די וועלט אדער ווען זי באהאלט זיך? דאס איז די געדאנק אז די גרעסטע הנאה איז ווען מען גיבט פאר יענעם. ואכמ''ל.
''און בענטשן דיר דערפאר '' נאך אן אבזערוואציע. טוט דען די זון עקזיסטירן בכלל אויב ס'נישט דא איינער וואס זאל עס קאנפירמירן? (מח שליט וועט ליב האבן דער געדאנק) די זון קען אפשר האלטן אז יא, אבער זאראטוסטרא האלט אז נישט. זאראטוסטרא האלט אז די איינציגסטע סיבה צו זאגן אז די זון עקזיסטירט און איז מעכטיג איז נאר ווייל ער זאגט און באשטעטיגט עס, כדוגמת אין מלך בלא עם.
זאראטוסטרא רעדט צו זיך. אזוי ווי עס זעהט זיך אן מערערע מאל.
@לעיקוואד, ושאינו יודע לשאול את פתח לו. איך הייב נישט אן צו פארשטיין וואס איך דארף צו זען דא, וואס ס'איז דא צו טייטשן, א מענטש איז געגאנגען התבודדות, און ער רעדט צום זון אז אזוי ווי די זון איז נאר די זון ווייל זי שיינט אויף די מענשטען, אזוי אויך מוז ער איבערגעבן חכמה צו די נידעריגערע מענטשען (לך רד) און זיי משפיע זיין פון זיין חכמה, ווייל אן דעם איז ער גארנישט. עפעס אזוי, איך זעה נישט ווי פול טיפער מ'קען דא גיין, אלזא ביטע לאזט אייך אראפ צו אונז, און צייג אונז צו וואס ס'איז דא זיך צו דינגען אין פשט, וואו מ'קען זיך מתווכח זיין, גיס איבער פון דיין בעכער, און האפענטליך וועט זי נישט ליידיג ווערן, דו וועסט קיין מענטש נישט ווערן...
איז אזוי, לעולם וויל איך בעיקר זיך קאנצעטרירען אויף די איבערזעצונג און דאס לאזט מיר נישט גענוג צייט זיך צו באשעפטינגען מיט די הסבר און עיון, דאך איז פטור בלא כלום אי אפשר, וועל איך מקדים זיין א משהו בעקגראונד און הסבר אויף וואס טוהט זיך דא.
פרידריך ווילהלעם ניטשה איז געווען א דויטשער פילאלאג, פילאסאף, שרייבער, דענקער, קריטיק, און קאמפאזירער, וואס האט געלעבט צווישען די יארן 1844 און 1900. זיין לעבנס-געשיכטע איז גאנץ אינטרעסאנט או איז אפשר קריטיש אויף צו פארשטיין זיין פילאסאפיע, פון זיין געבורט און די טויט פון זין טאטע, ביז זיין קאריערע אין פארשידענע אוניוועריזטעטן, זיין חבר'שאפט און דאן וועלטס-קריג מיט וואגנער, ביז זיין ענדגילטיגע גייסטישע צאמאפאל און מחלה. איך גיי נישט דא פארציילען די גאנצע תולדותיהם של צדיקים דא, ווער עס אינטרעסירט זיך קען ליינען אין וויקיפעדיע אדער ענליכע מקומות. עס איז אויך דא גאנץ א זאכליכע דאקומענטערי פון די בי בי סי וואס פארציילט וועגן זיין לעבן בשילוב געוויסע נקודות פון זיינע געדאנקען.
יעצט לגבי דער בוך, "כה אמר זרתוסטרא", איז מסתמא זיין מערסטע באקאנסטער בוך, ווי ער לייגט פאר עטליכע פון זיינע הויפט געדאנקען, דערמאנט אויך אין אנדערע ספרים זיינע, אויף א סטייל פון די נביאים פון דער תנ"ך. זאראטוסטרא, דער נביא מתבודד אין וועמנ'ס מויל ניטשה לייגט אריין די גאנצע ספר, איז די נאמען פון דער פרסישער נביא זורואסטער, דער גרינדער פון דער זוראסטרישער רעליגיע (וואס איז אגב געווען דער דאמינאנטער רעליגיע אין בבל בזמן התלמוד, און פילע מאמרי חז"ל אדער תקנות פון יענער תקופה זענען אין דירעקטער התייחסות צו זייערע שיטות און מנהגים), ניטשה נוצט דאס אבער אין גאר א ראדיקלער וועג, נוצענדיג די ליטערישע און רעטארישע כלים פון א ביבלישער נביא אויף צו רעדן געדאנקען וואס זענען א דירעקטער אטאקע אויף רעליגיעזע מושגים און טראכטונג.
מצד דעם, קען מען אפשר רופען ניטשה די ערגסטער אפיקורס וואס האט אמאל געלעבט, און רעכענען זיין ספר דער ערשטער ספר אויף די ליסטע פון ספרים חיצונים וואס מטאר נישט ליינען. (און אויב זאלן מיר צולייגען דא די נוצען וואס די נאציס האבען געמאכט מיט זיינע געדאנקען, ספיציעל דער געדאנק פון "דער ווילען צו שטארקייט", ווי די נאמען פון זיין לעצטע בוך וואס זיין שוועסטער האט ארויסגעגעבן, און יש אומרים מסלף געווען, איז אוודאי גייט ער גרינגערהייט אריין אין די ליסטע פון די גרעסט רשעים פון היסטאריע). דאך, איז דווקא דאס וואס ער האט בוחר געווען דא אראפצולייגען זיינע רעיונות באופן פון משל ומליצה, אין א לבוש פון א נביא, גיט עם א טיפקייט און א אמת וואס מען קען נישט דערגרייכען מיט שרייבען סתם גראדע פראזע. און למעשה, איז ער פון די דענקער וואס ווערן די ווייניגסטער פארשטאנען און די מערסטע אומ-פארשטאנען עד היום הזה.
ניטשה איז נישט סתם אן אפיקורס וואס זאגט לית דין ולית דיין און גיימיר עסן פיצא מיט פרענטש פרייס. ער באטראכט מיט א מופלא'דיגער דרייסטקייט דער מציאות פון דער מאדערנער מענטש וואס לעבט, צו וויל ער יא צו וויל ער נישט, אין א גאטלאזער וועלט. און זיכט א וועג, מיט אלע כוחות, איבערצוקומען די מענטשליכער שוואכקייטן און בויען עפעס א תכלית און משמעות וואס עס איז כדאי צו לעבן דערפאר. מצד דעם איז ער באמת א נביא, וואס זעהט גאר טיף און ווייט די רעיונות וואס שטראמען אינטער דער שטח, און פראבירט זיך מתמודד זיין מיט די אמתער נקודות , און געבן א וועג פאר אנדערע צו גיין אין דער לעבן.
אפגעזעהן צו מ'האלט פון עם צו נישט, און צו מאיז מסכים מיט זיינע רעיונות צו נישט, איז ער איינער וואס שרייט אן אמת צו טיף צו קענען איגנארירען, און אזויווי זיין משל פון דער וואנדערדיגער נביא , משוגענער, אדער מתבודד, וואס גייט ארום און שרייט וואס ער זעהט, און עס איז שווער זיך מתעלם זיין פון דאס וואס ער זאגט.
פארוואנדעלט איז זאראטוסטרא, איין קינד איז געווארען זאראטוסטרא, איין ערוועקטער איז זאראטוסטרא, יעצט וואס ווילסטו טוהן אין די לאנד פון די פארשלאפענע?
ווי אין ים האסטו געלעבט אין איינזאמקייט, און דער ים האט דיר יעצט געטראגען. אוי, דו ווילסט יעצט אויפ'ן לאנד אפשטייגען? דו וילסט דיין לייב ווידער זעלבסט שלעפען?"
זאראטוסטרא ענטפערט: איך האב ליב די מענטשען.
פארוואס, זאגט דער הייליגער, בין איך געגאנגען אין וואלד און אין מדבר, איז דאס נישט, ווייל איך האב די מענטשען צו ליב געהאט?
יעצט האב איך ליב גאט, די מענטשען האב איך נישט ליב, דער מענטש איז מיר צו אן אומ'שלימות'דיגער זאך, ליבע צו מענטשען וואלט מיר אומגעברענגט.
זאראטוסטרא ענטפערט: וואס רעד איך פון ליבע? איך ברענג דאס מענטש א געשאנק!
איך זעה אז ניטש דערמאנט די זעלבע מושג שוין צוויי מאל. אין די צווייטע קאפיטל: ניין, ענטפערט זאראטוסטרא, איך גיב נישט קיין צדקה, איך בין נישט גענוג ארים דערפאר. און אין די ערשטע קאפיטל: ביז די קלוגע צווישן מענטשן וועלן ווידער אין זייער נארישקייטן זיך פרייען, און די ארימע וועלן צוריק צופרידען זיין אין זייער רייכטום. ונאמר: זעה די בעכער וועט ווידער ליידיג ווערן, און זאראטוסטרא וועט ווידער א מענטש ווערן.
איך זעה אז ניטש דערמאנט די זעלבע מושג שוין צוויי מאל. אין די צווייטע קאפיטל: ניין, ענטפערט זאראטוסטרא, איך גיב נישט קיין צדקה, איך בין נישט גענוג ארים דערפאר. און אין די ערשטע קאפיטל: ביז די קלוגע צווישן מענטשן וועלן ווידער אין זייער נארישקייטן זיך פרייען, און די ארימע וועלן צוריק צופרידען זיין אין זייער רייכטום. ונאמר: זעה די בעכער וועט ווידער ליידיג ווערן, און זאראטוסטרא וועט ווידער א מענטש ווערן.
די גאנצע מעשה פון זאראטוסטרא איז טאקע זייער אינטערעסאנט, אבער איך פארשטיי נישט, ווי דו אליינס האסט שוין דערמאנט, האבן די נאציס זיך באנוצט מיט זיינע זאכן, און ער אליינס - ווי דו דערמאנסט - איז געווען א מענטש מיט גאר שרעקעדיגע מיינונגען און טעאריעס, און טאקע דערפאר האבן אזעלכע בעסטיעס ווי די נאציס זיך באנוצט דערמיט. אויב אזוי פארוואס פעלט אויס זיך אינגאנצן מטפל זיין מיט אזעלכע געשרייבעכצער.
אפשר שרייבט מען דא איבער דעם ניו טעסטאמענט אויף אידיש, און מען גייט דן זיין אין וואס, סעינט פיטער און סעינט פאול האבן געהאלטן, אין וואס דשאן, לוק און מארק דער עוואנגעליסט האבן געטראכט און גע'דרש'נט?
איך באשווער אייך, מיינע ברודער, בלייבט געטריי צו דער ערד, און גלויבט נישט די וואס רעדן צו אייך וועגן איבער-ערדישע האפענונגען. פארגיפטיגער זענען זיי, צו זיי ווייסען דאס צו נישט.
פיינטהאבער פון לעבן זענען זיי, אפשטארבענדע און זעלבסט-פארגיפטיגטע. דער ערד איז מיד פון זיי, לאזט זיי אוועק פארען!
אמאל איז זינדיגען אנטעגן גאט געווען די גרעסטע זינד, אבער גאט איז טויט, און דערמיט אויך די זינדיגער. היינט איז דער שרעקליכסטער זאך זינדיגען אנטקעגן דאס ערד, און האלטען דאס אומבאגרייפבאר העכער פון דער באדייט פון דער ערד.
וכל העם פתחו פיהם ואמרו ביחד בקול רם, זורתוסתרא המתנשא, גאה על כל שפל רוח ורם על כל מר נפש, הלא קדמוך מכבר החכם מכל האדם: הבל הבלים אמר קהלת, הכל הבל. ואין כל חדש תחת השמש.
איך וויל מסכם זיין אויף אידיש די עיקר נקודות וואס ווערען דא פארגעלייגט אין דער פרק, וויבאלד עס איז געשריבען זייער פאעטיש און פיל מיט רמזים, און מאנכע כאפן נישט וואס ער וויל דא.
ווי דערציילט אין די פריערדיגע פרקים, גייט זאראטוסטרא אראפ פון זיין התבודדות צו רעדן צו די מענטשען, אפילו נאך וואס דער אלטער האט עם פראבירט מייאש זיין דערפון זאגעדניג אז די מענטשען זענען פארשלאפען און ווילען נישט אז מען זאל זיי אויפוועקן. און סייווי איז דער מענטש צו פעלערהאפטיג אז מען זאל זיך צוטוהן מאכען מיט עם. זאראטוסטרא עקשנ'ט זיך אבער יא צו רעדן צו מענשטען, די עיקר סיבה פאר דעם זייענדיג אז ער האלט אז דער תחליף וואס דער אלטער האט פאר מענטשען, נעמליך גאט, אדער באופן כללי די הימלישע מושגים רעיונות און שאיפות, איז טויט. עס האט נישט קיין באדייט און קען נישט צושטעלן פאר דער מענטש וואס ער זוכט. אין דער איינזאמקייט זיינער אין דער וואלד האט ער אנערקענט עפעס וואס האט עם געגעבן צורך צוריק אראפוגיין צו די מענטשהייט. וויסענדיג אז נאר מיט'ן זיין א מענטש, קען ער פארוואנדעלט ווערן אין דאס וואס דער מענטש דארף, דהיינו דער אויבערמענטש. פראבירען זיין א מלאך אין וואלד איז אנטלאפען פון די מענשטהייט בכלל און פון די מענטשליכקייט זיינע בפרט, און ברענגט נישט א מענטש אין ערגעץ.
די ערשטער דרשה זיינע איז צו אן עולם פארזאמלעט אויפ'ן מארק צו פארוויילען. זיי זענען געקומען זעהן א מענטש גייט/טאנצט אויף א שטריק, און זיך אונטערהאלטען מיט דעם. דער שטריק טאנצער איז אליינס א מעטאפארע צו דאס וואס זאראטוסטרא רעדט פון. דער מענטש געפינט זיך אויף א שטריק (כל העולם כולו גשר צר מאד), צווישען גאט און חיה, צו מצליח זיין אריבערטאנצען אויף דער שטריק, דארף מען גיין אין א וועג אן קיין פחד און אן קיין מורא, נישט פון אויבן און נישט פון אונטען.
דער מעמד איז שוין אליינס א באווייז אויף די ווייטקייט פון וואס זאראטוסטרא האט צו פארקויפען ביז דארט ווי די רוב מענטשען שטייען. בשעת וואס זאראטוסטרא פראבירט צו רעדן מיט זיי וועגן די סאמע וויכטיגסטע ענינים פון לעבן, האבען זיי זיך פארזאמעלט פשוט אויף א שוואוליטאג. און ווען ער ענדיגט זיין דרשה מיינען זיי בכלל אז ער האט גערעדט פון דער שטריק- טאנצער און נישט פון דער אויבערמענטש וואס איז דער באדייט פון אלעס. דאס געשעהט אין דער נמשל אויך. וויפיל מאל מאכט זיך א מענטש א נביא אמת א צדיק אמת, וואס איז באמת מצליח צו גיין אויף דער שטריק וואס איז איבערגעצויגען דער תהום צווישען הימל און ערד, און עס קומט טאקע א גרויסער עולם צו זעהן און מיטהאלטהן. אבער רוב פון זיי קומען פשוט זעהן דער שאו. עס איז גאר אינטרעסאנט צו זעהן אזא מענטש. און עס פאלט קיינער נישט איין אז דאס מיינט עפעס פאר זיי.
אין זאראטוסטרא'ס ערשטער דרשה לייגט ער שוין פאר פון זיינע הויפט געדאנקען: דער מענטש איז א זאך וואס מען דארף איבערקומען. אבער נישט מיט'ן אנטלויפען צו'ם הימל, נאר מיט'ן זיין א מענטש צו'ם פילסטען, אן אויבערמענטש. דער מענטש אזויווי ער איז איז שמוציג און נאריש, און דער איינציגסטער זאך וואס ער וויל איז באקוועמליכקייט. א רחמנות'דיגע באקוועמליכייט. וואס האט נישט קיין שום באדייט. די אלע הויכע רעיונות ווי רעליגיע און געטליכקייט, דינען נישט דער מענטש עם אויפצוועגן פון זיין טיפן שלאף און עם אביסעלע דערהייבען, ענדערש נוצט דער מענטש גאט פאר נאך א קושען געשמאק צו מאכען זיין שלאף. קלוגשאפט איז ביי עם נאך א זאך צו זאמלען ווי עסן, און גוטסקייט איז עם נאך א קלאפ אויפ'ן פלייצע וואס לאזט עם ווייטער שלאפן רוהיג. דער מענטש דארף עפעס וואס זאל עם אויסלייזען פון זיין קליינקייט, אבער נישט עפעס א גאט פון הימל, נאר א מענטש אליינס. די מקווה אין וואס א מענטש קען זיך רייניגען ליגט נישט ערגעץ אין נהר דינור, נאר דער אויבערמענטש אליינס איז דער ים וואס קען אין זיך איינהאטלען די ריזיגע שמוציגע פלייץ וואס איז דער מענטש און עס איבערוואשען. (אני נהר המטהר מכל הכתמים).
ניטשה לייגט פאר אזא עוואלוציואנישער מהלך: פונקט ווי דער ווארעם האט זיך אנטוויקעלט צו זיין דער מאלפע, צו זיין א מענטש. פונקט אזוי האט מענטשהייט א סוף, דער מענטש מוז זיך אנטוויקעלען צו ווערן עפעס אנדערש: צו ווערן דער אויבערמענטש.
דער טויט פון גאט מיינט נישט אז מען קען אויפשטעלן א גרויסער מצבה פה נטמן האל ועמו כל הקדושים כל מעלה כל מטרה וכל שאיפה אנושית. נאר אדרבה, עס איז די איינציגסטע זאך וואס קען געבן פאר א מענשט צו דערקענען זיין מציאות, זיין גרויסקייט און זיין נידעריגקייט. און ארויסגיין אויף א וועג פראבירען אויספירען זיין זיין תכלית. דער געדאנק פון גאט, מיינענדיג מיט דעם בעיקר די קריסטליכע רעליגיע און די וועג ווי זי האט פארגעשטעלט גאט פאר די וועלט און וואס דאס מיינט פאר מענטשהייט, דינט נאר מעכב זיין דער מענטש פון גיין אין זיין איינציגער אמת'ע וועג וואס איז דא פאר עם, און ווייטער שלאפען רוהיג. רעליגיע איז אויפיאם פאר די מאסען, נישט נאר אין דער מארקסיקטישער באדייט, נאר אפילו אין דער רעליעגזער באדייט. עס לאזט נישט גער מענטש טראכטען מה חובתו בעולמו, און וואס איז גאט פאר עם באמת. עס איז נישטא אזא זאך וואס פאראלאזירט דער מענטש פון זיכען גאט אזויווי רעליגיע.
(די לעצטע שורות בין איך שוין אביסעל פארפארען פון ניטשה, אבער שוין).
אז גאט איז טויט, און מיט דעם האבען אלע זינד מער נישט קיין באדייט, מיינט דאס אז מיט דעם ווערט געבוירען א נייער זינד, די זינד פון אוועקמאכען די ערד, פון פראבירען טאנצען צו'ם הימל און זיך מתעלם זיין פון דער וועלט. פון פראבירען אוועקמאכען דער גוף און זיין נאר א נשמה. ווארום דער נפש וואס איז זיך מתעלם פון דער גוף, ער וויל דער גוף אפ'הרג'נען, ער וויל עם זעהן מאגער און דאר, דער נפש איז אליינס דאר און מאגער. פוסט און ליידיג. ער האט נישט גארנישט צו זיך א חוץ דער זלזול אין דער גוף, וואס איז דער מענטש, אדער לפחות א חלק פון דער מענטש . (חור קטן בגוף חור גדול בנשמה).
ביסט דאך אויך א קונסטלער, פילסט נישט דער דראנג? דאס איז די טבע פון די זאך. גזירה הוא מלפני ואין לך רשות להרהר אחריה..
ענוועיס, ניטשה האט געשריבען רוב אדער אלע פון די רעיונות זיינע אין אנדערע ספרים אויף פשוטע פראזע, עס איז אבער דא א ספעציעלע שיינקייט אין אזעלכע סארט דיבורים וואס איז גורם פאר די ליינער צו ברעכן קאפ און פראבירען צו פארשטיין וואס טוסט זיך דא, און נאך אלץ אוועקגיין מיט אזא פילינג אז ער האט נאכנישט דערגאנגען די גאנצע עומק פון די זאך. און עס איז באמת א כלי וואס קען ארויסברענגען געוויסע עמקים מער פון דאס שרייבען פשוט און גראד.
יישר כח @לעיקוואד פאר די געוואלדיגע ארבייט. די איבערטייטש זעהט אויס נאטירליך און ליינט זיך געשמאק. (אויסער די ווארט 'קאנטעמפט', ס'גריצלט אין די אויגן/אויערן.) איך פערזענליך האלט אז די פאעטישע שריפט לייגט צו צו די געשמאקייט פון די איידיעס און די משלים. ווען עס וואלט ווען געשריבן געווארן פשוט און גראד אן קיין משלים און באהאלטענע מעסעדזשיס וואלט עס געווען זייער boring.
איך האב איבערגעליינט דער פרק אפאר מאל זינט דו האסט עס געשריבן, פרובירנדיג ארויס צו נעמען וואס מער פון די ווערטער. אבער נאכן ליינען דיין פרשנות האב איך געזעהן אז איך האב אסאך פארזעהן.
אנדערש ווי דו האסט געשריבן אנהייב פון דיין פרשנות האב איך געמיינט אז די המון עם ווייסט ניטאמאל אז ס'דא אדער ס'געווען א גאט. אבער דיין וועג איז אזוי פיל שענער און שטימט אסאך בעסער. פארוואס האט זאראטוסטרא געהאט א הווה אמינא אז פארשטענדינישן וואס האבן אים גענומען צען יאר פון seclusion צו קענען קונה זיין און אנערקענען, וועט ער קענען אזוי גרינג פארקויפן פאר די פארגרעבטע המון עם? ער בעט זיך ביי זיי אז זיי זאלן 'וועלן' איינזעהן די תכלית פון די אויבער מענטש, די הנאה און ריוח וואס דאס וועט זיי ברענגן. אבער גיי לערן קצות מיט א גוי, זיי מיינען אז ער רעדט שפאניש. איז דען די אלטער מאן נישט גערעכט געווען?
בנוגע די טויט פון גאט האב איך אויך פארשטאנען אז ער נוצט עס אלץ א מיטל אויפצוטון. ער וויל שטעלן די מענטשהייט אין א מצב חירום with their backs to the wall. ס'נישט דא קיין גאט, ס'נישט דא קיין רוחניות, ס'נישט דא קיין מלאכים וכו'. ס'נאר דא דער וועלט, אדער 'די ערד' ווי ער רופט עס. יעצט נעמטס אייך אין די האנט אריין און ווייזט וואס איר קענט אויפטון, וואס פארע תכלית איז אייך געבליבן.
בעסטע ליניע: "נאך אלץ איז אין די מענטש דא מער מאלפעס ווי אין פילע מאלפעס".
[quote="לעיקוואד"]. זאראטוסטרא, דער נביא מתבודד אין וועמנ'ס מויל ניטשה לייגט אריין די גאנצע ספר, איז די נאמען פון דער פרסישער נביא זורואסטער, דער גרינדער פון דער זוראסטרישער רעליגיע (וואס איז אגב געווען דער דאמינאנטער רעליגיע אין בבל בזמן התלמוד, און פילע מאמרי חז"ל אדער תקנות פון יענער תקופה זענען אין דירעקטער התייחסות צו זייערע שיטות און מנהגים),/quote] קען איינער אפשר אויסשמועסן דעם פונקט, עס וואלט געווען מיין איך זייער אינטערעסאנט פארן עולם.
כ'בין נישט אזוי באהאווענט אין דעם, אבער כ'זע אז א גוגל סוירטש פאר zoroastrianism influence on judaism ברענגט המון מיט חומר. אויב דענק איך גוט האט זיך שוין אנגעהויבן די השפעה בזמן חורבן בית ראשון, און דערפאר זעט מען אז הערשט ביין בית שני הויבט מען אן זען ווי די אידישע רעליגיע און אידישע פאלק הויבט אן קריגן א סטרוקטור, נישט סתם א גרופע פון צוועלף שבטים וואס זענען אונטערטעניגט אונזער צוויי מאנארכיעס.
מאנכע זאגן אז די שטרענגע הלכות נדה, בפרט די ז' נקיים וואס איז, ווי די גמרא זאגט שוין, איינגעפירט געווארן דורכ'ן המון עם, איז באאיינפלוסט געווארן פון די זאראאסטרישע רעליגיע, וועלכע האבן געלייגט א שטארקער דגוש אויף טומאה וטהרה.
מאנכע זאגן אז די שטרענגע הלכות נדה, בפרט די ז' נקיים וואס איז, ווי די גמרא זאגט שוין, איינגעפירט געווארן דורכ'ן המון עם, איז באאיינפלוסט געווארן פון די זאראאסטרישע רעליגיע, וועלכע האבן געלייגט א שטארקער דגוש אויף טומאה וטהרה.
איי הלכות נדה וטומאה וטהרה שטייט אין די תורה שבכתב?...!