☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » רבי ברוך ממונקאטש

רבי ברוך ממונקאטש

260 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #442
בלאט: 1 2 3 4 5 6

היסטאריע » דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 8:46 pm

· #514599
וואס איז טאקע די סיבה אז ער האט נישט געוואלט ממשיך זיין די מונקאטשע רבי'סטעווע? און עפעס שטימט נישט ממש, ווייל למעשה האט ער אין זיין לעדערהעד זיך ווייטער גערופן אבד"ק מונקאטש
דאס איז וואס איך האב דא פריער געשריבען, אז ער האט יא געוואלט, נאר די חסידים האבען נישט געוואלט נאר אויב וכו'.

היסטאריע » דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 8:54 pm

· #514600
שמעון וואלף
היסטאריע
גם שמעתי, אז דער מונקאטשער האט קיינמאל נישט מצליח געווען אלץ א עונש פין רופען זיין טאטע אין ערכאות (בג"ץ). דער הלכה איז אז בעל יורש את אשתו, און ממילא האט ער גע'ירש'נט פארשידענע חפצים וכו' פין מנחת אלעזר ווען זיין ווייב פרומעט, איז ל"ע אוועק.
שמעתי פון וועמען, האסטי באגעגענט לעצטענס אליהו הנביא?
הכל תלוי במזל
פלוצלינג ווערט איר א אפיקורס, און איז תולה אין מזל.

איז לאמיר אייך מסביר זיין די געוואלדיג "מזל" פין מונקאטשער. ער איז געווארען א רבי אזוי ווי ער האט געהאט א טשענס, געבוירען איז ער פאר דער מלחמה, לערך ת"ש, מיינט אז ער איז היינט 82, שוין א רבי פאר זעכציג יאר. איך ווייסט נישט פונקטלעך ווען, אבער ערגעץ אין זיינע ערשטע יארען, האט ער איבערגענומען א ישיבה, וואס האט געהאט לערך צוויי הונדרעט בחורים. דער מונקאטשער אליין איז א ת"ח עצום, קען גוט לערנען, א למדן אין נגלה, און קען אלע ספרים פין זיין גזע אויסענווייניג, און בכלל קען ער ספרי חסידות גאר גוט. בקיצור, א מושלם אין תורה. ווי אויך איז ער נישט קיין ארימאן, ער האט ריל עסטיעט אין גרויסען. בכלל איז ער א געלונגענער וואס קען שרייבען, א קלוגער וואס פארשטייט א עסק.

און מיט דעם אלעם האט ער א פראכטפולער בית המדרש, אין הארץ פין בארא פארק.

און שבת האט ער ביי זיין מנין ווייניגער פין הונדרעט אידען. לעצטענס בין איך דארט געוועהן פרייטאג צו נאכטס, האט ער געהאט דרייסיג שטריימלעך.
און זיינע מוסדות זענען פוסט און ליידיג.

דא רעדט מען פין א היבשער בעל מזל לשיטתך. צו געלייבען אז דא ליגט נישט עפעס מער, מוז מען אויך זיין א היבשער אפיקורס.

שמעון וואלף » מיטוואך דעצעמבער 28, 2022 12:46 am

· #514603

כ'פארשטיי נישט ווי די זעהסט אפיקורסות דא. אונז זעמיר נישט אין הימל און מ'ווייסמיר נישט די חשבונות פארוואס איינער באקומט א געוויסע עונש. און דאס איז שוין לשיטת בעל השמיעה וואס האלט אז די סיבה פארוואס מונקאטש האט נישט מצליח געווען איז אלץ עונש. אבער ווער האט אים דערציילט אז דאס איז אן עונש, און טאמער יא פון וואנעט ווייסט ער אויף וועלכע עבירה?
איך האלט גראדע אז די סיבה פארוואס מונקאטש זעהט אויס וויאזוי ס'איז איז פשוט ווייל מ'האט נישט געטון די השתדלות וואס פעלט זיך אויס צו בויען א חסידות, והדברים ארוכים.

היסטאריע » מיטוואך דעצעמבער 28, 2022 10:55 am

· #514615
איך הער.

און פארוואס האט קיינער נישט געוואלט מאכן קיין השתדלות?

עס איז דא מער מענטשן וואס זענען גרייט צו זיין שאץ מאץ, ווי רעביס. פראביר אויס, ערקלערט זיך אלס רבי, און מען וועט קלאפן אויף דיין טיר צו זיין שאץ מאץ.

עס איז א געוויינלעכע וועג ווי אזוי מען רעדט ביי אונז, ווען איינער האט הצלחה, ווייזט מען אהן אויף דער הצלחה און אויף זיינע זכותים צו זיין טאטעס אדער זיידעס. און ווען איינער האט הצלחה אין דער ערד, ווייזט מען אהן אויף פארקערט.

מען מוז נישט הערן פין אליהו הנביא דאס צו קענען זאגן. פונקט ווי מען מעג זאגן אויך פארקערט, ווען איינער האט וואוילע קינדער צו אייניקלעך, ווייזט מען אהן אויף א דבר טוב וואס ער האט געטוהן.

און דער עיקר נקודה ווי דו פארפארסט, אז ווען מען זאגט אזא זאך, מיינט עס ארויס צו ברענגן, אז ער האט געטוהן א גרויסע עוולה.

משל למה הדבר דומה. איינער עסט ביי א שמחה, און דער זופ איז גאר געלונגען, זאגט ער, דער קעכער מוז האבן געגאנגען אין הארווארד, רופט זיך אהן שמעון וואלף, האסט געטשעקט זייערע רעקארדס?

שמעון וואלף » דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2022 1:13 am

· #514644
היסטאריע
איך הער.

און פארוואס האט קיינער נישט געוואלט מאכן קיין השתדלות?
אסאך האבן געוואלט אבער פוילקייט, גאווה און עקשנות האבן געשטערט.

היסטאריע » פרייטאג דעצעמבער 30, 2022 8:04 am

· #514709
שמעון וואלף
היסטאריע
איך הער.

און פארוואס האט קיינער נישט געוואלט מאכן קיין השתדלות?
אסאך האבן געוואלט אבער פוילקייט, גאווה און עקשנות האבן געשטערט.
כאילו אנדערע רעביס זענען נישט גאוונים עקשנים און פויל.

אינטערסאנטער » פרייטאג דעצעמבער 30, 2022 2:22 pm

· #514724
שמעון וואלף
היסטאריע
שמעון וואלף
היסטאריע
גם שמעתי, אז דער מונקאטשער האט קיינמאל נישט מצליח געווען אלץ א עונש פין רופען זיין טאטע אין ערכאות (בג"ץ). דער הלכה איז אז בעל יורש את אשתו, און ממילא האט ער גע'ירש'נט פארשידענע חפצים וכו' פין מנחת אלעזר ווען זיין ווייב פרומעט, איז ל"ע אוועק.
שמעתי פון וועמען, האסטי באגעגענט לעצטענס אליהו הנביא?
הכל תלוי במזל
פלוצלינג ווערט איר א אפיקורס, און איז תולה אין מזל.

איז לאמיר אייך מסביר זיין די געוואלדיג "מזל" פין מונקאטשער. ער איז געווארען א רבי אזוי ווי ער האט געהאט א טשענס, געבוירען איז ער פאר דער מלחמה, לערך ת"ש, מיינט אז ער איז היינט 82, שוין א רבי פאר זעכציג יאר. איך ווייסט נישט פונקטלעך ווען, אבער ערגעץ אין זיינע ערשטע יארען, האט ער איבערגענומען א ישיבה, וואס האט געהאט לערך צוויי הונדרעט בחורים. דער מונקאטשער אליין איז א ת"ח עצום, קען גוט לערנען, א למדן אין נגלה, און קען אלע ספרים פין זיין גזע אויסענווייניג, און בכלל קען ער ספרי חסידות גאר גוט. בקיצור, א מושלם אין תורה. ווי אויך איז ער נישט קיין ארימאן, ער האט ריל עסטיעט אין גרויסען. בכלל איז ער א געלונגענער וואס קען שרייבען, א קלוגער וואס פארשטייט א עסק.

און מיט דעם אלעם האט ער א פראכטפולער בית המדרש, אין הארץ פין בארא פארק.

און שבת האט ער ביי זיין מנין ווייניגער פין הונדרעט אידען. לעצטענס בין איך דארט געוועהן פרייטאג צו נאכטס, האט ער געהאט דרייסיג שטריימלעך.
און זיינע מוסדות זענען פוסט און ליידיג.

דא רעדט מען פין א היבשער בעל מזל לשיטתך. צו געלייבען אז דא ליגט נישט עפעס מער, מוז מען אויך זיין א היבשער אפיקורס.
כ'פארשטיי נישט ווי די זעהסט אפיקורסות דא. אונז זעמיר נישט אין הימל און מ'ווייסמיר נישט די חשבונות פארוואס איינער באקומט א געוויסע עונש. און דאס איז שוין לשיטת בעל השמיעה וואס האלט אז די סיבה פארוואס מונקאטש האט נישט מצליח געווען איז אלץ עונש. אבער ווער האט אים דערציילט אז דאס איז אן עונש, און טאמער יא פון וואנעט ווייסט ער אויף וועלכע עבירה?
איך האלט גראדע אז די סיבה פארוואס מונקאטש זעהט אויס וויאזוי ס'איז איז פשוט ווייל מ'האט נישט געטון די השתדלות וואס פעלט זיך אויס צו בויען א חסידות, והדברים ארוכים.
די השתדלות וואס מען האט נישט געטוהן קען אויך זיין אז פון הימל האט מען אזוי געפירט צוליב הימלישע חשבונות.

אבער מיר זענען נישט אין הימל, און זיין ברודער דער דינוב'ער וואס איז אויך זייער א געלונגענער (הגם נישט ווי דער ברודער) האט אויך נישט צופיל שטריימלעך ביים טיש. פונדעסטוועגן זענען ביידע פיינע וואוילע ערליכע אידן, און האבן א שיינע קרעמל מיט חסידים.

אינטערסאנטער » פרייטאג דעצעמבער 30, 2022 2:34 pm

· #514725
היסטאריע
דער מונקאטשער האט אים גערופען אין ערכאות ווייל לויט דער גוישער הלכה ירש'נען די קינדער און דער מאן שוה בשוה.
דער מונקאטשער האט טאקע דעמאלטס באקומען דער ירושה.
דאס האט זייער געבאדערט ר' ברוך, און האט קיינמאל נישט מוחל געווען דער מונקאטשער אויף דעם.

צווישן אונז גערעדט, איז דער מונקאטשער לכאורה א געהעריגע גנב, נאר וויבאלד ר' ברוך איז נישט געוועהן משלנו, איז עס געוועהן אקעי.
יעדע מעשה האט צוויי צדדים, איך האב אמאל געהערט פון מונקאטשע תלמידים, אז ר' ברוכ'ל האט פארקויפט טייערע היסטארישע חפצים און עס איז אנגעקומען אין הענט וואס וואלטן דאס נישט געהעריג אפגעהיטן, ממילא האט ער געהאלטן אז על פי תורה מעג ער דאס ראטעווען.

איך קען נישט די פרטים בכלל, איך האב נאר געהערט עפעס האלבע ווערטער דערוועגן. אז דער מונקאטשער האט געהאט עפעס א טענה דא אויך על פי תורה. צו גערעכט צו נישט ווייס איך נישט.

היסטאריע » פרייטאג דעצעמבער 30, 2022 3:14 pm

· #514727
ווען ער האט א טענה על פי תורה, רופט ער אים אין דין תורה. אלא מאי וכו'

שמעון וואלף » זונטאג יאנואר 1, 2023 2:53 am

· #514748
היסטאריע
ווען ער האט א טענה על פי תורה, רופט ער אים אין דין תורה. אלא מאי וכו'
אלא מאי, גארנישט.
איך האב נישט קיין אנונג וואס די טענות זענען געווען אבער אזויפיל ווייס איך יא אז יד התובע על התחתונה. טאמער האט ער געהאט א טענה על פי תורה מיינט נאכנישט אז ער וואלט געקענט געווינען א די"ת אז די טאטע זאל עס אים דארפן גיבן. האט ער עס ארויס געכאפט עפ"י ערכאות אוו יעצט זאל די טאטע אין ריפן צו די"ת ווי ער וועט זיין די נתבע.
בלאט: 1 2 3 4 5 6