רבי ברוך ממונקאטש
260 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #442
דעת תורה
אגב, האט ער דוקא נישט געגליכן קיין הינטל, און אוודאי נישט געהאט. נאר אז מען פארזינדיגט זיך פאר די מונקאטשער חסידים...
צו ער האט עס געגליכן קען איך דיר נישט זאגן, אבער געהאט איינס האט ער יא. איך ווייס דאס קלאר פון כמה מענטשן וועלכע האבן אים דאן געקענט און האבן עס געזעהן ביי אים. ולא עוד, נאר איך האב געהערט פון עטליכע אידן וועלכע זענען געווען ביי אים אין שטוב אין די עלטערע יארן (מעטנשן וועלכע האבן געהאלטן פון אים) אז אין זיין ספרים שטוב איז געהאנגען פראמינענט א גרויסער בילד פון דעם הונטל...
הדד בן בדדדעת תורה

ציא עהר האט געהאט א הינטעל אין בראזיל ווייס איך נישט . אבער דאס אז אין זיין שטוב אין פתח-תקוה האט געהאנגען איין בילד פין הינטעל . 🙄 איז שקר וכזב .יסכרו פי כותבי שקר .
אין בייא מיר איז זיכער אז דער מונקאטשער רבי פין בארא-פארק טראכט אסאך אריין ציא עהר האט גוט געטאן מיט דעם רופען זיך מונקאטשער רב בחיי אביו .דער עבירשטער זאל העלפין עהר זאל זיין געזונט . חכמים הזהרו בדבריכם '''''''' אל תדין את חבירך עד שתגיע למקומו ''''''''''''''''''' ס'איז שוועהר ציא נעמען א פאליש יונגעל פין ווארשא . אין אריין זעצען אין מונקאטש[מונקץ]
איין אנדערע קולטור איין אנדערע רעליגי' איין אנדערע מהות . עהר האט געהאט איין אנדערען טראכטען גאנג . א רבי האט בייא איהם געמיינט עפעס אנדערש . פרומקייט האט געהאט איין אנדערען אפטייטש . חסידות האט געמיינט עפעס אנדערשט .אין מצוות ישוב ארץ-ישראל האט פארנומען בייא איהם איין ארט אזוי וויא זיינע קאזענ'ס פין בית קאזניץ-גראדזשיסק -סטאלין .
יש הרבה מה לדבר בזה
@ישבה בדד, מיר וואלטן טאקע געוואלט הערן מער איבער אים. ליידער זיינע באשמוצער האבן געמאכט אסאך גערודער, בשעת ווען ער אליינס איז געזעצן שטיל אין זיין שטוב אין פתח תקווה. ביטע זייט מאריך מער, בעיקר טאקע איבער די נקודות וואס איר האט אנגערירט אין אייער לעצטע תגובה.
גיי רעדט צום דינוב'ער, ער פארציילט שיינע זאכן אויף זיין טאטע.
שרייבערדאס אז ער האט געזאגט פארקערט ווי בעלז האט אים זיכער נישט אראפגעברענגט, איך מיין וואס איז געווען די רילעישאן פון מונקאטש מיט בעלז?
ווען ער בלייבט אין וומסב"ג וואלט ער אויסגעקוקט ווי קלז"ב, קיינער האט נישט געקענט איינפאקן סאטמאר ווייל קיינער האט נישט געהאט אזעלכע טעראריסטן ווי זיי
אינטערסאנט אז אזא סאטמארער שוואנץ ווי דיר זאל אויך אפקויפען די נערעטיוו אז דער קלויזענבארגער רב'ס אויסגעשפילטקייט האט געהאט ציטאן מיט די סאטמארע טעראר.
טרעף מיר איין נאמען פון די צענדליגער וואס האבן בשעתו איבערגעלאזט קלויזענבארג קיין סאטמאר וואס האבן דאס געטאן אלץ א תוצאה פון טעראר.
פונקט פארקערט די טערער האט נאכגעפאלגט די אויסגעשפילטקייט כידוע ליודעים.
נאר דאס איז אמאל ברור אז ר"ב וואלט געהאט זערא שאנס צי סוקסידען און וויליאמסבורג בשעת דארט איז געווען א סאטמארער רב, און ס'לזאט זיך דיבעיטען אפילו אן א סאטמארער רב דארט.
הדד בן בדדשמואל, איך ווייס נישט ווער יא, אבער די דעעש'ער פנים'ער קען איך גוט. דער איז כמעט זיכער נישט איינער פון זיי
דאס איז ר' יעקב מיילעך פאנעט דער דעעש'ער רבי וואס איז אוועק ביים קריג.
בעריששרייבערדאס אז ער האט געזאגט פארקערט ווי בעלז האט אים זיכער נישט אראפגעברענגט, איך מיין וואס איז געווען די רילעישאן פון מונקאטש מיט בעלז?
ווען ער בלייבט אין וומסב"ג וואלט ער אויסגעקוקט ווי קלז"ב, קיינער האט נישט געקענט איינפאקן סאטמאר ווייל קיינער האט נישט געהאט אזעלכע טעראריסטן ווי זיי
אינטערסאנט אז אזא סאטמארער שוואנץ ווי דיר זאל אויך אפקויפען די נערעטיוו אז דער קלויזענבארגער רב'ס אויסגעשפילטקייט האט געהאט ציטאן מיט די סאטמארע טעראר.
טרעף מיר איין נאמען פון די צענדליגער וואס האבן בשעתו איבערגעלאזט קלויזענבארג קיין סאטמאר וואס האבן דאס געטאן אלץ א תוצאה פון טעראר.
פונקט פארקערט די טערער האט נאכגעפאלגט די אויסגעשפילטקייט כידוע ליודעים.
נאר דאס איז אמאל ברור אז ר"ב וואלט געהאט זערא שאנס צי סוקסידען און וויליאמסבורג בשעת דארט איז געווען א סאטמארער רב, און ס'לזאט זיך דיבעיטען אפילו אן א סאטמארער רב דארט.
דאס איז קאהר אז דער קלויזנבורגער רב האט נאך דיא מלחמה צוזאמען גענומען דיא רעשטלעך פין אלע קרייזען אין אריין געבלאזען אין זייא א רוח החיים .אין אפילו דער בעלזער רב ז''ל אין ארץ ישראל האט דאס דערמאנט כמה פעמים .אין אלע קרייזען מיינט סאטמאר באבאב קאסאן אין נאך .אבערלענדער יודען .אין זייא האבען זעך געווייקט בייא זיינע טישען אין בייא זיינע לאנגע דאווענען'ס אין דרשות יעדער לפי ערכו .אין עהר האט געמיינט אז עהר האט זייא קונה געווען ומקדש געווען אין זייא זענען זיינע . אבער מיט דיא צייט ווען דער עולם האט אהן געפאנגען ארויס צוא קומען קיין אמעריקא .איז יעדער צוריק געגאנגען איש על מחנהו ואיש על דגלו דער באבאווער קיין באבאב [אין דער קלזנ''ב רב האט דאס זייער ווייא געטון אין געלאזט פאלען ווערטער אויף דעם באבאווער רב פערזענליך אין דיא מענטשען האבען אויפגעהערט ציא קומען אינגאנצען ]דער סאטמערער איז געגאנגען צוריק אהיים קיין סאטמאר . למשל ר' אהרן ט''ב ר' יודעל ראזענבערג דיא קארפען ברידער . דיא קאסאנער חסידים האבען זעך גרופירט ארום דעם סאלקער רב .אין ליידער האט דער קלזנ''ב רב נישט פארשטאנען פונקטליך וויא ציא באהאנדלען דעם פראבלעם [איידעל גערעדט]
לגבי דער מונקאטשער רב הרב הצדיק[יא] עהר וואלט נישט מצליח געווען אין וומסב''ג עהר איז געווען פין איין אנדער טייג געקנעטען אין עהר וואלט נישט דעלוויערט פאר זיינע חסידים דיא סחורה וואס זייא וואלטען געווען פארלאנגט .
עהר איז געווען זייער איין עהרליכער ערנסטער מענטש .עהר וואלט נישט געווען קיין גוטער רבי פאר דעם וומסב''ג עולם . ס'איז א שאט מיר האבען פארלוירען אין נישט געהאט דיא זכי' נהנה ציא זיין פין איהם . אין עהר אויך האט סוכ''ס נישט געשטיגען . כידוע כלל ישראל גיט א כח בנר''ן ח''י פין זייער מנהיג . חבל חבל . אבער כידוע באורך הדורות האבען מיר פארלוירען אסאך ווערטפולע גדולים וקדושים .
לגבי דעם טעראר פין סאטמאר וויל איך נישט אריין גיין סעפציעל ערב דיא יומא דהילולא רבתי
אבער איין זאך יא זייא האבען געוואסט וויא ציא שפילען אויף דעם קלזנ''ב רב שוואכקייטען והשם הטוב יכפר
הר"ר ברוכ'ל זצ"ל בהדלקת נר חנוכה תשל"ב
ליל אליל בליל גוואו! מראדיג קלאר! ליל ב ארבעט נישט די לינק.
פאראכטען.
די תורה איז מורא'דיג, ולהעיר ווי ער זאגט פליסיג איבער גאנצע לשונות ווארט ביי ווארט.
לעיקוואד, אזויפיל קענסטו נאך טוהן און געבן קרעדיט פון וואו דו האסט עס געגנבע'ט
שלום עליכם ראביי.
ChiefRabbiלעיקוואד, אזויפיל קענסטו נאך טוהן און געבן קרעדיט פון וואו דו האסט עס געגנבע'ט
זאג דו פון ווי?
א עלטערע איד פארציילט מיר היינט אז ביי מונקאטשער רבין'ס חתונה ווי מען האט נישט צוגעלאזט ר' ברוך טאנצען (ועוד כל מיני דברים שציערו אותו) האט ער זיך אינטערגעברימט 'כרחם אב על בנים' מיט די הארץ-ווייעדיגע תנועה וואס מען הערט דא און דאס האט אופעשוידערט די אנווענזענדע. אבער יענער איז אדורך א סטרוק ל'ע און די זכרון דינט עם נישט אינגאנצען.
שמואל הלויווער זיצט צווישן אדמו"ר מסאטמאר זי"ע און ר' ברוכ'ל?
האדמור ר' יעקב אלימלך פאנט מדעש הי"ד
סאו וואטאיך האב לעצטענס געהערט פון א מונקאטשער חסיד הרב ... שליט"א פון ב"פ אז רבי ברוך האט געהאט עטליכע מיסטעיקס
הראשון און פעסט, ווען רבי מאטילי בילגורייער האט געהאלטן זיין באקאנטע באמבאסטישע דרשה וואס דארף אן אריכות פאר זיך פאר'ן פעסטער יודונטום אז מ'זאל נישט אנטלויפען פון פעסט,
האט רבי ברוכ'ל געהאלטן דער נעקסטע וואך א דרשה שבת, ואמר בהאי לישנא, אונגארישע יודען מיינט נישט היטלער וועט ענק לאזען ביים לעבען, ובתו"ד געהייסן אנטלויפען, ווי ער אליינס האט שוין געשפירט פון פריער אויף דער אייגענע הויט,
און וויבאלד פעסט איז שוין דעמאלס געוועהן אביסעל בעלזי'ש, האט עס גיהייבן פאר א חטא
קיינמאל נישט געהערט פון אזא סארט דרשה, אדרבה כפי ששמעתי האבען די צוויי ברידערס פארפירט אז מען זאל יא אנטלויפען
לדעתי סתם א שנאהדיגער שקר פון א פארביטערטע מונקאטשער חסיד
אגב אין בעלז זאגט מען אז ביידע האבען געשאלטען, סיי דער הייליגער מנחת אלזער און סיי דער הייליגער בעלזער רב מהרי"ד
דער בעלזער רב האט געשאלטען אז מונקאטש זאל זיך אויפהערען צי בויען, והתקיים
דער מונקאטשער רב האט געשאלטען אז בעלזא זאל זיך נישט אויפהרעען בויען, והתקיים
די בעזלע האלטען עד היום אז ר' ברכול איז געווען א בעלזע קפידה, און זיי ריפען עם "חלומער רב" ע"ש וואס ער האט געווינט אין חולון,
טשעק יור פעקט'ס, טיטאניק. די זאכן זענען נישט קיין סוד.
שרייבנדיג כאפ איך יעצט וואס איך אויך'ס טענה איז געווען נעכטן אינעם אדמו"רים בימי הזעם אשכול, היתכן סאטמאר רב האט נישט מחזק געווען דעם עולם און בארואיגט אז אלעס וועט זיין גוט און מען ברויך גארנישט טון בעת ווען די באן האט געריכטעט אירע טריט קיין אוישוויץ, און אנשטאט פרובירט צו ראטעווען דעם באן און מעורר זיין דעם ציבור. נעכטן האב איך נישט געקענט כאפן זיין טענה.
היינט פארשטיי איך עס. כידוע האלטן די בעלזע און האבן עס אפן געזאגט ביי די בחירות פרשה אז קיינער - אריין גערעכנט סאטמאר רב - האט נישט קיין רעכט צו זאגן - און טון - אנדערש ווי דער בעלזער רב טוט. סעים גאוס העיר, היתכן סאטמאר רב האט געטון אנדערש וד"ל ודו"ק.
[כמובן האט דער ענין גארנישט צו טוהן מיט מדריגות אדער גדלות, עס איז א מפורש'ע גמ' כד רגיז רעיא על ענא עביד לנגדא סמותא, ווען דער אייבישטער וויל דוקא ברענגען פורעניות, ווען עס איז א גזירה מן השמים נעמט מען אוועק פונעם צדיק ער זאל נישט קענען זעהן וואס טוט זיך און עס מבטל זיין. א צדיק ווייסט אויך נאר וואס מען וויל אים ווייזן פון הימל].
טיטאניק
קיינמאל נישט געהערט פון אזא סארט דרשה, אדרבה כפי ששמעתי האבען די צוויי פרידערס פארפירט אז מען זאל יא אנטלויפען
לדעתי סתם א שנאהדיגער שקר פון א פארביטערטע מונקאטשער חסיד
<a class="postlink" href="http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%99%D7%A6%D7%99%D7%90%D7%AA_%D7%94%D7%90%D7%93%D7%9E%D7%95%22%D7%A8_%D7%9E%D7%91%D7%A2%D7%9C%D7%96_%D7%9E%D7%94%D7%95%D7%A0%D7%92%D7%A8%D7%99%D7%94">http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%99%D7% ... 7%99%D7%94</a>
איך האב הערשט געענדיגט ליינען די ביכל פון פעסקע פרידמאן, איך האב עס געליינט מיט איין אטעם, א הערליכע ביכל וואס חוץ פון די אויטענטישקייט און שיינע סטיל פון שרייבן באקומט מען א נייע בליק אויף דעם נפש נקי וצדיק רבי ברוך'ל,
א פארצערטעלט פויליש קינד וואס איז אויפגעצויגן געווארן אין א ווארימע ליבליכע הויז ווי עס איז געווען א בעל בתיש'ע מלכות'דיגע געפירעכץ און אסטעטישע לעבנסשטייגער, מען האט אים פארקנס'ט צו די טאכטער פון מונקאטש'ע רב א פיינע מיידל אבער א שוואכלינג און א פארצערטלטע בת יחידה, ער איז אריין אין א שטוב ווי אלעס איז געווען פאר אים ווילד פרעמד, די פאנאטישקייט ווילדקייט קנאות און פרימיטיווקייט, די אלע זאכן האבן אים נעבעך אויפגעגעסן, און צו דעם איז נעבעך ארויפגעפאלן אויף אים א אחריות פאר טויזענטער חסידים ווען אין זיין נשמה איז ער געווען א פארצערלט קינד און נישט געהאט די כלים צו פארנעמען די עול און די ווייטאג פונעם ציבור, און די זעלבע תקופה ווערט זיין רעביצין קראנק און ער דארף דינען ווי א טאטע און מאמע אין שטוב.
די אלע זאכן לאזן א שווערע אפעקט אויף זיין פוטער ווייכע הארץ און זיין איידעלע נפש און קומט אהן קיין ארץ ישראל צובראכן און צוקלאפט, און פרובירט זיך אויפצובויען פון פריש דאן קפץ עליו רוגזו של הקנאים הארורים ימח שמם וזכרם און זיי פארשמירען זיין נאמען אטאקירן אים און רודפ'ן אים עד חורמה ועד בכלל, מען נעמט אים אוועק די קינדער מען מאכט זיין לעבן א גיהנום....
און עד היום פיטערט מען אונז מיט שטותים איבער די מונקאטשע רב'ס איידעם וואס איז נחמץ געווארן, אלזא זאל קלאהר ווערן איינמאל פאר אלעמאהל ער איז נישט נחמץ געווארן קיינמאל! ער איז געווען א ירא ושלם עד יומו האחרון ער איז נאר געפאלן א קורבן צו די רשעים ארורים די קנאים וואס לעבן פון אידיש בלוט [עיין ערך מעכיל לעבאוויטש]
א טשיקאווע מעשה וואס איך האב געהערט פון א קראנטע מקור
נאך זיין שבע ברכות איז ער אמאל געזיצען ביי זיין שווער אין שטוב אויף א וועטשערע צוזאמען מיט זיין ווייב אויף איין טיש איז צוגעקומען זיין שוויגער און אים אויפגעמערקט אז ביי זיי פירט מען זיך נישט צו עסן מיט די ווייב ביי איים טיש און דערביי געזאגט "דיין שווער האט קיינמאהל נישט געגעסן מיט מיר ביי איין טיש"
רבי ברוך'ל האט מיט א זיסקייט געענטפער שוויגער טייערער איך וואלט אויך נישט געגעסן מיט אייך ביי איין טיש!
דער עיקר איז השם ינקום דם עבדיו השפוך!
איש עבריאיך האב הערשט געענדיגט ליינען די ביכל פון פעסקע פרידמאן, איך האב עס געליינט מיט איין אטעם, א הערליכע ביכל וואס חוץ פון די אויטענטישקייט און שיינע סטיל פון שרייבן באקומט מען א נייע בליק אויף דעם נפש נקי וצדיק רבי ברוך'ל,
א פארצערטעלט פויליש קינד וואס איז אויפגעצויגן געווארן אין א ווארימע ליבליכע הויז ווי עס איז געווען א בעל בתיש'ע מלכות'דיגע געפירעכץ און אסטעטישע לעבנסשטייגער, מען האט אים פארקנס'ט צו די טאכטער פון מונקאטש'ע רב א פיינע מיידל אבער א שוואכלינג און א פארצערטלטע בת יחידה, ער איז אריין אין א שטוב ווי אלעס איז געווען פאר אים ווילד פרעמד, די פאנאטישקייט ווילדקייט קנאות און פרימיטיווקייט, די אלע זאכן האבן אים נעבעך אויפגעגעסן, און צו דעם איז נעבעך ארויפגעפאלן אויף אים א אחריות פאר טויזענטער חסידים ווען אין זיין נשמה איז ער געווען א פארצערלט קינד און נישט געהאט די כלים צו פארנעמען די עול און די ווייטאג פונעם ציבור, און די זעלבע תקופה ווערט זיין רעביצין קראנק און ער דארף דינען ווי א טאטע און מאמע אין שטוב.
די אלע זאכן לאזן א שווערע אפעקט אויף זיין פוטער ווייכע הארץ און זיין איידעלע נפש און קומט אהן קיין ארץ ישראל צובראכן און צוקלאפט, און פרובירט זיך אויפצובויען פון פריש דאן קפץ עליו רוגזו של הקנאים הארורים ימח שמם וזכרם און זיי פארשמירען זיין נאמען אטאקירן אים און רודפ'ן אים עד חורמה ועד בכלל, מען נעמט אים אוועק די קינדער מען מאכט זיין לעבן א גיהנום....
און עד היום פיטערט מען אונז מיט שטותים איבער די מונקאטשע רב'ס איידעם וואס איז נחמץ געווארן, אלזא זאל קלאהר ווערן איינמאל פאר אלעמאהל ער איז נישט נחמץ געווארן קיינמאל! ער איז געווען א ירא ושלם עד יומו האחרון ער איז נאר געפאלן א קורבן צו די רשעים ארורים די קנאים וואס לעבן פון אידיש בלוט [עיין ערך מעכיל לעבאוויטש]
א טשיקאווע מעשה וואס איך האב געהערט פון א קראנטע מקור
נאך זיין שבע ברכות איז ער אמאל געזיצען ביי זיין שווער אין שטוב אויף א וועטשערע צוזאמען מיט זיין ווייב אויף איין טיש איז צוגעקומען זיין שוויגער און אים אויפגעמערקט אז ביי זיי פירט מען זיך נישט צו עסן מיט די ווייב ביי איים טיש און דערביי געזאגט "דיין שווער האט קיינמאהל נישט געגעסן מיט מיר ביי איין טיש"
רבי ברוך'ל האט מיט א זיסקייט געענטפער שוויגער טייערער איך וואלט אויך נישט געגעסן מיט אייך ביי איין טיש!
דער עיקר איז השם ינקום דם עבדיו השפוך!
זייזשע מוחל און מיש נישט קיין וויין מיט שאקאלאד מילעך
מעכל לעבאוויטש איז איין מעשה און ר' ברוכ'ל איז א צווייטער מעשה
ווארף נישט אריין אלע נרדפים אין איין גרויסע זאק ווייל למעשה ווערט ביבי אויך גע'רודפ'ט פון דער גערער רבי און ישראל אייכלער פון יאיר לפיד, מאך נישט א טשאלענט פליז
ווען נישט די איינע ווארט וואלט איך דיר געגעבען א גרויסער לייק פאר די תגובה
איך האב אינגאנצן נישט געמיינט צו פארגלייכן, מעכיל לעבאוויטש איז נישט הרה"צ רבי ברוך'ל
איך מיין נאר דאס אז ווען מען נעמט זיך צו א מענטש מיט'ן אויסרייד פון פרומקייט דאן האט די רשעות נישט קיין שיעור, מען מעג אוועקנעמען זיינע קינדער יורד זיין לחייו אהן קיין שום גבול ווייל מען ארבעט דאך פאר כביכול ומי יאמר לו מה תעשה, ביי דעם ענדיגט זיך די צושטעל, אויב די ביזט נישט מסכים זיי מיר מסביר פארוואס
איש עבריאיך האב אינגאנצן נישט געמיינט צו פארגלייכן, מעכיל לעבאוויטש איז נישט הרה"צ רבי ברוך'ל
איך מיין נאר דאס אז ווען מען נעמט זיך צו א מענטש מיט'ן אויסרייד פון פרומקייט דאן האט די רשעות נישט קיין שיעור, מען מעג אוועקנעמען זיינע קינדער יורד זיין לחייו אהן קיין שום גבול ווייל מען ארבעט דאך פאר כביכול ומי יאמר לו מה תעשה, ביי דעם ענדיגט זיך די צושטעל, אויב די ביזט נישט מסכים זיי מיר מסביר פארוואס
מיר איז נאר א ווינדער וואס איז די יחס פון דער מונקאטשער רבי צי זיין טאטע? האט געהאט שייכות מיט עם בכלל?
איך האב געהערט אז ער האט אים זייער וויי געטוהן אין די יונגע יאהר'ן זייענדיג אונטער די איינפלוס פון די אלטע מונקאטשע חסידים, און שפעטער האט ער חרטה געהאט און אים געוואלט איבערבעטן אבער רבי ברוך'ל האט אים נעבעך נישט געוואלט מוחל זיין, און דוכט זיך אז ער האט אפילו געלאזט צוואה עפעס אז ער זאל נישט זאגן קיין קדיש נאך אים,
אייך בין נישט אינגאנצן זיכער איך זאג נאר נאך וואס ליגט מיר אין קאפ פון די קופקעס אין ביהמ"ד.
נאך א שיינע זאך וואס איך האב געהערט פון א כלי ראשון, א איד האט זיך געוואלט געפעלן פאר רבי ברוך און אים קאמפלימענטירט "אייער שווער איז געווען אזא פאנאטיקער און איר זענט א אויפגעקלערטער" און רבי ברוך איז זייער געטראפן געווארן און געענטפער חס ושלום אזוי צו זאגן אויף מיין שווער און איך בין חס ושלום נישט קיין אויפגעקלערטער.
אלזא טיטאניק נאך מיין פארענטפערונג באקום איך נאך אלץ נישט קיין לייק?
איש עבריאיך האב געהערט אז ער האט אים זייער וויי געטוהן אין די יונגע יאהר'ן זייענדיג אונטער די איינפלוס פון די אלטע מונקאטשע חסידים, און שפעטער האט ער חרטה געהאט און אים געוואלט איבערבעטן אבער רבי ברוך'ל האט אים נעבעך נישט געוואלט מוחל זיין, און דוכט זיך אז ער האט אפילו געלאזט צוואה עפעס אז ער זאל נישט זאגן קיין קדיש נאך אים,
אייך בין נישט אינגאנצן זיכער איך זאג נאר נאך וואס ליגט מיר אין קאפ פון די קופקעס אין ביהמ"ד.
נאך א שיינע זאך וואס איך האב געהערט פון א כלי ראשון, א איד האט זיך געוואלט געפעלן פאר רבי ברוך און אים קאמפלימענטירט "אייער שווער איז געווען אזא פאנאטיקער און איר זענט א אויפגעקלערטער" און רבי ברוך איז זייער געטראפן געווארן און געענטפער חס ושלום אזוי צו זאגן אויף מיין שווער און איך בין חס ושלום נישט קיין אויפגעקלערטער.
זיי מברר די קופקע שמיסערייען
נייגעריג 🙄
אדרבא ווער ס'ווייסט זאל זיך מעלדן איך בין אויך נייגעריג
ביי מיין קופקע האט מען אמאל געשמועס אז די לשון הצוואה איז 'כגודל החטא כך גודל העונש' (עפעס אזוי) און ער רעכנט אויס יעדע קינד לויט זיין דרגה.
איך אויךביי מיין קופקע האט מען אמאל געשמועס אז די לשון הצוואה איז 'כגודל החטא כך גודל העונש' (עפעס אזוי) און ער רעכנט אויס יעדע קינד לויט זיין דרגה.
איך האב געהערט אז דער דינוב'ער רבי שליט"א -וואס כידוע האט יא מקיים געווען דעם מכבדו בחיים ומכבדו במותו ווי ווייט מעגליך- איז געפארן זיצן שבעה קיין ארץ ישראל און זעענדיג אז די אנדערע משפחה צייגט די צוואה פאר יעדן איינעם, האט ער עס מבער געווען משום כבודו פון אחיו הגדול מונקאטש'ער רב שליט"א
הדד בן בדדדעת תורה
אגב, האט ער דוקא נישט געגליכן קיין הינטל, און אוודאי נישט געהאט. נאר אז מען פארזינדיגט זיך פאר די מונקאטשער חסידים...
צו ער האט עס געגליכן קען איך דיר נישט זאגן, אבער געהאט איינס האט ער יא. איך ווייס דאס קלאר פון כמה מענטשן וועלכע האבן אים דאן געקענט און האבן עס געזעהן ביי אים. ולא עוד, נאר איך האב געהערט פון עטליכע אידן וועלכע זענען געווען ביי אים אין שטוב אין די עלטערע יארן (מעטנשן וועלכע האבן געהאלטן פון אים) אז אין זיין ספרים שטוב איז געהאנגען פראמינענט א גרויסער בילד פון דעם הונטל...
שרייב כאטשיק אז די מאכסט בלויז א ווערטעל
דער אמת איז אז דער מלחמה האט אים געטוישט ווען ער וויל וואלט ער געקענט זיין א רבי. ער האט נישט געוואלט נאך געבען דער פארלאנגען פין זיינע חסידים.
פארוואס ליינט מען נישט אלע בלעטער ביז אהער? די אלע זאכן ווי צוואה, און יא נחמץ געווארן אדער נישט , מונקאטשער רבי שליטא , דא אלעס איז שוין אויס געשמועסט געווארן.
ליינט און האט הנאה.
א קורצע חזרה נאר, עס איז נאך דא די צוואה עד היום הזה, עס איז געווען געדרוקט נאך זיין פטירה אינעם דעמאלטיגן צייטונג יום השישי, און איז אנגעקומען דא קיין נוי יארק אבער מען האט עס אוועק גענומן פון אלע
.געשעפטען
טייערער טיטאניק זיין מעשה איס מיט אסאך זאכן סאך ארגער ווי לעבאוויטשס
אויס מענטשפארוואס ליינט מען נישט אלע בלעטער ביז אהער? די אלע זאכן ווי צוואה, און יא נחמץ געווארן אדער נישט , מונקאטשער רבי שליטא , דא אלעס איז שוין אויס געשמועסט געווארן.
ליינט און האט הנאה.
א קורצע חזרה נאר, עס איז נאך דא די צוואה עד היום הזה, עס איז געווען געדרוקט נאך זיין פטירה אינעם דעמאלטיגן צייטונג יום השישי, און איז אנגעקומען דא קיין נוי יארק אבער מען האט עס אוועק גענומן פון אלע
.געשעפטען
טייערער טיטאניק זיין מעשה איס מיט אסאך זאכן סאך ארגער ווי לעבאוויטשס
נישט אייביג האט מען די צייט צי ליינען אלע עמודים
ביטע שען אפשר זאסלטי מאכען א סך הכל אין קארצע פונקטען?
דער עולם ווועט זייער הנאה האבען
יישר כח
הערליך!
א הערליכע ווידיא, איך מיין אז רבי ברוך האט גוט געטון, ער איז מער העפי מיט ברוכי און מיט זיין שנור ווי מיט נאך אפאר רבישע אייניקלעך אין וויליאמסבורג
בר דעתהערליך!
א הערליכע ווידיא, איך מיין אז רבי ברוך האט גוט געטון, ער איז מער העפי מיט ברוכי און מיט זיין שנור ווי מיט נאך אפאר רבישע אייניקלעך אין וויליאמסבורג
וואס איז שלעכט מיט זיינע רעבישע אייניקלעך פון וויליאמסבורג?
גארנישט שלעכט, קוק איבער די ווידיא און זאג די מיר די ווייטקייט צווישן זיינע ארץ ישראל'דיגע מזרחיסטישע קינדער און זיינע וויליאמסבורג-בארא פארק'ער רבישע אייניקלעך
זיסליך אבער דער אמת איז אז רבי משה ליב'ס עולם און טישן זעהען נישט אויס קיין סאך אנדערש.
ווער איז משה לייב
בר דעתגארנישט שלעכט, קוק איבער די ווידיא און זאג די מיר די ווייטקייט צווישן זיינע ארץ ישראל'דיגע מזרחיסטישע קינדער און זיינע וויליאמסבורג-בארא פארק'ער רבישע אייניקלעך
איך האב עס געזעהן, אבער דו זאגסט ער איז מער צופרידן פון די ארץ ישראל'דיגע מזרחיסטישע קינדער ווי פון די רבישע אייניקלעך ווי גלייך עפעס איז ראנג מיט די רבישע אייניקלעך, פרעג איך וואס איז שלעכט מיט זיי.
[ציטאט אראפגענומען]
ער איז א קינד פון די צווייטע ווייב, ער איז א ברידער מיט האדמו"ר ממינקאטש/דינוב נאר פון טאטן
אין מיינע ארכיון פארמאג איך א קאפי פון די צוואה. ס'איז נישט אזוי קלאר, שטעל איך דא ארויף די תוכן ווי פאלגענד:
אחרי שהבנים שלי מאשתי הראשונה אינם שומעים..... ולמרות אזהרת בד"ץ ירושלים ובי"ד הרבני בתל אביב ולמרות הדברים שהשמיע ש"ב הרה"צ מהורר"י אבד"ק סטמור בחיים חיותו, זי"ע.....
דא לאזט ער זיך אריין אין א בירור הלכה איבער איינער וואס באזיכט נישט זיי טאטע'ס קבר פאר עטליכע יאר אויב ער מעג נאך גיין.
לאור הנ"ל הנני מצווה כדלהלן:
בני חיים אלעזר לא יבא להלוויתי ולא יאמר קדיש אחרי ולא יבקר את קברי. האיסור הזה חל גם על אישתו.
בני משה ליב לא יבא להלוויתי ולא יאמר קדיש אחרי ולא יבקר את קברי. האיסור הזה חל גם על אשתו וגם על בניו ובנותיו.
בתי יוטא לא תבוא להלוויתי ולא תזכיר אותי בהזכרת נשמות ולא תבקר את קברי. האיסור, הזה חל גם על בעלה ועל בניה ובנותיה ונכדיה ונכדותיה.
אינטערעסאנט, דער ערשטער איז נאר ער מיטן ווייב, די צווייטע איז שוין אויך בניו ובנותיו, דער דריטער איז אויף נכדיה ונכדותיה
און וואס איז מיטן דינובער? ער מעג יא?
שרייבעראינטערעסאנט, דער ערשטער איז נאר ער מיטן ווייב, די צווייטע איז שוין אויך בניו ובנותיו, דער דריטער איז אויף נכדיה ונכדותיה
און וואס איז מיטן דינובער? ער מעג יא?
אויף אים איז ער נישט געווען גערעגט
פארוואס האט ער זיי גע׳אסרט?
ווייל זיי זענען אראפ פון וועג, ל"ע, נישט מקיים געווען מצות כיבוד אב.
אין די צוואה שרייבט ער אז זיי האבן אים אויסגעטיילט צרות און מצער געווען מיט'ן ריפן אין ערכאות. איך מיין אז דאס איז געווען איבער די ירושה חפצים פונעם מנחת אלעזר וואס ער האט געוואלט פארקויפן און די קינדער האבן עס געוואלט.
משהו מיוחד די ווידעא, מ'זעט ווי די גאלדענע קייט ציעט זיך ווייטער, אגב דער עלטערער ברודער זעט אויס פונקט ווי רח"א בן האדמו"ר.
בר דעתווער איז משה לייב
אייגנטליך משה ליב, דער נאמען פון האדמו"ר ממונקאטש בארא פארק.
נאך ר' משה ליב סאסובער, וכידוע איז ער דבוק במדותיו מיט ארויסנעמען אידן פון תפיסות (פאר א קאמישאן פארשטייט זיך...).
ארבעספארוואס האט ער זיי גע׳אסרט?
ער האט געוואלט מאכן געלט פון פארקויפן די ירושה חפיצים פון הייליגן מנח"א זי"ע, די מונקאטשע חסידים בראשם פון האדמו"ר מ'מונקאטש שליט"א האבן דאס נישט געקענט צוקוקן האבן זיי דאס אפגעהאלטן מיטן טענה'נען אז ער איז דער מונקאטשע רבי און אלעס באלאנגט פאר אים.
עס דארף ארויסגעברענגט ווערן אז די מלחמה איז נישט געווען מיטן טאטן, נאר מיט די ווייב.
זי האט נעבעך אראפגעפירט דעם מאן און זי האט אים נישט געלאזט זיך פירן ברבנות, זי האט גע'רודפ'ט די קינדער נכדי המנ"א זי"ע און זיי ארויסגעווארפן פון שטוב, די קינדער האבן נעבעך געוואלגערט פון איין בית יתומים צו די אנדערע די עלצטע זון הערשי ע"ה האט אליינס קעיר גענומען פון די געשוויסטער און שפעטער געכאפט א הארץ אטאקע ל"ע פון וואס ער איז שוין געבליבן א אינוואליד עד יום מותו.
ער האט מיט איר חתונה געהאט נאך די מלחמה ווען ער איז געקומען אויף אר"י שבור ורצוץ מיט א שטוב מיט 5 קליינע קינדער ער האט זיך געפרייט איינער קוקט אויף אים און ער איז נעבעך אריינגעפאלן מיט א סאברא.
סוף ימיו האט ער נעבעך באוויינט זיין ביטערע גורל.
כוכבמשהו מיוחד די ווידעא, מ'זעט ווי די גאלדענע קייט ציעט זיך ווייטער, אגב דער עלטערער ברודער זעט אויס פונקט ווי רח"א בן האדמו"ר.
בר דעתווער איז משה לייב
אייגנטליך משה ליב, דער נאמען פון האדמו"ר ממונקאטש בארא פארק.
נאך ר' משה ליב סאסובער, וכידוע איז ער דבוק במדותיו מיט ארויסנעמען אידן פון תפיסות (פאר א קאמישאן פארשטייט זיך...).
נישט שיין. ווער זאגט אז מונקאטשער רב נעמט קאמישאן?