☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » רבי ברוך ממונקאטש

רבי ברוך ממונקאטש

260 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #442
בלאט: 1 2 3 4 5 6

שבת אחים » דאנערשטאג סעפטעמבער 8, 2016 5:16 am

· #348845
[ציטאט אראפגענומען]

דו מיינסט אוואדי צוזאגן עקסקלודינג צוויי, ער האט געהאט נאך א זוהן, די עלצטע ־ ר׳ הערשלע ע״ה, ווי באקאנט האט זיך די מנחת אלעזר זצ״ל געשפיגלט מיט אים אלץ זיין עלטסטע אייניקל עד כ״כ אז ער ווערט דערמאנט און אראפגעברענגט אין זיינע תורות אפאר מאל. ליידער איז ער צוריקגעקומען שטארק געשעדיגט פונעם קריג, סיי פיזיש סיי גייסטיש, ער איז געוועהן א קליין קינד ביי די קריג און ער איז געוועהן פון די געציילטע אין זיין עידזש דורכצולעבן די גיהונים, ער האט ליידער צוגעזעהן די מאסן קברים אין קאַמענעץ־פאָדאלסק רח״ל, נאכן קריג האט ער געוואוינט עלענד אליינס אין ב״פ און זיך געדרייעט אין שומר שבת און ביי אמנון׳ס פיצא זייענדיג אנגעוויזן אויף אפאר געציילטע אלטע מונקאטשער חסידים ווי הרה״ח ר׳ בנימין פערלשטיין וכו׳ און זיין ברודער אדמור מ׳מונקאטש, ער איז נפטר געווארן בערך זיבן יאהר צוריק.

וואס סאיז גאר אינטערסאנט איז אז גאנץ ווייניג האט די אינגע דור אשר לא ידע את יוסף געוויסט אז דער ארחי־פרחי וואס האט זיך געוואלגערט אויף די בארא פארק׳ע גאסן איז אמאל געוועהן א רבישע קרוין־פרינץ וואס איז געזעצן אויפן מנחת אלעזר׳ס שויס ביי די געהויבנע מונקאטשע טישן בשעת טויזענטער חסידים האבן זיך געשטיפט צו כאפן א בליק אויפ׳ן צדיק.
און לאמיר נישט פארגעסן מונקאטש אינדערהיים איז געוועהן גאר א גרויסע חסידות!

קאמענטירער » דאנערשטאג סעפטעמבער 8, 2016 11:40 am

· #348884
שמעון וואלף
איך האב מיך לעצטענס אנגעשטויסן אין א בריוו וואס אדמו"ר מ'מונקאטש האט געשריבן (בתוך שאר עסקני ישראל) צו אטורני זשענערעל שניידערמאן, בעטענדיג ליניענסי פאר וויליעם ראפפויגל. מסתמה וועט עס נישט ווערן געדריקט צווישן די אנדערע תשובות און מכתבי קודש, שטעל איך עס דא ארויף למען יעמוד למשמרת.

ס'איז מערקווירענדיג ווי ער רופט אים "ווילי" בלשון חיבה און ער דערמאנט דארט אויך "his beloved wife". איך מיין נישט ח"ו ארויסצוברענגן א חסרון דערמיט, פארקערט, ס'ווייזט אז פאר פדיון שבוים איז ער גרייט צו שרייבן עפעס וואס וואלט אפשר נישט געפאסט פאר א רבי.

ווער איז דער ''וויליעם ראפפויגל'' פאר וועמען ער בעט ליניעסי?

ירח בן יומו » דאנערשטאג סעפטעמבער 8, 2016 4:00 pm

· #348929

יהודי פשוט » דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2016 6:21 pm

· #358365
Re: רבי ברוך ממונקאטש
די יארצייט איז געוועהן פארגאנגענעם מאנטאג, איך האב פארגעסן צו שרייבן דעמאלט ווער עס וויל קען יעצט טרינקען לחיים

חכימא » זונטאג יאנואר 29, 2017 7:34 pm

· #361103
מור וקציעה
א גאר רירענדע פילם פון מונטקאטש פארן קריג מיט אינטערעסאנטע שטריכן איבער דאס אלגעמיינער אידישע לעבן דארט, אויכעט איז דא דארט גאר אינטערעסאנטע זאכן פון הגה''צ ר' ברוך ראבינוביץ וחמיו בעל מנחת אלעזר זצ''ל

איינע פון די זאכן וואס זיי ברענגען ארויף איז אז ווען דער גרויסער עסקן וממנהיגי הציונות זאב ז'בוטינסקי ע''ה איז געקומען געבן א דרשה אין תרצ''ו מחזק זיין די ארטיגע יודן איז הגה''צ רבי ברוך געקומען זיך אינטעהערן פון אונטערן פענסטער אביסעל דברי חיזוק

<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=UppnE8V4OGY">https://www.youtube.com/watch?v=UppnE8V4OGY</a>

מ'קען אויך הערן און זען ר' ברוכ'ל זעלבסט. 13:30

יהודי פשוט » מאנטאג יאנואר 30, 2017 7:54 am

· #361140
Re: רבי ברוך ממונקאטש
דער טעאריע אז ר׳ ברוכ׳ל ז״ל איז געגאנגען אונטער הערן די דרשה פון ז׳בוטינסקי ימ״ש איז אן אלטער שמועה וואס מען האט ארויף געקלעבט אויף איהם וואס דאס האט נישט קיין שום דעקונג, ווי זאגט די וועלט אדער יא אדער ניין

Sent from my iPhone using Tapatalk

סקרן » מאנטאג יאנואר 30, 2017 12:19 pm

· #361183
פון ווי נעמסטו דעם טיטל וואס דו האסט צוגעלייגט נאכ'ן נאמען פון זאב זיבוטינסקי?

moshav zekeinim » מאנטאג יאנואר 30, 2017 12:32 pm

· #361185
זאב דזאבאטינצקי איז געווען א טייערער איד, פון די חשובסטע אידן בדורו. ער האט א סך געטון פאר אידן'ס וועגן.

berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 30, 2017 1:47 pm

· #361208
מושב זקנים: און ווער האט געזאגט די פאלגנדע ווערטער..."אויב די גלות אידן וועלכע וועללן עולה זיין קיין מדינת ישראל, וועללן נישט וועללן אראפווארפן פון זיך דעם ראסט/זשאווער פון גלות. דורך נישט אפשערן זייערע בערד, וועללן זיי קלאסיפיצירט ווערן אלס צווייט-ראנגיקע בירגערס. און זיי וועללן אויך נישט האבן קיין רעכט צו וואוטן אין דעם נייעם לאנד"...!

בן אדם » מאנטאג יאנואר 30, 2017 1:54 pm

· #361209
וואס ווילסטו פון מושב זקינים?

יהודי פשוט » מאנטאג יאנואר 30, 2017 1:54 pm

· #361210
Re: רבי ברוך ממונקאטש
פאר סקרן העל איך ענטפערן אז פשוט אזוי האט מען מיר געלערנט (נישט אין סאטמאר) און פאר מושב זקנים ענטפער איך בכלל נישט אזוי ווי עס שטייט דאך אז דע מה שתשוב לאפיקורוס גייט נאר ארויף אויף אפיקורס עכו״ם און נישט אויף אפיקורס ישראל

berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 30, 2017 1:58 pm

· #361213
בן אדם: איך גיי נישט אריין אין קיין אידעאלאגישע וויכוחים מיט איהם. איך לאז איהם נאר וויסן אז ער ווייסט נישט פון פארשידענע פאקטן...!

סקרן » מאנטאג יאנואר 30, 2017 1:59 pm

· #361214
איז ווי לערנט מען אזוי?
ווייל אפי' אין סאטמאר לערנט מען נישט אזוי אויס
כמו ששמעתי כמה פעמים פון תלמידי ה'דברי יואל' אז ער האט געענטפערט ווען מען האט אים געפרעגט
אויב ער האט געזאגט אויף הרב קוק זי"ע דעם זעלבן טיטל ווי איהר יהודי פשוט האט געשריבן אויף זיבוטינסקי אפילו פון קומפיוטער וואלט איך עס נישט געוואלט שרייבן
האט ער געזאגט חלילה איך האב אין מיין לעבן נישט געשאלטן קיין איד און איך האב דאס נישט געזאגט
איז ווי לערענט מען יא אזוי?

יהודי פשוט » מאנטאג יאנואר 30, 2017 3:09 pm

· #361236
Re: רבי ברוך ממונקאטש
דאס וויל איך שוין נישט אויס זאגן...

ארי נוהם » מיטוואך פעברואר 1, 2017 12:43 am

· #361493
כווייס נישט פארוואס, אבער ר' ברוך'ל געט מיר די טשילס...
אין א גוטע וועג.

צווישן אלע ארגומענטען, האב איך ווייניג וואס געפונען מזאל זיך מתייחס זיין צום פאלגענדען פונקט: ר' ברוך'ל וואלט זיכער געווען א וועלטס רבי אויב די צווייטע וועלט מלחמה וואלט נישט אויסגעבראכען. די האלעקאוסט האט אים צושאסען פיזיש און גייסטיש, און וויפיל ער זאל נאר האבן געליינט און גענאשט און זיך אויפגעקלערט נאך בעפאר די קריג - כפי השמועה, וואלט ער ווייטער געצויגען די מונקאטשע חסידות נאר אן די מנחת אלעזר'ס ווילד-קנאישע שטריכן. סוף דבר וואלט ער אוועק אלץ צדיק יסוד עולם, גאר א מתנגד צום מדינה הציונות און אפילו די אגודה, און שלום על ישראל.

מה עשה הקב"ה? צוגעשיקט א חורבן, וואס האט חרוב געמאכט זיין אלטע השקפה, און אים אויפגעקלערט און געמאכט אז ער זאל גענצליך טוישען זיין מיינד סעט. די תוצאה איז געווען פאטאל, מ'האט אים צוגרינד געלייגט, צוגענומען די רביסטעווע, זיין זון דער היינטיגער רבי איז געווען צוקריגט מיט עם, און ער איז פארבליבען מיט זיין בינת נבונים.

אבער סגעווען נאך אזא פארשוין ביים קריג, געהייסן האט ער הרב טייכטאל, און אויך ער איז געווען א תלמיד פונעם מנחת אלעזר מיט אלע שיטות. ביים קריג האט ער געזען די בראך פון זיינע אמאליגע שיטות, און טאקע זענדיג די טויט פאר די אויגען האט ער געטוישט זיין מיינונג און עס נאך באוויזען צו פובליצירען אין א ספר מיטן נאמען אם הבנים שמחה. ער איז גע'הרג'עט געווארן ביים קריג, אבער זיינע קינדער האבן איבערגעלעבט.

ער האט געהאט מזל צו שטארבן ביים קריג, אזוי האבן זיינע אייניקלעך - צווישן זיי דער שארפער קנאי ר' מאיר בראנדסדארפער פון די עדה - עם געקענט פושט ולובש צורה זיין. מיטן שטענדיגען נארישן טענה פון מקען נישט דן זיין א איד בשעת צרה, האט מען פארטושט די מוחות און ער האט נישט געמיזט פארשווארצט ווערן לעולמי עד, נאר בלייבן א היימישער אפילו ווען ר' ברוך'ל איז געווארן א שייגעץ פארן טוישן דעה.

וכאן הבן שואל, פארוואס פאלט קיינעם נישט איין, אז ר' ברוך'ל והרב טייכטאל מחייבים את כולם? אפשר טאקע ווייל זיי זענען געקומען פון די שארפסטע קנאות און זיך אפגעשאקלט דערפון ביים קריג, איז עס א סימן אז זייער צווייטער דעה איז מער ריכטיג? אנשטאט זיי פארענטפערן, דארפען מיר זיך פארענטפערן.

איסר האטלקי » מיטוואך פעברואר 1, 2017 12:49 am

· #361496
ער קומט אראפ מארגן אי"ה צו די שמחת החתונה בבית בנו כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א.

(אויב לאזט אים דער זון נישט אריין צום חתונה זאל מען אלארמירן ליפא, ביים קומענדיגן שני וחמישי וועט ער קעיר נעמען דערפון...).

שמעון וואלף » מיטוואך פעברואר 1, 2017 1:07 am

· #361499
איסר האטלקי
ער קומט אראפ מארגן אי"ה צו די שמחת החתונה בבית בנו כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א.

(אויב לאזט אים דער זון נישט אריין צום חתונה זאל מען אלארמירן ליפא, ביים קומענדיגן שני וחמישי וועט ער קעיר נעמען דערפון...).

שעיני וחמישי, כנוסח סקווירא

@ארי נוהם
מ'האט נישט צוגענימען פון ר' ברוך די מונקאטשע רעביסטעווע. ער אליין האט געזיכט צו אנטלויפן דערפון און נישט געווען אינטערעסירט דערין. זעהט אויס ער האט זיך אסאך צאמגעליטן אלץ מונקאטשע רב און ער האט געוואלט פארגעסן דערפון

יהודי פשוט » דאנערשטאג פעברואר 2, 2017 9:39 pm

· #361786
Re: רבי ברוך ממונקאטש
ארי נוהם: איך ווייס נישט צו די ווייסט אבער ביי די מלחמה זענען געוועהן נאך אסאך וואס האבן מכ׳לומר׳שט איינגעזעהן אז זייערע פריערדיגע השקפות זענען נישט געוועהן קיין גוטע, צווישן זיי זענען געוועהן אזעלכע וואס האבן איין געזעהן אז די גאנצע אידישקייט איז נישט גערעכט און זיי האבן נאך די מלחמה אפגעלאזט תורה און מצוות, פאר מיר זאגט דאס גארנישט, אפשר פאר דיר יא, אויב די רעכענסט דיך מיט די השקפות וואס מען האט אוועק געווארן נאך די מלחמה, דעמאלטס ווארף אוועק די גאנצע אידישקייט און פטור א געשעפט.
חוץ פון דעם ביסטו א שטיקל עם הארץ אז דע ווייסט בכלל נישט אז ר׳ ברוכ׳ל ז״ל האט הישט געטוישט קיין שום השקפות דורך אויס די מלחמה ער האט געהאט די זעלבע השקפה פארדעם ווי נאכדעם, נאר איין חילוק אז דורך אויס די מלחמה האט ער געזעהן וויפיל געלט די ציונים ימ״ש האבן גע׳לקח׳נט וואס מען וואלט געקענט מיט דעם ראטעוועהן נאך טויזענטער אידן, אזוי ווי ער האט אליינס מעיד געוועהן.
לגבי טייכטאל, א מורא׳דיגע חכמה צו ברענגען איינס פון הונדערטער תלמידים פון הגה״ק בעל מנחת אלעזר מ׳מונקאטש, פארוואס רעדסטו נישט פון די אנדערע הונדערטע וואס זענען געבליבן געטריי צום בוכ״ע און צו די ריינע אמונה????

מיר'ער בחור » דאנערשטאג פעברואר 2, 2017 11:03 pm

· #361790
יהודי פשוט

ס'געווען א איד ר' דוד קליין, א גרויסע גאון, ער האט געמאכט א ספר בית ארזים אויף טור או"ח, א גאונ'ישע עמקות'דיגער ספר, אין ער איז געווען א תלמיד פונעם מונקאטש'ער רב אין נאכן קריג האט ער זיך געדרייט ביים קלויזענבורג'ער רב אין וויליאמסבורג (ער איז געווען עפעס א שטיקל מגי"ש ערגעץ, איינער פון זיינע תלמידים זענען ר' הערשל וועבער, מייסד ארגון הצלה,) אין נאכדעם איז ער געווען רב אין קרית צאנז אין נתניה, פאר א שטיק צייט, נאכדעם איז ער געווען א רב ביי די אגודה אין ב"ב , עכ"פ ער האט געזאגט אז מונקאטש'ער רב וואלט נאכ'ן קריג געהאלטן די זעלבע ווי קלויזענבור'ער רב, לגבי וואוינען אין א"י, אין ארויפגיין קיין א"י וכו' די גאנצע קנאות איז אלס געווען פאר'ן קריג אין פאר ס'שוין געשטאנען א מדינה.

תנחום » פרייטאג פעברואר 3, 2017 12:39 am

· #361804
@מירער בחור
ס'איז א פשוטע זאך, מונקאטשער רב האט נישט געהאט קיין פראבלעם מיט שלש שבועות מ'זעהט נישט קיין איין ווארט וועגן ש"ש און זיינע בריוון אין תיקון עולם, ער האט נאר געהאט א פראבלעם מיט די פרייע לעבן און דאס איז שוין נישט גילטיג היינט

מיר'ער בחור » פרייטאג פעברואר 3, 2017 1:48 am

· #361808
תנחום
@מירער בחור
ס'איז א פשוטע זאך, מונקאטשער רב האט נישט געהאט קיין פראבלעם מיט שלש שבועות מ'זעהט נישט קיין איין ווארט וועגן ש"ש און זיינע בריוון אין תיקון עולם, ער האט נאר געהאט א פראבלעם מיט די פרייע לעבן און דאס איז שוין נישט גילטיג היינט

ס'איז נישט אזא פשוט'ע זאך בכלל, די אלע רבי'ס/רבנים פון די קרייז, לדוגמא, קאלאשיצע'ער רב, נאסויד'ער רב וכדומה, פון פאר'ן קריג, האבן בפירוש נישט געהאלטען פון גיין קיין א"י וואוינען, אין זיי האבן ענדערש מצדד געווען צו שיקן קיין אמעריקא די המון עם,כידוע סאטמאר'ער רב'ס שיטה בזה.

אישתישבי » פרייטאג פעברואר 3, 2017 10:14 am

· #361822
איז דא נאך וואס האלטען דער איסור פין שלש שבועות חוץ סאטמאר והגלילות?

בן אדם » זונטאג פעברואר 12, 2017 9:09 pm

· #362619
יעדער מענטש האט אייביג צרות, דאס מיינט אז ער איז פיל מיט נגיעלעך. און פון דער יוגנט, וואס עלטער מ'ווערט קומט אלץ צו פארשידענע צרות, דאס מיינט אז א מענטש האט נישט קיין נארמאלע דיעה, ווייל ער איז אייביג אינספארירט פון צרות?

בן אדם » זונטאג פעברואר 12, 2017 9:16 pm

· #362621
לענ"ד דארף מען קוקען אויף דעם מענטש וואס ער איז יעצט. פירט ער זיך אויף ווי א נארמאלע מענטש, ער איז העפי און נישט דיפרעסט, ער זוכט ווייטער צו גיין מיט'ן לעבן, איז ער ס"ה געווארן אויפגעקלערט. ער איז קלוגער געווארן און מ'קען זיך רעכענען אז דאס איז זיין אמת'ע דעת. אבער טאמער זעט מען אז ער איז ליידער נאך באיינדרוקט פון די צרות און נאך אונטער איר רושם המכונה 'דעפרעסט' איז דעמאלטס איז שוין אן אנדער מעשה...

יהודי פשוט » מאנטאג פעברואר 13, 2017 11:24 am

· #362662
Re: רבי ברוך ממונקאטש
ואני הקטן אומר אז די דעה וואס איז די מערסטע אביעקטיוו איז די דעה וואס שטימט די מערסטע מיט די תורה הקדושה

יהודי פשוט » מאנטאג פעברואר 13, 2017 1:41 pm

· #362682
Re: רבי ברוך ממונקאטש
[ציטאט אראפגענומען]

כך קיבלתי מרבותי

סקרן » מאנטאג פעברואר 13, 2017 1:44 pm

· #362683
מרבותך האסטו זיך געלערנט שעלטן אויך אפשר זענען יענע רבי'ס נישט באגלייבט?

סקרן » מאנטאג פעברואר 13, 2017 1:45 pm

· #362684
יהודי פשוט
דאס וויל איך שוין נישט אויס זאגן...

יהודי פשוט » מאנטאג פעברואר 13, 2017 1:50 pm

· #362686
Re: רבי ברוך ממונקאטש
סקרן
מרבותך האסטו זיך געלערנט שעלטן אויך אפשר זענען יענע רבי'ס נישט באגלייבט?

מען זאגט נאך א ווארט פון ר׳ משה׳לע וויזניצ׳ער אויפן פסוק ויאמינו בשם ובמשה עבדו, ווי ווייסט מען אויב איינער האט אמונה אין בוכ״ע, מען קוקט צו ער גלייבט אין משה עבדו

יהודי פשוט » דינסטאג פעברואר 14, 2017 7:10 am

· #362775
רבי ברוך ממונקאטש
ווען ער האט מחבר געוועהן בינת נבונים איז ער שוין נישט געוועהן קיין רבי

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג פעברואר 14, 2017 12:25 pm

· #362800
Re: רבי ברוך ממונקאטש
יהודי פשוט
סקרן
מרבותך האסטו זיך געלערנט שעלטן אויך אפשר זענען יענע רבי'ס נישט באגלייבט?

מען זאגט נאך א ווארט פון ר׳ משה׳לע וויזניצ׳ער אויפן פסוק ויאמינו בשם ובמשה עבדו, ווי ווייסט מען אויב איינער האט אמונה אין בוכ״ע, מען קוקט צו ער גלייבט אין משה עבדו

און משה עבדו מיינט דער וואס מישט דער קאשע אין וויזניץ? צו דער משנת שכיר?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

יהודי פשוט » דינסטאג פעברואר 14, 2017 2:22 pm

· #362824
Re: רבי ברוך ממונקאטש
משה עבדו מיינט ביי יעדן איינעם זיין רבי

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג פעברואר 14, 2017 4:39 pm

· #362832
Re: רבי ברוך ממונקאטש
און בערב תאכלו מצות מיינט ביי יעדעם זיין געשמאקע מאכל און יעדער נאכט וואס ער וויילט אויס.

די זענען די דרשות של דופי וואס דער גמרא רופט אן אין לו חלק לעוה"ב.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

שמעון וואלף » דינסטאג פעברואר 14, 2017 8:36 pm

· #362848
יהודי פשוט
ווען ער האט מחבר געוועהן בינת נבונים איז ער שוין נישט געוועהן קיין רבי

בינת נבונים איז ארויסגעקומען עטליכענע צוואנציג יאר צוריק

יהודי פשוט » מיטוואך פעברואר 15, 2017 3:02 pm

· #362897
Re: רבי ברוך ממונקאטש
עס איז יעצט ערשינען א פרישע ספר פון ר׳ ברוכ׳ל ז״ל

Interesting man » דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 7:57 am

· #362937
יהודי פשוט
עס איז יעצט ערשינען א פרישע ספר פון ר׳ ברוכ׳ל ז״ל

ס'האט עפעם א נושא דעם ספר? צו עס אסיפת מאמרים וכדומה?

יהודי פשוט » דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 11:14 am

· #362960
Re: רבי ברוך ממונקאטש
איך פארשטיי אז עס איז אסיפת מאמרים

וואלווי » זונטאג פעברואר 19, 2017 10:52 pm

· #363289
אסיפת מאמרים אבער חדשות

אוהב ספרים » מאנטאג פעברואר 20, 2017 12:06 am

· #363296
יהודי פשוט
עס איז יעצט ערשינען א פרישע ספר פון ר׳ ברוכ׳ל ז״ל

עס איז בכלל נישט ניי, ארויס געקומען בערך א יאר צוריק

יהודי פשוט » מאנטאג פעברואר 20, 2017 12:07 am

· #363297
Re: רבי ברוך ממונקאטש
איך בין כמעט זיכער אז די האסט א טעות אבער איך וועל מברר זיין

אוהב ספרים » מאנטאג פעברואר 20, 2017 12:42 am

· #363302
יהודי פשוט
איך בין כמעט זיכער אז די האסט א טעות אבער איך וועל מברר זיין

דארפסט נישט מברר זיין, איך האב דאס. חוץ אז עס ארויסגעקומען נאך א כרך מיט דעם נאמען וואס איך גלייב נישט.

דו ביסט דעך מן הסתם טועה מיט א צווייטער ספר פון איהם וואס איז ארויסגעקומען א האלב יאר צוריק מיט די נאמען תנובות ברוך

יהודי פשוט » מאנטאג פעברואר 20, 2017 12:44 am

· #363303
Re: רבי ברוך ממונקאטש
דעם תנובות ברוך האב איך, איך מיין אז דער ספר פון וואס די רעדסט איז בינת נבונים וואס קוקט אויס די זעלבע ווי דאס

אוהב ספרים » מאנטאג פעברואר 20, 2017 12:53 am

· #363306
יהודי פשוט
דעם תנובות ברוך האב איך, איך מיין אז דער ספר פון וואס די רעדסט איז בינת נבונים וואס קוקט אויס די זעלבע ווי דאס

בינת נבונים איז דא 2 די אלטע און די נייע
חשב נבונים איז עפעס אנדערש, איך בין זיך נישט טועה

אוהב ספרים » מאנטאג פעברואר 20, 2017 12:28 pm

· #363357
יעצט נאכאמאל בודק געווען, חשב נבונים איז ארויסגעקומען אייר תשע"ו

יהודי פשוט » מאנטאג פעברואר 20, 2017 3:19 pm

· #363367
Re: רבי ברוך ממונקאטש
אויב די האסט עס נאך געקוקט און די זאגסט מיט א זיכערקייט, איז טעיתי, זעהט אויס אז איך האב געמאכט א טעות, איך האב עס הערשט יעצט געזעהן און איך האב געמיינט אז עס איז א נייע זאך

סקרן » דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2017 4:05 pm

· #391313
ארויפגעברענגט לכבוד די יארצייט היינט

יהודי פשוט » דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2017 4:36 pm

· #391318
Re: רבי ברוך ממונקאטש
סקרן
ארויפגעברענגט לכבוד די יארצייט היינט

היינט נאכט....
יהא זכרו ברוך!

ברוך שפינוזה » דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2017 7:49 pm

· #391338
שרייבער
דאס אז ער האט געזאגט פארקערט ווי בעלז האט אים זיכער נישט אראפגעברענגט, איך מיין וואס איז געווען די רילעישאן פון מונקאטש מיט בעלז?
ווען ער בלייבט אין וומסב"ג וואלט ער אויסגעקוקט ווי קלז"ב, קיינער האט נישט געקענט איינפאקן סאטמאר ווייל קיינער האט נישט געהאט אזעלכע טעראריסטן ווי זיי

האלב סאטמאר זענען דאך געוועזענע מונקאטשער, ווען ער שטעלט זיך ווען צו, וואלט ער געהאט די טעראריסטן, און סאטמאר וואלט געבליבן אזויווי קלויזענבורג.
קענסט זיך נאר פארשטעלן וויאזוי אונזער אמעריקאנע יידישקייט וואלט היינט אויסגעקוקט!!!

ברוך שפינוזה » דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2017 8:34 pm

· #391344
ארי נוהם
כווייס נישט פארוואס, אבער ר' ברוך'ל געט מיר די טשילס...
אין א גוטע וועג.

צווישן אלע ארגומענטען, האב איך ווייניג וואס געפונען מזאל זיך מתייחס זיין צום פאלגענדען פונקט: ר' ברוך'ל וואלט זיכער געווען א וועלטס רבי אויב די צווייטע וועלט מלחמה וואלט נישט אויסגעבראכען. די האלעקאוסט האט אים צושאסען פיזיש און גייסטיש, און וויפיל ער זאל נאר האבן געליינט און גענאשט און זיך אויפגעקלערט נאך בעפאר די קריג - כפי השמועה, וואלט ער ווייטער געצויגען די מונקאטשע חסידות נאר אן די מנחת אלעזר'ס ווילד-קנאישע שטריכן. סוף דבר וואלט ער אוועק אלץ צדיק יסוד עולם, גאר א מתנגד צום מדינה הציונות און אפילו די אגודה, און שלום על ישראל.

מה עשה הקב"ה? צוגעשיקט א חורבן, וואס האט חרוב געמאכט זיין אלטע השקפה, און אים אויפגעקלערט און געמאכט אז ער זאל גענצליך טוישען זיין מיינד סעט. די תוצאה איז געווען פאטאל, מ'האט אים צוגרינד געלייגט, צוגענומען די רביסטעווע, זיין זון דער היינטיגער רבי איז געווען צוקריגט מיט עם, און ער איז פארבליבען מיט זיין בינת נבונים.

אבער סגעווען נאך אזא פארשוין ביים קריג, געהייסן האט ער הרב טייכטאל, און אויך ער איז געווען א תלמיד פונעם מנחת אלעזר מיט אלע שיטות. ביים קריג האט ער געזען די בראך פון זיינע אמאליגע שיטות, און טאקע זענדיג די טויט פאר די אויגען האט ער געטוישט זיין מיינונג און עס נאך באוויזען צו פובליצירען אין א ספר מיטן נאמען אם הבנים שמחה. ער איז גע'הרג'עט געווארן ביים קריג, אבער זיינע קינדער האבן איבערגעלעבט.

ער האט געהאט מזל צו שטארבן ביים קריג, אזוי האבן זיינע אייניקלעך - צווישן זיי דער שארפער קנאי ר' מאיר בראנדסדארפער פון די עדה - עם געקענט פושט ולובש צורה זיין. מיטן שטענדיגען נארישן טענה פון מקען נישט דן זיין א איד בשעת צרה, האט מען פארטושט די מוחות און ער האט נישט געמיזט פארשווארצט ווערן לעולמי עד, נאר בלייבן א היימישער אפילו ווען ר' ברוך'ל איז געווארן א שייגעץ פארן טוישן דעה.

וכאן הבן שואל, פארוואס פאלט קיינעם נישט איין, אז ר' ברוך'ל והרב טייכטאל מחייבים את כולם? אפשר טאקע ווייל זיי זענען געקומען פון די שארפסטע קנאות און זיך אפגעשאקלט דערפון ביים קריג, איז עס א סימן אז זייער צווייטער דעה איז מער ריכטיג? אנשטאט זיי פארענטפערן, דארפען מיר זיך פארענטפערן.

קענסט אויך צולייגן בעלזע רב, אין ארץ ישראל האט ער כמה פעמים געזאגט אז "מ'האט אונז פארנארט".

ברוך שפינוזה » דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2017 8:38 pm

· #391345
יהודי פשוט
ארי נוהם: איך ווייס נישט צו די ווייסט אבער ביי די מלחמה זענען געוועהן נאך אסאך וואס האבן מכ׳לומר׳שט איינגעזעהן אז זייערע פריערדיגע השקפות זענען נישט געוועהן קיין גוטע, צווישן זיי זענען געוועהן אזעלכע וואס האבן איין געזעהן אז די גאנצע אידישקייט איז נישט גערעכט און זיי האבן נאך די מלחמה אפגעלאזט תורה און מצוות, פאר מיר זאגט דאס גארנישט, אפשר פאר דיר יא, אויב די רעכענסט דיך מיט די השקפות וואס מען האט אוועק געווארן נאך די מלחמה, דעמאלטס ווארף אוועק די גאנצע אידישקייט און פטור א געשעפט.
חוץ פון דעם ביסטו א שטיקל עם הארץ אז דע ווייסט בכלל נישט אז ר׳ ברוכ׳ל ז״ל האט הישט געטוישט קיין שום השקפות דורך אויס די מלחמה ער האט געהאט די זעלבע השקפה פארדעם ווי נאכדעם, נאר איין חילוק אז דורך אויס די מלחמה האט ער געזעהן וויפיל געלט די ציונים ימ״ש האבן גע׳לקח׳נט וואס מען וואלט געקענט מיט דעם ראטעוועהן נאך טויזענטער אידן, אזוי ווי ער האט אליינס מעיד געוועהן.
לגבי טייכטאל, א מורא׳דיגע חכמה צו ברענגען איינס פון הונדערטער תלמידים פון הגה״ק בעל מנחת אלעזר מ׳מונקאטש, פארוואס רעדסטו נישט פון די אנדערע הונדערטע וואס זענען געבליבן געטריי צום בוכ״ע און צו די ריינע אמונה????

"די ריינע אמונה" איך ווייס נישט צו לאכן צי וויינען. על כל פנים, אויב דו האסט עס געמיינט ערנסט דארפסטו א גרויסן דאקטער.
בלאט: 1 2 3 4 5 6