רבי ברוך ממונקאטש
260 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #442
תנחום@מירער בחור
ס'איז א פשוטע זאך, מונקאטשער רב האט נישט געהאט קיין פראבלעם מיט שלש שבועות מ'זעהט נישט קיין איין ווארט וועגן ש"ש און זיינע בריוון אין תיקון עולם, ער האט נאר געהאט א פראבלעם מיט די פרייע לעבן און דאס איז שוין נישט גילטיג היינט
והוא הדין אלע אנדערע וואס האבן געהאט עפעס קעגן ציונות, אויסער חב"ד און סאטמאר.
אישתישביאיז דא נאך וואס האלטען דער איסור פין שלש שבועות חוץ סאטמאר והגלילות?
די חב"דסקער.
Re: רבי ברוך ממונקאטש
חב"ד האט נישט מיט שלש שבועות.
זיי זענען זיך מתבסס אויף א רמב"ם
קל וחומרחב"ד האט נישט מיט שלש שבועות.
זיי זענען זיך מתבסס אויף א רמב"ם
<a class="postlink" href="http://chabadpedia.co.il/index.php/%D7%A6%D7%99%D7%95%D7%A0%D7%95%D7%AA#.D7.93.D7.A2.D7.AA_.D7.A8.D7.91.D7.95.D7.AA.D7.99.D7.A0.D7.95">http://chabadpedia.co.il/index.php/%D7% ... 7.A0.D7.95</a>
איז דאס גענוג?
Re: רבי ברוך ממונקאטש
ברוך שפינוזהיהודי פשוטארי נוהם: איך ווייס נישט צו די ווייסט אבער ביי די מלחמה זענען געוועהן נאך אסאך וואס האבן מכ׳לומר׳שט איינגעזעהן אז זייערע פריערדיגע השקפות זענען נישט געוועהן קיין גוטע, צווישן זיי זענען געוועהן אזעלכע וואס האבן איין געזעהן אז די גאנצע אידישקייט איז נישט גערעכט און זיי האבן נאך די מלחמה אפגעלאזט תורה און מצוות, פאר מיר זאגט דאס גארנישט, אפשר פאר דיר יא, אויב די רעכענסט דיך מיט די השקפות וואס מען האט אוועק געווארן נאך די מלחמה, דעמאלטס ווארף אוועק די גאנצע אידישקייט און פטור א געשעפט.
חוץ פון דעם ביסטו א שטיקל עם הארץ אז דע ווייסט בכלל נישט אז ר׳ ברוכ׳ל ז״ל האט הישט געטוישט קיין שום השקפות דורך אויס די מלחמה ער האט געהאט די זעלבע השקפה פארדעם ווי נאכדעם, נאר איין חילוק אז דורך אויס די מלחמה האט ער געזעהן וויפיל געלט די ציונים ימ״ש האבן גע׳לקח׳נט וואס מען וואלט געקענט מיט דעם ראטעוועהן נאך טויזענטער אידן, אזוי ווי ער האט אליינס מעיד געוועהן.
לגבי טייכטאל, א מורא׳דיגע חכמה צו ברענגען איינס פון הונדערטער תלמידים פון הגה״ק בעל מנחת אלעזר מ׳מונקאטש, פארוואס רעדסטו נישט פון די אנדערע הונדערטע וואס זענען געבליבן געטריי צום בוכ״ע און צו די ריינע אמונה????
"די ריינע אמונה" איך ווייס נישט צו לאכן צי וויינען. על כל פנים, אויב דו האסט עס געמיינט ערנסט דארפסטו א גרויסן דאקטער.
ווי קומט אריין דער דאקטער דא? איך קוק דאס אן פאר ריינע אמונה, און עס זענען דא נאך אסאך אזעלכע....
Re: רבי ברוך ממונקאטש
איך מיין אז אין תיקון עולם דערמאנט דער מנחת אלעזר יא די שלש שבועות. קוקט׳ס נאך.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ליטוואק פון בודאפעסטאיך מיין אז אין תיקון עולם דערמאנט דער מנחת אלעזר יא די שלש שבועות. קוקט׳ס נאך.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
אפילו ווען ס'איז דערמאנט איז עס נאר כסניף. זיין עיקר מלחמה איז געווען קעגן די ראיון הציונות אז ככל הגוים בית ישראל און די געדאנק פון לאומית אז אידן זענען א פאלק אפילו אן תורה.
די סאטמאר רב האט געשריבן די ויואל משה, מברר צו זיין די הלכה'דיגע פראבלעם פון די מדינה, און מיט דעם איז ער געווען א יחיד. די מלחמה קעגן די ארגינעלע ציונות איז געווען אנגענומען אין רוב חרד'ישע מקומות, ביז ס'איז ארויסגעקומען די ויואל משה וואס האט געטוישט די מלחמה פון השקפה צו הלכה און וויבאלד סאטמאר רב'ס שיטה איז נישט אנגענומען געווארן כמעט אין ערגעץ, איז די גאנצע מלחמה קעגן ציונות בטל געווארן
Re: רבי ברוך ממונקאטש
איך ווייס אויך ווי דיר, און איך האב עס דערמאמט אין דעם ארטיקל אויף הרב קוק. אבער עפעס האב איך לעצטענס באמערקט אין דעם תיקון עולם.
דער שלש שבועות ווערען דערמאנט ביי פיהל רבנים, זאגאר הרב קוק זעלבסט, וואס האט נישט געוואלט ארבעטען מיט מאכט קעגען די גוים. אבער נישט ווי דער ויואל משה וואס מאכט פון דעם אן עיקר און א חלק פון אמונה אין ביאת המשיח.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
אין מענה חכם פון ר' יואל כהן שרייבט ער דארט די עיקר חילוק פון ויואל משה און אלע אנדערע אדער ווי ער זאגט חב"ד מיט סאטמאר איז איינער האט געמאכט א מלחמה קעגן רעיון הציונות און איינער קעגן מעשה הציונות
די דינובער האט נעכטן נאכט געפיהרט א טיש לעי"נ די פאטער מונקאטשער רב זי"ע
Re: רבי ברוך ממונקאטש
סקרןדי דינטובער האט נעכטן נאכט געפיהרט א טיש לעי"נ די פאטער מונקאטשער רב זי"ע
אזוי ווי יעדע יאר
לעיקוואדהר"ר ברוכ'ל זצ"ל בהדלקת נר חנוכה תשל"ב
ליל אליל בליל ג
@לעיקוואד, דו קענסט עס איבערשטעלען, ביטע?
סאיז דא אזא לעגענדע אז דער מנחת אלעזר זצ״ל האנט אנגעפרעגט דעם אהבת ישראל צי ער זאל אפלאזן די שידוך און דער סב״ק האט אים געזאגט ניין! און ער האט אים געזאגט ״וועסט נאך זעהן אסאך נחת ביי די אייניקלעך״ . איינער האט א מקור פאר די מעשה וועל איך אים דאנקבאר זיין. איך האב עס געהערט אלץ בחור און לעצטענס געליינט אויף אייוועלט. היות איך בין נישט קיין מעמבער דארט קען איך יענע שרייבער נישט פרעגן פון וואו ער נעמט דאס.
סקען זייער מעגליך זיין.
בקיצור אויב איינער ווייסט מעהר זאל ער ביטע זאגן. יישר כח למפרע.
שבת אחים: דער חידוש איז אז דער מנח"א האט שוין דאמאלס געהאט ספיקות איבער דעם שידוך. ווייל דער מנחת אלעזר איז דאך געווען באוואוסט אלס דער גרעסטער קנאי און לוחם אקעגן ציונות אין אלע פארמען. אפילו אקעיגן די אגודה האט ער געקעמפט. און ער זאלל אריינפאללן מיט אן איידעם א מזרחי'סט. דער רבי ר' ברוכ'ל ראבינאוויטש איז געווען זייער א וואוילער איד און א גרויסער גאון. אבער ער איז געווען נתפס לציונות...!
berlbalagulehשבת אחים: דער חידוש איז אז דער מנח"א האט שוין דאמאלס געהאט ספיקות איבער דעם שידוך. ווייל דער מנחת אלעזר איז דאך געווען באוואוסט אלס דער גרעסטער קנאי און לוחם אקעגן ציונות אין אלע פארמען. אפילו אקעיגן די אגודה האט ער געקעמפט. און ער זאלל אריינפאללן מיט אן איידעם א מזרחי'סט. דער רבי ר' ברוכ'ל ראבינאוויטש איז געווען זייער א וואוילער איד און א גרויסער גאון. אבער ער איז געווען נתפס לציונות...!
וואס איז דיר א חידוש, אז די מנח"א האט געהאט ספיקות אדער דאס אז ער איז אריינגעפאלן מיט א מזחיסט, אדער ביידע?
באמת איז אבער גארנישט קיין חידוש. די שידוך איז געווארן ווען ר' ברוכ'ל איז נאך געווען א יונגל. וויאזוי האט די מנח"א געקענט קאנטראלירן מיט וועם ער דרייט זיך און וואס ער ליינט אלץ בחור. בפרט אז ער איז געווען א יתום און נאכדערצו דארט אין פוילן ווי ציונים און מזרחסטים האבן אריינגעכאפט גאר אסאך פון די יונגווארג
שבת אחים
סקען זייער מעגליך זיין ווייל סאיז ידוע אז דער מנח״א פלעגט כמעט אלעס פרעגן דעם אהבת ישראל אלע זיינע פראבלעמען און שווערע קוויטלעך האט ער זיך דורך גערעדט מיט אים און ער האט געהאט א געוואלדיגע התבטלות פארן סב״ק.
די חלומ'סט. די מנח"א האט שטארק מעריץ געווען די אהבת ישראל אבער צו זאגן אז ער פלעגט אלעס פרעגן, אלע שווערע קוויטלעך, געהאט א התבטלות, דאס איז דמיונות.
די שרייבסט נאך אז ס'איז ידוע, אפשר ברענגסטי עפעס א מקור, ווייל איך האב גאר אסאך געליינט פון די מנח"א און קיינמאל געזעהן איינער זאל דאס שרייבן
שמעון וואלףשבת אחים

איך זאג דיר א פאקט. מיין פאטער האט געוואוינט אין זיין ערשטע דירה טיר ביי טיר לעבן ר׳ חיים בער די מונקאטשע גבאי דאס איז וואס ער האט געזאגט. ביסט טאקע גערעכט יעדע שווער קוויטל איז איבערגעטריבן. אבער ער האט אים געפרעגט אסאך זאכן און זיין מיינונג איבער אסאך זאכן. ר׳ חיים בער האט דעס געזאגט. ער האט געזאגט ״ער האט געהאט פאר אים אזא מין התבטלות וואס ער האט נישט געהאט פאר קיינעם״ פרעג דיך נאך.
שמעון וואלףberlbalagulehשבת אחים: דער חידוש איז אז דער מנח"א האט שוין דאמאלס געהאט ספיקות איבער דעם שידוך. ווייל דער מנחת אלעזר איז דאך געווען באוואוסט אלס דער גרעסטער קנאי און לוחם אקעגן ציונות אין אלע פארמען. אפילו אקעיגן די אגודה האט ער געקעמפט. און ער זאלל אריינפאללן מיט אן איידעם א מזרחי'סט. דער רבי ר' ברוכ'ל ראבינאוויטש איז געווען זייער א וואוילער איד און א גרויסער גאון. אבער ער איז געווען נתפס לציונות...!
וואס איז דיר א חידוש, אז די מנח"א האט געהאט ספיקות אדער דאס אז ער איז אריינגעפאלן מיט א מזחיסט, אדער ביידע?
באמת איז אבער גארנישט קיין חידוש. די שידוך איז געווארן ווען ר' ברוכ'ל איז נאך געווען א יונגל. וויאזוי האט די מנח"א געקענט קאנטראלירן מיט וועם ער דרייט זיך און וואס ער ליינט אלץ בחור. בפרט אז ער איז געווען א יתום און נאכדערצו דארט אין פוילן ווי ציונים און מזרחסטים האבן אריינגעכאפט גאר אסאך פון די יונגווארג
כבין נייגעריג צי ער האט טאקע געהאט ספיקות אין אפלאזן די שידוך.
כהאב אזא אינטערסאנטע פראגע: לאך נישט 🙄 אויב וואלט די מנח״א אפגעלאזט די שידוך און גענומען א געלונגע איידעם וואס וואלט דורכגעלעבט די קריג וואלט סאטמאר געוועהן אזא גרויסע אימפעריע ווי סאיז היינטיגע צייטן?
סאיז ידוע אז א ריזיגע טייל פון סאטמאר זענען באמת אפשטאמיגע פון מונקאטשע חסידים ווי למשל משפחת גאלדבערגער, ראזענבערג, פערלשטיין, האראוויץ, גרינפעלד, ווייס, שפיצער, עסטרייכער, רייזמאן, שווארץ, כהנא, גראס, קאליש, גלאנץ, וכו׳ נאר היות מונקאטש האט נישט איבערגעלאזט קיין געהעריגע יורש איז זייער רביסטיווע צאמגעפאלן. דער עלטסטער זוהן ר׳ הערשלע איז נעבעך נישט געזונט געוועהן. ר׳ משה לייב דער היינטיגער מונקאטשער איז געוועהן נאך זייער יונג און ער איז בכלל נישט די גרויסע רבי מאטיריאל אנטעקן זיין זיידע דער מנחת אלעזר וואס איז געוועהן א חכם, גאון און צדיק. פון דער אנדערע זייט איז נאר געוועהן נאך איין קנאי דער סאטמארער רב ר׳ יואליש זצ״ל וואס איז אויך געוועהן א גאון און ער האט יא געהאט די קוואליפיקאציעס פון דעם מנחת אלעזר. ממילא איז סאטמאר געווארן די גרויסע אימפעריע.
ווען די באבע וואלט געהאט רעדער...
berlbalagulehשבת אחים: דער חידוש איז אז דער מנח"א האט שוין דאמאלס געהאט ספיקות איבער דעם שידוך. ווייל דער מנחת אלעזר איז דאך געווען באוואוסט אלס דער גרעסטער קנאי און לוחם אקעגן ציונות אין אלע פארמען. אפילו אקעיגן די אגודה האט ער געקעמפט. און ער זאלל אריינפאללן מיט אן איידעם א מזרחי'סט. דער רבי ר' ברוכ'ל ראבינאוויטש איז געווען זייער א וואוילער איד און א גרויסער גאון. אבער ער איז געווען נתפס לציונות...!
דאס אלעס??? נאר ציונות? כמיין אז ער איז אויך געוועהן זייער אויפגעקלערט? ספעציעל נאך די מלחמה. אבער קען זיין אז איך בין נישט גערעכט. כהאב אים דאך נישט געקענט.
שבת אחים: דאס וואס דו רופסט אויפגעקלערט איז נישט ריכטיג. ווייל דער הייליגער מנחת אלעזר האט אויכעט געקענט מעדיצין. און ער האט טאקע פארשריבן פרעסקריפשאנס וואס די אפטייק אין מונקאטש האט רעספעקטירט. איך ווייס אז דו וועסט מיך אויסלאכן. דער אלטער בעל עגלה וועיס נישט וואס ער רעדט. איך האב גערעדט צו מענטשן וועלכע זענען געבוירן אין מונאקטש. און זיי האבן דאס פארציילט. נאכמער. ס'איז געווען א פאל וואס דער מנח"א האט פארשריבן עפעס א מעדיצין פאר איינעם פון די חסידים וואס האט געליטן אויף די אויגן. און דער אפטייקער האטציך געוואונדערט פו וואו דער מנח"א האט שוין געוואוסט פון די מעדיצין. ווייל דאס איז נאך געווען א נייע מעדיצין וואס מ'האט נאר געוויסט פון דעם אין די גרויסע שטעט אזוי ווי וויען...!
לעניננו. דער עיקר חיסרון איז אז ער איז געוון נתפס לציונות. און לאמיר רעדן אפן ער איז געווען געשלאגן אויף זיין יראת שמים...!
berlbalagulehאון לאמיר רעדן אפן ער איז געווען געשלאגן אויף זיין יראת שמים...!
ח"ו, איך בין מוחה אויף דיין לעצטיגע דברי זלזול ושתות אויף רבנים.
היום אומר לו עשה כך אויפן קאשוי'ער לרפו"ש, עד שאומר לו..
יין שרף:איך נעם אן דיין מחאה. אבער איך האב געלערנט אין קאשוי. און איך געדענק וואס דער היינטיגער קאשוי'ער רבי שליט"א לרפו"ש האט אלץ אנגעשטעלט. ר'האטציך ארומגעריסן מיט די עלטערע בחורים אויף א טעגליכן אופן. בעיני ראיתי ווי ער האטציך שיעור צופראסקעט מיט אן עלטערן בחור. און נאך א סאך אנדערע זאכן שאין אני רוצה לפורטם. איך אליינס האב געהאט מיט איהם א ..."פריינטליכע"...קאנפראנטאציע. אין קאשוי איז געווען א מנהג אז א סאך בחורים זענען געפארן פון קעמפ אין פארקסווילל קיין סקווירא אויף שבת מברכים אלול. א סאך בחורים זענען געפארן מיט א באס. און איך בין געווען פון די טייל בחורים וואס זענען נישט געפארן. נאר געבליבן אין קעמפ. ווען דער באס איז ארויסגעפארן פון קעמפ, קומט ער צו צו מיר און פרעגט מיך פארוואס איך בין נישט געפארן...? האביך איהם געענטפערט...אן א ספעציעלן טעם...! זאגט ער פאר מיר...אז א משוגע'נער האט אויך א טעם...נו, אזוי ענטפערט א משגיח. דער צוקונפטיגער ממלא מקום פון זיין טאטן...! איך וואלט איהם געדארפט ענטפערן אז פאר מיר איז דער קאשוי'ער רב, דער רבי, אויך גענוג גוט פאר שבת מברכים אלול...!
זיין טאטע דער דאמאלס'דיגער קאשוי'ער רב זצוק"ל איז געווען ממש דער היפוך פון איהם. ער איז געווען זייער א נעימות'דיגער מענטש. ער האט געקענט א יעדן בחור ביי זיין נאמען. און ר'האט מיטגעהאלטן מיט א יעדן בחור וואו ער האלט אין לערנען און יראת שמים.
לגבי דעם רבי ר' ברוכ'ל מ'מונקאטש: איך האב געהערט און געליינט הונדערטער מעשיות. פארשטייצעך איך גלייב נישט די מערסטע פון זיי. אבער איינס איז זייער אינטרעסאנט...ער פלעגט דאווענען זייער שנעלל שמונה עשרה. ענדיגן נאך פאר א יעדן. האבן איהם די גבאים מעורר געווען איבער דעים. אז ס'פאסט נישט אז די רבי זאלל ענדיגן שמו"ע פאר א יעדן. ער זאלל זיך כאטשיג מאכן ווי ער דאוונט לענגער. האט ער געענטפערט...דאס איז שוין נאכ'ן מאכן זיך...!
איך האב פערזענליך גארנישט אקעיגן איהם. אבער איך מעג געבן א נייטראלע, רעאליסטישע אפשאצונג...!
שבת אחיםשמעון וואלףberlbalagulehשבת אחים: דער חידוש איז אז דער מנח"א האט שוין דאמאלס געהאט ספיקות איבער דעם שידוך. ווייל דער מנחת אלעזר איז דאך געווען באוואוסט אלס דער גרעסטער קנאי און לוחם אקעגן ציונות אין אלע פארמען. אפילו אקעיגן די אגודה האט ער געקעמפט. און ער זאלל אריינפאללן מיט אן איידעם א מזרחי'סט. דער רבי ר' ברוכ'ל ראבינאוויטש איז געווען זייער א וואוילער איד און א גרויסער גאון. אבער ער איז געווען נתפס לציונות...!
וואס איז דיר א חידוש, אז די מנח"א האט געהאט ספיקות אדער דאס אז ער איז אריינגעפאלן מיט א מזחיסט, אדער ביידע?
באמת איז אבער גארנישט קיין חידוש. די שידוך איז געווארן ווען ר' ברוכ'ל איז נאך געווען א יונגל. וויאזוי האט די מנח"א געקענט קאנטראלירן מיט וועם ער דרייט זיך און וואס ער ליינט אלץ בחור. בפרט אז ער איז געווען א יתום און נאכדערצו דארט אין פוילן ווי ציונים און מזרחסטים האבן אריינגעכאפט גאר אסאך פון די יונגווארג
כבין נייגעריג צי ער האט טאקע געהאט ספיקות אין אפלאזן די שידוך.
כהאב אזא אינטערסאנטע פראגע: לאך נישט 🙄 אויב וואלט די מנח״א אפגעלאזט די שידוך און גענומען א געלונגע איידעם וואס וואלט דורכגעלעבט די קריג וואלט סאטמאר געוועהן אזא גרויסע אימפעריע ווי סאיז היינטיגע צייטן?
סאיז ידוע אז א ריזיגע טייל פון סאטמאר זענען באמת אפשטאמיגע פון מונקאטשע חסידים ווי למשל משפחת גאלדבערגער, ראזענבערג, פערלשטיין, האראוויץ, גרינפעלד, ווייס, שפיצער, עסטרייכער, רייזמאן, שווארץ, כהנא, גראס, קאליש, גלאנץ, וכו׳ נאר היות מונקאטש האט נישט איבערגעלאזט קיין געהעריגע יורש איז זייער רביסטיווע צאמגעפאלן. דער עלטסטער זוהן ר׳ הערשלע איז נעבעך נישט געזונט געוועהן. ר׳ משה לייב דער היינטיגער מונקאטשער איז געוועהן נאך זייער יונג און ער איז בכלל נישט די גרויסע רבי מאטיריאל אנטעקן זיין זיידע דער מנחת אלעזר וואס איז געוועהן א חכם, גאון און צדיק. פון דער אנדערע זייט איז נאר געוועהן נאך איין קנאי דער סאטמארער רב ר׳ יואליש זצ״ל וואס איז אויך געוועהן א גאון און ער האט יא געהאט די קוואליפיקאציעס פון דעם מנחת אלעזר. ממילא איז סאטמאר געווארן די גרויסע אימפעריע.
ווען די באבע וואלט געהאט רעדער...
מ'זאגט דאך אז טאמער ר' ברוכ'ל וואלט געווען אין וומ"ס און ווייטער געפירט מונקאטש וואלט סאטמאר אויסגעקוקט ווי קלויזענבורג.
ווער ווייסט
Re: רבי ברוך ממונקאטש
היינט נאכט איז די יארצייט!
יהא זכרו ברוך!!!
יהודי פשוטהיינט נאכט איז די יארצייט!
יהא זכרו ברוך!!!
יהא זכרו ברו"ך
<a class="postlink" href="https://drive.google.com/file/d/14EvMXca00W-vrBiAe21tQ5eqJeNs72vV/view?usp=sharing">https://drive.google.com/file/d/14EvMXc ... sp=sharing</a>
אדמו"ר מקרייניץ זצ"ל: ייש"כ. ס'איז זייער שיינע סיפורי מעשיות פון דעם לינק וואס דו ברענגסט אראפ. נאר ס'איז דא א סאך סיפורי מעשיות אין די פארקערטע דיירעקשן. מסתם זענען רוב פון די מעשיות פונ'ם ספר אמת. און דער מונקאטשער רבי ר' ברוכ'ל האט געכאפט עפעס א לינקן דריי. ובאותה שעה כשר היה...!
די ווינט בלאזט אקעגן דעם צדיק וקדוש...
אויב עפעס זאגט מען אז ער איז גוט געווען אבער זיין מהלך אין ציונות האט נישט געטויגט...
רבי ברוך'ל סערעט'ר, די התעורות תשובה, קלויזנבורגע רב, הרב טייכטאל, און נאך טויזנטער צדיקי עולם האבן געהאלטן פון גיין קיין ארץ ישראל על פי תורה, און די עקשנותדיגער עם קשה עורף לאזט זיך נישט! ס'איז א הייליג פאלק אבער צוזאמען מיט דעם, אויב גדו"י זאגן זאכן וואס די עולם געפעלט נישט נעמט מען זיך גדולים וואס האלטן ווי מוויל...
די סאטמאר רב האט געזאגט אויף ר' ברוך'ל, "ער האט נישט קיין איין פאלשע ציין!" איש אמת אדורך און אדורך!!
איך האב שוין געהערט פון זקני דור הישן אזויפיל שיינע מעשיות אויף אים און זיין מסירת נפש, אבער ליידער איז נישטא ווער ס'זאל שרייבן, ווייל קיינער וויל נישט הערן און וויסן דעם אמת, עס טוט זייער וויי צו הערן אנדערש ווי מוויל,
בושה וחרפה!
ויבאו הלייצים ויתלוצאצו 🙂
Re: רבי ברוך ממונקאטש
Buddy

שרייב דו!! הערסט נישט אויף צו שרייבן דיינע ווייטאג'ן קענסטו שוין ארויס געבן די מעשיות.
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
אויף אייוועלט האט @רבניש געעפענט אן אשכול און באשריבן ר' ברוכ'ל. די ערשטע דריי בלעטער זענען פיין געפארן ביז אפאר מטורפים וקטני דעת האבן זיך געכאפט וואס דא טיט זיך און האבן אנגעהויבן שרייבן שקרים ודמיונות מיט וואס זיי זענען אויפגעוואקסן. פארשטייט זיך אז ווען א צענטל דערפון וואלט געשריבן געווארן אויף איינע פון די סאטמערע רבי'ס וואלט עס גלייך פארמעקט געווארן דורך די הנהלה אבער ווען מ'שרייבט וועגן ר' ברוכ'ל מוז מען לאזן אויך שמוץ כדי מ'זאל ח"ו נישט פארכאפט ווערן. (לצים זאגן אז וויבאלד ער האט איבערגעלעבט די קריג מיט א בארד, זעען די סאטמערע (ארונים) אין אים א קאנקורענץ פאר'ן בעל דברי יואל).
איינער א גוט זאגער שרייבט איבער זיין זון יאיר און באטיטל'ט אים אלץ ממלא מקומו. קומט א צווייטער און שטעלט א בילד פון אים. איך האב נישט קיין שום פראבלעם מיט שטעלן א בילד ווייל מ'דארף נישט באהאלטן די אמת ובפרט א מילתא דעבידא לגלוי'. איך וויל נאר וויסן טאמער די גבאים דארט וואלטן אויך ערלויבט צו שטעלן א בילד פון הרב מייזליש מצה"ל אין די אשכול פון ברך משה.
📎 47579886_207228670183613_3259645139873693696_n.jpg
איז דא עפעס א תשובה פון ר' ברוכ'ל איבער יום טוב שני בזמן הזה?
רביה"ק זי"ע: מיט'ן גאנצן רעספעקט וואס איך האב צו איהם, וואלט איך ממילא נישט אנגענומען זיין פסק להלכה. איך בין טאקע (ב"ה) א ליבעראלער מענטש אין מיינע השקפות. אבער איך האב ליעב צו הערן א פסק אין הלכה למעשה פון א דיין א ירא שמים...!
And he was a cool guy...!
berlbalagulehרביה"ק זי"ע: מיט'ן גאנצן רעספעקט וואס איך האב צו איהם, וואלט איך ממילא נישט אנגענומען זיין פסק להלכה. איך בין טאקע (ב"ה) א ליבעראלער מענטש אין מיינע השקפות. אבער איך האב ליעב צו הערן א פסק אין הלכה למעשה פון א דיין א ירא שמים...!
And he was a cool guy...!
דיסלייק. ער איז נישט געווען א ירא שמים?
מהיכי תיתי? וואס דיפיינד א ירא שמים ביי דיר?
וואלווי: ביטע נעם עס נישט פערזענליך. איך האב געהערט און געליינט פארשידענע מעשיות איבער איהם. מעגליך אז ס'זענען נאר געווען אויסגעטראכט ביי בייזוויליגע מענטשן...!
כי ברוך הוא ח''ב
<a class="postlink" href="https://drive.google.com/open?id=1SJUAyDzetHI8ZE_0mVZ_bEInHVC-3arj">https://drive.google.com/open?id=1SJUAy ... InHVC-3arj</a>
אין פתח תקוה די לינקע ביי די עק
📎 13 (8).jpg
מחצה''קאין פתח תקוה די לינקע ביי די עק
מהיכי תיתי אז עס איז אין פתח תקוה?
אוהב ספריםמחצה''קאין פתח תקוה די לינקע ביי די עק
מהיכי תיתי אז עס איז אין פתח תקוה?
מהיכי תיתי אז נישט
Re: רבי ברוך ממונקאטש
מחצה''קאוהב ספריםמחצה''קאין פתח תקוה די לינקע ביי די עק
מהיכי תיתי אז עס איז אין פתח תקוה?
מהיכי תיתי אז נישט
מהיכי תיתי אז ׳מהיכי תיתי׳ איז א גוטן ראי׳ אויף ווי עפעס איז?
מחצה''קאוהב ספריםמחצה''קאין פתח תקוה די לינקע ביי די עק
מהיכי תיתי אז עס איז אין פתח תקוה?
מהיכי תיתי אז נישט
האסט געשריבען א פאקט, האב איך געפרעגט פון ווי די נעמסט דאס
צופעליג ווייס איך ווי דאס איז. און ס'איז נישט אין פתח תקוה.
Re: רבי ברוך ממונקאטש
אוהב ספריםמחצה''קאוהב ספריםמחצה''קאין פתח תקוה די לינקע ביי די עק
מהיכי תיתי אז עס איז אין פתח תקוה?
מהיכי תיתי אז נישט
האסט געשריבען א פאקט, האב איך געפרעגט פון ווי די נעמסט דאס
צופעליג ווייס איך ווי דאס איז. און ס'איז נישט אין פתח תקוה.
אדרבה ילמדנו רבינו וואו דאס איז טאקע?
אוהב ספריםמחצה''קאוהב ספריםמחצה''קאין פתח תקוה די לינקע ביי די עק
מהיכי תיתי אז עס איז אין פתח תקוה?
מהיכי תיתי אז נישט
האסט געשריבען א פאקט, האב איך געפרעגט פון ווי די נעמסט דאס
צופעליג ווייס איך ווי דאס איז. און ס'איז נישט אין פתח תקוה.
חטאתי עס איז אין חולון נישט אין פתח תקוה
מחצה''קחטאתי עס איז אין חולון נישט אין פתח תקוה
דארט אויכעט נישט.
אוהב ספריםמחצה''קחטאתי עס איז אין חולון נישט אין פתח תקוה
דארט אויכעט נישט.
נו דעמאלטס ווי יא?
איך האב געהערט פון א תלמיד מנחת אלעזר זי"ע ווי די רב ז"ל האט געזרכט נאך די חופה בחתונה הגדולה בזה הלשון איי איי בין איך אריינגעפאלען! כהאף דאך אבער דאך ער וועט אריינקומען צו מיר און שטוב ער וועט זעהן מיין הנהגה וועט ער זיך מענטשלין!
זייער שווער צו זאגן אז ער האט דאס געזאגט נאך די חופה, ס’מאכט נישט קיין סענס, ער האט זיך שוין געדרייט אין מונקאטש פאר א לאנגע צייט פאר די חתונה.
לעצטנס האבן די דינוב'ער חסידים אנגהויבן צו מאכן א גרויסע קאמפיין ביי זיין יארצייט, מען גייט ארויף צום ציון, מען פראוועט יארצייט סעודות. אנשטאט די נאמען "ברוכ'ל" איז געווארן די נאמען "די רב זכרונו לברכה" (אין פאקט איז ער געווען רב אין מונקאטש).
לויט ווי זיי טענה'ן איז גארנישט געווען שלעכט מיט ר' ברוכ'ל, נאר סך הכל האט ער נישט געוואלט ווערן מונקאטשער רב נאך די מלחמה, ממילא זענען די מונקאטשע תלמידים געווען אנגעווייטאגט אויף אים, און שוין.
וואס איז טאקע די סיבה אז ער האט נישט געוואלט ממשיך זיין די מונקאטשע רבי'סטעווע? און עפעס שטימט נישט ממש, ווייל למעשה האט ער אין זיין לעדערהעד זיך ווייטער גערופן אבד"ק מונקאטש
לפי מה ששמעתי פין עלטערע אידן, האבן די מונקאטשער חסידים אים געוואלט אויפנעמען, אבער פארלאנגט פארשידענע תנאים, און ער האט נישט געוואלט איינגיין אויף די תנאים.
געוועהן א גבאי חיים בער?, ער האט אים דערלאנגט א פראסק וכו'.
מיט זיין שידוך, די חסידים האבן אים קאליע געמאכט אלע שידוכים וואס מען האט אים גערעדט, איז ער געגאנגען און חתונה געהאט מיט דער פרוי וואס האט זיך אנגעגעבן מיט די קינדער. כאטש זי איז נישט געוועהן לפי ערך.
דאס האב איך געהערט פין עלטערע אידן.
גם שמעתי, אז דער מונקאטשער האט קיינמאל נישט מצליח געווען אלץ א עונש פין רופען זיין טאטע אין ערכאות (בג"ץ). דער הלכה איז אז בעל יורש את אשתו, און ממילא האט ער גע'ירש'נט פארשידענע חפצים וכו' פין מנחת אלעזר ווען זיין ווייב פרומעט, איז ל"ע אוועק.
דער מונקאטשער האט אים גערופען אין ערכאות ווייל לויט דער גוישער הלכה ירש'נען די קינדער און דער מאן שוה בשוה.
דער מונקאטשער האט טאקע דעמאלטס באקומען דער ירושה.
דאס האט זייער געבאדערט ר' ברוך, און האט קיינמאל נישט מוחל געווען דער מונקאטשער אויף דעם.
צווישן אונז גערעדט, איז דער מונקאטשער לכאורה א געהעריגע גנב, נאר וויבאלד ר' ברוך איז נישט געוועהן משלנו, איז עס געוועהן אקעי.
היסטאריע
גם שמעתי, אז דער מונקאטשער האט קיינמאל נישט מצליח געווען אלץ א עונש פין רופען זיין טאטע אין ערכאות (בג"ץ). דער הלכה איז אז בעל יורש את אשתו, און ממילא האט ער גע'ירש'נט פארשידענע חפצים וכו' פין מנחת אלעזר ווען זיין ווייב פרומעט, איז ל"ע אוועק.
שמעתי פון וועמען, האסטי באגעגענט לעצטענס אליהו הנביא?
הכל תלוי במזל
אינטערסאנטער
לויט ווי זיי טענה'ן איז גארנישט געווען שלעכט מיט ר' ברוכ'ל, נאר סך הכל האט ער נישט געוואלט ווערן מונקאטשער רב נאך די מלחמה, ממילא זענען די מונקאטשע תלמידים געווען אנגעווייטאגט אויף אים, און שוין.
גארנישט שלעכט איז אביסול א שווערע סטעיטמענט ווייל למעשה האט ער געטון זאכן וואס וואלט אפשר נישט געפאסט פאר א ממשיך דרכו פונעם מנח"א, אבער דאס איז זיכער אז ס'דא גענוג אנדערע רבי'ס וואס זענען געווען סאך ווייניגער ווי אים אין תורה עבודה וגמ"ח און פונדעסוועגן זענען זיי עקסעפטעט און מ'באשרייבט זיי מיט די שענסטע טיטלען. ר' ברוכ'ל פארדינט עס עניטיים ווי זיי.
אינטערסאנטערוואס איז טאקע די סיבה אז ער האט נישט געוואלט ממשיך זיין די מונקאטשע רבי'סטעווע? און עפעס שטימט נישט ממש, ווייל למעשה האט ער אין זיין לעדערהעד זיך ווייטער גערופן אבד"ק מונקאטש
ער איז געווען א פויליש'ר און א גאר ברייטע קאפ זייענדיג אנגעליינט פון אלץ קינד (ער איז נתיתם געווארן אלץ קינד, און אין שטוב און בכלליות אין שטאט, איז די מצב הרוחני נישט געווען אזוי איי ייי ייי), איז ער נישט געווען אויף די זעלבע פעיזש ווי די אונגארישע טיפ מונקאטש'ע אידן. דערצו האט מען געהאלטן נאך א מלחמה וואס יעדע רעעכטדענקענדע מענטש האט געקענט אראפגיין פון זינען. ער האט געהאט א שטוב מיט 5 פיצעלע קינדער אן קיין ווייב און איז נישט געווען אין די גיסטע צו האבן נאך פרעשור אויף די זייט.