☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » גיוס בני ישיבות -ליידער- שוין א פאקט, א געזעץ!

גיוס בני ישיבות -ליידער- שוין א פאקט, א געזעץ!

468 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4335
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10

נאר,,פרייליך » דאנערשטאג יולי 25, 2013 2:36 pm

· #136246
אן היסטארישער מעמד קידוש השם ווי טויזענטער בחורי חמד זענען מקבל אויף זיך צו שטיין במסי''נ קעגן די גזירת הגיוס
קימט פאר אצינד אין י-ם האלט מיט לעבעדיג אויף קול סאטמאר און קול מבשר
@געפילטע פיש @קאוועטרינקער גייטס זייטס פארנימען מיט די געוואלדיגע טובה פין אריינשלעפן בחורים און מיליטער
זייט'ס ווייטער מבזה די גדולי ומנהיגי דור העבר וואס האבען געזען''גענוי'' וואס וועט איצט פאסירען נאך פאר פופציג יאר צוריק
עם ישראל חי!!!!!!!!!!!!!!!

בענדזשאמין פרענקלין » דאנערשטאג יולי 25, 2013 2:36 pm

· #136247
קאך_לעפל
געפילטע פיש
נאר,,פרייליך
ס'ליידער א גרויסע בושה פאר'ן גזע מ'תולדות אהרן
א שטיקעל לימוד זכות איז פאראן אז דער מבקשי אמונה האט זיך ליידער געמיטשעט יארען מיט זש''ק וואס האט אים ארייהגעפירט אין התחזקות ביז ס'נעבעך דאס ארויסגעקראכען

דער בעל דברי יואל זי"ע איז געווען א איבערגערטיבענע קנאי.
א שטיקעל לימוד זכות איז פאראן אז דער רבי זי"ע האט זיך ליידער געמיטשעט יארען מיט זש''ק וואס האט אים דערביטערט און ארייהגעפירט אין קנאות ביז ס'נעבעך דאס ארויסגעקראכען...

מיסער געפילטע פיש, איצט פארשטיי איך שוין בעלזער רבי, ער האט אויך נישט געהאט א לאנגע צייט קיין זש''ק! און דאס איין קינד וואס ער האט נעבאך יא, זעט אויס וואו ער זעט אויס!

געפילטע פיש שמעקט אפשר, אבער ס'נישט מיאוס.

געפילטע פיש » דאנערשטאג יולי 25, 2013 2:37 pm

· #136248
קאך_לעפל
מיסער געפילטע פיש, איצט פארשטיי איך שוין בעלזער רבי, ער האט אויך נישט געהאט א לאנגע צייט קיין זש''ק! און דאס איין קינד וואס ער האט נעבאך יא, זעט אויס וואו ער זעט אויס!

לאל, אוטש! עז איף איך געב א בעילה, איין זאך וויל איך נאר וויסן, ווי אזוי האסטו אויסגעפיגערט אז איך בין א בעלזער, כ'האב עס פראבירט שטארק צו באהאלטן.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יולי 25, 2013 2:40 pm

· #136249
נער,, פר''ל'ך... אפשר גייסטו אראפ פונעם אינטערנעט, כהוראות גדולי ישראל,?

נאר,,פרייליך » דאנערשטאג יולי 25, 2013 2:44 pm

· #136252
קאווע טרינקער
נער,, פר''ל'ך... אפשר גייסטו אראפ פונעם אינטערנעט, כהוראות גדולי ישראל,?

כל זמן אזעלכע מסיתים כמותך געפינען זיך דא און מאכען משוגע דאס מענטשהייט
איז עס פיקוח נפש צו שרייבען אפאר אויפריכטיגע ווערטער אז דער ציבור המטומטם זאל נישט קאקא ווערן פין עטליכע קאווע טרינקער וחביריו

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יולי 25, 2013 2:45 pm

· #136254
איך בין אייך מייעץ צו גיין אויך פעיסבוק, דארט זענען דא אסאך מסיתים, ס'איז פיקוח נפש ממש.

טאמבל סאס » דאנערשטאג יולי 25, 2013 2:46 pm

· #136255
איך זיץ דא אויף א באס און האלט מיט פארנט פון מיר א פרייער בחור שמועסט מיט עפעס א היימישע ווייבל און זי פראבירט עם פארענטפערן פארוואס מגייט נישט אין צבא, מתוק
כ'טראכט צו מיר. א פרייע בחור מיט א היימיש ווייבל?? כ'וויל איר פרעגן אויב די טעם פון גיוס בנות פארשטייט זי שוין.
איך האב מורא אז נאכ'ן שמועס איז זי שוין א רעקרוט...
זי איז עם מסביר ווי די מענער לערנען אלע אין ביהמ"ד ממש יומם ולילה..
ער קויפט עס נישט.. די יום גלייבט ער! אבער די לילה, וויל ער זיך קודם אליין איבערצייגן...

מאיר_וואלף » דאנערשטאג יולי 25, 2013 2:48 pm

· #136256
בענדזשאמין פרענקלין

געפילטע פיש שמעקט אפשר, אבער ס'נישט מיאוס.

אבער וואס ער האט געשריבען איז נישט שיין
עס פאסט פאר בענדזשאמין פרענקלין

קאך_לעפל » דאנערשטאג יולי 25, 2013 2:49 pm

· #136258
געפילטע פיש
קאך_לעפל
מיסער געפילטע פיש, איצט פארשטיי איך שוין בעלזער רבי, ער האט אויך נישט געהאט א לאנגע צייט קיין זש''ק! און דאס איין קינד וואס ער האט נעבאך יא, זעט אויס וואו ער זעט אויס!

לאל, אוטש! עז איף איך געב א בעילה, איין זאך וויל איך נאר וויסן, ווי אזוי האסטו אויסגעפיגערט אז איך בין א בעלזער, כ'האב עס פראבירט שטארק צו באהאלטן.

אה, די פרעגסט דאך גוט, איז אזוי! עס איז נישטא קיין חסידות און די וועלט וואס האט אזוי פיינט סאטמאר, מיר אירע היילגע רבי'ס, וואו בעלזא,
פארוואס? איז דא אסאך סיבות, אבער די עיקר סיבה איז ווייל סאטמאר גייט אויפן הייליגען דרך וואס אלע צדיקי בית בעלזא זענען געגאנגען, און דאס שמייסט און פנים פאר בעלז, ער קען דאס נישט איבערטראגען, (עס קען גאר זיין אז וועגן דעם האט ער געווארפן דאס שטריימעל ער''פ תשנ'''ד)
עכ''פ, פון די שנאה און האס, און ביליקייט וואס די שרייבסט קעגן דעם קדוש אלקי, דעם רבן של ישראל, דער גרעסטער אויפטיער ביי כלל ישראל, וואס איז נאר אמאל געווען, מיז זיין אז די ביז א בעלזער חסיד פארשטאנטא?

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יולי 25, 2013 2:51 pm

· #136259
פוי, צימעס גראך.

געפילטע פיש » דאנערשטאג יולי 25, 2013 2:52 pm

· #136260
מאיר_וואלף
סאו וואט:
דו אליינס שרייבסט דאך "אגדות מספרים וויפיל מופתים ס'איז געוועהן [און מער וויפיל נישט] מיט שרפי מעלה [=ברענען אויבען] מיט מיליטער, כדי זיך אויסצודרייען"

דאס איז קלאר אז מען האט אמאל פערבירט וואס מען האט געקענט אז מען זאל זיך נישט דארפען שטעלען

און אויך ווייסען מיר אז צוווישען פארדארבענע אידען איז פיל ערגער ווי צוווישען נישט אידען

ווידער, איבער דו מצב מיט די ישיבות, ביסטו ליידער זייער גערעכט

אודאי האט מען פראבירט, מ'האט געשטדל'ט, מ'האט אונטערגעקויפט, דארפסט פארשטיין, אז נעמען א יונג קינד אין רוסישן מיליטער איז עס געווען א סכנה ברוח ובגשם, אויף צען יאר אדער מער, אפגעריסן פון משפחה און פון מענטשהייט. אנדערש איז אבער אין ארץ ישראל, וואו מ'קען אהיים גיין יעדע אדער יעדע צווייטע וויקענד, מ'קען רואיג האלטן אידישקייט, והא ראי' די טויזענטער אידן יראים ושלימים וואס האבן געדינט אין מיליטער.

סאשי פיש » דאנערשטאג יולי 25, 2013 2:53 pm

· #136261
איך מין אויך אז עס קען/דארף אריינגיין אין צימעס

געפילטע פיש » דאנערשטאג יולי 25, 2013 3:04 pm

· #136266
מאיר_וואלף
אבער וואס ער האט געשריבען איז נישט שיין
עס פאסט פאר בענדזשאמין פרענקלין

איך האב דיר שוין געשריבן אין אישי, איך האב נישט געמיינט קיין פחיתות כבוד, נאר אז נאר,,פרייליך שרייבט אזוי אויף אן ערליכע איד וואס מיינט עס נעבעך ערענסט, נאר פאר דעם ווייל ער האלט אנדערש ווי עם, און אויב האלט ער אנדערש ווי זיין טאטע, ברידער, און סאטמארע רב מוז זיין אז ער איז צויוזשעט געווארן ווייל ער האט זיך געמיטשעט מיט קינדער, דאס איז א פחיתות כבוד אין מענטשהייט, און קען געזאגט ווערן ביידע וועגן, איך האב עס געשריבן לשיטתו פון מיסטער פרייליך.

קאך_לעפל
אה, די פרעגסט דאך גוט, איז אזוי! עס איז נישטא קיין חסידות און די וועלט וואס האט אזוי פיינט סאטמאר, מיר אירע היילגע רבי'ס, וואו בעלזא,
פארוואס? איז דא אסאך סיבות, אבער די עיקר סיבה איז ווייל סאטמאר גייט אויפן הייליגען דרך וואס אלע צדיקי בית בעלזא זענען געגאנגען, און דאס שמייסט און פנים פאר בעלז, ער קען דאס נישט איבערטראגען, (עס קען גאר זיין אז וועגן דעם האט ער געווארפן דאס שטריימעל ער''פ תשנ'''ד)
עכ''פ, פון די שנאה און האס, און ביליקייט וואס די שרייבסט קעגן דעם קדוש אלקי, דעם רבן של ישראל, דער גרעסטער אויפטיער ביי כלל ישראל, וואס איז נאר אמאל געווען, מיז זיין אז די ביז א בעלזער חסיד פארשטאנטא?

סאטמאר האט רבי'ס? כ'האב געמיינט אז די דברי יואל איז געווען סאטמארער רב. און דו קענסט עם רופן ר' בערל ביז איבערמארגן, ס'גייט מיר קיין סאך נישט אן, אבער כ'מיין אז ס'איז קעגן די תקנות דא. און לגבי ווער איז די גרעסטע אויפטוהער, history will be the judge of that.

לענינינו, דארף איך מורא האבן פון גילוי? באלד פיגערסו אויס מיין סאשעל סעקיוריטי נאמבער אויך, כ'מיין וויפיל בעלזערס וואוינען שוין אויף אורשיווע דרייוו?

מאיר_וואלף » דאנערשטאג יולי 25, 2013 3:12 pm

· #136271
גראדע האסטו עס געשרובען דא, און אין אישי "כ'האב נאר געוואלט אז נאר קאמא קאמא פרייליך זאל זען ווי אזוי ער הערט זיך.", די צווייטע תגובה פון אויווען

אבער דו גייסט ווייטער אן מיט דיינס

יואב » דאנערשטאג יולי 25, 2013 3:58 pm

· #136279
נאר,,פרייליך
קאווע טרינקער
נאר,,פרייליך

ס'ליידער א גרויסע בושה פאר'ן גזע מ'תולדות אהרן
א שטיקעל לימוד זכות איז פאראן אז דער מבקשי אמונה האט זיך ליידער געמיטשעט יארען מיט זש''ק וואס האט אים ארייהגעפירט אין התחזקות ביז ס'נעבעך דאס ארויסגעקראכען
ער ארבעט אצינד אויך אויף זיינע צוויי ברידער אז זיי זאלען מער נתקרב ווערן צום בעלזער

אשפ"ג!!!!! 😂 😂 😂 😂
מיין כרס וכליות ווארפען זיך פאר געלעכטער...

ס'הייבט זיך אן מיט "התחזקות", ס'קוילערט זיך צו רעדן מיט בחורים/אינגעלייט, שומרי תורה ומצות, וואס שטעלן איין זייער לעבן פאר א צווייטען איד, ביז ליידער ליידער ליידער ס'קומט אן אז מ'טוט פעולות צו ווערן נאנט מיטן.... בעלזא רב אליין!! א מענטש וואס האט נאר גוסט געטוהן פאר כלל ישראל. רח"ל.

ס'נישט נוגע צו בעלזע רב האט נאר געטין גוט'ס כל ימי חייו צו בלויז דאס היפוך ווי ס'ווייזט זיך אויס אז ער איז דער איינציגסטער פירער ביים יהדות החרדית וואס האט מכריח געווען מיט זיינע פעולות צו ארויסברענגען פיע גדולי ישראל כנגדו
אבער דאס אז א קינד פינעם תולדות אהרן'ער וואס האט אים אזוי באקעמפט
זאל קימען אצינד און טערארזירען די ממשיכי דרכו פון זיין טאטען צו גיין חנפענען און לעקן בעלז
איז סאמטינג ראנג וויט הים

עס ענגבערט מיר שוין לאנג די קשיא בכלליות, אלץ ווען חדש אסור מן המנהגים'ניקעס טרעפן זיך מיט וואס צו זיין באשעפטיגט. אבער אז דו האסט דאס דערמאנט דא, לאמיר דיר פרעגן. קענסט מיר מסביר זיין וואו זיין טאטנס אידילאגיע קומט אריין אינעם בילד? א רבישע קינד"ס מהלך המחשבה איז עפעס צוגעטשעפט צו זיין טאנטנ'ס מח ווי מאיר פרוש'נס קייטן צום מייק? וויבאלד זיין טאטע האט ארויפגעזיגלט א רעבישן כתובת קעקע אויף אים ביזן אלף הששי, און אים פארזיכערט א אויבן אן זיץ אינעם היכל הצימעס עד סוף כל הדורות, האט ער פארלוירן דעת עצמו? און אויב וויל ער אונטערנעמען א מעסיג ראציאנאלער מהלך, דאן פארדינט ער זיך א "סאמטינג ראנג" טיטול ? אדרבה קלער מיך אויף, קען זיין כ'האב א בלאקעדש.

למדן » דאנערשטאג יולי 25, 2013 3:59 pm

· #136281
דו גייסטיך שוין נישט קענען ארויסדרייען, ווייס מיר שוין אויף וועלכע גאס דו וואינסט נאך אביסל איז מען ביי דיין טיהר, גיב אבאכט

מאיר_וואלף » דאנערשטאג יולי 25, 2013 4:22 pm

· #136296
יואב

עס ענגבערט מיר שוין לאנג די קשיא בכלליות, אלץ ווען חדש אסור מן המנהגים'ניקעס טרעפן זיך מיט וואס צו זיין באשעפטיגט. אבער אז דו האסט דאס דערמאנט דא, לאמיר דיר פרעגן. קענסט מיר מסביר זיין וואו זיין טאטנס אידילאגיע קומט אריין אינעם בילד? א רבישע קינד"ס מהלך המחשבה איז עפעס צוגעטשעפט צו זיין טאנטנ'ס מח ווי מאיר פרוש'נס קייטן צום מייק? וויבאלד זיין טאטע האט ארויפגעזיגלט א רעבישן כתובת קעקע אויף אים ביזן אלף הששי, און אים פארזיכערט א אויבן אן זיץ אינעם היכל הצימעס עד סוף כל הדורות, האט ער פארלוירן דעת עצמו? און אויב וויל ער אונטערנעמען א מעסיג ראציאנאלער מהלך, דאן פארדינט ער זיך א "סאמטינג ראנג" טיטול ? אדרבה קלער מיך אויף, קען זיין כ'האב א בלאקעדש.

אלץ גוי ביסטו מן הסתם גערעכט

יואב » דאנערשטאג יולי 25, 2013 4:27 pm

· #136306

זיי זיך מסביר ביטע.

מאיר_וואלף » דאנערשטאג יולי 25, 2013 4:32 pm

· #136313
"און אויב וויל ער אונטערנעמען א מעסיג ראציאנאלער מהלך"

א מעסיג ראציאנאלער מהלך, האט נישט מיט אידשקייט, וכו' וכו' וכו'

יואב » דאנערשטאג יולי 25, 2013 4:39 pm

· #136320
מאיר_וואלף
"און אויב וויל ער אונטערנעמען א מעסיג ראציאנאלער מהלך"

א מעסיג ראציאנאלער מהלך, האט נישט מיט אידשקייט, וכו' וכו' וכו'

מיי גאש! וואו האט אידישקייט זיך געטראפן א וועג אריין דא, און אגב פון וועלעכע אידישקייט רעדסטו?

מאיר_וואלף » דאנערשטאג יולי 25, 2013 4:42 pm

· #136323
מיר זענען אידען נישט ווייל עס איז געשמאק

סאשי פיש » דאנערשטאג יולי 25, 2013 4:43 pm

· #136324
וועלכע חלק איז נישט געשמאק?

מאיר_וואלף » דאנערשטאג יולי 25, 2013 4:48 pm

· #136328
יואב
מאיר_וואלף
"און אויב וויל ער אונטערנעמען א מעסיג ראציאנאלער מהלך"

א מעסיג ראציאנאלער מהלך, האט נישט מיט אידשקייט, וכו' וכו' וכו'

מיי גאש! וואו האט אידישקייט זיך געטראפן א וועג אריין דא, און אגב פון וועלעכע אידישקייט רעדסטו?

זענען די רבישע קינדער פירערס ביי די גוים

סאשי פיש » דאנערשטאג יולי 25, 2013 4:50 pm

· #136329
זיי דיך בעסער מסביר

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יולי 25, 2013 4:53 pm

· #136334
מאיר_וואלף
מיר זענען אידען נישט ווייל עס איז געשמאק

ויש גורסים:
מיר זענען נישט - אידן, ווייל ס'איז געשמאק.

אמאל שרייט מען מצות לאו ליהנות ניתנו, און אמאל שרייט מען אוי ווי גוט איז צו זיין א איד.. (וואסי די "אוי"?)

מאיר_וואלף » דאנערשטאג יולי 25, 2013 4:54 pm

· #136335
סאשי פיש
וועלכע חלק איז נישט געשמאק?

מסלת ישרים פ"א וז"ל: והנה שמו הקב"ה לאדם במקום שרבים בו המרחיקים אותו ממנו יתברך, והם הם התאוות החמריות, אשר אם ימשך אחריהן הנה הוא מתרחק והולך מן הטוב האמיתי, ונמצא שהוא מושם באמת בתוך המלחמה החזקה, כי כל עניני העולם בין לטוב בין למוטב הנה הם נסיונות לאדם.

סאשי פיש » דאנערשטאג יולי 25, 2013 4:56 pm

· #136337
סא עס איז יא גוט צו זיין א יוד
דאס נעם איך ארויס

מאיר_וואלף » דאנערשטאג יולי 25, 2013 4:58 pm

· #136341
קאווע טרינקער
מאיר_וואלף
מיר זענען אידען נישט ווייל עס איז געשמאק

ויש גורסים:
מיר זענען נישט - אידן, ווייל ס'איז געשמאק.

אמאל שרייט מען מצות לאו ליהנות ניתנו, און אמאל שרייט מען אוי ווי גוט איז צו זיין א איד.. (וואסי די "אוי"?)

אבער, הכל מודים אז דו ביסט געשמאק

יואב » דאנערשטאג יולי 25, 2013 4:59 pm

· #136342
הרב מאיר וואלף, דאס איז נישט טוויטער, איר קענט שרייבן מער ווי 140 כאראקטארן.
איר מוזט נישט יעצט שרייבן אזוי לאנג ווי טערעמס ענד קאנדישאנס פון פירמעס, אבער ברענג אייך זיי אזוי גוט ארויס קלאר.
איך ווייס נישט צו איר זענט אין א פארזוך צו העכערן אייערע צאל תגובות, אויב יא, ביטע נישט אויף מיין תגובה'לע. בבקשה.

מאיר_וואלף » דאנערשטאג יולי 25, 2013 5:00 pm

· #136343
סאשי פיש
סא עס איז יא גוט צו זיין א יוד
דאס נעם איך ארויס

זיכער איז גוט צו זיין א איד

סאשי פיש » דאנערשטאג יולי 25, 2013 5:02 pm

· #136344
יואב
הרב מאיר וואלף, דאס איז נישט טוויטער, איר קענט שרייבן מער ווי 140 כאראקטארן.
איר מוזט נישט יעצט שרייבן אזוי לאנג ווי טערעמס ענד קאנדישאנס פון פירמעס, אבער ברענג אייך זיי אזוי גוט ארויס קלאר.
איך ווייס נישט צו איר זענט אין א פארזוך צו העכערן אייערע צאל תגובות, אויב יא, ביטע נישט אויף מיין תגובה'לע. בבקשה.

גם אני מצטרף לחברי יואב ענטפערען על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון איז א סימן פון א חכם און פארקערט דארף איך דיר נישט זאגען

מאיר_וואלף » דאנערשטאג יולי 25, 2013 5:05 pm

· #136345
די תורה גובט נישט די אפשען פון זיין נאטראל

יואב » דאנערשטאג יולי 25, 2013 5:26 pm

· #136355
במחילת כבודך. איך האב קיין אהנונג וואס דער גיהנם דו ווילסט דא. איך ווייס נישט וואו אידן, גוים,נייטראל, קומען דא אריין אינעם בילד. איך האב געפרעגט א פשוטע קשיא; נעמליך, וואס איז דער פראבלעם פאר א רבישן קינד צו טראכטן אנדערש ווי זיין פאטער.
מ'רעדט נישט דא פון א קינד וואס האט זיך דערקלערט אלס כופר, (וואס אפילו זאל דאס זיין די קעיס ווייס איך נאך אלץ נישט וואו דער טאטעניו פלאצירט זיך אינעם בילד). מ'רעדט סך הכל פון א צוגאנג אין עבודת השם.

יואב » דאנערשטאג יולי 25, 2013 5:57 pm

· #136363
קאווע טרינקער
מאיר_וואלף
מיר זענען אידען נישט ווייל עס איז געשמאק

ויש גורסים:
מיר זענען נישט - אידן, ווייל ס'איז געשמאק.

אמאל שרייט מען מצות לאו ליהנות ניתנו, און אמאל שרייט מען אוי ווי גוט איז צו זיין א איד.. (וואסי די "אוי"?)

ולא קשיא. לאו ליהנות ניתנו איז טאקע דווקא ביי מצוות. פארהאן אבער פילע געשמאקייטן ביים היימישן ציבור (לאו דווקא אידן אין אלגעמיין) וואס אויב גוים זאלן זיך דערוויסן דערפון, כאפן זיי א זעג, און פארקלענערן זיך דעם בעל פעור שליסל, מיטן אייפער די שטאט-לייט פון שכם האבן זיך מוסר נפש געוועזן פאר דינה. ועיין באריכות כאן.

מאיר_וואלף » דאנערשטאג יולי 25, 2013 6:07 pm

· #136366
דיין קשיא איז זייער אום קלאר,
דו רעדטס פון צוויי וועגען אין עבודת ד'
אדער רעדסטו פון ואל תטוש תורת אמך
ווי פארשטייסטו אז מען קען זיך קלויבען א אייגענע מהלך

א איד איז איד ווייל זיין טאטע איז א איד און זיין טאטעס טאטע איז א איד

יואב » דאנערשטאג יולי 25, 2013 6:21 pm

· #136370
מאיר_וואלף
דיין קשיא איז זייער אום קלאר,
דו רעדטס פון צוויי וועגען אין עבודת ד'
אדער רעדסטו פון ואל תטוש תורת אמך
ווי פארשטייסטו אז מען קען זיך קלויבען א אייגענע מהלך

הער אויס! אז מיין קשיא איז דיר געוועזן אומקלאר, האסטו נישט געברויכט אריינטאנצן דא און ארומשלעפן מיט קורצע אומקלארע תגובות ,כאילו דו ביזט א רבי, און מיר חסידים פארקנייטשן זיך אויערן צו הערן צו די רבי האט געזאגט "זאל זיין", אדער "וועט זיין".
קומט א איד און איז מקרב בחורים, און צו ער זאל זיין גערעכט אדער נישט, האב איך נישט קיין DAMN אהנונג וואו זיין טאטע קומט דא אריין אינעם בילד.
פרעג איך א נארמאלע קשיא: פארוואס פארדינט זיך אזא איינער דעם טיטל "סאמטינג ראנג".
קענסט ענטפערן דערויף? דאן ענטפער ווי א מענטש. אונז קענען דיסעגריען, אבער א נארמאלע דעבאטע זאל דאס זיין.
דיין פענע ווערט עפעס נקטם ווי דער טויבער ר' סנדר זוהן'ס קול . אידישקייט, נייטראל, גויאישקייט, ראצינאל, מעסיג ועוד.

האב מיר א פרייליכן תמיד, און א גוט קוויטל.

מאיר_וואלף » דאנערשטאג יולי 25, 2013 6:33 pm

· #136375
האב איך טאקע נישט פארשטאנען אויף וואס די באצוזט זיך

אבער אויך דא איז שייך, אויב זיין טאטע האט נישט געהאלטען פון קירוב רחוקים, גייט דאס אויך אריין אין די פריערדיגע תגובה

געפילטע פיש » דאנערשטאג יולי 25, 2013 6:46 pm

· #136379
הייסט אויב מיין טאטע איז אן אגודיסט טאר איך נישט ווערן קיין קנאי?

איך אויך » דאנערשטאג יולי 25, 2013 6:49 pm

· #136380
יואב
מאיר_וואלף
"און אויב וויל ער אונטערנעמען א מעסיג ראציאנאלער מהלך"

א מעסיג ראציאנאלער מהלך, האט נישט מיט אידשקייט, וכו' וכו' וכו'

מיי גאש! וואו האט אידישקייט זיך געטראפן א וועג אריין דא, און אגב פון וועלעכע אידישקייט רעדסטו?

פרעג בעסער ווי בעלזא קומט דא אריין?

עפעס א בעלזא בעשינג ליילעך האט זיך אויסגעשפרייט אויפן שטיבל די לעצטע טעג ,רעדט מען פונעם מונקאטשער רב'ס ברכות בדרך כבוד קומט ר' קופי שליט"א און ווארפט אריין עפעס וואס לדעתו וועט טשעפענען בעלזא, רעדט מען פונעם קדושת ציון מישט עפעס א צוייטער חכם א קאשע מיט בעלזא, רעדט מען פונעם קלויזעבורגער איז ווייטער בעלזא אריינגעשפרונגען אינדערמיט ,והעולה על כולנה דא אינעם אשכול ווי א ס"ח פארסרחט דעם צימער מיט זיינע נפיחות. וואסי פשט דערפין?

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יולי 25, 2013 7:38 pm

· #136395
ווינקל ווינקל גז"ש, וד"ל.

איך אויך » דאנערשטאג יולי 25, 2013 7:42 pm

· #136397
איני ד"ל.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יולי 25, 2013 8:01 pm

· #136403
קאווע שטיבל: א רוהיג ווינקל
בעלזא: א ווינקל

איך אויך » דאנערשטאג יולי 25, 2013 8:13 pm

· #136405
אה קאווע קאווע לג"ש.

מאיר_וואלף » דאנערשטאג יולי 25, 2013 8:31 pm

· #136411
געפילטע פיש
הייסט אויב מיין טאטע איז אן אגודיסט טאר איך נישט ווערן קיין קנאי?

דו האסט דאך מיר געשריבען אין אישי:
"מיר מעגן האבן חילוקי דיעות, זייט מיר געזונט."

נאר,,פרייליך » פרייטאג יולי 26, 2013 8:52 am

· #136479
Hear the firey drushes @mamed "hachuna l'msiras nafash" 7183628800 27-4-10

אט די פייעדיגע רעדעס פין הרבנים הגאונים איבער'ן חובת השעה און איבער די חיוב פין יעדן יודיש בחור צו שטיין גרייט במסי''נ קעגן די מלכות הרשעה טוט אריינבלאזען א חיות אין יודישע קינדער ווייזענדיג אז עוד ישראל רד עם קל ועם קדושיו הוא נאמן

און די קאווע טרינקער וחביריו הניקים קענען גיין פראווענען מסיבות מיטען ראש הממשלה ושותפיו און שפילען מה יפית צו יעדן שייגעץ וכופר וואס דרייט זיך אינעם כלל ישראל ווי די ערב רב ויוצאי חלציהם

און כלל ישראל וועט ווייטער גיין אויף איר ריינעם אויסגעטרעטענעם וועג מיט וואס זי האלט זיך יארען לאנג אין גלות און שטייט נאך ביזען היינטיגען טאג על אפם ועל חמתם פין די שונאי כל טהרה

וגם נצח ישראל לא ישקר!!!!

קאווע טרינקער » פרייטאג יולי 26, 2013 9:31 am

· #136484
שוין צייט צו טוישען דיין ניק צו "נאר,,וויינען".

יאיר » פרייטאג יולי 26, 2013 10:12 am

· #136488
קאווע טרינקער
שוין צייט צו טוישען דיין ניק צו "נאר,,וויינען".

פארוואס איז עס טאקע אזוי אז אלע בדחנים און פרייליכע אידן ווערן עפעס צוגעלייגט און פארקוועטשט ווען זיי קומען צו ק"ש? כ'האב אלץ געמיינט אז קאווע מאכט לעבעדיג און מונטער.

נאר,,פרייליך » פרייטאג יולי 26, 2013 10:18 am

· #136489
בחדרי טוט פובליצירען דעם נטרונא קליפ און איז מסביר שיטת סאטמאר בנוסח בחדרי

<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=57241&cat=1&scat=3">http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=5 ... t=1&scat=3</a>

נאר,,פרייליך » פרייטאג יולי 26, 2013 10:31 am

· #136493
ברוך מחיה מתים!!! די מועצת האט זיך אויפגעוועקט ס'איז צו ערווארטען א ישועה גדולה נאך דעם זיצונג ווי עס וועט ווידערהאלט ווערן אז פראוואקאציעס און מחאות זענען פארבאטען און די סיקריקישע געפירעכץ זענען די הויפט שולדיגע אין די גזירה
די רעזאלוציע וועט לכאורה בלייבען די זעלבע ווי פאריגע מאל אז מיר האבען ב''ה געטרייע שבעת המינים אינעם כנסת און כלל ישראל קען שלאפען רואיג
עי' בחדרי
קליקט דא אויפען לינק

<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=57256&cat=6&scat=40">http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=5 ... =6&scat=40</a>

פידלער » פרייטאג יולי 26, 2013 10:33 am

· #136495
יאיר
קאווע טרינקער
שוין צייט צו טוישען דיין ניק צו "נאר,,וויינען".

פארוואס איז עס טאקע אזוי אז אלע בדחנים און פרייליכע אידן ווערן עפעס צוגעלייגט און פארקוועטשט ווען זיי קומען צו ק"ש? כ'האב אלץ געמיינט אז קאווע מאכט לעבעדיג און מונטער.

איך וואלט נישט באשולדיגט ק"ש. ס'זעעט מיר אויס צו זיין א פאל פון negation of Andreas Demetriou's theory אז א מענטש'ס self-awareness אנטוויקעלט זיך, אנגעהויבן פון געבורטס. איך האב מורא אז די ניקס זענען וויאזוי די מענטשן זעען זיך, נישט אן אפשפיגלונג פון ריאליטעט. אין אנדערע ווערטער, ס'פעלט self-awareness.

אדער איז עס ווישפאל טינקינג -- למשל איך שפיל מוזיק ווי א קאץ און איך רוף מיך פידלער.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10