יעקב מענטשעפעס פארשטייען מיר זיך נישט דא.
די מעשה וואס דו ברענגסט פון סאטמער רב ז"ל, איז פארגעקומען אין א צייט ווען די רעגירונג האט נישט גענוצט די מיליטער אויף צו 'טוישן' די צורה פונעם חרידישן אידענטום, אוודאי האבן זיי אונז קיינמאל ליעב געהאט, אבער זיי האבן נישט פרובירט צו סיסטעמאטיש טוישן דעם ציבור. כהיום יום זאגן זיי קלאר אז ווילן נוצן די מיליטער אלץ שמעלץ טאפ אויף צו 'טוישן' דעם ציבור, און אויף דעם דארף מען יא שטעלן א ווידערשטאנד (עכ"פ תלוי בדיעות גדולי זמנינו)
האסט א באווייז אז ס'אנדערש היינט פון אמאל?
סנישדא ווער זאל זיך אננעמען פארן איד, ק"ו א פרומער "טוב שבגויים ה..."
דער עיקר ווי קען מען שיקן דע טשעקס
diffיעקב מענטשעפעס פארשטייען מיר זיך נישט דא.
די מעשה וואס דו ברענגסט פון סאטמער רב ז"ל, איז פארגעקומען אין א צייט ווען די רעגירונג האט נישט גענוצט די מיליטער אויף צו 'טוישן' די צורה פונעם חרידישן אידענטום, אוודאי האבן זיי אונז קיינמאל ליעב געהאט, אבער זיי האבן נישט פרובירט צו סיסטעמאטיש טוישן דעם ציבור. כהיום יום זאגן זיי קלאר אז ווילן נוצן די מיליטער אלץ שמעלץ טאפ אויף צו 'טוישן' דעם ציבור, און אויף דעם דארף מען יא שטעלן א ווידערשטאנד (עכ"פ תלוי בדיעות גדולי זמנינו)
האסט א באווייז אז ס'אנדערש היינט פון אמאל?
יא ס'איז דא אסאך באווייזן, ס'אחז אבער צו לאנג פאר מיר יעצט איבערצוגיין אלע פונקטן.
איך וועל מיך באגענוגען מיט דעם וואס 'זיי' אליינס זאגן אזוי.
זיי האבן דאס געזאגט אמאל, נישט היינט
סאיז דער פאלק וואס פארלאנגט שיוויון מיטן וויילן לפיד ועוד
diffזיי האבן דאס געזאגט אמאל, נישט היינט
סאיז דער פאלק וואס פארלאנגט שיוויון מיטן וויילן לפיד ועוד
איך האב נישט יעצט קיין געדולד, אויב דו האסט נערוון צו לעזן דעם קונטרס, און אפפרעגן וואס דו קלערסט אז ס'איז פאלש, איך בין גרייט צו הערן.
📎 חוק הגיוס יש גזירה או אין גזירה -דעם קלא%-1-9.pdf
סקוקט מיר אויס מוויל בעיקר די פרומע זאלן מאכן ביזנעס ווי אלע, רבינו האט אויך דאס געוואלט
ישראבלאף
די ליצנות איז גרויס,
מען באריכטעט מיט די שארפסטע טערמינען אויף ערנסטע הפגנות קעגן ארעסטירן אומשולדיגע בחורי חמד וואס זייער איינציגע חטא איז לימוד התורה און נישט גיין אין מיליטער, אבער אביסל שפעטער אינעם רעפארט ווערט פארציילט לפי תומם וויאזוי זיי זענען געכאפט געווארן, אין א קאר פארנדיג פארוויילן ביי ים המלח.
<a class="postlink" href="http://m.ch10.co.il/news/397561/#.WeUAHp8pDqA">http://m.ch10.co.il/news/397561/#.WeUAHp8pDqA</a>
#_באפקעס...
Re: גיוס בני ישיבות -ליידער- שוין א פאקט, א געזעץ!
יעצט איז דאך בין הזמנים
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
און אז מען כאפט זיך ארויס פון ביהמ''ד פאר א טאג צוויי מיינט עס אז מ'דארף אויפגעבן די גאנצע תורה?
ריכטיג, אבער ווען מען ארעסטירט איינעם נעבן ים המלח איז זייער חטא נישט לימוד התורה, והבן.
אינטרעסאנט. זיי ווייסען אז ווען א בחור פארט כאפן א טבילה אין ים המלח איז א סימן אז ס'פעלט עם אין לימוד התורה...
<a class="postlink" href="https://www.yahoo.com/news/hardline-religious-jews-protest-against-israeli-army-142312265.html">https://www.yahoo.com/news/hardline-rel ... 12265.html</a>
די קאמענטס דארט זענען געפערלעך, אונז זענען אזוי באשטינקען.
Re: גיוס בני ישיבות -ליידער- שוין א פאקט, א געזעץ!
<a class="postlink" href="http://m.ch10.co.il/news/398623/">http://m.ch10.co.il/news/398623/</a>
די משטרה טויגט אויך...
C/P דער איד
רמלה – א ריכטער אין ציווילן בירגער-געריכט אין רמלה, מדינת ישראל, האט נעכטן ארויפגעלייגט א פרעצעדענטלאזן קנס פון 600,000 שקלים לטובת דעם חרד"ק יהודה גליקמאן, געוועזענער סגן מפקד ממ"ח – מדור בני הישיבות תל השומר, וואס האט גע'טענה'ט אז ער האט געליטן רדיפות אלס רעזולטאט פון אקטיוויטעטן דורך ערליכע עסקנים פון די ליטווישע קרייזן, און מיט דעם פרובירט דאס געריכט אפצושרעקן דעם ערליכן אידנטום אין דער מלחמה קעגן גזירת הגיוס.
נאך א דיון פון 10 שעה אין געריכט פאריגן דאנערשטאג וירא, איז נעכטן אווענט ארויסגעגעבן געווארן דער אורטייל אז דער חשוב'ער עסקן הרב יחיאל בלויא הי"ו, רעדאקטאר פון 'קו הגנה' טעלעפאן ליניע קעגן גזירת הגיוס, דארף באצאלן 100,000 שקלים פאר'ן פארשעמען דעם גליקמאן אויפ'ן טעלעפאן ליין, און די צוויי אנדערע חשוב'ע עסקנים - הרב שלמה פיין הי"ו, מנהל ת"ת נפש החיים עטה"ק און הרב יונה מערצבאך שליט"א, חבר הועדה להצלת עולם התורה - דארפן באצאלן יעדער באזונדער 200,000 שקלים פאר'ן פובליצירן דאס ביכל 'הציידים', וואו ס'איז פארעפנטליכט געווארן דער נאמען און די פרטים פונעם חרד"ק גליקמאן, אין צוגאב דארפן די עסקנים באצאלן נאך ארום 100,000 שקל פאר די אויסגאבן וואס ס'האט געקאסט פאר גליקמאן דער משפט און די לאיערס (ווידער פאר'ן עסקן הרב שלמה פיין הי"ו דארף גליקמאן באצאלן ארום 15,000 שקלים וויפיל ס'האט אים געקאסט דער לאיער).
דער ריכטער האט זיך פארלאזט אויף די עדות פון גליקמאן כמעט מיט פארמאכטע אויגן, און עס דראעט אצינד א גרויסע סכנה אז אויך די אלע איבער 50 נעמען וועלכע ווערן דערמאנט אינעם ביכל הציידים וועלן פאדערן די חשוב'ע עסקנים אייניגע סומעס.
בעריש גראס לאנדאן צאלט עס
סאטמאר וועט נישט נעמען קיין געלט פון די מדינה אבער וועלן געבן וויפיהל ס׳לאט זיך...