קומט יעצט אריין די שרעקעדיגע נייעס, אז מ'רעדט שוין נישט פון אז מ'האט מורא אז ס'גייט ווערן א געזעץ, ס'איז א פאקט! ס'איז שוין א געזעץ! די כנסת המינים האבן יעצט געשטימט 64 קעגן 21 איבער די נייע געזעץ אריינצושלעפן די ישיבה בחורים אינעם טריפה'נעם צה"ל רח"ל.
כלל ישראל האט פראטעסטירט איבער די וועלט אויסשרייענדיג זייער וויי געשריי, דערביי אוועקגעלייגט אלע פריוואטע דיפערענצן פוו צווישן זיך, מ'האט מתפלל געווען און איינגעריסן טעגליך, מ'האט -על פי פקודת ראשי ישיבת בא"י- פלייסיג געלערנט האפענדיג די כח התורה וועט באשיצן, אבער מיט די רשעי ישראל מיט זייער בחירה האט מען נישט געקענט אויפטוהן.
יא היינט האבן די פרומע חברי הכנסת געזאגט תהילים און סליחות אז ס'זאל נישט צושטאנד קומען, קוקט אבער אויס אז ס'האבן אמאל געלעבט קליגע אידן וואס האבן אוועקגעמאכט זייער טענה אז 'פוו אינעווייניג וועלן מיר אסאך קענען אויפטוהן'...! זיי זענען אדורכגעפאלן! זיי זענען א מעט מן המעט, און אלע אנדערע פראקציעס ווילן זעהן א נקמה אין זיי, און ליידער לאכן די פרייע א גוטס ס'לעצטע.
אבער, כלל ישראל געט נישט אויף!
העמער זעהן צו ס'וועט זיין פרטים וואס וועלן יבוא'נען.
יא היינט האבן די פרומע חברי הכנסת געזאגט תהילים און סליחות אז ס'זאל נישט צושטאנד קומען, קוקט אבער אויס אז ס'האבן אמאל געלעבט קליגע אידן וואס האבן אוועקגעמאכט זייער טענה אז 'פוו אינעווייניג וועלן מיר אסאך קענען אויפטוהן'...! זיי זענען אדורכגעפאלן!
אוי, וואו איז געווען זייער שכל?! ווען זיי וואלטן נאר פארשטאנען דעם ווייטן בליק אז מיט עטליכע פראטעסטן אין מאנהעטן און א צאל אייער שיסער קען מען באקומען זאפארט די נויטיגע רעזולטאטן וואלטן מיר היינט נישט געהאלטן דא. אבער ס'איז נאכנישט צו שפעט! לאמיר צוזאמען ארויסגייען אין די גאסן מיט קייטעלעך אויף די ארעמס און פראוועזארישע תפיסות ארום אונזערע פארשמאכטעטע גופים באדעקט מיט זעק פון די רשעות'דיגע ארמיי און אויסשרייען דעם דבר ה' בקול חוצב להבות אש אויף אונזער אידישער מאמע לשון! לאמיר ווייזן פלאקאטן מיט בלוט פארשמירטע שווערדן וואס די רשעים די ציונים שטעכן אריין אין גאנץ כלל ישראל בשעת'ן אראפפירן פון וועג שלומי אמוני ישראל דורכ'ן זיי צווינגען צו גיין ראטעווען דאס לאנד פון די איידעלע אראבישע טעראריסטן וואס זענען משתוקק אז כלל ישראל זאל שוין מקיים זיין די שלוש שבועות! לאמיר ארויסגיין בראש כל חוצות אויסשרייען דעם וויי געשריי וואס רייסט זיך ארויס פון אונזערע אויסגעטרוקנטע העלזער, דערנאך לאמיר טרונקען א גלעזעלע וואסער וואס די עסקנים מיט די ארעם בענדער וועלן אריינגיסן פון א קילער סעלצער באטל בשעת מיר כאפן אן דעם גלעזל מיט ביידע הענט און שטילן דעם דארשט! און ווען אייער דארשט איז געשטילט, לאמיר אלע שרייען צוזאמען, פוי!!!!! און דערביי האט אינזין דאס וואס רבינו הקדוש שרייבט אין ויואל משה, פוי, פוי, ופוי, מעבירין את רוע הגזירה!
דער פראבלעם איז אז מען האלט נישט ביים שפייען צו פארשוועמען דעם כנסת נאר אדרבה מען לאזט נישט ארויסגיין אין די גאסען מוחה זיין איבער די גזירה ווייל די פאליטישענס ווילען זיך נאך אנפילען די טאשען מיט די געלטער פינעם רעגירונג
אונז האמער שוין געזעצען פין דעם בארג סיני, אין יענע געזעץ זאגט אז מען טאר נישט גיין, Seems you were not there האסטע געהערט קומען זיך צאם א פאר ליידיגגייער אין מאכען "געזעצען", ווער זענען זיי ?!, וועמען איז עס מחייב ?!, גיי אינפארסיר א געזעץ ווען הונדערט טויזענט בחורים זענען גרייט אויף מסירות נפש, They are considered the isreali kingdom, whoever doesent listen is mored bemalchut ס'נארישקייטען זיי קענען נישט איינזעצען הונדערט טויזענט בחורים, ווען די אלע בחורים געבען א שפיי ווערט די גאנצע כנסת דערטראנקען, זייט ווען דערשרעקט מען זיך פין זייערע "געזעצען", יא געזעץ נישט געזעץ, ס'וועט זיי קיין סאך נישט העלפען, ס'איז אבי גערעדט, They are building a new center part military part jail. and will make sure to make yiddiskeit impossible in jail
You really think you are going to get a stender in jail for being porek oil hamalchus. you will be given lechem tzar imayim lachatzs The story with the beard was. he told them he may not cut it. but he doesnt really mind if they do it.
די גאנצע סיבה פארוואס די חרדים זענען ביז היינט נישט געגאנגען געהעריג ארבעטען, איז ווייל מען האט נישט געקענט לעגאל ארבעטען אן זיין ערשט אין די מיליטער, אין די גאנצע וועג זיך צי ארויס דרייען פין מיליטער איז צי זיצען אין כולל,
ווען נישט דאס וואלטען רוב חררים געגאנגען ארבעטען פונקט ווי זיי גייען אין אמעריקע ארבעטען,
זעהט זיך אויס אז די חברה רשעים האבען געהאט א חשבון צי באנקראטירען די חרדים אין געקענט באשטיין זיי זאלען נישט גיין אין מיליטער אין נישט גיין ארבעטען, אזוי וועלען זיי זיין ארים אין שוואך, אין גרינגער צי באזיגען,
למעשה האבען זיי געזעהן אז ס'גייט נישט, די חברה ארבעטען נישט זיי זענען ארים, אבער זיי האלטען זיך, האבען זיי באשלאסען אז מען דארף טאקע זי נעמען אין מיליטער אין זיי דארט מאכען פאר מענטשען, אדער פאר אוממענטשען,
וויפעל פראבלעמען ס'דא ביי אונז איז די פרייע גאס אין מדינת ישראל אסאך מער פארשימעלט, מאראליש אין גייסטיש, יעדער מיט נאר א קליינע טיי לעפעל פין שכל פארשטייט אז מיט איבער געבען די חינוך פין אונדזערע קינדער פאר די ליידאקעס אין פורקי עול, וועט גאר קיין גוטס נישט ארויס קומען, ס'קען ברענגען א חורבן אין די לעצטע ביסעל ערליכע אידען בארצינו הקדושה,
זיי פרובירען צי רייטען אויף אונדזערע פראבלעמען, אין שטעלען זיך אהער אז זיי קענען עס בעסער מאכען, ס'איז אבער נישט אמת, זיי וועלען עס מאכען נאך ערגער, זיי זענען נישט אונזערע פריינד, זיי האבען אונז פיינט, אין זיי זעהען אין אונז א סכנה אין די ציקומפט פין מדינת ישראל, אין די שוואכערע צווישען אונז גלייבען זיי נאך אין קענען זיך נאך ערלויבען צי זאגען אז ס'קען גאר זיין א גוטע זאך,
ניין, א חזיר פרודיצירט חזירים'לעך נישט קיין לעמעלעך, אפילו עס פרובירט יעדעם צי ווייזען די כשר'ע חזיר פיסלעך,
וה' ירחם על פליטת עמו בית ישראל והזדים מהרה תעקר ותשבר ותמגר ותכלם ותשפילם ותכניעם במהרה בימינו, אמן
מאיר פרוש שרייט אויף ביבי איך האב געריסען קריעה ווען מיין מאמע איז אוועק איך האב געריסען קריעה ווען מיין טאטע איז אוועק היינט רייס איך קריעה וועגען דיך
הרב יעקב שפירא האט שוין אויפגעטרעטן עטליכע מאל אין די אידישע שפראך אויף די אמעריקאנער טעלעפוינען קול מבשר ,חומת הדת ,קול סאטמאר ווי ער שטעלט קלאר אויפען יודישען שפראך די שטעלונג פין ערליכע יודען כלפי די גזירת גיוס.
די עטליכע ניקים וואס פרובירען זיך אהערצושטעלן אלס ציונים וועט זיי גארנישט העלפן כלל ישראל וועט נישט באיקאטירען