☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » גיוס בני ישיבות -ליידער- שוין א פאקט, א געזעץ!

גיוס בני ישיבות -ליידער- שוין א פאקט, א געזעץ!

468 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4335
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג נאוועמבער 24, 2015 9:29 pm

· #310210
Re: גיוס בני ישיבות -ליידער- שוין א פאקט, א געזעץ!
איך פראביר אבער א.ל. קעניג קומט מיר קיינמאל נישט אין חלום. איך ווארט נאך.פאר א שווארץ אויף ווייס אויפווייזונג. ביזדערווייל הער איך נאר איינזייטיגע רייד.

געוואלדיג » דינסטאג נאוועמבער 24, 2015 9:40 pm

· #310211
קודם אביסל היסטאריע

* פון ווען די מדינה האט זיך געשטעלט האבן בחורים אונטער די קאטעגאריע פון תורתו אומנותו ד.מ. יעדער ישיבה בחור און כולל אינגערמאן געקענט אפשטופן זייער גיין אין מיליטער ביז די יארגאנג וואס מען איז פטור פון מיליטער אין אנדערע ווערטער יעדע בחור איז געווען פטור פון גיין אין מיליטער.

* אין יאר תשכ"ח איז דאס (אפיציעל) געווארן באגרעניצט פאר נאר 8000 בחורים.

* אין יאר תשל"ז האט מען מבטל געווען די אפיציעלע באגרעניצונג.

* אין די סוף נ' יארן האבן פאליטיקאנטן נאכאמאל אנגעהויבן צו רודערן וועגן גיוס.

* דעמאלטס האט מען געמאכט דעם חוק טל, וואס האט כלומערשט געדארפט מאכן א ציהל צו אריינעמען מיט גוטנס חרדים אין מיליטער, אזוי אויך האט מען דעמאלטס אויפגעשטעלט די נח"ל החרדי.

* די מעלה פון חוק טל איז עכט געווען סתם צו שטופן נאך יארן, וויבאלד אז קיינער אין די מיליטער אדער ממשלה וויל נישט עכט חרדים אין מיליטער סיי ווייל עס קאסט פיל טייערער און סיי ווייל זיי דארפן אויסדרוקליך נישט נאך סאלדאטן, אבער וויבאלד געוויסע האבן גענומען רודערן האט מען געדארפט מאכן עפעס לפנים האט מען דאס געמאכט,

* אנהויב ס' יארן האט מען נאכאמאל גענומען רודערן אז חוק טל האט גארנישט אויפגעטוהן (אזויווי געפלאנט) און בג"ץ האט באפוילן אז מען דארף מאכן א נייע געזעץ,

* דאס האט זיך געצויגן ביז לעצטע יאר ווען לפיד איז געלאפן אויפן פלאטפארמע פון אריינעמען חרדים אין מיליטער, און ער האט געמאכט א עכטע פראבלעם מיט מאכן יעדע ישיבה בחור פאר א קרימינאל און אז די מיליטער איז געווארן געצווינגען קעגן איהר רצון און איהר תועלת צו אריין נעמען חרדים.

יעצט קען מען זיך נעמען צו די נייע געזעץ

א. די מיליטער איז מער נישט געצווינגען צו נעמען בחורים, דער שר הביטחון איז באויפטראגט צו מחליט זיין דערוועגן (לדורותיהם האבן זיי געטוהן די בעסטע פאר די מיליטער ד.מ. נישט אריין נעמען חרדים).

ב. אויב מען שטעלט זיך נישט איז מען נישט קיין קרימינאל.

ג. מען האט געטוהן די בעסטע וואס מעגליך ווי ביז היינט צו אפשטופן אויב אפאר יאר און נאך אפאר יאר וועט בג"ץ נאכאמאל הייסן און מען וועט נאכאמאל שלעפן פרישע פאר יאר מיט מאכן א נייע געזעץ וואס וועט שלעפן נאך יאר וחוזר חלילה עד ביאת גוא"צ בב"א.

ירא שמים » דינסטאג נאוועמבער 24, 2015 11:05 pm

· #310222
גיוס בני ישיבות -ליידער- שוין א פאקט, א געזעץ!
אבער ׳דעת תורה׳ זאגט אז מדארף מלחמה האלטן! כולנו למערכה!

ירח בן יומו » דינסטאג נאוועמבער 24, 2015 11:06 pm

· #310223
@געוואלדיג און קלאר

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג נאוועמבער 24, 2015 11:06 pm

· #310224
Re: גיוס בני ישיבות -ליידער- שוין א פאקט, א געזעץ!
איך האב מוחה געווען ביי מיין טיש אין שטוב. יוצא געווען?

ירא שמים » דינסטאג נאוועמבער 24, 2015 11:07 pm

· #310225
גיוס בני ישיבות -ליידער- שוין א פאקט, א געזעץ!
נישט גענוג! בשוקים וברחובות! כאטשיג פינף גארביזש קענס דארף מען פארברענען!

ירא שמים » דינסטאג נאוועמבער 24, 2015 11:12 pm

· #310227
Re: גיוס בני ישיבות -ליידער- שוין א פאקט, א געזעץ!
קפה נמס
צוריק מיט די חאפערים.. נישטא ווער זאל לאכן...

דו קענסט איין חרדי וואס איז אריין פרום אין מיליטער ?? דו קענסט איין שוואכע בחור וואס איז געווארן פארכאפט ??

און פאר די נושרים, איז מיליטער אסאך בעסער ווי צו ווערן טראנס-דזשענדער....
איך קען א גאר חסידישע פארכניאקטע אינגערמאן וואס האט געדינט דריי יאר אין מיליטער.

קפה נמס » מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 12:02 am

· #310230
Re: גיוס בני ישיבות -ליידער- שוין א פאקט, א געזעץ!
ער איז אריין חסידי'ש און פארכאניאקט אדער ער איז היינט חסידי'ש און פארכאניאקט ?

ירא שמים » מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 12:03 am

· #310231
Re: גיוס בני ישיבות -ליידער- שוין א פאקט, א געזעץ!
היינט

קפה נמס » מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 1:15 am

· #310236
ירא שמים
קפה נמס
צוריק מיט די חאפערים.. נישטא ווער זאל לאכן...

דו קענסט איין חרדי וואס איז אריין פרום אין מיליטער ?? דו קענסט איין שוואכע בחור וואס איז געווארן פארכאפט ??

און פאר די נושרים, איז מיליטער אסאך בעסער ווי צו ווערן טראנס-דזשענדער....
איך קען א גאר חסידישע פארכניאקטע אינגערמאן וואס האט געדינט דריי יאר אין מיליטער.

געוואלדיג » מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 11:59 am

· #310257
עס איז לעצטנס ארויס געקומען א ספר פון איינער לעווינשטיין מיין איך וואס איז געווען יארן לאנג הרב שטיינמאן שליט"א משמש און ער האט זיך פארשריבן אין א ביכל וואס ער האט אלס מיט געהאלטן און זיינע קינדער האבן דאס יעצט געדרוקט האב איך געטראפן דארט צוויי זאכן איינס שרייבט ער אזוי
דיבר על הנח"ל ואמר מטהר את הטמאים ומטמא את הטהורים וזה טוב רק למחללי שבת וחייבי כריתות


און וועגן חוק טל שרייבט ער אזויווי איך האב געשריבן נעכטן
בנושא חמש שנים החכים קבלו הוראה לנסות ולשנות שבתום החמש שנים יצטרכו לדרוש ביטול החוק ולא חידושו


וכך הווה

מאיר הערש » מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 1:47 pm

· #310269
[ציטאט אראפגענומען]

יעדע בחור וואס גייט אריין דארט - מער פרום, ווייניגער פרום - האט א פאטענציאל ער זאל זאגן ברוך שפטרני פון דער גאנצע אידישקייט. איז וואס איז די גרויסע מציאה אז די סארט בחורים ווערן אריינגעשלעפט? עס איז דאך א מורא'דיגע רוחניות'דיגע רחמנות אויף זיי אז זיי וועלן דארטן אריינפאלן אין שאול תחתית ר"ל.

מאיר הערש » מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 1:50 pm

· #310270
מען פארקויפט לאקשן פאר'ן עולם, און עולם גולם קויפט עס בלינדערהייט און פארקויפט עס ווייטער נאיווערהייט – אזוי ווי מען זעט עס בחוש דא אין ק"ש - און קען ממש מסתמא שווערן דערויף און מאכן פון דעם א גוטע זאפטיגע שמאלציגע לאקשן קוגל אויף שבת.

אפיציעל: "קיין איין בחור וואס איז אין ישיבה האט מען נישט גענומען און מען גייט נישט נעמען." מיט דעם פאטשן זיך אין בייכל די אלע מאכערס און גייען ארום ממש אין זיבעטן הימל. די פאקטן וואס מען פארהוילט פון ענק זענען אבער ליידער, ליידער, טרויעריג אנדערש. עטץ גלייבטס נאך אלס נישט וואס איך זאג וועגן די חאפערים קענט עטץ זיך אליין איבערצייגן ווען עטץ וועט זיך נאכפרעגן ביי די ראשי ישיבות וועגן די חאפערים ובפרט אין דעם לשכת הגיוס (ממ"ח) אין די פאלגענדע ישיבות וואס איז בלויז א דוגמא (ווייל עס זענען דא ליידער א סך, א סך, מער ישיבות וואס מען האט געכאפט בחורים פון דארט): ישיבת חמדת התורה, ישיבת אור ברוך, ישיבת חזון עובדי', ישיבת גור, ישיבת חמדת שלמה, ישיבת ים התלמוד.

וועט עטץ פרעגן א לאגישע קשיא, אויב ס'איז ריכטיג ווי מאיר הערש זאגט, פארוואס טאקע הערשט אזא גרויסע מיסאנדערסטענדיג פון די גאנצע פרשה און מען ווייסט נישט דעם אמת? דער תירוץ איז, פשוט, אז ר' שמואל'ס מענטשן דערווייטערן זיך פון דעם אינטערנעט, איז ווער וועט אריינלייגן די פארהוילענע זאכן און דאס מגלה זיין פאר די וועלט? בלייבט דעריבער אז עולם גולם הערט, לייענט און גלייבט די אלע סייטס וואס זענען רובא דרובא פראו-גיוס געשטימט. אויב מען הערט נאר איין זייט, די זייט וואס מען רעדט ענק איין באבקעס, האט עס טאקע אזא פנים און עס קען נאך איינער קומען זאגן "נח״ל החרדי, לפי שמועתי וואלט דאס געקענט זיין א מורא׳דיגע הצלחה ווען נישט די פראפעגאנדע קעגן דעם." ה' ישמרנו מהם ומהמונם.

Please do some homework and find out the facts for yourself and then come back and share your valuable information with the choshuve members of K"Sh.

געוואלדיג » מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 2:08 pm

· #310271
@מאיר הערש, איך פארשטיי נישט, איך האב געמאכט האום ווארק און געברענגט א גאנץ קלארע בילד פון וואס עס גייט פאר און וואס עס איז געווען ביז היינט, פון די צייטן ווען הגאון ר' שמואל איז נאך נישט געווען קיין קנאי און האט נאך געטראסט די חברי כנסת, און אנשטאט ליידיגע ווערטער זיי מסביר פארוואס די וועג וואס האט געארבעט ביז היינט דורך חוק טל קען נישט ארבעטן ווייטער? אין אנדערע ווערטער פארוואס האט הגאון ר' שמואל שליט"א ביי חוק טל נישט גערודערט און יעצט יא וואס איז דאס ערגער פון דעמאלטס???

קפה נמס » מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 2:21 pm

· #310272
Re: גיוס בני ישיבות -ליידער- שוין א פאקט, א געזעץ!
מאיר הערש,
איך פרעג פאר נייגעריגקייט. רב שטיינמאן איז פראו-גיוס ?

קפה נמס » מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 2:27 pm

· #310273
געוואלדיג
עס איז לעצטנס ארויס געקומען א ספר פון איינער לעווינשטיין מיין איך וואס איז געווען יארן לאנג הרב שטיינמאן שליט"א משמש און ער האט זיך פארשריבן אין א ביכל וואס ער האט אלס מיט געהאלטן און זיינע קינדער האבן דאס יעצט געדרוקט האב איך געטראפן דארט צוויי זאכן איינס שרייבט ער אזוי
דיבר על הנח"ל ואמר מטהר את הטמאים ומטמא את הטהורים וזה טוב רק למחללי שבת וחייבי כריתות


און וועגן חוק טל שרייבט ער אזויווי איך האב געשריבן נעכטן
בנושא חמש שנים החכים קבלו הוראה לנסות ולשנות שבתום החמש שנים יצטרכו לדרוש ביטול החוק ולא חידושו


וכך הווה

די צווייטע מימרא פארשטיי איך נישט, ער האט געוואלט אז חוק טל זאל בטל ווערן?

איש את רעהו » מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 2:44 pm

· #310277
דער יו"ר הקואליציה איז די שטערקסטע הגדת עדות וואספארא פארברעך די חרדישע פארשטייער אין כנסת זענען באגאנגען [שטייצעך איך ערווארט נישט אז די אלע וואס האבן זיך אלץ געשוואוירען אינעם בארדע אז מען קען נאר אויפטון אין כנסת אז זיי גייען יעצט טוישן זייער מיינד]

איש את רעהו » מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 2:52 pm

· #310278
דער יו"ר הקואליציה איז די שטערקסטע הגדת עדות וואספארא פארברעך די חרדישע פארשטייער אין כנסת זענען באגאנגען [שטייצעך מען ערווארט נישט אז די אלע וואס האבן זיך אלץ געשוואוירען אינעם בארדע אז מען קען נאר אויפטון אין כנסת אז זיי גייען יעצט טוישן זייער מיינד]



רוב החברים בבית הזה, היום אפשר לומר; אפילו חברי המפלגות החרדיות, מעוניינים בגיוס לכמה שיותר נערים בני 18, במקרה החרדים הגיל אחר. אוקיי, אני אעשה שינוי בהגדרה, יכול להיות שהם לא מעוניינים, הם לא מעודדים, לאורך השנים האחרונות הם משלימים עם העובדה שאלפים מבני העדה החרדית משרתים בצבא, אתה יכול לחיות עם ההגדרה הזאת? אני לא רואה שהם נזהרים, אני לא רואה שהם מנסים לייצר דה לגיטימציה, אני אגיד לך: 'משלימים'.

אני יודע מהחיים שלנו, יש נושאים שאנחנו רואים אותם כיהרג ובל יעבור, אין הרבה כאלה, אך כל ח''כ יש איזשהו נושא מצפוני שקשה לו להשלים אתו, להבליג עליו, לחיות אתו בשלום. אני לא רואה שאצל הציבור החרדי, אפילו לא אצל הרבנים, יש סוג כזה של יחס לעובדה שאלפים מבני העדה החרדית בשנים האחרונות לובשים מדים. וכשהם מותקפים בשכונות החרדיות, אנחנו יודעים שזו תופעה של מתי מעט, ממש מתי מעט, אחרת הם לא יכלו להחזיק מעמד.

אבל אני גם לא שומע מהם, אני חושב שגם אתה לא שומע מהם שהדבר הזה מבחינתם צריך להסיג אותו מאחור, את כל שח''ר ירוק לבטל, את שח''ר כחול לבטל, את נצח יהודה לבטל. אבל כשהם מנסים לראות מה העיקר ומה הטפל, אצלם העיקר זה לימוד תורה, ישיבות. כל אחד יכול לראות עד כמה זה עולה להם בחיים, והם לא רוצים שתופעת הגיוס תביא לידי ביטול תורה. אבל הם חיים בשלום עם העובדה שיש לציבור הזה, של הצעירים החרדים, דרך אגב הרבה יותר מהאלפים של ה... פי שלש או פי ארבע, אנשים שבאמת לא יהיו עילויים, לא יהיו מתמידים, לא רוצים להיכנס למסגרת התובענית הזו של ישיבה, הם היו רוצים לראות עצמם בשוק העבודה. אנחנו אומרים לא! לפני שוק העבודה, ובמקביל להתפתחויות החיוניות למשק בהקשר של שוק העבודה ולשותפות שלכם בשוק העבודה אנחנו רוצים לראות שירות ! אבל אלו שלא יכולים כרגע להשתתף בשוק העבודה כי הם בשירות צבאי, הציבור החרדי מקבל אותם, וההנהגה החרדית חיה אתה בשלום, והפוליטיקאים היום עושים משהו שלא עשו בעבר, הם שותפים בממשלה שכל יום מגייסת חרדים לצבא. וזאת עובדה. אם ניקח כחמשת אלפים חיילים חרדים שיש היום, נחלק ל-365, סטטיסטית אין יום שבו לא מתגייסים חרדים לצבא, והשר ליצמן נשאר שר הבריאות, והרב גפני נשאר יו''ר וועדת הכספים, ועוד שרים מש''ס, ועוד שרים מיהדות התורה ומדגל התורה, ולא ראיתי משבר קואליציוני. לא ראיתי שהם אומרים תפסיקו את התופעה הזאת, היא לצנינים בעינינו, אנחנו לא יכולים לתת לה לגיטימציה, אנחנו חוזרים לשנות החמישים והשישים. הנה המכתב של בן גוריון שפוטר אותנו, זה הסטטוס קוו, כל מה שמעבר לזה לא מקובל, לא!

לפיכך אנחנו נמצאים בסיטואציה שבה הוויכוח הוא אחר, הוא לא השאלה האם הסתיים השוויון בנטל, אלא האם טוב עשתה הממשלה שקיבלה את הדרישה של הרב ליצמן, של דרעי, של אחרים, שאמרו לו אם אתם רוצים לשמר מוטיבציה בציבור החרדי, תפסיקו להתריס כנגדנו ולדחוק אותנו אל הפינה.

בהסכם הקואליציוני שלנו עם מפלגת ש''ס ועם יהדות התורה ודגל התורה היתה דרישה לבטל את הסנקציות הפליליות, כולל כולנו, כולל ש''ס, כולל הליכוד, התחייבו לשנות את החוק בהקשר של שינוי הסנקציות הפליליות. האם עשו את זה מרצון? אתה יודע, הסכם קואליציוני לא משקף אהבה יתירה. כל אחד עם האג'נדה שלו.

לפיכך הוויכוח שנוצר באמת אני חושב שהוא מתבטא בשאלה אחת: האם מה שעשתה הממשלה - במידה והכנסת תגבה אותה היום - מעלה או מוריד מן הסיכוי שנראה עוד ועוד פלוגות של לוחמים חרדים, עוד ועוד תומכי לחימה איכותיים במודיעין, בחיל התקשור, בחיל האוויר, כמו שאנו רואים היום. האם זה ישאר על ה-5000 למול רבבות רבבות של אנשים מהציבור החילוני והדתי לאומי, או שיותר ויותר נראה שהפערים נסגרים.

יש כאלו שחושבים באמת ובתמים, אני חושב שיו''ר האופוזיציה חושב כך, הוא חושב שהמהלך שעושה הממשלה לא יישא פרי, ואני מניח שזה דבר, אני לא יכול להתווכח אתו, כי זה ענין עתידני. אנחנו סבורים כי שככל שאנו לוחצים פחות בהקשר של מה שנראה בעיני הציבור הדתי או החרדי כמתריס, כדוחק אותם לפינה, כמייצר תהום, במקום לבנות גשרים, המוטיבציה להתגייס קטנה. ככה אנחנו מאמינים. זה מה שהם אומרים לנו.

כששואלים אותי הבנים שלי. יש לי שלשה בנים כבר גדולים, כולם שירתו ביחידות מתנדבות. שאלו אותי: מה הסיפור של החוק החדש הזה? אמרתי: מה זאת אומרת? אמרו: ראינו כותרת ''חוק הגיוס בוטל'', זה נכון?. אני בטוח שכמוהם יש עוד רבבות אם לא מאות אלפים של צעירים, לא מתעמקים בפרטי החוק, ולא יכולים להתעמק בפרטי החוק, והם חושבים שזה באמת מה שקרה, אבל החוק לא בוטל ! האם הדחיה ל-2020 או ל-2023 היא ביטול של חוק?! האם תוספת תקופת הסתגלות שניה ולא אחת היא ביטול של החוק?!


📎 יום שחור ליהדות החרדית.jpg


📎 הפלס.jpg



📎 משיח לפי תומו (1).pdf

📎 דממה לסערה (1).pdf

א אידישע קונטרס צונעמט די חק הגיוס און די "תיקון" וואס די חכי"ם החרדים האבן געהאלפען צו פארבעסערן און פארגרינגערן פאר די שולטים בארה"ק צו אויספירען זייערע מזימות רשע

📎 דעם באדייט פונעם נייעם חק הגיוס .pdf

ירח בן יומו » מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 3:11 pm

· #310282
אז די יו"ר הכנסת קען זאגן אזוי הייסט עס אז די שפיל איז געלונגן.

איש את רעהו » מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 3:14 pm

· #310284
עס איז בכלל נישט קיין שפיל
הגאון רבי אליקים שלעזינגער📎 דברי חכמים כדרבונות.pdf


אויסצוגען פינעם חק הגיוס
חק החדש

געוואלדיג » מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 3:54 pm

· #310297
חוק טל איז לכתחילה געווען נאר פאר 5 יאר, האט ער געזאגט אז נאך דעם זאל מען ארבעטן אויף א נייע און נישט מחדש זיין די אלטע חוק טל, ווייל אזוי וועט דאס נעמען מער יאר, און קוק נאך טאקע פיל מער יאר האט מען א נייע געזעץ צו אפשטופן אויף נאך יארן

איש את רעהו » מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 3:57 pm

· #310298
2 קלאסישע דוגמאות ווי מען פרובירט צו צייגן טלפיו כ...(קנאי) ראו כשר אני

מרן הרב שטיינמן הורה לישיבה: "לבטל את הלימודים בערב"
בעקבות משחק כדורגל המתקיים בלילות מול ישיבת "תורת חסד" באלעד, וגורם ל"מראות לא צנועים", הורה מרן הגראי"ל שטיינמן לא לקיים לימודים בישיבה בערבים. הפתרון? לומדים בבתי כנסת (מקומי)


מכתב חריף של גדולי ישראל נגד משרד החינוך: מחר (ג'), עומדות להתפרסם הוראות של ועדת הרבנים שמונתה על ידי שתי מועצות גדולי התורה, החסידית והליטאית, נגד שיתוף פעולה עם המחוז החרדי במשרד החינוך.

במכתב שעומד להתפרסם מחר ביומנים החרדים, תוקפים רבני הוועדה לעניני חינוך שעל ידי מועצת גדולי התורה של 'אגודת ישראל' ו'דגל התורה' את משרד החינוך וטוענים כי קיימת "מגמה בשנים האחרונות לפגוע בעצמאות החינוך החרדי על ידי מעורבות בתכני הלימוד, קבלת תלמידים ותלמידות וקבלת מורים ומורות".


נאך א קלאסישער דוגמא

ראש הישיבה איים: ''לא אסדר קידושין בחתונה שהכלה למדה במכללה''
פרסום ראשון: המלחמה של גדולי ישראל נגד המסגרות לחרדים, ובכלל זה המכללות והאקדמיה לבנות חרדיות עולה שלב: ראש ישיבת 'אור ישראל' הגר''י רוזן במסר חריף לתלמידיו: ''תלמיד מישיבתו אשר יתארס עם בחורה שלמדה מקצוע במכללה או באקדמיה הוא לא יסדר קידושין בחתונתו. הרב רוזן הבהיר כי אף לא ידרוך כלל בחתונת הבחור, לא הוא ולא אף איש מאנשי הצוות של הישיבה''

איש את רעהו » מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 3:58 pm

· #310299
שקד בכנס שדרות
תיקון חוק הגיוס: "פעם ראשונה שההנהגה החרדית אישרה חוק גיוס זה הישג", כך אמרה הערב (ג'), שרת המשפטים איילת שקד בכנס שדרות המתקיים במכללת ספיר בעיר.

שקד שעמדה בראש ועדת שקד שחוקקה את החוק בקדנציה הקודמת אמרה: "השיח הוא רדוד ופופוליסטי. שמעתי חברי כנסת שמתראיינים היום בנושא חוק הגיוס, אבל מעטים מבינים בו.

"לפני השינוי, ליבת החוק מדברת על יעדים. כל עוד עומדים ביעדים הגיוס וולנטרי. אם מ-2017 לא עומדים ביעדים חלה חובת גיוס. חוקקנו חוק שהוא חוק טוב. החרדים השנה עמדו ביעדי הגיוס בגלל שהצבא מאוד התאמץ ונפתחה גם פלוגה חרדית בגבעתי. הייתה תחושה שכל עוד הצבא מתאמץ ומשקיע למרות ההתנגדות של ההנהגה החרדית לחוק הצליחו לעמוד ביעדים. בשירות האזרחי לא עמדו ביעדים כי היה קשה לרתום את האזרחים.

"התיקון לחוק אומר שמשנת 2020 - 2023 אם לא עומדים ביעדים יחוקק חוק חובת גיוס. בכל מקרה יש בסוף חובת שירות, השאלה היא רק אם ב-2017 עומדים ביעדים או ב-2023.

"ישבתי עם ההנהגה החרדית ובסופו של דבר עברה חובת גיוס" אמרה שקד, ובמפתיע אישרה את חששות המתנגדים לשיתוף הפעולה החרדי בנושא: "מה היתרון בתיקון? פעם ראשונה שההנהגה החרדית אישרה חוק גיוס - זה הישג שהיא יושבת ומאשרת חוק

געוואלדיג » מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 4:00 pm

· #310300
ווערטער שטייער פאר אירע וויילער.

איש את רעהו » מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 4:04 pm

· #310301
געוואלדיג
ווערטער שטייער פאר אירע וויילער.

שיינע תירוצים
די אמת'ע מציאות איז sad

--

די חכי"ם החרדים זענען געווארן אראבישע ליבהאבער?
נעדרו הח"כים הערבים מההצבעה בכנסת על תיקון חוק הגיוס, מסביר ח"כ אחמד טיבי בראיון לבחדרי חרדים את הסיבה לכך.

"מאז שהחוק הזה עלה, עליתי על הדוכן לפני מספר שנים ופניתי לח"כ גפני ואמרתי שמדובר בציפור הנפש של החרדים, ולכן יש לכבד את הבקשה שלהם שהיא בנפשם ומאז אנחנו נהגנו נוהגים וננהג באותה צורה שנהגנו אתמול,

מאיר הערש » מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 4:22 pm

· #310303
געוואלדיג
@מאיר הערש, איך פארשטיי נישט, איך האב געמאכט האום ווארק און געברענגט א גאנץ קלארע בילד פון וואס עס גייט פאר און וואס עס איז געווען ביז היינט, פון די צייטן ווען הגאון ר' שמואל איז נאך נישט געווען קיין קנאי און האט נאך געטראסט די חברי כנסת, און אנשטאט ליידיגע ווערטער זיי מסביר פארוואס די וועג וואס האט געארבעט ביז היינט דורך חוק טל קען נישט ארבעטן ווייטער? אין אנדערע ווערטער פארוואס האט הגאון ר' שמואל שליט"א ביי חוק טל נישט גערודערט און יעצט יא וואס איז דאס ערגער פון דעמאלטס???

געוואלדיג, איך ווייס נישט פון וואו דו נעמסט די נייע געזעצן אבער עס זעט נישט אויס ריכטיג. האסט אינגאנצן נישט געשריבן וועגן די קוואוטאס וואס גייען ווייטער אן פול-פארס!
<a class="postlink" href="http://www.israelnationalnews.com/News/News.aspx/203859#.VlapLHarSM8">http://www.israelnationalnews.com/News/ ... lapLHarSM8</a>
During this time, as long as the haredi population is able to fill the enlistment quota required of it, postponement of enlistment will be allowed for men aged over 21.

ווען הרב אלישיב זצ"ל (וואס האט ממשיך געווען דער דרך פון דער חזון איש זצ"ל מיט הרב שך זצ"ל) האט געלעבט האט ער ווייטער אנגעפירט בריש גלי די שיטה פון חזון איש זצ"ל און הרב שך זצ"ל און הרב אלישיב איז נישט געווען א חסיד פון דער טל געזעץ - מילד גערעד. הרב שמואל האט זיך דעמאלסט געהאלטן א חסיד פון הרב אלישיב, ממילא האט ער געהאלטן אז הרב אלישיב פירט אן די מערכה. (איך ווייס אבער פירסט-הענד אז ר' שמואל איז דעמאלסט שוין אויך געווען זייער אקטיוו קעגן דער חוק טל בכל רמ"ח איבריו ושס"ה גידיו אבער אונטער די קאליסן.)

הרב אלישיב איז געווען מחולק מיט די שיטה פון הרב שטיינמן שליט"א. ווען הרב אלישיב איז נסתלק געווארן האבן רב שטיינמן'ס מענטשן מחליט געווען אז יענע שיטה איז נישט מער אקטועל. דא איז אריינגעקומען הרב שמואל וואס האט געהאלטן אז דאמאלסט איז דער צייט פון 'במקום שאין איש השתדל להיות איש' און מען טאר נישט שווייגן און צוזאמען מיט אנדערע גרויסע ראשי ישיבות (בריסק, קארעלנשטיין, שמואל דויטש, דער אנדערע דויטש, מארקאוויטש, וכו' וכו') ממשיך צו זיין דער אלטע פעסטע דרך פון דער חזון איש זצ"ל, דער בריסקער רב זצ"ל, טשעבינער רב זצ"ל, הרב שך זצ"ל און הרב אלישיב זצ"ל.

מאיר הערש » מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 4:22 pm

· #310304
קפה נמס
מאיר הערש,
איך פרעג פאר נייגעריגקייט. רב שטיינמאן איז פראו-גיוס ?

זיין שיטה איז אנדערש ווי הרב שך און הרב אלישיב זצ"ל.

מאיר הערש » מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 4:26 pm

· #310305
איש את רעהו, האסט גוט ארויסגעברענגט. איך האב געהערט ס'איז דא אן ארטיקל וואס ברענגט קלאר ארויס אלע details פון דער נייער געזעץ תשע"ו. טאמער מען וועט עס מיר שיקן וועל איך עס דא אריינשטעלן לזכות את הרבים.

mevakesh » מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 4:29 pm

· #310306
Re: גיוס בני ישיבות -ליידער- שוין א פאקט, א געזעץ!
שחר אילן איז א גוטע אדרעס וואס קען גוט ארויס ברענגען צו עס איז גוט פאר די חרדים אדער נישט איך האב נישט געטראפען קיין ארטיקלען יעצט פון איהם

געוואלדיג » מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 4:43 pm

· #310307
די קוואוטס איז יעצט נישט קיין חיוב נאר אזוי ווי ביי חוק טל א ציהל ווי די מיליטער וויל כאילו אנקומען און אזוי ווי ביי חוק טל האבן זיך די קוואוטס אויס געלאזט א בוידעם (ווי געפלאנט) און פארדעם האט בג"ץ גע'פסל'ט די חוק פון ווייטער גיין, די זעלבע וועט יעצט זיין.

מאיר הערש » מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 4:59 pm

· #310309
שמונה שאלות נפוצות על פרטי חוק הגיוס החדש (מאת הרב ישראל יצחקי)
Giyus5776b1.jpg Giyus5776a1.jpg

מאיר הערש » מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 5:22 pm

· #310313
געוואלדיג
די קוואוטס איז יעצט נישט קיין חיוב נאר אזוי ווי ביי חוק טל א ציהל ווי די מיליטער וויל כאילו אנקומען און אזוי ווי ביי חוק טל האבן זיך די קוואוטס אויס געלאזט א בוידעם (ווי געפלאנט) און פארדעם האט בג"ץ גע'פסל'ט די חוק פון ווייטער גיין, די זעלבע וועט יעצט זיין.

געוואלדיג, אפילו לשיטתך וואס עס גייט נישט אן מענדעטארי קוואטאס נאר וואלאנטיר (אפילו עס שטייט נישט אזוי ווי דו זאגסט אין די נייעס נאר ווי איך האב פריער געברענגט אויף ענגליש) איז דא א גאנצע נעץ פון חאפערים וואס זיצן אין דער לשכת הגיוס און אויך דרייען זיך ארום אין גאנץ ארץ ישראל צו כאפן פרומע בחורים אריין אין דער מיליטער וואס פאר דעם באקומען זיי געשוואלענע געהאלטן פאר יעדע קאפ. פאר דעם האט דער רעגירונג א מאיאנטיק מיט געלט כדי פריי צו מאכן אידישע נשמות. די חאפערים מאכן נישט קיין דיסקרימינאציע. עס איז זיי נישט קיין חילוק צו דער בחור לערנט 24/7 צו נישט. דער עיקר איז אריינצונארן אידישע בחורים אין דעם שמאלץ טאפ וואס הייסט צה"ל. און דאס איז א דירעקטע רעזאלטאט פון די אלטע און פרישע געזעצן. מען טאר דאס נישט צולאזן, מען בעדארף אויף דעם מוחה זיין און פארגיסן טייכן טרערן.

געוואלדיג » מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 5:29 pm

· #310316
היה הוה ויהיה, מה שהיה הוא מה שיהיה.

shem-tov » מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 9:59 pm

· #310356
מיין אנאליז איבערן מצב. לאור וואס איינער שרייבט אזוי נאיוו אז די מדינה איז עכט נישט אינטערסירט אין קיין חרדים אין צה"ל. לאמיך עס פרובירן מסביר זיין. נישט נאר וואס זיי זענען יא אינטערסירט אין חרדים צה"ל'ניקעס נאר זייער גאנצער עתיד 100 פראצענט באשטייט פון אזא טירי אז די חרדים וועלן צום סוף איבערנעמן דאס צה"ל (פארשייט זיך נאר דאס פייטן און נישט די אפיס פאזישענס אדער פיילעטס וכדומה ווייל נאך אלעם זענען מיר דאך שוטים. עפ"ל) די חכמי המדינה האבן שוין לאנג מחליט געווען יהי' מה שיהי' די חרדים באלאנגן אין צה"ל און צה"ל באלאנגט פאר די חרדים, זייער גזרה איז שוין כתוב וחתום רח"ל הונדרעט פראצענט און נאר הקב"ה קען עס נאך צופליקן און צורייסן. לשיטתם גייט אויטאמאטיש אוועקגיין די דריי געפערליכע פראבלעמן מיט וואס די מדינה מוטשעט זיך די לעצטע צוואנציג יאר. דער ערשטער פראבלעם אז די חרדים ארבעטן נישט אבער זיי לעבן אויף די מדינה. צווייטער פראבלעם דער פרייער האלט נישט ביים גיין אין מיליטער סאיז זיי מאוס ונמאס די גאנצע מדינה וכ"ש די צה"ל ער האלט נישט ביים געהרגט ווערן כדרך שתמות פלוני. דער דריטער פראבלעם איז אז זיי ווייסן שוין גאנצע 70 יאר אז קיין שום גדול בישראל וועט דאס נישט צולאזן אז אפילו איין חרדי זאל אריינגיין אין צה"ל. מיט אט די דריי פראבלעמן האט מען זיך ענדליך אן עצה געגעבן. זיי דארפן נישט קיין רבנים. עכ"פ דערווייל. זיי האבן אויפגענומען חרדישע קאנסולטענטס און מען האט גאר גוט אויסגעארבעט אלע פינסטערע פלענער מען האט אריינגענומען די חרדישע ח"כ די ביליגע לצים. קודם גייט מען עס כשרן. סגייט ווערן א ריין ערליך פלאץ ממש כסעודת אחשורוש בשעתו זיי שטעלן אהער דעווישאנס וואס זעהען ממש אויס ווי ישיבות. א נקיבה איז דארט אסור לכל הדיעות. פארשטייט זיך למשל א טיטשער מעג נאך אלץ זיין א פרוי אבער נישט קיין סטודענטן.. דערנאך וועט מען שיקן די כאפערס וואס וועלן ארומגיין זוכען אזעלעכע נושרים וואס באלאנגן נישט אין ערגעץ און מען וועט זיי אריינכאפן. מען וועט זיי לאזן בלייבן יודיש עכ"פ מלחוץ סוועט זיך פארמערן הונדערטער און הונדערטער פון זיי. דערנאך וועט מען הערשט גיין צו די רבנים צו מאכן פשרות. און הערשט אין א צוואנציג יאר ארום וועט עס שוין ווערן מותר לכתחילה וכ"ש פאר יונגעלייט. און דערנאך וועט קומען דער חוק. אבער סוועט שוין נישט זיין קיין פראבלעם מען וועט נאך טרעפן כעלערליי פסוקים מיט שמות אז סאיז א גרויסע מצוה. די חרדים אין צה"ל וועלן באקומען שיין באצאלט. די פרייע וועלן עס גערן פארגינען. די חרדים וועלן עס נאך אנקוקען ווי עפעס א קידוש השם זאך. קיין שום זאך וועט מער נישט זיין קיין פראבלעם. וואס חילול שבת פרעגסטו. סאיז דאך פיקוח נפש. אא"וו. אלעס ווערט מסודר. אזוי זעהן מיר ליידער אויס. ומי יודע וואס דא וועט זיין. ביני לביני וועלן זיי אנהייבן ארבעטן אויף באמעס פון ישיבה'ס אין חוץ לארץ אז זיי זאלן אויך אהינקומען. דארט אבער האלט איך אז זיי וועלן קיינמאל נישט מצליח זיין. מיר זענען אביסל ווי די פרייע ווען סקומט צו די ענינים.
--- פארזעצונג קומט אי"ה ---

ירח בן יומו » מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 10:09 pm

· #310358
חלמא טבא חזיתא.

ירא שמים » מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 10:42 pm

· #310361
Re: גיוס בני ישיבות -ליידער- שוין א פאקט, א געזעץ!
האסט פארגעסן צודערמאנען דעם עוכר ישראל פון בני ברק וואס פירט אהן מיטן גאנצן גיוס און מאכט חרוב וכו׳ וכו׳

קפה נמס » דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 12:31 am

· #310375
Re: גיוס בני ישיבות -ליידער- שוין א פאקט, א געזעץ!
@Shem-tov
מיר ווארטן פאר די צווייטע עפיזאד..

diff » דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 7:52 am

· #310391
פ"ו קענען די סאטמערע נישט איבערטראגן אז ס'בטל געווארן די גזירת גיוס
We feel your pain

מאיר הערש » דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 8:24 am

· #310392
diff
פ"ו קענען די סאטמערע נישט איבערטראגן אז ס'בטל געווארן די גזירת גיוס
We feel your pain

ס'איז בטל געווארן?

איש את רעהו » דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 2:27 pm

· #310452
ציפעדיגע רייד פון שקד

אנחנו מנסים בשנים האחרונות לרתום גם את החרדים למסלול הזה ולבנות ישיבות הסדר חרדיות", חשפה שקד, "אנחנו חושבים שזה מסלול טוב, יש כבר כמה כאלה בודדות, אבל אני מאוד מאוד מקווה שעכשיו משההנהגה החרדית אימצה את חוק הגיוס ולצערי בתקשורת שוב יש שיח מאוד מתלהם ומאוד שטחי ביחס לתיקון שעושים עכשיו לחוק הגיוס - לא מדברים על זה שזה פעם ראשונה שההנהגה החרדית ומועצת גדולי התורה בעצם מאשרת חוק גיוס".

השרה שקד המשיכה וסיפרה כי "כשחברי הכנסת החרדים חזרו מהישיבה שבוע שעבר ממועצת גדולי התורה, אחד מהם התקשר אלי בהתרגשות ואמר לי 'היית מאמינה שמועצת גדולי התורה תאשר חוק גיוס?'".

"אז אני חושבת שבאמת זה הישג מאוד מאוד גדול בניגוד להתלהמות עכשיו שקורית כרגע בתקשורת, כי בעוד אני נמצאת כאן חבריי נמצאים כרגע במליאה בדיון על תיקון חוק הגיוס", אמרה.

שקד הוסיפה כי "אני חושבת שגם התיקון הזה זה הישג גדול, אם החברה החרדית, אם רוב רובה של החברה החרדית מאמצים את החוק, מצביעים בעדו, ואם הרבנים החרדים בחברה החרדית תומכים בחוק, אני חושבת שזה דווקא התקדמות משמעותית ולא נסיגה. ואני מאוד מקווה שהם גם ילמדו ויבינו שגם לציבור החרדי יש מה ללמוד מהציונות הדתית ולאמץ את מסלול ההסדר".

ירח בן יומו » דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 2:32 pm

· #310454
ירח בן יומו
אז די יו"ר הכנסת קען זאגן אזוי הייסט עס אז די שפיל איז געלונגן.

איש את רעהו » דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 2:44 pm

· #310459
ירח בן יומו
ירח בן יומו
אז די יו"ר הכנסת קען זאגן אזוי הייסט עס אז די שפיל איז געלונגן.
זי רעדט זייער צום פונקט
קיינע שפיל

געוואלדיג » דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 3:02 pm

· #310461
עס זעהט מיר אויס ווי @מאיר הערש און @איש את רעהו קענען נישט די א"י פאליטיק, אדער זענען זיי א טייל פון די פאליטיק.

מאיר הערש » דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 5:08 pm

· #310485
איש את רעהו, גוט אז דו האסט דא ארויפגעלייגט וואס שקד האט געזאגט, ווי זי איז מגלה סודות פון חדר, למען ישמעו וייראו.

דער גרויסער רבי' חיים בריסקער זצ"ל פלעגט זאגן "איר באדארפט נישט הערן וואס איך זאג, הערטס וואס זיי אליין זאגן (וועט איר געוואויר ווערן די פאקטן)".
די ווערטער פון שקד און צחי הנגבי ברענגען ארויס דעם ביטערן אמת וואס די צוויי אינסיידערס ווייסן זייער גוט און האבן עס פארציילט פאר די גאס. לאמיר האפן אז אלע היימישע וועלן זיך כאפן וואס טוט זיך און אויפהערן to make believe אז מען האט דא עפעס אויפגעטון גרויסע זאכן לתועלת היהדות החרדית. דער אפעטיט קומט מיט'ן עסן און שקד איז שוין אזוי עקסיידעט און זאגט בפה מלא אז די חרדים צו מזל שפילן שוין מיט מיט די פרייע און זי האט שוין ווייטערדיגע פלענער פאר די חרדים צו גיין א שריט ווייטער און מאכן פאר די חרדים ישיבות הסדר (אזוי ווי די מזרחי האט וואס איז לערנען מיט מיליטער צוזאמען). און זי זאגט ווייטער דייטליך און קלאר אז זי האפט אז לבסוף וועלן די חרדים זייין אזוי ווי די מזרחי'סטן - Religious Zionists.
ווייסט עטץ שוין וואו מען האלט?

מאיר הערש » דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 5:12 pm

· #310487
געוואלדיג
עס זעהט מיר אויס ווי @מאיר הערש און @איש את רעהו קענען נישט די א"י פאליטיק, אדער זענען זיי א טייל פון די פאליטיק.

עס זעט מיר אויס ווי מאיר הערש און איש את רעהו זענען רעאליסטישע מענטשן און האבן די פאקטן ביי דער האנט און שרעקן זיך נישט צו זאגן דעם אמת אפילו עס געפעלט נישט א סך אירע.

עס זעט אויס אז מאיר הערש און איש את רעהו זענען גוט באהאוונט אין דעם נושא און זאגן דעם אמת פאר דער פאבליק וואס א סך קענען דאס נישט אראפשלינגען ווייל דער אמת טוט וויי. אבער וואס קען מעט טון? א פאקט איז א פאקט. עס שטערט נישט מאיר הערש'ן און איש את רעהו'ן טאמער ס'איז דא מענטשן וואס די פאקטן קריצן זיי אין די אויערן און עס גייט נישט ווי די פידל שפילט ביי זיי. אבער דער אמת איז חשוב'ע ווי אלעס. זיי האלטן אז א איד דארף זיין שטאלץ און פעסט מיט זיין אידישקיין און נישט שעמען מיט'ן אמת בכלל ובפרט.

די מידיא (וואס איז פראו גיוס) האט ליב צו שרייבן וואס דער עולם וויל הערן, וואס איז זיס צום אויער און א סך מאל פארדרייען זיי די יוצרות פון קאפ ביז פיס און דער עולם גלייבט זיי מיט פארגלייזטע אויגן. און ווען די מענטשן ווערן געוואויר די ריכטיגע פאקטן, כאפן זיי זיך אויף און פילן ווי זיי וואלטן געביסן געווארן פון א שלאנג, דאן שיסן זיי פעך און שוועבל ארויסצוגעבן זייער אומצופרידנהייט וואס מען האט זיי געשטערט זייער זיסע חלומות און פאנטאזיעס.

איך האב באמערקט אז רוב סייטס טון צענזארירן די אלע ארטיקלען וואס שמעקט מיט שייכות און איז pro ר' שמואל'ס מענטשן. על כן, דער עולם זעט נאר איין צד פון דער מטבע. ממילא איז נישט קיין חידוש אז מענטשן זענען ברעינוואשד און די מענטשן וואס האלטן אנדערש ווערן גערעכנט ווי ווילדע פאנאטיש מענטשן וואס זוכן זיך צו קריגן.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 6:15 pm

· #310506
הייסט'ס אז מאיר הערש שרעקט זיך נישט, אבער קפה נמס שרעקט זיך יא. פון וועמען שרעקט מען זיך, טייערע? און וואס איז גאר דיין העלדישע שריט אקעגען דער מאנסטע"ר? קאטשקען אויף ק"ש?
דאס ברענגען ון די קעגענער איז גוט פאר עדיטאריא"ל אין דער איד. למעשה איז יענער גארנישט דער גרויסע שיסער, ער זאגט פאר זיין פאליטיק, און א צווייטע זאגט פאר זיין פאליטיק. ער דארף זאגען אז חרדים קומען אין מיליטער, און ער דארף זאגען אז ער האט אויפגעטוהן. למעשה גערעדט דארף מען ליינען די געזעת נישט די פראפאגאנדע, און פון דעם וויסען וואס איז געשען.

diff » פרייטאג נאוועמבער 27, 2015 8:22 am

· #310559
גיי ברעך דעם געזעץ אין א אנדערע מדינה. און קום דא פארציילען וואס מ'האט דיר געטוהן
א מזל אז פרייע פירן די מדינה. אנישט וואלט מען טאקע געשיקט ווידערשפעניגער קיין אוישוויץ, ווי עץ ווילסט אזוי שטארק גיין

שמעקעדיג » פרייטאג נאוועמבער 27, 2015 9:48 am

· #310566
diff
גיי ברעך

diff » פרייטאג נאוועמבער 27, 2015 2:46 pm

· #310601
זעט אויס האסט נישט קיין ענטפער
מ'וויל דאך זאגן דעם אמת פאר דער פאבליק וואס א סך קענען דאס נישט אראפשלינגען ווייל דער אמת טוט ווי

שווארצע קעיז » זונטאג נאוועמבער 29, 2015 12:05 am

· #310651
Watch "יומן - הסוף לחוק השיוויון בנטל" on YouTube
<a class="postlink" href="https://youtu.be/RJe_rGnffD8">https://youtu.be/RJe_rGnffD8</a>

Sent from my SM-G900V using Tapatalk
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10