גיוס בני ישיבות -ליידער- שוין א פאקט, א געזעץ!
468 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4335
נאכאמאל.
די אלע משלים וואס איך ברענג צו זענען טאקע "משלים" , די נמשל איז א פאקט וואס די באהערדע זענען פולקאם מסכים דערצו, אין די סקונדע וואס מען מאכט א באשלוס צו שיקען די בחורים, ווערט געגרינדערט א דעוויזיע אנגעפירט דורך אפאר אליאירטע צוזאמגענימענע רבנים, וואס וועלן פארזיכערן אז אלעס וועט לויפן על טהרת הקודש
לאחר המהפך בחסידות ויז'ניץ בנושא ההתייצבות בלשכות הגיוס וההחלטה כי כל הבחורים יתייצבו במרוכז ביום מיוחד ובפיקוח ראשי הישיבות, יתייצבו הבוקר (ב') 300 הבחורים במדור בני הישיבות בתל השומר שאליהם יצטרפו גם בחורי חסידות סלונים, שעד עתה נמנעו גם הם מלהתייצב בצו ראשון.
http://m.bhol.co.il/article.aspx?id=85595קען א חסיד מהר"א געבן מער פרטים איבער דע נייע ישיבה פאר ארויסגעפאלענע?
http://www.inn.co.il/News/News.aspx/309695chusidקען א חסיד מהר"א געבן מער פרטים איבער דע נייע ישיבה פאר ארויסגעפאלענע?
http://www.inn.co.il/News/News.aspx/309695
איינער זאגט גוט דארט. דאס אז פולע בחורים פאלן אוועק און לאזן את אידישקייט גייט נישט אן פאר סאטמאר, אבער אז מ'הערט אז זיי ווערן פארכאפט אין ציונות דאן מוזר מען שוין עפענען פאר זיי א ישיבה
ענדליך !!
נאך א האלב יאר פון אימערמידליכע כוחות און העפטיגע פראפעסיאנאלע ארבעט איז מארגן ערווארטעט אז עס זאל אריבערגיין די "תיקון חוק הגיוס" אין כנסת פאר אן ענדגילטיגע אפשטימונג.
די "תיקון חוק הגיוס" וועט אפשטופן די דעדליין וואס חרדי'שע ישיבות האבן באקומען אויפצואווייזן אז חרדי'שע רעקרוטירער מערן זיך ביז יאר 2023 (!), און אפילו דאן וועלן זיי נישט ווערן קיין לעגאלע קרימינאלן, נאר דער שר הבטחון וועט דעמאלט דארפן מחליט זיין וואס די ווייטערדיגע שריט וועט זיין.
ס'איז דא נאך אסאך פרטים, אבער אויפ'ן שפיץ גאפל איז דער איבערגעמאכטער געזעץ א געוואלדיגע פארלייכטערונג פאר חרדי'שע אידן אין ארה"ק, וואס האבן זיך דערזען אין א שווערן פראבלעם מיט די אריגינעלע געזעץ וואס איז באשטעטיגט געווארן צוויי יאר צוריק, וואס מ'האט נישט געקענט אנגיין מיט דעם, און יעצט מיט דער נייער חוק קען מען אפאטעמען אז מה שהיה הוא שיהיה...
בשעת רוב מנין ובנין פון אידן שותו"מ חרדים לדבר ה' געבן אפ א שבח והודי' פארן רבוש"ע, און זענען מכיר טובה פאר די געטרייע עסקנים, איז ערווארטעט אז א הייפעלע יודן וואס זענען זיך מתפרנס פון אזעלכע גזירות הגיוס וכדו' וועלן זיין גאר בייז אויף די נייע תיקונים אינעם חוק.
נאך וואס די אלטע סלאגאנען -אז אלעס איז נאר אדאנק די הפגנות- האבן שוין אויסגעוועפט, און די יוגנט קויפט עס נישט, איז געבליבן ביי די יעניגע אז מ'מוז גאר שארף פארפירן אנטקעגן די א.ג. תיקון וואס איז באמת נאר א הירוס און א קלקול ווייל ס'איז בעסער צו גיין דרך מלחמה אזויווי עס שטייט: "צאו והפגינו בשווקים ורחובות". און יעצט וועלן די ציונים קענען אריינשלעפן אין מיליטער בפה רך די חסידי'שע בחורים וואס לערנען נישט פלייסיג...וכו' וכו' הכונו עצמכם למערכה כבידה למען קדושת ישראל ונגד אלו שעושים פשרות...גיוואלד
צו קפה נמס (מען האט אראפגענומען די quote און מען וועט נישט וויסן צו וועמען איך רעד) האסט ליב קויפן באבקעס. מאך אויף דיינע אויגן און קוק אביסל ווייטער וועסטו זען מיט דיינע פליישיגע אויגן פארוואס גדולי ישראל - נישט קיין הייפעלע אידן, נאר גרויסע תלמידי חכמים וואס פארשטיין אביסל בעסער וואס טוט זיך דא ווי דער דורכשניטליכע איד - זענען גארנישט אזוי בשמחה מיט דעם נייעם געזעץ טאמער עס וועט חס ושלום דורכגיין ווייל ס'איז כמעט גארנישט אנדערש ווי דער פריערדיגע געזעץ, ה' ישמרנו. ס'איז נישט מער ווי אפשטופן דאס שמד פאר נאך דריי יאר און דאן אריינעמען אלע חוץ פון בערך 1800 בחורים. איז דאס וואס צו זיין אזוי בשמחה? ס'איז א הימל געשריי און מען דארף דאס מיט אלע כוחות שוין אויפהערן.
Re: גיוס בני ישיבות -ליידער- שוין א פאקט, א געזעץ!
איך פארשטיי נישט וואס איז דא געשען. ביז יעצט איז דער דעדליי"ן געווען 2020 און יעצט 2023 . ביז יעצט איז דא אוטומאטישע קרימינאלער שולדיגען פאר דער וואס שטעלט זיך נישט, יעצט ווענד עס זיך אויף אן אנאנימער שר הבטחון.
קיין אנדערע חילוק האב איך נישט געהערט.
איך גלויב נישט אז ס'איז אלס א באנדע נערנים, איז וואס טוט זיך יא? טאמער איינער האט בעסערע אינפארמאציע, ביטע ערקלער'ן, ווייל ביזדערווייל דארף מען אנקומען צו אמונת חכמים, וואס פון הימל האט מען מיר נישט געשאנקען מיט א גרויסע פארציע.
איך בין נישט פון קיין צד אין דער נושא, איך זעי נאר א פלאנטער, נישט צוויי עמטליכע צדדים. איך וואלט זייער געוואלט הערען וואס טוט זיך.
ייש"כ
Re: גיוס בני ישיבות -ליידער- שוין א פאקט, א געזעץ!
ווי איך פארשטיי עס, היות אז עמטליך קען מען דאך נישט זאגן אז חרדים זענען פטור, דרייט מען און מפאשטייט אליין וואס דאס מיינט.
הייסט מ'גייט זיי אפנער'ן שפעטער. אפשר גייען זיי אונז אפנער'ן? דאס איז גאנץ א שוואכע שמחה, און איך גלייב נישט אז הרב שטיינמאן פארשטייט עס נישט. 'כמיין, די גאנצע הפגנה איז געווען וועגען די סנקציות פליליות. איי, וועסטו פרעגען, פארוואס איז דאס די נושא? וועמען גייט ען צו מ'הייסט א קרימינאל צו נישט? דער עיקר איז דאס נישט גייען אין מיליטער? נאר ער פארשטייט אז מ'איז גארנישט אזוי ארויסגעטוהן פון די גאס קולטור ווי מ'רעדט זיך איין, און טאמער אין גאס ביסטו א קרימינאל, בלייבסטו אזוי אין קאפ, און אזוי קען מען נישט עגזיסטירען אין א לאנד. יעצט איז די זעלבע זאך. טאמער געזעצלי ביסטו נישט פטור פון די מיליטער, העלפט עס נישט קיין טמיר ונעלם וכדו'.
ליטוואק פון בודאפעסט, דא <a class="postlink" href="http://www.kikar.co.il/186123.html">http://www.kikar.co.il/186123.html</a> קענסטו א ביסל אדורכטון דער נושא און נאכדעם וועט יעדער גרונטליך פארשטיין וואס טוט זיך און ווי מען נער'ט אלע.
א פאר ציטאטן פון דער סייט:
"רוב חברי המועצת של דגל התורה לא יודעים מה כתוב בחוק"
"ואני רק יזכיר דבר נוסף כי בחוק הגיוס נכתב פעמיים 'שלא ייפגע מעמדה של יוצאת צבא אישה בגלל גיוס החרדים'. ודי למבין."
"דבר נורא נוסף שקרה השבוע הוא מה שכתוב בחוק החדש - יקימו וועדה של בכירים שתפקידם להציע תיקוני חקיקה שיפקחו על החלטות הממשלה בענין המכסות. כך שמלבד מערכת הבילוש שקיימת כבר נגד עולם הישיבות ושכבר ניסו ליישם את זה בישיבתנו (פוניבז'), יתקנו הצעות חוק שמטרתם להכניס עוד ועוד בחורים לגיוס."
ס'איד כדאי אדורלייענען פון אלף ביז תיו. מורא'דיג גוט אדורכגענומען פון א חשוב'ע תלמיד חכם וואס געבט א גוטע הסברה - שיעור כללי אין תיקון חוק הגיוס.
Re: גיוס בני ישיבות -ליידער- שוין א פאקט, א געזעץ!
איך האב געליינט דארט. דו מיינסט טאקע הרב שטיינמאן איז א פולקאמע שוטה? אדער א שפיאן געשטעלט צו שמד'ן אידען?
איך קען אננעמען אז ס'איז דא צוויי דעות אין דער ענין, אבער דאס ליגט נישט אויפ'ן שכל אז ס'איז פשוט לצד אחד.
ליטוואק פון בודאפעסט', מען רעדט דא וועגן חוק הגיוס המתוקן ,נישט וועגן רב שטיינמן שליט"א. דער ארטיקל זאגט דער אמת וואס איז שווער איז צו פארדייען.
ניין, דער ארטיקעל איז איין מענטש'ס מיינונג, וואס פערצופעל איז ער א צד אין די נושא. מ'קען מסתמא באקומען די געזעץ כלשונו און נאכפארשען. איך האב נישט די צייט און די כוחות דערצו יעצט.
ס'איז נישט קיין 'מיינונג' פון א מענטש נאר פשוט מסביר געווען אויף קליין געלט דאס געזעץ. אנשטאט צו רעדן וואס דו ווייסט נישט, פארשאף דאס געזעץ און צייג דיר אליין איבער. דאס אמת טוט וויי, זייער וויי.
Re: גיוס בני ישיבות -ליידער- שוין א פאקט, א געזעץ!
אזויפיל ווייס איך אז הרב אשר דויטש איז נישט איינער פון די זייט. ער איז א צד אין די פאליטיק. ברענגען זיין דרשה אלס א פאקט איז פונקט ווי ברענגען א ראיה פון באבוב 48 אויף באבוב 45 צו פון וואס די אהרונים זאגען אויף די זאלי'ס (רעפובליקאנער אויף דעמאקראטען).
נו וואס איז? ער ברענגט גוטע פאקטן. צו בארשט דארף מען נישט קיין ציין. ער רעדט צו דער זאך. דו זאגסט ס'איז נישט ריכטיג - prove it. ווען דו וואלסט געזאגסט "מיין רבי זאגט אזוי און וואס ער זאגט איז קודש קדשים פאר מיר, און איך פאלג אים מיט פארמאכטע אויגן", פארשטיין איך. אבער טאמער דו ווילסט זיך איבערצייגן וואס איז ריכטיג, איז קבל האמת ממי שאמרו. צו מיר זעט עס אויס ער רעדט צו דער זאך און האט אפגעלערנט די סוגיא אזוי ווי "ר' אשר" קען. רוב פון די גדולים פון מועצת גדולי התורה פון דגל התורה האבן אים קלאר געזאגט אז זיי האבן נישט דורכגעליינט דעם געזעץ. ווען א מענטש וויל וויסן וואס טוט זיך אין ענגלאנג, וועט ער פרעגן א מומחה פון אוסטראליא וועגן דעם? אדער וועט ער פרעגן א מומחה וואס וואוינט אין ענגלאנד וואס האט ערשט קלאסיגע אינפארמאציע? די ירושלימער ליטווישע, וויבאלד זייער שיטה איז קעגן די גיוס און ליגן שטארק דערין, זענען זיי בקי דערין מער ווי אנדערע! פונקט אזוי ווי א סאטמערער חסיד איז בקי אין "דעם שיטה" פון רבי'ן זצ"ל, איז ער מסתם א גרעסערער בקי ווי עפעס א ליטווישער איד אדער א לובאוויטשער איד וועגן דער סאטמער רבי'ן זצ"ל'ס שיטה. בקיצור, ווייז אויף וואס רב אשר דויטש זאגט איז נישט ריכטיג. צו מיר זעט עס אויס ווי ר' אשר זאגט דברים של טעם, צו דער זאך מיט א מורא'דיגע קלארקייט. נאר דערפאר וואס ער איז פון ר' שמואל שליט"א'ס מענטשן מאכט עס איז נישט אוטאמאטיש ווי איינער וואס רעדט נישט צו דער זאך.
Re: גיוס בני ישיבות -ליידער- שוין א פאקט, א געזעץ!
<a class="postlink" href="http://m.bhol.co.il/article.aspx?id=92537">http://m.bhol.co.il/article.aspx?id=92537</a>
האדמורים מוויזניץ וסלונים הביעו התנגדות לחוק
נישט נאר איז דער סאטמארער מער באקאנט אין די שיטה הק', ער ווייסט אויך מער פון איזרעאליש'ע געזעצען ווי דער אדוואקאט אין א"י אויך, ניין? ובפרט דער וואס שרייבט 'פון דא און דארט' און מנשה פיליפ, ניין?
ספינ'ן פאקטען איז לייכט. ווען מ'עט הערען פון די אנדערע זייט פארוואס זיי האלטען אז ס'איז יא גוט, וועט מען אפשר מער וויסען.
@mevakesh האקט, אבער איך האף ער פארשטייט אז די דעה פון וויזניץ סלונימ'ער אעבבע'ס זענען נישט אזוי וויכטיג אפילו פון הרב אשר דויטש, וכ"ש הרב שטיינמאן.
Re: גיוס בני ישיבות -ליידער- שוין א פאקט, א געזעץ!
עס ווייזט אז עס איז דא א אומצופרידנהייט מיט דעם אינדרויסען פון די מחבלים קרייז
Re: גיוס בני ישיבות -ליידער- שוין א פאקט, א געזעץ!
אומצופרידענקייט, יא. אבער אז ס'איז גענצליך שטותים איז נישט מסתבר
ב"ה. די געזעץ איז אדורך מיט א מערהייט נאך לענגערע שעות פון היציגע וויכוחים.
ליטוואק פון בודאפעסטאיך פארשטיי נישט וואס איז דא געשען. ביז יעצט איז דער דעדליי"ן געווען 2020 און יעצט 2023 . ביז יעצט איז דא אוטומאטישע קרימינאלער שולדיגען פאר דער וואס שטעלט זיך נישט, יעצט ווענד עס זיך אויף אן אנאנימער שר הבטחון.
קיין אנדערע חילוק האב איך נישט געהערט.
די קרימינאלע סאנקציעס האבן זיך שוין טיילווייז געדארפט אנהייבן קומענדיגע יאר 2017. דאס אפשטופן מיט זעקס יאר איז א גרויסע ישועה.
די צווייטע אויפטו איז אז די סאנקציעס קומען נישט אויטאמאטיש. ס'איז אנגעוואנדן אינעם שר הבטחון וואס דארף עפ"י דרך הטבע זוכן צו פארמיידן אומזיסטע מלחמות מיט די חרדים...
Re: גיוס בני ישיבות -ליידער- שוין א פאקט, א געזעץ!
נו נו. איך וואלט נישט געטרינקען קיין לחיים פאר אזעלכע ישועות. איך ליין אביסל מער ביי די נייעס פון בחדרי חרדים, ווי מ'זוכט חוזק צו מאכען פון 'הפלג הירושלמי' און פון דעסטוועגען טרעף איך נישט מער ווי דאס אפשטופען, וואס ביז דעמאלס ווער ווייסט וואס וועט זיין. און דאס אז מ'איז געוואנדען אויפ'ן שר הבטחון (לע"ע בלי שם), וואס ער איז אוודאי א גוטע חבר פאר די חרדים.
ס'פעלט אויס נאך אסאך פרטים ביז מ'פרייט זיך
ליטוואק פון בודאפעסטהייסט מ'גייט זיי אפנער'ן שפעטער. אפשר גייען זיי אונז אפנער'ן? דאס איז גאנץ א שוואכע שמחה, און איך גלייב נישט אז הרב שטיינמאן פארשטייט עס נישט. 'כמיין, די גאנצע הפגנה איז געווען וועגען די סנקציות פליליות. איי, וועסטו פרעגען, פארוואס איז דאס די נושא? וועמען גייט ען צו מ'הייסט א קרימינאל צו נישט? דער עיקר איז דאס נישט גייען אין מיליטער? נאר ער פארשטייט אז מ'איז גארנישט אזוי ארויסגעטוהן פון די גאס קולטור ווי מ'רעדט זיך איין, און טאמער אין גאס ביסטו א קרימינאל, בלייבסטו אזוי אין קאפ, און אזוי קען מען נישט עגזיסטירען אין א לאנד. יעצט איז די זעלבע זאך. טאמער געזעצלי ביסטו נישט פטור פון די מיליטער, העלפט עס נישט קיין טמיר ונעלם וכדו'.
@ליטוואק,
די סנקציות פליליות איז נישט קיין קולטוריעזע פסיכאלאגישע פראבלעם, מען רעדט פון א פראקטישע פראבלעם וואס מ'קען מיט דעם נישט לעבן. ווען איינער איז לעגאל א קרימינאל קען ער נישט ארבעטן, מאכן לייסענס, באקומען שטאטישע פראגראמען, חתמנ'ען שטאטישע צעטלעך, און אויב זיי ווילן קענען זיי אים נישט ארויסלאזן פון לאנד, און מען קען אים איינזעצן ווען אימער ס'שמעקט זיי...
@ליטוואק,
קיינער איז נישט מורא'דיג בשמחה מיט די עצם חוק. ס'איז פשוט די בעסטע וואס איז געווען שייך צו טון אונטער די יעצטיגע אומשטענדן.
די בג"ץ האט שוין גע'פסק'נט 13 יאר צוריק אז פטר'ן ישיבה בחורים פון מיליטער איז אומלעגאל און אפענע דיסקרימינאציע. פון דעמאלס זוכט מען נאר וויאזוי אפצושטופן די גזירה.
נו, האט מען געהאט פאר צען יאר "חוק טל" וואס האט מ'כלומר'שט געצילט אריינצוברענגן חרדים אין מיליטער, אבער ס'האט געהאט אויסגערעכנטע לעכער אז מ'זאל זיך ווייטער קענען פטר'ן.
פאר דריי יאר צוריק האט בג"ץ גע'פסק'נט אז חוק טל איז פסול און מ'קען עס נישט פארלענגערן, ווייל די ציל איז דורכגעפאלן. און דערנאך איז געקומען לפיד וסייעתו, און זיי האבן געמאכט א חוק וואס מ'זאל באמת נישט קענען אנגיין מיט דעם. און יעצט האט מען מצליח געווען צו שטופן נאך זיבן יאר (אויב בג"ץ וועט עס אדורכלאזן), נו, ב"ה א הצלה פורתא... וואס וועט זיין נאכדעם, וועט די רבוש"ע שוין דעמאלס העלפן....
דאס אז עס איז אנגעהאנגן אין די שר הבטחון איז א גרויסע ישועה.
ווייל די מיליטער טענה'ט דאך כסדר אז עס פעלט זיי נישט קיין זעלנער, און אפילו אויב יא פון געצווינגענע חרדים וולען זיי קיין סאך נישט האבן,
קומט דאך אויס אז הכל על מקמו יבא בשלום. די שר הבטחון קען אלעמאל זאגן איך דארף זיי נישט יעצט, און די חרדים זענען נישט פטור געזעצליך.
ירח בן יומודאס אז עס איז אנגעהאנגן אין די שר הבטחון איז א גרויסע ישועה.
ווייל די מיליטער טענה'ט דאך כסדר אז עס פעלט זיי נישט קיין זעלנער, און אפילו אויב יא פון געצווינגענע חרדים וולען זיי קיין סאך נישט האבן,
קומט דאך אויס אז הכל על מקמו יבא בשלום. די שר הבטחון קען אלעמאל זאגן איך דארף זיי נישט יעצט, און די חרדים זענען נישט פטור געזעצליך.
ס'איז אסאך מער פון דעם. ס'איז בעצם אוממעגליך פאר די מיליטער פינאנציעל צו קענען אקאמאדירן חרדים אין די יארן פון 21 און העכער. לויט א געוועזענער רואה חשבון פאר צה"ל, דארף די באדערפענישן פון א עכט חרדי'שע בריגאדע קאסטן 7-8 מאל אזויפיל ווי געווענליכע זעלנער.
די גאנצע רעדע פון שוויון בנטל איז בעצם הוילע דעמאגאגיע, און קיין איינער פון די פירער פון די לאנד און אוודאי נישט פון די מיליטער פלאנען עס דורכצופירן באמת. עס נוצט אבער יא פאר פאליטיקאנטן און צייטונג שרייבער ווי א מיטל צו אנרייצן און קונה זיין דעת הקהל. און זיי פארדינען דירעקט פון יעדעס פיצל נויז וואס קומט פון חרדי'שע יודן. יעדע חרד"ק געשרייעכץ, יעדע הפגנה ווי מ'שלעפט שווענץ פון פערדן דינט די אינטערעסן פון לפיד צוריק אויפצורייצן דעם דעת הקהל לאמר: קוק ווי די פאראזיטן פירן זיך אויף.. פארדעם זענען אונזערע קינדער זיך מוסר נפש און זענען אונטער א סכנת מוות אז די ליידיגגייער זאלן זיך דרייען אין די גאסן און שלאגן פאליציאנטן...
לאמיר האפן אז די וואס גייען בדרכי מלחמה און זענען מקנא קנאת ה' בשווקים ורחובות, וועלן האבן שכל און פארשטיין אז עת לחשות, און אפילו צומאל ליגט די גאנצע עקזיסטענץ פון זייער פארטיי אויף די "צעקות ברחובה של עיר" וועלן זיי למען טובת הכלל זיך האלטן צו א "לאו פראפייל" און נישט ווידער אנרייצן די שונאי דת.
דאס געזעץ איז טאקע אדורך אבער דו מיינסט מען זיצט על המנוחה ועל הנחלה? ס'איז ווייט, ווייט, ווייט דערפון און ווייט, ווייט, ווייט פון צו זיין בשמחה. איינע פון די עיקר טעמים פארוואס זיי האבן מסכים געווען דערצו זאגן זיי "ווילאנג די חרדים וועלן קענען אנפילן די quotas יעדעס יאר וויפיל מען האט פון זיי געפאדערט, וועט מען קענען אפשטיפן זייער זיך שטעלן." דא ליגט דער הונט באגראבן! מען מאכט א ווערטל "דער הונט וועט שטארבן, דער פריץ וועט שטארבן" – דאס איז נישט מער נישט ווייניגער ווי דער רוחניות'דיגע אושוויץ.
בקיצור, STOP DAYDREAMING! דער נייער געזעץ האט גארנישט געטוישט די מצב פון די quotas פון יעדע יאר. די quotas ווערן ערפילט דורך די די חאפערים פון די קאנטעניסטן וואס באקומען געשוואלענע wages פאר יעדע חרדישע סאלדאט וואס זיי ברענגען אריין. אויך אין לשכת הגיוס זיצן א שטאב פון געשולטע מענטשן מיט בארד, פאיות און ציצית וואס זענען מומחים צו אבזערווירן די בחורים וואס קומען זיך שטעלן און טאמער זיי טרעפן א שוואכקייט אין דעם בחור וכיו"ב, פארלייגן זיי זיך אויף דעם בחור און ליידער פילע מאל זענען זיי מצליח. אזוי טוען זיי ערפילן די quotas . וועגן דעם טוען דער פלג הירושלמי שרייען געוואלד מיט יללות און ווייטער מוחה זיין. די quotas – וואס ווערן יעדער יאר גרעסער לויט'ן געזעץ – זענען געבליבן אין דעם נייעם געזעץ אויך. עטץ פארשטייטס וואס ס'טוט זיך?
ר' שמואל'ס מענטשן זענען אמת'דיגע מענטשן און שטעקן נישט אריין זייער קאפ אין זאמט ווי די בת היענה און זיי האבן נישט קיין מורא צו זאגן דעם אמת. קושטא קאי. דער אמת טוט וויי און מען דארף ווייטער מוחה זיין און זיין מודה על האמת.
מאיר הערשדאס געזעץ איז טאקע אדורך אבער דו מיינסט מען זיצט על המנוחה ועל הנחלה? ס'איז ווייט, ווייט, ווייט דערפון און ווייט, ווייט, ווייט פון צו זיין בשמחה. איינע פון די עיקר טעמים פארוואס זיי האבן מסכים געווען דערצו זאגן זיי "ווילאנג די חרדים וועלן קענען אנפילן די quotas יעדעס יאר וויפיל מען האט פון זיי געפאדערט, וועט מען קענען אפשטיפן זייער זיך שטעלן." דא ליגט דער הונט באגראבן! מען מאכט א ווערטל "דער הונט וועט שטארבן, דער פריץ וועט שטארבן" – דאס איז נישט מער נישט ווייניגער ווי דער רוחניות'דיגע אושוויץ.
בקיצור, STOP DAYDREAMING! דער נייער געזעץ האט גארנישט געטוישט דער מצב פון די quotas פון יעדע יאר. די quotas ווערן ערפילט דורך די די חאפערים פון די קאנטעניסטן וואס באקומען געשוואלענע wages פאר יעדע חרדישע סאלדאט וואס זיי ברענגען אריין. אויך אין לשכת הגיוס זיצן א שטאב פון געשולטע מענטשן מיט בארד, פאיות און ציצית וואס זענען מומחים צו אבזערווירן די בחורים וואס קומען זיך שטעלן און טאמער זיי טרעפן א שוואכקייט אין דעם בחור וכיו"ב, פארלייגן זיי זיך אויף דעם בחור און ליידער פילע מאל זענען זיי מצליח. אזוי טוען זיי ערפילן די quotas . וועגן דעם טוען דער פלג הירושלמי שרייען געוואלד מיט יללות און ווייטער מוחה זיין. די quotas – וואס ווערן יעדער יאר גרעסער לויט'ן געזעץ – זענען געבליבן אין דעם נייעם געזעץ אויך. עטץ פארשטייטס וואס ס'טוט זיך?
ר' שמואל'ס מענטשן זענען אמת'דיגע מענטשן און שטעקן נישט אריין זייער קאפ אין זאמט ווי די בת היענה און זיי האבן נישט קיין מורא צו זאגן דעם אמת. קושטא קאי. דער אמת טוט וויי און מען דארף ווייטער מוחה זיין און זיין מודה על האמת.
מאיר הערשמאיר הערשדאס געזעץ איז טאקע אדורך אבער דו מיינסט מען זיצט על המנוחה ועל הנחלה? ס'איז ווייט, ווייט, ווייט דערפון און ווייט, ווייט, ווייט פון צו זיין בשמחה. איינע פון די עיקר טעמים פארוואס זיי האבן מסכים געווען דערצו זאגן זיי "ווילאנג די חרדים וועלן קענען אנפילן די quotas יעדעס יאר וויפיל מען האט פון זיי געפאדערט, וועט מען קענען אפשטיפן זייער זיך שטעלן." דא ליגט דער הונט באגראבן! מען מאכט א ווערטל "דער הונט וועט שטארבן, דער פריץ וועט שטארבן" – דאס איז נישט מער נישט ווייניגער ווי דער רוחניות'דיגע אושוויץ.
בקיצור, STOP DAYDREAMING! דער נייער געזעץ האט גארנישט געטוישט דער מצב פון די quotas פון יעדע יאר. די quotas ווערן ערפילט דורך די חאפערים פון די קאנטעניסטן וואס באקומען געשוואלענע wages פאר יעדע חרדישע סאלדאט וואס זיי ברענגען אריין. אויך אין לשכת הגיוס זיצן א שטאב פון געשולטע מענטשן מיט בארד, פאיות און ציצית וואס זענען מומחים צו אבזערווירן די בחורים וואס קומען זיך שטעלן און טאמער זיי טרעפן א שוואכקייט אין דעם בחור וכיו"ב, פארלייגן זיי זיך אויף דעם בחור און ליידער פילע מאל זענען זיי מצליח. אזוי טוען זיי ערפילן די quotas . וועגן דעם טוען דער פלג הירושלמי שרייען געוואלד מיט יללות און ווייטער מוחה זיין. די quotas – וואס ווערן יעדער יאר גרעסער לויט'ן געזעץ – זענען געבליבן אין דעם נייעם געזעץ אויך. עטץ פארשטייטס וואס ס'טוט זיך?
ר' שמואל'ס מענטשן זענען אמת'דיגע מענטשן און שטעקן נישט אריין זייער קאפ אין זאמט ווי די בת היענה און זיי האבן נישט קיין מורא צו זאגן דעם אמת. קושטא קאי. דער אמת טוט וויי און מען דארף ווייטער מוחה זיין און זיין מודה על האמת.
Re: גיוס בני ישיבות -ליידער- שוין א פאקט, א געזעץ!
פארוואס דריי מאל?!
סאשי פישפארוואס דריי מאל?!
ביי יעדע וויכוח קען מען אדער רעדן צום זאך אדער שרייען זייער הויך און איבערזאגן די זעלבע זאך....
@מאיר הערש,
ווען די קוואטעס וואלטן געווארן ארויסגעשניטן פונעם געזעץ (עפעס וואס מ'האט געארבעט שווער ס'זאל געשען, און ס'איז דורכגעפאלן) וואלסטו יא מודה געווען אז מ'האט עפעס אויפגעטון? אדער וואלסטו ווייטער געשריגן אז מ'קען נישט אויפטון פון אינעווייניג?
סאשי פישפארוואס דריי מאל?!
איך האב צוויי מאל פארראכטן א טעות. ווי אזוי טוט מען עס אויסמעקן?
Re: גיוס בני ישיבות -ליידער- שוין א פאקט, א געזעץ!
מ'וואלט אפשר געקענט אננעמען א טענה, אבער דאס אז 'ר' שמואל'ס מענטשען זענען אמת'דיגער מענטשען' גראבט אונטער די גאנצע זאך. פון וואנעט ווייסטו וואס זיי זענען? אפשר זענען זיי נידריגע פאליטיקאנטען? אפשר זענען זיי ליידיגייער'ס וואס פילען אן די צייט מיט מחאות וכדו'?
איך ווייס נישט פון די זייט און נישט די אנדערע זייט ווער זיי זענען. איך קען נאר ליינען וואס מ'שרייבט און הערען וואס מען רעדט און דן זיין עפ"י דעם.
און די געשוואלענע געהאלט וואס מ'באקומט איז נאך אן אומוויסענדע גראבע ליגענט פון מנשה סופר וואס ווערט אויך באצאלט 'געשוואלענע wages' פאר'ן ממציא זיין ליגענט. ס'געפעלט איינער די מושג ווערט עס קראנט. איך גלייב מ'קען אזוינס קריגען פאר קליין געלט. הן די א.ג. 'כאפער'ס' הן מנשה סופר'ס.
קפה, די חאפערים באקומען שווערע געלדער. דו מיינסט זיי וועלן צולאזן שוואכע בחורים נישט אריינשלעפן אין מיליטער? זיי וועלן דאך פארלירן זייער גאנצע פרנסה. און אז נישט די quotas, וואס איז דער גאנצע געזעץ ביז דעמאלסט?
טאמער מען וועט אויפהערן כאפן בחורים אין מיליטער - צו זיי לערנען און אודאי און אודאי צו זיי לערנען נישט אדער די שוואכערע וואס לערנען נישט אזוי גוט - וואלט מען זיכער עפעס אויפגעטון.
דאס גאנצע פרשה איז גענוי דאס זעלבע רוחניות'דיגע סכנה ווי דאס ארמיי אין רוסלאנד אדער וואו אימער מען האט זיך געמוזט שטעלן. וואלט די מדינה געהאט א אידישע ארמיי, אן קיין פרויען, און אן קיין אוממאראלישקייט, נאר אינגאנצן על פי תורה, וואלטן אפשר די שוואכערע געקענט דארט זיין. אבער ביז דערווייל איז דארט ממש א רוחניות'דיגע שואה ר"ל און א גאר קליינע צאל קומען צוריק אזוי פרום ווי זיי זענען געווען ווען זיי זענען אריין ה"י.
Re: גיוס בני ישיבות -ליידער- שוין א פאקט, א געזעץ!
ווארשיינדלעך ווייסטו גאנץ ווייניג פון די רוסישע ארמיי צו זאגען. ביסט מכובד צו ליינען קאראהאד פון פרופ' פישל שניאורזוהן פאר ע בילד פון וואס האט זיך דארט אפגעשפילט.
און די סכנה פון נחל החרדי איז נאך אלס נישט באשטעטיגט פון מענטשען פונדערויסען. נאר די אינטערעס'ן פאמפען אויף יעדער מעשה וואס א טאטע זעט זיין זוהן מיט גרינע מונדירען אנשטאט'ס שווארצע מיינט ער אז פון א צדיק איז געווארען א פארדארבענער. דערווייל איז גאנץ מעגליך אז ער איז קיינמאל נישט געווען אזא ענדער צדיק, ס'איז מעגליך אז זיין גליטשען וואלט געווען פילפאכיג שנעלער און ווייטער ווען נישט פאר די מיליטער. בקיצור, אז מ'גלייבט נישט אין ויואל משה אמת ותורתו אמת האט מען נישט קיין ראיה דערצו. דער גלויבונג איז נאר א ראיה צו זיך זעלבסט.
Re: גיוס בני ישיבות -ליידער- שוין א פאקט, א געזעץ!
צוריק מיט די חאפערים.. נישטא ווער זאל לאכן...
דו קענסט איין חרדי וואס איז אריין פרום אין מיליטער ?? דו קענסט איין שוואכע בחור וואס איז געווארן פארכאפט ??
און פאר די נושרים, איז מיליטער אסאך בעסער ווי צו ווערן טראנס-דזשענדער....
Re: גיוס בני ישיבות -ליידער- שוין א פאקט, א געזעץ!
איך ווייס נישט צו קפה נמס איז גערעכט מיט דעם אויך. אפשר ווערט מען יא קאליע אין מיליטער, ווער ווייסט? ביידער זייטען זענען פאליטיקאנטען, און מטיבם של קרובים אתה יודע טיבן של רחוקים. איך גלייב נישט אז משה גפני איז עפעס בעסער ווי די לעיקוואודער עסקנים/עשקנים.
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp?topic_id=3020301&forum_id=771">http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp? ... rum_id=771</a>
בוגרי הנחל החרדי צדיקים או פרי באושים ?
נח"ל? – צפו בתמונות
18 באוגוסט 2013
-חדשות היום / חרדים
אבי שיף
3 תגובות
מפגש נחל חרדי 3
פירות הבאושים של הנח"ל החרדי נחשפים: על רקע הניסיונות להביא להגברת הגיוס לצה"ל באמצעות ועדת שקד נחשף הפרצוף האמיתי של הנח"ל החרדי.
אותם בוגרים של המחזור הראשון וההיסטורי של הנח"ל שהגיעו חלקם כחרדים סיימו את הקורס בהצטיינות,אולם את הכיפה הם השאירו בין גדרי התיל של המחנה הצבאי.
כמדי שנה נפגשים בוגרי המחזור הראשון של הנח"ל החרדי למפגש קבוצתי מאז סיימו את המחזור והשנה המשיכו במסורת של המפגש. לאחרונה התקיים מפגש נוסף במסעדה בצומת שילת סמוך למודיעין עילית.
הצצה חטופה לתוך התמונה מלמדת על הנתונים המבישים הבאים: מלבד דוד זולדן (המופיע במרכז התמונה) ו2 בוגרים חרדים נוספים, השאר הופיעו עם כיפה סרוגה לראשם והיתר: ללא כיפה בכלל.
עסקנים חרדים שנחשפו לנתונים מסרו בתגובה ל'קוקר' : "שאנו שומעים אנשי השלטון מבקשים שהציבור החרדי ישלח את בנו לצה"ל, אנו מזמינים אותם לראות בצורה מוחשית את פירות הבאושים של המחזור הראשון של הנח"ל החרדי שהינה קבוצת הדגל של הנח"ל בציבור החרדי.
עד כאן הקפה א'.
<a class="postlink" href="http://www.israelnationalnews.com/Articles/Article.aspx/12657#.VlU_9HarSM8">http://www.israelnationalnews.com/Artic ... lU_9HarSM8</a>
....
In order to explain just how necessary it is for the I.D.F. to accommodate religious soldiers, it should be noted that approximately twenty percent of the religious community abandons Jewish tradition – mostly during, or as a result of, military service. Even amongst those who remain religious, quite a few are significantly weakened in the army. This is the main reason the hareidi community opposes military service.
ליטוואק פון בודאפעסטאיך ווייס נישט צו קפה נמס איז גערעכט מיט דעם אויך. אפשר ווערט מען יא קאליע אין מיליטער, ווער ווייסט? ביידער זייטען זענען פאליטיקאנטען, און מטיבם של קרובים אתה יודע טיבן של רחוקים. איך גלייב נישט אז משה גפני איז עפעס בעסער ווי די לעיקוואודער עסקנים/עשקנים.
זיכער ווערט מען קאליע אין מיליטער.
טאקע פארדעם טאר מען נישט שיקן קיין איין ערליכער בחור אפילו ער לערנט נישט פלייסיג. אבער, א בחור וואס האט שוין געגליטשט און ער איז איינגעטונקן אין זנות און דראגס און גניבות וכדו', אדער אפי' ער איז אויפ'ן וועג צו יענער דיירעקשאן, איז די בעסטע זאך פאר אים ער זאל גיין אין מיליטער ווי ס'איז דא דיסציפלין און סדר...
קפה, קודם כל, רב וואזנער זצ"ל האט געהאלטן אז נישט. ער האט געזאגט "די מצוה פון מחיית עמלק איז ווייל ויזנב בך כל הנחשלים אחריך. עמלק האט געהאט א שליטה בלויז אויף די גליטשער און פון דעסטוועגן ווייל ער האט זיך געוואשן צו די פארדארבענע איז 'תמחה את זכר עמלק'."
צווייטנס, וויפיל פארדארבענע בחורים זענען שוין אוועילעבל צו אנפילן די קוואטעס?
Re: גיוס בני ישיבות -ליידער- שוין א פאקט, א געזעץ!
פליצלינג איז הרב וואזנער דער מ"ד?!
עכ"פ דער וואס זארגט זיך פאר זיין כבוד דארף באהאלטען אזעלכע נעריש'ע מימרות
Re: גיוס בני ישיבות -ליידער- שוין א פאקט, א געזעץ!
קיינער פלאנט נישט נאכצוקומען די קוואטעס. דו האסט א יסודות'דיגע טעות, דו ביסט פארנומען מיט כאפערס, און דו נעמסט זייער ערנסט די געזעץ ככתבו וכלשונו. לאמיר דיר קלאר מאכן: קיין איין אדמו"ר אדער גדול האט נישט קיין הוה אמינא פון שיקן ערליכע בחורים אין מיליטער אפגעזען וואס די געזעץ זאל נאר זיין.
די עיקר פראבלעם פון די חוק איז נישט געווען אז מ'גייט גיין אין מיליטער. די פראבלעם איז געווען די סנקציות פליליות, וואס אויף דערווייל איז מען פטור געווארן דערפון. מ'זוכט נאר וועגן צו קענען ווייטער אנגיין אין לעבן על אף ס'איז דא א חוק אז מ'דארף גיין אין מיליטער...
Re: גיוס בני ישיבות -ליידער- שוין א פאקט, א געזעץ!
טאמער געזעצליך וועט מען דארפ'ן גייען אין מיליטער, קענסט רו'איגעהייט אננעמען אז מ'וועט גייען. א ציבור איז נישט גרייט אויף מסינ"פ, נאר דאס וואס ס'פעלט אויס אויף הפגנות. מ'עט זיך איינרעדען, מאנכע וועלען זוכען הצלחה דארט. אוודאי וועט נאך בלייבען ערליכע בחורים אין ישיבות. אבער דער בחור וואס לערנט נאר א פאר שעה א טאג, דער בחור וואס לערנט יעצט נישט אבער ער וועט זיך נאך צוריקכאפען באלד, דער בחור וואס האט נאך נישט געזען זיין הצלחה, אדער האט פונקט א שוואכע תקופה. אויף איהם איז נאך דא א געפאר. די עקסטרעמע פון ביידע זייטען, דער נואף דרא"ג עדיק"ט און דער מתמיד זענען נישט קיין זארג
ליטוואק פון בודאפעסטטאמער געזעצליך וועט מען דארפ'ן גייען אין מיליטער, קענסט רו'איגעהייט אננעמען אז מ'וועט גייען. א ציבור איז נישט גרייט אויף מסינ"פ, נאר דאס וואס ס'פעלט אויס אויף הפגנות. מ'עט זיך איינרעדען, מאנכע וועלען זוכען הצלחה דארט. אוודאי וועט נאך בלייבען ערליכע בחורים אין ישיבות. אבער דער בחור וואס לערנט נאר א פאר שעה א טאג, דער בחור וואס לערנט יעצט נישט אבער ער וועט זיך נאך צוריקכאפען באלד, דער בחור וואס האט נאך נישט געזען זיין הצלחה, אדער האט פונקט א שוואכע תקופה. אויף איהם איז נאך דא א געפאר. די עקסטרעמע פון ביידע זייטען, דער נואף דרא"ג עדיק"ט און דער מתמיד זענען נישט קיין זארג
כ'מיין פונקט פארקערט: נאר א ציבור קען זיך האלטן צוזאמען. איך זעה נישט אז ס'זאל קענען געשען במציאות אז וויזניצער און פאנעוויטשער בחורים זאלן זיך אנטון מונדירן און גיין אין מיליטער ווען די אדמו"רים און ראשי הישיבות שרייען מ'זאל נישט גיין.
גיוס בני ישיבות -ליידער- שוין א פאקט, א געזעץ!
נח״ל החרדי, לפי שמועתי וואלט דאס געקענט זיין א מורא׳דיגע הצלחה ווען נישט די פראפעגאנדע קעגן דעם.
עטץ אלע רעדט נישט צו די זאך, לעבטס מיט פאנטאזיאס, זעטס זאכן וואס עטץ ווילטס זען, ווייסן נישט די פאקטן, פארדרייען זאכן, שוין פאראויס מחליט געווען די פאקטן, האלטס אייך נישט ביים טוישן אפילו מען ווייסט אייך אויף שווארץ אויף ווייס אז ס'נישט ריכטיג. ס'איז פשוט א שאד די צייט זיך צו שפארן מיט ענק צו דיסקאטירן, ממש חבל על הזמן. איך קען ענק אלע זאגן 'חלמא טבא חזית'.
ירא שמיםנח״ל החרדי, לפי שמועתי וואלט דאס געקענט זיין א מורא׳דיגע הצלחה ווען נישט די פראפעגאנדע קעגן דעם.
ירא שמים, איך שטעל מיך פאר אז דו ווילסט זיין אין גן עדן צוזאמןע מיט די סאלדאטן פון נח"ל החרדי. זאל דיר וואויל באקומען.