☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » ליציטאציע! ליציטאציע! מיין ניק צום פארקויפן! ווער וויל עס?

ליציטאציע! ליציטאציע! מיין ניק צום פארקויפן! ווער וויל עס?

15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3767

זר זהב » מאנטאג מאי 13, 2013 2:56 am

· #114558
ליציטאציע! ליציטאציע! מיין ניק צום פארקויפן! ווער וויל עס?
איך בין קוקו לעצטענס, מאנכע קענען מעיד זיין דערויף. עניוועי כ'נויטיג מיר אין געלט, איך האלט פאר'ן שליסן א דיעל מיט א גרויסן סוחר, ער איז געבליבן שטעקן מיט גאר אסאך ביפערס פון גאר א גוטע קוואליטעט, ער איז צובראכן וואס די רבנים האבן געטון, ער האט דאס איינגעקויפט נאך פאר די איסור קעגן ביפערס איז ארויסגעקומען עטליכע וואכן צוריק. ער האט דאס נישט פארגעזען, און ווער האט דען יא? אויך זאגט ער ס'הייבט אן אריינצוקומען צעל פאונס וואס מ'קען אזוי ארומרעדן אנע ביפער. מיט גוים וויל ער נישט דיעלן, הכלל ער פארקויפט מיר עס פאר שפעטעריש ביליג. אבער דאס האב איך אויך נישט. האט מיר איינער מציע געווען אז היות איך שרייב שוין נישט ווי אמאל, ס'נתגלה קלוני אז כ'בין גארנישט ווערט, אבער מיין ניק איז ווערט -טענה'ט יענער- א מאנטיאק.

און יענער לייגט אראפ זיין קעיס: "קוק אהער, דאס ניק זר זהב קען יעדער טראגן, ס'זאגט נישט גארנישט ספעציעל."

און ער גיט א משל פון עטליכע אנדערע ניקים לשבר את האוזן.

"אויב למשל ידל, אחור, קופער, יאנקל (און לייג צו געפילטע פיש, קאווע, ממרום, שמעק, יואב, מואב און מאטי לעיקוואד מאראנצן בדחן און שדכן און ביסקיס און ווער נישט) געבן איבער זייער ניק פאר א צווייטן, וועט עס ביז א 3 תגובות שפעטער פארלירן דאס שוויות, דאס אינדענטיטעט, נישט יעדער שרייבט אזוי ניין? אויב ידען וועט פארקויפן זיין ניק מע מע-'שטיינס געזאגט, ווער קען דען אזוי גוט פרעגן? עטליכע תגובות שפעטער און ס'אויס ידען."

"משולם שטיינפעלד? ער פארקויפט זיין ניק, מיינסט יענער וועט זיך קענען איינהאלטן פון לייקן? איז ווידער אויס שטיינפעלד."

''פרישער'' פארקויפט זיין ניק, און ס'אויס, ס'שימעל. דער לוקח וועט זיכער נישט ספעלן מיט פרישער'ס אגענדע.

און ער געט נאך עטליכע משלים, נישט אזוי ווייט נוגע.

''זר זהב'' קומט אבער מיט א באגאדזש פון 2300 לייקס און איבער 7000 גיוועס, דאס האט נישט מיט א כאראקטער/פערסאנעליטי, דאס איז עפעס וואס פיט ארויף אויף יעדן. דער בעגידזש ווערט נישט פארלוירן." --

און כ'זעה ער איז גערעכט. איז אלזא, איז געבליבן אז מ'גייט טרייען די לאק. אונדז האמיר אריבערגערופן א פרעיזלער, און ער האט אפגעשאצט אונזער ניק, די לייקס די תגובות, די פריינט און די שונאים. ס'ארויס געקומען 323 שווייצע פראנק, (ארום 335 אמעריקאנע דאלער).-- וועט זיך פון די סומע אנהייבן די אקשען וכל המוסיף גורע, איר קענט זיין דער גליקליכער, מיר נעמען פעי פאל, אלע ק"ק חוץ אמעריקען עקספרעסס, אויך נישט פ"ס ביטע. מיין אישי איז אפען פאר ערנסטע אינטערעסירטע.

איים אוטע העיר!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!


😠 😠 😠 😠 😠

אוי טאטי » מאנטאג מאי 13, 2013 2:59 am

· #114560
וואס איין שלאפלאזע נאכט ברענגט אלץ..

newkave » מאנטאג מאי 13, 2013 9:38 am

· #114574
350

טאמבל סאס » מאנטאג מאי 13, 2013 9:50 am

· #114578
אבער כ'וויל וויסן צי טאמער קויף איך עס, דארף איך צאלן אפאר מאל פאר די געטוישטע פערסאנאליטיס. ?!

אן עי סייד נאוט, וועט דיין ניק אויך תיכף דראפן שוויות, ווער קען דען אזוי גוט טוישן טאטעלי פערסאנאליטיס?

קינות גירושין » מאנטאג מאי 13, 2013 10:13 am

· #114585
יענער האט געשאצט פאר 350, זייער גוט
איך צאל דערפאר 9.99
לאז מיר וויסען

שמעקעדיג » מאנטאג מאי 13, 2013 10:44 am

· #114592
קענסט פראווען עניוות ביז מארגן. ווער נאך קען עפענען אזא סארט אשכול ווי דאס, אויב נישט זר זהב? קיינער דא האט נישט די פערסאנאליטי, וועלכע איז אגב, צוקער זיס.

עסן עסט'זיך » מאנטאג מאי 13, 2013 10:48 am

· #114593
איך וואלט געצאלט אלע געלדער צו קענען "זיין" זר זהב, צו ניצען די ניק, נע...

אויס מענטש » מאנטאג מאי 13, 2013 1:53 pm

· #114653
פאר די אלטע אוועטער די שיינע קרוינען, וואלט איך נאך באצאלט די פארלאנגטע פרייז.

-
בכלל שמעקט מיר נישט דער געשעפט, קויפן געאסר'טע ביפערס ?!
האו עבאוט, די שלאג אים פאר צוגעבן דיין ניק, פאר די ביפערס ,
אויב איז ער נישט מסכים, מיין איך זאלסט ענדערש בלייבן מיט די ניק, און יענער זאל זיך האלטן מיט די ביפערס.

פויער » מאנטאג מאי 13, 2013 1:59 pm

· #114657
פאר דעם געלט באקום איך אויך אלע דיינע אנדערע ניקס? 🙄

פרישער » מאנטאג מאי 13, 2013 4:15 pm

· #114692
זיירעלע וואס האט פאסירט האט געכאפט א פיזיקאלישער ריק חלילה, מיר פראטאסטירן אקעיגן אזא איין פאל, לא הניק עיקר, אויב העסטי אנהויבן א נייע ניק העמער דיך דערקענען גאנץ איו גיכען, אין די אלע לייקס הגם עס שמעקט זייער ווען מקריגט א לייק, אבער טשעיס וויל נישט אייינגעין איהר ווערט.

newkave » מאנטאג מאי 13, 2013 4:37 pm

· #114704
וועט דאס זיין א רעגולאר ליציטאציע אדער א כינעזער?

זר זהב » מאנטאג מאי 13, 2013 4:41 pm

· #114705
רבותי די אקשען איז אין פולן שוואונג, מ'קען נאך ליציטיאאירן. מיט צוהאלטין לייוו דא

שמעקעדיג » דאנערשטאג מאי 23, 2013 9:42 am

· #117148
אקעי, זאגטס מיר רבותי אויב זר זהב'ס עניוות איז בארעכטיגט.
איז דא "איינער" וואס האלט אז קאווע שטיבל וואלט אויסגעזעהן די זעלבע אן די אייגענארטיגע חן פון אונזער "זר זהב"?

ער מאכט זיך אוועק כאילו ער איז עפעס א פשוט'ער שרייבערל... חוץ מזה וואס ער האט די מערסטע תגובות דא, האט ער א ספעציעלע "יוניק-נעס" מיט זיינע אינטרעסאנטע אשכולות.
לאמיר מאכן א ליסטע פון עטליכע לעצטיגע, וירא הקהל וישפוט:

קידוש החמה דערמאנונג
אדמו"ר ממילקשעיק
כאצימאטידית
נארישע אנקעטעס
נייע רעסיפי, טשיז קעיז אן טשיז און אן קעיק
ביי ביי, מיין געזעגענונגס פון קאווע שטיבל
שוין אנגעקומען! נייע רעסעפי, פיש אן קאטשעניו!
כ'וויל נישט שטעכן די אויגן...
איך דארף כבוד, פובליסיטי, אטענשאן, און לויבונגען

זר זהב » דאנערשטאג מאי 23, 2013 10:00 am

· #117159
לייק שמעקעדיג!!! אזוי וועט כאטש דיין תגובה האבן איין לייק

Lexus » דאנערשטאג מאי 23, 2013 2:03 pm

· #117298
428