☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » שוין אנגעקומען! נייע רעסעפי, פיש אן קאטשעניו!

שוין אנגעקומען! נייע רעסעפי, פיש אן קאטשעניו!

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3654

זר זהב » דאנערשטאג מאי 2, 2013 11:48 am

· #111199
שוין אנגעקומען! נייע רעסעפי, פיש אן קאטשעניו!
מיט גאט'ס הילף וויל איך דא ארויף לייגן א נייע רעסעפי וואס כ'האב אויסגעפינען צו מאכען פיש אן קאטשניו, און צו דעם ביליג און זייער געזונט.

קודם ווילעך זעהן צי דער עולם איז נייגעריג דערויף, און נאכדעם טאמער ס'וועט זיין א פאדערונג דערויף וועל איך זיך אי"ה נעמען די מיה און עס אראפ שרייבען דא.

------------------------------ ויאכלו ענוים וישבעו ----------------------------

ברסלבער » דאנערשטאג מאי 2, 2013 11:50 am

· #111201
שוין, דעם שבת וועלן מיר עסן פיש אן קאטשעניו פון זר, מיט קאטשעניו אן פיש פון חזקי', איי וועט דאס האבן אלע טעמים, די מעין עולם הבא וועט זיך זינגען גאר אנדערש.

שמעקעדיג » דאנערשטאג מאי 2, 2013 11:54 am

· #111206
איך וועל עס נאר מאכן אויב האבעך אויך א רעסעפי פון דיר אויף זופ אן לאקשן.

זר זהב » דאנערשטאג מאי 2, 2013 1:51 pm

· #111261
אזוי ווי מיין קאלעגע חזקיהו האט שוין געשריבן זיין רעסיפי וועליך נישט לאזן ווארטן דעם עולם.

זאכן וואס איר דארפט האבן

1. א טאפ אדער א בעקעלע
2. געפילטע פיש (טויבער'ס רעקאמענדירט)
3. פאפריקע פעפער
4. שווארצע פעפער
5. מייערן
6. צוויבעל
7. קנאבאל (אפציאנאל)
8. זאלץ
9. צוקער (אדער א געזונטערע אלטערנאטיוו)
10. וואסער פון סינק (אנבאדינגט וואסער, נישט קאטעשניו!)
11. עטליכע סלייסעס ווילדע סעלמאן אדער רואיגע ווייט

צינט אן די פלאם אויף הויעך, לייג אריין אלע ספייסעס, מייערן צוויבעל אין די וואסער און לאזט קאכן פאר 15 מינוט אזוי ווי סשטייט און גייט. ווען ס'באבעלט פיין מאכט דעם פלאם נידעריג און לייגט אריין די געפילטע פיש אנבאדינגט נישט די ניק! ס'סכנת נפשות אין אזא פאל.

נאך א האלבע שעה לייגט צו די עכטע פיש און לאזט פאר נאך א שעה.

און וואונדערליך איר וועט האבן געשמאקע פיש אן קאטשעניו!!

זר זהב » דאנערשטאג מאי 2, 2013 1:54 pm

· #111262
יעצט העמיר ווארטן פאר קופערניקוס'ס רעסעפי...

דער עולם זאל זיך האלטן רואיג ס'קומט א ריזיגע ליידיגע תגובה/רעסיפי...