כאצימאטידית 54 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3334
כאצימאטידית
וואס האלט דער עולם דא, ס'קען עס מאכן? און בכלל וואלט דא איינער דאס פארטרויעט? וואס פארא טייפ איז דאס? זאל מען עס אננעמען ערענסט?
וואס איז דאס?
ס'עפעס א זאך וואס אטעמט, ס'לויפט, און ס'האט איינרעדענישן. געסט עס אפילו א טשאנס?
פארוואס א פרישע אשכול? מען דעבאטירט דאך שוין דעם נושא
דא .
LOL... וואס פאלטער ביי? בכלל נישט. האסט מיר אבער גוט דערשראקן, כאגעמיינט העסט לינקן צו אן אנדערן אשכול וואו מ'דעבאטירט שוין יא אפשר די נושא אביסעלע, אבער איך האלט דאך אז כאצימאטידית פארדינט אן עקסטערע אפהאנדלונג.
דער עולם מאכט ליצנות. איך האב דאס פארגעזען, טאקע דערפאר האב איך עס געלייגט אין די פארום. ס'אבער - ווי יאנקל זאגט (אבער ליידער אויך אין א סארקאסטישן וועג) - גאר קיין וויץ נישט, באמת! און איך ווארט צו הערן וואס דער עולם האט צו זאגן איבער כאצימאטידית, ביטע.
דוכט זיך אז דא אין אמעריקע שרייבט מען 'כאצימאטידיס'.
פאר א שווארץ יאר קען איינער זאגען וואס דעיס איז?
איז דא עפעס אפדעיטס? עפעס אנאליזן?
ס'ארא שגעון דא. וואט דע העק איז דאס?
ברעיקינג! מ'האטעס גע'הרג'ט!
שקויעח שעפטל...
ס'לעבט און לאכט. סארי
זר טשעק איבער די פאקטן, עפעס א טוויטערל האט געשריבן ס'איז נישט קאנפירמט. קוק יעצט אלע נייעס וועבזייטלעך. כ'האבעס יעצט געהערט אויף קול מבשר
ומחה ה' דמעה ובא לציון גואל במהרה בימינו אמן.
כאצימאטידית שרעקט זיך נישט פון סקאנדאלן
ס'קאפערירט מיט געזעץ פארסירער
גאווערנער קאומא האט נארוואס קאנפירמד אז ס'איז אויס מיט די גאנצע זאך, וחסל.
סארי אבער קאומא האט נישט קיין ווארט דא, ס'א ריין לאקאלע אנגעלעגענהייט. און וואס א טאג מער ס'גייט אדורך הייבט עס אן אויסזעהן מער און מער א רעאליטעט.
היינט אין מקוה שריי אריבער צי דעם אלץ ווייסער ' נא וואס טוט זיך מיט כאצימאטעדית'? ער קוק מיר מיט צוויי גרויסע אויגן,וואס? כהאב נישט געוויסט וואס עם צי ענטפערן. זאג איך עם סאיז אלל אווער די מידיע. פרעגט ער וואס? כהאב נישט געוואלט זאגן אויך קאווע שטיבל רעדט מען דערפון, זיי וואלטן אריינגעווארפן מיינע אלע וועש אין בור. כהאב אדאפטעד די פרומקייט פין נישט רעדן אין מקוה. כזאג נא נו אהא. זר כזאג מער נישט נאך זיינע זאכן.
יענער איז ווייט פון אן 'אלץ-ווייסער'. דארפסט טוישן מקוה
איינער פון די גאר חשובע מעמבערס דא אין שטיבל קומט צו לויפן צו מיר מיט א בהלה, ער האט געמאכט ריסוירטש און ער זאגט אז ס'נישט קין דזשאוקס, ס'האט אים גענומען אביסעלע צייט אבער ער ארויפגעקומען אויף די שפורן און ער טענהט אז כאצימאטידית איז ריעל, אמת, שטארק, און באוואפענט מיט די גרינע, ער זעהט נישט א וועג ארויס.
זר זהב איינער פון די גאר חשובע מעמבערס דא אין שטיבל קומט צו לויפן צו מיר מיט א בהלה,
ווער האט רחמנות געהאט?
כ'פארשטיי פון וואו דיין טעות קען קומען. ליסטען, איך רעד נישט דא פון קליינע שרצים'ליך, ס'סיריעס סטאפף.
לעמיל זר זהב איינער פון די גאר חשובע מעמבערס דא אין שטיבל קומט צו לויפן צו מיר מיט א בהלה,
ווער האט רחמנות געהאט?
הסבר ביטע
ס'איז הארטברעיקינג, אין א פלאץ וואו אזויפיל חכמים, נבונים, ידענים דרייען זיך ארום, אויף אלעס און אלעמען האט מען א ידיעה און א מיינונג, א סברא לכאן ולכן, א פירכא אן הוכחה אא"וו. אבער ווען ס'קומט צו אזא אימפארטענט זאך ווי כאצימאטידית וואס דאס קען אפעקטן רוב רובו ליינערס דא, מאכט מען א ליצנות און געשפאט. דער זאגט אז ס'עקזיסטירט נישט, יענער זאגט מ'האט עס שוין געהארגעט, ס'א שרץ אד"ג. הערטס אויף! אז עטץ ווייסט נישט רעדסט נישט! סתם קאלט מאכן האט נישט קיין זין און ס'וועט אפהאלטן אפשר אנדערע פון זאגן וואס זיי ווייסן און האלטן. שוין 2 טעג וואס איך בעט מיר פאר אן אנאליז, א ידיעה, אן אפיניאן. פליז לאמיר עס האלטן ערנסט און אויף א הויעכן ניווא, און ווער עס ווייסט עפעס איבער כאצימאטידית זאל ביטע מיטטיילן, ותשועה ברוב יועץ, איש את רעהו יעזורי.
א שטיקל אפעדעיט: ס'האט געזאגט שבת אז אויב ס'לעגאל איז עס נישט אנ-עטיקעל.
ס'איז א גריכישער. וועט פאר עס געשען א נס חנוכה, אדער וועלן מיר געראטעוועט ווערן דערפון?
זר, דו האסט כאטש א ווארד-פייל מיט'ן כאצימאטידית גרייט אויף קאפי-פעיסט? כ'האף אז דו גייסט נישט נאכקוקען די ספעלינג יעדעס מאל עקסטער...
עפעס חדשות מיט דעם כאצי? עפעס הער איך אז עס גלייכט זייער אוויאציע.
יעצט געזען א באמבער סטיקער 'כאצימאטידית'. א שחור דרייווד די קאר. וואסי פשט
פשט איז, אז עס באקומט א שטיקל מאוומענט.
איך מייו עס איז פין די זעלבע משפחה ווי פייוויש פין OORHA
רבותי, דער זר'ל דא שרעקט מיך געפערליך אן מיט דעם כאצימאטידית, און דער פאקט אז עס איז פארהוילן אונטער אזא מיסטעריע מאכט עס נאר ערגער. איך האב געקלערט אריינצומישן די עף בי איי דא, (אין שטערן האבן איך אמאל געליינט אן ארטיקל וועגן זיי, כ'מיין אז דורך דעם אפיס פון דער שטערן קען מען אנקומען צו די עף בי איי), אבער זר טענה'ט דאך אז עס איז א ריין לאקאלער זאך, נו וואס האב איך פון אריינמישן די פעדעראלע עף בי איי. אבער דער שרעק נעמט מיך איבער. איך האב שוין אנגעהויבן קלערן פון אנטלויפן פשוט פון אמעריקא, אדער לפחות פון דעם גאנצן ניו יארקער אומגעגענט. פשוט דער כאצימאטידית הערט זיך אזוי שרעקעדיג, אז איך ווייס פלעין נישט וואס צו טוהן דערוועגן. אויב אנטלויפן, ווייס איך נישט וואואהין, און אויב בלייבן מאכט מיך די שרעק צודרייט, סאו וואס טוט מען. ערשט יעצט טראכט איך גאר, אז אפשר איז עס א קאנספיראציע קעגן אונז, און אפשר גאר איז די עף בי איי אליינס א טייל פון די קאנספיראציע... יוי, איך ציטער
לויט אלע אנגעבליכע סימנים רעדט זר זהב גאר פון דעם מעיאר קאנדידאט פאר ניו יארק, קאסטימידיות
מיין מיינונג לויט אלע אנגעבליכע סימנים רעדט זר זהב גאר פון דעם מעיאר קאנדידאט פאר ניו יארק, קאסטימידיות
יעצט האסטו גע'הרג'ט די זאך, עס איז אזוי גוט געפארן, וואס האסטו געדארפט מגלה זיין דעם אמת...
זר, אפשר ביסטו מגלה ווי אזוי מ'פראנאונסט דעם ברי'? די 'ת' איז מיט א פינטל צו אן?
אן
דא האסטע אים
א בושה אז איך האב נישט געקענט אפילו איינעם קאנווינסן פאר א שטיקעלע אנאליסיס, חיזוק, אפיניאן אד"ג.
איך בין אזוי פארפיינטעט דא אין שטיבל?
סוי בי איט. איי דאונט קער.
VIDEO
דא אנאונסט ער אז ער לויפט
VIDEO
Brooklyn GOP Chairman Craig Eton Backs John Catsimatidis
ס'ווערט ערנסט 😞 <a class="postlink" href="http://www.nydailynews.com/blogs/dailypolitics/2013/04/brooklyn-gop-chairman-craig-eaton-on-board-with-john-catsimatidis-for-mayor">http://www.nydailynews.com/blogs/dailyp ... -for-mayor</a>
היינט אויף 710 האט מארק סימאן שטארק ארום גרעדט פון זר"ס פרענד כאצימאטידית, ער געט עם שטארקע האפענונג צו ווערן מעיאר , זר איך פארשטיי ער וועט דיך געבען א שיינע פאזיציע, ווייל די ביסט געווען פון די עשרה ראשונים וואס האבן עם אזוי ווארים אויפגענומען,
ווי איך הער רישט זיך אונזער מיליאנער - מאיאר קאנדידאט כאצימאטידית צו לאנטשען א ערענסטען קאמפיין, ער וויל לייגען זיין געלט צו זיין סערוויס, ערשטע שריט אין דעם קאמפיין: 1. ווער ס'שטימט פאר אים באקומט הונדערט דאללער, 2. ווער ס'קען ארויסזאגען זיין נאמען באקומט צוויי הונדערט..
קאמפיינט אין גרויסן..
📎 image.jpg
הער איך ס'האצעך נעכטן אריינגעכאפט ביים פראטעסט און אלע ארומיגע האט מען געדארפט פארשיקן..
אויב וואלט איך היינט געווינען די לאטערי וואלט איך אויך געקענט לויפן פאר מעיאר פונקט ווי כאצעמיטאדיס
אפשר האסטו טאקע געווינען? טשעק דיין טיקעט.
געטשעקט. קיין איין נומער נישט ריכטיג
סעים העיר. די שאלה איז צי דו וואלסט געפילט בעסער ווען פיר נומערן זענען יא די ריכטיגע..