נארישע אנקעטעס, אבי גערעדט
145 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3279
נארישע אנקעטעס, אבי גערעדט
זייטס מיר מוחל, נישט זיך נאריש צומאכן סתם אביסעלע זיך אויסטשוכן אין שמייכל פארום, קען מען נעמען אנקעטעס איבער אלעס, טעארעטיקלי, לאו דווקא שייכות'דיגע אישוס תרתי משמע. ס'מוז נישט זיין שייך און ס'מוז נישט האבן שייכות.
ובזה החילי: אויב מ'זאל גיבן יעדן דא א טשענס מיטצוהאלטן א סדר ביי איינע פון די דריי אידן: הרה"ק מסאטמאר זי"ע, הרה"ק מבעלזא זי"ע, הגאון הגדול חזון איש זי"ע. וואו וואלסטע געוועהלט מיטצוהאלטן און פארוואס? ביטע אפגעבן אן ענטפער א דאנק. (אז איך מאך מיר אזוי נאריש שטים כאטש ביטע)
--------
מיין צווייטע אנקעטע איז וועלכע פסח קעיקס/קוקיס פרעפערט איר? אבערלענדערס? הגדה?
די אשכול איז אפען פאר יעדן צו פרעגן וואס ער וויל.
איך וואלט אויסגעקליבן חזון איש. סיבה: ווייל איך בין קיהל 🙂 קידינג קידינג, פשוט ווייל דארט וואלט איך מער הנאה געהאט באזירט אויף וואס איך ווייס איבער די סדרים פון די דריי צדיקים.
גוט... ש'כח.
בעלזא רב
איך וויל זעהן א מלאך נישט נאר יום כיפור
הגדה ווייל עס זאגט זיך פון זיך אליין
בעיקר האט עס א שטארקע הכשר פון בן אב"ד וואלאווע
היות איך האב אסאך געליינט איבער דעם סדר פון סאטמאר רב, וואלט איך די מערסטע חשק געהאט צו גיין אהין.
אה, און וועגן די פסחדיגע קוכן, איך בין זיך נישט נוהג זיי צו עסן, סיי אלס נישט מישן, און סיי אלס די טעם, אלע קאמפאניס כולן שווין לרעה, עס איז מיר גרינגער זיי נישט צו עסן ווי יא; פאר די קינדער אינדערהיים קויף איך די ביליגסטע, און הגדה איז ביליגער ווי אבערלענדערס בדרך כלל.
איך וואלט בוחר געווען בעלזא רב.
דעם חזון איש'ס סדר קען איך מיך פארשטעלן אין דמיון. דריי ריזיגע מצות, א טעפל מרור, וכו', אזוי ווי ס'שטייט אין די א.ג. "טרוקענע" שלחן ערוך.
דער סאטמאר'ס רב סדר איז דאך באשריבן מיט גוזמאות כדרכם בקודש, און אז מ'רעכנט אראפ האלב, קוקט דאס אויס בערך ווי די סדר פון מיין זיידע, וואס האט עלענד אליינס ("אן חסידים") אויפגעבויט א אידישע שטוב על טהרת היושר והצדק.
ווידער דעם בעלזא רב'ס סדר, לויט ווי זיי לייגען דאס אראפ, גלייב איך פשוט נישט. ע"כ וואלט איך זיך דאס אליינס געוואלט איבערצייגען.
חזון איש ,איך וויל זען א מלאך אן מאכען די אלע פאני קונצען פון וויינען קוועטשען היסען שאקלען קלאצען מיט די אויגען ,איך מיין סאיז די מערסטע אריגענעל
נאן אף די אבאוו.
קאווע, אזאנע בייעסד ברילן צו האבן? האסט געגעבן גאר א שוואכע סיבה פאר דיין אויסוואהל, און דיין תגובה קען מען אראפשרייבן פונקט פארקערט אן טוישן עפעס מיינונגפול... אזוי:
קאווע טרינקער וואלט געקענט שרייבן...
איך וואלט בוחר געווען סאטמאר רב.
דעם חזון איש'ס סדר קען איך מיך פארשטעלן אין דמיון. דריי ריזיגע מצות, א טעפל מרור, וכו', אזוי ווי ס'שטייט אין די א.ג. "טרוקענע" שלחן ערוך.
דער בעלזע רב'ס סדר איז דאך באשריבן מיט גוזמאות כדרכם בקודש, און אז מ'רעכנט אראפ האלב, קוקט דאס אויס בערך ווי די סדר פון מיין זיידע, וואס האט עלענד אליינס ("אן חסידים") אויפגעבויט א אידישע שטוב על טהרת היושר והצדק.
ווידער דעם סאטמאר'ן רב'ס סדר, לויט ווי זיי לייגען דאס אראפ, גלייב איך פשוט נישט. ע"כ וואלט איך זיך דאס אליינס געוואלט איבערצייגען.
נאר וואס דען? האסט אביסעלע קעגן סאטמאר איז אלעס וואס מ'שרייבט איף אים איבערגעטריבן... משא"כ אויף בעלזא איז עס טאקע "אומגלויבליך" און מ'מוז עס אליינס "איבערצייגן"... אבער ביז דו צייגסטיך עס אליינס איבער וועסטע "גלויבן"... און ס'זיכער נישט איבערגעטריבן!
א שרעק דער שנאה מקלקלת....!!
זר'ל, איך האב נישט אזויפיל מחשבה אריינגעלייגט אין דעם תשובה, ווייל ס'איז א פאנטאזיע.
ווען דו פרעגסט מיך צו וועלכע סדר איך וויל גיין:
א. בערל וויין
ב. יונתן סקס
ג. בנימין פיין
ד. צבי שכטר
ה. מרק שפירא
ו. קופערניקוס
דאן וואלט איך זיך געמוטשעט צו בוחר זיין.
לעמאן דזשוסנאן אף די אבאוו.
וואלסט ענדערש געבליבן אינדערהיים?
זר, קענסטוך פארשטעלן וואספארא סדר דער לימון לייגט אראפ?.... ס'גיסט זיך טרערן פון הומה, ערגה, כיסופים, געגועים ועוד.
אוי ביזטעך גערעכט... איך וואלט געוואלט זיין ביי לעמאנ'ס סדר!! סימיר נישט בייגעפאלן.
און צו שיר השירים וואלטיך אריבערגעגאנגען צו בן תמליון....
חד גדיא וואלטיך געגאנגען צום ניק חד גדיא.. ס'ווערט גוט דא
זר זהבלעמאן דזשוסנאן אף די אבאוו.
וואלסט ענדערש געבליבן אינדערהיים?
דו נישט? יעדער איינער כמעט וואלט ענדערש געבליבן אינדערהיים. חוץ אויב די שאלה איז ווען מען גייט נאך צום שווער צים סדר...
יעדער בר דעת וואלט איבערגעלאזט אלעס און געלאפן צו איינע פון די 3 צדיקים
קוקיס וואלט איך געגעסן אסטערייכערס ווען כ'קען ווען. נאו קידינג.
זר זהביעדער בר דעת וואלט איבערגעלאזט אלעס און געלאפן צו איינע פון די 3 צדיקים
אינטערסאנט, כ'קען אידן "ברי דעת" וואס האבן געלעבט אין יענע תקופה און זיי זענען נישט אריבערגעלאפן צו קיין איינע פון די דריי.
זייט ווען גייט מען צו א רבי'ס סדר? א משוגעת.
דאס זענען די זעלבע חסידים שוטים וואס גייען צום רבי'ן מיט זייער 3 יעריגען, די רבי זאל אים שעהרן... משוגענער דו. דער רבי איז א בארבער???
איך פיק ר' יואלישן פשוט ווייל איך וויל איהם פרעגן פנים אל פנים יעצט אין 2013 אז ער זעט ווער עס פירט היינט די מלוכה ער'ט געגרינדעט, צו ער וואלט נישט למפרע נאכן קריג אוועקגעשטעלט אן אנדערן סיסטעם אז למשל מיר וואלטן היינט בעסער געפארן א שטייגער ווי די פייוו טאונס אידן.
אוי כאפארגעסן צוצולייגן אז מ'קען נישט רעדן צו קיין איינע פון די רביים! יעצט וועהל איבער ביטע
בן תמליוןאיך פיק ר' יואלישן פשוט ווייל איך וויל איהם פרעגן פנים אל פנים יעצט אין 2013 אז ער זעט ווער עס פירט היינט די מלוכה ער'ט געגרינדעט, צו ער וואלט נישט למפרע נאכן קריג אוועקגעשטעלט אן אנדערן סיסטעם אז למשל מיר וואלטן היינט בעסער געפארן א שטייגער ווי די פייוו טאונס אידן.
יא, ס'האט מיר א קלוגע איד גע'פרעגט, זאג נאר, די רבי האט דאך געהאט א וויייטע בליק. האט ער נישט געזעהן פון פאראויס אז די דימאנט-שלייפן ביזנעס וועט זיך נישט אנהאלטן לנצח, און ס'וועט קומען א צייט וואס מ'וועט מוזן קענען אביסעלע שפת המדינה...
בד"וו, זר'ל, דו ביסטאך א סאטמערע ליב האבער, אפשר ליינסטו מיר פאר וואס דא שטייט?
לאמיר מאכן אן אנקעטע!
וויפיל טעיות זענען דא אין די צוויי שורות?
📎 meat.jpg
איך זעה 5 אפענע טעותים
9 ווערטער זענען נישט גוט אויסגעלייגט לענ"ד.
איך וועל שרייבן דאס ריכטיגע:
אפעלירן, ווארטן, דער, לעצטער, מינוט, און, באשטעלן, באצייטענס, דיסקאונט.
כמדומה.
אין מעשה איש שטייט אז דער חזון איש האט נישט געזאגט קיין פיוטים וכו' נאך הלל נאר זיך געזעצט לערנען, משא"כ דער סטייפלער.
ומעולם לא איחר אמירת הלל לאחר חצות.
איך זיך די עמערעצים צו וועמען בעלזער רב פלעגט גיין אינטערהערן די סדרים. אוי איז דאס געווען א פסח...
איך וואלט געגאנגען צום סדר פון סאטמאר רב, כדי צו זען אויב ביי "ובמורא גדול זו גילוי שכינה" האבן נאר די חסידים גע'דמיונ'ט אז זייער רבי'נס פנים טוישט פארבן און ער זעט די שכינה אדער ער אליין האט אויך אזוי געמיינט.
בקיצור, די עולם דא וויל גיין צו אלע דריי אויבנדערמאנטע כדי..צו קריטיקירן..נישט דאס האט ר' זר געמיינט..(אפשר האט ער יא געמיינט אז אלע גייען שרייבן סאטמערע רב?)
ביי מיר איז דא "טעפל"עך איבער גענוג כל דיכפין ייתי ויטול ידים..
יאיראיך וואלט געגאנגען צום סדר פון סאטמאר רב, כדי צו זען אויב ביי "ובמורא גדול זו גילוי שכינה" האבן נאר די חסידים גע'דמיונ'ט אז זייער רבי'נס פנים טוישט פארבן און ער זעט די שכינה אדער ער אליין האט אויך אזוי געמיינט.
יאיר זיסער, איך בין נישט קיין סאטמארער אבער מיט די פרט האלט איך אז זיי זענען בכללות פל ווייניגער פאנאטיש ווי אנדערע חסידות'ן. נעם לדוגמא בעלז, די פאנאטיקייט איז דאך איין לשער! "זו גילו שכינה" בעת וואס אין סאטמאר פארנעמט עס אפשר א זאץ ביי הרב געלבמאן אין טאגבוך, איז עס אין בעלז אפאר מאמרים אין דעם גליון.
זר טייערע דיין אשכול איז א זיסע.
אבער לדוגמה סאטמארע רב איז נישט א גוטע אויספרעג לגבאי פסח, ( עס דערמאנט מיך וואס יענקל מיללער האט געזאגט ווען ער האט געזעהן אז סאטמאר האט ארויס געגעבן א album "א שבת אין סאטמאר", זאגענדיג איך האב געוויסט אז עס איז דא א "שבת" אין סלאנים,וויזניץ, קארלין, א.א.וו. אבער אין סאטמאר?!, ווען ער האט עס אנגעצינדן איז איהם קלאר געווארן נאכען הערן שנארכעצן....)
לענין: נישט איבעראל ווען מען רעדט פון צדיקים דארף מען אריינשטופען סאטמארע רב אפילו ער איז געווען "רשכבה"ג". משה רבינו איז געווען כמעט אזוי ווי סאטמאר רב (ער איז דאך נישט אריין אין ארץ ישראל...) און מען ניצט איהם נישט אייביג.
ווען די פרעגסט ווען צי וועמען מען וואלט געגאנגען הושענה רבה, אהבה רבה, א שובבים תורה, וכדומה, כל הכבוד לייג אריין סאטמאר,
אבער ווי קומט סאטמאר צום סדר נאכט?!
מען זאגט אז זיין מ"מ ר' זלמן לייב קען אריין לייגען אלע זיינע אנטיילנעמערס פונם סדר אין זיין "גרויסען" כוס של אליהו...
און דער ערשטער מ"מ ר' אהרן'ס סדר איז נאר גרויס אלטס די וויזניצע זייט וואס איז טאקע באקאנט אז וויזניץ - ר' חיים מאיר'ל פלעגט "פראווען" א סדר
וואלפה טרייבסט אביסעל איבער.
אבער די אנדערע האלב ביסטו יא מודה...
אז מהרז"ל קען אריינלייגן זיינע באטייליגער אינעם אליהו כוס? יא. און אפשר וועט נאך איבערבלייבן ספעיס..
משה געציליאיראיך וואלט געגאנגען צום סדר פון סאטמאר רב, כדי צו זען אויב ביי "ובמורא גדול זו גילוי שכינה" האבן נאר די חסידים גע'דמיונ'ט אז זייער רבי'נס פנים טוישט פארבן און ער זעט די שכינה אדער ער אליין האט אויך אזוי געמיינט.
יאיר זיסער, איך בין נישט קיין סאטמארער אבער מיט די פרט האלט איך אז זיי זענען בכללות פל ווייניגער פאנאטיש ווי אנדערע חסידות'ן. נעם לדוגמא בעלז, די פאנאטיקייט איז דאך איין לשער! "זו גילו שכינה" בעת וואס אין סאטמאר פארנעמט עס אפשר א זאץ ביי הרב געלבמאן אין טאגבוך, איז עס אין בעלז אפאר מאמרים אין דעם גליון.
וואס זענען די בעלזער חסידים שולדיג אז זייער רב האט געטוישט פארבן און זיך געווארפן אלע איברים 24/7 בעת ביים סאטמאר רב איז דאס נאר פארגעקומען ביים לייגן תפילין און אויסוועלן די גלגולים פון די פיש?
זייער א זיסע שאלה און אמתן איז דאך דא צוויי סדרים וואלט איך געוועלט איינס סאטמאר און איינס חזון איש.
די סיבה דערצו איז ווייל סאטמאר וויל איך פשוט זען אויף וואס מ'פארקויפט אויף אים איז אמת. און אויב זיך איך שוין א חסידישע רב זאל עס זיין איינער קרוב ללבי. די צווייטע וואלט איך געגאנגען צום חזון איש צו זען אמאל א סדר נישט אין מיין גאטונג אזויווי איך גלייך אמאל אריין צופאלן אינטערוועגנס זען וויאזוי חבד אדער פייוו טאנס אידן דאווענען
חשבון נאדיר א לייק פארן שטימען
👍
יאיראיך וואלט געגאנגען צום סדר פון סאטמאר רב, כדי צו זען אויב ביי "ובמורא גדול זו גילוי שכינה" האבן נאר די חסידים גע'דמיונ'ט אז זייער רבי'נס פנים טוישט פארבן און ער זעט די שכינה אדער ער אליין האט אויך אזוי געמיינט.
בהמשך צו מיין תגובה
דא וואלסטו מיר ערלויבט צו פאראפראזירן דיין תגובה ווי פאלגענד:
יאיראיך וואלט געגאנגען צום סדר פון חוזה מ׳לובלין, כדי צו זען אויב ביי "ובמורא גדול זו גילוי שכינה" האט נאר ראפשיצער רב גע'דמיונ'ט אז זיין רבי'נס פנים טוישט פארבן און ער זעט די שכינה אדער ער אליין האט אויך אזוי געמיינט.
אויב יא, צי וואלט די הנהלה עס אויך ערלויבט? אויב נישט, דאן ביז וועלכן צדיק / תקופה קען מען נאך ארויפגיין אויף דיין רעספעקט ליסטע? און אויב האט עס צוטון מיט די יארן, האב איך א אינטערעסאנטע שאלה: צען יאר ארום וועלן נייע צדיקים פון א שפעטערדיגן דור אויך ארויפגיין אויף די ליסטע?
נאטינג פערסאנעל, כמובן.
קאווע טרינקערזר זהביעדער בר דעת וואלט איבערגעלאזט אלעס און געלאפן צו איינע פון די 3 צדיקים
אינטערסאנט, כ'קען אידן "ברי דעת" וואס האבן געלעבט אין יענע תקופה און זיי זענען נישט אריבערגעלאפן צו קיין איינע פון די דריי.
זייט ווען גייט מען צו א רבי'ס סדר? א משוגעת.
דאס זענען די זעלבע חסידים שוטים וואס גייען צום רבי'ן מיט זייער 3 יעריגען, די רבי זאל אים שעהרן... משוגענער דו. דער רבי איז א בארבער???
אפילו ווער עס גייט צו א רבי צום שערן די פאות, איז אבער א סדר דאך אנדערש. חוץ געוויסע פוילישע חצרות, איז אין ערגעץ נישט געווען אזא זאך אז פארהייראטע מענער זאלן גיין צום סדר צום רבי׳ן. אפשר שפעטער נאך ענדיגן די אייגענע.
און וועגן די צדיקים, ביים סאטמאר רב ווי באקאנט האט מען קוים געסט מעבר לים אריין געלאזט, פארשטייט זיך נאר ווער עס איז געקומען אן די משפחה. (חוץ די חתנים). ביים בעלזער רב האב איך געהערט פון א איד וואס איז דארט געווען ביי איין סדר אין די י׳ יארן, אז סאיז געווען אפשר מנין, רוב דערפון שטוב מענטשן אדער בני משפחה.
איי געס זר אז עס איז אלס געווען א מאנגל אין דעת.
און וואס איז דער פשט אז צדיקים - אנשטאט אהיימגיין און פירן דעם סדר, ווי עס איז מבואר היטב אין די הגדה - זענען זיי געגאנגען צו אמעראצים זיך אינטערהערן? זיי האבון טאקע נישט געהאט בעסערס וואס צו טאן? געלאזן די רביצין, די קינדער און חסידים אינאיינעם ווארטן בכליון עינים, און געגאנגען אינטערהערן יענעם? לאמיר שוין נישט רעדן צי עס פאסט זיך צו אונטערהערן, נח"ש רז"ב וואלט שוין בימינו געמאכט דערפון צימעס; אבער די גאנצע זאך דערהערט זיך ביסל שווערליך, נישט אזוי?
ווי איך פארשטיי האבן זיי עס געטאן נאך זייער סדר. אדער האט די ע"ה נישט געזאגט קיין הלל און די רבי יא און אזוי אהיימגייענדיג האט דער עה שוין געהאלטן אינמיטן די סדר און די רב האט ארויסגעהערט די דיינו קולות
[ציטאט אראפגענומען]
אויף YUTORAH איז דא א שיעור צו הערן מיטן קעפל "סאטמארע רב'ס סדר".
פון מחזור דברי יואל:
📎 0088.JPG
פון "די צייטונג" פסח אויסגאבע:
📎 0099.JPG
יעצט צו וועמענ'ס עשרת הדברות, אקדמות, וואלט איר געגאנגען. הרה"ק מסאטמאר זי"ע, הרה"ק מבעלזא זי"ע, הגאון הגדול חזון איש זי"ע ?
קיין איינס. כ'קען אליינס אויפמישן פרשת יתרו.
😢 😠 😈
צו די קרעפל פשעטל פון חזון איש. די קרעפלעך אליינס איז מסתמא בעסער אין סאטמער.
כ'האב אויך געוואלט צולייגן דעם "קרעפעל פשעטל". כאב אבער נישט געוויסט צי דאס גייט אין יעדע הויף.