☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » כ'וויל נישט שטעכן די אויגן... -- :-)

כ'וויל נישט שטעכן די אויגן... -- :-)

18 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3579

זר זהב » דאנערשטאג אפריל 25, 2013 3:19 pm

· #108738
כ'וויל נישט שטעכן די אויגן... -- :-)
איר קענט עס טון אויף די אייגענע ריסק, איך באווארען יעדן איך זוך מיר נישט קיינייעהארע... האב איך זיך אראפגעזעצט מיט מומחים פראפאסיאנאלן אין דעם פעלד, און מ'האמיר אפילו גערופן רבנים זאל מתחת עצה זיין נעמליך וויאזוי געב איך איבער דא די גאר גוטע נייעס מצדינו, אבער אן די שלעכטע נאכפאלגן וואס קען ח''ו פאסירן.

מאנכע קענען ווערן גאר גאר דזשעלעס... אנדערע וועלן פאלן אין חלשות. ווידעראום אנדערע אנדערע וועלן ווערן מוטלאז און אויפגעבן, טראכטענדיג אז זיי קענען דאס קיינמאל נישט עררייכן... איז מען געזיצן און געזיצן געטראכט און געטראכט וויאזוי צו אפראטשען די זאך זייער זייער קערפולי. פון איין זייט נישט צו שאקירן די קאווע טרינקער, אבער דאך געבן א טשאנס פאר וועל ס'וויל הערן און עס ליינען זאל קענען כפי רצונו, און ווער נישט נישט.. די נייעס מוז אבער אויף עפעס אנויפען ארויסגיין.

איז אזוי, די פריידיגע בשורה איז מתחלתה א ''רואה ואינו נראה''!, ס'טייטש אזוי, איר קענט דא אריינקליקן אין דעם אשכול און אוועקגיין אן קנאה, אן תחרות, אן זיין מוטלאז אד"ג... אבער די וואס האלטן אז זיי קענען יא, און זיי קענען דאס נעמען אויף די אייגענע אחריות, וועליך אויסזאגן וויזוי אנצוקומען דערצו.

נעמט דעם מויזל און טוט ביטע א לעפט דאבעל-קליק דא אינדערמיט, אזוי ממש דא אונטער וואו איך הער דא אויף צו שרייבן.

7000!!!

ברסלבער » דאנערשטאג אפריל 25, 2013 4:05 pm

· #108741
מזל טוב, מזל טוב! ערעב זר.
איך בין זיך מחי' מיט דיינע תגובות, דער אייבערשטער זאל העלפן ווייטער, זאלסט אונז ווייטער קענען מהנה זיין.

יעצט גייט מען מאכן א נייע סיין? אדער מען וועט פשוט רעדאגירן די אלטע?

שמעקעדיג » דאנערשטאג אפריל 25, 2013 4:20 pm

· #108750
שטעכן אויגן? עס איז אונזער געוווינס!
מזל טוב זר זהב! מזל טוב קאווע שטיבל!!

איך וואונטש דיר אז אנצוקומען צו די נעקסטע טויזענטער זאל נעמען א לאנגע צייט. זאלסט זיין פארנומען מיט וויכטיגערע זאכן.
פארוואס וואונטש איך דיר עס? ווייל כל המתפלל בעד לחבירו והוא צריך לאותו דבר וכו'........

פוןדעסטוועגןדאך » דאנערשטאג אפריל 25, 2013 4:30 pm

· #108752
שמעקעדיג
איך וואונטש דיר אז אנצוקומען צו די נעקסטע טויזענטער זאל נעמען א לאנגע צייט. זאלסט זיין פארנומען מיט וויכטיגערע זאכן.
פארוואס וואונטש איך דיר עס? ווייל כל המתפלל בעד לחבירו והוא צריך לאותו דבר וכו'........
אוי וויי דאן פעלט דאס אין דעם "בעד חבירו".

געפילטע פיש » דאנערשטאג אפריל 25, 2013 5:06 pm

· #108759
מזל טוב זר'ל, ס'דאך ממש ענבי בגפן בענבי הגפן, זאל די אייבישטער טאקע העלפן ס'זאל זיין זרל ברך ה', און ווי שמעקעדיג ווינטשט דיר ביי יעדע טויזענט נאכאמאל, אז די נעקסטע טויזענט זאל דיר נעמען זייער לאנג אז דו זאלסט שוין טרעפן א דשאב. (נישט ביי א קעש ריווארס קארד ודעימי').

נולד מאוחר » דאנערשטאג אפריל 25, 2013 9:36 pm

· #108831
מזל טוב. סזאל מקיום ווערן שבע יפול צדיק בקרוב.
פרעג מיך נישט פשט אזוי האט מיר איינער לעצענס געווינטשען צי מיין 70סטע געבורטסטאג.

נולד מאוחר » דאנערשטאג אפריל 25, 2013 9:42 pm

· #108837
''ביידע מאל'' לאל.

שמעקעדיג » דאנערשטאג אפריל 25, 2013 10:44 pm

· #108850
70'סטע געבורטסטאג... לול!

געפילטע פיש » דאנערשטאג אפריל 25, 2013 10:52 pm

· #108852
דו מיינסט מ'סתם דריי מאל, די ערשטע מאל, און נאכן קריג\סומאטאכע, און יעצט אלס זרש כסף.

נולד מאוחר » פרייטאג אפריל 26, 2013 2:05 am

· #108917
וואס איז פשט פון די נייע ניק זרש כסף, סאיז דיין ווייבס?

זר זהב » פרייטאג אפריל 26, 2013 2:10 am

· #108919
ניין מיין שוויגערס

נולד מאוחר » פרייטאג אפריל 26, 2013 2:14 am

· #108923
🙂 ערענסט גערעדט וואס עפעס דארפסטו נאך א נאמען?
מיין ווייב האט מיר ציגעזאגט ווען איך ריטש 2000 תגובת לערנט זי מיט מיר אידיש שרייבן.
איך טריי עס פארשנעלערן.

זר זהב » פרייטאג אפריל 26, 2013 2:18 am

· #108924
ס'א בחינה ווי ער ואונן.. כאב געגליכן צו זעהן מיין ניק מיט א גלאטן 7000 תגובות, האביך געוואלט אביסל שרייבן מיט יענע. יעצט איז עס שוין פארפאטשקעט

שמעקעדיג » פרייטאג אפריל 26, 2013 2:22 am

· #108928
ער ואונן? אוי סימיר גוט

נולד מאוחר » פרייטאג אפריל 26, 2013 2:30 am

· #108932
האסט באשאפן א ניק לבטלה?

געפילטע פיש » פרייטאג אפריל 26, 2013 2:44 am

· #108936
מוציא זרש לבטלה... אוי וויי!

שמעקעדיג » פרייטאג אפריל 26, 2013 2:56 am

· #108939
די נעקסטע ניק: זרע נחושת!

טעפל » דינסטאג אפריל 30, 2013 11:32 am

· #110235
אוי מזל טוב זר כ'האב נישט באמערקט דעם אשכול ביז יעצט א הארציגען מזל טוב פאר'ן איד וואס געט זיך אזוי אפ מיט'ן קאווע שטיבל, אזוי איינער האט שוין געזאגט דא :קאווע שטיבל איז זר און זר איז קאווע שטיבל!!!
איך וועל שרייבען וואס כ'האב שוין געשריבען ביים פיער טויזנט און ביי פינעף און ביי זעקס טויזענט:
מזל טוב זר באשעפער זאל דיר העלפען זאלסט טרעפען א גוטן דזאב און זיך מוטשענען אנקומען צום אכטען טויזנט תגובות!!!
אבער נאך אלץ ווילען מיר דיר שטארק האבען דא, זיי ממשיך אופן גוטן אופן, (מיט א דזשאב אינדערזייט)