☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » וואס גייט פאר אין אגרי (פאסטוויל אהאייאו)

וואס גייט פאר אין אגרי (פאסטוויל אהאייאו)

126 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2919
בלאט: 1 2 3

יודע ספר » פרייטאג אפריל 19, 2013 12:07 pm

· #106693
ביטע זיי מיר מוחל ר' לעמיל, איך האב נישט געמיינט צו אנרייצן. נאר די מעשה איז אז מצידי פיל איך אז (לטובתי) איז נאך אביסל סענסעטיוו צו שרייבן וואס איך ווייס (א' מהסיבות ווייל זאכן קענען זיך נאך טוישן....) ממילא שרייב איך נישט פונקטליך ביז זאכן וועלן געשעהן. ביז דערווייל קענסטו פראבירן צו מאכן דיין אייגענע research

ציוני » פרייטאג אפריל 19, 2013 12:23 pm

· #106699
את אשר יגורנו בא
מקח טעות מקח טעות מקח טעות
חשבתי ש"הערשי פרידמן" הוא בנאדם נורמלי, וע"כ חשבתי שיוכל להעמיד בשר כשר
אבל כבר אמר עליו הבעלים הראשונים "רובאשקין" בזה"ל: ער מאכט א טעות דאס איז פלייש און נישט קיין פלעסטיג" והמכין יכין, שהכוונה שבבשר א"א להתנהג כמו בפלסטיק,


בקיצור לעת עתה אמור (זה יכול להשתנות ונקוה לטוב) שהבעל מכשיר (סליחה מכשיל) הראשון חוזר על מקומו (וליתר דיוק, הולך להמשיך במעשי הרשע הידועים, כאשר כל הישנים יעופו מכאן, וכמובן יכניס את כל השוליים כפי שנהג עד הנה) ומכאן ולהבא איבדה היהדות החרדית עוד מקור אחד מוסמך ששם אפשר לאכול בשר כשר,

אמר לי אב"ד אחד ממונסי שהרב פקטה כבר עוסק בבשר 30 שנה ויותר, וע"כ הוא מומחה גדול בזה, משא"כ משוקולד ללכת לבשר, ובפרט שבבשר שכבר הי' לו מכבר הי' כמה וכמה בעיות, אז צריכים בדיקה אחריו, ואח"כ ידעו שא"א לאכול מהכשירו כלל וד"ל.

יש מה להאריך ובפרט בדברים שתסמרנה שערות כל הקוראים (עם הוכחות כמובן) אבל היות ואין ברצוני כאן אלא להביע במקצת את כאבי, ע"כ כתבתי מה שנראה לי והשאר ה' הטוב יכפר

לעמיל » פרייטאג אפריל 19, 2013 1:56 pm

· #106735
[ציטאט אראפגענומען]

איך עגרי מיט דיך, די פראבלעם איז אבער אז קיינער שרייבט נישט קלאר וואס דארט גייט פאר

משולם שטיינפעלד » זונטאג אפריל 21, 2013 11:14 am

· #107073
כפי הבנתי, באזירט ריין אויף מיינע שפעקולאציעס, איז די מעשה אזוי.

רובאשקין שחיטה האט געהאט ליובאוויטשע שוחטים, רב ווייסמאנדל האט בשעת רובאשקין איז געווען בעה"ב זיך געמוזט אן עצה געבן מיט זיי, יעצט ווען הערשי פריעדמאן האט עס אפגעקויפט און ער וויל צוריק אן היימישע הכשר, זאגט ווייסמאנדל אז די ליובאוויטשע שוחטים מוזן גיין, ועל זה יצא הקצף פון די ליובאוויטשע וואס וואוינען דארט און וועלן פארלירן זייער שוחט פאזיציע

שמעקעדיג » מאנטאג אפריל 22, 2013 2:34 pm

· #107650
למעשה מעג מען עסן פלייש מיט הרב ווייסמאנדל'ס הכשר? אדער קען מען איהם נישט טראסטן?

בדחן » מאנטאג אפריל 22, 2013 2:43 pm

· #107657
וואס איז די שאלה אפילו? פארוואס זאל מען נישט טראסטן? ער היייסט א גיטע בעל מכשיר.

יודע ספר » מאנטאג אפריל 22, 2013 3:23 pm

· #107676
בדחן איך וואלט דיר ענדערש געריפן לץ ווי בדחן
וואס הייסט דאס ''ער הייסט א גוטע בעל מכשיר'' ? די קענסט זיין שחיטה ? בעסער געפרעגט די קענסט דעם מענטש ? די וואלסט אים פארטויעט א דיים? ער איז א low life וואס טוט אלעס פאר געלט א מענטש וואס מען קען נישט טראסטן אויף גארנישט כש''כ אויף פלייש
בדחן זיסע! עס איז א שאד אז די שרייבסט דא אין קאווע שטיבל וואלסט בעסער געדארפט זיך אויפשטעלן יו''כ מיט א ס''ת זאגן ''יאכלו ענווים וישבעו'' וד''ל

בדחן » מאנטאג אפריל 22, 2013 3:45 pm

· #107686
יודע, איך בין מוחה אויף די נידעריגע לשונות, אגב, ווען די שרייבסט ווען מער אויף א העכערע לעוועל וואלסטע אריינגעקימען אסאך קלארער און מען וואלט בעסער פארשטאנענן וואס די ווילסט.

לענין, דא אין די עכטע וועלט - דאס הייסט נישט אין דעם שטעטעל אגרי וואס איז פול מיט מענטשן וואס האבן אינטערעסע און דען ענין לכאן ולכאן - איז רב ווייסמאנדעל א רעספעקטפולער ערליכער נערמאלער רב, פינטל.

משולם שטיינפעלד » מאנטאג אפריל 22, 2013 8:11 pm

· #107778
יודע, ווילאנג דו ברענגסט נישט איינעם אן נגיעות מיט דעם מיינונג אויף ווייסמאנדל, קען מען רואיג זאגן יאכלו ענוים וישבעו.

די פאקט איז אז ביז ער איז אריין אין די פלייש (א מארקעט מלא אינטערעסן ונגיעות בעוה"ר) האט קיינער נישט געהאט קיין קרום ווארט אויסצוזעצען קעגן אים

ר' שמחה » מאנטאג אפריל 22, 2013 11:45 pm

· #107840
ר' משולם, במחכ"ת זענט איר נישט גערעכט.

געהערט שוין יארן צוריק פון מער ווי איין מאנסיער איד אז זיין ר"ת איז L&L במקום M&M.

נייגעריגער » דינסטאג אפריל 23, 2013 12:17 am

· #107847
גאמאני מיצטארעף! אבער ולא מטעמם!!!
דאס איז זיכער פאר יעדער איינציגסטער יליד אשה וואס פארמאגט אפילו נאר אביסל דזשעלי אין דער רינדעכיגער אבדזשעקט העכערן האלז, אז דער דאזיגער אשכול איז א פשוטער באשמוץ קאמפיין קעגן ר' מנחם מאיר, פון אפאר ספעציעל פארדעם געעפענטע ניקים, און כ'וועל נישט אויסקוקן מאדנע אויב כ'וועל האבן א השערה אז כולם פה אחד מדבר מתוך גרונותיהם, וואס נישט כשרות און ערליכקייט גייט זיי אן, נאר דאס בלוט זידט זיי צוליב פערזענדליכע אינטערעסן און פארלוסטן!!!
אבער אלץ לאנגיעריגער יליד מאנסי, קען איך זאגן אז לפי המצב והרוח שוין אסאך יארן, איז ער קיינמאל נישט געווען א פירסט טשויס הכשר פארן עולם וואס הערן אביסל די צימעס נייעס אין ס'מעדרעש! און געווען פון די ערשטע הכשרים פון צווישן די היימישע ארויפצוגיין אויף א דא-נאט-איט ליסט פאר מענטשען וואס האבן געוואלט מחמיר זיין, ביודעי ומכירי כאמינא!!!!

זר זהב » דינסטאג אפריל 23, 2013 1:10 pm

· #107971
ס'אמת, איך האב שוין געהערט פון מערערע רעדן נישט גוט איבער זיין הכשר

הדד בן בדד » דינסטאג אפריל 23, 2013 1:49 pm

· #107980
איך האב שוין געהערט אסאך אידן רעדן נישט גוט אויף נירבאטור, אויף התאחדות און אויף נאך אפאר

נייגעריגער » דינסטאג אפריל 23, 2013 2:21 pm

· #107995
הדד: מיטן באטור'ער ביסטו גערעכט אז מ'רעדט בכלליות אויף זיין שוואכע הכשר זיינע! און ס'טאקע דא היבשע ביסעלע וואס היטן זיך פון דעם, כאטש אז כ'מיין אז ס'איז ווייניגער ווי ביי הרב ווייסמאנדל!!
אבער התאחדות איז דאכטצעך געבליבן זייער אנגענומען, און די פראבלעמען וואס מ'האט געהאט מיט זיי זענען געווען בעיקר לעכער אין דער סיסטעם וואס זיי האבן נאך יעדע מעשה מתקן געווען, און ס'איז פארשפרייט געווארן דורך אזעלכע מאדנע מענטשן ווי אלתר משה גאלדבערגער וכדומה!

כ'האב מיך יעצט דערמאנט א זאך וואס כ'האב געהערט פאר אפאר יאר צוריק, נאך א שיעור אין כשרות וואס הרב ווייסמאנדל האט געגעבן, האט איינער פארציילט אז זיין טאטע האט א גרויסע ווערהאוז אין לאנדאן הבירה וואס ליבערס נוצט צו ריפעקעדזשן זאכן פון באלק צו קליינע פעקליך, און ס'האט קיינמאל קיין משגיח מטעם הרב ווייסמאנדל נישט אריינגעטראטן דארט!
משא"כ התאחדות, פארציילט מיר א קרוב וואס ארבעט אין א פיצא-שאפ מיט התאחדות'עס הכשר, איז דער משגיח דארט עטליכע מאל א וואך, און אסאך מאל אפאר מאל א טאג!

שוחט ובודק » דינסטאג אפריל 23, 2013 6:28 pm

· #108157
איך בין צומישט,
זר זהב, נייגעריגער, ר' שמחה, שרייבן אלע, אז דער ווייסמאנדל איז א פראבלעם,
צו דען האט אין נגיעות קעגן אים??
האט איר דען עפעס אין אגרי?
אלא מאי, די וועלט איז נישט משוגע, און כאפט גלייך אז מנחם מאיר מיט פלייש איז נישט די בעסטע מעטש,
(מיט ליבער'ס ווייס איך נישט)

לענינינו, דער ווייסמאנדל וואס איז אין די טעג צוריק געקומען קיין אגרי, איבער נעמען דעם פלאץ פון ווי ער איז מיט פינעף יאר געפלויגן, איז נאך נישט פארזיכערט מיט זיין בענקל (דאס איז צו פארדאנקען סיי זיינע אלטע מעשים טובים, וד"ל, און סיי זיינע יעצטיגע מעשים טובים, אבער אויך דער בעה"ב הערשי פרידמן, וואס האט מער געלט ווי שכל, און האט זיך שוין צוריבן מיט אסאך פון זיינע חברה, בפרט יעצט ווען ער האט דעם נאפקאר רב נישט באצאלט (עכ"פ ביז נעכטן, וואס איך האב גערעדט מיט דניאל הירש, א איידעם פון הערשי, און ער האט מיר געזאגט מיט אויפרויז אויף זיין שווער, אז היתכן ער פארשיקט א רב, וואס זיין גאנצע עוולה איז אז ער איז נישט קיין ברענ"ד נעי"ם, און דערצו צאלט ער אים נישט קיין פעני אפטריט געלט, אבער דאונ"ט וואר"י, דאס וועט אויך געצאלט ווערן)
יעצט גייט זיך ווייסמאנדל אפטראגן פון דא כדרך רוב בעלי מכשירים, (וואס א רב אויפן פלאץ, איז נישט נאר א פלא"ס נאר ס'איז כמעט א מוז, אן דעם מאכט זיך צענדליגע מכשולות, וביודעי קאמינא), און ער שטעלט אריין זיין זון מרדכי, וואס איז גראדע א פיינער יונגערמאן, אבל לא מצא ידיו ורגליו אין גאנץ הלכות שחיטה, און חוץ פון קוקן אויף א בהמה ווי א האן אין בני אדם, קען ער גארנישט,
לאמיר שוין נישט רעדן דערפון אז די שוחטים האבן נישט פאר אים די מינימאלע רעספעק"ט און דרך ארץ זייענדיג א יונגער שנו"ק און א שטיקל בעל גאווה, דערפאר איז דאס ממש א חורבן,
איך קען מעיד זיין אלץ א ארבעטער אין אגרי, אז דער גאנצער מקום איז יעצט דעפרעס"ט פון דעם טשעינדז"ש, און בפרט אז דער מרדכי בלייבט בראש, ס'איז א פחד איום ונורא

נישט אומזיסט האט דוד המלך געזאגט ידי מלוכלכות בדם ושפיר, און רש"י איז מסביר אז דאס איז שמאטעס, און אברים פון בהמות ווי קישקעס וכדו', וואס דאס איז געווען זיין מעלה מיט וואס דער מלך ישראל וואס האט זוכה געווען צו זיין דער רגל רביעי במרכבה, האט זיך גרויס געהאלטן, ווייל א רב דארף אריין גיין בעמקי הדברים אן די סאמעט און אן דעם הוט, ער דארף אויסטוהן די שמונה בגדים, און זיין א עומד על המשמר, נישט מיט איי'ס נאר מיט די אייגענע אויגן,
און דאס האט מען דא פארלוירן, בפרט ווען דער מרדכי בלייבט דא, און אפי' ווען ער קוקט זעהט ער גארנישט.
וואס באמת היינט איז דא זייער ווייניג רבנים וואס קריכן אריין לעומקא של בהמה, נישט אומזיסט גייט ארום א ווערטל, אז א רב איז אריין געקומען אין א בית השחיטה און דערזעהן א פראבלעם, האט דער רב געמאכט א סקאנדא"ל, נאך אפאר מינוט האט מען אים אריין גערופן אין אפיס, און ער קומט ארויס זאגנדיג אז אלעס איז כשר וישר, וואס איז געשען, דער בעה"ב האט אים באוויזן דעם נקודת הכסף, דערנאך האט ער אים אראפגעלייגט די טורי זהב, און געגעבן מחצית השקל, והכל על מקומו יבוא בכש"ר, דאס איז ליידער היינט נישט נאר א ווערטל

יותר לא אאריך בנתיים, ונקווה שיסתיים בטוב

ציוני » דינסטאג אפריל 23, 2013 6:35 pm

· #108161
נייגעריגער
כ'האב מיך יעצט דערמאנט א זאך וואס כ'האב געהערט פאר אפאר יאר צוריק, נאך א שיעור אין כשרות וואס הרב ווייסמאנדל האט געגעבן, האט איינער פארציילט אז זיין טאטע האט א גרויסע ווערהאוז אין לאנדאן הבירה וואס ליבערס נוצט צו ריפעקעדזשן זאכן פון באלק צו קליינע פעקליך, און ס'האט קיינמאל קיין משגיח מטעם הרב ווייסמאנדל נישט אריינגעטראטן דארט!
משא"כ התאחדות, פארציילט מיר א קרוב וואס ארבעט אין א פיצא-שאפ מיט התאחדות'עס הכשר, איז דער משגיח דארט עטליכע מאל א וואך, און אסאך מאל אפאר מאל א טאג!

דא האט איר א שטיקל בליק אויף די שטרענקייט פון ווייסמאנדל. און אויף וויפל מ'קען זיך פארלאזן אויף זיין השגחה מהודרת וד"ל.


משולם שטיינפעלד
כפי הבנתי, באזירט ריין אויף מיינע שפעקולאציעס, איז די מעשה אזוי.

רובאשקין שחיטה האט געהאט ליובאוויטשע שוחטים, רב ווייסמאנדל האט בשעת רובאשקין איז געווען בעה"ב זיך געמוזט אן עצה געבן מיט זיי, יעצט ווען הערשי פריעדמאן האט עס אפגעקויפט און ער וויל צוריק אן היימישע הכשר, זאגט ווייסמאנדל אז די ליובאוויטשע שוחטים מוזן גיין, ועל זה יצא הקצף פון די ליובאוויטשע וואס וואוינען דארט און וועלן פארלירן זייער שוחט פאזיציע


דא האט איר א באריכט פון זיינע רשעות, זענען דען די ליבאוויטשע ארגער פון די סאטמארע (וואס מ'רעדט דא נישט מסלתה ומשמנה, נאר פון די שוליים כידוע), איז פארוואס ארויסווארפן, פארוואס הרב מייזליש דער סאטמאר'ער האט פארשטאנען אז לובאוויטש קען מיט גיין
דער נאפקאר רב ג"כ סאטמאר'ער האט פארשטאנען אז לובאוויטש קען מיט גיין
הרב שטיינמעטץ פון מאנסי צוזאמען מיט די רבני וויזשניץ האבן פארשטאנען אז לובאוויטש איז פאר זיי נישט קיין פראבלעם (נאר ווייסמאנדל איז געווען זייער פראבלעם).
און ווייסמאנדל פארשטייט דאס נישט, און איז גרייט צו באגראבן הונדערטער אידן און צו נעמען זייערע פרנסות, אנגעהויבן ביי די בעלי מכשירים וראשי השוחטים (דוגמת נאפקא רב, און רב מייזליש, און שטיינמעטץ) און געהענדיגט ביי די פשוטע באקסע"ס פאקע"ר וד"ל.


יעדע אנדערע ווארט איז איבריג, קוקט ווי די וואס האבן גארנישט מיט אגרי פארשטייען אז דער מענטש איז ראנג, ומה נהנה אנן אבתרי'

ירושלים » דינסטאג אפריל 23, 2013 6:41 pm

· #108165
שמעקעדיג
למעשה מעג מען עסן פלייש מיט הרב ווייסמאנדל'ס הכשר? אדער קען מען איהם נישט טראסטן?


אלץ א פועל אונטער רב ווייסמאנדל, קען איך דיר זאגן איין זאך

מ'קען אים נישט טראסטן נישט ביי פלייש, און על אחת כמה וכמה ביי געלט


דער מענטש איז נעבעך משוגע פאר כבוד, און איז גרייט דערפאר זיך ביליג צו מאכן, נאכן פליען פון אגרי, און נאכן קומען נאך אמאל און האבן א מיעוס'ן פרשה מיט רציחה (עיין לעיל) וואס אפי' ס'נישט אמת, איז דאס נישט בא'טעמ'ט, איז ער צוריק געקומען, אפי' ער ווייסט אז ער גייט עני-דעי פליען פון דארט כבראשונה,
פרעג איך דיר אזא מענטש קען מען טראסטן מיט פלייש

נאר כ'האב געמיינט אז דער פרידמן האט יא אביסל שכל, און וועט פארשטיין ווי אזוי זיך צו באגיין מיט אזא מעשה, אבער למעשה איז ער דורך געפאלן צו דעם בלוטיגן טערא"ר פון רב ווייסמאנדל, און האט בא'גנב'עט דעם נאפקאר רב נישט באצאלנ'דיג דאס וואס ער קומט אים (איך רעד שוין נישט פון אפטריט געלט וכו' פיצויים וכדו')
אבער איך בין נישט באזארגט איך קען גוט דעם ווייסמאנדל ולא יארך הזמן און ער וועט נאך טוהן אסאך מיסטעיקס ביז ער וועט נאך אמאל פליען פון דארט, און מפטירין כדאתמול, אפשר וועט רב מייזליש צוריק קומען נאך אמאל, און דערנאך אפשר נאך אמאל דער נאפקאר וחוזר חלילה.

יודע ספר » דינסטאג אפריל 23, 2013 7:29 pm

· #108179
אין אומר ואין דברים
אי''ה ביז שבת וועל איך אייך אלע פונקטליך updaten מיט גאר פונקטליכע - האר אויפשטעלנדע קראנטע פאקטן

משולם שטיינפעלד » דינסטאג אפריל 23, 2013 7:56 pm

· #108184
האר אויפשטעלנדע נייעס איז בדרך כלל נישט קראנט

יודע ספר » דינסטאג אפריל 30, 2013 12:25 pm

· #110260
פריער באקומען
📎 וויסמנדל (1).pdf

משולם שטיינפעלד » דינסטאג אפריל 30, 2013 4:09 pm

· #110309
וועמען מיינט מען אנ"ש, און וואס עפעס א צעטל וואס איז געצילט צו אחב"י היושבים בארץ ישראל?

שוחט ובודק » מיטוואך מאי 1, 2013 6:53 pm

· #110875
גאנץ פשוט, רוב שוחטים זענען פון א"י
און בכלל אין אמעריקא האט מען מורא פון מרדכי ווייסמאנדל, דערפאר האט מען דאס געמאכט אין ארץ ישראל.

מהנשתנה » מיטוואך מאי 1, 2013 7:22 pm

· #110887
אדער משום הרוצה לשקר ירחיק עדותו!..

משולם שטיינפעלד » מיטוואך מאי 1, 2013 8:13 pm

· #110901
ווער אין אמעריקא האט מורא פון מרדכי ווייסמאנדל?

smart » מיטוואך מאי 1, 2013 8:58 pm

· #110924
איז דעעע צעטיל ערגעץ געווען? אדער סתם איינער האט עס געמאכט אויף זיין קאמפיוטער און עס דא ארויפגעלייגט.. כאילו ווער ווייסט וואס...

נייגעריגער » מיטוואך מאי 1, 2013 10:19 pm

· #110972
מסתם דער צווייטער!

בדחן » דאנערשטאג מאי 2, 2013 1:16 am

· #111081
די גיטע נייעס וואס די צעטיל ברענגט ארויס איז אז מען גייט שוין פטור פון די אגרי אנשיקעניש, רמ״ד האט שוין אויסגעפירט, צו ער איז גערעכט אדער נישט איז אירעליווענט, די אשכול גייט פון יעצט און ווייטער איינשלאפן א אייביגע רו.

smart » דאנערשטאג מאי 2, 2013 6:42 pm

· #111369
בדחן וואס פונטקלעך גייט דיר אן אז דעע אשכול לעבט? איז עס דען בעסער וואו אסאך אנדערע אשכולות? אפשר זענען די חברה פון דארט גערעכט און ער ברענגט עס דא ארויס?

דעת תורה » דאנערשטאג מאי 2, 2013 7:04 pm

· #111379
שוחט ובודק


נישט אומזיסט האט דוד המלך געזאגט ידי מלוכלכות בדם ושפיר, און רש"י איז מסביר אז דאס איז שמאטעס, און אברים פון בהמות ווי קישקעס וכדו',



דוכט זיך אז שפיר און שליא מיינען די וואסער אין וואס דער עובר ליגט, גארנישט מיט קיין בהמות

יודע ספר » מאנטאג מאי 6, 2013 6:17 pm

· #112376
בס''ד
📎 הודעת ועד הכשרות.pdf

בדחן » מאנטאג מאי 6, 2013 6:41 pm

· #112381
די צעטיל איז נאך א באווייז מיט וואס פאר כאפטע קליין שטעטעלע משוגעים מען האט צוטיען,
זאל רמ"מ האבן הצלחה צוצישטעלן כשר פלייש פאר יודן, און די הינט זאל ווייטער בילען ביז עס וועט זיי נמעס ווערן.

יודע ספר » דינסטאג מאי 7, 2013 12:01 pm

· #112676
בדחן
די צעטיל איז נאך א באווייז מיט וואס פאר כאפטע קליין שטעטעלע משוגעים מען האט צוטיען,
זאל רמ"מ האבן הצלחה צוצישטעלן כשר פלייש פאר יודן, און די הינט זאל ווייטער בילען ביז עס וועט זיי נמעס ווערן.

בדחן! לץ וואס די ביסט!!
די וועלט איז נישט משוגע, קיינער טראכט נישט אז דער יונגער ווייסמאנדל וואס לא קרא ולא שנה קען געבן א הכשר (נישט אז זיין טאטע איז בעסער, זיי ביידע זענען low lifes אין פילן זין פון ווארט) אבער דא רעדט מען פין ערנסטע מכשולות אין כשרות אין אז אפאר ערנסטע מענטשען קומען ארויס אןן זענען מעורר דעם ציבור (אן זייער נעמען וועגן די טעראר פון די וויסמנדל'ס...........)
בדחן ביסט א משוגענער ! דאס הייסט הינט בילן ??? שעם זיך די ביסט זיכער אינטער-געשטעלט פון די ווייסמאנדל - מאפיא באנדע .
מען טאר נישט עסן קיין פלייש פון ווייסמנדל . נ-ק-ו-ד-ה

קאווע טרינקער » דינסטאג מאי 7, 2013 1:06 pm

· #112699
נישט אז זיין טאטע איז בעסער, זיי ביידע זענען low lifes אין פילן זין פון ווארט

אזוי גרוילעג צו רעדן אויף א רב?
דרך ארץ! ביטע.

נייגעריגער » דינסטאג מאי 7, 2013 1:16 pm

· #112709
אוי ווי גוט די שרייבסט 😉
יודע ספר

נ-ק-ו-ד-ה

בקיצור: אזוי האב איך געזאגט בלא טעם וראי', און אזוי זאגן אויכעט די אנדערע מענטשן וואס משום איזה סיבה שיהיה האבן זיי א פראבלעם מיט רב ווייסמאנדל'ס "שטרענגקייט". יא דער פראבלעם איז שטרענגקייט אזויווי ענק האבן זיך אליינס מודה געווען בתוך הוויכוח אינעם אשכול, נאר ענק האבן געזאגט אז ס'איז א רשעות אפצוזאגן דעם... בלויז פאר...., און ווי עס ווייזט אויס האט רב ווייסמאנדל פארשטאנען אנדערש [און אפילו אילולי אז ס'איז וועגן פריוואטע נגיעות וואס ער האט פיינט...]
שעם זיך די ביסט זיכער אינטער-געשטעלט פון די ווייסמאנדל - מאפיא באנדע .

דא טרעטסטו שוין אריין אין "חזקיהו המלך'ס" טערעטאריע! 😃
איין רגע, ווייסמאנדל איז דאך מסתם פון די גלובאליסטן!

קרעקער » דינסטאג מאי 7, 2013 1:58 pm

· #112729
נישט אז זיין טאטע איז בעסער, זיי ביידע זענען low lifes אין פילן זין פון ווארט

אזוי גרוילעג צו רעדן אויף א רב?
דרך ארץ! ביטע.

ביודעי ומכירי קאמינא אז לאו לייף איז ווייניג געזאגט

יודע ספר » דינסטאג מאי 7, 2013 3:48 pm

· #112763
איך גיי זיך נישט באפאסן מיט די אלע ניק'עלעך וואס שרייבן אין מוסר'ן מיר וועגן שרייבן ''אויף א רב'' ''אזוי געמיין''
קעגן וואס ער איז, האב איך זייער איידל געשריבן, פאר דער וואס קען אים ווייסט וואס איך רעד.
איך קען די פרשה פון דער נאנט איך קען ווייסמנדל אין איך ציה נישט צוריק וואס איך האב געשריבן
ווער עס וויל עסן די פלייש אין טראכטן אז ''נע עס איז סתם ביליגע פאליטיק'' אין זיך יא פארלאזן אויף דעם ווייסמנדל זאל זיך פארלאזן געזונטערהייט ''יאכלו ענווים וישבעו''................. נאר ווער עס איז גרייט צו מברר זיין די פרטי הדברים על בריו וועט זעהן אז עס איז מער ווי א חשש אין מען קען זיך בשו''א נישט פארלאזען דערויף (אפי' בדיעבד..) און אפי' ער איז פון די ''גלאבאליסטן'''' מיינט עס נאכנישט אז די פלייש טויג יא וועגן זיין פאטעט''א טשיפ''ס, טשאקלא''ד , פרעצעל''ס, וכו' וכו' ווייס איך נישט ,שרייב איך נישט (הגם איך - אין מיינע קהילה חברים עסן גארנישט פון דעם הכשר ) אבער לגבי די פלייש ווייס איך קלאר אז דאס איז נישט פאר קיין ערליכע יוד צו עסן.
די אלע זאכן וואס קומען דארטן פאר האט גארנישט מיט שטרענקייט
וואס האט נישט בודק זיין צומת הגידין מיט שטרענקייט? וואס האט נישט פליקון די פעדערן פארן שחיטה מיט שטרענקייט ? איני יכול לפורטם כי רבים הם... אבער ווי געשריבן פריער ווייס איך וועס דארט טוט זיך די מהפכה וואס ער האט דארט אנגעמאכט אין די לעצטע צוויי וואכן אין די down graed אין כשרות וואס ס'איז געווארן דארט

קאווע טרינקער » דינסטאג מאי 7, 2013 3:55 pm

· #112765
אוי, יעצט באמערק איך אז כ'האב מגיב געווען אין צימעס. סארי. ביי.

יודע ספר » דינסטאג מאי 21, 2013 2:12 pm

· #116415
פרישע נייעס יעצט אריינגעקומען
{ווי פאראויס פארשטאנען...} עס האט זיך אנגעהויבן ראבערייען צווישן ווייסמנדל - אגרי
קוים געהערט איך ווייס נישט קיין פרטים ווער עס ווייסט זאל ביטע מעלדן
אגב איך האב פאריגע וואך געהערט עפעס האלבע ווערטער ... עפעס וועגן emails.... רב פעקעטא...געהעקט.... ווייסמנדל... ווער עס וויסט ביטע שרייבן

קאווע טרינקער » מיטוואך מאי 22, 2013 8:08 am

· #116714
אויך מיר א יודע ספר... פון א קליין ספר'ל חפץ חיים האסטו שוין געהערט?

יודע ספר » מיטוואך מאי 22, 2013 8:28 am

· #116715
קאווע טרינקער !
האסט פארגעסן אז די ביסט אין צימעס ?.......

נייגעריגער » דאנערשטאג מאי 23, 2013 7:28 am

· #117094
יודע ספר
קאווע טרינקער !
האסט פארגעסן אז די ביסט אין צימעס ?.......

WOW איז דאס גוט געענפערט!
וכבר קדמך ה"חפץ חיים" זצ"ל בספרו וזה לשונו: "גילוי דעת! כל דברינו בספרינו אלה על 'צימעס' ולחוץ נאמרה, מה שאין כן על 'צימעס' עצמו עליו הכתוב אומרת וכל המרבה לספר הרי הוא תלמוד חכם'.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:29 am

· #117104
די סיבה פארוואס כ'האב פארגעסן אז כ'בין אין צימעס איז, ווייל כ'האב געזען א יודע ספר זיך דרייען דא... ולא עלתה על ליבי וכו'

יודע ספר » דאנערשטאג מאי 23, 2013 10:02 am

· #117161
קינדערליך !!
איך כאפ זיך יעצט מיט וועם איך האב דא צוטון...
איינער עפעס א קאווע טרינקער וואס שרייבט אין אלע אשכולות פון צימעס (נישט נאר ווי ער ''באמערקט א יודע ספר'') עיין... צימעס ...
אין דא ווי מען שרייבט נאר עפעס אין וועגן די ''גלאבאליסטן''.... ווערט ער מיר הייליג אין ברענגט דעם חפץ חיים .....
באמת האב איך נישט מגיב געווען אויף דעם נאר סתם אזוי געפרעגט וואס ער זוכט דא . נאר די אמת'ע תגובה מיינע איז : איך ווייס נישט וואס די דרייסט א קאפ מיט חפץ חיים איך האב עפעס איינעם געבעטן צו שרייבן לשון הרע ח''ו ? איך האב בס''ה געפרעגט צו איינער ווייסט וואס די ראבערייען צווישן הערשי פר''מ מיט ווייסמנדל איז (אויב עס איז אמת ...וואס עס איז שטארק מסתבר .. אין א חידוש ווילאנג נאך נישט..) איך האב נישט געזאגט אז איינער איז שולדיג, צו נישט, ביידע פון זיי זענען גרויסע ערליכע צדיקים (כידוע)..................
נאר איך ביו אויך א ''נייגעריגער'' מעג איך וועלן וויסן די הייליגע מחלוקות פון די גרויסע צדיקים........

שמעקעדיג » דאנערשטאג מאי 23, 2013 6:10 pm

· #117381
יודע ספר
איך ווייס נישט וואס די דרייסט א קאפ מיט חפץ חיים איך האב עפעס איינעם געבעטן צו שרייבן לשון הרע ח''ו ? איך האב בס''ה געפרעגט צו איינער ווייסט וואס די ראבערייען צווישן הערשי פר''מ מיט ווייסמנדל איז

איך האב עפעס מצער געווען א איד? איך האב בס"ה געגעבן 2 קלינגעדיגע פראסקעס אינמיטן ביהמ"ד....
איך זאג נישט, איך פרעג נאר..

נייגעריגער » פרייטאג מאי 24, 2013 7:34 am

· #117557
"יודע ספר": קוק איבער דער שמועס פאר די שרייסט!

קודם כל, קיינער האט נישט געשריבן קעגן רעדן לשון הרע אין צימעס, מ'האט דיר נאר געפרעגט אויב דו פאררופסט זיך זעלבסט אלץ יודע ספר דאן וואלסטו פון דעם קליינער ספר אויכעט געדארפט וויסן!
איך האב מיך גערופן "נייגעריגער" ווייל דאס איז וואס איך בין...

צווייטענס, איז דאס נישט דיין ערשטע תגובה אין דעם אשכול, און דאכטצעך אז ביי אנדערע תגובות פרעגסטו נישט אן אומשולדיגע פראגע וואס איז - לדבריך - נישט קיין לשון הרע!

יודע ספר » פרייטאג מאי 24, 2013 2:05 pm

· #117680
ווי געשריבן אויבן גיי איך זיך נישט באפאסן מיט יעדן ניק'לס שטותים
נאר לענין זעה איך אז די גאנצע אשכול פירט מען אין א אנדערע ריכטונג ווי דאס וואס עס וואלט געדארפט זיין: ''וואס גייט פאר אין אגרי?'' איך בין נייגעריג אין וואס מער מען פארקרומט די נושא אין מען אטאקירט מיר ווער איך אלץ ''ניגעריגער'' אין ''נייגעריגער''

יודע ספר » דינסטאג יוני 18, 2013 9:42 am

· #125734
יעצט באקומען א text ווי פאלגענד
'
be awere'' agri star meat's have no more the hashgoche of rabbi fekete
on the past friday i have seen a lable of rabbi fekete in a local stor & i calld him to ask if he is still the rav hamachshir & he told me that he stoped his hechsher more than 6 weeks ago

בדחן » דינסטאג יוני 18, 2013 10:30 am

· #125744
וואס איז די פראבלעם? פלייש אין פריזער האלט זיך לענדער ווי 6 וואכען.
איך גלייב נישט אז איינער זיכט דא צו מאכען פאלטשע זאכען, ווייל הרב פעקעטע'ס הכשר הייסט נישט א מער גייענדע העשר ווי הרב ווייסמאדעל.

יודע ספר » דינסטאג יוני 18, 2013 12:36 pm

· #125847
בדחן
וואס איז די פראבלעם? פלייש אין פריזער האלט זיך לענדער ווי 6 וואכען.
איך גלייב נישט אז איינער זיכט דא צו מאכען פאלטשע זאכען, ווייל הרב פעקעטע'ס הכשר הייסט נישט א מער גייענדע העשר ווי הרב ווייסמאדעל.

בדחן דאס מאל מוז איך זאגן אז ביסט גערעכט אין זייער אויפריכטיג
נאר ווי געשריבן האב איך צוטירט א טעקסט מעסעדש וואס איך האב באקומען

בדחן » דינסטאג יוני 18, 2013 12:49 pm

· #125853
יודע ספר
בדחן דאס מאל מוז איך זאגן אז ביסט גערעכט אין זייער אויפריכטיג נאר ווי געשריבן האב איך צוטירט א טעקסט מעסעדש וואס איך האב באקומען

ייש"כ, אבער געווענליך ווען איך באקום א טעקסט וואס איך פארשטיי נישט מעק איך עס אויס, אין זיכער וועל איך עס נישט איבער שרייבען און א פובליק פארום ווי נאך צענדליגער מענטשן זאלן האבן וואס נישט צו פארשטיין...
בלאט: 1 2 3