אויסגעדראשענע זאצן און אקטיוויטעטן דער עולם וואקסט נישט אויס
320 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3311
אויסגעדראשענע זאצן און אקטיוויטעטן דער עולם וואקסט נישט אויס
דער אשכול איז געווידמעט צו שרייבן זאצן און אקטיוויטעטן וועלעכע קעגן פארשטאנד האט זיך אנגעקלעבט ביים ציבור, און וואקסט פשוט מיט ווי די קליידער אין מדבר,מייסטענס ביי די שארפערע מוחות צווישן אונז.
פאלגענד שאקל איך ארויס פון ארבל עטליכע.
-נא! וויאזוי איז געוועזן דער יחץ ?
-נו! האסט נאך איבערגעלאזט עפעס וואסער אין מקווה ?
-פרידמאן? הע, דאס ווייס איך דאך, די ערשטע נאמען ?
- ביסט מיד, אדם מיעוד לעולם.
-עתה ילחכו הקהל.
-וואס צוברעכסטו מיר די ערד ?
-אין לאגער איז נישט בעסער געועזן (הייסט עס, מיר דארפן ליידן 2 מאל).
- צען טויזנט דאלער "בימים ההם", וואלט לכאורה אויסגעקומען לכל הפחות 7 ביליאן דאלער היינט, במשקל ראשון.
-אן אויסגעקראכענעם קאפ איז אויך 6 דאלער ?
-ברומען ביי כאלה, אבער אלץ מיטן זעלבע פרישען שמייכל.
-אראפכאפן דעם הוט פונעם עלטערן בחור ביי א חתונה, און דאס ערזעצן מיט א שוויציג שטריימל.
[ציטאט אראפגענומען]
דאס איז ממש נאריש,
ווייל אויב האלטסטו משיח ווועט ערייווען מיט דיין רעדן.
קענסטו דאך זאגן הארט נאכן באדויערן פארוואס מ'האט נישט גערעדט פון משיח
שביעי של פסח צופרי: נו אינגעלע, וואס האסטו נעכטן געבעטן פאר אפיקומן?
אחרון של פסח: מושי גי צום שכן און פרעיג אויב דו קענסט בארגען די קניידעל פורום
אינגעלע, וועמענ'ס טאטע ביסטו?
ווען א קינד פאלט אראפ, קום אהער לאמיך דיך אויפהייבן.
וואס דארפסטו זיין א אויבער-חכם? זאג נאר, דיין זיידע און עלטער זיידע זענען נישט געווען אזוי קלוג ווי דו?
דרך ארץ! איך קען ווען זיין דיין זיידע.
(שוטה איינער, נאך א מזל דו ביסט נישט...)
גנב'נען די נאז פון קליינע קינדער
מען מעלעסטעט קינדער און נאכדעם זאגט מען אנטיסעמיטן טשעפענען אונז. עולם וואקסט עס נישט אויס
דענקעראינגעלע, וועמענ'ס טאטע ביסטו?
ווען א קינד פאלט אראפ, קום אהער לאמיך דיך אויפהייבן.
ציברעך נישט די פלאר
כשלאג דיין יצר הרע.
גלייה מיר סטיט מיר מער וויי ווי דיר. די מלמד רצחצט ווי א רשע.
בן תמליוןוואס דארפסטו זיין א אויבער-חכם? זאג נאר, דיין זיידע און עלטער זיידע זענען נישט געווען אזוי קלוג ווי דו?
אן אלטע חקירה, זענען אונזערע זיידעס געווען "תמימות'דיגע" אידן, און מ'פארלאנגט פון אונז דאס זעלבע? אדער, "זיי זענען נאך געווען אזוי קלוג ווי דיר"?
דענקערדרך ארץ! איך קען ווען זיין דיין זיידע.
מיין באבע וואלט מיט דיר קיינמאל נישט חתונה געהאט...
Top most boring statements/questions
ביסט א חתן ווען איז די חתונה?
עוד ישמע. ישיש עליך
וויאזוי איז שלום בית
וויפיל צאלסטו פאר דיין ליעס
Wow ער קוקט דאך אויס פונקט ווי דיר
אויב ער פארלירט זיך וואלט איך אים געקענט אהיים טראגן
וויפיל פונט מצות האסטו געקויפט ?נע ס׳איז גענוג ?? פאריאר איז מיר איבערגעבליבן.....
ארבייטסט חוה״מ
נא ווי ביסטו געגאנגען חאלעמויד האלטן
גייטס אין קאנטרי ? גאנץ האלב ?וועלעכע העלפט ?דארט ווי פאריאר ?
דער אפגעפליקטער "פאלעסי" יונגערמאן,
ער וועט ווארטן א שמיטה איר זאלט זיך וויסענדיג מאכן פון אים,
דאן וועט ער מיט א פאריסענעם שטאלץ אנגעבען,
"איך האב א פאלעסי, א ווייב מיט א קאר בארגט מען נישט",
און דאן אויפהייבן די האנט, ווי מ'זאגט, איך וואלט אזוי שטארק געוואלט,
וואס זאל איך אבער טוהן אז איך קען נישט, א פאלעסי איז א פאלעסי,
קשיות וועסטו פרעגן פסח,
א יוד גיבט זיך אן עצה,
דער גוי קלאפט זיך די פלייצע,
נאך יעדע שבע ברכות זינגט מען שמח תשמח... מיטן זעלבען טאן
שליקערץ איינער רעדט פון דיר
ביזט געבוירען געווארן אויף א טרעין?,
אנטשולדיגט, איר זענט נישט געמאכט פון גלאז, אויב יא זענט איר שמוציג,
סרעגענט איך בין נישט געמאכט פון ציקר
ווילסט הערן א מעשה אדער פרעגן קשיות
אההה ס'איז א פיינע מקוה, וואס פארשטייט דען דער גוי צו עוה"ז
קענסט דאך דעם מעשה מיט יענער רב...
ווען משיגע מאכט קליין וואלסטע געקענט זיצען אויף א קאצקע ציקער און נאך געקענט שאקלען מיט די פיס..
דארפסט נישט אלעס וויסען, וועסט ווערען זייער שנעל א זיידע
(אזוי האט מען אלץ גענפערט פאר די קליינע ידען ווען ער האט געפרעגט זיינע אלע זאכן וואס ער האט געוואלט וויסן..)
וואס פארשטייט א גוי צו א דאנערשטיק אנע תחנון
ווען איז דער זמן?
כ'זאג דיר צו ביז די חתונה וועט עס שוין זיין אויסגעהיילט,
האסט מורא? לייען קריאת שמע.
moti107Top most boring statements/questions
ביסט א חתן ווען איז די חתונה?
עוד ישמע. ישיש עליך
וויאזוי איז שלום בית
וויפיל צאלסטו פאר דיין ליעס
Wow ער קוקט דאך אויס פונקט ווי דיר
אויב ער פארלירט זיך וואלט איך אים געקענט אהיים טראגן
וויפיל פונט מצות האסטו געקויפט ?נע ס׳איז גענוג ?? פאריאר איז מיר איבערגעבליבן.....
ארבייטסט חוה״מ
נא ווי ביסטו געגאנגען חאלעמויד האלטן
גייטס אין קאנטרי ? גאנץ האלב ?וועלעכע העלפט ?דארט ווי פאריאר ?
ווי דאווענסטו די הייליגע טעג? ווער דאווענט מוסף? ער יכול'ט? ווען האט מען געענדיגט? ווער איז בעל מקרא? און ווער בלאזט? ווען שטעלט מען זיך? האסט א זיץ?
וואסי די וועטער היינט?
די ווינטער גייט נישט אוועק
איך מיין אז דא טרעפט מען אסאך פון די אקטיוויטעטן און זאצן.
מענטשן וואס מדארף אונטערברענגן:
1. מענטשן וואס קראצן זיך די מקומות המכוסים מיט אלע קרעפטן אינמיטן רעדן מיט דיר.
2. מענטשן וואס אינמיטן דו ברענגסט ארויס א שטארקע נקודה פאררעכטן זיי דיין גראממאר.
3. דרייווערס וואס מיינען אז זיי זענען אומזעהבאר און מיט א פעסטקייט פוצן זיך די נאז ביים רויט לייט.
4. מענטשן וואס וועקן דיר אויף און פרעגן "אוי, אנטשולדיגט, כ'האב דיר אויפגעוועקט? אקעי, ביי.."
5. מענטשן וואס מאכן א נפיחה און מאכן אזוי מיט די הענט, "איינער האט דא געמאכט א נפיחה.."
6. באס דרייווערס וואס זעהן ווי דו לויפסט נאך דעם באס מיטן לעצטן אטעם, אבער ווארטן נישט.
7. מענטשן וואס מאכן אזא ענגלישע אקצענט ווען זיי זאגן א ווארט אין ענגליש אינמיטן רעדן אידיש..
8. מענטשן וואס לעקן די פינגער יעדעס מאל זיי פירן אריבער א בילד אויפן אייפאן.
9. מענטשן וואס מאכן קטנים אין עלעוועיטארס.
10. מענטשן וואס טרעפן דיך אין מאלל און פרעגן "וואס טוסטי דא?"
11. מענטשן וואס דרייען דיר אראפ די אייער ביי א שמחה מיט קשיא'ס פלעין ווייל זיי דארפן קאמפעני און ווילן נישט זיין אומבאקוועם.
12. "פרומע" מענטשן וואס האבן א "היתר" צו האבן אינטערנעט מיט אייפאנס וכדו' צוליב פרנסה..
13. מענטשן וואס טרינקען דייעט קאוק ווייל ס'טעיסט בעסער.
14. מענטשן וואס קלינגען דיר אהיים און פרעגן ווי דו ביסט.
15. מענטשן וואס פרעגן דעם קעשיר פונעם רעסטאוראנט צו דאס און דאס איז נארהאפטיג..
16. מענטשן וואס שיקן פארמוויל ריקוועסטס אויף פעיסבוק.
17. מענטשן וואס פרעגן דער וואס האט א קעסט אויפן האנט: "וואס איז געשעהן, האסטיך צובראכן די האנט?" - ניין, כ'האב העמערוידס און דער דאקטער האט געזאגט אז א קעסט קען העלפן.
18. מענטשן פון בארא פארק וואס זענען א גאנצע טאג פארנומען אז מענטשן פון וויליאמסבורג קענען נישט קיין ענגליש (פארשטייטס זיך אז זייער ענגליש איז אויך אויף כפרות).
19. פעשע וואס גייען שוין צעהן יאר אויף דייעט.
20. מענטשן וואס לאכן מיט מיט דיר אויף א רבי, אבער ווען זיי ענדיגן לאכן זאגן: "מ'טאר נישט לאכן אויף איהם." - האלו, שדפ"א..
21. מענטשן וואס ווייסן פארוואס ס'דא אזויפיל צרות און מחלות ביי אידישע קינדער
22.מענטשן וואס זאגן דיר, "כ'האב דיר געזאגט אז כ'וועל דארט זיין נאך פינף מינוט, פארוואס קלינגסטו מיר יעדע צוואנציג מינוט.."
23. פעשע נקיבות וואס גייען מיט שמאלע געפאסטע קליידער..
24. ירושלימ'ע שנארערס וואס זענען נישט צופרידן מיט די צוואנציגער וואס דו האסט זיי געגעבן..
25. מענטשן וואס "מיינען דיין טובה."
26. מענטשן וואס דו פרובירסט זיי אויפצורעגן, אבער זיי בלייבן רואיג.
27. מענטשן וואס, ווען דו פארלירסט עפעס און ברעכסט קאפ עס צו טרעפן, פרעגן דיר, "ווי האסטו עס געלייגט די לעצטע מאל?"
28. מענטשן וואס זיצן צען מינוט מיט דיר, דו האסט נישט וואס צו רעדן מיט זיי, אבער זיי הערן נישט אויף צו זאגן "וואס נאך איז נייעס?" אדער, "זאג עפעס גוטס" - זיי שוין שטיל, פאר א גוט יאר -
29. מיידלעך וואס הערן נישט אויף שרייבן אויף פעיסבוק 'אמ"ג איי עם סאו אגלי' (איך בין אזוי עקעלדיג) אבער האבן אן אלבום פין דריי הונדערט בילדער פון זיך מיטן נאמען "מי" (מיך).
30. די סארט פרומע אידן וואס זאגן אז גוים זענען נישט אמת'דיג העפי, אבער זייערע לעים "מילתא דבדיחותא'ס" און זייערע טאנצן "אמר רעב עקיבא" איז אן אמת'ע שמחה.
31. מענטשן וואס פרובירן זיך/דיך איינרעדן אז באדעקטע צניעות'דיגע נשים זענען שענער ווי פריצות'דיגע אויפגעדעקטע מאדעלס - לויט דעם דארפן אראבקעס אין בורקעס זיין נאך שענער.. אפשר נישט?
32. די אידעלעך וואס בעטן א דיסקאונט ביי א 99 סענט סטאר..
33. עלטערע מענטשן וואס נעמען ארויס די פאלטשע ציינער פארנט פון דיין אויגן.
34. די רעבבעס אין חדר וואס, ווען די אינגעל בעט צו גיין אין בעסקיס, זאגן צוריק: "פארוואס ביסטו נישט געגאנגן ביי ריסעס?" - ווייל כ'האב נישט געדארפט ביי ריסעס, עססהאול..
35. מענטשן וואס זינגען נישט אין שאוער ווייל ס'איז א טמא'נע פלאץ..
36. מענטשן וואס קלאפן אויפן דיין טיר, און ווען דו פרעגסט, "ווער איז דאס?" שרייען זיי צוריק: "איך!" - האלו, ביזט זיכער אז ס'דיך? -
37. מענטשן וואס האבן סעקשאן 8 פאר זיך, עקסטער פאר די "סעפערעיטעד" ווייב, פוד סטעמפס, מעדיקעיד, וועלפער, וויק, עס.עס.איי, א פעטן טעקס ריטורן, רייטן אויף ספרינט און האבן א פינף סעלפאן ליינס בחינם, מאכן צוועלעף הונדערט דאללער א וואך שווארץ, און האבן א דעה אז די עקאנאמי איז אין דער ערד.
38. מסור קעצלעך
39. מענטשן וואס פרעגן אזעלעכע נארישע שאלות, ווי למשל, "וויאזוי ווייסט א בלינדער אין טוילעט ווען צו אויפהערן זיך אינטערווישן?"
40. מענטשן וואס מיזן אנרירן נאסע פארב צו זעהן צי ס'טאקע נאס.
41. מענטשן וואס, ווען ס'פארט דורך הצלה, זאגן: "עפעס איז געשעהן."
(פאר דעם אינגעל וואס גייט שוין אט בר מצוה האבען) קום צו מיר פאר איין וואך און איך מאך דיר בר מצוה
(פאר דעם בחור וואס קווענקלט זיך צו ער זאל גיין ליינען,און הייבט זיך אן פארקוקען) ליין נאר ליין, פארקוקען וועסטו זיך שוין נאכדעם
וואס גיסען אראפ פון זייער קאווע פאר זיי טרינקען
אוי דער גליקליכער אמאל!
אלעס קאסט היינט, מ'קען שוין גארנישט קריגן אומזינסט!
יעדער מיינט זיך און נאכאמאל זיך!
בחינם קריגט מען כינים,
די פאלגענדע קומט זיך קרעדיט פאר די ערפארענע הומאריסטישע מלמדים,
האסט נישט געכאפט, הא! דאס איז די פראבלעם, וועסט כאפן עסטו שוין פארשטיין,
מ'זאגט אים איינמאל און נאכאמאל, און מ'טאפט א וואנט,
א מעשה האט דאך יעדער ליב צוהערן, זאגט די גמרא ההוא גברא וכו',
מען גייט אריין אין מקוה און מען זאגט אאההה, און בשעת מען אאהט זיך זאגט מען נישט גענוג הייס.
יואלישmoti107Top most boring statements/questions
ביסט א חתן ווען איז די חתונה?
עוד ישמע. ישיש עליך
וויאזוי איז שלום בית
וויפיל צאלסטו פאר דיין ליעס
Wow ער קוקט דאך אויס פונקט ווי דיר
אויב ער פארלירט זיך וואלט איך אים געקענט אהיים טראגן
וויפיל פונט מצות האסטו געקויפט ?נע ס׳איז גענוג ?? פאריאר איז מיר איבערגעבליבן.....
ארבייטסט חוה״מ
נא ווי ביסטו געגאנגען חאלעמויד האלטן
גייטס אין קאנטרי ? גאנץ האלב ?וועלעכע העלפט ?דארט ווי פאריאר ?
ווי דאווענסטו די הייליגע טעג? ווער דאווענט מוסף? ער יכול'ט? ווען האט מען געענדיגט? ווער איז בעל מקרא? און ווער בלאזט? ווען שטעלט מען זיך? האסט א זיץ?
וויאזוי איז געלונגען די תקיעות? ניין? דער שטן האט זיך אריינגעמישט! גייסט אריין ערב יו״כ ? וויאזוי פאסטו? ווען האט מען געבלאזן ?ממש א מינוט נאכן זמן? האסט שוין אן אתרוג ? יאנעווער מיט א פיטום ? Wow!! ארץ ישראלי׳גער? דיין טאטע ווייסט דערפון?
מען וואלט שוין געמעגט אויפקומען מיט א נייע אתקינו סעודתא ניגון פאר מוצאי שבת,
איינער קען נאך א ניגון פאר דעם?
און דער הא הא האא האקייל פון יו״ט מיטן פעימעס בפי ישרים
דיין הויזן האסטו נישט פארגעסן אינדערהיים.
איבערייסן נאכאנדיג דעם אומשולדיג זעיר אנפין ביים זאגן זיין מיליאן מאל געחזרטע פשעטל,
וואלט זיך שוין העכסט ווארשיינדליך געמעגט ענדיגן,
אויך צו דער ב'טעמטער אינגערמאן,
איך מיין איר קענט שוין סטאפן צוגיין נאך דער בר מצווה צום בחור'ל, און אים איבערפרעגן זיין פשעטל,
בכלל דער גאנצער הומאריסטישע בר מצווה בחור'ל פייניגעריי מעג זיך שוין ענדיגן,
א טריפ וואלסטו נישט פארשפעטיגט, הא?
(חכם, ווען ס'ווען דא טריפס יעדן טאג ואלט איך אוויך פארשפעטיגט,
פארט מען איינמאל א יאר צו א טריפ קען איך נישט שלאפן א גאנצע נאכט)
איך ווארט שוין עט ליעסט איין מלמד זאל פארבליצירן דעם בוך פון תירוצים,
יעדער מלמד באזונדער בארימט זיך עקסטער אז ער "קען ווען"
פאר א נאר ווייזט מען נישט קיין האלבע ארבעט.
קיש מיך ווי די אידן האבן גערהוט.
א ליין פין דא ביז קענארסי.
והיית משוגע איז נישט קיין מצוה.
זייטס מיר מוחל אויב האט מען עס שוין דערמאנט. נישט קיין געדילד איבער ליינען אלע.
קינד: רבי ס'הייס!
רבי: די גיהינום איז סאך הייסער!
וואו איז... ?
אין זיין הויזן!
נייגעריגערוואו איז... ?
אין זיין הויזן!
אדער דערנעבן
די ברויט איז אלט!
די יודן אין לאגער וואלטען זיך מחי געווען מיט דעם! (ווייל דעמאלטס איז עס נאך געווען פריש)
מען לאזט מיר שוין נישט אנהייבן א שמועס
איך האב שוין נישט וואס צו פרעגן קיינעם ווען איך טרעף זיי
[ציטאט אראפגענומען]
קינד: רבי, מיין קאפ טוט מיר וויי.
רבי: חש בראשו יעסק בתורה