☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » אויסגעדראשענע זאצן און אקטיוויטעטן דער עולם וואקסט נישט אויס

אויסגעדראשענע זאצן און אקטיוויטעטן דער עולם וואקסט נישט אויס

320 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3311
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7

ברעט מענינג » זונטאג מערץ 31, 2013 4:15 pm

· #100702
ווען איינער וויל פארן מיט איינעם, האסט א וואגן?, אדער האסט מאשין?,

ברעט מענינג » זונטאג מערץ 31, 2013 4:17 pm

· #100704
א גראמער ביי א חתונה,
אזוי ווי עס איז שוין שפעט וועט מען אויסריפען חתן כלה אינאיינעם!

ברעט מענינג » זונטאג מערץ 31, 2013 4:19 pm

· #100706
וואס וועט זיין די וועטער אויף מארגען?
״וואס זאגען די נביאי שקר״?

ברעט מענינג » זונטאג מערץ 31, 2013 4:20 pm

· #100707
ני ווי אזוי איז געווען די יחץ?

יידל » זונטאג מערץ 31, 2013 4:25 pm

· #100710
כ'זע אז מ'הייבט שוין אן גיין חזרה...
לאמיך צולייגן מיינע געציילטע אויסגעדראשענע וויצן:
"ס'קלעבט ווי ארבעס צום וואנט"
"אויך מיר א דעה זאגער!"
"אז מ'מיינט נארט מען זיך."
"ווען די באבע העט ווען געהאט רעדער העט זי ווען געפארן".

משה געציל » זונטאג מערץ 31, 2013 4:28 pm

· #100712
און די היינטיגע אינגאטשעס טרויען זיך שוין צו צולייגן "און דער זיידע וואלט ווען געכאפט מיט איר א היטש", איך בין קלאר אז דער רבי' ז"ל וואלט ווען פארגאסן פיל טרערן ווען ער הערט אז די זיידע כאפט זיך מיט מיטן באבע'ן רח"ל.

ברעט מענינג » זונטאג מערץ 31, 2013 4:36 pm

· #100715
איך ארבעט פארין דאלער.
איך לעב פאר מיך, נישט פאר יענעם.
זיכער איז טויט.

יידל » זונטאג מערץ 31, 2013 4:38 pm

· #100717
אז דו האסט נישט וואס צו טיען טו עס איז נישט דא

מאטי » זונטאג מערץ 31, 2013 4:43 pm

· #100718
זאג דעם אמת!!!!! איך ווייס עניוועיס איך וויל נאר הערן פון דיר...

געפילטע פיש » זונטאג מערץ 31, 2013 5:03 pm

· #100727
די רעבע זי"ע פלעגט בלוטיגן אויף דעם אלע יארן.

צוריק גייט א קאזע
פאר א נער ווייזט מען נישט קיין האלבע ארבעט.

איך פארשטיי אבער נישט וואס די פראבלעם איז אז מ'וואקסט עס נישט אויס, אין יעדע שפראך איז דא פראזן וואס מ'זאגט ווען ס'קומט אריין, און די נאטור פון א פראזע איז אז מ'האלט דאס אינאיין איבערזאגן. וואס דען ווילסטו איך זאל זאגן פאר מיין קליינע ברודער טענה'ט אז די סוכה וואנט שאקעלט זיך? זאל איך עם מסביר זיין אז כ'האב נאכנישט געענדיגט און ווען ס'וועט זיין פארטיג וועט עס זיין שטארק, און ער זאל מיך פליז נישט דרייען א קאפ ווילאנג ס'פיניש? אדער קען איך עם זאגן פאר א נער ווייזט מען נישט... און נאך פאר איך ענדיג די זאץ פארשטייט ער שוין וואס איך וויל.

משה געציל » זונטאג מערץ 31, 2013 5:06 pm

· #100728
ווער זאגט אז עס באדערט איינעם? (א חוץ אז דער רבי' זי"ע פלעגט בלוטיגן אלע יארן, ס'טייטשט דער רבי זיצט און בלוטיגט און איך עס מיך א געשמאקען אייער שפייז?!)

מאטי » זונטאג מערץ 31, 2013 5:14 pm

· #100733
אינגעלע וויאזוי הייסטו? האסט געלאזט דיין צונג אינדערהיים?

זאג! ביי דיר אין דיינינג רום טוסטו דאס אויך?

אזוי שפעט קומט מען האסט מיטגעברענגט דיין קישען ?

שמעקעדיג » זונטאג מערץ 31, 2013 5:48 pm

· #100757
ווי געפילטע איז שוין מעיר, וואס ווילסטו דען פון די אידן?

מען דארף פארשטיין, די זיסע אידעלעך האבן נאך בכלל נישט אדאפטירט די נייערע סארט וויצן, און זענען נאך בכלל נישט אריין אין די LOL עפאכע, ווער רעדט נאך פון אשפג. זיי זענען נאך סטאק מיט די נאסטאלגישע ווערטלעך פון כייעממענדל, און קענען עפעס נישט ארויסקריכן דערפון.

ווילאנג זיי ווילן זיך האלטן צו די אלטע מסורה מיט אן עקשנות דקדושה, וועלן מיר ווייטער מוזן אפגעבן א דין וחשבון ווי אזוי אונזער יחץ איז געלונגען, און די בדחנים וועלן איבערזאגן ביי יעדע חתונה צום מיליאנסטן מאל די זעלבע אויסגעדראשענע שלום בית וויצן און רעדן פון די שוויגער, און דער עולם וועט מוזן לאכן אפילו אינמיטן דרימלען...

קאווע טרינקער » זונטאג מערץ 31, 2013 5:57 pm

· #100768
אוי וואלט דער בארדיטשובער געמאכט דערפון צימעס.

יואב » מיטוואך אפריל 3, 2013 1:45 am

· #100837
במקום שאין פיש איז הערינג אויך גוט,

גיי לערן דעם גוי ברטנורא,

דריטע זאך האב איך פארגעסן, ווי אייביג

דעת תורה » מיטוואך אפריל 3, 2013 3:04 am

· #100845
יואב
במקום שאין פיש איז הערינג אויך גוט,



צ״ל במקום שאין איש, איז הערינג אויך פיש

יואב » מיטוואך אפריל 3, 2013 3:06 am

· #100846
דעת תורה
יואב
במקום שאין פיש איז הערינג אויך גוט,



צ״ל במקום שאין איש, איז הערינג אויך פיש

גערעכט,
זעהט אויס כ'האב עס שוין לאנג נישט געהערט, אבי איך רעד מיר אפ!!

לעקיש בער » מיטוואך אפריל 3, 2013 4:15 am

· #100851
אלץ די זעלבע צווי דריי אובער חכמים,

מוזט נישט אלץ האבן דער לעצטער ווארט,

נייגעריגער » מיטוואך אפריל 3, 2013 4:24 am

· #100852
על כל פנים ופרצוף

דענקער » מיטוואך אפריל 3, 2013 11:25 am

· #100878
ווי קען מען יעצט פארגעסן פונ'ם "גייסט אין קאנטרי?"

גנדי » מיטוואך אפריל 3, 2013 3:04 pm

· #100944
איך מיין עס איז דא א גרויסע חילוק צווישן אלטע אידישע אוסדריקן / היימישע פראזען, און נער'ישע אויסגוועפטע וויצלעך ווי אן אויסגעקלאפטע הושענה.

דער חילוק קען מען זעהן אויפן זאגערס פרצוף, ווען ער שמייכעלט ווי א זיבעלע, און ער טראכט אז ער זאגט יעצט א גוטס און באבינס באבען אריין, אבער ער כאפט נישט אז זיין דזאוק האט א בארד לענגער פון מתושלח.

ווען מען וויל ארויסברענגן א לענגערע נקודה מיט א קורצע אלטע אויסדריק, איז נישט קיין חסרון, ווייל מען קאנצענטרירט זיך אויף די נקודה און נישט אויפן אויסדריק.

אבער ווען דער זאגער נוצט די אלטע אוסדריק ווייל ער מיינט עס איז נאך א גוטע וויץ, דאן איבעלט עס און עס קריכט פון די נאז.

ענן כבד » מיטוואך אפריל 3, 2013 5:38 pm

· #101001
נאכמאכן די סיגיטער'ס ווינטשן פון מוצאיו"ט. אדער "פארוואס זאג איך דאס אייך"

נולד מאוחר » מיטוואך אפריל 3, 2013 6:59 pm

· #101024
העיקר שכחתי?

ישמעאל » מיטוואך אפריל 3, 2013 8:01 pm

· #101038
ביים בענטשן: יהי שם חם ויפת,

ישמעאל הכהן » מיטוואך אפריל 3, 2013 8:06 pm

· #101041
סאלאם עליכם ברודער

ישמעאל » מיטוואך אפריל 3, 2013 8:12 pm

· #101043
כ'האב נישט געוויסט כ'האב א ברודער דא,
כ'האב געזעהן די לעצטער וואס האט רעאגירט אין די שמייכל פאורם איז ישמעאל הכהן,
האב איך ערשט מורא געהאט אז די גבאים האט פשוט עדאטירט מיין נאמען בכדי עס צו פאראידישען,
כ'האב געטראכט מעגליך באצייכנען זיי דאס אלס א דעגראדירנדע נאמען,
האו עווער,
עליכם השלום

זר זהב » מיטוואך אפריל 3, 2013 8:16 pm

· #101046
איך גלייך דיין חתימה, כ'געדענק דעי סטעיטמענט כאשר יצא מפי המלך. גראדע ווערט עפעס ענליך ציטירט פון מארק טוועין

זר זהב » מיטוואך אפריל 3, 2013 8:22 pm

· #101049
באלד גייט זיך די אשכול אויפרייסן.. אללה הואכבאר. לעט מי אוט אוו העיר................................

ברעט מענינג » מיטוואך אפריל 3, 2013 11:25 pm

· #101093
Sungs for suchee

געפילטע פיש » דאנערשטאג אפריל 4, 2013 2:30 pm

· #101298
אפילו די גוים עסן אויך נישט פיש און פלייש צוזאמען וועגן ס'איז א סכנה.
(געהערט לייוו אפאר טעג צוריק)

מאראנצןזאפט » דאנערשטאג אפריל 4, 2013 2:55 pm

· #101307
נאך איז א מיאוס ווארט

ענן כבד » דאנערשטאג אפריל 4, 2013 5:48 pm

· #101401
איך האב "נאך" נישט געהאט, צולייגענדיג דעם הסבר "נאך האב איך נישט געהאט" מיט א כראפע-שמייכל.

מאראנצןזאפט » דאנערשטאג אפריל 4, 2013 6:45 pm

· #101424
כ'האב מיך איינגעקויפט מפטיר יונה.
גראדע א שיינער טייל פון די אלע אויסגעדראשענע וויצן דא, האב איך נאך אין מיין לעבן נישט געהערט, און עס האט מיר געברענגט פארגעניגן.

ברעט מענינג » דאנערשטאג אפריל 4, 2013 6:52 pm

· #101429
וועלעכע טאג ספירה איז היינט?,
די ניינטע!,
די קענסט שוין נישט ציילן היינט נאכט

נולד מאוחר » דאנערשטאג אפריל 4, 2013 7:48 pm

· #101442
די רביס זענען ליידיגייערס

געפילטע פיש » דאנערשטאג אפריל 4, 2013 8:55 pm

· #101473
אפיקורס!

נולד מאוחר » דאנערשטאג אפריל 4, 2013 9:27 pm

· #101489
ברוחהשעם

איך בין עס » דאנערשטאג אפריל 4, 2013 11:42 pm

· #101527
פין מיינען קימט א עגל

ברעט מענינג » פרייטאג אפריל 5, 2013 12:26 am

· #101570
איך זעי נישט וואס דער כינוס כלל ישראל האט אויפגעטיהן מיט דיר!

מאטי » מוצ"ש אפריל 6, 2013 10:03 pm

· #101831
אויפן וועג ארויס פון מקוה א צופלאטשעטער: ס׳האט שוין געקלונגען? די צווייטע אויך?

ווער איז דער מחבר פונעם ידיד נפש ניגון נאך שלישידעס תורה? ... יאא די די די דיי....יאא די די די דיי...

מהעט דיך שמייסן נישט נאר פאר וויאזוי דו קוקסט אויס, נאר אויך פאר וויאזוי דו וואלסט געקענט זיין ..

איחוד פעלד » מוצ"ש אפריל 6, 2013 10:21 pm

· #101837
אז מען מיינט נארט מען זיך.

אונגערישע נאר, העי דאפעלט לשון, דריי זאכען מים אחרונים וואסער, גוט יום טוב, און פארדעם (דא שמייכעלט מען האלבוועגס) זאגט מען אין מונקאטש יאמטיוו, נישט גוט יאמטיוו.

יואב » זונטאג אפריל 7, 2013 4:16 am

· #101919
סיידן עס איז נישט קיין בר מצווה אדער חתונה, סערווירן ביי יעדן פארזאמלונג, דעם זויגיגן דריי שפיציגע מעניו פון, דיכטעל, קיגל, פערפעל,
און די מחמירים, מייערן צימעס אויך,

מאראנצןזאפט » זונטאג אפריל 7, 2013 11:25 am

· #101952
come one come all, to the greatest carnival of all

יואב » זונטאג אפריל 7, 2013 12:41 pm

· #101980
ווער ס'פרעגט ווי סשטייט איז אן אפיקורס,
(אזוי גאר, ווי שטייט דאס?)

smartinof » דינסטאג אפריל 9, 2013 9:45 pm

· #103079
אלטע אידן גיין און ביהכ"ס מיט א אפענע טיר,
פרעגן "איז יענער מער קאווע שטיבעל אדער מער איי וועלט"
א סימכעס טמיט [דארף בעדינען אלס א פרייליכער מעטאד, מיר פלעגט עס אריין שלעפן און ריזן דערפרעסיע]
אלעס זענען די ציונים שולדיג
אויף דעם האט דער רעבע זיכרונע ליברוכע געוויינט שובבי"ם תורה
מיינען אז ווען מען רייסט אראפ סאטמער איז מען מורדי'ג אויפגעקלערט,

smartinof » דינסטאג אפריל 9, 2013 9:48 pm

· #103082
יואב
ווער ס'פרעגט ווי סשטייט איז אן אפיקורס,
(אזוי גאר, ווי שטייט דאס?)

דער זאץ באדינט דאך אלס א "מודעה רבה לאורייתא" א תירוץ וואס דער פארפרומטער חסיד באנוצט זיך ווען מען שטעלט אים און פלאץ פאר זיין זינלאזע התנהגות, נא דארפסט אים דאך געבען א צווייטען תירוץ

קאווע טרינקער » מיטוואך אפריל 10, 2013 3:08 pm

· #103361
יואב
ווער ס'פרעגט ווי סשטייט איז אן אפיקורס,
(אזוי גאר, ווי שטייט דאס?)

די אמוראים וואס האבן געפרעגט "מנלן" זענען קראים?

איחוד פעלד » מיטוואך אפריל 10, 2013 3:25 pm

· #103373
פרומע צו ששמועסערס

פארוואס נאכען דאווענען בלייבט קיינער נישט שמועסען?

(ווייל דעמאלס שמועסט די מיט, עסהאל)

מאטי » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 1:19 am

· #103682
א גוי וואס געט דיר נישט קיין פאטש איז א פוילער

נולד מאוחר » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 1:36 am

· #103696
א תלמיד טועה האט דאס געשריבען.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7