אויסגעדראשענע זאצן און אקטיוויטעטן דער עולם וואקסט נישט אויס
320 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3311
אז כ'וועל נישט אנקומען צום זכר, עסטו טרינקן א גלעזל ביר אנשטאט מיר. (היהיהיהיהי).
אדער, יעצט טרינק איך א גלעזל ביר פארן אנדערן זיידן. (כ'האף צום וואכט נאכט וועט ער זיין).
אהא.
איך ווייס נישט צו באלאנגט דא.
זענט איר שוין אמאל געוועהן ביי א סעודת ברית למשל, און ס'נישט געוועהן אנוועזנט איין משפחה מיטגליד וואס זאל ווי פון נאטור אויס, מסדר זיין, שלעפן, ברענגן, די פלייש בעקעלע למשל מיט א האנטוך, לעפעל פאר די קיגל/פערפל וכדו'?
אורח: שכח, איר האט מיר ממש מחיה געוועהן, כ'האב זעהר הנאה געהאט.
בעל אכסניא: אז וועסט קומען נאכאמאל, וועל איך וויסן האסט הנאה געהאט. (ממש).
"דו גייסט אין קאנטרי?"
דו קומסט ארויס פון מקוה און דיין חבר פרעגט:
כ'האף האסט נישט אויסגעטרונקען דאס גאנצע וואסער, האסט מיך נאך עפעס איבערגעלאזט..
א פרעמדער רופט דיר אן טעלעפאניש, און ער דארף עפעס א טובה, הייבט ער אן העפליך:
איך וואלט געוואלט פרעגן.
ווט"פ!! דו פרעגסט דאך יעצט?! גיי גלייך צום פראגע. העכסטנס זאג: איך וויל פרעגן..
טאמבל סאסדו קומסט ארויס פון מקוה און דיין חבר פרעגט:
כ'האף האסט נישט אויסגעטרונקען דאס גאנצע וואסער, האסט מיך נאך עפעס איבערגעלאזט..
יואב האטאך ממש דאס אויסגערעכענט אין זיין פתיחה תגובה
בוא ברוך ה'.
כווייס נישט צי מאכסט חוזק אדער נישט. סגעווען א הערליכע חתונה ב״ה אן הנאה רוחניות. פלאץ אוועק
זר זהבטאמבל סאסדו קומסט ארויס פון מקוה און דיין חבר פרעגט:
כ'האף האסט נישט אויסגעטרונקען דאס גאנצע וואסער, האסט מיך נאך עפעס איבערגעלאזט..
יואב האטאך ממש דאס אויסגערעכענט אין זיין פתיחה תגובה
יואב האטאך ממש דאס מרמז געווען אינעם נאמען פונעם אשכול, עס דארף זיין אויסגעדראשן און מ'זאל עס נישט אויסוואקסן, טא קענסטו עס איבערזאגן וויפיל מאל דו ווילסט, אלס מער דו זאגסט עס איז עס מער אויסגעדראשן און מער פאסיג פאר דעם אשכול.
מזל טוב!
א בחור גייט צי צים שפילער,
וועלעכע פראוגרעמס האסטו?!
ריזוואלקע איד איינגעהילט אין א ווייסן שאהל נאך א זעלטן צופלאמטער קבלת שבת: גוט שאמבעס! שלום עליכם, איר האט וואו צו עסן?
גאסט שעמעדיג: עפעס איינער פרידמאן האט מיר גערופן, כ'וועל גיין צו אים.
חזקי שטיי לעבן מיר האב איך געהייסן (ציפ): פשששיאה! דער פרידמאן מיטן לאנגע בארד?
גאסט יאגעדיג: כ'מיין ס'איז ער.
האפשוי, האפשוי, יענקי ברענג מיר א טישאו אבער שנעל: אזוי, זעהר שיין. כ'וואלט אייך גערן גערופן, נאר כ'האב פשוט - גרויסע מיידלעך/כ'עס די וואך נישט אינדערהיים/פונקט מיין שלומי מיט זיין ווייב דא די וואך/מיין רעביצין פילט זיך נישט גוט/ כ'האב אסאך געסט/ עמערצאשעם ווען מיר מופן/ ס'פשוט נישט דא קיין פלאץ/ זאגסט מיר ווען פארדעם/ווייסטאך ס'שווער .....................
גאסט נערוועז: יא יא, עניוועי איך דארף גיין. דער פרידמאן איז שוין אהיים גלייך נאכן דאווענען.
"טראך"! חזקי שטיי דא האב איך געהייסן אז נישט כאפסטו נאך איינס: איר קענט די וועג יא ?
גאסט צוריקטרעטענדיג: מער ווייניגער. אראפ די בארג ניין?
אבראמי זיך אויף ברוך זאג כ'האב געהייסן ער זאל זאפארט אהערקומען: יא יא, איך גיי יענע וועג. שוין, עלען מיר גיין מינהאזאם.
(ווייסטאך ס'איז קיינמאל נישט געשמאק צו גיין אליינס באדערנאכט).
גאסט באזארגט: איר גייט יעצט ? פשוט איך..........
קינדער גייטס טוהט'ס ענק אן די קאוטס: יא יא, כ'קום. איין מינוט נאר.
גאסט איז עובר אויף דעם פוסעים בו פסיעה קטנה: כ'האב מורא דער פרידמאן האלט שוין ביי די פיש.
טיראראראם אויוויי יאבאבאויבויבאם: האסטעך נישט וואס צו יאגן, כ'זאג דיר צו וועסט נישט בלייבן הונגעריג. ווייסטאך וויאזוי די מעשות גייען.
ווילאנג מ'קומט, מ'גייט נעמט צייט. ווייסט דעם מעשה מיט יענעם. א איד איז אמאל...............
פון דא און ווייטער: וויאזוי הייסטו? וועלעכע ווייס? אה די רדאמסקע ווייס? חנינא האט עפעס מיט דיר? אזוי גאר? זאגסט מיר? נעוואדאי געדענק איך אים!
א זיס איד געוועזן! ביי וועמען ביזטו אן איידעם? ביסט נאך אין כולל? ער צאלט שיין? ס'דא א בית מדרש דארטן? אזוי? יא, ווייסטאך, קיינער לעקט נישט קיין האניג אויף די וועלט; יענעמס גראז איז אלץ גרינער.
פיין. גוט שאמבעס! גוט שאמבעס! יא יא דארטן ארויף, די צווייטע טיר. ניין די אנדערע. אט אזוי. גוט שאמבעס!
וואס איז נייעס?
זאג דו!
............
שאלה: וויאזוי הייסטו?
תשובה: גרינפעלד
דאס ווייס איך! איך פרעג וואס איז דיין ערשטע נאמען!
איך וואלט געקענט זיין דיין זיידע... חחח
וועמענס?
" אים האסטו געפרעגט? ער איז דיין דיין?! הע, כ'דאך געלערנט מיט אים אין ישיבה..."
(סאו וואט? - ער האט געלערנט פלייסיג און דו נישט. יא, דאס געדענקסטו פון ישיבה. i feel your pain)
א "בל" דרשן נאכדעם וואס ער'ט באוואשן די צוהערער מיט שארפע תוכחה און טוט אויס דעם עולם נאקעט זאגט: איך מיין נישט קיינעם ח"ו, איך מיין מיר אליינס! איך רעד צו מיר אליינס.
צוויי זקינים -
דאס באלאנגט אין דעם אשכול?
דער אשכול איז פאר זאצן וואס מען וואקסט נישט אויס, נישט וואס מען וואקסט אריין...
אפשר נישט?
א מענטש גיסט זיך אפ די הענט,
אין ברימט זיך אינטער, יודישע צרות!
טאטי, ווי אלט ביסטו?
דו מחוצפ'ל, מען טאר נישט פרעגן און נישט וויסן, עס איז פון די סודות הבריאה.
א אינגערמאן, א טאג נאכן חתונה, ערשטע מאל ער דאווענט אין דעם בית המדרש, א דינסטאג צופרי.
חכם הרזים: חתן?! וואו ביסטו געווען נעכטען מאנטאג ביי והוא רחום... חחחח
.
איך גיי נאך געלט פאר...
די דאווענען שפאצירער (וגם אני בתוכם) יש וואס גייען שנעלע טריט מיט א גראדע ליניע, און ביים סוף אזא פלוצימע אומאויסרעכנבארע דריי צוריק וחוזר הגלגל. ווידער איז דא די וואס גייען געלאסענע עטוואס אויסגעשפרייטע טריט זייער עיגול אויף צירוק איז יא מער אויסרעכנבאר.
די נפק״מ כאפט אזוי, ביים ערשטע טיפ שפאצירער אויב האט זיך געמאכט אז ער שפאצירט ממזרח למעריב און זיין בן גיל מדרום לצפון דאן איז בחסד אבער אויב ביידע גייען בסגנון אחד דאן איז דא ערענסטע חשש פאר א ערענסטע צוזאמשטויס!!! משא״כ ביים צווייטען טיפ קענען ביידע אויסקלייבן אייניגע ראוטס.
איך מיין ס׳איז צייט אריינצוברענגען די טונקעלע עבריהעם ליקאלנ׳ס קאלאטעריל דעמעידש באפרייטע. און געהעריג קאנטראלירן דעם טראפיק,מאכן ליניעס מיט סקענינג מאשינדלעך.
טראפיק אין ביהמ"ד
<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=16514">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=16514</a>
לאמיך דיר פארציילן א מעשה, אין קורצן, כעל נישט מאריך זיין,
כ'בין נעכטן געווען ביי א איד באזוכן, בקיצור, זאגט ער מיר אז ער איז יעצט פארנומען, אפשר קען איך קומען מארגן. בקיצור הדברים, כ'האב אים געזאגט אז ס'איז נישט שייך, איך דארף פון אים נישט מער ווי 15 מינוט. בקיצור, זאגט ער מיר, קום אריין אבער מאך עס שנעל. כעל שטייצעך יעצט נישט מאריך זיין מיט די גאנצע השתלשלות הדברים וואס כאבעם געזאגט, ווייל איך וויל עס מאכן בקיצור נמרץ, סיז נישט די צייט מאריך צו זיין, בציקער, נאכן אויסהערן 6 מינוט זאגט מיר יענער, גענוג, כ'זעה שוין וואס גייט פאר, נעקסטע וואך העלעך קעהר נעמען דערפון ווייל די וואך בינעך גאר שטארק ביזי...
בקיצור בציקער בשיכור נמרץ, הער שוין אויף! פארוואס דארפסטו יעדע זאץ אנהויבן מיטן צויבער-ווארט "בקיצור", בשעת דו ביסט מאריך מער און מער!
-__
זאג צעהן מאהל דשאפעל.
מיט וואס עסט מען זופ?
ניין, מיט א לעפעל.
חחחחחחחחחחחחחחחחח.
----
זאג צעהן מאהל זרת.
וויאזוי האט געהייסן אחשוורוש'ס ווייב?
ניין, וושתי.
חחחחחחחחחחח כפולה.
Q: וויאזוי גייט דאס?
A: ווער זאגט ס'גייט.
קינד: איך פארשטיי נישט וואס די גמרא זאגט.
מלמד: און צו שפילן פארשטייסטו יא, הא?
------
טאטע: פארוואס האסטו נישט קיין תורה?
בחור'ל: כ'האב נישט ג'האט קיין צייט צו זוכן.
טאטע: און צו שלאפן האסטו יא געהאט צייט, הא?
- - -
.
.
חצקל: א גוטן.
יואב: א בעסערן.
ביידע זענען אויסגעדראשן.
סיי דער וואנזינגער גרוסעריי בכל עת ובכל שעה, און סיי דער כמעט פראגראמירטע כיטרע אפענטפער פון "א בעסערן".
ברוך: וואס טוט זיך
בערל: גארנישט פון זיך אליין
___
ברוך: וואס מאכסטע
בערל: וואס איך עס
___
ברוך: וואס איז נייעס
בערל: ברוך השם
ברוך: דאס אלעס? אלטע נייעס
ענן כבדברוך: וואס טוט זיך
בערל: גארנישט פון זיך אליין
___
ברוך: וואס מאכסטע
בערל: וואס איך עס
___
ברוך: וואס איז נייעס
בערל: ברוך השם
ברוך: דאס אלעס? אלטע נייעס
____
ברוך: וואס טוט זיך
בערל: גארנישט פון זיך אליין
דאס לעצטע איז זיכער אויסגעדראשען, איך האב עס אקארשט ערגעץ וואו געזען..
ענן כבדברוך: וואס טוט זיך
בערל: גארנישט פון זיך אליין
___
ברוך: וואס מאכסטע
בערל: וואס איך עס
___
ברוך: וואס איז נייעס
בערל: ברוך השם
ברוך: דאס אלעס? אלטע נייעס
אלס קינדער אין די מעלות פלעגן זיי רעדן איידלער, און מיט מער רעספעקט.
שוין, זעהט זיך אויס אין ישיבה האבן זיי געהאט "שלעכעטע חברים".
ווי גייסטו?
איך גיי צוגרונד...
כקום יעצט פון דארט הי הי הי כככככככככאאא (שנארכעץ בלע״ז)
זרח: ווי ביסטו?
שמערל: נישט ביי זיך
ענן כבדזרח: ווי ביסטו?
שמערל: נישט ביי זיך
יעצט קוקן זיי שוין יא אויס נאך אלץ די זעלבע צוויי פונעם אדר מעלות.
הרב שווערע (לעבערדיגע) וואלקן, כאפט א בליק ביי פסוקים לשמות אנשים אין סידורים, וועט איר נישט דארפן זיין אראפגעבינדן צו די מעלות נעמען.
אויב איך וועל טרעפן נעמען וואס זענען מער אויסגעדראשן ווי דעם קען מען רעדן. איין מינוט
אנאנים: שלעמעליכם וויאזוי הייסטו?
שמעון: שמילאוויטש
אנאנים: אההה א אייניקעל פון די שמילאוויטש זיידע?
שמעון: מממ
אנאנים: כ'קען אים נישט אבער כ'שטעל מיך פאר אז דיין זיידע האט אויך אזוי געהייסן חחחחח (זיי עס מסביר דו טיפש)
איך טענה דעס שוין 20 יאר!!!
יעצט קימט ער זיך אן!
ידעןווען משיגע מאכט קליין וואלסטע געקענט זיצען אויף א קאצקע ציקער און נאך געקענט שאקלען מיט די פיס..
און די וואלסט געקענט אונטער לויפען אונטער מיינע פיס...
דענקעראינגעלע, וועמענ'ס טאטע ביסטו?
ווען א קינד פאלט אראפ, קום אהער לאמיך דיך אויפהייבן.
די שאלה איז נאר האלב פון די פאן. ווען דער יונגל ענטפערט, און זאגט זיין טאטנ'ס נאמען....
moti107די דאווענען שפאצירער (וגם אני בתוכם) יש וואס גייען שנעלע טריט מיט א גראדע ליניע, און ביים סוף אזא פלוצימע אומאויסרעכנבארע דריי צוריק וחוזר הגלגל. ווידער איז דא די וואס גייען געלאסענע עטוואס אויסגעשפרייטע טריט זייער עיגול אויף צירוק איז יא מער אויסרעכנבאר.
די נפק״מ כאפט אזוי, ביים ערשטע טיפ שפאצירער אויב האט זיך געמאכט אז ער שפאצירט ממזרח למעריב און זיין בן גיל מדרום לצפון דאן איז בחסד אבער אויב ביידע גייען בסגנון אחד דאן איז דא ערענסטע חשש פאר א ערענסטע צוזאמשטויס!!! משא״כ ביים צווייטען טיפ קענען ביידע אויסקלייבן אייניגע ראוטס.
איך מיין ס׳איז צייט אריינצוברענגען די טונקעלע עבריהעם ליקאלנ׳ס קאלאטעריל דעמעידש באפרייטע. און געהעריג קאנטראלירן דעם טראפיק,מאכן ליניעס מיט סקענינג מאשינדלעך.
דעי תגובה האט דער בלאט אריינגעלייגט די וואך פ' שלח תשע"ג אלס א בריוו פון פענע צום בלאט. מכאן ראי' אז די בריוון קאלום איז א אויפגעמאכטע זאך. און אויך, אז די שרייבערס פון בלאט ליינען "קאווע שטיבל". און אפשר שרייבן זיי דא אויך.
יא?