☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » אויסגעדראשענע זאצן און אקטיוויטעטן דער עולם וואקסט נישט אויס

אויסגעדראשענע זאצן און אקטיוויטעטן דער עולם וואקסט נישט אויס

320 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3311
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7

berlbalaguleh » זונטאג יוני 2, 2013 1:06 am

· #120149
[ציטאט אראפגענומען]

מעגליך. אבער דער בלאט (פונקט ווי דער איד און די צייטונג) האט א טבע, כדי אויסצופילן דעם קאלום "פון פענע צום בלאט" אז אויב ס'קומט נישט אריין עכטע פאני מעשיות, מאכט ער אליינס אויף, כדי צו מאכן דעם צייטונג מער אינטרעסאנט.

מאטי » זונטאג יוני 2, 2013 12:04 pm

· #120321
כ׳אב אים געזאגט א ללללוי מיטאנאלעף (ויש אומרים ללללוי מיטאנעף)

יואב » מאנטאג יוני 3, 2013 2:34 am

· #120668
מלמד: פארוואס ביזטו שפעט?
קינד: חיים האט מיר געהייסן ברענגן עפעס.
מלמד: און אויב ער הייסט אראפ טאנצן פונעם דאך וואלסטו אויך געפאלגט?

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 13, 2013 4:49 pm

· #124746
די סאדע ציפט? ציפ צוריק!

מאראנצןזאפט » דאנערשטאג יוני 13, 2013 5:11 pm

· #124750
כלו כל הקינצען.

אביגדור » דאנערשטאג יוני 13, 2013 7:32 pm

· #124818
.

קאווע טרינקער » פרייטאג יוני 21, 2013 7:16 pm

· #127150
פארסט ארויס???

בלייבסט דא??!!

יואב » מיטוואך יוני 26, 2013 7:51 am

· #128076
באצאלן דארף איך אויך? היהיהיהיהיהי

יואב » זונטאג יוני 30, 2013 7:47 am

· #129199
ארויסכאפן געלט פון איינעמס האנט בשעת יענער האלט אינמיטן אפציילן למשל.
די אויסגעדראשנקייט איז פילפאכיג.
איינס, איך ווייס דאך דו פלאנסט מיר דאס צוריקצוגעבן, און אז כ'פראביר נישט ארויפצוטאנצן אויף דיר פארשנעלער איך פשוט די צייט וואס דו גייסט מיר דאס צוריק דערלאנגען.
צווייטנס, קענסט מיר מסבר זיין וואס די דזשאוק איז, דו תלוש מן עץ הדעת?
סתם טאנצן אויף יענעמס געהירן? און נאך אין פארעם פון הומאר? אפגעפליקטער תנשמת לבנה.

אבזערווירער » זונטאג יוני 30, 2013 3:39 pm

· #129361
שרעקליך אויסגעדראשן. שמעריל ווי האלטעס מיטע ארעמערי ...

איך אויך » דאנערשטאג יולי 4, 2013 5:45 pm

· #130849
די מלאך וואס ברענגט א קוואדער פאר די קינדער ווען עס פאלט ארויס א ציין. (בעצם בינעך מסופק אויב עס געהערט דא אדער אינעם סיפורים וואס שטימען נישט אשכול).

עוד מישהו » מיטוואך אוגוסט 7, 2013 12:02 am

· #139191
(פאר יזכור) קינדער ארויס.

די יקנה"ז איז געלונגען??

הערשי » מיטוואך אוגוסט 7, 2013 12:10 am

· #139195
עוד מישהו
(פאר יזכור) קינדער ארויס.


ס'דא אן ענין דערין, והמי-בן יבין.

יואב » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 7:03 am

· #147658
צענטער יעגער: מעריב האט איר שוין געדאווענט?
עקס-צענטער: יא.
צענטער יעגער: זענט איר זעכער איר ווילט נישט דאווענען נאכאמאל? חחחח

בשםואין » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 7:48 am

· #147659
ווי האסטו געזאגט סליחות?

רויטע וואנצעס » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 11:29 am

· #147694
זעהסט נישט ווי די וואקסט?

גיב באבאכט זאלסט דיך נישט...

שוין ווייטער.....

איך בין נישט געמאכט פון אייזן.

ווי א יון אין די סוכה.

ער דרייוט ווי א חיה

זאג נאר, וועמנס ביסטו?

די העסט נישט וואס איך רעדט צו דיר?

מארגן נאכן קוגל.

א יאר און א מיטוואך.

וועלכע קליין ביסטו? (די קלענסטע....)

שעה אנדערהאלבן.

נא נא ענגליש רעדט מען נישט שבת (נאר אונגעריש!)

יואב » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 5:25 am

· #148805
ווינטשן פאר בחורים בליל א' דראש השנה: לשנה טובה תכתב "ותחתן". אויב דער בחור כאפט נישט, אדער איז סתם מיד צו צייגן אויפמערקזאמקייט צו וויצן, דאן מאכט מען אזא פסיק, און מ'זאגט דאס איבער שוין מיט א מער שטייפערע קוועטש אין האנט. מחמירים וועלן זעהן צו ענדיגן: עמערצאשעם נעקסטע יאר מיט א שטריימל. (נעקסט קעיס, וואו נאך איז דא א בחור).

קאווע טרינקער » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 8:25 am

· #148814
האסט א סוכה?... כאכאכאכ

יואב » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 4:42 pm

· #150053
אויסשליסליך פאר יום כיפור
צוכאפן אדער שנארן נאש פון קינדער, און נאך לאזן דאס אומשולדיג קינד צאפלן א מינוט דאס צוריקערן.
(ממש אזוי ווי די וואס כאפן ארויס א בינטל געלט פון ערוואקסענע).

נאכן תענית פונקטליך זיך אויפטוהן מיט די סוקסעסן אין סקעדזשואל, אדער פלאגענישן דורכאויס דעם טאג.
די מער קיהלע פונקטליך אראפלייגן זייער פראקטישע גאונישע אויסשטעל: 'געפאפן ביז איינס אזייגער, אנגעקומען אין שוהל צו מוסף, נאכדעם אהיימגעגאנען, און צוריק געקומען שוין אינמיטן נעילה. מ'גיבט זיך א דריי, און ס'איז קאמפליטלי אויווער'.

די מער פרומערע: 'אינדערפריה ממש געשפירט ווי כ'קען נישט שטיין אויף די פיס. קיין מקווה זיך אופצופרישן נישט געהאט, און אהן א קאווע בין איך ממש א גע'שחט'נער. הערשט ביי מוסף האב איך זיך געשפירט שוין בעסער, אבער אינמיטן מנחה האט שוין דער קאפ אנגעהויבן שיסן, און כ'האב זיך געמוזט גיין אראפלייגן. עפעס מינט צו שמעקן אביסל צו בארואיגן, אבער האט קיין סאך נישט געהאלפן'.

רויטע וואנצעס » מוצ"ש סעפטעמבער 14, 2013 9:38 pm

· #150065
יואב
'אינדערפריה ממש געשפירט ווי כ'קען נישט שטיין אויף די פיס. קיין מקווה זיך אופצופרישן נישט געהאט, און אהן א קאווע בין איך ממש א גע'שחט'נער. הערשט ביי מוסף האב איך זיך געשפירט שוין בעסער, אבער אינמיטן מנחה האט שוין דער קאפ אנגעהויבן שיסן, און כ'האב זיך געמוזט גיין אראפלייגן. עפעס מינט צו שמעקן אביסל צו בארואיגן, אבער האט קיין סאך נישט געהאלפן'.

געפילטע פיש » מוצ"ש סעפטעמבער 14, 2013 11:52 pm

· #150079
יואב, א לייק דיר די נייע חתימה.

לענינינו, גלייך ביי כל נדרי, "נו, וויאזוי פאסטו?" "מ'עסט נישט" חחחחח....
כ'בין נישט הונגעריג, איך דארף נאר מיין קאפי און איך בין אקעי.

יואב » זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 12:12 am

· #150082
צו מאל לויפט מיר אדורך א מחשבה'לע אפשר בין איך אביסל צו עקסטרעם מיטן אויסדראשענירן זאצן. כ'מיין נישט ממש א יעדן זאץ איינער האט אמאל ארויסגעצויגן אין מיין געגנווארג מוז אויסגעדראשענזירט ווערן דא. למעשה שטוין איך צו זעהן ווי ס'דרעשט זיך אויסגעדראשנקייט מיט אזא מין אויסגעדראשענעם אויסגעדראשענירונג, אז איך שפור איך בין אזוי איינגעזינקן אין די נ' שערי פשט הדרוש אז טייל זאכן איז שוין ממש בבחינת א דאפעלטער הסתרה. איך כאפ שוין אפילו נישט ס'איז אויסגעדראשן. לעניננו, דער פריענדע תגובה האב איך געשריבן "בעפאר" יום הקדוש, און ס'האט מיר געקאסט אן אומזעהבארן שמייכל דאס צו הערן פון מענטשן. איין לימוד זכות האב איך די חברה האבן געליינט קאווע שטיבל ממש א שעה צום זמן, אויב יא איז עס א דערגרייכונג, שוין גארנישט אויסגעדראשן. אויך איבער די "קאפי" האב איך געשריבן אינעם 'ר' איד זענט איר שוין גרייט צום פאסטן" אשכול, און כ'האב דאס ווינדערליך געהערט היינט פון א שיין ציבור, כאטש אנאליזן אויף די בעלי תפילות זענען ווי פארשטענדליך געוועזן די דאמאנירענדע אויסגעדראשנקייט.

מאטי » זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 12:23 am

· #150086
יואב וואס א נפק"מ צו מ'האט הנאה פונעם וויץ אליינס, צו פונעם אויסעדראשענקייט דערפון.
עט די ענד אף די געים האט סיי דו און סיי דיין פעטער ר' מאטל א שמייכל אויף די לעפצן.

אליצפן » זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 4:23 am

· #150116
''נא ווען האט דיין רבי גענדיגט נעילה? צען מינוט נאכן זמן? פשיהאא, מיין רבי האט גענדיגט פונקט ביים זמן, ממש א אפענע מופת''.

אליצפן » זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 4:24 am

· #150117
''יונגעלע שעפעלע עס נישט קיין קעיק ס'איז נאר פאר טאטעס וואס האבן געפאסט. '' (רייבט זיך די בויך, און קוועלט אז ער איז שוין א טאטע און פאסט שוין).

אבי גערעדט » זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 9:59 am

· #150152
ווער קען פארגעסן פון די וועלט בארימטע דשאוק פון מוצאי שמחת תורה:

אוי ס'געווען א טעות און די לוח... מארגן איז הערשט אלף סליחות.... כככככ...

יואב » זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 11:05 am

· #150165
מוצאי שמחת תורה דריי איך זיך שוין מער נישט צווישן די חברה. כ'מיין אלעס האט דאך א שיעור.

יואב » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 12:19 pm

· #150558
הכונו! אט אט גייען די זעלבע צוויי דריי "שלאק" וויצן--וואס אפילו בדחנים האבן דאס שוין ארויסגעווארפן פון זייערע שימל טראפענדע שוויגער וויצן ארכיוון--קורסירן לענגאויס ווירטואלע און לעבעדיגע קאווע שטיבל'עך און מעסעדזשניג גרופעס. היות ס'איז א שטארק ביזי סעזאן יעצט, זעהט זיך אנצוגרייטן א שמייכל פון פאראויס. איזהו חכם הרואה את הנולד.

שמעקעדיג » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2013 11:10 am

· #151136
עטץ מיינטס די אלע זאכן איז א דזשאוק? איך האב שוין באמת נישט קיין געדולד דערצו (אפשר זאל איך עס שרייבן אינעם אשכול פון זאכן וואס רעגן מיך אויף)

פארוואס דארף איך אפגעבן דין וחשבון פאר יעדן צווייטן טאטער אין ביהמ"ד צי אפילו אויפן גאס?

שמעקעדיג, האסט שוין ד' מינים? וואו האסטו עס געקויפט? וויפיל האסטו געצאלט דערפאר? כאטשיג א הדר אזוינס און אזעלכעס? וואס האסטו א יאנעווער אדער א מאראקא?
מאכסט א אייגענע סוכה? דיין סוכה שטייט שוין? ווען האסטו עס געמאכט? ווער האט דיר צוגעהאלפן? שלאפסט אויך אין סוכה?
ווען שטייסטו אויף חול המועד? וואו גייסטו חאלעמויעד האלטן? יענע פלאץ איז אויסגעהאלטן? זיי האבן צוגעשטעלט א סוכה? פארוואס גייסטו נישט פלעין צו די ריידס מיט די קינדער און פטור אנייסעק?
וואו גייסטו דאווענען יום טוב? פארסט אוועק צו דיין רבי'ן? וואו זאגסטו קהלת? וואו גייסטו וויינען הושענא רבה? און וואו פראווען די הקפות? האסט שוין א זאגער'ל?


קענט עטץ מיר פליז לאזן לעבן? לאזטס מיר געמאך!
איך שלאף אין סוכה נאר ווען עס איז מיר באקוועם, איך דאוון ווען און וואו איך וויל, איך גיי חול המועד וואו מיין מוד זאגט מיר (אדער וואו די רעבעצין פארלאנגט), און מישט אייך נישט אין מיינע געשעפטן.
און אויב האט איר צופיל איבריגע צייט, קענט איר גיין צוהעלפן מיין רעבעצין מיט די ערב יו"ט ארבעט. שכויעח!

יואב » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2013 1:24 pm

· #151157
אויסגעדראשן לשמה ספעציעל פאר סוכות! שואלין ודורשין לפני החג
סוכות אינדערפריה אין בית מדרש.

האלא, דו שטייסט חוץ לסוכה. גיב אבאכט. רוק דיר נאך אביסל אריין, אט אזוי. זעהסט נישט דא איז נישט דא קיין סכך? א חסידישער איד קוקט אלץ בעפאר.

נא, עה, עההע. אה. מ'שאקלט אויף דרום קודם. דרום איז דארט. ניין, די אנדערע זייט. אט אזוי. ניין, ניין, מעלה מטה. דאס ביסל ווייסטו אויך נישט? וועלעכע חדר האסטו געלערנט.

גיב אבאכט אויפן שפיץ פונעם לולב. נאה! דו זעהסט נישט ס'האקט אריין, קענסט דאס פסול מאכן אין א רגע. אך, כ'האב דאך געוויסט מ'ברויך זיי אנזאגן.

א רעגענדיגן סוכות אינדערפריה.

נו ר' משה יענקל, געשלאפן אין סוכה די נאכט?

פרעג נישט וואסי געווען. כ'בין געגאנגן שלאפן צוועלף, האט סתם געדריזלט. הערשט אום איינס דרייסיג האט זיך גענומען גיסן. איך בין געשלאפן כ'האב גארנישט געשפירט. מיין בחור איז געלאפן צו מאכן די שלאק. דריי אזייגער האב איך זיך אויפגעוועקט כ'האב געזעהן ס'רעגנט מער נישט האב איך געפענט דעם שלאק. אום פינעף האב איך זיך אויפגעוועקט אינגאנצן נאס, כ'האב פראבירט נאכדעם צוריק איינצושלאפן אינדערהיים, ס'איז אבער מער נישט געגאנגן. שוין, אפגעקומען אביסל פארן מצווה.

יא איך האב אויך נישט געלעקט קיין האניג די נאכט. געגאנגן שלאפן בין אויך שוין צוועלף, כ'האב אבער נישט געקענט איינשלאפן ווייל די חברה דארטן אויבן האבן געזינגן ביז ווייסעך וויפיל אזייגער. אזוי ס'האט אנגעהויבן רעגענען—גראדע צוואנציג נאך איינס שוין—בין איך אריינגעגאנגן שלאפן אינדערהיים. לאמיר האפן היינט נאכט וועט זיין א שיינע וועטער. שוין, עמער גיין דאווענען. מ'האט שוין געזאגט קדיש?

שכח ר' משה יאנקל און ר' מאטל פארן אפדעיט, די ציבור איז ווי אייביג אלץ נייגעריג צו הערן אלע אייערע סוקסעסן און דורכפעלער. און יעצט צו א קורצע אדווערטייזמענט.

"די שערי כפרות האבן זיך שוין טאקע געשלאסן, אבער די שערי לולבים זענען נאך ברייט אפען פאר אייך. פארשליסט אבער נישט אייער טיר מיט די געהעריגע שלאס, באנוצט זיך א גאנץ יום טוב נאר מיט א שבת שלאס".

נעקסט. היות צוליב די שטארק פארנומענע טעג זענען מיר נישט אנגעקומען אריינצושרייבן אינעם געהרטען רובריק וועלעכס געפינט זיך ממש א שפאן אוועק פונעם סאמע אלוועלטליכן אומאפהעניגן ארטעדאקסישן שופר, און סערווירט שוין דעם הענגעדיגן ציבור פאר 127 יאר כולם שווין לטובה שרייבן מיר דא אראפ די וויכטיגע שאלות.

דו האלטס די ערבות אין פריזדשדער? וויקלסט איין די לולב אין האנטוכער? דער אתרוג לאזטו אינעם פושקע? וויאזוי שאקלן די בני בית און די קינדער? אויף קאווע מאכט מען א לישב? די יהי רצון זאגט מען אנעם אתרוג? די קינדער האסטו אויך געקויפט סעטס? דו בינדסט אליין די רינגעלעך? פארוואס האסטו אזא קיישעלע? עסט ביי דיר אינדערהיים? אלע סעודות? פששששששששששששש.
-------
שמעקעדיג האקט

שמעקעדיג » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 11:35 pm

· #151463
ר' משה יענקל: ברר..... אוי, עס איז קאלט אינדרויסן, כ'בין שיער נישט פארפרוירן געווארן די נאכט אין סוכה!
ר' מאטל: יא יא, איך אויך... נישט פארגעסן, "גלאובעל ווארמינג", חחחחחחח..................

רויטע וואנצעס » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 1:47 am

· #151485
נא ווי ביסטו געגאנגען כאלהאמאעד האלטן???? שטפ"א!!!!!!!!!!!!

זייט דראשונג האט זיך אנגעהויבן דראשן, האט זיך נאך נישט געדראשט אזא דראשונג ווי די אויבן דערמאנטע דראשונג.

kliger » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 2:04 am

· #151487
סא וואס בלייבט צו רעדן ווען איך טרעף מיין חבר אין שוהל????

יואב » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 2:19 am

· #151493
שמעקעדיג
ר' משה יענקל: ברר..... אוי, עס איז קאלט אינדרויסן, כ'בין שיער נישט פארפרוירן געווארן די נאכט אין סוכה!
ר' מאטל: יא יא, איך אויך... נישט פארגעסן, "גלאובעל ווארמינג", חחחחחחח..................


ערעב משה יענקל: אוי זאגט איר גוט ר' מאטל. גלאבעל, שמאבעל. סארא שטותים זיי רעדן אלץ צוזאם. ס'איז מיר ממש א פלא ווי דער עולם גולם לויפט זיי נאך אין וואנט אריין. איז דער וועלט שוין טאקע אזוי משוגע? אוי, מיר דארפן דערויף עקסטער דאנקן אז 'והבדילנו מן התועים'.

דער שמוציגער גוי, נו, וויאזוי הייסט ער נאר דארט דער אנטיסעמיט, גיי געדענק די אלע שמות נרדפים. אה! 'גאור'. דער שייגעץ על גאור פייגערן זאל ער, זאל ער נאר שלאפן איין נאכט אין סוכה, און דערנאך לאמיר זעהן צו ער וועט ווייטער פרעדיגן זיינע שמוציגע עבודה זרות. ס'דערמאנט מיר די באקאנטע מעשה מיין טאטע--זאל האבן א ישועה בקרוב--פלעגט פארציילן יאר יערליך מוצאי כ"א כסלו מיט יענעם פריץ וואס איז געקומען אין דארף. קענסט די מעשה, יא? א קיצור די וואגן האט זיך איבערגעדרייט, און די קינדער האבן איהם באווארפן מיט אתרוגים ממש ווי די בני מחוזא אויף ר' זיירא'ן. יע, אזא מפלה אויף אלע אנטיסעמיטן.

ר' מאטל: יע, יע. יעצט סוכות איז דאך א צייט ווען די אידן ווערן באשיצט פון די גוים דורך די ענני הכבוד, זאלן די אנטעסימיטן האבן קיין שום שליטה אויף אונז. שטייט דאך אבער אז לעתיד לבא וועלן די גוים דווקא נישט קענען אויסהאלטן אין די סוכות צוליב "היץ". איז ער דאך יא גערעכט דער גוי.

משה יענקל: נישטא אזא זאך דער גוי זאל זיין גערעכט. דאס ברויך מען האלטן אין איין חזר'ן. דער גוי איז טמא, דער גוי איז איין שטיק זוהמה, דער גוי רעדט נארישקייטן. איי ס'שטייט די גוים וועלן צושטויסן די סוכה צוליב די היץ, אונז ברויכמער נישט פירן דעם אויבערשטענ'ס חשבונות.

ר' מאטל: פיין, עמער זיך גיין לייגן, מארגן איז אויך א טאג. עלען מיר גיין אויפטוהן אביסל פאר אידישקייט.

משה יענקל: איך נוץ דעם אלטן "טא טווענטי היטער" ס'איז א מחיה. די היינטיגע מיט די אלע קנעפלעך טויגט אויף כפרות. ס'האלט אין איין מאכן קונצן ביי מיר. כ'האב געהאט די ערשטע טעג ס'האט זיך מיר אויסגעלאשן ווייל די שבת זייגער איז געוועזן פארדרייט. פרעג בעסער נישט. אלץ מיינט מען די ניייע וועט זיין בעסער.

ר' מאטל: יא, איך האב זיך שוין אויסגעלערנט מ'בלייבט ביים אלטן. כ'האב פונקט געזאגט אין שטוב מ'זאל נישט קויפן מער די אלע היינטיגע מאשינען. ממש געמאכט פון פאפיר. מיין זוהן האט געקויפט איינס ביי חזקל'ן. געלט האט ער געצאלט ווי אן עושר, אבער דער הייצער וויל זיך פשוט נישט אנצונדן. די בעסטע איז נאך די אלטע פעסטע מאשינען, דאס ארבייט א מחיה. פיין, די זייגער לויפט, דער וועקער זייגער קלינגט שוין באלד.

רויטע וואנצעס » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 2:34 am

· #151498
יואב דא האסטע נאך א אויסגעדראשענעם: "איך הארגע מיך פאר געלעכטער".

יואב » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 12:50 pm

· #151535
אפשר ברויך מען מאכן א באזונדערן אשכול וואו מ'וועט קענען מיטהאלטן טעגליכע שיחתן של הני תרי צנתרי דדהבא, ערעב משה יענקל, און הרב ר' מאטל.

געפילטע פיש » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 5:28 pm

· #151610
איך האב געמיינט אז דיזע גאנצע אשכול איז מרגלא בפומיהו פון די צוויי גאלדענע אידן.

שמעקעדיג » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 3:06 pm

· #153404
ט"ו ט"ו לגזירה שוה, לרבות יו"ט האחרון.

פונקט ווי אחרון של פסח איז דא די באקאנטע אויסגעדראשענע "קניידל פארעם" דזשאוק וואס אפילו נאכן קיצלען קען מען קוים שמייכלען דערפון, אזוי איז יו"ט האחרון של סוכות אויך דא א אויסגעדראשענס וואס איך הער עס ביי אסאך משפחות. שמיני עצרת ביינאכט ווען מען עסט אינדערהיים נאך א גאנצע וואך אין די סוכה, נאך וואס דאס קינד מאכט א המוציא אויף די חלה גיט דער טאטע א געשריי: "נו, לישב"!....

אה, וואס פארשטייט דער גוי צו א גוטן קאמעדי.

מאטי » מיטוואך אקטאבער 9, 2013 10:54 pm

· #155408
ר' מאטל: יואב! גיי ברענג אריין א סעלצער.. אבער שוין! 

יואב גייט צום פרידזש.... 

ר' מאטל: נו!!!!!!!

יואב : איין מינוט איך זוך יעצט.

ר' מאטל: הוי אזא בטלן צו זיין... נו יואב, ברענג שוין אריין דער עולם (איך) איז דורשטיג!

יואב : איך טרעף נישט.. כ'מיין ס'איז נישטא.. קיין סעלצער אין פרידזש.

ר' מאטל : וואס הייסט ס'נישט דא? איך האב אליינס אריינגעלייגט פארן זמן! הו דער שלימזל.. צו וויין פארשטייט ער.. קארבענעט שמארבאנעט. אבער א פשוט פלעשל סעלצער קען ער נישט טרעפן!! שוין כ'וועל מוזן אליינס גיין.

ר' מאטל גייט צום פרידשעדער. שטופט אוועק יואב און זאגט :

איך העלל דיר ווייזן דו חאלעמאק וואס דו ביזט.. קוק דא!! רוק אוועק דעם גרויסן שיסל פאלאטשינטא, הא הא! זעהסט? כ'האב דיר געזאגט אז......... אוי וויי.. אוי וויי, ווי איז עס?  
אלטע פייגא'לע!!!! קום אהער! אבער שוין!!!!!

יואב דו קענסט שוין צוריק גיין, נו גיי שוין! ...

אלטע פייגע'לע האב איך דיר נישט געזאגט זאלסט אריינלייגען צוויי סעלצערס אין פרידזשעדער? הא?? וואסי מיט דיר? פארדעם שיקט מען דיר אין סקול ? 

אלטע פייגע: איך בין אפילו נישט דא געווען פארן זמן, כ'בין געווען ביי באבי.

ר' מאטל : אה! יא? אקעי גיי צוריק.

שוין: מנוחה ושמחה.......

געפילטע פיש » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 10:40 am

· #155510
סארי, איך קען נישט יואב אלץ אזא אותו מקום, ווילסט זעלצער? בעט שיין. דיין מאמע האט דיר נישט אויסגעלערענט צו זאגן פליז?

איך אויך » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 10:46 am

· #155512
כ'האב באמערקט דיין מליצה.

אפטעמיסט » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 11:49 pm

· #155708
די מלמדים וועלן קיינמאל נישט אויסוואקסן זייער קרענק פון טייטשן די פסוקים מיט די מאדנע ווערטער. צום ביישפיל , "מות יומת"- "געטייט זאל ער געטייט ווערן", "והנה"- "און אט", "מילדות"- "די הייבאמס", "קטורת"- " א פייעראפער". און דער ליסטע גייט אן.

טשולענט » מוצ"ש אקטאבער 19, 2013 11:33 pm

· #157543
די פרייליכסטע מינוטן יום טוב אין בעסמעדריש איז בשעה שהכוהנים עולים לדוכן.

ס'הייבט זיך אן ווען די לווים גייען וואשן די דוכענערס, איז אזוי, מ'קומט אריין אין א קליין צומער וואו די ערד שווימט אין בלאטע, צען לווים כאפן אן דעם טעפל צוזאמען ס'קוקט אויס ווי מ'זאל כאפן די ערשטע רעפטלעך ברויט נאך פסח, די כהנים ווערן נאס פון קאפ ביז פיס ווי צו מקיים זיין דעם ורחצו ידיהם "ורגליהם", גערייניגטערהייט קערט מען זיך צוריק אין סמעדריש.

יעצט הייבט זיך אן די טליתים אויסטויש, די פרישע יונגעלייטלעך באטן אן זייערע טליתים פאר די בחורים, (וואס הייסט ער איז דאך שוין א טאטע), איינער כאפט דעם שכן'ס שטריימל זיך איבערצודעקן אנשטאט דעם טלית, א צווייטער שטעלט א טישו אונטען קאפל, א מער כיטרער יונגערמאן גנב'ט זיך אריין אונטערן חבר'ס טלית נישט נכשל צו ווערן בראויה אסורה.

נאכדעם זענען דא די מכניסי אורחים, אזעלכע וואס האבן גאר אסאך פלאץ אונטער זייער טלית, זיי נעמען אריין די קליינע בחורים (ה' ירחם) און קליינע קינדער וואס די פאטער איז געלאפן הכנות נאך צוויי טאג יום טוב, בקיצור, גאר דערהויבענע מינוטן.

פון די זייט שטייט א עלטערע בחור וואס איז זיך מחזק מיט פאן, און ווי נאר יעדער איז פארשטעקט אונטערן טלית, קומט ער פארקניפן עטליכע טליתים איינס צום צווייטן בכדי שלא ינתק החבילה, און ער מאכט פליטה.

און דא קומט דער הויעך פונקט, מ'האלט נאך קדיש און דער עולם שרייט גוט מוטיג "שכויעך כהנים" בשעת די פאר יונגעלייט קניפן אויף זייערע טליתים, און די בחורים פרובירן זיך צו דערמאנען פון ווועמען מ'האט געבארגט דעם טלית, אין צוויי ווערטער: ריין עקשן.

Josh » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 2:38 am

· #159007
👍 האהאהא! יו איז דאס א פאני אשכול. איך קען נישט סטאפן לאכן. א באנדע ליצים. קיפ איט אפ, יו גייס ראק!

נעה, עס פאסט נישט פאר אזא גרויסע אינגל צו האבן א צומי. אמת דו ביזט שוין א גרויסע אינגל?

רקבשמחה » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 11:05 am

· #159035
גיפערליך איז נאר,ווען מ'שלינגט אראפ א שירעם,און ס'מאכט זיך אויף אינערווייניג...

יואב » מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 4:18 am

· #163570
פון צווישן די שטארק קארענדיגע אקטיוויטעטן וועלעכע ווערן בלויז מער אויסגעדראשען מיט די וואטסעפעריי, ציילט זיך די כמעט נישט באוויסטזיניגע געלעכטער ס'שאפט דעם היימישן עולם ווען א "גוי" (...) זינגט אן אידישע ניגון. כ'הייב נישט אן צו פארשטיין די קאמישע זייט פון אזא אקציע. מילא איינמאל, נו, פונקט גוט פאר כיתה ב' אינגלעך. נאך אלעם וואס איז דען דער קונץ? וויפיל אידן קענען זינגן "גוישע" ניגונים? שוין, א דאפעלטער הסתרה!

shem-tov » זונטאג דעצעמבער 22, 2013 11:01 am

· #169513
שבת מיטזאגן מיטן בעל תפלה. וטטטטטהר לבינו לעבדך באמת. אדער ביים ליינען. ולזזזזבח השלמים בקר שנים

קען זיין סהאט א מקור.

ברעט מענינג » מיטוואך פעברואר 12, 2014 8:01 pm

· #183367
ווער וויל דאווענען מעריב?
אקעי מיר האבן שוין 4 איך און די, די און איך.

דער (פינטעל) איד » מיטוואך פעברואר 12, 2014 8:03 pm

· #183369
ברעט מענינג
ווער וויל דאווענען מעריב?
אקעי מיר האבן שוין 4 איך און די, די און איך.

האלט מען טאקע ביי צוויי. ווייל 'די' איז נישט 'דו'



.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 12:13 am

· #183420
נא, וואס זאגן זיי, וויפיל אינטשעס?
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7