מזל טוב! 2000 לייקס
135 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3070
אלפיים לייקים קומתו,
חמש מאות רחבו,
יחיד מומחא "ביהדות",
עורך עם כל המעלות,
גם סברא,
גם דעה ישרה,
דודאיו נוטפת מור,
@אנאנים מוציא מים מבור,
עטיו מלא חידוש,
נפלאים מעשיך ב'איד'יש.
איך טראכט יעצט אז מ'דארף ווען עפענען אן אשכול "מזל רע! נאר 2000 לייקס?"
די ארבעט פון @אנאנים פארלאנגט ווען היפש אביסל מער ווי די נישטיגע אלפיים לייקס.
[ציטאט אראפגענומען]
אמן גם אתם...(אן סמייליס. בלי"נ) מטעם הכמוס...
Which one is the Rabbi , and which one is the Gabei?
.
קידוש די וואך אין אפטע נעבן די מיסט פאר א'ונזער פ'ריקן ט'ייערער ע'רליכער מ'חי'דיגער י'אמי ס'וויט ט'ויגליכער
@אפטעמיסט לאמיר אים אלע גלעטן אין די בארד פאר זיין בייסיגע הומאר, ציפעדיגע סארקאסיזם, געלונגענע גבאות'שאפט, רעפ און גראמען, פאעזיע און שמאעזיע (דער אפטער האט געלט, ניין?) נישט פארגעסן איבער זיינע מאחורי רענטס איבער ליב און לאז.
# אין אפטע ברענט א פייער צינדט עס אן אין מיין הארץ
מאכסט מיר לאכן 😂 מיינסט איך קער פאר לייקס? חאחאחאחא!
ביי די מיסט ברענט א פייערעל,
און אין שטיבל מאכט ער הייס,
און ער רופט זיך אפטע אחיעזרעל,
געלונגען, טאלאנטפול און נייס.
אפטע ווי לאוו יו, לאוו אטאקע אלערט, דיין זיסקייט פון שרייבן איז א זעלטנהייט. יעדע לייק איז וועל דעזערווט!! Wיל קיפ איט קאמינג!
(זאל איך ארויפברענגען דעם אשכול? נע, ס'פאסט נישט.)
קידוש די וואך שבת אויפ'ן לבנה נעבן די כוכבים פאר אונזער קאצק-שארפער שטערן, חכם וסופר, פלאגיאריזם קעמפער און דענקער, האירו ברקיו תבל, הכוכב הגדול בשווקים מרן
@כוכב
לרגל הגיעו לאלפיים נשיקות בעזר צור ישראל
קישקע הערינג טשולענט אפאן ריקוועסט מיט סעמי-כשר'ע קוקה קולה כסעודת אחשוורוש בשעתו. קומט אין די מאסן! 😢 א פארברעכער דער כבוד, כ'האב געוואוסט ער וועט מיר נאכלויפן.
לרגל די גרויסע שמחה, ווערט יעדער געבעטן זיך אנצופולען ביים קידוש, מיט לכה"פ 2000 קאלעריען.
מזל טוב כוכב! בליעה״ר און ביז די הונדערט און צוואנציג…
חוץ די גדולות ונצורות וואס
@כוכב טוט דא אויף און וואס אירע השפעות איז שטארק קענטיג און מערקבאר כ״י, שפיר איך פערזענליך א שטארקע הכרת הטוב פאר די קירבה און אהבה וואס ער האט מיר דא ארויס געוויזן אין די ערשטע מינוטען.
זייער ערליך פארדינט! ויהא שכרך כפול מן שמיא וכוכביא.
מזל טוב! דו ביסט א ריכטיגע שטערן דא אין שטיבעל!
קודם מיט דיין
קאמפלימענטן אשכול וואס בלאזט אריין א חיות אין א שרייבער,
מיט דיינע הערליכע פאזיע ארטיקלען וואס טון באלייכטען די קונסט פארום,
אז דו האסט געקענט דיליווערן די אראומא בלעטער זעט מען וואספארא כבוד מען גיבט אפ פאר אונזער (
לאפוקי) כוכב.
מיט דיין ציפעדיגע סענס אוו הומאר האט זיך די טיטאניק
דעטראנקען.
און אויב עס פעלט סאשי מאכט מען נישט אזעלכע
קולות..
מזל טוב @אנאנים!
ש"שה מי יודע, ש"שה מלא ידיעות,
אנאנים, קלעי חצר ק"ש שזורות,
מעשה חושב, מאמריו במחשבים,
ש"שה בשמן המור, ש"שה בבשמים,
זהר לשונו ש"שים, צחות עטיו שמחים,
רבות מחשבות של הכרה, מזל טוב באלפיים.
א מזל טוב א ווארעמע פאר האי כהן שדעתו יפה, הכהן הגדול מאחיו
ר' @ישמעאל הכהן,
לרגל הגיע לאלפים לייקס.
ישמעאל איז אן אייגנארטיגע ניק, פון מיינע ערשטע ידידים אויף ק''ש, ער איז מקיים דעם עשה הרבה און טוט צו דער זאך אן ווארטן פאר כבוד.
באזונדער היט ער אויפ'ן שטיבל זי זאל נישט ציען צופיל אויף לינקס און זאל חלילה נישט פארוואנדלט ווערן אין א פ*****, ער איז פון די ריכטיגע ברכיים אשר לא כרעו וואס וועט נישט נכשל ווערן מיט לייקן חלילה אן אויפגעקלערטן און וועט אנהאלטן דעם קול פון דעת תורה הצרופה מיט מסירת נפש. ישמעאל איז דער ניק וואס וועט נישט פארשווייגן עוולות אפילו ביי די עליטע און איז נישט נושא פנים פאר קיינעם. ער האלט זיך קליין און בלאזט נישט פון זיך אבער מיר האלטן אים גרויס, ווי סשטייט אין ספרים הקדושים מאן דאיהו זעיר איהו רב.
באזונדער באנוצט ער זיך מיט דעם עם עקש תתפתל און מיט א טראלל וועט ער צוריק טראלן געבנדיג צו שפירן פון זיין אייגענעם מעדיצין.
א שמחה בבית ר' ישמעאל איז א שמחה פאר אונז אלע און מיר וואונטשן אים, אז זיינע לייקס זאלן זיך מערן ששה בכרס אחד כפליים כיוצאי מצרים וכימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות אמן.
סוד שיח. אוי ברוך יהיה
אגב איך בין א שטיקל בעל ביקער, און א שטיצער דערפון אויך. אבער נאר פריוואט, נישט צו מפרסם זיין קאלטערהייט.
און צו אלע מעלות
"א הייסע זאלי"
Re: מזל טוב! 2000 לייקס
קימט איינער אין שרייבט אפ א שעה צייט הסבר איבער א נושא, בא ר׳ ישמעאל והעמידן על אחת אין איין שורה.....
זיינע send from שטריכן וואלטן פארלאנגט אן עקסטערע באשרייבונג.....
מזל טוב!
ר' ישמעאל איז מיינס א ידיד נאך פון סענס סטריט. אלס תלמיד חביב פון רבי'ן ז"ל איז ער בשעתו געווען שארף קעגן בייקס און שפעטער, אין די אינטערנעט עפאכע, איז עס פארוואנדעלט געווארן אין א שנאה קעגן לייקס. מיינע צייטן מיט דעם כהן גדול האבן געוואוסט בעסערע, און היינט, לצערי הרב, רעדן מיר מער נישט, עכ"פ אויף גוגל טשעט.
ישמעאל'ס פינטעלע איד פלאקערט ווי א בארביקיו און ער איז לוחם מלחמות השם קעגן די אויפגעקלערטע וואס ווילן זיך פארגלייכן צום ארגינעלער איד. זיין מצבה וועט מוזן זיין גאר הויעך ס'זאל זיין פלאץ פאר אלע פאסיגע טיטול'ן וואס פאסט פאר דעם צדיק.
אפטעמיסטמזל טוב!
ר' ישמעאל איז מיינס א ידיד נאך פון סענס סטריט. אלס תלמיד חביב פון רבי'ן ז"ל איז ער בשעתו געווען שארף קעגן בייקס און שפעטער, אין די אינטערנעט עפאכע, איז עס פארוואנדעלט געווארן אין א שנאה קעגן לייקס. מיינע צייטן מיט דעם כהן גדול האבן געוואוסט בעסערע, און היינט, לצערי הרב, רעדן מיר מער נישט, עכ"פ אויף גוגל טשעט.
ישמעאל'ס פינטעלע איד פלאקערט ווי א בארביקיו און ער איז לוחם מלחמות השם קעגן די אויפגעקלערטע וואס ווילן זיך פארגלייכן צום ארגינעלער איד. זיין מצבה וועט מוזן זיין גאר הויעך ס'זאל זיין פלאץ פאר אלע פאסיגע טיטול'ן וואס פאסט פאר דעם צדיק.
די האסט נישט קיין דשאב?
Re: מזל טוב! 2000 לייקס
קאך_לעפל אריין אין צימעס אבער שוין,לויף
סאשי פישקאך_לעפל אריין אין צימעס אבער שוין,לויף
ביטע טייל מיר נישט איין וואס צו טאן!
יישר כוח
מזל טוב פאר אונזער הערליכער שרייבער און דיכטער, וואס האט שוין אזויפיל געלייסטעט און געהאלפן אונזער שטיבל, ה"ה הרב ר' געוואלדיג שליט"א, פאר זיינע 2000 לייקס!
פון די פאעזיעס, אמונה געדאנקען, ביז די לערנען אויפפאסונגען, זיין ווארעם פילבאר הארץ און פיל מער - עס איז א נחת צו ליינען זיינע תגובות!
מזל טוב!!!
דאס איז א אמת'ער ערליכער איד אויפגעשטאנען פארטאגס כדי צו אויסלויבן א צווייטער איד, א יישר כח.
מזל טוב פאר אונזער צופליקטן חבר וואס צופליקט אונז פאר געלעכטער יעדן שעני וחמישי, ביי אים איז א גאנץ יאר אדר, אפילו תשעה באב וויינט מען פאר געלעכטער,
ה"ה
רבי @פליקער זאל זיין און בלייבן געזונט....
מיט יעדן ארטיקל פרובירט ער אונז מאכן געזונטער , אנגעהויבן פון די דייעט און פון מחאות אנטקעגן די קליינע פיצי 'שיטי' דירות ביז אונז מאכן לאכן ווי די זיבעלעך, וואס די רופאים זאגן עס העלפט שטארק פארן געזונט.
בקרוב ממש ביי די 3,000 און 4,000...... אמן!
Re: מזל טוב! 2000 לייקס
הא האלא, איך.. וואס.. ווער..,
יו שפיר איך דעלישעס,
אקעי אי"ה ביי אייך אלע פ'שמחות
Re: מזל טוב! 2000 לייקס
אוי מיין מצב איז ביטער
מזל טוב
ש קר איז הארב ביז גאר
ט אקע ווייל עס איז נישט וואר
י עדן איז אסור, מיר איז מותר, קלאר
ל יגנט זאגן א צווייטער, חלילה וחס
ע ס מאכט מיר בייז און איך האס
א בער איך בין א אנדער מעשה
י עדער דערקענט א העכערע ראסע
נ אמען געגעבן דאן
ג אר "
@שטילע אינגערמאן"
ע ס קלינגט אזוי נישט עכט
ר עדט גאנצע טעג און נעכט
מ ען דארף א שינוי השם מאכן
א פילו מיט געוואלד טוהן די זאכן
נ אמען געבן "@איך מאך יענעם לאכן"
צו דיין 2000 לייקס כ"י
Re: מזל טוב! 2000 לייקס
מ'קען שוין ברעכן טעלער
נו, אביסל שנעלער
ער איז א חתן דער שטילע
האסט נישט באמערקט אפילו
צוויי אלפים אריינגעפאקט
דעם עולם פיין אויסגעפראקט
אין מערבין שמחה בשמחה
ער ווארט אויפן תגובת האלף ווי א מומחה
לאמיר אים וואונטשן פון הארצן גערן
עס זאלן זיך אים אסאך לייקס פארמערן.
שוין וועל איך זיך אויך זיין משתדל
טון מכיר זיין מיין ראול מאדעל
יע סאך מאל לכבוד אים מוז איך אי ליגעל פארקן
לכבוד אים מוז איך אמאל ליגנט זאגן , מיין שלום בית צו שטארקן
עה סארי איך וועל דיר זאגן דעם "אמת" איך לויף שוין אויס פון געדולד
א נער ווייזט מען דאך א האלבע ארבעט ווער רעדט נאך פאר אזא גרויסע נער........ זשאסט קידינג
אלנפאלס מאזל טובבבבבבבבבבב (איך טריי נאכ צו מאכן די פרויאישע אקצענט ביים מזל טוב זאגן)
Re: מזל טוב! 2000 לייקס
דער שטילער איז בייסיג
יעצט איז דער זמן גאר פאסיג
דו ביזט ערשט קלאסיק
שרייבט גאר שיין און פלייסיג
א שמייכל האלטסטו און איין לייגן
פארן שקר טוסטו זיך נישט בייגן
משה חיימ'ס אמתע פרצוף יעדן געטוהן צייגן
מיט פרישע לייקס און תגובות זאלסטו שטייגן
אוצרות פון גאליציע לייג נאך און נאך
און לאכעדיגע סחורה א יעדע וואך
אן קיין פרעשור אן קיין שום יאך
מיט א פלאם פייער און מיט א קאך
מזל טוב שטילע אי"ה ווייטער און ווייטער ביז 15000