☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » וואס שטעלן 'מיר' צו אויף יו"ט: סוכות אראומע!

וואס שטעלן 'מיר' צו אויף יו"ט: סוכות אראומע!

87 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7314
בלאט: 1 2

כוכב » זונטאג אקטאבער 5, 2014 8:09 pm

· #227568
וואס שטעלן 'מיר' צו אויף יו"ט: סוכות אראומע!
טוט זיך טישן און בענק מיט די יו"ט פובליקאציעס ווען איינער פרובירט איבערצושטייגן דעם צווייטן און קומען ארויס מיט אויסגאבעס גרויס ווי א בוני עולם זשורנאל, שטעלט זיך די מיליאן דאלער שאלה, מתי אעשה אנוכי לביתי? וואס קענען מיר צושטעלן לכבוד יו"ט? אפשר נעמען מיר זיך צוזאם און א צען שרייבער דא נעמען זיך אונטער אן ארטיקל ויאכלו ענוים וישבעו.
איך בין זיכער יעדער האט נאך עפעס אוין בויך נאר איז נכשל געווארן אינעם לכשאפנה אשנה, יעצט אז ס'וועט זיין א רייץ און א קנאת סופרים וועט מען האבן אינטערעסע צו ענדיגן אלע אשכולות אין דער מאכונגען.

אלזא, וויל איך נאמינירן מיינע טייערע פעלאוס (וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?)

פילאזאפיע
@לעיקוואד, @נהורא נפישא, @יאיר, @פארוואס?

קאנטראווערסיע
@הוגה

ליבשאפט
@שמעקעדיג

חסידות
@ראש הישיבה (א רב א בעל עגלה האמיר שוין אין מחניים, אבער א ראש ישיבה א גבאי?), @ונבנתה העיר, @ברסלבער

פאעזיע
@רויטע וואנצעס, @אפטעמיסט

שמייכל
@יואב, @רוח קדים

מוזיק
@לאליפאפ, @סאשי פיש

היסטאריע
@אנאנים, @הערשי

מידיא
@יידל, @ישמעאל הכהן, אבי גערעדט

סיסטעם
@בר דעת, @איש עברי, @הממלוכה והממשלה, @פליקער (בתוך שאר וכו' כל הקהל הקודש...)

אנשי שם
@מאראנצןזאפט, @שטילע אינגערמאן

נטורא חרתא בעק דרעק
@טיטאניק ,@אנאנים, @איך אויך

או.טי.די
@דענקער, @יואליש, @ימי קדם, @קאווע טרינקער

בעלעד
@דולה ומשקה ,@סאו וואט

(וואו לייג איך@געפילטע פיש?)


ווערטלעך אין א זייט געלייגט, ס'איז א שיינער חלום, אבער ווען סטיוו זשאבס חלומ'ט נישט האבן מיר נישט קיין אייפאון, דע פארטי איז אן רבותי, ווער איז אין?
ובלי"נ גם אני אענה חלקי וביום תת ה' שמחה אתכם ישמח לבי גם אני ברצות ה'.
און אלע וואס כ'האב אויסגעלאזט, טאקע ענק מיין איך, ארויפשארצן די ארבל, ווארט נישט פאר קיין כבוד, נעם זיך צו דער ארבעט, א רויעך זאל גיין.

איש עברי » זונטאג אקטאבער 5, 2014 8:15 pm

· #227570
טאמער וויל איך דווקא שרייבן אויף בעלעד?

כוכב » זונטאג אקטאבער 5, 2014 8:17 pm

· #227571
בי מיי געסט, עברי, כ'על טון וואס דו הייסט, אפילו א נאוד פעינטינג אויף די מאנהעטענער גאסן אבי זאלסט עפעס שרייבן. שרייב איבער אלץ און אלעמען אבער שרייב.
און אפשר זאגסטו מיר אויס דעם אדרעס פון דיין קליין בית המדרש'ל, כ'וואלט געצאלט כל הון דעלמא צו קענען ווערן א מתפלל דארט.

מאטי » זונטאג אקטאבער 5, 2014 8:21 pm

· #227572
נאוועלטי
@כוכב

רויטע וואנצעס » זונטאג אקטאבער 5, 2014 8:34 pm

· #227574
נאך א מזל מיין אנדערע ניק איז ארויסגעפאלן פון די ליסטע, נאר האלב די ארבייט.

אפטעמיסט » זונטאג אקטאבער 5, 2014 8:42 pm

· #227578
פארשטייסט?! דער כוכב טיילט דעות פאר'ן גאנצער שטאט און ער קריכט ארויס אן גארנישט!

@כוכב איז מכובד צוצושטעלן חסיד'ישע שמייכל געטינקען אין סיסטעם באזאלצן מיט מוזיק געפרעגלט מיט ליבשאפט קאנטארווערסיאל ווי בעלעד פילאזאפיש מיט אביסל או. טי. די.

יואליש » זונטאג אקטאבער 5, 2014 8:43 pm

· #227579
סארא כיבוד האסטו מיך אנגעזאלצן אין די פיר טעג של אהבה כנגד שם הויה. ראשון לחשבון עונות זאגן די זאגערס איז ווייל מ'האט נישט קיין צייט צו זינדיגן ביזן צווייטן פייף ערב סוכות, און דו ווילסט כ'זאל זיך זעצן פארקאכן א קאשע איבער עסקי קש ותבן? כ'לויף ערב ובוקר קוקן צו דאס אתרוג האט זיך גע'געהל'ט, צו די שלאק פארקאטשעט זיך נאך ווי א טלית פון א שנה ראשונה אינגערמאן ביים שווער בצפרא דשבתא, צו דער וויין סוחר האט שוין באקומען די שיפמענט פון גליל, צו די פינעף-טעג וועטער באריכט וועט ערלויבן דעם ערשטן כזית אן א קיתון של שופכין. און דו ביסט מיך מכבד מיט וואס?

כוכב » זונטאג אקטאבער 5, 2014 8:51 pm

· #227582
דעמאלט שרייב איבער ר' יו'ט ערליך...

די אויסוואלן זענען לאוו דוקא, יעדער זאל ביטע שרייבן איבער וואס זיין הארץ באגערט

ווער עס איז אין זאל ביטע מעלדן אין אישי.

קאווע טרינקער » זונטאג אקטאבער 5, 2014 9:02 pm

· #227588
וואס מיינט "או.טי.די"?

בר דעת » זונטאג אקטאבער 5, 2014 9:09 pm

· #227590
מחוסר זמן וועל איך עס מאכן ממש בקיצור: די סיסטעם זייגט. ואידך זיל חמור

כוכב » זונטאג אקטאבער 5, 2014 9:13 pm

· #227592
דריי ניקים האבן זיך שוין איינגעשריבן, מ'קען ארויסשטעלן די ארטיקלען אויך דורכאויס חאלא-מויד. נו, ווער נאך? אין אישי פליז.

רויטע וואנצעס » זונטאג אקטאבער 5, 2014 9:26 pm

· #227593
איך האב נאך קיינמאל נישט געשריבן איבער צימעס. אלס גבאי בין איך געווארן אזוי אנגעשטעקט מיט די חולאת, אז ס'גליסט זיך מיר. בעלעדע טשיקענס, קלויזענבורגע חלשות, און אלכסנדר הערינג זענען טייל פון מיינע שרייב אינטערעסן.

כוכב » זונטאג אקטאבער 5, 2014 9:28 pm

· #227594
ראש ישיבה איז דער ערשטער ארויס צו שטעלן זיין יו'ט ארטיקל
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/7315">viewtopic.php?f=13&t=7315</a><!-- l -->

ווען איך האב צען נעמען שטעל איך ארויס א רשימה, נאך זיבן סלאטס אוועילעבל, ווער וויל זיך נאך אייינשרייבן?

מאטי » זונטאג אקטאבער 5, 2014 9:31 pm

· #227595
וואס פאר א גוט יאר איז "בעלעד"? דאכט זיך א געוויסע "טאנץ" אבער שוין לאנג נישט אין סטייל.. פארוואס רעדט מען נאך דערפון?

רויטע וואנצעס » זונטאג אקטאבער 5, 2014 9:36 pm

· #227596
ס'איז א רוסישע קללה ווי ווייט איך ווייס.

כוכב » זונטאג אקטאבער 5, 2014 9:37 pm

· #227597
פאר מער איבער בעלעד:
Black in swan פון נאטאלי פארטמאן.

טיטאניק » זונטאג אקטאבער 5, 2014 11:04 pm

· #227611
ניין זיסער שפיץ קאפ חכם כוכב
איך טראכט צי שרייבען א מאמר איבער "ומסדר את הכוכבים"
ווי איך גיי מסביר זיין אז כאטש די כוכבים שיינען פון דער ווייטענס זייער שטארק און קענען מאכען גרויסע לייטס
אבער ווען מען קימט נאנט צי זיי זעט מען אז אויסער זאמד אין שטיינער זענען זיי גארנישט מיט נישט
ווען א כוכב נעמט אריין אין קאפ א משוגעת אדער החלטה איז ער ווי א כלי חרס וואס איז בולע אבער נישט פולט
למשל "כוכב" איז מחליט אז טיטאניק האט נאר איין אגענדע אין לעבען און דאס איז "נטורי קרטא" (ווייל כוכב האט זיך איינגעשריבען אין ק"ש אין א טאג וואס טיטאניק האט געשמיסט איבער דעם נושא פון נטורי קרתא איי אייער נעכטען האט טיטאניק גערעדט איבער 20 אנדערע זאכען, אבער זיין מח איז אזוי קליין אז עס פארטראגט נישט ציפיל אינפא אויף איין מאל) אין מצב כגון דא וועט זיך דער כוכב אויפירען ווי דער בהמה לא טהורה וואס איז א שב על קיאו און כוכב וועט דאס האלטען אין איין קייען און קייען 10 מאל א טאג ביז יעדער באזעסענער דא וועט ווערען פארעקלט פון ק"ש פון די שמאל קעפיגקייט פון דעם כוכב
אדער ווען כוכב וועט באשליסען א טיטאניק איז אנאנים אדער אשכולות אויפוועקער וועט ער נישט אויפהערען צי האמערען אין קאפ אריין 100 מאל אין א צי מיט א זיכערקייט
און אט דאס פאראיבלט ניקס צי שרייבען אויף דעם געוועזנע שיינע סייט ק"ש
ווען א ניק קימט זיך אן און באקרוינט זיך אלץ חכם הדורות און האקט אין קאפ מיט איבערגעקייטע ברעכעטץ
כוכב ביסט זייער קיוט אבער אלעס האט א שיעור
סתם פאר די שטיק, יעצט געווען יום כיפור און אסאך ניקס דא טראגען א שווער הארץ אויף דיר
דין ניק כדין אנוש עס איז נישט דא קיין שום היתר צי מאכען די סארט ווערטלעך

טיטאניק » זונטאג אקטאבער 5, 2014 11:10 pm

· #227613
נישט צים גלייבען
ככלב שב על קיאו
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/227043">viewtopic.php?f=4&t=5354&p=227043&hilit=%D7%98%D7%99%D7%98%D7%90%D7%A0%D7%99%D7%A7#p227043</a><!-- l -->
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/227043">viewtopic.php?f=4&t=5354&p=227043&hilit=%D7%98%D7%99%D7%98%D7%90%D7%A0%D7%99%D7%A7#p227043</a><!-- l -->

מאטי » זונטאג אקטאבער 5, 2014 11:25 pm

· #227616
טיטאניק טייערע
לאז דיך אפ פון די כוכביהם ודומיהן

זיי גייען זיך נישט טוישן, נאר בלייבט נאר
פון די אלע נעגעטיוויטי וועסטו גארנישט האבן ביז דאס גוטע יאר

נעם דיך שרייבן פאזעטיווע סחורה,
אפאר קנאקעדיגע ארטיקלן אין מאחורי

אז דער עולם זאל שפרינגן.

כוכב » זונטאג אקטאבער 5, 2014 11:29 pm

· #227619
😂 כ'האב געמאכט א ווערטל און חלילה נישט געמיינט צו טשעפען. דו ביזט צוקער זיס, און אדרבה שרייב איבער סיי וואס, קענסט אפילו שרייבן אין מאחורי 😉.
אגב, מיט'ן גרעסטן רעספעקט, מעגסט זיך אויסלערנען נעמען אביסל ביקורת אדער סתם א גלייךווערטל, יואליש און קאווע טרינקער האבן זיך נישט באליידיגט, און אפילו נישט הוגה 😉.
ווער נאך ס'האט א שווער הארץ אויף מיר זאל זיך ביטע שטעלן אין דער רייע.

בענדזשאמין פרענקלין » מאנטאג אקטאבער 6, 2014 1:55 am

· #227636
קאווע טרינקער
וואס מיינט "או.טי.די"?

טרעף עס ערגעץ אין דעם ליסט.
OTD Of the Day
OTD Out The Door
OTD Office of Technology Development
OTD On the Door
OTD Doctor of Occupational Therapy
OTD On Time Delivery
OTD Overseas Trained Doctor
OTD Observed Time Difference
OTD Optical Transient Detector
OTD Order-To-Delivery
OTD Occupational Therapy Doctorate
OTD Open Technology Development
OTD Open the Door (social networking website)
OTD Office of The Director
OTD Office of Tourism Development (Maryland)
OTD Older Than Dirt
OTD On the Double
OTD Orthogonal Transmit Diversity
OTD Ornithine Transcarbamylase Deficiency
OTD Operational Test Director
OTD Object Type Definition (Java)
OTD Old Telephone Directories (pulp and paper industry)
OTD Open Technical Dictionary (Electronic Commerce Code Management Association)
OTD Oakland Touchdown (bridge building project; California)
OTD Off Topic Discussion (forums/newsgroups)
OTD On the Dot
OTD Ottawa Therapy Dogs (Canada)
OTD Obsessive Twilight Disorder
OTD Oculotrichodysplasia
OTD Old Tablers Deutschland (Germany)
OTD One Touch Down (automotive power window function)
OTD Obsessive Twitter Disorder
OTD Organ Tolerance Dose
OTD Official Test Day (pregnancy)
OTD Ours To Destroy (band)
OTD Off the Derech
OTD Oh, The Drama
OTD Operations & Training Division
OTD Operator Trunk Dialing (telecommunications)
OTD Orally Transmitted Diseases
OTD One Time Developed
OTD On-Time Departure (airlines)
OTD Operations Training Directorate
OTD Organizational Theory and Dynamics
OTD Offer to Dedicate (California)
OTD Off the Dock Toons (comic strip series)

שבת אחים » מאנטאג אקטאבער 6, 2014 3:45 am

· #227639
לויט דיר איז א יעדע איד א ״ OTD ״

אדער איז ער א OTD Off the Derech
אדער איז ער א OTD ON the Derech

😲 😢 😉 😕

איש עברי » מאנטאג אקטאבער 6, 2014 6:41 am

· #227646
נעניתי לבקשת הכוכב, איך האב שוין אנגעגרייט א שיין שטיקל אויף יום טוב, (הינט: נישט וועגן בעלעד און נישט וועגן סיסטעם)
וממני ילמדו וכן יעשו.
הק' איש עברי
חופק"ק קאווע שטיבל

כוכב » מאנטאג אקטאבער 6, 2014 6:47 am

· #227648
פיינע פריקן נייעס (קרעדיט :ראפי דע קינג), פינף ניקים האבן זיך שוין איינגעשריבן, נאך פינף סלאטס אוועילעבל,ס'איז א קריטיש וויכטיגע רעפערענדאם, מיר בעטן אלע חשובע תושבים זאלן שטימען יעס

כוכב » מאנטאג אקטאבער 6, 2014 6:54 am

· #227649
וויכטיגע נאטיץ : עס ווערט דרינגענד געזוכט א פאסיגע נאמען אלס theme פאר די יו'ט ארטיקלען, פארשלאגן זענען וועלקאמד, עס וועלן פארקומען וואלן צווישן אלע פארשלאגן, נאר ווער עס אפפערט אן ארטיקל האט א זכות צו שטימען.

עני סאזשעשטנס?

כוכב » מאנטאג אקטאבער 6, 2014 7:57 am

· #227650
טיק, טיק, דע קלאק איז טיקינג, סיידן איר גייט צו די אונטערן פלעי, שרייבט אייך איין, קען יו ביליוו איט 6 חברה זענען שוין איינגעשריבן. גאשששששש!!!

כוכב » מאנטאג אקטאבער 6, 2014 8:02 am

· #227652
די ערשטע פארשלאגע פאר א theme איז אריינגעקומען:
''אראמע''


אההה, דעלישעס, כ'מיין ס'איז אן אייזערנע נאמען. נאך אפציעס?

קאווע טרינקער » מאנטאג אקטאבער 6, 2014 8:13 am

· #227654
כוכב
וויכטיגע נאטיץ : עס ווערט דרינגענד געזוכט א פאסיגע נאמען אלס theme פאר די יו'ט ארטיקלען, פארשלאגן זענען וועלקאמד, עס וועלן פארקומען וואלן צווישן אלע פארשלאגן, נאר ווער עס אפפערט אן ארטיקל האט א זכות צו שטימען.

עני סאזשעשטנס?

קאווע שפיזן

שוין, יעצט וועל איך שוין מוזן אפפערן אן ארטיקל.

כוכב » מאנטאג אקטאבער 6, 2014 8:15 am

· #227655
מיינסט צו זאגן קאווע שפיזן, אדער קאווע אושפיזין?

איש עברי » מאנטאג אקטאבער 6, 2014 8:17 am

· #227656
אראומא.
אין האפענטליך זאל עס ארויסקומען מאגאזין פארמאט בעזרת די רעדאקטאר @פישל'ע הערינג

כוכב » מאנטאג אקטאבער 6, 2014 8:27 am

· #227658
נישט מעגליך פישלע האט נישט קיין צייט.
תפסת מועט תפסת, מיין עיקר כוונה איז ס'זאל זיין א רייץ פאר פרישע ארטיקלען, כ'וויל נישט נעמען צו גרויסע טריט, דעריבער, ס'מוז נישט זיין גרייט אויף פאר יו"ט מ'קען ארויסשטעלן ארטיקלען אויך דורכאויס חול המועד.

קאווע טרינקער » מאנטאג אקטאבער 6, 2014 8:30 am

· #227659
כוכב
מיינסט צו זאגן קאווע שפיזן, אדער קאווע אושפיזין?

פאראכטן.
שפיזן טאקע ע"ש אושפיזין

כוכב » מאנטאג אקטאבער 6, 2014 8:58 am

· #227660
קאונט דאון:

7


איך זאג אייך רבותם, מסלתה ומשמנה, ס'קומט סחורה.

כוכב » מאנטאג אקטאבער 6, 2014 9:19 am

· #227661
8

כוכב » מאנטאג אקטאבער 6, 2014 11:25 am

· #227678

10

בר דעת » מאנטאג אקטאבער 6, 2014 11:27 am

· #227679
ובעזר ה' אענה אף אני חלקי

יואב » מאנטאג אקטאבער 6, 2014 11:28 am

· #227680
בר דעת
ובעזר ה' אענה אף אני חלקי

גם אני בחלומי

כוכב » מאנטאג אקטאבער 6, 2014 11:33 am

· #227681
11

נהורא נפישא » מאנטאג אקטאבער 6, 2014 11:47 am

· #227685
אפשר על דרך צחות קען די שלאגווארט אונטער דעם פראיעקט זיין wake up and smell the coffee

כוכב » מאנטאג אקטאבער 6, 2014 11:51 am

· #227686
מיר האבן א באמבע סטעף:
די פאלגנדע ניקים זענען לעת עתה איינגעשריבן אין
"אראומע"
קאווע שטיבל ארטיקלען לכבוד יו"ט

@איש עברי
@בר דעת
@אפטעמיסט
@רויטע וואנצעס
@פישל'ע העררינג
@כוכב (לכאורה איבער סעקיזם און חז"ל, אדער עפעס אנדערש, באשעפער וועט נישט פארלאזן)
@יואב (שמייכל)
@אנאנים
@מאראנצןזאפט (אנשי שם)
@ברסלבער
@קאווע טרינקער

ס'איז נאך דא אפענינגס:
מי ראה אלו יוצאים ולא יוצא

איך אויך » מאנטאג אקטאבער 6, 2014 12:02 pm

· #227689
זעה נאר אז די אינטערנאציאנאלע אראומע קאווע שטיבל פירמע זאל דיר נישט סוען... אדער אפשר איז בעסער אז יא?

---------------------

כ'מיין אז איך שרייב גענוג און נאך אויף אנדערע נושאים והנני מצטרף לטיטאניק אז עס קומט זיך מיר נישט צו ווערן אינדעציפירט מיט אפאר נארישע תגובות פון נטורי חארטא. אבער געווענליך שרייבט מען נישט מיין ניקל בחדא מחתא מיט די גדולי וחשובי ק''ש אזוי אז איך פריי זיך אז איך ווער כאטש דערמאנט.

כוכב » מאנטאג אקטאבער 6, 2014 12:14 pm

· #227694
איך האב גארנישט וואס צו טון מיט זיי. ווען די ארטיקלען זענען גרייט, "אנגעהויבן פון מארגן" ביטע מיך מודיע זיין און זיי וועלן קריגן א נומער וואס מ'וועט צולייגן צום קעפל: (אראומע 1#).
מיין עיקר כונה איז געווען צו מאכן א רייץ. יעדער קען ארויסשטעלן זיין ארטיקל ווען ער וויל אנגעהויבן פון מארגן ביז דעם לעצטן טאג חול המועד. ביטע מודיע זיין פון פריער אזוי צו קריגן דעם נומער. געוויס וועלן די ארטיקלען אויך געמאלדן ווערן אין דעם אשכול.
מסכים?

כוכב » מאנטאג אקטאבער 6, 2014 12:16 pm

· #227695
יעצט קומט אריין די נייעס אז חברינו @מאטי גייט אויך בלי נדר אויב השם וועט שענקען צייט כוח און געדולד אנטיילנעמען מיט אן ארטיקל איבער מתנחלים און ישובים

wow איי קענט וועיט

12

געפילטע פיש » מאנטאג אקטאבער 6, 2014 1:07 pm

· #227707
קאווע טרינקער
כוכב
וויכטיגע נאטיץ : עס ווערט דרינגענד געזוכט א פאסיגע נאמען אלס theme פאר די יו'ט ארטיקלען, פארשלאגן זענען וועלקאמד, עס וועלן פארקומען וואלן צווישן אלע פארשלאגן, נאר ווער עס אפפערט אן ארטיקל האט א זכות צו שטימען.

עני סאזשעשטנס?

קאווע שפיזן

שוין, יעצט וועל איך שוין מוזן אפפערן אן ארטיקל.

!It’s Sikkos out there and getting sicker

כוכב » מאנטאג אקטאבער 6, 2014 1:28 pm

· #227710
אחד העם האט זיך צוגעשטעלט

13

פישלע העררינג » מאנטאג אקטאבער 6, 2014 2:11 pm

· #227717
פארוואס נאר פון מארגן? יעצט קען איך דרוקן "שיק". מארגן האב איך ארבעט אגאנצע טאג.

כוכב » מאנטאג אקטאבער 6, 2014 2:17 pm

· #227718
אקעי שטעל ארויס אין שרייב אויפן קעפל (אראומע 1#)

כוכב » מאנטאג אקטאבער 6, 2014 2:23 pm

· #227721
סאיז אריינגעקומען א פארלאנג צו דער אראומע רעדאקציע אז מ'זאל איינלאדענען דעם בארימטן שריפטשטעלער @ממרום שלח אש.

כוכב » מאנטאג אקטאבער 6, 2014 2:36 pm

· #227725
ברעיקינג:
אראומע 1# על שלא ברחו בתורה
פון: פישל'ע העררינג

פישלע העררינג » מאנטאג אקטאבער 6, 2014 2:37 pm

· #227726
איך האב געלייגט מיין קרבן עני דא:

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/227723">viewtopic.php?p=227723#p227723</a><!-- l -->

די אנדערע שרייבערס וועלן קוקן און זעהן וויפיהל "וויו'ס" עס האט לעומת וויפיהל לייקס עס ציהט אן, און אזוי מחליט זיין אויב עס לוינט זיך צו אינוועסטן צייט צו שרייבן. קיינער דארף נישט א לייק, עס איז אבער נאטורלעך צו וועלן וויסן אויב מען איז צופרידן געוועהן.
בלאט: 1 2