☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » קאמפלימענטן וכו' וגו' ודוק וק''ל וד''ל

קאמפלימענטן וכו' וגו' ודוק וק''ל וד''ל

68 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6140
בלאט: 1 2

כוכב » מוצ"ש מערץ 22, 2014 11:35 pm

· #191881
קאמפלימענטן וכו' וגו' ודוק וק''ל וד''ל
אן אשכול וואו מגייט גיסן קאמפלימענטן לרצחה.
צומאל מערקט מען א ניק וועמען ס'קומט זיך א גלעט אין די בארד (קרעדיט: אפטע) זאל זיין אן אדרעס ווי.
לעצטענס דרייט זיך דא א @שטילע אינגערמאן מיט א ציפעדיגע סענס אוו יומער, כמעט יעדע תגובה זיינע קאסט מיר א אשפג
שטילע וואסער גראבען טיף, די גיי נאר אן פול פארס.

מאראנצןזאפט » זונטאג מערץ 23, 2014 12:46 am

· #191894
א קאמפלימענט פאר @כוכב פאר'ן גרינדן דעם פאסיגן אשכול.
א קאמפלימענט פאר @ביבער פאר'ן מקיים זיין דעם לא תגורו מפני איש.
א קאמפלימענט פאר @שאולי פאר'ן נישט באגראבן זיין האר אויפשטעלנדע לעבנס געשיכטע אונטער א ים פון פיין און אנגסט, נאר דאס ארויפברענגען צום אויבערפלאך שילמדו תועים בינה .

דריידל » זונטאג מערץ 23, 2014 1:22 am

· #191904
קאמפלימענט פאר @כוכב פאר עפענען די אשכול
קאמפלימענט פאר@מאראנצןזאפט פאר קאמפלימענטן כוכב

כוכב » זונטאג מערץ 23, 2014 1:28 am

· #191907
א קאמפלעמענט פאר דריידל פארן קאמפלעמענטן מאראנץ פארן קאמפלימעננטן כוכב.
חחחחח אויס דעיס א גוטס.

רויטע וואנצעס » זונטאג מערץ 23, 2014 1:30 am

· #191908
ער טוט וואס א דריידל דארף צו טוען.

שמעקעדיג » זונטאג מערץ 23, 2014 1:34 am

· #191910
כוכב
אן אשכול וואו מגייט גיסן קאמפלימענטן לרצחה.

וואס מיינט קאמפלימענטן לרצחה? רחמנא ליצלן

כוכב » זונטאג מערץ 23, 2014 1:36 am

· #191912
צל לרחצה וקל ודל ודוק.

שמעקעדיג » זונטאג מערץ 23, 2014 2:14 am

· #191925
איך וויל דא אויסדרוקן מיין קאמפלימענט און לאוו אטאקע צו אונזער זקן החבורה, בערל באלעגאלע. יעדע תגובה'לע זיינע באשטייט פון שיינע עפיזאדן און זיסע אנעקדאטן, ווערטלעך מיט מליצה'לעך, מיט אן אמת'ן טעם זקנים, אפילו ווען ער בייזערט זיך קאסט עס א שמייכל, און ווער רעדט נאך פון די סמייליס וואס זענען כתרי ריעין דלא מתפרשין, ווען איך זעה א סמיילי אין א צווייטנס תגובה שרייעט זיך מיר ארויס פון מויל מיט פאטאס: "סמיילי סמיילי ווי איז דיין בערל"? 🙄 🙂 😛

שטילע אינגערמאן » זונטאג מערץ 23, 2014 2:18 am

· #191926
כוכב
לעצטענס דרייט זיך דא א @שטילע אינגערמאן מיט א ציפעדיגע סענס אוו יומער, כמעט יעדע תגובה זיינע קאסט מיר א אשפג
שטילע וואסער גראבען טיף, די גיי נאר אן פול פארס.

כ'האב טרערן אין די אויגן פאר שמחה.
ווער האט אמאל געגלייבט אזא שטילע ווי @שטילע אינגערמאן וועט אמאל מאכן מענטשען שמייכלען?
כ'ווייס נישט וועם צו דאנקען אבער א דאנק קאווע שטיבעל אין אלע חשובע ניק'ס בין איך געווארן אסאך ווייניגער שעמעדיג,
כ'האב אנגעהויבען מיט לייגן א תגובה איין מאל א וואך מיט ציטערדיגע הענט אין נאך א שטיק צייט שוין איינמאל א טאג, אין היינט נישט מער געדאכט שרייב איך ווואס איך וויל.
לאמער האפן אז דאס וועט האבן א השפה אויף מיין ריעל לייף, אין אפשר איין טאג וועל איך זיך ערלויבען צו ענטפערן אמן הויך אויפן בעל תפילות ברכות,
שקויח @כוכב אויפן קאמפלימענט. מיין וואך האט זיך שוין אנגעהויבען מיט די רעכטע פיס.

טיטאניק » זונטאג מערץ 23, 2014 2:35 am

· #191928
עס האט זיך גענדיגט מיטען רעכטען פיס
די וואך הייבט זיך אן מארגען צוועלעף אזייגער שחרית מנין

דריידל » זונטאג מערץ 23, 2014 3:12 am

· #191930
שמעקעדיג
איך וויל דא אויסדרוקן מיין קאמפלימענט און לאוו אטאקע צו אונזער זקן החבורה, בערל באלעגאלע. יעדע תגובה'לע זיינע באשטייט פון שיינע עפיזאדן און זיסע אנעקדאטן, ווערטלעך מיט מליצה'לעך, מיט אן אמת'ן טעם זקנים, אפילו ווען ער בייזערט זיך קאסט עס א שמייכל, און ווער רעדט נאך פון די סמייליס וואס זענען כתרי ריעין דלא מתפרשין, ווען איך זעה א סמיילי אין א צווייטנס תגובה שרייעט זיך מיר אויס פון מויל מיט פאטאס: "סמיילי סמיילי ווי איז דיין בערל"? 🙄 🙂 😛


איך ווינדער מיך שוין לאנג פארוואס בערלבעלעגלה לייגט נישט די סמייליס אין זיין חתומה אזוי וועט ער דאס נישט דארפן אריינקלאפן ביי יעדע תגובה באזינדער.

berlbalaguleh » זונטאג מערץ 23, 2014 6:08 pm

· #192077
דריידל
שמעקעדיג
איך וויל דא אויסדרוקן מיין קאמפלימענט און לאוו אטאקע צו אונזער זקן החבורה, בערל באלעגאלע. יעדע תגובה'לע זיינע באשטייט פון שיינע עפיזאדן און זיסע אנעקדאטן, ווערטלעך מיט מליצה'לעך, מיט אן אמת'ן טעם זקנים, אפילו ווען ער בייזערט זיך קאסט עס א שמייכל, און ווער רעדט נאך פון די סמייליס וואס זענען כתרי ריעין דלא מתפרשין, ווען איך זעה א סמיילי אין א צווייטנס תגובה שרייעט זיך מיר אויס פון מויל מיט פאטאס: "סמיילי סמיילי ווי איז דיין בערל"? 🙄 🙂 😛


איך ווינדער מיך שוין לאנג פארוואס בערלבעלעגלה לייגט נישט די סמייליס אין זיין חתומה אזוי וועט ער דאס נישט דארפן אריינקלאפן ביי יעדע תגובה באזינדער.

ווייל ר'איז א פארצייטישער יוד און א יעדע טעכנישע זאך איז איהם קשה כקריעת ים סוף. 😕 😎 😂 🙄 😠 😛 😳 😢 😮

כוכב » זונטאג מערץ 23, 2014 9:12 pm

· #192163
און די קאמפלימענט פונעם טאג גייט פאר: @לאליפאפ.
און א אומעטיגע טאג וואס @שמעקעדיג האט שוין ווייטער געהאט צו וויינען אויף צרות ישראל און @עפל סדר און @בעלזער חסיד האבן זיך געקלאפט אין פלייצע איינער די אנדערע און אלעס אנדערש איז געפאפן, האט לאליפאפ געעפענט א זיסע אשכול איבער פאראדיס.
צום ערשט ווען ער האט אנגעהויבן רעדן פון אידישע סינגלס בין איך געווארען אווערלי עקסייטעד, כאמעך אבער באלד בארואיגט.

לאליפאפ » זונטאג מערץ 23, 2014 9:22 pm

· #192172
כוכב
און די קאמפלימענט פונעם טאג גייט פאר: @לאליפאפ.
און א אומעטיגע טאג וואס @שמעקעדיג האט שוין ווייטער געהאט צו וויינען אויף צרות ישראל און @עפל סדר און @בעלזער חסיד האבן זיך געקלאפט אין פלייצע איינער די אנדערע און אלעס אנדערש איז געפאפן, האט לאליפאפ געעפענט א זיסע אשכול איבער פאראדיס.
צום ערשט ווען ער האט אנגעהויבן רעדן פון אידישע סינגלס בין איך געווארען אווערלי עקסייטעד, כאמעך אבער באלד בארואיגט.

עלאעל!! האסט נישט באמערקט אז ס'איז אין מוזיק נישט אין מאחורי?

רויטע וואנצעס » מאנטאג מערץ 24, 2014 11:19 pm

· #192534
כוכב
ווען ער האט אנגעהויבן רעדן פון אידישע סינגלס בין איך געווארען אווערלי עקסייטעד.


😂 😂 😂

כוכב » דינסטאג מערץ 25, 2014 12:01 am

· #192537
און די קאמפלימענט פונעם טאג גייט געוויס פאר @אנאנים וועלכער האט אהערגעשטעלט אן עבודה תמה ונשגבה מיט'ן צייגן ווי ווייט די וואס פרעדיגן צאי לך בעקבי הצאן זענען פארקראכן און טוען אלס מער אפנויגן פון די פשוט'ע מענטשליכע סאציאלע באציאונגען פון אבותינו ורבותינו עלי דרך לא דרך שלא שערום.
א ישר כוחם.

טעפל » דינסטאג מערץ 25, 2014 12:14 pm

· #192595
און פאר @כוכב'ן אן עקסטערע קאמפלימענט פאר'ן אינזין האבען דעם עולם דא..

כוכב » דינסטאג מערץ 25, 2014 7:53 pm

· #192717
די שטים בודקעס זענען נאך אפן, ווער האט אן איבערזיכט, וואס זאגט דער עולם, וועמען דארף מען היינט קאמפלעמענטירן?

כוכב » דינסטאג מערץ 25, 2014 8:21 pm

· #192727
און די קאמפלעמענט פון די טאג גייט פאר @שמעקעדיג וועלכער האט מיט זיין נשיאת חן דערגרייכט זיבן טויזנט לייקס.
יעדע פון די לייקס פארציילט אונטער זיך א געשיכטע פון א חבר וואס האט אויסגעדרוקט הכרת הטוב פאר א גוט ווארט אן עצה טובה, א פשרה אינמיטן א היציגן ויכוח, אדער סתם א דאנק פארן ארויפברענגען א שמייכל אויף די לעפצן.

berlbalaguleh » דינסטאג מערץ 25, 2014 9:49 pm

· #192748
כוכב
און די קאמפלעמענט פון די טאג גייט פאר @שמעקעדיג וועלכער האט מיט זיין נשיאת חן דערגרייכט זיבן טויזנט לייקס.
יעדע פון די לייקס פארציילט אונטער זיך א געשיכטע פון א חבר וואס האט אויסגעדרוקט הכרת הטוב פאר א גוט ווארט אן עצה טובה, א פשרה אינמיטן א היציגן ויכוח, אדער סתם א דאנק פארן ארויפברענגען א שמייכל אויף די לעפצן.

טוה א טובה און זיי נישט מפריז בשבחו פון אינזער באליבטן הרב שמעקעדיג. ווייל ער זיצט דא. (קוק.) (שרעק דיך נישט שמעקי. מיין קעמרע ארבעט נישט ביז דיין דירה. ס'נאר א ווערטל.). און זיין פנים איז רויט פאר בושה. ער פילט אזוי ווי א איד וועלכער שטייט ביי א ישיבה דינער און איז גרייט איבערצונעמען א "פלעק" פון די הנהלת הישיבה. מיט'ן נארישן (אנטשולדיגט) שמייכל אויפ'ן פנים. ער הערט אויס דעם גאנצן "שבחין אסדר" און בלינקט נישט מיט א אויג. אפילו ווען דער טשערמאן שרייט אויס הויעך, אז א חוץ פון זיין א גרויסער בעל צדקה וחסד און ת"ח, פארשטייצעך. און עניו. (און וואס נישט?) איז ער נאך א הצנע לכת. (אליין געהערט ביי א מלוה מלכה.) און ר'רירט נישט מיט קיין אבר. ס'איז ממש צו באוואונדערן. אבער דאך. וויפיל קען דען א מענטש אויסהאלטן?! 🙄 😂 😛 😳 😳 😳 😳 😳 😳 😳 😳 😮

שמעקעדיג » דינסטאג מערץ 25, 2014 10:03 pm

· #192754
ר' בערל, איין בילד רעדט מער פון טויזענט ווערטער, דיין גאנצע לאנגע תגובה קען מען דיסקרייבן מיט איין סמיילי: 😳

berlbalaguleh » מיטוואך מערץ 26, 2014 1:22 am

· #192791
שמעקעדיג
ר' בערל, איין בילד רעדט מער פון טויזענט ווערטער, דיין גאנצע לאנגע תגובה קען מען דיסקרייבן מיט איין סמיילי: 😳

מהאי טעמא האמיר טאקע געלייגט פון די "פארשעמט" סמייליס בשפע. דו זאלסט כאטש זיין א מיליאנער.... 😂 אבער מ'מוז דאך אביסל ארויסברענגען דעם דבר ה' ביים דינער לטובת מוסדותינו הק'... 😃 🙂 😉 🙄 😂 😮 :קלאט

טעפל » מיטוואך מערץ 26, 2014 10:22 am

· #192834
@כוכב אפשר היינט פאר'ן בעלעגלה????

כוכב » דאנערשטאג מערץ 27, 2014 8:05 am

· #192996
און די קאמפלעמענט פון די נעכטיגע טאג גייט פאר @מצטמק ויפה פאר'ן ארויפברענגען די ברענעדיגע פראגע: וויאזוי לעבן די כולל יונגעלייט?

שמעקעדיג » דאנערשטאג מערץ 27, 2014 10:06 am

· #193002
און א עקסטערן קאמפלימענט "יעדן טאג" גייט פאר כוכב אליינס, וואס האט אינזין זיך צו באדאנקען, און טיילן קאמפלימענטן, זוכן דאס גוטס פון די חברי השטיבל און זיי געבן חיזוק.
ממנו ילמדו וכן יעשו, סיי דא אין שטיבל, סיי אינדערהיים, און סיי אין די עכטע קאווע שטיבל.

שטילע אינגערמאן » דאנערשטאג מערץ 27, 2014 1:46 pm

· #193053
שמעקעדיג
און א עקסטערן קאמפלימענט "יעדן טאג" גייט פאר כוכב אליינס, וואס האט אינזין זיך צו באדאנקען, און טיילן קאמפלימענטן, זוכן דאס גוטס פון די חברי השטיבל און זיי געבן חיזוק.
ממנו ילמדו וכן יעשו, סיי דא אין שטיבל, סיי אינדערהיים, און סיי אין די עכטע קאווע שטיבל.

אם סארי. אין מיינע אויגן איז דא די עכטע קאווע שטיבעל, אין דער פארחזירטע שטוב לעבן פאליש איז די פאלשע קאווע שטיבעל 😉 😉

כוכב » פרייטאג מערץ 28, 2014 9:48 am

· #193220
און די קאמפלעמענט פון די נעכטיגע גייט פאר @איש עברי, פאר זיין ברייטע ערקלערונג בדברים חובצים להבות אש אויף די מיליון דאלערדיגער פראגע, ווער איז שולדיג אין אונזערע פראבלעמען?

טעפל » מיטוואך אפריל 2, 2014 10:24 am

· #194287
און די קאמפלימענט היינט גייט פאר כוכב פאר דעם שטיקל חדר וועלט

יין שרף » דינסטאג מאי 6, 2014 9:41 pm

· #199321
@berlbalaguleh
שמעקעדיג
איך וויל דא אויסדרוקן מיין קאמפלימענט און לאוו אטאקע צו אונזער זקן החבורה, בערל באלעגאלע. יעדע תגובה'לע זיינע באשטייט פון שיינע עפיזאדן און זיסע אנעקדאטן, ווערטלעך מיט מליצה'לעך, מיט אן אמת'ן טעם זקנים, אפילו ווען ער בייזערט זיך קאסט עס א שמייכל, און ווער רעדט נאך פון די סמייליס וואס זענען כתרי ריעין דלא מתפרשין, ווען איך זעה א סמיילי אין א צווייטנס תגובה שרייעט זיך מיר ארויס פון מויל מיט פאטאס: "סמיילי סמיילי ווי איז דיין בערל"? 🙄 🙂 😛


צו פארשטיין די "עמקות" פון די באלעגעלע'ס סמייליס...


🙄 😂 😂 😛 😳 😢 😐 😞 😮 😲 😂 😂 😈 😳

שטילע אינגערמאן » זונטאג מאי 18, 2014 10:57 pm

· #200986
די קאמפלימענט פונעם טאג גייט פאר @סאשי פיש.
ער גראבט אויף בילדער פון אלע נייעס'ן אין סיי וואס, ער איז מיין די בליק אין די וואך צוזאם.
אלף תודות פאר אונז האלטען אפטעיטיד.

קליגער אינגערמאן » מאנטאג מאי 19, 2014 12:29 am

· #200999
שטילע אינגערמאן
די קאמפלימענט פונעם טאג גייט פאר @סאשי פיש.
ער גראבט אויף בילדער פון אלע נייעס'ן אין סיי וואס, ער איז מיין די בליק אין די וואך צוזאם.
אלף תודות פאר אונז האלטען אפטעיטיד.

כבר אמר החכם @שמעקעדיג "זאג נאר, דו ארבעטסט אפשר פאר די NSA ??"

סאשי פיש » מאנטאג מאי 19, 2014 12:33 am

· #201000
שקויעך @שטילע אינגערמאן.
ביסט שוין גארנישט אזוי שטיל ווי איך האב געמיינט... דו געבסט אסאך צו צום שטיבעל.

כוכב » מיטוואך אקטאבער 1, 2014 9:18 pm

· #226936
איך גלייך די תגובות פון @פלעין יודיש זיי זענען הארט סאליד אינפארמאטיווע אינפארמאציע, א קליפ, א לינק, א נייעס, וכדו' נישט קיין וואסער געמאלאכטס און לופט געדרעשאכטס.

לית דין בר נש » דינסטאג אקטאבער 7, 2014 2:54 am

· #227879
די קאמפלימענט פון די וואך גייט צו @כוכב ער האט אויף גילעבט די שטיבל אויף א געוואלדיגע אופן
כל הכבוד!!!

👍 👍 👍 👍 keep it up such great ideas

שמעקעדיג » פרייטאג מערץ 18, 2016 1:56 am

· #325587
און די קאמפלימענט פון דעם לעצטן חודש גייט פאר @אנאנים, וואס פארפעלט קיינמאל נישט ארויסצושלעפן א שמייכל אויף די לעפצן, יעדע תגובה זיינע איז מלא וגדוש מיט הומאר, דברי ומאמרי חז"ל, און בליציגע רעיונות און מליצות ורמזים און געשמאקע אויסדרוקן אז ס'גייט א רויך...!

געוואגטער קיעפ איט אן, איי לאוו יו און יעדע תגובה באזונדער פון דיר איז א דערקוויקעניש פאר די נשמה!

berlbalaguleh » זונטאג מערץ 20, 2016 2:55 am

· #325698
[ציטאט אראפגענומען]

דער געוואגטער יונגל: דו ביסט די בעסטע פרוף אז דער פסוק..."על כל פשעים תכסה אהבה"...איז גערעכט. ווייל וואו ס'דא לאוו קוקט מען נישט אויף גארנישט. אפילו ספעללינג מיסטעיקס...למשל די ווארט ..."מצורה/מצורע"...מעג זיין שלעכט געספעללט...

שטילע אינגערמאן » פרייטאג מאי 6, 2016 1:17 am

· #331933
מיך האט מען געלערנט פון קינד ווייז אויף צו געבן ווייניג קאמפלימענטן, סאיז נישט קיין אפטע פאסירונג וואס איך קאמפלימענט
אבער דא דארפ מען באגיסן @כוכב׳ן נישט פארן פה סח 1&2, נישט פאר דע עסקנות ער טוט.
נאר פאר די דילעווערי וואס ער האט, ער לייגט אראפ א תגובה אזוי קלאר, אזא זיסקייט הערשט.
ווען ער וויל אדורך קומען פריינטליך קומט ער אדורך עפעס אזוי שיין, ווען ער וויל אדורך קומען בייז אין אויפגערעגט, איז ער מצליח אז יענער זאל מאכן קטנים. זיין פעדער איז כאילו א לייוו מענטש וואס רעדט צו דיר מיט פאקסן אין מיט די הענט, עפעס אזא זיסקייט.
כוכב איי פריקען לאוו יו. דיינע 96 אשכולות האסט געפענט זענען אלע וואנדעבאר.
נ.ב. יעצט קען איך נישט קאמפלימענטן אדער טיילן לייקס פאר אפאר חדשים.

קל וחומר » פרייטאג מאי 6, 2016 2:24 am

· #331938
Re: קאמפלימענטן וכו' וגו' ודוק וק''ל וד''ל
.

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 24, 2016 5:51 am

· #347022
און א פרישע קאמפלימענט גייט פאר דעם נייעם ניק @דער דאס. האחד בא לגור, קוים אנגעקומען, און שוין אזויפיל בייגעשטייערט פארן שטיבל, מיט שיינע מאמרים און געשמאקע ווערטלעך. עס איז ווי א פרישע ווינטל אין א הייסן טאג, בשעת חדשים לבקרים שרייבן זיך אריין נייע ניקס אינעם שלום עליכם אשכול און כמעט אלע בלייבן שטום; איז 'דער דאס' אונז אזוי מהנה מיט זיין הערליכע פעדער.

ממנו ילמדו וכן יעשו.

וואלווי » מיטוואך אוגוסט 24, 2016 9:13 am

· #347030
ווי קען מען פארשאפען די העמד פון דער דאס ווי ער שאקלט ארויס פון ארבעל די אלע ווערטלעך אזוי כלאחר יד?

דער דאס » מיטוואך אוגוסט 24, 2016 10:43 pm

· #347161
איי'ם שאאאקט!!

נאך שחרית, געכאפט עפעס אין מויל, כ'לויף אויפמאכן ס'געשעפט, ערלעדיגט וואס מ'ברויך, סערווירט אפאר קונים, ווען ס'געווארן אביסל שטיל, טראכט'ך צו מיר אזוי, לאמיר זען וואס גייט פאר אין אונזער באליבטע שטיבל.. כ'קליק אקטיווע אשכולות, עפעס וועגן א נייע פלאנעט, אדמו"ר מבעלז, קראקס, און העי דאס האב'ך נאך נישט געזען, וכו' וגו' ודוק וק"ל וד"ל, איינער האט נישט וואס צו טוהן? אקעי גיימער ליינען.. נישט קיין שלעכטע איידיע, אשכול פאר קאמפלימענטן! זייער שיין, כ'לויף שנעל דורך דעם אשכול, באלד קומען קאסטומער'ס, ס'אטעם שטעלט זיך מיר אפ.. קען דאס טאקע זיין? @שמעקעדיג קאמפלימענט מיך?? שוין לאנג נישט געהאט אזא גוטע פילינג.. איינער האט אפי' באמערקט אז כ'בין דא? ס'קען זיין מ'האט הנאה פון מיין בויך וויי? אקעי איך טריי מיין בעסט.

יעצט א קאמפלימענט פאר @שמעקעדיג האסט געמאכט מיין טאג! (כ'סאונד אפשר ווי א בעבי אבער א קאמפלימענט העלפט מיך אייביג)

ב.ד.וו. @וואלווי עסט גארנישט האבן פון מיין העמד, ס'שאקלט זיך גארנישט אזוי כלאחר יד! באט א קאמפלימענט עניוועי.

קל וחומר » מיטוואך אוגוסט 24, 2016 10:56 pm

· #347164
Re: קאמפלימענטן וכו' וגו' ודוק וק''ל וד''ל
די עולם באלייקט דיינע גאלדענע סחורה יומם ולילה און ניטאמאל באמערקסטע?
קומט דיך טאקע קרעדיט פארן אנגיין און מהנה זיין דעם עולם!

קיעפ אפ וויד דע גרעיט ווארק!!!

שמעקעדיג » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 11:20 pm

· #385354
החרש לא אוכל, די לעצטיגע קאמפלימענטן מוז איך געבן פאר אחד מחשובי בני החבורה, כמר @וואלווי.

יעדע תגובה באזונדער באשטייט פון א קאפ שטיק, בדרך פרד"ס, רייכע מליצה'לעך, זיסע ווערטלעך, און פאסיגע טייטשן.

אדרבה, טשעקט נאך זיינע תגובות, איך בין גארנישט מגזם. דער האט א מין טאלאנט אייביג צו זאגן א פאסיג ווארט.

קיפ איט אן!

וואלווי » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 11:30 pm

· #385356
דער פיינשמעקער @שמעקעדיג איז מורח ודאין ממש ווי משיח'ן אליינס!

פאליטיקאנט » מיטוואך אקטאבער 7, 2020 4:23 am

· #459839
Re: קאמפלימענטן וכו' וגו' ודוק וק''ל וד''ל
די קאמפלימענט פונעם טאג איז צום זעקסטן מאל דא אין אשכול פאר... (דראם ראל............................................................................................................................................................................................................................................................................................................צינדט אויך אן א פססססט / טיק ביעט...............................................................................................................................*ווייזט מיט'ן האנט פארן שפילער אז עס איז שוין גענוג*) @כוכב ייש"כ פארן אונז מוצא זיין מיט ושמחת בחגך דורכן אינטערוויו מיט @ונבנתה העיר !

פאליטיקאנט » פרייטאג אקטאבער 9, 2020 3:30 am

· #459990
Re: קאמפלימענטן וכו' וגו' ודוק וק''ל וד''ל
ייש"כ @ארי נוהם פארן הערליכן אשכול
ווען איינשטיין האט געפלירט מיט גאט

זייער שיין און "צונומען אויף א שפראך וואס אפי' די נארישסטע קענען פארשטיין גלייך"!

כ'האב פונקט נעכטן געטראכט זיך צו בעטן ביי דיר אין א הארציגע בקשה צו הרב הניק....., טענקס.

פאליטיקאנט » פרייטאג אקטאבער 23, 2020 1:16 am

· #461242
Re: קאמפלימענטן וכו' וגו' ודוק וק''ל וד''ל
"קאם אן, מען" די היינטיגע טאג מוז גיין פאר @מושב לצים פארן אנקומען, איבערדרייען, אפפיצן.

איך מיין שוין א לאנגע צייט זייט אן ארטיקל איז געווארן אפגעשפארט....

אבער איך מוז זאגן, דער / דו (אויב ביסט נאך דא), האסט טאלאנט, קים איט אפ ווירעווער דו ביסט.



וגם @בעבעלעך זכור לטוב.

מנחם ציון » זונטאג אקטאבער 25, 2020 5:05 pm

· #461381
דער קאמפלימענט פון היינט, און פון אייביג איז געריכטעט צו @חמלה גדולה.
א שטיל איידעלער איד, הולך בצידי דרכים, שייף עייל ונפיק, און אזוי אומבאמערקט באלייקט ער דעם ציבור אנע רחמנות (אדער גאר מיט... "חמלה גדולה" ויתירה חמלת עלינו).
חמלה בני די לו בקב חרובין, ער פאר זיך באגניגט זיך מיט עטליכע אין צענדליג תגובות, אבער זיין "געלייקט" זאפאס איז אין די טויזענטער! סולם מוצב ארצה וראשו מגיע השמימה

דאס ווייזט מיר א דמות פון א גוט הארץ, פון איינער וואס טוט זיין בעסטע, אז נישט מיט שרייבן וועט ער צושטייער געבן מיט א גוט ווארט אין פארעם פון א לייק.

אלזא, במטותא מינך רב חמלה, קום אריין מיט א תגובה'לע, און זאל דער עולם דיר באלייקן אויף צוריק, וראו כל עמי הארץ כי שם ה' נקרא עליך

חמלה גדולה » זונטאג אקטאבער 25, 2020 5:25 pm

· #461385
😳

מנחם ציון » זונטאג אקטאבער 25, 2020 5:43 pm

· #461386
חברה, חמלה שטייט אין מארק ווי אויף ליציטאציע, לאמיר אים באלייקן אזש ס'אל גיין א רויעך
בלאט: 1 2