☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » איך בין נישט כוכב, פעריאד

איך בין נישט כוכב, פעריאד

41 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7414

כוכב » דינסטאג אקטאבער 21, 2014 6:12 pm

· #229629
איך בין נישט כוכב, פעריאד
אויף אייוועלט האט זיך איינער געעפענט א ניק מיט'ן נאמען כוכב, וויל איך דא מודיע זיין איינמאל פאר אלעמאל קליפ און קלאר בשער בת רבים אז דאס איז נישט מיר, נישט אפיליאירט מיט מיר אויף סיי וועלכע אופן און ניטאמאל ווייס איך ווער דאס איז.
דערביי וויל איך אויסדרוקן מיין מחאה עצומה וצעקה אויף די עוולה נוראה פון זיך פאררופן אויף מיין נאמען, איך האב נישט קיין זעקס מיליון דאלער צו צאלן פאר זלמן גרויז צו רופן צו דין תורה, אבער עס איז שוין היינט ברייט באקאנט אז נוצן יענעםס ברענד איז אן עולה הן בדיני תורה ולהבדיל בדיני דמלכותא דינא.
און געוויס איז מיין טיפסטע אנטריסונג פאר'ן בעל דברים אליין, ווער מיינסטו דו ביזט, האסט דיך נישט געטראפן בעסער וויאזוי זיך צו פאררופן נאר אויפן געערטן און פרעסטיזשפולן נאמען כוכב, מארגן וועסטו זיך נאך איינרעדן דו ביזט ראקעפעלער אליין און טיילן טשעקס אין פארק .
לדעתי טוט די ארטיגע באהערדע אן עוולה מיט'ן ערלויבן קאפירטע נעמען א שטייגער ווי כוכב און @לעיקוואד. ווער סאיז באקאנט מיט די הויכע פענסטער בעט איך פערזענליך זאלסט שטתדלן לטובתי און זיך אננעמען פאר מיין כבוד וואס ווערט אזוי ביליגערהייט פארשוועכט, און אויב איז אמת די אפריל פולס (אומגעלונגענע) וויץ אז באריסטא איז גאר געלעגער, בעט איך אייך טייערער געלעגער באריסטא איר זאלט דעם כוכבן אויסשפארן לחרפה ולדראון עולם גארנישט ווייניגער ווי איינער וואלט זיך דערוואגט אנצורופן די צוויי טעגלאש ברודער ביים שם המופרש, אה... און זאל.... הס מלהזכיר.

ובזה יצאתי ידי חובת מחאה ועל זה באתי על החותם
כוכב האמיתי בלי שום איזה שם ליווי

רויטע וואנצעס » דינסטאג אקטאבער 21, 2014 6:20 pm

· #229630
יענער איז נישט קיין כוכב, ער איז א קאמעט מיט א לאנגע שוואנץ.

ישמעאל הכהן » דינסטאג אקטאבער 21, 2014 6:23 pm

· #229631
ס'איז א חלק פון די אייזענע טעמישע בת היענה סטראטעגיע ווי ק"ש עקזיסטירט נישט, ממילא איז דאך זייער כוכב דער ערשטער כוכב. נישט צוצולאזן נאכמאכן אונזערע ניקס איז אן הודעה אז קש עקזיסט.

אפטעמיסט » דינסטאג אקטאבער 21, 2014 6:29 pm

· #229634
אוי דו לץ 😂

למעשה ביסטו דער תובע. איך ווידער בין א נתבע, און איך בין אין פעקל מיט א לאו סאוט פון שווערע מיליאנען פאר'ן גנב'ענען דעם ניק אפטעמיסט פון א יעניגער בשם "אפטימיסט" אויף וויי וועלט. כ'וועל טאקע ניצען דעם געלעגנהייט צו באשטעטיגען פאר די רעקארד אז אני הקטן בין נישט יענעם, און די כת הנודניקים זאלן ביטע אויפהערן שיקן אישי'ס פרעגן צי איך בין יענער. בשעתו, ווען כ'האב געעפענט מיין ניק האב איך נישט געוויסט אז אזא ניק איז פארהאן אויף יענע וועב-זייטל און כ'וועל ענדערש באצאלן די נישטיגע פאר מעלאנעס ווי בייטן דעם נאמען פון מיין יעצטיגער ניק וואס איז שמו הטוב הולך לפניו.

דאס איז חוץ פון דעם וואס מיר האט מען א נאמען געגעבן אפטעמיסט בשעת וואס יענער רופט זיך אפטימיסט. בכלל, אויב עפעס, זאל יענער מיר באצאלען פארן פראמאוטן זיין ניק און אים געבן פעים.

שעפטל » דינסטאג אקטאבער 21, 2014 6:38 pm

· #229636
אוי מי יתן והי' און איינער איז זיך מרחם אויף מיר..

כוכב » דינסטאג אקטאבער 21, 2014 7:25 pm

· #229641
אגב, דער כוכב דארט האט געעפענט א ניק צו פארטיידיגן די אנפירער פון די אונטערן פלעי.
לויט ווי ס'ליינט זיך ארויס פון צווישן די תגובות דארט איז ביים שפיל געווען א שיף אן א רודער און הונדערטער באטייליגער זענען אהיים געגאנגען מיט א זויערן טעם אין מויל.
דער טיפוש כוכב פרובירט צו פארענטפערן מיט זינלאזע תירוצים דער איז שולדיג יענער איז שולדיג וואס דאס דערמאנט מיר א מעשה (בערל בעל עגלה אלערט).
געווען אן אלטער מקוה איד וואס האט ארויסגעהאנגען א צעטיל אז היות ס'קומט דריי טעג יו'ט און די מקוה קען נישט צושטעלן אזויפיל האנטוכער בעט ער אז צום דריטן טאג זאל מען געדענקען מיט צו ברענגען א האנטוך.
פון דער זייט האט ער צו געשריבן: און מיט קיין תירוצים קען מען זיך נישט אפווישן.
פארשטייסטו מיר מיסטער נייהויז, האסט צוזאמגערופן די גאנצע שטאט, געשינדעט די הויט גענומען גראב געלט פאר טיקעטס, אז דער עולם גייט אהיים אנגעדוסט ביזטו א לוזער, קענסט האבן די בעסטע תירוצים אויף דער וועלט.

רויטע וואנצעס » דינסטאג אקטאבער 21, 2014 7:32 pm

· #229651
ענדליך, האבן א מאדנע נאמען האט זיך אויסגעצאלט, נישטא קיין משיגי גבול.

איך אויך » דינסטאג אקטאבער 21, 2014 7:32 pm

· #229652
ווי פלעגט א באבע זאגן? אימער (ויש גורסים נימער) קיין ערגערס.

קאווע טרינקער » דינסטאג אקטאבער 21, 2014 7:41 pm

· #229665
קיין פארגלייך, דו ביסט פון די כוכבי בוקר; ס'אנדערע איז פון די כוכבי לילה.

shem-tov » דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:22 pm

· #229691
די חברה זענען נאר ביזי זיך צו רייצן. אגב האב איך א פאני פילינג אז אלע תגובות דארטן ווערט געשריבן דורך די זעלבע מענטש היא מותיב והוא מפרק, אלעס גייט מיט אזא פערדערישע יוי כבין דיך אזוי מקנא, אוי דאס אוי יענץ שטותים מיט הבלים. נאכדעם שרייבט ער נאך ער וויל מיט ק"ש גארנישט האבן. הער אויף צוגאנבענען אונזער כוכב און מיר קוקען נישט אויף דיין זייט. א באנדע צבועים. פלוצלינג האקן זיי אויף דער איד און דער בלאט. ווען ק"ש וואלט דאס געשריבן וואלטן זיי שוין מסביר געווען אז מיר ליגן פארטאן אין די אינטערנעט און פארשטייען נישט די חשיבות פון די היימישע אויסגאבעס. סקומט צו ברעכען פון זייערע קוקי קאטער תגובות. העווינג סעד אל דעט. איז אביסל מער לעבעדיג דארטן און דאס ברויכען מיר טרייען נאכצומאכן. די שוטים זיצן אויפן נעט און מאכן זיך הייליג. עני באדי פאלאוינג מי

דולה ומשקה » מיטוואך אקטאבער 22, 2014 1:02 am

· #229754
קאווע טרינקער
קיין פארגלייך, דו ביסט פון די כוכבי בוקר; ס'אנדערע איז פון די כוכבי לילה.


א חוצפה און עזות דאס, דארף איך יעצט ווארטן 9 יאר וואס דער שלשה רועי בקר וועלן פסק'ענען?
מ'דארף שוין יעצט צווינגען יענעם צו צולייגען א שם ליווי, איין מינוט כ'דארף וויסן וואס פאר א מלבוש טראגט אונזער כוכב.
איז דאס יענעמ'ס הכרת הטוב פאר איהם צו שטעלן די סוכות אראומעס?

פישלע העררינג » מיטוואך אקטאבער 22, 2014 1:48 am

· #229769
@כוכב,
דער פראבלעם איז מעגליך נישט אזוי ווייט דער עצם פלעי, נאר אז עס איז אדווערטייזד געווארן סיי פאר קינדער און סיי פאר יונגעלייט. מה שקארני לזה הוא פאני לזה, ומה שפלאפ לזה הוא חד-עשר לזה. אויב איז עס קינדעריש גייען די קינדער אהיים העפפי, און אויב איז עס טאטעריש גייען די טאטעס אהיים אן עי היי. ואי אפשר לצאת ידי שניהם, ובזה טעו.

כוכב » מיטוואך אקטאבער 22, 2014 10:01 am

· #229785
די פראבלעמען זענען געווען איבער לאגיסטיקס, די זאל איז געווען ביטער הייס, מ'האט אנגעהויבן דעם שפיל ווען הונדערטער זענען נאך געווען אינדרויסן, פרויען האבן געזיגלט יעדנס האנט מיט א סטעמפ מיט דעם סימבל פון המפואר (א חוצפא און אן עזות, סיי אז ס'איז געווען פרויען, און בכלל דאס גאנצע אנזיגלען מיט אן אדווערטייזמענט). איבער דעם עצם פלעי זענען סיי די גרויסע און סיי די קליינעעפ"י רוב געווען צופרידן.

געפילטע פיש » מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:19 am

· #229801
די נגיעה איז געווען בדרך חיבה?

כוכב » מיטוואך אקטאבער 22, 2014 2:41 pm

· #229889
איך רעד נישט להלכה, כ'האלט סאיז אן אומיושר זיך נישט צו רעכענען מיטן סענסיוויטעט פון א ציבור וואס איז אין גרויס טייל מקפיד ניטאמאל איבערצוגעבן אין די האנט פון א פרוי, און געוויס נישט זיך צו לאזן בארירן דורך א פרוי. דעריבער איז עס לדעתי אן עוולה צוצולאזן פרויען זוגלען די הענט פון מענער, בחורים און יונגלעך.

Ben-Shishim » מיטוואך אקטאבער 22, 2014 4:32 pm

· #229921
כוכב
איך רעד נישט להלכה, כ'האלט סאיז אן אומיושר זיך נישט צו רעכענען מיטן סענסיוויטעט פון א ציבור וואס איז אין גרויס טייל מקפיד ניטאמאל איבערצוגעבן אין די האנט פון א פרוי, און געוויס נישט זיך צו לאזן בארירן דורך א פרוי. דעריבער איז עס לדעתי אן עוולה צוצולאזן פרויען זוגלען די הענט פון מענער, בחורים און יונגלעך.

zurich » מיטוואך אקטאבער 22, 2014 4:54 pm

· #229926
כוכב
איך רעד נישט להלכה, כ'האלט סאיז אן אומיושר זיך נישט צו רעכענען מיטן סענסיוויטעט פון א ציבור וואס איז אין גרויס טייל מקפיד ניטאמאל איבערצוגעבן אין די האנט פון א פרוי, און געוויס נישט זיך צו לאזן בארירן דורך א פרוי. דעריבער איז עס לדעתי אן עוולה צוצולאזן פרויען זוגלען די הענט פון מענער, בחורים און יונגלעך.

יעצט קיקט אויס ווי כוכב פון איי וועלט רעדט 😉 🙄

כוכב » מיטוואך אקטאבער 22, 2014 4:56 pm

· #229927
נישט אזא וויכטיגע תגובה זאלסט פארדעם דארפן אפירקראצן דיין ציריכער ניק.

ברסלבער » מיטוואך אקטאבער 22, 2014 4:59 pm

· #229929
ומכאן מודעי אז עס לוינט זיך צו מאכן דעם זעלבן ניק אין די אנדערע פארומ'ס, אפילו נישט אויף צום נוצן נאר צו היטן דעם נאמען.

אחד העם » מיטוואך אקטאבער 22, 2014 6:41 pm

· #229960
סאיז באקאנט אז ווען צוויי כוכבים שטויסען זיך צוזאם איז עס א קאטעסראפע, און אויך גאר גאר זעלטען...

berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 22, 2014 8:19 pm

· #229982
קאווע טרינקער
קיין פארגלייך, דו ביסט פון די כוכבי בוקר; ס'אנדערע איז פון די כוכבי לילה.

אבער וועלכע זעהט מען בעסער?!....!

לעיקוואד » מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:33 pm

· #230007
אויף אזוינע פראבלעמען זאגט דאך שוין תוספות תרי רב אחא הוי, הכי נמי תרי לעיקוואד הוי, תרי כוכב הוי.

נתן מנחם » דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 3:50 pm

· #230139
די וועלט זאגט אז בן גוריון איז געגאנגען באזיכען א משוגעים הויז. ווי נאר ער איז ארייגעקומען גיבט איהם שלום א אידל און זאגט איהם איך הייס בן גוריון וויאזוי הייסט איהר? האט זיך אנגעהויבען א געפעכט ווער איז די אמת'ער בן גוריון. עד היום הזה ווייסט מען נישט וועלכער פון זיי איז ארויס.

כוכב טייערער איך האף אז די ביסט די ריכטיגע!

כוכב » מיטוואך אפריל 15, 2015 9:30 pm

· #266467
איך בין ווידעראמאל מוחה נמרצה אויף דעם פאקט אז איינער פאררופט זיך כוכב אויף אייוועלט זיך באנוצנדיג מיט מיין נאמען. איך האב שוין פערזענליך פרובירט צו אינטערווינען ביי די ארטיגע הנהלה, איך האב מיך פארבינדן מיט'ן הויכגעשפריצטן געלעגער אבער אן קיין רעזולטאטן. איך בין נייגעריג צי עס וואלט אים געשמעקט ווען א מאן דהוא רופט זיך געלעגער אויף זיין נאמען.

איך וויל דא ציטירן וואס א חשוב'ער ניק שרייבט מיר אין אישי:

איך האלט אז דו קענסט און דארפסט עפעס טון צו די חוצפה פון אייוועלט וואס לאזן בשיטה נוצן ביי זיך ניק נעמען וואס זענען פאפולער דא אין ק''ש.

זיי האבן א כוכב און געפילטע פיש און נאך. זיי טון עס ווייל כלומרשט עקזיסטירט נישט א ק''ש. און זיי ווילן דאס קלאר מאכן מיטן דאס צו לאזן, ווייל אפילו צווישן 'נישט פריינד' זענען דא רולס וואס מרעספעקטירט, און ק''ש לאזט טאקע נישט נוצן ניקס פון אייוועלט חוץ אויב מפרואווט אז מאיז דער זעלבער מענטש. אזוי שטייט אין די שטאטוטן דא. אבער זיי האלטן דאס נישט איין ווייל וואס איז ק''ש?. נישטא אזא זאך.

אם עקש תתפטל, בעט די הנהלה זיי צו אנלערנען. און אז דו ווילסט קען איך שפילן שמעלקע טויב.
א חוצפה!!
וועסט פרעגן פארוואס איך מאך זיך משוגע, קודם האב איך יעצט צייט און שנית ביניך פריער דארט געווען און געליינט עפעס פון כוכב און ס'האט מיר געגרילצט, און אפילו פארגעסן אז איך בין אין א''וו נישט ק''ש. סיז א חוצפה וואס מטאר נישט פארשווייגן!


איך האב שוין געטון די עצה מיט א לאנגער צייט צוריק, איך האב מיך דא איינגעשריבן מיט דעם נאמען שמעלקא טויב, ומה נעשה אז אונזער הנהלה זענען ארנטליכע מענטשן און זיי האבן דאס נישט געוואלט באשטעטיגן.

א צווייטער ניק שרייבט מיר ווי פאלגנד:
ס'איז טאקע עקלהאפטיג. אבער דאס ווייזט נאר ארויס זייער שלעכטקייט און אראגאנץ. אנשטאט וויינען צו זיי אדער נקמה נעמען, קען מען בלויז עפענען אן אשכול דערוועגן און זיי באשמוצן. מיר קענען ממילא גארנישט טאן דערצו ואין כוחנו אלא בפה


זאל דער אויבערשטער העלפן עס זאל מקויים ווערן דער וילמדו תועים בינה בב"א.

איך אויך » מיטוואך אפריל 15, 2015 10:58 pm

· #266512
דער 'פיריעד' איז לעצטענס א מעידשער איש מכובד דא סאו כ'וואלט עם נישט אזוי שנעל אוועקגעמאכט.

ישמעאל הכהן » מיטוואך אפריל 15, 2015 11:01 pm

· #266517
איך האלט אז באשמוצן וועט נישט העלפן. אזוי אויך האט עס א שיעור ביז וואו מ'דארף זיין ארענטליך, ווען איינער פאנטשט דיר אין די נאז אן אויפהער און דו בלייבסט שטיל איז עס ענדערש א סימן פון עפעס נישט זיין מיט אלעמען.. איך האלט אז העלפן וועט נאר אזויווי יענער ניק שרייבט צו מבטל זיין די רול פון נישט מעגן האבן סיי וואס פארא ניק מען וויל.

זייגער » דאנערשטאג אפריל 16, 2015 10:44 am

· #266612
[ציטאט אראפגענומען]


יענער שרייבט טאקע מער נישט.

ראש הישיבה » דאנערשטאג אפריל 16, 2015 10:53 am

· #266615
@כוכב, איך וואלט מציע געווען אז דו זאלסט אויפנעמען א פי אר קאנסאלטענט. עס קאסט געלט, אבער זיי פארשטייען וויאזוי צו מאכן זיכער אז דער נאמען בלייבט ריין און נישט באשמוצט. 😉

כוכב » דאנערשטאג אפריל 16, 2015 10:59 am

· #266617
אפשר נאך מיינע גרויסע פארדינסטן פון פה סח וועל איך מיך קענען ערלויבן א קאנסאלטענט...

עדיאל » דאנערשטאג אפריל 16, 2015 11:46 am

· #266625
Re: איך בין נישט כוכב, פעריאד
איך פארשטיי נישט די קאטראווערסיע דא. איינער האט אן אדרעסס 666 בראדוועי אין מאנהעטן טאר א צווייטער נישט האבן די זעלבע אדרעסס אין ברוקלין?
אייוועלט איז מחוייב צו נאכקוקן אלע אידישע פארומ'ס פאר טאפלטע ניקס? קאווע שטיבל לחוד, ואייוועלט לחוד.

מה הוא » דאנערשטאג אפריל 16, 2015 11:53 am

· #266629
יא דאס איז טאקע ווען עס איז עפעס א פארשטיפטע אדרעסס אבער ווען מען רעדט דא פון אזא שטארקע אויסגערופענע שטערנדל וואס אונזער "כוכב" איז דא ביי אונז באוויסט איז שוין אן אנדערע מעשה ווייל יענער האט עס נאר גענומען ווייל האט געוואלט אז מען זאל אים דארט אזוי ארויסקוקן ווי מיר קוקן ארויף אונזער כוכב דא.

עדיאל » דאנערשטאג אפריל 16, 2015 12:00 pm

· #266635
Re: איך בין נישט כוכב, פעריאד
מ'קען נישט איינשטעלן איפה ואיפה רעגולאציעס. אויב אין פרינציפ דארף איין פארום נישט נאכזוכן פרעצעדענטן פון אן אנדער פארום, דאן דארף מען דאס אפלייען צו אלע ניקים גלייך.

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג אפריל 16, 2015 12:09 pm

· #266642
נו זאל מען דא אראפנעמען דעם פארבאט

עדיאל » דאנערשטאג אפריל 16, 2015 12:12 pm

· #266643
מסכים. איך רעזערוויר סאכדעס.

יונגערמאנטשיק » דאנערשטאג אפריל 16, 2015 12:29 pm

· #266650
כוכב, איך שפיהר דיין ווייטאג. אבער זוכענדיג יעצט צווישן אייוועלט ניקס האב איך אנדעקט אז אייוועלט האט געהאט א ראש הקהל נאך אין 2011 און געפילטע פיש אין 2008 און אפילו א שעפטיל האבן זיי געהאט ביפאר קאווע שטיבל האט זיך געגרינדעד, אויב גייט מען מאכן אינטער-פארום תקנות, דאן גייט מען פארלירן גאר פאפולערע ניקס. לאז עס אזוי.

כוכב » פרייטאג אפריל 24, 2015 10:53 am

· #269335
איך וויל בעטן די הנהלה פון קרעטשמע (@זייגער ביזטא?) נישט צו ערלויבן יענעם משיג גבול זיך צו באנוצן מיט מיין סוקסעספולע ברענד "כוכב" וואס איך האב אויפגעבויעט מיט מיין דם התמצית. א דאנק.

איש את רעהו » פרייטאג אפריל 24, 2015 11:06 am

· #269342
כוכב
איך בין ווידעראמאל מוחה נמרצה אויף דעם פאקט אז איינער פאררופט זיך כוכב אויף אייוועלט זיך באנוצנדיג מיט מיין נאמען. איך האב שוין פערזענליך פרובירט צו אינטערווינען ביי די ארטיגע הנהלה, איך האב מיך פארבינדן מיט'ן הויכגעשפריצטן געלעגער אבער אן קיין רעזולטאטן. איך בין נייגעריג צי עס וואלט אים געשמעקט ווען א מאן דהוא רופט זיך געלעגער אויף זיין נאמען.

איך וויל דא ציטירן וואס א חשוב'ער ניק שרייבט מיר אין אישי:

איך האלט אז דו קענסט און דארפסט עפעס טון צו די חוצפה פון אייוועלט וואס לאזן בשיטה נוצן ביי זיך ניק נעמען וואס זענען פאפולער דא אין ק''ש.

זיי האבן א כוכב און געפילטע פיש און נאך. זיי טון עס ווייל כלומרשט עקזיסטירט נישט א ק''ש. און זיי ווילן דאס קלאר מאכן מיטן דאס צו לאזן, ווייל אפילו צווישן 'נישט פריינד' זענען דא רולס וואס מרעספעקטירט, און ק''ש לאזט טאקע נישט נוצן ניקס פון אייוועלט חוץ אויב מפרואווט אז מאיז דער זעלבער מענטש. אזוי שטייט אין די שטאטוטן דא. אבער זיי האלטן דאס נישט איין ווייל וואס איז ק''ש?. נישטא אזא זאך.

אם עקש תתפטל, בעט די הנהלה זיי צו אנלערנען. און אז דו ווילסט קען איך שפילן שמעלקע טויב.
א חוצפה!!
וועסט פרעגן פארוואס איך מאך זיך משוגע, קודם האב איך יעצט צייט און שנית ביניך פריער דארט געווען און געליינט עפעס פון כוכב און ס'האט מיר געגרילצט, און אפילו פארגעסן אז איך בין אין א''וו נישט ק''ש. סיז א חוצפה וואס מטאר נישט פארשווייגן!


איך האב שוין געטון די עצה מיט א לאנגער צייט צוריק, איך האב מיך דא איינגעשריבן מיט דעם נאמען שמעלקא טויב, ומה נעשה אז אונזער הנהלה זענען ארנטליכע מענטשן און זיי האבן דאס נישט געוואלט באשטעטיגן.

א צווייטער ניק שרייבט מיר ווי פאלגנד:
ס'איז טאקע עקלהאפטיג. אבער דאס ווייזט נאר ארויס זייער שלעכטקייט און אראגאנץ. אנשטאט וויינען צו זיי אדער נקמה נעמען, קען מען בלויז עפענען אן אשכול דערוועגן און זיי באשמוצן. מיר קענען ממילא גארנישט טאן דערצו ואין כוחנו אלא בפה


זאל דער אויבערשטער העלפן עס זאל מקויים ווערן דער וילמדו תועים בינה בב"א.


גראדע האב איך יעצט געזען אז עמיצער האט געגנבט די ניק פון 'געלעגער' און באניצט זיך דערמיט אויף קרעטשמע און דערווייל הערט מען נאכנישט אזעלכע צעקות פון 'געלעגער' אז מען באניצט זיך מיט זיין נאמען אין אנדערע מקומות
קוקט אויס אז סנישט אזא פארברעך אין זיינע אויגן

כוכב » פרייטאג אפריל 24, 2015 12:31 pm

· #269378
ס'איז דער זעלבער געלעגער פון אייוועלט נישט גע'גנב'ט.
נניח, אז נישט, וואס ביזטו מוכיח, אז מיר באדערט עס נישט?!

קאווע טרינקער » פרייטאג אפריל 24, 2015 12:46 pm

· #269381
איך ערלויב יעדע פארום צו עקסעפטען א ניק קאווע טרינקער.

געוואלדיג » פרייטאג אפריל 24, 2015 12:48 pm

· #269382
חכם, וועט דען איי וועלט לאזן אזא ניק וואס קען ברענגען מחשבות זרות חלילה.

איש את רעהו » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 2:29 pm

· #271297
כוכב
איך וויל בעטן די הנהלה פון קרעטשמע (@זייגער ביזטא?) נישט צו ערלויבן יענעם משיג גבול זיך צו באנוצן מיט מיין סוקסעספולע ברענד "כוכב" וואס איך האב אויפגעבויעט מיט מיין דם התמצית. א דאנק.


איך זעה אז כוכב האט דארט א שטארקע ווארט אויף די הנהלה.