☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » דער מעמד הר סיני אויפרייס

דער מעמד הר סיני אויפרייס

194 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2922
בלאט: 1 2 3 4

לולקע-ציבעך » דינסטאג פעברואר 12, 2013 3:45 pm

· #86357
דער מעמד הר סיני אויפרייס
דער מעמד הר סיני איז איינער פון די יסוד היסודות אין אידישקייט. ביי יענער געשעעניש איז דער רבונו של עולם "אראפגעקומען" אויף דער וועלט און איבערגעגעבן פאר די אידן, אין שפיץ פון משה רבינו, די תורה.

אבער וואס גענוי האט דער אויבערשטער איבערגעגעבן צו די אידן? וואס האט ער זיי געזאגט?

אין חז"ל געפינען מיר אז אין דער תורה וואס משה רבינו האט באקומען איז אריינגערעכנט "כל מה שתלמיד ותיק עתיד לחדש." אין דעם כלל זענען אבער אריינגערעכנט אלע מחלוקות פון אלע דורות. זאלן מיר זאגן אז משה רבינו האט לכתחילה באקומען א פעקל מיט סתירות -- אז א שיין חלק פון דער תורה איז לכתחילה געקומען מיט א בו-בזמן מיניה-וביה סיסטעם פון אסור/מותר, חייב/פטור, עבירה/מצוה?

די זעלבע תורה האט א כלל, אז "אלו ואלו דברי אלוקים חיים." א שיינער דערהער. אבער וואס איז פשט פון אויפשטעלן א סיסטעם אויף א יסוד פון ווידערשפריכן און קעגנזאצן, און נאך צושטעלן פאר א נויט א כלל וואס לאזט נישט אויסקלייבן צווישן די צוויי וועלכער איז "באמת" דער אמת?

דאס איז אמאל קלאר אז די תורה וואס משה און די אידן האבן באקומען ביים מעמד הר סיני (און די פערציג נאכפאלגנדע טעג) איז נישט באשטאנען בלויז פון טרוקענער טעקסט. דער טעקסט אליין, די ווערטער און משמעות, זענען געשריבן געווארן באופן "דברה תורה כלשון בני אדם." די "בני אדם" אין וועמענס לשון די תורה האט גערעדט, זענען ע"פ פשטות געווען די מענטשן וואס האבן געלעבט אין יענער עפאכע. ("גיבור מלחמה" היינט איז ליבערשט אן ארגאניזאציע ווי דעם פענטאגאן איידער א יחיד.)

מיר געפינען אויך דער כלל, אז פארשידענע שטעלן און זאצן אין דער תורה זענען געשריבן געווארן אויף אן אופן "כדי לשבר את האוזן." דאס מיינט אז די ווערטער געבן נישט איבער דעם גאנצן "מעסעדזש".

איך וואלט געזאגט אז מעמד הר סיני איז געווען עפעס ווי דער "ביג בענג" פון יהדות. דער אוניווערס, ווי די וויסנשאפט מיינט היינט, איז געבוירן געווארן דורך א גרויסן אויפרייס פון עפעס אן אומבאגרייפליך-קליינעם ברעקל (קלענער ווי מיר קענען משער זיין). דאס ברעקל, וואס סייענס רופט "סינגולעריטי" (איינציגקייט) האט אין זיך פארמאגט בכוח אלעס וואס איז שפעטער באשאפן און אנטוויקלט געווארן. דאס אלעס איז צוגעגאנגען בהדרגה, פאמעליך, שטאפלווייז. צוערשט האט די פיצינקע נקודה'לע אויפגעריסן: בום! דער אויפרייס איז געקומען מיט אזא מאויימ'דיגער קראפט, אז דאס פינטעלע האט אנגעהויבן זיך צעבלאזן און עקספאנסירן -- און האט קיינמאל נישט אויפגעהערט אזוי וואקסן און זיך צעברייטערן. דער פראצעס האלט נאך אן ביז'ן היינטיגן טאג. דער אוניווערס צעפליט זיך אין אלע זייטן ווי אזא קאסמישער באלון.

אלעס וואס מיר האבן היינט און וועלן האבן אין דער צוקונפט איז דעמאלט געבוירן געווארן. דער "בום!" האט אנגעהויבן א פראצעס פון א בריאה. קודם, אין די ערשטע סעקונדן, איז געווארן אזא בריאה ווי "בריאה": פלאץ, צייט, שינוי, אא"וו. דערנאך, האבן במשך די פאלגנדע תקופות, האבן זיך זאכן אנגעהויבן אנטוויקלען מהקל אל החמור -- אטאמס, מאלעקיולן, גאזן, לופט, וואסער, מיקראבן, שטיינער, העלצער, לעבעדיגע באשעפענישן, און עווענטועל, מענטשן. (איך קען נישט דעם פינקטליכן כראנאלאגישן סדר המאורעות, באט יו געט די דזשענערעל איידיע.)

זענען ביים ביג בענג געשען צוויי זאכן; צוויי פראצעסן האבן זיך דעמאלט אנגעהויבן: 1) די דאזיגע "בראשית"-נקודה האט אנגעהויבן זיך אויפבלאזן, און 2) זאכן האבן זיך אנגעהויבן אנטוויקלען און ארויסגיין מן הכוח אל הפועל.

איך מיין אז מעמד הר סיני איז עפעס אזא ביג-בענג קאנצעפציע. עס איז אויף דער וועלט, אויף דער וואנדרנדיגער גרופע באפרייטע קנעכט אנגעפאלן א מין השראה שלא מעלמא הדין. דער עולם איז אריינגעפאלן אין א טיפן טראַנס, אויף א פארנעם וואס איז נישט בלויז געווען פרעצעדענטלאז, נאר טיפער, ברייטער און ארומנעמיגער ווי מיר קענען היינט בכלל משיג זיין. דאס, די השראה, איז געווען דאס קערנדל -- וואס האט זיך אויפגעריסן און געלאזט אין גאנג אן אנטוויקלונגס-פראצעס, וואס האט זיך קיינמאל נישט אפגעשטעלט.

"אין סוף" האט צו דער גרופע מענטשן קאמוניקירט א מעסעדזש, וואס האט אנטהאלטן בכוח אלעס וואס איז דערפון ארויסגעקומען, קומט ארויס, און וועט אמאל ארויסקומען. ס'איז "אראפגעקומען" א השראה וואס האט אנגעהויבן א פראצעס פון אנטוויקלונג און עקספאנסיע.

די "תורה" איז יענץ קערנדל. די מחלוקות און סתירות זענען יענער פראצעס.

די תורה, זאגן חז"ל, איז באשאפן געווארן פריער פון דער וועלט. דאס הייסט: די קאנצעפט פון אזא "קערנדל"-סינגולעריטי וואס טראגט אין זיך אלעס בכוח, נאר דארף א בריאה מיט צייט און שינוי צו קענען זיך אנטוויקלען, דאס, דער עצם קאנצעפט, איז באשאפן געווארן פאר דער וועלט. די וועלט, דער אוניווערס, איז באשאפן געווארן אינעם און דורכ'ן ביג בענג. מוז דאך זיין אז דער חק, דער פרינציפ, איז באשאפן געווארן פריער. נאר אזוי האט דער פראצעס פון אויספלאץ-און-אנטוויקלונג געקענט צושטאנד קומען.

דער פאקט איז דאך אז אויף דער וועלט קאמוניקירן מענטשן צווישן זיך, בעיקר, דורך שפראך -- אותיות, ווערטער, און זאצן. די תורה, דער טעקסט שבו, איז די שפראך-כלי אין וועלכער די אינפארמאציע איז אריינגעלייגט געווארן. יענער קאנצענטרירטער השראה/מעסעדזש האט געמוזט אריינגעלייגט ווערן אין ווערטער, ווייל אנדערש וואלט עס נישט געקענט איבערגעגעבן ווערן צו די ווייטערדיגע דורות. דער מעסעדזש-קערנדל אנטהאלט אבער סך מער ווי דאס פשוט'ע משמעות פון דעם טרוקענעם טעקסט. עס האט געטראגן אין זיך באהאלטן אלע סתירות, מחלוקות, צדדים פון אלערליי מציאות'ער, אומשטענדן, און פערספעקטיווען פון דעמאלט, ביז -- כ'ווייס אליין נישט.

די תורה, ובכן, איז נישט נאר א חפצא, א וועזן, נאר אויך און בעיקר א פראצעס, א קייט פון שינויים, הוספות, אנטוויקלונגען. באשאפן איז זי געווארן פאר ששת ימי בראשית; אויפגעריסן האט זי ביים מעמד הר סיני. און דער פראצעס, וואס האט זיך דעמאלט אנגעהויבן, האלט אן ביז'ן היינטיגן טאג. מעמד הר סיני איז דער אנהויב פון א קאסמישער געשעעניש; עס האלט אין איין געשען.

סייענס האט אנגענומען דעם ביג בענג אלס פאקט, אפילו ער ווייסט נישט (צי נאכנישט) וויאזוי דער אויפרייס איז געשען און ווער האט דעם ערשטן קערנדל דערציילט דעם סוד, אז ער זאל אין און דורך זיך אנטוויקלען אזא וועלט ווי מיר האבן היינט. די נקודה הראשונה וואס האט דעמאלט, ביי בראשית, אויפגעריסן, האט אין זיך אנטהאלטן אין זעלבן פלאץ, אין דער זעלבער צייט ווידערשפריכן און קעגנגעזעצטע זאכן: הייס/קאלט, ליכט/פינסטער, יא/ניין, גוט/שלעכט, סיביר/סאהארא, באבאוו/באבאוו, מהר"א/מהרז"ל, סאטמאר/ליובאוויטש, קאווע שטיבל/איי וועלט...

מיר איז נישט קיין נפקא מינא פון וואו, וויאזוי, ווען, און דורך וועמען דער אייגנטליכער טעקסט פון חומש איז למעשה געשריבן געווארן. פון מיין זייט זאל עס זיין כביכול אליין, משה רבינו, די אנשי כנסת הגדולה, אדער דער אבן עזרא. לא נפקא מינה בכלל. ווער און וואס ס'זאל נאר נישט האבן געווען, איז "דברה תורה כלשון בני אדם", און זי איז באלד דעמאלט ביים געגעבן ווערן טראגעדיג געווען מיט אלעס וואס סיי ווער וועט נאר אמאל מחדש זיין, אריינגערעכנט די סתירות און קעגנגעזעצטע צדדים. דער טעקסט איז דאס הענטל מיט וועלכן מען כאפט אן דעם מעסעדזש און גיט אים ווייטער.

שמעקעדיג » דינסטאג פעברואר 12, 2013 3:54 pm

· #86360
שמעקעדיג
דו טראכסט זייער טיף. (א קאמפלימענט)

לולקע-ציבעך » דינסטאג פעברואר 12, 2013 4:00 pm

· #86362
לולקע-ציבעך
שמעקעדיג
דו טראכסט זייער טיף. (א קאמפלימענט)

א דאנק 😃

ברסלבער » דינסטאג פעברואר 12, 2013 8:45 pm

· #86422
לולקע, האסט אהער געשטעלט אן אינטערעסאנטע חידוש, דאכט זיך מיום עמדו אבותי על הר סיני איז נאך קיינעם נישט בייגעפאלן אזא געדאנק, און אויב איז עס טאקע אמת איז עס זיכער שוין ניתנה למשה מסיני.
לגוף הענין פארשטיי איך נישט פונקטליך וואס דו זאגסט, אויב די אויפטוה איז אז די נתינת התורה איז נישט געווען די טעקסט, נאר עפעס א געוויסע קערנדל וואס דארף עקספלאדירן, צו וואס דארפסטו זאגן
לולקע-ציבעך
איך מיין אז מעמד הר סיני איז עפעס אזא ביג-בענג קאנצעפציע. עס איז אויף דער וועלט, אויף דער וואנדרנדיגער גרופע באפרייטע קנעכט אנגעפאלן א מין השראה שלא מעלמא הדין. דער עולם איז אריינגעפאלן אין א טיפן טראַנס, אויף א פארנעם וואס איז נישט בלויז געווען פרעצעדענטלאז, נאר טיפער, ברייטער און ארומנעמיגער ווי מיר קענען היינט בכלל משיג זיין. דאס, די השראה, איז געווען דאס קערנדל -- וואס האט זיך אויפגעריסן און געלאזט אין גאנג אן אנטוויקלונגס-פראצעס, וואס האט זיך קיינמאל נישט אפגעשטעלט.

קען דאך דאס זיין פשוט, עס איז געווען נתינת התורה פשוטו כמשמעו אזוי ווי עס שטייט אין די תורה, און דער אייבערשטער האט געגעבן די תורה-קערנדל פאר די אידן דעמאלט'ס, און דערנאך האט זיך עס צוברייטערט מיט קשיות און מחלוקת ואלו ואלו דברי אלקים חיים.
און בפשטות איז דאך די מציאות אזוי, דער אייבערשטער האט געגעבן די תורה-טעקסט, און די תורה איז נישט געשריבן קלאר יעדע הלכה אבער אלעס לערנט מען ארויס פון די טעקסט, אלע ספרי קודש זענען געבויעט אויף די תורה, און אלע מחלוקות הפוסקים זענען אויך געבויעט ווי אזוי יעדער לערנט אפ די תורה.

און דאס וואס דו ברענגסט ראיות און משלים פון ביג בענג, לדעתי איז ערבך ערבא צריך, די גאנצע נארישע טעאריע פון ביג בענג האט נישט קיין הענט און קיין פיס, עס איז נאר אנגענומען אין סייענס ווייל דערווייל האט מען נאכנישט קיין צווייטע פשט, אבער די טאעריע כשלעצמו האט לעכער און איז בכלל אומפארשטענדליך.
נו אויב אזוי קענען מיר דאך שוין גלייבן וואס דער אייבערשטער האט געשריבן אין די תורה וניתנה למשה בסיני, ווי אזוי דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט. כי ששת ימים עשה ה' את השמים ואת הארץ וביום השביעי שבת וינפש.

יאיר » דינסטאג פעברואר 12, 2013 8:49 pm

· #86423
ברסלב'ער, פון די וועג ווי אזוי דו ווארפסט אפ די ביג בענג טעאריע שטעל איך זיך פאר אז דו האסט שטודירט פיזיקס און גוט דורכגעטון די נושא, ריכטיג?

ברסלבער » דינסטאג פעברואר 12, 2013 8:53 pm

· #86426
גראדע נישט, כ'בין נישט דער גרויסער וויסענשאפטלער, איך האב נאך א שיינע מהלך צו גיין אין דעם ריכטונג.
כ'האב עס נאר געשריבן פון וואס כ'האב געליינט דא און דארט, און עס מאכט שטארק סענס (נישט סייענס).
והשנית האב איך די עיקר געמיינט ארויס צו ברענגן, די משל הדומה לנמשל פון דעם געוואלדיגע אויפטוה פון די "תורה-ביג-בענג"

יאיר » דינסטאג פעברואר 12, 2013 9:09 pm

· #86431
אויב דאס איז די קעיס, דעמאלט בין איך דיר מציע, אלס א גוטער פריינט, נישט צו זאגן אויף א טעאריע אז "עס האט נישט קיין הענט און קיין פיס" איידער דו טוסט עס דורך ביז צום סוף, און אודאי נישט פון ליינען דא און דארט. שטעל זיך פאר איינער זאל אוועקמאכן גאנץ תורת ברסלב דורך ליינען דא און דארט אין די ספרים פון שיק.

ברסלבער » דינסטאג פעברואר 12, 2013 9:12 pm

· #86434
אקעי, כ'וועל אנעמען אן עצה פון א גוטע פריינד, ובפרט פון דיר, וואס פון דיינע הערליכע תגובות דא אויפ'ן קאווע שטיבל זעהט אויס אז דו ביזט יא שטארק באקאנט אין די נושאים.

אבער לאמיר נישט פארקריכן פונעם נושא האשכול, וואס איז מיט די תורה-ביג-בענג טעאריע? דאס האסטו אויך דורך געטוהן?

יאיר » דינסטאג פעברואר 12, 2013 9:52 pm

· #86441
איך בין גראדע נישט אזוי באקאנט אין סייענס, אבער איך האב דרך ארץ פאר וויסנשאפטלער וואס האבן געווידמעט זייער לעבן צו שטודירן דעם באשאף פון די וועלט, מעשי ידיו של הקב"ה. אז דו פרעגסט וועל איך דיר זאגן אזויפיל, אז איך מיין אז לולקע מישט אביסל צווישן עוואלוציע און ביג בענג. עס איז נישט אז אלעס איז געווען אינ'ם ביג בענג, נאר פונ'ם ביג בענג האבן זיך זאכן עוואלווד ביז עס איז צוגעקומען צו דעם פארעם וואו ס'האלט היינט. די תורה, גלייך ווי אלע מעשי ידיו פונ'ם באשעפער, איז אליין א חלק פון די עוואלוציע פון די וועלט, כאטש אויף אן אנדער אופן ווי געווענליך, ווייל גאט האט זיך דירעקט אריינגעמישט און עס געגעבן פאר די אידן, כאטש מיר ווייסן נישט גענוי ווי אזוי ס'האט פאסירט, פונקט ווי מיר ווייסן נישט אלע פרטים פונ'ם ביג בענג. און ווי פארשטענדליך, איז דאס נאך איר אריינקומען אין דער וועלט אויך אדורך אן עוואלוציע, און עס וועט אודאי ווייטער דורכגיין עוואלוציע, גענוי ווי יעדע זאך אין די וועלט. די עוואלוציע פון די תורה איז דאס וואס מיר רופן "תורה שבעל פה".

א געלעכטער » דינסטאג פעברואר 12, 2013 11:18 pm

· #86458
לולקע-ציבעך

איך מיין אז מעמד הר סיני איז עפעס אזא ביג-בענג קאנצעפציע. עס איז אויף דער וועלט, אויף דער וואנדרנדיגער גרופע באפרייטע קנעכט אנגעפאלן א מין השראה שלא מעלמא הדין. דער עולם איז אריינגעפאלן אין א טיפן טראַנס, אויף א פארנעם וואס איז נישט בלויז געווען פרעצעדענטלאז, נאר טיפער, ברייטער און ארומנעמיגער ווי מיר קענען היינט בכלל משיג זיין. דאס, די השראה, איז געווען דאס קערנדל -- וואס האט זיך אויפגעריסן און געלאזט אין גאנג אן אנטוויקלונגס-פראצעס, וואס האט זיך קיינמאל נישט אפגעשטעלט.

"אין סוף" האט צו דער גרופע מענטשן קאמוניקירט א מעסעדזש, וואס האט אנטהאלטן בכוח אלעס וואס איז דערפון ארויסגעקומען, קומט ארויס, און וועט אמאל ארויסקומען. ס'איז "אראפגעקומען" א השראה וואס האט אנגעהויבן א פראצעס פון אנטוויקלונג און עקספאנסיע.

די "תורה" איז יענץ קערנדל. די מחלוקות און סתירות זענען יענער פראצעס.

די תורה, זאגן חז"ל, איז באשאפן געווארן פריער פון דער וועלט. דאס הייסט: די קאנצעפט פון אזא "קערנדל"-סינגולעריטי וואס טראגט אין זיך אלעס בכוח, נאר דארף א בריאה מיט צייט און שינוי צו קענען זיך אנטוויקלען, דאס, דער עצם קאנצעפט, איז באשאפן געווארן פאר דער וועלט. די וועלט, דער אוניווערס, איז באשאפן געווארן אינעם און דורכ'ן ביג בענג. מוז דאך זיין אז דער חק, דער פרינציפ, איז באשאפן געווארן פריער. נאר אזוי האט דער פראצעס פון אויספלאץ-און-אנטוויקלונג געקענט צושטאנד קומען.

אזעלכע אפיקורסס שרייבען!
דאס איז עס!
און שטיבעל דא וועל איך שוין מער נישט אריינטרעטען!

מוח שליט » דינסטאג פעברואר 12, 2013 11:53 pm

· #86465
יאיר
אז איך מיין אז לולקע מישט אביסל צווישן עוואלוציע און ביג בענג. עס איז נישט אז אלעס איז געווען אינ'ם ביג בענג, נאר פונ'ם ביג בענג האבן זיך זאכן עוואלווד ביז עס איז צוגעקומען צו דעם פארעם וואו ס'האלט היינט.
וואס מיינסטו צו זאגען? עס זענען דא זאכען וואס איז נישט בשורשו פינעם ביג בענג?

מוח שליט » מיטוואך פעברואר 13, 2013 12:44 am

· #86473
א געלעכטער

דו האסט מדגיש געווען די ווערטער פין לולקע ווי ער זאגט אז "דער עולם איז אריינגעפאלן אין א טיפן טראַנס". משמע אז דאס איז איינע פין די סיבות פין דיין וויי געשריי.
ווייסטו דען נישט פינעם רמב"ן וואס זאגט אז מעמד הר סיני איז געווען א ענין של נבואה?
איז עס אפיקורסת צו ניצען די ווארט טראנס אדער השראה ווען מען רעדט פון נבואה? ביטע זאג מיר די אויסגעהאלטענע ווערטער וואס מעגען געניצט ווערען. זאגען אז דער אייבערשטער רעדט מיט זיין מויל און שרייט מיט זיין קול איז מסתמא א.ק. ביי דיר. די ווארט טראנס דרוקט הא? ביטע צייכען אן אפאר מראה מקומות וואס שרייבען אז "נופל וגלוי עינים" איז אינגאנצען נישט דומה צו א מענטש אין א טראנס עד כדי כך אז עס איז אפיקורסת גמור צו האלטען אזוי.
דא האסטו איין מראה מקום אויף אנצוהייבען. ספר מורה הנבוכים חלק ב פרק לו. כך פועל הכח המדמה בעת השינה היא פעולתו בעת הנבואה אלא שיש בו קצור ולא הגיע אל תכליתה, ולמה אודיעך זה מדבריהם ז"ל ונניח כתובי התורה, אם יהיה נביאכם ה' במראה אליו אתודע בחלום אדבר בו, הנה כבר הגיד לנו ית' אמתת הנבואה ומהותה והודיענו שהיא שלמות יבא בחלום או במראה, ...וכבר ידעת כי כל כח גופני יחלש וילאה ויפסד עת ויבריא עת אחרת, וזה הכח המדמה כח גופני בלא ספק, ולזה תמצא הנביאים תתבטל נבואתם בעת האבל או בעת הכעס וכיוצא בהם. הייסט דאס אז נבואה איז מיטן כח המדמה כעין חלום. קומט אויס אז זאגען אויף נבואה אז דאס איז עפעס א דמיון אין די כלי השכל איז בסדר. זאגען נבואה איז בערך אזעלכע דמיונות וואס א מענטש האט אין זיין חלום איז גוט. עס איז דאך מסתמא נישט קיין אפיקורסת נאכצוזאגען א פסוק אין די תורה. "בחלום אדבר בו", אדער נאכצוזאגען דברי הרמב"ם. אבער "טראנס" איז עפעס א מין ווארט פין כפירה וואס באצווינגט דיך זיך אפצוטראגען פין דא.
לויטען דיקטשאנערי מיינט טראנס, א האלב וואכעדיגע מצב ווי מען פארלירט אלא כוחות פין די חושים גשמיים. קוקט אויס גאנץ נאנט צו א בחינה פין נופל וגלוי עינים.

יאיר » מיטוואך פעברואר 13, 2013 4:59 am

· #86481
מוח שליט
יאיר
אז איך מיין אז לולקע מישט אביסל צווישן עוואלוציע און ביג בענג. עס איז נישט אז אלעס איז געווען אינ'ם ביג בענג, נאר פונ'ם ביג בענג האבן זיך זאכן עוואלווד ביז עס איז צוגעקומען צו דעם פארעם וואו ס'האלט היינט.
וואס מיינסטו צו זאגען? עס זענען דא זאכען וואס איז נישט בשורשו פינעם ביג בענג?

עפעס אזוי, אבער נישט ממש. ס'הייסט, איך האלט נישט אז אינ'ם ביג בענג איז געווען בדוקא נכלל אז פערצן ביליאן יאר שפעטער זאל קומען א ניק מיט'ן נאמען יאיר און שרייבן די דאזיגע תגובה אויף א סייט וואס רופט זיך קאווע שטיבל. די זעלבע זאך, אדער בעסער געזאגט, פיל ווייטער, גלייב איך נישט אז עס איז בהכרח געלעגן אין מתן תורה יעדע סתירה צווישן אמוראים. אבער ס'איז מער ווי דעם, אפילו אויב דו ביסט מחולק מיט מיין הבנה אין ביג בענג, איז דאך די תורה אריינגעקומען אינמיטן די פראסעס פון עוואלוציע, און האט זיך געמוזט צושטעלן דערצו, דאס האט געברענגט אז מערערע פארשידענע סיבות האבן גורם געווען אז די תורה זאל האלטן אויפ'ן שטאפל וואו זי האלט יעצט, און עס וואלטן פונקט אזוי געקענט זיין אנדערע סיבות וואס וואלטן געברענגט אנדערע רעזולטאטן. אזוי ווי די עוואלוציע פונ'ם היומען ספישיס איז תלוי אין וועלכע אומשטענדן ער געפינט זיך. נאר קען זיין אז מיר דארפן יא נוצן דעם ביג בענג משל לויט די חז"ל וואס האלטן אז ליכא מידי דלא רמיזא באורייתא, און די תורה קען סובל זיין מערערע דרשות, בכל אופן איז עס נישט ממש קיין צוגלייך, נאר ענדערש לסבר את האוזן. קען זיין אז דאס האט טאקע לולקע געמיינט.

מוח שליט » מיטוואך פעברואר 13, 2013 2:08 pm

· #86595
יאיר
מוח שליט
יאיר
אז איך מיין אז לולקע מישט אביסל צווישן עוואלוציע און ביג בענג. עס איז נישט אז אלעס איז געווען אינ'ם ביג בענג, נאר פונ'ם ביג בענג האבן זיך זאכן עוואלווד ביז עס איז צוגעקומען צו דעם פארעם וואו ס'האלט היינט.
וואס מיינסטו צו זאגען? עס זענען דא זאכען וואס איז נישט בשורשו פינעם ביג בענג?

עפעס אזוי, אבער נישט ממש. ס'הייסט, איך האלט נישט אז אינ'ם ביג בענג איז געווען בדוקא נכלל אז פערצן ביליאן יאר שפעטער זאל קומען א ניק מיט'ן נאמען יאיר און שרייבן די דאזיגע תגובה אויף א סייט וואס רופט זיך קאווע שטיבל.
איז דאס ווייל דו האלטסט פין בחירה חפשית? [און דו מאכסט דיך נישט וויסענדיג פון ר' חסדאי קרשקש תלמיד הר"ן ורבו של בעל העיקרים. וואס שרייבט אין זיין ספר אור ה' מאמר ב' כלל ה' פרק ג', אז עס איז נישט דא קיין בחירה חפשית 🙂 ]

לולקע-ציבעך » מיטוואך פעברואר 13, 2013 3:00 pm

· #86610
ברסלבער
דאך דאס זיין פשוט, עס איז געווען נתינת התורה פשוטו כמשמעו אזוי ווי עס שטייט אין די תורה, און דער אייבערשטער האט געגעבן די תורה-קערנדל פאר די אידן דעמאלט'ס, און דערנאך האט זיך עס צוברייטערט מיט קשיות און מחלוקת ואלו ואלו דברי אלקים חיים.
און בפשטות איז דאך די מציאות אזוי, דער אייבערשטער האט געגעבן די תורה-טעקסט, און די תורה איז נישט געשריבן קלאר יעדע הלכה אבער אלעס לערנט מען ארויס פון די טעקסט, אלע ספרי קודש זענען געבויעט אויף די תורה, און אלע מחלוקות הפוסקים זענען אויך געבויעט ווי אזוי יעדער לערנט אפ די תורה.

מען קען טאקע אזוי זאגן. איך פיל זיך אבער באקוועמער מיט'ן געדאנק אז די גאנצע תורה איז דעמאלט געגעבן געווארן. אזוי איז דאך אויך משמע פון חז"ל און מפורשים. לויט דעם אופן ווי איך זאג, שטימט עס. ס'איז נישט נאר אז די תורה האט איבערגעלאזט פלאץ פאר דרשות און הלכות, נאר די אלע זאכן זענען בעצם די תורה וואס איז דעמאלט געגעבן געווארן פאר די אידן.

ברסלבער
און דאס וואס דו ברענגסט ראיות און משלים פון ביג בענג, לדעתי איז ערבך ערבא צריך, די גאנצע נארישע טעאריע פון ביג בענג האט נישט קיין הענט און קיין פיס, עס איז נאר אנגענומען אין סייענס ווייל דערווייל האט מען נאכנישט קיין צווייטע פשט, אבער די טאעריע כשלעצמו האט לעכער און איז בכלל אומפארשטענדליך.

פארוואס מיינסטו אז די טעאריע האט קיין הענט און פיס? ווען עמיצער זאגט אז דער ביג בענג איז געשען פון זיך אליין, דאס קען זיך הערן נאריש. אבער די טעאריע אליין? ס'איז דער בעסטער הסבר פאר די פאקטן וואס די וויסנשאפט ווייסט היינט. סייענס וועט נאך זיכער מאכן פארשריט און טוישן צי דערגענצן דאס בילד. אבער מאן יימר אז די וועלט האט זיך נישט אזוי אנגעהויבן? קשיות זענען פאראן; אבער קשיות זענען לאו דווקא פירכא'ס. נישט אזוי?

ברסלבער
נו אויב אזוי קענען מיר דאך שוין גלייבן וואס דער אייבערשטער האט געשריבן אין די תורה וניתנה למשה בסיני, ווי אזוי דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט. כי ששת ימים עשה ה' את השמים ואת הארץ וביום השביעי שבת וינפש.

מיר קענען טאקע אזוי גלייבן. און מיר גלייבן טאקע אזוי. אבער מיר ווייסן דאך אויך אז די תורה דארף פארשטאנען און גע'דרשנ'ט ווערן. (די ספרים געשעפטן און כסדר-וואקסנדע ספרים שענק זענען עדות דערויף.) די תורה איז אמת. סיי וואס זי זאל נאר זאגן איז אמת. וואס זאגט זי אבער? דאס איז נישט קיין אמונה אדער השקפה שאלה, נאר א וואס-איז-פשט-אין-פסוק שאלה. (דאס ווערט געפרעגט דורך אויפהייבן די האנט אינמיטן שיעור: "רבי, כ'פארשטיי נישט!")

לולקע-ציבעך » מיטוואך פעברואר 13, 2013 3:12 pm

· #86616
יאיר
איך מיין אז לולקע מישט אביסל צווישן עוואלוציע און ביג בענג. עס איז נישט אז אלעס איז געווען אינ'ם ביג בענג, נאר פונ'ם ביג בענג האבן זיך זאכן עוואלווד ביז עס איז צוגעקומען צו דעם פארעם וואו ס'האלט היינט.

אמת. אבער דאס זאגט דאך אז די אלע זאכן וואס האבן זיך שפעטער אנטוויקלט, האבן זיך געפונען אין דעם סינגולעריטי בכוח. עפעס אנדערש איז דאך נישט געווען. אלעס וואס איז שפעטער נולד געווארן, איז בפשטות געווען קאדירט אין יענעם קאסמישן ברעקל. (איך בין נישט זיכער אז דאס וואס איך זאג איז סייענטיפיש אויסגעהאלטן. איך טראכט נאר אזוי. יתכן אז כ'בין נישט גערעכט.)

עוואלוציע פון בעלי חיים און דעם מין מענטש איז געווען א פאזע אין דער קאסמישער עוואלוציע. ביים ביג בענג איז געווען גארנישט. זילטש. אפילו נישט קיין אטאמס. אפילו נישט די טיילן פון אן אטאם. ס'איז געווען "תוהו ובוהו".

יאיר
די תורה, גלייך ווי אלע מעשי ידיו פונ'ם באשעפער, איז אליין א חלק פון די עוואלוציע פון די וועלט, כאטש אויף אן אנדער אופן ווי געווענליך, ווייל גאט האט זיך דירעקט אריינגעמישט און עס געגעבן פאר די אידן, כאטש מיר ווייסן נישט גענוי ווי אזוי ס'האט פאסירט, פונקט ווי מיר ווייסן נישט אלע פרטים פונ'ם ביג בענג. און ווי פארשטענדליך, איז דאס נאך איר אריינקומען אין דער וועלט אויך אדורך אן עוואלוציע, און עס וועט אודאי ווייטער דורכגיין עוואלוציע, גענוי ווי יעדע זאך אין די וועלט.

"הסתכל באורייתא וברא עלמא." אפשר איז פשט אין די ווערטער אז דער אויבערשטער האט דעם קאנצעפט פון א "ביג בענג" -- א כמעט לא-ממשות וואס אנטהאלט בכוח אלעס וואס אנטוויקלט זיך דערפון שפעטער -- באשאפן פריער פון דער וועלט. און זיך צו ציטירן:

לולקע-ציבעך
די תורה, זאגן חז"ל, איז באשאפן געווארן פריער פון דער וועלט. דאס הייסט: די קאנצעפט פון אזא "קערנדל"-סינגולעריטי וואס טראגט אין זיך אלעס בכוח, נאר דארף א בריאה מיט צייט און שינוי צו קענען זיך אנטוויקלען, דאס, דער עצם קאנצעפט, איז באשאפן געווארן פאר דער וועלט. די וועלט, דער אוניווערס, איז באשאפן געווארן אינעם און דורכ'ן ביג בענג. מוז דאך זיין אז דער חק, דער פרינציפ, איז באשאפן געווארן פריער. נאר אזוי האט דער פראצעס פון אויספלאץ-און-אנטוויקלונג געקענט צושטאנד קומען.

ג-ט, ווי דו זאגסט, האט די תורה *געגעבן* צו די אידן. עקזיסטירט האט זי אפשר אבער שוין פריער.

מעיקס סענס?

ברסלבער » מיטוואך פעברואר 13, 2013 4:52 pm

· #86655
לולקע-ציבעך
ברסלבער
דאך דאס זיין פשוט, עס איז געווען נתינת התורה פשוטו כמשמעו אזוי ווי עס שטייט אין די תורה, און דער אייבערשטער האט געגעבן די תורה-קערנדל פאר די אידן דעמאלט'ס, און דערנאך האט זיך עס צוברייטערט מיט קשיות און מחלוקת ואלו ואלו דברי אלקים חיים.
און בפשטות איז דאך די מציאות אזוי, דער אייבערשטער האט געגעבן די תורה-טעקסט, און די תורה איז נישט געשריבן קלאר יעדע הלכה אבער אלעס לערנט מען ארויס פון די טעקסט, אלע ספרי קודש זענען געבויעט אויף די תורה, און אלע מחלוקות הפוסקים זענען אויך געבויעט ווי אזוי יעדער לערנט אפ די תורה.

מען קען טאקע אזוי זאגן. איך פיל זיך אבער באקוועמער מיט'ן געדאנק אז די גאנצע תורה איז דעמאלט געגעבן געווארן. אזוי איז דאך אויך משמע פון חז"ל און מפורשים. לויט דעם אופן ווי איך זאג, שטימט עס. ס'איז נישט נאר אז די תורה האט איבערגעלאזט פלאץ פאר דרשות און הלכות, נאר די אלע זאכן זענען בעצם די תורה וואס איז דעמאלט געגעבן געווארן פאר די אידן.

איך האב דען געזאגט אז נישט די גאנצע תורה איז דעמאלט'ס געגעבן געווארן?
און איך וועל איבער'חזר'ן מיינע ווערטער.
די אלע שיטות און מחלוקות וואס זענען שפעטער געקומען זענען דאך מרומז אין די טקסט פון די תורה, אויב אזוי פארוואס דארפסטו זאגן אז עס איז געווען עפעס א מין בריאה פון א קערנדל וואס האט אויפגעריסן ביי מתן תורה און דערנאך זיך פארשפרייט מער און מער? און פארוואס דארפסטו צוקומען אז עס איז געווען מער בדרך נבואה וכדו'? קענסט דאך זאגן פשוט אז דער אייבערשטער האט געגעבן די טקסט פון די תורה, וואס אין דעם איז נכלל אלע זאכן וואס די שפעטערדיגע האבן צולייגט, און נאכדעם מיט די צייט האט מען עס אנגעהויבן צו מפענח זיין, און מען האלט נאך אלץ אינמיטן.

לולקע-ציבעך
ברסלבער
און דאס וואס דו ברענגסט ראיות און משלים פון ביג בענג, לדעתי איז ערבך ערבא צריך, די גאנצע נארישע טעאריע פון ביג בענג האט נישט קיין הענט און קיין פיס, עס איז נאר אנגענומען אין סייענס ווייל דערווייל האט מען נאכנישט קיין צווייטע פשט, אבער די טאעריע כשלעצמו האט לעכער און איז בכלל אומפארשטענדליך.

פארוואס מיינסטו אז די טעאריע האט קיין הענט און פיס? ווען עמיצער זאגט אז דער ביג בענג איז געשען פון זיך אליין, דאס קען זיך הערן נאריש. אבער די טעאריע אליין? ס'איז דער בעסטער הסבר פאר די פאקטן וואס די וויסנשאפט ווייסט היינט. סייענס וועט נאך זיכער מאכן פארשריט און טוישן צי דערגענצן דאס בילד. אבער מאן יימר אז די וועלט האט זיך נישט אזוי אנגעהויבן? קשיות זענען פאראן; אבער קשיות זענען לאו דווקא פירכא'ס. נישט אזוי?

יאיר האט דיר שוין מקדים געווען עיי"ש, איך האב נישט געמיינט בעיקר זיך צו באציען אויף די נקודה, כ'האב עס נאך קיינמאל נישט גרינטליך דורכגעטוהן, כ'האב מיר בעיקר באצויגן צו די "תורה-ביג-בענג", וואס צוליב עפעס א סיבה גייט עס מיר נישט אריין קאפ.
אפשר קענסטו דאס בעסער מסביר זיין, אויף וואס דו האסט עס געבויעט?

ברסלבער » מיטוואך פעברואר 13, 2013 5:36 pm

· #86667
א גוטע הערה
אבער דאכטציך אז א חלק פון די טעאריע איז אויך אז דאס איז געשעהן מיט 14 ביליאן יאר צוריק, און יאיר שרייבט אויך אזוי
יאיר
עפעס אזוי, אבער נישט ממש. ס'הייסט, איך האלט נישט אז אינ'ם ביג בענג איז געווען בדוקא נכלל אז פערצן ביליאן יאר שפעטער זאל קומען א ניק מיט'ן נאמען יאיר און שרייבן די דאזיגע תגובה אויף א סייט וואס רופט זיך קאווע שטיבל.

און דאס שטומט לכאורה נישט מיט די ספרי קודש

ברסלבער » מיטוואך פעברואר 13, 2013 5:50 pm

· #86672
דו מיינסט לכאורה די שיטה פון שמיטות.
לויט דעם דעם איז עס אויך לכאורה נישט מער ווי זיבן מאל 6000.
און דו זאגסט טאקע גוטע תירוצים צו פארענטפערן זייער טעות, אבער דאס מאכט עס אבער נאכנישט אויס טעות.

יאיר » מיטוואך פעברואר 13, 2013 7:16 pm

· #86695
[quote-"מוח שליט"]איז דאס ווייל דו האלטסט פין בחירה חפשית? [און דו מאכסט דיך נישט וויסענדיג פון ר' חסדאי קרשקש תלמיד הר"ן ורבו של בעל העיקרים. וואס שרייבט אין זיין ספר אור ה' מאמר ב' כלל ה' פרק ג', אז עס איז נישט דא קיין בחירה חפשית ][/quote]
איך האב גראדע שוין גענוצט רבי חסדאי קרשקש לגבי אמונה, וואס דארט איז זיין שיטה מער מסתבר, אבער לגבי בחירה בכלליות בין איך נישט בוחר אין זיין שיטה, ( 🙂 pun intended), נישט צוליב רעליגיעזע סיבות, נאר מצד השכל והסברא. אבער באמת איז מיין מיינונג אסאך מער ראדיקאל. איך האלט אז אלעס אין די וועלט האט א בחירה, פון די אבזערוואציעס וואס מיר זעען אין דעם אטאם, ביז דעם בלו פרינט פון די עמפייער סטעיט בילדינג. איך ווייס אז ס'הערט זיך גאר מאדנע דער שיטה, אבער פאקטיש איז דאס נישט אזוי מחודש'דיג, עכ"פ גארנישט מער ווי צו זאגן אז פון א צוזאמענשטעל פון גענעס איז פון זיך אליין באשאפן געווארן א נייע מושג פון א "מענטש" וועלכער האט אייגענע תכונות, מיינונגען, און געפילן (עי' אשכול "ווער בין איך"). און אויך גארנישט מער מחודש ווי ריטשארד דאוקינס אומזעהבארע memes וואס פליען ארום פון איינעם צום צווייטן. הגע בעצמך, כמעט קיינער איז סייווי נישט קיין אמת'ע מאטעריאליסט-דעטערמיניסט, נישט קיין חילוק וואס ער זאגט ברבים. אין זיין לעבן וועלט ער אליין אויס וועלכע פרישטאג צו קויפן, און ער מאכט אפ וועלכע מיידל געפעלט אים. (אויסער ביי חסידים, וואס זענען מסתמא די איינציגסטע אידישע רעליגיעזע דעטערמיניסטן) אויב אזוי, ווי אזוי איז פלוצלינג א בחירה אריינגעפאלן ביים מענטש? בשלמא רעליגיעז גערעדט, האבן מיר א ספעציעלע ויפח באפיו נשמת חיים, אבער סייענטיפיש גערעדט, מוז מען מוקים זיין אז א געוויסע פארעם פון בחירה איז שוין געווען פון פריער און דעם מענטש האט עס נאר פארברייטערט. אלזא, דער בחירה איז אויך מיטגעקומען מיט פעקעזש דיעל פונ'ם ביג בענג. קענסט שוין אויפשטיין.
(וועגן די אנדערע הערות פון די חשוב'ע שרייבער דא האב איך נישט יעצט קיין צייט צו מעיר זיין, אבער ס'זעט מיר אויס אז דער אשכול איז אליין געווארן א ביג בענג און ס'האט זיך עוואלווד צו אנדערע וויכטיגע נושאים וואס זענען נישט בעצם א חלק פונ'ם עיקר שמועס 😃)

נולד מאוחר » מיטוואך פעברואר 13, 2013 10:13 pm

· #86768
יאיר איך וויל פארשטיין דיין רייד וועגן בחירה.
וואס הייסט '' בלו פרינט פונעם עמפייער סטעט האט בחירה?
בכלל בוסטו לעצטענס ביזי מיט מאטירעליסים. דאס הייסט סאיז דא עפעס מער און העכער , וואס דארט פאלט אוועק די קשיא'ס און פראבלעמען אויף בחירה.
פיין אבער דאן האב איך נישט קיין ריספאנסבילטי וואס דער העכער נשמה איז בוחר.
און די נשמה אליינס איז אויך נישט ריספאנסיבל ווייל בחירה מיימט מקען טאן וואס מוויל, אן סיבות זאלן גורם זיין די החלטה. פארגעט איט כ'ווייס נישט פונקטלך וואס איך זאג.
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/77696">viewtopic.php?p=77696#p77696</a><!-- l -->
דא איז די בחירה אשכול זיי מסביר דיין שיטה פליז.

יאיר » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 2:07 am

· #86863
בחירה אין מיינע אויגן איז א געוויסע באהאלטענע כוח וואס דער מענטש וואס ער קען ארויסציען מכוח אל הפועל, אפילו דאס ליגט נישט דוקא אין זיינע גענעס. אין אנדערע ווערטער, דער מענטש איז נישט פרעדיקטעבל, מען קען נישט פון פאראויס וויסן לויט וואספארא תכונות ער האט וואס ער גייט טון, ווייל ער קען כאילו ארויסציען פון טאש באהאלטענע כוחות וואס באלאנגען צום עצם "מענטש", אדער ווי מיר רופן עס, נשמה. ער קען טאקע נישט טון וואס ער וויל, ווייל ער איז דאך מוגבל צום גוף, אבער עפעס א שליטה האט ער.
וועגן שכר ועונש, דאס איז א באזונדערע שמועס. למעשה זע איך נישט קיין שום זאכליכער הסבר אויף שכר ועונש, ווייל וואס גייט מיר אן ואס דער מענטש האט געטון בחייו, צו איז דער באשעפער סתם א שלעכטער וואס זאגט, "האסט מיך נישט געפאלגט, נאדיר!". ממילא מוז מען סייווי צוקומען צום ווארט פון רבי חסדאי קרשקש און נאך ראשונים אז דער שכר ועונש איז נישט באמת שכר ועונש, נאר א תוצאה פון די מעשים וואס מען טוט אויף די וועלט.
סארי, די בלו פרינט האט נישט א בחירה, די מענטשן וואס האבן עס געמאכט האבן עס געמאכט מיט א בחירה, און נישט "בלויז" ווייל זייערע גענעס האבן אזוי דיקטירט.

מוח שליט » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 2:07 pm

· #86967
יאיר
מוח שליט
איז דאס ווייל דו האלטסט פין בחירה חפשית? [און דו מאכסט דיך נישט וויסענדיג פון ר' חסדאי קרשקש תלמיד הר"ן ורבו של בעל העיקרים. וואס שרייבט אין זיין ספר אור ה' מאמר ב' כלל ה' פרק ג', אז עס איז נישט דא קיין בחירה חפשית ]

איך האב גראדע שוין גענוצט רבי חסדאי קרשקש לגבי אמונה, וואס דארט איז זיין שיטה מער מסתבר, אבער לגבי בחירה בכלליות בין איך נישט בוחר אין זיין שיטה, ( 🙂 pun intended), נישט צוליב רעליגיעזע סיבות, נאר מצד השכל והסברא. אבער באמת איז מיין מיינונג אסאך מער ראדיקאל. איך האלט אז אלעס אין די וועלט האט א בחירה, פון די אבזערוואציעס וואס מיר זעען אין דעם אטאם, ביז דעם בלו פרינט פון די עמפייער סטעיט בילדינג. איך ווייס אז ס'הערט זיך גאר מאדנע דער שיטה, אבער פאקטיש איז דאס נישט אזוי מחודש'דיג, עכ"פ גארנישט מער ווי צו זאגן אז פון א צוזאמענשטעל פון גענעס איז פון זיך אליין באשאפן געווארן א נייע מושג פון א "מענטש" וועלכער האט אייגענע תכונות, מיינונגען, און געפילן (עי' אשכול "ווער בין איך"). און אויך גארנישט מער מחודש ווי ריטשארד דאוקינס אומזעהבארע memes וואס פליען ארום פון איינעם צום צווייטן. הגע בעצמך, כמעט קיינער איז סייווי נישט קיין אמת'ע מאטעריאליסט-דעטערמיניסט, נישט קיין חילוק וואס ער זאגט ברבים. אין זיין לעבן וועלט ער אליין אויס וועלכע פרישטאג צו קויפן, און ער מאכט אפ וועלכע מיידל געפעלט אים. (אויסער ביי חסידים, וואס זענען מסתמא די איינציגסטע אידישע רעליגיעזע דעטערמיניסטן) אויב אזוי, ווי אזוי איז פלוצלינג א בחירה אריינגעפאלן ביים מענטש? בשלמא רעליגיעז גערעדט, האבן מיר א ספעציעלע ויפח באפיו נשמת חיים, אבער סייענטיפיש גערעדט, מוז מען מוקים זיין אז א געוויסע פארעם פון בחירה איז שוין געווען פון פריער און דעם מענטש האט עס נאר פארברייטערט. אלזא, דער בחירה איז אויך מיטגעקומען מיט פעקעזש דיעל פונ'ם ביג בענג. קענסט שוין אויפשטיין.
(וועגן די אנדערע הערות פון די חשוב'ע שרייבער דא האב איך נישט יעצט קיין צייט צו מעיר זיין, אבער ס'זעט מיר אויס אז דער אשכול איז אליין געווארן א ביג בענג און ס'האט זיך עוואלווד צו אנדערע וויכטיגע נושאים וואס זענען נישט בעצם א חלק פונ'ם עיקר שמועס 😃)

Wow, you sure pack a punch. דו זאגסט גאר אסאך נקודות דא. כדי צו פארשטיין דיינע פוינטס וועל איך דיר פרעגען אפאר שאלות.
א' וואס האלטסטו, אויב ר' חסדאי זאל זיין גערעכט וואלטען מיר נישט געפילט אז מיר זענען בוחר וועלכע פרישטיג צו קויפען? איז דען די אלע אזויגעריפענע בחירות אונזערע [פרישטיג, מיידל] נישט מובן לשיטתו?
ב' איז בחירה נישט קיין דערהער וואס איז לגמרי קעגען שכלדיגע הבנה פין מציאות. פונקט ווי די פארשטייסט אז הייס איז הייס און נישט קאלט, און עס וועט ערליך טוהן די פעולות וואס איר כאראקטער איז [דהיינו אן ענערגישער אויסשפרייטונג]. איז דאך די זעלבע ביי יעדע מציאות אז עס האט איר פונקטליכע דעפינישען און כאראקטער, און הוא ולא אחר. איך גלייב אז דו טרייסט נישט אויפצווייזען דא א רונדיגע ריבוע [א הייסע קאלטשאפט, 😕 ].
ג' וואס איז דיר מחודשדיג אז עס איז געשעהן א מענטש? דו האלטסט אז עוואלוציע מאכט נישט קיין סענס? [איך האלט אויך אזוי גראדע ואכ"מ] דעמאלט האלט נישט פין עוואלוציא און גמרנו. עס קוקט מיר אויס ווי די האלטסט פין עוואלוציע על אף עס שטימט דיר עפעס נישט, און פין דעם בויעסט דו א ראי' אז מען קען זאגען זאכען וואס זענען עפעס נישט מובן.
ד' וואס איז דיר מחודשדיג בענין די memes פין Dawkins ? וואס איז דיר נישט מובן אז אין קולטור אדער אין נאטור איז דא אזא זאך ווי איבעגעבונג פין כוחות פין איין קולטור צום צווייטען, אדער פין איין מציאות אינעם נאטור צום צווייטען? אוודאי יעדער אויף זיין שטייגער, ביי קולטור דורך דיבור, שמיעה, און ראי', און ביי נאטור דורך שינויים מקריים, ומלחמת קיום. בסך הכל האט מען א נאמען געגעבען פאר אט די פראצעס, ויקרא שמו בישראל 'אן איבערגעבונג פין memes'.
ה' דו זאגסט עפעס "בחירה אינעם ביג בענג פעקעדזש". מיינסטו די בחירה וואס מיר ווערען קאנפראנטירט אויף די קוואנטום לעוועל? אבער איז דען קוואנטום פיזיקס מבאר די שכל פון די זאך? איז עס דען נישט מער ווי אן אבסערוואציא וואס איז דוקא נאך נישט מובן? מיר רעדן דאך דא הבנת הדברים.
ועוד לי מילין בזה אבער הבעל הבית דוחה.
Fyi, איך האלט דוקא יא פין בחירה. איך האלט אבער אז עס פעהלט אויס עס מבאר זיין ע"פ שכל. דערפאר וויל איך הערן דיין שכלדיגער צוגאנג דערצו.

נולד מאוחר » פרייטאג פעברואר 15, 2013 1:10 am

· #87159
יאיר,
וואס מאכט דיר זאגן זאלכע חידישם, אז די מענטש האט עפעס א כח וואס ער שלעפט ארויס פון טאש, און יענער איז מחליט פארן מענטש וואס צי בוחר זיין?
פארוואס האלסטו אז מקען נישט אויסרעכנכן וואס סגייט זיין א מענטש נעקסט סטעפ? וואלסטו נישט פאראויס געוויסט אויף די תגובה קומט א גוטס פון לעעקוואד וכד' ? אביסעל א בעסערע קאמפיוטער קען וויסען פונקטלעך וואס דער מענטש גייט בוחר זיין. איך מיין סאיז א קלענער חידוש ווי דיין מהלך.
ביי אונזד און שול ווייס מען ווען מעפענט די פענסטער ווער סגייט שרייען, ווער סגייט זיך אויף הייבן און גיין צי א צוויטער פלאץ. אויב שרייט נישט דער שרייער איז דאס ווייל א האט דזשאסט געכאפט א גוטן פליק פון איינעם. סאיז אלץ דא א סיבה קודמת.

יתרו » זונטאג פעברואר 17, 2013 12:00 am

· #87444
א געלעכטער
לולקע-ציבעך

איך מיין אז מעמד הר סיני איז עפעס אזא ביג-בענג קאנצעפציע. עס איז אויף דער וועלט, אויף דער וואנדרנדיגער גרופע באפרייטע קנעכט אנגעפאלן א מין השראה שלא מעלמא הדין. דער עולם איז אריינגעפאלן אין א טיפן טראַנס, אויף א פארנעם וואס איז נישט בלויז געווען פרעצעדענטלאז, נאר טיפער, ברייטער און ארומנעמיגער ווי מיר קענען היינט בכלל משיג זיין. דאס, די השראה, איז געווען דאס קערנדל -- וואס האט זיך אויפגעריסן און געלאזט אין גאנג אן אנטוויקלונגס-פראצעס, וואס האט זיך קיינמאל נישט אפגעשטעלט.

"אין סוף" האט צו דער גרופע מענטשן קאמוניקירט א מעסעדזש, וואס האט אנטהאלטן בכוח אלעס וואס איז דערפון ארויסגעקומען, קומט ארויס, און וועט אמאל ארויסקומען. ס'איז "אראפגעקומען" א השראה וואס האט אנגעהויבן א פראצעס פון אנטוויקלונג און עקספאנסיע.

די "תורה" איז יענץ קערנדל. די מחלוקות און סתירות זענען יענער פראצעס.

די תורה, זאגן חז"ל, איז באשאפן געווארן פריער פון דער וועלט. דאס הייסט: די קאנצעפט פון אזא "קערנדל"-סינגולעריטי וואס טראגט אין זיך אלעס בכוח, נאר דארף א בריאה מיט צייט און שינוי צו קענען זיך אנטוויקלען, דאס, דער עצם קאנצעפט, איז באשאפן געווארן פאר דער וועלט. די וועלט, דער אוניווערס, איז באשאפן געווארן אינעם און דורכ'ן ביג בענג. מוז דאך זיין אז דער חק, דער פרינציפ, איז באשאפן געווארן פריער. נאר אזוי האט דער פראצעס פון אויספלאץ-און-אנטוויקלונג געקענט צושטאנד קומען.

אזעלכע אפיקורסס שרייבען!
דאס איז עס!
און שטיבעל דא וועל איך שוין מער נישט אריינטרעטען!

א פייינעם טויש, לולקע ציבעך אריין און געלעכטער ארויס

איינגעמיירעט » זונטאג פעברואר 17, 2013 1:29 am

· #87476
איך האב שוין געטענה׳ט דא און אן אנדערע אשכול און די תורה און מחשבה אפטיילונג,אסאך פון די שרייבערס דא זעעט זיך אויס ווי זיי זענען קנאפע לערנערס,זיי ליינען זיך אהן מיט ביכער דערנאך עפענט מען א גמרא און משלעפט ארויס חז״ל׳ן און מגיסט פשטים,מפרעגט מאניליזט ממאכט מסקנות כאילו קיינער פרעגט נישט און קיינער ענטפערט נישט וכו וכו
וזאת למודעי אין התורה נקנית אלא במי שממית עצמו עליה ס׳איז דא מ״ח קניני תורה ,תורה איז נישט קיין צייטונג און סאיז נישט געמאכט צו אנאליזירען און קאווע שטיבעל מיט א לולקע ציבעך .
די נקודה וואס די טענהסט שטייט כמה מקומות,אז אזוי ווי די וועלט האט א כח און א פועל דאס זעלבע איז די תורה איך וועל אן אנדערע מאל מאריך זיין אויב איך וועל האבען געדולד וועל איך שרייבען באריכות
אבער איך וועל שרייבען איין מראה מקום און דברי חיים על המועדים לחנוכה דף קפ״ח קוק דעם גאנצען שטיקעל דאס אז מתן תורה איז געגעבן גיווארן בכח פון די גאנצע תורה און די בפועל ווערט נתגלה כסדר עייש ותמצא כדבריך

יאיר » זונטאג פעברואר 17, 2013 2:51 am

· #87507
איינגעמיירעט, א הארציגער יישר כח פאר דעם מראה מקום. אבער פליז, עס פעלט נישט אויס צו באוואשן קיינעם פאר'ן ברענגען א מראה מקום פאר אונז אומוויסנדע אנגעליינטע אומבאקאנטע וכל השמות נרדפים וואס איז בסך הכל מחזק לולקע'ס פוינט. ווי אויך, זיי מעיין אין לולקע'ס חתימה.

איינגעמיירעט » זונטאג פעברואר 17, 2013 11:17 am

· #87625
יאיר טייערס איך האב נישט געמיינט צו באוואשען קיינעם,איך האב נאר געוואלט ארויסברענגען א פוינט בנוגע די תורה אפטיילונגען וואס כמה פון די שרייבערס ווערען דא באצייכענט אלס חכמים און ידענים ,און זיי נעמען זיך די רעכטען צו אנאליזירען שטיקלעך פון אונזער תורה הניתנה בסיני,אהן דעם וואס זיי זאלען האבען געלערענט דאס מינימום פון די יסודות׳דיגע ספרים ווי למשל דיע ענין פון דעם אשכול,איינער וואס האט נור אנגערירט אביסעל פון די ספרי היסודות איז דאס אזא פשוטע זאך, און סטרעפט זיך נישט קיינער וואס זאל וויסען אפי׳ א פערטל מראה מקום, ליבערשט איז יעדער פארנומען מיט וואס מהאט זיך אנגעליינט, אויף דעם זאג איך תורתנו הק איז נישט א חכמה ככל חכמות הגוים וואס בו בזמן וואס מווייקט זיך און תאוות הבשרים זאל מען זיך נעמען א דרש און חז״ל און ארויסזויגען פון בויך ארויס סברות כרסיות און מפארשטייט נישט נעמט מען זיך די רעכט צו צוווארפען און מגלייבט יא און מגלייבט נישט וכו ,על זה דוה לבינו אונזער תורה איז תורת ד׳ אונזער ריזען פון אלע דורות האבען זיך צוריסען צו פארשטיין א קוצו של יוד פון די תורה, די העכסטע און גרעסטע מוחות וואס די וועלט האט פארמאגט האבען זיך מייגע געווען אנצוקומען צו דרגות און הבנות און עמקות התורה, ממילא זאג איך פאר דיע אלע אויבערפלעכליכע חכמים, גייטס לערנען זייטס ענק מייגע אפאר יאר אויף תורתנו הק, לייגטס אוועק ענקער אגענדאס און הנחות קדומות און ענקער תאוות הבשרים, זייטס לן בעומקה של תורה און נאכדעם קענט עטץ שרייבען מאמרים בענייני תורתינו ,אויב האלט עטץ נישט ביים הארעווען סאיז אך גרינגער צו ליינען ביכער פון פרעפעסארען וואס פאדערט זיך נישט קיין יגיעות עצומות און אגרויסע חלק דערפון איז געשריבען געווארען מיט די אגענדאס פון די רוח הבהמה היורדת למטה אלעס גרינגער צו מאכען דעם מענטשענס געפילען נאכצוגיין זיין פיפיקעל ,
If this is the case
דעמאלס זאג איך ענק מי בקש זאת מידכם רמוס חצירו פליז לוז די תורה ארויס פון דיינע פאנטאזיוס און אנאליזער מיר נישט קיין גמרות און מדרשים,בלייב מיט דיינע ביכער און לאז די תורה פאר אנדערע
און די אויבערשטער זאל העלפען סזאל זיין ומלאה הארץ דעה את ד׳ כמים לים מכסים ואת רוח הטומאה אעביר מן הארץ. ונגלה כבוד ד׳ וראו כל בשר יחדיו כי פי ד׳ דבר

נולד מאוחר » זונטאג פעברואר 17, 2013 11:22 am

· #87629
שכח פאר די ווארימע רייד

מוח שליט » זונטאג פעברואר 17, 2013 11:32 am

· #87635
איינגעמיירעט
אונזער ריזען פון אלע דורות האבען זיך צוריסען צו פארשטיין א קוצו של יוד פון די תורה, די העכסטע און גרעסטע מוחות וואס די וועלט האט פארמאגט האבען זיך מייגע געווען אנצוקומען צו דרגות און הבנות און עמקות התורה,
"אלע דורות" אינקלודינג דעם דור אויך. ביטע צייכן מיר אהן די ריזן פון דעם דור.
"די גרעסטע מוחות וואס די וועלט האט פארמאגט". פאר אינטערסאנטקייט, וואס איז געווען דיין יארדסטיק אויף מעסטען די מוחות?

איינגעמיירעט » זונטאג פעברואר 17, 2013 11:53 am

· #87647
מוח שליט
איינגעמיירעט
אונזער ריזען פון אלע דורות האבען זיך צוריסען צו פארשטיין א קוצו של יוד פון די תורה, די העכסטע און גרעסטע מוחות וואס די וועלט האט פארמאגט האבען זיך מייגע געווען אנצוקומען צו דרגות און הבנות און עמקות התורה,
"אלע דורות" אינקלודינג דעם דור אויך. ביטע צייכן מיר אהן די ריזן פון דעם דור.
"די גרעסטע מוחות וואס די וועלט האט פארמאגט". פאר אינטערסאנטקייט, וואס איז געווען דיין יארדסטיק אויף מעסטען די מוחות?

האסט אמאל געלערענט בשר וחלב און תערובת מיט ש״ך פמ״ג און חוו״ד , אדער טוען ונטען מיט קצות נתיבות , האסט אמאל געלערענט עגונות מיט חזו״א אויף יבמות , האסט אמאל געלערענט אהלות מיט מי נפתוח , האסט אמאל געלערנט אפי׳ איין תשובה פון בית יצחק אדער פון חזון נחום , האסט אמאל דורכגעלערנט א מערכה און דברות משה ,האסט דורכגעטוהן א תשובת דברי חיים אדער אפאר געזונטע שטיקלעך על התורה,האסט שוין דורכגעטוהן תורת מהר״ל , ספרי השל״ה אויב קענסט נישט ענטפערען א יא אויף האלב פון דעם , פרעג מיר נישט פון ווי איך מעסט מוחות

יידל » זונטאג פעברואר 17, 2013 12:13 pm

· #87657
איינגעמיירעט, פארוואס פאלט דיר איין אז צו קענען אידישע טעאלאגיע (שרעק זיך נישט, טעאלאגיע איז סך הכל גריכיש פאר השקפה) מוז מען קענען ש"ך און פמ"ג, חזו"א און חזון נחון, דברות משה און דברי חיים?
אפילו מהר"ל און של"ה זענען דאך אויך נישט מער ווי אחרונים! אמונות ודעות לר' סעדיה גאון, ר' חסדאי אבן קרשקש, מורה נבוכים, מלחמות השם להרלב"ג, ספרי הרמב"ן, כוזרי, ספרי האבן עזרא, ודומיהן, דאס אלעס איז נישט קיין ספרי יסודות אין השפקה? נאר ספרי חסידות?

אגב, האסט אמאל געהערט פון (להבדיל) פיזיקס? מאטעמאטיקס? ביאלאגיע? אסטראנאמיע? כעמיע? מעדעצין? גענעטיקס? ניוראלאגיע? סטאטיסטיקס? לינגוויסטיקס?

מוח שליט » זונטאג פעברואר 17, 2013 12:22 pm

· #87660
איינגעמיירעט
מוח שליט
איינגעמיירעט
אונזער ריזען פון אלע דורות האבען זיך צוריסען צו פארשטיין א קוצו של יוד פון די תורה, די העכסטע און גרעסטע מוחות וואס די וועלט האט פארמאגט האבען זיך מייגע געווען אנצוקומען צו דרגות און הבנות און עמקות התורה,
"אלע דורות" אינקלודינג דעם דור אויך. ביטע צייכן מיר אהן די ריזן פון דעם דור.
"די גרעסטע מוחות וואס די וועלט האט פארמאגט". פאר אינטערסאנטקייט, וואס איז געווען דיין יארדסטיק אויף מעסטען די מוחות?

האסט אמאל געלערענט בשר וחלב און תערובת מיט ש״ך פמ״ג און חוו״ד , אדער טוען ונטען מיט קצות נתיבות , האסט אמאל געלערענט עגונות מיט חזו״א אויף יבמות , האסט אמאל געלערענט אהלות מיט מי נפתוח , האסט אמאל געלערנט אפי׳ איין תשובה פון בית יצחק אדער פון חזון נחום , האסט אמאל דורכגעלערנט א מערכה און דברות משה ,האסט דורכגעטוהן א תשובת דברי חיים אדער אפאר געזונטע שטיקלעך על התורה,האסט שוין דורכגעטוהן תורת מהר״ל , ספרי השל״ה אויב קענסט נישט ענטפערען א יא אויף האלב פון דעם , פרעג מיר נישט פון ווי איך מעסט מוחות
You keep on talking the talk, yet, without fail, not walking the walk.
הער אויף מיט די פלוידעריי און זאג עפעס זאכלעך. ווילסט שרייבען א תמצית אויף א מערכה אין דברות משה, א ביאור אויף א שווער שטיקל חזו"א, I'm in. סתם שיסן נעמען איז נישט אינטערסאנט. עס קומט א צייט וואס דו דארפסט עקטועלי מסביר זיין און מוכיח זיין דיינע סטעיטמענטס. ווי מ'זאגט אויף אונגעריש put up or shut up.

איינגעמיירעט » זונטאג פעברואר 17, 2013 12:41 pm

· #87669
יידל
איינגעמיירעט, פארוואס פאלט דיר איין אז צו קענען אידישע טעאלאגיע (שרעק זיך נישט, טעאלאגיע איז סך הכל גריכיש פאר השקפה) מוז מען קענען ש"ך און פמ"ג, חזו"א און חזון נחון, דברות משה און דברי חיים?
אפילו מהר"ל און של"ה זענען דאך אויך נישט מער ווי אחרונים! אמונות ודעות לר' סעדיה גאון, ר' חסדאי אבן קרשקש, מורה נבוכים, מלחמות השם להרלב"ג, ספרי הרמב"ן, כוזרי, ספרי האבן עזרא, ודומיהן, דאס אלעס איז נישט קיין ספרי יסודות אין השפקה? נאר ספרי חסידות?

אגב, האסט אמאל געהערט פון (להבדיל) פיזיקס? מאטעמאטיקס? ביאלאגיע? אסטראנאמיע? כעמיע? מעדעצין? גענעטיקס? ניוראלאגיע? סטאטיסטיקס? לינגוויסטיקס?

איך וועל גיין על ראשון ראשון ועל אחרון
איך האב גראדע נישט אויסגערעכענט דיע ספרים ווייל פון דיע ווערען יא אמאל דערמאנט בקיצור איך האב אויסגערעכענט ספרים וואס איך זעע נישט געברענגט דא און איך פיל ווי די חכמים דא האבען עס נאכנישט געקוקט אפי בטעות
אויף דיין צווייטע שאלה וואס האט השקפות התורה מיט די אנדערע חלקי התורה וועל איך דיך ענטפערען סגייט נישט איינס אן די אנדערע איעדע פון די אנגענומענע חכמי התורה האבען געבויט זייער חכמה דורך לערנען נגלות התורה,למשל די פמ״ג וואס אגב אויב די ביסט אביסעל בקי און זיינע ספרים וועסטו טרעפן אלע חכמות וואס די רעכנסט אויס ביי די ענד פון דיין תגובה,שרייבט כמה פעמים און זיינע ספרים אז אהן יגיעה בלחמה של תורה קען מען נישט אהנרירען קיין יינה של תורה, די תורה איז איינס אויב מהאט זיך נישט מייגע געווען אויף גפ״ת קען מען נישט אהנקומען צו השקפות התורה.
וואס ווילסטו מיט דיין לעצטע שאלה צו איך קען די נעמען יא אגרויס חלק האב איך געלערנט ווען איך האב גענומען א דיגרי ,אבער עיקר מגמתי איז בתורתינו וואס איז רחבה מני ים און סטוט מיך וויי ווען אנגעליינטע חכמים שלא קרו ולא שנו ולא שמשו ת״ח האבען די העזה צו קומען מיט זייער חכמה וואס זיי האבען קונה געווען פון די ביכער און טרייען צו מאכען שטימען תורה מיט זייער סברות כרסיות
מער האב איך שוין נישט כח אצווייטע געלעגנהייט העל איך פרובירען מער צושרייבען

איינגעמיירעט » זונטאג פעברואר 17, 2013 12:51 pm

· #87673
מוח שליט
איינגעמיירעט
מוח שליט
איינגעמיירעט
אונזער ריזען פון אלע דורות האבען זיך צוריסען צו פארשטיין א קוצו של יוד פון די תורה, די העכסטע און גרעסטע מוחות וואס די וועלט האט פארמאגט האבען זיך מייגע געווען אנצוקומען צו דרגות און הבנות און עמקות התורה,
"אלע דורות" אינקלודינג דעם דור אויך. ביטע צייכן מיר אהן די ריזן פון דעם דור.
"די גרעסטע מוחות וואס די וועלט האט פארמאגט". פאר אינטערסאנטקייט, וואס איז געווען דיין יארדסטיק אויף מעסטען די מוחות?

האסט אמאל געלערענט בשר וחלב און תערובת מיט ש״ך פמ״ג און חוו״ד , אדער טוען ונטען מיט קצות נתיבות , האסט אמאל געלערענט עגונות מיט חזו״א אויף יבמות , האסט אמאל געלערענט אהלות מיט מי נפתוח , האסט אמאל געלערנט אפי׳ איין תשובה פון בית יצחק אדער פון חזון נחום , האסט אמאל דורכגעלערנט א מערכה און דברות משה ,האסט דורכגעטוהן א תשובת דברי חיים אדער אפאר געזונטע שטיקלעך על התורה,האסט שוין דורכגעטוהן תורת מהר״ל , ספרי השל״ה אויב קענסט נישט ענטפערען א יא אויף האלב פון דעם , פרעג מיר נישט פון ווי איך מעסט מוחות
You keep on talking the talk, yet, without fail, not walking the walk.
הער אויף מיט די פלוידעריי און זאג עפעס זאכלעך. ווילסט שרייבען א תמצית אויף א מערכה אין דברות משה, א ביאור אויף א שווער שטיקל חזו"א, I'm in. סתם שיסן נעמען איז נישט אינטערסאנט. עס קומט א צייט וואס דו דארפסט עקטועלי מסביר זיין און מוכיח זיין דיינע סטעיטמענטס. ווי מ'זאגט אויף אונגעריש put up or shut up.

דאס איז נישט קיין אויבערפלעכליכע סברות צו איבערזאגען און איבערשרייבען דא ,דיע ספרים זענען טיפע ספרים זיי זענען בנמצא איבעראל זעץ דיך אראפ זיי דיך מייגע אויף זיי ,רייס דיך אפ פון דיין חבלי הגוף און דערנאך וועל איך ספענדין צייט מיט דיר,אגב אויב ווילסט באמת קען איך מיט דיר לערנען בחברותא אביסעל אויב ביסטו טאקע אינטרעסירט.
איך זאג איין זאך סאיז דא מ״ח קניני התורה אהן דיע מעטאדען וואס ווערט דארט אויסגערעכנט גייט עס נישט, אויב ווילסטו נישט גיין מיט דעם רעסיפי וואס חכמינו ז״ל האבען אונז געגעבן, רעדט דיך נישט אהן אז די וועסט פארשטיין א אות תורה סאיז א אנדערע סורט חכמה ( א מערכה און דברות משה וועט דארען א קנאפע 10 שעה ווען די ביסט גרייט שיק מיר אישי )

מוח שליט » זונטאג פעברואר 17, 2013 1:18 pm

· #87695

איך בין גרייט היינט. פארוואס אישי? לאמיר מהנה זיין אנדערע אויך.
דו שרייבסט אז די חכמים דא האבען נישט אפי' בטעות אריינגעקוקט אין די ספרים וואס דו צייכענסט אהן. ביטע קוק דא אינעם גאנצען המשך, און זעה ווי מען קאכט זיך אויף א שווער שטיקל פמ"ג. עס איז נישט ריכטיג מזלזל זיין אין מענטשען אהן קיין באזיס.
אגב, איך האב דארט געשריבען א יישוב אויף די קשיא פינעם ביאור הלכה אויפען פמ"ג. קענסט אפשר מגיב זיין עפעס דערויף?
ביטע צייכען אהן די מראה מקומות וואס דו זאגסט דא נאך פינעם פמ"ג. בנוגע יינה של תורה, ועוד.
ווען דו וועסט האבען מער כח און צייט, איז כדאי צו פרובירן פארשטיין וויפיל סוגיות אין הלכות טוען ונטען מען דארף קענען איידער מען פאנגט אהן לערנען כוזרי, אמונות ודעות, ועוד. ווי אויך פארשטיין בהבנה די סיבה אויף דערויף.
ביטע צייכן מיר אהן די פילע ספרים פין מהר"ל אויף הלכות טוען ונטען. אדער אפשר די ספרי אבן עזרא על הש"ס.
איך רעד אביסל סארקאסטיש אבער איך מיין פשוט אז דו זאלסט מסביר זיין דיינע ווערטער נישט זאגען די זעלבע וואס מיר הערן פין יעדע בר בי רב דחד יומא.

יידל » זונטאג פעברואר 17, 2013 1:33 pm

· #87711
און איך ווייס אז עס איז דא ע' פנים לתורה, און מ'איז לאו דוקא מחויב עוסק צו זיין במקום שלבו של אייגעמיירעט חפץ נאר אין סיי וועלכע חלק, זאל עס זיין הלכה, "לומדות", חסידות, קבלה, מוסר און יא, אויך ספרי הגות.

איינגעמיירעט » זונטאג פעברואר 17, 2013 2:06 pm

· #87737
מוח שליט
איינגעמיירעט
דאס איז נישט קיין אויבערפלעכליכע סברות צו איבערזאגען און איבערשרייבען דא ,דיע ספרים זענען טיפע ספרים זיי זענען בנמצא איבעראל זעץ דיך אראפ זיי דיך מייגע אויף זיי ,רייס דיך אפ פון דיין חבלי הגוף און דערנאך וועל איך ספענדין צייט מיט דיר,אגב אויב ווילסט באמת קען איך מיט דיר לערנען בחברותא אביסעל אויב ביסטו טאקע אינטרעסירט.
איך זאג איין זאך סאיז דא מ״ח קניני התורה אהן דיע מעטאדען וואס ווערט דארט אויסגערעכנט גייט עס נישט, אויב ווילסטו נישט גיין מיט דעם רעסיפי וואס חכמינו ז״ל האבען אונז געגעבן, רעדט דיך נישט אהן אז די וועסט פארשטיין א אות תורה סאיז א אנדערע סורט חכמה ( א מערכה און דברות משה וועט דארען א קנאפע 10 שעה ווען די ביסט גרייט שיק מיר אישי )
איך בין גרייט היינט. פארוואס אישי? לאמיר מהנה זיין אנדערע אויך.
דו שרייבסט אז די חכמים דא האבען נישט אפי' בטעות אריינגעקוקט אין די ספרים וואס דו צייכענסט אהן. ביטע קוק דא אינעם גאנצען המשך, און זעה ווי מען קאכט זיך אויף א שווער שטיקל פמ"ג. עס איז נישט ריכטיג מזלזל זיין אין מענטשען אהן קיין באזיס.
אגב, איך האב דארט געשריבען א יישוב אויף די קשיא פינעם ביאור הלכה אויפען פמ"ג. קענסט אפשר מגיב זיין עפעס דערויף?
ביטע צייכען אהן די מראה מקומות וואס דו זאגסט דא נאך פינעם פמ"ג. בנוגע יינה של תורה, ועוד.
ווען דו וועסט האבען מער כח און צייט, איז כדאי צו פרובירן פארשטיין וויפיל סוגיות אין הלכות טוען ונטען מען דארף קענען איידער מען פאנגט אהן לערנען כוזרי, אמונות ודעות, ועוד. ווי אויך פארשטיין בהבנה די סיבה אויף דערויף.
ביטע צייכן מיר אהן די פילע ספרים פין מהר"ל אויף הלכות טוען ונטען. אדער אפשר די ספרי אבן עזרא על הש"ס.
איך רעד אביסל סארקאסטיש אבער איך מיין פשוט אז דו זאלסט מסביר זיין דיינע ווערטער נישט זאגען די זעלבע וואס מיר הערן פין יעדע בר בי רב דחד יומא.

ווען איך רעד פון פמ״ג וואס רעדט און שאר חכמות רעד איך פון זיינע צענדליגע ספרים עה״ת ועל השקפה

נאך איינמאל וועל איך מדגיש זיין מיין נקודה עיין בבבא קמא דף כ׳ ע״ב לכי תשמש ועיין בשערי יושר בהקדמה לספרו קטע המתחיל ולכן קוק אדורך מיינע מראה מקומות וועסטו פארשטיין אז סאיז דא דברי חכמה וואס מקען נור משיג זיין ווען ממאכט די הכנה הדרושה לזה ,און אן דעם הכנה איז א שאד די צייט מסביר צוזיין אזוי ווי רמי בר חמא האט גענטפערט לכי תשמש און או דעם האט ער ניטאמאל פרובירט מסביר צוזיין.
מער האב איך נישט קיין צייט דאס לינק וואס די האסט מיר צוגעצייכענט איז מלא עם הארצות איים סאררי בוט דעיטס די קעיס מעגליך ווען איך וועל האבען מער צייט וועל איך שרייבען מראה מקומות וואס ספעלט אויס פאר הבנת אותו הסוגיא
מער האב איך נישט קיין צייט איך האב אסאך צוטוהן איך האפ אז וועסט האבען אמאל אן האנעסט מאמענט ביטיון יאי ענד יאר סעלף און די וועסט אנקוקען זאכען גראד און ריכטיג

יידל » זונטאג פעברואר 17, 2013 2:25 pm

· #87744
איינגעמיירעט

איך האב גראדע נישט אויסגערעכענט דיע ספרים ווייל פון דיע ווערען יא אמאל דערמאנט בקיצור איך האב אויסגערעכענט ספרים וואס איך זעע נישט געברענגט דא און איך פיל ווי די חכמים דא האבען עס נאכנישט געקוקט אפי בטעות

ומה ענין חזון נחום אצל מעמד הר סיני סינגולעריטי? וואס האסטו געוואלט ער זאל ציטירן א שטיקל חזו"א אין טהרות?

אויף דיין צווייטע שאלה וואס האט השקפות התורה מיט די אנדערע חלקי התורה וועל איך דיך ענטפערען סגייט נישט איינס אן די אנדערע איעדע פון די אנגענומענע חכמי התורה האבען געבויט זייער חכמה דורך לערנען נגלות התורה,למשל די פמ״ג וואס אגב אויב די ביסט אביסעל בקי און זיינע ספרים וועסטו טרעפן אלע חכמות וואס די רעכנסט אויס ביי די ענד פון דיין תגובה,שרייבט כמה פעמים און זיינע ספרים אז אהן יגיעה בלחמה של תורה קען מען נישט אהנרירען קיין יינה של תורה, די תורה איז איינס אויב מהאט זיך נישט מייגע געווען אויף גפ״ת קען מען נישט אהנקומען צו השקפות התורה.

א יעדע פון די אנגענומענע חכמי התורה?! האלב פון די גדולי ראשוני ספרד בויען בכלל נישט אויף נגלה. און כמעט קיין איינער פון די גדולי הקבלה האט נישט געבויעט זיין חכמה אויף לחמה של תורה. און די זעלבע איז מיט די גדולי החסידות און די גדולי המוסר.

סטוט מיך וויי ווען אנגעליינטע חכמים שלא קרו ולא שנו ולא שמשו ת״ח האבען די העזה צו קומען מיט זייער חכמה וואס זיי האבען קונה געווען פון די ביכער און טרייען צו מאכען שטימען תורה מיט זייער סברות כרסיות

ס'טוט מיך וויי אז איינער וואס לא קרו ולא שנו ולא שמש ת"ח האט די העזה צו אראפרייסן מכוח סברת כרס שלו די בעלי חכמה וואס פרובירן צו מאכן די תורה שטימען מיט די שכל הישר, כמבואר בהקדמת אבן עזרא לתורה (שיטה אחרת) וכמש"כ הרמב"ם באגרת תחיית המתים.
זעסט? כ'קען טון די זעלבע זאך וואס דו האסט געטון. ארויפשמירן א האלבע טוץ לאזונגען, כי זה דרכם כסל למו, און זיך איינרעדן אז מיטן אד האמינום אטאקע האט מען געוואונען דעם ויכוח.

מוח שליט » זונטאג פעברואר 17, 2013 2:51 pm

· #87768
איינגעמיירעט
מער האב איך נישט קיין צייט דאס לינק וואס די האסט מיר צוגעצייכענט איז מלא עם הארצות איים סאררי בוט דעיטס די קעיס מעגליך ווען איך וועל האבען מער צייט וועל איך שרייבען מראה מקומות וואס ספעלט אויס פאר הבנת אותו הסוגיא
מער האב איך נישט קיין צייט איך האב אסאך צוטוהן איך האפ אז וועסט האבען אמאל אן האנעסט מאמענט ביטיון יאי ענד יאר סעלף און די וועסט אנקוקען זאכען גראד און ריכטיג
Use your time wisely.
שרייב נישט קיין לאנגע דרשות אהן קיין באזיס, שרייב נישט אז איך רעד עם הארצות אהן קיין הוכחה [עס איז נישט מדרך החכמים, סיי די חכמים מיט הקדמות אדער די אהן הקדמות]. שרייב נישט אז די מהר"ל פארעטנפערט די גאנצע ענין פון דרשות חז"ל אהן מסביר זיין וואס דו רעדסט. בעסער שרייב איין ענין אבער זיי עס מוכיח. יא, זיי עס מוכיח. איינמאל דו וועסט אונז צייגען דיין עשר ידות חכמה בתורה צוזאמען מיט דיין [purported] דיגרי, דעמאלט וועסטו האבען די רעכט צו בעטן דעם לכי תשמש לי. וכלשון ההקדמה של שערי ישר שהבאת אז דער תלמיד דארף זיין איבערצייגט אין די חכמה פין זיין רבי. Sorry, but other than your say so, you come up very short in that respect.

נולד מאוחר » זונטאג פעברואר 17, 2013 3:30 pm

· #87800
אייגעמיירעט, איך האב יעצט געמאגט א סירטש אונעם ספר כזורי און ספרי רמב''ם קיינע פון דיינע ספרים ווערן דארט דערמאנט. איך מיין די ווילסטו נישט וויסען וועלכע חכמים'ס ספרים זיי האבן יא געלרענט.

איינגעמיירעט » זונטאג פעברואר 17, 2013 3:47 pm

· #87816
מוח שליט
איינגעמיירעט
מער האב איך נישט קיין צייט דאס לינק וואס די האסט מיר צוגעצייכענט איז מלא עם הארצות איים סאררי בוט דעיטס די קעיס מעגליך ווען איך וועל האבען מער צייט וועל איך שרייבען מראה מקומות וואס ספעלט אויס פאר הבנת אותו הסוגיא
מער האב איך נישט קיין צייט איך האב אסאך צוטוהן איך האפ אז וועסט האבען אמאל אן האנעסט מאמענט ביטיון יאי ענד יאר סעלף און די וועסט אנקוקען זאכען גראד און ריכטיג
Use your time wisely.
שרייב נישט קיין לאנגע דרשות אהן קיין באזיס, שרייב נישט אז איך רעד עם הארצות אהן קיין הוכחה [עס איז נישט מדרך החכמים, סיי די חכמים מיט הקדמות אדער די אהן הקדמות]. שרייב נישט אז די מהר"ל פארעטנפערט די גאנצע ענין פון דרשות חז"ל אהן מסביר זיין וואס דו רעדסט. בעסער שרייב איין ענין אבער זיי עס מוכיח. יא, זיי עס מוכיח. איינמאל דו וועסט אונז צייגען דיין עשר ידות חכמה בתורה צוזאמען מיט דיין [purported] דיגרי, דעמאלט וועסטו האבען די רעכט צו בעטן דעם לכי תשמש לי. וכלשון ההקדמה של שערי ישר שהבאת אז דער תלמיד דארף זיין איבערצייגט אין די חכמה פין זיין רבי. Sorry, but other than your say so, you come up very short in that respect.

מח׳ל יאי מיסט מיי פאינט איך זיך נישט דא צו באווייזען מיין חכמה ,מיין לערנען חכמה איז נישט מיטען ציהל להיות איש בין הקאווע שטיבעל,איך לערן חכמה וויל איך בין א אוהב חכמה און איך דיסקוסיר עס בין אנשים אוהבים חכמה לשם חכמה (עיין בספר דרך החכמה להרמח״ל ותמצא נחת)
ממילא איך זאג נישט לכי תשמש אויף מיינע ווערטער ,איך זאג דיר לכי תשמש אויף דברי חכז״ל אז אויב די ווילסט עס באמת פארשטיין זאלסטו לערנען זייער ווערטער ווי אזוי זיי ווייזען אונז אהן ואז תבין יראת ד׳
אדרבה מיר קענסטו צומאלען מיט אלע ערליי ווערטער דא און קאווע שטיבעל און איך לאז דיר געוואונען דעם דעבעיט, אבער אויב ווילסטו זיך נעמען איבער דברי חז״ל דענסמאל דארף עס זיין מיט א אופן פון לכי תשמש כלפי דבריהם העמוקים והקדושים און דעמאלס וועסטו פארשטיין פאר דיך אליינס זייער ווערטער און סוועט נישט אויספעלען דיע אלע לעכערליכע דעבעיטס

מוח שליט » זונטאג פעברואר 17, 2013 4:04 pm

· #87823

דיינע innuendos זענען געוואלדיג, אבער בכלל נישט ריכטיג.
עס איז די טיפישער ענטפער וואס דער נארישסטער מחנך/משפיע/מגי"ש געט, "דו מיינסט עס נישט ערענסט, דו ביסט אן עם הארץ, דיינע פונקטן זענען לעכערליך".
קיינער וויל דיך נישט צומאלען, פרוביר איינמאל צו זאגען א זאך און עס מוכיח זיין מיט שכל, וועסטו זעהן אז דער עולם הערט גאנץ פיין אויס. דו דאפרס אפי' נישט יעדעס מאל ברענגען מראה מקומות אויפצוווייזען אלף בית. דו וועסט נישט דארפען צוברענגען א רמח"ל אויפען ענין פין אנשים האוהבים חכמה לשם חכמה, און אפי' נישט קיין רמב"ם שאוהבים האמת מפני שהוא אמת. דו וועסט נישט דארפען ברענגען קיין הקדמות פין ספרי ר' שמעון שקאפ צו פארשטיין אז מען דארף זיך אויסהערען בהכנעה לדברי הגדול ממנו. די אלע זאכען זענען דברים פשוטים מאד. דו וועסט אבער יא דארפען מסביר דיינע ווערטער מיט די גדרי השכל. פארפאלען אזוי גייט צו די לעכרליכע דיבעיטס דא און קאווע שטיבעל.

ווייסטו וואס, זיי מיר מסביר פארוואס דו ביסט אוהב חכמה לשם חכמה? וואס מיינט דאס? לאמיר לאזען אלע מראה מקומות אין דער זייט. זאג עס כאילו דו זאגסט עס. אדרבא.

נולד מאוחר » זונטאג פעברואר 17, 2013 4:19 pm

· #87833
מוח איך גלייך זייער דיין וועג פון ענטפרן. סאיז זייער צים זאך.
כהאב פילינג אז אייגעמיירעט איז און די וואסער ביזנעס.

kliger » זונטאג פעברואר 17, 2013 4:37 pm

· #87843
נולד מאוחר
מוח איך גלייך זייער דיין וועג פון ענטפרן. סאיז זייער צים זאך.
כהאב פילינג אז אייגעמיירעט איז און די וואסער ביזנעס.

מוח שליט » זונטאג פעברואר 17, 2013 4:40 pm

· #87847
נולד מאוחר
מוח איך גלייך זייער דיין וועג פון ענטפרן. סאיז זייער צים זאך.
כהאב פילינג אז אייגעמיירעט איז און די וואסער ביזנעס.
ס'דא וואס זענען מחמיר דווקא ריחיים של פה. 🙂

איינגעמיירעט » זונטאג פעברואר 17, 2013 4:48 pm

· #87850
מוח שליט
איינגעמיירעט
מוח שליט
איינגעמיירעט
מער האב איך נישט קיין צייט דאס לינק וואס די האסט מיר צוגעצייכענט איז מלא עם הארצות איים סאררי בוט דעיטס די קעיס מעגליך ווען איך וועל האבען מער צייט וועל איך שרייבען מראה מקומות וואס ספעלט אויס פאר הבנת אותו הסוגיא
מער האב איך נישט קיין צייט איך האב אסאך צוטוהן איך האפ אז וועסט האבען אמאל אן האנעסט מאמענט ביטיון יאי ענד יאר סעלף און די וועסט אנקוקען זאכען גראד און ריכטיג
Use your time wisely.
שרייב נישט קיין לאנגע דרשות אהן קיין באזיס, שרייב נישט אז איך רעד עם הארצות אהן קיין הוכחה [עס איז נישט מדרך החכמים, סיי די חכמים מיט הקדמות אדער די אהן הקדמות]. שרייב נישט אז די מהר"ל פארעטנפערט די גאנצע ענין פון דרשות חז"ל אהן מסביר זיין וואס דו רעדסט. בעסער שרייב איין ענין אבער זיי עס מוכיח. יא, זיי עס מוכיח. איינמאל דו וועסט אונז צייגען דיין עשר ידות חכמה בתורה צוזאמען מיט דיין [purported] דיגרי, דעמאלט וועסטו האבען די רעכט צו בעטן דעם לכי תשמש לי. וכלשון ההקדמה של שערי ישר שהבאת אז דער תלמיד דארף זיין איבערצייגט אין די חכמה פין זיין רבי. Sorry, but other than your say so, you come up very short in that respect.

מח׳ל יאי מיסט מיי פאינט איך זיך נישט דא צו באווייזען מיין חכמה ,מיין לערנען חכמה איז נישט מיטען ציהל להיות איש בין הקאווע שטיבעל,איך לערן חכמה וויל איך בין א אוהב חכמה און איך דיסקוסיר עס בין אנשים אוהבים חכמה לשם חכמה (עיין בספר דרך החכמה להרמח״ל ותמצא נחת)
ממילא איך זאג נישט לכי תשמש אויף מיינע ווערטער ,איך זאג דיר לכי תשמש אויף דברי חכז״ל אז אויב די ווילסט עס באמת פארשטיין זאלסטו לערנען זייער ווערטער ווי אזוי זיי ווייזען אונז אהן ואז תבין יראת ד׳
אדרבה מיר קענסטו צומאלען מיט אלע ערליי ווערטער דא און קאווע שטיבעל און איך לאז דיר געוואונען דעם דעבעיט, אבער אויב ווילסטו זיך נעמען איבער דברי חז״ל דענסמאל דארף עס זיין מיט א אופן פון לכי תשמש כלפי דבריהם העמוקים והקדושים און דעמאלס וועסטו פארשטיין פאר דיך אליינס זייער ווערטער און סוועט נישט אויספעלען דיע אלע לעכערליכע דעבעיטס

דיינע innuendos זענען געוואלדיג, אבער בכלל נישט ריכטיג.
עס איז די טיפישער ענטפער וואס דער נארישסטער מחנך/משפיע/מגי"ש געט, "דו מיינסט עס נישט ערענסט, דו ביסט אן עם הארץ, דיינע פונקטן זענען לעכערליך".
קיינער וויל דיך נישט צומאלען, פרוביר איינמאל צו זאגען א זאך און עס מוכיח זיין מיט שכל, וועסטו זעהן אז דער עולם הערט גאנץ פיין אויס. דו דאפרס אפי' נישט יעדעס מאל ברענגען מראה מקומות אויפצוווייזען אלף בית. דו וועסט נישט דארפען צוברענגען א רמח"ל אויפען ענין פין אנשים האוהבים חכמה לשם חכמה, און אפי' נישט קיין רמב"ם שאוהבים האמת מפני שהוא אמת. דו וועסט נישט דארפען ברענגען קיין הקדמות פין ספרי ר' שמעון שקאפ צו פארשטיין אז מען דארף זיך אויסהערען בהכנעה לדברי הגדול ממנו. די אלע זאכען זענען דברים פשוטים מאד. דו וועסט אבער יא דארפען מסביר דיינע ווערטער מיט די גדרי השכל. פארפאלען אזוי גייט צו די לעכרליכע דיבעיטס דא און קאווע שטיבעל.

ווייסטו וואס, זיי מיר מסביר פארוואס דו ביסט אוהב חכמה לשם חכמה? וואס מיינט דאס? לאמיר לאזען אלע מראה מקומות אין דער זייט. זאג עס כאילו דו זאגסט עס. אדרבא.

יא אר מיססינג מיי פוינט עגען ענד עגען, איך בין נישט דא צו דעבעיטין און איך בין נישט און די דעביטינג ליין איך הייס נישט טובי' זינגער, און איך הייס נישט באראק אובאמא דיע מענטשען ווערען נאכגעפאלגט דורך די אויבערפלעכליכע המון עם וואס זיי פאסקענען אויס לויט ווער סבלייבט מיט די צינג אינדרויסען און זיי באדערען זיך בכלל נישא אריינצולייגען און די אמיתה של דבר,
איך זאג נישט און איך זיך נישט צוזאגען קיין חידושים, איך זאג איין סימפעל זאך סאיז דא מ״ח קניני תורה אן דעם קען מען נישט קונה זיין קיין תורה ,ליבערשט ווי דעביטירען שטיקלעך חז״ל על סיר הבשר און זיין א שר המסכים אויף וואס סגעפילט דיר און לייקענען וואס געפעלט נישט ,ליבערשט גיי ארבעט אויף די קניני התורה ואז תבין יראת ד׳ אז די האלסט נישט ביים הארעווען אויף קניני התורה לאז פליז די תורה פאר אנדערע און ניץ דיין פשטליך פאר שפינעזא און אנדערע שכל אנושי המוגבל׳דיגע סברות

יאיר » זונטאג פעברואר 17, 2013 7:02 pm

· #87903
איינגעמיירעט, אויב דו ביסט נישטא צו דעבאטירן, (ד. מ. זיין גרייט צו ווערן אפגעפרעגט און ווערן געצווינגען צו מוכיח זיין דיין פוינט) דעמאלט האבן מיר שוין געהערט דיין מיינונג אין דיין ערשטע תגובה. עס פעלט נישט אויס צו איבערקייען נאכאמאל און נאכאמאל. אויב דו האסט תירוצים אויף די קושיות וואס מען האט דיר געשטעלט, אדער קאנסטרוקטיוו הערות צו דעם גוף הנידון פון דעם אשכול, ביסטו מער ווי וועלקאם זיי צו פאוסטן, און אויב ביסטו סתם דא צו באוואשן מענטשן אז זיי האבן נישט די מ"ח קניני תורה אדער אז זיי קענען נישט קיין דברי חיים על התורה, און הענס, זיי האבן נישט קיין רעכט צו דעבאטירן תורה'דיגע ענינים, דעמאלט זענען דא אנדערע סייטס וואס זענען געאייגנט דערפאר. אין קאווע שטיבל האבן מיר ליב צו פירן רואיגע און פרידליכע דעבאטעס.

איינגעמיירעט » זונטאג פעברואר 17, 2013 7:57 pm

· #87913
מיטען גרעסטען מאס פרידליכקייט זאג איך נאכאמאל די תורה הק צו פארשטיין איז דא אנדערע מעטאדען וואו אלע אנדערע חכמות און צו פארשטיין באמת תורה דארף מען זיך מייגע זיין און ארבעטען אויף זיך,איך זאג עס נישט מפי עצמו איך זאג עס בשם אונזער גרויסע תורה ריזען אין התורה נקנית אלא במי שממית עצמו עליה, ממילא לפי דבריהם אויב מהאלט נישט באדעם קען מען נישט אהנקומען צו תורה, ממילא היות דאס איז א תורה אפטיילונג זאג איך די וועג און די צוגאנג וויאזוי מלערנט תורה,און איך זאג אז אויב מלערנט נישט אויף דעם אופן איז מען נישט זוכה צופארשטיין תורה, און סאיז א שאד צו דעביטירען די חז״ל׳ן אויב מלערנט עס נישט אויף די אופן וואס זיי לערנען אונז אויס צופארשטיין זייער ווערטער,איך מיין אז וואס איך זאג איז זייער קלאר און סאיז סך הכל א ברייתא ,

נולד מאוחר » זונטאג פעברואר 17, 2013 8:17 pm

· #87920
אקעי. וואס זענען די חיליקים פון פארשטיין תורה ביז אנדערע חכמה?
יגיעה , מימית עצמו, איז דאך שייך ביי בידע.
גיין און מקוה פארדעם, לכוראה נישט.
איך געדענק אין ישיבה א בחור פלעגט זיצן מיט די פיס ארויף, א ציגרעטיל אין די האנט, און מכוין געווען צי גאנצע שטיקער ר' יוסף ענגל'ס ר' עקיבא איגרס. די זעלבע ווי די ראש ישיבה וואס פלעגט זיצן באימה וביראה ובהכנעה.
אדרבה ספלעגט מיר אלץ באדערן זיי מסביר די ענין אביסעל. איך וויל פארשטיין.
איין זאך זאג מיר נישט מ''ח דברים און פארטיג.
בלאט: 1 2 3 4