☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » מאמין באמונה שלמה, מהו

מאמין באמונה שלמה, מהו

81 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2800
בלאט: 1 2

ברזלי הגלעדי » דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 10:05 am

· #82084
מאמין באמונה שלמה, מהו
מיר ווייסען אז לויט די רמבם איז מען מחיוב צי גלייבען און די יג עקרים (איז דאך דא זעקס און צוואנציק וייל קודם מיז מען גלייבען אז מען מיז גלייבען) קען אפשר איינער מסביר וואס גלייבען מיינט. Dictionary.com defined believe "to have confidence in the truth, existence or "reliability of something although without absolute proof that one is right in doing so
קען איינער עקלערין פארוואס זאל א חכם גלייבען באמונה שלמה אויב ער האט נישט absolute proof איך קען פארשטיין אז ליבו איז נוטה און ער נעמט עס אן אלס אן אמת אבער אפילו נישט זיין מסופק, פארוואס?

ברזלי הגלעדי » דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 10:49 am

· #82097
ר׳ לעיקוואד

אויב דאס איז די ענטפער I have a dream

ברסלבער » דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 11:04 am

· #82104
מאמין באמונה שלמה, מהו?
יעצט איז די שאלה וואס מיינט מהו? וואס אדער פארוואס?
דו הייבסט אן מיט וואס, און דו ענדיגסט פארוואס.

וואס: מיינט טאקע אז איך גלייב אפילו איך פארשטיי נישט, "אן קיין פארוואס".

פארוואס: ווייל מיין טאטע האט מיר אזוי געלערנט, און איך האב א געשמאק דערין, און כ'גלייב אז איך וועל באקומען שכר דערויף, וכו'

ברזלי הגלעדי » דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 11:12 am

· #82105
ברסלבער
מאמין באמונה שלמה, מהו?
יעצט איז די שאלה וואס מיינט מהו? וואס אדער פארוואס?
דו הייבסט אן מיט וואס, און דו ענדיגסט פארוואס.

וואס: מיינט טאקע אז איך גלייב אפילו איך פארשטיי נישט, "אן קיין פארוואס".

פארוואס: ווייל מיין טאטע האט מיר אזוי געלערנט, און איך האב א געשמאק דערין, און כ'גלייב אז איך וועל באקומען שכר דערויף, וכו'

מיין שאלה איז וואס איז דאס, ווען איך וועל פארשטיין פארוואס וועל איך וויסען וואס דאס איז

Starbucks » פרייטאג יאנואר 25, 2013 3:46 am

· #82397
איך גלויב אז מ'דארף גלייבן אז מ'גלייבט.

לעיקוואד » פרייטאג יאנואר 25, 2013 7:34 am

· #82410
אמונה איז טייטש אננעמן פאר אמת גענוג אויף צו בעיסען דיינע החלטות אין לעבן אויף דעם. לא פחות ולא יותר. אוודאי איז נישטא בעולם הזה פאר א מענטש וודאות מוחלטת אין א שום נושא. און עס איז נישט מעגליך דורש זיין פון א מענטש זאל זיך איינרעדן אז א זאך איז מיליאן פראצענט ריכטיג בלי שום צד ספק בשעת וואס סאיז נישטא אין דער גאנצע שכל האנושי אזא מאס וודאות אויף א שום נושא. נאר אמונה איז דער טייטש אז ער נעמט דאס אן פאר אן אמת אויף גענוג אז ער בעיסט זיין לעבן אויף דעם. נישט קיין חילוק צו ער גלייבט וועגן ראיות און סברות אדער וועגן מסורה אדער סיי וועלכט אנדערע ריכטיגע אדער נישט ריכטיגע סיבה.
והנלענ"ד כתבתי.

ברזלי הגלעדי » פרייטאג יאנואר 25, 2013 9:03 am

· #82420
לעיקוואד

דאס גופא איז מיין שאלה אויב דאס איז וואס אמונה מיינט וואס איז דאס אמונה שלמה, א שטארקע מאמין פארוואס זאל א מענטש נישט כסדר טראכטען אפשר נישט, פארוואס ריפט די רמבם אן מענטשן וואס גלייבען נישט לגודל רשעתם

לעיקוואד » פרייטאג יאנואר 25, 2013 9:11 am

· #82424
לא הבנתי, מאיפה לך שיש כזה מושג "אמונה שלמה" שמחוייבת יותר מאמונה סתם. וויל סשטייט אין סידור? לאו מר בר רב אשי חתום על זה.
ווי שטייט אין רמב"ם לגודל רשעתם? עס קען זיין איינער וואס גלייבט נישט וועגן רשעות, אבער דו רעסט דאך פון איינער ואוס האט באמת ספקות, איז נישט פון עם רעדט דער רמב"ם.
איך וייס נישט וואסארא חיוב אדער ענין איז דא צו טראכטן כסדר אפשר נישט. אה"נ א קלוגער מענטש איז אלעמאל מסופק אביסעל. נאר כל זמן ער פירט זיין לעבן לויטן אמונה איז דאס אמונה שלמה. אויב פירט ער זיין גאנצע לעבו אליבא דאמונה הזו. אמונה שאינה שלמה וואלט געווען איינער וואס פירט נישט זיין גאנצע לעבן לפי אמונה נאר האלב.

ברזלי הגלעדי » פרייטאג יאנואר 25, 2013 9:39 am

· #82436
שאלתי ובקשתי פארוואס איז א יוד וואס איז מסופק אבער פירט זיך ע"פ תורה נישט פארעכנט אלס א יהודי כשר (ע"פ הלכה)
דער רמב"ם איז אין הלכות תשובה, און וואס מיינט דאס אז איינער גלייבט נישט וועגן רשעות, אטי בשופטני עסקינן, בעצם גלייבט ער נאר פאר רשעות גלייבט ער נישט

קאווע טרינקער » פרייטאג יאנואר 25, 2013 10:38 am

· #82456
ברזלי, מ'קומט אין ערגעץ נישט אן, חוץ אויב דו טוסט דאס לשם תחביב אבער נישט אויף למעשה. נוץ דיין "טראכטען" פאר ביזנעס.
לעבן איז אסאך גרינגער ווען מ'גלייבט.
זייט כ'האב געזעהן אן ערליכער איד אין שבת אן קיין שטריימעל, איז דער שטריימעל שווער געווארן אויף מיין קאפ, משא"כ מיין תמימות'דיגע שכן גיין אין ס'מעדרש מיט אן אור המקיף אין איז פרייליך כאילו כל מלאכתו עשויה.

ברזלי הגלעדי » פרייטאג יאנואר 25, 2013 10:57 am

· #82464
טרינקער

דו ווילסט נישט וויסען וואס פאסירט ווען איך טראכט נישט

אלענספאל צי גלייבען פשוט ווייל עס גריגער איז א סתירה צי יעדן טאגעדיגע יודישקייט

איחוד פעלד » פרייטאג יאנואר 25, 2013 10:59 am

· #82467
איז די חקירה גדולה, וואס איז בעסער

א פאלשער מאמין, אדער אן אמת'ע אפיקורס.

קאווע טרינקער » פרייטאג יאנואר 25, 2013 11:02 am

· #82471
א מאמין האט איין גרויסע תירוץ, ער לעבט און לאכט.

ברזלי הגלעדי » פרייטאג יאנואר 25, 2013 11:22 am

· #82480
קאווע טרינקער
א מאמין האט איין גרויסע תירוץ, ער לעבט און לאכט.

Stop the maddens די ווייסט אז א מאמין נישט נאר לעבט נישט רואיג נאר ער שטארבט נערוועז.

די most religios state און אמעריקא איז Utah און דארט איז ווי די מערסטע anti depressions ווערן פארקויפט (יא יא ביי אונז פרומע יודען איז אנדערש)

ברסלבער » פרייטאג יאנואר 25, 2013 11:37 am

· #82484
מען איז אריינגעפארן אין א דריטע נושא צו עס איז געשמאק די לעבן פון א מאמין, דאס קומט צוריק צו די אלטע זאך אז די אלע קשיות אויף די אמונה, זענען נישט קיין קשיות נאר תירוצים פארוואס אוועק צו גיין פונעם אייבערשטן, ווייל מען מיינט אז אזוי וועט מען האבן א בעסערע לעבן.

קוק דא א שיינע תגובה איבער דעם נושא

קאווע טרינקער » פרייטאג יאנואר 25, 2013 11:38 am

· #82485
אה, איך מיין נישט א 11211 מאמין, וואס לעבט אין דיפרעסיא, און זעהט א ריזיגע וועלט וואס וויל אים איינשלינגען. איך רעד אזא מאמין ווי איך.
כ'גלייב אז ה' האט באשאפען די וועלט - כ'ווייס נישט וויפיל יאר צוריק, כ'בין נישט געווען דארט, און איז מוז נישט גלייבן ווי לאנג צוריק דאס איז געשעהן, וואס איז א חילוק, ס'וועט נישט טוישען די פרייז פון געז.
כ'גלייב אז ה' איז נישט קיין גוף, ס'איז נישט לפי השגתי. יא, איך פארשטיי אז איך קען נישט אלעס פארשטיין.
וואס נאך דארף מען גלייבן, אז מ'קען נישט דאווענען צו די זון און לבנה? זייער גרינג צו גלייבן.
וואס נאך?

ברסלבער » פרייטאג יאנואר 25, 2013 11:47 am

· #82491

כ'זעה דאך אבער אז הרב ברזילי רעדט יא פון 11211 אדער 10950/2 וכדו'
ובלשון קדשו:
ברזלי הגלעדי
אלענספאל צי גלייבען פשוט ווייל עס גריגער איז א סתירה צי יעדן טאגעדיגע יודישקייט

רבי נחמן ברסלבער זאגט אז א מאמין האט א געשמאק לעבן ווייל ווען ס'גייט אים גוט האט ער וועם צו דאנקן, און ווען ס'גייט אים נישט גוט האט ער וועם צו בעטן, משא"כ ווער ס'גלייבט נישט, ווען ס'גייט אים נישט גוט האט ער נישט וועם צו בעטן, און ווען ס'גייט אים יא גוט, האט ער מורא א גאנצע צייט אז עס וועט בקרוב אריבערגיין די גוטע צייטן.

קאווע טרינקער » פרייטאג יאנואר 25, 2013 11:53 am

· #82492
ברזלי הגלעדי
קאווע טרינקער
א מאמין האט איין גרויסע תירוץ, ער לעבט און לאכט.

Stop the maddens די ווייסט אז א מאמין נישט נאר לעבט נישט רואיג נאר ער שטארבט נערוועז.

א ברסלבר וואס איז ראש השנה אין אומאן, האט דאס בעסטע לעבן שייך, ער שטארבט רוהיג, ער איז בטוח אז ר' נחמן וועט אים ארויסשלעפן מיט זיין פיאות - אדער מיט די שטיקעלע פאמפאם העכער די נ-נח קאפעל - אפשר גאר מיט די שפיץ פון די שטריימעל, ווער ס'האט - אזוי ווי מיר.

ברסלבער » פרייטאג יאנואר 25, 2013 12:03 pm

· #82497
קאווע טרינקער
א ברסלבר וואס איז ראש השנה אין אומאן, האט דאס בעסטע לעבן שייך, ער שטארבט רוהיג, ער איז בטוח אז ר' נחמן וועט אים ארויסשלעפן מיט זיין פיאות

אמת.
אבער יעדער איד וואס איז אן אמת'ער מאמין האט די בעסטע לעבן, און שטארבט רוהיג, ווייל ער גלייבט אז אויף יעדע מצוה וואס ער האט געטוהן וועט ער באקומען גרויס שכר, און אויף די עבירות טוט ער תשובה יום כיפור אדער ווען אימער, און דער אייבערשטער איז אים אלעס מוחל.

קאווע טרינקער » פרייטאג יאנואר 25, 2013 12:13 pm

· #82507
ברסלב, דו ביסט צו פארזיכערט מיט דיין שכר.
דו ווייסט אז לאזן די שבת טיש נישט צוגעדעקט 24 אויף די 7, איז דומה צו בועל אשת איש, אזוי שטייט פון צדיקים. סאו, ווען דו קומסט ארויף אויף יענע וועלט, זאלסטו נישט זיין אין שאק

ברזלי הגלעדי » פרייטאג יאנואר 25, 2013 1:05 pm

· #82520
קאווע טרינקער
אה, איך מיין נישט א 11211 מאמין, וואס לעבט אין דיפרעסיא, און זעהט א ריזיגע וועלט וואס וויל אים איינשלינגען. איך רעד אזא מאמין ווי איך.
כ'גלייב אז ה' האט באשאפען די וועלט - כ'ווייס נישט וויפיל יאר צוריק, כ'בין נישט געווען דארט, און איז מוז נישט גלייבן ווי לאנג צוריק דאס איז געשעהן, וואס איז א חילוק, ס'וועט נישט טוישען די פרייז פון געז.
כ'גלייב אז ה' איז נישט קיין גוף, ס'איז נישט לפי השגתי. יא, איך פארשטיי אז איך קען נישט אלעס פארשטיין.
וואס נאך דארף מען גלייבן, אז מ'קען נישט דאווענען צו די זון און לבנה? זייער גרינג צו גלייבן.
וואס נאך?

די זאגסט אז די גלייבסט פארוואס גלייבסטי? ווייל סאיז גרינגער דאס איז 11211 talk

נשמה יתירה » פרייטאג יאנואר 25, 2013 1:26 pm

· #82524
ער זאגט אז ער גלייבט אין גאט. רעדן פין גאט איז נישט רעדן פין עפעס א זאך וואס הייסט גאט. עס איז רעדן פין די טיפע פונדעמאנטאלע אפטייטש פין די בריאה. האסטו דיך שוין בכלל מעמיק געווען וואס איז די בריאה? וואס איז דאס 'עקזיסטענץ', נאך איידער עס ווערט צוטיילט אין אויסגעשטעלט מיט די אהן א שיעור רבוי פרטים? עס איז נאריש דן צו זיין וועגן גאט אז מען ווייסט נישט וואס מען מיינט דערמיט.
מיט די ווארט גאט טייטשען מיר אפ די עומק פין די בריאה. אין חסידות שפראך איז דאס די נקודה פינעם אות י', חכמה לפני התחלקות. [עס גייט נאך טיפער און העכער פין דעם אבער לענינו איז דאס גענוג] דו קענסט ניצען וועלכע שפראך דו ווילסט. אבער פארשטיי אביסעלע דעם "וואס" איידער דו קאכסט אינעם "פארוואס".

לעיקוואד » מוצ"ש יאנואר 26, 2013 8:01 pm

· #82575
ברזלי הגלעדי
לעיקוואד
לא הבנתי, מאיפה לך שיש כזה מושג "אמונה שלמה" שמחוייבת יותר מאמונה סתם. וויל סשטייט אין סידור? לאו מר בר רב אשי חתום על זה.
ווי שטייט אין רמב"ם לגודל רשעתם? עס קען זיין איינער וואס גלייבט נישט וועגן רשעות, אבער דו רעסט דאך פון איינער ואוס האט באמת ספקות, איז נישט פון עם רעדט דער רמב"ם.
איך וייס נישט וואסארא חיוב אדער ענין איז דא צו טראכטן כסדר אפשר נישט. אה"נ א קלוגער מענטש איז אלעמאל מסופק אביסעל. נאר כל זמן ער פירט זיין לעבן לויטן אמונה איז דאס אמונה שלמה. אויב פירט ער זיין גאנצע לעבו אליבא דאמונה הזו. אמונה שאינה שלמה וואלט געווען איינער וואס פירט נישט זיין גאנצע לעבן לפי אמונה נאר האלב.

שאלתי ובקשתי פארוואס איז איוד וואס איז מסופק אבער פירט זיך עפ תורה נישט פארעכנט אלס א יהודי כשר( עפ הלכה)
די רמבם איז אין הלכות תשובה, און וואס מיינט דאס אז איינער גלייבט נישט וועגן רשעות אטי בשופטני עסקינן בעצם גלייבט ער נאר פאר רשעות גלייבט ער נישט

איך קען נישט אזא הלכה. עס איז אפשר דא א הלכה אז אן אפיקורס אפילו ער טוט מצוות ווערט נישט פארכענט פאר יהודי כשר (וגם בזה יש מקום רב להסתפק, ווייל אויב איז ער אן אפיקורס פארוואס טוט ער מצוות? ואכמ"ל), אבער א מסופק? מאן דכר שמיה.

איך קען דיר זאגען, בלי ספק, אז דער רמב"ם, דער בעל שם טוב, אדער סיי וועלכע גדול דו ווילסט, וואס איז געעוון א קלוגער מענטש, האט געהאט ספקות אין דער אמונה. ספקות מאכט נאכנישט קיין מענטש פאר א כופר ח"ו, אדרבה, עס וייזט נאר אז ער איז א קלוגער מענטש וואס טראכט און נעמטש נישט אן אלץ וואס מזאגט עם באמונה טפשית (אני שם לב עכשיו ש"פשוטה אותיות "טיפשה", וי"ו ויו"ד מתחלפין).

אלא מאי, ווערט די שאלה אויב א מסופק איז נישט קיין כופר, וואס איז דען יא דער גדר פון אמונה, אויף דעם ענטפער איך אז דער גדר איז כל זמן ער גלייבט אויף גענוג אז בפועל בעיסט ער זיין לעבן אויף דעם, כלומר ער איז שומר תורה ומצוות, דאס הייסט ער איז א מאמין.

אני מבין שאתה מתכוון ללשון הזה "אלא נכרתים ואובדין ונידונין על גודל רשעם וחטאתם לעולם"
נו, איז דאך קלאר פונ'ם רמב"ם אז דער דין פון אין לו חלק וכו' איז דווקא ווען עס איז לגודל רשעתם, אויב ער איז אן אונס איז דאך נישט מעגליך עס צו רופען רשעות, (ודלא כגר"ח מבריסק), פרעגסטו ווי איז שייך א כופר ברשעות, עס איז נישט אזוי שווער זיך פארשטעלן, למשל איינער וואס איז כופר נאר וועגן תאוות, אדער יודע את רבונו ומתכוון למרוד בו, וכו' וכו'. אויב פארשטייסטו נישט, אשרי חלקך, בפועל זענען דא מענטשען ואוס פארשטייען יא. און אויף זיי זענען געזאגט געווארען די שטרענגע רמב"ם'ס.

נולד מאוחר » זונטאג יאנואר 27, 2013 3:10 am

· #82655
פארוואס וויל דער באשעפער מיר זאלן גלייבן געוויסע זאכן?
איז עס ווייל ער וויל א געוויסע אויפפירונג פון אונז?
אויב איינער גלייבט באמונה שלימה אבער איז גארנישט מקיים, איז עפעס ווערד זיין גלייבן?
די זעלבע שאלה פארקערט. אויב איינער גלייבט גארנישט אבער ער מקיים תרי''ג מצות , ווייל ער האלט אז תורה'דיגע מהלך מאכט סענס, איז א פראבלעם אז ער גלייבט נישט?

diff » זונטאג יאנואר 27, 2013 12:29 pm

· #82720
A person must know what’s going on around him, to prove he wasn’t born by an animal. If he doubts he must turn the world around to get answers. In rambam times there weren’t two foot animals

ברזלי הגלעדי » מאנטאג יאנואר 28, 2013 9:50 am

· #82984
לעיקוואד
ברזלי הגלעדי
לעיקוואד
לא הבנתי, מאיפה לך שיש כזה מושג "אמונה שלמה" שמחוייבת יותר מאמונה סתם. וויל סשטייט אין סידור? לאו מר בר רב אשי חתום על זה.
ווי שטייט אין רמב"ם לגודל רשעתם? עס קען זיין איינער וואס גלייבט נישט וועגן רשעות, אבער דו רעסט דאך פון איינער ואוס האט באמת ספקות, איז נישט פון עם רעדט דער רמב"ם.
איך וייס נישט וואסארא חיוב אדער ענין איז דא צו טראכטן כסדר אפשר נישט. אה"נ א קלוגער מענטש איז אלעמאל מסופק אביסעל. נאר כל זמן ער פירט זיין לעבן לויטן אמונה איז דאס אמונה שלמה. אויב פירט ער זיין גאנצע לעבו אליבא דאמונה הזו. אמונה שאינה שלמה וואלט געווען איינער וואס פירט נישט זיין גאנצע לעבן לפי אמונה נאר האלב.

שאלתי ובקשתי פארוואס איז איוד וואס איז מסופק אבער פירט זיך עפ תורה נישט פארעכנט אלס א יהודי כשר( עפ הלכה)
די רמבם איז אין הלכות תשובה, און וואס מיינט דאס אז איינער גלייבט נישט וועגן רשעות אטי בשופטני עסקינן בעצם גלייבט ער נאר פאר רשעות גלייבט ער נישט

איך קען נישט אזא הלכה. עס איז אפשר דא א הלכה אז אן אפיקורס אפילו ער טוט מצוות ווערט נישט פארכענט פאר יהודי כשר (וגם בזה יש מקום רב להסתפק, ווייל אויב איז ער אן אפיקורס פארוואס טוט ער מצוות? ואכמ"ל), אבער א מסופק? מאן דכר שמיה.

איך קען דיר זאגען, בלי ספק, אז דער רמב"ם, דער בעל שם טוב, אדער סיי וועלכע גדול דו ווילסט, וואס איז געעוון א קלוגער מענטש, האט געהאט ספקות אין דער אמונה. ספקות מאכט נאכנישט קיין מענטש פאר א כופר ח"ו, אדרבה, עס וייזט נאר אז ער איז א קלוגער מענטש וואס טראכט און נעמטש נישט אן אלץ וואס מזאגט עם באמונה טפשית (אני שם לב עכשיו ש"פשוטה אותיות "טיפשה", וי"ו ויו"ד מתחלפין).

אלא מאי, ווערט די שאלה אויב א מסופק איז נישט קיין כופר, וואס איז דען יא דער גדר פון אמונה, אויף דעם ענטפער איך אז דער גדר איז כל זמן ער גלייבט אויף גענוג אז בפועל בעיסט ער זיין לעבן אויף דעם, כלומר ער איז שומר תורה ומצוות, דאס הייסט ער איז א מאמין.

אני מבין שאתה מתכוון ללשון הזה "אלא נכרתים ואובדין ונידונין על גודל רשעם וחטאתם לעולם"
נו, איז דאך קלאר פונ'ם רמב"ם אז דער דין פון אין לו חלק וכו' איז דווקא ווען עס איז לגודל רשעתם, אויב ער איז אן אונס איז דאך נישט מעגליך עס צו רופען רשעות, (ודלא כגר"ח מבריסק), פרעגסטו ווי איז שייך א כופר ברשעות, עס איז נישט אזוי שווער זיך פארשטעלן, למשל איינער וואס איז כופר נאר וועגן תאוות, אדער יודע את רבונו ומתכוון למרוד בו, וכו' וכו'. אויב פארשטייסטו נישט, אשרי חלקך, בפועל זענען דא מענטשען ואוס פארשטייען יא. און אויף זיי זענען געזאגט געווארען די שטרענגע רמב"ם'ס.

הרב לעיקוואד

אני בעניי פארשטיי נישט וואס די זאגסט, די האלסט אז אן אפיקורוס איז נאר איינער וואס האלט 100% אז עס איז נישט דא קיין גאט אדער אז ער איז זעכער אז די תורה איז נישט מסיני.
און אז איינער גלייבט 80% וויבאלד דאס איז געניג אז ער זאל היטען תורה ומצוות איז ער א יהודי כשר אבער אויב ער גלייבט נאר 78% איז ער א אפיקורוס. אגב עס וואלט געווען א נייעס פאר מיר אז די רמבם האט געהאט א צד אז השם איז גוף וגוויעה
יודע את בוראו איז צריך ביאור ווער איז זיך מתחצף פאר א קעניג ווען ער גייט געהארגט ווערן

לעיקוואד » מאנטאג יאנואר 28, 2013 9:54 am

· #82985

האסט גוט פארשטאנען. אפיקורס איז נאר הונדעט פראצענט אויף נישט. וזה פשוט וברור בעיני.
איך וייס נישט ווי מרעכנט פראצענטן פון אמונה, און פארדעם האב איך געזאגט אז דער גדר איז אז ער גלייבט גענוג עס זאל עם מחייב זיין זיין לעבן. אן אנדערע גדר וייס איך נישט. וויפיל פראצענט עס איז דיר געוג אויף מחייב זיין לקיים תומ"צ דאס איז דער גבול.
הרמב"ם לא הסתפק אם ה' גוף, אך הסתפק בדברים אחרים.
אה"נ יודע את רבונו קשה להבין שכלית, אך בני אדם לא תמיד רציונליים. ועכ"פ אין זה הנושא כאן.

kliger » מאנטאג יאנואר 28, 2013 10:55 am

· #82998
עס איז שווער צו פארשטיין.
אויב איז ער נישט איבערצייגט וואס איז ער שילדיג??
און אויב יא פארוואס קומט אים קרעדיט?
אויב איז ער א געריבען סוחר בטבע אדער א תם בטבע וואו קומט "ער" אריין אין פיקטשער?

ברזלי הגלעדי » מאנטאג יאנואר 28, 2013 6:57 pm

· #83194
לעיקוואד
ברזלי הגלעדי

הרב לעיקוואד

אני בעניי פארשטיי נישט וואס די זאגסט, די האלסט אז אן אפיקורוס איז נאר איינער וואס האלט 100% אז עס איז נישט דא קיין גאט אדער אז ער איז זעכער אז די תורה איז נישט מסיני.
און אז איינער גלייבט 80% וויבאלד דאס איז געניג אז ער זאל היטען תורה ומצוות איז ער א יהודי כשר אבער אויב ער גלייבט נאר 78% איז ער א אפיקורוס. אגב עס וואלט געווען א נייעס פאר מיר אז די רמבם האט געהאט א צד אז השם איז גוף וגוויעה
יודע את בוראו איז צריך ביאור ווער איז זיך מתחצף פאר א קעניג ווען ער גייט געהארגט ווערן

האסט גוט פארשטאנען. אפיקורס איז נאר הונדעט פראצענט אויף נישט. וזה פשוט וברור בעיני.
איך וייס נישט ווי מרעכנט פראצענטן פון אמונה, און פארדעם האב איך געזאגט אז דער גדר איז אז ער גלייבט גענוג עס זאל עם מחייב זיין זיין לעבן. אן אנדערע גדר וייס איך נישט. וויפיל פראצענט עס איז דיר געוג אויף מחייב זיין לקיים תומ"צ דאס איז דער גבול.
הרמב"ם לא הסתפק אם ה' גוף, אך הסתפק בדברים אחרים.
אה"נ יודע את רבונו קשה להבין שכלית, אך בני אדם לא תמיד רציונליים. ועכ"פ אין זה הנושא כאן.

מי יתן שיהא כדברך, לדאבוני אני חושב שזה פשוט לא נכון

לעיקוואד » מאנטאג יאנואר 28, 2013 7:35 pm

· #83206
ברזלי הגלעדי

מי יתן שיהא כדברך, לדאבוני אני חושב שזה פשוט לא נכון

ואני חושב שהמחשבה הזאת שלך לא באה מתוך מחשבה.
כמובן שאי אפשר לנהל וויכוח בצורה זו: "יא! ניין! שטותים! דו רעסט שטותים! וכן הלאה. אז מבחינתי איז דער שמועס געשלאסען ביז דו סרענגסט ראיות אדער סברות לשיטתך.

ברזלי הגלעדי » מאנטאג יאנואר 28, 2013 8:27 pm

· #83223
לעיקוואד
ברזלי הגלעדי

מי יתן שיהא כדברך, לדאבוני אני חושב שזה פשוט לא נכון

ואני חושב שהמחשבה הזאת שלך לא באה מתוך מחשבה.
כמובן שאי אפשר לנהל וויכוח בצורה זו: "יא! ניין! שטותים! דו רעסט שטותים! וכן הלאה. אז מבחינתי איז דער שמועס געשלאסען ביז דו סרענגסט ראיות אדער סברות לשיטתך.

בטח אי אפשר לנהל וויכוח ככה אבל אמרתי מה שלענד כתבת (עיין בדברך לעיל) בלי שום סמך או ראיה

ויבא נח וגו אל התיבה מפני מי המבול פרשי אף נח מקטני אמונה היה מאמין ואינו מאמין שיבא המבול ולא נכנס לתיבה עד שדחקוהו המים

פארשטייט זיך אז מען קען ענטפערען אז ער איז נישט אריין און די תיבה מיינט דאס אז ער האט נישט געבעיסט זיין לעבן אויף דעם אדער קען מען זאגען אז דאס הייסט מקטני אמונה אבער נישט קיין כופר

לעיקוואד » מאנטאג יאנואר 28, 2013 8:43 pm

· #83228
מה שכתבתי הוא מסקנתי מתוך עיוני בנושא , ואני לא מכיר כמעט שום מקור שאומר שמי שמסופק הוא אפיקורס, אדרבה, אני מכיר רק מקורות שאומרים להיפך בפירוש. (כמדו' שציינתי כבר לאגרות הראי"ה שכ"כ בפשיטות שכל מה שדיברו אודות אפיקורס הוא רק בוודאות, וכן מורה פשטות הלשונות בכל מקום).

פשוט ומוכרח כמו שתירצת, בשני התירוצים. שהרי נח לא היה מסופק אם יש אלקים, הוא היה נביא, ה' דיבר איתו, אלא ברור שקטני אמנה היינו שלא היה מוחלט אצלו להתמסר על סמך דבר ה'.וזה בדיוק מה שאמרתי.
וכמו"כ פשוט שקטני אמנה אינו שווה לכופר בשום אופן, ורז"ל מדברים על צדיקים שהם מקטני אמנה. הרי שהם צדיקים, אלא שחסר להם באמונה, כלומא שלא נותנים אימון מוחלט בדבר ה'. ופשוט שאינם כופרים.

(אגב, מוסכם ופשוט שתיבת אמונה בלשון התורה ורז"ל אין הכוונה כלל למה שנקרא אצלנו אמונה כמו ה"אני מאמין", אלא יותר מה שאנו קוראים בד"כ בטחון, או אימון. חיפוש פשוט של המילה אמונה בתוכנות החיפוש ברז"ל יביע מיד את המסקנה הזאת בלי שום ספק).

ועוד ראיה חזקה ופשוטה ביותר, שאילו כל המסופק הוא אפיקורס, לא שבקת חיי לכל בריה, ולא הנחת בן ובת לאברהם אבינו שירשו את העולם הבא.

היימישער ליטוואק » מאנטאג יאנואר 28, 2013 9:07 pm

· #83237
ועוד ראיה לדברי לייקווד, שמצוות אמונה היא רק לפי אותם הראשונים שיש מצוה לחקור, ודוק בזה. וא"כ לשיטתם הרי המצוה היא לידע ע"י חקירה, וא"כ כל זמן שלא ברור לו ע"פ חקירה ה"ה אפיקורס?

יאיר » מאנטאג יאנואר 28, 2013 9:15 pm

· #83239
להוי ידוע, אין די תורה שטייט נישט קיין איין מאל "אם תאמין בה' טוב לך, ואם לא תאמין מרה תהיה אחריתך". אפילו אין ש"ס ווערט אויך נישט געלייגט קיין שטארקע דגוש אויף אמונה. האומר אין תורה מן השמים ווערט צוגעשטעלט צו הקורא בספרים חיצונים אדער לוחש על המכה, און פון לשון 'האומר' איז משמע איינער וואס טרומפייטערט דערמיט, ער איז זיכער מיט זיך און ער פארשפרייט עס נאך ביי אנדערע. דער רמב"ם און רב סעדיה גאון זענען געווען די ערשטע צו צוזאמענשטעלן א קריטעריע פון עקרי אמונה, און זיי האבן דאס נישט גענומען פון קיין ערליכע מקורות. דאס מיינט נישט צו זאגן אז מען דארף נישט גלייבן אין די אני מאמין'ס, עס מיינט נאר צו זאגן אז לו יצוייר דער חיוב אני מאמין באמונה שלימה זאל זיין אויף אזא פארנעם ווי אזוי ברזלי לייגט עס אראפ אז עס טאר נישט זיין קיין צל ספק, און אויב נישט זענען די מצוות גארנישט ווערד, וואלט עס שוין געשטאנען אין תורה שבכתב אדער אין תורה שבעל פה.

לעיקוואד » מאנטאג יאנואר 28, 2013 9:26 pm

· #83244
אגב, היסטאריש, אויב איינער זיכט דער ערשטער מקור ווי עס שטייט אז מדארף האבען אמונה במובן פון גלייבען, און אויף דעם באקומט מען שכר וכו'. איז דער ערשטער מחדש פון דער געדאנק (ווי אויך דער ערשטער דאס צו דרשנען אויפן פסוק וצדיק באמונתו יחיה- פשוטו מיינט עס ערליכקייט אין ביזנעס, כמוכח מהמשך הפסוקים שם) מוהר"ר פאולוס תלמיד ישו הנוצרי בספרו (אגרת אל הרומיים א, יז).

יאיר » מאנטאג יאנואר 28, 2013 10:00 pm

· #83254
די ריינע אידישע אמונה, דאס פינטעלע איד האט געפלאקערט ביי רבי פאול'ן...

מאראנצןזאפט » מאנטאג יאנואר 28, 2013 10:06 pm

· #83257
לעיקוואד
אמונה איז טייטש אננעמן פאר אמת גענוג אויף צו בעיסען דיינע החלטות אין לעבן אויף דעם. לא פחות ולא יותר. אוודאי איז נישטא בעולם הזה פאר א מענטש וודאות מוחלטת אין א שום נושא. און עס איז נישט מעגליך דורש זיין פון א מענטש זאל זיך איינרעדן אז א זאך איז מיליאן פראצענט ריכטיג בלי שום צד ספק בשעת וואס סאיז נישטא אין דער גאנצע שכל האנושי אזא מאס וודאות אויף א שום נושא. נאר אמונה איז דער טייטש אז ער נעמט דאס אן פאר אן אמת אויף גענוג אז ער בעיסט זיין לעבן אויף דעם. נישט קיין חילוק צו ער גלייבט וועגן ראיות און סברות אדער וועגן מסורה אדער סיי וועלכט אנדערע ריכטיגע אדער נישט ריכטיגע סיבה.
והנלענ"ד כתבתי.

מאן יאמר אז ס'איז אמאל געווען א מענטש מיט'ן נאמען דזשארדזש וואשינגטאן?
איז דאס א מיליאן פראצענטיגע פאקט?
די תורה פארלאנגט נישט מ'זאל גלויבן נאר נאך ראיית ברורות.
די ראי' ברורה איז מתן תורה ווען השי"ת האט געעפענט אלע הימלן און געוויזן אז ס'איז דא איין גאט ב"ה ותורתו אמת
מאן יאמר אז מתן תורה האט פאסירט? אן אנגענומענער פאקט ביי אלעמען צוגלייך איבערגעגעבן מדור דור, אז דאס האט פאסירט פארענט פון מיליאנען מענטשן, איז ווי טויזנט ראיית ברורות.
ווער עס איז מסתפק דערין איז ווי מסתפק אין ניין עלעווען, האלאקאוסט, וכדומה, אנגענומענע פאקטן, ואין זה אלא ליצנות מפני שהמקשן ג"כ יודע שהצדק אין אתו, ודבריו מביא לידי גיכוח (וכן נראה כונת רש"י דליצני הדור היה אומרים מאבימלך נתעברה שרה דהמכחיש דבר ברור אין דבריו אלא ליצנות ובדותא)

נולד מאוחר » מאנטאג יאנואר 28, 2013 10:43 pm

· #83266
יאיר
להוי ידוע, אין די תורה שטייט נישט קיין איין מאל "אם תאמין בה' טוב לך, ואם לא תאמין מרה תהיה אחריתך". אפילו אין ש"ס ווערט אויך נישט געלייגט קיין שטארקע דגוש אויף אמונה. האומר אין תורה מן השמים ווערט צוגעשטעלט צו הקורא בספרים חיצונים אדער לוחש על המכה, און פון לשון 'האומר' איז משמע איינער וואס טרומפייטערט דערמיט, ער איז זיכער מיט זיך און ער פארשפרייט עס נאך ביי אנדערע. דער רמב"ם און רב סעדיה גאון זענען געווען די ערשטע צו צוזאמענשטעלן א קריטעריע פון עקרי אמונה, און זיי האבן דאס נישט גענומען פון קיין ערליכע מקורות. דאס מיינט נישט צו זאגן אז מען דארף נישט גלייבן אין די אני מאמין'ס, עס מיינט נאר צו זאגן אז לו יצוייר דער חיוב אני מאמין באמונה שלימה זאל זיין אויף אזא פארנעם ווי אזוי ברזלי לייגט עס אראפ אז עס טאר נישט זיין קיין צל ספק, און אויב נישט זענען די מצוות גארנישט ווערד, וואלט עס שוין געשטאנען אין תורה שבכתב אדער אין תורה שבעל פה.

סדא פסוקים אןו די תורה וואס געבט זיך אפ מיט אמונה .
והיה כי ישאלך בינך וכדו'
די תורה רעדט צו דו דור וואס האט אליינס געזען ,סאיז נישט שייך ביי זיי אמונה.

דָּוִד » מאנטאג יאנואר 28, 2013 11:04 pm

· #83272
איך פארשטיי נישט דער עיקר קשיא. פארוואס איז נאר שווער אויף אמונה שלמה, וואס איז מיט סתם אמונה אדער אפילו ספק אמונה. סו"ס אויב מע גייט מיט לאגיק ווענט זיך אלעס אין לאגיק, וואו בלייבט א פלאץ פאר אמונה

ונבנתה העיר » מאנטאג יאנואר 28, 2013 11:15 pm

· #83275
לעיקוואד
מה שכתבתי הוא מסקנתי מתוך עיוני בנושא , ואני לא מכיר כמעט שום מקור שאומר שמי שמסופק הוא אפיקורס, אדרבה, אני מכיר רק מקורות שאומרים להיפך בפירוש. (כמדו' שציינתי כבר לאגרות הראי"ה שכ"כ בפשיטות שכל מה שדיברו אודות אפיקורס הוא רק בוודאות, וכן מורה פשטות הלשונות בכל מקום).

פשוט ומוכרח כמו שתירצת, בשני התירוצים. שהרי נח לא היה מסופק אם יש אלקים, הוא היה נביא, ה' דיבר איתו, אלא ברור שקטני אמנה היינו שלא היה מוחלט אצלו להתמסר על סמך דבר ה'.וזה בדיוק מה שאמרתי.
וכמו"כ פשוט שקטני אמנה אינו שווה לכופר בשום אופן, ורז"ל מדברים על צדיקים שהם מקטני אמנה. הרי שהם צדיקים, אלא שחסר להם באמונה, כלומא שלא נותנים אימון מוחלט בדבר ה'. ופשוט שאינם כופרים.

(אגב, מוסכם ופשוט שתיבת אמונה בלשון התורה ורז"ל אין הכוונה כלל למה שנקרא אצלנו אמונה כמו ה"אני מאמין", אלא יותר מה שאנו קוראים בד"כ בטחון, או אימון. חיפוש פשוט של המילה אמונה בתוכנות החיפוש ברז"ל יביע מיד את המסקנה הזאת בלי שום ספק).

ועוד ראיה חזקה ופשוטה ביותר, שאילו כל המסופק הוא אפיקורס, לא שבקת חיי לכל בריה, ולא הנחת בן ובת לאברהם אבינו שירשו את העולם הבא.

ונבנתה העיר
א חסיד האט זיך אפגערעדט פארן צמח צדק אז ער האט מחשבות פון כפירה, פרעגט איהם דער צמח צדק, נו וואס גייט דיך אהן? זאגט ער וואס הייסט ס׳איז דאך כפירה?! זאגט איהם דער רבי, נו, זעהסטו דאך אז דו גלייבסט...

יאיר » מאנטאג יאנואר 28, 2013 11:39 pm

· #83277
נולד מאוחר
יאיר
להוי ידוע, אין די תורה שטייט נישט קיין איין מאל "אם תאמין בה' טוב לך, ואם לא תאמין מרה תהיה אחריתך". אפילו אין ש"ס ווערט אויך נישט געלייגט קיין שטארקע דגוש אויף אמונה. האומר אין תורה מן השמים ווערט צוגעשטעלט צו הקורא בספרים חיצונים אדער לוחש על המכה, און פון לשון 'האומר' איז משמע איינער וואס טרומפייטערט דערמיט, ער איז זיכער מיט זיך און ער פארשפרייט עס נאך ביי אנדערע. דער רמב"ם און רב סעדיה גאון זענען געווען די ערשטע צו צוזאמענשטעלן א קריטעריע פון עקרי אמונה, און זיי האבן דאס נישט גענומען פון קיין ערליכע מקורות. דאס מיינט נישט צו זאגן אז מען דארף נישט גלייבן אין די אני מאמין'ס, עס מיינט נאר צו זאגן אז לו יצוייר דער חיוב אני מאמין באמונה שלימה זאל זיין אויף אזא פארנעם ווי אזוי ברזלי לייגט עס אראפ אז עס טאר נישט זיין קיין צל ספק, און אויב נישט זענען די מצוות גארנישט ווערד, וואלט עס שוין געשטאנען אין תורה שבכתב אדער אין תורה שבעל פה.

סדא פסוקים אןו די תורה וואס געבט זיך אפ מיט אמונה .
והיה כי ישאלך בינך וכדו'
די תורה רעדט צו דו דור וואס האט אליינס געזען ,סאיז נישט שייך ביי זיי אמונה.

אבער עס שטייט נישט אין די תורה אז אויב זיי גלייבן נישט אין יציאת מצרים וועלן זיי באקומען כרת! די תורה גיבט זיך בכלל נישט אפ מיט אמונה, דער עיקר איז דאס הארץ, און די מעשים. עס איז כמעט מפורש אין פסוק: וְהָיָה בְּשָׁמְעוֹ אֶת-דִּבְרֵי הָאָלָה הַזֹּאת, וְהִתְבָּרֵךְ בִּלְבָבוֹ לֵאמֹר שָׁלוֹם יִהְיֶה-לִּי--כִּי בִּשְׁרִרוּת לִבִּי, אֵלֵךְ: דער פראבלעם פון דעם כופר איז ער פירט אויס, כי בשרירות לבי אלך.
רבי אביגדור מיללער שרייבט אז די אבות האבן געהיטן די תורה מכח זייערע אייגענע שכל, מרוב חכמתם האבן זיי פארשטאנען אז דאס איז די ריכטיגע וועג צו לעבן, האבן זיי נישט געדארפט צוקומען צו מתן תורה. איינער וואס פארשטייט אויך אז די תורה לעבן איז די בעסטע וועג - לאו דוקא מכח אמונה, איז אויף די מדריגה פון די אבות.

יאיר » מאנטאג יאנואר 28, 2013 11:40 pm

· #83278
דָּוִד
איך פארשטיי נישט דער עיקר קשיא. פארוואס איז נאר שווער אויף אמונה שלמה, וואס איז מיט סתם אמונה אדער אפילו ספק אמונה. סו"ס אויב מעט גייט מיט לאגיק (שכל) ווענט זיך אלעס אין לאגיק, וואו בלייבט א פלאץ פאר אמונה

אמונה איז שייך אויף עפעס וואס איז נישטא קיין עמפיריקעל עווידענס, נאר סברא'דיגע אדער פילאזאפישע ראיות.

ברזלי הגלעדי » דינסטאג יאנואר 29, 2013 12:10 am

· #83287
יאיר
להוי ידוע, אין די תורה שטייט נישט קיין איין מאל "אם תאמין בה' טוב לך, ואם לא תאמין מרה תהיה אחריתך". אפילו אין ש"ס ווערט אויך נישט געלייגט קיין שטארקע דגוש אויף אמונה. האומר אין תורה מן השמים ווערט צוגעשטעלט צו הקורא בספרים חיצונים אדער לוחש על המכה, און פון לשון 'האומר' איז משמע איינער וואס טרומפייטערט דערמיט, ער איז זיכער מיט זיך און ער פארשפרייט עס נאך ביי אנדערע. דער רמב"ם און רב סעדיה גאון זענען געווען די ערשטע צו צוזאמענשטעלן א קריטעריע פון עקרי אמונה, און זיי האבן דאס נישט גענומען פון קיין ערליכע מקורות. דאס מיינט נישט צו זאגן אז מען דארף נישט גלייבן אין די אני מאמין'ס, עס מיינט נאר צו זאגן אז לו יצוייר דער חיוב אני מאמין באמונה שלימה זאל זיין אויף אזא פארנעם ווי אזוי ברזלי לייגט עס אראפ אז עס טאר נישט זיין קיין צל ספק, און אויב נישט זענען די מצוות גארנישט ווערד, וואלט עס שוין געשטאנען אין תורה שבכתב אדער אין תורה שבעל פה.

בעניי פארשטיי איך נישט וואס די זאגסט אנכי ה אלוקך איז מצוות אמונה בה אין עס איז פשוט אז שרייבן א עונש וועט נישט מאכען דעם כופר גלייבען מער

ברזלי הגלעדי » דינסטאג יאנואר 29, 2013 12:23 am

· #83291
לעיקוואד
אגב, היסטאריש, אויב איינער זיכט דער ערשטער מקור ווי עס שטייט אז מדארף האבען אמונה במובן פון גלייבען, און אויף דעם באקומט מען שכר וכו'. איז דער ערשטער מחדש פון דער געדאנק (ווי אויך דער ערשטער דאס צו דרשנען אויפן פסוק וצדיק באמונתו יחיה- פשוטו מיינט עס ערליכקייט אין ביזנעס, כמוכח מהמשך הפסוקים שם) מוהר"ר פאולוס תלמיד ישו הנוצרי בספרו (אגרת אל הרומיים א, יז).

סליחה
די גמרא מכות כד. דרשנט די פסוק אויף אמונה אין אויב די האלסט אז די גמרא האט עס גענומען פין פאולוס וועט שוין נישט מאכען קיין חילוק אפילו אויב די גמרא זאגט קלאר אז מען מוז גלייבען 100% ודל

ברזלי הגלעדי » דינסטאג יאנואר 29, 2013 12:34 am

· #83294
יאיר
נולד מאוחר
יאיר
להוי ידוע, אין די תורה שטייט נישט קיין איין מאל "אם תאמין בה' טוב לך, ואם לא תאמין מרה תהיה אחריתך". אפילו אין ש"ס ווערט אויך נישט געלייגט קיין שטארקע דגוש אויף אמונה. האומר אין תורה מן השמים ווערט צוגעשטעלט צו הקורא בספרים חיצונים אדער לוחש על המכה, און פון לשון 'האומר' איז משמע איינער וואס טרומפייטערט דערמיט, ער איז זיכער מיט זיך און ער פארשפרייט עס נאך ביי אנדערע. דער רמב"ם און רב סעדיה גאון זענען געווען די ערשטע צו צוזאמענשטעלן א קריטעריע פון עקרי אמונה, און זיי האבן דאס נישט גענומען פון קיין ערליכע מקורות. דאס מיינט נישט צו זאגן אז מען דארף נישט גלייבן אין די אני מאמין'ס, עס מיינט נאר צו זאגן אז לו יצוייר דער חיוב אני מאמין באמונה שלימה זאל זיין אויף אזא פארנעם ווי אזוי ברזלי לייגט עס אראפ אז עס טאר נישט זיין קיין צל ספק, און אויב נישט זענען די מצוות גארנישט ווערד, וואלט עס שוין געשטאנען אין תורה שבכתב אדער אין תורה שבעל פה.

סדא פסוקים אןו די תורה וואס געבט זיך אפ מיט אמונה .
והיה כי ישאלך בינך וכדו'
די תורה רעדט צו דו דור וואס האט אליינס געזען ,סאיז נישט שייך ביי זיי אמונה.

אבער עס שטייט נישט אין די תורה אז אויב זיי גלייבן נישט אין יציאת מצרים וועלן זיי באקומען כרת! די תורה גיבט זיך בכלל נישט אפ מיט אמונה, דער עיקר איז דאס הארץ, און די מעשים. עס איז כמעט מפורש אין פסוק: וְהָיָה בְּשָׁמְעוֹ אֶת-דִּבְרֵי הָאָלָה הַזֹּאת, וְהִתְבָּרֵךְ בִּלְבָבוֹ לֵאמֹר שָׁלוֹם יִהְיֶה-לִּי--כִּי בִּשְׁרִרוּת לִבִּי, אֵלֵךְ: דער פראבלעם פון דעם כופר איז ער פירט אויס, כי בשרירות לבי אלך.
רבי אביגדור מיללער שרייבט אז די אבות האבן געהיטן די תורה מכח זייערע אייגענע שכל, מרוב חכמתם האבן זיי פארשטאנען אז דאס איז די ריכטיגע וועג צו לעבן, האבן זיי נישט געדארפט צוקומען צו מתן תורה. איינער וואס פארשטייט אויך אז די תורה לעבן איז די בעסטע וועג - לאו דוקא מכח אמונה, איז אויף די מדריגה פון די אבות.

אויב בשרירות לבי מיינט א יודע את בוראו וואס העלפט ווען די תורה ווארענט עם ער ווייסט דאך שוין ממילא דאך זאגט ער בשרירות לבי

יאיר » דינסטאג יאנואר 29, 2013 12:38 am

· #83295
ברזלי הגלעדי
יאיר
להוי ידוע, אין די תורה שטייט נישט קיין איין מאל "אם תאמין בה' טוב לך, ואם לא תאמין מרה תהיה אחריתך". אפילו אין ש"ס ווערט אויך נישט געלייגט קיין שטארקע דגוש אויף אמונה. האומר אין תורה מן השמים ווערט צוגעשטעלט צו הקורא בספרים חיצונים אדער לוחש על המכה, און פון לשון 'האומר' איז משמע איינער וואס טרומפייטערט דערמיט, ער איז זיכער מיט זיך און ער פארשפרייט עס נאך ביי אנדערע. דער רמב"ם און רב סעדיה גאון זענען געווען די ערשטע צו צוזאמענשטעלן א קריטעריע פון עקרי אמונה, און זיי האבן דאס נישט גענומען פון קיין ערליכע מקורות. דאס מיינט נישט צו זאגן אז מען דארף נישט גלייבן אין די אני מאמין'ס, עס מיינט נאר צו זאגן אז לו יצוייר דער חיוב אני מאמין באמונה שלימה זאל זיין אויף אזא פארנעם ווי אזוי ברזלי לייגט עס אראפ אז עס טאר נישט זיין קיין צל ספק, און אויב נישט זענען די מצוות גארנישט ווערד, וואלט עס שוין געשטאנען אין תורה שבכתב אדער אין תורה שבעל פה.

בעניי פארשטיי איך נישט וואס די זאגסט אנכי ה אלוקך איז מצוות אמונה בה אין עס איז פשוט אז שרייבן א עונש וועט נישט מאכען דעם כופר גלייבען מער

אנכי ה' איז נישט קיין דירעקטע אנזאג - דו מוזט גלייבן אז איך בין דער באשעפער, עס איז געזאגט אויף אן אופן ווי 'דאס איז דער מציאות'. עס שטייט נישט 'לא תכפור בי' אזוי ווי לא תרצח אדער לא תנאף.
רבי חסדאי קרשקש
טעה טעות מפורסם מי שמנה במצוות עשה להאמין מציאות האל ית', כי לא יצוייר 'מצוה' [חירק באות מ'] בלי שיש 'מצוה' [פתח באות צ'] וכו'. [ועוד] האמונה במציאות האל היא מהדברים שאין לבחירה ורצון מבוא בהם" (אור ה' הקדמה למאמר א).

ברזלי הגלעדי » דינסטאג יאנואר 29, 2013 12:58 am

· #83301
לעיקוואד
מה שכתבתי הוא מסקנתי מתוך עיוני בנושא , ואני לא מכיר כמעט שום מקור שאומר שמי שמסופק הוא אפיקורס, אדרבה, אני מכיר רק מקורות שאומרים להיפך בפירוש. (כמדו' שציינתי כבר לאגרות הראי"ה שכ"כ בפשיטות שכל מה שדיברו אודות אפיקורס הוא רק בוודאות, וכן מורה פשטות הלשונות בכל מקום).

פשוט ומוכרח כמו שתירצת, בשני התירוצים. שהרי נח לא היה מסופק אם יש אלקים, הוא היה נביא, ה' דיבר איתו, אלא ברור שקטני אמנה היינו שלא היה מוחלט אצלו להתמסר על סמך דבר ה'.וזה בדיוק מה שאמרתי.
וכמו"כ פשוט שקטני אמנה אינו שווה לכופר בשום אופן, ורז"ל מדברים על צדיקים שהם מקטני אמנה. הרי שהם צדיקים, אלא שחסר להם באמונה, כלומא שלא נותנים אימון מוחלט בדבר ה'. ופשוט שאינם כופרים.

(אגב, מוסכם ופשוט שתיבת אמונה בלשון התורה ורז"ל אין הכוונה כלל למה שנקרא אצלנו אמונה כמו ה"אני מאמין", אלא יותר מה שאנו קוראים בד"כ בטחון, או אימון. חיפוש פשוט של המילה אמונה בתוכנות החיפוש ברז"ל יביע מיד את המסקנה הזאת בלי שום ספק).

ועוד ראיה חזקה ופשוטה ביותר, שאילו כל המסופק הוא אפיקורס, לא שבקת חיי לכל בריה, ולא הנחת בן ובת לאברהם אבינו שירשו את העולם הבא.

מעיינן באיזו אגרת הראיה דן בזה
נכון שנח האמין בה׳ וקשה להבין איך נביא ה מסתפק באמיתות דברו ומטעם זה הישג הרמבן על רשי בביאור והאמן בה ויחשבה לו צדקה ואולי הביאור אם מתאמת יותר כשרואה ממחישי אזי נקרא מקטני אמונה
לסכם הצדק אתך שנח אכן האמין בה ויהיה מקטני אמונה לעניין נבואה אבל לדעתי לגבי אמונה בה אין דבר כזה או שאתה מאמין או שלא וחזל קוראים אותך כופר
אדרבה אם יש לך מאמרי חזל מוכחים בבקשה לצטט

ברזלי הגלעדי » דינסטאג יאנואר 29, 2013 1:14 am

· #83306

מה אומרת זאת בנידון דידן

השאלה פה אחת היא מי שמאמין 80% ומקיים תורה ומצות כיהודי כשר נחשב או מנסך יין הוא. אליבא דהחזן איש לא מבעיא לן הא אפילו מי שמסופק באמתות מאמר חזל אחד כמומר לכל התורה הוא כי קא מבעיא לן לר׳ אברהם בן הרמבם מי אמרינן אמונה מוחלטת הוא או דילמא 80% סגי ואם תימצא לומר מוחלטת הוא התורה והמצות שעשה מאי הוה עלה

ברזלי הגלעדי » דינסטאג יאנואר 29, 2013 1:18 am

· #83307
ברזלי הגלעדי
לעיקוואד
מה שכתבתי הוא מסקנתי מתוך עיוני בנושא , ואני לא מכיר כמעט שום מקור שאומר שמי שמסופק הוא אפיקורס, אדרבה, אני מכיר רק מקורות שאומרים להיפך בפירוש. (כמדו' שציינתי כבר לאגרות הראי"ה שכ"כ בפשיטות שכל מה שדיברו אודות אפיקורס הוא רק בוודאות, וכן מורה פשטות הלשונות בכל מקום).

פשוט ומוכרח כמו שתירצת, בשני התירוצים. שהרי נח לא היה מסופק אם יש אלקים, הוא היה נביא, ה' דיבר איתו, אלא ברור שקטני אמנה היינו שלא היה מוחלט אצלו להתמסר על סמך דבר ה'.וזה בדיוק מה שאמרתי.
וכמו"כ פשוט שקטני אמנה אינו שווה לכופר בשום אופן, ורז"ל מדברים על צדיקים שהם מקטני אמנה. הרי שהם צדיקים, אלא שחסר להם באמונה, כלומא שלא נותנים אימון מוחלט בדבר ה'. ופשוט שאינם כופרים.

(אגב, מוסכם ופשוט שתיבת אמונה בלשון התורה ורז"ל אין הכוונה כלל למה שנקרא אצלנו אמונה כמו ה"אני מאמין", אלא יותר מה שאנו קוראים בד"כ בטחון, או אימון. חיפוש פשוט של המילה אמונה בתוכנות החיפוש ברז"ל יביע מיד את המסקנה הזאת בלי שום ספק).

ועוד ראיה חזקה ופשוטה ביותר, שאילו כל המסופק הוא אפיקורס, לא שבקת חיי לכל בריה, ולא הנחת בן ובת לאברהם אבינו שירשו את העולם הבא.

מעיינן באיזו אגרת הראיה דן בזה
נכון שנח האמין בה׳ וקשה להבין איך נביא ה מסתפק באמיתות דברו ומטעם זה הישג הרמבן על רשי בביאור והאמן בה ויחשבה לו צדקה ואולי הביאור אם מתאמת יותר כשרואה ממחישי אזי נקרא מקטני אמונה
לסכם הצדק אתך שנח אכן האמין בה ויהיה מקטני אמונה לעניין נבואה אבל לדעתי לגבי אמונה בה אין דבר כזה או שאתה מאמין או שלא וחזל קוראים אותך כופר
אדרבה אם יש לך מאמרי חזל מוכחים בבקשה לצטט

לגבי ראייתך האחרונה הרי דברי הרבם( כמדומה בשמנה פרקים שכל העולם נברא או כדאי הוא בשביל הצדיק שחי פעם בכמה דורות ומבואר מזה שקשיא מעיקרא ליתא

ברזלי הגלעדי » דינסטאג יאנואר 29, 2013 1:19 am

· #83308
רמבם
בלאט: 1 2