☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » משנה ברורה לעומת ערוך השלחן - ווער איז פוסק אחרון?

משנה ברורה לעומת ערוך השלחן - ווער איז פוסק אחרון?

173 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #34
בלאט: 1 2 3 4

יאיר » מאנטאג יאנואר 28, 2013 7:57 pm

· #83218
איך מיין אז \ וואס דער חזון איש וויל ארויסברענגען מיט דעם פוינט איז בנוגע צו ס'איז דא אזא זאך ווי א פוסק אחרון.

היימישער ליטוואק » מאנטאג יאנואר 28, 2013 8:46 pm

· #83230
טעות

היימישער ליטוואק » מאנטאג יאנואר 28, 2013 8:53 pm

· #83232
איך האב געקאפיעט א שטיקל ביאור הלכה, א געווענליכע, נישט צו לאנג נישט צו קורץ. איך האב דאס נאכנישט געלערנט, לאמיר דאס צוזאמען אנאלאזירן, אויב עס וועט אויספעלן וועלן מיר צוברענגען נאך שטיקלעך.

ביאור הלכה סימן לט
או קטן - ואם כתבן חרש או שוטה הניח הפמ"ג בפתיחה בצ"ע דאפשר דעדיפי מקטן ומהני אם אחרים עומדין ע"ג ומרמזין לחרש ושוטה שיכתוב לשמן. וסימני שוטה מבואר ביו"ד בסימן א' ס"ה. הבאת דברים בקיצור לא להלאות את הלומדולענין קטן אימת נעשה גדול אם לא ידעינן שהביא ב"ש כתבתי במ"ב אם נתמלא זקנו והוא מח"מ סימן ל"ה והשמטתי דברי המ"א כלל גדול בלימוד המשנ"ב שיכולים לדייק גם ממה שהוא משמיט שכתב עד י"ח שכל האחרונים השיגו עליו [הלא המה הא"ר והב"מ ודגמ"ר ומחה"ש ולבו"ש ותשו' רע"א בחא"ח סימן ז'] ומ"מ אין בידינו לפוסלם אחרי שהח"א וגם השלחן שלמה מקילין לכתחלההסתמכות לקולא בדיעבד. וראיתי בפמ"ג שחתר ליישב דברי המג"א והביא מסימן נ"ג ס"ח בהג"ה דמי"ח והלאה קרוי נתמלא זקנו וכונת הפמ"ג דמבואר שם דמי"ח והלאה אף אם יש לו זקן מעט קרוי נתמלא זקנו וה"נ כונת המג"א ביש לו זקן מעט ומ"מ באמת צע"ג בזה דאפשר דשם שאני דהלא שם איירי שהביא ב"ש דהוא גדול מן התורה ולא בעינן הזקן רק מפני כבוד הצבור דיון בדברי פמ"ג, דחיית דבריו, ראיה להדחיה תדע דשם מהני ג"כ אם הוא בן כ' ואין לו זקן כלל מקרי ג"כ עי"ז נתמלא זקנו כמבואר שם בשו"ע והכל מטעם זה דהוא רק מפני כבוד הצבור משא"כ בענינינו דלא ידעינן אם הביא ב"ש והזקן מהני לעשותו גדול עי"ז אפשר דבעינן מלוי זקנו ממש הא פשיטא לי דע"י סיכי דיקני [שיש לו במקומות מיוחדות שער בזקנו] בודאי לא קרוי נתמלא זקנו וראיה מוכרחת מיבמות פ' ע"ב בתוספות ד"ה דהביא ב"ש בסופו ואור"י דאין חשוב וכו' וה"ה דסיכי דיקני ג"כ אינו בכלל מלוי זקן דאל"ה ישאר קושית התוספות על רבה בר אבוה לפי תירוץ הגמרא שם ראיה עצמאית, כדרך ספרי שו"ת וידוע דדין נתמלא זקנו דלא צריך שוב בדיקה נובע מאותו התוספות כמבואר בטור אה"ע בסי' קס"ט בב"י שם הגם דבב"י בח"מ סימן ל"ה בראשו משמע דהטוח"מ סובר דאפילו לא נתמלא זקנו מהני עכ"ז בהשו"ע שלו העתיק דדוקא אם נתמלא זקנו דרך הכרעה ב"י נגד השו"ע הלכה כשו"ע כי מיבעי לי לענין זקן מעט המבואר בסימן נ"ג דאפשר לפי מה שביארנו שם בשם מהרש"ל שהעתיק מתשובות הגאונים דהיינו שיהיו נמצאים שערות גדולות משני צידי הפנים ומצד הסנטר אפשר דזהו בכלל נתמלא זקנו בכל מקום אפילו לענין דאורייתא או דילמא שם שאני דהוא רק מפני כבוד הצבור שאלה חדשה לדינא ומ"מ אפשר שיש להקל בזה לפי מה שביאר הגר"א שם בח"מ דטעם הטור הוא לפי שע"פ רוב רגיל לבוא סימן התחתון קודם שבא סימן זה העליון לכן תלינן דמסתמא כבר בא התחתון א"כ לפ"ז בודאי דברי הטור שכתב באה"ע נתמלא זקנו הוא לאו דוקא ובח"מ שכתב צמח זקנו בדיוק כתבו דגם זה רגיל לבוא זמן הרבה אחר הבאת ב' שערות ולפ"ז אפשר לומר שגם סיכי דיקנא מהני להשוותו גדול לכל דבר דמסתמא כבר הביא ב' שערות ושם ביבמות פ' ע"ב לענין ר"נ שאני שידעו שלא הביא ר"נ ב' שערות וצ"ע. מיישב הקושיות אך עדיין צריך עיון... היוצא מדברינו סיכום למעשה עכ"פ קודם שיש לו קצת זקן בודאי אין להניחו לכתוב תפילין כ"ז שלא ידעינן שהביא ב' שערות אפילו אם הוא כבר בן י"ח שנה ויותר וכמו שכתבתי במ"ב. אך בדיעבד אם כתבן נער בר מצוה ואין לפנינו לבדקו צ"ע למעשה ער וויל זאגן פסול, נו, קען מען דאך זאגן צ"ע למעשה און יעדער ת"ח וועט פארשטיין... דהנ"ב מ"ת בסימן א' מכשיר וכן בפמ"ג בסימן ל"ט ובסימן נ"ה אות ז' ג"כ מוכח הכי דמדמה שם לענין בדיקת הריאה ובריאה קי"ל דאם נאבדה בלי בדיקה כשר ובתשובת רע"א חא"ח סימן ז' פוסל וכן בספר ישועות יעקב בסימן ל"ב ג"כ מחמיר, אך בבן י"ח שכתבן בדיעבד נראה דאין להחמיר אחרי שיש מקילין אפילו לכתחילה וכנ"ל:

איך מיין אז אין פ.ת. וועסטו נישט טרעפן א בירור גארנישט נאנט אפילו פון דעם לעוול. און אויך אין ערה"ש וועסטו זעלטן טרעפן אזא שטיקל. און, למען האמת, איך האב ממש גענומען א שטיקל בה"ל עט רענדאם, כ'האב געזוכט נישט קיין קורצע שטיקל און גפעיסט.
איף עניטינג, דערמאנט דאס מיר מער פון דעם אלטער רבינ'ס קונטרס אחרון.

איחוד פעלד » מאנטאג יאנואר 28, 2013 11:45 pm

· #83281
וואס?
ער זאגט באמת גארנישט דא.

זאג מיר איין חידוש אין דער נושא.

איחוד פעלד » מאנטאג יאנואר 28, 2013 11:50 pm

· #83284
בכלל איז א פלא, ער איז משמיט דער מגן אברהם און צום סוף איז ער נאך מכריע ווי דער מגן אברהם. ממש מרפסן איגרי

היימישער ליטוואק » דינסטאג יאנואר 29, 2013 12:19 am

· #83289
איחוד פעלד
בכלל איז א פלא, ער איז משמיט דער מגן אברהם און צום סוף איז ער נאך מכריע ווי דער מגן אברהם. ממש מרפסן איגרי

בדיעבד!

מוח שליט » דינסטאג יאנואר 29, 2013 2:26 pm

· #83390
דער ביאור הלכה פאנגט אהן מיט א צע"ג אויף די פמ"ג'ס תירוץ אויפען מגן אברהם. זיין טענה איז אז די ענין אז יח' שנים איז גענוג א זקן מעט [המובא לקמן סי' נג' סעיף ח'], איז דוקא ביי ש"צ בענין כבוד הציבור, אין נישט לגבי סימני גדלות. ער ברענגט א ראי' אז מען רעדט דארט דוקא אז מען ווייסט קלאר אז הביא שתי שערות [א גרויסע דוחק], פין דעם וואס עס שטייט דארט אינעם זעלבען סעיף, אז ביי די צוואנציג לאזט מען אים אפי' אינו בעל זקן.
כ'פארשטיי נישט זיין ראי'? יא, אוודאי ווען מען איז צוואנציג איז מען קלאר תולה אז הביא שתי שערות. פארוואס זאל מען חושש זיין אויפען צד רחוק אז ער איז א סריס. מהיכי תיתי פין דעי הלכה אז מען רעדט אז מען האט אים בודק געווען. עס איז דאך א מוראדיגער דוחק צו זאגען אז יעדען מענטש וואס וויל דאווענען פארן עמוד איז מען בודק אם הביא שתי שערות. הרי דיבר הכתוב בהוה, עס איז פשוט אז דער בן יח' וואס מעג דאווענען פארן עמוד כשיש לו זקן מעט, מיינט נישט בתנאי אז מ'האט אים בודק געווען. וצ"ע.
בכלל פארשטיי איך נישט זיין דרך הכתיבה. ער פאנגט אהן מיט א צע"ג אויפן פמ"ג אין צום סוף איז ער בכלל נישט זיכער אז עס איז נישט ריכטיג.
וביותר אז ער זאגט קודם "הא פשיטא לי דע"י סיכי דיקני [שיש לו במקומות מיוחדות שער בזקנו] בודאי לא קרוי נתמלא זקנו". אין צום סוף ברענגט ער דעם גר"א אין לפי דבריו זאגט ער אז אפשר אפי' סיכי ודקיני הייסט יא נתמלא זקנו.
ויש לי עוד כמה הערות, אבער צו דעם דארף מען האבען גיט דורכגעלערנט דעם שטיקל. איך ווייס נישט צו דאס איז די מציאות ביים עולם דא. [פשוט חסרון ידיעה].

היימישער ליטוואק » דינסטאג יאנואר 29, 2013 6:40 pm

· #83455
זיין ראיה פון בן כ' איז אז די רעדע איז נישט פון ב' שערות, נאר פון כבוד ציבור. וז"פ.

מוח שליט » דינסטאג יאנואר 29, 2013 7:36 pm

· #83471
היימישער ליטוואק
זיין ראיה פון בן כ' איז אז די רעדע איז נישט פון ב' שערות, נאר פון כבוד ציבור. וז"פ.
לענ"ד איז עס נישט מסתבר שכוונתו להביא ראיה למה שכתבת. ווייל די מחבר זאגט קלאר אין ממנין אלא מי שנתמלא זקנו, מפני כבוד הציבור. אויף דעם דארף דער ביאור הלכה נישט ברענגען א ראי' אזוי בעקיפין מהלכות בן כ'.
דער ביאור הלכה איז דוקא מוסיף "דהלא שם איירי שהביא ב"ש [ב' שערות] דהוא גדול מן התורה". צו דעי הוספה איז וואס ער דארף א ראי'. ער וויל ווייזען אז דער בן יח' וואס איז גענוג א 'זקן מעט', איז דוקא כשהביא שתי שערות. וזה מה שהקשיתי לעיל, דמנא לן הא?
פארגעס אבער וואס דער ביאור הלכה האט געמיינט. איך פרעג דיך יעצט. די רמ"א סימן נג' סעיף ח' וואס זאגט אז א בן יח' שיש לו זקן מעט מעג דאווענען פארן עמוד, רעדט פין איינעם וואס מען האט בודק געווען על שני שערות? אוודאי נישט. איז דאך דא א מקום צו פארשטיין אז דער מג"א כפי הבנת הפמ"ג האט פין דעם ארויסגעלערנט א שיעור פין נתמלא זקנו מעט וואס זאל העלפן בנוגע סימנים.
זענען דען די הלכות נישט כרוך זה בזה? עס איז דאך פשוט אז דער ענין פין כבוד הציבור איז מכח גדלות. נישט ווייל א בארד איז מוראדיג שיין. נאר אז כבוד הציבור פארלאנגט א מענטש וואס באופן הנראה והנגלה איז ער א גדול. עס איז נישט גענוג אז מיר האבען א ידיעה אז ער האט ב' שערות, נאר עס דארף זיין ניכר פין זיין מציאות אז ער איז א גדול מיט ב' שערות. ער דארף זיין א גדול באופן הנראה והנגלה.

הגע בעצמך, וויאזוי פארשטייסטו די הלכה פין בן כ'? וואס איז די מקור דערפאר? בפשטות נראה אז וויבאלד אויב לא הביא ב' שערות [היינו כשיודעין שלא הביא] איז דינו כסריס, איז מסתבר אז בלא ידיעה ברורה שלא הביא, אז אין חוששין צו דעם מיעט פין סריסות. ממילא איז ער בחזקת גדול. אין דערפאר איז נישטא קיין פראבלעם פין כבוד הציבור. ווייל ווען מען זעהט א בן כ' זעהט מען א מענטש וואס איז בחזקת הביא ב' שערות, והרי גדלותו ניכרת לכל.
וה"ה בהלכות בן יח' בזקן מעט, איז פשט אז בציור זה איז ער בחזקת גדול. אע"פ ער איז נאך נישט צוואנציג איז אבער דאס קליינע בארדע זיינער מחזיקו אז הביא ב' שערות. ונמצא שגדלותו הוא באופן הנראה והנגלה. וועגן דעם האט די מג"א אוועקגעשטעלט דעם כלליותדיגען דין פין זקן מעט [אדער כלשון הטור חו"מ (סימן לה) "צמיחת זקן"], דוקא כשהוא בן יח'. ווייל ער האט געזעהן פין רמ"א [שמקורו מסכת סופרים] אז בן יח' בזקן מעט נאר דעמאלט הייסט ער א "נראה'דיגער גדול" איז דאך פשט אז דער זקן מעט געט א הוכחה פין גדלות דוקא כשהוא ג"כ בן יח'.

יאיר » דינסטאג יאנואר 29, 2013 8:07 pm

· #83476
די קשיא פון דעם משנה ברורה'ס איז, לויט די פשט פון פרמ"ג וואס איז מדמה סי' ל"ט צו סי' נ"ג וועט אויסקומען אז פונקט ווי מען לערנט ארויס פון דארטן אז בן י"ח שנה איז מיעוט זקנו איז גענוג וויבאלד ס'איז אזוי ווי נתמלא זקנו וואס דעמאלט איז ער א גדול לגבי כתיבת תפילין, אזוי אויך וועט א בן כ' שנה וואס האט בכלל נישט קיין בארד זיין גענוג לגבי כתיבת תפילין, ווייל ס'איז דאך גוט לגבי שליח ציבור, אוון דאס איז דאך נישט אמת אפי' בדעת המג"א לויט'ן פשט פונ'ם פמ"ג, נאר מ'מוז ווארטן אויף רוב שנותיו. (איך פארשטיי נישט פארוואס ער דארף בכלל צולייגן אז דארט רעדט מען ווען ער ברענגט שתי שערות, דארט איז דאך לגבי שליח ציבור, און בדרבנן איז אודאי גענוג בן י"ג שנה, נאר משום כבוד ציבור דארף זיין נתמלא זקנו אדער בן י"ח ומיעוט זקנו אדער בן כ' בלי זקן).

מוח שליט » דינסטאג יאנואר 29, 2013 8:43 pm

· #83485
יאיר

לענ"ד איז דיין פשט בכלל נישט משמע בלשון הביאור הלכה.
ועוד ק"ל על דבריך, מהיכי תיתי לך דאס וואס די זאגסט אינעם פמ"ג לדעת המג"א? אדרבא, פונקט ווי בן יח' בזקן מעט איז מען תולה בחזקת גדלות, איז דאך אוודאי מסתבר בן כ' תולה צו זיין בחזקת גדלות? וכמו שכתבתי לעיל אז די חשש פין סריס איז גאר א קליינע מיעוט, אין די חזקת גדלות איז גאר א שטארקער.
אגב די פמ"ג בפתיחה כוללת חלק ב' אות יא' פרעגט אפי' אויף יג' שנים, אז מען זאל גיין נאך רוב שמביאין אז שתי שערות, אין ער פארשטייט נישט פארוואס מיר זאלען זיך נישט סומך זיין אויף דעם אפי' בדאורייתא. עיי"ש אז חאטש ביי רוב צריך לברורי היכא דאפשר לברורי בקל, אבל כאן לא נקרא "אפשר לברורי בקל",דאין זה בקל לבייש אותו. איז דאך אוודאי מסתבר אז ווען מען האלט שוין ביי בן כ', וואס די איינציגסטע אנדערע צד איז חושש צו זיין פאר די מיעוטא דמיעוטא פין סריס, זאל מען קענען גיין נאך אזא שטארקע רוב אין מען קען שרייבען תפלין אפי' מדאורייתא.
ולפי"ז זעה איך נישט וואס איז שווער על פשט הפמ"ג אליבא דהמג"א. והדרא קושיתי על הביאור הלכה לדיכתיה.

אגב דאגב. וואס זאגסטו צו די הגדרה אז כבוד הציבור מיינט גדלות באופן הנראה והנגלה?

יאיר » דינסטאג יאנואר 29, 2013 9:41 pm

· #83494
לענ"ד איז דיין פשט בכלל נישט משמע בלשון הביאור הלכה.

על פי דרש שטימט עס אבער יא. (איך ווייס נישט פונקטליך ווי אזוי, דו וועסט עס קענען בעסער אויספיגערן ווי מיר).

ועוד ק"ל על דבריך, מהיכי תיתי לך דאס וואס די זאגסט אינעם פמ"ג לדעת המג"א? אדרבא, פונקט ווי בן יח' בזקן מעט איז מען תולה בחזקת גדלות, איז דאך אוודאי מסתבר בן כ' תולה צו זיין בחזקת גדלות? וכמו שכתבתי לעיל אז די חשש פין סריס איז גאר א קליינע מיעוט, אין די חזקת גדלות איז גאר א שטארקער.
אגב די פמ"ג בפתיחה כוללת חלק ב' אות יא' פרעגט אפי' אויף יג' שנים, אז מען זאל גיין נאך רוב שמביאין אז שתי שערות, אין ער פארשטייט נישט פארוואס מיר זאלען זיך נישט סומך זיין אויף דעם אפי' בדאורייתא. עיי"ש אז חאטש ביי רוב צריך לברורי היכא דאפשר לברורי בקל, אבל כאן לא נקרא "אפשר לברורי בקל",דאין זה בקל לבייש אותו. איז דאך אוודאי מסתבר אז ווען מען האלט שוין ביי בן כ', וואס די איינציגסטע אנדערע צד איז חושש צו זיין פאר די מיעוטא דמיעוטא פין סריס, זאל מען קענען גיין נאך אזא שטארקע רוב אין מען קען שרייבען תפלין אפי' מדאורייתא.

אויב וואלט מען ביי בן כ' געווען כשר אפילו אן א בארד אינגאנצן, פארוואס זאגט נישט דער מגן אברהם אז בן כ' און שוין? מסתבר איז אז דער פמ"ג האט פארשטאנען אינ'ם מג"א אז דאס איז שוין צו א גרויסער חידוש צו זאגן בדעת המג"א, ולא משתמט שום פוסק לומר כן, וואס דאס איז דאך די קשיא פונ'ם פמ"ג לכתחילה, כאטש עס איז יתכן צו זאגן אז ער וויל אונז דוקא לאזן הערן אויף אזא אופן מיר זאלן שוין אויך וויסן אז בן י"ח איז גענוג מיט א קליינע בארד, ומ"מ דוחק הוא דהשמיט עיקר החידוש. איך פארשטיי נישט וואס דו פרעגסט וועגן סריס, ס'איז דאך פונקט פארקערט, אויב איז ער א סריס איז ער דאך א גדול, פארדעם דארף מען ווארטן ביז רוב שנותיו, צו מברר זיין אויב ער איז א גדול.
און אויף די אגב דאגב, ס'איז א שיינע מהלך, באקומסט א קניפ אין בעקל. 😉.

מוח שליט » דינסטאג יאנואר 29, 2013 10:46 pm

· #83505
ביסט גערעכט בענין די הלכה פין סריס. אבער אודי לי מיהת אז נישט האבען ב' שערות ביי די צוואנציג איז וואס געט מיר די רעכט תולה צו זיין אז ער איז סריס. [בצירוף אחד מסימני סריס]. הרי לנו די גודל התמיהה פין נישט האבען שערות בבן עשרים, עד כדי כך ליתן לו דין סריס
אידיש גערעדט - עס איז א גרויסע מיילסטאון נישט צו האבען ב' שערות בבן עשרים, עד כדי כך אז מען מאכט אים פאר א סריס אויב האט ער איין סימן פין א סריס. משא"כ ביז די צוואנציג אפי' ער האט אסאך סימני סריס נעמען מיר נאך נישט אהן אז ער איז א סריס.
וא"כ טענתי במקומה עומדת.

ונבנתה העיר » דינסטאג יאנואר 29, 2013 11:56 pm

· #83510
יקותיאל פארקאש [שבת כהלכה ועוד] רעדט בענין משנה ברורה ווס. שו"ע הרב, פון בערך 58 מינוט און ווייטער [פארדעם איז אויך גאנץ אינטערעסאנט].

<a class="postlink" href="http://video.chasidut.net/videos/5181/%D7%94%D7%AA%D7%95%D7%95%D7%A2%D7%93%D7%95%D7%AA-%D7%9B%D7%93-%D7%98%D7%91%D7%AA-%D7%97%D7%9C%D7%A7-%D7%91-%D7%A9%D7%A0%D7%AA-%D7%AA%D7%A9%D7%A2%D7%92">http://video.chasidut.net/videos/5181/% ... 7%A2%D7%92</a>

איחוד פעלד » מיטוואך יאנואר 30, 2013 12:07 am

· #83514
היימישער ליטוואק
איחוד פעלד
בכלל איז א פלא, ער איז משמיט דער מגן אברהם און צום סוף איז ער נאך מכריע ווי דער מגן אברהם. ממש מרפסן איגרי

בדיעבד!

וואס איז א חילוק.

ווען מען לאזט איינעם אויס און מען ברענגט אים נישט, מיינט עס אז מען איז אים נישט גורס ווייל זיין שיטה איז נדחה. אין דעם פאל, ברענגט ער אין ביאור הלכה, אז פארדעם איז ער משמיט דער מג"א, ווייל רוב אחרונים קריגען, און ער איז שווער וכו'. און צום סוף שטיקעל בלייבט נאך די הכרעה ווי די מג"א, גיי פארשטיי. פארדעם האט ער אים משמיט געוועהן כאילו זיין שיטה איז א דעת יחיד ואין לסמוך עליו?

יאיר » מיטוואך יאנואר 30, 2013 12:27 am

· #83518
מוח שליט
ביסט גערעכט בענין די הלכה פין סריס. אבער אודי לי מיהת אז נישט האבען ב' שערות ביי די צוואנציג איז וואס געט מיר די רעכט תולה צו זיין אז ער איז סריס. [בצירוף אחד מסימני סריס]. הרי לנו די גודל התמיהה פין נישט האבען שערות בבן עשרים, עד כדי כך ליתן לו דין סריס
אידיש גערעדט - עס איז א גרויסע מיילסטאון נישט צו האבען ב' שערות בבן עשרים, עד כדי כך אז מען מאכט אים פאר א סריס אויב האט ער איין סימן פין א סריס. משא"כ ביז די צוואנציג אפי' ער האט אסאך סימני סריס נעמען מיר נאך נישט אהן אז ער איז א סריס.
וא"כ טענתי במקומה עומדת.

דאס איז א גוטע קשיא וואס איז שווער אויף אלע פוסקים, וואס האלטן אז מען דארף ווארטן ביז רוב שנותיו, מען דארף זען וואס דער פרי מגדים ענטפערט פארוואס מען גייט נישט נאך רוב ביי י"ג שנה, מעגליך אז דער תירוץ שטימט אויף בן כ' אויך. בכל אופן, וואס זאגסטו צו מיין פריערדיגע הערה אז דער מג"א דערמאנט דייקא נן י"ח שנה איז משמע אז עפעס ספעציעל איז דוקא מיט י"ח, און עס האט צו טון דוקא מיט מיעוט זקנו וואס איז כמו נתמלא זקנו אונטער י"ח שנה, און דעמאלט דארף מען נישט זאגן אז ער איז מחולק מיט די אלע אנדערע פוסקים.

מוח שליט » מיטוואך יאנואר 30, 2013 12:34 am

· #83520

איך מיין אז די פוסקים וואס די רעדסט איז ווען מען ווייסט קלאר אז לא הביא שתי שערות. די מג"א רעדט דא ווען מיר האבען נישט בודק געווען, אין מען איז סומך אויף רוב.
ובענין השני וואס די שרייבסט. באמת רעדט דאך די מג"א בכלל נישט פין ענין זקן, בין מעט בין הרבה. דאס איז נאר די פשט פין פמ"ג בדבריו. וכמובן שהוא דוחק הרבה אריינצולייגען עפעס וואס ער זאגט נישט.

יאיר » מיטוואך יאנואר 30, 2013 12:38 am

· #83522
די קשיא פון דעם פרמ"ג ודעימיה כמו שהעתיק המשנ"ב איז דאך אויפ'ן מג"א וואס זאגט אזוי נאר ווען ס'איז א ספק.

מוח שליט » מיטוואך יאנואר 30, 2013 12:39 am

· #83523
יאיר
די קשיא פון דעם פרמ"ג ודעימיה כמו שהעתיק המשנ"ב איז דאך אויפ'ן מג"א וואס זאגט אזוי נאר ווען ס'איז א ספק.
נו, ספק מיינט אז מען האט נישט בודק געווען, ניין? א רגע, איך כאפ וואס די פרעגסט יעצט. א רגע

יאיר » מיטוואך יאנואר 30, 2013 12:41 am

· #83524
און אויף דעם זאגן אלע פוסקים אז דער מג"א איז נישט גערעכט און מ'דארף ווארטן ביז רוב שנותיו.
אופס, כבר חטפת. איך האף אז ס'איז נישט געווען א שטארקע זעץ. 🙂

מוח שליט » מיטוואך יאנואר 30, 2013 12:51 am

· #83526
יאיר
און אויף דעם זאגן אלע פוסקים אז דער מג"א איז נישט גערעכט און מ'דארף ווארטן ביז רוב שנותיו.
אופס, כבר חטפת. איך האף אז ס'איז נישט געווען א שטארקע זעץ. 🙂

קוק אהן, איך בין דיר מתרץ דעם מג"א, אין די פרעגסט מיך אפ, אז אויב אזוי פארוואס האבען די אלע מקשים געפרעגט אויף אים. 😉
גראדע די מחצית השקל פרעגן פשוט ווי ער קומט אויף מיט א זמן יח'. אין די לשון פין פמ"ג בקושיתו איז "תמהתי בפתיחה כוללת ע"ז דלכאורה עד רוב שנותיו. נמצא אז דעי צווי פסקנען נישט אויף אחר בן כ'.
סטעי טונד פאר די לשונות פין די אנדערע אחרונים...
האלי קאו... דער חת"ס אויפען פלאץ זאגט טאקען דעי פשט אויפען מג"א. אקטועלי ער זאגט א קאמבינעישאן פין מיר אין דיר. ער זאגט אז רוב מעטשען וואס האבען נישט קיין ב' שערות ביי די צוואנציג, ענדען אפ צו זיין א סריס, ממילא איז ער א גדול ממ"נ. נייס. ער איז מחליט גורס צו זיין כ' שנה, אנשטאט יח' שנה. נו איך הער. ער ברענגט א ראי' פין א ב"ש אה"ע קנה' ס"ק יט'. כ'האב עס נישט געפינען דארט דערוויילע.

יאיר » מיטוואך יאנואר 30, 2013 12:55 am

· #83528
סאו די אנדערע פוסקים האבן פארשטאנען נישט אזוי ווי דיר אין מג"א, און אויף דעם פרעגן זיי אז ס'מוז זיין רוב שנותיו, און אויף זיי איז שווער דיין קשיא. און נאכאמאל, קודם דארפן מיר וויסן פארוואס מ'גייט נישט נאך רוב ביי י"ג שנה, נאכדעם דארף מען זען אויב דער תירוץ קען נישט שטימען אויף לאחר כ'.

איחוד פעלד » מיטוואך יאנואר 30, 2013 1:05 am

· #83531
לאמיר איבערשרייבען דער ביאור הלכה אנדרעש.

המג"א כתב דמי"ח שנה יש להקל לענין דאורייתא אף בלא בדיקת שתי שערות, והאחרונים תמהו עליו, ולכאורה דבריו נדחו מהלכה. והפמ"ג מיישב והביא ראי' מסי' נ"ג ס"ח בהג"ה שכתב אם היה לו זקן אפילו מעט קרינן ביה נתמלא זקנו אם הוא מבן י"ח ולמעלה. ולפי"ז המג"א מיירי במעט זקן, ובצירוף י"ח שנה, הוה כסימן לשתי שערות. ולכאורה ראייתו אינו מוכרח כ"כ, דאין הכוונה שם די"ח שנה עם זקן מעט הוה סימן לב' שערות, אלא די"ח שנה עם זקן מעט הוה כנתמלא זקנו לענין כבוד הצבור. ולענין סיכי דיקני יש לעיין בתוס' יבמות ע"ב ויש צדדים לכאן ולכאן. ובח"מ כתב "צמח זקנו" מזה נראה כהפמ"ג. והגר"א כתב דנתמלא זקנו שכתב הטור באה"ע היינו מטעם שעפ"י רוב סימן העליון בא לאחר התחתון. ולפי"ז י"ל דגם זקן מעט מועיל לסימן זה. (לפי"ז אין צריך לי"ח שנה).
ובדיעבד אם כתבן נער בן י"ג, ואינו לפנינו בכה"ג מקילין יותר אחרונים כיון שאינו לפנינו ואפשר לסמוך אחזקה, וצ"ע, ובבן י"ח כיון שהמג"א מקיל אפשר להקל. (דאס פארשטיי איך נישט אויב ער רעדט דוקא ווען ס'איז אינו לפנינו אדער אפילו לפנינו).
דאס איז בערך דער גאנצע ביאור הלכה.
חידושים?
ער איז לכאורה מקיל צו פיל, ווייל אפילו דער פמ"ג האט קיינמאל נישט געוואלט פארענטפערען דער מג"א להלכה, ער האט נאר געוואלט אביסל ממתיק זיין די דינים ווי מען זאגט, דער מג"א זאגט בן י"ח, ואין לו זכר בשום מקום, אז דער מחצית השקל הייבט הענט און זאגט עס איז א טעות הדפוס, האט דער פמ"ג אנגעוויזען אז עפעס א מקור האט עס, נישט אז עס איז להלכה. און דער ביאור הלכה גייט נאך ווייטער מיט דער מג"א און נאך דעם וואס ער הטא געטוהן דער ריכטיגער זאך און אים משמיט געוועהן אין משנ"ב, ברענגט ער אים מיט דער תירוץ הפלפול פין פמ"ג, און עס איז נאך נישט גענוג און פארלאזט זיך אויף אים למעשה.
אויסער דעם זעה איך נישט אין דעם ביאור הלכה קיין לומדות, קיין פוסק, און קיין נייע חידושים אויך נישט.

איחוד פעלד » מיטוואך יאנואר 30, 2013 1:12 am

· #83534
יאיר
ד.............
(איך פארשטיי נישט פארוואס ער דארף בכלל צולייגן אז דארט רעדט מען ווען ער ברענגט שתי שערות, דארט איז דאך לגבי שליח ציבור, און בדרבנן איז אודאי גענוג בן י"ג שנה, נאר משום כבוד ציבור דארף זיין נתמלא זקנו אדער בן י"ח ומיעוט זקנו אדער בן כ' בלי זקן).

מ"מ באמת צע"ג בזה דאפשר דשם שאני דהלא שם איירי [אפילו כ]שהביא ב"ש דהוא גדול מן התורה ולא בעינן הזקן רק מפני כבוד הצבור תדע דשם מהני ג"כ אם הוא בן כ' ואין לו זקן כלל מקרי ג"כ עי"ז נתמלא זקנו כמבואר שם בשו"ע והכל מטעם זה דהוא רק מפני כבוד הצבור

זעה די ווארט וואס כ'האב צוגעלייגט אין ביאור הלכה. ער מיינט אזוי. נישט ווי די האסט פארשטאנען, ודו"ק.

מוח שליט » מיטוואך יאנואר 30, 2013 1:14 am

· #83535
געוואלדיג איחוד 👍
האסט אבער פארגעסן צוצולייגען די אויפטו פינעם ביאור הלכה אז די חכמי התלמוד האבען בודק געווען ר' נחמן אין געזעהן שאין לו שתי שערות.
דעי חידוש זאגט ער ווייל אז מגייט שוין גייט מען שוין אלל דע וועי. אין אפי' סיכי דקיני מיז הייסען א זקן מעט, וואס אויף זקן מעט זאגט דאך די גר"א אז עס איז א סימן אויף ב' שערות במקומן.
ולענ"ד זה דוחק גדול מאד. ניין?

איחוד פעלד » מיטוואך יאנואר 30, 2013 1:21 am

· #83537
מוח שליט
געוואלדיג איחוד 👍
האסט אבער פארגעסן צוצולייגען די אויפטו פינעם ביאור הלכה אז די חכמי התלמוד האבען בודק געווען ר' נחמן אין געזעהן שאין לו שתי שערות.
דעי חידוש זאגט ער ווייל אז מגייט שוין גייט מען שוין אלל דע וועי. אין אפי' סיכי דקיני מיז הייסען א זקן מעט, וואס אויף זקן מעט זאגט דאך די גר"א אז עס איז א סימן אויף ב' שערות במקומן.
ולענ"ד זה דוחק גדול מאד. ניין?

ביסט גערעכט, איך האב עס נישט געלייגט, ווייל איך האלט אז פין גר"א איז בכלל נישט קיין ראי' צו סיכי דיקני אדער מעט שערות בצירוף שנים. דער גר"א זאגט איין ווארט אז נתמלא זקנו ארבעט אלץ רוב, און אויף דעם בויט ער ווייטער.

דער ענין דאר ף אבער א ביאור רחב פין איינער וואס קען דער סוגיא פין חזקה דרבא, ווייל לכאורה פארלאזט מען זיך נישט אויף חזקה דרבא, און פארדעם איז בן י"ג נישט גענוג. לויט דער פמ"ג איז די סיבה ווייל אפשר לברורי, איבער דעם איז ער מקיל כשאינו לפנינו. אויב אזוי פארוואס זאגט דער גר"א "רוב"? וואס איז דער חילוק רוב אדער חזקה, ביידע זענען נישט גוט בדאפשר לברורי, כמו"ש הפמ"ג.

נאר דער פמ"ג אליין איז מסביר אז נתמלא זקנו ארבעט אלץ "סימן", סימן איז גוט אפילו כשאפשר לברורי, משא"כ רוב וחזקה. אין אנדערע ווערטער סימן איז א בירור גמור, משא"כ רוב וחזקה איז א דין כידוע ליודעים. און פארדעם העט א בן י"ח בצירוף זקן מעט אויך זיין גענוג סימן, און דאס ברענגט דער פמ"ג פין נ"ג, אז א סימן הייסט עס ודו"ק.

ממילא איז דער גאנצער גר"א וואס דער ביאור הלכה ברענגט בלשון "רוב" נישט מובן.

דא איז די לשון הפמ"ג

לט (א) או קטן עמ׳א מ׳ש י׳ח שנה תמהתי בפתיחה כוללת מזה דלכאורה עד רוב שגותיו ועיין א׳ר כאן אות א׳ הקשה ג׳כ עליו דזמן ח׳י שנה אין מהני בזה. ומיהו למ׳ש בסימן קצ׳ט אות זיי׳ן יתיישב זה דנתמלא זקנו הוי סימן ומסתמא הביא שתי שערות ובסימן נ׳ג סי"ח בהגה משמע דנתמלא זקנו היינו מבן ח׳י שנה

עפעס קוועטשט ער פין סימן קצ"ט אז נתמלא זקנו גייט צו אלץ סימן. דער ביאור הלכה איז עפעס מער צופרידען מיט דער גר"א וואס זאגט אז עס גייט אלץ רוב, כאמור איז דאס אויך א צע"ג.

מוח שליט » מיטוואך יאנואר 30, 2013 1:31 am

· #83540
לא ידעתי בענין חילוק בין "סימן" לרוב וחזקה. ווער איז דער ערשטער וואס זאגט דאס?
נאך א נקודה. אהן די גר"א איז אויך משמע אז א בארד איז א הוכחה [רוב, חזקה, סימן, וואטעווער] אויף ב' שערות. נישט עפעס א נייע דין פין גדלות. די לשון פין רמב"ם אישות ב' טו', אין אויך די לשון הטור חו"מ לה' ווייזט זיך אז א בארד מאכט אז "אין צריך בדיקה". נראה מבואר מלשונם אז די בארד פסקענט אויס אז עס איז מסתמא דא ב' שערות. עס נעמט פשוט אוועק די הצטרכות פין בודק זיין לב' שערות ווייל מיר ווייסען דאס שוין דורך זיין זקן.

איחוד פעלד » מיטוואך יאנואר 30, 2013 10:45 am

· #83581
מוח שליט
לא ידעתי בענין חילוק בין "סימן" לרוב וחזקה. ווער איז דער ערשטער וואס זאגט דאס?
נאך א נקודה. אהן די גר"א איז אויך משמע אז א בארד איז א הוכחה [רוב, חזקה, סימן, וואטעווער] אויף ב' שערות. נישט עפעס א נייע דין פין גדלות. די לשון פין רמב"ם אישות ב' טו', אין אויך די לשון הטור חו"מ לה' ווייזט זיך אז א בארד מאכט אז "אין צריך בדיקה". נראה מבואר מלשונם אז די בארד פסקענט אויס אז עס איז מסתמא דא ב' שערות. עס נעמט פשוט אוועק די הצטרכות פין בודק זיין לב' שערות ווייל מיר ווייסען דאס שוין דורך זיין זקן.

די זאגסט די "הוכחה", קוק נאך די סוגיא פין חו"מ און די גמרא, און זעה פארוואס מען קען זיך נישט פארלאזען אויף די חזקה דרבא, אז יעדעס דרייצען יעריגער האט שתי שערות. און פראביר מחלק זיין פין נתמלא זקנו, וועט די חילוק זיין "סימן" און "חזקה". דער גר"א זאגט "רוב", און די פמ"ג זאגט בפירוש ערגעץ אנדרעש אז "רוב און חזקה" זענען ביידע נישט גוט ביי דעם, ווייל אפשר לברורי בקל, משא"כ דער "סימן" איז אזוי שטארק אז עס העלפט אפילו בדאפשר לברורי.

דאס אז חזקה פסקנ'ט אויס תורה'דיג און נישט מציאות'דיג איז לאנגע שמועסען אין שב שמעתתא, און שערי תורה און ברוך טעם. פאר א היינטיגע בירור איז דא אין די כתובות גמרות פין עוז והדר.

diff » מיטוואך יאנואר 30, 2013 2:59 pm

· #83647
Would like to discuss his other seforim were halachot are taken from musar and midrashim. why isnt it checked. While every halacha sefer is examined and criticized.

מאראנצןזאפט » מיטוואך יאנואר 30, 2013 3:03 pm

· #83651
יחיד ורבים:
א) געדאנקנגאנגען זענען לפעמים געבויעט מיט א בלינדע אמביציע פון חידוש. אן אייגנארטיגע שטעלע, טראגט מיט זיך צומאל א צויבער, ספעציעל אויב ווערט דאס געזאגט בנחת, און לרוב אן אפשיי, ספעציעל אויב ווערט עס געזאגט מיט א תקיפות אין דער וואנט אריין.
מיר באגעגענען די מענטשן טאג טעגליך אין אקטועלן קאווע שטיבל, עפ"י רוב ווייסט מען שוין וואס זיי ווילן, אלעס איז א לשיטתו, מיט דער זעלבער אגענדע, לבחור בדעת הניגוד, מיט א תוספות נופך פון מרורות כלענה. דער ציבור ווערט מיד, און אלע צעגייען זיך, והאמת עד לעצמו.
על פי 'רוב', איז דער 'רוב', די הנחה פשוטה, די רעכטפארטיגע. אויך חכמינו ז"ל טראגן א דרך ארץ פאר'ן פוק חזי מאי עמא דבר, וכן עמא דבר, פארוואס? ווייל רוב חידושים המה בהזנחה על נקודת האמת (חזו"א).
חכם מהו אומר:
ב) מקניני החכמה להתרגל לדקדק בלשון חכמים כי דבריהם נכתבו בדקדוק עיוני (חזו"א), דער חכם שרייבט מיט אן אויסגערעכנקייט, פונקטליכקייט, און טיפקייט. זיינע ווערטער זענען צום טאקט, געמאסטן און געוואויגן, ער נעמט ערבות על כל קוץ ותג, מגלה טפח אבל מכסה טפחיים ועוד יותר בכתיבתו (פמ"ג).
פיל מער זאגט ער בין בתרי שורותיו, מכלל דבריו אתה שומע הן, וכן ההיפך, שתיקתו כהודאה, שתיקתו בתרי, און וואס ער איז שולל איז א תורה שלימה פאר זיך.
נעים הוא לחיך לגלות מצפונות אוצר הטמון וצפון בתורת אור החכם, כלומר, בעיון ובדקדוק הדק היטב, כי יתרון הזהירות מהזריזות כיתרון אור מן החושך. על אף שלפעמים דבריו מלובש באיצטלא ובסגנון ובניסוח של קובץ הערות והארות, בלי קישוית ופירוקים, בלי שום שקלא וטריא, לרוחו פונעם עמוד יומי איד, מכ"מ חכמתו בחוץ תרונן ללב רחב ומבין, להמקשיב באזניים קשובות, וההוגה ימצא את מבוקשו, ושותה בצמא את דבריו נוזלים מבארו באר מים חיים, גם לקחו לקח טוב סולת נקויה, על אדני יסודות איתנים בנויים דבריו, בהיקף לארכו לרחבו ולתמצותו של דברי הראשונים בפי' דברי הגמ' המפוזרים בכל אתר ואתר, וסברותיו מפיקים נוגה באור צח ומצוחצח.
כרפואה קודם למכת הכסיל, כבר הקדים דבריו למי שלבו בל עמו, לקוי בלב אטום, ויחשד לו, וז"ל, ולא יחשב המעיין שהעתקתי מהפוסקים היה שלא במתכוין וכמתעסק בעלמא, לא כן הדבר, כי עיינתי בעז"ה בכל סימן וסימן במקורי הדינין, בראשונים, וגם כמעט בכל האחרונים (לשון המ"ב בהקדמתו).
פתי יאמין לכל דבר:
ג) לפעמים אנו מפגישים עם ההיפך, דער 'סגנון' כאפט אן אויג, הדברים נאמרו בשיר של גאה גאה, גראד אראפ פון בארג סיני, מתחיל דבריו בשבח, ער גייט דא געבן צו פארשטיין די גאנצע תורה על רגל אחת. ובסופו, ובאחרותו, הבן שואל, האם אכן הגיע אל מטרתו? האם החליק כל עקולי ופשורי 'כסגנונו' מעיד.
בעיא כזו את מי נשאל? את מי ישפוט? למ"י שקבע את לימודו בספר זו ותו לא, למ"י שלא ראה את דברי קודמיו, בודאי יצעק, פלאי פלאים, מתוק מדבש, ער זאגט דאך אזוי שיין, אזוי גוט. דברי פונים למי שראה את משנת חכמים, למי שעמל את העמל רצויה, במטותא מינייכו, ניתי ספר וניחזי!
אם לפעמים אנו מחזיקים לו טובה בשביל דברים שנתחדשו בו, מכ"מ יצא שכרו בהפסידו, וטעמא, דאין יתרון לחכמה אלא בלי שום תערובות זר ופסולת המפיג טעמה, ופה הדובר דברי שטות וגם חכמה, חבר הוא לפה דובר שטות בלבד, הבל יפצה פיהם, יסכר פי גם שניהם, ובכגון דא נאמר, לא מעוקצך ולא מדובשך.
תפסת מועט תפסת:
ד) צעיר אני לימים, וביום בואו תחת עול תורה קבלתי לדורן מגילת ספר פלוני בת כרכים רבים ועבים, נרתע אנכי מהמחזה מרהיבת עין, מה נעים חלקי, חבלים נפלה בגורלי, מצאתי את שאהבה נפשי אחזתיו ולא אארפנו, מפלאים דעות הוא, גם בדורות האחרונים קמה וגם ניצבה אחד מן הגדולים שקיבץ וריבץ פעלים וזיכה את עמו בפי' על כל התורה כולה, וכתוקפו וגבורותו של רבינו משה ומשה רבינו לא פסח אף על הלכה קטנה, לו דומיה תהלה, אין חקר לגדולתו, ואין אחריו ולא כלום, כצחוק הוא בעיני בן גילו, את מי שעמל במסכת, בפרק, הגם לזה יקרא ספר.
ברם, ביום מן הימים לבי התחיל לפעום, האם יש בזה משום יתרון, האם כמותו של דבר מורה על איכותו, והאם יש במציאות בכלל לכלול את הכל, האם לא החתימו חכמים עבודותו של הרמב"ם בטבעת של בלתי אפשרי בגדרי הטבע. האם אין בזה משום שגיון לומר עלי המלאכה לגמור!
אבל זאת נחמתי שאין בטעותי משום חדשות, הרי אמרו תפסת מרובה לא תפסת, והרי אמרו ידעי רבנן להא מילתא ועברי עלה.

מוח שליט » מיטוואך יאנואר 30, 2013 5:05 pm

· #83682
מען קען רעדען שיינע געקיצעלטע ווערטער א גאנצען טאג. א בירור איז נאר ווען מען צונעמט אפאר שטיקלעך בכל פרטיה ודקדוקיה. דעם חזון איש וואס די קוואטס אזוי פיל מאל, איז געווען ווייט פין א 'פושאויווער'. א תקיפות אין שפראך אין א תקיפות אין פסק. מיט א געקיצלטע איידעלע לשון איז ער כמה פעמים שיין מסביר פאר זיין צד שכנגד אז יענער איז פשוט נישט קיין חלק פין כלל ישראל ומסורתו.
אוודאי דארף מען זיך באנעמען צו יעדע מענטש בכבוד הראוי אין נישט מזלזל זיין. אבער תורה הוא וללמוד אני צריך.
אבער אוודאי one swallow does not a summer make. פין איין שטיקל משנה ברורה וואלט איך אוודאי גארנישט געבויט. וביותר ווען איך בין באמת נישט באקאנט בכל פרטי הסוגיא פין ב' שערות וכן ענינה. הלואי מען זאל אויספיקען אביסל א לייכטערע שיטקעל, נישט אזא פארצווייגטע.
אזויווי diff האט מזכיר געווען, גם אני מצטרף להצעתו אז מען זאל דורך טון זיין הלכות לשון הרע. אויב מיר וועלן זוכה זיין להמליץ בזכותן של ישראל אין אראפנעמען אפי' נאר איינס פין זיינע זעקס אין דרייסיג לאוין וואס מען איז עובר אויף יעדע ווארט, אות, מינוט, סעקונדע, פין לה"ר, תהא זה שכרינו.

מאראנצןזאפט » מיטוואך יאנואר 30, 2013 5:45 pm

· #83705

מיינע ווערטער באציען זיך בכלל נישט צו אייער פלפול חכמים בבאור דברי ביאור הלכה, אם שלא עיינתי בהם כראוי נראה דברי מע"כ כדברי טעם. כונתי בעיקר לדברי בעל עיר התורה לעיקוואד מתחילת הויכוח. לא רציתי להגיב ישר על דבריו, האב איך עס אריינגעשטעלט דאהי ביים ענדע פון שמועס, ואתכם הסליחה.

מוח שליט » מיטוואך יאנואר 30, 2013 6:07 pm

· #83711
מאראנצןזאפט

שקויעך. איך בין ח"ו נישט געווען ברוגז. מיין גיסטע איז יעצט אביסל סארקאזם. איך בין זייער מחשיב דיינע ווערטער. טאקע דערפאר וויל איך אביסל דעם גאנצען את והב בסופה עם כבודו היקר, ראה תגבותיי לדבריך באשכולות אחרים. נישט קיין זילזל, נאר אביסל לעבעדיגקייט.

לעיקוואד » מיטוואך יאנואר 30, 2013 6:35 pm

· #83724

איני יודע למה לא רצית להגיב ישר לדברי, בכל אופן צודק מח שליט ששרייבען אסאך געקינצעלטע ווערטער איז נישט קיין בירור. וויבאלד אז צו מאכען א אמתער בירור פאדערט צו צונעמן אסאך שטיקלאך משנ"ב און אנדערע ספרים, און פארשטענדליך איז דא נישט דער פלאץ פארדעם, בלייבט נישט קיין סאך זיך מתווכח זיין. און בדבריך זעה איך נישט קיין סאך מער ווי סופארלעטיווים מיט שיינע ווערטער אן קיין ערנסטער התייחסות צו די ערנסט פראבלעמן וואס זענען דא אין משנה ברורה לענ"ד. און אן קיין ערנסטע תשובה צו די טענות וואס איך האב געשריבען.

לעיקוואד » מיטוואך יאנואר 30, 2013 6:55 pm

· #83730
מוח שליט

אזויווי diff האט מזכיר געווען, גם אני מצטרף להצעתו אז מען זאל דורך טון זיין הלכות לשון הרע. אויב מיר וועלן זוכה זיין להמליץ בזכותן של ישראל אין אראפנעמען אפי' נאר איינס פין זיינע זעקס אין דרייסיג לאוין וואס מען איז עובר אויף יעדע ווארט, אות, מינוט, סעקונדע, פין לה"ר, תהא זה שכרינו.

כלפי דער רשימה פון לאווין אין לשוה"ר איז ידוע אין דער ועלט בשם החזו"א (?) שחלק על כל המושג הזה ולדעתו אי אפשר לעבור בחטא אחד יותר מעבירה אחת.
ובכלל על הרשימה שלו יש לערער הרבה כי כלל הרבה דברים שאינם קשורים באמת לענין לשון הרע.

ועל הלכות לשון הרע של החפץ חיים בכלל, ראה כאן <a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=777580&forum_id=1364">http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?t ... um_id=1364</a>
(בעיקר מהודעות אידך_גיסא)

היימישער ליטוואק » מיטוואך יאנואר 30, 2013 7:23 pm

· #83736
לעיקוואד

יש אוכל אכילה אחת וחייב עליה חמש חטאות ואשם אחד...

יאיר » מיטוואך יאנואר 30, 2013 7:39 pm

· #83739
מוח שליט
ביסט גערעכט בענין די הלכה פין סריס. אבער אודי לי מיהת אז נישט האבען ב' שערות ביי די צוואנציג איז וואס געט מיר די רעכט תולה צו זיין אז ער איז סריס. [בצירוף אחד מסימני סריס]. הרי לנו די גודל התמיהה פין נישט האבען שערות בבן עשרים, עד כדי כך ליתן לו דין סריס
אידיש גערעדט - עס איז א גרויסע מיילסטאון נישט צו האבען ב' שערות בבן עשרים, עד כדי כך אז מען מאכט אים פאר א סריס אויב האט ער איין סימן פין א סריס. משא"כ ביז די צוואנציג אפי' ער האט אסאך סימני סריס נעמען מיר נאך נישט אהן אז ער איז א סריס.
וא"כ טענתי במקומה עומדת.

יעצט זע איך אז אין הגהות חת"ס איז ער טאקע מגיה כ' שנה, און ער לערנט פשט אזוי ווי דיר, אז דעמאלט איז מער מסתבר אז ער איז א סריס. עכ"פ ווילאנז מען איז גורס י"ח איז נישט מסתבר אז דער מג"א מיינט דאס צו זאגן בצירוף מיט דעם פרמ"ג.

יאיר » מיטוואך יאנואר 30, 2013 7:46 pm

· #83741
diff
Would like to discuss his other seforim were halachot are taken from musar and midrashim. why isnt it checked. While every halacha sefer is examined and criticized.

ווייל חפץ חיים ביי די ליטווישע איז ווי ויואל משה ביי די סאטמארע.

מוח שליט » מיטוואך יאנואר 30, 2013 7:49 pm

· #83743
יאיר
מוח שליט
ביסט גערעכט בענין די הלכה פין סריס. אבער אודי לי מיהת אז נישט האבען ב' שערות ביי די צוואנציג איז וואס געט מיר די רעכט תולה צו זיין אז ער איז סריס. [בצירוף אחד מסימני סריס]. הרי לנו די גודל התמיהה פין נישט האבען שערות בבן עשרים, עד כדי כך ליתן לו דין סריס
אידיש גערעדט - עס איז א גרויסע מיילסטאון נישט צו האבען ב' שערות בבן עשרים, עד כדי כך אז מען מאכט אים פאר א סריס אויב האט ער איין סימן פין א סריס. משא"כ ביז די צוואנציג אפי' ער האט אסאך סימני סריס נעמען מיר נאך נישט אהן אז ער איז א סריס.
וא"כ טענתי במקומה עומדת.

יעצט זע איך אז אין הגהות חת"ס איז ער טאקע מגיה כ' שנה, און ער לערנט פשט אזוי ווי דיר, אז דעמאלט איז מער מסתבר אז ער איז א סריס. עכ"פ ווילאנז מען איז גורס י"ח איז נישט מסתבר אז דער מג"א מיינט דאס צו זאגן בצירוף מיט דעם פרמ"ג.

כ'האב דיר שוין געשריבען אויבען עקסייטעדלי אז איך האב געטראפען דעם חת"ס וואס זאגט אזוי.
לפי דברי אז כבוד הציבור איז גדלות בגלוי. האלט איך אז דער פמ"ג איז יא מובן. ווייל אויב זעהט מען אז זקן מעט בבן יח' איז א הוכחה, אדער סימן, לגדלות, איז מסתבר אז דאס זאל אוועקשטעלן אויף גאר א שטארקע רוב, חזקה, אדער סימן, וואס דאס זאל העלפען אפי' ביי א דאורייתא.

יאיר » מיטוואך יאנואר 30, 2013 8:19 pm

· #83752
אה, כ'האב נישט באמערקט דיין הגה אויבן. לויט דיר זאגט דער מג"א אליבא דפמ"ג דריי חידושים, איינס, אז בן כ' גייט מען נאך רוב, צוויי, אז נתמלא זקנו איז גענוג אפילו פאר בן כ', דריי, אז בן י"ח מיעוט זקנו איז אזוי ווי נתמלא זקנו. איך קוק עס אן זייער מאדנע אז דער מג"א זאל נאר אנכאפן דעם טפל פון י"ח שנה, אבער ס'איז נישט אוממעגליך. עכ"פ דעם חת"ס הגה איז כמדומה לי מער מסתבר.

מאראנצןזאפט » מיטוואך יאנואר 30, 2013 8:23 pm

· #83754
מוח שליט
מאראנצןזאפט
מוח שליט
מען קען רעדען שיינע געקיצעלטע ווערטער א גאנצען טאג. א בירור איז נאר ווען מען צונעמט אפאר שטיקלעך בכל פרטיה ודקדוקיה. דעם חזון איש וואס די קוואטס אזוי פיל מאל, איז געווען ווייט פין א 'פושאויווער'. א תקיפות אין שפראך אין א תקיפות אין פסק. מיט א געקיצלטע איידעלע לשון איז ער כמה פעמים שיין מסביר פאר זיין צד שכנגד אז יענער איז פשוט נישט קיין חלק פין כלל ישראל ומסורתו.
אוודאי דארף מען זיך באנעמען צו יעדע מענטש בכבוד הראוי אין נישט מזלזל זיין. אבער תורה הוא וללמוד אני צריך.
אבער אוודאי one swallow does not a summer make. פין איין שטיקל משנה ברורה וואלט איך אוודאי גארנישט געבויט. וביותר ווען איך בין באמת נישט באקאנט בכל פרטי הסוגיא פין ב' שערות וכן ענינה. הלואי מען זאל אויספיקען אביסל א לייכטערע שיטקעל, נישט אזא פארצווייגטע.
אזויווי diff האט מזכיר געווען, גם אני מצטרף להצעתו אז מען זאל דורך טון זיין הלכות לשון הרע. אויב מיר וועלן זוכה זיין להמליץ בזכותן של ישראל אין אראפנעמען אפי' נאר איינס פין זיינע זעקס אין דרייסיג לאוין וואס מען איז עובר אויף יעדע ווארט, אות, מינוט, סעקונדע, פין לה"ר, תהא זה שכרינו.

מיינע ווערטער באציען זיך בכלל נישט צו אייער פלפול חכמים בבאור דברי ביאור הלכה, אם שלא עיינתי בהם כראוי נראה דברי מע"כ כדברי טעם. כונתי בעיקר לדברי בעל עיר התורה לעיקוואד מתחילת הויכוח. לא רציתי להגיב ישר על דבריו, האב איך עס אריינגעשטעלט דאהי ביים ענדע פון שמועס, ואתכם הסליחה.

שקויעך. איך בין ח"ו נישט געווען ברוגז. מיין גיסטע איז יעצט אביסל סארקאזם. איך בין זייער מחשיב דיינע ווערטער. טאקע דערפאר וויל איך אביסל דעם גאנצען את והב בסופה עם כבודו היקר, ראה תגבותיי לדבריך באשכולות אחרים. נישט קיין זילזל, נאר אביסל לעבעדיגקייט.

ומכאן מודעא רבה לאורייתא, מיינע ווערטער זענען א דירעקטע תגובה אויף די עטליכע וואונדערליכע מאמרים פון החכם השלם מלעיקווואד וואס מיר האבן אלע אזוי געגליכן, עיין שם ותמצא נחת, און קומט צוריק און באגעגנט פשוט'ע ווערטער אויף א קונצליכע נושא

מוח שליט » מיטוואך יאנואר 30, 2013 8:25 pm

· #83755
יאיר
אה, כ'האב נישט באמערקט דיין הגה אויבן. לויט דיר זאגט דער מג"א אליבא דפמ"ג דריי חידושים, איינס, אז בן כ' גייט מען נאך רוב, צוויי, אז נתמלא זקנו איז גענוג אפילו פאר בן כ', דריי, אז בן י"ח מיעוט זקנו איז אזוי ווי נתמלא זקנו. איך קוק עס אן זייער מאדנע אז דער מג"א זאל נאר אנכאפן דעם טפל פון י"ח שנה, אבער ס'איז נישט אוממעגליך. עכ"פ דעם חת"ס הגה איז כמדומה לי מער מסתבר.
זאגען אז די מג"א רעדט דוקא פין 'זקן מעט', איז אוודאי א דוחק. כ'האב ספעספיקלי פרוברירט פארענטפערען דעם ביאור הלכה'ס קשיא אויפען פמ"ג, נישט מער.

מאראנצןזאפט » מיטוואך יאנואר 30, 2013 8:26 pm

· #83756
לעיקוואד
מאראנצןזאפט
מוח שליט
מען קען רעדען שיינע געקיצעלטע ווערטער א גאנצען טאג. א בירור איז נאר ווען מען צונעמט אפאר שטיקלעך בכל פרטיה ודקדוקיה. דעם חזון איש וואס די קוואטס אזוי פיל מאל, איז געווען ווייט פין א 'פושאויווער'. א תקיפות אין שפראך אין א תקיפות אין פסק. מיט א געקיצלטע איידעלע לשון איז ער כמה פעמים שיין מסביר פאר זיין צד שכנגד אז יענער איז פשוט נישט קיין חלק פין כלל ישראל ומסורתו.
אוודאי דארף מען זיך באנעמען צו יעדע מענטש בכבוד הראוי אין נישט מזלזל זיין. אבער תורה הוא וללמוד אני צריך.
אבער אוודאי one swallow does not a summer make. פין איין שטיקל משנה ברורה וואלט איך אוודאי גארנישט געבויט. וביותר ווען איך בין באמת נישט באקאנט בכל פרטי הסוגיא פין ב' שערות וכן ענינה. הלואי מען זאל אויספיקען אביסל א לייכטערע שיטקעל, נישט אזא פארצווייגטע.
אזויווי diff האט מזכיר געווען, גם אני מצטרף להצעתו אז מען זאל דורך טון זיין הלכות לשון הרע. אויב מיר וועלן זוכה זיין להמליץ בזכותן של ישראל אין אראפנעמען אפי' נאר איינס פין זיינע זעקס אין דרייסיג לאוין וואס מען איז עובר אויף יעדע ווארט, אות, מינוט, סעקונדע, פין לה"ר, תהא זה שכרינו.

מיינע ווערטער באציען זיך בכלל נישט צו אייער פלפול חכמים בבאור דברי ביאור הלכה, אם שלא עיינתי בהם כראוי נראה דברי מע"כ כדברי טעם. כונתי בעיקר לדברי בעל עיר התורה לעיקוואד מתחילת הויכוח. לא רציתי להגיב ישר על דבריו, האב איך עס אריינגעשטעלט דאהי ביים ענדע פון שמועס, ואתכם הסליחה.

איני יודע למה לא רצית להגיב ישר לדברי, בכל אופן צודק מח שליט ששרייבען אסאך געקינצעלטע ווערטער איז נישט קיין בירור. וויבאלד אז צו מאכען א אמתער בירור פאדערט צו צונעמן אסאך שטיקלאך משנ"ב און אנדערע ספרים, און פארשטענדליך איז דא נישט דער פלאץ פארדעם, בלייבט נישט קיין סאך זיך מתווכח זיין. און בדבריך זעה איך נישט קיין סאך מער ווי סופארלעטיווים מיט שיינע ווערטער אן קיין ערנסטער התייחסות צו די ערנסט פראבלעמן וואס זענען דא אין משנה ברורה לענ"ד. און אן קיין ערנסטע תשובה צו די טענות וואס איך האב געשריבען.

כלום נחתום מעיד על עיסו וככרו, והבוחר יבחר.

איחוד פעלד » מיטוואך יאנואר 30, 2013 9:06 pm

· #83783
היימישער ליטוואק
לעיקוואד
מוח שליט

אזויווי diff האט מזכיר געווען, גם אני מצטרף להצעתו אז מען זאל דורך טון זיין הלכות לשון הרע. אויב מיר וועלן זוכה זיין להמליץ בזכותן של ישראל אין אראפנעמען אפי' נאר איינס פין זיינע זעקס אין דרייסיג לאוין וואס מען איז עובר אויף יעדע ווארט, אות, מינוט, סעקונדע, פין לה"ר, תהא זה שכרינו.

כלפי דער רשימה פון לאווין אין לשוה"ר איז ידוע אין דער ועלט בשם החזו"א (?) שחלק על כל המושג הזה ולדעתו אי אפשר לעבור בחטא אחד יותר מעבירה אחת.
ובכלל על הרשימה שלו יש לערער הרבה כי כלל הרבה דברים שאינם קשורים באמת לענין לשון הרע.

ועל הלכות לשון הרע של החפץ חיים בכלל, ראה כאן <a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=777580&forum_id=1364">http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?t ... um_id=1364</a>
(בעיקר מהודעות אידך_גיסא)

יש אוכל אכילה אחת וחייב עליה חמש חטאות ואשם אחד...

דער זאך איז א מחלוקת דער רמב"ם און רמב"ן אין ספר המצוות לגבי די סוגיא פין יש אוכל אל שרץ אחת ועובר חמש לאוין, עפעס אזוי.

דער רמב"ם האלט אז מען רעדט פין פוטיתא וואס פארמאגט פינף ערליי שרצים. אבער מען איז נישט חייב אויף דער זעלבע עבירה מער פין איין מאל אפילו עס שטייט אין די תורה מער ווי איינמאל.

מוח שליט » מיטוואך יאנואר 30, 2013 9:22 pm

· #83788
בזכרוני אז דער חפץ חיים זאל האבען אויסגערעכענט וויפיל ווערטער מען קען ארויסזאגען אין איין מינוט אין האט געציילט לאוין עקקארדינגלי. לפי הבנתי איז עס נישט תלוי אין די סכום פין ווערטער. עס איז איין מעשה של סיפור רע על חבירו. אפשר קען מען עס צושטעלען צו דין עדות בענין כיון שהגיד, אז ווילאנג ער האלט נאך אינמיטן מגיד זיין הייסט אלעס איין לאנגע הגדה.

יאיר » מיטוואך יאנואר 30, 2013 9:27 pm

· #83789
און פארוואס האט דער גר"א געהאלטן אז יעדע ווארט תורה איז א מצוה? אפשר ווייל יעדע ווארט תורה האט אן אייגענע קדושה, אבער איך ווייס נישט אויב דאס איז שייך לגבי מצות ודברת בם. אויך, ס'איז נישט מסתבר אז יעדע ווארט האט באמת א קדושה, אויסער ביי תורה שבכתב וואס איז אנגעבליך געשריבן געווארן מיט שמות הק'.

יידל » מיטוואך יאנואר 30, 2013 9:36 pm

· #83793
די מעטאדעלאגיע פון משנה ברורה ווערסוס די ערוך השלחן'ס - פון הרב מיכאל ברוידה (אנגלית) <a class="postlink" href="http://torahmusings.com/2013/01/mishnah-berurah-methodology/">http://torahmusings.com/2013/01/mishnah ... thodology/</a>

היימישער ליטוואק » מיטוואך יאנואר 30, 2013 10:42 pm

· #83823
איחוד פעלד
היימישער ליטוואק
לעיקוואד
מוח שליט

אזויווי diff האט מזכיר געווען, גם אני מצטרף להצעתו אז מען זאל דורך טון זיין הלכות לשון הרע. אויב מיר וועלן זוכה זיין להמליץ בזכותן של ישראל אין אראפנעמען אפי' נאר איינס פין זיינע זעקס אין דרייסיג לאוין וואס מען איז עובר אויף יעדע ווארט, אות, מינוט, סעקונדע, פין לה"ר, תהא זה שכרינו.

כלפי דער רשימה פון לאווין אין לשוה"ר איז ידוע אין דער ועלט בשם החזו"א (?) שחלק על כל המושג הזה ולדעתו אי אפשר לעבור בחטא אחד יותר מעבירה אחת.
ובכלל על הרשימה שלו יש לערער הרבה כי כלל הרבה דברים שאינם קשורים באמת לענין לשון הרע.

ועל הלכות לשון הרע של החפץ חיים בכלל, ראה כאן <a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=777580&forum_id=1364">http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?t ... um_id=1364</a>
(בעיקר מהודעות אידך_גיסא)

יש אוכל אכילה אחת וחייב עליה חמש חטאות ואשם אחד...

דער זאך איז א מחלוקת דער רמבם און רמבן אין ספר המצוות לגבי די סוגיא פין יש אוכל אל שרץ אחת ועובר חמש לאוין, עפעס אזוי.

דער רמבם באלט אז מען רעדט פין פוטיתא וואס פארמאגט פינף ערליי שרצים. אבער מען איז נישט חייב אויף דער זעלבע עבירה מער פין איין מאל אפילו עס שטייט אין די תורה מער ווי איינמאל.

משנה מסכת כריתות פרק ג משנה ד
יש אוכל אכילה אחת וחייב עליה ארבע חטאות ואשם אחד טמא שאכל את החלב והיה נותר מן מוקדשים וביום הכפורים
רמב"ם הלכות שגגות פרק ו הלכה ד
לפיכך הטמא שאכל כזית חלב ונותר ביום הכפורים, מביא ארבע חטאות ואשם, חטאת אחת משום טמא שאכל קודש, ואחת משום אוכל חלב, ואחת משום אוכל נותר, ואחת משום יום הכפורים,

לעיקוואד » מיטוואך יאנואר 30, 2013 11:38 pm

· #83830
איני בסוגיא עכשיו, אבל פשוט שיש לחלק בין מי שאוכל משהו שהוא אסור משום כמה איסורים שונים, כמו שבת וטומאה וכו', לבין מי שמדבר דיבור אחד שהוא גם לשון הרע וגם רכילות וגם ארור אשר לא יקים, והוכח תוכיח , והדרת פני זקן, וכו', כל מיני לאוין לא קשורים שהח"ח מנה ברשימה שלו.
כמו"כ מנה הח"ח לאוין כאלה שאפשר להאשים בו את כל מי שעובר על כל חטא שבתורה, כמו מה שכתב שעובר על מ"ע של את ה' אלקיך תירא, שזה בוודאי לא נכון.
וכמו"כ למשל שכותב שעובר גם על ביטול תורה, שזה ג"כ לא נכון כי מצד ביטול תורה מותר לדבר דברים בטלים ולשוה"ר.
בקיצור על רוב הרשימה של הח"ח יש לערער אפילו אם נקבל שזה דומה למשנה של חמש חטאות, וכאמור נראה שיש לחלק ולדון בזה הרבה.

לעיקוואד » דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 12:00 am

· #83833
יידל
די מעטאדעלאגיע פון משנה ברורה ווערסוס די ערוך השלחן'ס - פון הרב מיכאל ברוידה (אנגלית) <a class="postlink" href="http://torahmusings.com/2013/01/mishnah-berurah-methodology/">http://torahmusings.com/2013/01/mishnah ... thodology/</a>

איך בין נאכנישט אדורך דער גאנצער מאמר, אבער פון אויבן אויף זעהט אויס ער איז שטארק מאשר מיין רושם אויף דער מהלך און דרך הפסק פון דער משנה ברורה, ווי איך האב געשריבען אויבן. יש דורשים לשבח ויש דורשים לגנאי, אבער מיט דער מציאות איז שווער זיך צו דינגען.
בלאט: 1 2 3 4