☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » דער מעמד הר סיני אויפרייס

דער מעמד הר סיני אויפרייס

194 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2922
בלאט: 1 2 3 4

יאיר » זונטאג פעברואר 17, 2013 8:33 pm

· #87922
איינגעמיירעט
מיטען גרעסטען מאס פרידליכקייט זאג איך נאכאמאל די תורה הק צו פארשטיין איז דא אנדערע מעטאדען וואו אלע אנדערע חכמות און צו פארשטיין באמת תורה דארף מען זיך מייגע זיין און ארבעטען אויף זיך,איך זאג עס נישט מפי עצמו איך זאג עס בשם אונזער גרויסע תורה ריזען אין התורה נקנית אלא במי שממית עצמו עליה, ממילא לפי דבריהם אויב מהאלט נישט באדעם קען מען נישט אהנקומען צו תורה, ממילא היות דאס איז א תורה אפטיילונג זאג איך די וועג און די צוגאנג וויאזוי מלערנט תורה,און איך זאג אז אויב מלערנט נישט אויף דעם אופן איז מען נישט זוכה צופארשטיין תורה, און סאיז א שאד צו דעביטירען די חז״ל׳ן אויב מלערנט עס נישט אויף די אופן וואס זיי לערנען אונז אויס צופארשטיין זייער ווערטער,איך מיין אז וואס איך זאג איז זייער קלאר און סאיז סך הכל א ברייתא ,

פיין. יעצט וואס איז די אופן ווי אזוי מען דארף עס לערנען (וואס ווי איך פארשטיי האלטסטו אז דו ביסט עס מקיים), און וואס מאכט דיר טראכטן אז איך און די אנדערע וואס שרייבן אויף דעם פארום האבן דאס נישט מקיים געווען?

יתרו » זונטאג פעברואר 17, 2013 9:02 pm

· #87924
איינגעמיירעט, איך מוז דיר זאגן אז איך האב שוין געהארעוועט יארן, אינקלוידינג פרי מגדים אויפ יורה דעה און נתיבות אויפ חושן משפט, פלוס חזון איש אויף עירובין, אפשר אביסל מהר"ל מיט דברי חיים אויך, מיט דעם אלעם דערכאפ איך מיך דאס הארץ מיט א שטיקל מח שליט, א חתיכה הראוי להתכבד פון לולקע ציבעך, אין באשרייבונג פון אלכסנד מוקדן פון ממי שאמרו, און א ביאור פון יידל און יאיר.
דאס זענען זאכן וואס איך טרעף נישט אין די אלע אויבנדערמאנטע ספרים, ווייל רוב פון זיי רעדן נישט דערפון, און די וואס רעדן יא רעדט עס נישט צו מיר, ווייל עס פארט מער ווייניגער אויפן זעלבן שניט אז, כל דבריהם כגחלי אש און אלעס איז רמזים און הויכע זאכן, און דאס איז עס.
משא"כ די אידן דא ברענגן מיר שיינע רמב"ם'ס אבן עזרא'ס רלב"ג'ס אידשע פילאספאפן דענקער און היסטאריקער, נייע מהלכים וואס מאכן סענס לייגן זיך אויפן שכל אפילו אין א עוועלאשן עפאכע. און אויב פארשטייסטו נישט וואס איך רעד האב איך מורא אז דו האסט גענומען דיין דעגרי און UTA

איינגעמיירעט » זונטאג פעברואר 17, 2013 9:08 pm

· #87925
איך האב קיינמאל נישט געזאגט אז איך בין עס יא מקיים,איך זאג סך הכל איין זאך פארען אנאליזירען שטיקלעך תורה דארף מען וויסען וואס זענען די קניני תורה,פארן מחליט זיין איך פארשטיי יא אדער איך פארשטיי נישט דארף מען קודם זיך אליינס אנאליזירען צו מגעהער צו תורה,אויב איינער האט זיך אויסגעארבעט און די קניני התורה אדרבה זאל ער טאקע שרייבען ,בוט איטס נאט דעט סימפעל און סוואלגערען זיך נישט פון דיע קיין סאך,אדרבה אז די טרעפסט מיר אזא חזון איש יודעל וואס איז אויסגעארבעט און מ״ח קניני התורה , וואלט איך מיר פארקויפט מיין זאקען און איך וואלט געפלויגען לערנען ביי עם

יאיר » זונטאג פעברואר 17, 2013 9:24 pm

· #87935
האבן מיר קלאר ארויס דיין שיטה, איינגעמיירעט. בלויז איינער וואס איז בערך בדרגת החזון איש וכל דכותיה, אזא איינער קען אנאליזירן די תורה. איך רעספעקטיר דיין מיינונג, און איך האף אז דו האלטסט זיך טאקע דערצו. אבער היות איך האלט נישט אזוי, וועל איך ווייטער ממשיך זיין צו אנאליזירן די תורה אן זיין א חזון איש, און היות דו האסט פריער געזאגט אז דו ווילסט נישט דיבעיטן, ממילא וועל איך נישט פרובירן צו אויפווייזן פארוואס איך האלט אז איך בין גערעכט, נאר מיר קענען זיך רואיג גיין אונזערע וועגן און ס'וועט זיין שלום על ישראל. בתקוה להבנה.

מהנשתנה » זונטאג פעברואר 17, 2013 9:27 pm

· #87939
ער האט געמיינט צו זאגן, לערן די תורה מיט א סדר. האסט שוין געלערנט אמאל רמבם אויף אנדערע נושאים בהלכה אדער נאר אמונה ודעות?

מוח שליט » זונטאג פעברואר 17, 2013 9:30 pm

· #87943
איינגעמיירעט
מיטען גרעסטען מאס פרידליכקייט זאג איך נאכאמאל די תורה הק צו פארשטיין איז דא אנדערע מעטאדען וואו אלע אנדערע חכמות און צו פארשטיין באמת תורה דארף מען זיך מייגע זיין און ארבעטען אויף זיך,איך זאג עס נישט מפי עצמו איך זאג עס בשם אונזער גרויסע תורה ריזען אין התורה נקנית אלא במי שממית עצמו עליה, ממילא לפי דבריהם אויב מהאלט נישט באדעם קען מען נישט אהנקומען צו תורה, ממילא היות דאס איז א תורה אפטיילונג זאג איך די וועג און די צוגאנג וויאזוי מלערנט תורה,און איך זאג אז אויב מלערנט נישט אויף דעם אופן איז מען נישט זוכה צופארשטיין תורה, און סאיז א שאד צו דעביטירען די חז״ל׳ן אויב מלערנט עס נישט אויף די אופן וואס זיי לערנען אונז אויס צופארשטיין זייער ווערטער,איך מיין אז וואס איך זאג איז זייער קלאר און סאיז סך הכל א ברייתא ,

געוואלד און געשריגען, ווי קען מען צולאזען דא אזעלכע כפירהדיגע ווערטער. מען זאל נישט לערנען תורה נאר אויב מען האט די מ"ח קנינים, און אז נישט נישט ח"ו? זאגסטו דאס פאר איעדען בחור אדער כולל אינגערמאן.
דו באשולדיגסט אז מיר "דעביטירען שטיקלעך חז״ל על סיר הבשר". פון ווי פונקטליך נעמסטו דאס?
וע"ע בתשובת הרשב"א ח"ג סי' שי"ט, אויף איינעם וואס האט מנדר געווען נישט צו עסען בשר ויין אז עס איז א מצוה שהכל מסכימין עליה ער זאל זיך מתיר נדר זיין. "שאין המסגף עצמו (מבשר ויין) יכול לעמוד על דברי תורה והסברא. והכל לפי טבעו של בני אדם: יש שאוכל פת במלח, ומתעדן כדניאל וחביריו, שאמרו: ויתנו לנו מן הזרענים ונהיה טובים; ויש מתמוגגין בשאינן יושבין על סיר הבשר; וכל אחד עושה לפי כח שימצא בטבעו." אויב אזוי קען גאר זיין אז דער סיר הבשר אונזערע, איז היינו דאהני לן.
אוודאי איז דאס א הארבע רשב"א. ווי קומט דאס אז דורך זיך מתענג ומתעדן זיין און עסען בשר ויין פארשטייט מען בעסער לערנען? נאך מער איז שווער וואס ווארפט ער בכלל אריין אן ענין פון סברא ווען ער רעדט פון עומד זיין על דברי תורה? סברא איז דאך מוגבלדיג שפינאזעדיג, כפי דבריך לעיל, אתמהה?
אגב, לעכערליכע דעבאטעס מיינט ווען מען חזרט איבער דאס זעלבע נאכאמאל און נאכאמאל בו בשעה וואס אפי' דאס ערשטע מאל איז עס געווען איבעריג. חוץ חשדנות אז מיר זענען נישט ערענסט און מיר קוקען נישט אריין און פמ"ג אפי' בטעות האסטו דא גארנישט נישט געזאגט.
איך האב נאך אלץ האפענונג אז דו האסט וואס צו זאגען. בעט איך דיך ניץ דיין לימיטיד צייט מיט חכמה. איך העט זייער געוואלט וויסען פארוואס מיין ביאור בדברי הפמ"ג על דברי המג"א איז "פיל מיט עם הארצות". זיי נישט פון די וואס זענען לומדי תורה ואינה מלמדה ח"ו.

מהנשתנה » זונטאג פעברואר 17, 2013 9:33 pm

· #87945
אפילו דער טורי זהב האט געריפן זיין שווער צו דין תורה ווערן ער האט אים געגעבן בשר עוף אנטשטאט בשר בהמה

מוח שליט » זונטאג פעברואר 17, 2013 9:33 pm

· #87947
מהנשתנה
ער האט געמיינט צו זאגן, לערן די תורה מיט א סדר. האסט שוין געלערנט אמאל רמבם אויף אנדערע נושאים בהלכה אדער נאר אמונה ודעות?
איז נישט יסודי התורה גאנץ אנהייב 😉

יאיר » זונטאג פעברואר 17, 2013 9:34 pm

· #87948
מהנשתנה
ער האט געמיינט צו זאגן, לערן די תורה מיט א סדר. האסט שוין געלערנט אמאל רמבם אויף אנדערע נושאים בהלכה אדער נאר אמונה ודעות?

וואס ער האט געמיינט צו זאגן ווייס איך נישט, איך ווייס נאר וואס ער האט געזאגט. און אויף דיין שאלה קען איך ב"ה ענטפערן א פילער יא. און נישט נאר רמב"ם לערן איך, נאר אויך שווערע קצות'ן און חזון איש'ן. אדרבה, איך האלט יעצט אינמיטן א שווערע נתיבות, אפשר קענען די אלע וואס האבן שוין קונה געוען די מ"ח קנינים מיר ארויסהעלפן.

יאיר » זונטאג פעברואר 17, 2013 9:59 pm

· #87971
מוח שליט, בעצם איז עס אן אפענע גמרא (בבא קמא ע"ב) "והאי דלא אמרי לך באורתא דלא אכלי בשרא דתורא," וברש"י: לא דקדקתי טעמו של דבר.

איינגעמיירעט » זונטאג פעברואר 17, 2013 9:59 pm

· #87972
מוח שליט
איינגעמיירעט
מיטען גרעסטען מאס פרידליכקייט זאג איך נאכאמאל די תורה הק צו פארשטיין איז דא אנדערע מעטאדען וואו אלע אנדערע חכמות און צו פארשטיין באמת תורה דארף מען זיך מייגע זיין און ארבעטען אויף זיך,איך זאג עס נישט מפי עצמו איך זאג עס בשם אונזער גרויסע תורה ריזען אין התורה נקנית אלא במי שממית עצמו עליה, ממילא לפי דבריהם אויב מהאלט נישט באדעם קען מען נישט אהנקומען צו תורה, ממילא היות דאס איז א תורה אפטיילונג זאג איך די וועג און די צוגאנג וויאזוי מלערנט תורה,און איך זאג אז אויב מלערנט נישט אויף דעם אופן איז מען נישט זוכה צופארשטיין תורה, און סאיז א שאד צו דעביטירען די חז״ל׳ן אויב מלערנט עס נישט אויף די אופן וואס זיי לערנען אונז אויס צופארשטיין זייער ווערטער,איך מיין אז וואס איך זאג איז זייער קלאר און סאיז סך הכל א ברייתא ,

געוואלד און געשריגען, ווי קען מען צולאזען דא אזעלכע כפירהדיגע ווערטער. מען זאל נישט לערנען תורה נאר אויב מען האט די מ"ח קנינים, און אז נישט נישט ח"ו? זאגסטו דאס פאר איעדען בחור אדער כולל אינגערמאן.
דו באשולדיגסט אז מיר "דעביטירען שטיקלעך חז״ל על סיר הבשר". פון ווי פונקטליך נעמסטו דאס?
וע"ע בתשובת הרשב"א ח"ג סי' שי"ט, אויף איינעם וואס האט מנדר געווען נישט צו עסען בשר ויין אז עס איז א מצוה שהכל מסכימין עליה ער זאל זיך מתיר נדר זיין. "שאין המסגף עצמו (מבשר ויין) יכול לעמוד על דברי תורה והסברא. והכל לפי טבעו של בני אדם: יש שאוכל פת במלח, ומתעדן כדניאל וחביריו, שאמרו: ויתנו לנו מן הזרענים ונהיה טובים; ויש מתמוגגין בשאינן יושבין על סיר הבשר; וכל אחד עושה לפי כח שימצא בטבעו." אויב אזוי קען גאר זיין אז דער סיר הבשר אונזערע, איז היינו דאהני לן.
אוודאי איז דאס א הארבע רשב"א. ווי קומט דאס אז דורך זיך מתענג ומתעדן זיין און עסען בשר ויין פארשטייט מען בעסער לערנען? נאך מער איז שווער וואס ווארפט ער בכלל אריין אן ענין פון סברא ווען ער רעדט פון עומד זיין על דברי תורה? סברא איז דאך מוגבלדיג שפינאזעדיג, כפי דבריך לעיל, אתמהה?
אגב, לעכערליכע דעבאטעס מיינט ווען מען חזרט איבער דאס זעלבע נאכאמאל און נאכאמאל בו בשעה וואס אפי' דאס ערשטע מאל איז עס געווען איבעריג. חוץ חשדנות אז מיר זענען נישט ערענסט און מיר קוקען נישט אריין און פמ"ג אפי' בטעות האסטו דא גארנישט נישט געזאגט.
איך האב נאך אלץ האפענונג אז דו האסט וואס צו זאגען. בעט איך דיך ניץ דיין לימיטיד צייט מיט חכמה. איך העט זייער געוואלט וויסען פארוואס מיין ביאור בדברי הפמ"ג על דברי המג"א איז "פיל מיט עם הארצות". זיי נישט פון די וואס זענען לומדי תורה ואינה מלמדה ח"ו.

ווייטער פארדרייסטו מיינע ווערטער איך האב דיר אמאל געזאגט מזאל נישט לערנען איך זאג דיך אז מדארף זיך מייגע זיין אויף תורה, נור וואס מחליט זיין אז מפארשטייט שוין און דעביטירען און מחליט זיין דאס מיינט דאס און ינעץ מיינט יענץ כאילו די מאמרי חז״ל ליגט ביי דיר און די היינט און אויב דיין קאפ פארשטייט שטימט עס און אז נישט וואגט מען זיך צוזאגען ווייס איך וואס אויף דעם ארויף האב איך געזאגט אז מדארף זיין א חזון איש .ווען איך האב גערעדט פון סיר הבשר מיין איך נישט צורעדן פון עסן פלייש איך מיין צוזאגען לעבן און זיך ווייקען בתאוות הבשרים וואס דאס לאזט נישט די מענטש משיג זיין דקות התורה (אגב עיין ב״ק דף ע״ב ע״א בתחילת הדף ותמצא כדבריך)

יאיר » זונטאג פעברואר 17, 2013 10:06 pm

· #87975
איינגעמיירעט, אפשר פרובירסטו אונז צו ערקלערן דעם עומק החילוק צווישן "זיך מייגע זיין אויף תורה" און זאגן אויף די תורה "דאס מיינט דאס און יענץ מיינט יענץ"? איך פארשטיי פשוט נישט וואס דו מיינסט.

מוח שליט » זונטאג פעברואר 17, 2013 10:17 pm

· #87981
איינגעמיירעט
ווייטער פארדרייסטו מיינע ווערטער איך האב דיר אמאל געזאגט מזאל נישט לערנען איך זאג דיך אז מדארף זיך מייגע זיין אויף תורה, נור וואס מחליט זיין אז מפארשטייט שוין און דעביטירען און מחליט זיין דאס מיינט דאס און ינעץ מיינט יענץ כאילו די מאמרי חז״ל ליגט ביי דיר און די היינט און אויב דיין קאפ פארשטייט שטימט עס און אז נישט וואגט מען זיך צוזאגען ווייס איך וואס אויף דעם ארויף האב איך געזאגט אז מדארף זיין א חזון איש .ווען איך האב גערעדט פון סיר הבשר מיין איך נישט צורעדן פון עסן פלייש איך מיין צוזאגען לעבן און זיך ווייקען בתאוות הבשרים וואס דאס לאזט נישט די מענטש משיג זיין דקות התורה (אגב עיין ב״ק דף ע״ב ע״א בתחילת הדף ותמצא כדבריך)
אוי וויי טייערער איינגעמיירעט,
דו מיינסט טאקע איז איך באציה מיך באמת אויף די דקדוק פין דיינע ווערטער? איך שפיל מיך אביסעלע דא. אוודאי געוויס ווען דו זאלסט זאגען דברי טעם, נעם איך דיינע ווערטער מיט אן ערענסטקייט. אבער מיר האלטען גאר ווייט פון דעם.
מיר איז א חילוק פונקטליך וועלכע חשדנות אדער אויסגעדראשענע תורה'לע דו ניצט? ווילאנג דו ביסט נאר גרייט צו זאגען דו זעלבע אומשכלדיגע סטעיטמענט נאכאמאל און נאכאמאל איז דאך די שמועס נישט מער ווי א ספרינגבארד פאר מיר ארומצורעדען צו מען זאל זיך יא מתעדן זיין מיט פלייש אדער נישט וכדו'.
עס איז פשוט ווייל דו געסט אנצוהערען אז דו ביסט א גרויסע תלמיד חכם, דאס איז וואס ציהט מיך נאך אז דו זאלסט יא אנהייבען צו רעדען זאכליך. אבער וואס נאך א תגובה, אלץ קלענער די אויסזיכטען. 😞

יאיר » זונטאג פעברואר 17, 2013 10:18 pm

· #87982
דער הר סיני האט שוין איינמאל אויפגעריסן. און נאך ווי. 😂

מוח שליט » זונטאג פעברואר 17, 2013 10:27 pm

· #87983
בזכרוני אז דער רמב"ם רעגט זיך אויף די חכמי צרפת און ער ניצט די לשון אז זיי זיצען זיך על סיר הבשר און מיינען אז זיי פארשטייען וכו'. ווייסט איינער ווי?

איינגעמיירעט » זונטאג פעברואר 17, 2013 10:37 pm

· #87986
יאיר
האבן מיר קלאר ארויס דיין שיטה, איינגעמיירעט. בלויז איינער וואס איז בערך בדרגת החזון איש וכל דכותיה, אזא איינער קען אנאליזירן די תורה. איך רעספעקטיר דיין מיינונג, און איך האף אז דו האלטסט זיך טאקע דערצו. אבער היות איך האלט נישט אזוי, וועל איך ווייטער ממשיך זיין צו אנאליזירן די תורה אן זיין א חזון איש, און היות דו האסט פריער געזאגט אז דו ווילסט נישט דיבעיטן, ממילא וועל איך נישט פרובירן צו אויפווייזן פארוואס איך האלט אז איך בין גערעכט, נאר מיר קענען זיך רואיג גיין אונזערע וועגן און ס'וועט זיין שלום על ישראל. בתקוה להבנה.

ווער לאזט דיך נישט אנאליזירען ,איך האב סך הכל געזאגט מיין הבנה אז אנאלאזירען חז״ל׳ן די וועג וויאזוי מאנאליזירט דא איז געמאכט פאר איינער וואס האט שוין קונה געווען תורה,און אודאי אויב זיכט מען צו לערנען אדער צופארשטיין דאס איז א צווייטע מעשה,אבער אנאליזירען דאס געהער נישט פאר אזעלכע וואס האבען שוין קונה געווען , און די אויבערשטער זאל העלפען זאלסט אהנקומען צו א מאמענט אפ טראט זאלסט זעען זאכען ריכטיג ,און די מין טיים דארפטו נישט מיין תקווה להבנה קענסט עניוועיז טוהן וואס די ווילסט ביסטיך א בשר ודם מיט בחירה חופשית

איינגעמיירעט » זונטאג פעברואר 17, 2013 10:41 pm

· #87991
יאיר
איינגעמיירעט, אפשר פרובירסטו אונז צו ערקלערן דעם עומק החילוק צווישן "זיך מייגע זיין אויף תורה" און זאגן אויף די תורה "דאס מיינט דאס און יענץ מיינט יענץ"? איך פארשטיי פשוט נישט וואס דו מיינסט.

עיין במהר״ל בדרך חיים על המשנה יפה ת״ת עם דרך ארץ ״שיגיעת״ שניהם משכחת עון קוק אריין זיינע יסוד איז געוואלדיג ושם תמצא החילוק
סאי׳ז די צוגאנג צו די זאך וויל איך זיכען צופארשטיין צו וויל איך זעען אויב סשטימט מיט מיר , וויל איך מיך פארשטיין צו וויל איך פארשטיין וואס דא שטייט און וואס ער לערנט אונז

יאיר » זונטאג פעברואר 17, 2013 10:44 pm

· #87993
מוח שליט
בזכרוני אז דער רמב"ם רעגט זיך אויף די חכמי צרפת און ער ניצט די לשון אז זיי זיצען זיך על סיר הבשר און מיינען אז זיי פארשטייען וכו'. ווייסט איינער ווי?

דער מהרש"ל שרייבט אין די הקדמה פון ים של שלמה: "אבל לא היה לו להרמב”ם די בזה. אלא שגינה חכמי הצרפתים ואמר שלא יראה להם שהם מכירים הבורא אלא מתוך אכילת בשר שור שלוק מטובל בחומץ ובשומן."
הרב יצחק שילת ווייזט אויף אז דער אנגעבליכער בריוו פונ'ם רמב"ם איז נישט אמת.
אגב, ווען דער ים של שלמה איז מעתיק דעם בריוו ברענגט ער אז דער רמב"ם הייסט דארט זיין זון לערנען ספרי אבן עזרא, אויף וועמען דער מהרש"ל דרוקט זיך אויס: [quote="מהרש"ל"]ושרי ליה מריה שגרמתיה הוא וגורם דיליה הוא. אם כן הוא מה שנמצא באיגרתו בכתב שכתב לבנו וגזר עליו ללמוד ספרי החכם ר’ אברהם אבן עזרא אשר לא היה בעל תלמודא. ורוב בנינו ופירושו על דרך התכונה והטבעי וקבלת חיצונות. והתריס בכמה מקומות נגד דברי חכמי התורה והתלמוד. או מבלי השגחה או מבלי ידיעה.[/quote]

מוח שליט » זונטאג פעברואר 17, 2013 10:47 pm

· #87994
איינגעמיירעט
יאיר
האבן מיר קלאר ארויס דיין שיטה, איינגעמיירעט. בלויז איינער וואס איז בערך בדרגת החזון איש וכל דכותיה, אזא איינער קען אנאליזירן די תורה. איך רעספעקטיר דיין מיינונג, און איך האף אז דו האלטסט זיך טאקע דערצו. אבער היות איך האלט נישט אזוי, וועל איך ווייטער ממשיך זיין צו אנאליזירן די תורה אן זיין א חזון איש, און היות דו האסט פריער געזאגט אז דו ווילסט נישט דיבעיטן, ממילא וועל איך נישט פרובירן צו אויפווייזן פארוואס איך האלט אז איך בין גערעכט, נאר מיר קענען זיך רואיג גיין אונזערע וועגן און ס'וועט זיין שלום על ישראל. בתקוה להבנה.

ווער לאזט דיך נישט אנאליזירען ,איך האב סך הכל געזאגט מיין הבנה אז אנאלאזירען חז״ל׳ן די וועג וויאזוי מאנאליזירט דא איז געמאכט פאר איינער וואס האט שוין קונה געווען תורה,און אודאי אויב זיכט מען צו לערנען אדער צופארשטיין דאס איז א צווייטע מעשה,אבער אנאליזירען דאס געהער נישט פאר אזעלכע וואס האבען שוין קונה געווען , און די אויבערשטער זאל העלפען זאלסט אהנקומען צו א מאמענט אפ טראט זאלסט זעען זאכען ריכטיג ,און די מין טיים דארפטו נישט מיין תקווה להבנה קענסט עניוועיז טוהן וואס די ווילסט ביסטיך א בשר ודם מיט בחירה חופשית

איז זאגסטו אז עס זענען דא מענטשען [גאר גרויסע מענטשען] וואס אנאלאזירן חז"ל אזוי ווי "מען אנאלאזירט דא". אפאר מראה מקומות ביטע.

מוח שליט » זונטאג פעברואר 17, 2013 10:49 pm

· #87995
[quote="יאיר"]
מוח שליט
בזכרוני אז דער רמב"ם רעגט זיך אויף די חכמי צרפת און ער ניצט די לשון אז זיי זיצען זיך על סיר הבשר און מיינען אז זיי פארשטייען וכו'. ווייסט איינער ווי?

דער מהרש"ל שרייבט אין די הקדמה פון ים של שלמה: "אבל לא היה לו להרמב”ם די בזה. אלא שגינה חכמי הצרפתים ואמר שלא יראה להם שהם מכירים הבורא אלא מתוך אכילת בשר שור שלוק מטובל בחומץ ובשומן."
הרב יצחק שילת ווייזט אויף אז דער אנגעבליכער בריוו פונ'ם רמב"ם איז נישט אמת.
אגב, ווען דער ים של שלמה איז מעתיק דעם בריוו ברענגט ער אז דער רמב"ם הייסט דארט זיין זון לערנען ספרי אבן עזרא, אויף וועמען דער מהרש"ל דרוקט זיך אויס: [quote="מהרש"ל"]ושרי ליה מריה שגרמתיה הוא וגורם דיליה הוא. אם כן הוא מה שנמצא באיגרתו בכתב שכתב לבנו וגזר עליו ללמוד ספרי החכם ר’ אברהם אבן עזרא אשר לא היה בעל תלמודא. ורוב בנינו ופירושו על דרך התכונה והטבעי וקבלת חיצונות. והתריס בכמה מקומות נגד דברי חכמי התורה והתלמוד. או מבלי השגחה או מבלי ידיעה.[/quote][/quote]
יאיר יאיר, וועלכע מרחץ גייסטו, כ'וויל מקיים זיין דעם לכי תשמש לי. געוואלדיג 👍

יאיר » זונטאג פעברואר 17, 2013 10:55 pm

· #87998
העי, מיין נישט אז איך בין אזא בקי, ס'האט מיר גענומען א פאר מינוט ביז דער אוצר החכמה האט מיר עס אפירגעזוכט. (כאן צריך לומר בניגון הידוע שיוסי גרין חטף בעבורה) וועסטו וועלן מיינען אז איך האב כאטש גוטע מידות, און איך בין דיר זייער געטריי, ניין זאג איך דיר, נאר ווי אזוי דען, ס'איז מיר אויך געלעגן אין קאפ אזא לשון, און איך האב א מנהג אז ווען איך געדענק עפעס פארנעפלט, קען איך נישט גיין שלאפן, ביז איך בין עס מברר קלאר, אזוי ווי ס'שטייט אין די משנה, המכוין את שמועתו, שואל ומשיב, שומע ומוסיף, מעמידו על האמת, במיעוט שינה, והאומר דבר בשם אומרו...

מוח שליט » זונטאג פעברואר 17, 2013 11:02 pm

· #88001

ביסט דאך אבער א געוואלדיגע בעל מדות ווייל דו האסט נישט גענימען קרעדיט פאר עפעס וואס קומט נישט. האסט נישט געטוהן ווי איך וואס ווען איך האב געזיכט דעם ווארט סיר הבשר כדי צו טרעפען דעם אנגעבליכען רמב"ם, און איך האב געטראפען דעם תשובת הרשב"א, האב איך נישט דערציילט די איינצעלהייטען וויאזוי איך בין אנגעקומען צו דעם. נו, כ'וועל טאקע פרובירען פארבעסערען זיך. אמן.

יאיר » זונטאג פעברואר 17, 2013 11:07 pm

· #88008
בין איך דאך אויך א מתרחק מן הכבוד, אן אינו מחזיק טובה לעצמו, און אן אינו מגיס לבו בהוראה, און א מכיר את מקומו. איינגעמיירעט, כ'האב עפעס אויסגעלאזט, אדער איך האב שוין היתר הוראה צו קענען זיך נעמען צו די אנאליזיראציע פון די תורה בדרך אשר דגלו רבותינו נ"ע?

איינגעמיירעט » זונטאג פעברואר 17, 2013 11:10 pm

· #88011
יאיר
בין איך דאך אויך א מתרחק מן הכבוד, אן אינו מחזיק טובה לעצמו, און אן אינו מגיס לבו בהוראה, און א מכיר את מקומו. איינגעמיירעט, כ'האב עפעס אויסגעלאזט, אדער איך האב שוין היתר הוראה צו קענען זיך נעמען צו די אנאליזיראציע פון די תורה בדרך אשר דגלו רבותינו נ"ע?

די האלטסט אויף א וועג און איך האב געלייקט מח׳ל אז ער לערנט זיך פון דיר צוזיין א מודה על האמת

לולקע-ציבעך » מאנטאג פעברואר 18, 2013 12:09 pm

· #88213
איינגעמיירעט
... איך וועל שרייבען איין מראה מקום און דברי חיים על המועדים לחנוכה דף קפ״ח קוק דעם גאנצען שטיקעל דאס אז מתן תורה איז געגעבן גיווארן בכח פון די גאנצע תורה און די בפועל ווערט נתגלה כסדר עייש ותמצא כדבריך

ייש"כ וחילך לאורייתא פאר'ן מראה מקום.

ברזלי הגלעדי » מאנטאג פעברואר 18, 2013 1:23 pm

· #88231
[quote="מוח שליט"][

ע"ע בתשובת הרשב"א ח"ג סי' שי"ט, אויף איינעם וואס האט מנדר געווען נישט צו עסען בשר ויין אז עס איז א מצוה שהכל מסכימין עליה ער זאל זיך מתיר נדר זיין. "שאין המסגף עצמו (מבשר ויין) יכול לעמוד על דברי תורה והסברא. והכל לפי טבעו של בני אדם: יש שאוכל פת במלח, ומתעדן כדניאל וחביריו, שאמרו: ויתנו לנו מן הזרענים ונהיה טובים; ויש מתמוגגין בשאינן יושבין על סיר הבשר; וכל אחד עושה לפי כח שימצא בטבעו.

כאב אייביג געמיינט אז ונהיה טובים איז געווען א נס, א נס אראף פין טיש

לולקע-ציבעך » מאנטאג פעברואר 18, 2013 4:06 pm

· #88312
חידושים און אויסטרעפן
סייענס און אויסטרעפערס (אינווענטארס) באשאפן קיינמאל נישט קיין נייע זאכן, נאר אנטדעקן עפעס וואס איז שוין פריער געווען נאר די מענטשהייט האט דערפון נישט געוואוסט. למשל, דער ערפינדער פון אנטיביאטיקס האט באמערקט אז דער באשטאנדטייל (צי צוזאמשטעל פון באשטאנדטיילן) האבן דעם כוח צו באקעמפן באקטעריע. אנטיביאטיקס האבן אבער אייביג געהאט דעם זעלבן כוח; מיר האבן דערפון פשוט נישט געוואוסט. עלעקטריציטעט איז נישט ערפינדן געווארן דורך בענדזשאמין פרענקלין (בגלגולו הראשון); ער האט נאר באמערקט אז ווען מען שטעלט צוזאמען די צוויי זאכן, באקומט מען אט אזא כוח. דאס זעלבע איז אמת מיט יעדן חידוש: א מענטש, צי א גרופע מענטשן, האט מחדש געווען אז אויב טו איך דאס און דאס, אדער כ'שטעל צוזאמען דאס מיט יענץ, וועט דער פועל יוצא זיין כזה וכזאת.

אין דער פיזישער וועלט ווערן, ווי מיר זעען, נישט באשאפן קיין חידושים יש מאין. אלעס מיט וואס די מענטשהייט קומט אויף באשטייט פון אדער טרעפן וואס איז פריער דא געווען נאר מיר האבן עס נישט באמערקט (שטערנס, באשעפענישן אין די טיפענישן פון אקעאן אדער אין ווייטע, פארווארפענע זשונגלען), אדער א חידוש וואס איז א פועל יוצא פון קאמבינירן צוויי עקזיסטירנדע זאכן (כעמיקאלן, פלאנצן אא"וו). די געפינענע זאך איז אייביג דא געווען; דער פועל-יוצא כוח האט אויך אייביג עקזיסטירט. סיי ווען די זעלבע צוויי זאכן זאלן צוזאמגעשטעלט ווערן אונטער די זעלבע אומשטענדן, וואלט דער פועל יוצא געווען דער זעלבער. אויב די מענטשהייט וואלט געהאט די נויטיגע ידיעות און טעכנאלאגיע פאר צוויי טויזנט יאר צוריק, וואלטן שוין דעמאלט געפלויגן אטאם באמבעס. די סיבות פארוואס די וועלט האט נישט געזען דעם ערשטן אטאמישן חורבן פריער פון 70 יאר צוריק איז חסרון ידיעה און פראקטישע מניעות.

איז א סברא צו זאגן אז די גאנצע בריאה ארבעט אויפ'ן זעלבן שטייגער. א חידוש אין דער תורה איז לעולם אראפגעקומען צוזאמען מיט דער תורה, נאר האט געווארט אנטדעקט צו ווערן.

פשוט-קאמפליצירט » מאנטאג פעברואר 18, 2013 5:18 pm

· #88373
וועגן בחירה
נולד מאוחר
יאיר,
וואס מאכט דיר זאגן זאלכע חידישם, אז די מענטש האט עפעס א כח וואס ער שלעפט ארויס פון טאש, און יענער איז מחליט פארן מענטש וואס צי בוחר זיין?
פארוואס האלסטו אז מקען נישט אויסרעכנכן וואס סגייט זיין א מענטש נעקסט סטעפ? וואלסטו נישט פאראויס געוויסט אויף די תגובה קומט א גוטס פון לעעקוואד וכד' ? אביסעל א בעסערע קאמפיוטער קען וויסען פונקטלעך וואס דער מענטש גייט בוחר זיין. איך מיין סאיז א קלענער חידוש ווי דיין מהלך.
ביי אונזד און שול ווייס מען ווען מעפענט די פענסטער ווער סגייט שרייען, ווער סגייט זיך אויף הייבן און גיין צי א צוויטער פלאץ. אויב שרייט נישט דער שרייער איז דאס ווייל א האט דזשאסט געכאפט א גוטן פליק פון איינעם. סאיז אלץ דא א סיבה קודמת.

ער טענה'ט אז די וועלט איז נישט פארפרוירן אין אי-בחירה.

מוח שליט » מאנטאג פעברואר 18, 2013 7:13 pm

· #88434
יאיר
מהנשתנה
ער האט געמיינט צו זאגן, לערן די תורה מיט א סדר. האסט שוין געלערנט אמאל רמבם אויף אנדערע נושאים בהלכה אדער נאר אמונה ודעות?

וואס ער האט געמיינט צו זאגן ווייס איך נישט, איך ווייס נאר וואס ער האט געזאגט. און אויף דיין שאלה קען איך ב"ה ענטפערן א פילער יא. און נישט נאר רמב"ם לערן איך, נאר אויך שווערע קצות'ן און חזון איש'ן. אדרבה, איך האלט יעצט אינמיטן א שווערע נתיבות, אפשר קענען די אלע וואס האבן שוין קונה געוען די מ"ח קנינים מיר ארויסהעלפן.

ליידער האלט איך ווייט פון האבען רוכש געווען די מ"ח קנינים, ווי אויך ווייס איך נישט צו איך קען דיך ארויסהעלפען, אבער אויב רעדט מען דא פין עפעס א געשמאקע נתיבות, העט איך עס געגעבען מיין בעסט שאט.
אמת טאקע אז בזמנינו אלה איז די 'קצות' די יושב ראשונה במלכות, אבער הכל תלוי במזל אפי' ספר תורה שבהיכל. עס איז געווען א תקופה ווי די עיקר ספר איז געווען די נתיבות, עד כדי כך אז די גאנצע סיבה פארוואס די קצות החושן האט געהאט די זכייה צו ווערען אריינגעגדרוקט אינעם גרויסע שלחן ערוך איז נאר לכבוד דעם וואס די נתיבות איז זייער אסאך מצטט זיינע ווערטער [כדי זיך צו דינגען מיט אים). אין די שער בלאט פון די שלחן ערוך ווי ער רעכענט אויס אלע ספרים וואס זענען אריינגעדרוקט אינעם ספר שטייט ווי פאלגענד.
ספר קצות החושן מהגאון האמתי מו"ה אריה ליב זצלה"ה, לאשר בספר נתיבות המשפט על הרוב מביא דבריו בקיצור נמרץ ורב נתיבותיו יאירו על ס' קצות החושן, ואם אין הספר לפניו לא יבין הקורא על מה דבריו הטבעו. ולבל יחפש לדעת מקומו איה, הצגנו כל ספר קצות החושן, בכל דף ודף על מקומו למען שניהם כאחד יתלכדו ולא יתפרדו.

אגב, עס קען זיין אז בערך אויף דעם זעלבען אויפען האט די רמב"ן מזכה געווען דעם אבן עזרא צו ווערן געדרוקט אינעם מקראות גדולות חומש. לקיים מה שכתב הרמב"ן בהקדמתו עם הספר, על האבן עזרא שיש לו תוכחה מגולה מתוך אהבה מסתרת.

יאיר » מאנטאג פעברואר 18, 2013 7:48 pm

· #88447
פשוט-קאמפליצירט
נולד מאוחר
יאיר,
וואס מאכט דיר זאגן זאלכע חידישם, אז די מענטש האט עפעס א כח וואס ער שלעפט ארויס פון טאש, און יענער איז מחליט פארן מענטש וואס צי בוחר זיין?
פארוואס האלסטו אז מקען נישט אויסרעכנכן וואס סגייט זיין א מענטש נעקסט סטעפ? וואלסטו נישט פאראויס געוויסט אויף די תגובה קומט א גוטס פון לעעקוואד וכד' ? אביסעל א בעסערע קאמפיוטער קען וויסען פונקטלעך וואס דער מענטש גייט בוחר זיין. איך מיין סאיז א קלענער חידוש ווי דיין מהלך.
ביי אונזד און שול ווייס מען ווען מעפענט די פענסטער ווער סגייט שרייען, ווער סגייט זיך אויף הייבן און גיין צי א צוויטער פלאץ. אויב שרייט נישט דער שרייער איז דאס ווייל א האט דזשאסט געכאפט א גוטן פליק פון איינעם. סאיז אלץ דא א סיבה קודמת.

ער טענה'ט אז די וועלט איז נישט פארפרוירן אין אי-בחירה.

wow! איך האב זיך גע'ישוב'ט צו איך זאל עס פרובירן צו ערקלערן, און דא ביסטו געקומען מיט איין שורה והעמידו על אחת, און נאך אפילו געוואוסט וואס איך האב געהאט אין מחשבה בשעת'ן שרייבן מיין תגובה און אויסרעכענען אז דער אטאם האט אויך א בחירה! אין קוואנטאם מעכאניקס זעען מיר קלאר אז דער אטאם איז נישט פרעדיקטעבל, מען קען נישט גענוי וויסן אלעס וואס עס גייט טון אין די נעקסטע סעקונדע. זעט א שיעור דערוועגן דורך איינעם פון די גדולי הדור סטעפאן האוקינס. (זארג זיך נישט, איך פארשטיי אויך נישט פונקטליך וואס איך האב יעצט געשריבן, איך זאג נאר נאך וואס אלע סייענטיסטן זאגן). איינשטיין האט זיך שוין אפגערעדט דערויף אין זיין באקאנטע אימרה "god does not play dice with the universe" דאס הייסט, ער האט געהאט א דעטערמיניסטישע אויסקוק אויף די וועלט, און ער האט געהאלטן אז גאט מוז קענען וויסן גענוי וואס גייט פאסירן לעולם ועד לויט די חוקים וואס ער האט אוועקגעשטעלט, ער שטעלט דאס נישט אויס ווי א לאטעריע אדער ווי איינער וואס ווארפט א דייס און ווייסט נישט וואס גייט אויסקומען. למעשה איז איינשטיין נישט געווען גערעכט, און גאט שפילט יא דייס מיט די יוניווערס. אלזא, אויב אן אטאם האט א בחירה, איז נישט א קל וחומר בן בנו של קל וחומר אז דער מורכב'דיגע מענטש און אלע בעלי חיים און געוואוקסן האבן אויך א בחירה (at some point) דאס הייסט, אודאי האב איך נישט קיין בחירה צו ווערן מארגן א גארביזש קאלעקטער, ווייל מיינע תכונות הנפש לאזן דאס נישט צו, איך האב אבער יא א בחירה צו שפענדן עטליכע מינוט ווייניגער אויף קאווע שטיבל און אנשטאט דעם טון וויכטיגע פליכטן וואס איך דארף אויספירן. האט איר שוין אמאל געהאט א פאל וואס איר האט געשפירט אז א געוויסע זאך מוזט איר טון אבער ס'איז צו שווער, און איר האט זיך אנגעשטרענגט אביסל איבער די כוחות, געגאנגען העכער ווי אייערע אינסטינקטן, געטון וואס איז ריכטיג אנשטאט דאס וואס אייער גוף און תכונות הנפש פארלאנגען? דאס איז בחירה.
איך וויל נאך אויך אדרעסירן שפעטערמוח שליט'ס קשיות. אויב איך וועל בוחר זיין זיך צו שטארקן אויף מיין פוילקייט 🙂.

איינגעמיירעט » מאנטאג פעברואר 18, 2013 8:00 pm

· #88452
מוח שליט
יאיר
מהנשתנה
ער האט געמיינט צו זאגן, לערן די תורה מיט א סדר. האסט שוין געלערנט אמאל רמבם אויף אנדערע נושאים בהלכה אדער נאר אמונה ודעות?

וואס ער האט געמיינט צו זאגן ווייס איך נישט, איך ווייס נאר וואס ער האט געזאגט. און אויף דיין שאלה קען איך ב"ה ענטפערן א פילער יא. און נישט נאר רמב"ם לערן איך, נאר אויך שווערע קצות'ן און חזון איש'ן. אדרבה, איך האלט יעצט אינמיטן א שווערע נתיבות, אפשר קענען די אלע וואס האבן שוין קונה געוען די מ"ח קנינים מיר ארויסהעלפן.

ליידער האלט איך ווייט פון האבען רוכש געווען די מ"ח קנינים, ווי אויך ווייס איך נישט צו איך קען דיך ארויסהעלפען, אבער אויב רעדט מען דא פין עפעס א געשמאקע נתיבות, העט איך עס געגעבען מיין בעסט שאט.
אמת טאקע אז בזמנינו אלה איז די 'קצות' די יושב ראשונה במלכות, אבער הכל תלוי במזל אפי' ספר תורה שבהיכל. עס איז געווען א תקופה ווי די עיקר ספר איז געווען די נתיבות, עד כדי כך אז די גאנצע סיבה פארוואס די קצות החושן האט געהאט די זכייה צו ווערען אריינגעגדרוקט אינעם גרויסע שלחן ערוך איז נאר לכבוד דעם וואס די נתיבות איז זייער אסאך מצטט זיינע ווערטער [כדי זיך צו דינגען מיט אים). אין די שער בלאט פון די שלחן ערוך ווי ער רעכענט אויס אלע ספרים וואס זענען אריינגעדרוקט אינעם ספר שטייט ווי פאלגענד.
ספר קצות החושן מהגאון האמתי מו"ה אריה ליב זצלה"ה, לאשר בספר נתיבות המשפט על הרוב מביא דבריו בקיצור נמרץ ורב נתיבותיו יאירו על ס' קצות החושן, ואם אין הספר לפניו לא יבין הקורא על מה דבריו הטבעו. ולבל יחפש לדעת מקומו איה, הצגנו כל ספר קצות החושן, בכל דף ודף על מקומו למען שניהם כאחד יתלכדו ולא יתפרדו.

אגב, עס קען זיין אז בערך אויף דעם זעלבען אויפען האט די רמב"ן מזכה געווען דעם אבן עזרא צו ווערן געדרוקט אינעם מקראות גדולות חומש. לקיים מה שכתב הרמב"ן בהקדמתו עם הספר, על האבן עזרא שיש לו תוכחה מגולה מתוך אהבה מסתרת.

די סיבה פארוואס די קצות האט באקומען אזא שטארקע ארט און עולם התורה (און פסק לאו דווקא ואי״כ מקומו ) ווערט געזאגט פארשידענע געזאגעכצור ,בפשטות איז די קלארקייט וויאזוי סאיז געשריבען געווענטליך פאנגט ער אהן פונעם שורש הסוגיא ער ברענגט די גמ׳ די ראשונים,אסאך שטיקלעך קעמען זיך אראפזעצן עס לערנען אפי׳ מאיז גאנץ פרעמד און די סוגיא,די נתיבות פון די אנדערע זייט איז מער געבעסט אויף די שלחן ערוך ווען ער פאנגט אהן דעם שטיקעל , אודאי איינמאל ער לאזט זיך אריין און די שטיקעל שפרינגט אריין אינעם סוגיא אבער ער פאנגט אהן מיט א שלחן ערוך נקודה,זאת ועוד די נתיבות פארט מער מיט חידושים און נייע אנפעלער אנדערש ווי די מהלך א סוגיא , די קצות האלט זיך מער אינעם סוגיא און ער געט א פעסטע און געזונטע הבנה אונעם סוגיא אליין,
פארשטייט זיך דאס איז אלעס מיינע בויך תורות פון מיין חושן משפט געלערנעכץ.
עפעס זאגט מען אז די נתיבות האט זיך מתרעם געווען צום קצות אויף דעם אז זיין ספר איז נישט אזוי אויפגכאפט, האט עם די קצות געזאגט אז ער איז מגיה פארטאגס זיינע חידושים די נתיבות פלעגט אבער שרייבען זיינע חידושים פארטאגס און מגיה זיין אינמיטען טאג ,אויב די מעשה איז אמת דארף מען עס אפלערנען.

יאיר » מאנטאג פעברואר 18, 2013 8:10 pm

· #88462
היות איינגעמיירעט לאזט נישט אנאליזירן די תורה, וועל איך נישט זאגן אז איך האלט אז דער קצות איז מתוק מדבש צו לערנען און צו נאכזאגן, אבער דער נתיבות איז אפטמאל פיל מער יורד לעומקה של הלכה. ווען דער נתיבות וואלט אויפגענומען דעם קצות אלס שרייבער, עורך און מגיה אויף זינע חידושים (ס'הייסט, אויך מיט הוספות, ווי דער משובב) וואלט געווען אן עולם התיקון.

איינגעמיירעט » מאנטאג פעברואר 18, 2013 8:22 pm

· #88467
לולקע-ציבעך
סייענס און אויסטרעפערס (אינווענטארס) באשאפן קיינמאל נישט קיין נייע זאכן, נאר אנטדעקן עפעס וואס איז שוין פריער געווען נאר די מענטשהייט האט דערפון נישט געוואוסט. למשל, דער ערפינדער פון אנטיביאטיקס האט באמערקט אז דער באשטאנדטייל (צי צוזאמשטעל פון באשטאנדטיילן) האבן דעם כוח צו באקעמפן באקטעריע. אנטיביאטיקס האבן אבער אייביג געהאט דעם זעלבן כוח; מיר האבן דערפון פשוט נישט געוואוסט. עלעקטריציטעט איז נישט ערפינדן געווארן דורך בענדזשאמין פרענקלין (בגלגולו הראשון); ער האט נאר באמערקט אז ווען מען שטעלט צוזאמען די צוויי זאכן, באקומט מען אט אזא כוח. דאס זעלבע איז אמת מיט יעדן חידוש: א מענטש, צי א גרופע מענטשן, האט מחדש געווען אז אויב טו איך דאס און דאס, אדער כ'שטעל צוזאמען דאס מיט יענץ, וועט דער פועל יוצא זיין כזה וכזאת.

אין דער פיזישער וועלט ווערן, ווי מיר זעען, נישט באשאפן קיין חידושים יש מאין. אלעס מיט וואס די מענטשהייט קומט אויף באשטייט פון אדער טרעפן וואס איז פריער דא געווען נאר מיר האבן עס נישט באמערקט (שטערנס, באשעפענישן אין די טיפענישן פון אקעאן אדער אין ווייטע, פארווארפענע זשונגלען), אדער א חידוש וואס איז א פועל יוצא פון קאמבינירן צוויי עקזיסטירנדע זאכן (כעמיקאלן, פלאנצן אא"וו). די געפינענע זאך איז אייביג דא געווען; דער פועל-יוצא כוח האט אויך אייביג עקזיסטירט. סיי ווען די זעלבע צוויי זאכןו זאלן צוזאמגעשטעלט ווערן אונטער די זעלבע אומשטענדן, וואלט דער פועל יוצא געווען דער זעלבער. אויב די מענטשהייט וואלט געהאט די נויטיגע ידיעות און טעכנאלאגיע פאר צוויי טויזנט יאר צוריק, וואלטן שוין דעמאלט געפלויגן אטאם באמבעס. די סיבות פארוואס די וועלט האט נישט געזען דעם ערשטן אטאמישן חורבן פריער פון 70 יאר צוריק איז חסרון ידיעה און פראקטישע מניעות.

איז א סברא צו זאגן אז די גאנצע בריאה ארבעט אויפ'ן זעלבן שטייגער. א חידוש אין דער תורה איז לעולם אראפגעקומען צוזאמען מיט דער תורה, נאר האט געווארט אנטדעקט צו ווערן.

אזוי ווי איך האב שוין געשריבען ברענגט די דברי חיים דעם יסוד אז אזוי ווי און די וועלט איז דא א בכח און א בפועל און די אויבערשטער האט באשאפען די כח ההיולי וואס און דעם ליגט בכח איעדע חלק פון די בריאה ,די תורה איז דיך די בלו פרינט פון די וועלט אסתכל באורייתא וברא עלמא, און ממילא די תורה איז געגעבן געווארען בכח למשה מסני אלעס ,און פון דעם דעוועלעיפט זיך די אמוראים אויף די תנאים די ראשונים אויף די גאונים אא״וו.
און עכט ברענגט ער דארט ארויס אז יעדע זמן ווערט נתגלה וואס געהער צו דעמאלס.
מקען צולייגען א קוועטש,סאיז ידוע און ספרי קבלה אז מיט חידושי תורה בויט מען וועלטען, און זוהר שטייט אז בלא דחילו ורחימו לא פרחית לעילא,די תורה בלייבט דא , האב איך געהערט פון גאנץ א קראנטע מקור אז ר׳ בונם מפשיסחא האט זיך אמאל אויסגעדריקט אויף א ספר וואס איז ארויסגעקומען בימיו אז פון די קנאקעדיגע חידושים פון דעם ספר האט זיך אויפגעבויט א פעסטע נייע סארט מאשין און לונדון ,ער האט געהאלטען אז היות די חידושים זענען געווען שלא לשמה האט עס אויף געטוהן דיע חידושים דא אינעם עולם עשיה און נישט העכער
פון דיע מעשה זעעט מען אוכט אז די וועלט מיט די תורה דעוועלעפמעינט גייט צוזאמען

איינגעמיירעט » מאנטאג פעברואר 18, 2013 8:29 pm

· #88472
יאיר
היות איינגעמיירעט לאזט נישט אנאליזירן די תורה, וועל איך נישט זאגן אז איך האלט אז דער קצות איז מתוק מדבש צו לערנען און צו נאכזאגן, אבער דער נתיבות איז אפטמאל פיל מער יורד לעומקה של הלכה. ווען דער נתיבות וואלט אויפגענומען דעם קצות אלס שרייבער, עורך און מגיה אויף זינע חידושים (ס'הייסט, אויך מיט הוספות, ווי דער משובב) וואלט געווען אן עולם התיקון.

זאגסטיך די זעלבע ווי איך ברוך שכיוונתי לדבריך
ביי דע וועי די אנאלוזירסט נישט קיין תורה ס״ה א אופן פון שרייבען פון גדולים,א שטייגער ווי לשון נדרים משונה אדער די שטיקלעך רבנן סבוראי און בבא מציעא

יאיר » מאנטאג פעברואר 18, 2013 9:35 pm

· #88506

איך האב מורא אז דו האסט נישט געליינט צווישן די שורות.

נשמה יתירה » מאנטאג פעברואר 18, 2013 10:03 pm

· #88512
איינגעמיירעט
אזוי ווי איך האב שוין געשריבן, ברענגט די דברי חיים דעם יסוד אז אזוי ווי און די וועלט איז דא א בכח און א בפועל און די אויבערשטער האט באשאפען די כח ההיולי וואס און דעם ליגט בכח יעדע חלק פון די בריאה, די תורה איז דאך די בלו פרינט פון די וועלט, אסתכל באורייתא וברא עלמא, און ממילא די תורה איז געגעבן געווארען בכח למשה מסיני אלעס, און פון דעם דעוועלאפט זיך די אמוראים אויף די תנאים די ראשונים אויף די גאונים אא"וו.
און עכט ברענגט ער דארט ארויס אז יעדע זמן ווערט נתגלה וואס געהער צו דעמאלס.

מ'קען צולייגען א קוועטש, ס'איז ידוע און ספרי קבלה אז מיט חידושי תורה בויט מען וועלטן, אין זוהר שטייט אז בלא דחילו ורחימו לא פרחית לעילא, די תורה בלייבט דא, האב איך געהערט פון גאנץ א קראנטע מקור אז ר' בונם מפשיסחא האט זיך אמאל אויסגעדריקט אויף א ספר וואס איז ארויסגעקומען בימיו אז פון די קנאקעדיגע חידושים פון דעם ספר האט זיך אויפגעבויט א פעסטע נייע סארט מאשין אין לונדון, ער האט געהאלטן אז היות די חידושים זענען געווען שלא לשמה האט עס אויף געטוהן דיע חידושים דא אינעם עולם עשיה און נישט העכער
פון דיע מעשה זעעט מען אוכט אז די וועלט מיט די תורה דעוועלעפמעינט גייט צוזאמען

איך האב ענדליך באקומען אין אימעיל אפאר מאמרים פון איינעם וואס לענ"ד פארשטייט גוט תורת הבעשה"ק. בייגעלייגט איז די מאמר אויף מחשבה. עס איז היבש מחודשדיג אבער גאנץ קראנט און מובן לדעתי.

עס איז נישט ווי דו זאגסט אז חידושי תורה או מחשבה וואס באשאפט א "פעסטע סארט מאשין" איז א חסרון אין די עומק אדער אמיתות החידוש. איינמאל מען איז מסכים אז די גאנצע בריאה איז בעצם מחשבה, פארשטייט מען דאך פשוט אז נייע מחשבות איז נייע מציאותן. אוודאי דארף די יסוד זיין אויפגעוויזען און מובן. דעריבער בין איך מציע אז מען זאל גוט איבערקוקען זיין מאמר און זעהן צו עס איז יש דברים בגו. ער איז עס מדמה די וועלט צו א חלום. אין א חלום איז זייער מובן אז די טיפע הבנות מיינער ווערען מאניפעסטירט בדרך של המחשה גשמי. אויב למשל האב איך א טיפע קאמפליצירטע [נישט זיך טועה זיין מיט פשוטע קאמפליצירטע, די רביצין פין פשוט קאמפליצירט] פראבלעם אין זעלבסט זיכערקייט, קען עס ארויסקומען אין מיין חלום אויף א למעשהדיגע דמיון וואס וועט פארטייטשען דעם טיפען מחשבה מיינער. יעצט אויב מען איז מסכים צו דעם אז דער בעשה"ק האלט טאקע אז די וועלט איז בעצם א ענין פון מחשבה/חלום, פארשטייט מען אז פונקט ווי אין א חלום איז דאס וואס ווערט נתגלה אינעם אויבערפלאך פינעם בעל החלום, דהיינו ווען ער האט אויפגעגראבען עפעס א נקודה במוחו און יעצט איז עס אין פארענט פון זיין מוח, וועט ער דאך פון דעם טראכטען און חלומען, איז די זעלבע מיט דעם גרויסען מחשבה/חלום פינעם כולם בחכמה עשית, דהיינו חכמה לפני התחלקות, וועט אויך זיין די זעלבע. ממילא וועט זיין אז אויב "מחשבה" האט יעצט אויפגעגראבען עפעס א דערהער וועט דאס האבען קאנסעקווענצען אינעם עולם המעשה/חלום. די קאנסקעווענצען קענען זיך למעשה אויסשטעלען אין א "פעסטע סארט מאשין".

עס קען אויסקוקען ווי אומפארשטענדליך מיסטישע זאכען אבער לענ"ד איז יעדע זאך מובן. אלע טיפע טעאריעס קוקען אויס במושכל ראשון קעגן די שכל. אבער מיט א געוויסע מאס התעמקות ווערט עס מובן.
ער האט א צווייטע שטיקעל אויף מחשבה ווי ער טענהט אז דער בעשה"ק איז מסביר די ענין פין קוואנטוו פיזיקס. יענע נקודה הער איך אביסעל אבער נאך נישט אינגאנצען. איך שרייב מיך מיט אים אויף דערויף. איינמאל איך וועל עס פארשטיין וועל איך עס ברענגען דא, און פרובירען ענטפערען אויף שאלות.
אין עונשין אלא א"כ מזהירין, מען דארף גוט צולייגען קאפ. 🙂 אדרבה פתח פיך ויאירו דבריך
📎 ענין מחשבה.docx

געפילטע פיש » מאנטאג פעברואר 18, 2013 10:30 pm

· #88530
א נחת צו זעהן ווי פון א קינדישע טענה'ריי פון ווער ס'קען זיך פארהערן ביי וועם האט זיך אנטוויקעלט אזא הערליכע שמועס, מיט אזונע בריליאנטן. נאר אין קאווע שטיבל!

איינגעמיירעט » מאנטאג פעברואר 18, 2013 10:41 pm

· #88537
נשמה יתירה

איך גיי מיך נישט שעמען צו זאגען, איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט וואס די רעדסט, דיע געשרייבאכטס זעעט מיר אויס קלוגערס סגנון וואס איך האב דעם זעלבען פראבלעם איך פארשטיי נישט וואס זיינע פוינטס זענען.

געפילטע פיש » מאנטאג פעברואר 18, 2013 10:44 pm

· #88538
נשמה יתירה, ווער איז דער שרייבער פונעם מאמר? ער זאגט גאנץ ראדיקאלע שיטות וואס שמעקט פון סאליפסיזם, ווי למשל "אשתו של אדם, עבדיו ובהמתיו, וגם מציריו של אדם, הכל נבראים ע"י מחשבתו", הייסט אז גארנישט עקזעסטירט נישט עכט, נאר מיר אלע געפונען זיך אין א גרויסע שווים באסיין פון מוחות, און די גאנצע ריאליטעט איז נאר א פאבריקאציע פון אונזערע מחשבות.

יידל » מאנטאג פעברואר 18, 2013 10:45 pm

· #88539
סאליפיזם איז נישט אזוי ראדיקאל ווי צו זאגן אז דאס איז גאר תורת הבעש"ט. אזא חידוש האב איך שוין נישט געזען יארן.

נשמה יתירה » מאנטאג פעברואר 18, 2013 11:11 pm

· #88549
געפילטע פיש
נשמה יתירה, ווער איז דער שרייבער פונעם מאמר? ער זאגט גאנץ ראדיקאלע שיטות וואס שמעקט פון סאליפסיזם, ווי למשל "אשתו של אדם, עבדיו ובהמתיו, וגם מציריו של אדם, הכל נבראים ע"י מחשבתו", הייסט אז גארנישט עקזעסטירט נישט עכט, נאר מיר אלע געפונען זיך אין א גרויסע שווים באסיין פון מוחות, און די גאנצע ריאליטעט איז נאר א פאבריקאציע פון אונזערע מחשבות.

אזוי ווי געווארענט, די זאכען זענען היבש טיף.

שמעתי ממורי זלה"ה כי נר"נ של אדם נתגלגל בז' ספירות, והנפש הם עבדיו ובהמותיו, ואם פגם בנפש דהיינו במעשה, גורם לו צער מעבדיו ובהמותיו. והרוח ממללא הוא הדיבור, ואם פגם בדיבור לשון הרע וכיוצא בזה, נעשה מדיבור זה אנשים שמצערים אותו ומדברים עליו, ונודע כי הדיבור נקרא זווג, וז"ש חז"ל ראוה(ו) מדברת וכו' (כתובות פ"א מ"ח), א"כ אשתו הוא רוח ג"כ, זכה נעשה לו עזר ואם לאו כנגדו (יבמות סג א). הנשמה שוכנת במוח, שמזה נעשה טיפה זרעית, והם בניו, ואם פגם במחשבה שבמוח גורם שיש לו צער מבניו. ובכל הספירות יכול להעלות נר"נ, מה שאין כן בספירה ז' שהוא מ"לכות אשר משם יונקים הקליפות נוגה, קשה לו להעלות משם נר"נ שלו. כלל העולה, כי בני אדם השונאים אותו באו ע"י פגם דבורו, לכך צריך להעלותן ולתקנם על ידי דיבור התפלה, להתפלל עליהם שישובו ויתוקנו, כמ"ש בש"ס דברכות (י א) ר"מ וברורי' אתתי', יתמו חטאים (תהלים קד, לה) ולא יתמו חוטאים וכו'. ואם אינו עושה כך רק שדוחה אותן, נעשו חומריות ועב יותר, ושונאים אותו יותר, וז"ש חז"ל גם ענוש לצדיק לא טוב (ברכות ז. עה"פ משלי יז כה), כי הוא רוחו של צדיק עצמו, שמזה נעשו בני אדם השונאים אותו, וצריך לתקנם ולהעלותן בתפילתו, וע"י התפלה נמתק בשרשו, ומוציא מהן רוחו, והנשאר בהם כלה מאליו וכו'. וזהו ענין משה רבינו ע"ה שהיה רועה צאן, ואחר כך נתן להם התורה ונעשו תלמידיו וכו', ודפח"ח. [תולדות יעקב יוסף, פרשת לך לך. ]

שמעתי בשם מורי איך יתפלל על שונאו, והתועלת הוא זה, כי שבע יפול צדיק וקם (משלי כד, טז), ר"ל בז' ספירות נתגלגל נר"ן שלו, דהיינו נפש הם עבדים והבהמות שלו. ורוח הוא הוא אשתו, והדיבור הוא גם כן זווג שבפה נקרא אשתו, זכה עזר לא זכה כנגדו, דהיינו שפגם בדבורו כמו לשון הרע וכיוצא מזה נעשו אנשים שונאיו המדברים עליו. הנשמה הם ממח, בניו, ופגם שבמח במחשבה גורם שיש לו צער מבניו. ובנפש גם כן אם פגם במעשיו ובעובדא גורם לו צער מעבדיו ובהמתו. ובכל הספירות יכול להעלות נר"ן, משא"כ בספירה שביעית היא במלכות, ומשם יונקים הקליפות נגה, קשה לו להעלות נר"ן שם. נמצא שונאיו שבאו על ידי פגם הדיבור, צריך לתקנם להעלותם על ידי דיבור התפלה, ובאם לאו, שדוחה אותן, נעשו יותר שונא' על ידי עביות וחומרות, לכך גם ענוש לצדיק לא טוב (ברכות ז. עה"פ משלי יז כו), כי הוא רוחו של צדיק עצמו, לכך צריך להתפלל על שונאיו לתקנם ולהעלותם, ועל ידי התפלה נמתק בשרשו, ומוציא מהם רוחו, ומה שנשאר בהם הם כלים מאליהם, ישמע חכם יוסיף לקח, ודפח"ח. [ב"פ קונטר"א ]

דאס אז די מציאות איז מחשבה מאכט עס גארנישט ווייניגער מציאות. הגע בעצמך אויב דו וועסט האבען א זאך וואס קיינער קען קיינמאל נישט האבען עפעס א המחשה אויף דערויף, וועסטו עס בכלל רעכענען פאר א מציאות? מיט וואס איז עס אנדערש ווי א זאך וואס עקזעסטירט נישט? וואס זאגסטו ווען דו זאגסט די ווארט עקזיסטענץ?

די אלע נקודות וואס ער זאגט אנהייב מאמר אויף מחשבה איז אלעס פון בעשה"ק. למשל "כל הדברים והמאורעות שבעולם תלוי במחשבותינו", אדער "כל מחשבה הוא קומה שלימה ואם אדם דוחה מחשבה רעה אז כאילו הורג נפש". איך גיי אים בעטן ער זאל צוצייכענען יעדע נקודה.

קוק אויך אין זיין מאמר דעם שטיקעל.
לפי זה יוצא שגם ה"אני" של האדם הינו גם חלק מהמחשבה, והאני אינו מוכיח יותר על מציאות נפרדת יותר מאשר שאר הדברים (וזה דלא כאלו שאמרו דאיהנ"מ שאכן אין שום הוכחה חיצונית שיש שום מציאות בעולם, משום דאולי הכל הוא כעין דמיון מחשבתי, אבל מכיון שבכל זאת 'אני' חושב, הרי 'אני' קיים), שכן הבעשה"ק מגלה לנו דזה אינו. דשכמבינים שהכל הוא מחשבה כמו חלום אז גם מבינים דה'אני' גופא גם הוא חלק מהחלום. וכמו בחלום כל הנפרדים שם הם באמת אחדות אחת עם החולם, ואין שום דבר שבהחלום הינו מציאות נפרדת כלל, אלא הכל הוא מחשבה בלבד. כמו"כ בעולם ה'אמיתי', צריכין להבין שכל מעשה וכל 'אני' הוא מחשבה בלבד, ובזה מהפך אנ"י לאי"ן. וכמו בחלום, הרי כל בריה העושה שום פעולה בהחלום, הכל הוא באמת מחשבתו של החולם, וכל המציאות בהחלום הכל ממש הוא מחשבתו. וכל העולם מלא שבהחלום, הכל הוא החולם שהלביש וצימצם עצמו בתור כמה דברים שונים וכאילו הם עולם מלא של נפרדים. כמו"כ כאן הכל הוא אחדות אחד וכל הפירוד הוא צימצום ולבושים של אחדותו יתברך. כמו כל חולם חלום שמצמצם עצמו ועושה עצמו לכמה בני אדם וכמה דברים ומאורעות, ובאמת הכל הוא הוא.

סאליפסיזם זאגט אז נאר איך עקזיסטיר 'באמת', און אלעס אנדערש איז דמיון. ער זאגט בשם דעם בעשה"ק אז עקזיסטענץ איז מחשבה. איך, דו, און אלעס אינדערמיט. אזוי ווי דערמאנט, עס נעמט נישט אוועק עפעס פון עקזיסטענץ, ער איז נאר מסביר די עומק דערפין.

יאיר » מאנטאג פעברואר 18, 2013 11:18 pm

· #88550
נשמה יתירה, קודם וועלקאם בעק. איך האב שוין שיער געוואלט שמעקן בשמים.
וואס מיינט אז מציאות איז מחשבה? איז דאס אנדערש פון רעדן איבער א פיר עקיגע טרייענגל? אויב מציאות איז מחשבה, צו מיינט דאס אז עס נישטא קיין שום מציאות, אדער אז פיזישע זאכן זענען גייסטישע מושגים, דהיינו, עס איז נישטא אזא זאך ווי גשמיות?

נשמה יתירה » מאנטאג פעברואר 18, 2013 11:19 pm

· #88551
איינגעמיירעט
איך גיי מיך נישט שעמען צוזאגען,איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט וואס די רעדסט, דיע געשרייבאכטס זעעט מיר אויס קלוגערס סגנון וואס איך האב דעם זעלבען פראבלעם איך פארשטיי נישט וואס זיינע פוינטס זענען.
פארגעס וואס איך שרייב. דו פארשטייסט אויך נישט קיין איין ווארט וואס ער שרייבט אין די מאמר?

נשמה יתירה » מאנטאג פעברואר 18, 2013 11:23 pm

· #88552
יאיר
נשמה יתירה, קודם וועלקאם בעק. איך האב שוין שיער געוואלט שמעקן בשמים.
וואס מיינט אז מציאות איז מחשבה? איז דאס אנדערש פון רעדן איבער א פיר עקיגע טרייענגל? אויב מציאות איז מחשבה, צו מיינט דאס אז עס נישטא קיין שום מציאות, אדער אז פיזישע זאכן זענען גייסטישע מושגים, דהיינו, עס איז נישטא אזא זאך ווי גשמיות?
וועלן מיר גיין פאמעליך. ביסט מסכים צו דעם וואס איך שרייב פריער אז
"הגע בעצמך אויב דו וועסט האבען א זאך וואס קיינער קען קיינמאל נישט האבען עפעס א המחשה אויף דערויף, וועסטו עס בכלל רעכענען פאר א מציאות? מיט וואס איז עס אנדערש ווי א זאך וואס עקזעסטירט נישט? וואס זאגסטו ווען דו זאגסט די ווארט עקזיסטענץ?"

נ.ב. המחשה מיינט עפעס א שינוי אין מיין נפש. וואס אלץ א שם הכולל רופען מיר דאס מחשבה.

פוןדעסטוועגןדאך » מאנטאג פעברואר 18, 2013 11:52 pm

· #88562
נשמה,
דו, אדער דער בעל המאמר, אדער דער תולדות יעקב יוסף, אדער דער בעש"ט, whoever it really is, זאגען בערך וואס Schopenhauer זאגט דא אליבא ד'קאנט.

As mentioned above, Schopenhauer's notion of the will comes from the Kantian things-in-itself, which Kant believed to be the fundamental reality behind the representation that provided the matter of perception, but lacked form. Kant believed that space, time, causation, and many other similar phenomena belonged properly to the form imposed on the world by the human mind in order to create the representation, and these factors were absent from the thing-in-itself. Schopenhauer pointed out that anything outside of time and space could not be differentiated, so the thing-in-itself must be one and all things that exist, including human beings, must be part of this fundamental unity. Our inner-experience must be a manifestation of the noumenal realm and the will is the inner kernel of every being. All knowledge gained of objects is seen as self-referential, as we recognize the same will in other things as is inside us.

עס קוקט מיר אויס ענליך צו די ווערטער וואס דו האסט אראפגערבערנגט.
לפי זה יוצא שגם ה"אני" של האדם הינו גם חלק מהמחשבה, והאני אינו מוכיח יותר על מציאות נפרדת יותר מאשר שאר הדברים (וזה דלא כאלו שאמרו דאיהנ"מ שאכן אין שום הוכחה חיצונית שיש שום מציאות בעולם, משום דאולי הכל הוא כעין דמיון מחשבתי, אבל מכיון שבכל זאת 'אני' חושב, הרי 'אני' קיים), שכן הבעשה"ק מגלה לנו דזה אינו. דשכמבינים שהכל הוא מחשבה כמו חלום אז גם מבינים דה'אני' גופא גם הוא חלק מהחלום. וכמו בחלום כל הנפרדים שם הם באמת אחדות אחת עם החולם, ואין שום דבר שבהחלום הינו מציאות נפרדת כלל, אלא הכל הוא מחשבה בלבד. כמו"כ בעולם ה'אמיתי', צריכין להבין שכל מעשה וכל 'אני' הוא מחשבה בלבד, ובזה מהפך אנ"י לאי"ן. וכמו בחלום, הרי כל בריה העושה שום פעולה בהחלום, הכל הוא באמת מחשבתו של החולם, וכל המציאות בהחלום הכל ממש הוא מחשבתו. וכל העולם מלא שבהחלום, הכל הוא החולם שהלביש וצימצם עצמו בתור כמה דברים שונים וכאילו הם עולם מלא של נפרדים. כמו"כ כאן הכל הוא אחדות אחד וכל הפירוד הוא צימצום ולבושים של אחדותו יתברך. כמו כל חולם חלום שמצמצם עצמו ועושה עצמו לכמה בני אדם וכמה דברים ומאורעות, ובאמת הכל הוא הוא.

נולד מאוחר » דינסטאג פעברואר 19, 2013 12:06 am

· #88566
נשמה ווען איך עפן דיין פייל אויף מיין טעבלעט איז אלעס פארקערט. אפשר קען אייינער מאגן דערפון א pdf?

געפילטע פיש » דינסטאג פעברואר 19, 2013 12:09 am

· #88567
יידל
סאליפיזם איז נישט אזוי ראדיקאל ווי צו זאגן אז דאס איז גאר תורת הבעש"ט. אזא חידוש האב איך שוין נישט געזען יארן.

גערעכט, בפליטת עטי, דאס האב איך בערך געמיינט צו זאגן.

אבער נשמה, דאס וואס ער שרייבט "הנשמה שוכנת במוח, שמזה נעשה טיפה זרעית, והם בניו, ואם פגם במחשבה שבמוח גורם שיש לו צער מבניו" מיינט אז ער גלייבט אין א מאטעריאליסטישע וועלט, נאר אז אלעס ווערט נשפע פונעם מחשבה, און דאס וואס ער זאגט אז הנפש הם עבדיו והרוח זו אשתו, מיינט ער נישט במציאות, ניין?
נשמה יתירה
סאליפסיזם זאגט אז נאר איך עקזיסטיר 'באמת', און אלעס אנדערש איז דמיון.

סאליפיזם זאגט אז נאר מיין באוויסטזיניגקייט איז 'בהכרח' אמת, און אויף די איבעריגע איז נישט דא קיין ראי' לכאן או לכאן.
פוןדעסטוועגןדאך
נשמה,
דו, אדער דער בעל המאמר, אדער דער תולדות יעקב יוסף, אדער דער בעש"ט, whoever it really is, זאגען בערך וואס Schopenhauer זאגט דא אליבא ד'קאנט.

קודם כל שלום עליך פונדעסטוועגןדאך, (דיין ספעיס באר איז צובראכן? אדער עקזעסטירט עס נישט במציאות?) איך האב גדאדע געטראכט פון שאפענאוער'ס דעפיניציע פון "וויל", נאר היות איך בין ווייט פון א בקי אין פיליזאפיע האב איך נישט געוואלט צורירן.

געפילטע פיש » דינסטאג פעברואר 19, 2013 12:17 am

· #88573
נולד מאוחר
נשמה ווען איך עפן דיין פייל אויף מיין טעבלעט איז אלעס פארקערט. אפשר קען אייינער מאגן דערפון א pdf?
📎 ענין מחשבה.pdf

פוןדעסטוועגןדאך » דינסטאג פעברואר 19, 2013 12:17 am

· #88574
געפילטע פיש

קודם כל שלום עליך פונדעסטוועגןדאך, (דיין ספעיס באר איז צובראכן? אדער עקזעסטירט עס נישט במציאות?) איך האב גדאדע געטראכט פון שאפענאוער'ס דעפיניציע פון "וויל", נאר היות איך בין ווייט פון א בקי אין פיליזאפיע האב איך נישט געוואלט צורירן.

קען דען חלל עקזיסטירען במציאות? 🙂

פוןדעסטוועגןדאך » דינסטאג פעברואר 19, 2013 12:45 am

· #88582
געפילטע פיש
אבער נשמה, דאס וואס ער שרייבט "הנשמה שוכנת במוח, שמזה נעשה טיפה זרעית, והם בניו, ואם פגם במחשבה שבמוח גורם שיש לו צער מבניו"

מיינט ער דא דאס וואס רות המעריביה האט שוין געשריבען דא? Your most important sex organ is your brain.
מסתמא נעמט זי עס פון דא
בלאט: 1 2 3 4