☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » דער מעמד הר סיני אויפרייס

דער מעמד הר סיני אויפרייס

194 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2922
בלאט: 1 2 3 4

נשמה יתירה » דינסטאג פעברואר 19, 2013 1:16 am

· #88590
פוןדעסטוועגןדאך
נשמה,
דו, אדער דער בעל המאמר, אדער דער תולדות יעקב יוסף, אדער דער בעש"ט, whoever it really is, זאגען בערך וואס Schopenhauer זאגט דא אליבא ד'קאנט.

קען זיין. איך זעה אויך אז ער רעדט עפעס אז רצון איז די העכסטע כח. עפעס א רצון כללי. דאס איז גראדע דומה צו די ענין הידוע אז כתר איז רצון.
איך בין נישט אזוי אינטערסירט צו זיין פון די גורמים לנטישת בית יעקב דורך זיין פון די משפיקים בילדי נכרים. כהפסוק בישעיהו ב' ו', כִּי נָטַשְׁתָּה עַמְּךָ בֵּית יַעֲקֹב כִּי מָלְאוּ מִקֶּדֶם וְעֹנְנִים כַּפְּלִשְׁתִּים, וּבְיַלְדֵי נָכְרִים יַשְׂפִּיקוּ:
און ווי די מפרשים טייטשען (מצודת דוד)
כי נטשתה - הנביא מיסב הדבור כלפי המקום ואמר כי עד הנה בדין עזבת עמך כי מלאו כשפים יותר מבני קדם המלאים כשפים:
ובילדי נכרים ישפיקו - מספיקים עצמם במחשבות ועצות פילוסופיות ואינם חוששים למחשבת התורה ועצתה:

וואס זוכט מען אין די פרעמד אז מיר האבען אסאך בעסער דא?

נשמה יתירה » דינסטאג פעברואר 19, 2013 1:20 am

· #88592
געפילטע פיש
נשמה יתירה
סאליפסיזם זאגט אז נאר איך עקזיסטיר 'באמת', און אלעס אנדערש איז דמיון.

סאליפיזם זאגט אז נאר מיין באוויסטזיניגקייט איז 'בהכרח' אמת, און אויף די איבעריגע איז נישט דא קיין ראי' לכאן או לכאן.

די האסט צוגעצייכענט דא. עס שטייט דארט אז As a metaphysical position, solipsism goes further to the conclusion that the world and other minds do not exist

נשמה יתירה » דינסטאג פעברואר 19, 2013 1:48 am

· #88595
געפילטע פיש
אבער נשמה, דאס וואס ער שרייבט "הנשמה שוכנת במוח, שמזה נעשה טיפה זרעית, והם בניו, ואם פגם במחשבה שבמוח גורם שיש לו צער מבניו" מיינט אז ער גלייבט אין א מאטעריאליסטישע וועלט, נאר אז אלעס ווערט נשפע פונעם מחשבה, און דאס וואס ער זאגט אז הנפש הם עבדיו והרוח זו אשתו, מיינט ער נישט במציאות, ניין?
גיי מיט מיר פאר איין מינוט, און טראכט אז מיר זענען אלע אין א חלום. מיר חלומען פין נשמה יתירה, [די עכטע און אויך די ניק], געפילטע פיש ["], און אויך בעשה"ק. זיי דיך מצייר ווייטער אז דער בעשה"ק האט געכאפט אז אונזער מציאות איז א חלום. וויאזוי וואלט ער גערעדט פון קינדער און ווייבער? אוודאי ווי א מציאות. עס איז דאך טאקע א מציאות פונקט ווי אלעס. דעריבער פארשטיי איך נישט וואס דו מיינסט צו ברענגען א ראי' פון די ווערטער.
מען בעדארף קוקען די גאנצע היקף הדברים וואס דער בעשה"ק זאגט אויף מחשבה, און דערנאך קען מען זאגען וואס ער מיינט יא אדער נישט במציאות.
די מאמר ברענגט א גאנצע ליסטע פון דברי בעשה"ק.
א) עולם העליון הוא עולם המחשבה.-
ב) כל הדברים והמאורעות שבעולם תלוי במחשבותינו. –
ג)במקום שמחשבתו של אדם, שם הוא כולו. –
ד)אם אדם חושב מחשבה רעה אז יזהר שלא להוציא מחשבתו בפיו. –
ה)בת קול הוא במחשבת האדם. –
ו)כל מחשבה הוא קומה שלימה ואם אדם דוחה מחשבה רעה אז כאילו הורג נפש. –
ז)כל ענין תפלה הוא בחירה [וכמובן שבחירה הוא במחשבתו של אדם ] ובחירתו גורם להיות כך .
ח) כשיבחר האדם במחשבתו, בחיים ובשמחה, אז כך יהיה. –
ט)אשתו של אדם, עבדיו ובהמתיו, וגם מציריו של אדם, הכל נבראים ע"י מחשבתו. –
י)מחשבתו של אדם הוא השי"ת בעצמו. –
יא)כל הבריאה כולה נכללת במחשבה.
ועוד רבות כהנה. [איך וועל אים פרעגען וואס מיינט עוד רבות כהנה]
אז מען שטעלט צוזאם די בילד וואס דער בעשה"ק זאגט אויף מחשבה קוקט אויס אז ער זאגט טאקע די ראדיקאלישע זאכען וואס יידל און דו זענען נאך נישט אזוי זייער מסכים אז ער זאל האבען געזאגט.
אנדערש ווי הרב איינגעמיירעט, האלט איך אז מען קען יא אנאליזירען די ווערטער פון בעשה"ק. נישט נאר מען קען, נאר כדי צו פארשטיין די גאנצע מהפכה זיינער דארף מען דאס אנאלאזירען. פארוואס אבער איז אלעס נאר גוט אויב מען האט אפאר גריכישע נעמען? נאר ווען מען צייכענט צו וויקיפעדיע איז מען א חכם דא? איך בין מודה אז אט די טענה מיינער האט מיך אביסל אנטוישט און דערפאר מסופק געווען צו איך זאל ווייטער שרייבען דא. אבער איך זעה נאכאמאל און נאכאמאל אז עס איז דא אסאך שרייבערס דא וואס זוכען דעם אמת, וויל איך דעריבער מקיים זיין דעם חבר אני לכל אשר יראוך, און זיך משתתף זיין לפי מיטב הבנתי.
וכאן מצא הבעל חוב מקום לגבות את חובו. איך האב געזעהן אן אשכול ווי שיטה מקובצת זאגט אז ער גלייבט נישט אין בעשה"ק. זיין גאנצע נקודה איז בענין די מוגזמדיגע מעשיות. פרעג איך יעצט פון שיטה, הזאת נעמי? מיינסטו אז דאס איז וואס די בעשה"ק האט מחדש געווען? מילא ווען דו זאגסט אז דו האסט דורכגעטון ספרי בעשה"ק וספרי המגיד און דו פארשטייסט אנדערש, החרשתי. כאטש איך וואלט אוודאי דעמאלט אויך געוואלט וויסען מהיכן דנתני. אבער די נארישע מעשיות? דאס איז מכריע יא בעשה"ק נישט בעשה"ק? ביטע שיין.

נשמה יתירה » דינסטאג פעברואר 19, 2013 2:07 am

· #88597
[ציטאט אראפגענומען]

קבל את האמת ממי שאמרו 😃

יאיר » דינסטאג פעברואר 19, 2013 10:37 am

· #88667
חכמה בגוים תאמין
נשמה יתירה, איך וויל שפעטער מעיר זיין אויף דיינע תגובות, אבער לאמיר דיר נאר זאגן לעת עתה אז איך זע נישט קיין שום פראבלעם אין צוצייכענען אז דיין אדער דעם בעל שם טוב'ס שיטה איז ענליך צו די פון שאפענהאוער אדער פון פלאטו אדער פון ווייסעךוועמען, עס איז פשוט פיל גרינגער צו דיעלן דערמיט ווען מען ווייסט פונקטליך פון וואס ס'רעדט זיך. גרויסע פילאזאפן האבן שוין עוסק געווען אין די אלע סוגיות אין וואס דו ביסט עוסק, און עס איז פשוט א הילף פאר יעדן איינעם אויב מען קען זיך באנוצן מיט די פירות וואס זיי האבן מחדש געווען. אזוי ווי למשל א יונגער בחור וועט לערנען משניות אלו מציאות, און ער וועט האבן א געדאנק אז קען זיין אז יאוש ווערט נישט הפקר ביז ווי לאנג איינער איז עס נישט קונה, און לויט דעם ווערט אים פארענטפערט א געוויסע קשיא. ער וועט גיין צו א תלמיד חכם און אים פרעגן אויב ס'איז ריכטיג, וועט ער אים אודאי ענטפערן אז ס'איז דא א גאנצע שמועס דערוועגן אין די לומדי'שע ספרים, דער קצות און נתיבות האלטן אזוי ווי אים, און דער חזון איש איז מחולק. און ער וואלט אים זיכער מציע געווען צו דורכלערנען די סוגיות. והנמשל מובן. ווען ישעיה הנביא רעדט וועגן יספיקו בילדי נכרים, רעדט ער פון זייערע שלעכטע מעשים ווי עבודה זרה, מעונן וכדו', כדמוכח בקרא. משא"כ ווען מען רעדט פון זייער חכמה, אויב ס'איז אויסגעהאלטן על פי תורה, איז נישטא קיין שום חסרון אין זיי מעתיק זיין און נאכברענגען אלס א ראיה אדער א סתירה. דער רמב"ם און נאך צענדליגער און הונדערטער ראשונים ואחרונים האבן אזוי געטון.

געפילטע פיש » דינסטאג פעברואר 19, 2013 10:54 am

· #88674
נשמה יתירה
א) עולם העליון הוא עולם המחשבה.-
ה)בת קול הוא במחשבת האדם. –
ו)כל מחשבה הוא קומה שלימה ואם אדם דוחה מחשבה רעה אז כאילו הורג נפש. –
ז)כל ענין תפלה הוא בחירה [וכמובן שבחירה הוא במחשבתו של אדם ] ובחירתו גורם להיות כך .
ט)אשתו של אדם, עבדיו ובהמתיו, וגם מציריו של אדם, הכל נבראים ע"י מחשבתו. –
י)מחשבתו של אדם הוא השי"ת בעצמו. –
יא)כל הבריאה כולה נכללת במחשבה.
ועוד רבות כהנה. [איך וועל אים פרעגען וואס מיינט עוד רבות כהנה]

איך וואלט אייך זייער דאנקבאר געווען אויב איר ברענגט מקורות אויף כאטש אפאר פון די אויבנדערמאנטע, אז דאס איז טאקע תורת הבעש"ט, אויף די וועג ווי אזוי דו ווילסט עס אפטייטשן.

נשמה יתירה » דינסטאג פעברואר 19, 2013 12:52 pm

· #88723

דא האסטו אפאר מקורות. איך וואלט זייער געבעטן אז דו זאלסט איבערגיין די שטיקלעך בעיון. אויב דו האלטסט אויף איין שטיקעל אדער אויף אלע שטיקלעך אז עס איז בכלל נישט קיין ראי', ביטע זאג מיר פארוואס דו האלטסט אזוי. מען איז געווענליך נישט עומד אויף די טיפע הבנה פון די קורצע ווערטער פון בעשה"ק. עס איז דא כמה סיבות דערויף. קודם ווייל דאס זענען זייער טיפע און ראדיקאלע רעיונות. די סדר פון מענטשען איז צו פלאצירען זאכען און זייער מוח לויט די מושגים וואס זיי האבען געהאט ביז יעצט. זיי וועלען [ביודעים או בלא יודעים] ענדערש אריינלערנען דוחקים אדער אפי' בלייבען אומפארשטאנען ווי איידער זיך צו עפענען צו נייע ראדיקאלע מושגים. אויך דארף מען געדענקען די צייטן וואס די ספרי התולדות זענען געשריבען געווארען. עס איז געווען די ערשטע ספרן של חסידים וואס מען האט געדרוקט. די מחאות וחרמות זענען געקומען ווי ערווארטעד. עס איז פשוט אז די ראדיקאלע געדאנקען האט ער נישט געקענט שרייבען ממש ברחל בתך הקטנה. דאס מאכט עס נאך פילפאכיג מער באהאלטען. דעריבער דארף מען גוט קוקען און נישט ענטפערען דוחקים אויף יעדע מקור.

ה)בת קול הוא במחשבת האדם. –
דהקשה מורי מה שאמרו חז"ל (אבות פ"ו מ"ב) בכל יום בת קול יוצאת מהר חורב ומכרזת וכו'. ממה נפשך, אם אי אפשר שישמע שום אדם הכרוז הזה א"כ למה יוצא בת קול כלל, ואם אפשר שישמע, א"כ מ"ט לא נשמע, שאם יאמר אדם ששמע ידונו אותו כנביא השקר. וביאר, כי למעלה אין אומר ואין דברים, רק עולם המחשבה, א"כ מה שמגיע לאדם הרהורי התשובה הוא מן הכרוז וכו', ודפח"ח. [תולדות ויקרא]
אגב זעהט מען אז בת קול איז אן ענין של נבואה. און לפי דבריו כאן איז דאס אויך במחשבת והרהורי הלב. מיט דעם זענען מיר דורש בכבוד האכסניא, כלומר, די נושא האשכול 😉 .
ו)כל מחשבה הוא קומה שלימה ואם אדם דוחה מחשבה רעה אז כאילו הורג נפש. –
דשמעתי בשם מורי זלה"ה ביאר ש"ס דברכות דף ל"ג ע"ב: אמר רבי זירא כל האומר שמע שמע משתקין אותו..... והענין כי האדם מחויב להאמין כי מלא כל הארץ כבודו ית', לית אתר פנוי מיני', וכל המחשבות של האדם יש בו מציאותו ית', וכל מחשבה הוא קומה שלימה, וכאשר יעלה במחשבתו של אדם בעת עסקו בתפלה איזה מחשבה רעה וזרה, היא באה אל האדם לתקנה ולהעלותה, ואם אינו מאמין בזה אין זה קבלת עול מלכות שמים שלימה, כי מקצר ח"ו במציאותו ית'. ובזה יובן האומר האומר שמע שמע וכו', וקשה למה אמר ב' פעמים, וצ"ל כי מע[י]קרא לא איכוון דעתי', דהיינו שהי' לו איזה מחשבה זרה, אמנם אם ידע ששם ג"כ הוא מציאות הש"י לא היה צריך לומר ב' פעמים שמע. וזהו צחות לשון הש"ס מחינין ליה במרזפתא דנפחא, הכוונה כי המחשבה עצמה היא מכה את האדם כמו במרזפתא דנפחא, כדי לתקנו ולהעלותו, ולמה הוא חוזר פעם שנית לומר שמע כאלו ח"ו בפעם ראשון לא היה שם מציאות הש"י, ונמצא הוא מקצר במציאותו ית' ובקבלת עול מלכות שמים, ולכך אמר משתקין אותו, ודפח"ח. ועפ"ז ביא[ו]ר ש"ס דבכורות דף ח' ע"ב רצוצא דמית [ופירש רש"י אפרוח שמת בקליפתה] מהיכן נפק רוחי', ומשני מהיכא דעייל נפיק. וש"ס זה צריך ביאר. ואמר על פי ש"ס דברכות פרק הרואה (נז א) הרואה בצי' בחלום וכו', הרי כי בחינת ביצה מראה בחינת התפלה. והענין, שאין לך מחשבה שלא יהא בה קומה שלימה, אף מחשבה רעה וזרה כשבאה אל האדם היא באה כדי לתקנו ולהעלותו כנ"ל, ואם האדם דוחה המחשבה ההיא ממנו אז כאלו דוחה והורג קומה שלימה. אמנם לפעמים יש מחשבה שצריך לדחותה. ואם נפשך לומר במה אדע איזה מחשבה לדחותה ואיזה לקרבה ולהעלותה, יתבונן האדם אם בשעה שבאה המחשבה זרה מיד עלה במחשבתו במה לתקנה ולהעלותה אז יראה לקרבה ולהעלותה, ואם לא יעלה מיד במחשבתו במה לתקנה אז מסתמא באה לבטל(ה) את האדם בתפלתו ולבלבל מחשבתו, אז רשות לדחות המחשבה ההיא כי הבא להורגך השכם כו' (ברכות נח א). ובזה יובן, רצוצא דמית מהיכן נפיק רוחי', כלומר המחשבה שבאה בשעת תפלה שנקרא ביצה, דמית - דהיינו שדוחה אותה המחשבה וממית אותה, היכי נפיק רוחי', כלומר האיך הוא ממית ודוחה קומה שלימה. ומשני, מהיכא דעל נפיק, כמו שעלה המחשבה לבלבל את האדם ולדחותו, כך נפיק - רשות לאדם לדחות המחשבה ולהוציא אותה, וזהו שאמר מהיכא דעל נפיק, ודפח"ח. [ב"פ תולדות]
קוק ווי ווייט ער האלט אז איעדע מחשבה איז א קומה שלימה. עד כדי כך אז מען מיז האבען א תירוץ פארוואס מען קען אוועקשטיפען די מחשבה. ממש בבחינת מאי חזית דדמי דידך סמיק טפי. ד.ה. פארוואס איז איין מחשבה חשובער ווי די צווייטע. און דער תירוץ איז פשוט מכח הבא להרגך. דאס גייט מען דא לשיטתו של הבעש"ק הידוע אז בעצם זענען אלע מחשבות א חלק פינעם אין סוף און די גאנצע ענין פון די בריאה איז צו אנערקענען אז דאס וואס עס קוקט אויס נפרד פין אין סוף איז אויך איינס, ואכ"מ. אויב נישט ווערט אוודאי שווער פארוואס מען דארף תירוצים אויף מדחה צו זיין א מחשבה זרה. און פארוואס ער זאגט אז ווען מען איז מדחה א מחשבה זרה איז אזוי ווי מען האט געהארגעט א מענטש [קומה שלימה]. און די איינציגסטע תירוץ איז א בחינה פון חייך קודמים.
ז)כל ענין תפלה הוא בחירה [וכמובן שבחירה הוא במחשבתו של אדם ] ובחירתו גורם להיות כך .
דשמעתי בשם מורי פירוש הפסוק (תהלים קמה, יט) רצון יראיו יעשה ואת שועתם ישמע ויושיעם. דקשה, אם כבר עשה רצון יראיו מה צריך עוד לשמוע שועתם להושיעם, ועל כל פנים איפכא הל"ל ששומע שועתם ורצון יריאיו יעשה. וביאר, כי מצינו מדתו יתברך ששומע לכל הקוראים אותו, או לטובה או לרעה ח"ו, כמאמר חז"ל (ברכות סג. בע"י) גנבא אמחתרתא רחמנא קריא. וכי תימא א"כ מה הפרש יש בין צדיק לרשע, וביאר כי יש הפרש גדול ביניהם, כי הגנב נשמע תפלתו שיוכל לגנוב, ואח"כ שנתפס על גניבתו חוזר וקורא לו יתברך שוב לא נענה, מאחר שבחר בזה. מה שאין כן הצדיק המתפלל על איזה דבר גם שיודע ה' שאין זה לטובתו, מכל מקום ה' עושה מבוקשו, וז"ש רצון יריאיו יעשה, ואח"כ כשרואה שאין זה טובתו חוזר וקורא אל ה' ואז ברחמיו ית' שועתם ישמע ויושיעם מכל מקום, ודפח"ח. [תולדות שופטים]

ט)אשתו של אדם, עבדיו ובהמתיו, וגם מציריו של אדם, הכל נבראים ע"י מחשבתו. –
עי' כאן
י)מחשבתו של אדם הוא השי"ת בעצמו
שמעתי ממורי זללה"ה ביאור פלוגתא ב"ש וב"ה (כתובות ט"ז:] כיצד מרקדין לפני הכלה ב"ש א' כלה כמות שהי' וב"ה א' כלה נאה וחסודה וכו' והעולה משם כי בידיעת האדם שידע ומאמין שהשי"ת מלא כל הארץ כבודו בכל תנועה ומחשבה הכל ממנו ית' אז יתפרדו כל פועלי און וכו' יעו"ש והוא בחינת (דה"י א כ"ח ט) דע את אלהי אביך ששמעתי ממנו ג"כ בענין זה, וכו', היינו כי ראו והבינו שהכל בחינת כבודו יתברך, כל תנועה ומחשבה הכל הוא כבודו יתברך בעצמו, שהיא בחינת דע את אלהי אביך . [צ"פ תרומה ]

יא)כל הבריאה כולה נכללת במחשבה.
והענין, דכתיב (תהלים קד, כד) כולם בחכמה עשית, ור"ל דהכלל של ך"ב אותיות שנברא בהם העולם היא אות י', שנכלל בחכמה, ומזה נתפשט ציור כל ך"ב אותיות, שהיא גולם וציור לכל האותיות, וז"ש כולם בחכמה עשית, במחשבה נכלל הכל, ועל ידי הדיבור נגמר י' ספירות, כאשר שמעתי ממורי זה, עיין במ"א. [ב"פ בראשית ]
אות י' איז דער נקודה פון חכמה לפני התחלקות עס איז בבחינת גולם וחומר וואס מען איז אין איר מצייר די אלע מינע הגדרות והגבלות. אות י' איז א נקודה אהן קיין שום מדות של אורך, רוחב, אדער גובה. עס איז פשוט דא און פארטיג, עס סימבאלאזירט עקזיסטענץ אהן קיין שום ציור וגדר. [אין פראקטיק האט אוודאי יעדע נקודה דק שבדק א מדה של אורך, רוחב, און גובה. אבער עס איז זייער א גוטע סימבאל פאר רויע עקזיסטענץ, ווייל דער עומק המושג של נקודה איז די ענין פין בלי אורך ורוחב.
קוק דא אין מאור עינים בראשית
דכולם בחכמה עשית וחכמה הוא י' וחכמה הוא חומר הראשון של כל האותיות דבאורייתא ברא קודשא בריך הוא עלמא דהיינו בכ"ב אותיות והחכמה הוא חומר הראשון של האותיות כמו שבכל פעולה צריך להיות תחלה חומר ראשון ממנו יעשה הדבר כמו כן החכמה הוא חומר הראשון והוא נקרא בלשון חכמים חומר היולי....הי' עילאה נקודה עליונה...כי אורייתא מחכמה נפקת ושם היא נעלמה מעיני כל חי ומעוף השמים נסתרה שכל התורה כלולה בנקודה א'...ועל ידי משה נמשך החכמה עליונה וירד ונשתלשל למטה ונעשה כל התורה הקדושה אשר בידינו הרחבה מני ים דהיינו תורה שבעל פה עם כל המצוות והדינים דהיינו חכמה תתאה ואחר שלומד כל התורה אז הוא יודע ומבין שאינו יודע כלום כי תכלית הידיעה שאינו יודע...וכשלומד ויודע שלא השיג כלום הוא מייחד החכמה תתאה עם החכמה עילאה ואז הוא בחי' אל"ף כנ"ל ואם וח"ו נדמה לו שהשיג דבר מה אזי לא בא כלל אל החכמה
איינמאל עס איז דא מושגים והגדרות, איז עס שוין חכמה תתאה, ד.ה. די חכמה וואס איז מוגדר. אבער די יסוד פון אלעם, די אין עוד מלבדו פון אלעם, איז דער אין סוף די בלי גבול והגדרה. דאס/ער איז די עססענץ פין די גאנצע מאכרייקע דא.

מוח שליט » דינסטאג פעברואר 19, 2013 1:57 pm

· #88745
נשמה יתירה
פארוואס אבער איז אלעס נאר גוט אויב מען האט אפאר גריכישע נעמען? נאר ווען מען צייכענט צו וויקיפעדיע איז מען א חכם דא? איך בין מודה אז אט די טענה מיינער האט מיך אביסל אנטוישט און דערפאר מסופק געווען צו איך זאל ווייטער שרייבען דא. אבער איך זעה נאכאמאל און נאכאמאל אז עס איז דא אסאך שרייבערס דא וואס זוכען דעם אמת, וויל איך דעריבער מקיים זיין דעם חבר אני לכל אשר יראוך, און זיך משתתף זיין לפי מיטב הבנתי.
וכאן מצא הבעל חוב מקום לגבות את חובו. איך האב געזעהן אן אשכול ווי שיטה מקובצת זאגט אז ער גלייבט נישט אין בעשה"ק. זיין גאנצע נקודה איז בענין די מוגזמדיגע מעשיות. פרעג איך יעצט פון שיטה, הזאת נעמי? מיינסטו אז דאס איז וואס די בעשה"ק האט מחדש געווען? מילא ווען דו זאגסט אז דו האסט דורכגעטון ספרי בעשה"ק וספרי המגיד און דו פארשטייסט אנדערש, החרשתי. כאטש איך וואלט אוודאי דעמאלט אויך געוואלט וויסען מהיכן דנתני. אבער די נארישע מעשיות? דאס איז מכריע יא בעשה"ק נישט בעשה"ק? ביטע שיין.

ברוכים החוזרים. דו שרייבטס גאר הערליכע זאכען. צו רוב פון זיי בין איך איינשטימיג. איך וועל אי"ה אנצייכענען מיינע פוינטס אף קאנטענשאן.
בענין די "גריכישע ווערטער". עס איז אפשר אמת אז ווען מען טרעפט א פילוסוף זאגען עפעס ענליכס צו דאס וואס מען זאגט דא באן אונז איז עס כמוצא שלל רב. די סיבה איז ווייל די געווענליכע וועג וויאזוי מען זאגט אונז זאכען איז דוקא אהן קיין הבנה ושכל, און אפי' קעגען די שכל. איז דאך נישט מער ווי נארמאל אז ווען מען זעהט ווי פילוזופען, וואס זייער גאנצע מהלך איז לכאורה געווען צו זעהן וואס די שכל זאגט, זאגען אויך דאס זעלבע, איז דאס זייער מאמת די זאך. יא, מען לערנט אונז אויס אז מיר זאלען נישט טראסטען דאס וואס מען פארקויפט אונז. האלטסטו דען אנדערש.
גראדע געדענק איך ווי די האסט מרמז געווען אז דו אויך איז יש לך יד ושם בה'גריכישע ווערטער'. נו וואס פשט? 🙂
והיינו טעמא דשופר היינו טעמא דמגילה. וואס זאל שיטה טוהן אויב די איינציגסטע זאך וואס מען לערנט אונז בנוגע דרך הבעל שם איז "נארישע מוגזמדיגע מעשיות". כאטש דער זעלבער וואס האט געזאגט נשתכחה אויף תורתו של הבעש"ט האט אויך כופר געווען און אלע מעשיות. אעפ"כ איז דאך כך דרכם כסל למו פינעם עולם גולם. מען גרייכט אייביג דוקא צום lowest common denominator. די רמב"ם האט זיך שוין גערעגט אויף די מענטשען וואס ביי זיי איז וואס מער קעגען שכל בעסער.
דארפטו אויב אזוי פארשטיין די נטייה מאמת צו זיין ביי די גריכישע, דייטשע, פראנצוזישע פילוזופען.

פשוט-קאמפליצירט » דינסטאג פעברואר 19, 2013 3:13 pm

· #88776
יאיר
דער אטאם האט אויך א בחירה! אין קוואנטאם מעכאניקס זעען מיר קלאר אז דער אטאם איז נישט פרעדיקטעבל, מען קען נישט גענוי וויסן אלעס וואס עס גייט טון אין די נעקסטע סעקונדע.

אכן, דער אטאם איז נישט פרעדיקטעבל. כ'בין נאר נישט זיכער צי ער האט בעצם א בחירה. ווי איך פארשטיי קוואנטום מעכאניקס, ווענדט זיך דער נעקסטער שריט פונעם אטאם אין דער אבסערוואציע פונעם מענטש וואס קוקט אויף אים. לפי זה איז דער אטאם טאקע נישט-דעצידירט, אבער די החלטה וואס ער זאל יא אדער נישט טאן ווענדט זיך נישט אין אים אליין; עכ"פ נישט נאר אין אים. פונעם דאבל-סליט עקספערימענט קומט אויס אז אן עלעקטראן "מאכט החלטות", אבער זיינע החלטות וועלן זיך ווענדן אינעם מענטש'ס קוק.

יאיר
אויב אן אטאם האט א בחירה, איז נישט א קל וחומר בן בנו של קל וחומר אז דער מורכב'דיגע מענטש און אלע בעלי חיים און געוואוקסן האבן אויך א בחירה

נישט נאר איז עס א קל וחומר, נאר ס'איז אפשר אותו דבר. סוף-סוף זענען מיר דאך אליין צוזאמגעשטעלט פון אטאמס. אויב איז אן אטאם נישט דעטערמיניסטיק, איז מסתבר אז דאס גייט אריבער צו א מאסע פון א סך אטאמס. (סייענס, אגב, האלט נישט אזוי -- כ'האב אמאל געלייענט און נישט פארשטאנען דעם חשבון פארוואס ס'איז נישט אינגאנצן אזוי. אבער עס לייגט זיך נישט אויפ'ן שכל אז אטאמס קענען בייטן זייער נאטור מיט'ן זיך צוזאמנעמען אין א גרויסער מאס אויף איין פלאץ.)

יאיר
דאס הייסט, אודאי האב איך נישט קיין בחירה צו ווערן מארגן א גארביזש קאלעקטער, ווייל מיינע תכונות הנפש לאזן דאס נישט צו, איך האב אבער יא א בחירה צו שפענדן עטליכע מינוט ווייניגער אויף קאווע שטיבל און אנשטאט דעם טון וויכטיגע פליכטן וואס איך דארף אויספירן.

אפילו דער אטאם האט נישט קיין בחירה בלי גבולים. ער קען אויסקלויבן איינע פון עטליכע באשטימטע ברירות. דער אטאם קען אויך נישט ווערן קיין גארבידזש קאלעקטאר, אפילו ער זאל וועלן.

יאיר
איך וויל נאך אויך אדרעסירן שפעטערמוח שליט'ס קשיות. אויב איך וועל בוחר זיין זיך צו שטארקן אויף מיין פוילקייט 🙂.

ווען ס'קומט למעשה, ווערסטו מיר פלוצלונג א דעטערמיניסט. די היפאקריט איינער

נשמה יתירה » דינסטאג פעברואר 19, 2013 3:21 pm

· #88777
מוח שליט
נשמה יתירה
פארוואס אבער איז אלעס נאר גוט אויב מען האט אפאר גריכישע נעמען? נאר ווען מען צייכענט צו וויקיפעדיע איז מען א חכם דא? איך בין מודה אז אט די טענה מיינער האט מיך אביסל אנטוישט און דערפאר מסופק געווען צו איך זאל ווייטער שרייבען דא. אבער איך זעה נאכאמאל און נאכאמאל אז עס איז דא אסאך שרייבערס דא וואס זוכען דעם אמת, וויל איך דעריבער מקיים זיין דעם חבר אני לכל אשר יראוך, און זיך משתתף זיין לפי מיטב הבנתי.
וכאן מצא הבעל חוב מקום לגבות את חובו. איך האב געזעהן אן אשכול ווי שיטה מקובצת זאגט אז ער גלייבט נישט אין בעשה"ק. זיין גאנצע נקודה איז בענין די מוגזמדיגע מעשיות. פרעג איך יעצט פון שיטה, הזאת נעמי? מיינסטו אז דאס איז וואס די בעשה"ק האט מחדש געווען? מילא ווען דו זאגסט אז דו האסט דורכגעטון ספרי בעשה"ק וספרי המגיד און דו פארשטייסט אנדערש, החרשתי. כאטש איך וואלט אוודאי דעמאלט אויך געוואלט וויסען מהיכן דנתני. אבער די נארישע מעשיות? דאס איז מכריע יא בעשה"ק נישט בעשה"ק? ביטע שיין.

ברוכים החוזרים. דו שרייבטס גאר הערליכע זאכען. צו רוב פון זיי בין איך איינשטימיג. איך וועל אי"ה אנצייכענען מיינע פוינטס אף קאנטענשאן.
בענין די "גריכישע ווערטער". עס איז אפשר אמת אז ווען מען טרעפט א פילוסוף זאגען עפעס ענליכס צו דאס וואס מען זאגט דא באן אונז איז עס כמוצא שלל רב. די סיבה איז ווייל די געווענליכע וועג וויאזוי מען זאגט אונז זאכען איז דוקא אהן קיין הבנה ושכל, און אפי' קעגען די שכל. איז דאך נישט מער ווי נארמאל אז ווען מען זעהט ווי פילוזופען, וואס זייער גאנצע מהלך איז לכאורה געווען צו זעהן וואס די שכל זאגט, זאגען אויך דאס זעלבע, איז דאס זייער מאמת די זאך. יא, מען לערנט אונז אויס אז מיר זאלען נישט טראסטען דאס וואס מען פארקויפט אונז. האלטסטו דען אנדערש.
גראדע געדענק איך ווי די האסט מרמז געווען אז דו אויך איז יש לך יד ושם בה'גריכישע ווערטער'. נו וואס פשט? 🙂
והיינו טעמא דשופר היינו טעמא דמגילה. וואס זאל שיטה טוהן אויב די איינציגסטע זאך וואס מען לערנט אונז בנוגע דרך הבעל שם איז "נארישע מוגזמדיגע מעשיות". כאטש דער זעלבער וואס האט געזאגט נשתכחה אויף תורתו של הבעש"ט האט אויך כופר געווען און אלע מעשיות. אעפ"כ איז דאך כך דרכם כסל למו פינעם עולם גולם. מען גרייכט אייביג דוקא צום lowest common denominator. די רמב"ם האט זיך שוין גערעגט אויף די מענטשען וואס ביי זיי איז וואס מער קעגען שכל בעסער.
דארפטו אויב אזוי פארשטיין די נטייה מאמת צו זיין ביי די גריכישע, דייטשע, פראנצוזישע פילוזופען.

עולם גולם פארשטיי איך. אבער דא זענען מיר דאך חכמים. מיר אנאלאזירען אלעס דא נישט לויט די נעמען פון די מענטשען וואס זאגען דאס נאר לויט די ריכטיגקייט פון די ווערטער. דערפאר האב איך א שטיקעל טענה.
איך האב בדוקא נישט געוואלט צושטעלן שאפאנהועיר צו דאס וואס איך האב געשריבען יעצט און פריער, חאטשיק איך האב לאנג געוואוסט די ענדליכקייט פון זיינע נקודות צו די נקודה פון תורת הבעשה"ק וואס מיר רעדען דא. אמת עס איז מסתבר אז אויב איך וועל ווארפען נעמען פון פילוזפען וועלען מער מענטשען משים לב זיין. מען פארלירט אבער דעם אייגענארטיקע כח המחשבה.
אז מען רעדט שוין יא פון דעם פילוזוף של מרה שחורה, איז אינטערסאנט אז די איינציגסטע וועג לויט אים ארויסצוגיין פון דעם עולם של בהלה ורעות רוח, איז זיך מעמיק זיין אין די פשוטע טעגליכע מציאות אויף אן אופן וואס מען גייט ארויס פון די הגדרות והגבלות. דאס איז אויך זיין הבנה אויף 'ארט', און טאקע דוקא האללענדישע בילדער פון טאג טעגליך לעבן.
The individual is then able to lose himself in the object of contemplation and, for a brief moment, escape the cycle of unfulfilled desire by becoming "the pure subject of will-less knowing
דאס איז דאך די ענין פון בעשה"ק לקשר מחשבה אל המעשה און מחשבה איז 'אין', דהיינו ארויסגיין פון אלע הגדרות. ויש להאריך בזה.
האב איך שוין יוצא געווען מיט נעמען ווארפעריי על אפי ועל חמתי. 😃

פשוט-קאמפליצירט » דינסטאג פעברואר 19, 2013 3:22 pm

· #88778
נשמה יתירה
ער האט א צווייטע שטיקעל אויף מחשבה ווי ער טענהט אז דער בעשה"ק איז מסביר די ענין פין קוואנטוו פיזיקס

עשה נא עמדי חסד און ברענג אהער יענעם שטיקל. דארף זיין אינטערעסאנט ביז גאר!

נשמה יתירה » דינסטאג פעברואר 19, 2013 3:23 pm

· #88779
פשוט-קאמפליצירט
נשמה יתירה
ער האט א צווייטע שטיקעל אויף מחשבה ווי ער טענהט אז דער בעשה"ק איז מסביר די ענין פין קוואנטוו פיזיקס

עשה נא עמדי חסד און ברענג אהער יענעם שטיקל. דארף זיין אינטערעסאנט ביז גאר!

ביז אהער ביסטו שוין צו אלעם מסכים? 🙂
אויב יא בעט איך דיך זייער אז דו זאלסט מסביר זיין דאס לעצטע שטיקל אין די מאמר וואס איך האב געברענגט פריער. איך מיין עס מיט אן אמת, פשוט ווייל מיט דיין געוואלדיגען פעדער ביסטו דאך בכח צו מאכען קאמפליצירטע זאכען פשוט.
כוונתי אויף דעם שטיקל
ואם תקשה, למה רואים אנו שאנו חושבים הרבה דברים ואין הם מתגשמים במציאות. אולי התירוץ הוא שהדבר תלוי באמונה בכל ענין הזה. שכן עיין ערך נס וטבע וערך בטחון, דמבאר הבעשה"ק דבאמונה חזקה היה צריך להיות שהחומץ ידלוק כמו שמן. ועד כדי כך גודל כח האמונה ובטחון, שבכדי להעניש אדם צריכים ליטול ממנו מדריגת הבטחון, ואם ישאר בבטחונו אז, ותגזר אומר ויקם לך ולא יהיה אפשר [כביכול] שיארע לו שום דבר רע.
ואולי ההבנה בזה היא על פי מה שאנו רואים בטבע שעל ידי מחשבת האדם הוא עושה כל פעולתו. דכד נעיין הדבר תמוה, איך באמת הפעולות נעשות בגלל שכך עלה במחשבה, שכאשר האדם חושב שרוצה להזיז את ידו, ומיד ידו הוזזה כמחשבתו. ורגילים להסבר הסבר הדבר, שכאילו המוח של האדם ציוה להיד שתזוז. אבל בוודאי שזה אינו ההסבר, דבלתי אפשרי לצוות ליד כלום. ויש אלו שמבארים שהכל הוא מצד גדרים פשוטים ביסודות הבריאה הגשמי, והכל הוא כמו כלי המחשבים של זמנינו, שנקודות קטנות עם גדרים מסיומים גורמים לתוצאות ותוצאי תוצאות . ואז הוא כאילו כל המחשבה היא ענין של גדרים גשמיים. אבל הרי הם עושים ממחשבה רוחנית פעולה גשמית. דהיינו שהם מדמים לומר שכל מחשבותינו הוא בעצם כמו המחשבים הללו. ורואים הדברים שם בהיבט של גשמיות הדברים. ואינם יודעים שהדבר הוא בהיפך ממש. דכל הנקודות הקטנות של המחשבים וכן כל דבר גשמי הוא בעצם מחשבה ורוחני, כמבואר כאן מדברי הבעשה"ק .
אולם על פי שהתבאר לעיל בדברי הבעשה"ק נראה להיפך ממש. דהיינו כפי שאנו מבינים כאן שכל גדר גשמי הוא באמת המחשבה הרוחנית [רוחני הוא ענין של בלי צימצום, שהוא יסוד ועומק המחשבה כמבואר לעיל במבוא], א"כ מובן שגם בענין הזזת יד ההבנה בזה היא שכיון שחושב האדם בידיעה ברורה שכך יהיה הדבר, היינו שידו תזוז, אז כך הוא האמת. היינו מכיון שכמבואר שבאמת הכל הוא מחשבותינו, א"כ ברור שכל מה שאנו חושבים כך הוא הדבר, שהרי היינו הך. [ואנו התרגלנו לחשוב שיש לנו כוחות מסוימות הללו וכדו'. ולכן יש לנו הכוחות באמת. וכמבואר מהבעשה"ק שאם היינו משוכנעים בבירור גמור שחומץ הזה דולק, אז כך הוא האמת. אבל אם אין אנו משוכנעים בזה, ואנו חושבים שבוודאי אינו דולק, אז בדיוק כך יהיה, ולא ידלוק. וכידוע שכך הוא שיטת הבעשה"ק בענין בטחון. [ויש מגדולי אחרונים ז"ל שחלקו ע"ז. וח"ו אין מכריעים כאן אלא הולכים בדרך של בעשה"ק אור שבעת הימים]. ולכן הכל תלוי כפי מה שאנו יודעים ודביקים בהענין הנ"ל, ומקשרים המעשה במחשבה לידע שהכל שורשה במחשבה של אי"ן.
איך מיין נישט דא קיין טשעפע חלילה, איך מיין באמת.

פשוט-קאמפליצירט » דינסטאג פעברואר 19, 2013 3:28 pm

· #88782
נשמה יתירה
עשה נא עמדי חסד און ברענג אהער יענעם שטיקל. דארף זיין אינטערעסאנט ביז גאר!
ביז אהער ביסטו שוין צו אלעם מסכים? 🙂

כ'שטעל אויף דער חזקה אז ס'איז גוט (חזקה על חבר אז ער טראסקעט נישט ארויס פון זיינע הענט עפעס וואס נישט משהו-משהו) 🙂

אדער וועל איך צואווארטן אויף לולקע ציבעכ'ן זיך צו נעמען דערצו און דאס מסביר זיין.

פשוט-קאמפליצירט » דינסטאג פעברואר 19, 2013 3:57 pm

· #88791
נשמה יתירה
כוונתי אויף דעם שטיקל
ואם תקשה, למה רואים אנו שאנו חושבים הרבה דברים ואין הם מתגשמים במציאות. אולי התירוץ הוא שהדבר תלוי באמונה בכל ענין הזה. שכן עיין ערך נס וטבע וערך בטחון, דמבאר הבעשה"ק דבאמונה חזקה היה צריך להיות שהחומץ ידלוק כמו שמן. ועד כדי כך גודל כח האמונה ובטחון, שבכדי להעניש אדם צריכים ליטול ממנו מדריגת הבטחון, ואם ישאר בבטחונו אז, ותגזר אומר ויקם לך ולא יהיה אפשר [כביכול] שיארע לו שום דבר רע.
ואולי ההבנה בזה היא על פי מה שאנו רואים בטבע שעל ידי מחשבת האדם הוא עושה כל פעולתו. דכד נעיין הדבר תמוה, איך באמת הפעולות נעשות בגלל שכך עלה במחשבה, שכאשר האדם חושב שרוצה להזיז את ידו, ומיד ידו הוזזה כמחשבתו. ורגילים להסבר הסבר הדבר, שכאילו המוח של האדם ציוה להיד שתזוז. אבל בוודאי שזה אינו ההסבר, דבלתי אפשרי לצוות ליד כלום. ויש אלו שמבארים שהכל הוא מצד גדרים פשוטים ביסודות הבריאה הגשמי, והכל הוא כמו כלי המחשבים של זמנינו, שנקודות קטנות עם גדרים מסיומים גורמים לתוצאות ותוצאי תוצאות . ואז הוא כאילו כל המחשבה היא ענין של גדרים גשמיים. אבל הרי הם עושים ממחשבה רוחנית פעולה גשמית. דהיינו שהם מדמים לומר שכל מחשבותינו הוא בעצם כמו המחשבים הללו. ורואים הדברים שם בהיבט של גשמיות הדברים. ואינם יודעים שהדבר הוא בהיפך ממש. דכל הנקודות הקטנות של המחשבים וכן כל דבר גשמי הוא בעצם מחשבה ורוחני, כמבואר כאן מדברי הבעשה"ק .
אולם על פי שהתבאר לעיל בדברי הבעשה"ק נראה להיפך ממש. דהיינו כפי שאנו מבינים כאן שכל גדר גשמי הוא באמת המחשבה הרוחנית [רוחני הוא ענין של בלי צימצום, שהוא יסוד ועומק המחשבה כמבואר לעיל במבוא], א"כ מובן שגם בענין הזזת יד ההבנה בזה היא שכיון שחושב האדם בידיעה ברורה שכך יהיה הדבר, היינו שידו תזוז, אז כך הוא האמת. היינו מכיון שכמבואר שבאמת הכל הוא מחשבותינו, א"כ ברור שכל מה שאנו חושבים כך הוא הדבר, שהרי היינו הך. [ואנו התרגלנו לחשוב שיש לנו כוחות מסוימות הללו וכדו'. ולכן יש לנו הכוחות באמת. וכמבואר מהבעשה"ק שאם היינו משוכנעים בבירור גמור שחומץ הזה דולק, אז כך הוא האמת. אבל אם אין אנו משוכנעים בזה, ואנו חושבים שבוודאי אינו דולק, אז בדיוק כך יהיה, ולא ידלוק. וכידוע שכך הוא שיטת הבעשה"ק בענין בטחון. [ויש מגדולי אחרונים ז"ל שחלקו ע"ז. וח"ו אין מכריעים כאן אלא הולכים בדרך של בעשה"ק אור שבעת הימים]. ולכן הכל תלוי כפי מה שאנו יודעים ודביקים בהענין הנ"ל, ומקשרים המעשה במחשבה לידע שהכל שורשה במחשבה של אי"ן.

איך בין א שוואכער בקי אין תורת הבעש"ט. קוואנטום פיזיקס קען איך אביסל. אט דאס שטיקל שמעקט פון קוואנטום פיזיקס, דאכט זיך.

"דהיינו כפי שאנו מבינים כאן שכל גדר גשמי הוא באמת המחשבה הרוחנית [רוחני הוא ענין של בלי צימצום], שהוא יסוד ועומק המחשבה כמבואר לעיל במבוא], א"כ מובן שגם בענין הזזת יד ההבנה בזה היא שכיון שחושב האדם בידיעה ברורה שכך יהיה הדבר, היינו שידו תזוז, אז כך הוא האמת. היינו מכיון שכמבואר שבאמת הכל הוא מחשבותינו, א"כ ברור שכל מה שאנו חושבים כך הוא הדבר, שהרי היינו הך. [ואנו התרגלנו לחשוב שיש לנו כוחות מסוימות הללו וכדו'. ולכן יש לנו הכוחות באמת. וכמבואר מהבעשה"ק שאם היינו משוכנעים בבירור גמור שחומץ הזה דולק, אז כך הוא האמת. אבל אם אין אנו משוכנעים בזה, ואנו חושבים שבוודאי אינו דולק, אז בדיוק כך יהיה, ולא ידלוק."

דו האסט אין דעם ענין מאריך געווען דא. אין א ווארט: רוחניות, זאגסטו, איז הרחבה און אפנקייט, בעת גשמיות איז צמצום.

אין קוואנטום פיזיקס, כמבואר אין דעם אשכול, איז אן נישט געהעריגע ממשות'דיגע עקזיסטענץ ביז מען קוקט אויף אים. אן אטאם איז עפעס א מין עקזיסטירט-יא-און-נישט אנדרוגינוס, וואס איז דא נאר ווי א כוואליע וואס פארמאגט בכוח א מעגליכקייט פון עקזיסטענץ. איינמאל מען קוקט אים אן, ווערט די דאזיגע ספק-עקזיסטענץ כוואליע א פאקטישע ממשות.

איז דאס נישט דער פשוט'ער אפטייטש פון רוחניות-הרחבה און גשמיות-צמצום?

פוןדעסטוועגןדאך » דינסטאג פעברואר 19, 2013 4:07 pm

· #88799
נשמה יתירה
אולם על פי שהתבאר לעיל בדברי הבעשה"ק נראה להיפך ממש. דהיינו כפי שאנו מבינים כאן שכל גדר גשמי הוא באמת המחשבה הרוחנית [רוחני הוא ענין של בלי צימצום, שהוא יסוד ועומק המחשבה כמבואר לעיל במבוא], א"כ מובן שגם בענין הזזת יד ההבנה בזה היא שכיון שחושב האדם בידיעה ברורה שכך יהיה הדבר, היינו שידו תזוז, אז כך הוא האמת. היינו מכיון שכמבואר שבאמת הכל הוא מחשבותינו, א"כ ברור שכל מה שאנו חושבים כך הוא הדבר, שהרי היינו הך.
נשמה'לע טייערע, דו ווילסט נישט קיין פילוזופען, אבער איך האב זייער מורא אז דער שרייבער פון דעם מאמר האט געליינט פילוספיא הארורה. קוק דא די ענדליכקייט צו העגעל.

Central to Hegel's conception of knowledge and mind (and therefore also of reality) was the notion of identity in difference, that is that mind externalizes itself in various forms and objects that stand outside of it or opposed to it, and that, through recognizing itself in them, is "with itself" in these external manifestations, so that they are at one and the same time mind and other-than-mind. This notion of identity in difference, which is intimately bound up with his conception of contradiction and negativity, is a principal feature differentiating Hegel's thought from that of other philosophers.

ער זאגט דא אז די וועלט 'אינדרויסען' איז באמת די מחשבה עצמה וואס האט זיך אליינס externalized כאילו עס איז א זאך אינדרויסען פין איר. זי האט געשאפען אזא מושג כאילו עס איז דא זאכן אינדערויסען פון איר.
די פראגרעסס איז ווען מיט אונזער הבנה פארשטייען די אחדות אין אט דעם פירוד.

According to Hegel, the main characteristic of this unity was that it evolved through and manifested itself in contradiction and negation. Contradiction and negation have a dynamic quality that at every point in each domain of reality—consciousness, history, philosophy, art, nature, society—leads to further development until a rational unity is reached that preserves the contradictions as phases and sub-parts by lifting them up (Aufhebung) to a higher unity.

די לעצטע ווערטער רעד ער דאך ממש די ענין פין העלאות המדות ומחשבות. צו זעהן אז די אלע פירודים זענען איינס.
איז דען נישט כדאי צו וויסען אביסל חכמת הפילוספיא, אזוי קען מען דאך פארשטיין אפי' די שטיקלעך וואס דו מיטשעסט דיך דערויף. 😛

נשמה יתירה » דינסטאג פעברואר 19, 2013 5:02 pm

· #88821

חוץ פון דאס אז עס איז געשריבען אויף ענגליש ביי א דייטשער פילוסוף זעה איך נישט פארוואס דו טראכסט אז זיינע ווערטער זענען בעסער מסביר די ענין ווי דער בעל המאמר.

יידל » דינסטאג פעברואר 19, 2013 5:42 pm

· #88851
פשוט-קאמפליצירט

יאיר
אויב אן אטאם האט א בחירה, איז נישט א קל וחומר בן בנו של קל וחומר אז דער מורכב'דיגע מענטש און אלע בעלי חיים און געוואוקסן האבן אויך א בחירה

נישט נאר איז עס א קל וחומר, נאר ס'איז אפשר אותו דבר. סוף-סוף זענען מיר דאך אליין צוזאמגעשטעלט פון אטאמס. אויב איז אן אטאם נישט דעטערמיניסטיק, איז מסתבר אז דאס גייט אריבער צו א מאסע פון א סך אטאמס. (סייענס, אגב, האלט נישט אזוי -- כ'האב אמאל געלייענט און נישט פארשטאנען דעם חשבון פארוואס ס'איז נישט אינגאנצן אזוי. אבער עס לייגט זיך נישט אויפ'ן שכל אז אטאמס קענען בייטן זייער נאטור מיט'ן זיך צוזאמנעמען אין א גרויסער מאס אויף איין פלאץ.)

ילמדנו רבותנו, וועלכער בחירה פארמאגט א שטיינדל? עס לייגט זיך טאקע נישט אויפן שכל אבער איז דען נישט דער חוש מעיד אז די קוואנטום אפעקט איז נאר דא אויפן קוואנטום לעוועל? פארוואס פון א שטאפן העכערל אטאם ארויף ביז א בעל חי (אדער גאר דער מענטש) איז נישטא קיין בחירה? און אויב וועלן ענק טענה'ן אז דער שטיינדל וועלכע איך ווארף אריין אין טייך האט באמת צוויי ברירות ווי צו פאלן, הזאת בחירה? איז נישט בחירה פשט א קאגנאטיווע בחירה, נישט בלויז דאס אי ידיעת התוצאה?

מוח שליט » דינסטאג פעברואר 19, 2013 5:53 pm

· #88860
נשמה יתירה
מען איז געווענליך נישט עומד אויף די טיפע הבנה פון די קורצע ווערטער פון בעשה"ק. עס איז דא כמה סיבות דערויף. קודם ווייל דאס זענען זייער טיפע און ראדיקאלע רעיונות. די סדר פון מענטשען איז צו פלאצירען זאכען און זייער מוח לויט די מושגים וואס זיי האבען געהאט ביז יעצט. זיי וועלען [ביודעים או בלא יודעים] ענדערש אריינלערנען דוחקים אדער אפי' בלייבען אומפארשטאנען ווי איידער זיך צו עפענען צו נייע ראדיקאלע מושגים. אויך דארף מען געדענקען די צייטן וואס די ספרי התולדות זענען געשריבען געווארען. עס איז געווען די ערשטע ספרן של חסידים וואס מען האט געדרוקט. די מחאות וחרמות זענען געקומען ווי ערווארטעד. עס איז פשוט אז די ראדיקאלע געדאנקען האט ער נישט געקענט שרייבען ממש ברחל בתך הקטנה. דאס מאכט עס נאך פילפאכיג מער באהאלטען. דעריבער דארף מען גוט קוקען און נישט ענטפערען דוחקים אויף יעדע מקור.
לפי דבריך אז מען האט געמיזט זיין מגלה טפח ומכסה אלפיים, איז דאך מוכרח צו זאגען אז די דייטשע פילוספען געשריבען אין ענגליש איז זיכער בעסער מסביר די געדאנקען, ניין?
ועוד אפי' מצד דיין ערשטע נקודה דא, אז מען איז נישט צוגעוואוינט צו ראדיקאלע מושגים, איז אויך דא א סברא צו זאגען אז דעם ענגלישען פראנצויז פארשטייט מען בעסער. א חלק פון די סיבה פארוואס מען "פלאצירט זאכען און דעם מוח לויט די מושגים וואס מען האט ביז יעצט" איז ווייל די דורכשניטלעכע הבנה בתורת הבעל שם איז בכלל נישט בדרך העמקה של פילוספיה. מען לערנט דאך באר מים חיים און אור החיים הקדוש [פרעג מיך נישט וואס ר' חיים אבן עטר האט מיט תורת הבעל שם, אבער מען האט אים גענוג לאנג געלערנט הארט נאך א מקוה אז ער איז שוין קאווערטעד געווארען צו חסידות, ודו"ק וד"ל ואכ"מ 😛 ] בימי ילדות ובחרות, וגם כי יזקין לא יסורו פון די קינדישע הבנות אינעם בעל שם ותורתו. ממילא פארט עס ווייטער אזוי און מען לערענט די טיפע ספרי חסידות אויך מיט דעם זעלבען ניגון. עס ווערט שוין אנגענומען אז עס איז נישט דא קיין עכטע רעוואלוצינערע מושגים אינעם בעל שם טוב. דעריבער ווען מען וועט זיך יא אנקלאפען אין ווערטער וואס שרייען ארויס חידוש ומהפכה, וועט מען דאס פארדרייען. מיט די טענה אז עס קען דאך אוודאי נישט זיין אז דער בעש"ט האט דאס געמיינט.
משא"כ היגעל פיכטע, שאפאנהויער ודומיהם, ביי זיי ווייסט מען לכתחלה אז זיי זענען געווען מהפכנים, דארט זוכט מען נישט זיך מדחק זיין בדבריהם כדי שילכו בדרך המקובל מאבותינו ורבותינו.
נאכדעם וואס מען זעהט און מען הערט וואס זיי זאגען, איז שוין אן אנדערע מעשה אינגאנצען ווען מען שטויסט זיך אהן בדברי הבעש"ט. וויבאלד מען קען שוין די פארשידענע שיטות למיניהם, זעהט מען דאך קלאר אז דא זאגט דער בעל שם טוב דעי נקודה, דא זאגט ער יענע נקודה, וכן הלאה. דעמאלט איז צו שטארק בולט די עומק בדבריו און מען ווערט נישט צומישט מכח די אלטע געוואוינהייטן.
דאס איז געווען מיין סיבה פון דערמאנען דאס וואס דו אליינס האסט מרמז געווען מידיעתך בספריהם למיניהם. ווי מען זאגט אויפען ענגלישען שפראך What's good for the goose, is good for the gander. יא איך ווייס מען דארף נישט קיין ענגליש, די פסוק זאגט שוין לא יהיה לך בביתך איפה ואיפה. 😉 (אהה, די הערליכע פאעזיע פון די ווערטער. ווער געדענקט בני אלבז זינגען "ווייצמן קח טרמפ את אריה לקסריה.. שלא תהיה איפה ואיפה, שלא תהיה בושה וחרפה...."]
למעשה האב איך זייער הנאה פון וואס דו שרייבסט. איך גיי מער נישט ווכח'נען אין די זייטיגע נקודת, איך וועל פרובירען צו רעדען צום עצם שמועס.

פשוט-קאמפליצירט » דינסטאג פעברואר 19, 2013 6:33 pm

· #88875
יידל
ילמדנו רבותנו, וועלכער בחירה פארמאגט א שטיינדל? עס לייגט זיך טאקע נישט אויפן שכל אבער איז דען נישט דער חוש מעיד אז די קוואנטום אפעקט איז נאר דא אויפן קוואנטום לעוועל? פארוואס פון א שטאפן העכערל אטאם ארויף ביז א בעל חי (אדער גאר דער מענטש) איז נישטא קיין בחירה? און אויב וועלן ענק טענה'ן אז דער שטיינדל וועלכע איך ווארף אריין אין טייך האט באמת צוויי ברירות ווי צו פאלן, הזאת בחירה? איז נישט בחירה פשט א קאגנאטיווע בחירה, נישט בלויז דאס אי ידיעת התוצאה?

ווער זאגט אז א בעל חי' האט נישט קיין בחירה? ווען א באשעפעניש קומט אן צו א פרשת דרכים און גייט רעכטס אנשטאט לינקס, האט זי נישט אויסגעקליבן איינע פון צוויי ברירות?

איך קלער אז פאראן מער ווי איין קריטעריע פאר בחירה. א מענטש באקומט ברייטערע בחירה-ברירות ווי א בעל חי'. עס קען אפשר זיין אז ביי די ברואים וואס שטייען העכער דעם מין מענטש איז פאראן אן אנדער סארט "בחירה". איך ווייס נאר נישט וואס די ברירות זענען דארט...

יידל » דינסטאג פעברואר 19, 2013 6:50 pm

· #88880

הע, ביסט געלאפן צום בעל חי און מיר געלאזט הענגן ביים שטיינדל. דער דומם איז דאך אויך סך הכל אסאך אטאמען צוזאמען אין איין מאסע און דאך איז פיזיקס מכריח צו זאגן אז א דומם אדער א צומח פארמאגט נישט בחירה (חוץ אויב דו וועסט זאגן אז בעצם האט עס יא בחירה, עס האט פשוט נישט די יכולת דאס מוציא זיין מכח אל הפועל, אבער דאן וועל איך צוריקפרעגן "וקארניווארוס פלענט יוכיח!").

למעשה זע איך אבער אז דיין דעפיניציע פון בחירה איז נישט דאס קאנשעס אויסקלויבן נאר דאס עצם אוממעגליכקייט פאראויסצוזאגן פון פריער וואס גייט פאסירן. ווען א בעל חי' גייט רעכטס אנשטאט לינקס, איז דאס נישט בחירה (דאס הייסט פרי וויל בחירה אז דער בעל חי קען מאכן א קאנשעס דיסיזשען אין וועלכע ריכטונג צו גיין) נאר אזא סארט ווייכע דעטערמיניזם, א רייע פאקטארן וועלכע שטופן איר סובקאנשעסלי (אויב ס'שייך צו זאגן סובקאנשעס לגבי א בעל חי) צו גיין אין די ריכטונג וועלכע עס "קלייבט אויס". אויב דער מענטש האט פשוט ברייטערע בחירה-ברירות (א חילוק אין קוואנטיטעט) אבער נישט ברייטערע בחירה-מעגליכקייטן (א חילוק אין קוואליטעט) דאן איז דאס יענץ בחירה, בכלל נישט דאס וואס ר' עקיבא האט געמיינט מיטן "והרשות נתונה".

יאיר » דינסטאג פעברואר 19, 2013 7:32 pm

· #88887
יידל, דו רירסט אן אסאך נקודות, לאמיר גיין צוביסלעך. קודם, א שטיין איז נישט מער ווי א צוזאמענשטעל פון אטאמען, ממילא ווייס איך נישט צו עס דארף האבן א בחירה פאר זיך, משא"כ א צומח איז יא אן ארגאניזם פאר זיך, עס איז א נייע מושג, און לויט מיין טעאריע דארף עס האבן בחירה. אפשר האט עס טאקע א בחירה? ד. ה. א מעגליכקייט זיך ארויסצוכאפן פון אירע געוענליכע מוגבל'דיגע כוחות און זיך ארויפארבעטן צו עפעס א העכערע מדריגה? אדער לאמיר פרעגן אזוי, ווי אזוי איז פון א דומם באשאפן געווארן א נייע מושג פון א צומח? (פארשטייט זיך אז מיר רעדן דא סייענטיפיש און מיר נעמען אן אז בראשית ברא מוז נישט זיין כפשוטו, כדעת רבינו הרמב"ם). עס איז דא א געוויסע unicellular plant וואס וואקסט צוריק אפילו נאכדעם וואס מען שניידט אפ דעם צעל, דהיינו, עס פעלט דער שורש וואס דארף אים מאכן וואקסן. צו מיינט דאס אז דער פלענט שטארקט זיך אויף אירע מעגליכקייטן און דורך דעם וואס זי איז שוין אזוי צוגעוואוינט צו וואקסן קען ער זיך אנשטרענגען צו וואקסן אפילו אן דעם פלענט? (דער משל איז נישט מיין אייגנס).
און וואס איז מיט א בעל חי? די אלע הינטלעך וואס זענען זיך מוסר נפש פאר זייערע בעלי בתים מיט וועמען זיי זענען געווארן צוגעבינדן, צו איז דאס סתם א מעכאנישע פראצעדור, אדער א געוויסע ארבעט וואס דער הינטל שטרענגט זיך אן צו טון, ווייל לויט זיין אומאנטוויקלטע שכל ווייסט ער איז דאס איז "ריכטיג"?
דו פרעגסט אז מיין בחירה איז סך הכל אויך דעטערמיניסטיק, עס איז נאר סאבקאנטשעס. איך ווייס נישט גענוי די מיינונג פון פ"ק, אבער מיין מיינונג איז לגמרי נישט אזוי. ביי סאב קאנטשעס זאכן איז בכלל נישטא קיין בחירה אין מיין אפיניאן, ווייל כמעט וואס מען פארלירט די שליטה אויף זיך, עכ"פ אזוי לאנג ווי מען כאפט זיך נישט אז מען האט סאבקאנטשעס שטערונגען און מען פרובירט זיי צו באזייטיגן. מיין בחירה איז ווי איך האב פריער געשריבן, ווען דער מענטש שטארקט זיך העכער זיינע נאטורליכע כוחות. דער בחירה איז מעגליך דא ביי יעדע זאך אין דער וועלט, דער חילוק איז אז היות דער מענטש האט אזא ריזיגע מאס פון קאנטשעסנעס אין זיך, ממילא אויטאמאטיש ווערט זיין בחירה טיפער און שטערקער. אזוי ווי א בעל חי האט אויך געוויסע מאראלישע פליכטן וואס זי פירט אויס, נאר וויבאלד דער מענטש איז אזוי פיל מער קאמפליצירט, זענען זיינע מאראלישע אויפגאבעס אויך מער קאמפליצירט.
אגב, איך בוי מיינע שיטות אויף דעם בוך science set free פון רופערט שעלדרעיק וואס איך האב דא באשריבן. דער בוך איז ממש געווען אן eye opener פאר מיר, און איך וואלט עס געראטן פאר יעדן וואס זוכט צו reconcile'ן סייענס און מעטאפיזיקס.

יידל » דינסטאג פעברואר 19, 2013 7:38 pm

· #88890
כ'וויל נאר זיין קלאר, דו טיילסט צו קאנשעס פארן צומח? אגב, סאב קאנשעס האב איך געמיינט לאפוקי איינער וואס זיין זעלבסט זעלבסט (self itself) מאכט די בחירה און איז נישט א בלויזע צוקוקער צום שפיל.

יאיר » דינסטאג פעברואר 19, 2013 7:45 pm

· #88893
דער צומח האט מעגליך א געוויסע low form פון קאנטשוסנעס. איך האב פארשטאנען וואס דו מיינסט מיט סובקאנטשעס.

יידל » דינסטאג פעברואר 19, 2013 7:50 pm

· #88896
הממ... כ'הער. אבער פון א סייענטיפיק שטאנדפונקט איז עס גאנץ שוואך. ווי ליגט די קאנשעס פונעם צומח? איך וואלט ענדערש גענוצט די ראיה פון קוואנטום אפפעקט אין אטאמען צו זאגן אז נאך וואס מיר זעהן אז ס'שייך אינדערטערמיניזם אין נאטור, איז שוין גרינגער אנצונעמען אז דער מוח ארבעט אין אן ענליכן אינדעטערמעניסטישער שטייגער. כ'וואלט ווען יא איבערגעהיפט אויף די צמחים און די נידעריגערע פארמען פון בעלי חיים, פשוט ווייל ס'לאזט זיך מיר נישט גלייבן אז דער צעל האט בכלל דאס מינדעסטע קאנשעס.

נשמה יתירה » דינסטאג פעברואר 19, 2013 8:22 pm

· #88907
יידל
הע, ביסט געלאפן צום בעל חי און מיר געלאזט הענגן ביים שטיינדל. דער דומם איז דאך אויך סך הכל אסאך אטאמען צוזאמען אין איין מאסע און דאך איז פיזיקס מכריח צו זאגן אז א דומם אדער א צומח פארמאגט נישט בחירה
ווי זאגט דאס פיזיקס? זאגט נישט קוואנטום פיזיקס פארקערט? עס איז דייקא יא געווען א בחירה. די בחירה איז געווען איר גאר ערשטע צורה פון עקזיסטענץ. דער סאמע ערשטע א' אירע. אט דער ערשטע בחירה האט צוגעברענגט אז נאכען האבען הרפתקאות שונות פון אנדערע כוחות [וואס אפעקטירן איר מכח דאס וואס זי האט בוחר געווען און דעם צורה] צו זיין א שטיינדעל.
א - עקזיסטענץ פון נישט עקזיסטענץ [ביג בענג, סינגיולערטי, וכל שם וחניכה דיליה] איז נישט מכח איר פריערדיגע כאראקטער. עס האט דאך נישט עקזיסטירט ביז יעצט, עס האט נאך נישט געהאט קיין כאראקטער.
ב - די לאגישע אפטייטש פון עקזיסטענץ איז אייביג א ספעציפישע צורה, המוגדרת בצורתה בדיוק ממש. עס איז דאך קעגן לאגיק צו זאגען אז איינס איז צוויי, אדער אז דאס איז יענץ. עס איז אט דער צורה און נישט קיין צווייטע צורה.
ג- נמצא אז יעדע זאך וואס קומט אריין און עקזיסטענץ איז געווען אהן קיין הכרח. עס האט זיך געשאפען א כאראקטער אהן דעם וואס עפעס פון פריער זאל זיין א סיבה צו אט דעם כאראקטער. כאילו מען זאגט, אזוי וויל איך און פארטיג. רצון-כתר. [איך האב מיך געיישבט צו איך זאל צולייגען די לשון קודש ווערטער. איך האב מורא אז מיט דעם האב איך שוין פארלוירען מיינע רעכטען דא 😉 )
דאס אלעס איז קודם שנברא העולם, דהיינו פון נישט וועלט ביז יא וועלט, פון נישט הגדרה ביז יא הגדרה.

עס גייט נאך אבער ווייטער פון דעם. אפי' און די וועלט פון הגדרה, דהיינו אין אונזער וועלט, איז אויך אלעס בעמקותה תלוי ועומד. והנה, מיר פארשטייען דאך אז יעדע מושג באשטייט פון דבר והיפוכו. די מושג יא ענטהאלט און זיך די מושג ניין. עס איז נישט דא קאלט אהן הייס, און אויך נישט יא אהן ניין. איז דאך שווער לכאורה, אויב אין יא ליגט ניין קומט דאך אויס אז אפי' ביי א בחירה פון יא איז נאך ווייטער דא ביידע צדדים אייניק. לדוגמא אויף אן אבסטראקען אופן קען מען מצייר זיין א מענטש וואס איז בוחר אין דעם ריינעם אבסטראקטען מושג פון יא. איז דאך אין דעם יא דא ניין אויך, נמצא אז עס איז נאך באמת נישט געשעהן קיין בחירה, ווייל ביידע מושגים זענען אייניג מונחים לפניו. אויף וויפיל עס איז דא במוחו יא איז דאך בהכרח דא דער ניין, כתרי רעין דלא מתפרשין. דער חילוק פון פריער [קודם שנברא הענין של גבול] איז אז פריער איז בכלל נישט געווען אזא זאך ווי די צוויי צדדים, יא און ניין, עס איז פשוט געווען אינדרויסען פון גדרים בכלל. יעצט אבער נאך דעם מושג פון גבול איז איהנ"מ עס איז נישט באשטעטיגט, ווייל דער יא מיטן ניין זענען עפעס דא באנעזאם, אבער לפחות האבען מיר צדדים.

וואס ווערט טאקע למעשה. דא קומט ווייטער אריין די בחירה. בחירה מיינט נישט אז איך פסקען אויס. עס איז פשוט אן הנהגה. עס איז אמת אז די צוויי צדדים זענען דא, אבער איך בין נוקט איין וועג בבחירתי. [נמצא אז אלע צדדים פון אלע אופנים זענען בעצם חי וקיים, נאר נישט ביי מיר, כידוע השיטה של רבוי אין שיעור עולמות. וכדברי הבעשה"ק אז יעדע מציאות האט אין זיך בעצם אלע צדדים וואס איז נאר שייך. כלשון התולדות בספרו בן פורת יוסף בראשית, "ששמעתי ממורי....אין לך שום נברא בעולם שלא יהא כלול מהכל, והבחירה נתונה לו להטות לאיזה בחינה שירצה"]
איך האב ליב צו ניצען פאר מיר אליינס די משל אז די וועלט איז א חלום. אז נצייר לעצמינו, איך בין בוחר צו חלומען. אלע צדדים האפשריים זענען מונחים לפני. די מינוט אז עס איז מונחים לפני, מיינט דאך דאס אז מצד מה האב איך געטראכט דערפון. איז דאך אויב אזוי אין די וועלט ווי מיין מחשבה איז וועלט, איז אויב בעמקות איז באגראבען אט דער צד אויך, נמצא אז דער צד איז אויך א 'מציאות' [בחלומי]. קומט אויס אז אלע צדדים וצדדי צדדים שיש במחשבתי [געדענק אז יעדע יא איז דא ניין, יעדע זאך איז צואזאמען מיט איר היפך], האט אן עקזיסטענץ [ווייל מחשבה איז עקזיסטענץ]. נאר איך בעל החלום ברענג ארויף דעם געוויסע צד אויף מיין סקרין, איך שטעל דעם צד אלץ דעם העכסטען ווינדאו אויף מיין קאמפיוטער. די איבעריגע צדדים ארבעטען מאחורי הפרגוד 😉
איינמאל מיר וועלן מסכים זיין אז אין די וועלט פין חלומות טוען מיר חלומען פין אלעם, און טאקע ממש אלעם, וועלן מיר פארשטיין די וועלט פין.... חלום/מציאות.

יידל טייערער, איך געב דיר רשות צו מאכען קולות און אפי' הייבען הענט, אבער איין זאך בעט איך מאך דיך וויסענדיג. 😳

יאיר » דינסטאג פעברואר 19, 2013 8:34 pm

· #88910
יידל
הממ... כ'הער. אבער פון א סייענטיפיק שטאנדפונקט איז עס גאנץ שוואך. ווי ליגט די קאנשעס פונעם צומח? איך וואלט ענדערש גענוצט די ראיה פון קוואנטום אפפעקט אין אטאמען צו זאגן אז נאך וואס מיר זעהן אז ס'שייך אינדערטערמיניזם אין נאטור, איז שוין גרינגער אנצונעמען אז דער מוח ארבעט אין אן ענליכן אינדעטערמעניסטישער שטייגער. כ'וואלט ווען יא איבערגעהיפט אויף די צמחים און די נידעריגערע פארמען פון בעלי חיים, פשוט ווייל ס'לאזט זיך מיר נישט גלייבן אז דער צעל האט בכלל דאס מינדעסטע קאנשעס.

און דאס אז צייט קען זיך בייגן אדער אז מענטשן שטאמען פון חיות קענסטו יא גלייבן?
קוק אהער, קוקן פון א סייענטיפישע שטאנדפונקט מיינט אז מען באטראכט די וועלט מיט לאגישע און פילאזאפישע ראיות, אן קיין בלינדע "גלייבן" אדער "נישט גלייבן". אויב דו ביסט גרייט צו דיסקוטירן די פראגעס וואס איך האב געשטעלט אין מיין פריערדיגער תגובה, בין איך גרייט דיר צו ענטפערן וואו עס ליגט די קאנשעסנעס פונ'ם צומח. אבער אויב דיר איז מער ניחא צו בלייבן ביי דיינע פריערדיגע הנחות ווייל עס איז פיל באקוועמער צו לייקענען אין ראדיקאלע שיטות ווי צו דערגיין וואו עס ליגט דעם אמת, דעמאלט האט באמת נישט קיין פשט צו פירן דעם שמועס ווייטער.

יידל » דינסטאג פעברואר 19, 2013 9:07 pm

· #88916
איך האב נישט ארויסגערוקט מיין טענה פשוט ווייל ס'מיר ניחא צו בלייבן מיט פריקאנסיווד הנחות, חלילה! אדרבא, אז דו ברענגסט ראיות מכריעות וועל איך אודאי און אודאי טוישן מיין מיינונג (איך בין א שטארקער חסיד פון דיין חתימה).
מיין טענה איז נישט אז "כ'גלויב נישט" און פערטיג. כ'האב געשריבן אז כ'גלויב נישט און די סיבה איז איך האלט אז פון א סיינטיפישע שטאנדפונקט דארפן מיר אננעמען די פשוט'סטע הנחה אין א מצב ווי עס איז דא צוויי נישט-אויפגעוויזענע הנחות (דער כלל באקאנט אלס אקאמ'ס ראזאר). ווען מיר קוקן אויף דעם קוואנטום אויפפיראכטס פונעם אטאם און מיר פרובירן צו עקסטרעפאלאטירן צו גרעסערע לעוועלס, מיין איך אז עס איז פיל מער פשוט אננצונעמען אז דער דומם, דער צומח און נידעריגע לייף פארמען פארמאגן נישט קיין קאנשענס, ווי צו זאגן אז אפילו א צומח האט א נידעריגע פארם פון קאנשעס. די סיבה פארוואס כ'האלט אזוי איז וויבאלד סייענס איז באזירט אויפן מעכאניזם פילאזאפיע. אויב נעמען מיר אן מעכאניזם, דאן איז קלאר אז דער קאנשעס איז אינעם מוח. וויבאלד קיין איין צומח פארמאגט נישט קיין מוח, איז מער מסתבר אנצונעמען אז דער געוואוקס פארמאגט בכלל נישט קיין קאנשעס און ניטאמאל א סובקאנשעס, נאר בלויז נאטורליכע פראסעסעס וועלכע פירן אים בלינדערהייט.

דיין פראגע צו איך קען דען יא גלייבן אז צייט קען זיך בייגן אדער אז מענטשן שטאמען פון חיות איז א גוטער. אבער מיין תירוץ איז קארל סעגן'ס מאקסים: אויסערארדנטליכע טענות פארלאנגן אויסערארדנטליכע ראיות. איך העט ווען נישט געגלייבט אז צייט קען זיך בייגן נאר וויבאלד כ'האב אויסגעפונען אז איינשטיין האט דאס אויפגעוויזן מיט זיין טעאריע גלייב איך דאס. וה"ה מיט עוואלוציע, וועלכע איז אגב נאר אויפגעוויזן געווארן מיטן הנחה פון אקאמ'ס ראזאר וויבאלד אן דעם קען איך דאך אויך טענה'ן אז יעדע ספישיס איז ערשינען ספאנטאן פון גארנישט.

לסיכום, מיין טענה איז חלילה נישט אז כ'גלייב נישט וזהו, נאר א הצעה פון א פשוט'ערן עקסטרעפאלאציע פון דעם קוואנטום ביהעוויער צו גרעסערע לעוועלס, באזירט אויף די פילאזאפיע פון סייענס.

נולד מאוחר » דינסטאג פעברואר 19, 2013 9:13 pm

· #88918
נשמה וחבירך, איך פלעג אמאל קענען ליינען תורה מחשבה אפטיילונג מיט'ן פיס ארויף, דרך אגב.
היינט מיז איך זיצן מיט אן איינגעקנייטשטע שטערן, אן בעקרואנד גרודער און לערנען בעוין גדול ציפארשטיין.

איך בין אלץ געווען א חסיד פון בעשט, בעיקר פארן מאכן געשמאק אידשקייט' יעצט זע איך אז ער איז געווען א גאון נפלא.
אפי' איך פארשטיי נאך נישט זיין רייד. זע איך אבער ס'איז טיפע ערענסטע מחשבה. (לויט געוויסע דא רעדט מין שאפינהויער לעוועל, אנשטולדיג מח).
נאך מער באווינדער איך דעם הייליגען בעשט. אז ער מלבש געווען זיין תורה אין תורת משה וחז''ל. פסוקים מיט חזלים אויף יעדע ווארט. עד כדי כך אז ער רעדט כמעט נישט אייגענס אלס איז א פסוק אדער א גמ'

יידל » דינסטאג פעברואר 19, 2013 9:18 pm

· #88922
נשמה יתירה
יידל
הע, ביסט געלאפן צום בעל חי און מיר געלאזט הענגן ביים שטיינדל. דער דומם איז דאך אויך סך הכל אסאך אטאמען צוזאמען אין איין מאסע און דאך איז פיזיקס מכריח צו זאגן אז א דומם אדער א צומח פארמאגט נישט בחירה
ווי זאגט דאס פיזיקס? זאגט נישט קוואנטום פיזיקס פארקערט?

יא, פיזיקס זאגט אבער אז די קוואנטום אפעקט ענדיגט זיך ביים קוואנטום לעוועל און פון איין שטאפל העכער און ווייטער גייט אלעס מיט א דעטערמעניסטישער געזעץ. יעצט, איך פארשטיי בהחלט דיין הסבר אז דאס עצם התהוות פון נישט צו יא איז א בחירה. דאס איז דאך קוואנטום פיזיקס. (עכ"פ כ'מיין כ'פארשטיי. וואס רצון-כתר מיינט און פארוואס עס זאל גורם זיין צו פארלירן דיינע רעכטן דא ווייס איך נישט...). ווידער דיין ניא-סאליפיסטישע הסבר אין "די וועלט פון הגדרה" פארשטיי איך אויך. אבער מיין הבנה שטעלט זיך אפ ווען דו גייסט אריין אינעם דריטן חלק וואו דו שרייבסט אז "בחירה מיינט נישט אז איך פסקען אויס. עס איז פשוט אן הנהגה". צו מיינסטו דערמיט די ווייעכע דעטערמיניזם וועלכע כ'האב פריער אריינגעלערנט אין פשוט-קאמפליצירט'ס ווערטער? מיר דוכט זיך אז נישט. כ'קען מיך אבער נישט דערגיין לעומק כוונתך.
אגב, הייבן הענט ניחא, אבער מאכן קולות מאן דכר שמיה?

נשמה יתירה » דינסטאג פעברואר 19, 2013 9:30 pm

· #88928

גראדע וואלט איך געזאגט אז די צווייטע נקודה מיינער איז קוואנטום לעוועל. ד.ה. אפי' אין די וועלט פון הגדרה איז דא אייביג די יא און ניין.
בנוגע די דריטע נקודה פרעג איך דיך צו די ביסט מסכים צו מיינע ווערטער בנוגע דעם משל פון א חלום? אז בעומק חלומט מען אלעס, ממש אלעס. ווייל יעדע מחשבה האט דאך ביידע צדדים. קומט אויס אז אלע צדדים זענען אין מיין מחשבה. און אז איך טראכט דאס איז דאך דאס מיין חלום. נישט אויפען אויבערפלאך פין מיין מוח, אבער טיעף באגראבען.
מיין שאלה איז צו דו ביסט מסכים צו דעם?

יידל » דינסטאג פעברואר 19, 2013 9:32 pm

· #88930
איך קען מיך נישט דערגיין לעומק כוונתך, קען איך אלזא נישט זאגן צו איך בין מסכים דערצו.

יאיר » דינסטאג פעברואר 19, 2013 9:35 pm

· #88931
יידל
מיין טענה איז נישט אז "כ'גלויב נישט" און פערטיג. כ'האב געשריבן אז כ'גלויב נישט און די סיבה איז איך האלט אז פון א סיינטיפישע שטאנדפונקט דארפן מיר אננעמען די פשוט'סטע הנחה אין א מצב ווי עס איז דא צוויי נישט-אויפגעוויזענע הנחות (דער כלל באקאנט אלס אקאמ'ס ראזאר). ווען מיר קוקן אויף דעם קוואנטום אויפפיראכטס פונעם אטאם און מיר פרובירן צו עקסטרעפאלאטירן צו גרעסערע לעוועלס, מיין איך אז עס איז פיל מער פשוט אננצונעמען אז דער דומם, דער צומח און נידעריגע לייף פארמען פארמאגן נישט קיין קאנשענס, ווי צו זאגן אז אפילו א צומח האט א נידעריגע פארם פון קאנשעס. די סיבה פארוואס כ'האלט אזוי איז וויבאלד סייענס איז באזירט אויפן מעכאניזם פילאזאפיע. אויב נעמען מיר אן מעכאניזם, דאן איז קלאר אז דער קאנשעס איז אינעם מוח. וויבאלד קיין איין צומח פארמאגט נישט קיין מוח, איז מער מסתבר אנצונעמען אז דער געוואוקס פארמאגט בכלל נישט קיין קאנשעס און ניטאמאל א סובקאנשעס, נאר בלויז נאטורליכע פראסעסעס וועלכע פירן אים בלינדערהייט.

אקעי, יעצט פרעגסטו צו די זאך. דו האסט א הנחה אז א קאנשעסנעס מוז זיך געפינען אין מוח, ממילא קען נישט דער צומח זיין קאנשעס. דיין ראיה דערצו איז פון מעכאניזם פילאזאפיע. אבער דו האסט נישט געברענגט א ראיה אז דער מעכאניזם פילאזאפיע איז דער "איינציגער" סייענטיפישער מהלך. אדרבה, זאג דו מיר, וואס איז מער מסתבר, אז דער מענטש איז צוזאמענגעשטעלט פון ביליאנען צעלן וואס זענען צוזאמגעשטעלט פון ביליאנען אטאמען, וואס מיינט אז איך און דו זענען בעצם גארנישט מער ווי גרויסע קוואנטומס פון אטאמען, און ס'איז בעצם נישטא קיין חילוק אין קוואליטעט צווישן יאיר און א שטיקל זאמד , אדער אז א מענטש איז עפעס מער ווי א צוזאמענשטעל פון אטאמען? איך מיין אז די ערשטע צד איז אסאך מער נגד השכל, און עס פאדערט דעריבער אויסערארדטנליכע ראיות, נישט פארקערט.

נשמה יתירה » דינסטאג פעברואר 19, 2013 9:45 pm

· #88934
יידל
איך קען מיך נישט דערגיין לעומק כוונתך, קען איך אלזא נישט זאגן צו איך בין מסכים דערצו.

איך הער. איך האב מיך נישט גוט אויסגעדרוקט. איך האב געמיינט צו פרעגען צו דו פארשטייסט.
לאז מיך פרעגן אנדערש. זאג מיר וועלכע הנחה דו פארשטייסט נישט
1-יעדע יא האט בהכרח א ניין.
2-יעדעס מאל איך טראכט 'יא', טראכט איך אויך ניין.
3-אלע ציורים וואס איז נאר שייך איז נאר געוויסע אויסשטעלעס פון יא און ניין binary code
4-אלע מחשבות וואס א מענטש טראכט אין זיין חלום, איז א חלק פין זיין חלום.
5-נמצא אז אלע מינע אויסשטלענוגען פין יא און ניין, אלע צירופים דערפין זענען א חלק פון זיין מחשבה, הענס א חלק פון זיין חלום.
6- די חילוק איז נאר און די דרגא פון התגלות. ווי ווייט באגראבען די אנדערע צדדים וצדדי צדדים זענען בעומק חלומי.
וועלכע חלק פארשטייסטו נישט, אדער כלשוני, וועלכע חלק ביסטו נישט מסכים?

נ.ב. די בעשה"ק געט א נאמען פאר די ערשטע א'. די נאמען איז א'. דער א' איז מסמל די נקודה פון גבול. וואס דאס מיינט יא און ניין. פין דארט און ווייטער איז אלעס צירופים פון אט דעם יא און ניין. ער זאגט אז די גאנצע בריאה איז אותיות. איך וועל צו צייכענען די פונקטליכע ווערטער זיינע שפעטער.

נולד מאוחר » דינסטאג פעברואר 19, 2013 11:14 pm

· #88955
נשמה יתירה,
''א - עקזיסטענץ פון נישט עקזיסטענץ [ביג בענג, סינגיולערטי, וכל שם וחניכה דיליה] איז נישט מכח איר פריערדיגע כאראקטער. עס האט דאך נישט עקזיסטירט ביז יעצט, עס האט נאך נישט געהאט קיין כאראקטער.''
אויב פארשטיי איך גוט זאגסטו אז בריאת העולם יש מאין איז בהכרח בחירה. ווייל אויב סהאט גארנישט עקזיסטירט און פליצלינג ווערט א מציאות, קען דאך נישט זיין קיין סיבה קודמת, אלאי מאי רענדעם, אן קיין סיבה.
כ'פארשטיי נישט דאס הייסט בחירה ? אז א גלאז וואסער גיסט זיך אויס אין די וואסער רינט און די וועלט אריין אן קיין שום חיקי הטבע, איז דאס בחירה?
נאך אזאך פארשטיי איך נישט ווער איז די בוחר , ווען די רעדטס פין נישט וועלט צי יא וועלט?

אונעם זעלבן שטיקעל 8:22,
שרייבסטו דריי הנחות א,ב,ג. וואס פעלט אויס ב'? א און ג' זאגן שוין דיין נקידה. כ'אפ נישט וואס ב זאגט.

מאטי » מיטוואך פעברואר 20, 2013 12:41 am

· #88996
מוח שליט
יאיר
העי, מיין נישט אז איך בין אזא בקי, ס'האט מיר גענומען א פאר מינוט ביז דער אוצר החכמה האט מיר עס אפירגעזוכט. (כאן צריך לומר בניגון הידוע שיוסי גרין חטף בעבורה) וועסטו וועלן מיינען אז איך האב כאטש גוטע מידות, און איך בין דיר זייער געטריי, ניין זאג איך דיר, נאר ווי אזוי דען, ס'איז מיר אויך געלעגן אין קאפ אזא לשון, און איך האב א מנהג אז ווען איך געדענק עפעס פארנעפלט, קען איך נישט גיין שלאפן, ביז איך בין עס מברר קלאר, אזוי ווי ס'שטייט אין די משנה, המכוין את שמועתו, שואל ומשיב, שומע ומוסיף, מעמידו על האמת, במיעוט שינה, והאומר דבר בשם אומרו...

ביסט דאך אבער א געוואלדיגע בעל מדות ווייל דו האסט נישט גענימען קרעדיט פאר עפעס וואס קומט נישט. האסט נישט געטוהן ווי איך וואס ווען איך האב געזיכט דעם ווארט סיר הבשר כדי צו טרעפען דעם אנגעבליכען רמב"ם, און איך האב געטראפען דעם תשובת הרשב"א, האב איך נישט דערציילט די איינצעלהייטען וויאזוי איך בין אנגעקומען צו דעם. נו, כ'וועל טאקע פרובירען פארבעסערען זיך. אמן.

יעצט פארשטיי איך שוין דעם מאמר אז שבת זאגט אן עם הארץ אויך נישט קיין ליגענט ווייל ער האט נישט דעם אוצר החכמה נאכצוקוקן און קען קיינעם נישט איינרעדן אז ער קען לערנען וק״ל

יידל » מיטוואך פעברואר 20, 2013 9:05 am

· #89074
יאיר
דו האסט א הנחה אז א קאנשעסנעס מוז זיך געפינען אין מוח, ממילא קען נישט דער צומח זיין קאנשעס. דיין ראיה דערצו איז פון מעכאניזם פילאזאפיע. אבער דו האסט נישט געברענגט א ראיה אז דער מעכאניזם פילאזאפיע איז דער "איינציגער" סייענטיפישער מהלך. אדרבה, זאג דו מיר, וואס איז מער מסתבר, אז דער מענטש איז צוזאמענגעשטעלט פון ביליאנען צעלן וואס זענען צוזאמגעשטעלט פון ביליאנען אטאמען, וואס מיינט אז איך און דו זענען בעצם גארנישט מער ווי גרויסע קוואנטומס פון אטאמען, און ס'איז בעצם נישטא קיין חילוק אין קוואליטעט צווישן יאיר און א שטיקל זאמד , אדער אז א מענטש איז עפעס מער ווי א צוזאמענשטעל פון אטאמען? איך מיין אז די ערשטע צד איז אסאך מער נגד השכל, און עס פאדערט דעריבער אויסערארדטנליכע ראיות, נישט פארקערט.

דאס אז דו און דאס שטיקל זאמד זענען ביידע גרויסע קוואנטומס פון אטאמען מיינט נאכנישט אז עס איז נישטא קיין חילוק אין קוואליטעט. יענע אטאמען האבן זיך פארמירט צו א פשוט'ן שטיקל זאמד בעת מיינע אטאמען פארמירן א מוח, גענוי ווי אן אייפאון איז אומבאגרייפליך מער אין קוואליטעט ווי אפאר שטיקער אייזן און גלאז כאטשיג ביידע זענען פונעם זעלבן מאטעריאל. בכגון דא שטעלט זיך ארויס די פלא הבריאה אז פון די זעלבע פאר איגרידיענטס האט דער אויבערשטער באשאפן אז דייווערס וועלטל (דייווערס סיי אין קוואנטיטעט און סיי און קוואליטעט!). דאס לויפן צו "עפעס מער ווי ... אטאמען" פעלט נישט אויס וויבאלד די חילוק אין קוואליטעט ליגט אין די רעזולטאט, נישט אינעם רעסעפי (דאס הייסט, די חילוק פונעם מענטש צום זאמד איז אין דעם מענטשן'ס אטאמישער צוזאמשטעל וועלכע שאפן אן אומבאגרייפליכע תוצאה אין פארגלייך צום אטאמישער צוזאמשטעל פון זאמד וועלכע שאפן נישט מער ווי דאס - א שטיקל זאמד.)

אגב, להתוודע ולהגלות, איך בין גאר שוואך אין פילאזאפיע. מיין מוח ארבעט נישט אין אבסטראקט, איך האב שוועריגקייטן צו כאפן אבסטראקטע מושגים און משלים. דערפאר איז מעגליך אז וואס דו זאגסט איז בעצם אמת און איך בין זיך טועה און די סיבה איז מחמת קוצר המשיג.

נשמה יתירה

איך הער. איך האב מיך נישט גוט אויסגעדרוקט. איך האב געמיינט צו פרעגען צו דו פארשטייסט.
לאז מיך פרעגן אנדערש. זאג מיר וועלכע הנחה דו פארשטייסט נישט
1-יעדע יא האט בהכרח א ניין.
2-יעדעס מאל איך טראכט 'יא', טראכט איך אויך ניין.
3-אלע ציורים וואס איז נאר שייך איז נאר געוויסע אויסשטעלעס פון יא און ניין binary code
4-אלע מחשבות וואס א מענטש טראכט אין זיין חלום, איז א חלק פין זיין חלום.
5-נמצא אז אלע מינע אויסשטלענוגען פין יא און ניין, אלע צירופים דערפין זענען א חלק פון זיין מחשבה, הענס א חלק פון זיין חלום.
6- די חילוק איז נאר און די דרגא פון התגלות. ווי ווייט באגראבען די אנדערע צדדים וצדדי צדדים זענען בעומק חלומי.
וועלכע חלק פארשטייסטו נישט, אדער כלשוני, וועלכע חלק ביסטו נישט מסכים?

אה, יעצט פארשטיי איך וואס דו שרייבסט. ייש"כ פארן זיך אראפלאזן צו מיין נידעריגע הבנה און עס מיר אריינפיטערן אין מויל.
הנחה 2 אז יעדע מאל וואס מ'טראכט יא, טראכט מען בהכרח ניין - איז עס טאקע אזוי? צו קען איך טראכטן ניין אויף זאכן וועלכע עקזעסטירן און זייער נישט-עקזיסטענץ איז אינדרויסן פון אונזער השגה (לדוגמא: קענסטו זיך פארשטעלן א בריאה אן 'צייט'? איך קען נאר טראכטן פון די 'יא' פון צייט. די 'ניין' פון צייט איז בכלל נישט אין מיין השגה).
4 - איז סאליפסיזם (אדער ענליכס), ריכטיג?

נשמה יתירה » מיטוואך פעברואר 20, 2013 2:16 pm

· #89201
נולד מאוחר
נשמה יתירה,
''א - עקזיסטענץ פון נישט עקזיסטענץ [ביג בענג, סינגיולערטי, וכל שם וחניכה דיליה] איז נישט מכח איר פריערדיגע כאראקטער. עס האט דאך נישט עקזיסטירט ביז יעצט, עס האט נאך נישט געהאט קיין כאראקטער.''
אויב פארשטיי איך גוט זאגסטו אז בריאת העולם יש מאין איז בהכרח בחירה. ווייל אויב סהאט גארנישט עקזיסטירט און פליצלינג ווערט א מציאות, קען דאך נישט זיין קיין סיבה קודמת, אלאי מאי רענדעם, אן קיין סיבה.
כ'פארשטיי נישט דאס הייסט בחירה ? אז א גלאז וואסער גיסט זיך אויס אין די וואסער רינט און די וועלט אריין אן קיין שום חיקי הטבע, איז דאס בחירה?
נאך אזאך פארשטיי איך נישט ווער איז די בוחר , ווען די רעדטס פין נישט וועלט צי יא וועלט?

אונעם זעלבן שטיקעל 8:22,
שרייבסטו דריי הנחות א,ב,ג. וואס פעלט אויס ב'? א און ג' זאגן שוין דיין נקידה. כ'אפ נישט וואס ב זאגט.

טיפע שאלות פרעגסטו, כדרכך. 👍
ווען דו פרעגסט ווער איז דער בוחר, מיינט דאס אז דו פרעגסט וואס זענען זיינע/אירע כאראקטערס.
די פראבלעם מיט אזא שאלה איז אז די מינוט זי/ער האט א כאראקטער, איז ער שוין נישט קיין בוחר מער. ווייל כאראקטער מיינט אז ער האט אן אויסגעשטעלטע מציאות. למשל ווען דו זאגסט אז די זאך דא איז וואסער, מיינסטו צו זאגען בעצם אז די זאך גייט זיך אויפירן מיט די פארשריפטען וואס אונז האבען מיר פאר וואסער. די ווארט וואסער איז א לעיבעל פאר א גאנצע רייע הנהגות. שטעל דיך פאר אז דו וועסט מיר זאגען אז דאס איז וואסער, אבער עס לאזט זיך נישט גיסען, עס לאזט זיך נישט דורכזעהן, און עס טוט נישט קיין שום אנדערע פונקציעס פון וואסער. פארשטייט זיך אז איך וועל דיך דעמאלט פרעגען, אויב אזוי מיט וואס איז עס וואסער? פארוואס זאגסטו אז דאס איז וואסער? הרי לנו אז כאראקטער מיינט א דרך הנהגה, היפך פון א פולער פרייער בחירה. דהיינו, אויב איז דא א טאטאלער פרייהייט, איז בהכרח נישטא קיין שום הגדרה, קיין שום כאראקטער. עס איז נישט שייך צו פרעגן ווער איז דער בוחר.
די מושג פון בחירה איז כרוך מיט די מושג פון בלי גבול. בחירה מיינט דוקא אהן א בוחר. די טיפסטע נקודה מיינער, די עססענץ מיינער, וואס איז בלי גבול, דארט שטעלט זיך אויס די מצב פון בחירה. אבער אין די עומק הבנה פון בלי גבול איז דאך שוין נישט דא קיין 'איך און דו'.
כדרכי וועל איך דערמאנען די משל (לבן מלך 😛 ) פין א חלום. אויב דער כאראקטער אינעם חלום כאפט אז ער איז נישט באמת די ספעציפישע כאראקטער. אז באמת איז ער איינס מיטן בעל החלום, [עס איז דאך נישטא קיינער אנדערש אין די גאנצע וועלטעל וואס טוט זיך אפ אינעם חלום, נאר דער בעל החלום. עס איז פשוט אז יעדער כאראקטער איז באמת דער בעל החלום זעלבסט] איינמאל ער כאפט דאס, האט ער אין א געוויסע וועג אויסגעשפילט דעם סיסטעם. ווייל דא האט זיך דער בעל החלום באשאפען א דמיון ווי גלייך עס איז דא בערג און טאלען, פייגלעך און מענטשען, תבל ומלואה, און דא איז דער כאראקטער [וואס דאס איז ער אליינס] ארויס געגאנגען פון זיין פאזיציע און דעם שפיל. ער קוקט אהן די גאנצע געשעפט ווי א דמיון בעלמא.
איך מיין נישט דוקא צו זאגען אז ער שפילט אויס דעם סיסטעם אויף א שלעכטע וועג. עס קען דאך זיין אז דאס גופא איז די סיסטעם, דהיינו, צו זיין אין א נעפל פון א חלום און זיך ארויסדראפען דערפון. אפשר איז דאס די זיסטע געשמאק, אפשר איז דאס די טיפע סיבה פארוואס דער מענטש איז בוחר צו חלומ'ן בכלל. איך מיין נאר צו ווייזען א משל ווי א כאראקטער וואס איז באמת דער בעל החלום זעלבסט, קען ארויסגיין פין זיין אידענטיטי אלץ איינער פין די מיליאנע כאראקטערס אין דעם חלום, און ער קען זיך אידענטיפיצירען אלץ דער בעל החלום וואס ענטהאלט אין זיך אלע כאראקטערס באנעזאם, און ער איז דעמאלט באחדות מיט אלעם. דאס זעלבע בנוגע בחירה. בחירה איז באמת מצד די טיפע מציאות זיינער וואס אין די משל איז עס דער בעל החלום, ובנידון דידן מיינט דאס צו זאגען 'דאס בלי גבול' וואס דאס איז די עססענץ און די חומר, וואס מיט דעם, און אין דעם, זענען די צורות. אט דער טיפע מציאות איז בחירה, דהיינו פרייהייט פון סיי וואסערע כאראקטער. מיט די משל פין חלום וויל איך נאר ווייזען אז א כאראקטער קען אויך זיין "אינדרויסען פין כאראקטער". פארשטייט זיך אז איך גיי ווייטער מיט די מהלך אז די גאנצע וועלט איז מחשבה. כפי בעל המאמר בדברי הבעשה"ק.

מאטי » מיטוואך פעברואר 20, 2013 6:01 pm

· #89294
נשמה שרייבט
כאראקטער מיינט אז ער האט אן אויסגעשטעלטע מציאות. למשל ווען דו זאגסט אז די זאך דא איז וואסער, מיינסטו צו זאגען בעצם אז די זאך גייט זיך אויפירן מיט די פארשריפטען וואס אונז האבען מיר פאר וואסער. די ווארט וואסער איז א לעיבעל פאר א גאנצע רייע הנהגות.

1)פארוואס קען נישט איינע פון די לעבלס פון כאראקטער זיין די עצם ענין אז ער קען בוחר זיין?
2) פארוואס וויבאלד וואסער פירט זיך אויף די לעצטע פאר טויזענט יאר מיט א געוויסע איינגשאפט זאגט דאס בהכרח אז מארגן גייט ער זיך אויך אזוי אויפירן
3)אויב כאראקטער קען האבן א גאנצע רייע הנהגות קען דאך די בחירה חל זיין נאר אויף די הנהגות (איך פארשטיי אז בחירה זך כתות למאור מוז זיין כאראקטערלאז AKA ג-ט
בד״וו מיין נארישע וויץ 2 תגובת צוריק האב איך געפויסט אינמיטן ליינען דעם נארישן ויכוח מיט איינגעמיירעט כהאב נישט געוואוסט אז דער אשכול וועט עוואלוון צו אזאליכע הויכע ענינים יעצט זעה איך אז סאיז זייער נישט אין פלאץ ואתכם הסליחה..

נשמה יתירה » מיטוואך פעברואר 20, 2013 7:00 pm

· #89315
moti107

1) א כאראקטער אז מען האט נישט קיין כאראקטער, איז פשוט איבערגעזאגט אז ער האט נישט קיין כאראקטער.
2) אויף וויפיל דו רופסט עס אהן וואסער, אויף אזוי פיל האט דאס די ספעציפיזע אייגענשאפטען. לו יציור דו ביסט אניגאנצען גערעכט, און די פריערדיגע הנהגה זאגט גארנישט אויף די מארגענדיגע הנהגה, איז מיט וואס רופסטו עס אהן וואסער? דו דארפסט דעמאלט עס אנקוקען אז עס איז כאראקטערלאז. ממילא בנוגע דעם שמועס מיט נולד, איז ווייטער אמת אז א בוחר איז כאראקטערלאז.
3) איך בין נישט זיכער וואס דו מיינסט דא. לכאורה מיינסטו צו פרעגען אז עס זאל זיין בחירה אויף איינע פון די הנהגות, און עס איז נאך אלץ דא א כאראקטער מצד די איבעריגע הנהגות. איז דאס דיין פוינט?

אויף נקודה א' וויל איך צולייגען דעם באקאנטען ווערטעל אין עולם הישיבות. ביי ברי ושמא ברי עדיף, איז די שאלה, זאל דער שמא זיין נאמן מיגו ער וואלט געקענט טענהן ברי. דער תירץ איז, א זיכערער אומזיכערקייט איז א אומזיכערקייט. ער איז א זיכערער שמא. 🙂

יאיר » מיטוואך פעברואר 20, 2013 7:04 pm

· #89316
יידל
דאס אז דו און דאס שטיקל זאמד זענען ביידע גרויסע קוואנטומס פון אטאמען מיינט נאכנישט אז עס איז נישטא קיין חילוק אין קוואליטעט. יענע אטאמען האבן זיך פארמירט צו א פשוט'ן שטיקל זאמד בעת מיינע אטאמען פארמירן א מוח, גענוי ווי אן אייפאון איז אומבאגרייפליך מער אין קוואליטעט ווי אפאר שטיקער אייזן און גלאז כאטשיג ביידע זענען פונעם זעלבן מאטעריאל. בכגון דא שטעלט זיך ארויס די פלא הבריאה אז פון די זעלבע פאר איגרידיענטס האט דער אויבערשטער באשאפן אז דייווערס וועלטל (דייווערס סיי אין קוואנטיטעט און סיי און קוואליטעט!). דאס לויפן צו "עפעס מער ווי ... אטאמען" פעלט נישט אויס וויבאלד די חילוק אין קוואליטעט ליגט אין די רעזולטאט, נישט אינעם רעסעפי (דאס הייסט, די חילוק פונעם מענטש צום זאמד איז אין דעם מענטשן'ס אטאמישער צוזאמשטעל וועלכע שאפן אן אומבאגרייפליכע תוצאה אין פארגלייך צום אטאמישער צוזאמשטעל פון זאמד וועלכע שאפן נישט מער ווי דאס - א שטיקל זאמד.)

אודאי איז דער מענטש מער קאמפליצירט ווי א שטיקל זאמד, אבער אין "עצמיות", דאס הייסט אין הגדרה און אין מדריגה, איז עס גארנישט מער. אזוי ווי למשל דער קאמפיוטער פון היינט און דער קאמפיוטער פון פופציג יאר צוריק זענען אפגערוקט כרחוק מזרח ממערב, אבער עס איז נאך אלס דער זעלבער מגושם'דיגער קאמפיוטער. לויט דיר דארף אויסקומען אז פונקט ווי דער אייפאון איז מער קאמפיליצירט ווי א ברעקל זאמד, און טראצדעם זענען ביידע טויטע גשמים, אזוי איך איז דער מענטש פשוט מער קאמפליצירט ווי דער זאמד און דער אייפאון. איך מיין אז קיינער באטראכט זיך נישט אלס א קאמפיוטער, נאר פיל מער ווי דעם. הגע בעצמך, אויב מיר וועלן מוזן הרג'ענען אדער א גאר פארגעשריטענער ראבאוט, אדער אן אלטער געלעמטער מענטש וועלכער ליגט אין בעט און זיין מוח ארבעט שוין כמעט נישט. וועמען זאלן מיר פארניכטן, דעם ראבאוט אדער דעם מענטש? און אויב דעם ראבאט, פארוואס? דער ראבאט איז לכאורה אויף אסאך א העכערע מדריגה ווייל ער ברענגט אזויפיל מער נוצן ווי דעם געלעמטן מענטש. אויב דו וועסט ענטפערן אז דער מענטש איז פארט מער קאמפליצירט, וואס וועט זיין אויב מיר וועלן באשאפן גאר א קאמפליצירטער ראבאט?
(איך רעד אויף די הנחה אז עס איז דא אזא זאך ווי מאראלישע ווירדן, פארשטייט זיך, אן אריינגיין פארוואס און פארווען)

יידל » מיטוואך פעברואר 20, 2013 7:23 pm

· #89321
פרעגסט א הארבע קושיא און איך ווייס נישט צו מיין תירוץ וועט דיר באפרידנשטעלן (עס וועט מסתמא נישט) אבער מיין תירוץ וועט זיין אז אונזער מאראלישע פליכט צו מענטשן צייגט נישט אויף קיין עצמיות'דיגען מעלה העכער אלעס אנדערש נאר עס איז וויבאלד מיר (אלץ א ספישיס) פארמאגן קאנשעס.

מאטי » מיטוואך פעברואר 20, 2013 7:58 pm

· #89327
יידל
פרעגסט א הארבע קושיא און איך ווייס נישט צו מיין תירוץ וועט דיר באפרידנשטעלן (עס וועט מסתמא נישט) אבער מיין תירוץ וועט זיין אז אונזער מאראלישע פליכט צו מענטשן צייגט נישט אויף קיין עצמיות'דיגען מעלה העכער אלעס אנדערש נאר עס איז וויבאלד מיר (אלץ א ספישיס) פארמאגן קאנשעס.

יאיר יידל וואס האט -א גאנצער טויטער גוף מיט אלע רמח אברים א רגע נאכן שטארבן- ווייניגער, וואו א לעבעדיגער גוף ביידע האבן די זעלבע מאס אטאמען אין וועגן פונקליך די זעלבע? קען די תשובה אויף דעם פארענפערן די חילוק פון א שטיין, ראבאט, און א מענטש ?
נשמה יישר פאר דיינע תשובות כהאב אפאר קשיות אויף דעם בקרוב אי״ה

יאיר » מיטוואך פעברואר 20, 2013 8:19 pm

· #89332
יידל
פרעגסט א הארבע קושיא און איך ווייס נישט צו מיין תירוץ וועט דיר באפרידנשטעלן (עס וועט מסתמא נישט) אבער מיין תירוץ וועט זיין אז אונזער מאראלישע פליכט צו מענטשן צייגט נישט אויף קיין עצמיות'דיגען מעלה העכער אלעס אנדערש נאר עס איז וויבאלד מיר (אלץ א ספישיס) פארמאגן קאנשעס.

אין אנדערע ווערטער, מיר האבן א קאנשעס וואס מאכט אונז דמיונ'ען אז דער מענטש איז אנדערש ווי א ברעקל זאמד. איז דאס אנדערש ווי זאגן אז אונזער גאנצער עקזיסטענץ איז א דמיון? אדער אז אונזערע טאג טעגליכע עקספיריענס זענען דמיונות?

יידל » מיטוואך פעברואר 20, 2013 8:21 pm

· #89334
פארוואס איז קאנשעס א דמיון?

מאטי 107, די חילוק איז צווישן לעבעדיגע צעלן און טויטע צעלן.

יאיר » מיטוואך פעברואר 20, 2013 8:30 pm

· #89340
קודם כל, כ'האב נישט געזאגט אז קאנשעס איז א דמיון. כ'האב נאר געזאגט אז מיר דמיונ'ען אז דער מענטש איז מער ווי א ראבאט, צוליב עפעס אן אומפארשטענדליכע תכונה וואס רופט זיך "קאנשעס" וואס ברענגט דעם דמיון, און פונקט אזוי קען זיין אז מיר האבן נאך טאג טעגליכע דמיונות וואס מיר באטראכטן אלס אמת'ע פאקטן.
צווייטנס, איך מיין אז קאנשענס לויט ווי אזוי דו פארשטייסט איז מער ווייניגער א דמיון. אבער איך וועל נישט יעצט אריינגיין אין דעם.

מאטי » מיטוואך פעברואר 20, 2013 8:43 pm

· #89345
יידל
פארוואס איז קאנשעס א דמיון?וואס איז דער דעפיניציע פון life is sacred?

מאטי 107, די חילוק איז צווישן לעבעדיגע צעלן און טויטע צעלן.

טאקע דאס פרעג איך וואס איז אוועק פונעם לעבעדיגן צעל אז ער איז געווארן א טויטער צעל ? צישמעטערן א ראבאט(כלשון יאיר) מוז מען אדער אפשניידן א ווייער ארויסנעמען די בעטערי והא ריאה ווען מלייגט צוריק ,ארבייט ער ער פיין משא״כ א ילוד אשה

יאיר » מיטוואך פעברואר 20, 2013 8:45 pm

· #89347
מאטי, אז מ'עט דיר זאגן אז די בעטערי פונ'ם מענטש האט עקספייערט ביסטו צופרידן?

נולד מאוחר » מיטוואך פעברואר 20, 2013 9:30 pm

· #89372
נשמה, איך בין ציגעווינט די ווארט בחירה געווענדליך ביי א מענטש מיינט סאיז דא א בוחר און סאיז דא א מעשה בחירה.
די ניצט בחירה אויף יש מאין. איך פארשטיי וואס די זאגסט, אבער איז דאס די דעפינישן פון בחירה? אדער די בארגסט די ווארט בחירה? קען זיין אז איך מאך דיר יעצט סתם משוגה, ווייל וואס א חילוק וויאזוי די ריכטיגע ווארט איז. אויב די ענטפערסט שוין שרייב מיר וויאזוי די וואלסט געשריבן אין דיקשנערי די דעפינישין אויף בחירה?
ביז דערווייל ליין איך איבער צים דריטען מאל בחירה אינעם גבול.

מאטי » מיטוואך פעברואר 20, 2013 11:28 pm

· #89424
יאיר
מאטי, אז מ'עט דיר זאגן אז די בעטערי פונ'ם מענטש האט עקספייערט ביסטו צופרידן?

יאיר איך רעספעקטיר דיין אינטעלידזענס איך ליין דיינע טיפע תגובות איך בין נתפעל פון דיין גאונות אבער דעי בעטערי תירוץ וואס דו האסט מיר געגעבן איז at best case scenario condescending און איך שפיר ווי דו האסט insulted my intelligence
וואס הייסט די בעטערי פונעם מענטש האט עקספייערט? וואו איז דער בעטערי? פארוואס קען מען נישט ריפלעיסן די בעטער?י וואס פונקטליך איז אוועקגעגאנגען פונעם מענטש פיזיקלי וואס קיינער (חוץ ג-ט) קען נישט צוריק ברענגען? אויב איז דאס נישט קיין פיזיקעל טויש נאר עפעס א ניי דערהער, איז דאס וואס איז יא דער common dinominater פון מדבר חי צומח vs דומם ?

יאיר » מיטוואך פעברואר 20, 2013 11:38 pm

· #89426
אוי, אנטשולדיגט מאטי, כ'האב באמת נישט געמיינט צו ענטפערן אויף א דערנידערנדע וועג, איך בעט דיר איבער פון טיפן הארץ אויף די צער וואס איך האב פארשאפט.
איך האב נישט געמיינט צו זאגן אז דער מענטש האט א בעטערי, איך האב געמיינט צו זאגן אז דער מענטש איז אזוי ווי א בעטערי וואס לויפט אויס. אדער לאמיר געבן א בעסערע משל, א בוים קען לעבן שיין, ארויסגעבן זיסע פירות, אבער איין טאג שטארבט עס אפ. אמאל קען עס אראפפאלן דורך א שטורעם ווינט פאר די צייט און עס ווערט אפגעהאקט און פארלירט די יניקה און שטארבט אפ, און אמאל ווערט עס פשוט אלט, עס פארלירט די כוחות און עס גייט א גאנג. טייל ביימער לעבן לענגער, טייל לעבן ווייניגער. דער מענטש איז אויך אזוי. און מיט דעם וואס דער מענטש קען אויך איין טאג שטארבן און ווערן טויט, זע איך נאכנישט מיט וואס ער איז מער ספעציעל פון א בוים, א באטעריע, אדער סיי וועלכע זאך וואס האט א געוויסע כוח און פארלירט עס עווענטועל.
בלאט: 1 2 3 4