נחום הסופר #
שמועה שמעתי ואינו יודע אמיתתו, אז מ'האט געפרעגט פאר רבי משה'לען פארוואס ער איז אזוי בייז דוקא אויפ'ן ברודער רבי מאטעלע'ן פאר'ן מקרב זיין זיין זון רבי ישראל'טשעניו, הלמאי טאהשער רבי איז אים אויך מקרב און אויף אים איז ער נישט ברוגז?
האט רבי משה'לע געענטפערט במתק לשונו, מילא טאהשער רבי ער איז דאך באקאנט פאר'ן טון אסאך חסד און איז מקרב אסאך אידן, נו טוט ער אויך חסד מיט מיין זון, אבער מיין ברודער טוט דאך נישט די סארט מצות טא פארוואס איז ער דוקא מקרב מיין זון...
ווער ס’האט געקענט דעם תורת מרדכי ווייסט אז זיינע כללים אין צדקה איז געווען כל הקרוב קרוב קודם, די ערשטע באקומט משפחה דערנאך תלמידים און חסידים, פרעמדע האבן געקענט באקומען קליינגעלט.
במילא קושיא מעיקרא ליתא, האדמו"ר מוויזשניץ אלס קרוב און מחותן איז געווען פון די אינער סירקל.
בנוגע די געוואלדיגע קשיא פארוואס ער האט בכלל מקרב געווען ר’ ישראלטשע בשעת זיין טאטע וויל איהם נאר מחנך זיין?
דארף מען קודם מקדים זיין אז דער תורת מרדכי האט אמת’דיג ליב געהאט זיין ברודער אהבת נפש, און געהאלטן פון איהם עולם ומלואו על אפם וחמתם פון זיינע אייגענע חסידים, ער האט אסאך מאל געזאגט אז דער ברודער האט סאך שענערע נעכט געפראוועט וכו’,
ווען ער איז געוואר געווארן אז א בחור האט גערעדט אויפן ברודער האט ער איהם גע’קנס’עט כדרכו אז ער זאל געבן געלט פאר די מוסדות אין א”י דייקא.
אבער פונדעסטוועגן איז ער געווען ביי זיין מיינונג אז לא זו הדרך, ער האט זיך גע’טענה’ט שעות מיטן ברודער (ווען ער איז געווען אין א”י) אז ער זאל נישט טון אזאנס, אבער דער ישועות משה האט געהאט אנדערע יועצים מיט א רביצין, ויצא מה שיצא.
ס’איז כדאי צו געדענקען אז מ’האט נישט גערעדט פון א כיתה ט’ בחור וואס מ’קען ארויסשיקן פון קלאס, א איד פון עטליכע פערציג איז שוין אביסל שפעט מחנך צו זיין, ער מאכט חובות מיט בזיונות, ער שלאפט ביים טיש, חבר’ט זיך מיט די פרומע (קרי מורדים) Too bad and tough luck, ס’איז דיין תכשיט און ביזט סטאק מיט איהם, קענסט מודיע זיין פאר די גבירים אז מ’זאל איהם נישט בארגן געלט, קענסט זאגן די מנהלי המוסדות זאלן איהם נישט לאזן צוטריט צי די קאסע, איי ס’איז גרויסע בושות? ארויסווארפן איז גארנישט ווייניגער בושות?
בנוגע די וועג וואס ער האט איהם געהאלפן, וואס פונקטליך האט ער געקענט טון אנדערש? איהם געבן א פאסטן? וואס האט ער געטויגט? א מגיד שיעור? א דיין? האסט געוואלט ער זאל איהם פשוט אויסהאלטן און אויסצאלן זיינע חובות?
ער האט געבעטן זיינע אלע חסידים זאלן איהם מחזק זיין, מ’האט צאמגעשטעלט געלט פארן זיידנ’ס אייניקל.
דער תורת מרדכי האט געהאט אייגענע 14 קינדער סמוך על שלחנו וואס א חלק פון זיי האבן זיך גאנץ פיין געמוטשעט מיט פרנסה, אמת ער האט געהאלפן חתונה מאכן און געגעבן אביסל חודש געלט אבער ווייט פון פרנסה בהרחבה.