☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » היסטאריע פון אדמו"ר הרב ישראל האגער (געווארפן פון וויזניץ)

היסטאריע פון אדמו"ר הרב ישראל האגער (געווארפן פון וויזניץ)

404 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2700
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9

שמואל פרימו » מיטוואך יולי 8, 2015 3:46 am

· #288013
הדד, זאג עס נישט. ווען ר' מאטעלע וואלט חתונה געהאט מיט א לייטשא און ר' משה'לע וואלט חתונה געהאט מיט א סימא מירל, וואלט דער גאנצער בילד אנדערש געווען. פארפאלן, א פרוי בויעט א מענטש. ווען ר' משה'לע וואלט חתונה געהאט מיט אזא סימא מירל, וואלט ער געבליעט און געשטיגן, כמובן אז ער וואלט נישט געהאט די סארט פראבלעמען מיט חניוקישקייט, ער וואלט דאן געפירט א הערליכע חסידות מיט א געשמאק. ווידער אויב וואלט ר' מאטעלע חתונה געהאט מיט אזא לייטשא, הוי הוי וואלט מען געזען וואס מידות הייסט... דער חורבן וואס וואלט דארט געווען, עס וואלט געגאנגען פייער, און נאך אסאך ערגער ווי ביי ר' משה'לע, ווייל דא זענען ביידע זייטן קריגערישע מענטשן, ר' משה'לע איז נאך געווען אן איידעלער...

עס האט נישט אזוי ווייט מיט ארבעטן אויף מידות, ווי ווער דער ווייב איז. און יא, מען קען ברעינוואשן פלענטי נארמאלע מענטשן, אפילו די וואס ארבעטן אויף מידות.

און נאכאמאל: רוף אים נישט 'נאר', ער איז נישט דיין עידזש און דו וואלסט זיך געוואונטשן צו האבן אזא זוהן אזוי ווי אים. איך וואונטש דיר עס פון טיפן הארצן און זאג ביטע אמן, ווייל דאס איז א ברכה, און דו ווייסט דאס אליין.

הדד בן בדד » מיטוואך יולי 8, 2015 3:49 am

· #288014
שמואל פרימו
הדד בן בדד


האלא, נישט געטון פערזענליך? ער האט פערזענליך אנגערופן זיין קרוב דעם ווישעווער און אים געבעטן ארויסצואווארפען ר' ישראל'ן פון זיין בית מדרש און ער האט פערזענליך אפגערעדט שידוכים. נישט אפגערעדט, נאר פיל ערגער, אנגערופן די אנדערע צד און געפאדערט נישט צו טון דעם שידוך און געווארנט אויב מען וועט יא טון. דאס האב איך געהערט פון דעם בעל המעשה אליינס.

קען זיין צוליב ברעיוואנשינג, אבער ער האט עס געטון. אויב צוליב ברעינוואשינג דאן באלאנג ער נישט צווישן נארמאלע מענשן


קודם כל, זעסטו דאך אז איך האב געשריבן אז א חלק פון די רדיפות קומט טאקע פון אים, אבער אזוי ווי דו זאגסט קומט עס פון ברעינוואשינג, און זאג נישט אז ער באלאנגט נישט צווישן נארמאלע מענטשן, ווייל איך און דו קענען גענוג איידעלע תמימות'דיגע מענטשן, וואס אויב מען וויל דוקא קען מען זיי פיין ברעינוואשן. פארגעס נישט; דער ישועות משה במהותו איז נישט געווען דער גרעסטער פאליטיקאנט (הגם ער האט געמיינט אז ער איז יא!), ער האט ליב געהאט צו זיצן און לערנען און זיך לעבן אין זיין וועלט. ער האט זיך פארלאזט אויף זיינע ארומיגע כפי שכתבתי און מען האט אים איינגערעדט אז לתועלת הדברים דארף מען אזוי טון.

זאת ועוד: אזוי ווי איך האב שוין געשריבן, האט ער פיל געשלינגען (אזוי ווי איך האב געשריבן איין תגובה ארויף, אויך פון זיין זוהנ'ס חניוקישקייט און פירערשאפט, וואס ער האט מעגליך מורא געהאט דערפאר, אבער ער האט עס געהאלטן אין בויך, ביז ער האט געפלאצט אויף אכצן יאר. איך וועל ברענגען א דוגמא וואס איך האב געהערט, אבער איך נעם נישט קיין אחריות אז עס איז אמת. אין ויז'ניץ איז פאראן א ניגון אויף די ווערטער 'צור ישראל', ארויפגעלייגט אויף אן אלטן ניגון פון 'בגלל אבות'. ארויפגעלייגט די נייע ווערטער האט ר' ישראל אליין, בשעת א נעילת החג טיש פון פסח. ער איז געזעצן ביים טאטענ'ס טיש בשעת דער עולם האט געזינגען בגלל אבות, ווען ער האט אנגעהויבן צו זינגען אויף די ווערטער 'צור ישראל' און דער עולם האט דאס אויפגעכאפט... איך שטעל זיך פאר אז פארן טאטע'ן האט געקענט שטערן אזא זאך... די סארט הנהגה האט מען געזען אויך תיכף נאכן צוריקקומען, ווען דער טאטע האט געזאגט תורה און געזאגט אז די וואך איז די יארצייט פון ... (איינע פון די ויז'ניצע רבי'ס), אבער ער האט זיך טועה געווען מיט א רבי, ר' ישראל האט דאן תיכף געגעבן א געשריי, פאררעכטנדיג דעם טאטע'ן און געזאגט דעם ריכטיגן יארצייט, מנחם ערנסטר האט אים דאן געגעבן א קאפע אונטערן טיש, אז ער זאל איינריען. דוכט זיך אז דאס איז געווען דער ערשטער וואך וואס ער איז געזעצן ביים טיש.

נאכן שלינגען אזויפיל, בנוסף צו וואס מען האט אים איינגערעדט, כמובן אז ער איז געווען אנגעגעסן און זיך אזוי אויפגעפירט.


העי העי, איך זאג נישט ס'קומט פון ברעינוואשינג. דו זאגסט דאס און איך בין מסכים אז ס'קען זיין. אבער איך זאג דיר אויך (אין איינעם פון די תגובות דא) אז ווען איינער איז אויסגעארבעט אין מידות טובות געשעהט דאס נישט. (ביי ר' שלמה'לע באבוב'ער האט מען אים אויך זייער שטארק געטרייט אנצוהעצן קעגן דעם ר' נפתלי'ן, און מיט די זעלבע טענות, אבער עס האט נישט געארבעט. איך האב נאך דוגמאות, אבער עס פעלט נישט אויס).

האק נישט אין קאפ אריין. וואס האט ער געליטן און געשלינגען. ר' ישראל אליינס איז א פייערדיגער חסיד פון זיין טאטן. דו האסט געבערענגט א גוטן דוגמא. דער ברך משה און זיין זון ר' אהרן. ר' אהרן איז קלאר געווען מער דער רבי טייג ווי זיין פאטער. אבער זיין פאטער האט עס גארנישט געשטערט. פארקערט, ער האט געשעפט נחת און געשטופט דעם זון אלס מער און מער. ווידער דער אלטער נער (וואס איז געווען איין שטיק קדושה מלא טפשות אן קיין מידות טובות (לכבודך שרייב איך איידל)) האט, אנשטאט שעפן נחת פון דעם זוהן, זיך געערגערט און געגלייבט אז דער זוהן טרייט אים צוצונעמען דאס רבי'סטווע.

אלזא, וואס איז דא געוועזן צו שלינגען. תענוג ונחת דקדושה. אנשטאט האט ער זיך אליינס אנגעמאכט דאס גיהנם.

שמואל פרימו » מיטוואך יולי 8, 2015 3:51 am

· #288015
הדד בן בדד

דעטס אן איזי וואן. ענדערש אויסקוקן ווי איך און שרייבן אויף קאווע שטיבל. קיין שום ספק נישט. אויב דאס זענען די איינציגסטע צוויי טשויסעס.
ביסט משוגע געווארן? - דו ווייסט פון וועמען מען רעדט דא? - נעבעך נעבעך איז ער פארדרייעט געווארן דורך זיינע מענטשן און אויסגעקוקט אזוי ווי ער האט אויסגעקוקט. ער איז נעבעך אראפגעגאנגען אין די היסטאריע אלס לוזער און דורכפאל. ער איז אבער נישט שולדיג אין דעם, ער וואלט געקענט זיין א כלי מפואר ווען נישט זיינע ארומיגע. ער פלעגט שטיין שעות ארוכות אויף די פיס, הארעווען אין מנחת חינוך און אין גמרא, גאנצע שבתים פון נאכן טיש ביזן דאווענען, פון נאך די בייטאג סעודה ביז מנחה (אין די זומערדיגע לאנגע שבתים), און זיין דאווענען שבת איז געווען א דאווענען, די טישן זענען געווען טישן, ער האט באמת געקאכט אינעם שבת, געקאכט אינעם לערנען, געקאכט אינעם דאווענען. א איד וואס די קדושה איז געווען אויף א אומגעווענליכע מדריגה, וואס מען דערציילט מורא'דיגע הפלגות דערויף. ווען מען איז אים געקומען דערציילן אויף א בחור וואס טוט מעשים אשר לא יעשו, האט ער זיך גענומען ברעכן... עס האט אים פשוט פארעקלט ביזן ברעכן... זיין עבודת השם אלע זיינע יארן, אנגעהויבן פון אלס יונגל אין גרויסווארדיין, במשך די מלחמה יארן, די הרבצת התורה אין ישיבה פון דמשק, ביי זיין טאטן אין ישיבה...

אזוי מאכסטו אוועק יארן פון הארעוואניע? - וואלסט באמת נישט געוואלט אז דיין זוהן זאל זיין א כלי?

שמואל פרימו » מיטוואך יולי 8, 2015 3:54 am

· #288016
הדד בן בדד
ווידער דער אלטער נער (וואס איז געווען איין שטיק קדושה מלא טפשות אן קיין מידות טובות (לכבודך שרייב איך איידל)) האט, אנשטאט שעפן נחת פון דעם זוהן, זיך געערגערט און געגלייבט אז דער זוהן טרייט אים צוצונעמען דאס רבי'סטווע.

אלזא, וואס איז דא געוועזן צו שלינגען. תענוג ונחת דקדושה. אנשטאט האט ער זיך אליינס אנגעמאכט דאס גיהנם.


הער אויף צו זאגן אלטער נער, ווייל איך וועל דיר עוקר מן השורש זיין.

הדד בן בדד » מיטוואך יולי 8, 2015 4:00 am

· #288017
שמואל פרימו
הדד, זאג עס נישט. ווען ר' מאטעלע וואלט חתונה געהאט מיט א לייטשא און ר' משה'לע וואלט חתונה געהאט מיט א סימא מירל, וואלט דער גאנצער בילד אנדערש געווען. פארפאלן, א פרוי בויעט א מענטש. ווען ר' משה'לע וואלט חתונה געהאט מיט אזא סימא מירל, וואלט ער געבליעט און געשטיגן, כמובן אז ער וואלט נישט געהאט די סארט פראבלעמען מיט חניוקישקייט, ער וואלט דאן געפירט א הערליכע חסידות מיט א געשמאק. ווידער אויב וואלט ר' מאטעלע חתונה געהאט מיט אזא לייטשא, הוי הוי וואלט מען געזען וואס מידות הייסט... דער חורבן וואס וואלט דארט געווען, עס וואלט געגאנגען פייער, און נאך אסאך ערגער ווי ביי ר' משה'לע, ווייל דא זענען ביידע זייטן קריגערישע מענטשן, ר' משה'לע איז נאך געווען אן איידעלער...

עס האט נישט אזוי ווייט מיט ארבעטן אויף מידות, ווי ווער דער ווייב איז. און יא, מען קען ברעינוואשן פלענטי נארמאלע מענטשן, אפילו די וואס ארבעטן אויף מידות.

און נאכאמאל: רוף אים נישט 'נאר', ער איז נישט דיין עידזש און דו וואלסט זיך געוואונטשן צו האבן אזא זוהן אזוי ווי אים. איך וואונטש דיר עס פון טיפן הארצן און זאג ביטע אמן, ווייל דאס איז א ברכה, און דו ווייסט דאס אליין.


שמואל, לאמיך טרייען דיר מסביר צו זיין עפעס. איך נעם גארנישט אוועק פון ר' משה'לעס קדושה, עבודה, התמדה און סיי וועלכע אנדערע גוטע זאך וואס ער האט געהאט (און בד"וו, איך קען דיר צולייגן נאך אסאך זאכן וואס דו האסט נישט אויסגערעכענט דא וואס איך ווייס, אבער נישט דאס איז דער נושא דא).

איך וויל האבן גוטע קינדער. אבער איך וויל אויסדרוקליך נישט האבן קינדער ווי ר' משה'לע (אפשר געוויסע חלקים פון אים, אבער ווי אים גלאט, א גרויסער ניין, מיט א גרויסן ספאדיק). לאמיר עס לאזן ביי דעם. איך בין נישט אינטערעסירט נאך מער אים צו באזינגען.

יעצט צום נושא. איך בין נישט דן ר' משה'לע פאר'ן זיך נישט אן עצה געבן מיט לייטשע'ן. זי איז געווען א געזונטע מרשעת, א גאר פארדארבענע פרוי רח"ל. איך ווייס נישט וואס ר' מאטעלע וואלט געטון, לכאורה וואלט ער איר גע'גט, און דאס איז געווען וואס ר' משה'לע האט אויך מערערע מאל געקלערט צו טון. אבער געדענק איין זאך. עס איז פיל גרינגער דורכצולערנען גאנץ שס ווי אויסצוארבעטן איין מדה. עבודת המדות איז "די" שווערסטע עבודה אויף די וועלט (און איך אליינס פאל יעצט דורך אין דעם, ווייל איך וואלט ווען געדארפט שווייגן און בכלל נישט אריינרעדן אין דעם גאנצן נושא, נאר מיין גאוה לאזט מיך נישט. מידות.), און ליידער האט ר' משה'לע די סארט עבודה איבערגעלאזט פאר'ן זוהן, וועלכער האט, טראץ די אלע צרות צרורות און רדיפות און שפיכות דמים, נישט געלאזט רעדן אפילו אויף די מאמען.

וואלט ר' משה'לע געהאט די מידות וואלט קיינמאל נישט פאסירט די גאנצע פרשה, טראץ אלע ברעינוואשינגס. ווייל איינער וואס איז אויסגעארבעט אין די מידות "קען נישט" טון אזא זאך. ער קען נישט. ק-ע-ן נ-י-ש-ט. פינטל. טון אזא מין אקט פון אכזריות, און דאס בויען און שטיצן און פילעווען פאר אזוי פיל יאר קומט פון טפשות, פערדישקייט, ברעינווואשינג אינאיינעם, אבער דער עיקר, פון נישט האבן גוטע מידות.

איך בין אויך מסכים אז עס האט מיטן הימל און העכערע זאכן (כידוע האט ר' יודעלע געזאגט עפעס ווען מען האט אים ארויסגעווארפן), אבער דאס איז נישט מצדיק דעם וואס טוט די עוולה.

הדד בן בדד » מיטוואך יולי 8, 2015 4:06 am

· #288018
שמואל פרימו
הדד בן בדד


דעטס אן איזי וואן. ענדערש אויסקוקן ווי איך און שרייבן אויף קאווע שטיבל. קיין שום ספק נישט. אויב דאס זענען די איינציגסטע צוויי טשויסעס.


ביסט משוגע געווארן? - דו ווייסט פון וועמען מען רעדט דא? - נעבעך נעבעך איז ער פארדרייעט געווארן דורך זיינע מענטשן און אויסגעקוקט אזוי ווי ער האט אויסגעקוקט. ער איז נעבעך אראפגעגאנגען אין די היסטאריע אלס לוזער און דורכפאל. ער איז אבער נישט שולדיג אין דעם, ער וואלט געקענט זיין א כלי מפואר ווען נישט זיינע ארומיגע. ער פלעגט שטיין שעות ארוכות אויף די פיס, הארעווען אין מנחת חינוך און אין גמרא, גאנצע שבתים פון נאכן טיש ביזן דאווענען, פון נאך די בייטאג סעודה ביז מנחה (אין די זומערדיגע לאנגע שבתים), און זיין דאווענען שבת איז געווען א דאווענען, די טישן זענען געווען טישן, ער האט באמת געקאכט אינעם שבת, געקאכט אינעם לערנען, געקאכט אינעם דאווענען. א איד וואס די קדושה איז געווען אויף א אומגעווענליכע מדריגה, וואס מען דערציילט מורא'דיגע הפלגות דערויף. ווען מען איז אים געקומען דערציילן אויף א בחור וואס טוט מעשים אשר לא יעשו, האט ער זיך גענומען ברעכן... עס האט אים פשוט פארעקלט ביזן ברעכן... זיין עבודת השם אלע זיינע יארן, אנגעהויבן פון אלס ינונגל אין גרויסווארדיין, במשך די מלחמה יארן, די הרבצת התורה אין ישיבה פון דמשק, ביי זיין טאטען אין ישיבה...

אזוי מאכסטו אוועק יארן פון הארעוואניע? - וואלסט באמת נישט געוואלט אז דיין זוהן זאל זיין א כלי?


שמואל, זאג מיר אויס דעם אמת ווי אלט דו ביסט.

ווי האסטו מיך געזעהן אוועק מאכן זיין עבודה. איך האב נייעס פאר דיר. איך האב אים געקענט פערזענליך און געווען כמה שבתים ביי אים אין שטוב. (נישט אין בית מדרש, ביי אים אין שטוב, צוגעזעהן פון די נאנט, איך ווייס גוט פון וועמען מען רעדט). אבער דו רעדסט דאך פון דעם גאנצן מענטש.

איז אזוי, קודם כל, דו קענסט מיך נישט. דו זעסט אז איך שרייב דא אין קאווע שטיבל. פיין, קען זיין עס איז א עוולה און קען זיין אז נישט. אבער דו ווייסט דאך נישט ווער איך בין. איך האב נאך א גאנצע לעבן אויסער דאס שרייבן דא. און דערפאר, אויב מוז איך אויסקלויבן איינס פון די צוויי טשויסעס, אזוי ווי זיי זענען, אדער ער, אדער איך, וויל איך ענדערש מיין זון זאל אויסקוקן ווי איך, מיט אלע מיינע מעלות און חסרונות (מיטן שרייבן אויפן קאווע שטיבל), ווי איידער אויסצוקוקן ווי אים, מיט אלע זיינע מעלות און חסרונות.

שמואל פרימו » מיטוואך יולי 8, 2015 4:06 am

· #288019
הדד בן בדד
(ביי ר' שלמה'לע באבוב'ער האט מען אים אויך זייער שטארק געטרייט אנצוהעצן קעגן דעם ר' נפתלי'ן, און מיט די זעלבע טענות, אבער עס האט נישט געארבעט. איך האב נאך דוגמאות, אבער עס פעלט נישט אויס).

האק נישט אין קאפ אריין. וואס האט ער געליטן און געשלינגען. ר' ישראל אליינס איז א פייערדיגער חסיד פון זיין טאטן. דו האסט געבערענגט א גוטן דוגמא. דער ברך משה און זיין זון ר' אהרן. ר' אהרן איז קלאר געווען מער דער רבי טייג ווי זיין פאטער. אבער זיין פאטער האט עס גארנישט געשטערט. פארקערט, ער האט געשעפט נחת און געשטופט דעם זון אלס מער און מער. ווידער דער אלטער נער (וואס איז געווען איין שטיק קדושה מלא טפשות אן קיין מידות טובות (לכבודך שרייב איך איידל)) האט, אנשטאט שעפן נחת פון דעם זוהן, זיך געערגערט און געגלייבט אז דער זוהן טרייט אים צוצונעמען דאס רבי'סטווע.

אלזא, וואס איז דא געוועזן צו שלינגען. תענוג ונחת דקדושה. אנשטאט האט ער זיך אליינס אנגעמאכט דאס גיהנם.


דו קוקסט אויף א זאך מיט שכל, אבער נישט מיט דעם גאנצן בילד פון ארום און ארום. דו ברענגסט צוויי דוגמאות פון דעם באבוב'ער און דעם סאטמארן. בנוגע ר' שלמה'לע, ריכטיג, אים האט מען נישט געקענט פארנארן און ר' משה'לע יא. דער באבוב'ער איז געווען מער מיט ביידע פיס אויף דער וועלט, ער האט זיך פיין פארשטאנען, געלערנט האט ער נישט צופיל - ער איז געווען פארנומען מאכן עקסערסייז אינצווישן, און ער איז געווען מער מיט א דעת צו כאפן וואס עס טוט זיך און וואס די מטרה פון זיינע ארומיגע זענען. ר' משה'לע איז געווען אויסגעטאן פון דער וועלט, ער איז געווען א הימל איד, פשוט נישט געווען דא, דעריבער האט מען אים געקענט גוט פארנארן, און זאג נישט 'אלטער נער', ווייל איך קען גענוג פיינע מענטשן, ערליכע יונגעלייט וואס זיצן אין כולל א גאנצן טאג און לערנען, מען וואלט זיי אויך געקענט פארנארן, עס איז א מהות פון א מענטש. ס'שטייט קיין ערגעץ נישט אין די תורה אז מען מוז כאפן אלעס מיט א שארפקייט, יא, ר' משה'לע איז געווען א שוואכער קאפ בילדותו, והוא גדלותו אז ער האט געהארעוועט בתורה און אויסגעשטיגן גאר גרויס, און מען האט אים געקענט פארנארן, איז וואס? - ס'איז אסור?

בנוגע דעם ברך משה: דארט האט ר' אהרן פשוט קלוגער געהאנדלט, און אכטונג געגעבן על כבוד אביו. שטעל דיר פאר ווען ר' אהרן איז נישט דער פאליטיקאנט, און שרייעט אריין ביים טאטע'נס תורה, וואלט מען דען נישט געקענט אנהעצן דעם ברך משה קעגן זיין זוהן? - איך מיין אז יא.

בנוגע ארבעטן אויף מידות: הער, וויפיל מאל דארף מען דיר שרייבן נאכאמאל און נאכאמאל. ער איז געווען א רחמן גדול - מיט אכזריות האט ער קיין שייכות נישט געהאט, ווען א איד איז אריינגעקומען בעת צרה, פלעגט ער ממש מיטוויינען מיט אים און זיך אינטערעסירט אויף יעדע פרט, ער פלעגט כואב זיין בצרתן של ישראל. אנדערש אבער ווי אנדערע מענטשן, וואס זענען מער שראד און גראד, זיי זאגן וואס זיי קלערן, פלעגט אים ווייטאן געוויסע זאכן וואס ער האט נישט ארויסגעזאגט פון זיין מויל, ער האט עס געשלינגען. א מענטש איז פארט א מענטש, און דאס פלאצצט. אויב וואלט ער געווען שטערקער און געזאגט וואס ער טראכט, וואלט ער געקענט בלייבן מיט זיין רחמנות אויף שטענדיג.

און נאכאמאל: ר' משה'לע איז געווען אן איש צדיק תמים, ער איז נישט געזעצן דרייע פארטאגס און געשריבן אויף קאווע שטיבל. אין די זעלבע צייט איז ער אויף געווען און זיך געבראכן קאפ אויף גמרא וחסידות. הלוואי אויף דיין קינד געזאגט.

הדד בן בדד » מיטוואך יולי 8, 2015 4:08 am

· #288020
שמואל פרימו
הדד בן בדד
ווידער דער אלטער נער (וואס איז געווען איין שטיק קדושה מלא טפשות אן קיין מידות טובות (לכבודך שרייב איך איידל)) האט, אנשטאט שעפן נחת פון דעם זוהן, זיך געערגערט און געגלייבט אז דער זוהן טרייט אים צוצונעמען דאס רבי'סטווע.

אלזא, וואס איז דא געוועזן צו שלינגען. תענוג ונחת דקדושה. אנשטאט האט ער זיך אליינס אנגעמאכט דאס גיהנם.


הער אויף צו זאגן אלטער נער, ווייל איך וועל דיר עוקר מן השורש זיין.



שוין, יעצט האסטו געווינען. אויב דו גייסט מיך עוקר מן השורש זיין דאן האב איך מורא. אקעי, איך וועל בלי"נ מער נישט שרייבן אלטער נאר, כאטש איך האב מיט דעם נאר מלמד זכות געווען אויף אים.

שמואל פרימו » מיטוואך יולי 8, 2015 4:11 am

· #288021
הדד בן בדד

שמואל, זאג מיר אויס דעם אמת ווי אלט דו ביסט.



אזא שאלה באלאנגט אין אישי, נישט אז איך האב א פראבלעם דערמיט, אבער נישט ברבים.

הדד בן בדד

איז אזוי, קודם כל, דו קענסט מיך נישט. דו זעסט אז איך שרייב דא אין קאווע שטיבל. פיין, קען זיין עס איז א עוולה און קען זיין אז נישט. אבער דו ווייסט דאך נישט ווער איך בין. איך האב נאך א גאנצע לעבן אויסער דאס שרייבן דא. און דערפאר, אויב מוז איך אויסקלויבן איינס פון די צוויי טשויסעס, אזוי ווי זיי זענען, אדער ער, אדער איך, וויל איך ענדערש מיין זון זאל אויסקוקן ווי איך, מיט אלע מיינע מעלות און חסרונות (מיטן שרייבן אויפן קאווע שטיבל), ווי איידער אויסצוקוקן ווי אים, מיט אלע זיינע מעלות און חסרונות.


מאדנע.

שמואל פרימו » מיטוואך יולי 8, 2015 4:20 am

· #288022
איך האב אביסל דורכגעטראכט מיט ישוב הדעת וואס דו זאגסט, בנוגע זיין עבודת המידות, צי ער האט יא געארבעט דערויף אדער נישט, און איך ציה אזא מסקנא, לויט ווי איך האב געהערט און געליינט איבער דער מענטש:

לכאורה איז פאראן א גרויסע סתירה אין דער זעלבער מענטש גופא: פון איין זייט איז ער געווען א משתתף בצערן של ישראל, א ווייעכער איבערגעגעבענער ראש-ישיבה, א גרויסער בעל בכי און כמעט ביי יעדע תורה האט ער דערמאנט צרתן של ישראל והשכינה, ער פלעגט רעדן צו זיינע מענטשן מיט אזא פאטערליכע ליבליכקייט און מיט אזא רגש, וואס מען געפינט כמעט נישט ביי אנדערע רבי'ס כדוגמתו. עכ"פ זיין ברודער ר' מאטעלע, קוקט בכלל נישט אויס אזא רחמן ווי אים, וואס האט אויסגעהערט אידישע קינדער און באמת כואב געווען בצערן. מאידך גיסא - קוקנדיג ווי אזוי ער האט באהאנדלט זיינע שונאים, די מחשבות מיט וואס ער האט זיך ארומגעדרייט אז יעדער וויל אים אונטערברענגען, דער אופן ווי אזוי ער האט באהאנדלט זיין זוהן, קוקט ער אויס ווי אן אכזר פונעם ערשטן קלאס.

ווי אזוי ארבעט דאס?

איך האב א מסקנא אין דעם ענין, אבער איך וויל הערן פון דיר הדד, ווי אזוי לערנסטו אפ די צוויי זאכן... ווי אזוי שטימט דאס?

האלסטו אז ער האט געבלאפט ווען ער האט געוויינט פאר אידישע צרות?

הדד בן בדד » מיטוואך יולי 8, 2015 4:26 am

· #288023
שמואל פרימו
הדד בן בדד
(ביי ר' שלמה'לע באבוב'ער האט מען אים אויך זייער שטארק געטרייט אנצוהעצן קעגן דעם ר' נפתלי'ן, און מיט די זעלבע טענות, אבער עס האט נישט געארבעט. איך האב נאך דוגמאות, אבער עס פעלט נישט אויס).

האק נישט אין קאפ אריין. וואס האט ער געליטן און געשלינגען. ר' ישראל אליינס איז א פייערדיגער חסיד פון זיין טאטן. דו האסט געבערענגט א גוטן דוגמא. דער ברך משה און זיין זון ר' אהרן. ר' אהרן איז קלאר געווען מער דער רבי טייג ווי זיין פאטער. אבער זיין פאטער האט עס גארנישט געשטערט. פארקערט, ער האט געשעפט נחת און געשטופט דעם זון אלס מער און מער. ווידער דער אלטער נער (וואס איז געווען איין שטיק קדושה מלא טפשות אן קיין מידות טובות (לכבודך שרייב איך איידל)) האט, אנשטאט שעפן נחת פון דעם זוהן, זיך געערגערט און געגלייבט אז דער זוהן טרייט אים צוצונעמען דאס רבי'סטווע.

אלזא, וואס איז דא געוועזן צו שלינגען. תענוג ונחת דקדושה. אנשטאט האט ער זיך אליינס אנגעמאכט דאס גיהנם.


דו קוקסט אויף א זאך מיט שכל, אבער נישט מיט דעם גאנצן בילד פון ארום און ארום. דו ברענגסט צוויי דוגמאות פון דעם באבוב'ער און דעם סאטמארן. בנוגע ר' שלמה'לע, ריכטיג, אים האט מען נישט געקענט פארנארן און ר' משה'לע יא. דער באבוב'ער איז געווען מער מיט ביידע פיס אויף דער וועלט, ער האט זיך פיין פארשטאנען, געלערנט האט ער נישט צופיל - ער איז געווען פארנומען מאכן עקסערסייז אינצווישן, און ער איז געווען מער מיט א דעת צו כאפן וואס עס טוט זיך און וואס די מטרה פון זיינע ארומיגע זענען. ר' משה'לע איז געווען אויסגעטאן פון דער וועלט, ער איז געווען א הימל איד, פשוט נישט געווען דא, דעריבער האט מען אים געקענט גוט פארנארן, און זאג נישט 'אלטער נער', ווייל איך קען גענוג פיינע מענטשן, ערליכע יונגעלייט וואס זיצן אין כולל א גאנצן טאג און לערנען, מען וואלט זיי אויך געקענט פארנארן, עס איז א מהות פון א מענטש. ס'שטייט קיין ערגעץ נישט אין די תורה אז מען מוז כאפן אלעס מיט א שארפקייט, יא, ר' משה'לע איז געווען א שוואכער קאפ בילדותו, והוא גדלותו אז ער האט געהארעוועט בתורה און אויסגעשטיגן גאר גרויס, און מען האט אים געקענט פארנארן, איז וואס? - ס'איז אסור?

בנוגע דעם ברך משה: דארט האט ר' אהרן פשוט קלוגער געהאנדלט, און אכטונג געגעבן על כבוד אביו. שטעל דיר פאר ווען ר' אהרן איז נישט דער פאליטיקאנט, און שרייעט אריין ביים טאטע'נס תורה, וואלט מען דען נישט געקענט אנהעצן דעם ברך משה קעגן זיין זוהן? - איך מיין אז יא.

בנוגע ארבעטן אויף מידות: הער, וויפיל מאל דארף מען דיר שרייבן נאכאמאל און נאכאמאל. ער איז געווען א רחמן גדול - מיט אכזריות האט ער קיין שייכות נישט געהאט, ווען א איד איז אריינגעקומען בעת צרה, פלעגט ער ממש מיטוויינען מיט אים און זיך אינטערעסירט אויף יעדע פרט, ער פלעגט כואב זיין בצרתן של ישראל. אנדערש אבער ווי אנדערע מענטשן, וואס זענען מער שראד און גראד, זיי זאגן וואס זיי קלערן, פלעגט אים ווייטאן געוויסע זאכן וואס ער האט נישט ארויסגעזאגט פון זיין מויל, ער האט עס געשלינגען. א מענטש איז פארט א מענטש, און דאס פלאצצט. אויב וואלט ער געווען שטערקער און געזאגט וואס ער טראכט, וואלט ער געקענט בלייבן מיט זיין רחמנות אויף שטענדיג.

און נאכאמאל: ר' משה'לע איז געווען אן איש צדיק תמים, ער איז נישט געזעצן דרייע פארטאגס און געשריבן אויף קאווע שטיבל. אין די זעלבע צייט איז ער אויף געווען און זיך געבראכן קאפ אויף גמרא וחסידות. הלוואי אויף דיין קינד געזאגט.


אקעי, צום ערשט גיי איך יעצט דא מוחה זיין אויף דיר פארן אראפלייגן דעם באבוב'ער אויף א ביליג'ן אופן. דא זאג איך פארקערט. אפשר האט ער נישט אזוי פיל געלערנט ווי ר' משה'לע אדער זיין קאזין דער קלויזענבורג'ער, אבער אין עבודת המידות איז ער זיי ביידע איבערגעשטיגן. און דא האט געשטעקט זיין גדלות, כאטש ער האט יא געלערנט און געדינט דעם אויבערשטן אין אנדערע תחומים אין לעבן אויך. אבער אין מידות איז ער געווען גאר גרויס. און בד"וו, זייט ווען איז מאכן עקסערסייז געווארן אן עבירה. איך קען אסאך גרויסע אידן וואס האבן זיך פארנומען מיט דעם.

יעצט ווייטער. איך וועל איבער'חזר'ן. ווען א מענטש איז אויסגעארבעט אין מידות קען ער נישט טון אזעלכע זאכן. יא. עס איז הויל רשעות אנרופן א איד וואס האלט זיך ביים משדך זיין מיט זיין זון און אים אנווארענען און אנשרעקן און אויף דעם אופן צווינגען נישט צו טאן דעם שידוך איז גארנישט אנדערש פון רשעות. פארוואס ווערסטו עפעס פלוצלינג בלינד צו דעם. זייט ווען איז הארעווען נעכט אויף די גמרא און שווערע מנחת חינוך'ס געווארן א היתר און פערמיט צו טון רשעות. איך טריי צו פארשטיין.

אויב די תורה איז נישט משפיע אויף דעם מענטש אים אויסצואיידעלן גענוג אז ער זאל נישט קענען זינקען צו אזעלכע שרעקליכע מעשים דאן האב איך שאלות אויף די גאנצע תורה לערנען.

איך קען אסאך הימל אידן, אויסגעטאן פון די וועלט, וואס ווילן נישט וויסן פון גארנישט אויסער פון די ד' אמות של הלכה, און דו וועסט אין די וועלט נישט קענען מצליח זיין זיי צו מאכן ארויסווארפן זייער קינד. ס'וועט נישט גיין. עס האט גארנישט מיט זיין אויסגעטאן פון די וועלט, עס האט אבער יא מיט זיין א קליין קעפל אינאיינעם מיט נישט ארבעטן אויף די מידות.

אקעי, איך זאג מער נישט אלטער נאר. אבער די אלע אידן וואס זיצן און לערנען א גאנצן טאג און מען קען זיי איינרעדן אזעלכע זאכן, זיצן נישט ביים רודער פון איינס פון די גרעסטע אידישע קהילות אויף די וועלט. עס איז זייער חשוב אז א איד מיט א שוואכע קאפ ארבעט זיך אויס, אבער מען דארף וויסן ווי ער באלאנגט.

הייסט עס אז ר' אהרן האט אכטונג געגעבן אויף כבוד אביו און ר' ישראל נישט. בד"וו, די טענה פון אריינשרייען אין זיין טאטנס תורות הער איך יעצט דאס ערשטע מאל. און טאקע דערפאר גלייב איך אז עס איז שקר. ווען עס וואלט געווען אמת וואלט איך עס געהערט ביז היינט. אלזא, איך נעם דאס פשוט נישט אן. קיינמאל נישט פאסירט. נעקסט.

האלא, וויינען מיט יענעם אויף זיינע צרות איז זייער גרינג. דאס האט נישט מיט מידות. מידות איז דוקא דארט ווי עס איז שווער. פאר דעם איז דאך דאס אזא גרויסע עבודה (נאכאמאל, והא ראי', מיין גאוה לאזט מיך נישט יעצט גיין שלאפן ווייל איך האב דיר נאך נישט אלעס געזאגט וואס איך האב צו זאגן. איך ארבעט נישט יעצט אויף מיינע מידות. און עס איז מיר שווער ווייל איך האב דא אן אינטערעסע. דאס מיינט עבודת המידות, זיך ברעכן דארט ווי עס איז שווער). און א איד וואס ארבעט אויף זיך פאר יארן לאנג ווערט אזוי אויסגעארבעט אז ער קען נישט טון אזעלכע סארט מעשים. ליידער, וויפיל איך וואלט געוואלט עס זאל נישט זיין אזוי, איז עס אבער פארט די פאקט אז די זאכן וואס ער אליינס האט געטון זענען רשעות.

דאס נעמט טאקע נישט אוועק אלע זיינע גוטע זאכן, אבער פונקט אזוי טוט די גוטע זאכן נישט אויסגלייכן די אנדערע. וואס איז דא אזוי שווער צו פארשטיין. דו ווילסט נאר אז איך זאל זעהן נאר די גוטע, און איך זאג אז איך זעה די גוטע אבער איך זעה די נישט גוטע אויך. און איינס איז נישט קיין תירוץ אויפן צווייטן.

און נאכאמאל, ר' משה'לע איז געווען אן איש צדיק תמים און איז נישט געזעצן דריי אזייגער פארטאגס (יעצט שוין נאך פירע) אויף קאווע שטיבל, און ער איז טאקע געווען א גרעסערער צדיק פון מיר, אבער דו קענסט מיך נאך אלץ נישט און דו ווייסט נישט ווער איך בין און וואס איך טוה. (בד"וו, איך האב שוין אסאך מאל אין די שעות געזעצן און געלערנט פלייסיג).

הדד בן בדד » מיטוואך יולי 8, 2015 4:28 am

· #288024
שמואל פרימו
איך האב אביסל דורכגעטראכט מיט ישוב הדעת וואס דו זאגסט, בנוגע זיין עבודת המידות, צי ער האט יא געארבעט דערויף אדער נישט, און איך ציה אזא מסקנא, לויט ווי איך האב געהערט און געליינט איבער דער מענטש:

לכאורה איז פאראן א גרויסע סתירה אין דער זעלבער מענטש גופא: פון איין זייט איז ער געווען א משתתף בצערן של ישראל, א ווייעכער איבערגעגעבענער ראש-ישיבה, א גרויסער בעל בכי און כמעט ביי יעדע תורה האט ער דערמאנט צרתן של ישראל והשכינה, ער פלעגט רעדן צו זיינע מענטשן מיט אזא פאטערליכע ליבליכקייט און מיט אזא רגש, וואס מען געפינט כמעט נישט ביי אנדערע רבי'ס כדוגמתו. עכ"פ זיין ברודער ר' מאטעלע, קוקט בכלל נישט אויס אזא רחמן ווי אים, וואס האט אויסגעהערט אידישע קינדער און באמת כואב געווען בצערן. מאידך גיסא - קוקנדיג ווי אזוי ער האט באהאנדלט זיינע שונאים, די מחשבות מיט וואס ער האט זיך ארומגעדרייט אז יעדער וויל אים אונטערברענגען, דער אופן ווי אזוי ער האט באהאנדלט זיין זוהן, קוקט ער אויס ווי אן אכזר פונעם ערשטן קלאס.

ווי אזוי ארבעט דאס?

איך האב א מסקנא אין דעם ענין, אבער איך וויל הערן פון דיר הדד, ווי אזוי לערנסטו אפ די צוויי זאכן... ווי אזוי שטימט דאס?

האלסטו אז ער האט געבלאפט ווען ער האט געוויינט פאר אידישע צרות?


אויסדרוקליך נישט געבלאפט. עס האט אים באמת וויי געטאן. דאס איז געווען זיין טבע. א ווייכער, א רחמן. פיין. אבער דער נסיון איז דארט ווי עס טוט וויי. דארט קומט די "עבודה". פאר דעם זאגט מען נאך פון די בעלי מוסר וואס איך האב פריער געברענגט. אז עס איז גרינגער דורכצולערנען גאנץ שס ווי אויסארבעטן איין מדה. איך האב עס שוין אנגערירט אין מיין לעצטען תגובה.

הדד בן בדד » מיטוואך יולי 8, 2015 4:35 am

· #288025
שמואל פרימו
הדד בן בדד

שמואל, זאג מיר אויס דעם אמת ווי אלט דו ביסט.



אזא שאלה באלאנגט אין אישי, נישט אז איך האב א פראבלעם דערמיט, אבער נישט ברבים.

הדד בן בדד

איז אזוי, קודם כל, דו קענסט מיך נישט. דו זעסט אז איך שרייב דא אין קאווע שטיבל. פיין, קען זיין עס איז א עוולה און קען זיין אז נישט. אבער דו ווייסט דאך נישט ווער איך בין. איך האב נאך א גאנצע לעבן אויסער דאס שרייבן דא. און דערפאר, אויב מוז איך אויסקלויבן איינס פון די צוויי טשויסעס, אזוי ווי זיי זענען, אדער ער, אדער איך, וויל איך ענדערש מיין זון זאל אויסקוקן ווי איך, מיט אלע מיינע מעלות און חסרונות (מיטן שרייבן אויפן קאווע שטיבל), ווי איידער אויסצוקוקן ווי אים, מיט אלע זיינע מעלות און חסרונות.


מאדנע.


מאדנע? גארנישט אזוי מאדנע. (איי די גאוה, איך קען דיר נישט לאזן האבן דאס לעצטע ווארט. זעסט ווי איך קוק אויס דא?)

זאג מיר, דו וואלסט געוואלט אז דיין זוהן זאל זיין זייער נישט קלוג, אלעמאל אנגעגעסן און אנגעווייטאגט אז יעדער וויל אים אונטערברענגען און יעדער וויל אים טשעפען, כולל זיין אייגענער זוהן, וואס ער קען ניטאמאל שעפן נחת פון אים (ווען עס איז דא אזוי פיל אויף וואס צו שעפן נחת) ווייל ער איז נאר ביזי זעהן דעם שלעכטס, און נאך דעם אלעם אים ארויסטראסקענען ווי א הינט?

דו וואלסט געוואלט אז דיין זוהן זאל האלטן אזעלכע דרשות ווי ער האט געהאלטן ווערנדיג בזוי ומבוזה לעיני כל ישראל?

דו וואלסט געוואלט אז דיין זוהן זאל זיך ארום שלאגן מיט זיין ברודער רוב פון זיינע שענסטע יארן אין זיין לעבן?

דו וואלסט געוואלט אז דיין זוהן זאל יעדע פאר יאר האבן נאך א פרשה (אין וויזניץ פלעגט גיין א ווערטל אז אין וויזניץ איז דא מער פרשה'ס ווי סדרה'ס) פארלירנדיג נאך עטליכע צענדליגער משפחות?

בקיצור. ווען מען נעמט דעם גאנצן ליסטע איז עס גארנישט אזוי מורא'דיג. יא, דו ווילסט פאוקוסן נאר אויף די גוטע חלקים. יא, די גוטע חלקים וואלט איך שוין איינמאל געוואלט מיין זוהן זאל אזוי זיין, אבער אויב קומט עס מיט דעם גאנצן פעקעדש, בין איך עס מוחל בלב שלם. בעסער אויסקוקן ווי מיר.

שמואל פרימו » מיטוואך יולי 8, 2015 4:45 am

· #288026
הדד בן בדד


אויסדרוקליך נישט געבלאפט. עס האט אים באמת וויי געטאן. דאס איז געווען זיין טבע. א ווייכער, א רחמן. פיין. אבער דער נסיון איז דארט ווי עס טוט וויי. דארט קומט די "עבודה". פאר דעם זאגט מען נאך פון די בעלי מוסר וואס איך האב פריער געברענגט. אז עס איז גרינגער דורכצולערנען גאנץ שס ווי אויסארבעטן איין מדה. איך האב עס שוין אנגערירט אין מיין לעצטען תגובה.


דער אמת'ער ענטפער דערויף איז, אז ער האט מעגליך יא געארבעט דערויף, אבער ער איז נישט געווען קיין געזונטער מענטש בפנמיותו (רוף עס נישט 'אלטער נער', דו האסט עס נאכאמאל געזאגט... קומסט מיר פאר דער מעשה הידוע, ווא איינער וואס האט געזאגט "איך זאג נישט אז דיין ווייב איז א זונה, ווייל איך וויל נישט באצאלן די געלט צו זאגן אז דיין ווייב איז א זונה").

לענינינו, ער האט געארבעט אויף מידות, אבער נישט אויף זיין פנימיות'דיגער מהות (היינט וואלט מען אים געשיקט צו פראדאקטיוו). ער איז נישט געווען קיין אפענער מענטש, א שטיקל בעל דמיון און אן איינגערעדטער. ער האט ערליך געלערנט חובת הלבבות און דוקא יא געארבעט אויף מידות, אבער נישט אויף די ריכטיגער וועג, און דאס איז נישט זיין שולד געווען, קיינער האט אים אנדערש נישט מדריך געווען. ער האט אפגעלערנט מידות, אז מען דארף רחמנות האבן אויף יענעם און מיטשפירן דעם צער, און אויך... מוותר זיין - דארט וואו זיין ברודער'ס שוואכקייט ליגט. ער איז אבער נישט געווען געזונט אויסגעבויעט, ווי אזוי צו מוותר זיין פון זיך, ווען מען דארף יא און ווען נישט. ער האט דעריבער פיל געשלינגען אין זיין לעבן. דאס ווייב האט ער נישט אפגע'גט, אויך ווייל ער האט מעדיף געווען צו פארקוקן און מוותר זיין, עס האט אבער געקאכט אין אים. ווען ער האט געזען זיין זוהן פירט און איז מצליח, האט ער אפשר לכתחילה געשעפט נחת, אבער ווען מען האט אים אנגערעדט און ער אליין האט דאס געשלינגען און געשלינגען, האט עס געפלאצט.

דו קענסט עס נישט אנרופן, נישט געארבעט אויף מידות. דו ווייסט וויפיל ער האט געדארפט שלינגען ביז ער האט געטאן דעם שריט? - וויפיל ער האט מוותר געווען און באצאלט פון זיין טאש, ביז ער האט געפלאצט?

אין קורצן: ער האט יא געארבעט אויף מידות, אבער נישט אויף אזא געזונטע וועג.

נאך עפעס: די זאכן וואס ער האט געטאן קעגן זיין זוהן, אפרעדן שידוכים וכו', דאס איז געקומען ווייל ער האט געהאלטן אז ער טוט ריכטיג און דערמיט האט ער רחמנות אויף זיין זוהן. ער האט זיך איינגערעדט אז ער מיינט דערמיט זיין זוהנ'ס טובה. עס איז פשוט אזוי.

אגב; דו רעגסט מיר אזוי אויף מיטן 'אלטער נער', וואס דו רופסט אויף א איד וואס פאקט דיר איין אין לינקן טאש (מיט דעם וואס איך קען דיר נישט). וויל איך דיר פרעגן, זיין בן הגדול - ער איז דער קלוגער הייסט?

שמואל פרימו » מיטוואך יולי 8, 2015 4:49 am

· #288027
הדד, איך זוך א חברותא יעצט פארטאגס. ווילסט קומען לערנען?

הדד בן בדד » מיטוואך יולי 8, 2015 5:08 am

· #288028
שמואל פרימו
הדד בן בדד


אויסדרוקליך נישט געבלאפט. עס האט אים באמת וויי געטאן. דאס איז געווען זיין טבע. א ווייכער, א רחמן. פיין. אבער דער נסיון איז דארט ווי עס טוט וויי. דארט קומט די "עבודה". פאר דעם זאגט מען נאך פון די בעלי מוסר וואס איך האב פריער געברענגט. אז עס איז גרינגער דורכצולערנען גאנץ שס ווי אויסארבעטן איין מדה. איך האב עס שוין אנגערירט אין מיין לעצטען תגובה.


דער אמת'ער ענטפער דערויף איז, אז ער האט מעגליך יא געארבעט דערויף, אבער ער איז נישט געווען קיין געזונטער מענטש בפנמיותו (רוף עס נישט 'אלטער נער', דו האסט עס נאכאמאל געזאגט... קומסט מיר פאר דער מעשה הידוע, ווא איינער וואס האט געזאגט "איך זאג נישט אז דיין ווייב איז א זונה, ווייל איך וויל נישט באצאלן די געלט צו זאגן אז דיין ווייב איז א זונה").

לענינינו, ער האט געארבעט אויף מידות, אבער נישט אויף זיין פנימיות'דיגער מהות (היינט וואלט מען אים געשיקט צו פראדאקטיוו). ער איז נישט געווען קיין אפענער מענטש, א שטיקל בעל דמיון און אן איינגערעדטער. ער האט ערליך געלערנט חובת הלבבות און דוקא יא געארבעט אויף מידות, אבער נישט אויף די ריכטיגער וועג, און דאס איז נישט זיין שולד געווען, קיינער האט אים אנדערש נישט מדריך געווען. ער האט אפגעלערנט מידות, אז מען דארף רחמנות האבן אויף יענעם און מיטשפירן דעם צער, און אויך... מוותר זיין - דארט וואו זיין ברודער'ס שוואכקייט ליגט. ער איז אבער נישט געווען געזונט אויסגעבויעט, ווי אזוי צו מוותר זיין פון זיך, ווען מען דארף יא און ווען נישט. ער האט דעריבער פיל געשלינגען אין זיין לעבן. דאס ווייב האט ער נישט אפגע'גט, אויך ווייל ער האט מעדיף געווען צו פארקוקן און מוותר זיין, עס האט אבער געקאכט אין אים. ווען ער האט געזען זיין זוהן פירט און איז מצליח, האט ער אפשר לכתחילה געשעפט נחת, אבער ווען מען האט אים אנגערעדט און ער אליין האט דאס געשלינגען און געשלינגען, האט עס געפלאצט.

אין קורצן: ער האט יא געארבעט אויף מידות, אבער נישט אויף אזא געזונטע וועג.

נאך עפעס: די זאכן וואס ער האט געטאן קעגן זיין זוהן, אפרעדן שידוכים וכו', דאס איז געקומען ווייל ער האט געהאלטן אז ער טוט ריכטיג און דערמיט האט ער רחמנות אויף זיין זוהן. ער האט זיך איינגערעדט אז ער מיינט דערמיט זיין זוהנ'ס טובה. עס איז פשוט אזוי.

אגב; דו רעגסט מיר אזוי אויף מיטן 'אלטער נער', וואס דו רופסט אויף א איד וואס פאקט דיר איין אין לינקן טאש (מיט דעם וואס איך קען דיר נישט). וויל איך דיר פרעגן, זיין בן הגדול - ער איז דער קלוגער הייסט?


אקעי, אקעי, יעצט גיי איך טאקע מער נישט זאגן יענע מיאוס'ע ווארט וואס רעגט דיך אזוי אויף. סארי, איך טוה תשובה.

פרימו, רוף עס אן וויאזוי דו ווילסט. קען זיין ביסט גערעכט. ביי דעם וואס זיצט אויפן אנדערן זיין און איז דער ריסיווער פון די אלע מעשים (אפגעזעהן פון וואס עס קומט) איז עס גאנץ א קליינע נפקא מינא.

דאס אז ער האט געגלייבט אז מיט די רשעות האט ער גאר רחמנות אויפן זון, אין דעם בין איך נישט מסופק. דאס איז זיכער אזוי. דאס איז דער פשוט'ער מענטשליכער נאטור.

און לסיום. טאקע דער בן הגדול זיינער איז דער גרעסטער פרוף אז איך בין גערעכט. ער איז בערך אזוי קלוג ווי דער טאטע, אבער דאך איז ער אויסגעארבעט אין מידות, און קוק ווי ער איז אנגעקומען.

לגבי דעם ענין פון חברותא, נאר אין אישי.

שמואל פרימו » מיטוואך יולי 8, 2015 5:11 am

· #288029
הדד בן בדד
[
דו וואלסט געוואלט אז דיין זוהן זאל זיך ארום שלאגן מיט זיין ברודער רוב פון זיינע שענסטע יארן אין זיין לעבן?



ווער האט זיך געשלאגן מיט וועמען? - ער מיטן ברודער, אדער דער ברודער מיט אים? - יא, איך קען די תורות אז באמת האט אים זיין ברודער מחשיב געווען וכו' וכו' נאר די שונאים ארום האבן אנגעדרייט מחלוקת. צווישן מיר און דיר, ווער האט אנגעדרייט מחלוקת?

הדד בן בדד » מיטוואך יולי 8, 2015 5:13 am

· #288030
מ'קען זיך נישט שלאגן אליינס

שמואל פרימו » מיטוואך יולי 8, 2015 5:16 am

· #288031
הדד בן בדד


און לסיום. טאקע דער בן הגדול זיינער איז דער גרעסטער פרוף אז איך בין גערעכט. ער איז בערך אזוי קלוג ווי דער טאטע, אבער דאך איז ער אויסגעארבעט אין מידות, און קוק ווי ער איז אנגעקומען.



דאס איז נאכנישט קיין ראיה, ווייל דער טאטע, ווען ער האט געהאלטן דריי יאר אין די רבי'סטעווע, איז ער מעגליך געשטאנען נאך שענער - פון זיין ברודער איז ער זיכער געשטאנען שענער דעמאלס. עס איז נאך צו פרי צו שאצן.

שמואל פרימו » מיטוואך יולי 8, 2015 5:25 am

· #288032
הדד, ווי אזוי וואלט ר' מאטעלע באהאנדלט אזא זוהן, מיט געלט חובות אויפן חשבון פון די מוסדות, און פרומער פונעם טאטע'ן (לאמיר זאגן אז ער איז א נטורי קרתא'ניק און לויפט אויף מאנהעטן צו הפגנות...), בשעת ער איז מער אנטרעקטיוו און אנגענומען צווישן דעם עולם?

וואס וואלט ר' מאטעלע געטאן? און אויך, וואס וואלט ער געטאן אויב זיין ברודער וואלט דוקא יענעם זוהן מקרב געווען?

הדד בן בדד » מיטוואך יולי 8, 2015 5:41 am

· #288033
איך האב נישט קיין השגה.

ראוונע » מיטוואך יולי 8, 2015 1:22 pm

· #288116
שמואל פרימו
איך האב א פיליינג אז פיל מגיבים דא, ליינען נישט וואס איך האב געשריבן, אדער נישט בעיון און האקן תגובות סתם אין די לופט אריין. אזוי קוקט מיר אויס לויט די תגובות.

ריכטיג; דו זאגסט יעצט נאך אלי' ניימאנ'ס באשרייבונגען, אבער ער איז נישט גערעכט. טאקע ווייל ער איז געווען אין א קאלטן קריג מיט זיין ברודער, וואלט ער הערשט געדארפט אכטונג געבן וואס ער טוט, זיך נישט אריינצולאזן אין הייס וואסער און אויפפלאקערן די מעשה. מיט די מעשה האט ער אנגעמאכט אז די מחלוקת זאל פלאקערן פאר לאנגע יארן, עס האט פשוט נישט אויסגעפעלט, אן איבעריגע מחלוקת געווען. פארוואס האט ער זיך נישט דורכגערעדט מיט זיין ברודער? - פארוואס האט ער נישט פראבירט צו מפשר זיין... לאמיר זאגן אז ער זאל רעדן מיט זיין ברודער, דערנאך מיט ר' ישראל. זאגן פארן ברודער אז ר' ישראל בלייבט יעצט דא א שטיק צייט, ער גייט ווערן א מענטש - דאן זאגן פאר ר' ישראל "דו ביסט יעצט דא, דו דארפסט טון אזוי און אזוי און זיך אויסמענטשלען, אינצווישן וועל איך דיר העלפן..." - האנדל כאטש ווי א דיפלאמאט. ער האט געמוזט נעמען א שטעלונג צווישן טאטע און זוהן, זיכער מאכן אז זיין ברודער ליידט בושות... כ'מיין, פארוואס? - פארווען? און זאג מיר נישט אז ער האט אים געהאלפן אלס מחותן... ער וואלט עס געקענט מאכן פיל קליגער זיך נישט צו צערייסן מיט זיין ברודער. עס האט פשוט נישט אויסגעפעלט.

ראוונע: אנדערש ווי דיר, האלט איך גראדע יא פון ר' מאטעלע, אז דו וועסט קוקן אין מיינע פריעדיגע תגובות באטיטל איך אים אלס צדיק הדור אויף עטליכע פלעצער אין קאווע שטיבל (אדער קען גאר זיין אז דו ביסט א הייסער חסיד, נאר אלס מורא אז מען וועט דיר פארדעכטיגן שרייבסטו אז דו ביסט א קנאפער חסיד - ס'איז נישט משנה!), אבער אין דעם ענין קען איך ממש נישט פארשטיין וואס ער האט דא געטאן. ער האט לדעתי געהאנדלט זייער ווילד, נאך אונטערן שלייער פון גערעכטיגטקייט און אמת'קייט. לאמיר שוין זאגן אז ער האט באמת געמוזט העלפן - דערזעט ער זיך בין תנור לכיריים, צווישן ברודער און מחותן, וואס ווי אזוי ער זאל טון וועט עס זיין בא'עול'ט א צווייטן צד. פארוואס האט ער נישט אנגענומען דעם שב ואל תעשה עדיף? - אויב האט ער שוין יא געשפירט אז עס איז ממש פיקוח נפש, נישט קלערנדיג אז ער מוז רעדן מיט זיין ברודער פאר דעם (פארוואס טאקע?) - טוה עס כאטש קלוג. עס איז דא גענוג און נאך וועגן ווי אזוי מען קען עס טון אויף א נארמאלער וועג.

צו די אלע מגיבים, א בקשה: עס איז א תענוג צו רעדן מיט אייך און הערן אנדערע מיינונגען ווי מיינע, אבער ביטע דורכליינען גרינטליך וואס איך שרייב, איידער איר זענט מגיב. שכוח.

אקעי אז די ווילסט דוקא. איך בין נישט נאר גאנץ א קנאפע חסיד נאר איך גלייך אים בכלל נישט. אלץ איינער וואס איז אויפגעוואקסען אין מאנסי אין איך באלאנג צו א חסידות וואס איז נישט וויזניץ קען איך זאגען אז רבי מאטעלע קען נאך אסאך ארבייטען אויף זיינע מידות

פאפיטעס » מיטוואך יולי 8, 2015 3:18 pm

· #288166
די אשכול דא איז בעצם געגרינדעט געווארן איבער ר' ישראל, אין סהאט זיך פארצויגן איבער ר' מאטעלע,

איינער האט געשריבן דא אז ר' מאטעלע וואלט נישט אנדערש אויסגעזען ווען ער האט לייטשא פאר א ווייב וכו'...
אנטשולדיגט מיר אבער אויב די האסט געשריבן אזאנס האסטו קיינמאל נישט געזען דער יוד!!
ר' משה'לע איז ווי שוין פריער דערמאנט געווען א שוואכן כאראקטער וואס האט זיך געבראכן פאר יעדע קלייניגקייט, אין זיין ווייב האט געקענט ראגירן אויף אים מיט א פעסטקייט, משע"כ ר' מאטעלע איז א שטארקן כאראקטער "down to earth " אין מען קען אים זייער שווער הייסן וואס צו טוהן, זיינע גבאים קענען אים עצה'נען אבער נישט הייסן, אנדערש ווי אלע רבנים אין דעיע יארגאנג איז ער פעסט אין שטארק אין קיינער קען אים נישט באפעלען וואס צו טוהן,
אין אויב וואלט ער געהאט אזאנע פראבלעמען מיט זיין ווייב, וואלט ער עס פראבירט צו פאררעכטן, אין אויב סוואלט נישט געהאלפן וואלט ער געגעבן א צוועלעווער!

אין איינער האט געשריבן דא אז ער דארף זיך נאך אויסארבעטן די מידות...
כפארשטיי אז די ביסט א סאטמער מאנסי חסיד, אבער לאמיר דיר פרעגן,פונקטלעך וועלכע מידות דארף ער זיך אויסארבעטן??... ער שטייט אסאך בעסער ווי אלע סאטמערע רבנים ווען סקומט צו די נושא

שמואל פרימו » מיטוואך יולי 8, 2015 3:24 pm

· #288170
פאפיטעס, ביסט ערנסט? - כ'פארשטיי אז דו ביסט א חסיד, איך האלט אויך פון דעם איד אלס איש אמת און עובד ה' מיט אן ערנסטקייט, אבער טוה מיר א טובה, דער מענטש האט א גרויסע וועג צו גיין, און טענה זיך נישט, ווייל דאס וועט אריינפירן אין גרויסע באשמיצערייען אויף דיין רבי, וואס נישט דו און נישט איך ווילן אז עס זאל דארט אנקומען. זיין זוהן ר' ישראל איז אסאך מער בעל מידות פון זיין טאטע'ן.

איר זעט, הדד בן בדד קען נישט סובל זיין די שווערע מידות פון ר' משה'לע, אויף אזוי ווייט אז ער וויל נישט זיין זוהן זאל אויסוואקסן ווי אים, טראץ זיינע גרויסע מעלות. איך מיין אז ער וועט אויך מודה זיין, אז ר' מאטעלע'ס מידות זענען פיל שווערער און קאמפלעצירטער, הגם ר' מאטעלע איז אן אמת'ער צדיק און ערנסטער מענטש. דער אויבערשטער האט אבער באשטראפט ר' משה'לען, אז זיינע מידות זאלן זיך ארויסווייזן לעיני השמש און זאל דורכדעם ווערן צו שפאט און שאנד פאר די גאס, בשעת ר' מאטעלע הייסט א הירא פאר זיין שארפקייט.

אזוי ווערט געפירט הימלישע חשבונות.

ראוונע » מיטוואך יולי 8, 2015 5:01 pm

· #288181
פאפיטעס
די אשכול דא איז בעצם געגרינדעט געווארן איבער ר' ישראל, אין סהאט זיך פארצויגן איבער ר' מאטעלע,

איינער האט געשריבן דא אז ר' מאטעלע וואלט נישט אנדערש אויסגעזען ווען ער האט לייטשא פאר א ווייב וכו'...
אנטשולדיגט מיר אבער אויב די האסט געשריבן אזאנס האסטו קיינמאל נישט געזען דער יוד!!
ר' משה'לע איז ווי שוין פריער דערמאנט געווען א שוואכן כאראקטער וואס האט זיך געבראכן פאר יעדע קלייניגקייט, אין זיין ווייב האט געקענט ראגירן אויף אים מיט א פעסטקייט, משע"כ ר' מאטעלע איז א שטארקן כאראקטער "down to earth " אין מען קען אים זייער שווער הייסן וואס צו טוהן, זיינע גבאים קענען אים עצה'נען אבער נישט הייסן, אנדערש ווי אלע רבנים אין דעיע יארגאנג איז ער פעסט אין שטארק אין קיינער קען אים נישט באפעלען וואס צו טוהן,
אין אויב וואלט ער געהאט אזאנע פראבלעמען מיט זיין ווייב, וואלט ער עס פראבירט צו פאררעכטן, אין אויב סוואלט נישט געהאלפן וואלט ער געגעבן א צוועלעווער!

אין איינער האט געשריבן דא אז ער דארף זיך נאך אויסארבעטן די מידות...
כפארשטיי אז די ביסט א סאטמער מאנסי חסיד, אבער לאמיר דיר פרעגן,פונקטלעך וועלכע מידות דארף ער זיך אויסארבעטן??... ער שטייט אסאך בעסער ווי אלע סאטמערע רבנים ווען סקומט צו די נושא

ווילסט איך זאל אריינגיין אין פרטים?
שבת פייפער
ישיבה ספרינג וואלי
רופען הצלה אים שבת (ווען סרעדט זיך נישט פון זיינע קינדער אין אייניקלעך)
ועוד ועוד ועוד

chaims » מיטוואך יולי 8, 2015 5:09 pm

· #288182
אדרבה גיי אריין אין פרטים

ראוונע » מיטוואך יולי 8, 2015 5:17 pm

· #288184
איך האב געשריבן אפאר מראי מקומות ווער עס דארף פארשטיין פארשטייט

שמואל פרימו » מיטוואך יולי 8, 2015 5:20 pm

· #288185
נעקסטע וואך גייט מען אויסרופן אין ויז'ניץ, בשם דעם רבי'ן, אז ווער עס האט געשריבן אויף קאווע שטיבל, איז מען נישט מוחל בזה ובבא, ביז ער קומט מודה זיין.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יולי 8, 2015 5:21 pm

· #288186
Re: היסטאריע פון אדמו"ר הרב ישראל האגער (געווארפן פון וויזני
איך רייב מיר די אויגען. איך קען נישט דער עולם דא, אבער איך קען נישט קיין טאטע וואס 'ליידט' פון דעם אז זיין זוהן זינגט א ניגון אנדעריש ווי איהם, אדער פאררעכט דער נאמען פון א יארצייט. איך קען נידריגע קינדערישע מענטשען, אבער דאס איז גאר א נייעם שטאפל. איך האב נישט פונקט פארשטאנען וואס מיינט עס א 'שטיק העכערקייט'. יעצט ווייס איך שוין.

שמואל פרימו » מיטוואך יולי 8, 2015 5:24 pm

· #288187
ליטוואק, שאט אפ!

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יולי 8, 2015 5:43 pm

· #288192
Re: היסטאריע פון אדמו"ר הרב ישראל האגער (געווארפן פון וויזני
אזעלכע דברי חכמה! פשיאאא.
נעבעך פארשטיי איך נישט די וויכטיגקייט פון א ניגון, די ווייכער סענסיטיוויטי''ס פון א רעביש קינד און די גיאות פון איינער מיט מאכט וואס ער ווייסט טיף אין הארץ אז ס'קומט איהם נישט.
רעד ווייטער שמילו, דו ברענגסט גוט ארויס דיין פוינט ודרכי הרעביסטיווע. נאכ'ן ליינען דיין מאמרים, האט שוין קיינער נישט קיין תירוץ אין הימל היתכן ער איז געווען א חלק פון דער שמוץ.

chaims » מיטוואך יולי 8, 2015 5:48 pm

· #288193
איך קען די אלע מעשיות אבער איך זעה נישט וואס עס האט מיט מידות חוץ פון די מעשה אז זיינע אייניקלעך לאזט ער וואס ווי ווייט איך ווייס איז עס נישט אמת

שמואל פרימו » מיטוואך יולי 8, 2015 5:50 pm

· #288195
ליטוואק, גיי עפן א נייעם אשכול איבער דאס פאלשקייט און פארדארבנקייט פון חסידות, ווי פארדארבן דער בעל שם טוב איז געווען, אז ער האט גע'בטל'ט צייט מיטן טיילן פערפל און זיך געמאכט ווי ער פליעט אין הימל.
אין דעם אשכול רעדן חסידי'שע אידן, וואס טוען דורך על פי תפיסת עולמם וואס עס האט זיך אפגעטאן אין ויז'ניץ. דו פארשטייסט נישט דערצו, דו קענסט נישט דעבאטירן אין די ענינים. דעריבער פארדרייסטו דאס צו דיין נושא צו בעשן דעם גאנצן חסידות. שאט דאון, יעדער ווייסט שוין וואס דו האלסט, און דער אשכול איז נישט געמאכט געווארן צו דעבאטירן חסידות. דו זעסט דאך אז קיינער ענטפערט דיר נישט דא, איז גיי - לאז מנוחה.

און מיין נישט אז איך גיי דיר ענטפערן אויף אלעס וואס דו שרייבסט. דאס איז דאס לעצטע מאל וואס איך זאג דיר, כדי דו זאלסט פארשטיין וואס דו האסט צו טון. ביי.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יולי 8, 2015 6:27 pm

· #288199
Re: היסטאריע פון אדמו"ר הרב ישראל האגער (געווארפן פון וויזני
הייסט'ס ביי דיר איז דער חידוש פונ'ם בעש''ט איז ניגונים, שלעכטע מדות און קטנות?
און איך בין גאר דער מתנגד?!

shem-tov » מיטוואך יולי 8, 2015 6:56 pm

· #288206
.

shem-tov » מיטוואך יולי 8, 2015 7:07 pm

· #288208
שבת אחים האט געשריבן:

און ביי א באזוך אין האט אמעריקא יאהרן צוריק ווען ער האט אפגעשטאט א באזוך ביי ר׳ יואל מ׳סאטמאר זצ״ל האט אים סאטמארער רב געפרעגט: ויזניצער רב וואס הערט זיך אין ארץ ישראל? האט ער גענטפערט: איך לייען נישט קיין צייטונגען!


אינטערסאנט שטיקל געבעקס ווייל לויט וויאזוי די יודעי דבר געדענקן האט זיך אונזער רבי משהלע געווארפן מיט אלע גלידער און די ציינער האבן אים היבש געקלאפט ווען ער איז נאר געשטאנען אין די ד' אמות פון סאטמאר רב זי"ע. און אוודאי נישט געענטפערט מיט אזא אויבער חכמהשקייט. קענסט ווייטער פארקויפן דיינע באבקעס פאר דיינע וויזשניצע פרענדס פון מקוה. אבער למען ההיסטארי האב איך דיר עס דערציילט

שמואל פרימו » מיטוואך יולי 8, 2015 7:12 pm

· #288211
כ'מיין אז ס'איז מער געווען יראת העונש, ענדערש ווי יראת הכבוד, וד"ל.

chaims » מיטוואך יולי 8, 2015 7:39 pm

· #288219
דאכט זיך אז די מעשה איז געווען מיט זיין טאטע דער אמרי חיים וואס פלעגט זיך ארויסדרייען פון טענה'ען מיט סאטמאר רב

shem-tov » מיטוואך יולי 8, 2015 7:46 pm

· #288222
דאס מאכט שוין אסאך מער סענס

diff » מיטוואך יולי 8, 2015 7:59 pm

· #288227
אפגעפרעגט איין באבע מעשה מיט א צוויטע
אבער פון די שקצים דארט איז טאקע געווען וואס צו ציטערען

ראוונע » מיטוואך יולי 8, 2015 8:35 pm

· #288240
chaims
איך קען די אלע מעשיות אבער איך זעה נישט וואס עס האט מיט מידות חוץ פון די מעשה אז זיינע אייניקלעך לאזט ער וואס ווי ווייט איך ווייס איז עס נישט אמת

הייסט אז נישט פארגינען סאטמאר צו האבען א פייפער (און שיקן חברה אום סאמע ערב יום כיפור צושניידען די ווייערס) האט נישט מיט קיין מדות,
און לויפן אויסכאפן ישיבה ספרינג וואלי פון סאטמאר אפילו ס'איז יארן לאנג געשטאנען ליידיג ווייל ער האט נישט געהאט וואס צו טון דערמיט אבי סאטמאר זאל נישט קענען בויען און צושטערן זיין חלום פון מאנסי רבי האט אויך נישט מיט מדות. הא?

התם ומתמם עם תמימים » מיטוואך יולי 8, 2015 8:37 pm

· #288243
chaims
דאכט זיך אז די מעשה איז געווען מיט זיין טאטע דער אמרי חיים וואס פלעגט זיך ארויסדרייען פון טענה'ען מיט סאטמאר רב


איך האב געהערט די מעשה נאך בעסער און זיסער
דער סאטמארע רב האט געפרעגט דעם אמרי חיים וואס איז נייעס אין ארץ ישראל, האט ער גענטפערט עס איז זעהר הייס מ'דארף אנצינדען דעם ווינטעלאטער...

אזוי האט ער זיך ארויסגעדרייט פון זיך טענה'ן מיט איהם

שבת אחים » דאנערשטאג יולי 9, 2015 3:32 am

· #288330
shem-tov
שבת אחים האט געשריבן:

און ביי א באזוך אין האט אמעריקא יאהרן צוריק ווען ער האט אפגעשטאט א באזוך ביי ר׳ יואל מ׳סאטמאר זצ״ל האט אים סאטמארער רב געפרעגט: ויזניצער רב וואס הערט זיך אין ארץ ישראל? האט ער גענטפערט: איך לייען נישט קיין צייטונגען!


אינטערסאנט שטיקל געבעקס ווייל לויט וויאזוי די יודעי דבר געדענקן האט זיך אונזער רבי משהלע געווארפן מיט אלע גלידער און די ציינער האבן אים היבש געקלאפט ווען ער איז נאר געשטאנען אין די ד' אמות פון סאטמאר רב זי"ע. און אוודאי נישט געענטפערט מיט אזא אויבער חכמהשקייט. קענסט ווייטער פארקויפן דיינע באבקעס פאר דיינע וויזשניצע פרענדס פון מקוה. אבער למען ההיסטארי האב איך דיר עס דערציילט



אקעי איך הער וואס דו זאגסט איך האב נאר אפאר שאלות צו דיר מיין פריינד

1)ווייסט פאר א פאקט אז די מעשה איז נישט אמת? אדער שטעלסט זיך פאר אז ס׳קען נישט זיין אז ער האט גערעדט מיט חוצפה צו א מלאך אלקים???

2)ווער זענען די יודעי דבר פון וואס דו רעדסט ??? מענטשען וואס זענען דארט געוועהן בשעתן וויזיט אדער סתם יודעי דבר?

3)ווער איז מחליט ווער איז א יודע דבר און ווער נישט? ז״ל פילאפף, מיט שלמה יענקל געלבמאן?

4) ווי שטארק האט ר׳ משהלע׳ס ציין געציטערט ביים באזוך ביים סאטמארער רב אזוי שטארק ווי די פיש ציטערן אין חודש אלול?

מיין לעצטע קשיא צו דיר איז
5)ווי אלט ביסטו?

בד״וו ס׳קוקט דיר אויס פון מיינע תגובות אז איך גיי אין מקוה ??? און איך פארצייל מיינע מעשיות דארט???

די מעשה האט מיר דערציילט א איד וואס איז דארט געוועהן ער האט באגלייט ר׳ משהלע פאר א קנאפע פערציג יאהר ווען ער איז געפארן קיין אויסלאנד, ר׳ יצחק דוד רזמוביץ ז״ל מחבר פון ימים מקדם ער איז לעצטענס אוועק.

הדד בן בדד » דאנערשטאג יולי 9, 2015 5:57 am

· #288335
ריכטיג,

נישט ריכטיג, דער אמרי חיים איז געווען א חכם מחוכם און א גרויסער פיקח.

הדד בן בדד » דאנערשטאג יולי 9, 2015 6:00 am

· #288336
shem-tov
שבת אחים האט געשריבן:

און ביי א באזוך אין האט אמעריקא יאהרן צוריק ווען ער האט אפגעשטאט א באזוך ביי ר׳ יואל מ׳סאטמאר זצ״ל האט אים סאטמארער רב געפרעגט: ויזניצער רב וואס הערט זיך אין ארץ ישראל? האט ער גענטפערט: איך לייען נישט קיין צייטונגען!


אינטערסאנט שטיקל געבעקס ווייל לויט וויאזוי די יודעי דבר געדענקן האט זיך אונזער רבי משהלע געווארפן מיט אלע גלידער און די ציינער האבן אים היבש געקלאפט ווען ער איז נאר געשטאנען אין די ד' אמות פון סאטמאר רב זי"ע. און אוודאי נישט געענטפערט מיט אזא אויבער חכמהשקייט. קענסט ווייטער פארקויפן דיינע באבקעס פאר דיינע וויזשניצע פרענדס פון מקוה. אבער למען ההיסטארי האב איך דיר עס דערציילט


שם טוב, עס איז א מעשה ידוע. ווען ר' משה'לע איז דאס ערשטע מאל געקומען קיין אמעריקא אלס רבי האט ער באזוכט ביים סאטמאר רב, און דער סאטמאר רב האט אים געפרעגט, כמנהגו, "וואס הערט מען נייעס אין ארץ ישראל", ער האט נישט געמיינט זיך טענה'ן איבער ציונות אדער גארנישט, ער האט סתם געוואלט מאכן א שמועס. אבער ר' משה'לע, וואס איז כידוע נישט געווען קיין שארפער (שמואל איך האף ביסט צופרידן), האט געענטפערט מיט תמימות, "איך ליין נישט קיין צייטונגען".

דער שמועס האט זיך דארט געענדיגט און ווען ער איז ארויס האט סאטמאר רב געפרעגט פון יאסל'ען, "זיין טאטע איז דאך יא געווען א קלוגער איד, ווי נעמט זיך צו אים אזא חכם?".

הדד בן בדד » דאנערשטאג יולי 9, 2015 6:02 am

· #288337
ראוונע
chaims
איך קען די אלע מעשיות אבער איך זעה נישט וואס עס האט מיט מידות חוץ פון די מעשה אז זיינע אייניקלעך לאזט ער וואס ווי ווייט איך ווייס איז עס נישט אמת

הייסט אז נישט פארגינען סאטמאר צו האבען א פייפער (אין שיקען חברה אין סאמע ערב יום כיפור צושניידען די ווייערס) האט נישט מיט קיין מידות
אין לויפען אויסכאפען ישיבה ספרינג וואלי פון סאטמאר אפילו סאיז יארען לאנג געשטאנען ליידיג ווייל ער האט נישט געהאט וואס צו טון דערמיט אבי סאטמאר זאל נישט קענען בויען אין צושטערן זיין חלום פון מאנסי רבי האט אויך נישט מיט מדות. הא?

ראוונע, זיי נישט ברוגז, עס איז נישט געשטאנען ליידיג, אין פאקט איז עס געווען באזעצט דורך ישיבה ספרינג וואלי פאר אסאך יארן נאך וואס וויזניץ האט עס אפגעקויפט, יס"וו איז געבליבן אין דעם בנין ביז זייער נייע בנין איז געווען גרייט.

די עוולה אויף וואס מען איז געשפרינגען איז געווען אז ער האט באצאלט נאך צוויי מיליאן (פיל מער וויפיל עס איז דעמאלס געווען ווערט) אז זיי זאלן ברעכן דעם קאנטראקט מיט סאטמאר.

ראוונע » דאנערשטאג יולי 9, 2015 11:54 am

· #288388
[ציטאט אראפגענומען]

יא איך געדענק ווער עס האט געמאכט די פייפער. סאטמאר האט עס געמאכט ווייל זייער זמן איז פופצען מינוט נאך די וויזניצע זמן
אין רבי מאטעלע האט עס ממש נישט אויסגעהאלטען אז ער פלעגט צושטאפען די אויער ווען די סאטמארע פייפער האט געפיפען (ווען א פייער טראק איז דורעכגעפארען האט אים עס נישט אזוי געשטערט ווי די פייפער)
עס האט אויפגעהערט פייפען איינמאל ווען מהאט געמאכט א פשרה אז קיינער גייט נישט פייפען ביז וויזניץ האט עס געבראכען (מכלומרשט מיט א מעשה פון א פרוי וואס האט מחלל שבת געווען)
שפעטער איז עפעס נאכאמאל געווארען ביי עפעס א שלום אז סאטמאר האט אויפגעהערט צו פייפען (היינט צו טאגס ווייס איך נישט וואס די מצב מיט די פייפער איז ווייל איך וואוין שוין נישט דארט)

ראוונע » דאנערשטאג יולי 9, 2015 11:59 am

· #288389
הדד בן בדד
ראוונע
chaims
איך קען די אלע מעשיות אבער איך זעה נישט וואס עס האט מיט מידות חוץ פון די מעשה אז זיינע אייניקלעך לאזט ער וואס ווי ווייט איך ווייס איז עס נישט אמת


Sent from my DROID Pro using Tapatalk 2

הייסט אז נישט פארגינען סאטמאר צו האבען א פייפער (אין שיקען חברה אין סאמע ערב יום כיפור צושניידען די ווייערס) האט נישט מיט קיין מידות
אין לויפען אויסכאפען ישיבה ספרינג וואלי פון סאטמאר אפילו סאיז יארען לאנג געשטאנען ליידיג ווייל ער האט נישט געהאט וואס צו טון דערמיט אבי סאטמאר זאל נישט קענען בויען אין צושטערן זיין חלום פון מאנסי רבי האט אויך נישט מיט מדות. הא?


ראוונע, זיי נישט ברוגז, עס איז נישט געשטאנען ליידיג, אין פאקט איז עס געווען באזעצט דורך ישיבה ספרינג וואלי פאר אסאך יארן נאך וואס וויזניץ האט עס אפגעקויפט, יס"וו איז געבליבן אין דעם בנין ביז זייער נייע בנין איז געווען גרייט.

די עוולה אויף וואס מען איז געשפרינגען איז געווען אז ער האט באצאלט נאך צוויי מיליאן (פיל מער וויפיל עס איז דעמאלס געווען ווערט) אז זיי זאלן ברעכן דעם קאנטראקט מיט סאטמאר.

אפילו נאכדעם וואס ישיבה ספרינג וואלי האט אוועקגעמופט איז עס געשטאנען ליידיג ביז מהאט געטראפען וואס צו טון דערמיט (ווילחאוויטץ)
דעס איז חוץ די בילדינג אויף עישעל לעין וואס שטייט שוין יארען ליידיג (סא ער האט נישט אויס געכאפט דעם בילדינג ווייל ער האט זיך זייער שטארק גענויטיגט אין פלאץ. דעטס מיי פוינט
די גרעסטע עולה אין מיי מיינד איז געווען דאס מחייב זיין יעדע אינגערמאן אריינצוברענגען צוואנציג טויזענט דאללער דערפאר

ראוונע » דאנערשטאג יולי 9, 2015 12:12 pm

· #288393
[ציטאט אראפגענומען]

אקעי יעצט זעה איך איז די האסט נישט קיין אננונג וואס די רעדסט ווייל די פייפער האט נאך געפיפען יארען נאך וואס רבי חיים יהושע איז געקומען קיין מאנסי.
צווייטענס לאמיר זאגען אז סאטמאר האט עס געמאכט מיט פאליטישע חשבונות. איז וואס? וועגן דעם מעג מען שוין רייסען ווייערס? מאנסי איז עפעס זיינס? (אזוי האט ער זיך איינגערעדט) אין ווען א פייערטראק איז דורעכגעפארען אין געמאכט א גערודער האט אין עס אויך אזוי געשטערט אז ער האט געדארפט פארשטאפען זיינע אויערען?
קאם אן זיי נישט נאריש. די ווייסט זייער גוט אז רבי מאטעלע האט געטון אלעס אין די וועלט אז סאטמאר זאל נישט קענען בויען אין מאנסי ווייל ער האט געהאט א חלום פון זיין מאנסי רבי אין ער האט געזעהן אין דעם א שטער (אדער אפשר ווייסטו נישט. אזוי ווי דעס אז די פייפער האט אויפגעהערט פייפען ווען רבי חיים יהושע איז געקומען קיין מאנסי)

שבת אחים » דאנערשטאג יולי 9, 2015 12:22 pm

· #288400
ראוונע
הדד בן בדד
ראוונע
chaims
איך קען די אלע מעשיות אבער איך זעה נישט וואס עס האט מיט מידות חוץ פון די מעשה אז זיינע אייניקלעך לאזט ער וואס ווי ווייט איך ווייס איז עס נישט אמת


Sent from my DROID Pro using Tapatalk 2

הייסט אז נישט פארגינען סאטמאר צו האבען א פייפער (אין שיקען חברה אין סאמע ערב יום כיפור צושניידען די ווייערס) האט נישט מיט קיין מידות
אין לויפען אויסכאפען ישיבה ספרינג וואלי פון סאטמאר אפילו סאיז יארען לאנג געשטאנען ליידיג ווייל ער האט נישט געהאט וואס צו טון דערמיט אבי סאטמאר זאל נישט קענען בויען אין צושטערן זיין חלום פון מאנסי רבי האט אויך נישט מיט מדות. הא?


ראוונע, זיי נישט ברוגז, עס איז נישט געשטאנען ליידיג, אין פאקט איז עס געווען באזעצט דורך ישיבה ספרינג וואלי פאר אסאך יארן נאך וואס וויזניץ האט עס אפגעקויפט, יס"וו איז געבליבן אין דעם בנין ביז זייער נייע בנין איז געווען גרייט.

די עוולה אויף וואס מען איז געשפרינגען איז געווען אז ער האט באצאלט נאך צוויי מיליאן (פיל מער וויפיל עס איז דעמאלס געווען ווערט) אז זיי זאלן ברעכן דעם קאנטראקט מיט סאטמאר.

אפילו נאכדעם וואס ישיבה ספרינג וואלי האט אוועקגעמופט איז עס געשטאנען ליידיג ביז מהאט געטראפען וואס צו טון דערמיט (ווילחאוויטץ)
דעס איז חוץ די בילדינג אויף עישעל לעין וואס שטייט שוין יארען ליידיג (סא ער האט נישט אויס געכאפט דעם בילדינג ווייל ער האט זיך זייער שטארק גענויטיגט אין פלאץ. דעטס מיי פוינט
די גרעסטע עולה אין מיי מיינד איז געווען דאס מחייב זיין יעדע אינגערמאן אריינצוברענגען צוואנציג טויזענט דאללער דערפאר


איך וויל זיך נישט אריינמישן אין די דעבאטע גופא, אבער עישל לעין איז קיינמאל נישט געוועהן ליידיג, אין פאקט זיי זיכען נאך בנינם און זיי האלטן אין איין צובויען און צולייגן קלאסן און קיין איין בנין וואס מאנסי־וויזניץ פארמאגט איז ליידיג!, פשוט ווייל ס׳וואקסט צו יעדעס יאהר, ס׳איז דאך ממש א בחינה פון ששה בכרם אחד, יעדעס יאהר קומען צי הונדרעטער קינדער און מ׳דארף צולייגן נאך קלאסן.

ר׳ מאטעלע האט נישט ״מחייב״ געוועהן קיינעם צו געבן גארנישט ער האט ״געבעטן״ אז דער עולם זאל זיך משתתף זיין און שטייצעך קיינעם נישט געבעטן קיין 20 טויזענט דאללער !!! רוב וויזניצע חסידים האבן נישט קיין איבריגע 5000 דאללער און ר׳ מאטעלע ווייסט דעס גאנץ גוט!, אני הקטן בין שוין דעמאלסט געוועהן אויף זייער ליסט פון אנ״ש וואס איך פלעג זיי געבן שיין געלט פאר די מאנסי מוסדות (בעיקר די כולל) און ״קיינער״ האט מיר גארנישט געבעטן פאר ישיבה ספרינג וואלי אפגערעדט מחייב געוועהן עפעס, איך ווייס נישט פון ווי דו נעמסט דיינע מעשיות עס איז הוילע בלאָף !
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9