היסטאריע פון אדמו"ר הרב ישראל האגער (געווארפן פון וויזניץ)
404 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2700
שמעו נא רבותי אהובים ידידים:
די מעשה מיט ר' ישראל איז א פארצווייגטע און א פארפלאנטערטע. מקרבי ר' ישראל האבן דעמאלס אריינגעמישט מיין טאטע'ן זז"ג - א גרויסע עסקן אין ארץ-ישראל, זאל זיך אריינלייגן דערין און פראבירן עפעס אויסצוארבעטן. ער איז געווען פארמישט בעובי הקורה, און ער זאגט אז די מעשה איז פארדרייט און פארפלאנטערט, מען קען דערויף שרייבן גאנצע מגילות און גאנצע ביכער (גלויבט מיר - עס וועט נאך אמאל זיין אזא דוד אסף וואס וועט זיך נעמען די מיה און ארויסקומען מיט א בוך).
צו פארשטיין ריכטיג די מעשה, דארף מען ארויסהאבן גענצליך ויז'ניץ, מיט אסאך פרשיות פון ארום און ארום. עס גייט נישט אויף איין פוס.
פאלגענד זענען די זאכן וואס מען דארף וויסן בתור הקדמה:
1. דער כאראקטער פון מרן בעל אמרי חיים זצ"ל, און די סארט חסידות (חניוקעס) וואס ער האט אויפגעשטעלט, און ווער זיינע תלמידים זענען געווען.
2. דער כאראקטער פון מרן בעל ישועות משה זצ"ל, און זיין לעבנ'ס היסטאריע במשך זיינע יארן.
3. די הויף פון מרן בעל אהבת-ישראל, די לופט ארום און ארום - דארט ווי די צוויי ויז'ניצע ברידער זענען אויפגעצויגן געווארן - ווי אויך אביסל, דער דז'יקוב'ער הויף, פון וואו מרן בעל אמרי חיים זצ"ל האט גענאשט.
4. דער כאראקטער פון הרבנית מרת לאה אסתר ע"ה, א"ח מרן בעל הישועות משה זצ"ל.
5. די מרידה בבית ויז'ניץ (אן ארויסהאבן די פרשה, קענט איר נישט פארשטיין קלאר פרשת ר' ישראל - עס איז איין לאנגע המשך)
הערשט נאכן פארשטיין די אלע הקדמות, קען מען אנהויבן דעבאטירן די פרשה פון ר' ישראל.
דערווייל דארף נאך אפירקומען דער 'פארמעגליך' לבית ויז'ניץ, זאל אראפלייגן א דזשאב און מסביר זיין וואס דא איז פארגעקומען.
און אגב קען מען זיך דא לערנען א לעקציע אין סבלנות און אין שלום בית, אויב האט דער ישועות משה זיך אזוינס אנגעליטן פון זיין רבי'צין און זיך נאך פרובירט צו האלטן רואיג, און זיך אונטערזינגען א ראפשיצע שלום עליכם...
שמעקעדיגאון אגב קען מען זיך דא לערנען א לעקציע אין סבלנות און אין שלום בית, אויב האט דער ישועות משה זיך אזוינס אנגעליטן פון זיין רבי'צין און זיך נאך פרובירט צו האלטן רואיג, און זיך אונטערזינגען א ראפשיצע שלום עליכם...
אוודאי אז פון דעם גאנצן פרשה קען מען זיך אסאך לערנען אין שלום בית, אבער כמדומני אז די מעשה אויף וואס די שטעלסט זיך איז פארגעקומען ביי ר' חיים מאיר'ל ז'"ל!
נייגעריגערשמעקעדיגאון אגב קען מען זיך דא לערנען א לעקציע אין סבלנות און אין שלום בית, אויב האט דער ישועות משה זיך אזוינס אנגעליטן פון זיין רבי'צין און זיך נאך פרובירט צו האלטן רואיג, און זיך אונטערזינגען א ראפשיצע שלום עליכם...
אוודאי אז פון דעם גאנצן פרשה קען מען זיך אסאך לערנען אין שלום בית, אבער כמדומני אז די מעשה אויף וואס די שטעלסט זיך איז פארגעקומען ביי ר' חיים מאיר'ל ז'"ל!
יא עס איז געווען ביים אמרי חיים.
מורינו הרב
דערווייל דארף נאך אפירקומען דער 'פארמעגליך' לבית ויז'ניץ, זאל אראפלייגן א דזשאב און מסביר זיין וואס דא איז פארגעקומען.
איך מיין אז היינטיגע צייטן דארף מען א 'פארמעגליך' לבית כמעט יעדע חסידות.
מורינו הרבשמעו נא רבותי אהובים ידידים:
די מעשה מיט ר' ישראל איז א פארצווייגטע און א פארפלאנטערטע. מקרבי ר' ישראל האבן דעמאלס אריינגעמישט מיין טאטע'ן זז"ג - א גרויסע עסקן אין ארץ-ישראל, זאל זיך אריינלייגן דערין און פראבירן עפעס אויסצוארבעטן. ער איז געווען פארמישט בעובי הקורה, און ער זאגט אז די מעשה איז פארדרייט און פארפלאנטערט, מען קען דערויף שרייבן גאנצע מגילות און גאנצע ביכער (גלויבט מיר - עס וועט נאך אמאל זיין אזא דוד אסף וואס וועט זיך נעמען די מיה און ארויסקומען מיט א בוך).
צו פארשטיין ריכטיג די מעשה, דארף מען ארויסהאבן גענצליך ויז'ניץ, מיט אסאך פרשיות פון ארום און ארום. עס גייט נישט אויף איין פוס.
פאלגענד זענען די זאכן וואס מען דארף וויסן בתור הקדמה:
1. דער כאראקטער פון מרן בעל אמרי חיים זצ"ל, און די סארט חסידות (חניוקעס) וואס ער האט אויפגעשטעלט, און ווער זיינע תלמידים זענען געווען.
2. דער כאראקטער פון מרן בעל ישועות משה זצ"ל, און זיין לעבנ'ס היסטאריע במשך זיינע יארן.
3. די הויף פון מרן בעל אהבת-ישראל, די לופט ארום און ארום - דארט ווי די צוויי ויז'ניצע ברידער זענען אויפגעצויגן געווארן - ווי אויך אביסל, דער דז'יקוב'ער הויף, פון וואו מרן בעל אמרי חיים זצ"ל האט גענאשט.
4. דער כאראקטער פון הרבנית מרת לאה אסתר ע"ה, א"ח מרן בעל הישועות משה זצ"ל.
5. די מרידה בבית ויז'ניץ (אן ארויסהאבן די פרשה, קענט איר נישט פארשטיין קלאר פרשת ר' ישראל - עס איז איין לאנגע המשך)
הערשט נאכן פארשטיין די אלע הקדמות, קען מען אנהויבן דעבאטירן די פרשה פון ר' ישראל.
דערווייל דארף נאך אפירקומען דער 'פארמעגליך' לבית ויז'ניץ, זאל אראפלייגן א דזשאב און מסביר זיין וואס דא איז פארגעקומען.
ביטע לאז אונז נישט מיט די צינג אינדרויסן. עס רינט מיר שוין שפייעכץ פון מויל.
איך אויךמורינו הרב
דערווייל דארף נאך אפירקומען דער 'פארמעגליך' לבית ויז'ניץ, זאל אראפלייגן א דזשאב און מסביר זיין וואס דא איז פארגעקומען.
איך מיין אז היינטיגע צייטן דארף מען א 'פארמעגליך' לבית כמעט יעדע חסידות.
דוקא נישט, ווייל פארמעגליך האט פלעין און פשוט געשריבן אפענע און גראבע שקרים (לכאורה מיט דעם האפענונג אז קיינער וועט נישט מאכן אזא סארט ארבעט אויף קעגן, און אין יארן ארום וועט מען דאס אנקוקן אלס היסטארישע אמת'ע ווערק), עס פעלט זיך אויס איינער וואס זאל שרייבן כאטש אכטציג פראצענט אמת.
נו, צוריק קיין וויזניץ
מורינו הרב
דערווייל דארף נאך אפירקומען דער 'פארמעגליך' לבית ויז'ניץ, זאל אראפלייגן א דזשאב און מסביר זיין וואס דא איז פארגעקומען.
גם אני הקטן מצטרף לכל הקולות, וואס בעהטן זיך ביי דיר ווייז אונז אביסל, מיר האבן דאך שוין פון דיין קורצן הקדמה - פון אפאר נקודות למחשבה - געזעהן אז כי לך יאה העבודה צו זיך אריינלייגן אין די ארבעט פונעם פארמעגליך לבית וויזניץ!
און לגבי דעם וואס "הדד" טענה'ט אז פארמעגליך איז יסודתו בשקר, נו אויף דיר האמיר נישט אזא חשד פאר א "מורינו הרב" פאסט נישט צו זאגן קיין ליגענט....
יעצט בלייבט נאר איבער דו זאלסט מקיים זיין את דברי חבריך האומרים עלה לדוכן. שרייטס אלע ער גייט ער גייט, שבת שבת שבת....
די אלע מעשיות זענען אמת, אבער ס'איז מיר א געוואלדיגע פלא ווי היסטוריע טוישט זיך,
ביז ארום 10 יאר צוריק האט יעדע ויזניציע חסיד געהאט א בארג מיט מעשיות קעגן רבי ישראל, און סיבות פארוואס מ'איז אים מחרים וכו', און היינט הערט מען נאר פארקערט ווי א גרויסער בעל מדות ער איז (וואס איז טאקע אמת), און זיין כיבוד אב,
און נאך מער איז מיר א חידוש וויאזוי מ'קען נעמען מענטשען, בחרים, יונגעלייט וועלכע זענען יארן לאנג געפרעדיגט געווארן דורך אלע משפיעים ביז'ן רבין אליינס ווי פסול ער איז, און אין איין מינוט אריבער דרייען אויף פארקערט. צו פאטשען און טאנצען אויף זיינע טאקטן וכו'.
ענדע צדיקדי אלע מעשיות זענען אמת, אבער ס'איז מיר א געוואלדיגע פלא ווי היסטוריע טוישט זיך,

א גוטע קשיא, אבער איך מיין אז טאקע אנפאנג האט מען איהם געפערליך גערוידפט, אבער די שנאה האט מען נישט איבערגעגבען פארן נעקסטען דור.
ס'איז ריכטיג אז די רביצין איז געווען דער וואס האט געקאכט די קאשע, אבער דער רבי דער ישועות משה זצ"ל איז נישט געווען קיין נער בכלל, און זי האט נישט געקענט טון מיט אים וואס זי האט געוואלט ממש.
דער רבי אליינס האט געהאט שטארקע טענות אויף אים.
די געלט איז געווען א גרויסע אישו. ס'איז דא א בריוו פון אפאר יאר פריער ווי ער שרייבט צו רבי ישראל אז ער זאל זיך אינגאנצען ארויסלאזן פון די געלטער ווייל ס'טויג נישט, די מנהלי מוסדות האבען געהאט טענות, און אויך אנדערע האבן געהאט טענות איבער זיין הנהגה,
און מיט זיין שטארקע כיבוד אב ואם האט ער פארט געהאט אין זיך שטארקע מידת קנאות, און פלעגט קריטיקירן די עלטערין "אבא כך כתוב בתורה", ביז ס'איז צוגעקמען דערצו אז דער רבי איז געווארן בייז און געהאלטן אז ער שטערט אים, און געטון וואס ער האט געטון.
און כל ימיו וואס רבי משה'לע איז געווען בדעתו הצלולה,האט ער אים נישט געוואלט צריקנעמען.
לאפוקי פון די אלע ואס שרייבן אויבן אז פון ווען זי אוועק האט זיך אלעס געטוישט,
בערך תשנ"ט א שיינע פאר יאר נאך איר פטירה האבן די איידימער האדמורי"ם מסקוירא, בעלז, אבד"ק קרית יואל (בימים ההם) געשריבן א בריוו צום שווער אז ער זאל צוריקנעמן דעם זין, האט ער שארף צוריק געשריבן מיט א גרויסע "לא".
נאר שפעטער ווען דער רבי איז געווארן שוואך, אלט, נישט געזונט, און האט אנגעהויבן צו מישן אביסל, פארגעסן וכו',
און באותן הימים איז אריינגעקומען א נייע רביצין וואס האט געוואלט שלום מאכן,
און די דעמאלטסדיגע רב רבי מענדל האט געטון אסאך נערישקייטן (הערט צו די דרשות פון יענע תקופה וועט איר וויסן וואס איך מיין)
ממילא איז געווען צוריקצוברענגן רבי ישראל לשולחן אביו.
עד כאן על קצה המזלג
ענדע צדיק
דער רבי אליינס האט געהאט שטארקע טענות אויף אים.
די געלט איז געווען א גרויסע אישו. ס'איז דא א בריוו פון אפאר יאר פריער ווי ער שרייבט צו רבי ישראל אז ער זאל זיך אינגאנצען ארויסלאזן פון די געלטער ווייל ס'טויג נישט, די מנהלי מוסדות האבען געהאט טענות, און אויך אנדערע האבן געהאט טענות איבער זיין הנהגה,
און כל ימיו וואס רבי משה'לע איז געווען בדעתו הצלולה,האט ער אים נישט געוואלט צריקנעמען.
לאפוקי פון די אלע ואס שרייבן אויבן אז פון ווען זי אוועק האט זיך אלעס געטוישט,
בערך תשנ"ט א שיינע פאר יאר נאך איר פטירה האבן די איידימער האדמורי"ם מסקוירא, בעלז, אבד"ק קרית יואל (בימים ההם) געשריבן א בריוו צום שווער אז ער זאל צוריקנעמן דעם זין, האט ער שארף צוריק געשריבן מיט א גרויסע לא.
ראשית כל: קיינער דא האט נישט געזאגט אז די טענות וועגן די געלט געבארגעריי איז מוגזם אדער נישט אמת, אזויפיל האט מען יא געזאגט [אפשר נאר צווישן די שורות] אז "סאמטינג פיששי העיער", אביסל-און אפילו אסאך-געלט פראבלעמען ברענגען נאכנישט אז א רחמנות'דיגער טאטע [כ'מיין, דאס וועט דאך יעדער מודה זיין אז דער ישועות משה ז"ל איז קיין הארצלאזער אכזר נישט געווען, נאר אדרבה דאס פארקעטע..] זאל אזוי ארויסשליידערן אן אייגן קינד [וואס דער טאטע האט אויכעט געוואוסט אז ער איז נישט קיין להכעיס'ניק, נאר אביסל צו תמימות'דיג] …
אבער אזויווי דאס איז דער עיקר סיבה פונעם גאנצן ווארפן לויט וואס דער ישועות משה ז"ל זאגט אין אלע דרשות, מוז מען זאגן אז מ'האט [בעסער געזאגט: זי האט] איהם א לאנגע צייט אריינגעפרעדיגט אז הוא הדבר וואס ברענגט אינטער כבוד בית וויזניץ, וכו' וכו' וכו', און מיט די צייט איז די אייזן געווארן הייסער און הייסער ביז עס האט אויפגעפלאקערט אין א העלישן פלאם.
און דאס וואס דו זאגסט אז ס'איז נישט געווען גלייך נאך די רעביצן'ס פטירה און דאס איז א ראי' אז ערשט שפעטער האט מען געארבעט אויף איהם.
שתי תשובות בדבר: איינס אז אוודאי אזויפיל יאהרן פרעדיגן ווערן נישט פלוצלינג פארגעסן ווען די פרעדיגער גייט פון דער וועלט, און דאס האט געדויערט אסאך צייט איהם צו פארשטיין געבן אז עס איז נישט פונקטליך וואס ער האט ביז יעצט געהאלטן פאר א פאקט.
צווייטענס איז דאך פאר יעדן באוואוסט דעם שטרענגען צענזור וואס אדמו"ר מוהר"ם מיט זיינע מענטשען האבן אראפגעשטעלט דארטן אין חצר אין יענעם תקופה. עס האט מיר פארציילט אן אייניקל פון הה"צ ר מנחם מונדרער אז איעדע מאל זיין זיידע איז אנגעקומען אין חצר איז מענדיל ביז געציילטע מינוטן דארט געווען. אזוי אז עס איז פשוט געווען שווער מסביר צו זיין אמיתן של דברים ווייל עס איז שוין גלייך פארווישט געווארן מיט די הסברים פונעם צד שכנגד.
און דאס וואס די טענה'סט אז ער איז נישט געווען קיין נער דער ישועות משה, אמת אז א נער איז ער נישט געווען אבער ער איז פשוט געווען דבוק אין העכערע זאכן ווי די שטותים און פאליטיק במילא האט מען איהם געקענט איבערצייגן זאכן מיט ראיות וואס האבן נישט געמוזט שטימען מיטן מציאות. און דאס איז חוץ דעם וואס-ווי אויבענדערמאנט-ער האט נאך געהאט א פחד עצום פון דער שרעקליכער מרידה, וואס האט איהם אטאמאטיש געמאכט שנעל מורא האבן פון סיי וואספארא זאך עס קען אנרירן…
לכאורה פין די אלע מעשיות קומט אויס אז דער ישועת משה איז גאר געוועהן גערעכט פאר משלח זיין ר' ישראל פין שטוב.
מען דארף פארשטיין אז נעמען געלט און אוועקגעבען פאר מענטשען, הגם עס איז א גרויסע מצוה, אבער ווען מען טוט עס מיט יענעמס געלט, איז עס אן עבירה. וויפיל מען זאל מסביר זיין אז איינער האט א לב טוב, און ער מוז פשוט אוועק געבען יענעמס געלט ווייל ער קען נישט צוקוקען יענעמס צער, מאכט עס נישט אויס עבירה. חוץ פין דער עבירה חלק, האט עס נאכווייען ווי אין דעם פאל וואס מען דארף דעקען די מוסד, און דאס געלט איז נישטא, מען קען נישט באצאלען די מלמדים ארבייטערס וכו', אלץ ווייל א לב טוב פארטיילט עס פאר אנדערע.
געהערט האב איך אייביג, אז ער פלעגט גין בארגען געלט פין מענטשען און זייענדיק דער זוהן פין וויזניצער רבין פלעגען מענטשען בארגען גרויסע סכומים פאר זיינע צדקות, און זיך פארלאזען אז דער טאטע וועט שוין צוריק צאלען ווייל ער וויל נישט זיין זוהן זאל הייסען א בעל חוב. דער טאטע פלעגט טאקע צוריק צאלען אפאר מאהל, אבער ער האט נישט געקענט אנגיין מיט א התנהגות פין בארגען אויף זיין חשבון און מען האט דאס געמוזט אנשטעלען.
יעצט לגבי די חלק הזריקה, איז מיין "השערה" לויט ווי איך האב געהערט טיטביטס פין דא און דארט, אז דער ישועת משה האט פארלאנגט פין זיין זוהן ר' ישראל זאל אויפהערען מיט די מעשות, ווייל עס קען נישט אזוי אנגיין. דער זוהן האט אבער נישט געקענט זיך מקבל זיין אויפהערען זיינע צדקות, פשוט מחמת לבו הטוב וכו'. ממילא האט דער ישועת משה באמת נישט געהאט קיין אנדערע עצה, נאר זאגען פארען זוהן, האסט צוויי ברירות, אדער הערסטו אויף מיט דיינע צדקות, און אז נישט וועל איך דיך מוזען ארויסווארפען, אזוי אז מענטשען זאלען וויסען אז ווען זיי בארגען דיך געלט וועלען זיי עס פין מיר נישט צוריק באקומען. ר' ישראל האט געזאגט פארען טאטען, אז ער קען נישט אויפהערען, ער קען פשוט נישט. און דער טאטע האט נישט געהאט קיין ברירה נאר אים פארשיקען.
געהאפט האט דער ישועת משה אז דער זוהן ר' ישראל, וועט זיך מקבל זיין אז ער הערט באמת אויף זיינע צדקות, און ער וועט קענען צוריק קומען. און א בריוו וואס דער רבי שרייבט ברענגט דאס ארויס קלאר, אז ר' ישראל קען אייביג צוריקוקמען אויב איז ער זיך נאר מקבל וואס ער וויל פין אים. אבער ר' ישראל האט געהאלטען משום סיבה, אז ער קען אדער טאר נישט מקבל זיין אזעלכע קבלות, און ער האט מסכים געוועהן צו גיין אין גלות, און האפען אז דער טאטע וועט אים צוריקנעמען אפילו אהן זיין קבלה.
דער ביאור ווארפט אויך א ליכט אויף דעם וואס דער ישועת משה האט געבאדערט אז מען גיט געלט פאר ר' ישראל, געטענה'ט האט ער, אים פעלט דען געלט? ער קען קומען צו מיר און איך וועל אים אלעס געבען, ער זאל נאר קומען אויף דעם אופן ווי איך פארלאנג. געפילט האט ער אז ווען מען גיט אים געלט, איז מען אים מחזק פאר נישט וועלען מקבל זיין וואס ער וויל פין אים, און מען טוט עס ווייל מען האט אים (דער ישועת משה) פיינט. ווייל ווען מען טוט עס אלץ אהבה צו ר' ישראל, וואלט מען אים גארנישט געדארפט צו געבען, אזוי ער זאל זיך ברעכען און קומען זיך איבערבעטען מיטען טאטען.
אזוי זעה איך די מעשה פין מיין געליינעכץ וואס חסידי ר' ישראל און חסידי ר' מענדל און פין וואס איך געדענק הערען בשעת די גרויסע מחלוקה איז געוועהן אין אקציע.
אויב איז די מעשה אזוי ווי איך שרייב, קען מען זיי ביידע פארשטיין, אבער מער גערעכט לענ"ד איז דער ישועת משה.
ענדע צדיקדי אלע מעשיות זענען אמת, אבער ס'איז מיר א געוואלדיגע פלא ווי היסטוריע טוישט זיך,
ביז ארום 10 יאר צוריק האט יעדע ויזניציע חסיד געהאט א בארג מיט מעשיות קעגן רבי ישראל, און סיבות פארוואס מ'איז אים מחרים וכו', און היינט הערט מען נאר פארקערט ווי א גרויסער בעל מדות ער איז (וואס איז טאקע אמת), און זיין כיבוד אב,
און נאך מער איז מיר א חידוש וויאזוי מ'קען נעמען מענטשען, בחרים, יונגעלייט וועלכע זענען יארן לאנג געפרעדיגט געווארן דורך אלע משפיעים ביז'ן רבין אליינס ווי פסול ער איז, און אין איין מינוט אריבער דרייען אויף פארקערט. צו פאטשען און טאנצען אויף זיינע טאקטן וכו'.
ברצות ה׳ דרכי איש גם אויביו ישלים אתו.
איחוד פעלד, ער האט נישט געקענט אויפהענגען א גרויסער צעטל אין בית המדרש אז קיינער זאל נישט בארגן פאר ר' ישראל? איך פארשטיי אז ס'איז מאדנע, אבער ארויסווארפן א זון פון שטאט איז נאכמער מאדנע.
יאיראיחוד פעלד, ער האט נישט געקענט אויפהענגען א גרויסער צעטל אין בית המדרש אז קיינער זאל נישט בארגן פאר ר' ישראל? איך פארשטיי אז ס'איז מאדנע, אבער ארויסווארפן א זון פון שטאט איז נאכמער מאדנע.
פארשטייסט אליין אז מען קען נישט אויפהענגען א צעטעל כעין זה. נארוואסדען? מען קען אפשר טוהן אנדערע פעולות צ.ב.ש. נישט באצאלען, אנזאגען די גבירים וכו'.
ועוד והוא העיקר, אז עס איז געוועהן אנדערע מאטיווען, ווי דער פאקט אז דער ר' ישראל איז געוועהן א גרויסע מקשה לדעת.... ער פלעגט פרעגען אסאך קשיות, שוין אלץ יונגעל, ווי דער ישועת משה האט געזאגט ביי די גרויסע דרשה, און ער האט אים בכלל געוואלט לערנען א לעסאן, און ווען די סיבה איז געוועהן בארעכטיגט האט ער עס געטוהן. והראי' ביים סדר האט זיך עס אזוי אויך אויסגעלאזט "איך בין נישט אינטרעסירט אין דיינע קשיות", זעהט אויס אז דאס איז געוועהן א שטארקע פראבלעם, זיינע קשיות. קען זיין זיינע קשיות זענען גראדע געוועהן גאר גוט, און דאס האט נאך מער געבאדערט. ווער ווייסט.
יוי יוי יוי, וויפיל שטותים איך זעה דא צאמגעשריבן. איך וויל אזוי שטארק שרייבן וואס איך ווייס, אבער איך קום פלעין נישט אן. כ'בעט ענק זייט מיר מוחל. איך קום קוים אן צו ליינען, איך זעה עפעס האצעך געריקט אין דעם אשכול קום איך אריין האפענדיג אז איינער האט דא געשריבן עפעס דברי טעם, אבער איך בין אזוי דיסעפוינטעד. איך האף דער אויבערשטער ווען מיר העלפן אין וועל האבן אביסל מער צייט און ישוב הדעת צו שרייבן אביסל מער וועל איך אביסל מרחיב הדיבור זיין איבער די וויזניץ'ער היסטאריע.
הדד, מיר קענען קוים ווארטן.
ענדע צדיקהדד, מיר קענען קוים ווארטן.
גם אני מצטרף לכל הקהל ה'ווארטערס" לדברי הדד בן בדד, אונז פארגעסן נישט אזוי שנעל די דברים של טעם ביים אשכול פון די נידחים [וואס איז אגב געוועזן נאר אן הקדמה, און אויפן המשך ווארטן מיר נאך מיט אויסגעשטרעקטע מיילער! ]…
אזוי שמועסנדיג און דעבאטירנדיג דעם ענין צו די חובות פון ר' ישראל'ען איז א גענוגענדע סיבה פאר די זריקה און רדיפות, האב איך מיך דערמאנט אן אינטערעסאנטן עפיזאד וואס כ'האב געהערט מיט יאהרן צוריק פון א וויזניץ מאנסי'ער חסיד, וגופא דעובדא הכי הויא:
ווען עס האט זיך אנגעהויבן רודערן וועגן די גאנצע פרשה אז מ'ווארפט ארויס ר' ישראל'ען פון וויזניץ, האט זיך כידוע גלייך געשטעלט צו זיין זייט דודו האדמו"ר מוויזניץ מאנסי וואס האט פראבירט איהם צוצוהעלפן מיט שאפן געלט און מיט סיי וואס נאר מעגליך, וואס דאס האט טאקע ארויסגעברענגט בייז בלוט ביים ישועות משה ז"ל אין די תוצאות האבן נישט געשפעטיגט צו קומען וואס האט זיך צום סוף געענדיגט מיטן מלחמת אחים.
אין יענעם תקופה זענען אפאר חסידי וויזניץ מאנסי אריין צו זייער רבי און געפרעגט: "ילמדנו רבינו וואס איז די גרויסע וויכטיגקייט זיך אנצונעמען פאר ר' ישראל וואס פאר דעם לוינט זיך צו צוקריגן מיטן ברודער און אזוי ווייטער"?
האט ער זיי אפגעענפערט מיט אזא סיפור: "געוועזן איז עס נאך בחייו פונעם טאטן ז"ל, און ר' ישראל האט זיך פארחוב'עט כדרכו מיט שווערע געלטער, איינמאל וויילענדיג אין ארץ ישראל במחיצתו פונעם טאטן האט מיר דער ברודער צוגעריפן אינדערזייט און געזאגט 'איך פלאג מיך דא צוזאמענצושטעלן געלט צו באצאהלן פאר די אלע בעלי חובות, וויל איך אויף דיר ארויפלייגן זיך צו משתתף זיין מיט פינעף טויזענט דאלער, איי וועסטו פרעגן וואס עפעס בין איך דיר מחייב עס ליגט דאך אויף מיר און ס'האט מיט דיר גארנישט? אבער אעפ"כ איז ער דאך דעם טאטן'ס אן אייניקל דארפסו ארויסהעלפן', האט דער וויזניצער רבי פון מאנסי אויסגעפירט: איך האב טאקע גלייך געגעבן ווי סאך איך האב דארטן געהאט און נאכגעשיקט די איבריגע תיכף ומיד קומענדיג קיין אמעריקא, נו וואס איז יעצט געשעהן אז איך מעג איהם נישט העלפן ער איז דען געווארן אויס דעם טאטן'ס אייניקל"??
ע"כ הסיפור, וטענה גדולה נשנית כאן, והבן....
ב"ה
לסבתא מצד אימא, מרים פסטרנק לבית טירנואר ע"ה, הייתה תמונה קטנה שלו. היא לא הייתה מחסידות ויז'ניץ אלא ממשפחה חסידית אחרת. היא נולדה בסטמר, ואחד מאחיה היה חסיד סטמר (מהחמישה אחים שנספו בשואה כשנותרו שלושה אחים ושלושה אחיות כשאחת לא הייתה בשואה כי גרה בארד שהנאצים ימ"ש וזכרם רק הגיעו לפאתי העיר אך לא כבשוה). אחד היה חסיד גור (לפחות בארץ), הרב משה מנחם טירנואר ז"ל, שבנו אלימלך היא האחראי על האירועים של "דגל ירושלים - הארגון החינוכי של אגו"י.
פאר הדורב"ה

מה זה אומר לגבי ענינינו? איני מבין?!
ער איז א טראל. כפארשטיי נישט פארוואס מען האט אים נאך נישט חוסם געוועהן.
נייגעריגערפאר הדורב"ה
לסבתא מצד אימא, מרים פסטרנק לבית טירנואר ע"ה, הייתה תמונה קטנה שלו. היא לא הייתה מחסידות ויז'ניץ אלא ממשפחה חסידית אחרת. היא נולדה בסטמר, ואחד מאחיה היה חסיד סטמר (מהחמישה אחים שנספו בשואה כשנותרו שלושה אחים ושלושה אחיות כשאחת לא הייתה בשואה כי גרה בארד שהנאצים ימ"ש וזכרם רק הגיעו לפאתי העיר אך לא כבשוה). אחד היה חסיד גור (לפחות בארץ), הרב משה מנחם טירנואר ז"ל, שבנו אלימלך היא האחראי על האירועים של "דגל ירושלים - הארגון החינוכי של אגו"י.
מה זה אומר לגבי ענינינו? איני מבין?!
לפי הכותרת הייתי בטוח שזה ה"אהבת ישראל" מויז'ניץ, אך כמובן שבדורות ההמשך יכול להיות שם זהה, אך כמובן היה צריך לעיין גם באשכול עצמו ואף בלי להבין כ"כ יידיש אפשר כמובן היה להבין שלא מדובר ב"אהבת ישראל"...
איחוד פעלדער איז א טראל. כפארשטיי נישט פארוואס מען האט אים נאך נישט חוסם געוועהן.
נייגעריגערפאר הדורב"ה
לסבתא מצד אימא, מרים פסטרנק לבית טירנואר ע"ה, הייתה תמונה קטנה שלו. היא לא הייתה מחסידות ויז'ניץ אלא ממשפחה חסידית אחרת. היא נולדה בסטמר, ואחד מאחיה היה חסיד סטמר (מהחמישה אחים שנספו בשואה כשנותרו שלושה אחים ושלושה אחיות כשאחת לא הייתה בשואה כי גרה בארד שהנאצים ימ"ש וזכרם רק הגיעו לפאתי העיר אך לא כבשוה). אחד היה חסיד גור (לפחות בארץ), הרב משה מנחם טירנואר ז"ל, שבנו אלימלך היא האחראי על האירועים של "דגל ירושלים - הארגון החינוכי של אגו"י.
מה זה אומר לגבי ענינינו? איני מבין?!
פרעג שטערקער די קשיא: וואס האט דאס מיט הרב קוק??
טעפלפרעג שטערקער די קשיא: וואס האט דאס מיט הרב קוק??
😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃
the best lesson here in sholem bayis is NEVER pay your childrens debts. Whoever threatens a father for his chldrens debts is a roshe. vesofo
משה געצילטעפלפרעג שטערקער די קשיא: וואס האט דאס מיט הרב קוק??
😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃
הקשר הוא ששניהם צדיקים.
בכל מקרה לא זו הסיבה לתגובתי הראשונה באשכול זה כפי שהסברתי בתגובתי השנייה.
diffthe best lesson here in sholem bayis is NEVER pay your childrens debts. Whoever threatens a father for his chldrens debts is a roshe. vesofo
???vesofo
[ציטאט אראפגענומען]
אונז זאגען צו אויב הערט ער אויף אונז צו רודפן הערן מיר אויף איהם צו רודפן (האסט געזעהן איינעם דא רודפן בכלל?)
[ציטאט אראפגענומען]
דער ראש הקהל זאל זיך אביסל בארואיגען, נישט יעדער זיכט צו רודפ'ען, דער מענטש האט דאך די סימפטאמען פון א
"טראל", ער קומט אריין אין א פארום און ער רעדט אריין פון א נושא וואס האט נישט קיין שייכות! וועסטו וועלן זאגן אז ער איז דאך גערעכט מיט זיין פארענפערונג אז ער האט נישט פארשטאנען קיין אידיש און ער האט בכלל נישט געליינט דעם תוכן האשכול פארדעם, כ'מיין אז ער גיבט נאר צו צום שוועריגקייט, וואסארא חוצפה איז דאס צו שרייבן אן ליינען דעם תוכן האשכול!!
און לגבי רב קוק וואס מ'באפאלט איהם דא, קודם האנדעלט מען מסתם מיט סאטמארע וואס האלטן נישט אויס אז איינער שרייבט גוטס אויף רב קוק, אבער אלס הסכמה ולא מטעמם פארשטיי איך נישט דיין טענה, ער שרייבט נאר וועגן רב קוק און ווען נישט זעסטו דאך אליין וואסארא פנים עס טראגט.
יאך האב גארנישט מיט סאטמאר אבער ער האט גוט נערוועז געמאכט מיט זיינע ריזיגע תגובות אויף הרב קוק וואס מ'האט נישט געוואוסט וואו ס'הייבט זיך אהן און וואו ס'ענדיגט זיך.
שמעקעדיגאיך וויל נישט רעדן, אבער איך קען נישט גלייבן אז א מאמע זאל זיין אזוינס משוגע.
קענסט נישט די גאנצע וועלט
טאקע רוב זענען זייער וואויל און זיס, אדער אזעלכע לאה אסתר'ס זענען דא ליידער גאנץ אסאך, און א חורבן פאר ווער עס האט אזא מאמע
sunbarשמעקעדיגאיך וויל נישט רעדן, אבער איך קען נישט גלייבן אז א מאמע זאל זיין אזוינס משוגע.
א דעעשע קינד זאלסטו קיינמאל נישט אונטערשאצן.
3 פוינטס,
1. איר טאטע איז נישט געווען א רבי אין דעש, סך הכל א מלמד, א יונגערע ברידער פון דער כנסת יחזקאל אדמו"ר ואב"ד דעעש, ער האט געהייסן ר' חיים מנחם מענדל, ער איז געווען פון די יונגע יארען א יתום ווייל זיין טאטע האדמו"ר ר' משה'לע דעעשער האט עם געבוירען לעת זקנתו מיטען זיווג שני, און יונגערהייט געווען א יתום, ער איז געווען א איידעם ביי א שינאווער אייניקעל, און זי איז געווען זייער א שווערער טיפ ווי די שינאווער חברה ווער עס קען זיי, זי איז אוועק יונגערהייט איבערלאזענדיג ר' חיים מענדל מיט 2 יתומים אין שטוב, די טאכטער הרבנית מוויזניץ און א זין וואס איז נעקד געווארען עקה"ש הי"ד, די קינדער האבען זיך געוואלגערט ביי די משפחה, און ווי יתומים בימים ההם (ובזמן הזה ליידער אויך אביסעל) געווען היבש שווערע ווילדע קינדער נעבעך
2. ווער עס קען די דעשער משפחה, איך רעד פון די דור איידער ר' יוסף, ווייסט אז זענען געווען זייער סאלידע מענטשן, ווער עס קען האדמו"ר ר' נחום מאיר פאנעט מ'בארא פארק ווייסט וואס איך מיין, געשמאקער פיינע געלונגענע באליבטע מענטשען, נאר די רעבעצין פון האדמור ר' יוסף פאנעט איז געווען יענע פוילישע "סחורה" ואין כאן המקום להאריך בזה, אבער ר' יוסף ווער עס געדעקנט עם איז געווען זייער זייער א שטילער סאלידער מענטש.
3. די רעבעצין פון וויזניץ איז אדורעך זייער א שווערע לעבן, א יתומה פון אלץ קליין קינד, זיך געוואלגערט אלע קינדערישע יארען, און דאס האט אויפגעבויעט די נאטור אירע, און דאס איז די סיבה פארוואס זי האט גענומען דער ישועות משה זצ"ל נאכען זיין א אלטע בחור וואס האט געהאט א אפגעלאזטע שידוך ואין כאן המקום להאריך בזה
נישט ווייל איך בין א דעעשער חסיד, אבער איך קען די משפחה אביסעל, איך האב זיך געדרייט אביסעלע ביי ר' נחום מאיר שליט"א, און זיך אנגעהערט אסאך אינסייד אינפארמעישאן
היינט איז געווען דארט א חתונה, נאך די חופה איז געשען עפעס שרעקליך.
די טרעפ זענען געווען ציבראכן, און ר"י מוויזניץ איז אראפגעפאלן, און נאך דעם אויך דער בעלזער איז געווען אויפן ערד א 3-4 מינוט ביז מ'האטמצליח געווען איהם אויפהייבן
מורינו הרבהיינט איז געווען דארט א חתונה, נאך די חופה איז געשען עפעס שרעקליך.
די טרעפ זענען געווען ציבראכן, און ר"י מוויזניץ איז אראפגעפאלן, און נאך דעם אויך דער בעלזער איז געווען אויפן ערד א 3-4 מינוט ביז מ'האטמצליח געווען איהם אויפהייבן
מקור??????
קיינער רעדט נישט דערפין!!!!
לכאורה סתם א זיסע שמועת שקר
כ'האב עס אויך געזען אויף טוויטער
ס'איז אמת, ר' ישראל האט געכאפט א קליינע קלאפ, און די בעלזא רבי איז אראפגעפאלען פאר א פאר סעקונדעס, נישט קיין 3-4 מינוט, זעהט אויס ווילאנג ר' ישראל וועט נישט מאכען קיין פישוט ידיים ורגליים דארט וועלען די ראמעינער זיך נישט אויס לערנען, אזוי אויך ר' מענדלע האט בטעות געכאפט א שטופ און זיין שטריימעל איז געפלויגען (יא, טאקע בטעות).
אונטער וועלעכן פון די גדולים האט דאס טרעפל געזאגט "עלי ינוח צדיק את ראשו" און האט זיך אונטערגעבויגן?
נו גוט נושוין יעצט אלס רבי האבן אים מנדליסטן בחורים נאכגעשריגן גיי צוריק קיין רש"י (זיין בית המדרש איז געווען אויף רחוב רש"י יענע יארן) ער האט נישט געלאזט קיינעם גארנישט טון פאר זיי, איינער האט נישט געפאלגט און יא עפעס געטון פאר איינע פון די בחורים, האט די רבי אים אריינגערופן שפעטער און פארלאנגט א קנס, וואס הייסט נישט פאלגן??
אן אינטערסאנטע דרשה נאך אין די ביטערע יארן - תשנ"ו
געוולדיג צדיק הדור איך קען נישט גלייבען בזמננו איז דא אזעלכע אידן
איך פלעג אמאל אריין גיין צו עם אין זיין קעלער אויף רחוב רש''י עס קענסט ענק נישט פארשטעלן ווי אזוי די מצב האט דארט אויס געזען זיידל איז א מלך לגבי עם
ענדע צדיקבערך תשנ"ט א שיינע פאר יאר נאך איר פטירה האבן די איידימער האדמורי"ם מסקוירא, בעלז, אבד"ק קרית יואל (בימים ההם) געשריבן א בריוו צום שווער אז ער זאל צוריקנעמן דעם זין,
📎 מכתב החתני.jpgענדע צדיקהאט ער שארף צוריק געשריבן מיט א גרויסע "לא".
📎 מכתב האדמו''ר כת''י.jpg📎 מכתב האדמו''ר.jpg📎 מכתב האדמו''ר.jpg 📎 מכתב האדמו''ר כת''י.jpg
קען דאס איינער משיג זיין?
טעפלשמעקעדיגאיך וויל נישט רעדן, אבער איך קען נישט גלייבן אז א מאמע זאל זיין אזוינס משוגע.
די באוואוסטע קשיא האט שוין דער ישיעות משה זצ"ל אליינס געפרעגט ביי די באוואסטע "יתרו מ"ח תורה" וואו ער פרעגט דאס (בערך איך געדדענק נישט די לשון פונקטליך) "מענטשן זאגען אז די מאמע האט איהם פיינט, א מאמע קען פיינט האבען אן אייגען קינד? א טאטע קען פיינט האבען א אייגען קינד? נאר וכו', און ער געט אריין פארן ברודער אויך אביסל.
📎 ס''ג תשמ''ח.jpg📎 ס''ג תשמ''ח1.jpg📎 ס''ג תשמ''ח2.jpg📎 ס''ג תשמ''ח3.jpg📎 ס''ג תשמ''ח.jpg 📎 ס''ג תשמ''ח1.jpg 📎 ס''ג תשמ''ח2.jpg 📎 ס''ג תשמ''ח3.jpg
שעפטיל
ש'כוח
ס'איז נישט משיג צו זיין וואס עס איז געווען דאן?
ממש ווי ר' ישראל זאגט, ס'איז הימעלדיג
ער איז שטיקעל גערעכט, כאמור לעיל.
אוי איז אנדערע צייטן היינט.
שטעלטס ענק פאר ווען איינע פון די אחים האדמו"רים וואס קריגן זיך היינט צוטאגס וואלטן אזוי גערעדט אויף א ברודער זייערער, ווי עס וואלט זיך איבערגעקערט א וועלט.
נישט לאנג צוריק האט א ברודער געזאגט אין א דרשה, הצילני נא מיד אחי מיד עשיו, מיט די כוונה איבער רשעי ישראל, אבער וויבאלד ער האט גערעדט וועגן זיין ברודער אין יענע דרשה, האבן מאנכע עס נישט ריכטיג אויסגעטייטשט.
דא רעדט א רבי אפן און גראב קעגן זיין ברודער, אן קיין שום דיפלאמאטיע.
אוי מי יתנני ירחי קדם
אויף די "פלניא גזלנא" דרשה האסטו אויך עפעס א באבע תירוץ אז "מאנכע האבן עס נישט ריכטיג אויסגעטייטשט"? דארט האט ער אויך אפן און גראב גערעדט קעגן זיין ברודער, אן קיין שום דיפלאמאטיע
דער חילוק איז, אז אמאל האט מען גערעדט צו אנ"ש - אייגענע מענטשן, פריוואט אין בית-המדרש, מען האט נישט גערעדט פאר די גאס. אויסער די מענטשן פון די אייגענע חסידות און נאך אפאר מענטשן וואס האבן אריינגעשטעקט א נאז און געווען נייגעריג, האט קיינער נישט געדארפט וויסן דערפון. נו, צווישן היימישע רעדט מען אנדערש. היינט איז אן אפענע וועלט, אלעס ווערט מען געוואויער אין סקונדן, פאר די גאס רעדט מען אנדערש.