היסטאריע פון אדמו"ר הרב ישראל האגער (געווארפן פון וויזניץ)
404 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2700
היסטאריע פון אדמו"ר הרב ישראל האגער (געווארפן פון וויזניץ)
אינעם אשכול "די וויזניצע נידחים" האט "ענדע צדיק" געשריבן:
המתחיל אומרים לו גמור,
וואס איז די פרשה מיט די מרידה אין ר' ישראל? קען איינער מרחיב זיין בדיבור
וואלט איך טאקע געוואלט עפענען א נייע אשכול ווי די חברים זאלן מרחיב זיין בדיבור וועגן דעם נושא פון דעם פרשה פונעם ווארפן און צוריקנעמען פונעם היינטיגן וויזניצער רבי ר' ישראל, דורך זיין פאטער הגה"ק מוויזניץ זצוק"ל.
איך וויל אבער בעהטן יעדן וואס באטייליגט זיך דא, אז מען זאל צוריקהאלטן די פעדער'ס [קנעפלעך בלשון 2013] און שרייבן נאר זאכליכע - אבער גלייכצייטיג זאפטיגע - תגובות, כדי צו שרייבן היסטאריע, אבער געדענקט אז "קאווע שטיבל" איז נישט "פנים חדשות" אדער "בעולמם של חרדים", און "היסטאריע" איז נישט "צימעס", וד"ל!
איך האף ס'וועט זיין מיט הצלחה, ללמוד - ליינען און געוואויר ווערן, וללמד - שרייבן וואס מ'ווייסט, לשמור ולעשות - עס זאל ווערן פארשריבן און אוועקגעלייגט די אלע מעשיות!
איך הער זאגן אז דער זעלבער גבאי וואס האט אים אמאל אין די טונקעלע טעג אראפגעווארפן אלע סטעפס אין פראנט פונעם טאטענס הויז איז יעצט גאר זיין גבאי. איך האב עס נישט געקענט גלייבן ביז איך האב עס מברר געווען גוט גוט.
דעם מענטש'נס מידות איז דאך עפעס נישט פשוט!!!
איך הער אז יעדן טאג ווען ער איז געווען מנודח, א לאנגע תקופה האט ער געוואוינט אין בני ברק איז יעדן טאג פאר ער איז געגאנגען שלאפן האט ער אנגעזאגט אין שטוב אז אויב קאלט מען פונעם טאטענס שטוב אז ער קען צוריק קומען זאל מען אים תיכף אויף וועקן
שוין יעצט אלס רבי האבן אים מנדליסטן בחורים נאכגעשריגן גיי צוריק קיין רש"י (זיין בית המדרש איז געווען אויף רחוב רש"י יענע יארן), ער האט נישט געלאזט קיינעם גארנישט טון פאר זיי, איינער האט נישט געפאלגט און יא עפעס געטון פאר איינע פון די בחורים, האט די רבי אים אריינגערופן שפעטער און פארלאנגט א קנס, וואס הייסט נישט פאלגן??
וואס די גאס האט געזאגט - צייטונג באריכט
איך וועל דא מיטטיילן קאפי'ס פונעם צייטונג "ז' ימים" פון יאהר תש"ן אינטערן קעפל "בן מרד באביו ".
<a class="postlink" href="http://db.tt/jubyFXmg">http://db.tt/jubyFXmg</a>
עס איז א פאלדער מיט זעקס בילדער פונעם צייטונג, כ'מיין אז ס'גאנץ קלאר אויב איינער האט א פראבלעם מיטן קלארקייט זאל ער מודיע זיין און כ'וועל עס נאכאמאל סקענען צו א פי. די. עף. פייל.
נייגעריגער, זייער אן אינטערסאנטע נושא, די רבי זעלבסט רופט אהן די יארען "די זיסע יארען", אין משפחה איז געשטאנען אז איינער האט איהם אמאהל געפרעגט אויב אזוי אפשר וויל ער נאך אזאלעכע זיסע יארען, האט ער געענטפערט אז מ'מוז זיך נישט נאכגעבען אלע תאוות..
כידוע האט דער רבי קיינמאל קיין אות נישט גערעדט אויפן טאטען אפילו אין די שווערסטע מינוטען.
אין בחדרי איז געוועהן נאכען הסתלקות פונעם ישועות משה א אשכול אויף דעם נושא פון 27 בלעטער זייער זייער אינטערסאנט.
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/forums//topic.asp?topic_id=2949063&forum_id=771">http://www.bhol.co.il/forums//topic.asp ... rum_id=771</a>
ישר כח נייגעריגער
שערכויך פאר די וואס האבן זיך שוין אנגערופן!
דא האט איהר נאך אן אינטערעסאנטן דאקומענט, א מחאה פונעם וויזניצערס שוואגער האדמו"ר ר' משולם זוסיא פון טשערנאביל שליט"א אנקעגן דעם וואס מ'רודפט זיין שוואגער.
<a class="postlink" href="http://db.tt/JxgrMMVu">http://db.tt/JxgrMMVu</a>
דאס איז זיין שוואגער.. .
sunbarדאס איז זיין שוואגער.. .
גערעכט גערעכט, די בריוו איז פון איז טאקע פון זיין שוואגער האדמו"ר ר' מנחם נחום מטשערנאביל שליט"א און כ'האב עס שוין פארראכטן, יישר כח פארן מעלדען דערוועגן.
אגב, לגבי זיין שווער הה"ק הנ"ל זצ"ל איז ידוע אז די פרשה האט איהם גאר שטארק ווייגעטוהן, אז ס'האט איהם ממש צוגעטראטן צום געזונט, און נישט אסאך שפעטער איז ער נסתלק געווארן ווען ער איז שרוי בצער!!! ער איז נפטר געווארן י"ז חשוון תשמ"ח און די פרשה האט זיך אנגעהויבן בערך תשמ"ד לפ"ק.
דא האט איהר אן אויסשניט פונעם קאנטערווערסואלער יומני טולנא דף ר"ב, וואו ער רעדט אביסל וועגן די צווי י וויזניצע ברודער מוהר"י און מוהרמ"מ.

נייגעריגערדא האט איהר אן אויסשניט פונעם קאנטערווערסואלער יומני טולנא דף ר"ב, וואו ער רעדט אביסל וועגן די צווי י וויזניצע ברודער מוהר"י און מוהרמ"מ.

אפשר דארף מען טאקע עפענען אן עקסטרע אשכול פאר די יומני טאלנע.
יומני טולנא!
טעפל
אפשר דארף מען טאקע עפענען אן עקסטרע אשכול פאר די יומני טאלנע.
גערעכט, גערעכט! אי"ה לכשאפנה אשנה אביסל ארום דעם גאנצן שערוריה פון די יומני טולנא....
נו גוט נואיך הער זאגן אז דער זעלבער גבאי וואס האט אים אמאל אין די טונקעלע טעג אראפגעווארפן אלע סטעפס אין פראנט פונעם טאטענס הויז איז יעצט גאר זיין גבאי. איך האב עס נישט געקענט גלייבן ביז איך האב עס מברר געווען גוט גוט.
דעם מענטש'נס מידות איז דאך עפעס נישט פשוט!!!
דאס איז נישט אמת, דער גבאי האט געהייסן ר' ישראל זילבערשלאג, און ער לעבט שוין נישט אפאר יאר. אבער דאס איז יא אמת, אז ווען מען האט צוריק געברענגט ר' ישראל'ן איז ער געווען גבאי ביים ישועות משה, און ער האט זיך גענצליך צוגעשטעלט צו ר' ישראל'ן, און ער האט אים אפילו איבערגעבעטן אויפן אראפווארפן די טרעפ. אבער דאס גדלות פון ר' ישראל איז נאך אלס נישט צום באגרייפן, ווייל ער וואלט אים גאר גרינג געקענט באזייטיגן פון דארט, אבער ער האט אים מוחל געווען בלב שלם.
דאכט זיך אז פון זיין יעצטיגן גבאי קארניצער האט ער אויך געכאפט אפאר שלעק.
איינער קען דא איבערגעבן אין קורצע ווערטער די השתלשלות הדברים, פארוואס האט מען אים פארטריבן און פארוואס האט מען אים צוריקגענומען נאך אזויפיל יארן, בבחינת מלך הדיוט ומלך?
ר' הערשל כ'ץ האט עפעס געהאט מיט די ארויסווארפן/צוריקברענגען?
ניין.
הערשל כ''ץ איז געווען א עומד בצד אלע יארן
דעתי הענייהניין.
הערשל כ''ץ איז געווען א עומד בצד אלע יארן
וועלעכע צד?
א פלא אז קיינער שרייבט נישט די פשוטע פאקטן השתלשלות הדברים, נא, במקום שאין... השתדל....
איז אזוי, בקיצור, זיין מאמע (איך וויל נישט אריינגיין אין קיין פרטים וועגן איר פערזענליכקייט, ווייל צו וואס רעדן אויף שוכני עפר) האט אים פיינט געהאט אלע יארן, ווייל ער איז געווען א פרומער, א קנאי, און (אויף די וויזניצער שפראך) א חניואק, און זי האט אלס געוואלט זעהן מענדל אלס מושל בכיפה.
אין יאר תשל''ד איז ישראל אויפגענומען געווארען אלס רב ואב''ד שיכון וויזניץ, וואס איז געווען אן המשכה פון די רבנות אין מרכז בני ברק, וואס ער האט באקומען פון זיידן אים תשכ''ט.
אלס רב, איז ער אויטמאטיש געווארען אחראי אויף די קופה פון די מוסדות, וואו ער האט געהאט צוטריט צו מיליאנען.
זייענדיג א לב טוב, האט ער כמה פעמים געבארגט גרויסע סכומים פאר יחידים וואס האבן געדארפט, און כדרך העולם, איז א גרויס חלק קיינמאל נישט צוריקגעקומען.
ווען די מנהלי המוסדות האבן געזעהן אז עס הייבט אהן פעהלן גרויסע געלטער פון די קאסע, האט מען דאס איבערגעגעבן פארן רבי'ן וואס האט אים געהייסען אויפהערן פארבארגן.
אבער נאך א קורצע צייט, ווען מענטשן האבן אים אנגעהויבן בעטן הלוואות, האט ער זיי נישט געקענט אפזאגן, וחוזר חלילה..... אזוי האט פאסירט כמה פעמים.
דא האט זיך אריינגעמישט די מאמע, ועוד אחרים, און האבן אנגעהויבן אנהעצן אויף ר' ישראל, און זיין מחותן, האדמו''ר מוויזניץ מאנסי, בכל ערליי טענות, אמת'ע און פאלשע, ביז פסח תשמ''ד, ווען די טאטע האט אים ברבים מנדה געווען ביים סדר נאכט.
דאס איז אויפן שפיץ גאפל.
הכי גרסינן
דעתי הענייהאיז אזוי, בקיצור, זיין מאמע (איך וויל נישט אריינגיין אין קיין פרטים וועגן איר פערזענליכקייט, ווייל צו וואס רעדן אויף שוכני עפר)האט אים פיינט געהאט אלה יארן, ווייל ער איז געווען א פרומער, א קנאי, און (אויף די וויזניצער שפראך) א חניואק
אן אנדערע גירסא בנוגע די סיבת השנאה פון מאמע צו קינד: דער מאמע לאה אסתר ע"ה איז געווען די טאכטער פון הה"ק ר' מנחם מענדיל פון דעעש ז"ל, און זי האט זייער שטארק געוואלט אז איהר ערשטע זוהן זאל טראגן איהר טאטע'ס נאמען, אבער למעשה האט מען איהם א נאמען געגעבן נאך הה"ק ר' ישראל'טשע וויזניצער ז"ל, און זי האט דאס קיינמאל מוחל געווען.
אזוי ווייט, אז עס פארציילט זיך א לעגענדע [איך נעם דערויף קיין אחריות - מ'זאל נישט זאגן אז נייגעריגער אליינס האט אזוי פארציילט - אבער אזוי פארציילט מען], אז נאכן ברית ווען מען האט געברענגט דעם רך הנימול צו זיין מוטער האט זי איהם נישט געוואלט אין האנט נעמען, אזוי אז ער איז שיעור נישט אראפגעפאלן!
און לפי דעם איז פארשטענדליך איהר ספעציעלע ליבע צו ר' מענדיל שליט"א וואס האט געטראגן איהר טאטע'ס נאמען.
איך וויל נישט רעדן, אבער איך קען נישט גלייבן אז א מאמע זאל זיין אזוינס משוגע.
חכז"ל לערנען אונז שוין: "....אלא אם כן נכנס בו רוח שטות"!
Come on! what a comparison
שמעקעדיגאיך וויל נישט רעדן, אבער איך קען נישט גלייבן אז א מאמע זאל זיין אזוינס משוגע.
א דעעשע קינד זאלסטו קיינמאל נישט אונטערשאצן.
קאווע טרינקערדעתי הענייהניין.
הערשל כ''ץ איז געווען א עומד בצד אלע יארן
וועלעכע צד?
עברי טייטש, געשטאנען אין די זייט, זיך ווי ווייניגער געמישט.
דעתי הענייהא פלא אז קיינער שרייבט נישט די פשוטע פאקטן השתלשלות הדברים, נא, במקום שאין... השתדל....
דא האט זיך אריינגעמישט די מאמע, ועוד אחרים, און האבן אנגעהויבן אנהעצן אויף ר' ישראל, און זיין מחותן, האדמו''ר מוויזניץ מאנסי, בכל ערליי טענות, אמת'ע און פאלשע, ביז פסח תשמ''ד, ווען די טאטע האט אים ברבים מנדה געווען ביים סדר נאכט.
דאס איז אויפן שפיץ גאפל.
ענדליך איינער זאגט שוין עפעס פרטים. ביטע, דעתי הענייה, דיין דעת איז גארנישט אזוי ארים. דערצייל נאך אביסל, וואס האט מען דערציילט פאר זיין טאטן, ווי אזוי קען א טאטע ווערן אזא אכזר אויף אן אייגן קינד, און ווי אזוי איז די נידוי צוגעגאנגען, מיט שווארצע מה נשתנה ליכט?
נייגעריגער דעתי הענייהאיז אזוי, בקיצור, זיין מאמע (איך וויל נישט אריינגיין אין קיין פרטים וועגן איר פערזענליכקייט, ווייל צו וואס רעדן אויף שוכני עפר)האט אים פיינט געהאט אלה יארן, ווייל ער איז געווען א פרומער, א קנאי, און (אויף די וויזניצער שפראך) א חניואק
אן אנדערע גירסא בנוגע די סיבת השנאה פון מאמע צו קינד: דער מאמע לאה אסתר ע"ה איז געווען די טאכטער פון הה"ק ר' מנחם מענדיל פון דעעש ז"ל, און זי האט זייער שטארק געוואלט אז איהר ערשטע זוהן זאל טראגן איהר טאטע'ס נאמען, אבער למעשה האט מען איהם א נאמען געגעבן נאך הה"ק ר' ישראל'טשע וויזניצער ז"ל, און זי האט דאס קיינמאל מוחל געווען.
אזוי ווייט, אז עס פארציילט זיך א לעגענדע [איך נעם דערויף קיין אחריות - מ'זאל נישט זאגן אז נייגעריגער אליינס האט אזוי פארציילט - אבער אזוי פארציילט מען], אז נאכן ברית ווען מען האט געברענגט דעם רך הנימול צו זיין מוטער האט זי איהם נישט געוואלט אין האנט נעמען, אזוי אז ער איז שיעור נישט אראפגעפאלן!
און לפי דעם איז פארשטענדליך איהר ספעציעלע ליבע צו ר' מענדיל שליט"א וואס האט געטראגן איהר טאטע'ס נאמען.
יא, איך האב געהערט פון דעם, איך קען עס נישט באשטעטיגען, משא''כ די פרומקייט האט זי געזאגט אפן אפאר מאל אז זי האט עס פיינט.
און פאר די וואס וואונדערן זיך אז א מאמע קען זיין אזוי משוגע, וויל איך דערציילן אזא מעשה: איך האב געהערט פון א חשוב'ע רב א בנש''ק א תלמיד פון וויזניץ אין בני ברק, וואס זיין טאטע איז פערזענליך נאנט געווען צום רבי'ן דער ישועות משה, און אלס אות ידידות, די ערשטע שבת וואס ער האט געלערנט אין ישיבה, האט אים די רבי -דאן אלס רב- גערופן עסן צו זיך אהיים.
ביים זינגען זמירות, האט זי אנגעהויבן מיט זינגען אויפן קול..., און ווען ער האט געקלאפט אויפן טיש זי זאל זיין שטיל, האט זי אנגעהויבן זינגען העכער און העכער... און דאס איז ווען א פרעמדע בחור זיצט דארט... וד''ל.
יאיר
ענדליך איינער זאגט שוין עפעס פרטים. ביטע, דעתי הענייה, דיין דעת איז גארנישט אזוי ארים. דערצייל נאך אביסל, וואס האט מען דערציילט פאר זיין טאטן, ווי אזוי קען א טאטע ווערן אזא אכזר אויף אן אייגן קינד, און ווי אזוי איז די נידוי צוגעגאנגען, מיט שווארצע מה נשתנה ליכט?
מען קען פון די פרשה, וואס איך מיין האט זיך אנגעהויבן תשכ''ג ביי די מרידה און גענדיגט תשס''ב ביים היסטארישען שלום, שרייבן א שאפע מיט ביכער, איך האב פשוט נישט די צייט דערפאר...., איך וועל אבער פרובירן ענטפערן אויף שאלות עד מקום שדעתי הענייה מגעת.
די "אויסברוך" פונעם נידוי איז געווען פסח ביינאכט תשמ''ד ביים סדר, ווען ר' ישראל האט זיך אויפגעשטעלט פרעגן מה נשתנה, און די טאטע האט אים געזאגט, איך וויל נישט הערן דיינע קשיות.
בנוגע ווי אזוי א טאטע קען דאס טוהן צו א קינד.
דאס איז גאר א שווערע קשיא. איך, אלס א אמת'ער מעריץ פונעם ישועות משה, מוטשע זיך אויך שטארק דערמיט. ער איז געווען ווייט פון א נאר (ווי גרויס די נערנות פון זיינע קינדער איז סאך קלוגער איז ער געווען) אויב אזוי, וואס יא?
איין גרויסע פאקטאר איז בלי ספק, די געפערליכע קאמפלעקס וואס ער האט כל ימיו געהאט אז מען וויל אים אונטערברענגען, דאס האט געשפילט א גרויסע -אויב נישט די גרעסטע- ראלע אין די מרידה, די מחלוקה מיטן ברודער, און, מיט זיין זוהן.
נאכדעם, דאס איז אמת אז די מוסדות האבן נישט געקענט ווייטער זיין אונטערן בעלות פון איינער וואס פארטיילט די געלטער אין גרויסן... כולי עלמא מודי, אז מען האט אים געדארפט מעביר זיין פון פירן די מוסדות, אבער פון דארט ביז ארויסווארפן און פייניגען איז א לאנגער וועג.
דעתי הענייה
דא האט זיך אריינגעמישט די מאמע, ועוד אחרים, און האבן אנגעהויבן אנהעצן אויף ר' ישראל, און זיין מחותן, האדמו''ר מוויזניץ מאנסי, בכל ערליי טענות, אמת'ע און פאלטשע,
די מעשה מיטן מאנסי'ער וויזניצער רבי פארציילט מען אז ווען ער האט צוגעזעהן וואס ס'רעביצן האט אפגעטון פארן ברודער דער ישועות משה ז"ל [שוין ביים מרידה וואס זי האט געהאט א חלק אינעם גרם, און אפילו נאך פריערד אין דעעש, וד"ל], האט ער געשיקט א ברודערליכן בריוו צום ברודער: "געב איהר א צוועלעף'ער [כלומר א גט וואס איז נכתב אויף צוועלעף שורות]", און זי האט עס ליידער דערווישט און פון דאן אן איז דער מאנסי'ער געוועזן איהר בלוט פיינט...
דעתי הענייה
בנוגע ווי אזוי א טאטע קען דאס טוהן צו א קינד.
דאס איז גאר א שווערע קשיא. איך, אלס א אמת'ער מעריץ פונעם ישועות משה, מוטשע זיך אויך שטארק דערמיט. ער איז געווען ווייט פון א נאר (ווי גרויס די נערנות פון זיינע קינדער איז סאך קלוגער איז ער געווען) אויב אזוי, וואס יא?
איין גרויסע פאקטאר איז בלי ספק, די געפערליכע קאמפלעקס וואס ער האט כל ימיו געהאט אז מען וויל אים אונטערברענגען, דאס האט געשפילט א גרויסע -אויב נישט די גרעסטע- ראלע אין די מרידה, די מחלוקה מיטן ברודער, און, מיט זיין זוהן.
נאכדעם, דאס איז אמת אז די מוסדות האבן נישט געקענט ווייטער זיין אונטערן בעלות פון איינער וואס פארטיילט די געלטער אין גרויסן... כולי עלמא מודי, אז מען האט אים געדארפט מעביר זיין פון פירן די מוסדות, אבער פון דארט ביז ארויסווארפן און פייניגען איז א לאנגער וועג.
אבער לפענ"ד איז די גרעסטע ביישטייערער געווען די רעביצין, וואס זי האט איהם דערקוטשעט די יאהרן, און אריינגעבאקן די שנאה שטאפלווייז קעגן אירע ביידע שונאים, און ווערטער ווערן נישט פארפאלן, ביז זי האט דערגרייכט דעם ציהל איהרע.
און דאס וואס איך שרייב דערקוטשעט, מיין איך ממש עד חרמה! ווי עס האט פארציילט אן עלטערע יוד וואס האט אינדערהיים געוואוינט אין דעעש אז ס'האט זיך געקענט מאכן אז מ'זאל איהם טרעפן שלאפן אין ביהמ"ד ווייל מ'האט איהם נישט אריינגעלאזט אין שטוב ביינאכט!!
נו, יעצט פארשטייט איהר שוין וואס דער גמרא אין ברכות לערנט אונז אז "מצא או מוצא - ומוצא אני מר ממות את האשה".
און אפשר אלו ואלו דברי אמת [די מרידה מיט די רעביצין זענען שולדיג].
בלייבט מען אבער ווייטער מיט איין גורם - די רעביצין, ווייל ווי איינער האט שוין אנגעמערקט אינעם אשכול "די וויזניצע נדחים (מורדים)" אז דער גאנצער סומאטאכע האט זיך אנגעהויבן מיטן רעביצין'ס עקשנות צו שיקן די טעכטער צו א בית יעקב שולע ווי מ'האט געלערנט אויף עיבריט!
נייגעריגער, וואספארא לשון הרע'ס האט זי דערציילט אויף אים?
עס איז נישט געלונגען פאר קיינעם צו קאנווינסן דעם טאטן אז ער איז נישט שולדיג און ער זאל אים פרובירן צו אריינעמען אין שטוב, מ'רעדט דאך נישט פון געבן א רבנות פאסטן, סך הכל ער זאל האבן וואו צו שלאפן.
יאירנייגעריגער, וואספארא לשון הרע'ס האט זי דערציילט אויף אים?
עס איז נישט געלונגען פאר קיינעם צו קאנווינסן דעם טאטן אז ער איז נישט שולדיג און ער זאל אים פרובירן צו אריינעמען אין שטוב, מ'רעדט דאך נישט פון געבן א רבנות פאסטן, סך הכל ער זאל האבן וואו צו שלאפן.
"אשתו כגופו" איז ביי דיר א קלייניקייט? זי האט געהאט די מערסטע צוטריט צו איהם צו איבעררעדן און מכלומרשט פארציילן אלע זיינע עוולות.
און ווי געשריבן האט זיך איהר שנאה און האקערייען קעגן ר' ישראל'ען נישט אנגעהויבן תשמע"ד, זי האט דאס שוין פארקויפט אסאך בעפאר די גבאים און שטוב מענטשען זענען בכלל אריינגעקומען.
כ'הער. און וואספארא לשון הרע האט זי דערציילט, אויב מען מעג פרעגן?
יאירכ'הער. און וואספארא לשון הרע האט זי דערציילט, אויב מען מעג פרעגן?
אזויווי "דעתי הענייה" האט שוין ארויסגעברענגט, און דאס ווערט אויכעט געזעהן אין די דרשות וואס ער האט גערעדט אנקעגן זיין זוהן, אז אזויווי ר' ישראל איז דאך געווען [און איז מסתם נאך היינט אויך] גאר א ווייך און וואויל הארץ, פלעגט ער צו בארגן גרויסע סכומים כדי צו געבן פאר די נויטבאדערפיגטע, אבער פון ווי באצאהלט מען די אסטראנאמישע סכומים פלעגט ער ארומגיין שנארן, און דאס האט כלומר'שט געדארפט צו פארשעמען כבוד בית וויזניץ, האט איהם זיין טאטע פראבירט צו העלפן באצאלן די חובות אבער בתנאי ער נעמט זיך אונטער שטרענגע תנאים בענין ווייטער צו בארגן געלט, ר' ישראל'ען האט אבער נישט עומד געווען בניסיון צוצוקוקן יודן וואס האבן נישט קיין געלט האט ער ווייטער געבארגט צו טיילען צדקה.
און זי האט איהם אין תוצאה בארעדט צווייפאכיג, קודם פארן פארשעמען כבוד בית וויזניץ מיטן גיין נאך געלט, און צווייטענס אז ער איז דאך א פשוטע מורד באביו אז ער פאלגט נישט זיינע הוראות און בקשות נישט צו בארגן!
מארגן וועל איך אי"ה ארויפלאדענען - אויב איך וועל האבן צייט - איינער פון די דרשות פון יענעם שוידערליכן תקופה.
שמעקעדיגאיך וויל נישט רעדן, אבער איך קען נישט גלייבן אז א מאמע זאל זיין אזוינס משוגע.
די באוואוסטע קשיא האט שוין דער ישועות משה זצ"ל אליינס געפרעגט ביי די באוואוסטע "יתרו מ"ח תורה", ווי ער פרעגט דאס (בערך, איך געדענק נישט די לשון פונקטליך) "מענטשן זאגן אז די מאמע האט איהם פיינט, א מאמע קען פיינט האבן אן אייגן קינד? א טאטע קען פיינט האבן א אייגן קינד? נאר וכו', און ער געט אריין פארן ברודער אויך אביסל.
דער פאלטישאנער רב, ר' ישראל אברהם שטיין ז''ל, א נאנטער ידיד צום ישועות משה, האט אים אליין נאכדעם אמאל פערזענליך פארגעהאלטן דערויף, ער האט פרובירט זאגן אלע טענות, אבער האט אים נישט געקענט מסביר זיין פארוואס ער דארף אים לגמרי ארויסווארפן, האט ער אים געזאגט: "ישראל אברהם, איך וועל דיר ארויפשיקן מיינע מענטשן, זיי וועלן דיר אלס מסביר זיין"....
ער ווארט נאך אויף זיי ביז היינט.
אויך פאר ר' ישראל אליין האט ער געזאגט, ווען ער איז אנגעקומען צו אים פלוצלינג אין שווייץ, האט ער אים געזאגט אז נאך יום-טוב וועט מען זען איבער צוריקנעמען.
עס איז אריבער מער פון איין יום טוב, ביז מען האט אים צוריקגענומען...
ליידער איז עס גארנישט קיין נייעס אז א מאמע זאל פיינט האבן אן אייגן קינד. און אדרבה, פרעג זיך נאך ביי די אלע עלטערע וויזניצער תלמידים, די וואס געדענקען נאך יענע תקופה פון די י' און אנהייב כ' יארן, זיי וועלן דיר אלע מעיד זיין און פארציילן כמה מעשיות איבער דעם ווי זי האט פיינט געהאט ר' ישראל'ן. (און אז מען רעדט שוין, האט זי אויך פיינט געהאט דעם בעלזא רביצין, און אויך ווייל זי איז געווען צו פרום און ערליך פאר איר).
און איך האב געמיינט אז סאטמאר דארף זיך שעמען.
יאיראון איך האב געמיינט אז סאטמאר דארף זיך שעמען.
נו, און וואס האט זיך געטוישט אז דו מיינסט שוין נישט אזוי?? עס איז דאך אמת!
ואם תאמר אז יעצט זעהסטו אז וויזניץ איז אויך גארנישט אזוי ריין, און האט זיך געהאט זייער אייגענע שמוציגע שערורי'ה. דעמאלטס האסטו גאנץ א שוואכע נחמה, ווייל עס איז אנדערש ווען מחלוקות איז כמעט די יסוד פונעם קהילה [סאטמאר], אדער ווי איין שלעכטע פערזאן וואס דרייט אן א גאנצע סומטאכע [וויזניץ]!!
טראכט איבער מיין פוינט, און ווער נישט אזוי שנעל פרייליך!
די סאטמארע מחלוקת דרייט זיך אויך סך הכל ארום נאר איבער צוויי מענטשן. נישט אזוי?
וואס איך האב געזאגט [אדער געשריבן] איז אזוי: אז אין סאטמאר איז עס נישט די איין קאנפליקט וואס אדמו"ר מהר"א האט מיט אדמו"ר מהרז"ל [בעסער געזאגט משה גבאי], נאר יעדע זאך איז קריגערייען!
קודם בכלל די מחלוקת פון דעם ברך משה'ס חסידים מיט די רעביצן'ס מענטשען, און נאכדעם [אדער פארדעם] סאטמאר אקעגן כמעט איעדע חסידות פון וועמען זיי האבן זיך געפילט א טראפעלע באדראט .
אויכעט זאלסטו עס נישט פארגלייכן צו וויזניץ, אין וויזניץ זעהסטו דאך אז ווען דער איינצעלער גורם האט געפאקט פעק איז נאך אביסל צייט געווארן שלום סיי מיט מאנסי וויזניץ און סיי מיט ר' ישראל'ען.זעהסטו דאך אז אי לאו ההיא איתתא וואלט גארנישט געווען, וקל להבין!
הדד בן בדדליידער איז עס גארנישט קיין נייעס אז א מאמע זאל פיינט האבן אן אייגן קינד. און אדרבה, פרעג זיך נאך ביי די אלע עלטערע וויזניצער תלמידים, די וואס געדענקען נאך יענע תקופה פון די י' און אנהייב כ' יארן, זיי וועלן דיר אלע מעיד זיין און פארציילן כמה מעשיות איבער דעם ווי זי האט פיינט געהאט ר' ישראל'ן. (און אז מען רעדט שוין, האט זי אויך פיינט געהאט דעם בעלזא רביצין, און אויך ווייל זי איז געווען צו פרום און ערליך פאר איר).
אז מען רעדט שוין, נאך א מעשה, געהערט פון א עד ראיה.
אין וויזניץ איז כידוע געווען איינגעפירט אז דער רבי האט געפירט טיש, נאכ'ן טיש איז געווען 'די צווייטע טיש' (וואס מען רופט אין אנדערע פלעצער פירות טיש, אין וויזניץ איז דאס אבער געווען א טיש פאר זיך) אויך געפירט על פי רוב ביים רבי'ן.
אין בני ברק, אין יענע יארן פאר די מרידה (בעיקר אין די י' און אנפאנג כ' יארן) פלעגט זיין א 'דריטע טיש' וואו די פרומע חניוקע'ס זענען געזיצען עד עלות השחר און פארברענגט (און אויב האט זיי די מזל געשפילט, פלעגט זיך דער רבי -וואס איז ממילא אויף געווען א גאנץ שבת- אויך צוזעצן).
דערציילט דער איד: איין וואך איז ר' ישראל אויך אפגעזיצן דארט ביז שפעט, ווען ער איז אהיימגעקומען, האט זיך די מאמע אויפגערעגט, און באהאלטן זיין קאלפיק.
צופרי צום דאוונען, איז ער געקומען מיט די הוט. ווען די רבי האט דאס באמערקט און געפרעגט דערויף, האט ער נאר געוויזן אז זיין מאמע....
ביי קידוש, פלעגט זי אלץ אריבערקומען צום שווער, האט איר דער רבי געפרעגט, וואס איז עפעס געווען מיט ישראל'יקל היינט? ענטפערט זי, ער איז זיך אפגעזעצען מיט די 'משוגעים' ביז צופרי, האב איך אים באהאלטן דעם קאלפיק....
די רבי איז צוקאכט געווארן, און ער האט זיך אונטערגעברימט א ניגון וואס ער פלעגט זינגען ווען ער האט געוואלט איינהאלטן זיין כעס (די ראפשיצער שלום עליכם) און רופט זיך אהן: מען זאגט, אז דאס ביסל וואס די לבנה שיינט איז נאר ווייל ער האט נישט קיין ווייב....
נייגעריגערוואס איך האב געזאגט [אדער געשריבן] איז אזוי: אז אין סאטמאר איז עס נישט די איין קאנפליקט וואס אדמו"ר מהר"א האט מיט אדמו"ר מהרז"ל [בעסער געזאגט משה גבאי], נאר יעדע זאך איז קריגערייען!
קודם בכלל די מחלוקת פון דעם ברך משה'ס חסידים מיט די רעביצן'ס מענטשען, און נאכדעם [אדער פארדעם] סאטמאר אקעגן כמעט איעדע חסידות פון וועמען זיי האבן זיך געפילט א טראפעלע באדראט .
אויכעט זאלסטו עס נישט פארגלייכן צו וויזניץ, אין וויזניץ זעהסטו דאך אז ווען דער איינצעלער גורם האט געפאקט פעק איז נאך אביסל צייט געווארן שלום סיי מיט מאנסי וויזניץ און סיי מיט ר' ישראל'ען.זעהסטו דאך אז אי לאו ההיא איתתא וואלט גארנישט געווען, וקל להבין!
אנטשולדיגט פאר מיינע אומאויסגערעכנטע דיבורים, איך האב נישט געמיינט קיינעם פערזענליך, און אודאי וויל איך נישט פארגלייכן די צוויי מחלוקות'ן שלא קרב זה אל זה, איך האב נאר געמיינט צו זאגן אז איך זע אז די וועלט איז נישט פערפעקט, און מענטשן, אפילו גאר געהויבענע און הייליגע אידן, קענען דורכפאלן צוליב א מיספארשטענדעניש. בקיצור, אל תדין את חבירך עד שתגיע למקומו.
דעתי הענייה
אז מען רעדט שוין, נאך א מעשה, געהערט פון א עד ראיה.
אין וויזניץ איז כידוע געווען איינגעפירט אז דער רבי האט געפירט טיש, נאכ'ן טיש איז געווען 'די צווייטע טיש' (וואס מען רופט אין אנדערע פלעצער פירות טיש, אין וויזניץ איז דאס אבער געווען א טיש פאר זיך) אויך געפירט על פי רוב ביים רבי'ן.
אין בני ברק, אין יענע יארן פאר די מרידה (בעיקר אין די י' און אנפאנג כ' יארן) פלעגט זיין א 'דריטע טיש' וואו די פרומע חניוקע'ס זענען געזיצען עד עלות השחר און פארברענגט (און אויב האט זיי די מזל געשפילט, פלעגט זיך דער רבי -וואס איז ממילא אויף געווען א גאנץ שבת- אויך צוזעצן).
דערציילט דער איד: איין וואך איז ר' ישראל אויך אפגעזיצן דארט ביז שפעט, ווען ער איז אהיימגעקומען, האט זיך די מאמע אויפגערעגט, און באהאלטן זיין קאלפיק.
צופרי צום דאוונען, איז ער געקומען מיט די הוט. ווען די רבי האט דאס באמערקט און געפרעגט דערויף, האט ער נאר געוויזן אז זיין מאמע....
ביי קידוש, פלעגט זי אלץ אריבערקומען צום שווער, האט איר דער רבי געפרעגט, וואס איז עפעס געווען מיט ישראל'יקל היינט? ענטפערט זי, ער איז זיך אפגעזעצען מיט די 'משוגעים' ביז צופרי, האב איך אים באהאלטן דעם קאלפיק....
די רבי איז צוקאכט געווארן, און ער האט זיך אונטערגעברימט א ניגון וואס ער פלעגט זינגען ווען ער האט געוואלט איינהאלטן זיין כעס (די ראפשיצער שלום עליכם) און רופט זיך אהן: מען זאגט, אז דאס ביסל וואס די לבנה שיינט איז נאר ווייל ער האט נישט קיין ווייב....
איך האב אויך געהערט די מעשה פון אן עד ראי', הגם געוויסע קליינע פרטים האט ער אנדערש פארציילט אבער די מעשה איז די זעלבע.
נו, ערעב הדד שליט"א: פארוואס שעמסטו זיך צו איבערנעמען דעם מייקראפאון און אנהויבן צו רעדן און פארציילן די גירסא וואס דו האסט געהערט אינעם גאר וויכטיגן סיפור???