☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » וויסנשאפט » וויסנשאפטליכע קושיות, רעטענישן, היכי תימצאס און איבעיות

וויסנשאפטליכע קושיות, רעטענישן, היכי תימצאס און איבעיות

164 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2500
בלאט: 1 2 3 4

געפילטע פיש » מיטוואך פעברואר 18, 2015 11:06 am

· #254417
ווי אויך ביים האלטן אויפן אקסל לייגט די אויבערשטער מענשענ'ס פרעשור אויפן גאנצן גוף, די אקסלען און האלץ ביינער, די שדרה און רוקן ביינער, משא"כ א מענטש וואס נעמט צו אסאך וואג ליגט נישט די גאנצע וואג אויפן רוקן, נאר רוב דערפון לייגט נאר פרעשור אויף די פוס מוסקלען, וואס זענען די גרעסטע און פון די שטערקסטע מוקסלען וואס א מענטש פארמאגט.

chusid » מוצ"ש פעברואר 21, 2015 9:10 pm

· #255032
1- איינער האט געדינגען ארבייטער צו ארבעטן פאר אים 10 שעה און ער וועט צאלן $300 מיט א שיינעם זייגער, למעשה האט ער זיי פארשיקט נאך 6 שעה און באצאלט $140 מיט א זייגער. וויפיל איז די זייגער ווערד?

2- אברהם איז אלט 4 יאר ווען זיין ברידער משה איז אלט 21 יאר, ווי אלט וועט אברהם זיין ווען משה וועט זיין אלט פינקט דאפעלט יארן פון אים?

chusid » מוצ"ש פעברואר 21, 2015 9:27 pm

· #255036
[ציטאט אראפגענומען]

גערעכט! וויאזוי האסטו עס אויסגערעכנט?

מאטי » מוצ"ש פעברואר 21, 2015 9:37 pm

· #255040
מיין קליינע טאכטער האט מיר גראדע געפרעגט אויב איך קען מאכן זי זאל אביסל שנעלער וואקסן ווייל זי וויל איבערכאפן איר עלטערע שוועסטער.

קול דודי » מוצ"ש פעברואר 21, 2015 9:41 pm

· #255041
די צווייטער שאלה איז פשוט, ווי דער מגיד זאגט. די ערשטע שאלה איז אויך פשוט צו טרעפן דער ענטפער מיט אביסל גרינגע אלגעברא.

יאיר » מוצ"ש פעברואר 21, 2015 10:17 pm

· #255051
דאס זענען די ענטפערס אין אלגעברא:

chusid
1- איינער האט געדינגען ארבייטער צו ארבעטן פאר אים 10 שעה און ער וועט צאלן $300 מיט א שיינעם זייגער, למעשה האט ער זיי פארשיקט נאך 6 שעה און באצאלט $140 מיט א זייגער. וויפיל איז די זייגער ווערד?

(300+x)/10 = (140 + x)/6
(*30)
900 + 3x = 700+5x
200 = 2x
x = 100

(פאר די וואס קענען נישט אלגעברא: דער זייגער איז ווערד הונדערט דאלער).
2- אברהם איז אלט 4 יאר ווען זיין ברידער משה איז אלט 21 יאר, ווי אלט וועט אברהם זיין ווען משה וועט זיין אלט פינקט דאפעלט יארן פון אים?

21 + x = 2(4 + x) 
21 + x = 8 + 2x
21 = 8 + x
13 = x

x + 4 = 17 (אברהם)
21 + x = 34 (משה)

ונבנתה העיר » דינסטאג מערץ 10, 2015 4:59 pm

· #257787
שמעו נא רבותי דיינים מומחים, וואס האלט איהר אויף א רעדל כזה וואס האט מער וואג אויף די לינקע זייט, וועט זי זיך אליינס דרייען ביז די וואג וועט זיין בלאנסירט אויף ביידע זייטן אייניג אדער נישט.

אויב נישט, ביטע זייט עס מסביר אויף אידיש.
📎 3ball.gif

געוואלדיג » דינסטאג מערץ 10, 2015 5:00 pm

· #257788
עס וועט זיך דרייען ביז די שווערערע זייט וועט זיין מער פון אונטן וזהו

ונבנתה העיר » דינסטאג מערץ 10, 2015 5:21 pm

· #257791
עס וועט נישט - איך קען עס נאכנישט אויפווייזן מיט ווערטער.

ישראל קאפקע » דינסטאג מערץ 10, 2015 5:21 pm

· #257792
נישט דרייען, אויב אלע דריי טאבעס וועגן פונקטליך ס'זעלבע איז די רעדל פונקטליך באלאנצירט.

געפילטע פיש » דינסטאג מערץ 10, 2015 5:22 pm

· #257793
עס וועט זיך נישט דרייען וויבאלד די טשוואק שטייט ביים סענטער אוו מעסס, אלע זייטן וועגן אייניג. איי אויף די לינקע זייט איז דא צוויי באליס? אבער וויבאלד זיי זענען נענטער צום צענטער ווי די רעכטע באלי וועגן זיי נישט איבער אזוי שטארק.

ונבנתה העיר » דינסטאג מערץ 10, 2015 5:30 pm

· #257795
געפילטע פיש
אבער וויבאלד זיי זענען נענטער צום צענטער ווי די רעכטע באלי

?

געוואלדיג » דינסטאג מערץ 10, 2015 5:31 pm

· #257796
די רעדל איז מלמעלה למטה אדער מצד לצד?

ונבנתה העיר » דינסטאג מערץ 10, 2015 5:36 pm

· #257798
דהיינו?

ישראל קאפקע » דינסטאג מערץ 10, 2015 5:37 pm

· #257800
געפילטע פיש
עס וועט זיך נישט דרייען וויבאלד די טשוואק שטייט ביים סענטער אוו מעסס, אלע זייטן וועגן אייניג. איי אויף די לינקע זייט איז דא צוויי באליס? אבער וויבאלד זיי זענען נענטער צום צענטער ווי די רעכטע באלי וועגן זיי נישט איבער אזוי שטארק.

וואס הייסט די צוויי לינקע זענען נענטער צום צענטער?

_____
די סיבה פארוואס עס גייט זיך נישט דרייען כאטש לכאורה איז די לינקע זייט שווערער ווייל ס'האט צוויי טאבעס, איז ווייל די רעכטע איז אין א פאזיציע וואו עס וועגט דאס מערסטע, מען דארף א ציען קראפט פון א גאנצע פונט (אויב לאמיר זאגן יעדע טאבע וועגט פונקטליך איין פונט) עס זאל נישט אראפהענגען. די צוויי לינקע זענען אינאיינעם אויך פונקט א פונט ווייל זיי ליגן נישט גענצליך האריזאנטל האבן איטליכער נישט קיין גאנצע גראוויטי קראפט.

די איבעריגע וואג פון די צוויי לינקע טאבעס הענגען/זיצן אויפן טשוואק.

טאמבל סאס » דינסטאג מערץ 10, 2015 5:38 pm

· #257801
כדי צו אידענטיפיצירן די באלס, לאמיר זאגן אז ציילענדיג פון ר' צו ל' איז די באלי אויף די רעכטע זייט נומער איינס, וכו'
כ'האב א פילינג (הא הא) אז באליס 2 און 3 וועלן אראפקומען פון די לינקע זייט און די ראד וועט זיך אפשטעלן ווען באלי נומער איינס וועט זיין בערך ווי באלי נומער 2 איז יעצט. ד.מ. אז 2 און 3 וועלן זיין פון אונטן אבער גענויגט מער צו רעכטס.

קאפקע האקט

געפילטע פיש » דינסטאג מערץ 10, 2015 5:49 pm

· #257807
ונבנתה העיר
געפילטע פיש
אבער וויבאלד זיי זענען נענטער צום צענטער ווי די רעכטע באלי

?

ווי קאפקע זאגט, זיי זענען ווייניגער אפגערוקט "האריזאנטאל" פונעם צענטער.

געפילטע פיש » דינסטאג מערץ 10, 2015 5:59 pm

· #257810
די רעכטע באלי איז פונקט דאפעלט די דיסטענס פונעם צענטער ווי די צוויי באליס אויף לינקס, קומט אויס אז די געוויכט וואס ס'לייגט לגבי די סענטער אוו מעסס איז אויך דאפעלט.
📎 Untitled.png

קול דודי » דינסטאג מערץ 10, 2015 6:27 pm

· #257815
ישראל קאפקע
די צוויי לינקע זענען אינאיינעם אויך פונקט א פונט ווייל זיי ליגן נישט גענצליך האריזאנטל האבן איטליכער נישט קיין גאנצע גראוויטי קראפט.

וואס הייסט "האבן איטליכער נישט קיין גאנצע גראוויטי קראפט"?

דער ריכטיגער ענטפער איז ווי געפילטע זאגט. נקוט כלל זה בידך: ווען מ'רעדט פין עפעס וואס דרייט זיך ארום, ברויך מען טראכטן פון טאר"ק במקום וואג.
<a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/Torque">http://en.wikipedia.org/wiki/Torque</a>

דאס איז וועגן לעווערעדזש, ווי הרב ארכימדס האט אונז געלערנט.
<a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/Lever">http://en.wikipedia.org/wiki/Lever</a>

ווי געפילטע זאגט, איז די האריזנאטאל ווייטקייט פון די צוויי לינקע באלס פונקט האלב פון די רעכטע. אגב, מ'ברויך דאס נישט מעסטן, נאר קענען אביסל גיאמעטרי.
cos 60 (in degrees) = 0.5

געפילטע פיש » דינסטאג מערץ 10, 2015 6:45 pm

· #257817
שקויעך קול דודי פארן ברענגען די אפיציעלע טערמינען, כ'האב פראבירט צו טרעפן די מאטעמאטישע טערם דערפאר, weight over horizontal distance האט גארנישט געטראפן, וואס זאך איך טוהן אז גוגל פארשטייט מיר נישט?

שמעון וואלף » מיטוואך מערץ 11, 2015 12:24 am

· #257890
.
📎 IMG-20150311-WA0001~2.jpg

ישראל קאפקע » מיטוואך מערץ 11, 2015 12:33 am

· #257894
17, 7, 3, =27.

איך אויך » מיטוואך מערץ 11, 2015 10:40 pm

· #258148
געוואלדיג
די רעדל איז מלמעלה למטה אדער מצד לצד?

ונבנתה העיר » מיטוואך מערץ 11, 2015 10:49 pm

· #258153
אויב איך פארשטיי די פראגע: ווי אויף א סעיף.

געוואלדיג » מיטוואך מערץ 11, 2015 11:37 pm

· #258172
יא

שמעון וואלף » מיטוואך מערץ 11, 2015 11:42 pm

· #258174
ראובן זאגט פאר שמעון:

איך בין דריי מאל אזוי אלט ווי די ביסט געווען ווען איך בין געווען אזוי אלט ווי די ביסט יעצט.

די סך הכל יארן פון ראובן מיט שמעון צוזאמען איז 65.

ווי אלט איז ראובן און ווי אלט איז שמעון?

לעיקוואד » דאנערשטאג מערץ 12, 2015 12:38 am

· #258204
יאיר
(סארי פאר איבערהאקן ר' ונבנתה)
א שטודיע האט פעסטגעשטעלט אז א דורכשניטליכער מעמבער אויף ספר-פנים יפות האט ווייניגער פריינט ווי זיינע אייגענע פריינט.
ווי אזוי איז דאס מעגליך?

פאר דער זעלבער סיבה פארוואס לעיקוואד האט אסאך מער לייקס ווי ער גיבט.
פאפולערע מענטשען האבען מער חברים ווי אומ-פאפולערע. די פאפולערע מענטשען זענען חברים מיט די ווייניגער פאפולערע מענטשען. קומט אויס אז רוב מענטשען (=די אומפאפולערע) האבען חברים וואס זענען מער פאפולער פון זיי. דאס איז מיין סברא אן לינקס..

מאטי » דאנערשטאג מערץ 12, 2015 10:15 am

· #258240
ווי זיינע אייגענע פריינט? אדער ווי זיינע אייגענע פריינט אויף פייסבוק?

טאמבל סאס » דאנערשטאג מערץ 12, 2015 10:46 am

· #258242
לעיקוואד
יאיר
(סארי פאר איבערהאקן ר' ונבנתה)
א שטודיע האט פעסטגעשטעלט אז א דורכשניטליכער מעמבער אויף ספר-פנים יפות האט ווייניגער פריינט ווי זיינע אייגענע פריינט.
ווי אזוי איז דאס מעגליך?

פאר דער זעלבער סיבה פארוואס לעיקוואד האט אסאך מער לייקס ווי ער גיבט.
פאפולערע מענטשען האבען מער חברים ווי אומ-פאפולערע. די פאפולערע מענטשען זענען חברים מיט די ווייניגער פאפולערע מענטשען. קומט אויס אז רוב מענטשען (=די אומפאפולערע) האבען חברים וואס זענען מער פאפולער פון זיי. דאס איז מיין סברא אן לינקס..

מוז דאך אבער זיין דערפאר אז די פאפולערע האבן יא אסאך, און איך האב נישט. וויאזוי קען דאס זיין?

ונבנתה העיר » דאנערשטאג מאי 28, 2015 2:40 pm

· #278744
לכאורה איז די קושיא מרפסין איגרא:

כל בר בי רב דחד יומא ווייסט אז א דונער און א בליץ געשעהן אין די זעלבע צייט, און די סיבה פארוואס מיר זעהן די בליץ פאר'ן הערן דעם דונער איז וויבאלד ליכטיגקייט פארט שלא בערך כלל וכלל שנעלער ווי קול, ליכטיגקייט: 671 מיליאן מפ"ש, קול: 760 מפ"ש, ממילא פארשטייט מען אז די בליץ – וואס ווערט אויפגעכאפט מיט די כח הראי' וועלכע ארבעט מיט ליכט כוואליעס – קומט אן צו אונזערע אויגן שנעלער ווי די קול פונעם דונער קומט אן צו אונזערע אויערן.

יעצט שטעלט זיך די מורא'דיגע קושיא: ווען מיר קוקן אויף א מענטש בשעת ער רעדט, זעהן מיר דאך ווי זיינע ליפן און זיין קול זענען 'אין סינק', דהיינו, די מאוומענט פון זיינע ליפן קלאפן פונקטליך מיט'ן קול וואס ער גיבט ארויס, ולהנ"ל יוקשה, לכאורה וואלטן מיר געדארפט זעהן ווי זיינע ליפן רוקן זיך פריער ווי מיר הערן וואס ער זאגט?

איז קודם האביך געזעהן [נאו פאן כו'] די וואס ווילן עס פארבינדען מיט'ן פאקט אז אונזער קאנטשעס האט א 'לעג', זי איז אונטערשטעליג מיט 80 מילי סעקונדען פון ווען זאכן געשעהן בפועל ביז מיר כאפן עס [ומשום איזה סיבה האבן זיי עפעס א געוואלדיגע חיות אין מדגיש זיין אז לפי"ז לעבן מיר אינעם עבר].

דערנאך טענה'ן זיי אז עס ווענדט זיך ווי ווייט יענער איז פון דיר, אויב יענער וועט זיין ווייטער ווי 30 מעטער וועט מען יא דערקענען א חילוק.

עכ"פ, לא הבנתי וואו די 'לעג' קומט דא אריין, אויב לעג, דארף עס לכאורה זיין סיי אויף קול און סיי אויף מראה, ומה הועילו.

במקומות אחרים זעה איך באריכטעט איבער א מענטש וואס האט זיך אויפגעוועקט פון אן אפעראציע מיט די פראבלעם, ווען ער רעדט מיט איינעם זענען די מראה און קול נישט אין סינק. דארטן האבן די דאקטורים געטענה'עט אז דער מוח נוצט טאקע ספעציעלע מעטאדן אויסצוגלייכן די צוויי, און ביי יענעם – וועלכער ווערט נאר דערמאנט מיט זיינע אינישעלס PH – זענען זיי געשעדיגט געווארן.

איינער טענה'עט אז לויט זיין עקספיריענס זענען די אינישעלס LG...

וויל קענען » דאנערשטאג מאי 28, 2015 2:48 pm

· #278745
Re: וויסנשאפטליכע קושיות, רעטענישן, היכי תימצאס און איבעיות
איך פארשטיי נישט די קשי׳פון ווי לענג קומט דא אריין.....
מראה לויפט אסאך שנעלער ממילא ווי ווייטער זיי דארפן לויפן אלטס מער ווערט די מרחק צווישן זיי

לית דין בר נש » דאנערשטאג מאי 28, 2015 2:49 pm

· #278746
לכאורה ווי איך פארשטיי איז עס פשוט ווי די הייבסט אהן גישעהט ביידע בבת אחת איז ווען עס דארף טרעוולען א לאנגע וועג ווי א דונער און בליץ כאפט א חילוק אז מען הערט און זעהט אויף אן אנדערע צייט אבער ווען די שטייסט פנים אל פנים מיט יענעם קומט עס דאך טאקע בבת אחת איז פארוואס זאל עס זיין אפגערוקט?

וויל קענען » דאנערשטאג מאי 28, 2015 2:57 pm

· #278748
Re: וויסנשאפטליכע קושיות, רעטענישן, היכי תימצאס און איבעיות
ניין אייביג איז עס אפגערוקט א משהו נאר א קורצע מהלך קען מען עס נישט זעהן
למשל: אויב צוויי מענטשען לויפן איינער א משהו שנעלער פון די צווייטע ווען מען וועט לויפן א קוירצע מהלך וועט מען עס קוים אנזעהן משא״כרתי נאך אפאר מייל וועט ער מוזן אויסווארטן ביז די צווייטער קומט אן א שטיק צייט פארשטנטא?

קול דודי » דאנערשטאג מאי 28, 2015 3:36 pm

· #278754
ונבנתה העיר

יעצט שטעלט זיך די מורא'דיגע קושיא: ווען מיר קוקן אויף א מענטש בשעת ער רעדט, זעהן מיר דאך ווי זיינע ליפן און זיין קול זענען 'אין סינק', דהיינו, די מאוומענט פון זיינע ליפן קלאפן פונקטליך מיט'ן קול וואס ער גיבט ארויס, ולהנ"ל יוקשה, לכאורה וואלטן מיר געדארפט זעהן ווי זיינע ליפן רוקן זיך פריער ווי מיר הערן וואס ער זאגט?

אין הכי נמי. אבר געווענטליך שטייט מען בערך דריי-פיר מעטער ווייט פון מענטשען מיט וועם מ'רעדט, וואס מאכט אויס א לעג פון בערך 10 מיליסעקונדן, וואס איז צו ווייניג אז ס'זאל אויסקוקן פאני. פרוביר דאס: שטיי מיט איינעם אויף אנדערע עקן פון א גאר גרויסן ליידיגן פעלד אין בעט יענעם זאל קלאטשן מיט די הענט הויך, ווי צו א ניגון. וועסטו טאקע זען אז די הערסט די קול פונ'ם קלאטש בשעת יענעמס הענט זענען אפן, נישט פארמאכט. וכך קבלתי מאבותי.

קול דודי » דאנערשטאג מאי 28, 2015 3:42 pm

· #278756
[ציטאט אראפגענומען]

דאס איז אפילו אן א ווידערקול. מ'קען עס אויספרובירן אויף א פלאץ ווי ס'נישט דא א ווידערקול.

ישראל קאפקע » דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 10:35 pm

· #304746
אויב די עקסעלערעישן פון גרעוויטי איז 19.6 מעטער פער סקונדע אויף די צוויי סקונדע מארק, האו קאם דיסטענס טרעוולד איז אויך 19.6?

ונבנתה העיר » דאנערשטאג מערץ 24, 2016 2:20 pm

· #326301
מענינא דיומא, מכח דיני ענערדזשי [טערמאודיינאמיקס וכו'] וויאזוי קען זיין אז איין מהלך טוט די זעלבע פעולה מיט פיהל ווייניגער ענערדזשי מצד דעם מענטש ווי די אנדערע מהלך?



קל וחומר » דאנערשטאג מערץ 24, 2016 2:28 pm

· #326303
Re: וויסנשאפטליכע קושיות, רעטענישן, היכי תימצאס און איבעיות
זעהט אויס אז די אייזערנע שטיקלעך זענען שטארקער ווי דעם מענטש'ס ענערגיע ודו"ק

ונבנתה העיר » דאנערשטאג מערץ 24, 2016 2:33 pm

· #326304
די אייזן גיבט אבער נישט ארויס קיין ענערגיע וד"ל.

ישראל קאפקע » דאנערשטאג מערץ 24, 2016 2:36 pm

· #326305
א פשוטע 'לעווער' טעכניק.
דער מענטש טוט גרינגערע ארבייט אויף א גרעסערע שטח (עטליכע אינטשעס ביי די עקן פון די הענטלעך) און די לעווער טוט א שווערערע ארבייט אויף א קליינטשיגע שטח (ארויסשלעפן די העלצל א האלבע/דריי פערטל אינטש.

ונבנתה העיר » דאנערשטאג מערץ 24, 2016 2:46 pm

· #326307
נו, ומה הפשט? איז דא עפעס א 'געזעץ' אויף דעם?

קל וחומר » דאנערשטאג מערץ 24, 2016 2:57 pm

· #326308
Re: וויסנשאפטליכע קושיות, רעטענישן, היכי תימצאס און איבעיות
א בייסיקל איז די זעלבע זאך

ישראל קאפקע » דאנערשטאג מערץ 24, 2016 3:48 pm

· #326311
פארקערט, די ארומנעם (circumference) פון די רעדל איז געווענליך גרעסער ווי די קרייז פון די פעדאלן.
עס ברעגט פשוט די מאשין צום צענטער, צווישן די צוויי רעדער וואו די פיס זענען. עס איז פראקטיש, אבער נישט קיין לעווער.
א קאר-דזשעק און רוב פולי סיסטעמען זענען לעווערס.

@ונבנתה
<a class="postlink" href="https://en.m.wikipedia.org/wiki/Lever">https://en.m.wikipedia.org/wiki/Lever</a>

געפילטע פיש » דאנערשטאג מערץ 24, 2016 4:34 pm

· #326315
דאס איז פשוט וויאזוי א לעווער ארבעט. פראביר אויפצוהייבן א באקס ספרינג וואסער מיט צוויי הענט, קיין פראבלעם. פראביר אבער צו טוהן די זעלבע מיט א צען פוסיגע בעזעם שטעקן, כמעט אוממעגליך. יעצט אויב דו לייגסט א סופפארט אינמיטן די שטעקן און דו שלעפסט אראפ איין זייט כדי די צווייטע זייט מיטן ספרינג וואסער קאסטען זאל זיך אונטערהייבן, וואס נענטער די סופפארט וועט זיין צום קעסטל וועט עס אלץ זיין גרינגער אויפצוהייבן.

משולם שטיינפעלד » פרייטאג מערץ 25, 2016 9:51 am

· #326335
עס איז בלויז אלץ lever? עס האט דאך א gear וואס איז אויך מוסיף כח

רויטע וואנצעס » מוצ"ש אפריל 2, 2016 9:36 pm

· #327326
<a class="postlink" href="https://www.facebook.com/SoFloVideo/videos/1275341402507111/">https://www.facebook.com/SoFloVideo/vid ... 402507111/</a>

ס'שטימט. ווי אזוי ארבייט די חשבון?

שלום על ישראל » מוצ"ש אפריל 2, 2016 10:03 pm

· #327331
רויטע וואנצעס
https://www.facebook.com/SoFloVideo/videos/1275341402507111/

ס'שטימט. ווי אזוי ארבייט די חשבון?

ס'איז נישט קיין כישוף; עס איז פשוט מאטעמאטיש.

ער הייסט אייך אויסוועהלן א נומער צווישן 1 און 10, וואס מאכט נישט קיין נפקא מינה. דערנאך הייסט ער עס צו דאפלען, וואס מאכט נאך אלץ נישט אויס.

איצט קומט די וויכטיגע חלק. ער הייסט צולייגן 5 צו דיין חשבון און דאן מאלטיפלייען עס מיט 50. אַזוי אז אין זיין חשבון האט ער 250 וואס איז אַ 3-דידזשיט נומער. דערנאך הייסט ער אז אויב איר האט שוין געהאט אייער געבורטסטאג דעם יאהר לייג צו 1766. איצט לייג צו קאפ: 1766+250=2016, וואס איז די איצטיגע יאהר. איצט הייסט ער איר זאלט צו אראפרעכענען פון 2016 די יאָר איר זענען געבוירן. (למשל איר זענען געבוירן אין 1990: וועט איר רעכענען 2016-1990=26, וואס איז אייער יאהרגאנג.

צוליב די פאקט אז די ערשטע חשבון האט געגעבן א 3-דידזשיט נומער (ווי אויבן געשמועסט), דעריבער דער ערשטע נומער וועט זיין די נומער איר האט אויסגעוועהלט, און די לעצטע צוויי נומערן וועט זיין אייער עלטער וואס ווערט אויסגערעכנט מיט די 2016 מיינוס אייער געבורטסיאהר.

די זעלבע זאך אויב איר האט נאך נישט געהאט אייער געבורטסטאג דאס יאהר. ער הייסט אייך צולייגן 1765. אין זיין חשבון איז 1765+250=2015 מיינוס די יאהר וואס איר זענען געבוירן. עס גיבט אים אייער עלטער און אזוי ווייטער.

קרעדיט: אנדריי סוואַמאָטז

משולם שטיינפעלד » מוצ"ש אפריל 2, 2016 10:05 pm

· #327332
רויטע וואנצעס
https://www.facebook.com/SoFloVideo/videos/1275341402507111/

ס'שטימט. ווי אזוי ארבייט די חשבון?


קוק דא עס איז 5 * 50 וואס איז 250, פלאס 1765 קומט אויס 2015, יענע יאר איז נאך געווען 2014 הייסט ער צורעכענען 1764

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג אפריל 28, 2016 1:27 am

· #330884
איז יעדע אטעם מ'נעמט אריין שוין אמאל געניצט געווארן דורך א צווייטע מענטש אדער בעל חי, אדער איז מעגליך עס זאל זיין פרישע? וואס זאגט סייענס איבער דעם?

קול דודי » דאנערשטאג אפריל 28, 2016 11:17 am

· #330895
ונבנתה העיר
מענינא דיומא, מכח דיני ענערדזשי [טערמאודיינאמיקס וכו'] וויאזוי קען זיין אז איין מהלך טוט די זעלבע פעולה מיט פיהל ווייניגער ענערדזשי מצד דעם מענטש ווי די אנדערע מהלך?


שאלה טובה שאלת. דער פאקט אז דאס איז א לעווע"ר ענטפערט נישט דעם אמת'ן שאלה וואס דיך באדערט. דער ריכטיגער ענטפער איז לכאורה אז די ענערדזשי איז טאקע (בערך) די זעלבע און ביידע אופנים! דער ריכטיגער חילוק איז די power, וואס מיינט די ענערדזשי איבער די צייט.
https://en.wikipedia.org/wiki/Power_(physics)

מענטשליכע מוסקאלן, ווי א יעדע מאשין, קען נאר ארויסגעבן א געוויסע מאס פאווער, דהיינו א געוויסע מאס ענערדזשי פער סעקונדע. די קענסט די זעלבע זען ביים פרובירן ארויפגיין צוויי טרעפ אויפאמאל וואס איז אסאך שווערער ווי איינס נאך איינס, כאטשיק מכח ענערדזשי און טערמאדיינעמיקס איז עס די זעלבע זאך. (ארבעט ענערדזשי אויסגעגעבן = פאטענשל ענערדזשי פארדינט, וואס ווענדט זיך נאר און די הייעך.)

נ.ב. איך זאג נאר "בערך" די זעלבע ווייל באמת איז עס מער קאמפליצירט. למשל, א מענטשליכע גוף פארלירט אסאך ענערדזשי דורך פרודיצרן היץ, ממילא דארף מען נעמען אין באטראכט אויף וועלכער אופן עס פרודיצירט מער היץ וכו' וכו'. אבער העיקר כמו שכתבתי.

א גוטן מועד.
בלאט: 1 2 3 4