Re: וויסנשאפטליכע קושיות, רעטענישן, היכי תימצאס און איבעיות
פון וואנט נעמסטו דאס?
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
Re: וויסנשאפטליכע קושיות, רעטענישן, היכי תימצאס און איבעיות
דאס וויל 'ער' נישט ארויסגעבן...
קל וחומרדאס וויל 'ער' נישט ארויסגעבן...
תכלית הידועה שנדע שלא נדע אדער ווי געוואלדיג שרייבט הלומד ממה שלא הי' מה שלא יהי'
בן אדם*
דו רעדסט לכאורה פון
די וויקיליעקס בלאט.
EXTRATERRESTRIAL מיינט א בריאה פון אן אנדערע פלאנעט.
חידות בתנ"ך
וועלכע נאמען ווערט דערמאנט אין תנ"ך (איין ווארט) וואס דער צווייטער האלב דערפון
איז דער ענגלישער איבערטייטש פון דעם ערשטן האלב?
🙄
רוב מענטשען וואס איך קען זינגען נישט שיין, סיי אין קול, סיי אין טאן, וכו'. מיין שאלה איז, פארוואס ווען א גרויסער עולם זינגט צוזאמען הערט זיך עס יא שיין.
צי איז פשט אז רוב מענטשען קענען טאקע יא שיין זינגען, או נאמר אז יעדער פאר זיך זינגט טאקע געפערליך, אבער זייערע חסרונות זענען קעגנזייטיגע, איינער קראצט אהער און איינער אהין, איינער ארויף און איינער אראפ, אזוי אז זיי קענסלען זיך אויס, און דער עוורידזש סך הכל איז א געשמאקער קול מיט א גלאטן טאן.
ונבנתה העיררוב מענטשען וואס איך קען זינגען נישט שיין, סיי אין קול, סיי אין טאן, וכו'. מיין שאלה איז, פארוואס ווען א גרויסער עולם זינגט צוזאמען הערט זיך עס יא שיין.
צי איז פשט אז רוב מענטשען קענען טאקע יא שיין זינגען, או נאמר אז יעדער פאר זיך זינגט טאקע געפערליך, אבער זייערע חסרונות זענען קעגנזייטיגע, איינער קראצט אהער און איינער אהין, איינער ארויף און איינער אראפ, אזוי אז זיי קענסלען זיך אויס, און דער עוורידזש סך הכל איז א געשמאקער קול מיט א גלאטן טאן.
איך ווייס נישט אויב וואס איך זאג מאכט סענס סייענטיפיש אבער כך נראה לי כרגע.
דאס קול לויפט דאך דורך כוואליעס. קומט אויס אז ווען טויזנט קולות האלטן זיך אין איין אנשטויסן איינער אין צווייטע ווערט עפעס באשאפן א פרישע קול. ממילא וועט מען אויטאמאטיש נישט קענען הערן אן אינדיווידועלע קנייטש אהער אדער אהין. נישט ווייל ס'ווערט פארלוירן נאר ווייל ס'איז א נייע קול. ביי א ציבור'שע קול קען אויך זיין א שיינע קול (א קווייער ביי א חתונה) און א נישט שיינע קול (א עולם וואס קען נישט זינגען).
ויש להוסיף חקירת הרוגאטשאווער אם ציבור יש לו דין חדש של ציבור או שזה הרבה יחידים
Re: וויסנשאפטליכע קושיות, רעטענישן, היכי תימצאס און איבעיות
מיר האבן שוין אלע געהערט דעם אויסדרוק ״א בילד רעדט מער פון טויזענט ווערטער״.
אבער מער פון וויפיל ווערטער, רעדט א ווידיאוי?
טאמער נעמט מען אן אז א בילד רעדט טויזענט ווערטער, דאן קען מען מאכן א חשבון ווי פאלגענד:
אין דורכשניט פארמאגט א ווידיאוי 60 פרעימס פער סקונדע, דאס הייסט אז אין יעדער סקונדע לויפן דורך זעכציג אינדיווידואלע בילדער און אזוי ארום שאפן זיי דער איינדרוק ווי עפעס רוקט זיך.
לויט דעם קומט אויס אז א ווידיאוי וואס געדויערט זעכצן סקונדעס און א צוויי דריטל, רעדט מער פון מיליאן ווערטער.
60 פרעימס, מאל 16 און צוויי דריטל, איז 1,000, מאל 1,000 איז מיליאן.
א בוך אין דורכשניט, פארמאגט ״בלויז״ ארום 100,000 ווערטער…
Re: וויסנשאפטליכע קושיות, רעטענישן, היכי תימצאס און איבעיות
אבער נישט אלע בילדער זענען באדייטנפול אנדערש איינס פון די אנדערע
Re:
ונבנתה העיר #
רוב מענטשען וואס איך קען זינגען נישט שיין, סיי אין קול, סיי אין טאן, וכו'. מיין שאלה איז, פארוואס ווען א גרויסער עולם זינגט צוזאמען הערט זיך עס יא שיין.
צי איז פשט אז רוב מענטשען קענען טאקע יא שיין זינגען, או נאמר אז יעדער פאר זיך זינגט טאקע געפערליך, אבער זייערע חסרונות זענען קעגנזייטיגע, איינער קראצט אהער און איינער אהין, איינער ארויף און איינער אראפ, אזוי אז זיי קענסלען זיך אויס, און דער עוורידזש סך הכל איז א געשמאקער קול מיט א גלאטן טאן.
דער ענטפער איז טיילווייז אזוי ווי דו האסט געזאגט.
ווייל אן עוורידזש מענטש פארמאגט נישט דעם גאנצן רעינדזש (סטיריאו) וואס מאכט א ניגון געשמאק פאר'ן אויער צו הערן. אויסער בארימטע גאט-געבענטשע זינגערס. און ווען א סאך מענטשן זינגען צוזאמען אזוי ווי אין א קווייער, דאמאלס איז א יעדער (צוזאמען) משלים וואס ס'פעהלט.
היינו טעמא פארוואס אן ארקעסטער איז זייער שיין און געשמאק צו הערן.
Re: וויסנשאפטליכע קושיות, רעטענישן, היכי תימצאס און איבעיות
סקעפטיקער #
אבער נישט אלע בילדער זענען באדייטנפול אנדערש איינס פון די אנדערע
זעלבסט פארשטענדליך, די תגובה איז געשריבן געווארן אין אן אדר׳יסטישע שטימונג און עס איז איבערהויפט נישט געמאכט צו פארטיידיגן דאס צייט פארשווענדעריי אויף טיק-טאק וכ״ו, ווארום דאן רעדט דאך שוין איין אות מער פון טויזנט קליפס…
Re: וויסנשאפטליכע קושיות, רעטענישן, היכי תימצאס און איבעיות
מ'דארף מדייק זיין דעם הייליג לשון - א 'בילד' רעדט מער פון טויזנט ווערטער. א
בילד דייקא.
א וידיאו, אפי' פון די זעלבע סצענע, איז אפט ווייניגער ווי ווערטער.

זאגסט גראדע א שיינע איידיע אבער זיי אונז מסביר מער פארוואס זאגסטו אזוי?