מאדנע און אויפפאלנדע טעותים אין היימישע אויסגאבעס
294 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #242
מאדנע און אויפפאלנדע טעותים אין היימישע אויסגאבעס
א צייטונג איז געמאכט דורך מענטשן וואס זענען בארעכטיגט צו מאכן אמאל א טעות, אבער פארט איז אינטערעסאנט צו זען טעותים וואס נעמט זיך פון אומוויסנקייט און אסאך מאל בלייבט מען ערשטוינט צו זען אז דאס איז געדרוקט אין א אויסגאבע וואס ווערט צושפרייט פאר טויזנטער מענטשן.
אין די היימישע צייטונגען באמערקט מען עס ליידער אויף א גאר גרויסען פארנעם, און איך וועל דא צוברענגען פון צייט צו צייט אויסצוגן פון טעותים וואס ווען וועלט איז וועלט וואלט עס נישט געקענט פאסירן.
Re: מאדנע און אויפפאלנדע טעותים אין היימישע אויסגאבעס
עס באדערט מיר אז איך מוז אנהייבן דעם אשכול מיט א טעות פונעם בעסטן צייטונג וואס דער היימישער עולם פארמאגט, אבער איך טו דאס אז מען זאל אכטונג געבן אויף טעותים פון דעם סארט אז עס זאל נישט פאסירן.
דער מויל מאכער דאנעלד טראמפ'ס פארמעגן ווערט געשאצט אויף כמעט דריי ביליאן דאלער. יא, עס איז זייער אסאך געלט, אבער ער איז ווייט נישט דער רייכסטער מענטש אין ניו יארק און אוודאי נישט אין אמעריקע!
קוקט וויפיל טראמפ איז ווערדדי צייטונג פ' ויק"פ, זייט 13.
📎 IMAG3387-1.jpg
Re: מאדנע און אויפפאלנדע טעותים אין היימישע אויסגאבעס
אמאל איז דער איד געווען פיל מיט טעותים (איך רעד נישט פון גראמאטישע טעותים) למשל אנשטאט שרייבן סענאטער ליבערמאן פון קאנעטיקוט האט געקענט שטיין קאנגרעסמאן ליבערמאן פון ווערמאנט... בערך אזאנע מינע טעותים. "די צייטונג" אבער פלעגט אלץ זיין זייער אקוראט. לעצטענס אבער האט זיך עס געטוישט. מיט די אלע טוישערייען וואס קומט פאר אין ר' אלבערט'ס צייטונג האט ער אויך אדאפטעד די "טעותים ליניע", ממש שרעקליך. וואך איין וואך אויס דארפ איך אפלערנען געוויסע נייעסן און ארטיקלען ווי א שטיקעל גמרא. דעי וואך למשל שטייט אז ראמני האט געווינען אלאבאמא און מיסיסיפי.
Re: מאדנע און אויפפאלנדע טעותים אין היימישע אויסגאבעס
פאר די צייטונג קומט זיך מער קריטיק וויל זיין ציל איז יא צו זיין א צייטונג משא״כ די איד/בלאט האבן אן אנדער ציל.
איך האב פאר צען יאר צוריק געסטאפט קויפן די אנדערע צייטונגען, וועגן איך האב נישט געקענט מער פארנעמען די טעותים, ווען נישט מיינע קינדער האבן נישט ערגעץ אנדערש ווי צו ליינען נייעס וואלט איך געסטאפט צו קויפן די צייטונג זייט זיין קוואליטעט איז אזוי שטארק געפאלן.
Re: מאדנע און אויפפאלנדע טעותים אין היימישע אויסגאבעס
[ציטאט אראפגענומען]
פארוואס איז טאקע דער בילד אויסגעקומען אזוי גרויס?
ווי מאכט מען עס קלענער, און לערן מיר ביטע אויס וואס צו טאן קומענדיגע מאל.
Re: מאדנע און אויפפאלנדע טעותים אין היימישע אויסגאבעס
דבר יום ביומו מוצש"ק זמן 9:15....
<a class="postlink" href="http://www.dvaryoim.com/images/Dvar_Yoim_3_30_12.pdf">http://www.dvaryoim.com/images/Dvar_Yoim_3_30_12.pdf</a>
דער בלאט די וואך
איך קען נישט טראכטען וואס זיי האבן געמיינט צו זאגען
📎 IMG-20120614-00512.jpg
יעקב כהן איז א שרייבער אין בלאט.
דא איז א שורה אריינגעפאלן בטעות.
די וואך איז געווען באשריבן אינעם איד די עקסידענט פינעם פינאנץ מיניסטער האבן זיי געשריבן אז ער האט געליטן פין חולי נופל רח״ל וואס איז פשט אז מקען נישט שרייבן ווי נארמאלע מענטשן אז ער האט געליטן פין א סיזשור??????
א סיזשור קען מען אנרופן א חולי נופל וואס מיינט א פלוצלינגדיגע "סאדדען" קרעקנשאפט.
Re: מאדנע און אויפפאלנדע טעותים אין היימישע אויסגאבעס
אמאהל איז געווען באשריבען ערגעץ אז היימישער אויסגאבעס טוישען מעשיות פין א פרוי צו א מאנס פעהרזאן, לחנם על לא דבר.
למשל איינער איז איבער געשפרונגען די טורנסטייל ביי די טרעין און האט געגנבט איינעםס פעקעל און אנטלאפען אויף די באן.
און די מעשה איז געווען מיט א פרוי, טוישט מען עס צו א מאן.
פארוואס?
טורנסטיילס זענען געווענליך און מקוה, און פרויען אין מקוה איז נישט פאר בחורים....''
Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android
איחוד פעלדאמאהל איז געווען באשריבען ערגעץ אז היימישער אויסגאבעס טוישען מעשיות פין א פרוי צו א מאנס פעהרזאן, לחנם על לא דבר.
למשל איינער איז איבער געשפרונגען די טורנסטייל ביי די טרעין און האט געגנבט איינעםס פעקעל און אנטלאפען אויף די באן.
און די מעשה איז געווען מיט א פרוי, טוישט מען עס צו א מאן.
פארוואס?
טורנסטיילס זענען געווענליך און מקוה, און פרויען אין מקוה איז נישט פאר בחורים....''
Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android
גאנץ א שיינעם פשעטיל....
נו.... דארט ווי תורה, דארט חכמה....
אין איד שטייט וואס א וויין סוחר האט איבערגעלאזט פאר זיינע קינדער

צו בארטש דארף מען ניט קיין צןיי
📎 Borsht.jpg
[ציטאט אראפגענומען]
אזוי איז אקע געווען ווען די בלאט האט איבערגעשריבן דעם
שרעקליכן מעשה אין עמי און געטוישט די רייזענדע צו זכרים.
שמעקעדיגצו בארטש דארף מען ניט קיין צןיי
אויך קוקט אויס אז די נאמבער איז א טעות
945 אנשטאט 845
ריכטיג.
אין קרית יואל בולעטין די וואך:
📎 ScreenShot001.jpg
ער האט ארומגערינגעלט די איינציגסטע שטיקל וואס איז נישט עמ-הארצ'ות...
[ציטאט אראפגענומען]
www.kjbulletin.com/weekly/#p=25פותחין בכבוד האכסניה
📎 1.PNGהאט איינער אמאל געהערט פון אזא נומבער?
📎 2.PNGאכט טויזענט, זעקס הונדערט זעקס און זעכציג... טויזענט... המממ...
די איבעריגע נומבערס? איך ווייס נישט פון ווי ער נעמט עס, איז אזוי שווער צו מאכן א גוגל סוירטש "מערקיורי סירקאמפרענס"?
📎 3.PNGאיינער זאל מודיע זיין פאר די מאטימאטיקער אז פיי (pi) האט א נייע ציפער.
📎 4.PNGאקעי, נאר פארמישט ניין און דרייסיג מיט דריי און ניינציג, נישט געפערליך.
א מיינאר געאגראפישער טעות אין דער איד פר' תצא, אינעם באריכט פון די נסיעה צום ציון הבעל פלא יועץ ז"ל שטייט: "עטליכע פליגער זענען ארויס פון אר"י און געלאנדעט אין ווארנא די הויפטשטאט פון בולגאריע."
ניין. די הויפטשטאט איז סופיה.
די איד האט א העדליין אז מע האט געהארגעט די געזאנדעטער פון ליביע און אין די ארטיקעל שרייבען זיי אז די אמבאסאדאר האט מען געהארגעט און זיי זענען מסביר די חילוק אז אמבאסאדאר איז די גרעסטע דיפלאמאט פון אמעריקע און געזאנדעטער איז איינס נאך די אמבאסאדאר.
אין איד האט דער פאליטישער שרייבער נאכגעשריבן פון CBS עטליכע סינעריאס וויאזוי די פרעזידענטליכע וואלן רעזולטס קענען זיך אויסלאזן. סי בי עס האט געמאכט עטליכע קאמפיוטער ''סימולעטיענס'' יעדע איינע מיט דיפרענט רעזאלטס. דער איד שרייבער האט געמיינט אז '
סימולעשען' מיט '
סטימולעשען' איז איינס און די זעלבע, האט ער געשריבן סטימולעשען.
זר זהבאין איד האט דער פאליטישער שרייבער נאכגעשריבן פון CBS עטליכע סינעריאס וויאזוי די פרעזידענטליכע וואלן רעזולטס קענען זיך אויסלאזן. סי בי עס האט געמאכט עטליכע קאמפיוטער ''סימולעטיענס'' יעדע איינע מיט דיפרענט רעזאלטס. דער איד שרייבער האט געמיינט אז '
סימולעשען' מיט '
סטימולעשען' איז איינס און די זעלבע, האט ער געשריבן סטימולעשען.
אויפ'ן שרייבער פון איד איז נישט קיין חידוש.
in-Kolelדי וואך איז געווען באשריבן אינעם איד די עקסידענט פינעם פינאנץ מיניסטער האבן זיי געשריבן אז ער האט געליטן פין חולי נופל רח״ל וואס איז פשט אז מקען נישט שרייבן ווי נארמאלע מענטשן אז ער האט געליטן פין א סיזשור??????
ווייל נישט א יעדער וואס ליינט דעם איד ווייסט וואס א סיזשור איז.
דאגעדן חולי נופל ווייסן זיי פונקטליך וואס ס'מיינט...
זר זהבאמאל איז דער איד געווען פיל מיט טעותים (איך רעד נישט פון גראמאטישע טעותים) למשל אנשטאט שרייבן סענאטער ליבערמאן פון קאנעטיקוט האט געקענט שטיין קאנגרעסמאן ליבערמאן פון ווערמאנט... בערך אזאנע מינע טעותים. "די צייטונג" אבער פלעגט אלץ זיין זייער אקוראט. לעצטענס אבער האט זיך עס געטוישט. מיט די אלע טוישערייען וואס קומט פאר אין ר' אלבערט'ס צייטונג האט ער אויך אדאפטעד די "טעותים ליניע", ממש שרעקליך. וואך איין וואך אויס דארפ איך אפלערנען געוויסע נייעסן און ארטיקלען ווי א שטיקעל גמרא. דעי וואך למשל שטייט אז ראמני האט געווינען אלאבאמא און מיסיסיפי.
דער איד האט זיך נישט דערשראקן אויסצודרייען א פסוק אויך. אין א העדליין פון אן עדיטארעיל איז אמאל געשטאנען "לא ינוח גורל הרשע על שבט הצדיקים" אבער אין פסוק שטייט דאך פארקערט. "לא ינוח שבט הרשע על גורל הצדיקים"
עפעס שטומט מיר נישט דא, דער בלאט האט די וואך געשריבען אז
לעיקוואד, נ.י. איז שנעלסטע וואקסענדער חרד'ישער ישוב,
📎 Screenshot_2013-03-23-23-11-12-1.png און וויקפידיע ווייסט נאר צו זאגן אז דארט וואוינען נישט מער ווי 3,002 (2010) נפשות (נישט משפחות).
ווער איז גערעכט???
וויקיפידע דארף אן אפדעיט עמערדזשענסי...
פונקט האב איך א צייט צוריק געליימט דעם וויקי פעיזש וועגן לעיקוואוד, און סאיז געשטאנען עפעס גוזמאותדיגע נומבערס אין די הויכע טויזנטערס.
מיינטס די איבעריגע שטרעכל ביי שמח ?
chag kAsher
אה שכח , נישט געכאפט.
Hamodia wishes its readers?
Better?
דוכט זיך דער זעלבער נוסח אויף אידיש ערשיינט אין די אידישע צייטונגען.
עפעס טויג טאקע נישט מיט די גרעממער, ס'קלעבט נישט אזוי גוט. כ'מיין אז די אידישע צייטונגען נוצן אן אנדערע וועג: "א חג כשר ושמח וואונטשט די צייטונג", דאס איז בעסער.
צו שרייבן אין אידיש ווי דער המודיע וואלט מען עס געדארפט שרייבן אזוי: המודיע ווינטשט 'אירע' ליינער וכו'... נישט 'אונזערע'. זוי מייניך.
ידעןHamodia wishes its readers?
Better?
"wishes its readers." that doesn't sound personal enough.
Either "we wish our readers" or just plain "chag kasher v'sameach"
also, they could've added "and to all of k'lal yisroel."
also, V'Sameach makes sense..I don't understand what the extra apostrophe V'Same'ach is for.
[ציטאט אראפגענומען]
There is no right or wrong seeing as it's in a different language, but I guess it works both ways. My point is that it's not the norm.
as a sidenote, I can bet that the overwhelming majority of Hamodia readers know how to pronounce it perfectly. lol
אז ס'האט עפעס מיט "היימישע אויסגאבעס" האט פארשטייט זיך "פעילד מעסייע" אויכעט געטראפן עפעס [און פון דעם זעהט מען אז אלע פרומע זענען....!¡!¡!]....
און
ער באריכטעט איבער א טעות אין דער משפחה מאגאזין וואס האט געשריבן אז די 19,000 מענטשן וואס זענען געשטארבן אינעם יאפאנעזער ערדציטערניש זענען גאר געוועזן קרבנות פונעם נאכפאלגענדען נוקלעארע רעאקטאר קריזיס!!!!
Haredi Magazine Mistakenly Attributes 19,000 Japan Earthquake And Tsunami Deaths To "Nuclear Accident"
A recent issue of Mishpacha Magazine writes about nuclear power and claims 19,000 people were killed in a Japanese nucler accident two years ago – even though the nuclear accident, which was the byproduct of a massive earthquake and tsunami, killed no one.
📎 6a00d83451b71f69e2017eea0d4706970d-pi~01.jpg
און הענדל ברייער שרייבט אין אז דער גרויסער איטאליענישער שיף ואס האט זיך איבערגעדרייט האט געוויגן 100 און עפעס טויזנט פונט.
איך גלויב אז ס'וועגט אסאך מער.
בכלל האט די ארטיקל מיט פסח וויפיל די אייינגעזינקענע הינטל האט מיט פרשת קורח.
לול, כאב דאס אויך באמערקט, ס'האט עפעס נישט געמאכט קיין סענס די וואג.
זר זהבעפעס טויג טאקע נישט מיט די גרעממער, ס'קלעבט נישט אזוי גוט. כ'מיין אז די אידישע צייטונגען נוצן אן אנדערע וועג: "א חג כשר ושמח וואונטשט די צייטונג", דאס איז בעסער.
צו שרייבן אין אידיש ווי דער המודיע וואלט מען עס געדארפט שרייבן אזוי: המודיע ווינטשט 'אירע' ליינער וכו'... נישט 'אונזערע'. זוי מייניך.
אויב די גרויסע "דורא-סעלל" קא. קען זיך טועה זיין און שרייבן כהאי לישנא: From an ad by Duracell Co. in National Geographic: "Our batteries will last for 100's of hours".
מעג א צייטונג וואס ווערט ארויסגעגעבן דורך א פאר יודענעס זיך זיכער טועה זיין. נאר איך האב אן אנדערע טענה צו זיי. פארוואס זיך נאריש מאכן און שרייבן "פאראשאת" אנשטאטס "פרשת"

את נעקת בני ישראל.
וירא /וארא??
"I didn't notice that. I meant "The Grand Christmas evening
יידל: כ'האב מורא אז די בני תורה האבן נישט געלערנט. לא קרא ולא שני. אדער לא שנה ולא פירש 😂 🙄 😳
אין דער בלאט פון פארגאנגענעם פרשת בחוקותי אין "אוצר" פעידזש 4, שטייט באריכטעט די נפטרים פון די לעצטע וואך, איז דא צוויי די זעלבע נייעסלעך פאר'ן זעלבן נפטר איינער ר' הערשל פראנק ע"ה
איינער קען ארויפלייגן א בילד?
📎 Shchita-1.jpg
סאטמער'ער רבי "שחיטא" אוי וויי.......