מאדנע און אויפפאלנדע טעותים אין היימישע אויסגאבעס
294 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #242
טריביון קרח
.
📎 טריביון קרח.jpg
Wow. דו גייסט ליידיג.... 😉
בליץ אלול
.
📎 B2.jpg 📎 B1.jpg
Re: מאדנע און אויפפאלנדע טעותים אין היימישע אויסגאבעס
היינו טעמא דבליץ היינו טעמא דטריביון
שמעקעדיג: דו וואלסט געקענט ווערן אן עדיטאר ביי סיי וועלכע ערנסטע אידישע אויסגאבע. איך האב א ראיה אז דו ביסט נישט אן עדיטאר ביי דעם ..."בליץ"...!
איך וועלל באלד זאגן אזוי ווי מיין פעיוואריט מענטש. ר' סענדער דער דייטש ז"ל האט געזאגט...ומרגלא בפומיה..."אבער ביי אונז איז דער קאמפאוט געווען זייער גוט און פיין און זיס...און דער עולם איז זיך צוגאנגען אין די פריע פארטאגס שעה'ן מיט געהויבענע געמיטער...!
וואס איך מיין צו זאגן איז אז דער מאמענט איז ב"ה א דבר השלם. כמעט. דארט וועט מען נישט טרעפן אזעלכע נארישע און לעכערליכע טעותים...!
שמעקעדיגבליץ אלול
גירסא דיענקתא
.
גירסא דיענקתא וכו': תנא מנה"מ דיענקתא דקא גרס הוי אמר ר' אהרן ב"ר משה מעצי תמרים דכתיב יענקב איש תם יושב אהלים. ובאהלי שם ועבר עסקינן, ת"ש, והלא גם לרבות אחיו הגדול עשו עד שנתמלאו לו י"ג שנה לא יצא לתרבות הרעה וא"כ מאי אולמיה דגירסא דיענקתא מגירסא דעשויתא, אי בעית אימא דעשו ציד בפיו דדרדקי הוי כדכתיב ועשו ציד בפיו וא"כ לא קא גרס מילה אחת ואי בעית אימא דתרי יענקב הוי כדקי שרי אברהם פריעד יענקל יענקל, והאי תנא תני כמאן דאמר דקא סלקי רבקה אדעתה בעידנא דקא עברי אפיתחא דעבודה זרה ואפיתחא דבי מדרשא וצווחה א"כ למה זה אנכי, דחשדה בתרי רוחי בחדא יענקעלע דמנשבין אהדדי, דאי לא תימא הכי במאי השלימה דעתה בעידנא דאמרי לה שני גוים בבטנך, והשתא דאתית להכי שפיר קאמר האי תנא גירסא דיענקתא לאפוקי מהאי רוחי דיענקל דלא קא גמר כלל כלל אפילו במעי אמו, ושמע מינה דיענקב יושב אהלים קאמר, שמע מינה.
וואלווי: איך האלט אז דו זאלסט ארויסגעבן א נייע ווערסיע פון ש"ס בבלי וירושלמי און מדרשים. קיינער וועט ממילא נישט וויסן קיין חילוק אז ס'איז נאכגעמאכט...!
אין ביהמ''ד איז געהאנגען א מודעה פון אן ארגענעזאציע פאר 'בחורים עם קישויים', ס'איז טאקע נישט קיין טעות, אבער דאס איז נישט וואס דער דרוקער האט געוואלט שרייבן.
בהברה אשכנזית..
איך אויך: איך זעה נישט דעם טעות. עס ווילט זיך זאגן הבהרה. אבער דאס איז ראנג. ווייל הברה איז טייטש...אויסשפרוך/אקצענט. און הבהרה איז טייטש אויפקלערונג/קלארשטעלונג...!
אין קעיס איינער האט נישט פארשטאנען, ''שוועריגקייטן'' שרייבט מען: ''קושיים'', משא''כ קישויים מיינט וואס עס מיינט.
איש חזוןאין קעיס איינער האט נישט פארשטאנען, ''שוועריגקייטן'' שרייבט מען: ''קושיים'', משא''כ קישויים מיינט וואס עס מיינט.
לגבי קישויים ביזטו גערעכט אז עס מיינט וואס עס מיינט... אבער שוועריגקייטן שרייבט מען קשיים, נישט קושיים.
מפיל קינדאיש חזוןאין קעיס איינער האט נישט פארשטאנען, ''שוועריגקייטן'' שרייבט מען: ''קושיים'', משא''כ קישויים מיינט וואס עס מיינט.
לגבי קישויים ביזטו גערעכט אז עס מיינט וואס עס מיינט... אבער שוועריגקייטן שרייבט מען קשיים, נישט קושיים.
פלוגתא היא, ואנא דאמרי כרב קפלינסקידער געוואגטער יונגל: הא הא הא...! איך בין דיך חושד אז דו האסט עס גע פאטאו'שאפפ'ד. נאר פאר דיר קען איינפאלן אזא גוט שטיקל...!
דער בלאט האט די וואך געמאכט א זכור פון א נקיבה.
די גירלפרענד פון דער לאס וועגאס שיסער איז געווארן א "ער"
📎 Der Blatt 2.jpg
באלאנגט דא
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/3355">viewtopic.php?f=6&t=3355</a><!-- l -->
גערעכט.
אפשר קען עס עימעצער אהין לייגן
כפתור: דאס איז נישט קיין טעות אדער עם הארצות. נאר אן אכשר דרא'דיגע קראנקהייט. אשר ע"כ פארדינט עס נישט צו ווערן באריכטעט אין דעם אשכול...!
נישט ממש "אויפפאלענד", אבער דאך מערקווירדיג, (כ'פארשטיי אז רוב מענטשן וואלטן דאס ניטעמאל באמערקט, אבער מיר האט דאס געגעבן א ציפ..)
מען שרייבט "מלך
אסור ברהטים" - אסור קומט מיט א ו', און רהטים אן א י'. (אזוי שטייט אין שיר השירים).
.
📎 111.jpg
ספעל טשעק האט דאס נישט געכאפט ווייל ס'מוז נישט זיין קיין טעות. מלך אסיר ברהיטים קען מיינען א סקווירא בנעשעק בעבי אין א לעדל....
מעגליך גענוצט א מליצה
...! געוואלדיג: אבער מיסספעלל'ד. און ס'איז משנה די קריאה. ס'טוישט די מיינונג. ווייל רהיטים מיינט מעבל. פוירניטשור
א קלייניגקייט...
.
📎 נשאת ונתת.jpg
שמעון וואלף: ייש"כ. ס'זעהט אויס אז די כלה איז נאך פון פאר דעם חרם דרבינו גרשון...לאל
[ציטאט אראפגענומען]
מה זה?
Re: מאדנע און אויפפאלנדע טעותים אין היימישע אויסגאבעס
דעקל פון די זומער אפטיילונג פון 'דער בלאַט' חקת.

שלי שלך: במחכת"ה איז עס נישט קיין טעות. מ'קען שרייבן שלאנגען אויך. כאטש דער אנגענומענער וועג פון שרייבן איז שלענג...!
[ציטאט אראפגענומען]
ווי איז דאס?
berlbalagulehשלי שלך: במחכת"ה איז עס נישט קיין טעות. מ'קען שרייבן שלאנגען אויך. כאטש דער אנגענומענער וועג פון שרייבן איז שלענג...!
אדער קען מען שרייבן שלאנגס, אדער שלאנגים.
אנאנים: דער לאנגער ענטפער און הסבר פון דעם חילוק פארוואס ביי די העדליין פונ'ם פארווערטס פאסט יא צו ניצן דעם ווארט..."שלאנגען".. און ווען מ'רעדט פון מערערע שלענג פאסט זיך דער אויסדרוק..."שלענג"... נאר דאס גייט אריין אין אן אריכות פון אידישער גראמאטיק. וואס ס'איז נישט די צייט און דאס פלאץ זיך אריינצולאזן אין דעם. דער קורצער ענטפער איז. אז דער אידיש מיט וואס דער פארווערטס באנוצט זיך, איז א ביסל אנדערש ווי די שפראך וואס אונז נוצן...!
[ציטאט אראפגענומען]
וועלכע מאגאזין?
משפחה.
📎 IMG-20180625-WA0007.jpg
ונבנתה העיר:אויף משפחה איז עס נישט קיין חידוש. זיי זענען שטארק אומ-פונקטליך מיט פאקטן. זיי פארמישן נעמען און פערזענליכקייטן. שטעט און לענדער...!
איבער איין רב האבן זיי שוין 3 מאל געברענגט אז ער איז נפטר געווארן. אן ער איז ב"ה חי וקיים אויף ביידע באקן עמו"ש. אויך האבן זיי פארמישט די נאמען פון א שטאט אין טעקסאס מיט די שטאט אוטיסווילל, אין ניו יארק סטעיט...!
מסתמא איז דער פראבלעם ביי זיי אין עדיטאריעל אפיס אז זיי האבן אלעס געפיילט מיט'ן קאמפיוטער סיסטעם. אבער זיי האבן נישט קיין עדיטארס מיט גענוג וויסנשאפט צו קענען אויססארטירן די פאקטן...! זיי האבן באלד אזא פנים ווי דער איד. נאר איין זאך קענמען זאגן לזכותם. אז זיי זענען נישט אזוי בייזוויליג ווי דער אויבנדערמאנטער ארגאן פון אומאפהענגיקן ארטאדאקסישן אידנטום אין אמעריקע...!
(יא. לידיעתך, שמעקעדיג
ס'נישט ממש אן אויסגאבע אבער איך האב נישט געטראפן קיין אנדערן אשכול

וואס איז דער טעות?
ס׳שטייט לכבוד נישט לרפואת
דו מיינסט לכבוד הנביא? ס'איז דא א סגולה.
לרפואת איינעם. אדער כאפ איך נישט.
ס'איז לכבוד הנביא אדער לזכות רפואה.
עד מתי אתם פוסחים על שתי הסעיפים...
ווען איך טייטש אזא צעטל אין אידיש מיינט עס אז הושע בן בארי ברויך א רפואה שלימה
די לכבוד איז נישט דער טעות, נאר נאכן רפאוה שלימה האט געדארפט שטיין אז ס'איז פאר א צווייטן.
אקעי. הרוצה בעילום שמו..
גראףאקעי. הרוצה בעילום שמו..
גראף: ס'קען זיין אז דער נדבן איז רוצה בעילום שמו. אבער נאכדעים וואס ס'שטייט לכבוד הושע בן בארי וואלט געדארפט צו שטיין לרפואה שלימה של אחד מישראל. אבער נישט הושע בן בארי. ער דארף שוין נישט קיין רפואה שלימה. ער איז אין גן עדן...!
כ'האב אויסגעליידיגט דעם געשעפט פון די ספעציעלע שמן זית, היות כ'האב אבער נישט וואס צו טאן מיט אזויפיל פלעשער, ווער עס נויטיגט זיך דערין זאל מיך שיקן א מעסעדזש מיט א נאמען און אדרעס און מיר וועלן זיין בקשר.
כל הקודם זכה..
📎 20180709_010727.jpg
דער דאסכ'האב אויסגעליידיגט דעם געשעפט פון די ספעציעלע שמן זית, היות כ'האב אבער נישט וואס צו טאן מיט אזויפיל פלעשער, ווער עס נויטיגט זיך דערין זאל מיך שיקן א מעסעדזש מיט א נאמען און אדרעס און מיר וועלן זיין בקשר.
כל הקודם זכה..
וועגען דעם זענען די באטלעך "extra light"...
ווען דער וואס קאמפאזירט די בריוו איז נישט אין קאנטאקט מיט'ן אינטערשריפט פארבריצירער..
📎 PicsArt_10-14-01.43.40.jpg
ה.ב.ש.
הוילע בול שי*
א ווייטאגליכער טעות, ר׳ חיים מרדכי ע"ה איז שוין בעלמא דקשוט אפאר יאר
חכמים הזהרו בדבריכם
Attachments area
📎 20181017_102355-1 (1).jpg
היסטאריקער: ויש לפרש אז דער בעל העד מיינט צו זאגן אז די כלה תחי' אדער איהר טאטע איז אן ע"ה. אן עם הארץ, ל"ע. אין די אלטע אידישע ליכט איז געווען אזא מעשה אז אין א געוויסע שטאט איז געווען א איד וועם מ'האט גערופן משה חיים עליו השלום. האטציך א יעדער געוואונדערט אז מ'רופט א לעבעדיגן מענטש אזוי. ביז אן אלטער איינוואוינער פון די שטאט האט אויפגעקלערט די מיסטעריע פאר'ן עולם. דער איד. ר' משה חיים איז געווען א גרויסער עניו. און ער האט פאר א יעדן געלאזט וויסן אז ער איז אן עם הארץ. ווען מ'האט איהם געפרעגט וויאזוי ער הייסט, האט ער אייביג געזאגט..."משה חיים, ע"ה"... האבן א טייל מענטשן געמיינט אז דאס מיינט עליו השלום. מיט די צייט האט מען איהם אנגעהויבן צו רופן מיט'ן צונאמען עליו השלום...!
[ציטאט אראפגענומען]
איך האב הנאה וויאזוי די שווארצע רינגל וואס איך האב געמאלן אויפן בילד, קומט אן אהער.