☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » מאדנע און אויפפאלנדע טעותים אין היימישע אויסגאבעס

מאדנע און אויפפאלנדע טעותים אין היימישע אויסגאבעס

294 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #242
בלאט: 1 2 3 4 5 6

יואליש » זונטאג מאי 25, 2014 1:00 am

· #202161
אייינער קען לייגן א בילד פון דער בלאט'ס יארצייט ארטיקל? באשרייבט ר' שלמה'קע זוויהלער, מחבר שו"ת נודע ביהודה.

רויטע וואנצעס » זונטאג מאי 25, 2014 1:03 am

· #202162
חחח

נהורא נפישא » זונטאג מאי 25, 2014 1:04 am

· #202163
[quote]סאטמער'ער רבי "שחיטא" אוי וויי./quote]
און דאס איז דוקא צו דעם רבי'ן וואס געט נישט קיין דעממם פאר שחיטה מונחת

רויטע וואנצעס » זונטאג מאי 25, 2014 1:07 am

· #202164
פארשטיי שוין פשט ווען איינער זאגט מיר לעצטענס "איך בין סאטמערע שחיטה" כ'האב געלערנט אין סאטמער, מיין רבי האט מיר געגעבן שחיטה מונחת".

שמעקעדיג » מאנטאג מאי 26, 2014 10:15 am

· #202525
For sale

.
📎 Yukon.jpg

berlbalaguleh » מאנטאג מאי 26, 2014 9:20 pm

· #202700
שמעקעדיג
For sale

.

ס' א נפק"מ? די עיקר איז אז די ווערטער קומען גוט ארויס אויף יודיש. איך האב שוין לאנג געטענה'ט אז מ'דארף מאכן א היימישע ענגלישע שפראך.מיט אנדערע גראמאטישע כללים... 😕 😎 😂 😂 😂 🙄 😃 🙂 😮

שמעקעדיג » דינסטאג מאי 27, 2014 1:17 am

· #202767
וואס א נפק"מ פרעגסטו? עס האט מיר גענומען 3 מינוט אפצוליינען דעם ווארט!......

רויטע וואנצעס » דינסטאג מאי 27, 2014 1:44 am

· #202769
איז די 5,500 אויך א טעות? א משוגענע פרייז פאר א 2001.

אליצפן » דאנערשטאג יוני 19, 2014 8:02 pm

· #206968
וואו זענט איר "די" דריי פארכאפטע בחורים??? וואס דארף דאס צו מיינען?
אזא גראבע טעות צו מאכן אויפן הויפט דעקל?
#בושות
מאמענט.jpg

כוכב » דאנערשטאג יוני 19, 2014 8:09 pm

· #206974
בכלל נישט קיין טעות. כבין נישט דער גרויסער קענער אבער איך מיין אז זיי האבן ריכטיג געשריבן און אויב איינער האט א טעות איז עס אייער עקסילענץ.(גוט געשריבן?... )

אליצפן » דאנערשטאג יוני 19, 2014 8:18 pm

· #206978
כוכב
בכלל נישט קיין טעות. כבין נישט דער גרויסער קענער אבער איך מיין אז זיי האבן ריכטיג געשריבן און אויב איינער האט א טעות איז עס אייער עקסילענץ.(גוט געשריבן?... )

רעב איד איר קענט דקדוק? האט איר אמאל געהערט דער חילוק פון לשון נוכח און לשון נסתר? ווען מען רעדט 'צו' א מענטש זאגט מען "וואו זענט איר ר' יענקל?", אבער ווען מ'רעדט 'וועגן' א מענטש, ווי למשל דא, שרייבט מען "וואו זענען די דריי בחורים?" אדער "וואו זענען זיי/ענק", מ'שרייבט נישט ווי זענט איר די דריי בחורים. דאס איז אין מיינע אויגן א גרויסער טעות.
פארשטייסט שוין?

כוכב » דאנערשטאג יוני 19, 2014 8:20 pm

· #206979
נישט קיין טעות. אפשר נישט אזוי פראפעסיאנאל. סאיז אזוי ווי ער וואלט געשריבן: איכה, די דריי בחורים.

אליצפן » דאנערשטאג יוני 19, 2014 8:28 pm

· #206981
איכה וואלט געווען אומפראפעסיאנעל, וואו זענט איר איז א מיאוסע אויפפאלענדע טעות.

פישלע העררינג » דאנערשטאג יוני 19, 2014 8:28 pm

· #206982
עס קומט צו זיין אזוי:

"דריי פארשוואונדענע בחורים, ווי זענט איר?!"

איחוד פעלד » דאנערשטאג יוני 19, 2014 8:29 pm

· #206983
ווי זענט איר?

די דריי פארכאפטע וכו' (בילדער)

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 19, 2014 9:13 pm

· #206996
אין אייוועלט קאמפלעינט מען אויך דערויף.

berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 19, 2014 9:24 pm

· #207000
שמעקעדיג
אין אייוועלט קאמפלעינט מען אויך דערויף.

איך וואלט אויך קאמפלעינט דערויף. נאר איך האב וויכטיגערע פראבלעימען. וויאזוי באצאלט מען רענט? איך מאך נאר א ווערטל. די רענט איז שוין באצאלט, ב"ה.
איך האלט מ'דארף אויפמאכן א אשכול איבער דעים. אה, ס'שוין דא. "זאכן וועלכע רעיגן מיך אויף"... 😕 😎 😂 🙄 😛 😉 😮

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג יוני 19, 2014 9:31 pm

· #207008
זעהט אויס מ'האט געשיקט פאר'ן גראפיק דיזיינער די טעקסט, אבער ער האט עס נישט גוט אויסגעלייגט. ס'איז צוויי באזונדערע זאכן. 1. וואו זענט איר? וואלט געדארפט זיין און גרויס. 2. די 3 פארכאפטע ישיבה-בחורים, אביסל קלענער.

איך האב שוין פיל מאל מיטגעהאלטן ווי דיזיינערס לייענען נישט גוט אפ די טעקסט.

berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 19, 2014 9:50 pm

· #207015
רויטע וואנצעס
זעהט אויס מ'האט געשיקט פאר'ן גראפיק דיזיינער די טעקסט, אבער ער האט עס נישט גוט אויסגעלייגט. ס'איז צוויי באזונדערע זאכן. 1. וואו זענט איר? וואלט געדארפט זיין און גרויס. 2. די 3 פארכאפטע ישיבה-בחורים, אביסל קלענער.

איך האב שוין פיל מאל מיטגעהאלטן ווי דיזיינערס לייענען נישט גוט אפ די טעקסט.

אמאל האט מען עס גערופן "טעות הבחור הזעצער"... 😂 🙄 😂 😛 😳 😮

אויליגער » מיטוואך אוגוסט 20, 2014 10:00 pm

· #217719
און די צייטונג די וואך פעידזש 24 שטייט "מסעתקים" אנשטאט "מתעסקים"

שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 10:08 am

· #217774
יעצט באקומען פון איינעם (סארי, נישט קלארע בילד)
אין די מאמענט/בליק די וואך, שמחת בית בעזלא (אנשטאט בעלזא)
📎 0821140001.jpg

שמעקעדיג » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:58 pm

· #226274
די וואך אין "דער בלאט" ביי די היסטאריע חלק, באשרייבט ער "האנדא געגרינדעט".

דער פראבלעם איז נאר געווען אז אויפן קעפל האט זיך אריינגעכאפט א ווארט וואס מען האט פארגעסן אפצומעקן..
.
📎 Honda.jpg

berlbalaguleh » מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 8:56 pm

· #237908
[ציטאט אראפגענומען]

אנאנים: דעיס איז נישט קיין טעות הדפוס. נאר סתם עם הארצות פון די עדיטארס און שרייבערס פון "דער איד", כדרכם בקודש. זיי ווייסן נישט אז מ'זאגט עס ארויס "סע-סא-מי".
אוי, לאמיר נישט איבער חזר'ן די אלע טעותים וואס געשעעט ביי זיי מכח זייער אמעראצעס...!נאר א קליינע דוגמא פון זייערע קאמישע מצבים...
זיי האבן באשריבן דעם פרייען יוד , בונדיסט און ציוניסט "יאן קארטשאק" , וועלכער איז געווען א קינדער דאקטער אין ווארשאווער געטא, מיט אזעלכע שיינע פארבן. נישט וואוסנדיג ווער ער איז באמת געווען. ס'איז פונקט אזוי ווי דער איד זאל באשרייבן בן גוריון ,וואספארא פיינער און קלוגער מענטש ער איז געווען...
נאכדעים האבן זיי געברענגט א פעינטינג וואס הייסט ביי די גויים "די לעסט סאפפער". דאס רעדט פון יאשקע און זיינע תלמידים...האבן זיי געשריבן אין די קעפשאן: "אידן זענען זיך משמח פורים"... 🙄

ישמעאל הכהן » מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 8:58 pm

· #237909
און צום דריטן מאל... רבי בערל איר זענט שוין טאקע יענע עידזש??

berlbalaguleh » מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 9:15 pm

· #237910
ישמעאל הכהן
און צום דריטן מאל... רבי בערל איר זענט שוין טאקע יענע עידזש??

ישמעאל הכהן: איך כאפ נישט... ביטע זיי מסביר... 😂 ❓

ישמעאל הכהן » מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 9:26 pm

· #237911
berlbalaguleh
שמעקעדיג
דו מיינסט אפשר דוב שטרייכער? אוי קאמאן, דאסי דאך יאסי געשטעטנער (כמדומה לי), ער האט דאך געשריבן אזוי פארביסן און איינזייטיג, הגם אינטרעסאנט.
איך האב מער ליב געהאט איינעם באש, ער פלעגט באשרייבן די פאליטיק מיט א ריזיגע סענס אויף הומאר וואס האט מיר געמאכט זיך קייקלען יעדע וואך באזונדער.
די "דעבאטע פון די וואך" געדענקט נאך איינער, אין די בראשית יארן? איי... (דער איד האט לעצטנס אנגעהויבן א ענליכן קאלום)

דו ביסט גערעכט. שמעון ראלניצקי האט געשריבן אונטער זיין אייגענעם נאמען. אין יענע תקופה איז געווען געשמאק צו ליינען דעם בלאט. נאר דער איד האט אין יענע תקופה געטרייט נאכצוטאנצן דעם בלאט. און זיי האבן געברענגט כל'ערליי מעשיות וועלכע האבן נישט געהאט קיין הענט און פיס. איינס (וועלכע איך בין חושד אז ס'איז געווען א שפיצל אונטערגעשטעלט פון "בלאט") איז געוועין א באשרייבונג פון איינעם "איאן קארטשאק", א קינדער דאקטער אין ווארשאווער געטא. דער איד האט איהם באשריבן אין זייער פאזיטיווע פארבן. און איך ווייס פון אנדערע מקורות אז דער קארטשאק, א חוץ וואס ר'איז געווען א פושע ישראל און אפיקורס איז ער פארהייליגט ביי די פרייע ציונים. איז מיר געוועין א חידוש אויפ'ן "איד" אז ער באשרייבט איהם אזוי שיין. ס'פונקט אזוי ווי ס'זאל שטיין באשריבן אין איד אז בן גוריון איז געוועין זייער א פיינער מענטש און א וואוילער איד. נאך א דריי פארזעצונגען האבן זיי עס טאקע אויפגעהערט צו באשרייבן. אן אנדער מעשה וועלכע האט נישט געהאט קיין הענט און פיס איז געוועין "דער אידישער שפיאן". נאך א דריי פארזעצונגען האבן זיי דאס אויכעט אויפגעהערט. 😂


berlbalaguleh
רויטע וואנצעס
די וואך האט דער בלאט געגנבט א גרעף (בלאט 36) פון א צייטונג, וואס שרייבט צווישן אנדערע וויכטיגע לעבן'ס ארטיקלן, איבער קאנדומ*. ס'דא אפילו א בילד פון אפאר פארמאכטע פעקלעך. כ'וואלט זייער געוואלט זיין אין ישיבה גדולה ביים שבת סעודה די וואך, ווען מ'האט זיך ארומגעקריגט איבער איר באדייט.

ס'איז זיכער כשגגה היוצאת מלפני השליט. (נישט חלילה דער ציוניס'טישער גלעד שליט, פון מדינת ישראל.). ס'זעהט אויס אז דער עדיטאר איז געוועיןזייער שטארק מיעד.
נאר איך קען דא פארציילן פון עטליכע ערנסטע "בלאאפער'ס" פון די הייליגע צייטונג "דער איד", וואס איז געקומען מכח עם הארצות אין וועלטליכע עניינים. איינס ביניך אפילו חושד אז "דער בלאט" האט זיי אונטערגעריקט. נאר זייענדיג די גרויסע עמי הארצים וואס זיי זענען האבן זיי נישט געכאפט. והנה: אין די בראשית יארן פון ווען דער בלאט האט אנגעהויבן ערשיינען. ווען ס'איז נאך געוועין א צייטונג מיט גוטע ליין מאטעריאל און געשמאקע, אידישע מיינונגע. נישט אנגעפרעסן מיט שנאת ישראל ווי דער פארשימלטער "איד" איז געוועין. ווען אזאלכע אינטעלעקטואלע שרייבערס ווי שמעון ראלניצקי, האבן געשריבן דארט.אין "בלאט" איז דאן געלאפן אן אינטרעסאנטע סעריע וועלכע האט שטארק צו געצויגן די אינטרעסע פון די ליינערס. דער"איד" האט דאס געוואלט נאכמאכן. האבן זיי אנגעהויבן שרייבן א סעריע ארטיקלען איבער איינעם א קינדער דאקטאר "יאן קארטשאק", וועלכער האט אין ווארשעווער געטא, חוץ היילן די אידישע קינדער, געגרינדעט שולעס (נישט חדרים), וואו די קינדער האבן פארברענגט מיט קולטור, מוזיק און ארט. ביז די נאציס, ימ"ש האבן אוועקגעפיהרט די קינדער קיין אוישוויץ. דער דאקטאר איז געוועיון אזוי שטארק איבערגעגעיבן פאר די קינדער אז ער האט געזאגט אז ער גייט מיט די קינדער אויפ'ן טרעין.
די פראבלעים איז אבער, אז דער דאקטאר קארטשאק איז זייער פארהייליגט ביי די פרייע ציונים אין א"י. ווער ס'ליינט א ביסל די איזראעלישע אלגעמיינע פרעסס ווייסט פון וואס דער מדובר איז. ס'איז פונקט אזוי ווי מ'זאל באשרייבן אין "דער איד" וואספארא פיינער מענטש בן גוריון איז געוועין. און ארויסברענגען זיינע שבחים. נאר די תם-קעפ דארט האבן דאס נישט געכאפט מחמת חוסר ידיעה. ביז, מ'האט זיי מעורר געוועין. און נאך דריי פארזעצונגען האבן זיי געסטאפט.
א צווייטער פאל וואו זייער עם הארצות האט זיך ארויסגעוויזן איז געוועין ווען זיי האבן געברענגט אין די פורים אויסגאבע א בילד פון א בארימטע סצענע וואס די גויים רופן אן "די לעסט סאפפער". ווען יאשקע האט געפיהרט א "סדר" און די רוימישע סאלדאטן זענען עים געקומען ארעסטירן. האבן די חכמי כעלעם אין די רעדאקציע פונ'ם "איד" געשריבן אויף אט דעים בילד "אידן זענען זיך משמח, פורים"....איך האב אויסגעפלאצט פאר געלעכטער איבער זייער טיפשות און עם הארצות. אז א חוץ שעלטן און שימפן גדולי ישראל און שפייען האס און שנאה קענען זיי גארנישט... די קומענדיגע וואך האבן עטליכע בריוו-שרייבער זיי אויפמערקזאם געמאכט איבער די ריכטיגע מיינונג פון דעים בילד...!



berlbalaguleh
[ציטאט אראפגענומען]

אנאנים: דעיס איז נישט קיין טעות הדפוס. נאר סתם עם הארצות פון די עדיטארס און שרייבערס פון "דער איד", כדרכם בקודש. זיי ווייסן נישט אז מ'זאגט עס ארויס "סע-סא-מי".
אוי, לאמיר נישט איבער חזר'ן די אלע טעותים וואס געשעעט ביי זיי מכח זייער אמעראצעס...!נאר א קליינע דוגמא פון זייערע קאמישע מצבים...
זיי האבן באשריבן דעם פרייען יוד , בונדיסט און ציוניסט "יאן קארטשאק" , וועלכער איז געווען א קינדער דאקטער אין ווארשאווער געטא, מיט אזעלכע שיינע פארבן. נישט וואוסנדיג ווער ער איז באמת געווען. ס'איז פונקט אזוי ווי דער איד זאל באשרייבן בן גוריון ,וואספארא פיינער און קלוגער מענטש ער איז געווען...
נאכדעים האבן זיי געברענגט א פעינטינג וואס הייסט ביי די גויים "די לעסט סאפפער". דאס רעדט פון יאשקע און זיינע תלמידים...האבן זיי געשריבן אין די קעפשאן: "אידן זענען זיך משמח פורים"... 🙄

איך אויך » מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 9:42 pm

· #237917
ר' בערל ,צו מסביר זיין א טשעפע איז שוין באלד ווי מסביר זיין א ווערטל.

berlbalaguleh » דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 3:05 am

· #237967
איך אויך
ר' בערל ,צו מסביר זיין א טשעפע איז שוין באלד ווי מסביר זיין א ווערטל.

איך אויך: איך בין נישט אזא תם ווי איך שטעל מיך פאר... 😂

שמעקעדיג » פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 10:13 am

· #238141
הא??......

(אין דער מאמענט לעצטע וואך)

.
📎 אמג.jpg

יידל » פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 10:16 am

· #238143
מיינט מסתמא ר' נחום פרצוביץ
<a class="postlink" href="http://en.m.wikipedia.org/wiki/Nochum_Partzovitz">http://en.m.wikipedia.org/wiki/Nochum_Partzovitz</a>

איש את רעהו » פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 10:22 am

· #238145
יא עס קוקט אויס אז ער האט א טעות געהאט ביים ערשטן נאמען.

שמעקעדיג » פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 10:35 am

· #238150
סארי.

דאן אריין אין דעם אשכול
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/6574">viewtopic.php?f=24&t=6574</a><!-- l -->

שמעקעדיג » פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 10:23 am

· #240618
די וואך אין "דער איד", ווען ער באשרייבט דעם גרויסן באבוב45'ער שבת אין לאנדאן

.
📎 bobuv_45.jpg

יין שרף » פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 10:34 am

· #240621
חול המועד חנוכה...
IMG-20141211-WA0000.jpg

ירח בן יומו » מוצ"ש דעצעמבער 13, 2014 7:50 pm

· #240680
די קול ברמה פון די וואך פרשת וישב האט אראפ געברענגט א שיינע "מעשה לכבוד די יארצייט פון די בעל התניא"

י"ט כסלו איז אוודאי די יארצייט פון די בעל התניא? נאר וואס דען?

berlbalaguleh » מוצ"ש דעצעמבער 13, 2014 9:12 pm

· #240691
יידל
מיינט מסתמא ר' נחום פרצוביץ
<a class="postlink" href="http://en.m.wikipedia.org/wiki/Nochum_Partzovitz">http://en.m.wikipedia.org/wiki/Nochum_Partzovitz</a>

איך זעה נישט מיט וואס "פרצוביץ" רופט ארויס ווייניגער געלעכטער ווי "פארצאוויטש"... 😂 🙄

berlbalaguleh » מוצ"ש דעצעמבער 13, 2014 9:14 pm

· #240692
ירח בן יומו
די קול ברמה פון די וואך פרשת וישב האט אראפ געברענגט א שיינע "מעשה לכבוד די יארצייט פון די בעל התניא"

י"ט כסלו איז אוודאי די יארצייט פון די בעל התניא? נאר וואס דען?

אזוי ווי כ"א כסליו (די סאטמערע חגא) איז די יארצייט פון סאטמאר'ער רבי...!

פישלע העררינג » מוצ"ש דעצעמבער 13, 2014 9:19 pm

· #240693
א בליק האט קענטליך אויפגענומען א מגיה.

berlbalaguleh » מוצ"ש דעצעמבער 13, 2014 9:28 pm

· #240701
פישל'ע העררינג
א בליק האט קענטליך אויפגענומען א מגיה.

ישמעאל הכהן » זונטאג דעצעמבער 14, 2014 4:21 am

· #240738
ירח בן יומו
די קול ברמה פון די וואך פרשת וישב האט אראפ געברענגט א שיינע "מעשה לכבוד די יארצייט פון די בעל התניא"

י"ט כסלו איז אוודאי די יארצייט פון די בעל התניא? נאר וואס דען?

דער קול ברמה איז איין שטיק פלאפ. זיי שרייבן אויף איבערגעדרייטע קאמפיוטערס, כ'וועל נישט זיין שאקט צו הערן אז ביי זיי אין אפיס וואקט מען מיט די קאפ אראפ און פיס ארויף.

שמעקעדיג » זונטאג דעצעמבער 14, 2014 6:54 pm

· #240839
berlbalaguleh
ירח בן יומו
די קול ברמה פון די וואך פרשת וישב האט אראפ געברענגט א שיינע "מעשה לכבוד די יארצייט פון די בעל התניא"

י"ט כסלו איז אוודאי די יארצייט פון די בעל התניא? נאר וואס דען?

אזוי ווי כ"א כסליו (די סאטמערע חגא) איז די יארצייט פון סאטמאר'ער רבי...!

אסאך מאכן דעם טעות. עס איז די יארצייט פון הייליגן מגיד ממעזריטש און יום הצלה פונעם תניא.

געפילטע פיש » דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 3:07 pm

· #241234
זיי פארקויפן אייזלען?
📎 ass charges.jpg

איך אויך » דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 7:40 pm

· #241298
עמממ עס קען מיינען נאך א פשט.

הינט: הער צו קאנטרי יאסיס ניגון 'טשולנט פאערד ראקעטס סענד מען טו די מאאן' צו כאפן מיין דריפט.

שמעקעדיג » מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 10:31 am

· #241405
עהעמם

.
📎 דרייווער.jpg

שמעקעדיג » מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 1:41 pm

· #242371
מאדנע אידישער נאמען פאר דעם "אוטו-באן" הייוועי אין דייטשלאנד

.
📎 Autobahn.jpg

שמעקעדיג » מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 4:10 pm

· #242412
דאס איז נאך פון זומער, אבער עס האט נאך נישט עקספייערט...

# על כל צרה שלא תבא

.
📎 צרה שלא תבא.jpg

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 4:27 pm

· #242416
שמעקעדיג
מאדנע אידישער נאמען פאר דעם "אוטו-באן" הייוועי אין דייטשלאנד

.

שמעקעדיג: ווייל דער ווארט Bahn אויף די פארשאלטענע דייטשע שפראך מיינט "וועג""...!

שמעקעדיג » מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 4:30 pm

· #242417
ממילא? וואס איז דאס אוטיא באנד?

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 6:30 pm

· #242442
שמעקעדיג
ממילא? וואס איז דאס אוטיא באנד?

Autobahn הייסט אויף דייטש א הייוועי...וואס איז דען דער חידוש?... אפשר פארשטיי איך נישט די גאנצע זאך מלכתחילה...!

שלמה המלך » דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 1:09 pm

· #242666
שמעקעדיג
דאס איז נאך פון זומער, אבער עס האט נאך נישט עקספייערט...

על כל צרה שלא תבא

.

מרה שלחא צבא WOW אויסטערליש!!
בלאט: 1 2 3 4 5 6