☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » מאדנע און אויפפאלנדע טעותים אין היימישע אויסגאבעס

מאדנע און אויפפאלנדע טעותים אין היימישע אויסגאבעס

294 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #242
בלאט: 1 2 3 4 5 6

שמעקעדיג » מיטוואך יאנואר 28, 2015 12:10 pm

· #250637
וויפיל טעותים קענט איר טרעפן אין דעם עד?
כ'רעד שוין נישט פון די נארהאפטיגע גראפיקס, עס לויפט שוין אזוי עטליכע וואכן, כ'רעד פון די ספעלינג..

.
📎 Brunch.jpg

רויטע וואנצעס » מיטוואך יאנואר 28, 2015 12:28 pm

· #250640
זייער זיס. איך האב ליב די עד ס'איז זייער פרעזענדליך און ווארעם ווי די אמאליגע עדס, ס'נישט טיפיקעל. די טעותים געבן צו צום חן.

זיין עסן הער איך איז גוט אן קיין טעותים.

שמעקעדיג » מיטוואך פעברואר 18, 2015 12:19 pm

· #254427
יאנג איזראעל....
.
📎 Young_Israel.jpg

לית דין בר נש » מיטוואך פעברואר 18, 2015 12:34 pm

· #254432
צוקער
ווי איז דאס?

שמעקעדיג » מיטוואך פעברואר 18, 2015 4:13 pm

· #254495
פריער באקומען פון איינעם

.
📎 השגחה.jpg

שמעקעדיג » מיטוואך פעברואר 18, 2015 4:52 pm

· #254503
ייש"כ פארן אויפקלערן!

berlbalaguleh » מיטוואך פעברואר 18, 2015 5:41 pm

· #254518
שמעקעדיג: דער גרעפיק דעזיינער (וועלכער איז מסתמא א גוי) האט גענימען די ווערטער אויף אידיש פון גוגל טרענסלעיט... 😂 🙄

ס'איז פונקט אזוי ווי די לשה"ק ווערטער אויף די טעפעלעך פון די מהדרין פוטער...ווער געדענקט נאך...?...חלב ישדאל. בהשנחת הרכ מוואלאווע...... 😂

שמעקעדיג » מיטוואך פעברואר 18, 2015 6:24 pm

· #254529
berlbalaguleh
שמעקעדיג: דער גרעפיק דעזיינער (וועלכער איז מסתמא אן אונגארישער גוי) האט גענימען די ווערטער אויף אידיש פון גוגל טרענסלעיט... 😂 🙄

ס'איז פונקט אזוי ווי די לשה"ק ווערטער אויף די טעפעלעך פון די מהדרין פוטער...ווער געדענקט נאך...?...חלב ישדאל. בהשנחת הרכ מוואלאווע...... 😂

סאשי פיש » פרייטאג פעברואר 20, 2015 12:06 am

· #254845
אזוי נישט צו קענען
image.jpg

קרעקער » מוצ"ש פעברואר 21, 2015 11:28 pm

· #255075
רוב עולם כאפט נישט אז זיי ברענגען אריין א TV שוי איידיע פון מעסטער שעף ביים היימישען עולם
פאר צדקה איז אבער אלעס מותר

פלעין יודיש » דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 4:56 pm

· #256137

געוואלדיג » זונטאג מערץ 8, 2015 5:01 pm

· #257451
איך ווייס נישט צו א טעות אדער דווקא אבער קלעבט נישט והמבין יבין והמשכיל ידום
📎 100MEDIA$IMAG0343.jpg

איך אויך » זונטאג מערץ 8, 2015 8:56 pm

· #257528
איז דאס די מעשה (בדותא) אז ער האט אויסגעפינען אז ער איז נישט קיין עכטע כהן? אויב יא האט עס שוין א לענגערע בארד ווי מיר און דיר צוזאמען אבער סאומהאו פרישט עס איינער איבער יעדע פאר יאר וחוזר וניער.
געווענליך גייט די מעשה אז די גט איז געווען 10 יאר נאך די חתונה.

געוואלדיג » זונטאג מערץ 8, 2015 10:47 pm

· #257552
יא די נארישע מעשה און טאקע 10 יאר נאך די חתונה

מאטי » מאנטאג מערץ 9, 2015 11:45 am

· #257596
📎 2015-03-09 11.39.46.jpg

שמעקעדיג » פרייטאג מערץ 27, 2015 12:43 pm

· #262313
דער פאלגענדער נייעסל איז געווען אינעם "בלאט" לעצטע וואך.
.
📎 Chevrolet-.jpg
.
עס האט מיר געשטאכן די אויגן צו ליינען "שעווראלעט", וואס כידוע (מיט די ענגלישע משוגעת'ן) לא כשהרי נכתב הוא קורא, מען זאגט נישט ארויס דעם ט' צום סוף, פונקט ווי אסאך אנדערע ענגלישע ווערטער.

פונקט זעה איך אז דער מאמענט שרייבט די וואך דערוועגן.
.
📎 Chevrolet.jpg

שמעקעדיג » פרייטאג מערץ 27, 2015 1:17 pm

· #262318
א טריק
📎 IMG-20150327-WA0003.jpg

מוזיקאנט » פרייטאג מערץ 27, 2015 2:39 pm

· #262335
"מאמענט"ישע אמעראצעס
מאמענט פרשת ויקרא, שאלה פארוואס די עפל פון Apple Computers האט א ביס. דער משיב שרייבט אלע תרורת'לעך אויסער די עכטע שיינע טעם, די דעזיינער האט אינזין געהאט מיט די bite מרמז צו זיין אז א קאמפיוטער ארבעט מיט bytes פון דאטא...

berlbalaguleh » פרייטאג מערץ 27, 2015 6:27 pm

· #262391
שמעקעדיג: במחכת"ה זעה איך נישט וואו דער "מאדנער און אויפפאלנדער טעות" איז אין בלאט
אפשר דארף איך נייע גלעזער. אדער זאל איך אויסטשעקן וועלכער נוירסינג האום נעמט מעדיקעיד......! 😮

שמעקעדיג » זונטאג מערץ 29, 2015 3:33 pm

· #262563
עס איז לאו דוקא אויפפאלענד, עס איז פשוט א טעות.
CHEVROLET לייענט מען שעווראלעי, נישט שעווראלעט.

די וואך האבן זיי ווידעראמאל פראמינענט באריכטעט דעם זעלבן טעות
.
📎 Chevy--.jpg

שטילע אינגערמאן » זונטאג מערץ 29, 2015 3:44 pm

· #262564
מען ליינט עס טאקע שעוורעלי, אבער שרייבן שרייבט מען שעווראלעט. סיי ענגליש אין סיי אידיש

שמעקעדיג » זונטאג מערץ 29, 2015 3:53 pm

· #262566
מהיכי תיתי?
אזוי האט דיין אידיש טיטשער געלערנט?

יין שרף » זונטאג מערץ 29, 2015 9:25 pm

· #262637
There's no date on this page. It might just be an old publication

נופת צופים » זונטאג מערץ 29, 2015 9:26 pm

· #262638
Re: מאדנע און אויפפאלנדע טעותים אין היימישע אויסגאבעס
יין שרף
There's no date on this page. It might just be an old publication

It says "celebrate pesach"

berlbalaguleh » מאנטאג מערץ 30, 2015 4:04 am

· #262744
יין שרף
There's no date on this page. It might just be an old publication

Yes. But on top of the page, they call the people "To come celebrate Pesach"...with them"... 😂 🙄

יין שרף » מאנטאג מערץ 30, 2015 10:20 am

· #262771
For some reason I only saw the bottom half of the image

למדן » מאנטאג מערץ 30, 2015 11:38 am

· #262793
רעכטס אונטן שטייט מארטש

ישמעאל הכהן » דינסטאג מערץ 31, 2015 9:54 am

· #263125
טאקע א רחמנות...

📎 Screenshot_2015-03-31-09-51-51-1.png

ירח בן יומו » דינסטאג מערץ 31, 2015 11:05 am

· #263148
דארף נישט די קול ברמה טון די מינימאלע עפארט איבערצוליינען וואס מ'שיקט זיי אריין? ממש א בזיון. (פאר פסח ווער האט צייט איבער צו קוקן?)

berlbalaguleh » דינסטאג מערץ 31, 2015 12:19 pm

· #263170
ישמעאל הכהן: איך האלט אז מ'טאר נישט געבן קיין איין פעני פאר זיי. דאס איז א באנדע ציונים וועלכע רעדן א איזראעלישן יודיש. זיי ברעכן זיך די ציין. זיי קענען אפילו נישט די הייליגע וויליאמסבורגע שפראך. זאללן זיי גיין צום ראש הכופרים ביבי נתניהו שר"י עפ"ל ארענדז"ש...ולא יתערב זר במלאכתנו...!
מ'דארף רופן יואלי צימערמאן ער זאל ארגאניזירן א מחאה...!

ירח בן יומו » דינסטאג מערץ 31, 2015 1:04 pm

· #263180
די האסט פרשטאנען וואס זיי ווילן בכלל?

נופת צופים » דינסטאג מערץ 31, 2015 1:19 pm

· #263182
Re: מאדנע און אויפפאלנדע טעותים אין היימישע אויסגאבעס
אודאי האט ער פארשטאנען. זיי ווילן אונז אלע ח"ו מכשיל זיין מיט'ן ציוניסטישע מינות ואפקורסות, מיט אביזרייהו דע"ז פון די שלש שבועות חס וחלילה היו לא תהיה

berlbalaguleh » דינסטאג מערץ 31, 2015 1:26 pm

· #263183
נופת צופים
אודאי האט ער פארשטאנען. זיי ווילן אונז אלע ח"ו מכשיל זיין מיט'ן ציוניסטישע מינות ואפקורסות, מיט אביזרייהו דע"ז פון די שלש שבועות חס וחלילה היו לא תהיה

נופת צופים: אה. איך זעה אז דו רעדסט דעם הייליגן שפראך. ב"ה איך האב געטראפן אן אח לדעה. איך שטיי און שריי כקול קורא במדבר. איך זוך די ברכיים אשר לו כרעו לבעל הציוני. וואו זענען זיי פארשוואונדן געווארן... 😂 🙄

נופת צופים » דינסטאג מערץ 31, 2015 1:31 pm

· #263187
Re: מאדנע און אויפפאלנדע טעותים אין היימישע אויסגאבעס
איך האב טאקע נישט פארשטאנען וויאזוי ס'קען זיין אזא היימישע שטיבל וואו ס'דרייען זיך מ'כלומרשט "ערליכע" אידן איז מען פארנומען מיט אנדערע עניינים אויסער זיך אננעמען למען התורה האמיתית ולמען הבעל על הגאולה און מוחה זיין אויף די ציונים מהרסי הדת.

געוואלדיג » דינסטאג מערץ 31, 2015 2:36 pm

· #263208
אשר לו קראו
berlbalaguleh
נופת צופים
איך זוך די ברכיים אשר לו כרעו לבעל הציוני. וואו זענען זיי פארשוואונדן געווארן... 😂 🙄

מבקר » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2015 12:55 pm

· #300710
[ציטאט אראפגענומען]

Home Office

שמעקעדיג » מאנטאג אקטאבער 12, 2015 4:41 pm

· #304088
.
📎 Remote-.JPG

שמעקעדיג » דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 10:08 pm

· #310521
מוז זיין א טראנסזשענדער

ירח בן יומו » דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 11:07 pm

· #310526
אויף "וואס איז נייעס" מעלדן זיי וועגען די היינטיגע ליטמן חתונה פון די יתומה
Gala Million Person Wedding To Be Held In Jerusalem Tonight

יהושע חיים » פרייטאג נאוועמבער 27, 2015 12:40 pm

· #310584
Re: מאדנע און אויפפאלנדע טעותים אין היימישע אויסגאבעס
שמעקעדיג
מוז זיין א טראנסזשענדער

אדער גאר א לעיס..... ר"ל

Sent from my LG-P659 using Tapatalk

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 29, 2015 3:03 am

· #310658
אין די בר מצוה נומער פון ..."מאמענט" מעגעדין איז דא א וואונטש פאר דעם בעה"ב פון די גראפיקס קאמפעני וועגן זיין זון...שננכס לעול המצוות...!

שמעקעדיג » זונטאג דעצעמבער 20, 2015 9:28 pm

· #313285
א נייער חצר

.
📎 קרעטשניץ.jpg

שמעקעדיג » זונטאג דעצעמבער 20, 2015 9:28 pm

· #313286
וואס האט פאסירט מיט די רינגעלעך (חצאי עגולין בלע"ז)?

@בערל באלעגאלע אלערט


.
📎 רינגלעך (1).jpg

שמעקעדיג » דאנערשטאג יאנואר 14, 2016 12:32 pm

· #317477
אין היינטיגן קול ברמה....
📎 Obama.JPG

שמעקעדיג » דאנערשטאג יאנואר 14, 2016 12:34 pm

· #317478
אוי מיין גאט! איינער האט געמוזט העקן קול ברמה'ס אקאונט!
אזא קא-אינצידענט? אדער איז דער שרייבער געווען שיכור? אדער סתם א געזונטער לץ?

שוין לאנג וואס אבאמא רעגט זיך אז אויפן אידישן קיבאורד איז אויסגעשטעלט די ב' ממש נעבן דעם ס'. אזא בראך!

.
📎 Osama.JPG

געוואלדיג » פרייטאג יאנואר 15, 2016 4:18 am

· #317593
נישט געוואוסט אז אויך די קריסטן עסן נישט וויניגער אין ניו יע
.
📎 100MEDIA$IMAG1033.jpg

שמעון וואלף » דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2016 11:47 pm

· #350876
.
📎 Cs-ZN-dWIAALCuo.jpg

berlbalaguleh » פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 3:20 am

· #350894
געוואלדיג: אנטשולדיג פאר צושטערן דיין שמחה. אבער דער עד וועלכן דו ברענגסט אראפ איז פון די גאלדען טעיסט קא. וואס איז א אידישע קאמפעני. אפשר נישט קיין שומרי שבת, אבער נישט קיין גויים. זיי אדווערטייזן אויך ..."האורסרעדיש"/ כריין נעבן די געפילטע פיש. אפשר, ביי ביאת משיח צדקנו וועללן די גויים אויכעט עסן געפילטע פיש מיט כריין. אבער דערווייל ווילאנג אונז זעמיר אין דעם ביטערן גלות, עסן נאר אידן. אפילו אמעריקאניזירטע אידן געפילטע פיש מיט כריין. און אזוי ארום סעלעברעיטן זיי די נייע יאר. מ'קען נאכדעם גיין אין די מאלל שאפינג אדער אויפמאכן די טעלעוויזיע פאר די לעצטע נייעס. אבער זיי זענען דאך וואוילע אידן...!

Chuchem » פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 9:19 am

· #350901
berlbalaguleh
געוואלדיג: אנטשולדיג פאר צושטערן דיין שמחה. אבער דער עד וועלכן דו ברענגסט אראפ איז פון די גאלדען טעיסט קא. וואס איז א אידישע קאמפעני. אפשר נישט קיין שומרי שבת, אבער נישט קיין גויים. זיי אדווערטייזן אויך ..."האורסרעדיש"/ כריין נעבן די געפילטע פיש. אפשר, ביי ביאת משיח צדקנו וועללן די גויים אויכעט עסן געפילטע פיש מיט כריין. אבער דערווייל ווילאנג אונז זעמיר אין דעם ביטערן גלות, עסן נאר אידן. אפילו אמעריקאניזירטע אידן געפילטע פיש מיט כריין. און אזוי ארום סעלעברעיטן זיי די נייע יאר. מ'קען נאכדעם גיין אין די מאלל שאפינג אדער אויפמאכן די טעלעוויזיע פאר די לעצטע נייעס. אבער זיי זענען דאך וואוילע אידן...!


ווי עס שיינט, איז דער אנאנס געלאפן אנפאנג פון זייער נייע יאר, און די מאנאט פון יאניואר.

berlbalaguleh » פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 10:20 am

· #350904
חכם (אדער טשוטשעם.): כמו שאמרתי, אז ביי ביאת המשיח וועללן די גויים אפשר אויכעט עסן געפילטע פיש מיט כריין. אבער דערווייל נישט.
דאס דערמאנט מיך א מעשה. אין יוראפ פאר די 2'טע וועלט מלחמה איז געווען א גוי וואס איז געווען זייער אויסגעקאכט מיט אידן. ער האט גערעדט א פליסיגן אידיש און געוואוסט אלע אידישע מנהגים. האט ער אייביג געמוטשעט זיינע אידישע באקאנטע און גוטע פריינט מיט די מאדנע שאלה...ווען קומט שוין משיח...? האט איהם אמאל איינער פון די אידן געפרעגט...וואס גייט דיר אזוי אין לעבן ווען משיח קומט...האט דער גוי געענטפערט לאמור. אזוי צו זאגן...היינט זענט עטץ אין גלות און אונז זעמיר פריי. אבער געב א קוק. אונדז זענען ענקערע שבת גויים, דזשעניטארס און גאסן קערערס און באדינערס. אפשר ווען משיח וועט קומען און אונז וועללן זיין אין גלות גייט זיין פארקערט... 😂 🙄
בלאט: 1 2 3 4 5 6