☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » מאדנע און אויפפאלנדע טעותים אין היימישע אויסגאבעס

מאדנע און אויפפאלנדע טעותים אין היימישע אויסגאבעס

294 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #242
בלאט: 1 2 3 4 5 6

טייערע ברודער » פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 11:36 am

· #350927
פאר צען יאהר צוריק בערך איז דער ראדזינער רבי געקומען קיין לונדון. אויף די צעטליך איז געשטאנען, "צדיק בא לעיר הוא הודה, הוא זיבה, הוא הדרה" !!

יהושע חיים » פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 4:19 pm

· #350943
הוא? עס שטימט גארנישט[emoji1]

berlbalaguleh » פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 5:46 pm

· #350949
טייערע ברודער: איך וואלט מיך געשעמט מיט אזעלכע חסידים. ס'האט אבער איין מעלה. אט די חסידים וועללן קיינמאל נישט אפפרעגן דעם רעבינ'ס שלו-שידעס טוירעה. אדער זיין שאבעס טשיווע דראשעה...!

וואלווי » מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 5:28 pm

· #351123
יהושע חיים
הוא? עס שטימט גארנישט[emoji1]


דער הוא איז אויפ'ן ראדזינער בלשון דיכרא, און די ז... אויף די עיר הבירה בלשון נוקבא.

אפשר וועגען דעם טאר מען נישט לערנען דיקדיק

שמעקעדיג » פרייטאג נאוועמבער 18, 2016 1:00 pm

· #354966
ווען דער אויבערשטרעכל ' ווערט פארטוישט פאר א "ם"....
(אין קול ברמה)

.
📎 וירא אליו.JPG

בן אדם » פרייטאג נאוועמבער 25, 2016 12:40 pm

· #355472

איך אויך » מוצ"ש נאוועמבער 26, 2016 8:52 pm

· #355491
דאס איז איינס א גוטס.

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 27, 2016 12:14 am

· #355505
בן אדם: איך קען נישט סטאפן צו קוילערן פאר געלעכטער...דאס געשעהט ווען מ'פארלאזט זיך אויפ'ן קאמפיוטער. ס'לייגט שטיקלעך אינפארמאציע. נאר נישט די ריכטיגע. און ס'ווערט א קוגל. די גרויסע און חשוב'ע משפחה מעגעזין האט געמאכט עפעס א טעות איבער א געוויסן אדמו"ר וועלכער איז חי וקיים, ב"ה. לכה"פ 3 מאל האבן זיי רעפארטעד אז ער איז געשטארבן. ווייל אן אנדערע אדמו"ר מיט דעם זעלבן נאמען איז נפטר געווארן. האבן זיי פארטוישט די פיקטשערס...!

שמעקעדיג » זונטאג דעצעמבער 25, 2016 1:06 pm

· #357948
.
📎 kidslide.JPG

שמעקעדיג » מאנטאג דעצעמבער 26, 2016 11:34 am

· #358055
בפשטת מיינט דאס אז נישט דורך די שיף ווי מ'אימפארטירט געווענליך פון טשיינע וואס קען געדויערן עטליכע וואכן, נאר מיט די לופט וואס נעמט בלויז געציילטע טעג.

וואלווי » דאנערשטאג יאנואר 12, 2017 10:09 pm

· #359659
גאנצע צען פערצענט!

גאראנטירט.
📎 10 %.jpg

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 12, 2017 10:18 pm

· #359660
וואלווי: אנטשולדיג פאר צושטערן דיין געביידע. איך זעה יא דעם הונדערטער. אפשר האט זיין גרעפיקס מען נישט אויסגעקראצט דעם חלל פונ'ם צווייטן זירא. אבער ער איז דארט. ער איז חי וקייים... 😂 🙄 .

ועוד יש לומר. און ווען ער שטעלט נאר צופרידן זיינע קאסטומערס 10% איז אויכעט נישט געפערליך. פון א היימישן קענסטו נישט קיין סאך מער ערווארטן. קאורט סטריעט סטעישאנערס יוכיח. אויף 13'טע עוועניו. גיי אמאל אריין צו עים וועסטו וויסן פון וואס איך רעד...!

וואלווי » דאנערשטאג יאנואר 12, 2017 10:31 pm

· #359661
berlbalaguleh
וואלווי: אנטשולדיג פאר צושטערן דיין געביידע. איך זעה יא דעם הונדערטער. אפשר האט זיין גרעפיקס מען נישט אויסגעקראצט דעם חלל פונ'ם צווייטן זירא. אבער ער איז דארט. ער איז חי וקייים... 😂 🙄 .


ערעב בערל זייט מוחל בארגט מיר נאר אייער ברילען וועלעך פראבירען דאס איבער צו לעזען אקוראט

berlbalaguleh
ועוד יש לומר. און ווען ער שטעלט נאר צופרידן זיינע קאסטומערס 10% איז אויכעט נישט געפערליך. פון א היימישן קענסטו נישט קיין סאך מער ערווארטן. קאורט סטריעט סטעישאנערס יוכיח. אויף 13'טע עוועניו. גיי אמאל אריין צו עים וועסטו וויסן פון וואס איך רעד...!


UH OH. דא סאונדסטו שוין ווי עפעס א ניק.....

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 12, 2017 10:41 pm

· #359663
וואלווי: נא, דא האסטו מיינע בריללן. איך האב נאך 2 פאר בריללן. אויב דו דארפסט. איך האב איין פאר, ספעציעל פאר'ן קאמפיוטער. ווייל די ביי-פאוקלס זענען נישט צוגעפאסט פאר דעם. אויך האביך א פאר זון-בריללן. פאר ווען איך דרייוו דעם באס...! דו קענסט ברענגען אללע אויגן-גלעזער פון שעכטער אפטיש'ן (איך ווייס נישט אויב ער איז נאך חי וקיים.) און ס'וועט נאכאלץ שטיין דארט 2 זיראו'ס...!

וואלווי » דאנערשטאג יאנואר 12, 2017 10:49 pm

· #359664
וועט מען עס מוזען נעמען מארגען פארענט פון קארלסבורגער בי"ד אויף דריי און פופציג אויפ'ן גאס אויסטוהן די ברילען מאכן אן ופרשו את השמלה מיט די אלע יונגעלייטלעך דארט כנהוג און תחת כיפת הרקיע וועט ארויסקומען די פסק...

שמעקעדיג » דאנערשטאג יאנואר 12, 2017 11:30 pm

· #359668
בפשטות איז די פראצענט סימבאל אין דעם צווייטן זיראו

וואלווי » פרייטאג יאנואר 13, 2017 9:27 am

· #359685
שמעקעדיג
בפשטות איז די פראצענט סימבאל אין דעם צווייטן זיראו


כ'האדעך דאס געפאוסט ע"ד דרוש...

היסטאריקער » פרייטאג יאנואר 13, 2017 12:48 pm

· #359700
קאורט סטריעט סטעישאנערס יוכיח. אויף 13'טע עוועניו?

they are not on 13th av, they are on court ST

berlbalaguleh » פרייטאג יאנואר 13, 2017 3:53 pm

· #359716
They have a branch on 13th. Avenue...lol... 😂 🙄

If all the historical facts and lectures that you present are as accurate as this one, we're in trouble...!

שמעקעדיג » זונטאג מערץ 19, 2017 3:05 pm

· #366040
אזוי שרייבט מען סי.די.?

.
📎 CD.JPG

קאווע טרינקער » זונטאג מערץ 19, 2017 3:44 pm

· #366041
ס'נישט תחת ידי, אבער אין קינדליין איז דא אן איטערוויאו מיט א אלטע פליישמאן וועגן זיינע "קונץ", בתוך הדברים שרייבט ער אז זיין זון מאכט סיינס, "מר. סיין" איז זיין קאמפאני. - רוב זיכער אז ס'איז א טעות. מר' סיין איז לעבאוויטש, און פליישמאן איז "בעדפאורד סיינס".....

מיש-נייעס » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 2:41 pm

· #366541
די צייטונג טוריסטן אדער טעראריסטן
די צייטונג טוריסטן אדער טעראריסטן
📎 photo_2017-03-23_14-40-10.jpg

איסר האטלקי » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 3:00 pm

· #366549
קאווע טרינקער
ס'נישט תחת ידי, אבער אין קינדליין איז דא אן איטערוויאו מיט א אלטע פליישמאן וועגן זיינע "קונץ", בתוך הדברים שרייבט ער אז זיין זון מאכט סיינס, "מר. סיין" איז זיין קאמפאני. - רוב זיכער אז ס'איז א טעות. מר' סיין איז לעבאוויטש, און פליישמאן איז "בעדפאורד סיינס".....

ניין, דאכט זיך אז בעדפארד איז לעבאוויטש. איך האב אים גענוצט איינמאל.

החוקר » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 3:03 pm

· #366550
Re: מאדנע און אויפפאלנדע טעותים אין היימישע אויסגאבעס
מיש-נייעס
די צייטונג טוריסטן אדער טעראריסטן

געב כאטשיג קרעדיט פאר @אידישער ווינקל טעלעגראם טשענעל

מיש-נייעס » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 3:45 pm

· #366552
החוקר
מיש-נייעס
די צייטונג טוריסטן אדער טעראריסטן

געב כאטשיג קרעדיט פאר @אידישער ווינקל טעלעגראם טשענעל


קוק גוט אויפ'ן בילד א געניט אויג ווי דו... וואלט שוין געדארפט באמערקן אז זיי האבן שוין זיכער געמאכט אז די קרעדיט גייט פאר זיי...

היסטאריקער » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 5:41 pm

· #366563
איסר האטלקי
קאווע טרינקער
ס'נישט תחת ידי, אבער אין קינדליין איז דא אן איטערוויאו מיט א אלטע פליישמאן וועגן זיינע "קונץ", בתוך הדברים שרייבט ער אז זיין זון מאכט סיינס, "מר. סיין" איז זיין קאמפאני. - רוב זיכער אז ס'איז א טעות. מר' סיין איז לעבאוויטש, און פליישמאן איז "בעדפאורד סיינס".....

ניין, דאכט זיך אז בעדפארד איז לעבאוויטש. איך האב אים גענוצט איינמאל.



נישט אמת, פליישמאן איז בעדפארד, מר סיין איז לעבאוויטש

איסר האטלקי » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 8:32 pm

· #366597
אין די בארא פארק'ער גאסן הענגן צעטלעך פון מערכת השומרים, זיי שטרעכן אונטער עפעס א ווארט, איך ווייס נישט גענוי וואס עס מיינט. "פארמיסן" איינער פארשטייט וואס דאס מיינט?

געוואלדיג » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 9:26 pm

· #366606
מסתם מיינט דאס בענקען...

ליפא » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 9:45 pm

· #366607
גיי פארשטיי פארוואס די צעטלעך ווערן נישט אראפגעפליקט. א נארמאלע שטאט ווערט שאנטאזירט פון אפאר פאשקעווילן קלעבערס?

איסר האטלקי » פרייטאג מערץ 24, 2017 1:18 pm

· #366717
געוואלדיג
מסתם מיינט דאס בענקען...

דער לשון שטומט מורא'דיג מיט דעם. די כלי וואס גדולי ישראל מיסן זייער שטארק!!
👍 👍

מיש-נייעס » פרייטאג מערץ 24, 2017 1:19 pm

· #366718
איסר האטלקי
אין די בארא פארק'ער גאסן הענגן צעטלעך פון מערכת השומרים, זיי שטרעכן אונטער עפעס א ווארט, איך ווייס נישט גענוי וואס עס מיינט. "פארמיסן" איינער פארשטייט וואס דאס מיינט?


א בילד?

החוקר » פרייטאג מערץ 24, 2017 2:26 pm

· #366725
Re: מאדנע און אויפפאלנדע טעותים אין היימישע אויסגאבעס
איסר האטלקי
אין די בארא פארק'ער גאסן הענגן צעטלעך פון מערכת השומרים, זיי שטרעכן אונטער עפעס א ווארט, איך ווייס נישט גענוי וואס עס מיינט. "פארמיסן" איינער פארשטייט וואס דאס מיינט?

אפשר איז עס א טייפא פון פארמיאוס'ן?

קיין גרויסע חכמים זענען זיי נישט, קען זיין זיי זענען אַנאַלפאַבעטיש אויך.

קלוגע יודל » זונטאג מערץ 26, 2017 1:55 am

· #366758
Re: מאדנע און אויפפאלנדע טעותים אין היימישע אויסגאבעס
ליפא
גיי פארשטיי פארוואס די צעטלעך ווערן נישט אראפגעפליקט. א נארמאלע שטאט ווערט שאנטאזירט פון אפאר פאשקעווילן קלעבערס?

א נארמאלער שטאט ווערט נישט דערשראקן און קיינער דארף עס נישט אראפ רייסן, מען לאכט זיך פשוט אויס!

מיש-נייעס » זונטאג מערץ 26, 2017 12:34 pm

· #366780
קיינער האט נאך אלס ניטש געטראפן א בילד פונ'ם קול קורא אין bp?

ארי נוהם » מיטוואך אפריל 5, 2017 1:26 am

· #368137
עס ווערט געזוכט א Part time רבי...
📎 מחפשים רבי לגבאי.jpg

וואלווי » מיטוואך אפריל 5, 2017 5:44 pm

· #368182
ארי נוהם
עס ווערט געזוכט א Part time רבי...


א פארט טיים רבי. א עתים חלים ועתים שוטה...

וועמען די גבאי זאל קענען גוט אויסנוצן

ארי נוהם » זונטאג אפריל 9, 2017 3:47 pm

· #368429
איך ווייס נישט אויב דאס באלאנגט דא, אבער עס איז זיכער ווערד א בליק.

די שאנדע איז איום ונורא, און איך האב דא אפגעציילט אמווייניגסטענס 11 טעותים! אזוי ווייניג רעספעקט צו האבן פאר לייענער און פאטענציעלע פאראינטערעסירטע?!

ווער נאך קען טרעפן די אלע טעותים?
📎 מוסדותנינו.JPG

berlbalaguleh » זונטאג אפריל 9, 2017 5:40 pm

· #368433
ארי נוהם: דער מענטש וואס האט געשריבן דעם צעטל מוז זיין א גרויסער מר בר רב אשי. ווער ווייסט אויב ער איז נישט א גרויסער פאשקווילן שרייבער. ווייל אונז האמיר א כלל גדול. ס'איז (כמעט) נישט דא א פאשקעוויל וואס זאלל זיין געשריבן על פי כללי הדיקדוק, און געספעללט ריכטיג. ווייל אט די סארט שרייבערס וועלכע זנען עוסק אין די זאכן זענען געשוואלענע עמי הארצים און פוסטע בורים...!

לאמיר האפן אז דער צעטל שרייבער איז נישט דער מנהל הת"ת. און ער וועט נאך גיין פארהערן די קינדער...!

קאווע טרינקער » זונטאג אפריל 9, 2017 7:10 pm

· #368437
ארי נוהם
איך ווייס נישט אויב דאס באלאנגט דא, אבער עס איז זיכער ווערד א בליק.

די שאנדע איז איום ונורא, און איך האב דא אפגעציילט אמווייניגסטענס 11 טעותים! אזוי ווייניג רעספעקט צו האבן פאר לייענער און פאטענציעלע פאראינטערעסירטע?!

ווער נאך קען טרעפן די אלע טעותים?


מיסטמע וועגין אין הורע, קידוע און לעליוו האת מין מכפיט געווין

עלעף תעיסים

בן אדם » זונטאג אפריל 9, 2017 7:49 pm

· #368440
כאבע תרונכער

#טעסט

berlbalaguleh » מאנטאג אפריל 10, 2017 12:07 am

· #368453
איילע טוילדויס ןאיאכ ןאיאכ עיש צאדיק טאמים האיאה בעדוירויסאב...!

וואלווי » דאנערשטאג אפריל 20, 2017 11:39 pm

· #368729
עד אויף אייוועלט וועבזייטל: פארפעסטיגט אייער קינדער אין די בערג פון בעטלעהעם...
📎 ארלינגטאן.jpg

שמעקעדיג » מיטוואך אפריל 26, 2017 12:55 pm

· #369134
וויפיל טעותים קענט איר ציילן דא?


.
📎 mistakes....JPG

געוואלדיג » מיטוואך אפריל 26, 2017 1:11 pm

· #369136
זיבעציג ט-ו-י-ז-נ-ט.

וואלווי » מיטוואך אפריל 26, 2017 5:01 pm

· #369187
ערשטע גראבער טעות, צוויי חסידים האב זיך ג'עטענה'עט וועמען'ס רבי איז גרעסער. קלענער, כצ"ל.

ליפא » מוצ"ש אפריל 29, 2017 10:40 pm

· #369398
📎 rps20170429_223624.jpg גליון פרימי... דער גליון איז א ''Preemie'', תזריע תשפ''ד

איסר האטלקי » מוצ"ש אפריל 29, 2017 11:04 pm

· #369403
ליפא
📎 rps20170429_223624.jpg גליון פרימי... דער גליון איז א ''Preemie'', תזריע תשפ''ד

אדער פורימ'י - פורים'דיג...

שמעקעדיג » זונטאג מאי 14, 2017 11:06 pm

· #370954
אין די טעגליכע צעטלעך לעצטע וואך איז געווען א ק/פ פון פאריאר, און געשטאנען געשריבן 'מיטוואך' אנשטאט 'זונטאג' (עס שטייט אויבן תשע"ז)
איך גיי נישט אריין אינעם פאקט וואס אויסער דעם סמארטפאון האבן זיי נישט קיין אנדערע דאגות און הכנה פאר'ן עולם צום מעמד המרומם, אבער מיט'ן נישט-ריכטיגן דאטום האט עס געלאזט נאך מער א זויערן טעם אין מויל.

.
📎 lag_b_.jpg

berlbalaguleh » זונטאג מאי 14, 2017 11:35 pm

· #370957
שמעקעדיג: וואסי א חילוק דער דאטום. דער מעסעדזש איז די זעלבע. ס'איז נאכאלץ נוגע. די תקנות האבן זיך נישט געטוישט...זאת התורה לא תהא מוחלפת...!

ווייל אזוי » פרייטאג מאי 19, 2017 5:29 pm

· #371826
די וואך
📎 87708888.jpg
בלאט: 1 2 3 4 5 6